הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
337 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #708
לעולם האב איך נישט די צייט צו ענטפערן. דער סדר היום ביי אונז איז זייער אנגעשטרענגט און קאמפלעצירט. ביי אונז קען יעדע יונגל פון צוועלעף יאר גאנץ נ"ך, דער רבי תמ"ל לייגט א גרויסן דגוש אויף די קינדער, אז זיי זאלן זיך אנפילן אין די יונגע יארן מיט תורה און חכמה. די קינדער ביי אונז שטייען אויף פארטאגס, זיי זענען אין חדר א גאנצן טאג, ביז זיי דארפן גיין שלאפן - גלויב מיר, מען לערנט פיל מער בכמות און באיכות ווי אין די איבעריגע וועלט.
די ערשטע פאר טעג ווען איך בין אהינגעקומען, בין איך איינגעשטאנען ביי הרה"ג ר' מאיר יששכר ראזנער הי"ו - א מוח עצום פאר זיך. זיין קליינער ד' על ד' צימער, ס'איז נישט משיג צו זיין ווי אזוי א מענטש לעבט. ס'איז אפילו נישטא קיין פלאץ וואו צו שלאפן געהעריג, עטליכע קינדער אין איין בעט (אויך מיר א בעט, צושטיפט ביז גאר), אנדערע קינדער שלאפן אויפן קאלטן פלאר, ס'איז נישט משיג צו זיין... עכ"פ איך האב זוכה געווען צו זען, ווי אזוי זיין זוהן, א יונגל פון צען יאר בערך, ביים זיך אנטאן טשעפשעט ער פסוקי תנ"ך - ס'קומט אינסטינקטיוו, מען לייגט אריין אין די קינדער א מורא'דיגע מאס תורה, דורכגעפלאכטן מיט אהבת התורה ויראת שמים, לאנגע דאווענענ'ס מיט תהילים. איך קען אייך אויף אזויפיל זאגן, אז אן ערוורידזש יונגל פון דארט, שטייגט איבער רוב 'חכמי' הקאווע שטיבל, הפארגרעפטע, און קען זיך גראד פארהערן מיט אים.
דער רבי שליט"א אליין שטייט איבער די קינדער און די ישיבה. יעדע וואך באזונדער, גייט יעדע יונגל און בחור אריבער א פריוואטער פארהער ביים רבי'ן שליט"א, דער רבי צייכנט אן דער מצב פונעם קינד און איז מדריך די מחנכים ווי אזוי אנצוגיין מיט די קינדער. וואו נאך האט איר אזא דורכגרינטליכער חינוך? - אין סאטמאר? - אין פאפא?
עכ"פ בין איך שוין דא פארפארן. צייט איז דא ווייניג, היינט איז דא א חתונה ביי אונז. דער פראגראם האט זיך שוין אנגעהויבן צוועלעף מיטאג, מיט אויסזאגן גאנץ תהילים באיטיות, מיט כוונה. דאן קומט א שטיקל הפסקה פון א האלבע שעה און דערנאך הויבט זיך אן דער קבלת-פנים. די גאנצע חתונה נעמט אן ערך פון פופצן שעה, וואו די גאנצע חברייא האלט מיט. די שמחה בשעת א חתונה איז למעלה מן המשוער, די גאנצער עולם פריידט זיך מיט אויף אן אמת... נישט פאר די מוזיק, נישט פאר סתם, נאר די שמחה דא איז פורץ גדר... דער רבי אליין שטייט און איז מעודד די שמחה בכל הכוח, אשרי עין ראתה זאת. בדחן איז געווענליך הרב פנחס פעדער, אויך דער רבי'נס זוהן - א יונגער יונגערמאן - קוים עטליכע יאר נאך די חתונה, אבער א כישרון האט ער כאחד הגדולים, ער איז משמיע דיבורי קודש מיט א געוואלדיגע טיפקייט. נעמט למשל אזא מענטש ווי אים... ווען ער וואלט געווען אין די ברייטע וועלט, וואלט ער געהאלטן דרשות פאר הונדערטע מענטשן און וואלט געווען א מחבר ספרים... ביי אונז וואלגערן זיך די מענטשן ווי גארנישט.
בקיצור הדברים: טראצדעם וואס איך האב נישט צופיל צייט, און איך ווייס נישט וויפיל איך וועל קענען ממשיך זיין מיט שרייבן דא מיט ענק, אבער כדאי מען זאל נישט זאגן אז מדשתקי ניחא ליה, שפיר איך פאר וויכטיג צו ענטפערן בקצירת האומר, אבער איך ווייס נישט וויפיל איך וועל קענען ענטפערן... אין די טעג איז מען עוסק איבער אפקויפן א שטח מיט הייזער פאר די חבריא קדישא און איך בין שטארק פארנומען דערמיט (אגב, ווער עס קען ארויסהעלפן אינעם פראיעקט - ס'איז פיקוח נפש ממש... אויב איינער וואלט געזען ווי אזוי מען לעבט דא... מיר זענען דאך נישט ערגער פון גוים, איך גלויב נישט אז איינער דא האלט אז מיר זענען מחיוב צו וואוינען אזוי ווי אין געטא און אין לאגער - ס'איז אפשר נישט קיין גוזמא צו זאגן אז אזוי לעבט מען דא... ס'איז נישטא קיין פלאץ זיך צו רירן... עס איז נישטא קיין עסן... ס'איז דא תקופות וואו עס איז נישט פאראן פלייש אויף שבת אדער יום-טוב, ס'איז נישטא דארט גענוג בה"כ, איר באגרייפט נישט וואס עס מיינט... מען לעבט צושטיפט, מען האלט חפצים אינדרויסן פון די דירות און אינדרויסן פון דעם בנין... ס'איז נישט פאראן קיין שום פריוואטקייט און דער מצב "מוז" זיך טוישן ויפה שעה אחת קודם - מיר זענען פארט אידישע ברידער, מיר מוזן זיך העלפן).
צו ליטוואק: ס'וועט דיר גארנישט העלפן... א. סתם טשעפענען קען איך אויך. איך האב דערווייל געענטפערט אויף יעדע טענה און שאלה וואס מען האט מיר געפרעגט. עס איז נישט געבליבן קיין איין אומפארענטפערטע תשובה, בנוגע קהילת לב טהור, וואס איך האב נישט פארענטפערט. וואס איז יא געבליבן? - שטעכערייען און סתם שטותים וואס מענטשן דא שיסן אין די לופט אריין. אצינד, איך וואלט זיך ווען געקענט פארמעסטן און זיך צוריקטענ'ען און זיך משוגע מאכן מיט יעדן, איך האב אבער נישט די צייט דערצו. זינט דער רבי תמ"ל, דער מלאך המושיע, האט מיר געעפנט די אויגן און מיר געוויזן דעם אורו של עולם, האב איך נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע בהמיות'דיגע ענינים ווי זיך אראפצולאזן אויף דעם לעוול. אבער מאידך גיסא, געשעט דא א 'רצח אופי', בשעת יעדער שרייבט נארישע דזשאוקס און טשעפערייען, אויב זאל איך נישט ענטפערן דערויף, וועט עס אפגעלערנט ווערן כאילו איך בין א 'פאאל' און איך קען זיך נישט פארמעסטן... נו, זאל איך זיך דעריבער אראפלאזן און זיך פארמעסטן מיט אייך? - ס'ציעט מיר עפעס נישט צו ווערן אזוי אראפגעשלעפט.
ליטוואק: יא, עס איז מעגליך אויפצווייזן זאכן מיט א וודאות. דאס אז דו ביסט נאכנישט צוגעקומען צום אמת, איז דיין פראבלעם, נישט מיינער!
אהרן: קודם כל, די זינלאזע אטאקעס מיט 'חכמת הווייטעמינען', איז א שאד צו ענטפערן און איז שלא מן הענין. איך האב שוין קלארגעשטעלט איבער וואס עס רעדט זיך, און די וואס ווילן מציע זיין אז דער רבי זאל געבן ווייטעמינען פאר די רביצין און נאך אנדערע שטותים, איז ממש א שאד די צייט. אויך די אלע וואס זענען ביזי מיט די מלקות - האב איך שוין קלארגעשטעלט דעם ענין, און אויב ווילט איר זיין א כלב השב על קיאו, איז דאס אייער פראבלעם. הרג'עט אייך נישט אייער נאמען, מיטן זיך ווייזן אז איר ליינט נישט גרינטליך אפ זאכן.
