דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #14723
146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14723
און די ירושה רביס שרייען אז די זעלבסטדערקלערטע משפיעים זענען די חורבן, ווער איז גערעכט? קיינער איז גערעכט, סך הכל שרייט יעדער וואס איהם שמעקט.

כ'האב געהערט די ריקארדינג, ס'פעהלט נאך עטליכע נקודות וואס ס'ווערט נישט ארויסגעברענגט אינעם טרענסקריפט, זעהט אויס אז דער שרייבער פונעם טרענסקירפט האט זיך געשעהמט צו שרייבן די איבעריגע חלק פונעם שמועס. איז אזוי די חלק פון די רבי'ס איז ער הייליג גערעכט אבער די איבעריגע זאכן וואס ער רעדט דארט צוזאם איז א חרפה און א בושה פאר א רב בישראל פאר א מכלומרשטע משפיע. שוין לאנג נישט געהערט אזאנע שטותים! וויאזוי זאגט ר' מיכאל שניצלער "ס'גרויסע בושות"
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
רביה''ק זי''עאון די ירושה רביס שרייען אז די זעלבסט דעקלערטע משפיעים זענען די חורבן, ווער איז גערעכט? קיינער איז גערעכט, סך הכל שרייט יעדער וואס איהם שמעקט.
דו מיינסט צו זאגן ביידע זענען גערעכט...
ברענגטס אהער די ריקארדינג, אונז זעמיר מבקשים, רעב לשמוע דבר...
אמאהל איז געוועהן גרויסע רבי'ס גרויסע לייט פלעגן זיי רעדן ווי קליין זיי זענען און ווי גארנישט זיי זענען, היינט רעדן די גרויסע לייט ווי קליין יענער איז און ווי יענער איז נישט ראוי.
איז דא איינער וואס זאגט אים ביסט חולה, עד כאן? קענסט אויפהערן רעדן ווי קליין און שפל דער דור איז? אפשר איז בעסער זאלסט זעהן מעלת חבירינו ווי דער ר"ר מיילעך זאגט? ווילסט רעדן ווי גארנישט דו ביסט, וועלן אונז אלע הנאה געהאט צו הערען דיין בויכוויי וואס די זינדיגסט, אבער דערווייל זעהט אויס ווי דער משפיע ליידט אויף די זעלבע קרעץ ווי די מענטשען וואס ער באשולדיגט.
טאקע א דור שפל. אן בארזים נפלה שלהבת, האט דער רבי זי"ע געזאגט, וואס זאלען זיי זאגען.
לאידך רצ"מ איז א חידוש, ער רעדט פין די רעביס מיט א ביטול א הכנעה, און ער רעדט ווי גרויס א מענטש איז, וואס מען קען אלץ אויפטוהן, אה, א מחיה.

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/17qBcMveLWxDo-gLtnuGkUprGog2VB1O5/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/17qBcMv ... sp=sharing</a>
בקיצור היוצא מדבריו... (נישט נאר פון דער דרשה) דער נסיון הדור היינטיגע צייטן איז אז מענטשן פארשטייען נישט אז מ' דארף גיין צו איהם (ר' מאטל) ווייל ער מיט זיין פאקראכטן הוט איז טאקע אן עובד ד', און נישט גיין צו סתם רביס וואס זענען גארנישט ווערד נאר מיט שיינע בעקיטשעס און בנעשקלך חוץ צו ראחמסטריווקא און תולדות אהרן פאר ווער ס' געדענקט...
דאס איז וואס דער מענטש דארשנט שוין לעצטע צוואנציג יאהר און ווי עלטער מווערט קומט עס מער ארויס, ד' ירפאהו ויחלמיהו...

נישט די ערשטע מאל וואס ער זאגט עס. ער לעבט דאך אויף אוועקמאכן די רבי'ס און זיך בויען. ער איז דאך משיח כידוע און די אנדערע רבי'ס זענען די חורבנות פון דור...
[ציטאט אראפגענומען]
ווי ביי יעדע פלאץ, הייבט זיך עס אן מיט אן ערשטע דור וואס וויל דארט זיין פאר סיי וואספארא סיבה, און א צווייטע דור וואס געהערט שוין דארט און קען נישט אזוי גרינג אוועקגיין.
מען האלט שוין פיין אינמיטן דעם צווייטן דור..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
ווער גייט ירשענען זיין שוהל? א פרעמדער?
ער שיקט שוין יעצט ארום זיינע זוהן פראווענען אין וויאליאמסבורג און אין מאנרא.
ער קען נישט טרעפן אנדערע זאכן צו רעדן איבער?
ער שיקט שוין יעצט ארום זיינע זוהן פראווענען אין וויאליאמסבורג און אין מאנרא.
ער קען נישט טרעפן אנדערע זאכן צו רעדן איבער?
[ציטאט אראפגענומען]
נו נו, פרוביר נאר צו ווערן זיינ'ס א חסיד און דערנאך גיי אוועק פון דארט. זיי ביטע מוחל און קום אריין פארציילן דא וויאזוי דיין אוועקגיין עקספיריענס איז געוועןSent from my SM-G991U using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
וואס איז נאכאמאל די פוינט, אז מ׳טאר נישט גיין קיין גאלדענע בעקישע און זיצן פארנט פון צען שטאק פארענטשעס נאר אויב מ׳איז א ״צדיק אמת״ (וואסאימער ס׳דארף צו מיינען)? יעצט דארף יעדער נאכטאנצן די נייע איסור דאורייתא וואס האט איהם אנגעפאקט? יעדער ווייסט אז א רבי היינט איז נישט מער ווי א CEO פון א קאמפאני, אז ער איז סטאק אין א utopia וואו בעלי רוח הקודש וואס לערנען מיט אליהו הנביא יעדן נאכט האבן נישט בעסער וואס צו טוהן מיט׳ן טאג ווי קלאפן מזוזות אויף קינדערגארטן קלאסן וואס טראגן די נאמען פון די שטאט וואו זייער עלטער זיידע האט געהאט א קרעטשמע זאל ער זיך אויפוועקן באצייטנס.
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלסטעישן
נאר מייקעל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדאקעישען
נאר די סעקעלער געריכטן טוהן עפעס פאר יושר און צדק
נאר ר' מאטל זילבער איז א אויטענטישן מנהיג

