דף יומי
355 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13549
תוספות שמן והדס
להריח. קשה ווייל ס'שטייט טחו בראש השמש, משמע ס'יא לסוך. ווי אויך פון די הכרעה פון ר"ג איז משמע מ'שמירט, אז נישט וואס גייט מיך אן די מעלות וואס מ'נוצט נישט.
נאר פשט איז, מ'שמירט פאר די ריח, און נישט להסיר הזוהמא. און דאס איז תפקיד פון שמן ריחניות, צו שמירן. נישט ווי א שמעק טאבאק.
ברכות מד
ברכות מד
📎 86.pdf 📎 85.pdf
כל סעודה שאין בה מלח אינה סעודה
למאי הלכתא אינה סעודה? ווען איז א סעודה א חיוב און מ'איז נישט יוצא אן זאלץ?
תוספות על העץ
ובספר מיימוני..
דאס איז איינס פון דריי ערטער אין שס ווי תוספות ציטירט דעם רמבם.
ברכות מה
📎 88.pdf 📎 87.pdf
בר בי רבכל סעודה שאין בה מלח אינה סעודה
למאי הלכתא אינה סעודה? ווען איז א סעודה א חיוב און מ'איז נישט יוצא אן זאלץ?
אלס איז הלכות¿ זיי האבן גערעדט דברים בעלמא אויכעט.
תוספת אכל טבל
תוס שטעלט אוועק א סברה אז זימון קען מען נאר ווען איינער קען ווען עסן יענעמס ברויט. דערפאר מודרי הנאה זה מזה קענען נישט מזמן זיין. אבער קיינער איז נישט מכריח תוס אזוי צו לערנען. טבל איז נישט מברך אלא מנאץ. ס'נישטא קיין ראיה אז סתם עסן צוזאמען אפילו מודרי הנאה קענען נישט מזמן זיין.
תוספות בקולו של משה
והוא מביא שהקב"ה היה קורא ומשה מתרגם
לכאורה וויל תוס דא זאגן דאס פארקערטע. והוא מביא, די גמרא זאגט א מעשה, אז הקב"ה איז געווען מתרגם.
ס'א טעות אין לשון התוס?
תוספות אם רצו לזמן
תוס פארשטייט אז רשות לברך מיינט איינער איז מוציא יעדן. ביי צוויי, כאטש לאחריו מצוה לחלק, לפניו זאל יא איינער מוציא זיין. איז נישט דער דין אז נאר אויף פת איז שייך הסבה? יין א מחלוקת. און אז אנע הסבה כל אחד מברך לעצמו? בההוא עובדא דבר קפרא איז געווען פירות. איז משמע אז רשות לברך מיינט פשוט זיין דער ערשטער, נישט מוציא זיין.
chosen peopleבר בי רבכל סעודה שאין בה מלח אינה סעודה
למאי הלכתא אינה סעודה? ווען איז א סעודה א חיוב און מ'איז נישט יוצא אן זאלץ?
אלס איז הלכות¿ זיי האבן גערעדט דברים בעלמא אויכעט.
איז נישט הלכה. אבער עפעס. סתם דאמירן בעלמא? א סענדוויטש אן א פיקל איז קיין סענדוויטש נישט. רבי יוחנן זאגט, סושי אן סוי סאוס הייסט נישט געגעסן סושי.
ולא תהא תורה שלימה כשיחה בטילה.
ברכות מו
📎 90.pdf 📎 89.pdf
דער ברכת האורח איז היינט נישט געדרוקט אין רוב זמירות'לעך, דער קלז"ב רבי זצ"ל האט שטארק מעודד געווען עס צו זאגן.
בר בי רבchosen peopleבר בי רבכל סעודה שאין בה מלח אינה סעודה
למאי הלכתא אינה סעודה? ווען איז א סעודה א חיוב און מ'איז נישט יוצא אן זאלץ?
אלס איז הלכות¿ זיי האבן גערעדט דברים בעלמא אויכעט.
איז נישט הלכה. אבער עפעס. סתם דאמירן בעלמא? א סענדוויטש אן א פיקל איז קיין סענדוויטש נישט. רבי יוחנן זאגט, סושי אן סוי סאוס הייסט נישט געגעסן סושי.
ולא תהא תורה שלימה כשיחה בטילה.
מנין שאפי' שיחת תלמידי חכמים צריכה לימוד שנאמר ועלהו לא יבול.
רביה''ק זי''עבר בי רבchosen peopleבר בי רבכל סעודה שאין בה מלח אינה סעודה
למאי הלכתא אינה סעודה? ווען איז א סעודה א חיוב און מ'איז נישט יוצא אן זאלץ?
אלס איז הלכות¿ זיי האבן גערעדט דברים בעלמא אויכעט.
איז נישט הלכה. אבער עפעס. סתם דאמירן בעלמא? א סענדוויטש אן א פיקל איז קיין סענדוויטש נישט. רבי יוחנן זאגט, סושי אן סוי סאוס הייסט נישט געגעסן סושי.
ולא תהא תורה שלימה כשיחה בטילה.
