☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14723

אשכול אן א טיטל #14723

146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14723
בלאט: 1 2 3

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 15, 2021 8:13 pm

· #477734
שבעים לשון
שרייבסט גוט, אבער אפשר לאז ארויס דעם צאנזער רב זי"ע מיט זיינע קינדער פון אזא באהנדלונג עס איז בכלל נישט פאר אונזער מח אפצושאצן דער מציאות פון די קדושי עליון נ"ע.
עס איז דא גענוג און נאך צו באהאנדלען פון די צדיקים אתנו חיים.

כ׳האב חלילה נישט געמיינט אפצושאצן קיינעם, נישט צאנזער רב, נישט זיינע אייניקלעך, און אוודאי נישט הרה״צ רבי מאטל צו די אנדערע היינטיגע צדיקים שיחיו לאוי״ט, ס׳האט מיר נאר אויסגעזעהן ווי דו מיינסט אז מיט צאנזער רב׳ס פסק האסטו געלעהזט דעם פראבלעם האב איך אנגעמערקט די פעהלער אין דיין לעהזונג, דעטס אלל.

קומזיץ » דאנערשטאג יולי 15, 2021 8:16 pm

· #477735
מי אני
מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר וועט מען לכאורה דעמאלטס העידזשיאוגרעפיקעלי אויך זאגן אויף די היינטיגע אז זיי זענען געווען קדושי עליון און אז מ׳האט נישט קיין השגה אין זיי.

ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס ירש׳נען ״רב״ אויך נאר אויב ער איז ״הגון״, ועיין ברש״י בדברים יז כ (ועיין ברש״י בויקרא טז לב).


אויב די מיינסט דא אויף די צאנזער רב זצ"ל , אין דור פון צאנזער רב איז געוועהן זייער אסאך אדמורים און בנש"ק אבער איז ער אנגענומען צו זיין פון די גרעסטע אין זיין דור וואס אסאך גדולים האבן עם זייער מעריך געוועהן וואס מען זאגט נישט אויף יעדים איינעם, עס איז נישט עפעס סתם אז מען שרייבט קדוש עליון.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 15, 2021 8:19 pm

· #477736
מי אני
מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר וועט מען לכאורה דעמאלטס העידזשיאוגרעפיקעלי אויך זאגן אויף די היינטיגע אז זיי זענען געווען קדושי עליון און אז מ׳האט נישט קיין השגה אין זיי.

און איז עס דען נישט אמת? קוים וואס זיי אליינס האבן א השגה וואס זיי טוען. 😃

ישן מלא חדש » דאנערשטאג יולי 15, 2021 8:26 pm

· #477737
רביה''ק זי''ע
דער בעלזער און דעם באבובער קען עס נישט זיין ווייל זיי רופן זיך רב און נישט רבי (מוסר השכל: וויפיל א חילוק פון איין אות קען אויסמאכן!),


"דאס פינטעלע יוד"

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

מי אני » דאנערשטאג יולי 15, 2021 8:39 pm

· #477738
קומזיץ
מי אני
מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר וועט מען לכאורה דעמאלטס העידזשיאוגרעפיקעלי אויך זאגן אויף די היינטיגע אז זיי זענען געווען קדושי עליון און אז מ׳האט נישט קיין השגה אין זיי.

ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס ירש׳נען ״רב״ אויך נאר אויב ער איז ״הגון״, ועיין ברש״י בדברים יז כ (ועיין ברש״י בויקרא טז לב).


אויב די מיינסט דא אויף די צאנזער רב זצ"ל , אין דור פון צאנזער רב איז געוועהן זייער אסאך אדמורים און בנש"ק אבער איז ער אנגענומען צו זיין פון די גרעסטע אין זיין דור וואס אסאך גדולים האבן עם זייער מעריך געוועהן וואס מען זאגט נישט אויף יעדים איינעם, עס איז נישט עפעס סתם אז מען שרייבט קדוש עליון.

איך מיין באמת נישט קיינעם. איך וויל נאר ארויסברענגן א סארט דיסקרעפּענסי וואס מען פיהלט ווען מ׳רעדט אויף איינעם פון די פריערדיגע דורות לעומת איינער פון די היינטיגע. מערק די לשונות פון ״קדושי עליון״ בלשון רבים.

ולגבי דאס ספעציפיש איז איך קען נישט גוט היסטאריע אבער איך שטעל מיר פאר אז די מיט וועמען ער האט געהאט חילוקי דיעות [חצר ריזשין-סאדיגורה] האבן נישט געזאגט ווי דיר. דאס ווערט אבער פארוואסערט במשך הדורות; אזא רוֺיזי רעטראָספּעקשאן. דאס זעלבע קען מען לכאורה טענה׳ן וועט פאסירן במשך הדורות אויף די היינטיגע מנהיגים. סך הכל, אל תאמר שהימים הראשנים היו טובים מאלה.

וידוע מאמרם בר״ה כה:

שבעים לשון » דאנערשטאג יולי 15, 2021 8:52 pm

· #477739
מי אני
מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר וועט מען לכאורה דעמאלטס העידזשיאוגרעפיקעלי אויך זאגן אויף די היינטיגע אז זיי זענען געווען קדושי עליון און אז מ׳האט נישט קיין השגה אין זיי.

ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס ירש׳נען ״רב״ אויך נאר אויב ער איז ״הגון״, ועיין ברש״י בדברים יז כ (ועיין ברש״י בויקרא טז לב).


ריכטיג אזוי. אין 100 יאר ארום זאלן זיי טאקע רעדן פון זייערע פראבלעמען, ירחם המרחם וויאזוי זאכן קענען זיך קייקלען ביז אהין.
אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם, אם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים.

עס איז ידוע דער טעם פארוואס אלי' הנביא וועט זיין דער וואס וועט פארענטפערן די קשיות בביאת המשיח במהרה, תשבי יתרץ וכו' הלמאי עס וועט דאך זיין וועם צו פרעגן, אלע הייליגע תנאים ואמוראים גאונים ראשונים אלע נביאים און משה רבינו אליינס, וואס דארף מען תשבי? נאר אלי' הנביא איז דאך ארויף בשמים לעבעדיג און ער קומט דאך כסדר אראפ צו ברית'ן און די צדיקים וואז זענען זוכה לגילוי אלי' זל"ט, אין יעדן דור איז דא תקנות מנהגים חומרות הידורים גזירות וואס איז נוגע נאר פאר א זמן וכדומה, און מהאט לפי הזמן והמקום מתקן געווען, און אלי' הנביא איז דער איינציגסטער וואס מיטגעהאלטן יעדע דור יעדע תקופה יעדע תקנה וכו' ממילא קען נאר ער ענטפערן.

לעניננו, עס איז נישט מעגליך דן צו זיין איבער א מענטש א נושא א שערורי' ווען דו ביזט נישט אין די תקופה און די האלטסט מיט דעם גאנצן היקף. עס זענען דא פרטים לאין ערך וואס אימפעקטן מיינונג נטיות און מסקנות. מיר קענען נישט רעדן פון 150 יאר צוריק צוליב דעם, ווייל דו רעדסט פון א ספר אדער בוך וואס האט אפגעשריבן זיין בליק זיין געפיל און דו ווייסט נישט די איבעריגע. און דין זעלבע איז פאר 100 יאר ארום, ווען זיי זאלן ליינען די בלעטער דא אין שטיבל וועלן זיין זיך מוטשען איבער די שיחת חולין אונזערע.

מפיל קינד » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:13 pm

· #477746
מיין פראבלעם מיט ר' מאטל איז אז ער שטעלט נישט צו קיין סעלושענס. צו וועמען זאל איך גיין? צו וועמען זאל איך שיקן מיינע קינדער?

צו ר' מאטל? ער זעט מיר נישט אויס צופיל בעסער. האט אויך משוגעתן, שוואנצונעס, ער האט שוין געזאגט אויף זיך ער איז משיח, זיינע קינדער גייען אויך איבערנעמען (נישט נאר סטיטשין נאר אויך אמונת ישראל).