דער גאלדענער אדלערכ'האב געהערט די ריקארדינג, ס'פעהלט נאך עטליכע נקודות וואס ס'ווערט נישט ארויסגעברענגט אינעם טרענסקריפט, זעהט אויס אז דער שרייבער פונעם טרענסקירפט האט זיך געשעהמט צו שרייבן די איבעריגע חלק פונעם שמועס. איז אזוי די חלק פון די רבי'ס איז ער הייליג גערעכט אבער די איבעריגע זאכן וואס ער רעדט דארט צוזאם איז א חרפה און א בושה פאר א רב בישראל פאר א מכלומרשטע משפיע. שוין לאנג נישט געהערט אזאנע שטותים! וויאזוי זאגט ר' מיכאל שניצלער "ס'גרויסע בושות"
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער: פונקטליך דאס איז מיין נקודה. א מענטש קען זיך נישט אויפשטעללן און אוועקמאכן אלע רבי'ס. זיכער זענען דא בנש"ק'לעך וועלכע זענען מושחתים. און זיי דעקן זיך נאך מיט זייער רבי'שן יחוס. אבער רוב רובו פון די (חסיד'ישע) רבי'ס זענען גאר וואוילע מענשטן, תלמידי חכמים ואנשי מעשה וועלכע ווייזן ארויס זייער אהבת ישראל.
דאס אוועקמאכן און האקן אויף א גאנצע גרופ פון טייערע אידן קומט זיכער נישט פון א גוטן מקור...!
אשר על כן. ווען אזא איד ווי ר' מאטל, שליט"א זאגט אזעלכע מאדנע דיבורים, דארפן מיר אים אויסהערן און זיך אונטערשמייכלען. זיכער נישט מקבל זיין די נארישע רייד...!
קורקלענדבמקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלסטעישן
נאר מייקעל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדאקעישען
נאר די סעקעלער געריכטן טוהן עפעס פאר יושר און צדק
נאר ר' מאטל זילבער איז א אויטענטישן מנהיג
קורקלענד: ער זאגט דאך נישט (ארויס) דעם צווייטן חלק...קומטס צו מיר ווייל איך בין א געהויבענער איד א בעל מדריגה. ער האקט נאר אויף די (היינטיגע) רבי'ס. וועאן ער זאלל כאטשיג מטעים זיין זיינע רייד מיט זאגן אז רוב רבי'ס זענען גוט, פיין און וואויל, נאר ס'זענען דא א פאר יחידים צווישן די רבי'שע אייניקלעך וועלכע טויגן נישט, וואלט מען עס נאך געקענט דערהערן. אבער אזוי אוועקמאכן אלע רבי'ס מיט איין וויש. דאס טויג זיכער נישט. דאס קען אמאל קומען פון עצבות. פון פארביטערטקייט. אדער, ס'זאלל נישט אויסגערעדט ווערן סתם קנאה...! אונז זעמיר עס זיכער נישט מחוייב מקבל צו זיין בלינדערהייט...!
[ציטאט אראפגענומען]
געהעריג .....
ער איז א רבי ווי אלע רבי'ס.
איין חילוק, דער אויבערשטער האט אים געבענטשט מיט פיינע כשרונות, און ער קען א געוואלד.
אויסער דעם, אין מדות, קען ער זיך פארמעסטן מיט ר' אהרן וואס קען נישט האלטען זיין מויל פארמאכט.
און דאס האט נישט צו ער איז גערעכט אבער נישט, אוודאי איז ער הייליג גערעכט, אבער דער חידוש איז, ווען ער אליין פראוועט די זעלבע ..... און ער האט די גאטס צו רעדן דער זעלבע.
ווען ער זאל אויפגעבן דער נאמען סטיטשין גענצליך, וואלט געוועהן צו רעדן אויב ער איז אנ אמתער בעל מדריגה.
נישטא קיין בני עליה וואס פארען קיין מירון? ביסט משוגע אינגאנצען? אזא שמאלע בליק אויף בני עליה, אז ער מוז קריכן צו די יושבים אין בעלזא? די יושבים וואס פין זיי איז באקאנט געוועהן צו זיין אידן ליידיגייער? ביסט צוקוקט? דער איינציגער לימוד זכות אז ער גלייבט די באבע מעשיות וועגן די אמאליגע יושבים, אבער איך מיין אז ער איז נישט א טיפש. ער ווייסט גאנץ גוט וואס די יושבים זענען געוועהן.
און צום שלוס, דער איינציגסטער חילוק פין היינט און אמאהל איז די מנהיגים, אבער דער עולם, דער כלל איז דער זעלבער.
איך קען ר' מאטל'ען זייער גוט. ער איז א באזונדערע נפש, מ'דארף אים קענען אפלערנען. איך האב אסאך געשמועסט מיט אים, ער איז א יוצא-דופנ'דיגע נפש און נישט דאס וואס איר הערט, מיינט ער טאקע צו זאגן. מען דארף דן זיין זיינע ווערטער, אזוי ווי א ראשון.
עס איז געווען א יאר צייט, וואס מיר האבן געהאט א שטיקל חברותא. באזונדער בענקט זיך מיט די נעכט וואס מיר האבן געלערנט.

