☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » קבלת קהל - קאווע שטיבל - היינט 10:30 - 12:00

קבלת קהל - קאווע שטיבל - היינט 10:30 - 12:00

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14727

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 3:21 pm

· #477700
קבלת קהל - קאווע שטיבל - היינט 10:30 - 12:00
צוליב דעם פארלאנג פון פילע מיטגלידער, וועל איך אויפנעמען בעז"ה חברינו היקרים חברי קאווע-שטיבל און פראווען לעצה ולברכה. די שעות וועלן זיין היינט פון 10:30 אוונט ביז בערך 12:00, אומגעפער. מען וועט קענען אנפרעגן, זיך מזכיר זיין און פראווען לעצה ולברכה, דאהי אין עפנטליכן פארום, אדער אין פרטי אין מיין קעסטל, אריינשיקן בקשות אדער שאלות בעניני עבודת-השם אדער אין אלגעמיינע ענינים, כל אחד כפי תכונת נפשו וטבעו.

במשך די קורצע תקופה וואס איך געפין זיך דא, האב איך אנטוויקלט אן אינטערעסאנטן אנאנימער קשר מיט פילע מיטגלידער דא, פריוואט מער ווי אפענערהייט. איך האב קענען געלערנט אז פילע מיטגלידער אויף דעם ארט, לעבן אן אייגענעם לעבן, נישט זייענדיג פארבינדן מיט א מנהיג בישראל, אזוי לעבט מען און מען גייט ארום. מען וויל זיך נישט צובינדן מאיזה סיבה, און ענדערש לעבן אן אייגענעם לעבן.

צווישן דעם ארטיגן ציבור דא זענען פארהאן פילע מענטשן, וואס הגם זיי ווילן בלייבן אומאפהענגיק און נישט זיין געבינדן צו קיינעם וואלטן פארט יא געוואלט קענען אמאל אנפרעגן עפעס איינעם, א שאלה וואס מען דארף א הכרעה, און הערן א מיינונג פון איינעם וואס האט אדער עפעס עקספיריענס מיט אנדערע וואס פרעגן אים, אדער פון איינעם וואס לעבט א העכערע לעבן בתורה ובעבודה און איז מדריך תלמידים אויף דעם אופן. בקיצור, ס'איז דא א פארלאנג און א מקום פאר אזא מענטש אויפן פלאץ.

וויבאלד איך פארשטיי אז עס איז א נייע זאך, האב איך נישט קיין שום ערווארטונגען. עס קען זיין אז קיינער וועט זיך נישט ווענדן דא, קען זיין אז בלויז איינער וועט זיך ווענדן, און מעגליך אז עס וועט זיין א פלייץ פון מענטשן. איך וועל אבער היינט זיין דא אום 10:30 און זיין גרייט צום באנוץ פון די מיטגלידער, און האפנטליך זיין די גוטע שליח ממרומים און דער פאסיגער צינור משפיע צו זיין שפע ברכה והצלחה פאר אלע מיטגלידער דא, בני חיי ומזוני, געזונט פרנסה נחת, אלע ברכות און אלע ישועות וואס אידישע קינדער דארפן האבן, אויפרעכטנדיג יעדן איינעם באזונדער און אלעמען צוזאמען מיט כל מילי דמיטב, אמן.

...
דרך אגב, וועט דאס זיין די ערשטע מאל אין די היסטאריע פון חסידות, וואס א משפיע נעמט עמטליך אויף מענטשן אויף א וועב-זייטל, ברבים אדער ביחיד, בשעת מען קען מיטהאלטן ברבים.

נ.ב. איך בין געבעטן געווארן צו מעורר זיין, וויבאלד די מעלדונג איז ארויסגעלייגט געווארן הערשט נאכמיטאג, קוים 7 שעה איידער עס וועט פארקומען, איז מעגליך אז עס זענען פארהאן חברי הקאווע שטיבל, וואס וועלן נישט וויסן דערפון. בעט מען אז מען זאל דאס פארשפרייטן פאר וועמען מען קען און מען ווייסט אז ער איז פון די מיטגלידער דא, אז ווער עס וויל זאל נישט פארפאסן די געלעגנהייט.

מפיל קינד » דאנערשטאג יולי 15, 2021 3:44 pm

· #477703
מקשה לילד:

מפיל בן קינד. שיפיל במהרה בלי שום צער ועמ"נ.

לינק פאר פדיון קוויק-פעי?

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 3:46 pm

· #477704
איך האב געזאגט נאר אין יענע שעות, לע"ע.

איך אויך » דאנערשטאג יולי 15, 2021 5:56 pm

· #477722
פארוואס איז דאס נישט אין שמייכל?

רימון » דאנערשטאג יולי 15, 2021 5:59 pm

· #477723
ס'איז אונז א כבוד צו קענען האבן קבלת קהל ביי מורינו הרב.

יהודי פשוט » דאנערשטאג יולי 15, 2021 6:11 pm

· #477724
אויסער דעם געוואלדיגן חכמה וואס די רבי פארמאגט, איז די רבי אויך באקאנט מיט זיין ברייטן הארץ, ממש א לב טהור פאר כלל ישראל.
ת'ורתו מ'גן ל'נו

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג יולי 15, 2021 6:13 pm

· #477725
וארא אל מורינו
ושמי יאסל נודעתי לך
רייס איין א קוויטעל
שיק מיר מיכאל
שיק מיר גבריאל
באווייז זיך צו מיר
הראינו נא
איך האב דיר געגעבן א היכל
ס'איז נאך דא א מחט
קענסט נאך זיך באווייזן
שפארן אסאך ליידען
בעטס דיך ביי אונז
סארא סארט קונץ
ליבשאפט צו א בוים
H2O צו פיש
ווי איז די אות
שיק א שטעקען
בהר הכרמל
די רמבם זאל קענען מעקן
א שמועה שמע ובה

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 6:20 pm

· #477726
.

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:34 pm

· #477751
הנני, איך בין דא גרייט מוכן ומזומן. ווער עס וויל קען אנהויבן פרעגן, דא אדער אין אישי.

וויבאלד איך זעה אז אין מיין אישי האב איך עטליכע פראגן, וועל איך אנהויבן פון דארט - אויב יענע גיבן רשות צו ברענגען די קושיות אהער, וועל איך אזוי טון, און אויב נישט וועט עס בלייבן אנאנים.

