☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

337 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #708
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

קרעקער » מאנטאג יולי 16, 2012 8:54 pm

· #24809
אפשר האבן זיי עם באצאלט שטיל צו זיין
וויאזוי פלעגט אלטער משה זאגן? מ'האט געמאכט א "קאַווער אַפ"

ראוונע » דינסטאג יולי 7, 2015 10:34 am

· #287577
ביי דיר אויף שמחות
די בילד איז געכאפט געווארן פארגאנגענע חוה״מ סוכות. ס׳זייער טערעסאנט ווייל דא זעה׳ך אז די מיידלעך גייען אנגעטוהן מיט בגדי לבנים און נישט מיט די שווארצע דאכענעס 

שבת גייען זיי אנגעטון אין בגדי לבנים

טייערע ברודער » מיטוואך יולי 13, 2016 8:28 am

· #341825
טאכטער פון הייליגען רבי'ן.
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/nechama.cohen.94?pnref=story">https://www.facebook.com/nechama.cohen.94?pnref=story</a>

mevakesh » מיטוואך יולי 13, 2016 8:35 am

· #341827
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
וואס איז די מעשה מיט איהר? זי איז אנטלויפען פון דער היים?

סאשי פיש » מיטוואך יולי 13, 2016 8:43 am

· #341828
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שוין לאנג צוריק. לעצטענס חתונה געהאט

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 13, 2016 4:45 pm

· #341892
די טאכטער איז נישט אנטלאפן... דאס איז א מוסטער פון די רשעות'דיגע ארבעט פון די שונאי ישראל והדת אין קאנאדע.

דעם רבי'נס טאכטער איז געווען אין א שווערע גייסטישע מצב, ביז מען האט איר געמוזט אריינפירן אין א גייסטישע שפיטאל. אזוי ווי עס איז היינט דער סטייל (אויך אין אמעריקע), האט מען אנגעהויבן טראכטן אויב עס איז נישט קיין אביוז פון דעם רבי'נס שטוב. די רשעים האבן דאן געארבעט אויף עטליכע פראנטן, קודם כל האט מען נישט צוגעלאזט דעם רבי'ן מיט די משפחה זען דאס קינד. די שפיטאל בעאמטע האבן נאכגעזוכט אינפארמעישן דורך אינטערנעט אויף דעם רבי'ן און די חסידים, און פארשטייט זיך אז קיין פאזעטיווע בילד האט מען נישט באקומען. דאן האט זיך אנגעהויבן א סעריע מיט איבערעדענישן פארן קינד, אז איר משפחה איז א סכנה פאר איר. זי איז דאך נישט געווען גייסטיש געזונט, האט מען איר געברעינוואשט פון שפיטאל מיט אלע שקרים און לגיונות.

סוף דבר איז געווען, אז עס איז געווען א קארט-קעיס, ווי דער דזשארדזש האט גע'פסקנ''ט אז דאס קינד טאר נישט זיין ביי די עלטערן. זי איז דאן אוועקגעפארן צו מאנסי געגנט, און דאס איז די סוף פון די פאסירונג.

פרעג איך אייך: זי וואלט געקענט אויפשטעלן א אידישע שטוב, מיט יראת שמים און צניעות. יעצט, וואו איז זי אנגעקומען? - א האלבע זונה!

רשעים ארורים!

שבת אחים » מיטוואך יולי 13, 2016 4:49 pm

· #341895
אה הייסט עס אז סאיז נאר א גייסיטישע מצב, איז מה כל הרעש?

יעצט ווייס איך שוין נישט פשט אין צוויי זאכן
1)גייסיטישע מצב
2)א האלבע זונה (א גאנצע זונה פארשטיי איך וואס ס׳מיינט אבער וויאזוי איז מען נאר א האלבע זונה?) 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 13, 2016 4:53 pm

· #341897
שבת אחים
אה הייסט עס אז סאיז נאר א גייסיטישע מצב, איז מה כל הרעש?

יעצט ווייס איך שוין נישט פשט אין צוויי זאכן
1)גייסיטישע מצב
2)א האלבע זונה (א גאנצע זונה פארשטיי איך וואס ס׳מיינט אבער וויאזוי איז מען נאר א האלבע זונה?) 🙄

ווער און וואס ס'האט איהר צו געברענגט צו דעם גייסטישן מצב, רעדט ער נישט...ער רעדט פון ברעינוואשינג... 😂 🙄

mevakesh » מיטוואך יולי 13, 2016 5:51 pm

· #341912
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
קוקט נישט אויס ווי א זונה אדרבה שי לוקס העפילי מעריד עד מו"ש

מבקר » מיטוואך יולי 13, 2016 6:34 pm

· #341916
שמואל פרימו
די טאכטער איז נישט אנטלאפן... דאס איז א מוסטער פון די רשעות'דיגע ארבעט פון די שונאי ישראל והדת אין קאנאדע.

דעם רבי'נס טאכטער איז געווען אין א שווערע גייסטישע מצב, ביז מען האט איר געמוזט אריינפירן אין א גייסטישע שפיטאל. אזוי ווי עס איז היינט דער סטייל (אויך אין אמעריקע), האט מען אנגעהויבן טראכטן אויב עס איז נישט קיין אביוז פון דעם רבי'נס שטוב. די רשעים האבן דאן געארבעט אויף עטליכע פראנטן, קודם כל האט מען נישט צוגעלאזט דעם רבי'ן מיט די משפחה זען דאס קינד. די שפיטאל בעאמטע האבן נאכגעזוכט אינפארמעישן דורך אינטערנעט אויף דעם רבי'ן און די חסידים, און פארשטייט זיך אז קיין פאזעטיווע בילד האט מען נישט באקומען. דאן האט זיך אנגעהויבן א סעריע מיט איבערעדענישן פארן קינד, אז איר משפחה איז א סכנה פאר איר. זי איז דאך נישט געווען גייסטיש געזונט, האט מען איר געברעינוואשט פון שפיטאל מיט אלע שקרים און לגיונות.

סוף דבר איז געווען, אז עס איז געווען א קארט-קעיס, ווי דער דזשארדזש האט גע'פסקנ''ט אז דאס קינד טאר נישט זיין ביי די עלטערן. זי איז דאן אוועקגעפארן צו מאנסי געגנט, און דאס איז די סוף פון די פאסירונג.

פרעג איך אייך: זי וואלט געקענט אויפשטעלן א אידישע שטוב, מיט יראת שמים און צניעות. יעצט, וואו איז זי אנגעקומען? - א האלבע זונה!

רשעים ארורים!

סופו מוכיח על תחילתו!
שקרים ולגיונות, מיט א בלעכענע פנים.
מוציא שם רע על בת ישראל, ווייל פארוואס נישט.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 13, 2016 6:50 pm

· #341917
מבקר... א גאנצע טוץ מיט קללות, אן ארויסשרייבן איין ווארט פארוואס און פארווען.

