☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס זי"ע

ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס זי"ע

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11626
בלאט: 1 2

חכמת שלמה » מאנטאג יולי 10, 2017 12:00 am

· #378459
ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס זי"ע
אוי אוי אוי אוי אוי... רבינו הגדול זיעועכ"י איז נישטא מיט אונז... נפלה עטרת ראשינו...

ווער האט געגלייבט, ווער האט געקלערט אז איך וועל נאך דא שרייבן אויפן רבי'ן מיטן טיטל זי"ע?! - ווער האט געקלערט אז איך וועל נאך דארפן ארויפקומען אויף קאווע שטיבל באוויינען די גרויסע אבידה און שרייבן דברי הערכה אויפן רבי'ן זי"ע?! - און יעדע מאל מען שרייבט דעם טיטל זי"ע אויפן רבי'ן, גייט עס דורך א סקורך אין די ביינער... איז דאס ריכטיג? - איז דאס טאקע געשען? - קען דאס באמת פארקומען? - איז דאס נישט קיין חלום?

עיני עיני ירדה מים על שבר בת עמי, רבינו הגדול שלמה בן פנחס זי"ע איז שוין מער נישט מיט אונז...

און ווען איז ער דען יא געווען מיט אונז? - מיר רעדן פון א מענטש כאילו ער איז געווען מיט אונז ערדישע מענטשן. מען רעדט דאך פון א הימל איד, אן עילוי, א גאון, אן אויסערגעווענליכער מענטש לכל הדעות, הן בגשמיות און הן ברוחניות. אן ענק שבענקים. איז ער דען געווען מיט אונז? - ער איז געווען גאר עפעס אנדערש, אין אן אנדערע וועלט האט ער געלעבט, בכלל נישט מיטגעלעבט אונזערע מושגים בהאי עלמא.

...
זיצנדיג דא, שרייבנדיג די דאזיגע שורות, קען איך נישט קומען צו מיר, איך קען נישט שרייבן געהעריג, די אויגן שווינדלען מיר, די אויגן זענען נאס און איך ווייס נישט ווי אזוי אנצוהויבן. איך בין נאך אונטער שאק, און איך ווייס נישט אויב מיינע ווערטער וועלן ארויסקומען געהעריג. איך וויל פשוט איבערגעבן מהרהורי לבי, ווי אזוי איך שפיר און וואס דא קומט פאר.

איידער איך וועל דערציילן דברים כהווייתן, וואס עס האט פאסירט, שפיר איך פאר וויכטיג ארויסצוברענגען פאר אונזער ציבור ליינער, דעם באדייט וואס עס מיינט פאר אונז. יעדער פארשטייט אז ווען א רבי ווערט נסתלק לחי העולמים, איז דאס א קלאפ פאר די קהילה, דער הויף און דאס גאנצע כלל-ישראל. אצינד באדייט דאס אבער פיל טיפער דערפון. דער רבי איז נישט געווען סתם נאך א רבי אינעם רינגעלע פון א הויף, ער איז געווען א מחדש, ער האט געמאכט א נייעם דרך, געעפנט די אויגן פאר אונז - זיינע תלמידים, אונזער גאנצער לעבן איז אים צו פארדאנקען, אן אים וואלטן מיר גארנישט געווען. ער איז געווען אונזער טאטע, אונזער פירער. פאר טייל פון אונז איז ער ממש געווען משפחה, אנדערע האבן גארנישט געהאט אויף די וועלט אויסער אים. ער האט אונז געעפנט א נייעם שביל אין לעבן, און דא... אזוי פלוצלינג, אומגעראכטן, אין די סאמע בליענדסטע יארן פון זיין לעבן, איז פלוצלינג אלעס פארשניטן געווארן... מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר אונז.

אויב זאל איך פארשטעלן וואס דא טוט זיך, וועט איר עס נישט קענען באגרייפן בכלל. דער עולם דרייעט זיך דא ארום אן א קאפ, דערשיטערט, שאקירט, פארלוירן, ווערטערלאז... טייל גלויבן דאס אפילו נישט... איר האט נישט קיין השגה וואס דאס מיינט פאר פיל פון אונז... עס שפירט זיך ווי די הימל איז צוזאמענגעפאלן. איך האב געזען איינעם פרייטאג צו נאכטס, זיך ארומדרייען אין וואלד אהין און אהער, די גאנצע נאכט. שפעטער האט ער מיר געזאגט אז ער האט נישט געדאוונט קיין קבלת שבת און נישט געגעסן די סעודה. איך בין אים דן לכף זכות... אין די מצב ווייסט מען נישט וואו מען שטייט אויף די וועלט... מען ווייסט נישט וואס צו טון...

איך וועל דערציילן דברים כהווייתן, לויט וויפיל מען מעג און מען דארף ארויסגעבן פארן ציבור. ווי אזוי אני הק' האט מיטגעלעבט און מיטגעהאלטן די טרויעריגע פאסירונגען ביום המר והנמהר י"ג תמוז תשע"ז לפ"ק.

לויט ווי אזוי עס איז באקאנט געווארן אין די לעצטע תקופה, איז א חלק פון אונזער ציבור געווען געצווינגען זיך אריבערצוציען קיין מעקסיקא, צוליב געוויסע סיבות אשר אין כאן המקום לפרטם. עס איז נאכנישט געווען קלאר וואו מען גייט ווייטער, עס איז געווען כמעט זיכער אז מען בלייבט נישט אין מעקסיקא, הגם עס האבן זיך געווארבן פלענער אויף דעם אויך, אבער גארנישט איז זיכער געווען. אויף אזויפיל איז יא באקאנט, אז דער רצון פונעם רבי'ן זצ"ל איז געווען, אז אפילו נאך וואס מען פארט אוועק פון גוטאמאלא, זאל נאך אלס דארט איבערבלייבן א קהילה, און עס זאל זיין צוויי קהילות און גוטאמאלא און אויף נאך אן ארט, לויט ווי מען וועט באשלוסן.