בכלל, די אלע שטותים זענען גארנישט ווערד. נעמט אייך דינען דעם אויבערשטן, לאזט אייך אפ פון דעם טמא'נעם אינטערנעט, המלא בכפירה ובציונות, און ווערט ערנסטע מענטשן און ערליכע אידן.
בת-קול און איך אויך: קענט איר זאגן וואס איר ווילט פונקטליך פון מיר? - ס'איז יא דער רבי, נישט דער רבי, וואס א חילוק? - איר ווילט רעדן צום נושא, אדער פון ארומיגע שטותים.
איך אויך: דיינע שמוציגע רייד קעגן ספרדים איז ווערד צו פארדאמען... וואספארא חילוק פון וועלכע שטערמונג פון כלל-ישראל ער קומט? - ביי אונז אין לב טהור איז דער איינציגסטע פלאץ אויף די וועלט, וואו עס איז נישט פאראן קיין שום דיסקרימינעישן, ביי אונז קענען זיך משדך זיין ספרדי'שע משפחות מיט אשכנזי'שע, ביי דעם רבי'נס טיש קען מען זינגען ספרדי'שע זמירות אינאיינעם מיט אשכנזי'שע... ס'איז איין פאלק, איין כלל-ישראל - וואסאפרא ווערטער איז דאס 'פרענק פארעך'? - דיין זיידע איז עפעס חשוב'ער ווי זייער זיידע? - שעים אן יא... נישט אומזינסט האט דער עולם אין קאווע שטיבל דיר אזוי פיינט.
אגב, 'גראבער' און 'מנובל' זאלסטו רופן דיין רבי'ן (<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10046">viewtopic.php?f=42&t=10046&start=50</a><!-- l --> - ליין דארט מיין תגובה און אויב דיין פריעדיגע תגובה בלייבט אין פלאץ, בלייבט דאס אויך אין פלאץ)- נישט דעם אש קודש ההולך לפני העם, דעם רבי'ן תמ"ל. דער רבי שליט"א שטייט העכער פון דיין רבי, מיט תורה, מיט עבודה, מיט גמילות-חסדים, מיט מענטשליכקייט, מיט חכמת האלקי, הן קבלה והן בחכמת העולם, בקי בשבע חכמות וכו'... סא, פארמאך דיין מויל און שפיל נישט מיט פייער.
און מיינט נישט אז איך וועל אייך אזוי שטענדיג ענטפערן... ס'איז נישט פאר מיין כבוד.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
ליגענט איז דער האלמאר"ק פון א קולט!
קיין איין שאלה מיינער האסטו נישט ענטפערט! קוק צוריק. האסט זיך אריינגעלאזט אין פערזענליכע מוסר/אטאקעס אויף די פרעגער'ס.
בכל אופן, טיף אין הארץ ווייסטו אז ס'איז אן אחיזת עינים,נישט עפעס קראנט. וועסט נאך באלד איבערשטייגען די תאווה און צוריק קומען.
אגב אורחא, אין מיין מוסר שמועס, האסטו קיין ווארט שמוץ נישט דערמאנט. איז עס ווייל די נבואה דיינער זאגט דיר אז איך בין ריין? אדער ווייל דו האסט שוין געהאט דיין פיל?
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
ווען ס'איז נישט דא קיין חילוק צווישען ספרדים און אשכנזים, ט'פארוואס האט דער נביא געטוישט זיין נאמען פון א ספרדישע אויף אן אלגעמיינער? ווען ארז געפעלט איהם נישט, זאל ער טוישען אויף עבדאללה?
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
קענסט מיר אנווייזן איין שאלה וואס איז פארבליבן אומפארענטפערט?
(דיינע ניבול פה, לצנות און שקר, ווייזן ריכטיג אויף דיין מהות ווער דו ביסט - איך הויב אן טראכטן אז דו ביסט אויף אונזער זייט, דו ווייזט דיין אמת'ן פרצוף וואס עס ליגט דיר אין קאפ. שכוח פארן טון פאר מיר א האלבע ארבעט.)
Ok this is starting to get interesting.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
ניין, ניבול פה איז דיין קאפירייט. דו האסט אטאקירט מיין חבר'ס פערזענליכע לעבען מיט דיין מנובל'דיגע דמיונות אויף זיין לעבען.
איך האב געפרעגט א. צען פערצענט פון לב טהור זענען אויף ק"ש, פיהל מער ווי סיי וועלכע קרייז. וויאזוי איז תמ"ל א לעזונג פאר'ן טומאת האינטרנט?
ב. וואס האט וויינען נשמת מיט וואוינען אפגעזונדערט?
איך האב מאריך געווען אין די שאלות, אבער בתוך תוכם, איז דאס איז עס.
דאס איז אחוץ דיין נוצען נבלה (קדושת היסוד) צו פאנגען מענטשען, וואס דאס איז א צד השווה פון אלע מנהיגי שקר.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטווען ס'איז נישט דא קיין חילוק צווישען ספרדים און אשכנזים, ט'פארוואס האט דער נביא געטוישט זיין נאמען פון א ספרדישע אויף אן אלגעמיינער? ווען ארז געפעלט איהם נישט, זאל ער טוישען אויף עבדאללה?
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
ביים ברית האט דער רבי באקומען דעם נאמען 'שלמה ארז' - דער רבי האט זיך מיט עטליכע יאר צוריק, אין א געלעגנהייט באצויגן צו זיין נאמען, ארויסברענגענדיג אז לפעמים פירט מען צי פון הימל עפעס אן ענין, אפילו בשעת די דאזיגע פארמישטע ווייסן נישט דעם ענין וואס ליגט דערביי. בנוגע דעם נאמען 'ארז', איז מרומז דערמיט דעם 'כארז בלבנון ישגה', וואס וויבאלד דערפון איז געגרינדעט געווארן אזא הייליגע קהילה, וואס וועט נאך אמאל זיין 'כארז בלבנון', בביאת ינון בב"א.
ליטוואק פון בודאפעסטניין, ניבול פה איז דיין קאפירייט. דו האסט אטאקירט מיין חבר'ס פערזענליכע לעבען מיט דיין מנובל'דיגע דמיונות אויף זיין לעבען.
איך האב געפרעגט א. צען פערצענט פון לב טהור זענען אויף ק"ש, פיהל מער ווי סיי וועלכע קרייז. וויאזוי איז תמ"ל א לעזונג פאר'ן טומאת האינטרנט?
ב. וואס האט וויינען נשמת מיט וואוינען אפגעזונדערט?
איך האב מאריך געווען אין די שאלות, אבער בתוך תוכם, איז דאס איז עס.
דאס איז אחוץ דיין נוצען נבלה (קדושת היסוד) צו פאנגען מענטשען, וואס דאס איז א צד השווה פון אלע מנהיגי שקר.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
א. א פיינעם חבר האסטו דיר איינגעקויפט. ווי אזוי זאגט די וועלט? - קוק אויף זיינע חברים וועסטו זען ווער ער איז... בעצם איז דאך שוין אן אפענער רמב"ם ודו"ק... איך בין אויך אמאל געווען גוט מיט אים, אבער משסרח האב איך אים אפגעלאזט. אבער דו 'נעמסט זיך אן' פאר 'דיין' חבר... איך זעה שוין דיינע חברים...
ב. קודם כל, ס'איז נאר איינער. קרני צבי פלעגט אמאל שרייבן אן רשות, אבער ווי נאר דער רבי שליט"א האט זיך דערפון דערוויסט, האט ער אים גע'קנס'עט, ער האט עס געמוזט אויסרופן הויך ביי די ישיבת הקהל און איבערבעטן דעם ציבור. וואס איז שייך מיר - עס מוז זיין איינער וואס זאל פארטיידיגן די קהילה פון די בלוט-בלבולים און העלפן פינאנציעל די קהילה. אנטשלודיגט.
ג. ווער האט געזאגט אז וויינען נשמת האט מיט אפגעזינדערטקייט. דו פרעגסט סתם לקנטר און דיינע שאלות איז א שאד צו ענטפערן (און אויב איך וועל נישט ענטפערן דיינע שטותים, וועסטו נאך טענה'ען 'זעהסט, ער האט נישט וואס צו ענטפערן'... גיב מי עי ברעיק.
