☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #2458

אשכול אן א טיטל #2458

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2458
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:42 am

· #345681
לאמיר צוריקגיין צו די אריגינאלע העדליין פון דעם אשכול: יוסיפון ברענגט ביי די געשיכטע פונ'ם חורבן בית המקדש ווען די ארמיי פון טיטוס הרשע און ער אליינס האבן זיך אריינגעבראכן דורך די מויערן פון בית המקדש, וויאזוי ער האט זיך אויפגעפיהרט (זייער ציוויליזירט) מיט די געפאנגענע אידישע סאלדאטן. וועלכעס איז אין קעגנזאץ צו די וועג וואס חז"ל באשרייבן עס. און איך בין נוטה צו גלייבן די ווערסיע פון חז"ל. יא. ס'זענען דא וועלכע פארענטפערן יוסיפוס פלאוויוס אז ער האט געמוזט אזוי שרייבן. דאס איז א קנאפער לימוד זכות ווייל דאמאלס איז זיין בוך נישט באגלייבט...אויפגעקלערטע אלערט...יו אלל נאו הו יו אר...הוגה...עט אל... 🙄
ס'איז פונקט אזוי באגלייבט ווי א רעפארט פון פראוודא, וויאזוי די אידן לעבן גליקליך און צופרידן אין סטאלינ'ס גן עדן אין סאוויעטן פארבאנד...!

טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 21, 2019 7:42 am

· #426888
וואס איז דער בעסטער תרגום און וואו קען מען עס קויפן- יוסיפוס פלאביוס' פיהר ספרים אויף היסטוריה תקופת וחורבנו בית שני?

א דאנק!

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 12, 2019 4:17 am

· #428382
שמיטשיק
טמיר
וואו קען מען דאונלוידען די ספר יוסיפון אלס פי די עף אין א נארמאלע ליינבארע דרוק?

<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=42">http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=42</a>

נאכ'ן זוכן זע איך טאקע אז י"נ שמחוני'ס תרגום איז דער בעסטער דערווייל (כאטש כ'האב נישט ליב זיין קלארע פרי-מאדערן-ישראל בייעס).

מי אני » פרייטאג מערץ 6, 2020 8:53 am

· #443669
ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז אין מאטעמאטיקס איז דא די יוסיפון פראבלעם. דאס איז באזירט אויף אן אנעקדאט וואס ער דערציילט (מלחמת היהודים ג פ״ח ח״ז). ער און 40 אנדערע אידישע סאלדאטן זענען געזעצן אין א מערה און האבן געוואוסט אז די מלחמה מיט די רומיים איז פארשפילט און אט אט גייט מען זיי פאנגען אדער הרג׳ענען. האבן זיי אפגעמאכט זיך אליינס צו הרג׳ענען ווי איידער אריינצופאלן אין די הענט פון רומיים. האט יוסיפון (כדי זיך צו ראטעווען) פארגעשלאגן אז ענדערש ווי יעדער זאל זיך אליינס הרג׳ענען זאל דאס געטוהן ווערן דורך דעם אז זיי גייען זיך זעצן אין א רינג און יעדע דריטע (וי״א זיבעטע) מענטש וועט גע׳הרג׳ט ווערן דורך די חבר וואס זיצט די נעקסטע נעבן אים און דערנאך וועט מען ציילן נאך דריי (זיבן) און הרג׳ענען אא״וו ביז מ׳קומט ארום די רינג און מ׳גייט ווידער ארום. יוסיפון און זיין חבר האבן זיך יא געוואלט אונטערגעבן צו די רומיים אבער האבן דאס נישט געוואלט אויסזאגן אלס מורא מ׳וועט זיי דערפאר גראד הרג׳ענען (אן דעם פראצעדור). ער זאגט אז ״דורך ג-ט׳ס האנט [כביכול]״ איז אויסגעקומען אז ער און די חבר זענען איבערגעבליבן אלס די לעצטע צוויי און זיי זענען זיך דערנאך געגאנגען אונטערגעבן צו די רומיים.