אזוי צי אזוי, איז א חלק פונעם ציבור אריבערגעפארן קיין מעקסיקא, זיך געפינען דארט אויף דערווייל. מען האט קוים אנגעהויבן ארבעטן אויף א פרישע לעבן, האפענענדיג אויף דאס בעסטע. דער רבי, אונזער מנהיג העדה במלוא המובן, איז אריבערגעקומען קיין מעקסיקא זיך אומקוקן אויף די אקטיוויטעטן. קיין געזונטער מענטש איז דער רבי נישט געווען, דאס פארן און קומען איז נישט לייכט אנגעקומען פאר אים, אבער אלס טאטע פון די קהילה האט ער אלעס געפירט, אריבערגעקומען און ווי א העלדישער גענעראל זיכער געמאכט אז אלעס קלאפט.

פון מיטוואך מיטאג, איז דער רבי געווען עם בני קהילתו במעקסיקא און אריינגעגעבן חיות אין די עצמות היבשות, זיך ארגינאזירט מיט א תלמיד-תורה און ישיבה און ער איז נאך געווען אינמיטן די ארבעט. פרייטאג אינדערפרי איז ער אויפגעשטאנען פארטאגס, דאס דאווענען שחרית איז געווען עפעס אויסערגעווענליך. הגם יעדער דאווענען דא איז מיט א ווארעמקייט און מיט קולות, איז די דאווענען פון פרייטאג געווען עפעס אויסערגעווענליך. דורכ'ן טאג האט ער נאך געטאן עטליכע עסקנות אויף עטליכע פראנטן און עוסק געווען אין פארשידענע ענינים וואס האט אריינגעצויגן ביז אין די שפעטע נאכמיטאג שעות. דאן איז ער געגאנגען זיין לעצטן וועג, זיך טובל זיין לכבוד היום ולטהר נשמתו למרומים.

דער סדר ביי אונז פלעגט זיין, אז דער רבי איז געגאנגען לנהר לטבול עצמו, נעמט מען מיט א לאנגע גארטל (וואס קומט אין אזא ראאל). דער גבאי גייט מיט ביז צו א געוויסע פונקט, דאן גייט דער רבי אליין ווייטער ביז צום וואסער אויף אן ארט וואו מען זעט אים נישט, ביחידות, דאן בינדט זיך דער רבי צו דעם גארטל און גייט אריין אין וואסער צוגעבינדן לויזערהייט (מפני חציצה), בשעת דער גבאי כאפט אן דעם אנדערן זייט פונעם גארטל. ווי באקאנט איז דער רבי זייער שטארק פאר געזונטהייט און פאר זיכערהייט און נעמט שטענדיג אמצעים מער פון וואס אנדערע מענטשן וואלטן גענומען, און דאס איז געווען פון די אמצעים, גיין מיט א גבאי צוגעבינדן אויף אן אויפן אז עס זאל זיין זיכער.

אויך אצינד איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, פשט, חגר ועלה, בשעת דער גבאי האלט דעם גארטל די גאנצע צייט. דער פראצודור האט גענומען גאנץ לאנג, אבער דאס האט נישט אויסגערופן וואונדער ביים גבאי, צוליב דעם וואס עס האט זיך געקענט מאכן אז דער רבי טובל'ט זיך לאנג און אסאך. אבער ביי א געוויסער פונקט האט דער גבאי באמערקט אז עפעס איז נישט גלאטיג, ער האט געשפירט אז די גורטל איז עטוואס לויז. ער האט פראבירט צו ציען איידל דעם גארטל, אבער אנשטאט ער זאל שפירן עפעס, האט זיך דער גארטל געצויגן צו אים. פון אנהויב האט ער נאך געקלערט אז אפשר האט דער רבי אויסגעטאן דעם גארטל פאר א געוויסע סיבה, אבער זעענדיג אז עס נעמט נישט קיין עק, האט ער געזען אז דער מצב טויג נישט. מען האט נאך געוואלט קלערן אז עס איז גארנישט, דער רבי האט פארבלאנדזשעט אביסל אין וואלד און וועט צוריקקומען. אבער מען האט שנעל גערופן די אינסטאנצן אונטערצונעמען א זוך אקציע, און ליידער - יצא מה שיצא, מאת השם היתה זאת, הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט, אין עול צדיק וישר הוא...

גראד ווען מען האט געפינען דעם רבי'ן זצוק"ל, האט מען אים צום ערשט אריבערגעפירט אין א שפיטאל, וואו עס איז נישט געבליבן מער פון באשטעטיגן די ביטערע בשורה. לויט די געזעצן פון מעקסיקא, האט מען אים גראד אריבערגעפירט צו די מעדיקל עקזעמינער. ליידער ליגט נאך גופו הטהור ביי זיי, צוליב דעם וואס עס איז געווען היינט זונטאג און עס איז נישט געווען מיט וועמען צו רעדן. עס הייסט אז אויף מארגן וועט מען אים ארויסלאזן און מען וועט אים אפפירן קיין גוטאמאלא - גארנישט איז זיכער, אזוי הייסט עס דערווייל.

נחזור לעניננו, דעם שבת איז געווען חושך מצרים סיי אין מעקסיקא און סיי אין גוואטאמאלא. איך פערזענליך געפין זיך אצינד אין גוטאמאלא, בשעת א חלק פון די קהילה (בעיקר די וואס האבן קינדער) געפינען זיך אין מעקסיקא



נ.ב. די דברי הערכה ווערט געשריבן צוביסלעך, צוליב די שוואכע קאנעקשן וואס מיר פארמאגן דא און מעגליך אז מיר וועלן ווערן אפגעהאקט אינמיטן...

