☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14723

אשכול אן א טיטל #14723

146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14723
בלאט: 1 2 3

פארווע חסיד » מיטוואך אפריל 10, 2024 7:49 pm

· #558699
100 % אז ס'נישט זיין דרשה, ס'נישט זיין סגנון, נישט זיין שפראך

שיינע איד » מיטוואך אפריל 10, 2024 9:26 pm

· #558713
איך ווייס נישט אויב ער האט עס געזאגט אבער קבל האמת ממי שאמרו

צוויי » מיטוואך אפריל 10, 2024 10:55 pm

· #558755
דאס האט לכאו' א וואטצעפער אדער טעלעגראמער ארויסגעקנאקט אין א גוטע (שלעכטע) מינוט...
אסאך נקודות זענען אמת, און אסאך נקודות פון דא רעדט כסדר ר' מאטל, אבער א חלק נקודות סתם שקר לשון הרע און מוציא שם רע, און ר' מאטיל איז ערליך עס צו האבן געזאגט

סתם אזוי » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:42 am

· #558767
איינער זאגט אז עס איז ר יצחק לעבאוויטש

סקרו דרייוער » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:56 am

· #558769
הקנאה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם

פאלגזאם » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 1:27 am

· #558771
וחי בהם #
שמן למאור #
דברות קודש דעם פארגאנגענעם פורים...
מה מקום להשוות באבוב בעלז לתולדות אהרן סלאנים פאפא ועוד שרחוקים מכל החיצוניות?
לדעתך

עמקות התם » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:05 am

· #558780
כספי #
די דרשה איז נישט פון ר' מאטל, ופשוט הוא.
@שמן למאור האט עס נאר צוגעברענגט דא, ווייל דאס איז די נושא פונעם אשכול.

איך בין אבער נייגעריג וועמענס איז יא.
קוקט אויס ווי איינער האט אים פרובירט צו נאכמאכען, ווי מען קען זעהן צום סוף פונעם דיבורים,
יעצט ווען ס'איז נכנס יין, מ'איז א נכנ ס במחיצתו של הקב"ה, איז יצא, ומרדכי יצא, מרדכי איז ארויס בשער בת רבים
און אויסגערופן דעם ווייגעשריי. ערשט נאכדעם וואס איז נכנס הייבט זיך אן יצא.
מיינט ער דאך לכאורה דעם "גרויסען מרדכי" אבער ווי ערווענט נישט זיין סגנון דעם חלק פון סיכום,

נאך א שמויגער » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:54 am

· #558786
דער מענטש האלט גאר שטארק פון זיך. ס'קען ארויסקומען שטערקער ביי משתה היין.

עמקות התם » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:19 am

· #558790
דאס איז איצטע נישט דעם דיון.

אברהם שנית מן השמים » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:18 pm

· #558907
די פראבלעם פון די דור איז אז א פלענע מענטש א חולה נפש מיט א געשליפן צינגל און book smart מיט א קראנקע מהלך המחשבה קען האבן צען שטאק פארענטשעס אפילו ער האט עס נישט באקומען בירושה און וכל זה איננו שווה לו נאר ער מיז אז די רעבישע קינדער זאלן אונגאנצען פארמאכן די קאמפעניס און נאר איהם דינען

אברהם שנית מן השמים » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:23 pm

· #558908
רוב רעביס פון די קאמפעניס פירן די זאך זייער שיין, פארשטייטזיך בעסער האט נישט קיין גבול,
חוץ פון דעם וואס אלץ זייער א גרויסע טייל זענען ערליך תוא״י תו״א אמשינוב לעלוב סקולען סלונים אסאך פון ויז’ניץ פאפא...... א רבי דארף נישט זיין קיין פיליזאף ער דארף זיין עהרליך

קל לזכור » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:42 pm

· #558911
איך האב געהערט אז ער האט עפעס אויך גערעדט אז די סאטמאר רב זל האט נישט עכט געהאלטן אז בחירות איז ביהרג ואל יעבור, עפעס אזוי.

קל לזכור » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:44 pm

· #558912
סתם אזוי #
איינער זאגט אז עס איז ר יצחק לעבאוויטש

נישט מסתבר. די פוינטס זאגט ער כסדר, אבער עס פעלט זיינע key טערמס. ווי קבלת רבותינו, די צאנזער מלחמה קעגן סאדיגורא, מיין רבי די מאור הגולה די סאקמער רב, וכדומה. עס איז נישט זיין סגנון פאר ווער עס קען איהם אביסל.