א גאסט אויף א וייל » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:38 pm

· #477752
איך ווייס נישט פארוואס, אבער יעדעס מאל איך לייען וואס די שרייבסט זעה איך מער און מער אז איר זענט  א LETZ און אייער ערשטע נאמן הייבט זיך אן מיט אן א.

וואס האט איר געגעסן היינט פאר סאפער?

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:41 pm

· #477753
איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:42 pm

· #477754
א דאנק פארן חשוב'ן רבין פאר אוועקגעבן פון זיין טייערע צייט.

מיין ערשטע פראבלעם איז מיין הונטעל. לעצטענס מאכט ער זיינע צרכים ווען און וואו ער וויל, ער ווארט נישט מען זאל אים נעמען צו א פאסיגע פלאץ. עס איז מיר זייער שווער צו אויפרייניגען די הויז אזוי, און אויך קען איך נישט גיין אין שול מיט אים. איך טראכט אפשר וואלט א קמיע געווען הילפבאר.

מיין צווייטע פראבלעם איז די 9 טעג. אמאל מאכט זיך איך געב א שמייכל אפילו איך געדענק עס איז די שווערע טעג, און דאס מאכט מיר געפערליך דעפרעסט אז איך קען אזא זאך טון אין אזעלכע טעג. ווען איך כאפ זיך ווי דעפרעסט איך בין, ווער איך גאר פריילעך אז איך טו וואס מען דארף, וחוזר חלילה.

איך האף וועסט מיר קענען ארויסהעלפן עי עס עי פי.

דאנקע,
יעקב בן יוחנן

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:44 pm

· #477755
איך האב נישט ליב ווען מען מאכט לצנות. איך רעד דא ערנסט. ס'איז נישט קיין שפילעכל, מ'רעדט דאך דא פון אחריות אויף אידישע נשמות... לאך נישט אפ פון ערנסטע זאכן.

אבשלום בן מעכה » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:48 pm

· #477756
איך וועל זיין דער מתחיל:

מיין ברודער האט א זוהן, א בחור וואס פארט לערנען אין א ישיבה אין ארץ-ישראל. דער זמן אין ישיבה הויבט זיך אן אלול, און אזוי ווי אין ישיבות געווענטליך קען מען אויך קומען חשוון. מיין ברודער מאכט חתונה א קינד אינמיטן אלול. דער בחור זאגט אז ער קען באשטיין צו פארפאסן די חתונה, ווייל ער האלט אז אנהויב זמן אלול איז זייער א וויכטיגע צייט און אין ישיבה איז דא א מצב פון לערנען, און אויך שפירט ער פאר וויכטיג צו זיין דארט בין הזמנים און ימים טובים. דער בחור פארלאזט זיך שטארק אויף זיך, וואס זאל איך אים מייעץ זיין?

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:49 pm

· #477757
ווי אלט איז דער בחור? - וואס זאגט דער טאטע?

אבשלום בן מעכה » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:53 pm

· #477758
דער בחור איז 17. דער טאטע האט נישט קיין מיינונג און איז נישט אין דער מצב אז מען זאל בכלל הערן זיין מיינונג, פאר פארשידענע סיבות (נישט וויכטיג דא ברבים), איך בין למעשה דער מחליט.

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:02 pm

· #477760
באמת וואלט מען געדארפט הערן וואס די הנהלת הישיבה האט צו זאגן.

אבער לגופו של ענין: א בחור אין די יארן איז געווענליך נישט גענוג רייף צו זאגן אז ער איז גרייט צו מוותר זיין אויף א חתונה פון זיין געשוויסטער. אפילו ער זאגט אזוי און מיינט עס ערנסט, איז פארהאן אן ערנסטע חשש אז שפעטער וועט ער ביטער חרטה האבן דערויף און דאס וועט אים שטערן במשך דעם זמן, אדער אפילו שפעטער. דער בחור איז פשוט נישט באגלייבט אויף זיך.

מען דארף נעמען אין חשבון, אז עס קומט נעקסטע יאר א לאנגע זמן, אן עיבור יאר. איך ווייס נישט דער מצב פון דעם בחור און דער מצב פון דער שטוב, אויף אויסנווייניג שטעל איך זיך פאר אז מען רעדט פון א גוטע בחור (וואס איז גרייט מקריב צו זיין א חתונה פון א געשוויסטער פאר לימוד התורה) אבער אפילו אויב דער בחור זאל זיין א פיינער בחור, אויב פארפעלט ער א חתונה פון א געשוויסטער, איז עס עלול צו ברענגען א התרשלות שפעטער אינמיטן זמן. איך וואלט זיכער נישט געראטן צו פארפאסן א חתונה, אפגעזען די מצב פון דער שטוב (וואס פון אייערע ווערטער, ברענגט עס מיר ספיקות, וואספארא סארט שטוב עס איז).

איך וואלט יא אויפגעברענגט א געדאנק, וואס מען דארף דן זיין צי עס איז פראקטיש אין אייער פאל און צי עס איז מעגליך אויסצופירן. דער בחור זאל פארן און זיין אנהויב זמן אלול אין ישיבה, אהיימקומען אויף עטליכע טעג צו זיין געשוויסטערס חתונה, און דאן צוריקפארן קיין ארץ-ישראל. דער אנהויב זמן איז זייער וויכטיג פאר א געווענליכע בחור אין א ישיבה, אבער קיין חתונה טאר ער נישט אויסלאזן. אויב איז מעגליך, זאל ער פארן אנהויב זמן און צוריקקומען צו די חתונה און דערנאך ווידער צוריקפארן (בפרט אויב ער וויל, און מען שפירט אז עס איז לתועלת, אז ער זאל זיין בין-הזמנים אין ארץ-ישראל).

אויב איז דאס נישט שייך צו טון - וועגן געלט אדער אנדערע סיבות - זאל ער פארן אויף חשוון.

שרייבט מיר א נאמען, וועל איך מתפלל זיין און אנוואונטשן לדבר ישועה ורחמים.

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:04 pm

· #477761
דערווייל: א שאלה וואס איז אריינגעקומען פון א מיטגלידער אין שטיבל.

...

