די עקספּלאָזשען פּרינציפּ און פּירס׳ס געזעץ
מ׳פארציילט אַן אינטרעסאנטע מעשה מיט בּערטראנד ראָסעל. ער האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען איבער דאס עקספּלאָזשען פּרינציפּ אין לאגיק. דאס לויטעט אז אויב איז א סטעיטמענט סיי אמת און סיי נישט אמת [דבר והיפיכו באותו מקום ובאותו זמן], גייט מען אין טעאריע קענען אויפווייזן יעדעס סטעיטמענט בעולם דאדורך. דאס איז ווייל מ׳קען דאך צאמשטעלן דאס סטעיטמענט מיט אן אנדערע סטעיטמענט און זאגן דאס אדער עפעס אנדערש. יעצט, די סטעיטמענט וועט דאך זיין אָוועראָל אמת ווייל די ערשטע חלק איז דאך (אויך) אמת. אבער דערנאך זאג איך דאך אז די ערשטע חלק איז דאך אויך נישט אמת, וממילא וויבאלד איך האב דאך געזאגט אז די אדער פּראַפּאַזישאן על הכלל איז אמת, מוז דאך זיין אז די צווייטע חלק וועלכע איך האב צוגעשטעלט נאכ׳ן אדער איז אמת.
האט אים א תלמיד געפרעגט, ״נו, ווייז אויף אז אויב 2+2=5 ביסטו דער פּויבּסט״. האט ראָסעל גראד צוריק געענטפערט, ״אויב 2+2=5 איז דאך 4=5. אויב נעם איך אראפ 3 פון ביידע זייטן איז דאך 1=2. איך און דער פּויבּסט זענען דאך צוויי אנדערע מענטשן, אבער צוויי איז דאך איינס, בין איך דער פּויבּסט״.
ואגב, עיין כאן בענין ״אויפווייזן״ 1=2 אין מאטעמאטיקס.
עפ״י דעם פּרינציפּ קען מען פאָרמיוּלירן דעם געזעץ פון עקסקלוּדעד מיטן, אז ס׳מוז זיין איינע פון די צוויי פון אדער ״יא״ אדער ״ניין״ אָן קיין מיטל-וועג, אין צו פּירס׳ס געזעץ. פּירס׳ס געזעץ לויטעט אז אויב דאס אליינס אז א׳ איז מכריח ב׳ איז אליינס מיניה וביה מכריח א׳, דאן איז דאס גאנצע אליינס (מעיקרא) שוין מכריח א׳. כזה:
((א׳ ← ב׳) ← א׳) ← א׳
דאס איז ווייל כנ״ל אינעם פריערדיגן תגובה, איז די איינציגסטע וועג אז די גאנצע זאץ זאל זיין פאלש, נאר אויב די ערשטע חלק איז אמת בשעת די צווייטע חלק איז פאלש. אויב איז די צווייטע חלק, דהיינו א׳, פאלש, דאן מוז איר ערשטע חלק, והיינו (א׳ ← ב׳) ← א׳, זיין אמת. דאס באדייט אז די צווייטע חלק דערין, א׳, איז זיכער אמת, וואס דאן איז דאך די געזעץ טאקע שוין אויפגעוואוזן און די גאנצע איז אטאמאטיש אמת, אדער אז עס איז נישט אמת און איר ערשטע חלק, א׳ ← ב׳, איז אויך פאלש. אבער אויב איז א׳ ← ב׳ פאלש, דאן מוז איר ערשטע חלק פון א׳ זיין אמת, וואס נאר דאן איז שייך אז די גאנצע זאל זיין פאלש וככל הנ״ל.
דא זעהט מען וויאזוי אויפצוווייזן דעם געזעץ דורך דעם אז מ׳קען פארוואנדלען ״א׳ ← ב׳״ אין צו ״~א׳ v ב׳״, ביחד מיט׳ן נוצן דע מאָרגענ׳ס געזעץ: ***
בענין אריסטו׳ס מימרא, וג״כ משאר חכמים, אז ווי מער מ׳ווייסט אלס מער זעהט מען איין וואס מ׳ווייסט אלס נישט, קלערט דר. אלכסנדר פּרוּס א לאגישע ארגומענט אז יעדעס מאל מען ווערט געוואור עפעס ניי, באקומט מען מיט דערצו א פאלשע ידיעה אויך. דאס איז ווייל מ׳האט אלס עפעס א זאך וואס מ׳האלט בטעות און עס איז באמת פאלש. און אויב גלייבט מען אַן ״און/&״ זאץ, מוז זיין אז מ׳גלייבט ביידע פון זיי. וממילא ווען מ׳ווערט געוואור עפעס ניי, איז דאס דאך צאמגעשטעלט פון די נייע אמת׳ע ידיעה צוזאמען מיט די פריערדיגע פאלשע וואס מ׳האט שוין, אלס אַן ״און״ זאץ. בעפאר דעם אבער איז נישט געווען די ״און״ זאץ, וועלכע איז דאך א פאלשע זאץ על הכלל וויבאלד איינע פון זיי בתוכה איז פאלש. וממילא האסטו יעצט א נייע פאלשע זאץ וועלכע דו גלייבסט.