זאל איך אנהייבן גיין צו א צווייטנ'ס יורש? יעדער זאל טוישן רבי'ס? א"כ מה הועילו חכמים? זאל איך שיקן צו א מוסד אן א רבי? ווערן א ליובאוויטשער?...

בקיצור מ'בלייבט ביים אלטן, און ער האט סתם גערעדט דברים בטלים.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:22 pm

· #477749
שיק די קינדער אין קאלעדש 😂

וואס איז נייעס @יעקב מעקסוועל

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:29 pm

· #477750
מאך זיכער
אויב וואלט איך געוואויר געווארן אז מיין רבי זיצט אויף קאווע שטיבל וואלט איך אים אפגעלאזט...

ווען דו ווערסט געוואר דיין רבי זיצט אויף קאווע שטיבל לאז מיר וויסן, איך וויל מיר מקשר זיין צו אים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:00 pm

· #477759
שבעים לשון
berlbalaguleh
מורינו ורבנו: דו (אויב דיין ניק איז אמת) וואלסט דאך געדארפט צו זיין דער ערשטער מוחה צו זיין אויף זיינע נארישע דברי בלע. ס'האט גארנישט צו טון מיט איהם פערזענליך. ער פארבלייבט ווייטער אן עליכער איד און זייער חשוב אין מיינע אויגן. וויאזוי קענמען אוועקמאכן אלע רבי'ס ובנש"ק מיט איין גרויסן וויש...?!

דער פראבלעם איז. אז אפילו א גרויסער מענטש רעדט אמאל נארישקייטן. און נישט צו דער זאך. אבער מיט דעם ווערט ער נאכנישט אויס גרויסער מענטש. מ'דארף קוקן אויף זיינע אנדערע מעלות...!

איכ'ל דיר ברענגען א משל פון הרב קוק זצ"ל. נישט פון דעם סאטמאר'ן פערספעקטיוו. ס'איז כולי עלמא מודי אז ער איז געווען אן אדם גדול. א גאון עצום. און ירא שמים מרבים. (דאס האביך געהערט פון זיינע שונאים. אפילו זיי האבן עס מודה געווען.). איי ער האט דאך גערעדט זאכן וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. למשל. ער האט אנגערופן די פרייע חברה וועלכע האבן געשפיעלט פוטבאלל אום שב"ק. ..."צדיקים וועלכע הייליגן זייערע גופים"...! עמיר נישט אננעמען אז ער האט גערעדט אפיקורסות. נאר אז ער האט גערעדט שטותים והבלים. וואס א יעדער נארמאלער מענטש וואלט געלאכט דערפון. נו, אונז זעמיר נישט מחוייב אנצונעמן די שטותים אלס אן אמת. אבער ער ווערט נאכנישט קיין אפיקורס מיט דעם. אנדערע גדולים האבן אויך פון מאל צו מאל גערעדט שטותים וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אבער ער ווערט נאכנישט אויס אדם גדול מיט דעם...!


דער אשכול איז נישט איבער רב קוק, אבער פון דיין געשרייבעכץ זעט אויס אז דו ביזט בכלל נישט באהאוונט מיט די היסטאריע פון רב קוק מיט די גדולי ישראל בשעתו און פארוואס מהאט אים בא'טיטל'ט מיט זיינע טיטלען. (און נישט נאר סאטמאר רב זי"ע). איך האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע אדער צוואה איבער א שנאה צו אים ווצב"ש אידן כלפי די מדינים צרור את המדינים וגו' נאר איך האב אסאך געזען און גענישטערט איבער זיינע מערכות בימים ההם, און די גדולי ישראל בדור ההוא וואס זענען געווען מיט אים בידידות האבן אים גע'פסל'ט מחמת זיינע פסקים און השקפה.

צו שרייבן כולי עלמא מודי, און אזוינע שיינע תוארים און מדמה זיין צו אנדערע צדיקים, קומט פון אומוויסנקייט. נו שוין.

שבעים לשון: איך האב געזאגט מתחילה אז וואס איך זאג איז נישט פון'ם סאטמארער פערספעקטיוו. איך מיין אז איך האב א ביסל מער ווי דו געליינט און געהערט איבער הרב קוק. דרך אגב. א יישר כח פאר'ן קאמפלימענט אלס אומוויסנהייט. זיכער איז הרב קוק זצ"ל נישט געווען צום סאטמאר'ן טעם. די גרינגסטע זאך איז אוועקצומאכן איינעם אלס שייגעץ און אפיקורס. דאס איז ער זיכער נישט געווען. ס'איז אזוי ווי רש"י הק' זאגט איבער קורח...וקורח שפיקח היה מה ראה לשטות זה?...! אלא עינו הטעתו...! די זעלבע איז געווען מיט הרב קוק. ער האט ביי געוויסע געלעגנהייטן גערעדט א ביסל שטותים. אבער ער האט קיינמאל נישט גערעדט קיין כפירה. אדער געטון עפעס א זאך אקעגן די תורה...!

שבעים לשון » דאנערשטאג יולי 15, 2021 11:17 pm

· #477764
אנטשולדיגט איך האב ביז איצט נישט געוואוסט אז דער חזון איש ז"ל איז געווען א סאטמארער תלמיד. ווי אויך מהרש"א אליפנדרי ז"ל הר"י בעלזר תלמיד ר' ישראל סאלאנטער ז"ל
קיינמאל נישט שפעט קלוגער צו ווערן.

אישתישבי » פרייטאג יולי 16, 2021 12:37 am

· #477787
רביה''ק זי''ע
שבעים לשון
רבנות איז יא בירושה. דהיינו אז א רב האט א רעכט עפ"י הלכה צו פארלאנגען אז זיין זון זאל אים ירש'נען ברבנות.

יא, ....

.....
בכל אופן, השתא דאתית להכא קען מען שוין פרובירן דערגיין וועם רבי מאטל האט דא געמיינט. דער בעלזער און דעם באבובער קען עס נישט זיין ווייל זיי רופן זיך רב און נישט רבי (מוסר השכל: וויפיל א חילוק פון איין אות קען אויסמאכן!), סאטמארע רבי און זיין ברודער אויך נישט ווייל זיי שרייבן זיך אונטער אבד״ק סאטמאר און נישט אדמו״ר מסאטמאר (א חילוק פון דריי אותיות!!!), דער בעל השוואנצונות קען עס נישט זיין ווייל ער האט נאר גע׳ירש׳נט דעם טיטל אב״ד שיכון וויזניץ, דאס אז די פראטאקאל גייט אז ווען דער רבי שטארבט נעמט דער אב״ד איבער איז שוין אריינגערעכט אינעם טיטל אב״ד השיכון וואס דאס גייט דאך יא איבער בירושה. נו וועם האט ער געקענט מיינען? בלייבט נאר איבער ר׳ ישראל מוויזניץ און אדמו״ר מבאבוב-45, טאקע זייער א שווערע קשיא.


אויף וועמען מען האט א ספק צו ער האט אים געמיינט, האט ער טאקע געמיינט.

אין אמת'ן ווייס איך אז ער האט שטארק נישט ליב רב"צ מבאבוב, ער האט שוין גערעדט אויף אים ברבים מער ווי איין מאל. מיט דער חלק וואס ער זאגט אז מען איז נישט ראוי וכו', מיינט ער לכאורה אים. דארט איז שוין דא אן אלטע רייבעריי, ווייל זיי זענען ביידע נוסח דזיקוב (עמטליך) און ר' מאטיל פילט א שטיקל קאמפעטישן, הגם עס איז סתם סטופיד, ווייל זיי זענען לא קרב זה אל זה. ווי אויך, האט רב"צ הערצה צו אים, א חסיד זיינע האט מיר גע'טענה'ט אז ער פלעגט אויסהערן זיינע טעיפס, ד.ה. רב"צ הערט אויס ר' מאטיל. פרעגט א חסיד פין ר' מאטיל וועגן רב"צ און דו וועסט הערן אלע לשון הרע'ס אפילו פון די אנגעהיטענע דארט וואס רעדן נישט לשון הרע'ס ווייל עס שטייט אין זרע קודש.