אזוי אויך לאזט ער זיך נישט אראפ צו דערמאנען די חצירות'ן ביים נאמען, ער שמייסט דערויף באופן כללי.

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:17 pm

· #558917
קל לזכור #
איך האב געהערט אז ער האט עפעס אויך גערעדט אז די סאטמאר רב זל האט נישט עכט געהאלטן אז בחירות איז ביהרג ואל יעבור, עפעס אזוי.
ס'איז דא איינער וואס האלט אז ס'איז יא עכט ביהרג ואל יעבור, פאר עכט? איך מיין עכט פאר עכט.. האלטס אז איינער לייגט א גאן צו סאשע אז זי זאל וואוטען הייסט די רבי זי זאל זיך נעמען די לעבן אין נישט וועלן? גוטע זשאוק.

צקון לחש » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:25 pm

· #558919
יאסל ראקאווער #
ס'איז דא איינער וואס האלט אז ס'איז יא עכט ביהרג ואל יעבור, פאר עכט? איך מיין עכט פאר עכט.. האלטס אז איינער לייגט א גאן צו סאשע אז זי זאל וואוטען הייסט די רבי זי זאל זיך נעמען די לעבן אין נישט וועלן? גוטע זשאוק.

די שאלה שטאמט ווארשיינליך פון דעם וואס איר זענט געוואוינט צו אפלערנען דברי רבותינו הקדושים באופן העקלקלות הנקרא "פשט".
מיר ערליכע אידן ווייסן אז די ווערטער פון אונזערע הייליגע רבי'ס האבן קיינמאל נישט געמיינט באופן פון טריקענע מציאות אויף דעם גשמיות'דיגע עולם, נאר ס'איז בחינות גבוה מעל גבוה ולאו כל מוחא סביל דא!

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:46 pm

· #558920
דאס קען זיי זאגט רבי מאטל. גבוה מעל גבוה איז נישט עכט. עכט זענען זאכן וואס מוחין סבל ליה.

פרוכט זאפט » פרייטאג אפריל 12, 2024 12:47 am

· #558928
אברהם שנית מן השמים #
די פראבלעם פון די דור איז אז א פלענע מענטש א חולה נפש מיט א געשליפן צינגל און book smart מיט א קראנקע מהלך המחשבה קען האבן צען שטאק פארענטשעס אפילו ער האט עס נישט באקומען בירושה און וכל זה איננו שווה לו נאר ער מיז אז די רעבישע קינדער זאלן אונגאנצען פארמאכן די קאמפעניס און נאר איהם דינען

אנדערש ווי אלע אנדערע רעביס האט קיינער קיינעם נישט געצווינגען צו גיין צו אים. אז ער האט צען שטאקיגע פרענטשעס מיינט עס אז די ציבור וויל אים, צו ס'געפעלט דיר יא אדער נישט

אברהם שנית מן השמים » מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:22 pm

· #559061
ער כאפט קליינע בחורמלך פארדרייט זיי די קאפ רעד אנטקעגען אלעעמן און נאר ביי איהם אעז די זאך וכו וכו

כספי » זונטאג אפריל 14, 2024 12:03 pm

· #559109
אין אנ'אנדערן אשכול זאגט @יאסל ראקאווער, אז ער האט עס מחבר געווען, און ארויפגעלייגט אויף ר' מאטל, כדי מ'זאל עס ליינען...

צקון לחש » זונטאג אפריל 14, 2024 12:59 pm

· #559116
כספי #
אין אנ'אנדערן אשכול זאגט @יאסל ראקאווער, אז ער האט עס מחבר געווען, און ארויפגעלייגט אויף ר' מאטל, כדי מ'זאל עס ליינען...

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=558621#p558621

נישנאש » זונטאג אפריל 14, 2024 7:41 pm

· #559153
...