די מאטעמאטישע שאלה איז ווי אזוי אויסרעכענען (א פארמולע וכו׳) מעיקרא ביי אזא סארט מצב [ווי מ׳ווייסט וויפיל זענען אינ׳ם רינג, דעם פּאטערן, און וואו מ׳הייבט אן] וועלכע פאזיציע(ס) אינ׳ם רינג וועלען איבערבלייבן ביים סוף.

מיינונגזאגער » זונטאג יולי 26, 2020 11:21 pm

· #455203
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז שוין א גאר אלטער תגובה אבער אזוי ווי עס קומט יעצט ת״ב וואס א גרויס חלק פון די היסטאריע פונעם חורבן בית שני, ווערט ציטירט אין די באשרייבונגען פון יוסיפון וואלט איך זיך דערוואגט צו אביסעל עלאבארעיטן ווער דאס איז דער יוסיפון אזויווי [mention]אנאנים [/mention] האט דא געשריבן אין גאר א לאנגער אריכות איבער די ווארהייט און ליגענטס סתירות פונעם היסטאריע שרייבער יוסיפון, וועל איך פרובירן ממש בקיצור געבען א קליין שטיקעל ביאגראפיע פון ווי ער קומט און ווי ער איז געגאנגען, ח״ו אריין טרעטן אין די אוטענטישקייט פון די באשרייבונגען פונעם ספר וואס דאס איז די אבעט פונעם פריעדיגן ארטיקעל אויף וואס אני הק׳ באציה זיך דא .

בעצם איז נישטא קיין צו פול קלארע אינפארמאציע ווער עס איז דאס דער יוסיפון, מיר ווייסן פונעם ריכטיגער עקזיסטענץ זייער ווייניג אינקלאדינג זיין עכטער נאמען, אנדערע חוקרים ווארפן דאס אפ און ברענגען יא צו א שטיקעל ביאגראפיע פון א שרייבער פון דרום איטאליע מיט אריבער 1000 יאר צוריק, בערך אינעם יאר ד׳ אלפים תשי״ג (953 למס׳) א קארגע 90 יאר איידער רש״ י הק׳ איז געבוירן געווארן.
דער הויפט טעמע פון די באשרייבונגען וואס מיר ווייסען אז עס עקזעסטירט יא איז די גלאררייכע געשיכטע פון כלל ישראל דורכאויס די תקופה פון בית שני ביזן גרויסען רעוואלט קעגן רוים וואס האט זיך געענדיגט מיטן חורבן פונעם צווייטן בית המקדש.