יעצט, הערט מיר גוט אויס. איר ווייסט אז איך בין נישטא געווען א לאנגע צייט, און אפילו יעצט בין איך מוגבל פון צו זיין דא שטענדיג. איך בין דורכגעגאנגען א טויש אין די לעצטע זעקס חדשים. דער אויבערשטער האט געעפנט מיינע אויגן און מיט זיין גרויס רחמנות מיר אנגעפילט מיט דעת אז איך זאל דערשפירן דעם אור וואס איז פאראן אויף דער וועלט, און איך בין נתקרב געווארן למורי ורבי שליט"א. איך בין געזעצן ביי מיין רבי'ן עטליכע חדשים, וואו איך האב געלעבט אין א גן-עדן התחתון ממש. דארט דארף מען ממש גארנישט האבן, מען לעבט אן אנדערע וועלט, זר לא יבין את זאת.

איין זאך וואס האט מיר געשטערט, היתכן אז די וועלט קען נישט דעם אמת איבער די הייליגע קהילה. מען לאזט די גאס פארקויפן שקרים וכזבים, און קיינעם פון אונזערע קהילה גייט נישט אן און נעמט זיך נישט די מיה אפצוענטפערן די לגיונות. און די אמת'ע סיבה דערצו איז, ווייל מען איז אויסגעטאן פון די וועלט, מען לעבט אין העכערס, מען וויל נישט לעבן אין די שמוציגע אינטערנעט וועלט. אבער מיר האט עס געשטערט אז אנדערע אידן ווייסן נישט דעם אמת. איך האב דעריבער באשלאסן, אז איך וועל זיין דער מענטש וואס וועט אפווארפן אלע שקרים פון אלע סטרא-אחרא מענטשן און פון די אינטערנעטיסטן. איך בין מוכן צו הערן וואס יעדער זאגט און מודיע זיין דעם אמת פאר יעדן.

מבקר, אויב דו האסט קראנטע זאכן, זאג - קום נישט מיט קיין קללות.

שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך יולי 13, 2016 6:58 pm

· #341918
גערעכט גערעכט, זעהסטו? דיין אהער קומען האט שוין ביי מיר געפוילט, כ׳וויל אפ לאזן דער שטותים פון עולם הזה אין קומען צו ענק אין קהלה אין זיין בקשר נאר מיטן אויבערשטער. ווי הייב איך אן? וועם רוף איך?

נאר איין זאל פאר כ׳לאז אלץ אפ, האסט געזאגט די רעביס טאכטער איז א זונה, האסט אפשר איר נומבער? פשוט מיין ווייב איז אין קאנטרי כרגע.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 13, 2016 7:06 pm

· #341920
שטאפענע קאפוליטש, דיר איז א שאד צו ענטפערן, דען דו מיינסט דאך סתם לצנות. פון דיינע תגובות דא אין שטיבל זעט מען וואו דיין קאפ ליגט. לעצטנס האסטו מפרסם געווען א תגובה וואס דו גלייכסט די מערסטע, א שמוציגע תגובה לכל הדעות, און דאס טראכסטו אז עס ליגט די גליק, אז ווען דיין ווייב איז נישטא זוכסטו דאס (און זאג מיר נישט אז עס איז סתם א ווערטל - דער רבי שליט"א האלט אין איין זאגן אז אין די ווערטלעך וואס א מענטש מאכט, זעט מען וואס ער טראכט באמת... יא יא, דאס איז דארט וואו דיין קאפ ליגט. פאקט.)

שטאפענע, זיי וויסן, אז שערי תשובה איז אויך פאר דיר אפן, און גלויב מיר אז איין "נשמת" וואס מען זאגט אין גוואטאמאלא אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א, איז פיל געשמאקער ווי אלע פאסקודנע שמוץ פון בעלי-תאוות. איך וואלט געלאזט די סארט געשמאקקייטן פאר דיר, און אויסגעקליבן פאר מיר א שלש-סעודות ידיד-נפש - ס'איז אסאך בא'טעמ'טער - בעליוו מי, טעמו וראו כי טוב השם.

שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך יולי 13, 2016 7:13 pm

· #341922
א מינוט א מינוט, לאמער גיין רואיג, פריער האסטו געזאגט אז די ביסט נישטא אין שטיבעל ווייל די האסט אנגעזעהן ווי ליגט די אמת תורה, אין ביסט נאר דא מעורר צו זיין די עולם צו העלבראנת
יעצט ווייסטו פונקטליך וועלכע תגובה איל האב אמאל געשריבען וואס זאגט אז מיין קאפ ליגט מיך צווישען די פיס.

והשנית, כמיין נישט ליצנות כוויל באמת ווערן א חסיד דארט, א חסיד מאכט נאך די רבי, כוועל פרעסען 5 סעודות א טאג, ספענקען פרוין ווען סגליסט מיר, כקען נישט זעהן וואס נאך גייט מיר פעהלן.
אה, כהאב ליב טעיסטערס טשויס קאווע, דא דארט?

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך יולי 13, 2016 7:18 pm

· #341924
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
מהאט געשמועסט א לאנגע צייט צוריק אז די רבי האט א ניק דא.

פארוואס קומסטו נישט מיט דיין עכטע נאמען ?

אגב וואס די מצב ביי ענק ?

גר ותושב » מיטוואך יולי 13, 2016 7:50 pm

· #341929
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
א גוטן הרב שמואל פרימו איך מיין נישט קיין ליצנות איך וויל נאר וויסן פשט אין די פאלגדע קשיא.
עס האט זיך ארום געדרייט א קליפ ווי דיין רבי געט א אינטערוויו פאר א פרוי עס איז דארט געוועין נאך א יונגערמאן וואס האט גערעדט צו די פרוי וואס איך האב באוואונדערט זיין שמירת עינים און רעדן בכובד ראש אבער ביי דיין רבי האט איז ההפך נכון ער האט איר געקוקט אין פנים אריין געזעצן לעיבן איר ממש במרחק נגיעה און זיך אויף געפירט בקלות ראש.

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 13, 2016 8:03 pm

· #341937
שטאפענע שטאפענע, נישט אומזינסט שרייבט דער רמב"ם אז זנות איז מצמצם דער מוח פון א מענטש. איך זאג דיר צו אז דו וועסט איין חודש זיך אויפפירן בקדושה ובטהרה, אכטונג געבן אויף שמירת עינים און זיך געפינען ווייניגער אויפן אינטערנעט, וועסטו הערשט אנהויבן זען וואס "לעבן" מיינט.