נישנאש » זונטאג אפריל 14, 2024 7:43 pm

· #559154
פרוכט זאפט #
אברהם שנית מן השמים #
די פראבלעם פון די דור איז אז א פלענע מענטש א חולה נפש מיט א געשליפן צינגל און book smart מיט א קראנקע מהלך המחשבה קען האבן צען שטאק פארענטשעס אפילו ער האט עס נישט באקומען בירושה און וכל זה איננו שווה לו נאר ער מיז אז די רעבישע קינדער זאלן אונגאנצען פארמאכן די קאמפעניס און נאר איהם דינען

אנדערש ווי אלע אנדערע רעביס האט קיינער קיינעם נישט געצווינגען צו גיין צו אים. אז ער האט צען שטאקיגע פרענטשעס מיינט עס אז די ציבור וויל אים, צו ס'געפעלט דיר יא אדער נישט
איינער צווינגט אין בעלזא? איינער צווינגט אין תו"א? איינער צווינגט אין באבוב? וואס רעדסטו שטותים

נישנאש » זונטאג אפריל 14, 2024 7:48 pm

· #559155
וחי בהם #
שמן למאור #
דברות קודש דעם פארגאנגענעם פורים...
מה מקום להשוות באבוב בעלז לתולדות אהרן סלאנים פאפא ועוד שרחוקים מכל החיצוניות?
מי שמך לאיש צו מאכן חילוקים, דער באבובער רב פירט אן א הערליגע חסידות מיט בחורים ווואס פארשעמען נישט די באבובער ישיבות אין גאליציע
בעלזא די זעלבע אויפגעשטעלט א הערליך דור לשם ולתפארת

שמן למאור » זונטאג אפריל 14, 2024 7:52 pm

· #559156
יאסל ראקאווער #
קל לזכור #
איך האב געהערט אז ער האט עפעס אויך גערעדט אז די סאטמאר רב זל האט נישט עכט געהאלטן אז בחירות איז ביהרג ואל יעבור, עפעס אזוי.
ס'איז דא איינער וואס האלט אז ס'איז יא עכט ביהרג ואל יעבור, פאר עכט? איך מיין עכט פאר עכט.. האלטס אז איינער לייגט א גאן צו סאשע אז זי זאל וואוטען הייסט די רבי זי זאל זיך נעמען די לעבן אין נישט וועלן? גוטע זשאוק.
פאר סאשע וואלט ער אפשר יא געזאגט אז זי זאל זיך נעמען די לעבן. אבער אז די גאן איז געוואנדן צו אים וואלט ער זיכער זיך נישט געלאזט הרג'ענען...

שמן למאור » זונטאג אפריל 14, 2024 8:00 pm

· #559157
נישנאש #
מי שמך לאיש צו מאכן חילוקים, דער באבובער רב פירט אן א הערליגע חסידות מיט בחורים ווואס פארשעמען נישט די באבובער ישיבות אין גאליציע
בעלזא די זעלבע אויפגעשטעלט א הערליך דור לשם ולתפארת

די ערליכע באבובע אדער בעלזא בחורים וואלטן פונקט אזוי געווען ערליך אן זייער מנהיג, פערצופאל זענען זיי איינגעשטעלט אין א קאמפעני.

באבובער רב איז פון די גרעסטע בעלי מחלוקת בדורינו, און דער בעלזער איז אויך נישט אזא רודף שלום, א שארפן לויזן פיסקל האט ער, און ליידט נעבעך פון א טיפע מרה שחורה.

נישנאש » זונטאג אפריל 14, 2024 8:19 pm

· #559161
ממש נישט.
באבובער רב איז פון די שענסטע און שטערקסטע מנהיגים אין היינטיגן דור, ווייט פון א בעל מחלוקת.
דו ביזט אנגעפיקעוועט מיט באבוב 45 פראפאגאנדע.

די זעלבע מיט בעלזא, א שטארקע פירער כאבותיו הק',
אויפגעשטלט בעלזא ווי אינדערהיים.

די בחורים פון די א.ג. "קאמפעני" חסידות זענען נאך די שענסטע און די בעסטע, ערליך תמימות'דיגע חסידישע בחורים.

נישנאש » זונטאג אפריל 14, 2024 8:23 pm

· #559162
נעם א באבובער בחור, א ביאנער בחור, א וויזצער בחור, א סקווירא בחור, א בעלזא בחור, א גערער בחור, א צאנזע בחור, וכו' וכו' טויזענט מאל מער חסידיש און יסודות'דיג אוועקגעשטעלט ווי די אלע בחורים פון כלל חסידות'ער און משפיע-חסידות'ן

הכנה דרבה » זונטאג אפריל 14, 2024 8:34 pm

· #559164
שמן למאור #
די ערליכע באבובע אדער בעלזא בחורים וואלטן פינקט אזוי געווען ערליך אן זייער מנהיג, פערצופאל זענען זיי איינגעשטעלט אין א קאמפעני.