מנין שאפי' שיחת תלמידי חכמים צריכה לימוד שנאמר ועלהו לא יבול.
נו דערפאר בין איך דא. ילמדנו רבינו הקדוש.
אישתישבידער ברכת האורח איז היינט נישט געדרוקט אין רוב זמירות'לעך, דער קלז"ב רבי זצ"ל האט שטארק מעודד געווען עס צו זאגן.
ס'איז מדינא דגמרא, עכ"פ די ערשטע חלק.
ברם יזכר אותו האיש לטוב, ר ישראל מאיר קויפמאן, מיקירי קרתא דירושלם, א גרויסער מכניס אורח. ער מאכט א גאנצער מצב איבער ברכת בעל הבית.
מתפח
תפח קען מיינען שוואך - קראנק, ווי תפח רוחו, און געזונט, ווי דא.
למישרי, קען זיין מלשון שירותא, א סעודה. אדער אנהייבן.
וואס וויל רב ששת כלפי מים ראשונים ישב גדול וישמור ידיו. זיין ברייתא זאגט דאך די זעלבע זאך.
תוס לא סבר, יש ליישב הני תרי לישני דרבי יוחנן. וועלכע תרי לישני? וואו זאגט ר"י הגדול מברך?
תוספות להיכן הוא חוזר, אהא דאמרינן לעיל המברך אומר נברך.
איך ווייס נישט וואו לעיל ס'שטייט.
רשי'ס גירסא איז שתים ושלש וארבע, ממילא פאלט אוועק קושית התוס. די קשיא עכ"פ. רש"י בלייבט אבער א פליאה.
אבער למעשה ריהטת הסוגיא איז ווי רש"י. תוספות קוועטשט זיך אריין. חדא, די צוויי ברייתות רעדן נישט פון די זעלבע זאך. איין ברייתא רעדט פון מאקסימום בענטשערס, פיר אדער דריי אנע זימון. די צווייטע ברייתא, טאמער האלט ער ווי רב ששת, דארף זאגן בלויז דריי, ווייל דאס איז די מאקסימום בענטשערס סיי מיט און סיי אנע זימון. צוויי קומט אינגאנצן נישט אהער. צווייטנס, וואס איז די חידוש פון שנים? פארוואס זאל איך מיינען א נישט? און צו איז נישט איינס א גרעסערע רבותא?
הטוב והמטיב האט נישט קיין חתימה ווייל מעיקרא איז עס א ברכה קצרה.
אויב אזוי, קענסטו דאך זאגן, לעולם הטוב והמטיב איז יא א דאורייתא, איי פארוואס פותח בברוך, ווייל ס'א ברכה קצרה איז נישט שייך אנדערש. נישטא קיין פתיחות און חתימות, נאר איין ברוך.
ברכות מז
📎 92.pdf 📎 91.pdf
בר בי רברשי'ס גירסא איז שתים ושלש וארבע, ממילא פאלט אוועק קושית התוס. די קשיא עכ"פ. רש"י בלייבט אבער א פליאה.
די מחלו' רש"י און תוס' ביי 'והיכן מתחילין' איז א חידוש עצום.
רש"י גייט לשיטתו פון אנהייב פרק אז הזן זאגט מען נאר ביי זימון בשלשה ממילא איז די קשיא והיכן מתחילין אויב דער דריטער מעג זאגן ברכת הזן.
תוס' קריגט זיך אז הזן זאגט מען אייביג, און די ק' איז אויב מ'הייבט אן ביי נברך אדער ברוך... פארשטייסט? איינער רעדט פון געפילטע קרויט און איינער פון זאקן.
תוספות אין המסובין
צוויי לא שנו'ס. ווען יעדער האט זיך זיין בולקע איז מותר כר' שמשון. ווען דער בוצע טיילט מוציאס איז מותר כהשר מקוצי, דער אנדערער שמשון. איז ווען פונקטליך איז יא אסור? ווען דער בוצע וויל אנהייבן טיילן, און דער קומט און כאפט ארויס פון זיינע הענט א ביס? א גרויסער דוחק.
ס'נישט קיין ראיה פון ואם בא לחלוק כבוד. לעולם סתם מסובין אינם רשאין עד שיטעום, אחוץ אז דער בוצע גיבט רשות פאר א גדול. וואס איז די קשיא בכלל? קען רואיג זיין פשט, דער בוצע טיילט אויס, ווארט ביז יעדערער האט, בייסט, און דאן הייבט דער עולם אן קייען.
תוספות מצוה דרבים
מ'קען מחלק זיין צו פארענטפערן דעם בה"ג. דער טעם פון מצוה שאני איז ווייל די עשה איז נאר שייך ווען מ'איז משחרר אן קיין צורך פאר דער בעה"ב, סתם ווייל דו ביזט א גוטער. אויב זאל דער בעה"ב פארדינען פונעם שיחרור איז מותר.