ובזה החלי:

א חבר מיינער, וועלכער איז גאר א פרומער און א כלי קודש, האט א טאכטער אין די יארן. ער האט אן עלטערע פארהייראטע טאכטער וואס איז געווארן מער ״קוּל״ וועלכע די מיידל און אירע שוועסטערס קוקן ארויף. די מיידל איז (זייענדיג אינגער און נאך אונטערן רושם פון שולע) טאקע פרומער און מער ״תוכן׳דיג״ ווי איר אבער דאך. אן אנדערע שוועסטער האט חתונה געהאט מיט אויך א מער ״ליידיגע״ בחור [און די אויגן פון מיין חבר] און איז אויך געווארן מער ״קוּל״. דאס איז אלעס א געוואלדיגע מורת רוח פאר מיין חבר. דעריבער וויל ער גאר שטארק אויסוועלן א ״תוכן׳דיגע״ בחור פאר די טאכטער, איר אזוי צו שטעלן אויפ׳ן ״ריכטיגן וועג״.

מ׳האט אים אנגעטראגן א בחור וואס איז אים געווען זייער צום הארצן. עס איז געקומען עד כדי בעשוי. דער בחור, הגם מ׳האט געהאט געהערט אויף אים אז ער איז אויך א ״לעבעדיגער״ און ״וויט-איט״ [דער חבר פארשטייט אז ס׳דארף דאך אויך עפעס פאסן מיט זיין טאכטער וואס זוכט עפעס אזוי ווי די שוואגערס, עכ״פ כאטש למחצה לשליש ולרביע], איז געזעצן ביים בעשוי נישט קוקענדיג אויף איר נאר אויף זיינע הענט און גערעדט פון זיין לערנען און סדרים. עס איז שטארק נישט געפאלן דאס מיידל און זי האט דאס אפגעזאגט, נישט וועלענדיג זיך טרעפן מיט׳ן בחור פאר א צווייטע בעשוי.

פאר מיין חבר האט דאס שטארק געארט. ער האט זיך דורכגערעדט מיט/אפגערעדט צו מיר אז פארוואס וויל זי זיך נישט טרעפן מיט אים כאטש נאך א צווייטן מאל? פרוביר נאכאמאל. עס איז דאך מעשים בכל יום אז די ערשטע בעשוי איז נישט איי איי איי אבער ביים צווייטן טשוכעט זיך אויס דער בחור וכו׳ און מאכט שוין יא א גוטע אימפּרעשׁאָן. דאס איז דאך בפרט דא וואו דאס מיידל ווייסט אז די אינפארמאציע אויפ׳ן בחור איז נישט די אימפּרעשׁאָן/איינדרוק וואס זי האט באקומען ביים בעשוי.

איך האב אים געזאגט אז ראשית כל איז זיין גאנצע צוגאנג צום שידוך פראצעס דא נישט אין פלאץ. ער דארף בעצם נישט אריינצוקומען אין בילד בכלל! וואס ״ער״ וויל איז נישט נוגע - ס׳איז זיין טאכטער מיט וועמען עס דארף צו שטימען (איך האב אים געוואוזן דער רמ״א בהלכות כיבוד אב ואם ביו״ד סוף סימן רמ). אויף דעם האט ער גע׳טענה׳ט אז ״זי בעצם קען רואיג שטימען מיט דאס וואס ער זוכט פאר איר״: ער זוכט נישט פאר איר ״דער וועלט׳ס פרומער צי דער געוואלדיגער לערנער״ הגם ער וואלט ״אויסגעגאנגען״ דאס צו באקומען.

אבל על של עתה באתי. די צווייטע פונקט וואס כ׳האב אים געזאגט איז אז א בעשוי איז ענליך צום געדאנק ווי ספּיִד דעיטינג ביי די גוים. והיינו, עס דינט אויף צו זעהן צי ס׳איז דא א ״ספּארק/פינק״ און צי ס׳איז דא ״עפעס״ קעמיסטרי (איך ווייס פון די גמרא בריש האיש מקדש). פארשטייט זיך אז ס׳איז גאר עלול לטעות, און בפרט פון א זכר׳ס פערספעקטיוו ווען א בחור פון אונזער דזשענדער-סעגרעגעיטעד געמיינדע טרעפט זיך דאס ערשטע מאל מיט א נקיבה איז מיינט ער אז דאס וואס ער פילט איז ווער-ווייסט-וואס, אבער דאס איז וואס ס׳דינט אויף און דארף צו דינען אויף. יעצט, אויב אויף למשל א קאָנטיניוּאָם פון 0 ביז 10 פיהלט מען א 5 צי אפילו 4 איז שייך צו זאגן ״נו, פרוביר נאכאמאל אפשר וועט עס ארויפגיין מיט אפאר פונקטן״. אבער אויב ביים ערשטן מאל איז עס געווען 2-3 איז דאן נישט שייך צו זאגן ״נאך אמאל״ פאר די פאר פונקטן וואס ס׳וועט אולי ארויף גיין. איך פארשטיי אז מ׳קען זאגן אז אפילו אויב ביים ערשטן מאל איז עס געווען 0 ממש איז ביים צווייטן מאל קען עס ארויף שפרינגען און נתהפך ווערן ממש צו 10, אבער דאס איז נישט שכיח אויף צו פרעשורן פאר נאך א בעשוי. ואולי איז ביים טאכטער זיינער דאס געווען גאר נידעריג ביים ערשטן מאל איז אויף וואס ארויף זיך טרעפן נאכאמאל?

אבשלום בן מעכה » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:10 pm

· #477762
מורינו ורבנו
באמת וואלט מען געדארפט הערן וואס די הנהלת הישיבה האט צו זאגן.

...

שרייבט מיר א נאמען, וועל איך מתפלל זיין און אנוואונטשן לדבר ישועה ורחמים.

יעקב אלעזר בן ברכה ראציל - להצלחה ולהתעלות בתורה וביראת שמים וכל טוב סלה

די הנהלת הישיבה וויל לכתחילה אז דער בחור זאל זיין אנהויב זמן, אבער זיי פארשטייען אז ס'איז שווער צו פארפאסן א חתונה, זאגן זיי אז מען קען טון ווי אזוי מען וויל.

איך ווער נתפעל ווי אזוי איר האט צוגעטראפן די מצב פון דער שטוב און דער מצב פון דעם בחור.

איבער אייער ענטפער, ער קען קומען און פארן, אבער דער בחור איז אביסל א שוואכלינג, יעדע זונטאג איז ער שוואך און מיד פונעם שבת, נאך יעדע תענית איז ער אפגעמוטשעט. אזא נסיעה אהין און צוריק עטליכע מאל, וועט אים זיכער גוט אויסמוטשענען, מעגליך אז אויף ראש-השנה וועט ער זיין זייער מיד און ס'קען מעגליך שלעכט אויסקלאפן אין ישיבה.