די מקורות מיט וועלעכע דער מחבר יוסופין האט זיך צום מערסטענס באניצט זענען די ספרים פון יוסף בן מתתיהו הכהן, דער גענעראל פון די חשמנאים און האט אויך געשטאמט פון די משפחה מיחסת החשמנאים.
יוסף בן מתתהיו הכהן איז געווען דער גענעראל וואס האט זיך אינטער געגעבן צי ניקנור וועלעכער האט געפירט די פראנט פאר אספסיאנוס דער אויבער גענעראל פון רוים, אין גליל העליון ווי יוסף הכהן איז געווען דער גענעראל מצד די אידישע מיליטער.
ניקנור האט אנגעקנופט גאר גוטע באציונגען מיט יוספן און האט יוסף׳ן אינטראדוסד צו אספסיאנוס וועלעכער האט עם געפירט קיין רוים ווי יוסף האט אויך נושא חן געווען דעם קייזער.
דער קייסער האט האט זייער געגליכן די פאליטיק פון דעם יוסף ער האט עים געמאכט פאר א שר וחשוב בבית המלכות.
ווען דער קייזער איז געשטארבן האט אספסיאנוס איבער גענומען דעם כסא מלוכה און איז אוועק געפארן פונעם פראנט, דאן אין א״י צירוק קיין אלעקסאנדריא. דארט האט די נייער קייסער געשטעלט טיטוס הרשע אויף זיין פלאץ צו ווייטער פירן דעם מלחמה מיט די אידן אין א״י. טיטוס האט זיך דאן ארויף געלאזט אויף דער רייזע קיין א״י און מיט גענומען מיט זיך דעם יוסף בן מתתיהו הכהן .
דארט אין א״י האט יוסף פרובירט צו איבערעדן די איבערגעבליבעמע קעמפער זיך צו אינטער געבן און אראפ לייגן די געווער כדי צו ראטעווען וואס מען קען נאך, אינקלודעד די בית שני. די חכמי ישראל זענען גראדע געווען איינשטימונג מיט דעם יוסף׳ן אבער ליידער בעוה״ר איז דאס נישט געלונגען.
ווען טיטוס האט דערקלערט זיג אויף ירושלים האט ער זיך געלאזט אין רייזע קיין רוים און מיט גענומען מיט זיך דעם יוסף. דער קייזער אספסיאנות האט זיך זייער געפרייט מיטן אלטן גוטן ידיד זיינער און האט עים געמאכט פאר א קאמפלעטער רוימישער סיטיזאן און ווי אויך געשטוצט מיט אסאך געלט.
אין רוים האט יוסף געווידמעט אסאך צייט און מיה צו פאראייביגן דעם היסטאריע פון כלל ישראל, פון פאך אויס איז ער געווען אן אויסגעצייכענטער שרייבער און היסטאריקער. זיינע זיבן בענדער פון היסטאריע פונעם קריג אין ירושלים וואס ער אליין האט מיט געלעבט באשטייט פונעם תקופת חשמנאים ביזן חורבן.
דער יוסף אליינס איז געווען ארום גענומען מיט א מיסטעריע וואס מיר ווייסן פון עים, קומט פון עים אליינס וואס ער האט געשריבען פון זיך, כמעט וואס איינער האט געקענט אן צייגן מי הוא זה ואיזה הוא , און ווי אויך ווייסן מיר נישט וואס זיין פלאץ איז געווען ביי די אידן אין גלות אין רוים .

זיין ספר איז איבער גשריבען געווארן אפאר מאל אין אנדערע שפראכן , ליינט דעם ארטיקעל פריער אבער לכתחילה ווי עס שיינט האט ער עס געשריבען אין די דעמאלסדיגער פאלקס שפראך אראמיש . אבער דאן איז עס געווארן איבער געשריבן . דיטעילס אויבן .
Sent from my iPhone using Tapatalk

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 11:06 pm

· #459692
מי אני
ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז אין מאטעמאטיקס איז דא די יוסיפון פראבלעם. דאס איז באזירט אויף אן אנעקדאט וואס ער דערציילט (מלחמת היהודים ג פ״ח ח״ז). ער און 40 אנדערע אידישע סאלדאטן זענען געזעצן אין א מערה און האבן געוואוסט אז די מלחמה מיט די רומיים איז פארשפילט און אט אט גייט מען זיי פאנגען אדער הרג׳ענען. האבן זיי אפגעמאכט זיך אליינס צו הרג׳ענען ווי איידער אריינצופאלן אין די הענט פון רומיים. האט יוסיפון (כדי זיך צו ראטעווען) פארגעשלאגן אז ענדערש ווי יעדער זאל זיך אליינס הרג׳ענען זאל דאס געטוהן ווערן דורך דעם אז זיי גייען זיך זעצן אין א רינג און יעדע דריטע (וי״א זיבעטע) מענטש וועט גע׳הרג׳ט ווערן דורך די חבר וואס זיצט די נעקסטע נעבן אים און דערנאך וועט מען ציילן נאך דריי (זיבן) און הרג׳ענען אא״וו ביז מ׳קומט ארום די רינג און מ׳גייט ווידער ארום. יוסיפון און זיין חבר האבן זיך יא געוואלט אונטערגעבן צו די רומיים אבער האבן דאס נישט געוואלט אויסזאגן אלס מורא מ׳וועט זיי דערפאר גראד הרג׳ענען (אן דעם פראצעדור). ער זאגט אז ״דורך ג-ט׳ס האנט [כביכול]״ איז אויסגעקומען אז ער און די חבר זענען איבערגעבליבן אלס די לעצטע צוויי און זיי זענען זיך דערנאך געגאנגען אונטערגעבן צו די רומיים.