באבובער רב איז פון די גרעסטע בעלי מחלוקת בדורינו, און דער בעלזער איז אויך נישט אזא רודף שלום, א שארפן לויזן פיסקל האט ער, און ליידט נעבעך פון א טיפע מרה שחורה.
זייער גוט, יעצט פיר אויס, משא"כ מאטל זילבער...

שמן למאור » זונטאג אפריל 14, 2024 9:02 pm

· #559171
נישנאש #
נעם א באבובער בחור, א ביאנער בחור, א וויזצער בחור, א סקווירא בחור, א בעלזא בחור, א גערער בחור, א צאנזע בחור, וכו' וכו' טויזענט מאל מער חסידיש און יסודות'דיג אוועקגעשטעלט ווי די אלע בחורים פון כלל חסידות'ער און משפיע-חסידות'ן
שקר וכזב

שמן למאור » זונטאג אפריל 14, 2024 9:03 pm

· #559172
הכנה דרבה #
שמן למאור #
די ערליכע באבובע אדער בעלזא בחורים וואלטן פינקט אזוי געווען ערליך אן זייער מנהיג, פערצופאל זענען זיי איינגעשטעלט אין א קאמפעני.

באבובער רב איז פון די גרעסטע בעלי מחלוקת בדורינו, און דער בעלזער איז אויך נישט אזא רודף שלום, א שארפן לויזן פיסקל האט ער, און ליידט נעבעך פון א טיפע מרה שחורה.
זייער גוט, יעצט פיר אויס, משא"כ מאטל זילבער...
די זעלבע זאך...

שמן למאור » זונטאג אפריל 14, 2024 9:07 pm

· #559174
נישנאש #
באבובער רב איז פון די שענסטע און שטערקסטע מנהיגים אין היינטיגן דור. ווייט פון א בעל מחלוקת.

די זעלבע מיט בעלזא, א שטארקע פירער כאבותיו הק'.

שיין, קען זיין. שטארק, קען זיין, אבער ווייט פון א בעל מחלוקת? גיוו מי א ברעיק.

די בעלזא רבי'ס זי"ע זענען לאו דווקא געווען 'שטארקע פירערס'. זיי זענען געווען צדיקי אמת וואס האבן געדינט די באשעפער 24 שעות פון טאג און קיינמאל נישט געטשעפעט קיין אידיש קינד.

כרם זית » זונטאג אפריל 14, 2024 9:10 pm

· #559175
צ"ל אן ערלעכע אידיש קינד. סיי ווער עס איז געווען א טראפ מער מאדערן האט מען גערודפט אין בעלז לדורתם מיט אן אש דקדושה, כידוע.

שמן למאור » זונטאג אפריל 14, 2024 9:16 pm

· #559177
דער המון עם יא, אבער בעלזא רב זי"ע האט א קרום ווארט נישט ארויסגעזאגט אויף קיין שום איד. ער איז אויפגעקומען מיט אלע סארטן שפריכווערטער אבי נישט צו רעדן שלעכטס אויף אידן.

א איד וואס איז נישט געגענגן מיט קיין קאפל האט ער געריפן א מהרש"ל איד, (ווייל די מהרש"ל האלט אז ס'נישט קיין חיוב צו גיין מיט קיין קאפל) און איינער וואס האט נישט געלייגט קיין תפילין, פלעגט ער זאגן אז ער לייגט נישט קיין ר"ת תפילין, וכהנה וכהנה.

הכנה דרבה » זונטאג אפריל 14, 2024 9:32 pm

· #559178
שמן למאור #
הכנה דרבה #
שמן למאור #
די ערליכע באבובע אדער בעלזא בחורים וואלטן פינקט אזוי געווען ערליך אן זייער מנהיג, פערצופאל זענען זיי איינגעשטעלט אין א קאמפעני.

באבובער רב איז פון די גרעסטע בעלי מחלוקת בדורינו, און דער בעלזער איז אויך נישט אזא רודף שלום, א שארפן לויזן פיסקל האט ער, און ליידט נעבעך פון א טיפע מרה שחורה.
זייער גוט, יעצט פיר אויס, משא"כ מאטל זילבער...
די זעלבע זאך...
ס'פונקט ווי א צירקוס, דער לייב, דער עלעפאנט, און דער קלאון האבן יעדער אן אנדער דרך אין עבודת השם (ליין: דרך אין שלעפן צושויער), אבער אלע האבן די זעלבע מטרה דיך אריינצושלעפן אינעם צירקוס. כל הנחלים הולכים אל הים, all roads lead to hell.