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:13 pm

· #477763
איר דארפט נישט מורא האבן, ער קען רואיגערהייט פארן. עס וועט אים גארנישט געשען.

לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:26 pm

· #477765
א שאלה צו @מורינו ורבנו:
שיקן בחורים קיין ארץ-ישראל - וואס ענטפערט מען?

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:26 pm

· #477766

למען האמת וואלט אויך געווען וויכטיג צו וויסן דער מצב פון די מאמע און איר קשר מיט איר טאכטער, אבער פון אונזער שמועס אין אישי האב איך פארשטאנען, אז זי איז פונקט ווי איר מאן, און דער קשר איז בסדר (אויף וויפיל מען ווייסט).

אייער פונקט איז ריכטיג אז מען דארף קוקן וואס "זי" וויל, נישט וואס דער טאטע וויל, הגם ער וואלט גע'חלש'ט פאר א פרומע בחור, און כלל ישראל וואלט גע'חלש'ט אז אלע מיידלעך זאלן האבן פרומע השגות, אבער דאך, כדאי א אידישע שטוב זאל זיך אויפשטעלן כדת וכדין, דארף מען קוקן וואס 'זי' וויל - בפרט אז זי איז א מיידל מיט א מיינונג.

פארט דארף מען נעמען אין באטראכט, אז ביים היימישן שידוכים סיסטעם איז אלעס א שפיל. איך בין זיכער אז מען האט נישט געזאגט פארן בחור אז מען רעדט פון א 'קול' מיידל וואס זוכט עפעס מער אפענער און געשמאקער. ער מיינט מעגליך אז זי איז א חשוב'ע מיידל און אז ער דארף מאכן דעם חשוב'ען אנשטעל (פארוואס זיין טאטע איז נישט אפן מיט אים, און פארוואס דארף מען באהאלטן זאכן, איז א שמועס פאר זיך, אבער למעשה איז דאס אסאך מאל די מציאות ביי אסאך). וואלסט געקענט פרעגן, אז אויב דער בחור איז אין דער מצב אז ער וויל חתונה האבן מיט איינעם וואס איז פרום, און אז ער דארף שפילן א געים, איז דאס געוויס נישט די ריכטיגע שידוך, איז דער אמת נישט אזוי. ער קען זיין מער תמימות'דיג און נאאיוו אין דעם ענין, אבער באמת איז דאס א פאסיגער שידוך. ער וועט איר גלייכן און זי וועט אים גלייכן. דאס וואס עס איז נישט געשען יעצט, איז פשוט ווייל ער האט געשפירט אז ער דארף שפילן א שפיל לצורך הענין.

דער אמת'ער וועג דערצו איז: מען דארף ביידן מסביר זיין די נקודה. פארן בחור דארף מען אויפקלערן און מסביר זיין, אז זי זוכט נישט טאהשער רבי (איך גלייב אז ער זוכט אויך נישט טאהשע רביצין, און טאמער יא, וועט ער שוין תיכף נישט וועלן גיין ווייטער צום טיש, והכל על מקומו יבוא בשלום), און אז ער זאל אויפהערן שפילן דעם שפיל, און זיך ווידער אוועקזעצן ארגינעל, מיט א גראדן רוקן און אויגן פארנט, נישט באהאלטן גארנישט. ווידער פאר איר דארף מען אויך מסביר זיין די נקודה, אז א בחור אין ישיבה, שפילט אמאל א געים. מען דארף עס געבן נאך א שאנס צו זען דעם אמת.

ס'איז זיכער דא א מקום פאר א צווייטן בעשוי, וואס פון דארט וועט מען קענען זען מער.

שיק אריין א נאמען אינזינען צו האבן, מיר וועלן מתפלל זיין להצלחתה בכל מקרה.

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:28 pm

· #477767
א שאלה אריינגעקומען אין אישי.

...
א מיידל אין די טיענס "זאגט" בהמ"ז שנעלער פון שנעל און שטילער פון שטיל, און ווען איך בין מעורר ווערט זי נערוועז, ברוגז און חוצפה'דיג. זאל איך נעמען א שטיל שווייגעניש? וואס איז מיט חינוך, ערבות, און מיין ווייטאג?
א דאנק

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:30 pm

· #477769
לבי ובשרי
א שאלה צו @מורינו ורבנו:
שיקן בחורים קיין ארץ-ישראל - וואס ענטפערט מען?

אן אלטע שאלה וואס פלאגט מיר זייער. מען דארף דן זיין יעדע בחור באזונדער. איך וואלט נישט גערוקט קיין בחור אויב ער איז דא מצליח, ובכל כלל יש יוצא מן הכלל.

אין אונזער נושא, האט דער שואל בכלל נישט געפרעגט 'צי' ער זאל שיקן. איך ענטפער נישט קיין אומגעבעטענע שאלות. איך דין דעם ציבור, איך דין די שאף פון באשעפער, און איך ענטפער אויף וואס מען פרעגט מיר. אויב וואלט ער געפרעגט איבער פארן בכלל, וואלט איך דעמאלס צונומען די נושא.

אבשלום בן מעכה » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:32 pm

· #477770
מורינו ורבנו
איר דארפט נישט מורא האבן, ער קען רואיגערהייט פארן. עס וועט אים גארנישט געשען.

WOW - א רבי'שע ענטפער. איר נעמט עס אויף אייער אחריות?

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:48 pm

· #477771
[ציטאט אראפגענומען]

אה, איר האט געפרעגט יעצט א ווייטאגליכע שאלה, און איינע פון די שווערע נסיונות פון דעם דור. יא, מ'רעדט נישט דערפון, אבער קוקנדיג דעם אמת אין פנים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז איינע פון די שווערע - אויב נישט פון די שווערסטע - נסיונות, וואס באטרעפט דעם היינטיגן יוגנט.

ס'איז ווייטאגליך ביז גאר צו זען אידן, וואס זענען געבוירן און אויפגעצויגן געווארן אין א פלאץ, וואס איז לאו-דוקא פון די חשוב'ע פלעצער - איידל גערעדט, און ער ווערט עלטער קומענדיג צום שכל אז זאכן טויגן נישט דא, און ער האלט נישט פון דער פלאץ וואו ער איז אויפגעצויגן געווארן. ער וויל וויסן וואס צו טון? - אויב גייט ער אוועק, צוברעכט ער די משפחה, עלטערן ווייב וכדו'... ער איז געהעריג פארשפארט אין א קולט (אין זיין מחשבה), ער קען זיך נישט רירן פון דארט.