כ'קען נישט פערזענליך דעם ר' מאטלען, אבער א מאדנע פיגור איז ער זיכער....
אפאר וואכן נאכן האקן אויף ר' מענדעלע פון וויזניץ אז ער איז א גאט און זיינע חסידים זענען עובדי עבודה זרה, האט ער זעלבסט געדאווענט אין זיין ביהמ"ד אויפן בימה און די גאנצע קהל האט געדאווענט מיטן פנים צו איהם און נישט צו מזרח....
ס'איז אפשר א קלייניגקייט אבער עס שטעלט די פראצעדענט וואס ער און זיינע 'חסידים' האלטן פון איהם....
אגב, האט איינער מיר פארציילט אז אין אנהייב פלעגט ער זיך נישט לאזען רופן 'רבי' די ערשטע וואס האט איהם אזוי גערופן איז געווען לייביש ליש און דעמאלטס האט ער געכאפט א פראסק פון איהם פארן איהם רופן מיט דעם טיטעל.... היינטיגע צייטן שמעקט איהם שוין גאנץ פיין דעם טיטעל 😂 😂

מורינו ורבנואיך קען ר' מאטל'ען זייער גוט. ער איז א באזונדערע נפש, מ'דארף אים קענען אפלערנען. איך האב אסאך געשמועסט מיט אים, ער איז א יוצא-דופנ'דיגע נפש און נישט דאס וואס איר הערט, מיינט ער טאקע צו זאגן. מען דארף דן זיין זיינע ווערטער, אזוי ווי א ראשון.
עס איז געווען א יאר צייט, וואס מיר האבן געהאט א שטיקל חברותא. באזונדער בענקט זיך מיט די נעכט וואס מיר האבן געלערנט.
אוי אוי אוי! ווי האט איר זיך אזוי צוטיילט? קוק וואס איז מיט אייך געווארן......... און קוק וואס איז מיט אים געווארן........ איך האב מורא דאס קומט פון גאווה...... רח’’ל........
חבל, כהאב מיר געוואלט איינרעדן אז ר׳ מוטל זילבר איז אן ארליכער יוד,
קאן זיין אז ער איז, אבער אויב אזוי רעדט ער…..מה הועילו

cictimאיך קאטשע זיך אויף דער ערד פאר גלעכטער הערנדיג די זיסע קליפ. איך האב נאר א פאר קשיות.https://drive.google.com/file/d/17qBcMveLWxDo-gLtnuGkUprGog2VB1O5/view?usp=sharing
1. פארוואס איז עס מיר אזוי פאני?
2. פארוואס זאגט ער (מחיצות) מעחיצעת און נישט מעחיצית?
3. וואס איז די קאנטעקטט פון די דרשה?
4. ער זאגט נישט פאר בחורים די ערשטע דרשה, נאר די צווייטע. וואס מיינט ער?
5. @אישתשבי, אפשר צייכענסנטו צו, ווי מען קען לייענען ווער די בעלזע יושבים זענען באמת געווען.
יא יא א ......... בלייבט א ........ און אפילו אין א אשכול איבער ר' מאטל מוז ער אנחזרן מיט די ....... וואס סענדער און שלמה יאנקל האבען עם געפיטערט אלע יארן.
ואין לנו אלא דברי מרן קוה''ק מבעלזא ז''ל שהתבטא בארץ ישראל ''מיינע יושבים האבען געקענט זיין רביס, נישט סתם רביס נאר גרויסע רביס''.

אזעלכע רבי'ס ווי די וואס ר' מאטל רעדט...
אישתישביאון צום שלוס, דער איינציגסטער חילוק פין היינט און אמאהל איז די מנהיגים, אבער דער עולם, דער כלל איז דער זעלבער.
איך בין מחולק מיט דיר, כמעט קיינער ווערט נישט קיין מנהיג ריין לשם שמים, מנהיגים זענען אלץ געווען מענטשן וואס האבן ליעב געהאט אטענשן און קאנטראל און לאזן הערן זייערע מיינונגען, די זוהר הקדוש וואס איז מינימום א 750 יאר אלט באקלאגט זיך שוין אז די מנהיגים פונעם דור זענען די ערב רב ווייל זיי זענען נאר דא צו בויען זייער נאמען (חלק א דף כה.) יא, דער בעש״ט האט איבערגעלאזט אפאר תלמידים און תלמידי תלמידים וואס האבן געמיינט אז ס׳איז אן עולם התיקון און פרובירט איבערצואווארפן די מנהיגים מארקעט, ס׳דורכגעגאנגען אפאר יאר און די מארקעט איז דורך א correction און מ׳איז צוריק צו אלף ביז צום נעקסטן רעוואלוציע. מהפכה הולך ומהפכה בא and the crap is here to stay.
נאך אלעמען שטעלן די רביס צו גאנץ פיינע סערוויסעס, זיי שטעלן צו בעיביסיטינג פאר די קינדער פון די צוויי יאר ביז׳ן חתונה, א געשמאקע קרעמל וואו צו פארברענגען פון די חתונה ביז מ׳האלט ביים גיין ארבעטן, זיי שטעלן צו ענטערטעינמענט יעדן שבת ביינאכט און ל״ג בעומר, וואו צו טאנצן חול המועד סוכות ביינאכט און פורים נאכמיטאג, א.א.וו. און אז ער איז נישט דער תנא קמא וואס דו פאנטאזירסט אז זיין עלטער זיידע איז געווען איז וואס? דשעף בעזאס און בנימין שפירא זענען דען יא דיינע ראול מאדעלס? נאר וואס דען, אז א מענטש שטעלט צו סערוויסעס פון וואס דו ביזט נהנה נעם עס אן, צאל די פרייז וואס ער פארלאנגט דערפאר, געב איהם זיין פארדינטע אטענשן, און זיין פערזענליכע לעבן איז נישט דיין ביזנעס. יא, מ׳קען גאססיפן און בארעדן ווי חברים שמועסן, אבער זיך אויפשטעלן האלטן א דרשה אז דאנעלד טראמפ איז נישט קיין גוטע פרעזידענט ווייל אין בעלזא זענען געווען יושבים (מענטשן וואס די ווייב האט זיי ארויסגעטראסקעט פון שטוב פאר׳ן זיך נישט צושטעלן צום שטוב ווירטשאפט און אנשטאט גיין צו א פסיכאלאג האבן זיי איר געלאזט הענגען און אנטלאפן קיין בעלזא עסן קוגל און פארציילן עובדות פונעם רב און מאכן פון זייער פארשלאכקייט און קראנקע כאראקטער א לכתחילה׳דיגע תורה שלמה) איז נישט גערעדט צום זאך.
מורינו ורבנואיך קען ....
.....
עס איז געווען א יאר צייט, וואס מיר האבן געהאט א שטיקל חברותא. באזונדער בענקט זיך מיט די נעכט וואס מיר האבן געלערנט.
זיין חברותא פין קבלה איז נעבעך נפטר געווארען פאר יאר אנהייב קאוויד, גייט אן גיבט זיך אהן, אפשר וועט ער אייך צוריקנעמען פאר א חברותא.
א צעבראכענער זייגער איז אויך אמאל גערעכט.
וועמענס זון איז נאר געווען דער סטוטשינער? און וועמענס זון איז געווען דער בעלזער רבי מיט זיינע "בני עליה" יושבים? און וועמענס זון זענען געוען ר' מאטעלע טשערנאבלער און ר' אהרן טשערנאבלער און ר דוד'ל טאלנא און אזוי גאנצע שרשרות הזהב?
אל תאמר ימים ראשונים היו טובים מאלו...