מיט דער חלק פון די פילן, חוץ וואס עס איז א נידריגע וועג פון אונז חרדים צו שעלטן מענטשן דארפסט פילן, דארפסט טעראפיע, וכו', מיינט ער לכאורה דער שוואנץ הגדול, וואס איז דער איינציגסטער רבי וואס צייכענט זיך אויס אין טוהן "משוגענע" זאכן.


דער מאדנע חלק פין זיין דרשה וואס איך זעה נישט מען זאל באטאנען דא, איז דער גאות. כלומר, יעדער רבי וועט צושפילן דער געים אז איך בין גארנישט, דער עולם קומט איך האב נישט קיין ברירה, סייעתא דשמיא, זכות אבות און אלע באז ווערטער. ער אבער, האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן בפה מלא אז בנשק'לעך ווערען נאר רבי'ס ווייל זיי זענען אייניקלעך, אבער "ער" הקדוש, ער זעלבסט איז געווארן א רבי ווייל ער איז יא ראוי. איך מיין קאם אן, באמת? אזוי רעדסטו? דער מקור הענווה רעדט פין זיך מיט אזא וואולגארע גאווה, כאילו ער וואלט געוועהן רשכבה"ג ווען נישט פאר די רבי'ס וואס נעמען אים צו די נשמות.

אבער אין פראקטיק, איז דא אן אנדערע וועג צו שטעלן א רבי? יעדער קען ווערן א רבי אויב זיי ווילן, פון וועמען נעמען די רבי'ס צו?

און אויך, אמאהל זעהן געוועהן גענוג און נאך רבי'ס וואס זענען ווערד געוועהן א שטויס פין אונטן (בשם שינאווער רב), סא דריי נישט אין קאפ מיט אמאהל. עס איז דא א געוואלד פון רבי'ס וואס זענען פארגעסן אפילו פון יצחק אלפסי.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 16, 2021 7:16 am

· #477802
אישתישבי: איך האף אז דו מיינסט נישט דעם עכטן, אמת'דיגן שינאווער רב זצוק"ל. ר' יחזקאל בן הדברי חיים זצוק"ל. ווייל ער איז דאך געווען איינער פון די שרפי מעלה. איך גיי יעצט נישט אריין אין יא האלטן אדער נישט האלטן פון איהם. אונז זעמיר צו קליינע מענשטעלעך אפילו צו זאגן מבינות איבער איהם. כש"כ צו זאגן אז ער איז ווערט געווען א שטויס פון הינטן... כדבריך...!

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 16, 2021 8:04 am

· #477806
מי אני
מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר וועט מען לכאורה דעמאלטס העידזשיאוגרעפיקעלי אויך זאגן אויף די היינטיגע אז זיי זענען געווען קדושי עליון און אז מ׳האט נישט קיין השגה אין זיי.

ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס ירש׳נען ״רב״ אויך נאר אויב ער איז ״הגון״, ועיין ברש״י בדברים יז כ (ועיין ברש״י בויקרא טז לב).


מען זאגט נאך פון וואוילע אידן:
ווען ס'זאל האבן געווען טעיפ רעקארדערס און ווידעאוי אפאראטן מיט 200 יאר צוריק, וואלט כלל ישראל פאלוירן 200 יאר פון הייליגע קודשי קדשים'דיג רביס... וד"ל ודפח"ח....

שבעים לשון » פרייטאג יולי 16, 2021 11:01 am

· #477812
אויף די פריערדיגע דורות פון אזויגערופענע צדיקים דארף מען נישט הרב זילבער און מען דארף נישט אונזערע קאמענטארן, אויף זיי האבן אסאך גרעסערע און חשוב'ערע שוין געגעבן זייער אנאליז און מיינונג, אונזער רעדן פון זיי אדער אויף זיי איז א בחינה פון כל המוסיף גורע. דער בעש"ט וגדולי תלמידיו, מוהר"ן מברעסלאוו, ראפשיצער רב צאנזער רב שינעווער רב זי"ע ועוד.

און אז הרב זילבער רעדט פון היינטיגע אנגעפרעסענע בעלי תאוה וגאוה פוסחים על שתי הסעיפים ופוסעים על ראשי עם קודש, און מאנכע דא אין שטיבל מוזן לכבוד דעם צוריק גיין אזש מיט 100-200 יאר און אנהייבן מישן זאכן אנע משקל אנע שכל אנע ידיעה בהירה אין די ענינים, איז דאך אינגאנצן נישט גערעדט. צו די זאך.

עס איז דא גענוג צו רעדן פון היינט, און עס איז אן הייקעלער ענין פאר ווער עס איז מחנך קינדער בדורותינו אלה, עס זענען דא קשיות ווי דערמאנט, אבער דער ענין איז נאר ארום על הצדיקים ועל החסידים החיים אתנו. עס איז נישט מן הענין צו רעדן פון שוכני עפר.

מי אני » פרייטאג יולי 16, 2021 11:24 am

· #477814
ס׳דא צוויי געדאנקען דא:

1). איך בין נישט דן, הן לטב והן לביש, מנהיגים פון פריערדיגע דורות מדעת עצמי גרידא; אזא שב ואל תעשה. איך נעם נאר אָן די חלק התורה והדרכה זייערע וואס זיי האבן איבערגעלאזט ווייל און ווען דאס איז נוגע.

2). איך נעם אָן מיט אזא סארט קום ועשה אז זיי זענען געווען ״קדושי עליון״.

די ערשטע מהלך מאכט נישט פון זיי אן עפּאַטיִאוֺסיס/פארגעטערונג [באיזה מדריגה] און כמובן וויליפייט עס זיי אויך נישט. ווי אויך איז דאס די שכל׳דיגע זאך צו טוהן אלס די פּרעזענטיזם וואס איז שייך אין דעם אז דו ביסט נישט אין זייער עפאכע דאס דן צו זיין מיט אלע פאקטארן וכו׳.

משא״כ די צווייטע מהלך נעמט שוין יא א שטעלע בקום ועשה. איז אויב אזוי דארף מען אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר גייט מען זאגן די זעלבע אויף די היינטיגע. און דאס פארשטייט מען איז א חוכא וטלילא.

אין אנדערע ווערטער, אויב זאגט מען אז מ׳קען נישט דן זיין די נעגאטיווע חלקים וכו׳ אלס ווייל דו ביסט נישט דארט געווען, טא ווי אזוי קען מען יא דן זיין בברירות די גוטע חלקים און דאס פארגעטערן? און צו זאגן אז דאס איז וויבאלד די דיִפאָלט איז ״קדוש״ און אז מ׳קען נישט דן זיין בלייבט נאר דאס איבער, איז דאן ווי אזוי מאכט מען איין פריערדיגן מנהיג גרעסער ווי א צווייטע? ווי אזוי האט ער אן אנדערע דיִפאָלט? איז דאס נישט אליין ״דן געווען״? געדענק, מ׳איז נישט דן אויף די מעריט פון זייערע תורה וכתבים נאר אויף זייער כאראקטער וכדומה - ״קדוש עליון״.

ובנוגע דאס וואס דאס רירט אָן אויף ״ירידת הדורות״ ואם ראשונים כמלאכים וכו׳, האט דאך דאס ר׳ יצחק לאווי שיין צונומען אין זיין סעריע ארטיקלען אינעם וועקער.