קל וחומר » מאנטאג יולי 10, 2017 12:10 am

· #378460
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - רבינו שלמה בן פנחס העלבראנץ ז
איבעיא להו, שלמה ארז מת או לא מת, ואת"ל לא מת, חכמת שלמה ניק דידיה הוי או לא, תיקו.

יין שרף » מאנטאג יולי 10, 2017 12:15 am

· #378461
הייסט די חששות א עס איז נאר א שפיל איז קראנט?
Either way געפעלט מיר דיין חתימה כאר"ז בלבון ישג"ה

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 10, 2017 12:20 am

· #378463
חכמת שלמה


נ.ב. די דברי הערכה ווערט געשריבן צוביסלעך, צוליב די שוואכע קאנעקשן וואס מיר פארמאגן דא און מעגליך אז מיר וועלן ווערן אפגעהאקט אינמיטן...


אזא רוח הקודש? האסט געוואוסט פונקטלעך דאס צו שרייבן פאר'ן ווערן אפגעהאקט.

קורקלענד » מאנטאג יולי 10, 2017 12:48 am

· #378467
חכמת שלמה
איז דאס ריכטיג? - איז דאס טאקע געשען? - קען דאס באמת פארקומען?

...

און ווען איז ער דען יא געווען מיט אונז? .................. איז ער דען געווען מיט אונז? - ער איז געווען גאר עפעס אנדערש, אין אן אנדערע וועלט האט ער געלעבט, בכלל נישט מיטגעלעבט אונזערע מושגים בהאי עלמא.

...

טייל גלויבן דאס אפילו נישט...

יואב » מאנטאג יולי 10, 2017 1:08 am

· #378468
ווער אויב נישט אני הקטן, ווייסט וואס דאס מיינט פארלירן א רבי! כ'קען נישט זאגן מער, ווי אז כ'שפיר ענקער צער, און המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון  וגוואטומאלא, "ולא תוסיפו לדאבה עוד".

א זייטיגע הערה, וואס איז לאו דווקא נוגע אייער רבי'ן, נאר מצוקים אין אלגעמיין. כ'ווייס אז דער פרומער עולם וועט קומען חוזק מאכן, אבער  ווען ס'קומט צו זייער אייגענעם רבי'ן, צי און צו זייער אייגענע תקנות, זענען זיי מער ווייניגער דאס זעלבע. איר ווידמעט א פאראגראף איבער דעם רבינ'ס נישט זיין דאהי צווישן מיר זינדיגע מענטשן, נאר אין סאמע הימל. פרעג איך דיר, איז דען א חידוש אז די אראלים האבן מנצח געווען? נעוואדע אזוי, די מלחמה איז פארגעקומען אין זייער טעריטאריע; דער רבי האט געברענגט די קריג צו זיי אין דיינינג-רום. ווי וואויל און באקוועם אייער רבי "האט" זיך געפינען אין הימל (און וואו איז ער יעצט, אין דער ערד חלילה?) אויף צו נעמען מיליטערישע פאזיציעס האבן די אראלים געהאט א נאטורליכע אויבערהאנט, זייענדיג אינדערהיים, מיט מער כוחות, און פיל בעסער באקאנט מיט  דער הימלישער מאפע און אירע אומשטענדן.

זאת ועוד, משה רבינו, וואס די תורה איז מעיד אז "ולא קם נביא עוד בישראל כמשה," ער איז ארויף בלויז פאר פערציג טעג, און דער סעלושען איז געווען אן עגל זהב. וויאזוי לעבן חסידים מיט א רבי'ן אין הימל? איך שטעל מיך פאר אז דאס פארלאנגט א סך פיזישע און גייסטישע כוחות, אפשר שרייבט איר אביסל איבער דעם.

נ.ב. איך בין באמת אינטערעסירט אין הערן מופתים, און סתם אזוי הימלישע געשעענישן ביי אייער  רבי'ן. ווען איר האט אביסל א בעסערן קאנעקשן, און א פאר איבעריגע מינוט, שרייבט ביטע אראפ אביסל סחורה, זאלן אזאנע ווי מיר, וועלכע זענען נישט אזוי באקאנט מיט דער דאזיגער חסידות און איר רבי'ן, הערן א צווייטער צד אויך, נישט בלויז די שנאה און העצע קעגן ענקער רבי'ן און קהילה. שכח.

שבת אחים » מאנטאג יולי 10, 2017 4:06 am

· #378469
מיר רעדן פון א מענטש כאילו ער איז געווען מיט אונז ערדישע מענטשן. מען רעדט דאך פון א הימל איד, אן עילוי, א גאון, אן אויסערגעווענליכער מענטש לכל הדעות


לויט אלע דעות? אפשר אין געווטאמאלא, מעקסיקא, ניקעראקא

פון ווי איך קום האט יעדער געהאלטן

וועם ווילסטו דא פארנעהרן???

דארפסט מיר נישט ענטפערן, כבין בין נישט נייגעריג וואס דו האסט צוזאגן...

איך אויך » מאנטאג יולי 10, 2017 6:42 am

· #378482
.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 10, 2017 7:38 am

· #378488
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
דער סדר ביי אונז פלעגט זיין, אז דער רבי איז געגאנגען לנהר לטבול עצמו, נעמט מען מיט א לאנגע גארטל (וואס קומט אין אזא ראאל). דער גבאי גייט מיט ביז צו א געוויסע פונקט, דאן גייט דער רבי אליין ווייטער ביז צום וואסער אויף אן ארט וואו מען זעט אים נישט, ביחידות, דאן בינדט זיך דער רבי צו דעם גארטל און גייט אריין אין וואסער צוגעבינדן לויזערהייט (מפני חציצה), בשעת דער גבאי כאפט אן דעם אנדערן זייט פונעם גארטל. ווי באקאנט איז דער רבי זייער שטארק פאר געזונטהייט און פאר זיכערהייט און נעמט שטענדיג אמצעים מער פון וואס אנדערע מענטשן וואלטן גענומען, און דאס איז געווען פון די אמצעים, גיין מיט א גבאי צוגעבינדן אויף אן אויפן אז עס זאל זיין זיכער.