דער פוינט איז נישט צו עריז יא אדער נישט גערעכט צו רעדן אקעגן רביס אויף איינמאל אדער צו זיין פוינט איז גערעכט, אבער דאס איז איז זיכער איז ער איז א מאדנע מענטש צו רעדן וועגן דער נושא יעדער ווייסט סייווי דער מצב, במילא וואס ווילסטע יעצט?
אדער איז ער נארישע מענטש אדער איז ער פון די חולי נפש וואס ער זאגט דארט, אדער אזוי ווי כהאב געשריבן אויבן אז ער קען נישט פארשטיין פארוואס ס' דרייען זיך ביי ר בנציון באבובער און ביי ר' ישראל וויזניצער וכו' טויזנטער חסידים יוואס זענען סתם בנעשקלך און זענען גארנישט ווערד (ס' דא דאכטזיך א דרשה ווי ער רעדט אקעגן הלברשטאמס...) און מ'קומט נישט צו איהם וואס ער איז א ריכטיגע סארט רבי
למעשה וועט ער גארנישט אויפטוען אויב ער וויל האבן א נארמאלע עולם זאל ער זיך טוישן די היטל אראפלאזן די הערנע פיאות.. אניוועי יעצט איז שוין סייווי צו שפעט הו לאסט איט.

-
מאך זיכערתרמבמורינו ורבנואיך קען ר' מאטל'ען זייער גוט. ער איז א באזונדערע נפש, מ'דארף אים קענען אפלערנען. איך האב אסאך געשמועסט מיט אים, ער איז א יוצא-דופנ'דיגע נפש און נישט דאס וואס איר הערט, מיינט ער טאקע צו זאגן. מען דארף דן זיין זיינע ווערטער, אזוי ווי א ראשון.
עס איז געווען א יאר צייט, וואס מיר האבן געהאט א שטיקל חברותא. באזונדער בענקט זיך מיט די נעכט וואס מיר האבן געלערנט.
אוי אוי אוי! ווי האט איר זיך אזוי צוטיילט? קוק וואס איז מיט אייך געווארן......... און קוק וואס איז מיט אים געווארן........ איך האב מורא דאס קומט פון גאווה...... רח’’ל........
איז אפשר טאקע מיינט ער גאר דיר אין דעם אויסברוך אויף היינטיגע מנהיגים... אין אמת'ן אריין, אויב וואלט איך געוואויר געווארן אז מיין רבי זיצט אויף קאווע שטיבל וואלט איך אים אפגעלאזט, ווייל דאס ווייזט מיר אז ער איז אינטערסירט אין גאר עפעס אנדערש ווי פראקלאמירן ערליכקייט.
נקוט מיהא חדא. די ביסט דא צו פראקלימירען עפעס אנדרעש פין ערליכקייט. איז ביטע דערלייכט אונזערע אויגן, וואס ביסטו דא צו פראקלימירען?
לכאורה מיינט ר' מאטל (אויך?) דער בעלזער רבי פון היינט, נישט אזוי?
ענדליך רעדט עמיצער דברי אמת.
רבי מאטל איז לענ"ד א הונדערט פראצענט גערעכט. ס'געפינען זיך היינט מנהיגים פון גאר גרויסע חצירות, סיי אין ארץ ישראל אין סיי אין חוץ לארץ, מיט אלפי אלפים נפשות הונטער זייער פירערשאפט, וואס, פשוטו כמשמעו, דארפן ערענסט גייסטישע הילף. כ'מיין אז יעדער ווייסט פון וועמען ער רעדט.
חוץ מזה, אפילו ביי די מנהיגים וועלכער זענען יא געזונט גייסטיש, זענען דא צווישן זיי אזעלכע וועלכע זענען בלויז בינונים אין לערנען און אין יראת שמים. מהיכי תיתי צו זיין מנהיגי ישראל?

כ'ווייס בלויז איינעם וועם דו מיינסט נישט.
רבי ישכר דוב רוקח שליט''א
כ'קען נישט טראכטן וועם יא...
רבי ישכר דוב רוקח שליט''א
כ'קען נישט טראכטן וועם יא...
פשיהא דער (סאטמארער) פארווייטוגטער עולם שיסט דא דברי פקחות איינס נאכען צווייטן.
איך אויך: ס'לאו דוקא דער סאטמארער עולם. דער עולם קען בכלל נישט סובל זיין קיין נארישע רייד. יהיה מי שיהיה. ס'האט קיינער נישט אפגעפרעגט ר' מאטל זילבער'ס צידקות. די שאלה איז נאר געווען איבער דעם פיקחות און אמת אין אזעלכע (נארישע) רייד. במחכת"ה...!
ס'איז פונקט אזוי ווי אז א גוי'אישער פיהרער זאלל זיך אויפשטעללן און זאגן אז אלע אידן זענען שלעכט. גנבים און שווינדלערס. ווייל ס'איז דא עטליכע פון זיי צווישן אידן...!