יעקב מענטש » פרייטאג יולי 16, 2021 1:08 pm

· #477816
אינטערסאנט אז קיינער דיסוסירט נישט די צווייטע האלב פון זיין דרשה, יעדע הנאה גשמית דארף זיין ככפאו שד...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יולי 16, 2021 1:10 pm

· #477817
שבעים לשון
עס איז דא גענוג צו רעדן פון היינט, און עס איז אן הייקעלער ענין פאר ווער עס איז מחנך קינדער בדורותינו אלה, עס זענען דא קשיות ווי דערמאנט, אבער דער ענין איז נאר ארום על הצדיקים ועל החסידים החיים אתנו. עס איז נישט מן הענין צו רעדן פון שוכני עפר.

ס׳איז א הייקעלער ענין צו זאגן אז ס׳איז א הייקעלער ענין, עס איז נישט מן הענין צו זאגן אז ס׳נישט מן הענין צו רעדן פון שוכני עפר.

איבריגנס, קענסטו מיר אפשר מסביר זיין וואס איז דאס צופראסקעטע פארעווע שפראך ״הייקעלער ענין״? קענסט נישט זאגן קלאר אז דו האלטסט אז מ׳טאר נישט רעדן פון פארשטארבענע רביס למען האמונות הכרחיות/שקרים קדושים/noble lies/יו נעים איט?

יענפאלס, דא איז דאך נישט קיין קינדערגארטן וואו מ׳איז מחנך קינדער, די וואס קומען דא קומען דאך ווייל דער ״הייקעלער ענין״ דאקטרינע האט נישט געארבעט פאר זיי, איז וואס ווילסטו זאלן זיי יעצט טוהן? ענדערש זאלן זיי גיין קוקן my unorthodox life און ווערן אנגעפיקעווט מיט האס און אפשיי צו אונזער קולטור און צו יעדע זאך וואס שמעקט נאר פון אידישקייט, אדער ענדערש זאלן זיי קומען דא אין שטיבל הערן אביסל אמת׳ע אינפארמאציע איבער שיניעווע רב און איינזעהן אז מ׳קען בלייבן נארמאל מיט דעם אלעם?

יעקב מענטש
אינטערסאנט אז קיינער דיסוסירט נישט די צווייטע האלב פון זיין דרשה, יעדע הנאה גשמית דארף זיין ככפאו שד...
דאס איז דאך א פשוט׳ע זאך, די חידוש איז אבער וואס איך האב געהערט פון מיין משפיע אז נישט נאר דארפן הנאות רוחניות אויך זיין ככפאו שד, ביי הנאות רוחניות איז עס נאך אסאך וויכטיגער.

מי אני » פרייטאג יולי 16, 2021 1:28 pm

· #477819
אפשר מיינט ער, עכ"פ לגבי מנהיגים פרטיים בהעבר, דאס וואס ווערט געברענגט באו"ח סימן תרו סעיף ג שלא להוציא שם רע על המתים. (ועיין ברמ"א בחו"מ סימן תכ סעיף לח.) איז עס אבער נאר צום מערסטענסט נאך אן איסור נוסף אויף די אלגעמיינע איסור וואס איז דא ביי שם רע(/לשה"ר) אויף די בין החיים אויך; ואולי איז דאס גאר שוואכער מדינא ווי רעדן אויף א חי. וועגן דעם אליין ווערט עס שוין "שלא מן הענין" און [מער] "הייקעל"?

און הגם אין ברכות יט. וואו עס איז משמע אז עס איז טאקע נישט דא מעיקר הדין [בלא חרם הקדמונים] אן איסור לשה"ר על המת, איז דאס אבער יא דא אויף א ת"ח ע"ש, איז דאס אבער נישט קיין חילוק בזה בין ת"ח חי לת"ח מת. דאס אז דער ת"ח איז מת מאכט עס נישט "הארבער"; פארקערט, רעדן אויף א ת"ח חי איז לכאורה ערגער/הארבער ווייל אויף אים איז נאך אויך דא די אלגעמיינע איסור לשה"ר והוצאת שם רע מדאורייתא וואס איז דא אויף יעדעס ישראל חי.

ווי געזאגט קומט דאס פשוט צושטאנד פון רויזי רעטראספעקשאן, דעקלייניזם/"ירידת הדורות", און פארגעטערן דעם "גלאררייכן אמאל".

דא האט מען נישט קיין פראבלעם פון ווידמען בלעטער אויף בלעטער, וואס אי מר רבה אנת תלמידא ואי מר רבה אנת תלמידא און אן קיין שום נידנוד תועלת, קעגן פערזענליכע מענטשן (וואס זענען, מער-ווייניגער, ת"ח) קעגן וועמען דאס קען (לכאורה) טוהן פיזישע שאדן ממש. משא"כ אויף די מתים, וועמען די גמרא אין ברכות דארט זאגט אז עס גייט זיי נישט אן, ווערט מען ווילד און פרום. אתמהה.

שבעים לשון » פרייטאג יולי 16, 2021 2:53 pm

· #477826
לדעתי קען איך נישט דן זיין גארנישט איבער פריערדיגע. נישט בשב ואל תעשה און נישט בקום ועשה. און לדעתי, קיינער קען נישט זאגן א מיינונג איבער א נברא בעיסד אויף היסטאריע אדער כתבים ספרים וכדומה. ווי דערמאנט אז מהאט נישט דעם היקף די תקופה ועוד וואס האבן געברענגט דעם רעזאלט וואס מיר האבן היינט.

איז פארוואס קדוש עליון יא? ווייל דאס האב איך מקבל געווען פון מיין טאטן. און ביי יעדן זאל זיין קדוש וואס ער האט במסורה. איך נישט פארשן און דן זיין די קדושה און מדרגות אדער ישרות און אויסגעהאלטנקייט פונעם בעש"ט, דער מגיד, בעל התניא, דער ריזשינער, תפארת שלמה, ר"ר בונם, וכו' הגר"א, מהר"ח וואלאזשינער, צו דעם רמ"ק אדער אר"י הקדוש, זי"ע ולמעב"ק. און איך קען נישט משיג זיין וואס איז איינער אנדערש אדער העכער אדער ווייטער פון צווייטן ווייל איך בין פון אלע די זעלבע ווייט.

פארשן און דן זיין און מעסטן און נאכגיין, (קוק אין יוצרות שקלים אלע לשונות אז ראית וספרת וכו') איז נאר א זאך וואס דו זעסט מיט די אויגן לעבעדיגערהייט, גיי זעה דעם רבין יענעם משפיע, חכם מרן משגיח וכו' הער זיי אויס שמועס מיט זיי ליין זייערע ווערק און פרעג וואס דו פילסט פאר ריכטיג ווער קלאר און קום אויף מיט אנאליזן וואס זיי זענען.

אנאליזירן און פארשן מענטשן זאכן מעוראות פונעם עבר איז איינער פון די שענסטע אופנים פון ליידיגקייט בלבוש מלכות תכלת.

מי אני » פרייטאג יולי 16, 2021 3:41 pm

· #477831
ס׳איז בעצם יא א קום ועשה אין די קאנטעקסט וואס אונז מיינען עס דא. והיינו, עס איז בעצם יא אן אנגענומענע פאזיציע און עסענט לצד אחד [אז זיי זענען ״קדושים״] - נאר אנשטאט, צב״ש, דער רס״ג׳ס ערשטע דריי וועגן באופני הבירור, איז עס דער פערטער וועג וואס ער זאגט דארט: הגדה הנאמנת. נו, ביסטו דאך צוריק ביים אנהויב. והיינו, אז אין 100-200 יאר ארום וועלן זיי דאך לכאורה גאנץ זיכער ״האבן מקבל געווען״ פון זייערע עלטערן אז אונזערע מנהיגים זענען ״קדושי עליון״. טא, ווי אזוי רעדסטו יעצט אויף זיי? זייער ״קדוש״ סטאטוס טוישט זיך נאך די דור אין וואס זיי לעבן [אחרי מת קדושים אמור]?