די דאזיגע ווערטער זענען עפעס א סתירה ביי מיר.
רוב נארמאלע מענטשען, ווען זיי גייען אין וואסער, גייען נישט אין שטראמעדיגע וואסער. מ׳איז מוותר אויף א טבילה דערפאר. ווידער, אז מ׳גייט יא אין אפענע וואסער און מ׳האט דער קלענסטע חשש סכנה, איז מען שטארק מקפיד צו גייען מיט אנדערע, נישט אליינס.
א לויז געבינדענע גארטעל איז א נאכלעסיגקייט, נישט קיין שמירה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מפוזרי » מאנטאג יולי 10, 2017 8:17 am

· #378493
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
מר. פרימו, נאט נייס אויף יו.
מילא ווי לאנג ער האט געלעבט איז ער געווען גאנץ א גוטע מיטל צו טרייבן דא קאטאוועס, רעספעקט האט ער מילא נישט פארדינט.
אבער יעצט איז ער א בר מינן, גאט וועט אים שוין אליין געבן וואס ס'קומט אים, ס'נישט דער צייט אים צו נוצן אלס שטאף פאר דיין ספארט.

כ'פארשטיי, ס'איז א שווערער נסיון​, ווילסט נאך איינמאל אריינכאפן בעפאר דו וועסט דארפן נעמען א נייע ניק/כאראקטער מיט וועם משוגע צו מאכן. און פונדעסטוועגן..

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 10, 2017 8:38 am

· #378495
וויאזוי נעמט זיך א חסיד צוזאמען די כוחות, נאך אין די דריי טעג פון די פטירה, און שרייבט אויף קאווע שטיבל דברים כהוויתם? ל"ע אויב חלילה וחס איך המבטא רבי וואס איך בין דבוק מיט, און ער שטארבט (אזויווי יעדע בשר ודם מימות עולם, ובתוכם די רבי זכותויגענלינו אשר אמרנו בצלו נחיה בציונים) וואלט איך געווען אזוי פארלוירן און צושאסען אז ס'וואלט ניטאמאל געווען א הוה אמינא צו גיין זוכען א קאנעקשען און שרייבן פאר קאווע שטיבל.
על כרחך אז שלמה בן פנחס לעבט און לאכט!

אישתישבי » מאנטאג יולי 10, 2017 8:55 am

· #378497
לאמיר זעהן בילדער פין די עולם דארט.

ביסט אין גוטאמאלע זאגסטו, כ'וויל זעהן ווי די רעביס קינדער זיצען שבעה.

זיבען טעג גייט נעמען קובר זיין, און נאכדעם וועט מען זאגען אז זיי זענען שוין געזעצען שבעה פריער.

בן אדם » מאנטאג יולי 10, 2017 8:56 am

· #378498
דער הספד קוקט עפעס אויס צו טריקן פאר איינער וואס געפינט זיך יעצט אין גוטאמאלא. אפי' תמ"ל האט ער שוין נישט געשריבן...
זעט אויס אז זיי האקען זיך טאקע קאפ אין וואנט...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 10, 2017 9:21 am

· #378502
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
יעדעס מאל ביים שרייבען תמ"ל, האט זיך דער קאנעקטשען אפגעהאקט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 10, 2017 10:16 am

· #378505
דאס איז א בילד פונ'ם רבי'ן יונגעהייט. זיין מאמע איז נישט געגאנגען אפען ביז דא........
📎 הלברנץ ואמו תבלחט''א.jpg

איש את רעהו » מאנטאג יולי 10, 2017 2:23 pm

· #378534
אין אישי האט חכמת שלמה גענטפערט אויף מיין בקשה צו אפדעיטן וועגן לוי' ממשיך וכו'

איך וועל איבערגעבן פרטים איבער די פלענער אויף שפעטער, על תנאי אז מען שרייבן איינגעהאלטן. אויב מען וועט שרייבן מיט כבוד, וועל איך נישט צוריקהאלטן אינפארמאציע פארן עולם, פרטים איבער די לויה, פלענער פאר א ממשיך וכו', און וואס עס טוט זיך דא.

סדרן » מאנטאג יולי 10, 2017 2:32 pm

· #378536
איך האב אפגעשמועסט מיט חכמת שלמה אז ער קען ווידמען א ווינקל אפצושרייבן דברי הערכה נאך זיין רבין, ביטע רעספעקטירן, אלע קריטיק און פיילן זאל מען שרייבן אין שכינותדיגן אשכול.

diff » מאנטאג יולי 10, 2017 2:46 pm

· #378538
דרכו האחרונה של ראש הכת: הלברנץ ז"ל נטמן
שלמה ארז הלברנץ ז"ל בן ה-54, ראש כת 'לב טהור' שטבע בערב שבת בנהר במקסיקו, הובא למנוחות בשטח שרכשה הקהילה בגואטמלה והוקדש לבית קברות. מי שיחליף אותו בהנהגת הכת, יהיה כנראה ראש הישיבה הרב מאיר רוזנר
הרב שלמה ארז הלברנץ זצ"ל בן ה-54, ראש כת 'לב טהור' שטבע בערב שבת בנהר במקסיקו בעת שטבל לכבוד שבת, הובא למנוחות בגואטמלה. מי שיחליפו יהיה כנראה ראש הישיבה שלו, הרב מאיר רוזנר.

כפי שדווח ב'בחדרי חרדים', מנהיג קהילת 'לב טהור' הרב הלברנץ נסחף וטבע בנהר בגבול מקסיקו ביום שישי האחרון, בעת שטבל לכבוד שבת.