איך אויךפשיהא דער (סאטמארער) פארווייטוגטער עולם שיסט דא דברי פקחות איינס נאכען צווייטן.
קיינער איז נישט פארווייטאגט ב״ה, אדרבה, דער עולם איז זייער צופרידן אז דער היינטיגער רב זאל מאריך ימים זיין האט באוויזן אויסגעראטן די קראנקע יושבים מענטאליטעט. הגם אנדערע זאגן אז ער האט עס גענומען צו ווייט צום אנדערן עקסטרעם, און איך גיי נישט זאגן אז זיי האבן נישט קיין פוינט, און פון א פרומע שטאנדפונקט זענען זיי זיכער גערעכט, ס׳איז אבער זיכער בעסער אזוי ווי די אנדערע עקסטרעם.
פון מיין פערספעקטיוו קען איך זאגן. דו וועסט קיינמאל נישט יוצא זיין יעדן איינעם. ער איז געגאנגען צי ווייט, ער האט עס געדארפט נעמען ווייטער... צוויי אידן דריי דעות.
בנוגע ר' מאטיל זעלבסט. קיינער דא פארשטייט אים נישט ריכטיג... ער איז א האקעלער נפש, מען דארף אים קענען אפלערנען צו פארשטיין וואס ער האט געזאגט. איך קען זיין זיכער אז זיינע אנהענגער קוקן אן זיינע ווערטער, אנדערש ווי איר קוקט דאס אן דא.

מורינו ורבנו: דו (אויב דיין ניק איז אמת) וואלסט דאך געדארפט צו זיין דער ערשטער מוחה צו זיין אויף זיינע נארישע דברי בלע. ס'האט גארנישט צו טון מיט איהם פערזענליך. ער פארבלייבט ווייטער אן עליכער איד און זייער חשוב אין מיינע אויגן. וויאזוי קענמען אוועקמאכן אלע רבי'ס ובנש"ק מיט איין גרויסן וויש...?!
דער פראבלעם איז. אז אפילו א גרויסער מענטש רעדט אמאל נארישקייטן. און נישט צו דער זאך. אבער מיט דעם ווערט ער נאכנישט אויס גרויסער מענטש. מ'דארף קוקן אויף זיינע אנדערע מעלות...!
איכ'ל דיר ברענגען א משל פון הרב קוק זצ"ל. נישט פון דעם סאטמאר'ן פערספעקטיוו. ס'איז כולי עלמא מודי אז ער איז געווען אן אדם גדול. א גאון עצום. און ירא שמים מרבים. (דאס האביך געהערט פון זיינע שונאים. אפילו זיי האבן עס מודה געווען.). איי ער האט דאך גערעדט זאכן וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. למשל. ער האט אנגערופן די פרייע חברה וועלכע האבן געשפיעלט פוטבאלל אום שב"ק. ..."צדיקים וועלכע הייליגן זייערע גופים"...! עמיר נישט אננעמען אז ער האט גערעדט אפיקורסות. נאר אז ער האט גערעדט שטותים והבלים. וואס א יעדער נארמאלער מענטש וואלט געלאכט דערפון. נו, אונז זעמיר נישט מחוייב אנצונעמן די שטותים אלס אן אמת. אבער ער ווערט נאכנישט קיין אפיקורס מיט דעם. אנדערע גדולים האבן אויך פון מאל צו מאל גערעדט שטותים וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אבער ער ווערט נאכנישט אויס אדם גדול מיט דעם...!

berlbalagulehמורינו ורבנו: דו (אויב דיין ניק איז אמת) וואלסט דאך געדארפט צו זיין דער ערשטער מוחה צו זיין אויף זיינע נארישע דברי בלע. ס'האט גארנישט צו טון מיט איהם פערזענליך. ער פארבלייבט ווייטער אן עליכער איד און זייער חשוב אין מיינע אויגן. וויאזוי קענמען אוועקמאכן אלע רבי'ס ובנש"ק מיט איין גרויסן וויש...?!
דער פראבלעם איז. אז אפילו א גרויסער מענטש רעדט אמאל נארישקייטן. און נישט צו דער זאך. אבער מיט דעם ווערט ער נאכנישט אויס גרויסער מענטש. מ'דארף קוקן אויף זיינע אנדערע מעלות...!
איכ'ל דיר ברענגען א משל פון הרב קוק זצ"ל. נישט פון דעם סאטמאר'ן פערספעקטיוו. ס'איז כולי עלמא מודי אז ער איז געווען אן אדם גדול. א גאון עצום. און ירא שמים מרבים. (דאס האביך געהערט פון זיינע שונאים. אפילו זיי האבן עס מודה געווען.). איי ער האט דאך גערעדט זאכן וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. למשל. ער האט אנגערופן די פרייע חברה וועלכע האבן געשפיעלט פוטבאלל אום שב"ק. ..."צדיקים וועלכע הייליגן זייערע גופים"...! עמיר נישט אננעמען אז ער האט גערעדט אפיקורסות. נאר אז ער האט גערעדט שטותים והבלים. וואס א יעדער נארמאלער מענטש וואלט געלאכט דערפון. נו, אונז זעמיר נישט מחוייב אנצונעמן די שטותים אלס אן אמת. אבער ער ווערט נאכנישט קיין אפיקורס מיט דעם. אנדערע גדולים האבן אויך פון מאל צו מאל גערעדט שטותים וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אבער ער ווערט נאכנישט אויס אדם גדול מיט דעם...!
דער אשכול איז נישט איבער רב קוק, אבער פון דיין געשרייבעכץ זעט אויס אז דו ביזט בכלל נישט באהאוונט מיט די היסטאריע פון רב קוק מיט די גדולי ישראל בשעתו און פארוואס מהאט אים בא'טיטל'ט מיט זיינע טיטלען. (און נישט נאר סאטמאר רב זי"ע). איך האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע אדער צוואה איבער א שנאה צו אים ווצב"ש אידן כלפי די מדינים צרור את המדינים וגו' נאר איך האב אסאך געזען און גענישטערט איבער זיינע מערכות בימים ההם, און די גדולי ישראל בדור ההוא וואס זענען געווען מיט אים בידידות האבן אים גע'פסל'ט מחמת זיינע פסקים און השקפה.
צו שרייבן כולי עלמא מודי, און אזוינע שיינע תוארים און מדמה זיין צו אנדערע צדיקים, קומט פון אומוויסנקייט. נו שוין.
דער אשכול האט מיך נייגעריג געמאכט אויסצוהערן דעם דרשה, איך גלייב אז דער דרשה האט נאך אסאך צו זיך ווי די פאר מינוט. מדארף הערן די גאנצע דרשה און יא מדארף צו קענען זיין פערזענליכקייט און געדאנקען גאנג.
אבער איך פארשטיין נישט די אויפברויז וואס מאנכע שרייבער דא האבן אויפגעפלאמט ארום די ווערטער פון הרב זילבער. האט עמיצער א ספק איבער די ליידיגקייט אדער גאר קארופציע אין אלע חסידות אין די היינטיגע יורשים עפאכע? דער צאנזער רב שרייבט שוין אין א תשובה אז אדמורו"ת איז נישט קיין ירושה.
עס האט גענומען אסאך יארן אפילו פונעם הייליגן בעש"ט זי"ע אז קינדער וואס זענען נישט ראוי בכלל צו הנהגה השפעה זאלן יר'ש'נען און ווערן א רבי איבער חסידים און יעדער זאל זיך נעמען זינגען אלה אלהיך ישראל און נאכטאנצען יעדן שגעון אדער השחתה וואס קען מיטקומען מיט דעם.
עס זעט עפעס אויס פון די שרייבער דא אז עמיצער פילט זיך געטראפן א גילטי קאנשענס, אז מרעדט פון זיין רבי . נעמטס נישט פערזענליך די נושא, נעם אן אז דיין רבי איז עקסלאדעד פון הרב זילבער אבער על הכלל כולו יצא ביזטו דאך איינשטימיג אז עס איז נישט מסודר.