ד.
איך זעה אז דו בעטס זיך פאר א שטיקל נבלה... עס קוקט אויס אז דו שרייבסט דא צו מיר היינט, נאר ווייל דו האפסט אז איך וועל ערגעץ אריינווארפן נבלה. דו האסט דאס ערווענט אין די יעצטיגע תגובה ווי אויך אין די פאריגע תגובה... דאס איז נאכדעם וואס דו ביסט אליין מודה אז שרייבנדיג צו דיר האב איך גארנישט ערווענט דעם נושא, מכל וכל (דו פראבירסט אויך ארינצוציען דעם שמועס איבער 'דיין חבר' דער שטיין - נייס טריי.) איז נישט פאראן אויף יוטוב עפעס בעסערס פון דעם?
אבער אז דו זוכסט צו הערן דוקא היימישע נבלה, אט האט איר:
סאטמאר רב זצוק"ל האט זיך באנוצט מיט נבלה צו פאנגען מענטשן.
תולדות אהרן רבי זצוק"ל האט זיך באנוצט מיט נבלה צו פאנגען מענטשן.
בעל הבית ישראל מגור האט זיך באנוצט מיט נבלה צו פאנגען מענטשן.
והרשימה עוד ארוכה...
ווער ביסטו דו קרוץ מחומר אזוי צו רעדן קעגן צדיקים?
און יא! - יסוד איז די וויכטיגסטע חלק פון דעם מענטש, עס איז די יסוד אויף דעם גאנצן מענטש... א מענטש וואס פירט זיך אויף בקדושה וטהרה, איז אן אנדערע מענטש אינגאנצן וואס נישט. דו גיי אן ווייטער, לערן תורה שלא בקדושה כאחינו הליטאים ליידער, און קום מיר נישט מיט קיין מוסר איבער די ענינים, דו ליטוואק וואס דו ביסט.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
אויף די חלק השדוכים ווארטן מיר נאך צו הערן!!!
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
מען האט שוין עטליכע מאל ארויסגעברענגט די שינוי השם טאקטיק פונעם מנוול. די ערשטע/לעצטע זאך וואס א יומען ביאינג פארמאגט איז זיין אייגענע נאמען און איידענטיטעט. די מארקעטונג קאמפאניס ווייסן דאס אויך און דערפאר ווי נאריש דער אפפער וואס זיי שיקן דיר אין די פאסט איז וועט אייביג שטיין אין גרויסע אותיות העלו איך אויך לוק עט די ספעשל אופפער ווי עוו פאר יו ,ווייל יעדער האט ליב צו זעהן און הערן זיין נאמען.
נישט קיין חילוק ווי ארים און ווי דאון אוו לאק א מענטש איז בלייבט ער אייביג מיט זיין נאמען (מערקט ווי די אמתע הכנסות אורחים אידן וועלן אייביג רופן זייער גאסט ביים נאמען אפילו ער איז קרעציק אן שמוציג אוו ווי זייערע פענימער שיינן אויף). דער אנגעפרעסענער מנובל ווייסט דאס גוט און טאקע דערפאר די ערשטע זאך וואס ער טוהט ווען א פרישער קרבן פאלט אריין איז עם האלטן אין צימער פאר א 6-8 שעהדיגן שמועס! (און מען רעדט דא פון מענטשן וואס קענן האלטן נאך א 16 שעה נסיעה) וואס בסופו כאפט ער צאם א נאמען און יענער מוז זאפארט אזוי הייסן.
דערנאך וואס יענער האט עם שוין איבערגעגעבן זיין מאוסט בעיסיק איידענטיטי איז עם שוין אסאך גרינגער צו קאנטראלן ווי א פאפפעט אן עם/איר שטאפן מיט פילן , חתונה מאכן מיט וועם עם שמעקט ,קאנטראלן זיין בעדרום און מחשבות פונקטליך ,צונעמן קינדער ועוד כל שאר פון זיין קרעפ.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
ברוך הוי"ה ביסט שוין דא מיט א. א פערזענליכע אטאקע, ב. א שטיקעל נבלה, ג. א שקר אויף פריערדיגע און ד. אן אטאקע אויף רבבות אלפי ישראל.
די 'צדיקים' האבען גערעדט פון 'יסוד'. טאמער זייער ערשטער באגעגיניש מיט א מענטש איז נאכצוגייען זיין פריוואטע לעבען, זענען זיי אויך מנהיגי שקר. כך הוא דרכם אחת באחת פון די מנוולים וואס זוכען מאכט.
דיין אטאקע אויף אנאנים, אן קיין שום דעקונג, זאגט אונז וואס פארא מנהיג שקר דו ביסט. ווילסט זיך אויפבויען א שטעטעל און אמת האסטו נישט, האסטו מחליט געווען וויי צו טוהן מענטשען, מיט'ן ערוועקען קאמפלעקסען וועגען קדושה און נאך שייגעץ שטיק. דיין קאפ לויפט אהין ווייל דאס ביסטו.
און יא, ער איז מיין חבר! האסט איין עבירה געטראפען אויף איהם אז דו בארעכטיגסט זיך איהם צו זידלען און באשמוצען ברבים?
וויין נשמת, ס'העלפט אבער נישט פאר שלעכטע מדות. און דער גאנצע ווערטשאפט דארט איז געבויט אויף שלעכטע מדות. דער תמ"ל וויל בעסער אז דער עולם זאל זאגען ער איז משוגע, ווייל מיט דעם קען ער דרייען א קאפ מיט זיין 'וודאות'ן" אז ס'איז נישט. אבער טיף אריין, ווייסטו דו און דער ראזנער אז ער איז פארפוילט. ס'איז נישט קיין מצב פון א צדיק וואס האט זיך אויסגע'ארבעט און יעצט גיסט זיך אויס זיין צדקות משפיע זיין אויף אנדערע, נאר א בשר ודגים מיט א תאווה משתלט צו זיין אויף מענטשען. אז וויינען נשמת איז א מיטעל דערצו, גערן. און טאמער מ'דארף וויטאמינען, מלקות, שלאגען ציונים, אנטוהן די ווייבער מאדנע (נאך א קשיא וואס דו האסט זיך נישט וויסענדיג געמאכט דערפון), וואוינען ווייט פון דער מענטשהייט ועוד ועוד, איז ער גרייט. ווייל מאכט איז זיין אפגאט. נישט אומזיסט האט ער זיך אויסגערופען אלס משיח. ער איז נאך יונג,וואס קומט נאך דעם? א מלאך? טוטענקאהמען?
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
יהושע חייםאויף די חלק השדוכים ווארטן מיר נאך צו הערן!!!
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
יהושע חיים, אז מען פרעגט צו די זאך, איז מען ווערד אן ענטפער:
א. קודם כל, לפנים היתה זאת בישראל אז אלטע מענטשן זאלן חתונה האבן מיט יונגע, כך היו בימי הגאונים, בימי חז"ל, בימי הנ"ך, און אצל אחינו יוצאי תימן איז דאס אויך געווען אנגענומען, ביז זיי האבן זיך משתלב געווען אין אונזערע מדינות.
ב. קהילת לב טהור איז געבויט געווארן אויפן אלטן סטיל און אלטן לעבנס-שטייגער, אזוי ווי פארצייטנס (קוקט נאר אויף די בילדער - מלא חן - די שכינה שיינט אויף זייער פנים). יא, עס איז עטוואס מאדנע צו הערן אז היינטיגע טעג דאוונט מען כימי קדם, אזוי ווי די חבריא קדישא פון בעל-שם והמגיד, אבער דאס איז דער מציאות אין דעם ארט. מען לעבט גאר אן אנדערע לעבן, א לעבן פון העכערס און אן אנדערן סארט קולטור.