ועל עכשיו: מיינסט אז מען קען נישט נאכגיין דיין היסטארי וואס דו האסט געשריבן אין די פארגאנגענהייט? - עס מוז זיין אז איך האלט מיט די גאנצע צייט? - און יא, דו האסט געשריבן אויף זייער א מיסע תגובה, א תגובה וואס איז מסוכן בגשמיות אויך, אזוי ווי די גמרא זאגט, הוויין ליה וכו' - ויהפוך השם את הקללה לברכה - און דו האסט דאס מפרסם געווען, און עס איז נישט די ערשטע מאל וואס דו מאכסט אזעלכע ווערטלעך. דיינע תגובות האבן אין זיך א שמעק פון גילוי עריות, ליידער - אוי, זרע אברהם יצחק ויעקב.

אויסער דעם האסטו נישט פארשטאנען מיינע ווערטער: איך בין נישט געווען דא אין דעם טמא'נעם פלאץ, ווייל איך בין געזעצן על מרומי השדה ומי מנוחות, תחת צילה דמהימנותה של מנורה הטהורה בגוט-א-מאלא, און קיין צוטריט איז דארט נישט געווען. אצינד קען איך שרייבן, אבער נישט בקביעות נאר דא דארט.

און אויב מיינסטו אז דארט האקט מען א לעבן בגשמיות, לעבסטו אין א גרויסער טעות... די ארטיגע אידן לעבן א לעבן פון הוילע רוחניות. מען לעבט אין צוויי אפיס בילדינגס וואס איז געשטאנען ליידיג א לאנגע צייט, וויבאלד עס איז געווען אזוי אלט און פארשימלט, אז קיינער האט דאס נישט געוואלט נוצן. מיר האבן זיך דארט באזעצט, משפחות על משפחות, קוים פריוואטקייט. עס זענען פאראן צימערן וואס ביינאכט איז דאס א שלאפן צימער און בייטאג א קלאס-רום, ובנוסף דערצו הענגט וועש דורכ'ן צימער... מען לעבט ערגער ווי אין די געטאס, כמעט בלי גוזמא. יעדע כלומר'שטע אפיס דינט אלס 'דירה' פאר אן אנדערע משפחה, און עס איז נישטא גענוג פלאץ אין די דירות, אויף אזוי ווייט אז מען האלט חפצים אין די האלוועיס, וואס איז שוין אזוי אויך ממש שמאל און מען קען נישט דורכגיין. עס איז פאראן א מאנגל אין וואסער, עס קומט זייער ווייניג. און אויב קומט אמאל דאנערשטאג, ווען יעדער איז פארנומען מיט וואנעס און וואשן וועש, האקט זיך פלוצלינג די וואסער אפ און מען בלייבט שטעקן... קיין מקוה איז דארט נישטא און מען גייט צו א קוואל אינדרויסן, מען דארף קריכן אויף שטיינער און ביינער. פרויען האבן נישט קיין טראפ פריוואטקייט און מען דארף שטעלן איינער וואס זאל אכטונג געבן אויב מען קומט נישט. אין די בנין אויף די טרעפ, האט מען געשטעלט מחיצות, צוליב די מכשולות שבדבר.

אבער אויב מיינסטו אז עס איז שלעכט... די שמייכל מיט וואס מען דרייט זיך ארום איז א סימן פון מלא שמחה, דער עולם איז פרייליך אז מען לעבט א רוחניות'דיגע לעבן, א לעבן פון העכערס און קדושה. מען לעבט מיטן באשעפער און מיט אמונה... קיינער דארף גארנישט האבן.

אט דאס איז קהילת לב טהור.

אויב דו ווילסט קומען, צו פרעסן און צו ספענקען (וואס מיינט דאס?), דאן בלייב אין די מגושמ'דיגע אמעריקע, פארגרעבט מיט א גראבן בויך.

בן אדם » מיטוואך יולי 13, 2016 8:23 pm

· #341945
גרויסע מענטשעלע
מהאט געשמועסט א לאנגע צייט צוריק אז די רבי האט א ניק דא.


ער איז אמאל געווען זייער אקטיוו דא, אבער ער שרייבט שוין מער נישט. גראדע האט א געווארענע חסיד זיינע עם איבערגעגעבן זיין ניק, און דוכט זיך אז מיט יענע שרייבט ער יא אביסל.

גראף » מיטוואך יולי 13, 2016 8:31 pm

· #341949
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
@שמואל פרימו אפשר דערציילט איר וואס איז די מצב איז דארט. וואס מען לערנט זיך פון דיין רעבי'ן. עפען א נייע אשכול וואס רעדט פאזיטיוו פון לב טהור אפשר ווען איך אויך מופען קיין גווטעמעלע.

דו ביסט ערנסט אדער מאכסט נאך דולה ומשקה?

mevakesh » מיטוואך יולי 13, 2016 8:32 pm

· #341950
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
גראף
@.

דו ביסט ערנסט אדער מאכסט נאך דולה ומשקה?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 13, 2016 8:33 pm

· #341952
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
דער שמואל פרימו איז פיינע נייעס, א לץ וואס האט נישט זיין גלייכען . ליינט'ס צווישען די שורות

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך יולי 13, 2016 8:33 pm

· #341953
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שכח פאר די באריכט

שמואל פרימו
אין די בנין אויף די טרעפ, האט מען געשטעלט מחיצות, צוליב די מכשולות שבדבר.

קום אריין קלאר וואס סגייט פאר ?
אזוי קלאר ווי ביסט אריינגעקומען ביי עבי שטיין [emoji6]

בן אדם » מיטוואך יולי 13, 2016 8:56 pm

· #341956
איך וויל נאר דערמאנען (קודם איידעלער הייט) אז קאפ פארדרייענישן איז נאר ערלויבט אין די שמייכל פארום.

כוכב » מיטוואך יולי 13, 2016 9:45 pm

· #341966
שמואל, פארוואס וואוינט מען אין גוטמאלא? שוין געווען אזא פרעצעדענט אין יהדות צו נעמען א גאנצע ציבור אין לעבן חיי צער? פארוואס קען מען נישט וואוינען אין ווימס, בארא פארק אדער טאהש, וויפיל בלוטדורשטיגקייט צו זען א ציבור זיך מוטשען אלעס צוליב שקלאפן דעם גורו?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 13, 2016 10:28 pm