שבעים לשוןדער צאנזער רב שרייבט שוין אין א תשובה אז אדמורו"ת איז נישט קיין ירושה.
ווער האט איבערגענומען צאנזער רב? ווער האט איבערגענומען זיינע קינדער? וויפיל צאנזע אייניקלעך זענען נישט איבערגענומען געווארן דורך זייערע קינדער? דאס איז פונקט די טענה וואס מ׳האט אויף רבי מאטל, פליעז סטאפ קאטטינג דע קרעפ און קוק אריין אין דיין אייגן טעלער.
רבנות איז יא בירושה. דהיינו אז א רב האט א רעכט עפ"י הלכה צו פארלאנגען אז זיין זון זאל אים ירש'נען ברבנות.
און ביים צאנזער רב זי"ע האט א זון ר' אהרן גע'ירש'נט דאס רבנות אין צאנז, אבער די אנדערע קינדער זענען געווען שינאווער רב, גארליצער רב זכותם יגן עלינו
קיינער האט נישט גע'ירש'נט די אדמורו"ת.

כידוע די סיפור פון בעלזא רב ז"ל: ווען פריערדיגע רב מהרי"ד איז אוועק האט די רביצין (בזו"ש וואס איז נישט געווען די מאמע פון מהר"א) געוואלט אז איר זוהן בילגערייע רב זאל ווערן "רב" אין בעלזא, און דער מהר"א זאל זיין "רבי", האט בעלזא רב זל געזאגט די איינציגסטע זאך וואס איז בירושה איז דייקא די רבנות, אדרבא אלס עלסטע זוהן איז זיין זכות צו ווערן רב אין בעלזא, און רבי ווענדט זיך וועמען די חסידים וועלן ווילן האבן אלס רבי... כמו התשובה של הדברי חיים הנ"ל.
ר' מאטל טעהנ'ט נישט אז זיי זיינען נישט רבי, אודאי זיינען זיי רבי נאר ס'דא מחיצות... און מ'וועלט א רבי פאר טפשות'דיגע סיבות נאר ווייל זיין טאטע וכו'...

מורינו ורבנובנוגע ר' מאטיל זעלבסט. קיינער דא פארשטייט אים נישט ריכטיג... ער איז א האקעלער נפש, מען דארף אים קענען אפלערנען צו פארשטיין וואס ער האט געזאגט. איך קען זיין זיכער אז זיינע אנהענגער קוקן אן זיינע ווערטער, אנדערש ווי איר קוקט דאס אן דא.
איך קען זיין זיכער אז די אנהענגער פון ר' מענדל וויזניצער קוקן אן זיינע ווערטער אנדערש ווי איר קוקט דאס אן דא.
ס'איז נישט ריכטיג אריינצוגיין אין פורש זיין נעמען מחמת כבוד הבריות, יעדער איז בארעכטיגט במחשבתו צו טראכטן און קאטעגאריזירן יעדן רבי'ן וויאזוי ער וויל.
די נקודה וואס הרב זילבער זאגט איז זייער קלאר.
בדרך כלל זענען היינט נישטא די אידן אלס רבי'ס וואס וועלן פארלירן א נאכט שלאף אדער אויפגעבן א וואקאציע ווען א איד איז ל"ע אויף צרות. די ערשטע דור רבי'ס נאך דעם חורבן אייראפע זענען געווען בויערס, זיי האבן געשוויצט פאר זייערס א מענטש בכל הענינים, זיי האבן געקענט קריכן אויף די פיר און זיך פארחובות'ן למעלה ראש פאר א צווייטן איד אפגעזען פון זייער קרייז אדער נישט.
אוודאי קוקנדיג צוריק וועט מען זאגן, יא זיי האבן זיך אויפגעבויעט עמפייערס ריזיגע אינסטיטוציעס וכו' אבער לדעתי האבן זיי נישט געקענט פאראויסזען דעם היינטיגן מציאות און ריבוי עם און זיי האבן געארבעט מיט אן אמת להעמיד הדת על תילה, כל אחד בדילי'
רוב פון די רבי'ס זענען נישט שיכור געווארן אדער געטרעטן אויף מענטשן ווען זייער הצלחה האט אנגעהויבן שיינען זיי האבן נישט אויפגעהערט לויבן און דאנקען דעם רבוש"ע על כל צעד ושעל שהגיענו עד הלום. די כבוד האט זיי נישט משוגע געמאכט זיי האבן זיך מיטגעפרייעט אז דער ציבור קען היטן תורה ומצות און מחנך זיין א נייער דור לד' ולתורתו.
משא"כ די יורשים, נישט ספעציפיש דער אדער יענער, בדרך כלל זייער לייף סטייל איז לעוויש געשטימט, א גרויסער בודזשעט אין אסאך פעלער זענען זייערע קינדער און דור שלישי אויף פעיראל ביים ציבור.
ירחם השם אויב דארף מען חלילה א טובה פון זיי. און עס זענען נאך היינט דא וואס זענען יוצא מן הכלל. עס איז נישט דאס פלאץ דא אויסצושמועסן פרטים. פון דעם קאטעגארי רעדט הרב זילבער והצדק אתו.
קיינער וויל נישט הערן הרב זילבער אויסרעכענען א ליסטע מיט נעמען ויודע צדיק נפש בהמתו ...