די מאטעמאטישע שאלה איז ווי אזוי אויסרעכענען (א פארמולע וכו׳) מעיקרא ביי אזא סארט מצב [ווי מ׳ווייסט וויפיל זענען אינ׳ם רינג, דעם פּאטערן, און וואו מ׳הייבט אן] וועלכע פאזיציע(ס) אינ׳ם רינג וועלען איבערבלייבן ביים סוף.

א פארמולא ווי אזוי אויסצורעכענען מעיקרא ווער וועט זיין די לעצטע איבערצובלייבן איז צו נעמען די צאל פון מענטשן אינעם רינג און זעהן וואס איז די גרעסטע עקספּאנענט דערין וואס האט א בּעיס פון 2. אין יוסיפון׳ס פאל וואו עס זענען געווען 41 מענטשן [מיט אים] איז דאס 2⁵ וואס דאס איז 32. דערנאך דאס וואס בלייבט איבער ביז׳ן צאל, 9 אין אונזער פאל, דאפּל איך און איך לייג צו 1. דאס איז די פלאץ אינעם רינג פון דער וואס וועט איבערבלייבן צום לעצט. אין יוסיפון׳ס פאל איז דאס געווען די 19׳סטע פלאץ אינעם רינג.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 11:10 pm

· #459695
[ציטאט אראפגענומען]

די שאלה איז נאר ווען אונז וועלן אויך באקומען די שכל מודה צו זיין...

אישתישבי » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 9:37 am

· #459727
רביה''ק זי''ע
[ציטאט אראפגענומען]

די שאלה איז נאר ווען אונז וועלן אויך באקומען די שכל מודה צו זיין...


ר' עזריה מן האדומים האט מטיל ספק געוועהן אין די חשבון פין די יארן, און זיין ספר איז גע'אסר'ט געווארען. איך גלייב נישט אז מען קען נאך "מודה" זיין אין דעם.

וועלכע יארען ווילסטו מען זאל מודה זיין?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 10:19 am

· #459728
איך ווייס? ס'דא אסאך זאכן אין וואס מ'קען מודה זיין, מ'קען מודה זיין אז דער וועלט איז עלטער פון ה'תשפא יארן, מ'קען מודה זיין אז גלות בבל איז געווען לענגער פון 70 יאר, און נאך אסאך היסטארישע פאקטן וואס אונז זענען בשום אופן נישט גרייט צו מודה זיין. די פוינט איז אז געוויסע חכמים מיינען אז מיט'ן זאגן אז דער פויפסט האט מודה געווען אז זיי האבן גערעדט שטותים מאכן זיי זיך גרעסער, פונקט פארקערט, אויב עפעס איז עס א תביעה אויף אונז, אז דער פויפסט קען מודה זיין על האמת פארוואס קענען אונז נישט אויך? אונז דארפן דאך זיין א מוסטער פאר זיי. ראו מה בין בני לבן חמי?! איכה הייתה לזונה קריה נאמנה, אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה.

דער אמת איז אבער אז די פאקט אז דער פויפסט איז מודה מאכט קיינעם נישט גרעסער אדער קלענער, ווילאנג מ'קען לייקענען לייקענט מען, אזוי ארבעט רעליגיע. ווילאנג דער פויפסט האט געקענט לייקענען די פאקטן האט ער טאקע געלייקנט, און ווען די אינטערנעט האט אויפגעדעקט זייער פאלשן פרצוף האט ער שנעל מודה געווען. ביי אונז איז די אינטערנעט נאכנישט אזוי איינגעריסן קען מען נאך לייקענען פאקטן, מ'דארף עס נאר געבן נאך אפאר יאר ביז די אינטערנעט וועט ווערן אזוי פארשפרייט ביי אונז ווי ביי די קאטאליקן און מ'וועט שוין נישט קענען לייקענען פאקטן און אלע רבנים וועלן שנעל מודה זיין.