אחרי שגופתו שוחררה במקסיקו, היא הושבה לגואטמלה, שם הובאה לעיירה בה שהתה הקהילה בשנים האחרונות עד לפני 10 חודשים - אורטורוי סנט רוזה. במקום קנתה הקהילה לפני כשנה וחצי שטח גדול שבו תכננה לגור, וחלק ממנו הוקצה לבית קברות. ההלוויה נערכה תחת מעטה חשאיות.

בשיחה מיוחדת ל'בחדרי חרדים', מספר הרב גולדשטיין מפנסילבניה שמעורה בקהילת לב טהור, "הם כרגע בהלוויה, עדיין לא יודעים בדיוק היכן ישבו שבעה, אנשי הקהילה ממעטים לתת פרטים לתקשורת, מאחר והתקשורת לטענתם מתנכלת אליהם ומסלפת את דבריהם".

"בינתים לא יודעים מי יחליף את הרב שלמה שנפטר, אך כרגע זה נראה שיחליף אותו אחד מאנשים שם, שמוגדר "ראש ישיבה". שני המובילים הם הרב משה גולדמן והרב מאיר רוזנר, נראה שהרב רוזנר הוא זה שימונה".

חכמת שלמה » מאנטאג יולי 10, 2017 5:46 pm

· #378554
איך האב נישט די הארץ, כח און געפיל דא אריינצוקומען יעצט. איך האלט אבער אינמיטן, בין גברא לגברא, בשעה שגופו של הצדיק עדיין נמצא ביננו און נאך א צוזאג פאר די הנהלה אריינצוקומען באריכטן אויב עס וועט זיין מעגליך. איך וואלט באמת נישט געוואלט זיין אין דער יעצטיגער מצב, איך שפיר ווי איך וויל זיך אריינלייגן אין גרוב צוזאמען מיטן רבי'ן, און זיך געפינען דארט מיט אים. וואס גייט דא זיין? - וואס וועט דא פאסירן.

עס איז מיר באמת נישט איינגענעם צו רעדן דערוועגן, אבער איך וועל יא איבערגעבן. נעכטן ביינאכט איז געווען ביי אונז אן אסיפה, אנגעהויבן פון איינס אזייגער ביז זעקס דרייסיג פארטאגס. די רעדע איז געווען איבער א ממשיך, אשר יצא לפני העם ואשר יבוא... שרייבנדיג די שורות, ווערט מיר די האנט פאלאזירט, איך שרייב און איך מעק... גלויבט מיר, עס ציעט מיר באמת נישט צו שרייבן דערוועגן.

דער עולם איז געווען אזוי צושאסן און פארלוירן, אז מען האט נישט געוויסט וואס צו קלערן. מאנכע האבן געזאגט אז נאכן רבי'ן קען קיינער נישט איבערנעמען, מען מוז עס פירן אן א מנהיג. אנדערע האבן געזאגט אז מען זאל שטעלן א מנהיג, אבער נישט קיין רבי. ווידער זענען געווען אזעלכע וואס האבן געקלאפט אין טיש, אז אויב עס וועט נישט זיין קיין רבי, וועט דער שטן ווערן רבי, מען מוז קרוינען א רבי. עס זענען געווען אזויפיל דעות און אזויפיל הצעות, זה בכה וזה בכה. הצד השוה שבהם, איך וועל נישט סופרייזט ווערן פון יעדע סארט אויסגאנג וואס קען נאר ווערן.

די אסיפה האט זיך געשלאסן פארטאגס, אז וויבאלד דער עולם איז שיכור פון דער מצב, מען איז נישט יעצט ביים געהעריגן דעת מחליט צו זיין איבער אן עתיד, דער זאך איז נאך פריש און געשען מיט א סופרייז, און אזא האקעלע החלטה מאכט מען נישט אפ אזוי שנעל, דעריבער וועט מען אויסווארטן ביז נאך די שבעה, אבער מיט אן אפציע, אז אפשר וועט אויספעלן נאך אין די שבעה צו טון עפעס דערוועגן. גארנישט איז אויסגעשלאסן.

אצינד פאר די לווייה איז געווען א רעדע אז מען גייט עפעס רעדן אדער קרוינען א מנהיג, דערווייל איז גארנישט געשען.

פריער האט גערעדט הרב וואזנער פון מאנטרעאל, א טומעל האט אויסגעבראכן ווען מאנכע האבן געשריגן אז עס טאר נישט זיין קיין הספדים, ווייל קיינער קען נישט מספיד זיין דעם רבי'ן, און ווער איז דער וואס וואגט זיך צו זאגן אז ער פארשטייט וואס דער רבי איז געווען און וואס דער פארלוסט איז... עס איז געווען א שטיקל מהומה, אבער עס איז שטיל געווארן.

איך לויף יעצט צוריק, אויב עס וועט זיין א געלעגנהייט, און איך וועל זיין דערביי, וועל איך מעלדן ווייטער.

ויבלע המוות לנצח.

אישתישבי » מאנטאג יולי 10, 2017 5:53 pm

· #378556
רב וואזנער פין מאנטרעאל איז דער בעלזער דיין דארט
חכמת, רב וואזנער איז געקומען צופארן אדער גערעדט פין דערווייטענס?

מען האט שוין באערדיגט דער רבי?

איז זיין ווייב דארט צו זיצען שבעה?

חכמת שלמה » מאנטאג יולי 10, 2017 5:57 pm

· #378557
הרב וואזנער האט גערעדט דורכ'ן טעלפאן. עס איז געווען שמועות אז ער קומט, אבער גערעדט למעשה האט ער דורכ'ן טעלפאן. ארויסגעברענגט דעם ווייטאג פון די גאנצע קהילה, דער והלכת בדרכיו אז מען זאל זיך ווייטער האלטן צוזאמען, אין די וועגן וואס מען האט אונז אויסגעלערנט, און בכלל עניני חיזוק ומיתת צדיקים.

diff » מאנטאג יולי 10, 2017 6:11 pm

· #378560
אויב סדא א צוואה פאר ר ראזנר פ"ו איז מען דן

אברעימל » מאנטאג יולי 10, 2017 6:48 pm

· #378564
אישתישבי
רב וואזנער פין מאנטרעאל איז דער בעלזער דיין דארט
חכמת, רב וואזנער איז געקומען צופארן אדער גערעדט פין דערווייטענס?