שבעים לשוןרבנות איז יא בירושה. דהיינו אז א רב האט א רעכט עפ"י הלכה צו פארלאנגען אז זיין זון זאל אים ירש'נען ברבנות.
יא, די שאלה בלייבט ווייטער ווער האט גע׳ירש׳נט צאנזער רב׳ס זכות צו זיין א רב אין א שטאט אז ווען אימער ס׳ליידיג געווארן א רבנות פאסטן אין גאליציע אונעם ראיאן זענען שוין געשטאנען דארט דריי בנשקלעך און טערארעזירט דעם שטאט אז מ׳זאל זיי אויסוועלן. ס׳דערמאנט מיר די מעשה פון יענע בחור א בנש״ק וואס האט זיך פארהערט דעם הוראה ביי א רב פון א גרויסע שטאט, דער רב האט איהם געפרעגט א צוויי דריי שאלות און צעהן מינוט שפעטער איז שוין דער בחור געשטאנען אינדרויסן מיט׳ן היתר הוראה אין האנט. נאכדעם רופט דער רב אריין דעם בחור׳ס מענטאר/מלמד און פאנג איהם אן צו פארהערן ווי ס׳דארף צו זיין, נאך א שעה צייט האט ער איהם געכאפט ביי עפעס א פרי מגדים אין הלכות אבלות וואס איז נוגע צו הלכות שבת און ער האט איהם געהייסן איבער׳חזר׳ן און צוריקקומען זיך נאכאמאל שטעלן פאר׳ן פארהער. אזוי האט דער רב איהם אויפגעהאלטן א וואך צייט ביז ער איז געווען זיכער אז דער יכול׳ט ווי ס׳דארף צו זיין און ער האט איהם געלאזט גיין. פאר׳ן גיין פרעגט איהם דער מלמד, ילמדני רבינו, פארוואס מיין תלמיד עם בנש״קל האסטו ארויסגעגעבן א היתר הוראה אין אן אויגנבליק און מיך פארהערסטו אזוי פאר א וואך צייט, אלעס וואס ער קען איז דאך נאר פון מיר, אויב ער האט אזוי גוט געקענט קען איך דאך זיכער! האט איהם דער רב געענטפערט וואס פארשטייסטו נישט, דער בחור דער בנש״ק מיט׳ן היתר הוראה צו אן דעם גייט ער מארגן ווערן א רב אין א שטעטל, נו, וואס גייט מיר אן צו ער קען צו נישט, אזויפיל קען איך אבער זיכער מאכן אז דו וואס דו גייסט ווערן דעם דומ״ץ אין שטאט ווייסט כאטש וואס טוט זיך...
בכל אופן, השתא דאתית להכא קען מען שוין פרובירן דערגיין וועם רבי מאטל האט דא געמיינט. דער בעלזער און דעם באבובער קען עס נישט זיין ווייל זיי רופן זיך רב און נישט רבי (מוסר השכל: וויפיל א חילוק פון איין אות קען אויסמאכן!), סאטמארע רבי און זיין ברודער אויך נישט ווייל זיי שרייבן זיך אונטער אבד״ק סאטמאר און נישט אדמו״ר מסאטמאר (א חילוק פון דריי אותיות!!!), דער בעל השוואנצונות קען עס נישט זיין ווייל ער האט נאר גע׳ירש׳נט דעם טיטל אב״ד שיכון וויזניץ, דאס אז די פראטאקאל גייט אז ווען דער רבי שטארבט נעמט דער אב״ד איבער איז שוין אריינגערעכט אינעם טיטל אב״ד השיכון וואס דאס גייט דאך יא איבער בירושה. נו וועם האט ער געקענט מיינען? בלייבט נאר איבער ר׳ ישראל מוויזניץ און אדמו״ר מבאבוב-45, טאקע זייער א שווערע קשיא.
והאיש משהר' מאטל טעהנ'ט נישט אז זיי זיינען נישט רבי, אודאי זיינען זיי רבי נאר ס'דא מחיצות... און מ'וועלט א רבי פאר טפשות'דיגע סיבות נאר ווייל זיין טאטע וכו'...
אקעי, סאו די קשיא איז פארוואס ווען א בחור זוכט א ראול מאדעל שיקט מען איהם צום יורש מיט׳ן גאלדענעם בעקישע און נישט צום משפיע וואס גייט איהם מחנך זיין צו פארקוועטשקייט און פליען אינעם עולם הדמיון? איך זאג דיר צו אז ווען מענטשן וואלטן איבערצייגט געווען אז די סוד פון לעבן ליגט אינעם פארקראכטן קאפעלוטש וואלטן אלע אוועקגעווארפן זייערע באפוצטע הוטן און זיך געקויפט אזעלכע קאפעלייטשן, און יא, אפילו די רביס וואלטן צופליקט זייערע גאלדענע בעקישעס און זיך איינגעקויפט דעם טיקעט צו גן עדן מיט׳ן אפגעריבענעם כאלעטל. איז אויב האט ער א וועג איבערצוצייגן דעם עולם די גרויס חכמה וואס ליגט אינעם פארקנייטשן שטערן און טאנצן אויפ׳ן טיש מיט׳ן בלויזן טלית קטן זאל ער זיך לאזן הערן און איך זאג איהם צו אז דער עולם וועט אויסהארכן און פאלגן ווייל אידן ווילן זיין גוט, און אויב האט ער נישט קיין וועג איבערצוצייגן דעם עולם זאל ער מקיים זיין דעם פסוק מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין און אויפהערן צו האקן אזויפיל.