אויף דעם קענסטו ענטפערן אז איה״נ דא איז דא א סתירה צווישן די שפעטערע דורות׳ הגדה/קבלה און מיין יעצטיגע ערשטע דריי אופנים פון דרכי הבירור וידיעה. אין אזא פאל וועגט איבער די ערשטע דריי סארטן דרכים קעגן קבלה נאמנת. (אויב אבער געבסטו דאס נאך דארפסטו אבער מודה זיין אז וואו, צב״ש, סייענס, וואס ארבעט עפ״י די ערשטע דריי דרכים, גייט קעגן דיין מסורה בקבלה, די פערטע וועג, געבסטו זיי די אויבערהאנט. אחוץ טאמער מאכט מען ווייטער א חילוק צווישן צוקונפטיגע קבלה נאמנת העתידה להיות און יעצטיגע קבלה נאמנת: די ״יעצטיגע״ איז יא שטערקער משא״כ ״צוקונפטיגע״.)

אדער קענסטו מאכן א(ן ענליכן) חילוק צווישן אן אייגענע קבלה און אן אנדערנ׳ס: אן ״אנדערנ׳ס״ קבלה, אפילו בתוך די זעלבע נידון ממש כבנידון דידן בענין מנהיגי ישראל בדרגת ״קדוש״, איז נישט מחייב כלל. אויב אזוי אבער קענסטו נישט יענעם פארהאלטן הלמאי ער האלט נישט אז די אמאליגע זענען ״קדושי עליון״. מאן יימר אז ער האט דאס מקבל געווען פונקט אזוי?

וכמובן ביסטו מודה אז למשל אינעם דור פונעם, צב״ש, דברי חיים האבן די המון יא געקענט/געמעגט רעדן קעגן אים לויט זייער אנאליז (אחוץ טאמער ביסטו דאס אויך כולל אין דיין קבלה. איז געדענק אבער אז די צוקונפטיגע ״קבלה״ וועט זיין קעגן דיר און דיינע אנאליזן אויך.)

ועוד יותר, איך שטעל זיך פאר אז פון דער זעלבער טאטע האסטו מקבל געווען אז מ׳מוז מציית זיין צו הלכה און דאס איז וואס איז דער מכריע. נו, האבן מיר דאך פריער אראפגעברענגט אז עס איז לכאורה (פי כמה) הארבער אויף א היינטיגער ווי אן אמאליגער שכבר מת. וממילא אפילו אויב זאל מען דאס [די ״אמאליגע קדושי עליון״] שוין יא געבן וואלידיטי, קען דאס אבער זיכער נישט זיין אויפ׳ן חשבון ״אז ס׳דא גענוג וואס צו רעדן פון די היינטיגע״. אויף דעם קענסטו אולי זאגן אז דיין יעצטיגע אנאליז עפ״י די ערשטע דריי אופני הבירור וועגט דאס אויך איבער. אבער דא איז די קבלה נישט דירעקט קעגן דעם; עס איז בעצם מעיקרא אויף עפעס אנדערש וואס לאזט נישט די ערשטע דריי אופנים זיך בכלל אנהויבן.

ואגב, איך וואלט גע׳חשבונ׳ט מסברא אז אנאליזירן דאס אמאל און דאס חוקר זיין אירע פיגורן גייט אריין בגדר היסטאריע און איר פארשונג; א חכמה און נישט ליידיגקייט. משא״כ פּילעווען אין מחלוקת/פאליטיק ללא הועיל כנ״ל און נישט פון א מבט סאציאלאגיע, איז ״ליידיגקייט״.
But to each his own

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 16, 2021 5:26 pm

· #477833
והאיש משה
כידוע די סיפור פון בעלזא רב ז"ל: ווען פריערדיגע רב מהרי"ד איז אוועק האט די רביצין (בזו"ש וואס איז נישט געווען די מאמע פון מהר"א) געוואלט אז איר זוהן בילגערייע רב זאל ווערן "רב" אין בעלזא, און דער מהר"א זאל זיין "רבי", האט בעלזא רב זל געזאגט די איינציגסטע זאך וואס איז בירושה איז דייקא די רבנות, אדרבא אלס עלסטע זוהן איז זיין זכות צו ווערן רב אין בעלזא, און רבי ווענדט זיך וועמען די חסידים וועלן ווילן האבן אלס רבי... כמו התשובה של הדברי חיים הנ"ל.

ר' מאטל טעהנ'ט נישט אז זיי זיינען נישט רבי, אודאי זיינען זיי רבי נאר ס'דא מחיצות... און מ'וועלט א רבי פאר טפשות'דיגע סיבות נאר ווייל זיין טאטע וכו'...

והאיש משה: איך האב געהערט א ביסל אנדערש דעם סיפור. (מעגליך אז ביידע זענען אמת.) די שטאט'ס לייט אין בעלזא. וואס א גרויסער טייל פון זיי זענען געווען מאדערנע. ווייל מיר דארפן געדענקען אז אין די שטאט בעלז/א האבן געוואוינט נישט נאר חסידים. נאר אויך מאדערנע און גאנץ שוואכע עלעמענטן. האבן זיי געוואלט (נאך די פטירה פונ'ם שר שלום) אויפנעמען א מאדערנעם, פארגעשריטענעם ..."רב"... לויט זייער געשמאק. און, בטובם הגדול האבן זיי געזאגט אז דער ממלא מקום (דער מיטלער רב) קען ווייטער זיין רבי און פיהרן רבי'סטווא. און זיי וועללן זיך האבן זייער ..."רב"...!

פארשטייצעך אז דער רב האט בשום אופן נישט מסכים געווען צו דעם...! נאר ער האט ווייטער אנגעהאלטן די הנהגה פון די שטאט.

אט דאס איז איינס (אפשר דער הויפט) פון די טעמים פארוואס די טראדיציע איז אז אין בעלזא רופט מען דעם אדמו"ר ..."רב"...!

א (שטיקל) ראיה אז אין בעלז האבן געוואוינט נישט נאר בעלזער חסידים. נאר אויך גאנץ מאדערנע מענטשן וועלכע האבן נוטה געווען צו רעפארם. איז דאס וועלט בארימטע לידל..."מיין שטעטעלע בעלז"... איינס פון די ליריקס איז אז דאס יונגעלע האט זיך דערמאנט פון זיינע יונגע יארן. און ער רעדט מיט נאסטאלגיע וואס זיי האבן געטון שבת אינדערפריה...נישט געגאנגען מיט זיין טאטן אין שול. נאר געווארפן שטיינדעלעך אין טייך. און געשפיהלט זיך מיט די מיידעלעך...!

א סאך מענטשן פרעגן די קשיא. ווי מיר ווייסן איז דאך בעלזא געווען הייליג.דאס זעהט דאך אויס ווי א סתירה. טייל וויללן פארענטפערן אז ס'איז דא נאך א שטאט וואס הייסט בעלז. און דאס לידל גייט ארויף אויף יענע שטעטל. אבער דער תירוץ לפי פשוטו איז אז אין די שטאט בעלזא האבן געוואוינט אויך מאדערנע מענטשן.

פונקט אזוי ווי אין די שטאט מונקאטש האבן געוואוינט אויסער די חסידים אויך ציונים. (עכטע ציונים. נישט די וועלכע האבן געלערנט דף היומי און געגאנגען צום כותל...לאל.).

אישתישבי » פרייטאג יולי 16, 2021 5:39 pm

· #477835
berlbalaguleh
אישתישבי: איך האף אז דו מיינסט נישט דעם עכטן, אמת'דיגן שינאווער רב זצוק"ל. ר' יחזקאל בן הדברי חיים זצוק"ל. ווייל ער איז דאך געווען איינער פון די שרפי מעלה. איך גיי יעצט נישט אריין אין יא האלטן אדער נישט האלטן פון איהם. אונז זעמיר צו קליינע מענשטעלעך אפילו צו זאגן מבינות איבער איהם. כש"כ צו זאגן אז ער איז ווערט געווען א שטויס פון הינטן... כדבריך...!