ביי געאצענטריזם איז געווען די זעלבע מעשה, פאר הונדערטער יארן האט מען מחרים געווען און געהארגעט מענטשן וואס האבן געזאגט אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון, צענדליגער אסיפות און דרשות האבן די רבנים און גלחים געמאכט צו מטכס עצה זיין וויאזוי זיך צו שלאגן מיט די געפערליכע כפירה וואס די וויסנשאפטלער פארשפרייטן, ביז די פאקטן האבן אנגעפאנגען שטעכן די אויגן און מ'האט שוין נישט געקענט לייקענען, איינער היינט געדענקט נאך בכלל אז די רבנים אמאל פלעגן האלטן אז היליאוצענטריזם איז כפירה?

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 12:00 pm

· #459739
רביה"ק זי"ע: דו קענסט מיר טאקע מסביר זיין וואס איז די לאגיק אונטער דעם. וואס איז דען א נפקא מינה לגבי אמונה אין בריאת העולם ווער ס'דרייט זיך ארום וועם...?!

לויט ווי איך געדענק, זאגט די גמ' (ערגעצוואו) אין מס' פסחים אז מ'קען נישט קומען צו א מסקנא (לויט די דאמאלס'דיגע סייענטיפישע מעטאדן) אויב די וועלט דרייטציך ארום די זון. אדער פארקערט...!

עכ"פ חז"ל האבן נאך אין יענע צייטן באטראכט און דעבאטירט די מעגליכקייט אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון...!

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 12:28 pm

· #459741
ס'דא אסאך זאכן וואס די גמרא דעבאטירט וואס היינטיגע צייטן איז כפירה, די גמרא דעבאטירט ביאת המשיח אויך און ס'נישט געווארן אויס כפירה. כ'האב עס נישט געטראפן אינעווייניג אבער ארטסקרול צייכנט צו דארט אויפ'ן פלאץ אז דער אברבנאל אין זיין ספר ישועות משיחו פרעגט אן ענליכן קשיא, און מיט זיין תירוץ ווערט אויך פארענטפערט דיין קשיא. דער אברבנאל פרעגט, ווי קען דער רמב"ם זאגן אז איינער וואס גלייבט נישט אז משיח גייט קומען איז אן אפיקורס ווען לויט דעם קומט אויס אז רב הלל איז ח"ו געווען אן אפיקורס, ווי קען מען זאגן אזא זאך? ענטפערט ער זייער א פשוט'ע תירוץ, אין די צייטן פון רב הלל האט מען נאכנישט אויסגע'פסק'נט אז מ'מוז גלייבן אין משיח ממילא האט מען געמעגט גלייבן וויאזוי מ'האט געוואלט, יעצט טאקע איינמאל די רבנים האבן זיך צאמגענומען און גע'פסק'נט אז מ'מוז גלייבן אין משיח איז ווער ס'גלייבט נישט איז אן אפיקורס. אין אנדערע ווערטער, ס'נישט ווי מאנכע מיינען אז אמונה איז אמת און אפיקורסת איז שקר, אינגאנצן נישט, אמונה מוז לאו דוקא זיין אמת און אפיקורסת איז לאו דוקא שקר, ס'איז נאר אן הלכה אזא אז מ'מוז גלייבן אזוי און אזוי, די מציאות קען טאקע זיין פונקט פארקערט. באמת קען טאקע זיין אז רב הלל איז גערעכט געווען אז חזקיה המלך איז געווען משיח און די גאנצע מעשה איז פאראיבער, מ'טאר אבער נישט האלטן אזוי ווייל ס'איז קעגן די פסק פון די רבנים. מ'טאר נישט נוצן קיין עלעקטריק שבת ווייל די רבנים לאזן נישט, מ'טאר נישט האבן קיין סמארטפאון ווייל די רבנים לאזן נישט, און מ'טאר נישט טראכטן אז חזקיהו המלך איז געווען משיח ווייל די רבנים לאזן נישט, ס'איז אלץ איין זאך.