אוי, איז דאס ווייטאגליך! - איך האב נישט די ווערטער אויסצודרוקן די צער וואס אזא איינער מאכט מיט. ועוד יותר מזה, ער האט נישט מיט וועמען צו רעדן... אויב זאגט ער א ווארט קעגן דעם סיסטעם, ווערט ער מחויב סקילה מיט שריפה... ער מוז באגראבן ביי זיך זיינע מחשבות, און ער דארף זיך באהאלטן אפילו פון זיינע אייגענע קינדער... וואס זאל אזא מענטש טון?

דאס איז א פארצווייגטע נושא, און נישט אלעמאל איז די ענטפער גלייך. אין יעדע מצב דארף מען אנדערש האנדלען, אבער איך וועל רעדן אביסל באופן כללי, ותן לחכם ויחכים עוד. מען דארף אבער וויסן אז יעדע פאל דארף מען אנדערש באהאנדלען און מען דארף אנדערש דורכרעדן.

קודם כל צום אלעמען ערשטן, בנוגע די קינדערליך... אז זיי זאלן נישט דורכגיין דאס וואס דו גייסט דורך, און בכלל, זיי צו געבן דעם ריכטיגן חינוך, וואס דאס איז די וויכטיגסטע. אין רוב קהילות קען מען זיך אן עצה געבן בנוגע די קינדער, מען קען זיי שיקן אין אנדערע ישיבות, מרמז זיין דא דארט אז דאס וואס מען פארקויפט אויפן פלאץ איז נישט ממש קודש קדשים. מען דארף נישט ארויסרעדן גראב - אדרבה, דאס קען נאך שאדן פאר די חינוך פון די קינדער - אבער מען קען דאס מרמז זיין גענוג קלוג אז די קינדער זאלן דאס אליין כאפן. אויב האט איר די געלעגנהייט, שיקט זיי צו אזעלכע פלעצער וואס איז מער אויסגעהאלטן אידישליך, און מוטיג זיי זיך אנצוטשעפענען דארט אין יענע מנהיגים און אין יענע קהילות. אויב גלייכט איר נישט קיין איין מקום, שיקט זיי צו אפענע ליבעראלע ישיבות, מוטיג זיי צו פירן דאס לעבן אפן און ווי אזוי איר שפירט. טאמער זעט איר אן עיקר אין לימוד התורה אדער אין לומדות, שיקט זיי צו ישיבות וואס פארקויפן דאס, און מוטיג זיי צו גיין אויף די דאזיגע וועגן.

נישט איבעראל איז דאס שייך, עס זענען פארהאן קהילות וואס לאזן דאס אויך נישט צו, און דאן איז ביטער. אבער אין רוב פלעצער קען מען זיך אן עצה געבן אויף אזא סארט וועג.

בנוגע אייך אליין: אמאל לעבט מען אין מער א ליבעראלע קהילה, וואו עס איז מעגליך צו סוויטשן צו אן אנדערן ארט, זיך אנהענגען ערגעץ. עס מוז נישט זיין א חסידות, מען קען זיין אנגעהאנגען אין א משפיע וואס מען גלייכט און איז א גוטע דוגמא, און מען קען שעפן פון אים רוחניות'דיגע שפייז. דעמאלס איז זייער פיין. מען באלאנגט ביי דיפאלט אין די אפיציעלע קהילה, דארט געניסט מען פון אלע קהילה פאנדן, קרן הלבשה, פסח קיופאנס, מען צאלט איין די מעמבערשיפ און מען באקומט א חלקה אינעם בית-החיים, אבער פאר רוחניות'דיגע שפייז קען מען יונק זיין ערגעץ אנדערש.

נעם אין באטראכט: דיינע חברים וואס דו ביסט מקנא, זיצן געשמאקע חשוב'ע קהילות אדער סביבות, זיי האקן א לעבן און דו ביסט זיי מקנא אז זיי זיצן דארט. אבער אין אמת'ן פעלט דיר גארנישט ווייניגער פון זיי, אויסער געשמאקע הנאות. דו קענסט צוקומען צו דער זעלבער עבודת השם און רוחניות'דיגע בליק, פונקט ווי זיי.

אמאל מאכט זיך א קהילה, וואס מען קען דאס נישט טון דארט. דעמאלס איז זייער ביטער. אויב איז מען א בעל-נפש, מען האט נישט מורא פון קיינעם, און מען קען אוועקגיין, מה טוב ומה נעים, אויב נישט, דאן דארף מען פארגיסן טייכן טרערן, רייסן איין ביי קברי צדיקים, אז דער אויבערשטער זאל אייך שוינען און טרעפן דעם ריכטיגן באקוועמען וועג ארויס, והן קל לא ימאס תפילות ישראל.

ס'ווענדט זיך אויס וואס דער פראבלעם איז אין יענע קהילה. אמאל איז דא א הוראה פון צדיקים, אז כל זמן מען איז נישט עובר אויפן שלחן ערוך, זאל מען פארבלייבן אין דעם ארט וואו די עלטערן האבן געדינט דעם אויבערשטן, וויבאלד דער דרך איז אויסגעטראטן ביי די משפחה.

דאס אלעס איז געענטפערט געווארן באופן כללי, יעדע מאל איז אנדערש. אויב איר ווילט, קענט איר שיקן א נאמען מתפלל צו זיין - איך וועל באמת אינזינען האבן, וויבאלד דאס איז איינע פון די שווערסטע צרות ביי אמת'ע נארמאלע מענטשן.

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:50 pm

· #477772
אבשלום בן מעכה
מורינו ורבנו
איר דארפט נישט מורא האבן, ער קען רואיגערהייט פארן. עס וועט אים גארנישט געשען.

WOW - א רבי'שע ענטפער. איר נעמט עס אויף אייער אחריות?

יא!

יעקב אלעזר בן ברכה ראציל, זאל האבן הצלחה קומענדיגע זמן, ער זאל שטייגן בתורה ובחסידות ולאילנה רברבה יתעבד, ס'זאל אים גיין גוט בגשמיות וברוחניות ובכל אשר יפנה יצליח, און ער זאל קענען צוקומען צום ריכטיגן תכלית און טרעפן זיין זיווג הגון בעתו ובזמנו.

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:55 pm

· #477773
איך וויל צולייגן צו די שאלה פון העניך, א שטיקל השקפה'דיגער בליק אויף דעם ענין.