ג. א הוספה אויף סעיף ב. אויב איז היינט נישט אנגענומען אין די גאס חתונה צו האבן אויף דעם אופן, און אויב אין די סעקולערע גאס קען דאס האבן שלעכטע נאכפאלגן, איז אין לב-טהור אנדערש, דאס לעבן איז אויף אן אנדערן סטיל, און פאר יענעם סטיל שאדט עס נישט. עס דערמאנט די צייטונגען וואס אטאקירן די פרומע פארן געבן פעטש פאר די קינדער אין חדר, פארן חתונה האבן אן זיך זען פון פריער, און פאר די גורע תקנות... דער ענטפער דערויף איז, אז מעגליך פאר זיי שאדט עס, אבער פאר אונז שאדט עס נישט.
ד. והוא העיקר - דער אמת'ער תירוץ. אין לב טהור האט מען נישט חתונה אלטע מיט יונגע, ס'איז א ליגנט, און לאמיר ערקלערן. דער שיטה פונעם רבי'ן תמ"ל איז, חתונה צו האבן יונג. ביי אונז האט מען חתונה די פריעסטע וואס מעגליך, וכך היה שיטתו של מהר"ן נחל נובע מקור חכמה מברסלב זצוק"ל כידוע. דרך כלל זענען די חתן און כלה פון דעם זעלבן יארגאנג. יא, עס מאכט זיך אויסנאמס פעלער אויך, פונקט ווי עס מאכט זיך אין די גאנצע וועלט, און ס'איז דא סיבות פארוואס אלטע זאלן אמאל חתונה האבן מיט יונגע. אין אונזער פאל, איז געווען איינמאל וואס דער רבי'נס איידעם אין די יארגאנג פון 38, האט חתונה געהאט מיטן רבי'נס טאכטער, א מיידל פון 16 (כמעט 17). כמובן אז מען האט דאס אויפגעבלאזן און מען האט דערציילט אין די וועלט אז טעללער איז 63 און די מיידל איז 14 אדער אפילו 12 (אזוי האב איך בשעתו געהערט). איך זאג נישט - צווישן 16 און 38 איז אויך אפגעריקט, אבער עס איז נישט ווי מען האט געשמועסט אין די גאס. אט די מעשה האט די גאס געפערליך אויפגעבלאזן, און ארויסגעלאזט א שמועה כאילו דאס איז דער אנגענומענער מהלך אין די קהילה.
ה. אז דו וועסט צוקוקן זייער שלום בית, וועסטו זען אז עס פעלט זיי גארנישט. עס האט זיי גארנישט געשאדט.
איך אויךמען האט שוין עטליכע מאל ארויסגעברענגט די שינוי השם טאקטיק פונעם מנוול. די ערשטע/לעצטע זאך וואס א יומען ביאינג פארמאגט איז זיין אייגענע נאמען און איידענטיטעט. די מארקעטונג קאמפאניס ווייסן דאס אויך און דערפאר ווי נאריש דער אפפער וואס זיי שיקן דיר אין די פאסט איז וועט אייביג שטיין אין גרויסע אותיות העלו איך אויך לוק עט די ספעשל אופפער ווי עוו פאר יו ,ווייל יעדער האט ליב צו זעהן און הערן זיין נאמען.
נישט קיין חילוק ווי ארים און ווי דאון אוו לאק א מענטש איז בלייבט ער אייביג מיט זיין נאמען (מערקט ווי די אמתע הכנסות אורחים אידן וועלן אייביג רופן זייער גאסט ביים נאמען אפילו ער איז קרעציק אן שמוציג אוו ווי זייערע פענימער שיינן אויף). דער אנגעפרעסענער מנובל ווייסט דאס גוט און טאקע דערפאר די ערשטע זאך וואס ער טוהט ווען א פרישער קרבן פאלט אריין איז עם האלטן אין צימער פאר א 6-8 שעהדיגן שמועס! (און מען רעדט דא פון מענטשן וואס קענן האלטן נאך א 16 שעה נסיעה) וואס בסופו כאפט ער צאם א נאמען און יענער מוז זאפארט אזוי הייסן.
דערנאך וואס יענער האט עם שוין איבערגעגעבן זיין מאוסט בעיסיק איידענטיטי איז עם שוין אסאך גרינגער צו קאנטראלן ווי א פאפפעט אן עם/איר שטאפן מיט פילן , חתונה מאכן מיט וועם עם שמעקט ,קאנטראלן זיין בעדרום און מחשבות פונקטליך ,צונעמן קינדער ועוד כל שאר פון זיין קרעפ.
איך אויך... דו פראבירסט מיר אריינצוציען אין א פערזענליכע געפעכט, ווילסט אז איך זאל אריינמישן דיין גראבן רבי'ן, כדאי מען זאל זיך קענען אביסל טענה'ען און בעלז זאל ווייטער זיין אויף די העדליינס. דו פראבירסט ארויפצוברענגען נקודות וואס מען האט שוין פריער ערווענט און עס איז שיין פארענטפערט געווארן, בלויז צו כאפן אביסל ענטענשן.
איימסארי, איך בין העכער פון דעם, און איך האלט זיך נישט ביים אריינלאזן דערמיט. נאכאמאל אנטשולדיגט!
ליטוואק פון בודאפעסטברוך הוי"ה ביסט שוין דא מיט א. א פערזענליכע אטאקע, ב. א שטיקעל נבלה, ג. א שקר אויף פריערדיגע און ד. אן אטאקע אויף רבבות אלפי ישראל.
די 'צדיקים' האבען גערעדט פון 'יסוד'. טאמער זייער ערשטער באגעגיניש מיט א מענטש איז נאכצוגייען זיין פריוואטע לעבען, זענען זיי אויך מנהיגי שקר. כך הוא דרכם אחת באחת פון די מנוולים וואס זוכען מאכט.
דיין אטאקע אויף אנאנים, אן קיין שום דעקונג, זאגט אונז וואס פארא מנהיג שקר דו ביסט. ווילסט זיך אויפבויען א שטעטעל און אמת האסטו נישט, האסטו מחליט געווען וויי צו טוהן מענטשען, מיט'ן ערוועקען קאמפלעקסען וועגען קדושה און נאך שייגעץ שטיק. דיין קאפ לויפט אהין ווייל דאס ביסטו.
און יא, ער איז מיין חבר! האסט איין עבירה געטראפען אויף איהם אז דו בארעכטיגסט זיך איהם צו זידלען און באשמוצען ברבים?
וויין נשמת, ס'העלפט אבער נישט פאר שלעכטע מדות. און דער גאנצע ווערטשאפט דארט איז געבויט אויף שלעכטע מדות. דער תמ"ל וויל בעסער אז דער עולם זאל זאגען ער איז משוגע, ווייל מיט דעם קען ער דרייען א קאפ מיט זיין 'וודאות'ן" אז ס'איז נישט. אבער טיף אריין, ווייסטו דו און דער ראזנער אז ער איז פארפוילט. ס'איז נישט קיין מצב פון א צדיק וואס האט זיך אויסגע'ארבעט און יעצט גיסט זיך אויס זיין צדקות משפיע זיין אויף אנדערע, נאר א בשר ודגים מיט א תאווה משתלט צו זיין אויף מענטשען. אז וויינען נשמת איז א מיטעל דערצו, גערן. און טאמער מ'דארף וויטאמינען, מלקות, שלאגען ציונים, אנטוהן די ווייבער מאדנע (נאך א קשיא וואס דו האסט זיך נישט וויסענדיג געמאכט דערפון), וואוינען ווייט פון דער מענטשהייט ועוד ועוד, איז ער גרייט. ווייל מאכט איז זיין אפגאט. נישט אומזיסט האט ער זיך אויסגערופען אלס משיח. ער איז נאך יונג,וואס קומט נאך דעם? א מלאך? טוטענקאהמען?
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
ליטוואק, איך זעה וואו דו פראבירסט צו ציען דעם שמועס... יא, מיר אלע זעען עס... וואס ציעט דיר אזוי שטארק צו שמוץ? - וואס איז געווען שלעכט ביז יעצט ווען מען האט גערעדט פון דעם קולט? - דו זעסט נישט ווי אזוי אלע מיטגלידער דא האלטן זיך ביי די זייטן, קוקנדיג ווי אזוי אלע פרעגן זאכליכע (אדער אומזאכליכע) פראגן, און מען ענטפערט זיי איש כפי מהללו. אפילו שווערע אטאקעס דא דערקייקלען זיך נישט אויף דעם לעוול וואו דו ווילסט אז עס זאל פארן. וואס ברענט עס דיר צו רעדן אזוי שטארק איבער דער נושא? - וואס ציעט דיר אזוי שטארק?