ער איז סקווירא דיין.

מפוזרי » מאנטאג יולי 10, 2017 6:55 pm

· #378565
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
סדרן
איך האב אפגעשמועסט מיט חכמת שלמה אז ער קען ווידמען א ווינקל אפצושרייבן דברי הערכה נאך זיין רבין, ביטע רעספעקטירן, אלע קריטיק און פיילן זאל מען שרייבן אין שכינותדיגן אשכול.

מר. פרימו, ס'גייט דיר גוט. דער מנהל דא האסטו אריינגעכאפט, חכמי אייוועלט אויך, ענדזשוי יורסעלף, נוץ אויס דיין גרויסן טאג.

נ"ב, ביסט גערעכט, כ'האב אליינס נישט געגלייבט עד היכן. יא, דער עולם לאזט זיך.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 10, 2017 7:45 pm

· #378567
דער עולם איז שיכור... און דו זיצט אויף קאווע שטיבל?!

שמעון וואלף » מאנטאג יולי 10, 2017 7:48 pm

· #378568
איז דער גאנצער עולם פון מעקסיקא געגאנגען קיין גוואטאמאלא פאר די לוי' און קבורה?
און וואס איז די פלאן אויף ווייטער, וועט נישט יעדער וועלן וואינען אין גוואטאמאלא נעבן ציון פון רבי'ן?

יין שרף » מאנטאג יולי 10, 2017 7:55 pm

· #378570
קאווע טרינקער
דער עולם איז שיכור... און דו זיצט אויף קאווע שטיבל?!

ןוען די עולם איז ווען נישט שיכור, און מ'זעהט אים אויפן נעט..

diff » מאנטאג יולי 10, 2017 8:05 pm

· #378572
איש את רעהו
אין אישי האט חכמת שלמה גענטפערט אויף מיין בקשה צו אפדעיטן וועגן לוי' ממשיך וכו'

איך וועל איבערגעבן פרטים איבער די פלענער אויף שפעטער, על תנאי אז מען שרייבן איינגעהאלטן. אויב מען וועט שרייבן מיט כבוד, וועל איך נישט צוריקהאלטן אינפארמאציע פארן עולם, פרטים איבער די לויה, פלענער פאר א ממשיך וכו', און וואס עס טוט זיך דא.


דו בלייבסט אין גואטאמאלא אדער פלאנסט צוריקקומען

סמבטיון » מאנטאג יולי 10, 2017 8:56 pm

· #378579
אז דער עולם וועט אים נישט אטאקירן וועט ער ווייטער אפדעיטן דער עולם

חכמת שלמה » מאנטאג יולי 10, 2017 9:58 pm

· #378584
שמעון וואלף
איז דער גאנצער עולם פון מעקסיקא געגאנגען קיין גוואטאמאלא פאר די לוי' און קבורה?
און וואס איז די פלאן אויף ווייטער, וועט נישט יעדער וועלן וואינען אין גוואטאמאלא נעבן ציון פון רבי'ן?


דער עולם איז געקומען מיט באסעס. מען פארט צוריק מארגן אי"ה.

קורקלענד » מאנטאג יולי 10, 2017 10:29 pm

· #378586
איך האב פארשטאנען אז קיינער נישט געווען דערנעבן און קלאר צוגעזען וויאזוי ער איז פארשוועמט געווארן דורך די וואסער. אפשר איז מעגלעך אז איינער זאל איהם האבן ערמארדעט?

diff » דינסטאג יולי 11, 2017 2:54 am

· #378616
מטוט מוטיגען מערדער. מיטן ניש לאזן שניידן

אישתישבי » דינסטאג יולי 11, 2017 6:53 am

· #378619
דער עיקר שאלה איז וואס איז געשעהן מיטן שטריק, ווייל לויט ווי חכמת זאגט איז נישט מסתבר אז עס האט זיך אפגעריסן, ווייל דער גבאי האט נישט געפילט ווי איינער שלעפט בכלל, עס איז געוועהן לויז די גאנצע צייט. און צום סוף איז ער געווארען פארדעכטיגט אז עס נעמט אזוי לאנג, איז ער געגאנגען בודק זיין, האט ער געזעהן ווי דער רבי איז נישטא, איז דאך משמע אז דער רבי האט אוען אראפגענומען די שטריק, און דאס איז די שאלה פארוואס האט ער געטוהן דאס?

אישתישבי » דינסטאג יולי 11, 2017 6:54 am

· #378620
און זיין מאמע האט געזאגט פאר די נייעס אז די שטריק איז געוועהן צוגעבינדן צו א בוים, און האט זיך אנגעריסען.

מאטל שניידער » דינסטאג יולי 11, 2017 11:27 am

· #378642
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
איין שווערע קשיא האב איך, איך האב אלס געטראכט אז אפגערעדט צו די רבי איז יא א צדיק אדער סתם א שפילער האט זיך אבער די עולם דארט געפירט עקסטרעם פרום אין ערליך אזש זיי האבן געהאלטן אז ביי זיי איז די איינציגסטע אמת'ע אידישקייט וואס איז נישט דא כמוהו אין די גאנצע כדור העולם!
שטעלט זיך א פראגע, אויב איז דער @חכמת שלמה טאקע מבני הקהילה דארט אין ער פארמאגט צוטריט צום אינטערנעט מה הועילו חכמים בתקנתם???

חכמת שלמה » דינסטאג יולי 11, 2017 1:53 pm

· #378653
אויף די לעצטיגע שאלות פון דעם ציבור.