וואס טוט זיך אבער מיט די אדמורים וואס זענען אינקאפאציטירט מחמת מענטל אומשטאבילקייט, הויכע עלטער, אדער שוואכערע בעלי מידות?
שבעים לשון
קיינער וויל נישט הערן הרב זילבער אויסרעכענען א ליסטע מיט נעמען ויודע צדיק נפש בהמתו ...
יודע בהמה נפש צדיקו
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
רביה''ק זי''עשבעים לשוןרבנות איז יא בירושה. דהיינו אז א רב האט א רעכט עפ"י הלכה צו פארלאנגען אז זיין זון זאל אים ירש'נען ברבנות.
יא, די שאלה בלייבט ווייטער ווער האט גע׳ירש׳נט צאנזער רב׳ס זכות צו זיין א רב אין א שטאט אז ווען אימער ס׳ליידיג געווארן א רבנות פאסטן אין גאליציע אונעם ראיאן זענען שוין געשטאנען דארט דריי בנשקלעך און טערארעזירט דעם שטאט אז מ׳זאל זיי אויסוועלן. ס׳דערמאנט מיר די מעשה פון יענע בחור א בנש״ק וואס האט זיך פארהערט דעם הוראה ביי א רב פון א גרויסע שטאט, דער רב האט איהם געפרעגט א צוויי דריי שאלות און צעהן מינוט שפעטער איז שוין דער בחור געשטאנען אינדרויסן מיט׳ן היתר הוראה אין האנט. נאכדעם רופט דער רב אריין דעם בחור׳ס מענטאר/מלמד און פאנג איהם אן צו פארהערן ווי ס׳דארף צו זיין, נאך א שעה צייט האט ער איהם געכאפט ביי עפעס א פרי מגדים אין הלכות אבלות וואס איז נוגע צו הלכות שבת און ער האט איהם געהייסן איבער׳חזר׳ן און צוריקקומען זיך נאכאמאל שטעלן פאר׳ן פארהער. אזוי האט דער רב איהם אויפגעהאלטן א וואך צייט ביז ער איז געווען זיכער אז דער יכול׳ט ווי ס׳דארף צו זיין און ער האט איהם געלאזט גיין. פאר׳ן גיין פרעגט איהם דער מלמד, ילמדני רבינו, פארוואס מיין תלמיד עם בנש״קל האסטו ארויסגעגעבן א היתר הוראה אין אן אויגנבליק און מיך פארהערסטו אזוי פאר א וואך צייט, אלעס וואס ער קען איז דאך נאר פון מיר, אויב ער האט אזוי גוט געקענט קען איך דאך זיכער! האט איהם דער רב געענטפערט וואס פארשטייסטו נישט, דער בחור דער בנש״ק מיט׳ן היתר הוראה צו אן דעם גייט ער מארגן ווערן א רב אין א שטעטל, נו, וואס גייט מיר אן צו ער קען צו נישט, אזויפיל קען איך אבער זיכער מאכן אז דו וואס דו גייסט ווערן דעם דומ״ץ אין שטאט ווייסט כאטש וואס טוט זיך...
בכל אופן, השתא דאתית להכא קען מען שוין פרובירן דערגיין וועם רבי מאטל האט דא געמיינט. דער בעלזער און דעם באבובער קען עס נישט זיין ווייל זיי רופן זיך רב און נישט רבי (מוסר השכל: וויפיל א חילוק פון איין אות קען אויסמאכן!), סאטמארע רבי און זיין ברודער אויך נישט ווייל זיי שרייבן זיך אונטער אבד״ק סאטמאר און נישט אדמו״ר מסאטמאר (א חילוק פון דריי אותיות!!!), דער בעל השוואנצונות קען עס נישט זיין ווייל ער האט נאר גע׳ירש׳נט דעם טיטל אב״ד שיכון וויזניץ, דאס אז די פראטאקאל גייט אז ווען דער רבי שטארבט נעמט דער אב״ד איבער איז שוין אריינגערעכט אינעם טיטל אב״ד השיכון וואס דאס גייט דאך יא איבער בירושה. נו וועם האט ער געקענט מיינען? בלייבט נאר איבער ר׳ ישראל מוויזניץ און אדמו״ר מבאבוב-45, טאקע זייער א שווערע קשיא.
שרייבסט גוט, אבער אפשר לאז ארויס דעם צאנזער רב זי"ע מיט זיינע קינדער פון אזא באהנדלונג עס איז בכלל נישט פאר אונזער מח אפצושאצן דער מציאות פון די קדושי עליון נ"ע.
עס איז דא גענוג און נאך צו באהאנדלען פון די צדיקים אתנו חיים.
מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר וועט מען לכאורה דעמאלטס העידזשיאוגרעפיקעלי אויך זאגן אויף די היינטיגע אז זיי זענען געווען קדושי עליון און אז מ׳האט נישט קיין השגה אין זיי.
ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס ירש׳נען ״רב״ אויך נאר אויב ער איז ״הגון״, ועיין ברש״י בדברים יז כ (ועיין ברש״י בויקרא טז לב).