· #341970
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
הרב פרימו צו קרני צבי צו סיי וועלכע חסיד פון הרב העלבראנץ.
די געפיהלען וואס נעמען ארום א מענטש ביים זינגען ידיד נפש זענען גשמיות, רוחניות מעשית איז נישט קיין געפיהל. טאמער דער גאנג פון דיין רבי'ן איז אויסגעהאלטען, דארף מען ווייזען עפעס א קענשאפט אין תורה. פון זיין גראבע ספר וואס האט באצירט פיהל מיסט קעסטענע'ס אין די טריי סטעיט זעט זיך אויס גאנץ א קליינער מ"ד. און דאס איז זיין אגדה/קנאות. וואס איז מיט זיין נגלה? מ'האט וואס צו וויסען? נישט לאזונגען נאר א מראה מקום, א שטיקעל תורה, א תשובה צו וואס. ווען נישט, בלייבט ער סתם א גארנישט א מאכט לויפער. ווען יא, בלייבט ער א צורודערטע אבער כאטש מיט וואס צו רעדען.
דאס אז איינער האט נישט געטראפען זיין רוחניות אין אמעריקא מיינט נישט אז ס'איז נישט דא. נאר סך הכל האט דער מענטש, ביים גט'ן פון זיין ווייב, גענויט א גאנצע טויש פון סצענער"י. דער לב טהור חסיד וועט קומען קיין ב.פ. ווען ער דארף די זעלבע זאך.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

שמואל פרימו » מיטוואך יולי 13, 2016 11:25 pm

· #341979
אנאנים, פון אלע תגובות וואס זענען געשריבן געווארן, האב איך אויסגעקליבן דיר צו ענטפערן. נישט ווייל איך וויל נישט ענטפערן קיינעם, נאר איך האב פשוט נישט אזויפיל צייט, איך בין אן ערנסטער מענטש און איך האב וואס צו טון. איך האף נאך אנצוקומען צו יעדן, אבער וויבאלד ביסט א מענטש מיט א גרעסערע טראכט און שטערקערע השפעה, וועל איך דיר ענטפערן.

איך וויל רעדן אביסל צו דיין הארץ, צו דיין נשמה אנאנים. צווישן דיינע שורות דערקענט זיך אז דו האסט יא אביסל פארזוכט מעץ החיים, דו ווייסט אביסל וואס רוחניות הייסט, דו ביסט אנדערש פון אלע אנדערע אמריקאנער מגושמים, וואס זייער גרעסטער חיות איז א שטיקל רינעדיגע פיצא מיט א קאוק און זייער שבת'דיגע נשמה יתירה טונקען זיי איין אונטער די דאכענע מיט די ווייבער - דאס איז די העכסטע און בעסטע וואס זיי וואונטשן זיך נעבעך. דו ווייסט דאך יא אביסל וואס גוט הייסט, און איך שרייב אביסל, ווייל ווער נאך אזוי גוט ווי דו ווייסט, אז אונטער די שיכטן מאראסט וואס נעמט דיר ארום, באהאלט זיך א בריליאנט, א טייערע נשמה און איידעלע נפש און דו אליין ווייסט גאנץ גוט ווי שיין און גלאנציג דו וואלסט אויסגעקוקט, ווען נישט די נארישע הבלי עולם-הזה וואלטן פארבלענדעט דיינע אויגן. דו האסט דאך יא א השגה, דו פארשטייסט דאך יא! - מילא די אלע אנדערע קאווע שטיבל שרייבער, זיי פארשטייען דאך אפילו נישט אונזער שפראך! ווען זיי ליינען דא, כאפן זיי אפילו נישט פונקטליך וואס איך וויל דא. אויב זאלסטו אוועקנעמען זייערע הנאות הבלי עולם הזה, וועלן זיי קיין טעם אין רוחניות נישט שפירן, ווייל זיי ווייסן קוים וואס רוחניות מיינט, מיט זיי דארף מען אנהויבן פון אלף (נישט אז זיי קענען נישט אנקומען, יעדער קען אנקומען און זיין גאר הויך, אבער מיט זייער יעצטיגע פארגרעפטקייט פארשטייען זיי נעבעך נישט וואס עס פעלט זיי).

אבער דו אנאנים? - ווי אזוי ביסטו אזוי ווייט אנגעקומען?

דו מיסט האבן גאר א הויכע נשמה, ווייל אויב מיט דיינע השגות, האט דיר דער שטן פארשלעפט אזוי ווייט (און בינך לבינך ווייסטו אז עס איז פיל מער פארקראכן פון וויפיל דו שרייבסט דא אינעם שטיבל...), מוז זיין אז ער שפירט אז דו ביסט א סכנה פאר אים, דיין נשמה איז גאר הויך... איז עס נישט קיין שאד פאר אזא נפש יקר וצדיק, איר אזוי צו פארשלעפן? - מיט וואספארא פנים וועסטו באגעגענען דעם בית-דין של-מעלה, דעם באשעפער וואס האט דיר אראפגעבראכט בעלמא הדין, כדאי זאלסט העכער מאכן דיין נשמה? - ווי אזוי וועסטו באגעגענען דיינע גרויסע זיידע'ס, דארט אין בית-דין של מעלה?

איך ווייס אז דו שפירסט אסאך מאל אזעלכע הרגשות. אבער איז נישט צייט תשובה צו טון און זיך צוריקקערן צום באשעפער? - איך ווייס אז דו האסט פראבירט לעצטנס זיך מתנזר צו זיין פון קאווע שטיבל, פחות או יותר, אבער דו ראנגלסט זיך דערמיט... אבער טייערע אנאנים (גלויב מיר אז עס רינען טרערן פון מיינע אויגן בשעת די ווערטער ווערן געשריבן): עס קומט צו גיין ימים נוראים, פארוואס זאלסטו נישט אנהויבן דאס ניי יאר מיט א ריינקייט? - איך ווייס אז דו ווילסט עס שטארק, און איך ווייס אז דו האסט קוף נון טעמים פארוואס דו דארפסט יא ווייטער דא זיין. אבער פארמאך דיינע אויגן א וויילע, שטעל דיר פאר אז דו קומסט אן צום ימים נוראים נאך דריי חדשים זיך נישט דרייען אויף קאווע שטיבל ובשאר מקומות המכוסים והמטנפים, וועסט היטן אויף דיינע אויגן און דיין מחשבה (עיין אור-החיים הק' עה"פ כמעשה ארץ מצרים - פחד'דיגע ווערטער)... ווי שטארק דערהויבן און התרוממות'דיג וועסטו זיך שפירן? - עס וועט קומען אזא סוכות, בצילה דמהימנותא, אור המקיף ואור פנימי... אלע ביינער וועלן זיך קוועלן אין דיר... לאז אפ אלע מניעות און תירוצים, און נעם זיך מיט אן ערנסטקייט... אוי וועסטו הנאה האבן.

שש, איך בעט דיר... דיין נשמה איז צו וויכטיג פארן דור.

סמבטיון » מיטוואך יולי 13, 2016 11:41 pm

· #341981
חברה, זאגטס פאר די ווייבער אז היינט קומט מען אהיים שפעט, סעקומט א כוואליע פון אנאנים צו פארן, איך פיל עס אין די לופט..