על מה עשה ה' ככה בדורינו, אז מענטשן זאלן זיך טרעפן פלוצלינג נישט אין זייער פלאץ? - מ'זעט אמאל חשוב'ע טייערע יונגעלייט, וועלכע זענען אנהענגיק אין פלעצער וואו זיי באלאנגען באמת נישט דארט. ס'פאלט אמאל אריין א רחמנות, נעבעך אויף זיי, אז זיי געפינען זיך דארט.

דער אמת איז, אז דער אויבערשטער האט זיי דארט צוגעשיקט. אויב אלע פיינע יונגעלייט וואלטן געווען נאר אין גוטע פלעצער, וואלטן די אנדערע פלעצער אויסגעטריקנט געווארן און די בעלי-בתים וואלטן נישט געהאט קיין אחיזה אין רוחניות. האט דער אויבערשטער איינגעפלאנצט חשוב'ע יונגעלייט אין יעדע מקום, אויף אן אופן אז עס זאל זיי שווער זיין אוועקצוגיין פון דארט, אזוי אז זיי זענען משפיעים אויפן גאנצן פלאץ.

זיי זענען די ל"ו צדיקים נסתרים פון היינטיגן דור. עס זענען דא רבי'ס משפיעים, אבער די איידעלע וואוילע יונגעלייט, וואס געבן צו מיט זייער וועזן, צו די פלעצער וואס זענען נישט אזוי איידל, און דורכדעם האלטן זיי אן דעם צביון פון דעם ארט, (און צומאל, א דאנק זיי, ווערט די פלאץ שפעטער אויסגעאיידלט, אדער אויב עס קומט אויף א נייע משפיע, וואס וויל פארבעסערן דעם פלאץ און די אלטע וועגן, האט ער מיט וועמען צו גיין צום טיש, א דאנק זיי). זיי זענען די אמת'ע משפיעים און די באהאלטענע צדיקים פונעם דור.

good news » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:58 pm

· #477775
געווענטלעך ווען מ'איז מזכיר א בקשה, גיבט מען א פדיון. וואס בעט דער רבי פאר א פדיון?

איך מיין, אז איינער וואס וויל פועל'ן, דארף געבן א פדיון עטליכע לייקס פארן רבי'ן, וועט ער קענען שנעל פועל'ן. 😂

מורינו ורבנו » פרייטאג יולי 16, 2021 12:00 am

· #477776
מורינו ורבנו
א שאלה אריינגעקומען אין אישי.

...
א מיידל אין די טיענס "זאגט" בהמ"ז שנעלער פון שנעל און שטילער פון שטיל, און ווען איך בין מעורר ווערט זי נערוועז, ברוגז און חוצפה'דיג. זאל איך נעמען א שטיל שווייגעניש? וואס איז מיט חינוך, ערבות, און מיין ווייטאג?
א דאנק

ווי אלט איז די מיידל?

שמה להזכרה?

מורינו ורבנו » פרייטאג יולי 16, 2021 12:11 am

· #477781
איבער די שאלה ותשובה פונעם בעשוי, שרייבט מיר דער שואל אין אישי:

...
זי איז, לידיעתי, נישט בעצם קיין ״קוּל״ מיידל - נאר אויפ׳ן ספּעקטרום פון אירע פרומערע געשוויסטער און ״קוּל״ געשוויסטער פאלט זי מער צו יענע זייט. איך ווייס נישט אבער איך שטעל זיך פאָר אז דאס איז וואס די בחור׳ס צד האט געוואוסט: וויל ״וויט-איט״ אא״וו. וממילא זאגן אז ער האט דוקא געוואלט שפילן? איך ווייס נישט.
...

די ענטפער וואס דער אויבערשטער האט מיר אריינגעגעבן אין געדאנק:
דו קענסט נישט וויסן וואס עס לויפט דורך פארן בחור אין מוח. וואס די עלטערן ווייסן מיינט נישט אז דער בחור ווייסט. איך זאג דיר בנאמנות אז בערך אזוי איז די מעשה, און עס איז דא א מקום פאר א צווייטע בעשוי.

אויב איך וועל האבן א נאמען, וועל איך קענען בעסער וויסן און זען בעז"ה.

מורינו ורבנו » פרייטאג יולי 16, 2021 12:12 am

· #477782
[ציטאט אראפגענומען]

אן קיין לצנות ביטע.

מורינו ורבנו » פרייטאג יולי 16, 2021 12:19 am

· #477785
מורינו ורבנו
מורינו ורבנו
א שאלה אריינגעקומען אין אישי.

...
א מיידל אין די טיענס "זאגט" בהמ"ז שנעלער פון שנעל און שטילער פון שטיל, און ווען איך בין מעורר ווערט זי נערוועז, ברוגז און חוצפה'דיג. זאל איך נעמען א שטיל שווייגעניש? וואס איז מיט חינוך, ערבות, און מיין ווייטאג?
א דאנק

ווי אלט איז די מיידל?

שמה להזכרה?

ענטפער אריינגעקומען אין אישי:
אזוי ווי געשריבן - טיענס. בערך 17-18.
דערווייל זוך איך אן עצה...

תשובה אשר חנני ה':
חס-ושלום צו זאגן עפעס. מען קען מער קאליע לייגן ווי אויפטון. נישט זאגן קיין ווארט.

וואס יא? - ביי געלעגנהייטן, ווי שבת'דיגע סעודות וכדומה, דערציילן מעשיות (נישט דירעקט צו איר, נאר בכלליות), איבער דאווענען ערליך, בענטשן ערליך, די סגולות בענין זה, פרנסה וכסף, מעשיות וסיפורים. מען רעגנט אריין איינמאל און נאכאמאל, א טראפ נאך א טראפ לעכערט דורך, עס טוט אויף א געוואלד. אפילו ווען בשעת מעשה קוקט עס נישט אזוי אויס.

דער עיקר איז, זי זאל נישט שפירן ווי דו רעדסט צו איר, ס'דארף זיין סתם אין אלגעמיין סיפורים און ענינים, און דאס וועט אויפטון.

זאת ועוד: זעה אליין אויך צו בענטשן ערליך, זי זאל זען א דוגמא אישית. קענסט מאכן אן עסק דערפון. דערציילן מעשיות און דאן זאגן: "יעצט גייען מיר טאקע בענטשן", וואש דיר מים אחרונים מיט אן ערנסטקייט, הויב אן מיט שיר המעלות און ווייטער, בענטש הויך אויפן קול פון אינדערווייניג. אזוי וועסטו טון כסדר, קאנסענטלי, וועסטו זען גרויסע שינויים.