נישנאש » זונטאג אפריל 14, 2024 9:40 pm

· #559180
שמן למאור #
שיין, קען זיין. שטארק, קען זיין, אבער ווייט פון א בעל מחלוקת? גיוו מי א ברעיק.

די בעלזא רבי'ס זי"ע זענען לאו דווקא געווען 'שטארקע פירערס'. זיי זענען געווען צדיקי אמת וואס האבן געדינט די באשעפער 24 שעות פון טאג און קיינמאל נישט געטשעפעט קיין אידיש קינד.

וואס עפעס א בעל מחלוקת??? האסט געהערט אמאל א ווארט אדער פיפס פון אים קעגן א צווייטע רבי צו וואס?
יא ער איז אויך א מענטש מיט געפילן און איז נישט מחויב צו האבן פארקער מיט געוויסע וואס ער פילט האבן אים שטארק ב'עוול'ט, וועגן דעם ווערט ער פון די גרעסטע בעלי מחלוקת בדורינו???? ביסט פון קאפ געפאלן???

וועגן בעלזא ביסטו אינגאנצן אףף טרעק מיט היסטאריע, דער מיטעלע בעלזא רב, דער פריעדיגע בעלזא רב געדרייט א וועלט מיט מנהיגות, אוודאי געדינט די באשעפער 24 אבער זיי זענען באקאנט מיט זייער פירן, און ווער זאגט דיר אז דער היינטיגער דינט נישט דעם באשעפער 24? ביזט מיר שוין געווארן א מבין ווער ס'דינט דעם אייבערשטן

נישנאש » זונטאג אפריל 14, 2024 9:43 pm

· #559181
שמן למאור #
נישנאש #
נעם א באבובער בחור, א ביאנער בחור, א וויזצער בחור, א סקווירא בחור, א בעלזא בחור, א גערער בחור, א צאנזע בחור, וכו' וכו' טויזענט מאל מער חסידיש און יסודות'דיג אוועקגעשטעלט ווי די אלע בחורים פון כלל חסידות'ער און משפיע-חסידות'ן
שקר וכזב
פונקטליך וואס איז שקר?
די בחורים וואס דרייען זיך אין אלע ליטווישע ישיבות און אלע סעמי-כלל-חסידישע מקומות קומען ארויס שענערע פירות? אונז זעמיר אויף צוויי אנדערע פלאנעטען

שמן למאור » זונטאג אפריל 14, 2024 10:36 pm

· #559186
נישנאש #

וואס עפעס א בעל מחלוקת??? האסט געהערט אמאל א ווארט אדער פיפס פון אים קעגן א צווייטע רבי צו וואס?
יא ער איז אויך א מענטש מיט געפילן און איז נישט מחויב צו האבן פארקער מיט געוויסע וואס ער פילט האבן אים שטארק ב'עוול'ט, וועגן דעם ווערט ער פון די גרעסטע בעלי מחלוקת בדורינו?????? ביסט פון קאפ געפאלן???

וועגן בעלזא ביסטו אינגאנצן אףף טרעק מיט היסטאריע, דער מיטעלע בעלזא רב, דער פריעדיגע בעלזא רב געדרייט א וועלט מיט מנהיגות, אוודאי געדינט די באשעפער 24 אבער זיי זענען באקאנט מיט זייער פירן, און ווער זאגט דיר אז דער היינטיגער דינט נישט דעם באשעפער 24? ביזט מיר שוין געווארן א מבין ווער ס'דינט דעם אייבערשטן.
ביסט זייער זיס. וואס האט ער צו האבן א מחלוקת מיט סתם אנדערע רבי'ס? מיט גאנץ כינע איז ער אויך נישט צוקריגט. אוודאי איז ער נאר צוקריגט מיט דער וואס ער האלט האט אים בא'עוול'ט, אזוי גייט דאך יעדע מחלוקת. און אין דעם פאל, איז עס אן אדמו"ר -וואס דארף צו זיין א מוסטער אויף וועמען די חסידים דארפן ארויפצוקוקן, און ער פירט זיך ווייט פון די וועג וויאזוי א צדיק און אויסגעארבעטע איד דארף זיך אויפצופירן. און ס'האט טאקע א השפעה אויף די חסידים, וויפיל משפחות זענען טאקע צוקריגט געווארן אדאנק דעם. יא! ער איז פון די גרעסטע בעלי מחלוקת בדורינו. ער האט 'און האלט נאך ווייטער אן' איינע פון די גרעסטע אידישע מחלוקת'ן.