שלום על ישראל » מיטוואך יולי 13, 2016 11:51 pm

· #341982
@שמואל פרימו, איך קען נישט באשלוסן צו דו פראבירסט די "צוטייל און נעם איין" (divide and conquer) אדער פראסט חנופה. כ'גלויב נישט אז סיי וועליכער וועט ארבייטן.

קל וחומר » מיטוואך יולי 13, 2016 11:57 pm

· #341983
רעביי פרימו,

אנטשולדיגט מיר פארן איבערהאקן אבער מיר האבן שוין עספיעט צו כאפן א בליק אויף דיין נעכטיגע געמעקטע ניוול פה שאלות (ממש ווי נחום פארן חטא וד"ל) און הגם וואס איר זענט מוחזק אלס תלמיד חכם אויף וועם די גמרא זאגט אם ראית ת"ח וכו' אל תהרהר אחריו כו' ודאי עשה תשובה, עכ"ז לא יעלה על הדעת אז אויף צומארגענס קענסטע שוין טיילן מוסר ווי דעם דובנא מגיד זעלבסט.
צוויי אפציעס.
1- פלאץ יעצט אויס מיטן קאלאר-וואר.
2- מאך א נייע ניק און טוה די דשאב פון דארט (דעי אפציע האט אויך א מעלה אז ס'וועט אויסקוקן ווי די מלכות (ליין: הדיוטיות) צעוואקסט זיך אויף א מאסנשטאבליכן אופן).

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 13, 2016 11:59 pm

· #341985
@שמואל פרימו, דיינע ריינע ווערטער האבן איבערגעלאזט א שטארקע השפעה אויף מיר. וואס איז די פראסעס זיך צו דערנענטערן צום רעבין און זיין דרך? כ'זוך נישט צו כאפן הייסע לאקשן, כ'בין פשוט אינטערעסירט צו הערן מער. תודה מראש.

שמואל פרימו » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:12 am

· #341987
על אחרון ראשון:

אזעלכע שאלות קומען אין אישי, נישט אין די עפנטליכקייט. איך קען מאריך זיין דערמיט, אבל לא העת עכשיו לאריכות הדברים... אויב דו ווילסט דוקא, איז דא דער באקאנטער טעלפאן ליין וואו מען קען הערן די ריינע השקפה פון דעם רבי'ן שליט"א. הער עס דורך וועסטו וויסן וואס דו האסט צו טון, אבער נישט דא איז דער פלאץ פאר אזא אריכות. בכלל, האב איך דא א שטיקל פראבלעם, יעדער איינער איז מגיב און פרעגט זאכן, איך וואלט געקענט באשטיין צו ענטפערן פאר יעדן, אבער ווען איך ענטפער פאר איינעם, פארוואסערט עס דעם שמועס וואס מען האלט אינמיטן מיט א צווייטן וחוזר חלילה. למשל יעצט, נאך אזויפיל תגובות, איז גאנץ מעגליך אז אנאנים וועט קיינמאל נישט וויסן אז איך האב גערעדט צו אים, ווערטער וואס איך וויל שטארק אז ער זאל ליינען און ארייננעמען אין זיין נשמה. (אגב, פאר סמבטיון: ווער זאגט דיר אז אנאנים איז אזא בריה וואס וועט זוכן צו ענטפערן, אפשר איז ער אן ערנסטער מענטש וואס וועט עווענטואל אריינעמען די ווערטער אל תוכי ליבו און אננעמען תוכחת אוהב?)

קל וחומר:
איך בין אן אמת'ער מענטש, איך באהאלט זיך נישט אונטער פינף ניקס, וואס מיט איינס שפיל איך ערנסט און א צווייטער שרייבט מען צימעס אדער מאחורי וכו'... איך בין דער זעלבער מענטש און איך שטיי אונטער מיינע מיינונגען. איך גיי נישט עפענען נייע ניקים און איך גיב זיך נישט אפ מיט אזעלכע פעולות. דער רבי שליט"א זאגט כסדר, אז א מענטש דארף האבן אין זיך דריי זאכן: זיין געבויעט, אמת'דיג, און פעסט מיט זיינע מיינונגען, דאס בין איך.

יא, איך האב נעכטן געשריבן פאר דער שטיין אנדריגרונוס - ס'איז א חלק פון לצנות אויף מפירי ברית ועוזבי התורה. אז דו וועסט איבערקוקן, האב איך נישט געשריבן קיין שום ניבול פה חלילה וחלילה, ה' ישמור. איך האב נאר געשריבן בדרך הלצה, אזוי ווי מען דארף טון מיט אזא מענטש. ועם כל זה, ווען איך האב געזען אז אפילו נאר איינער דא קוקט דערויף מיט א בליק כאילו עס איז נישט אויסגעהאלטן, האב איך עס תיכף אראפגענומען מיט א התנצלות, אן דעם וואס קיינער זאל מיר דאס בעטן. ואחר כל אלו האב איך באקומען היינט זעקס ווענדונגען פון מענטשן, וואס האבן געוואלט וויסן וואס דארט איז געשטאנען (וואס דאס אליין לערנט אביסל דאס צביעות פון געוויסע מענטשן, אדער אין בעסטן פאל אז מענטשן טראכטן אזוי ווי מיר, אז מען דארף שרייבן אזעלכע סארט אופנים אויף מענטשן). בכלל, צווישן צדיקים און ספרים געפינען מיר אויך געוויסע לשונות - איז דאס חלילה נישט אויסגעהאלטן? - אזוי טראכטן אינטערנעטיסטן מיט א קאוועדיגן בליק. איינער וואס האט א ריינער השקפה, און איז פועל לויט די הוראות פונעם רבי'ן שליט"א, אזא איינער האט ריכטיגע סייעתא דשמיא, צו וויסן ווי אזוי און וואס צו זאגן, ווען.

גר ותושב » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:16 am

· #341988
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
Wow wow wow that's brain washing live let's c the outcome

סמבטיון » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:33 am

· #341991
איך האב אלץ געוויסט ווי א לענגערע הפסקה צוושן די בליץ און די דינער אלטץ שטערקער איז די דינער, שקט לפני הסערה.. שש, איך בין רעדי..

גר ותושב » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:35 am

· #341993
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
הרב שמואל קוקט אויס איר האט נישט געזעין די שאלה לייג איך עס איבער נאך אמאל
גר ותושב
א גוטן הרב שמואל פרימו איך מיין נישט קיין ליצנות איך וויל נאר וויסן פשט אין די פאלגדע קשיא.
עס האט זיך ארום געדרייט א קליפ ווי דיין רבי געט א אינטערוויו פאר א פרוי עס איז דארט געוועין נאך א יונגערמאן וואס האט גערעדט צו די פרוי וואס איך האב באוואונדערט זיין שמירת עינים און רעדן בכובד ראש אבער ביי דיין רבי האט איז ההפך נכון ער האט איר געקוקט אין פנים אריין געזעצן לעיבן איר ממש במרחק נגיעה און זיך אויף געפירט בקלות ראש.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:36 am

· #341994
וואס איז די האטליין? אפשר כאפט מען זיך אריבער ווען די ווייב איז אין די קאנטרי צו גוואנטמאלא? מ'איז מקבל דרויסענדיגע פאר א שבת?