שיק מיר אריין די נאמען.

דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דו זאלסט זען אסאך נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער, יברכך וישמרך בבנות, זיי זאלן זיין שמור ומשומר, ערליך אידיש, פול מיט יראת שמים און מידות טובות, און דו זאלסט שעפן פון זיי פיל נחת דקדושה, אמן ואמן.

מורינו ורבנו » פרייטאג יולי 16, 2021 12:40 am

· #477789
לכל מאן דבעי. איך בין נאך דא צען מינוט, נאכדעם דארף איך שוין גיין.

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג יולי 16, 2021 2:12 am

· #477792
כ׳בין שוין געווען קרוב ליאוש פון זיין דבוק צו א צדיק אמת אבער איצטער איז פארהאן א נייעם אור וואס שיינט אריין אין דעם פארום. א איד גיבט אוועק פון זיין טייערע צייט צו העלפן אידישע קינדער שלא על מנת לקבל פרס, נישט קיין כבוד נישט קיין געלט וכו׳ נאר פשוט ללמוד וללמד לשמור ולעשות...! כ׳בין מלא התפעלות...

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג יולי 16, 2021 2:19 am

· #477793
מורינו ורבנו
מורינו ורבנו
מורינו ורבנו
א שאלה אריינגעקומען אין אישי.

...
א מיידל אין די טיענס "זאגט" בהמ"ז שנעלער פון שנעל און שטילער פון שטיל, און ווען איך בין מעורר ווערט זי נערוועז, ברוגז און חוצפה'דיג. זאל איך נעמען א שטיל שווייגעניש? וואס איז מיט חינוך, ערבות, און מיין ווייטאג?
א דאנק

ווי אלט איז די מיידל?

שמה להזכרה?

ענטפער אריינגעקומען אין אישי:
אזוי ווי געשריבן - טיענס. בערך 17-18.
דערווייל זוך איך אן עצה...

תשובה אשר חנני ה':
חס-ושלום צו זאגן עפעס. מען קען מער קאליע לייגן ווי אויפטון. נישט זאגן קיין ווארט.

וואס יא? - ביי געלעגנהייטן, ווי שבת'דיגע סעודות וכדומה, דערציילן מעשיות (נישט דירעקט צו איר, נאר בכלליות), איבער דאווענען ערליך, בענטשן ערליך, די סגולות בענין זה, פרנסה וכסף, מעשיות וסיפורים. מען רעגנט אריין איינמאל און נאכאמאל, א טראפ נאך א טראפ לעכערט דורך, עס טוט אויף א געוואלד. אפילו ווען בשעת מעשה קוקט עס נישט אזוי אויס.

דער עיקר איז, זי זאל נישט שפירן ווי דו רעדסט צו איר, ס'דארף זיין סתם אין אלגעמיין סיפורים און ענינים, און דאס וועט אויפטון.

זאת ועוד: זעה אליין אויך צו בענטשן ערליך, זי זאל זען א דוגמא אישית. קענסט מאכן אן עסק דערפון. דערציילן מעשיות און דאן זאגן: "יעצט גייען מיר טאקע בענטשן", וואש דיר מים אחרונים מיט אן ערנסטקייט, הויב אן מיט שיר המעלות און ווייטער, בענטש הויך אויפן קול פון אינדערווייניג. אזוי וועסטו טון כסדר, קאנסענטלי, וועסטו זען גרויסע שינויים.

שיק מיר אריין די נאמען.

דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דו זאלסט זען אסאך נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער, יברכך וישמרך בבנות, זיי זאלן זיין שמור ומשומר, ערליך אידיש, פול מיט יראת שמים און מידות טובות, און דו זאלסט שעפן פון זיי פיל נחת דקדושה, אמן ואמן.

באמת אין לי אחר דברי הרב כלום נאר אויב כ׳מעג מעיר זיין איז אפשר כדי צו מאכן זיכער אז ס׳נישטא עפעס אן אנדערלייאינג אישו ווי למשל אז זי מוטשעט זיך מיט די עברי וכדו׳ און זי שעמט זיך און האט מורא אז זי זאגט נישט ריכטיג...

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג יולי 16, 2021 4:52 am

· #477796
@ מורינו ורבינו: ווען גייט זיין דאס נעקסטע קבלת קהל ? איך האב פשוט פארפאסט דעם נעכטיגען קבלת קהל צוליב א סיום אין די משפחה ב"ה,
איך האב עטליכע שאלות צו פרעגן.
בקידה והשתחוי’ה

שמחה'לע קאפשטיק

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 16, 2021 7:27 am

· #477803
מפיל קינד
מקשה לילד:

מפיל בן קינד. שיפיל במהרה בלי שום צער ועמ"נ.

לינק פאר פדיון קוויק-פעי?

מפיל בן קינד (שליט"א): איך האב בשעתו (מיט א שיינע פאר יאר צוריק) ווען ס'איז געווארן פאפולער דאס שרייבן דורך ...."פעקס"... איז געווען אן אדמו"ר וועלכער האט געלאזט וויסן ברבים אז מ'קען איהם אריינפעקסן קוויטלעך מיט בקשות כל אחד ואחד. האב איך אני הקטן מיך אנגערופן..."אויב אזוי וועלל איך איהם (דער רעבע) אריינפעקסן א הונדערטער פאר א פדיון...! וד"ל וק"ל...לאל...!

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 16, 2021 7:33 am

· #477804
יאסל ראקאווער
וארא אל מורינו
ושמי יאסל נודעתי לך
רייס איין א קוויטעל
שיק מיר מיכאל
שיק מיר גבריאל
באווייז זיך צו מיר
הראינו נא
איך האב דיר געגעבן א היכל
ס'איז נאך דא א מחט
קענסט נאך זיך באווייזן
שפארן אסאך ליידען
בעטס דיך ביי אונז
סארא סארט קונץ
ליבשאפט צו א בוים
H2O צו פיש
ווי איז די אות
שיק א שטעקען
בהר הכרמל
די רמבם זאל קענען מעקן
א שמועה שמע ובה

יאסל ראקאווער: דיין תגובה איז טאקע זייער שיין, פאעטיש. אבער איך מיין אז דו ווילסט נישט זעהן די מלאכים וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. ספעציעל דער מלאך גבריאל. ער איז נישט סובל קיין פאלטשע אלארמס. אויב דו האסט איהם גערופן האסטו זיכער געמוזט האבן א גוטע סיבה דערצו...!