און אז מען רעדט שוין: ליטוואק: ס'דער געלונגען... זינט אנהויב פון מיין לעצטיגער עקזיסטענץ אין דעם אשכול, פראבירסטו צו ציען מיין אויפמערקזאמקייט, אבער איך האב דיר איגנארירט איינמאל און נאכאמאל. ענדליך, קאדוס, מזל טוב... ס'איז דיר געלונגען, האסט געכאפט מיין ענטענשן.
דו רעדסט פון שלעכטע מידות? - בואו נא ונווכחה, ביי די ליטאים איז פאראן גוטע מידות, אמת? - קודם זארג זיך אז ר' שמואל זאל קענען פארנעמען ר' אהרן לייב און ר' חיים זאל וועלן רעדן מיט ר' שמואל, דערנאך קום זאגן מוסר וועגן שלעכטע מענטשן... וואס גייט דארט נאר פאר...? - ביי אונז איז די הכנסת אורחים אויפן העכסטן גראד, דער חסד וואס קומט ארויס פון אונז איז עד אין לשער. דיינע פאקטן פון זיך משתלט זיין, מלקות, איז שקר, און דו ווייסט עס.
בנוגע דער לבוש? - דאס איז דער אלטער רדיד פון דער זמני המשנה. די תנאים האבן אנגעטאן די ווייבער מאדנע? - אדרבה, דאס איז זייער שיינקייט!
געוואלדיג האט געשריבן:
2. איך מיין אז די טיים זאון אין גואטאמאלא איז אנדערש ווי דאהי, וואונדער איך זיך וויאזוי האסטו נעכטן געזאגט תיקון חצות ווען דא איז געווען חצות און נישט ווען אין גואטאמאלא איז געווען חצות. 3. עס זעהט אויס אז היינט זאגסטו נישט תיקון חצות, פארוואס??????
❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓
פערזענליכע קושיות אויף מיר און אויף מיין לעבן, איז נישט רעלעוואנט און איך ענטפער נישט דערויף. דא רעדט מען איבער די הייליגע קהילה. ביי דע וועי, די שאלה נומער 3 איז סתם געהאקט אין קאפ... ווער זאגט אז איך האב נישט געזאגט? - ער ווייסט וואס טוט זיך? - אבער כאמור, איך האב א פערזענליכע הוראה נישט צו ענטפערן אויף פערזענליכע שאלות. די נושא דא איז לב טהור, נישט מיר.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
דאס איז דיין תשובה? אז ליטוואקס האבען אויך שלעכטע מדות?
דיין ספין איז עפעס מורא'דיג. היללערי דארף אזא איינער ווי דיר. דו רעדסט דברי נבלה און ווען איינער ווייזט עס דיר אין פנים, איז יענער גאר דער מנובל! חילך לאורייתא, קענסט האבען א פיינעם דזשאב ממציא זיין ספינ'ס מיט תירוצים פאר יעדער פארברעך. אפשר אן אדוואקאט פאר מערדער'ס?
איך האב גארנישט געזאגט אויפ'ן ציבור אין לב טהור. דער שלעכטע איז גאר דער רעבע, איינער וואס האט פארשפרייט איבער דער וועלט זיין קאטשקעריי וואס ווייזט קליפ און קלאר וואס פארא תענית חלום ער איז. ער איז גאר דער שלעכטער.
און דיין זכרון ווערט אביסל צומישט. דו האסט קיינמאל נישט פארענטפערט די מעשה מיט די נעמען. איך ווייס נישט וואס דארט טוט זיך, אבער טאמער ער טוישט יא די נעמען פון יעדער איינער וואס קומט דארט אריין, איז איך אויך הונדרעט פערצענט גערעכט.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
די תנאים זענען נישט געגאנגען מאדערן ווען די ווייבער טוהן זיך אן צוריקגעשטאנען. זיי זענען ביידער געגאנגען וואס האט דעמאלס געהייסען נארמאל. נאר דיין רבי לעכצט זיך נאך א ביסל אויפמערקזאמקייט און האפט צו זיין ווי דער בעלזער. האלטען א פאר יאר די אטעם און דערנאך זיין א נארמאלע מענטש. נאר בלייבען מוז ער עטוואס נארמאל ווייל אנדעריש בלייבט ער ארז א גאנץ לעבען, און דער ראסיסט ווייסט זיכער אז דער פלעק וועט ער נישט קענען אפווישען, בו בשעה ער שרייט אז ס'איז נישט קיין פלעק.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
און ער נאך אלס סטאק מיט די ווייבער און דער באקאנטער נושא... ער קען זיך נישט איינהאלטן...
@שמואל פרימו כהאב געטראכט אביסעל צו פרעגן אויף די מאדנע התנהגותער אבענר לויט ווי איך זעה פון דיינע תגובות מייניך אז כדארף שוין נישט פרעגן ווייל דו האסט נאר צוויי תירוצים אויף מאדנע און צודרייטע זאכען ואלו הן:
אויב האסטו א תירוץ דאן געסטו זיך א קלעב אן אין עפעס א מהלך און שיטה און דו האלטסט אדרבה ביי אונז פירט זיך מקדמת דנא וכו' וכו' בלא בלא
האסטו נישט קיין תשובה? איז די תירוץ וואס הייסט סאטמאר איז דען בעסער? און די פרייע פארשטייען דאך אויך נישט גור,
איך רעכין דירעקט נישט אויס די פרטים ווייל כבין נישט אינטערסירט צו גיין אויף א רייד כוויל נאר אנמערקען די קאמישע בילד וואס דו שטעלסט אהער, פון איין זייט איז דיין קולט ספעציעל, און פון די אנדערע זייט טענה'סטו אז סאיז גארנישט ווייניגער ווי אנדערע חרדישע קרייזען וואס ווער סהאט שכל אין קאפ זעהט אז די התנהגות פון די קולט איז בכלל נישט דומה אפי' צו די פרומסטע חרידשע חסידות (ב''ה פארדעם)
סא פון מיין זייט קענסטו ווייטער געבן די היטש פארן עולם, נאר זאג ביי וועמען ביסטו נאר אן איידעם...
קאמענטירער, שאלה שאלת און איך וויל דיר דערויף ענטפערן:
עס ווענדט זיך אין גרויס חלק ווי אזוי מען פרעגט די שאלות. רוב פון די פרעגערס דא אין שטיבל, פרעגן נישט מיט אן אמת, נאר אויף אן אופן פון אטאקירן, וואס דערויף איז געזאגט געווארן דער 'תענה כסיל כאיוולתו'. למשל, אז יענער שרייבט אויף מיין רבי'ן 'גראבער מנובל'- סתם פאר די נישטיגקייט, רוף איך זיין רבי'ן אויך מיטן לשון 'גראבער מנובל' (און אויף יענעם רבי'ן קלינגט בעסער דעם טיטל - נישט ווייל איך האב עפעס קעגן אים, נאר אויב איינעם רופן אזוי קלינגט עס בעסער... וד"ל). איך שפיר נישט פאר וויכטיג צו קומען מיט אן 'אויפקלערונג' פארוואס מיין רבי איז נישט קיין 'גראבער מנובל', ווייל יענער האט דאך נישט געפרעגט, נאר סתם אטאקירט.
געווענליך, ווען מען פרעגט בדרך כבוד, ווייל מען וויל עפעס פארשטיין און דערגיין, האב איך געענטפערט מיט א לאגישע הסבר, ועם כל זה האט עס נישט צוריקגעהאלטן דעם ציבור זיך ווידער צו באנוצן מיט די זעלבע אטאקעס. לדוגמא, איך האב שיין מסביר געווען דעם ענין פון מלקות און דער ענין פון ווייטעמינען, אבער דער (טייל) עולם איגנארירט דעם ענטפער און קלויבט אויס ווייטער צו אטאקירן. דאס ווייזט אז מאנכע זענען נישט אינטערעסירט אין קיין ענטפערס, נאר אין אטאקעס, און אויב זאל איך נישט ענטפערן אויף די אטאקעס, זאגט מען אז איך ענטפער נישט אויף די קושיות, ווען במציאות האב איך יעדע לאגישע קושיא פארענטפערט.