גר ותושב » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:38 am

· #341995
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
רויטע וואנצעס
וואס איז די האטליין? אפשר כאפט מען זיך אריבער ווען די ווייב איז אין די קאנטרי צו גוואנטמאלא? מ'איז מקבל דרויסענדיגע פאר א שבת?

איך ווייס פון איינער וואס האט געוואלט אריין גיין אהין שמעקן וואס טוט זיך דארט מען האט עים נישט אריין געלאזט נאר אויב ער איז מקבל מרות מעיקרא אז ער גייט פאלגן אלעס וואס מען גייט עים הייסן.

שמואל פרימו » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:48 am

· #341996
איך קען נישט צי לאנג שרייבן, אין צוואנציג מינוט איז חצות, איך דארף לויפן אין שוהל.

די הכנסת אורחים אויפן ארט איז ממש להפליא, מען נעמט אויף יעדן איד בסבר פנים יפות, אויף אן אופן וואס מען זעט זעלטן אין אנדערע פלעצער. אדרבה, פראבירט דאס אויס. גר ותושב, עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט.

עס איז פאראן אין אמעריקע א נומער, וואו מען קען הערן די דרשות, איך געדענק נישט יעצט די נומער, אויב איך וועל עס טרעפן וועל איך עס אראפברענגען.

גר ותושב, דיר האב איך נישט געענטפערט, נישט נאר ווייל איך קום נישט אן צו יעדן, נאר ווייל דיין שאלה איז במידה מסיומת לצנות... כ'מיין אפשר פרעגסטו פארוואס ר' אהרן טייטלבוים קוקט אויף פרויען און רעדט מיסע ווערטער? - אדער אפשר אויפן ליובאוויטשער פארן געבן דאלארן פאר פרויען אין די האנט אריין? - נאר אויף מיין רבי זוכסטו זיך קושיות. אבער אויב דו מיינסט עס ערנסט, ווייסטו אז עס איז געווען גדולי ישראל וואס האבן געקוקט אויף פרויען, ביים אויפנעמען קוויטלעך וכדו'? - בנוגע אונזער רבי'ן שליט"א קען איך דיר ענטפערן צוויי תירוצים, א פראקטישער מיט א העכערער... פשוט איז, אלס קידוש השם, לעת הצורך, ווען עס האנדלט זיך פון פיקוח נפש און ראטעווען א קהילה שלימה בישראל, קוקט מען נישט אויף די סארט זאכן און מען טוט וואס מען קען. ווער ווייסט צי ער איז זיך נישט מתיסר בשעת מעשה... אלס חסידים קען איך דיר ענטפערן, ס'איז פאראן העכערע ענינים וסודות אין די סארט זאכן, עס איז פאראן אן ענין פון שיר-השירים, סודות ודמיות בקבלה אשר אין הפה יכול לדבר ואין לך רשות להרהר אחריה, ביי צדיקים ווען זיי זענען עוסק אין די ענינים זעען זיי גאר אנדערע זאכן ווי ערדישע מענטשן... קענסט זיין זיכער אז מיין רבי שליט"א, וואס איז א קדוש אלקי, אויסגעטאן פון די סארט זאכן, טראכט נישט וואס דו טראכסט... עס איז ווי די משל הידוע, פון דער פשוט'ער מענטש וואס באקומט הרהורים ביים קוקן אויף בגדי צבעונים, און דער בעל-מדריגה וואס באקומט א התעוררות ביים קוקן אויף די תכלת פון די ציצית, וואס איז דומה לים, לשמים, לכסא הכבוד.. וקצרתי במקום שאמרו להאריך מחמת קוצר הזמן (עטליכע מינוט פאר חצות).

איין זאך זאלסטו געדענקען פאר דו שרייבסט אזעלכע זאכן. ביים רוזשענער איז געווען א מעשה, אז כנראה איז זיין רביצין געווען אן אשה נאה, און א מתנגד האט זיך אויסגעדרוקט מיט א לשון, כאילו... ער פארשטייט וכו'... מען האט עס איבערגעזאגט פארן רוזשענער, האט ער געזאגט "אזוי זאל ער האבן ציינער, אזוי ווי איך האב אמאל געשפירט א טעם און אן א-ש-ה", וכך הוה, יענער האט פארלוירן אלע זיינע ציינער. און אויב אויפן ריזשענער איז אזוי די מעשה, עאכו"כ אויפן רבי'ן שליט"א, דער קדוש אלקי.

גר ותושב » דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:17 am

· #342000
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
איך האב געקאוט די שטיקלעך וואס איך וויל צוריק שרייבן און געלייגט נומערס צו פארשטיין וועלכע תשובה גייט צו וועלכע ענין.

שמואל פרימו

1) די הכנסת אורחים אויפן ארט איז ממש להפליא, גר ותושב, עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט.

2) גר ותושב, דיר האב איך נישט געענטפערט, נישט נאר ווייל איך קום נישט אן צו יעדן, נאר ווייל דיין שאלה איז במידה מסיומת לצנות...
3) כ'מיין אפשר פרעגסטו פארוואס אהרן טייטלבוים שר"י קוקט אויף פרויען און רעדט מיסע ווערטער? - אדער אפשר אויפן ליובאוויטשער פארן געבן דאלארן פאר פרויען אין די האנט אריין? - נאר אויף מיין רבי זוכסטו זיך קושיות. אבער אויב דו מיינסט עס ערנסט, ווייסטו אז עס איז געווען גדולי ישראל וואס האבן געקוקט אויף פרויען, ביים אויפנעמען קוויטלעך וכדו'? - בנוגע אונזער רבי'ן שליט"א קען איך דיר ענטפערן צוויי תירוצים, א פראקטישער מיט א העכערער...
4) פשוט איז, אלס קידוש השם, לעת הצורך, ווען עס האנדלט זיך פון פיקוח נפש און ראטעווען א קהילה שלימה בישראל, קוקט מען נישט אויף די סארט זאכן און מען טוט וואס מען קען. ווער ווייסט צי ער איז זיך נישט מתיסר בשעת מעשה...
5) אלס חסידים קען איך דיר ענטפערן, ס'איז פאראן העכערע ענינים וסודות אין די סארט זאכן, עס איז פאראן אן ענין פון שיר-השירים, סודות ודמיות בקבלה אשר אין הפה יכול לדבר ואין לך רשות להרהר אחריה, ביי צדיקים ווען זיי זענען עוסק אין די ענינים זעען זיי גאר אנדערע זאכן ווי ערדישע מענטשן... קענסט זיין זיכער אז מיין רבי שליט"א, וואס איז א קדוש אלקי, אויסגעטאן פון די סארט זאכן, טראכט נישט וואס דו טראכסט... עס איז ווי די משל הידוע, פון דער פשוט'ער מענטש וואס באקומט הרהורים ביים קוקן אויף בגדי צבעונים, און דער בעל-מדריגה וואס באקומט א התעוררות ביים קוקן אויף די תכלת פון די ציצית, וואס איז דומה לים, לשמים, לכסא הכבוד.. וקצרתי במקום שאמרו להאריך מחמת קוצר הזמן (עטליכע מינוט פאר חצות).