קאצקע ציקער » פרייטאג יולי 16, 2021 1:51 pm

· #477821
berlbalaguleh
מפיל קינד
מקשה לילד:

מפיל בן קינד. שיפיל במהרה בלי שום צער ועמ"נ.

לינק פאר פדיון קוויק-פעי?

מפיל בן קינד (שליט"א): איך האב בשעתו (מיט א שיינע פאר יאר צוריק) ווען ס'איז געווארן פאפולער דאס שרייבן דורך ...."פעקס"... איז געווען אן אדמו"ר וועלכער האט געלאזט וויסן ברבים אז מ'קען איהם אריינפעקסן קוויטלעך מיט בקשות כל אחד ואחד. האב איך אני הקטן מיך אנגערופן..."אויב אזוי וועלל איך איהם (דער רעבע) אריינפעקסן א הונדערטער פאר א פדיון...! וד"ל וק"ל...לאל...!

און אזא פאל וועסטו דארפן אריינפעקסן א טשעק, והכול על מקומו יביאו לשלום

מורינו ורבנו » פרייטאג יולי 16, 2021 3:33 pm

· #477829
מאך זיכער
ילמדנו מורינו ורבינו...

פארוואס מאכט איר אונז אזא קבלת קהל, און פארוואס אין די שפעטע נאכט שטונדן?

שמחהלע קאפשטיק
@ מורינו ורבינו: ווען גייט זיין דאס נעקסטע קבלת קהל ? איך האב פשוט פארפאסט דעם נעכטיגען קבלת קהל צוליב א סיום אין די משפחה ב"ה,
איך האב עטליכע שאלות צו פרעגן.
בקידה והשתחוי’ה

שמחה'לע קאפשטיק

איך קום נישט אריין געווענליך ערב שבת, מחמת קדושת השבת. היינט האב איך געמאכט אן אויסנאם, צו זען וואס איז נוגע די נעכטיגע קבלת קהל. זעה איך סיי דא און אויך אין אישי, אז מאנכע וואלטן געוואלט מיטהאלטן אבער האבן נישט געהאט די געלעגנהייט.

זעהענדיג די נעכטיגע הצלחה, וועלן מיר עס מאכן בערך איינמאל א חודש בעזרת-השם. מען קען מציע זיין וועלכע צייט איז די בעסטע. איך זאג נישט אז איך וועל זיך זיכער קענען צושטעלן, אבער מיר וועלן בעז"ה פראבירן.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 16, 2021 5:41 pm

· #477836
קאצקע ציקער
berlbalaguleh
מפיל קינד
מקשה לילד:

מפיל בן קינד. שיפיל במהרה בלי שום צער ועמ"נ.

לינק פאר פדיון קוויק-פעי?

מפיל בן קינד (שליט"א): איך האב בשעתו (מיט א שיינע פאר יאר צוריק) ווען ס'איז געווארן פאפולער דאס שרייבן דורך ...."פעקס"... איז געווען אן אדמו"ר וועלכער האט געלאזט וויסן ברבים אז מ'קען איהם אריינפעקסן קוויטלעך מיט בקשות כל אחד ואחד. האב איך אני הקטן מיך אנגערופן..."אויב אזוי וועלל איך איהם (דער רעבע) אריינפעקסן א הונדערטער פאר א פדיון...! וד"ל וק"ל...לאל...!

און אזא פאל וועסטו דארפן אריינפעקסן א טשעק, והכול על מקומו יביאו לשלום

קאצקע ציקער: כ'האב מורא אז מיט מיין טשעק וועט די רעבע נישט קענען באצאללן זיין גראסערי בילל...!

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 16, 2021 6:01 pm

· #477840
איך האב אזוינס הנאה פון דעם אשכול, איך האב מורא מען טאר נישט אזוי הנאה האבן אין די 9 טעג.

אינגערמאנטשיקל » זונטאג יולי 18, 2021 3:07 pm

· #477866
מורינו ורבנו
לכל מאן דבעי. איך בין נאך דא צען מינוט, נאכדעם דארף איך שוין גיין.

די תגובה האט מיר געטריגערט צו נעמען אפאר מינוט און עפענען מיין אשכול לקט ציטוטים

אינגערמאנטשיקל » זונטאג יולי 18, 2021 3:13 pm

· #477867
[list][/list:u]
אבשלום בן מעכה
מורינו ורבנו
באמת וואלט מען געדארפט הערן וואס די הנהלת הישיבה האט צו זאגן.

...

שרייבט מיר א נאמען, וועל איך מתפלל זיין און אנוואונטשן לדבר ישועה ורחמים.

יעקב אלעזר בן ברכה ראציל - להצלחה ולהתעלות בתורה וביראת שמים וכל טוב סלה

די הנהלת הישיבה וויל לכתחילה אז דער בחור זאל זיין אנהויב זמן, אבער זיי פארשטייען אז ס'איז שווער צו פארפאסן א חתונה, זאגן זיי אז מען קען טון ווי אזוי מען וויל.

איך ווער נתפעל ווי אזוי איר האט צוגעטראפן די מצב פון דער שטוב און דער מצב פון דעם בחור.

איבער אייער ענטפער, ער קען קומען און פארן, אבער דער בחור איז אביסל א שוואכלינג, יעדע זונטאג איז ער שוואך און מיד פונעם שבת, נאך יעדע תענית איז ער אפגעמוטשעט. אזא נסיעה אהין און צוריק עטליכע מאל, וועט אים זיכער גוט אויסמוטשענען, מעגליך אז אויף ראש-השנה וועט ער זיין זייער מיד און ס'קען מעגליך שלעכט אויסקלאפן אין ישיבה.

זאג, דיין נעפיו האט דיר געגעבען רשות אויסצופויקן זיינע דיטעילס ברבים מיט די פולע נאמען?

און דיין אייגענע גילוי באדערט דיך נישט?

אדער איז די תירוץ אזויווי איך מערק אהן אינעם לעצטן פאראגראף דא.

גליקלעך » זונטאג יולי 18, 2021 11:27 pm

· #477893
עס איז ממש צום שטוינען וויפיל כח, מח, און צייט, מורינו חכמת שמואל לייגט אריין צו קריכן אויפן עולם!

קורקלענד » מאנטאג יולי 19, 2021 12:26 am

· #477897
מער צו שטוינען ווי דער עולם שפילט מיט...

סמבטיון » מאנטאג יולי 19, 2021 12:24 pm

· #477935
איך ענדזשוי עס.