וכנ"ל, איך האב אויף יעדע לאגישע שאלה געענטפערט. צומאל בין איך נישט אריין אין קיין הסברים, וויבאלד די שאלה איז געווען לעכערליך. לדוגמא, ווען מען פרעגט מיר איבער מיין רבי'נס זוהן נתן. ווען איך וויל ווען דוקא, קען איך ערקלערן באריכות און מסביר זיין דעם גאנצן פרשה, נאר די חברה וואס פרעגן דאס, לייגן עס אראפ אויף אן אופן, כאילו אז אזא פרשה איז א פגם אויף די קהילה, כלומר, אז דו זעסט דאך אז דער אייגענער קינד איז אנטלאפן, אלא מאי מוז זיין וכו' וכו'... דערויף איז מיין תירוץ, אז איבעראל איז פאראן אזעלכע פרשיות און אז דאס איז קיין שום הוכחה נישט. אז דו וועסט נאכגיין מיין היסטאריע, וועסטו זען אז לאורך כל הדרך האב איך אזוי רעאגירט, יעדן לויט ווי אזוי ער האט געפרעגט. זעסט למשל ליטוואק פון בודאפעסט, ער פראבירט מיר מיט אלע כוחות אריינציציען אין אן ענגל וואו איך וויל נישט אריינגיין. ער טרייט טאקע זייער שטארק, עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, ווייל איך וויל זיך נישט אריינלאזן דערין. אבער די נקודה איז, אז ווען מען פרעגט אמת'דיג, ענטפער איך אמת'דיג.
און לולי יהא כדבריך, ווייסטו דאך אליין אז אלע טענה'רייען אין צימעס, הייד פארק (אמאל) און אויף אלע גרופעס, זענען טאקע געגאנגען אויף דעם סטיל פון אבי אטאקירן... קיינער רעדט נישט דארט צו דער זאך, מען שעלט סתם ארום איינער דעם צווייטן. דאס איז נישט קיין ראיה אז דער פלאץ איז עפעס ראנג, די מענטשן רעדן אזוי.
משא"כ איך, דארט וואו מען האט געפרעגט מיט רעספעקט, האב איך געענטפערט מיט רעספעקט.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
אפשר פארציילסטו אונז דברים כהוויתן ביים אריינגיין אל הקופ"נ צום ההר"ג תמ"ל און ווי אזוי ער האט דיר געהייסן פארשפרייטן זיין שיטה אויף "קאווע שטיבל" ?
ביליגאפשר פארציילסטו אונז דברים כהוויתן ביים אריינגיין אל הקופ"נ צום ההר"ג תמ"ל און ווי אזוי ער האט דיר געהייסן פארשפרייטן זיין שיטה אויף "קאווע שטיבל" ?
וואס איז עס נוגע?
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
איך וויל פארשטיין ווי אזוי עס ארבייט דארטן ?
אויב פון איין זייט איז עס אזוי אפגעזונדערט פון די דרויסענדיגע גאס און פון די אנדערע זייט ... איז שוין געווען דא 3 ניקים פון לב טהור (איינס אן רשות...)
ס'איז געווען איין מענטש, וואס האט געשריבן מיט צוויי ניקים אן רשות... ער איז געגאנגען צו א לייבערי אין קענעדע, באהאלטענערהייט אן רשות... דער רבי האט אים שווער גע'קנס'עט דערויף.
און דו מיינסט טאקע אז דער עולם איז דארט צוריקגעבליבן? - פון וואו קומען די חברה? - טייל פון זיי זענען געווען הויכראנגיקע גענעראלן אין ארמיי, דער רבי אליין איז א חכם בחכמת 'שלמה'. די חברה דארט קענען זיך פארמעסטן עני טיים מיט ענק.
[ציטאט אראפגענומען]
קאמאנטירער, למשל אויף אזא תגובה, האלסטו אז איך דארף ענטפערן מיט רעספעקט?
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
אינטרעסאנט, דער אשכול איז פון די מערסטע צום זאך אין שטיבעל. יעדער איינער לייגט עפעס צו צום שמועס, מ'זאגט טענות של טעם, מ'פרעגט זאכען וואס מאכען א חילוק צום נושא. נאר איינער זוכט צו דרייען דער נושא פון ארום, אדער צום ניק, אדער צו זיין אפשטאם, טיילמאל זיין רבי און צומאל אין דער לופט ממש.
דער בעש"ט האט געהאט תלמידים ערוואקסענע וואס האבען מחליט געווען צו דאווענען אויף זיין אופן. קיין איין קינג האט נישט אנגעהויבען זיין לעבען מיט דאווענען צוויי שעה. דאס איז איבערהויפט נישט קיין אמאליגע מהלך אריינצושטופען קינדער פון יונגווייז אריין אין א מהלך וואס, אפילו ווען ס'איז אויסגעהאלטען, פאסט נאר פאר צדיקים וואס זוכען מער ווי הלכה.
נאך א שאלה, ביי וועמען האט דער נביא געלערנט? פון וואנעט ציט ער זיין מסורת פון טוען אזוי? ווייל דער סאטמארער רב האט קלאר נישט אזוי געהאלטען און נישט אזוי געפיהרט. קוק זיין מערכה וואס ער האט געפיהרט מיט ר' אהרן ראטה אין סאטמאר
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שמואל פרימואון ער נאך אלס סטאק מיט די ווייבער און דער באקאנטער נושא... ער קען זיך נישט איינהאלטן...
זאגסט 'ער' אויף זיך? אויך א מהלך.....
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
אגב ,פאר די ניי געבאקענע ניקס איז כדי אויך צו ליינן דעם שוועסטער
אשכול. נאר באמת א שאד אד די יוטוב קליפס דארט ארבייטן שוין נישט ,עס האט געוויזן ווי נידריג דער אנגעפרעסענער מנוול איז געווען גרייט צו גיין אקעגן זיין אייגענע בליט און פלייש זיין זוהן נתן אלעס ווייל ער האט באקומען מחשבות זרות.
[ציטאט אראפגענומען]
שלום, הוא אשר דיברתי. מעגליך אז די קושיא איז א לעגיטימע, אבער ער מיינט קלאר צו טשעפען, און ער ברענגט עס ארויס ביים אנהויב און ביים סוף פון די תגובה. פאר אזא מענטש ווי אים וועט נישט העלפן צו ענטפערן זאכליך, וויבאלד נישט דאס זוכט ער. ער איז בכלל נישט ווערד אז מען זאל אים בכלל ענטפערן, ווייל ער פרעגט נישט - ער טשעפעט! וואלט ער מנסח געווען די שאלה געהעריג, וואלט איך אים געוויס געענטפערט, און ער ווייסט אז עס איז פאראן א נארמאלע תשובה דערויף, ער וויל נאר פשוט טשעפען.
און ליטוואק, פון דיין תגובה זעט מען דיין אמעראצעס אין די גאנצע נושא פון חסידות. א שנעלן בליק אויף דיין עבר ווייזט, אז עס איז נישט די ערשטע מאל וואס מען האט דיר מעורר געווען אז דו פארשטייסט נישט דערצו, און דו האסט נישט וואס אריינצורעדן דארט. און ממילא איז דיין דריטע הערה אויך נישט ווערד קיין ענטפער... א שאד אז איך האב דיר געענטפערט צום ערשטן מאל.
@אנאנים לעצם שאלתך ,ביי ד פרשה פון זיין זוהן נתן וואס דעמאלטס האבען די אלע פארווייטיגטע משפחות אין א''י זיך פראבירט נאכאמאל צאמצונעמען און ראטעווען זייערע באליבטע פונעם אכזר'ס נעגל.
האט ער דעמאלטס באצאלט פאר א צייטונג שרייבער זאל אריבערקומען און יענער האט געשריבן א לאנגע באריכט ווי ער פראבירט די בעסטע צו זיין נאמן לשלחו. עכ''פ בתוך הדברים שרייבט ער אז ער מיט ארז זענען געזעצו לאנגע שעות און פיין אריינגעהאקט. כמיין עס איז בשעתו געווען א לינק דא ערגעץ.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
כנראה פעלט דיר עפעס. נישט דער ניק איז דער נושא, ווייל הונדרעטער מענטשען ליינען, זע'ען א קשיא און דער תשובה איז אן אטאקע.