6) און אויב אויפן ריזשענער איז אזוי די מעשה, עאכו"כ אויפן רבי'ן שליט"א, דער קדוש אלקי.


1) איך האב נישט גערעדט פון הכנסות אורחים איך האב גערעדט פון אריין לאזן אין די חבורה ווי איך האב געהערט מכלי ראשון אז מהאט עים נישט אריין געלאזט אלא בתנאי ער איז מקבל מרות אז די ווילסט זאגן אז נישט איז עס א ווארט אקעיגן א ווארט איך גלייב יענעם מער.

2) ווייז מיר איין ווארט ליצנות איך האב עס געשריבן ווייל איך וויל טאקע פארשטיין ווי אזוי א חבורה וואס פארקויפט זיך אלס פרושים וקדושים זאל די ראש החבורה זיך ווערטלען מיט פרויען און מיין כוונה איז נישט געוועין לקנטר.

3) איך וואלט געפרעיגט די זעלבע קשיא אויף אלע רביס אויב וואלט איך דאס געזעין אויף א קליפ קליפ און קלאר אבער בפועל האב איך עס נאר געזעין אויף דיין רבי פרעיג איך עס אויף עים.
וחוץ מזה עס איז א דבר פשוט מאד אז עס איז חילוק ציווישן נעמען קוויטלעך פון פרויען אדער טיילן געלט פאר פרויען און אפילו לאמיר זאגן קוקן אויף פרויען און ציווישן זיך ווערטלען מיט פרויען בקרוב ממש.

4) במחילה מכבודך אבער זיין תלמיד וואס האט לכאורה אויך זעלבע מטרה פון ראטעווען די קהילה איז יא אפגעהיטן צום באווינדערן אבער ער אנשטאט דער ויגבה לבו און זיך האלטן שטאלץ מיט זיין דרך זאל זיך אזוי אראפ לאזן? און נאך מער מילא רעדן פנים אל פנים אבער זיך וויצלען?

5) איך פארשטיי אז זייער אסאך זאכן קען מען אוועק מאכן מיטן זאגן עס איז העכערע זאכן על פי קבלה ואין לך רשות להרהר אחריה אבער מען קען דאס נישט זאגן אויף יעדער שמויגער אפשר ביסטו מסביר פארוואס דיין רבי איז און די כלל פון אסור להרהר אחריו?

6) עפרא לפומיה פאר ווער עס האט געשריבן די שורה עד כאן החרשתי אבער ווער בוסטו צו פארגלייכען דיין רבי צום קנעכל פונעם רישענער און נאך שרייבן על אחת כמה וכמה?

סמבטיון » דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:19 am

· #342005
איך בין אין א שווערע דילעמא, פון איין זייט רעדט ער ווי א פאברענטע חסיד, בעסער געזאגט ווי א פריש געמוחוואשטע פרי, פון די אנדערע זייט אויב ביזטו א טרוקענע לץ דאן טוסטו א געוואלדיגע ארבעט, איך קען נישט דיסיידן וואס דו ביזט.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:38 am

· #342007
ער איז א לץ און ער מאכט עס אייזן (אביסל קארני)

סמבטיון » דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:47 am

· #342009
למשל דער זיך יאגן ווייל סעאיז אפאר מעניט פאר חצות, יוש איז דאס גוט

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 14, 2016 3:33 am

· #342010
סמבטיון
איך בין אין א שווערע דילעמא, פון איין זייט רעדט ער ווי א פאברענטע חסיד, בעסער געזאגט ווי א פריש געמוחוואשטע פרי, פון די אנדערע זייט אויב ביזטו א טרוקענע לץ דאן טוסטו א געוואלדיגע ארבעט, איך קען נישט דיסיידן וואס דו ביזט.


ער איז גארנישט קיין ליצן ער איז נעבעך פארכאפט אין א קולט! און ער איז ווייט נישט די איינציגסטער, פשוט און פראסט פארכאפט געווארן אין א נערישע רעליגעזע פרימיטיווע קולט בתוך שאר מיליאנען קראנקע גאליבעל מענטשען וואס זענען פארכאפט אין זייער סיסטעם, לעבן אין זייער באבעל און טראכטן ליידער נישט פארזוך אליינס נאר טוען סובמיטען זייער ברעין צו זייער קולט פירער אן קיין שום לאגיק אינטער דעם. 😢

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 14, 2016 7:06 am

· #342013
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
דער פרימו גייט נאך אן אויסגעטראטענעם וועג, ער נוצט א template פון די וואס זוכען כאפען מענטשען. מ'פלאקערט אויף די געפיהלען פון וואס פעלט יעצט אנעם מסביר זיין פארוואס לב טהור איז דער לעזונג דערצו. פאר ווער ס'געדענקט, פלעגט מנשה אויך אזוי ארום טאנצען די פינטעל אן אויסזאגען דער פונקט.
ער זעט אז אנאנים וויל זיך אפשאקעלען פון ק"ש, וויל ער מאכען אן אנשטעל כאילו העלבראנץ וועט העלפען. אלזא לאמיר זע'ען, דא אין שטיבעל האבען מיר קרני צבי און שמואל פרימו. פון א קהלה פון צוואנציג ראשי משפחות, האבען מיר צוויי; צען פערצענט. סאטמאר האט נישט קיין צען פערצענט, באבוב איז נישט רעפרעזענטירט מיט איין פערצענט, בעלזא נישט, ווי אויך נישט לעיקוואוד. נאר לב טהור. טאמער מ'זוכט זיך אפצושאקעלען פון ק"ש, האסטו בעסערע אויסזיכטען פון איינער פון די קרייזען.
ער רעדט מיט א פרומע מינע כאילו דאס איז דא די נושא, ער ווארפט אריין א קליין שטיקעל ניבול פה, כדי ס'זאל גוט שטעקען אין מח און אזוי ארום קען ער בלייבען אין קאפ לעת הצורך. ווען מ'גט זיך און ס'פעלט דאס שטיקעל תאווה, זאל מען וויסען אז מ'קען עס איינהאנדלען דארט.
אופס, איך מוז לויפען צו מיין תיקוני זהר סדר פאר וותיקין אלס א הכנה צו די פיפטע טאג פונ'ם תענית הפסקה, אבער צוערשט מוז איך פאררעכטען מיין לבוש שק וואס קראצט מיר אביסל.