בנוגע בעלזא, רעב ארעלע האבן מיר נאך אביסל קענענגעלערנט פון אידן וואס האבן פארציילט פירסט הענד מעשיות. פריער איז שוין ווייטער ארויף און איך קען זיך נישט אויס ווי ווייט די הנהגה איז געווען, אבער הנהגה איז נישט די נקודה. דאס איז זיכער אז ס'נישטא קיין ספעציעלע פלייץ פון מעשיות אויף זיי, ווי זייער דיפרעסיע און לויזן פיסקל האט אריינגעשניטן און מענטשן רעכטס און לינקס.
נישנאש #
שמן למאור #
נישנאש #
נעם א באבובער בחור, א ביאנער בחור, א וויזצער בחור, א סקווירא בחור, א בעלזא בחור, א גערער בחור, א צאנזע בחור, וכו' וכו' טויזענט מאל מער חסידיש און יסודות'דיג אוועקגעשטעלט ווי די אלע בחורים פון כלל חסידות'ער און משפיע-חסידות'ן
שקר וכזב
פונקטליך וואס איז שקר?
די בחורים וואס דרייען זיך אין אלע ליטווישע ישיבות און אלע סעמי-כלל-חסידישע מקומות קומען ארויס שענערע פירות? אונז זעמיר אויף צוויי אנדערע פלאנעטען
ס'קומט ארויס די זעלבע ערליכע - אדער נישט ערליכע- פירות איבעראל. עס ווענדט זיך אין יעדע מקום אויף די מענטש אליין און די משפחה, גארנישט מער.

צו זאגן אז די וואס קומען פון די 'קאמפעני חסידות'ן' זענען 'טויזענט מאל מער חסידיש און יסודות'דיג אוועקגעשטעלט' איז סתם שטותים מיט לאקשן. אפשר זענען זיי מער צוקוועטשט און האבן מער פארריקטע רולס נאכצוגיין, און פונדרויסן מוזן זיי אויסקוקן שענער און די יוניפורם דארף קלאפן, אבער 'יסודות'דיג? חסידיש? א גרויסן פייג! אויב עפעס זענען די סארט בחורים צען מאל מער אריינגעטון אין שטותים, ווי הויעך די פארענטשעס זענען און צו אונזער רבי האט מער חסידים אדער גאר די קאמפעטישן. און זיי מוזן אניאגן וועכנטליך אדוכצוליינען די אלע נארישקייטן וואס זייער רבי האט נאר געשמועסט מיט סיי וועמען ער האט זיך נאר געטראפן. די אנדערע סארט בחורים האבן אביסל מער צייט אדורכצולערנען א חסידיש ספר, מאכן א קביעות אין תניא, יושר דברי אמת, אדער חובת התלמודים, און זיך אמת'דיג אויפבויען חסידיש און יסודות'דיג.

שיינע איד » זונטאג אפריל 14, 2024 10:45 pm

· #559188
הכנה דרבה #
שמן למאור #
די ערליכע באבובע אדער בעלזא בחורים וואלטן פינקט אזוי געווען ערליך אן זייער מנהיג, פערצופאל זענען זיי איינגעשטעלט אין א קאמפעני.

באבובער רב איז פון די גרעסטע בעלי מחלוקת בדורינו, און דער בעלזער איז אויך נישט אזא רודף שלום, א שארפן לויזן פיסקל האט ער, און ליידט נעבעך פון א טיפע מרה שחורה.
זייער גוט, יעצט פיר אויס, משא"כ מאטל זילבער...
ביידע זענען גערעכט די בעלזע ליידט פון מרה שחורה און א פיינע בעל מחלוקת, גראדע די באבובער איז נישט אוועק צו מאכען נישט מיט זיין אהבת ישראל אין נישט מיט זיין נפשיותדיגע פראבלמען.

היימלינד » מאנטאג אפריל 15, 2024 10:51 am

· #559220
קאמפעניס אהער קאמפעניס אהין, די פוינט איז אז ר' מוטל האט זיך געבויעט דורך חוזק מאכען פון יעדעם נוסח יואלי רוטה און יעצט טוט ער די זעלבע, יא! ער גייט אין די דיירעקטיאן פון א קאמפעני לכל דבר, בו בעת וואס ער האקט ווייטער אויף אלע.

אפילו את"ל אז זיינע טענות זענען גערעכטע איז דאס נישט דו וועג, אויפשאקלען א מענטש אז אלעס וואס מען האט איהם געלערנט איז פאלש איז נישט געזונט ברוח ובגשם.