להבהרה

דער שינאווער רב פלעגט ארום פארען צו אלע רבי'ס, ער האט אמאהל געזאגט אז ער איז געווארען צו רבי'ס כמנין ר"ב, און אסאך פין זיי זענען ווערט געוועהן א שטויס פין אונטען.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 16, 2021 5:46 pm

· #477837
אישתישבי: ייש"כ פאר געבן די אויפקלערונג. ווייל ביי מיר איז דא געוויסע זאכן שאין דעתי סובלתן. איך האלט מיך פאר גאנץ אן אויפגעקלערטן מענטש. ספעציעל ווען ס'קומט צו פאלשע קנאות/ציונות. אדער אוועקמאכן גדולי ישראל. וועלכע זענען געווען אנגענומען אין די גאנצע וועלט...!

אפילו אויף הרה"צ ר' מאטל זילבער שליט"א פרעג איך נישט קיין קשיות. איך נעם נאר נישט אן זיינע (נארישע) רייד. אבער ער ווערט נאכנישט אויס אדם גדול ביי מיר...!

אישתישבי » פרייטאג יולי 16, 2021 5:53 pm

· #477838
berlbalaguleh
אישתישבי: ייש"כ פאר געבן די אויפקלערונג. ווייל ביי מיר איז דא געוויסע זאכן שאין דעתי סובלתן. איך האלט מיך פאר גאנץ אן אויפגעקלערטן מענטש. ספעציעל ווען ס'קומט צו פאלשע קנאות/ציונות. אדער אוועקמאכן גדולי ישראל. וועלכע זענען געווען אנגענומען אין די גאנצע וועלט...!

אפילו אויף הרה"צ ר' מאטל זילבער שליט"א פרעג איך נישט קיין קשיות. איך נעם נאר נישט אן זיינע (נארישע) רייד. אבער ער ווערט נאכנישט אויס אדם גדול ביי מיר...!


און די ווען די רעדסט שטותים, ווערסט די נישט אויס בעל עגלה ביי מיר, אייביג וועסטו זיין מיין טייערע בעל עגלה.

זיו » זונטאג יולי 18, 2021 2:12 pm

· #477862
berlbalaguleh

א (שטיקל) ראיה אז אין בעלז האבן געוואוינט נישט נאר בעלזער חסידים. נאר אויך גאנץ מאדערנע מענטשן וועלכע האבן נוטה געווען צו רעפארם. איז דאס וועלט בארימטע לידל "מיין שטעטעלע בעלז"... איינס פון די ליריקס איז אז דאס יונגעלע האט זיך דערמאנט פון זיינע יונגע יארן. און ער רעדט מיט נאסטאלגיע וואס זיי האבן געטון שבת אינדערפריה... נישט געגאנגען מיט זיין טאטן אין שול. נאר געווארפן שטיינדעלעך אין טייך. און געשפיהלט זיך מיט די מיידעלעך...!

א סאך מענטשן פרעגן די קשיא. ווי מיר ווייסן איז דאך בעלזא געווען הייליג.דאס זעהט דאך אויס ווי א סתירה. טייל וויללן פארענטפערן אז ס'איז דא נאך א שטאט וואס הייסט בעלז. און דאס לידל גייט ארויף אויף יענע שטעטל. אבער דער תירוץ לפי פשוטו איז אז אין די שטאט בעלזא האבן געוואוינט אויך מאדערנע מענטשן.


די ניגון בעלז איז נישט אונזער הייליגער שטעטל בעלז, עס איז א צווייטער שטאט ווואס הייסט בעלץ. זע וויקי, טריווע, איך האב קאפי, פעיסט ,פון דארט.

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Bălți

The famous Yiddish song Mein Shtetle Belz from 1932, written by Jacob Jacobs (theater) and composed by Alexander Olshanetsky for the play Ghetto Song, makes a reference to the old Jewish city of Bălți.[33] It had been a tribute to the famous singer Isa Kremer, born in Bălţi, and who was probably also the first one to perform it.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 18, 2021 3:14 pm

· #477868
אישתישבי
berlbalaguleh
אישתישבי: ייש"כ פאר געבן די אויפקלערונג. ווייל ביי מיר איז דא געוויסע זאכן שאין דעתי סובלתן. איך האלט מיך פאר גאנץ אן אויפגעקלערטן מענטש. ספעציעל ווען ס'קומט צו פאלשע קנאות/ציונות. אדער אוועקמאכן גדולי ישראל. וועלכע זענען געווען אנגענומען אין די גאנצע וועלט...!

אפילו אויף הרה"צ ר' מאטל זילבער שליט"א פרעג איך נישט קיין קשיות. איך נעם נאר נישט אן זיינע (נארישע) רייד. אבער ער ווערט נאכנישט אויס אדם גדול ביי מיר...!


און די ווען די רעדסט שטותים, ווערסט די נישט אויס בעל עגלה ביי מיר, אייביג וועסטו זיין מיין טייערע בעל עגלה.

אישתישבי: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. אבער וואס דו זאגסט איז אמת. יא. איך רעד צומאל (אבער האפנטליך נישט אייביג) נארישקייטן...!

לבי ובשרי » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 11:44 pm

· #478912
היינט איז פארשפרייט געווארן א כמעט דריי מינוטיגע אויסצוג פון א דרשה פון הגה"צ רבי מאטל אין וועלכע ער ערקלערט אז דער עולם איז עפעס אויף מיט א לעצטיגע דרשה זיינע און ער איז מוסיף א נקודה פון הבהרה:

"ווען כ'האב גערעדט אפאר וואכן צוריק וועגן רבי'ס, היינטיגע רבי'ס, האט זיך אפגעטון א גאנצע פרסום פון די דרשה. וואו כ'בין געגאנגען האב איך געהערט אז כ'האב געזאגט א דרשה. איך זאג טויזנט אנדערע דרשות און קיינער ווייסט נישט פון יענע דרשות. איך האלט אין איין רעדן, כ'ווער נישט פארטיג פון רעדן און קיינער ווייסט נישט פון יענע דרשות... כ'האב דערמאנט איין זאך וואס מ'האט דאס פארדרייט אויך... מ'ווייסט נישט וואס כ'האב געמיינט... מ'האט געשניטן די פאליטיק, כ'רעד טויזנט זאכן און קיינער ווייסט נישט, כ'וואלט געקענט רעדן נאך אסאך זאכן, יעדע זאך וואס שמעקט פון פאליטיק. כ'וואלט געקענט מסביר זיין די נושא פון ציונות, קנאות, כ'האב זייער א קלארע הסבר וואס באמת וואלט דאס געדארפט ווערן נתקבל ביי יעדן איינעם, סיי ביי די קנאים און סיי ביי נישט קנאים, א קלארע מהלך איבער דעם גאנצן ענין, אבער כ'רעד נישט דערפון ווייל מ'וועט נישט הערן וואס כ'רעד... וכו'. ס'דא זייער אסאך זאכן אבער מ'קען נישט רעדן ווייל די וועלט איז אזוי משוקע אין פאליטיק און נישט ערנסטקייט, נארישקייט און חיצוניות אז מ'פארדרייט יעדע זאך. מ'הערט נישט וואס מ'דארף הערן, מ'הערט נאר וואס מ'דארף נישט הערן. שוין, קען מען נישט רעדן.

"ווען כ'וועל זאגן אז מ'דארף רעדן צום אויבערשטן וועט מען זאגן אז כ'בין א ברסלב'ער. רעדן צום אויבערשטן האט גארנישט צוטון מיט ברסלב, אלע צדיקים האבן גערעדט מיט'ן אויבערשטן, וכו'... דאס ענין פון זיך אויסרעדן צום אויבערשטן און כסדר האבן א שפראך מיט'ן אויבערשטן איז א יסוד אין עבודת ה', דאס איז עיקר מצות תפלה, צו וועמען דען זאל מען רעדן און בעטן אויב נישט צום אויבערשטן וכו'...