אגב אורחא, פארוואס טוט הרב העלבראנץ זיך אן נארמאל, ווי א יעדער חסידישע רבי'לע בשעת די וויבער דרייען זיך וויז אין א פריעק שוי? די מענער גייען נארמאלע פלאכע ביבער היטען און די ווייבער גייען מיט זעק? ס'זעט אויס אז ס'גלוסט איהם פארט צו זיין א חלק פון א נארמאלע ווערטשאפט. ער לעכצט נאך טרויבען ביי א ביקור גומלין פון א נאדבורנא אייניקעל און ער ווייסט אז מיט א ספרדיש'ע גלימא צו עפעס אן אנדערע מאדנע לבוש וועט ער עס קיינמאל נישט באקומען.

מפוזרי » דאנערשטאג יולי 14, 2016 7:54 am

· #342015
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
ס'איז מיר א וואונדער ווי די חכמי השטיבל לאזן זיך אזוי גרינג נעמען אויף א רייד.

ס'נישט נאר דא. אין מאחורי האט איינער פארציילט סודות פון א גערער חבר און דער עולם האט פיין געגלייבט.

שמואל פרימו, כל הכבוד! יו מעיד יור פוינט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:03 am

· #342016
נישט אמת, ס'רוב האבען דארט נישט געגלויבט. ווייל ס'איז געווען אזוי עקסטרעם. די איינציגסטע עקסטרעמע זאך וואס פרימו האט געזאגט איז דער ק"ו פון ריזשינער. אחוץ דעם האט ער גערעדט נארמאלע נאנסענס

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:18 am

· #342017
י
א, איך האב נעכטן געשריבן פאר דער שטיין אנדריגרונוס - ס'איז א חלק פון לצנות אויף מפירי ברית ועוזבי התורה. אז דו וועסט איבערקוקן, האב איך נישט געשריבן קיין שום ניבול פה חלילה וחלילה, ה' ישמור. איך האב נאר געשריבן בדרך הלצה, אזוי ווי מען דארף טון מיט אזא מענטש. ועם כל זה, ווען איך האב געזען אז אפילו נאר איינער דא קוקט דערויף מיט א בליק כאילו עס איז נישט אויסגעהאלטן, האב איך עס תיכף אראפגענומען מיט א התנצלות, אן דעם וואס קיינער זאל מיר דאס בעטן. ואחר כל אלו האב איך באקומען היינט זעקס ווענדונגען פון מענטשן, וואס האבן געוואלט וויסן וואס דארט איז געשטאנען (וואס דאס אליין לערנט אביסל דאס צביעות פון געוויסע מענטשן, אדער אין בעסטן פאל אז מענטשן טראכטן אזוי ווי מיר, אז מען דארף שרייבן אזעלכע סארט אופנים אויף מענטשן). בכלל, צווישן צדיקים און ספרים געפינען מיר אויך געוויסע לשונות - איז דאס חלילה נישט אויסגעהאלטן? - אזוי טראכטן אינטערנעטיסטן מיט א קאוועדיגן בליק. איינער וואס האט א ריינער השקפה, און איז פועל לויט די הוראות פונעם רבי'ן שליט"א, אזא איינער האט ריכטיגע סייעתא דשמיא, צו וויסן ווי אזוי און וואס צו זאגן, ווען.

אקעי, קבלתי דעת החברים דפה... בכלל, עס איז נישט מיין דרך אזוי צו שרייבן, איך בין נישט עוסק אין די סארט זאכן. ס'האט מיר אנגעכאפט א תאוה ארויפצוברענגען דעם נושא אויפן טיש, אבער איך ציה צוריק. איך בין נישט אזוי און איך לאז זיך נישט אראפ צו די לעוועל


קוקט אויס ווי דער זעלבער פארשוין האט עס געשריבן?

מפוזרי » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:29 am

· #342019
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
יענע פארמעקטע תגובה שטארקט גאר די קעיס וואס ער וויל דא אראפלייגן.
ניכרים הדברים שיצאו מלב טהור...

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:38 am

· #342020
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
מפוזרי
ס'איז מיר א וואונדער ווי די חכמי השטיבל לאזן זיך אזוי גרינג נעמען אויף א רייד.

ס'נישט נאר דא. אין מאחורי האט איינער פארציילט סודות פון א גערער חבר און דער עולם האט פיין געגלייבט.

שמואל פרימו, כל הכבוד! יו מעיד יור פוינט.


קודם כל מהיכי תיתי אז דו ביסט נישט דער וואס כאפט נישט אז דער גאנצע עולם 'שפילט מיט'...? (ווי די סדר איז ביי דולה ומשקה)

השנית, משזר האט אנגענומען די דברי מוסר דברים כהויתן. ליצנות אהער ליצנות אהין, ס'קען האבן א שלעכטע ווירקונג (אויף א קורצע תקופה כאטש).

דריטענס, דער פאקט אז ער נישט דא געוועזן די לעצטע האלבע ווי אויך א שיינע צאל פון זיינע אלטע תגובות קענען מיטגיין מיט דעם שגעון זיינעם. (הגם ס'איז מעגליך אז ער איז שוין משקיע יארן אין זיין טריק.)

הוגה » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:54 am

· #342022
וואס איז א חילוק אויב ער איז עכט א העלבראנץ חסיד אדער ער מאכט זיך נאר, משוגע צו מכן דער עולם. Either way וואלט א נארמאלע מענטש נישט געשריבן אזעלכע תגובות, שאלות און געדאנקן. די בעסטע זאך וואלט געווען אז דער עולם זאל אים נישט engage'ן בכלל.

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:54 am

· #342023
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
און יעצט צו דיר הרב פרימו.

דו גייסט מיטן מהלך פון דיין רבין, שפילסט דיך ארום מיט געפיהלן, פרובירסט צו רעדן צום מענטש'ס נשמה... (ביסט מסתמא געגאנגן צו פראדאקטיוו...) הקיצור, דו ברויכסט איינזעהן אז די וועלט הייבט זיך נישט אן און ענדיגט זיך נישט ביי הרגשים. ס'ברויך קודם זיין א וידעת היום דערנאך קען מען ארבעטן מיטן והשבות אל לבבך.
מיר אקערן נאך אדורך דעם וידעת היום, דו ביסט גלייך געשפרינגען צו והשבות ווען דו האסט נאך נישט געהאט וואס אריינצולייגן און דערפאר האסטו אזא פנים.
#א מינוט א גלח, א מינוט א מלאך.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7