מיין חינוך האט געהאט נאך אזויפיל חסידות ווי דאס פון דער נביא (צדקיה בן כנענה) דיינער. טאמער דו ווייסט וואס פארא 'גרייז' איך האב געמאכט, ווייז אויף.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
קודם כל דארף מען טוישן די קעפל צו דברי מוסר שנאמרו על ידי פה מפיק צרורות כוונתו להזיק .........
יעצט מיט אן ערנסט קייט שמואל איך זעי אז עינק פרובירן נאך צו מאכן ברסלב עינק גייען התבודדת עינק מאכן חתונה יונג ועוד ר נחמן האט אבער געזאגט ער וויל זיינע חסידים זאלן זיך דרייען ציווישן אנדערע אפילו ער האט געהאלטן פון זיין אויסגעטוהן פון די וועלט אבער נישט בגשמיות זיין מחוץ למחנה ווי מצורעים איז אפשר ביסטו אונז מסביר פארוואס עינק לויפן ארום איבעראל אבער נישט צו קיין היימישע קהילה ואי משום רדיפות אסאך צדיקים האבן געליטן.
ועוד איך וויל שטארק וויסן די מקור פונעם לבוש וואס עינק גייען אנגעטוהן פון ווי עס שטאמט און איינער האט שוין פריער דערמאנט פארוואס גייען די מענער יא מיט היינטיגע לבוש.
גר ותושב, הגם דו האסט געטשעפעט, אבער דו פרעגסט אן ערנסטע פראגע, וועל איך דיר ענטפערן:
מיר האבן פראבירט צו זיין אין א קהילה, מען האט אונז פון איבעראל פארטריבן. קודם בארא-פארק, דערנאך מאנסי - וואס א דאנק דעם קאשויער מיט זיינע רדיפות האבן מיר געמוזט אוועקגיין פון דארט. דאן איז פארגעקומען דעם גירוש קאנאדא, מיר האבן פראבירט צו גיין צו אן אנדערן פראווינץ אבער מען האט אונז אויך פון דארט פארטריבן. דעריבער זענען מיר וואו מיר זענען.
מיר וואלטן געווען מער פון גערן זיך צו געפינען אינאיינעם מיט אנדערע אידישע קינדער - מען לאזט אונז נאר נישט.
אקעי, דער רבי לאזט מיר רופן... איך קען דא זיין נאך פופצן מינוט, און דאן שפעטער ביינאכט.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
און די אינגלעך מיט די קאשקעטלעך ?
און תולדות אהרן מיטן שאל?
לאמיר כאפן דא אן ערנסטן שמועס
איך וויל נאך כאפן א טבילה, סא איידער איך גיי:
וואס איז בעצם שלעכט מיט לב טהור? - קען מיר איינער ערקלערן?
לאמיר גיין צושטייט:
קודם-כל, לאמיר זיך פארמאכן די אויגן און פארשטעלן א בילד, אז ער קומט פון א גענעראציע, ער הייסט למשל 'קאהן' און ער איז א זוהן פון תולדות-אהרן רבי זצוק"ל, צי טווערסקי און ער איז סקווירא רבי. ריכטיג, ער איז פיל עקסטרעימער פון זיינע פארגייער, די פאריגע רביים, אבער ער ציעט צו מחנך זיין א דור, ארויס פון שטאט און שטארק פארצייטיש, אזוי ווי אמאל אין דער אלטער היים. ער טוישט די לבוש צו שטיבל... עה, כ'מיין קאסקעטן און די פרויען צו א שאל... עה, כ'מיין א רדיד. ער איז מחנך צו דאווענען לאנג, מיט קולות און אויך צו טבילות און סיגופים (אזוי ווי די אמאליגע שומרי אמונים). די חסידים פון זיין טאטע'ן זצוק"ל - וועלכער איז געווען א גברא רבה, אבער נישט אזוי עקסטרעם - זענען טייל איבערגעבליבן מיט אים און טייל זענען געגאנגען צו זיין עלטערן ברודער וואס איז מער ליבעראל. ער האט מייסד געווען א שטעטל, אז מען זאל לעבן ווייט, ער האט זיך זיינע עקרונות פון חתונה האבן יונג, נוסח יבניאל שיק, און זיך האלטן געזונט, נוסח רומפלער. אזוי ווי מען זאגט אויף אנדערע קהילות (א שטייגער תו"א, גור, סקווירא, ועוד), זאגט מען אויף דעם פרישן תולדות-אהרן רבי, אז ער איז זייער עקסטרעם און הארט. ער האט אויך א גוט צינגל (ווי דער תו"א רבי) און זאגט פיינע תורות.
וואס איז שלעכט דערמיט?
אצינד לאמיר פארמאכן די אויגן און זיך פארשטעלן א צווייטן בילד:
עס איז פאראן א אידל, הייסט ער דוד טווערסקי. זיין טאטע איז געווען א שוסטער און זיין מאמע'ס טאטע איז געווען א טראק-דרייווער. דער דוד טווערסקי איז א פיינער בעל-כשרון, ער האט זיך פיין ארויפגעארבעט און אנטוויקלט ארום זיך א חבריא פון זיינע אנהענגער. ער איז ארויסגעגאנגען וואוינען אויסער די שטאט, אינאיינעם מיט זיינע אנהענגער, און מיסד געווען שווערע תקנות, צווישן זיי אז מען טאר נישט עפענען נאך א שוהל. ער קומט אריין יעדן שבת צום דאווענען אום עלעוו אזייגער, און יעדער מוז דארט מיטדאווענען. נאכמער פון דעם, רציחה איז דארט אפיציעל מותר, אויב איינער שטעלט זיך נישט צו, צי די קאפריזן פון דעם מנהיג הקאלט המכונה דוד טווערסקי, וועמען זיינע חסידים האלטן העכער פון דעם בעש"ט - עפ"ל. אריינלייגן אידן אין תפיסות פארן רבי'נס וועגן, אוועקנעמען פרנסות, איז נארמאלע לעגיטימע זאכן אין דעם קולט, און פארקערט, עס איז גאר א מצוה.
לאמיר זיך פארשטעלן נאך א בילד:
אין ירושלים איז פאראן א אידל, פון די שומרי הגחלת פון דעם יישוב הישן, רופט ער זיך דוד קאהן. זיין טאטע איז געווען א בעטלער אין זכרון משה און איז בכלל געווען גע'גט. ער האט זיך ארויפגעדראפעט, מצליח געווען אין זכות פון זיין גוט קעפל און געשליפן צינגל, און ער האט מייסד געווען א חבורה תולדות אהרן. די תקנות וואס ער האט אראפגעלייגט פאר זיינע חברה, זענען רשעות שברשעות, מען מוז גיין מיטן אלטן אויסגעדראשענעם לבוש, ארומגענומען מיט שמאטעס און לאטעס. פרויען קענען זיך נישט באשיינען (נעבעך) און גייען אנגעטאן שווארץ, מיט א שאל. רשעות'דיגע תקנות וואס קריכן אריין צו זיינע חסידים אין בעדרום, קיין בילדער לאזט מען דארט נישט מאכן, ועוד ועוד ועוד... ווען ער האט זיך געשלאגן מיט אן אנדערן חסידות, האט ער גענוצט די פרויען אלס קאנאנען פלייש.
הצד-השוה שבהם: ווען עס קומט פון א ייחוס, פון אן עבר, איז דאס לעגעטים (מיט טענות דא און דארט), ווען עס קומט פון א יחיד, איז עס אומדערטרעגליך.
ווייזט דאס נישט אויף אונזער סוסייעטי - וויפיל אנדערע פראבירן דאס ארויסצורייסן? - בלויע בלוט קומט שטענדיג פריער.
אצינד, די אלע טענות קעגן קהילת לב טהור, איז מיט נישט צופיל עקסטרעימער פון אנדערע חסידיות. פאקט. רוב זאכן זענען דמיונות (מלקות, מעדיצינען, אריינקריכן אין בעדרום, חתונה מאכן אלט מיט יונג) און טייל זאכן זענען זייער עקסטרעם, אבער נישט איבערגעטריבן מער פון תולדות-אהרן מיט גור, צי אנדערע חצרות.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שמואל פרימו
דעם רבי'נס טאכטער איז געווען אין א שווערע גייסטישע מצב, ביז מען האט איר געמוזט אריינפירן אין א גייסטישע שפיטאל.