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 12:27 am

· #478915
מי אני

ואגב, איך וואלט גע׳חשבונ׳ט מסברא אז אנאליזירן דאס אמאל און דאס חוקר זיין אירע פיגורן גייט אריין בגדר היסטאריע און איר פארשונג; א חכמה און נישט ליידיגקייט. משא״כ פּילעווען אין מחלוקת/פאליטיק ללא הועיל כנ״ל און נישט פון א מבט סאציאלאגיע, איז ״ליידיגקייט״.

מען דארף אין אכט נעמען אז אים 100-200 יאר ארים וועט פארכענט ווערן פילעווען און די היינטיגע מחלוקת/פאליטיק; א חכמה און נישט ליידיגקייט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 6:06 am

· #478922
היכי דמי: אבער די רבי שליט"א רעדט נישט פון דעם חלק פון אוועקמאכן אלע היינטיגע (און אפשר אמאליגע אויך) רעבעס און בנש"ק'לעך במחי יד. דער חלק איז וואס ס'שטערט דעם עולם. נאכאמאל. ביי מיר פארבלייבט ער בגדלותו. אבער צומאל רעדט ער (אזוי ווי אין דעם איצטיגן פאל) במחכת"ה נארישקייטן.

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 7:08 am

· #478927
ער רעדט זיך נעבעך אפ, ווען איך ווייס אז מען גייט עס מפרסם זיין, הוי וואלט איך גערעדט אנדרעש, אין וואלט גערעדט וועגן אזויפיל אנדערע זאכען וואס דארפען ווערען מפורסם. נאכדעם בלעימט דער בעל גאה אונז, אז מיר פארשטייען אים נישט וכו'.

איך האב נייעס פאר אים, אונז פארשטייען אים צו גוט.

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 9:08 am

· #478931
הקטן
מי אני

ואגב, איך וואלט גע׳חשבונ׳ט מסברא אז אנאליזירן דאס אמאל און דאס חוקר זיין אירע פיגורן גייט אריין בגדר היסטאריע און איר פארשונג; א חכמה און נישט ליידיגקייט. משא״כ פּילעווען אין מחלוקת/פאליטיק ללא הועיל כנ״ל און נישט פון א מבט סאציאלאגיע, איז ״ליידיגקייט״.

מען דארף אין אכט נעמען אז אים 100-200 יאר ארים וועט פארכענט ווערן פילעווען און די היינטיגע מחלוקת/פאליטיק; א חכמה און נישט ליידיגקייט.

עקזעקטלי. ווייל דאן וועט דאס זיין מכח א פארשונג אין גדר חכמת היסטאריע פון א דיִטעטשט פּערספּעקטיוו. משא״כ זיך פילעווען יעצט דערין (אחוץ אויב מ׳טוהט דערין אין די פּרעזענט מכח א סאציאלאגישן מבט וכדומה וואס איז אויך דיִטעטשט, וכנ״ל). וההבדל פשוט.

‏אויב איז דאס געווען מכח אפצופרעגן דאס וואס איך זאג, איז דאס ממש סאָפיסטרי.

ישעיה » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 10:01 am

· #478934
עס הערט זיך ווי דער רבי שליט"א איז שטארק מדקדק אין ויגבה ליבו

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 10:29 am

· #478937
ישעיה
עס הערט זיך ווי דער רבי שליט"א איז שטארק מדקדק אין ויגבה ליבו


וואס רעדסטו, דארט איז דער קלימאקס פון ביטול היש. יענעמס...

תרמב » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 12:46 am

· #479029
לבי ובשרי
היינט איז פארשפרייט געווארן א כמעט דריי מינוטיגע אויסצוג פון א דרשה פון הגה"צ רבי מאטל אין וועלכע ער ערקלערט אז דער עולם איז עפעס אויף מיט א לעצטיגע דרשה זיינע און ער איז מוסיף א נקודה פון הבהרה:

"ווען כ'האב גערעדט אפאר וואכן צוריק וועגן רבי'ס, היינטיגע רבי'ס, האט זיך אפגעטון א גאנצע פרסום פון די דרשה. וואו כ'בין געגאנגען האב איך געהערט אז כ'האב געזאגט א דרשה. איך זאג טויזנט אנדערע דרשות און קיינער ווייסט נישט פון יענע דרשות. איך האלט אין איין רעדן, כ'ווער נישט פארטיג פון רעדן און קיינער ווייסט נישט פון יענע דרשות... כ'האב דערמאנט איין זאך וואס מ'האט דאס פארדרייט אויך... מ'ווייסט נישט וואס כ'האב געמיינט... מ'האט געשניטן די פאליטיק, כ'רעד טויזנט זאכן און קיינער ווייסט נישט, כ'וואלט געקענט רעדן נאך אסאך זאכן, יעדע זאך וואס שמעקט פון פאליטיק. כ'וואלט געקענט מסביר זיין די נושא פון ציונות, קנאות, כ'האב זייער א קלארע הסבר וואס באמת וואלט דאס געדארפט ווערן נתקבל ביי יעדן איינעם, סיי ביי די קנאים און סיי ביי נישט קנאים, א קלארע מהלך איבער דעם גאנצן ענין, אבער כ'רעד נישט דערפון ווייל מ'וועט נישט הערן וואס כ'רעד... וכו'. ס'דא זייער אסאך זאכן אבער מ'קען נישט רעדן ווייל די וועלט איז אזוי משוקע אין פאליטיק און נישט ערנסטקייט, נארישקייט און חיצוניות אז מ'פארדרייט יעדע זאך. מ'הערט נישט וואס מ'דארף הערן, מ'הערט נאר וואס מ'דארף נישט הערן. שוין, קען מען נישט רעדן.

"ווען כ'וועל זאגן אז מ'דארף רעדן צום אויבערשטן וועט מען זאגן אז כ'בין א ברסלב'ער. רעדן צום אויבערשטן האט גארנישט צוטון מיט ברסלב, אלע צדיקים האבן גערעדט מיט'ן אויבערשטן, וכו'... דאס ענין פון זיך אויסרעדן צום אויבערשטן און כסדר האבן א שפראך מיט'ן אויבערשטן איז א יסוד אין עבודת ה', דאס איז עיקר מצות תפלה, צו וועמען דען זאל מען רעדן און בעטן אויב נישט צום אויבערשטן וכו'...

מ’מוטשעט זיך שוין מיט ציונות פאר הונדערט און ברוך השם ס’איז שוין דא א קלארע מהלך וואס איז גוט פאר אלע זייטן אבער ער וויל נישט ארויסגעבן דעם סוד, וואס קען מען טון? וויאזוי קען מען עס מסדר זיין אז ער זאל ארויסגעבן דעם סוד?

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 7:40 am

· #479041
תרמב: דאס אז די רבי גייט לויט דעם ..."קלארן מהלך איבער ציונות"...איז אפשר ווייל ר'איז א רואה את הנולד. ער ווילל נישט אז מ'זאלל איהם אויסברעכן די פענצטערס...!

יחסן_גדול » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 5:54 pm

· #539647
ווער האט נישט געהערט זיין פורים דרשה אין איינע פון די ערשטע יארן: מען דארף נישט הייסן ׳טייטלבוים׳, מען דארף נישט הייסן ׳האלבערשטאם׳, מען דארף אויך נישט הייסן ׳טווערסקי׳, און נישט האגער, מען קען הייסן ׳מאטל זילבער׳, און דאך האט מען צען שטאק פארענטשעס אויף ביידע זייטן…

דער איז א פשוט׳ע כבוד שמעקער, וועלכער רייסט אראפ אלע רביים בדורינו, החיים אתנו און אויך די פריערדיגע.

ווי האט ער נאר איינמאל געזאגט אין א דרשה: איך בין נישט ווי די רבי׳לעך וועלכע וואשן די האנטוכער אין זייער מקוה.