ביי די אלע משפיע סטייל פלעצער וואס זענען נאכנישט קיין קאמפעניס לויפט מען צום סוף צוריק ווען מען דארף זיי האבען, צו פאר מוסדות אדער אן אנדערע סערוויס, סאו בעסיקלי ביסטו סתם אן אויסנוצער, מאכסט חוזק, האקסט און נאכדעם לויפסטו צוריק פאר סערוויס מיט די טענה אז מיין עלטער זיידע זעכותו יאגען עלינו וכו'.

איך זאג נישט אז מען דארף באלאנגען צו א קאמפעני - איך באלאנג נישט און פארשטיי נישט צו די סארט אידישקייט בכלל - אבער אז דו קומסט פון דארט און גייסט ממילא צוריק גיין למחצה לשליש או לרביע דעמאלטס ווען דו לויפסט ארום נאשען - וועלכע מיט א גבול איז זייער א גוטע זאך - געדענק נישט צו נתפעל ווערען פון זייער ליצנות אדער בעסער גיי צו אזעלעכע וואס זענען מחזק אידישקייט אנשטאט חוזק מאכען פון אנדערע.

אינטערסאנטער » מאנטאג אפריל 15, 2024 4:35 pm

· #559240
שמן למאור #
דברות קודש דעם פארגאנגענעם פורים...
שמן מיט פולע רעספעקט צו דיך קומ איך מיט א טענה, היתכן די דרייסט א קאפ דא פאר'ן ציבור צו ברענגען א זאך בשם ר' מאטל אינדערצייט וואס ער האט דאס נישט געזאגט. ווי עטליכע האבן שוין דא קלאר געמאכט איז די ווערטער נישט פון ר' מאטל, און ליתר שאת האב איך פערזענליך מברר געווען אז ר' מאטל האט בכלל נישט גערעדט פון די נושא, און דאס איז נישט זיינע ווערטער.

נעקסט טיים מאך זיכער בעפאר די ברענגסט צו דאס קומט טאקע פון אים. און אין די פאל קומט דאס נישט פון ר' מאטל, קענסט אויפמאכן אן עקסטערע אשכול און ברענגען דאס בשם ראקאווער, יעצט האסטו דא סתם אנגעדרייט א פאלשע שטורעם אין א סענטעטישע גלעזל ספרינג וואסער.

כספי » מאנטאג אפריל 15, 2024 6:46 pm

· #559262
די נקודות איז אבער יא פון ר' מאטל.
ראוי הוא שייאמר על ידו (נישט ממש די לשונות, אבער מער ווייניגער).

שמן למאור » מאנטאג אפריל 15, 2024 9:51 pm

· #559273
אינטערסאנטער #
שמן למאור #
דברות קודש דעם פארגאנגענעם פורים...
שמן מיט פולע רעספעקט צו דיך קומ איך מיט א טענה, היתכן די דרייסט א קאפ דא פאר'ן ציבור צו ברענגען א זאך בשם ר' מאטל אינדערצייט וואס ער האט דאס נישט געזאגט. ווי עטליכע האבן שוין דא קלאר געמאכט איז די ווערטער נישט פון ר' מאטל, און ליתר שאת האב איך פערזענליך מברר געווען אז ר' מאטל האט בכלל נישט גערעדט פון די נושא, און דאס איז נישט זיינע ווערטער.

נעקסט טיים מאך זיכער בעפאר די ברענגסט צו דאס קומט טאקע פון אים. און אין די פאל קומט דאס נישט פון ר' מאטל, קענסט אויפמאכן אן עקסטערע אשכול און ברענגען דאס בשם ראקאווער, יעצט האסטו דא סתם אנגעדרייט א פאלשע שטורעם אין א סענטעטישע גלעזל ספרינג וואסער.
דער אמת איז אז דער וואס האט מיר עס געשיקט האט מיר געזאגט אז ס'איז פון רעב מאטל. איך האב נישט געקענט מער מברר זיין האב איך עס ארויפגעשטעלט אן זאגנדיג בפירש אז ס'איז פון אים, טאקע ווייל כ'האב נישט געוויסט. למעשה איז דער עולם טאקע אריינגעקומען אז ס'נישט אים.

שלמונים » זונטאג אפריל 21, 2024 7:44 am

· #559771
שיינע איד #
הכנה דרבה #
שמן למאור #
די ערליכע באבובע אדער בעלזא בחורים וואלטן פינקט אזוי געווען ערליך אן זייער מנהיג, פערצופאל זענען זיי איינגעשטעלט אין א קאמפעני.