שמואל פרימו
יא, ס'איז נישט קיין סוד אז דער רבי האט שלום-בית פראבלעמען.
שמואל פרימו
ג. פארוואס איז די רבי׳ס אייגענע זון אנטלאפען? (אויך געהאט גייסטישע פראבלעמען?)
ענטפער:
איך קען דיר ענטפערן באריכות,
הרב שמואל איך וויל פארשטיין דין רבי האט דאך די "חכמת שלמה" ער איז מגלה די "סוד החיים" ער איז כלשונך "גרעסער פונעם ריזינער" ועוד ועוד שאר טיטלעך ער געבט זיך אפ מיטן חינוך מער ווי אין סאטמער און פאפא איך געדעינק נישט די אלע קאוטס און סטעיטמענס וואס די האסט אלס געשריבן אינקלאדינג אז די מעיגסט שרייבן וואס אימער ווייל די האסט די הייליגע דעת פון דיין רבי אבער ביי זיך אינדערהיים קוקט די מצב אויס אינגאנצן אנדערש נישט קיין סיעתא דשמיא נישט קיין חינוך וואס גייט פאר?
און קום מיך נישט ענטפערן מיט א צאמשטעל פון איין צדיק מיט שלום בית פראבלעימען און א צווייטער מיט צער גידול בנים ווייל דא האסטו אלעס ביי איינעם וואס ער איז לשיטתך ביים סאמע שפיץ!
ער קוקט מיר אויס ווי א גרויסע דוירכפאל.
עס דערמאנט מיר א ווארט "עס זענען דא וואס מיינען זיי קענען פירן די גאנצע וועלט אבער דערווייל קענען זיי זיך אליינס נישט פירן".
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שמואל פרימוגר ותושב, הגם דו האסט געטשעפעט, אבער דו פרעגסט אן ערנסטע פראגע, וועל איך דיר ענטפערן:
מיר האבן פראבירט צו זיין אין א קהילה, מען האט אונז פון איבעראל פארטריבן. קודם בארא-פארק, דערנאך מאנסי - וואס א דאנק דעם קאשויער מיט זיינע רדיפות האבן מיר געמוזט אוועקגיין פון דארט. דאן איז פארגעקומען דעם גירוש קאנאדא, מיר האבן פראבירט צו גיין צו אן אנדערן פראווינץ אבער מען האט אונז אויך פון דארט פארטריבן. דעריבער זענען מיר וואו מיר זענען.
מיר וואלטן געווען מער פון גערן זיך צו געפינען אינאיינעם מיט אנדערע אידישע קינדער - מען לאזט אונז נאר נישט.
אסאך צדיקים האבן געוואנדערט פון איין פלאץ צום אנדערן און געליטן פיהל רדיפות אבער קיינער איז נישט געגאנגען מחוץ לישוב וועיגן דעים.
ער ליידט פאר די עוונות פונעם דור.
גר ותושבשמואל פרימוגר ותושב, הגם דו האסט געטשעפעט, אבער דו פרעגסט אן ערנסטע פראגע, וועל איך דיר ענטפערן:
מיר האבן פראבירט צו זיין אין א קהילה, מען האט אונז פון איבעראל פארטריבן. קודם בארא-פארק, דערנאך מאנסי - וואס א דאנק דעם קאשויער מיט זיינע רדיפות האבן מיר געמוזט אוועקגיין פון דארט. דאן איז פארגעקומען דעם גירוש קאנאדא, מיר האבן פראבירט צו גיין צו אן אנדערן פראווינץ אבער מען האט אונז אויך פון דארט פארטריבן. דעריבער זענען מיר וואו מיר זענען.
מיר וואלטן געווען מער פון גערן זיך צו געפינען אינאיינעם מיט אנדערע אידישע קינדער - מען לאזט אונז נאר נישט.
אסאך צדיקים האבן געוואנדערט פון איין פלאץ צום אנדערן און געליטן פיהל רדיפות אבער קיינער איז נישט געגאנגען מחוץ לישוב וועיגן דעים.
קענסט מיר ענטפערן, בנאמנות, וואס ער האט געזאלט טון אין אזא מצב? - אדרבה, וואס וואלסטו געטאן?
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שמואל פרימוגר ותושבשמואל פרימוגר ותושב, הגם דו האסט געטשעפעט, אבער דו פרעגסט אן ערנסטע פראגע, וועל איך דיר ענטפערן:
מיר האבן פראבירט צו זיין אין א קהילה, מען האט אונז פון איבעראל פארטריבן. קודם בארא-פארק, דערנאך מאנסי - וואס א דאנק דעם קאשויער מיט זיינע רדיפות האבן מיר געמוזט אוועקגיין פון דארט. דאן איז פארגעקומען דעם גירוש קאנאדא, מיר האבן פראבירט צו גיין צו אן אנדערן פראווינץ אבער מען האט אונז אויך פון דארט פארטריבן. דעריבער זענען מיר וואו מיר זענען.
מיר וואלטן געווען מער פון גערן זיך צו געפינען אינאיינעם מיט אנדערע אידישע קינדער - מען לאזט אונז נאר נישט.
אסאך צדיקים האבן געוואנדערט פון איין פלאץ צום אנדערן און געליטן פיהל רדיפות אבער קיינער איז נישט געגאנגען מחוץ לישוב וועיגן דעים.
קענסט מיר ענטפערן, בנאמנות, וואס ער האט געזאלט טון אין אזא מצב? - אדרבה, וואס וואלסטו געטאן?
זיך געבויגן דאס קאפ געליטן און געשויגן און געזאגט כפרת עוונות
און זיך געלאזט איינזעצן אין תפיסה, אין איינעם מיט א גאנצע קהילה? - וואס, דו האסט פיבער אפשר?
...
אקעי, איך דארף גיין נאך פינף מינוט - דער רבי לאזט מיר רופן.
ווער עס וויל זיך מזכיר זיין, קען שיקן אן אישי (בדרך כבוד מיט רעספעקט, וועל איך עס מזכיר זיין בל"נ)
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שמואל פרימוער ליידט פאר די עוונות פונעם דור.
אבער אפשר ליידט ער פאר זיין אייגענע עוונות אדער אפשר איז ער סתם אדוירך פאל.
איך האב שוין דערמאנט אויבן אז כדי צו פאכן מיט די העכערע זאכן פעינדל דארף מען פארשטיין קודם פארוואס ער איז העכער קודם און אנדערע ווערטער קודם זיי מסביר די סולם מוצב ארצה אז איך זאל קענען גלייבן אז ראשו מגיע השמימה.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
יעדע מענטש האט זיך זיינע שוואכקייטן.. און אין ערגסטן פאל ווערט ער אנגערופן א מענטש מיט משוגעיתן
ווען איינער האט אסאך משוגאתן ווערט ער אנגערופען א"משוגונער"
ודו"ק ותשכח
שמואל דער רבי האט גיבעטין צו וייטער שרייבן
ביליגיעדע מענטש האט זיך זיינע שוואכקייטן.. און אין ערגסטן פאל ווערט ער אנגערופן א מענטש מיט משוגעיתן
ווען איינער האט אסאך משוגאתן ווערט ער אנגערופען א"משוגונער"
ודו"ק ותשכח
איימסארי, איך זעה נישט אין אים מער משוגעת'ן ווי אין דעם סקוויראער אדער תו"א רבי. ווילסט עס אויסרעכענען איינס פער איינס? - איך בין גרייט.
איך דארף יעצט לויפן, מיר וועלן ממשיך זיין שפעטער.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
(1 נייע הודעה)שמואל דער רבי האט גיבעטין צו וייטער שרייבן
רבותי עס איז מיר א גרויסע כבוד אז קהילת לב טהור האלט מיט וואס מיר שרייבן.
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
ער האט צוזאמגענומען
פרומקייטן פון תו"א
פיינונגען פון שומרי אמונים
דיקטארשאפט פון סקווירא
קנאות פון סאטמאר
נגונים פון ספרדים
לבוש פון תנאים
מלקות פון די תורה
פאסטן פון די אראבער
וכו' וכו'
דו כאפסט די נקודה אדער איך זאל עס מער מסביר זיין ?