דער רבי איז געווען צוגעבינדן צו א גבאי - דאס וואס מען זאגט פאר די פרייע מידיע א בוים, איז כדאי עס זאל נישט אויסקוקן קאמיש און מאדנע אדער פארדעכטיגט. פאר אונז חסידי'שע אידן קען מען זאגן די ווארהייט. מטעמי חציצה, איז די גארטל שטענדיג געווען לויז צוגעבינדן, כנראה האט זיך עס געעפנט אין די וואסער און דער רבי איז ליידער פארשוועמט געווארן.

און יא, עס איז פאראן א שטארקער חשד אז די לאנגע האנט פון דער מוסד ליגט דא פארשטעקט. דער טייך קען טאקע שטורמען, אבער עס איז נישט אזא טיפער טייך. נאר וואס דען? - מיר האבן ליידער נישט די כלים ווי אזוי דאס נאכצוגיין, בלייבט עס אזוי... אפשר מיט די יארן וועט מען געפינען א באהאלטענער דאקיומענט דערוועגן און דעמאלס וועט מען שוין גארנישט קענען טון - עיי' ערך תימן, טהעראן וכו'.

חכמת שלמה » דינסטאג יולי 11, 2017 2:05 pm

· #378662
זיי האבן נישט געוואלט לאזן סימנים, עס זאל נישט ווערן קיין רעש איבעראל.

אגב פאר די נייעס: עס איז פאראן א רעדע אז עס וועלן זיין צוויי רבי'ס. הרב נחמן שליט"א וועט איבערנעמען אין גוטאמאלא און הרב מאיר יששכר ראזנער וועט פירן אין מעקסיקא. גאנץ ערנסטע פלענער וועבן זיך אין דעם ריכטונג.

חכמת שלמה » דינסטאג יולי 11, 2017 2:14 pm

· #378664
מיר זענען שטארק קעגן בילדער. דאס איז אייגנטליך אונזער שיינקייט, אז עס איז נישט פאראן קיין איין בילד (אויסער אויב איז אפשר געכאפט געווארן בשתיקה און מארגן וועט עס ארויסקומען) פון די גאנצע מאורע. בכלל, דוכט זיך אז איך בין די איינציגסטער וואס גיבט ארויס באריכטן פאר די גאס, אויסער א שמעק דא און א שמעק דארט פון אנדערע וואס האבן קרובים און רעדן טעלעפאניש. איך האלט אז דאס איז אונזער שיינקייט. מיר וואוינען ווייט.

פארט, פון ר' מאיר יששכר זז"ג איז פאראן עטליכע בילדער וואס איר קענט זיי געפינען. ווער עס האט א בילד קען עס ארויפשטעלן דא - איך האב נישט. און מסתמא איז פאראן אויך פון רש"ש טעלער.

סקרן » דינסטאג יולי 11, 2017 2:21 pm

· #378669
איך ווייס נישט מיר שמעקט נישט די גאנצע מעשה קיינער האט נישט באשטעטיגט אז ער איז טויט קיין בילדער אדער דרשות פון קיין לויה איז אויך נישטא סאמטינג איז פישי היר

חכמת שלמה » דינסטאג יולי 11, 2017 2:24 pm

· #378670
ברענג מיר איין מעמד פון אנשי קהילת לב טהור, וואו עס איז דא בילדער אדער דרשות...

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יולי 11, 2017 2:47 pm

· #378682
חכמת שלמה

און יא, עס איז פאראן א שטארקער חשד אז די לאנגע האנט פון דער מוסד ליגט דא פארשטעקט. דער טייך קען טאקע שטורמען, אבער עס איז נישט אזא טיפער טייך\


איך גלייב נישט אין דעם אז מוסד האט איהם אפגעווישט

diff » דינסטאג יולי 11, 2017 3:01 pm

· #378688
חכמת שלמה
זיי האבן נישט געוואלט לאזן סימנים, עס זאל נישט ווערן קיין רעש איבעראל.

אגב פאר די נייעס: עס איז פאראן א רעדע אז עס וועלן זיין צוויי רבי'ס. הרב נחמן שליט"א וועט איבערנעמען אין גוטאמאלא און הרב מאיר יששכר ראזנער וועט פירן אין מעקסיקא. גאנץ ערנסטע פלענער וועבן זיך אין דעם ריכטונג.

אזלא גרש, גרשיים

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 11, 2017 3:52 pm

· #378696
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דער מוסד איז נישט געווען אינטרעסירט עפעס צו טון פאר ר' שלמה הלבראנס. ער האט זיי נישט געשטערט. והא ראיה אז די פאררוקטע נטורי קרתא וועלכע וואלטן עפ"י סברא יא געדארפט געטשעפעט צו ווערן דורך די מוסד פאר'ן גיין קיין איראן צו אכמעדינידזשאד. און פאר פארן צום אויסערן מיניסטער פון דייטשלאנד. אבער דער מוסד האט זיי נישט געטשעפעט. זענען זיי דאמאלס נישט אזוי שלעכט ווי מ'וויל זיי באשרייבן. איי. וועללן א סאך גרויסע טאטעס דרייען מיט'ן גראבן פינגער און פרעגן..."הקדוש" ר' יעקב ישראל דע-האן יוכיח...וועט מען ענטפערן אז אין דעם אשכול קענמען נישט רעדן פון דעם. און אויב מ'וועט אויפמאכן א באזונדער'ן אשכול איבער די ..."קדושה" פון ..."הקדוש" ר' יעקב ישראל דע-האן און די אומשטענדן פון זיין געשאסן ווערן. וכל המסתעף. וועט עס נישט שמעקן פאר א פאר גרויסע טאטעס, וואס די יודעי דבר גייען דארט זאגן...!

פריש וואסער » דינסטאג יולי 11, 2017 4:35 pm

· #378703
חכמת שלמה
ברענג מיר איין מעמד פון אנשי קהילת לב טהור, וואו עס איז דא בילדער אדער דרשות...