צוריק צו געאצענטריזם, במציאות איז היליאצענטריזם אלץ געווען אמת, נאר אמאליגע צייטן איז היליאענטריזם געווען כפירה וויבאלד די רבנים האבן גע'פסק'נט אז מ'טאר עס נישט גלייבן, און שפעטער טאקע ווען די רבנים האבן גע'פסק'נט אז מ'מעג עס יא גלייבן איז עס געווארן אויס כפירה. פארוואס די רבנים האבן זיך גע'עקשנ'ט נישט אנצונעמען היליאצענטריזם, און פארוואס זיי עקשנ'ען זיך בכלל אויף זאכן, וועל איך לאזן פאר דעם חכם דא צו מסביר זיין (די הסבר איז אין די צווייטע האלב).

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 4:24 pm

· #459745
רביה"ק זי"ע: ייש"כ פאר דעם קלוגן ענטפער. אבער ווען דו לייגסט שמירת שבת דורך זיך נישט באנוצן מיט עלעקטריק אין די זעלבע קאטעגאריע ווי סמארטפאונס ביניך זיכער אז דו זאגסט דאס מיט סארקאזם. ווייל באנוצן זיך מיט עלעקטריק אום שבת איז לויט א טייל פוסקים נישט קיין איסור דאורייתא. אזוי ווי למשל דער מהרש"ג. ר' שמעון גרינפעלד דער סעמיהאלי'ער רב. וועלכער האט געלעבט מיט עפעס מער ווי הונדערט יאר צוריק. אבער די מערסטע פוסקים האלטן נישט אזוי. משא"כ דער איסור אויף סמארטפאונס איז א פערזענליכע בויכווייטאג פון עטליכע אזוי גערופענע עסקנים, ליידיגייערס וועלכע זוכן אייביג עפעס ארויס וואס צו אסר'ן...!

נ.ב.: איך האב שוין קאמענטירט אין א פריער'דיגע תגובה איבער די טעמע פונ'ם קעפל פון אשכול.!

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 5:15 pm

· #459747
יעדע זאך פאנגט זיך אן מיט א מחלוקת, ס'ווערט אריינגעמישט פאליטיק און אגענדעס, און ס'דויערט א שטיק צייט ביז ס'ווערט אויסגע'פסק'נט און ס'ווערט נתברר למפרע אז ס'איז אלץ געווען אסור אדער מותר, און נאכדעם קומען די פרומע "היסטאריקער" און שרייבן איבער היסטאריע, און דאס איבעריגע וואס מ'קען נישט איבערשרייבן בלייבט איבער פאר די אפלאגעטיקער צו מאכן מטעמים. סמארטפאונס תשפ"א האלט ביים זעלבן פאזע ווי לעקטריק אין די צייטן פונעם מהרש"ג, ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז אין הונדערט יאר ארום זאל די איסור אויף סמארטפאונס זיין אויף די זעלבע דרגא ווי לעקטריק אום שבת היינט צוטאגס צו אפילו נאכמער.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 8:41 am

· #466177
[ציטאט אראפגענומען]

פעדרא » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:34 pm

· #541401
[ציטאט אראפגענומען]

אקעי נאכן זיצן דא איבער א שעה און דורכליינען דעם גאנצן אשכול האב איך נישט קיין סאך צוצולייגן אויף די באמת שיין געשריבענע און רייכע ידיעות פון דעם פותח האשכול און אנדערע דא,

צוויי הערות האב איך יא

1. דער פותח אשכול איז ברוגז אז ער איז זיך סותר מיט חז"ל אבער ער רופט עם אן אייניקל פון די חשמונאים וואס כידוע לפי חז"ל קען דאס נישט זיין אמת.

2. אזוי ווי איינער האט שוין דערמאנט און איינע פון די תגובות, ר’ אביגדור מילער שרייבט די גאנצע דרשה כמעט ווארט ביי ווארט, ער בלייבט טאקע אז השקפה און פרשנות קען מען עם נישט טראסטן אבער זיינע פאקטן קען מען אנעמען.

אה , און סנישט געפערלעך די הקפצה ווייל סאיז דאך אביסל עניני דיומא יעצט אזוי די פותח האשכול הייבט אן ”היות עס קומען די ימי חנוכה...”
בלאט: 1 2