באבובער רב איז פון די גרעסטע בעלי מחלוקת בדורינו, און דער בעלזער איז אויך נישט אזא רודף שלום, א שארפן לויזן פיסקל האט ער, און ליידט נעבעך פון א טיפע מרה שחורה.
זייער גוט, יעצט פיר אויס, משא"כ מאטל זילבער...
ביידע זענען גערעכט די בעלזע ליידט פון מרה שחורה און א פיינע בעל מחלוקת, גראדע די באבובער איז נישט אוועק צו מאכען נישט מיט זיין אהבת ישראל אין נישט מיט זיין נפשיותדיגע פראבלמען.
קענסט מיר אפשר זאגען מיט וועם דער בעלזער פירט א מחלוקת אדער איז צוקריגט, פאר די לעצטע צוואנציג יאר איז ער פארנומען אויפצוקלינען אלע זיינע אלטע מחלוקתער.

Visionary » זונטאג אפריל 21, 2024 9:11 am

· #559773
שמן למאור #
אינטערסאנטער #
שמן למאור #
דברות קודש דעם פארגאנגענעם פורים...
שמן מיט פולע רעספעקט צו דיך קומ איך מיט א טענה, היתכן די דרייסט א קאפ דא פאר'ן ציבור צו ברענגען א זאך בשם ר' מאטל אינדערצייט וואס ער האט דאס נישט געזאגט. ווי עטליכע האבן שוין דא קלאר געמאכט איז די ווערטער נישט פון ר' מאטל, און ליתר שאת האב איך פערזענליך מברר געווען אז ר' מאטל האט בכלל נישט גערעדט פון די נושא, און דאס איז נישט זיינע ווערטער.

נעקסט טיים מאך זיכער בעפאר די ברענגסט צו דאס קומט טאקע פון אים. און אין די פאל קומט דאס נישט פון ר' מאטל, קענסט אויפמאכן אן עקסטערע אשכול און ברענגען דאס בשם ראקאווער, יעצט האסטו דא סתם אנגעדרייט א פאלשע שטורעם אין א סענטעטישע גלעזל ספרינג וואסער.
דער אמת איז אז דער וואס האט מיר עס געשיקט האט מיר געזאגט אז ס'איז פון רעב מאטל. איך האב נישט געקענט מער מברר זיין האב איך עס ארויפגעשטעלט אן זאגנדיג בפירש אז ס'איז פון אים, טאקע ווייל כ'האב נישט געוויסט. למעשה איז דער עולם טאקע אריינגעקומען אז ס'נישט אים.
דעמאלסט ווער יא?

שיינע איד » זונטאג אפריל 21, 2024 9:49 am

· #559774
Visionary #

א קאווע שטיבעל שרייבער

שמן למאור » זונטאג אפריל 21, 2024 5:55 pm

· #559861
שלמונים #
שיינע איד #
הכנה דרבה #
שמן למאור #
די ערליכע באבובע אדער בעלזא בחורים וואלטן פינקט אזוי געווען ערליך אן זייער מנהיג, פערצופאל זענען זיי איינגעשטעלט אין א קאמפעני.

באבובער רב איז פון די גרעסטע בעלי מחלוקת בדורינו, און דער בעלזער איז אויך נישט אזא רודף שלום, א שארפן לויזן פיסקל האט ער, און ליידט נעבעך פון א טיפע מרה שחורה.
זייער גוט, יעצט פיר אויס, משא"כ מאטל זילבער...
ביידע זענען גערעכט די בעלזע ליידט פון מרה שחורה און א פיינע בעל מחלוקת, גראדע די באבובער איז נישט אוועק צו מאכען נישט מיט זיין אהבת ישראל אין נישט מיט זיין נפשיותדיגע פראבלמען.
קענסט מיר אפשר זאגען מיט וועם דער בעלזער פירט א מחלוקת אדער איז צוקריגט, פאר די לעצטע צוואנציג יאר איז ער פארנומען אויפצוקלינען אלע זיינע אלטע מחלוקתער.
גוט געזאגט... ער איז עלטער געווארן און מחליט געווען 'אויפצוקלינען"...

ווי האט נאר דער לב שמחה געזאגט ווען ער האט געהערט ווי דער ספינקער מאכט יללות ביי של"ס אויף שובבי"ם?

ווייניגער זינדיגן און ווייניגער וויינען...
בלאט: 1 2 3