מעמד גירות פון צוויי גיורות
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=8o3VAHF-ALA">www.youtube.com/watch?v=8o3VAHF-ALA</a><!-- w -->

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 11, 2017 4:47 pm

· #378704
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
לויט אלע באווייזונגען, האבען זיי יא געוואלט לייגען א האנט אויף ד"ר דעהאן, און זיין פערזענליכע קדושה האט זיי גאר ווייניג געשטערט. ווייל דעמאלס איז נישט געווען ווי היינט, און דעהאן האט געהאט גרויסע פלענער. די פלענער פון נטו"ק זענען נישט מער ווי דרוקען זייער בילד אין א צייטונג.

לגבי דער נפטר דנן, וואלט איך געזאגט אז ס׳איז משפחה מיטגעלידער פון זיין חסידים וואס האבען זיך פארזאמעלט עפעס מאכט, און זיי וואלטען עפעס געוואלט טוהן. דער מוסד און איהר עניינים דערגרייכען נישט דער מינדערוויכטיגע גרופע אין דער ווייטער גואטאמעלא, אבער פונקט ווי אין אמעריקא, דער רעגירונג לאזט זיך צומאל דינגען פון פריוואטע מענטשען פאר זייערע צוועקען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 11, 2017 5:06 pm

· #378707
ליטוואק: דו האסט זיכער באמערקט אז איך האב מדגיש געווען .."קדושה"...נישט פאר'ן מוסד. נאר דער חידוש איז אז די סאטמאר'ע טייפ אידן. (אייגנטליך האטציך זיין געשיכטע אפגעשפיעלט נאך פאר סאטמאר האט געשפיעלט א ראלע אין אנטי-ציוניזם) האבן געשריבן אויף איהם ..."הקדוש". און ס'איז דאך א דבר ידוע וואספארא קדוש ער איז געווען...! נאר ער האט זייער עפעקטיוו געדינט די אינטרעסן פון די עדה החרדית אונטער ר' יוסף חיים זאנענעפעלד. איבער זיינע דיפלאמאטישע קאנעקשנס...!

אישתישבי » דינסטאג יולי 11, 2017 5:33 pm

· #378710
ר' מאיר יששכר ראזען דאס איז שארמאשער רב'ס זוהן?

ער איז דער וואס כלומרשט פארשטייט צו טיילען מכות פאר די קינדער, גייט ער טאקע צו די קינדער אין מעקסיקא.

.
"הדם שלי שותת", כתב ר. "אני מכיר הכל מבפנים ומי ששלט בקהילה ב-20 שנה האחרונות זה לא היה הרב הלברנץ אלא מאיר רוזנר שהשתלט על כל הקהילה והוא מספר אחד שם. 80 אחוז מכל הבלאגן שמתרחש שם בכת במשך ה-18 שנים האחרונות זה הוא. נכון שגם לרב הלברנץ היה קיצוניות ובדלנות והמדיניות היתה להיות קשור ודבוק לאדמו"ר אולם רוזנר לקח את זה למקום לא טוב. מקום לא בריא בכלל. כל ההתעללויות וכל התנכלויות זה רוזנר ולכן הכת הזאת לא תשתנה".

מפוזרי » דינסטאג יולי 11, 2017 6:13 pm

· #378719
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
אנריעל. נאכן משוגע מאכן קאווע שטיבל און אייוועלט, נעמט ער זיך צו אוצר החכמה.
שמואל זעליג, האסט טאקע נישט וואס צו טון מיטן טאג? אוצר החכמה איז אן ערנסטע פלאץ, לאז געמאכט.

מאטל שניידער » דינסטאג יולי 11, 2017 7:11 pm

· #378723
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
דער ר' רפאל מ. אן x לב טהור קאדעט שרייט שוין אזוי זינט ער האט פארלאזט די כת אז ר' שלמה איז (געווען) א צדיק יסוד עולם נאר דער מי"ר איז די אינדשעניר פון די גאנצע סיסטעם,
אפילו עס זאל נישט זיין אינגאנצן אמת נאר א כיטרישקייט איז אבער נאך אלס דער ראזנער א דענדשרעס אינג איז דא דאס פאר ער זאגט "הכת הזאת לא ישתנה" יתכן

מאטל שניידער » דינסטאג יולי 11, 2017 7:25 pm

· #378726
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
חכמת שלמה
זיי האבן נישט געוואלט לאזן סימנים, עס זאל נישט ווערן קיין רעש איבעראל.

אגב פאר די נייעס: עס איז פאראן א רעדע אז עס וועלן זיין צוויי רבי'ס. הרב נחמן שליט"א וועט איבערנעמען אין גוטאמאלא און הרב מאיר יששכר ראזנער וועט פירן אין מעקסיקא. גאנץ ערנסטע פלענער וועבן זיך אין דעם ריכטונג.

אין די צייט וואס די טובי הקהל וועבן פלענער פאר די עתיד בין איך נייגעריג וואס די חברי השטיבל האלטן גייט פאסירן איך רעכן אויס דא אפאר אפציעס לייגט צו אויב איר האט:

1) די קהילה וועט זיך ווייטער פירן ווי ביז יעצט, די ממלא מקום וועט אנהאלטן די מצב גענוי ווי פארדעם

2) אן די הדרכה פון רבי'ן וועט די ממלא מקום מאכן מאסיווע טוישונגען אויף ארגער, מער קאנטראל מער פרו"ם מער אגרעסיוו

3) אן די הדרכה פון רבי'ן וועט די ממלא מקום מאכן מאסיווע טוישונגען צו מער נארמאלאזירן די פלאץ, א שטייגער ווי א געווענטליכע גאר פרומע קהילה

4) די עולם וועט נישט אננעמען א ממלא מקום צובוסליך וועלן זיי איינציגווייז דעפעקטירן אין די רעסט איז היסטאריע

אגב @חכמת שלמה פארוואס דארף מען זיין צוטיילט אין צוויי קהילות?
בלאט: 1 2