נהורא נפישאכהאב יעצט דורכגעלערנט דעם אגרת תימן. אודה ולא אבוש אז איך זעה טאקע אז די רמב"ם נוצט די שלש שבועות אויף די מינימאלסטע פשט שייך. לויט אים איז די שלש שבועות א רוה"ק פון שלמה אז באחרית הימים וועלן אויפשטיין משיחי שקר און אויף דעם ארויף באשווערט מען אז מ'זאל נישט פארפירט ווערן.
איך פארשטיי נאר נישט די אויבנדערמאנטע רמב"ם וואס רעד פון משיח אז אויב געלונגט עס אים איז ער טאקע משיח און אז נישט איז ער נאר ממלכי ישראל הכשרים. ממ"נ זאגט ער אז ער איז משיח און ס'שטעלט זיך ארויס אז נישט דאן פארוואס איז ער א מלך כשר און נישט קיין משיח שקר, אלא מאי משיח אליין ווייסט אפילו נישט אז ער איז משיח ?
ומעמידו על האמת איז פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם...
בנוגע דיין שאלה צו משיח ווייסט. עס איז נישט מוכרח אז די אמתע משיח ווייסט נישט. די רמבם רעדט צום פאלק, וויאזוי די פאלק זאל וויסען ווער איז משיח.
איי פרעגסטו וואס איז די מציאות פון די מלך כשר. די רמבם שרייבט נישט אז דער איש כשר האט אמאל גערעדט אדער געזאגגט אויף אז ער איז משיח. די רמבם איז מתאר א מענטש וואס טוט די אלע זאכן אן זיך דעקלערירן אחת משיח.
ווען די מדינה וואלט ווען אויפגעשטעלט געווארן דורך אן עטליכע יוד, דאס איז די תיאור פון די רמבם. נישט קיין משיח שקר.