וואס פארגינט ער זיי נישט אויך צו האבן א בית המדרש?

פאר ווער עס ווייסט נישט, זיין רבי, דער פריער׳דיגער סטוטשינער רבי זצ״ל פלעגט עם רופן: מאטל פעינטער… ווייל ער האט עם געזעהן פעינטן די סוכה אין סטוטשין.

דער וועלט דארף אויך האבן א פלאץ פאר די פאר׳חאניאקטער משוגעים, האט דער רבש״ע צוגעשטעלט פאר זיי א מאטל זילבער, וד״ל.

בעל דרשן » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:15 pm

· #539651
ער איז א גרויסע רודף אחר הכבוד ליידט אויף דעפרעסיע
דאס אז ער האט הויכע פארענטשעס איז א ראי' אויף די פולע משוגעים וואס דרייען זיך אין די בארא פארקער גאסן

נחום הסופר » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:17 pm

· #539652
אויך זייער א גרויסע בעל כשרון, כמעט ואין דומה לו אין געוויסע זאכן צווישן אלע אנדערע רבי'ס און משפיעים

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:38 pm

· #539655
תרמב #
מ’מוטשעט זיך שוין מיט ציונות פאר הונדערט און ברוך השם ס’איז שוין דא א קלארע מהלך וואס איז גוט פאר אלע זייטן אבער ער וויל נישט ארויסגעבן דעם סוד, וואס קען מען טון? וויאזוי קען מען עס מסדר זיין אז ער זאל ארויסגעבן דעם סוד?

תרמב: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. ווען א איד א עובד ה' וואס געט זיך אוועק צו העלפן אידישע קינדער זאגט אז ער האט א מהלך מסביר צו זיין ציונות און קנאות, ביניך אייביג גרייט צו הערן. זיין באווארענונג איז אז ער וויל נישט זאגן (א קאנטראווערסיאלע ענין) ווייל מ'וועט עס שלעכט אויסטייטשן. און ער איז גערעכט.

איך האב נישט געהערט זיין גאנצע (אדער טיילווייזע) דרשה איבער רבי'ס. (אז זיי זענען דער חורבן הדור) ער האט זיכער נישט געמיינט אלע רבי'ס, אדער רוב. נאר געוויסע מענטשן וועלכע האבן זיך גענומען דעם טיטל פון אדמורו"ת און זיי מאכן אן חורבנות סיי בגשמיות או סיי ברוחניות. נאר מענטשן האבן עס שלעכט אויסגעטייטשט. צי ווייל זיי האבן אן אגענדא (במזיד) אדער ווייל זיי האבן נישט געכאפט זיין מעסעדזש. און ער האט געדארפט צו ליידן פאר דעם.

כספי » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:46 pm

· #539719
יחסן_גדול #

פאר ווער עס ווייסט נישט, זיין רבי, דער פריער׳דיגער סטוטשינער רבי זצ״ל פלעגט עם רופן: מאטל פעינטער… ווייל ער האט עם געזעהן פעינטן די סוכה אין סטוטשין.
און?

שמן למאור » מיטוואך אפריל 10, 2024 4:23 pm

· #558659
דברות קודש דעם פארגאנגענעם פורים...
📎 וועגן היינטיגע רביס.pdf

חב''ד הויזן » מיטוואך אפריל 10, 2024 4:25 pm

· #558661
שוין צייט ר' מאטל זאל עפענען א ניק דא.

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך אפריל 10, 2024 4:36 pm

· #558663

וחי בהם » מיטוואך אפריל 10, 2024 5:07 pm

· #558667
שמן למאור #
דברות קודש דעם פארגאנגענעם פורים...
מה מקום להשוות באבוב בעלז לתולדות אהרן סלאנים פאפא ועוד שרחוקים מכל החיצוניות?

Visionary » מיטוואך אפריל 10, 2024 5:14 pm

· #558669
שמן למאור #
דברות קודש דעם פארגאנגענעם פורים...
אפילו איך קען דעם פלאץ נישט פארליידן, ברענגט ער ארויף דא שטארקע נקודה. מען זעט אבער אז דער דרשה איז געזאגט געווארן ווען ער איז געווען בגילופין.

הכנה דרבה » מיטוואך אפריל 10, 2024 6:19 pm

· #558683
א תלמיד חכם שאין בו דעת נבילה טובה הימנו, לאמיר צולייגן מיין דעת צו זיינע ווערטער והקב"ה מצרפן.
יא, ס'איז דא פאבריקן און קאמפאניס. ריזיגע בתי מדרשים, ריזיגע פעקטאריס, אבער קיין דביקות צו א צדיק איז
ליידער מער נישטא. ס'איז דא ריזיגע פירמעס מיט פארענטשעס, מ'האדעוועט דעם יוגענט מיט א חצר, א רבי און חסידים,
באגריפן וועלכע זענען ליידער אזוי ווייט פון אונז.
אויב איז ער א דוגמא וויאזוי א היינטיגער רבי דארף אויסצוקוקן איז טאקע בעסער אן דביקות צו א צדיק. אמאל פלעגט מען זאגן היינטיגע חסידים ווילן אמאליגע רבי'ס, דא איז א פארקערטע פאל, א היינטיגער רבי וויל אמאליגע חסידים...
קוק נאר אן זייער שטריימל, ווי א כתר מלכות שהולמתו לדוד.
מלכא משיחא.
הייסט עס אז דוד המלך האט יא געמעגט גיין מיט אזא שטריימל, אבער מאטל האלט זיך קלוגער.

אונטערשטע שורה וואס שיילט זיך ארויס פון זיינע ווערטער איז אז דער הייליגער באשעפער האט באשאפן אזא שיינע גשמיות'דיגע וועלט, קומט מאטל און זאגט "ליסטען גאט, האסט געמאכט א פאטאלן טעות!" פון זיין זייט וואלט גאט באדארפט אויסשטעלן די וועלט אז פרויען זאלן פארשוואנגערט ווערן פון א רוח הקודש ווי ברלנד שרייט, גאט האט אויסגעשטעלט די וועלט זיין וועג אבער מאטל פארשטייט בעסער, ומי יבוא אחרי הוד כבוד חניוקותו ועצבותו? רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ער כאפט אן דעם שטריק פונעם פארקערטן זייט, אנשטאט האקן אויף די רבי'ס פאר'ן פארן אויף טייערע וואקאציעס מיט פריוואטע עראפלאנען זאל ער זאגן אדרבה, פארטס און נעמטס מיט די חסידים אויך, זאלן זיי אויך הנאה האבן פון גאט'ס שיינע געשמאקע וועלט!

תורה ומדע » מיטוואך אפריל 10, 2024 6:30 pm

· #558685
דער פראבלעם איז אז ר׳ מאטל האט נאכנישט אופגעטאן פאר אנדערע אידן אדער פארן ברייטן ציבור. ווי איז זיין ישיבה, מתיבתא, ת״ת, מיידל סקול, שלום בית קלאסן, דירות קריזיס ערליכע פרנסה לעזונגען, טייערע חתונות וכו׳. אז ער וואלט געהייסן האראוויץ און געבויעט ביושר סטיטשין וואלט ער געטוען גענוי דאס ווי רוב היינטיגע מנהיגים. עווענטועל טרעפט זיך יעדער קהילה מיט די זעלבע טשעלענדשעס.

מענדל » מיטוואך אפריל 10, 2024 6:51 pm

· #558687
מאנכע טענהענען אז די דרשה איז נישט פון עם

כספי » מיטוואך אפריל 10, 2024 7:45 pm

· #558696
די דרשה איז נישט פון ר' מאטל, ופשוט הוא.
@שמן למאור האט עס נאר צוגעברענגט דא, ווייל דאס איז די נושא פונעם אשכול.

איך בין אבער נייגעריג וועמענס איז יא.
בלאט: 1 2 3