מ'דארף בעצם פארשטיין די גמרא דא. וויאזוי ווערט מצוה הבאה בעבירה פארענטפערט מיט מצוה דרבים שאני. ס"ה מאכסט עס פאר א גרויסע מצוה הבאה בעבירה. נאר פשט איז, ס'דא איין מצוה צו אנהאלטן דעם עבד, און כנגדו איין מצוה תפילה בציבור, איז מאי חזית תפילה איז עדיפא, ווייל מצוה דרבים איז עדיפא. אבער ס'לגמרי נישט דומה צו לולב הגזול, ווייל דא ווערט למפרע די עבירה אויס. ווייל דער עשה איז נישט במקום צורך של רשות, און כ"ש נישט במקום מצוה דרבנן.
ממילא איז דער בה"ג נישט מופרך.
אביי אמר בכותי חבר.
איינס א גוטס דער אוקימתא. ס'הייסט א חבר, א מדקדק בטהרות כתלמידי ב"ש וב"ה, אבער א כותי איז ער.
פשט אין די מחלוקתער דא לגבי זימון, ווען ס'איז חבורתן נאה, ווען צוויי סארט מענטשן קען זיך קובע זיין עסן צוזאמען.
רבי מאיר זאגט אז ע"ה לענין טהרות טויג נישט, ווייל ער'ט נאך מדרסן. איז שטייט מען ווייט. רבנן זאגן ניין, אבער א חשוד למעשרות קענסטו נאך עסן פון זיין שיסל.
די אנדערע תנאים רעדן איבער דרגות אין פארפליכטונג צו דת ישראל. אפאר מינוט יעדן טאג צו דאווענען, אדער איינמאל קניפ דיר ארויף ציצית, אדער א מזוזה איין מאל דו מופסט אריין און פטור. ביסט שוין א וואוילער איד צו מאכן א לחיים.
רבי נתן בר יוסף פארלאנגט אוועקצוגעבן שטיקער פרנסה, די פעלד הענט, פאר תורה. דער איז שוין נישט קיין פראסטער איד. מיט אזא איינעם זאלסטו דיך חברן.
אחרים האלטן אז א ת"ח האט נישט וואס צו פארברענגן מיט שוואכערע פון אים.
בעצוץ שאינו נקוב
זוכסט א טבל דרבנן קענסטו דאך זאגן מעשר אילן דרבנן, נישט עפעס א פארשטופטע זאך. קען זיין ביי דעם איז כל דתקינו כעין דאורייתא תקינו, אבער ביי עצוץ נישט. ויש לחלק.
טבל דרבנן איז אסור צו עסן, און דמאי איז אסור צו עסן. פארוואס דמאי יא מזמנין און טבל נישט?
אחוץ דער איסור, איז די שמועס איבער חזי, צו דער מאכל איז ראוי לאכילה. דמאי איז חזי און טבל דרבנן נישט.
רש"י זאגט, ושמואל היה קורא לרב אבא לכבודו. אדער ווייל זיין נאמען איז געווען אבא, האט ער אים גערופן אזוי אלס חבר אויס.
אפשר איז די סיבה פארוואס רב איז נישט מחזיר נאך א טעם לצרף, ווייל ער האלט לשיטתיה אז זימון בשניים.
איסר האטלקיבר בי רברשי'ס גירסא איז שתים ושלש וארבע, ממילא פאלט אוועק קושית התוס. די קשיא עכ"פ. רש"י בלייבט אבער א פליאה.
די מחלו' רש"י און תוס' ביי 'והיכן מתחילין' איז א חידוש עצום.
רש"י גייט לשיטתו פון אנהייב פרק אז הזן זאגט מען נאר ביי זימון בשלשה ממילא איז די קשיא והיכן מתחילין אויב דער דריטער מעג זאגן ברכת הזן.
תוס' קריגט זיך אז הזן זאגט מען אייביג, און די ק' איז אויב מ'הייבט אן ביי נברך אדער ברוך... פארשטייסט? איינער רעדט פון געפילטע קרויט און איינער פון זאקן.
יש לשאול, לפי רש"י דביחיד אין אומרים הזן, וואס איז די נוסח ברכת הארץ. מ'קען נישט אנהייבן נודה לך, ווייל ס'נישט סמוכה לחבירתה.
ברכות מח
📎 94.pdf 📎 93.pdf
תוספות ולית הלכתא
אביסל רעדאגירונג וואלט נישט געשאדט דא. תוספות פליט אהער אהין און צוריק.
למעשה די חומש געהאלטעכץ איז א מנהג שטות, זאגט דער ר"ת. ופוק חזי מאי עמא דבר, אז בשעת הדחק גדול, און ווען איז דען נישט שעת הדחק גדול? ס'שוין באלד חצות איז ס'נישטא מנין, האלט א קטן א חומש און ליינט די שול'ס קאמיקס בשעת דער עולם זאגט קדושה.
נעקסטע תוספות, אביי ורבא
כאילו דער לאנגער תוס וואלט נישט עקזיסטירט. ר"ת איז אזוי שיין מסביר פריער אז מ'דארף או קטן או פורח. דער קליינער אביי פון כיתה אלף קען מען מצרף זיין לשלישי.
תוספות עד שיאכל כזית.
א פליאה מ'הערט נישט אויף רעדן פון א קטן. קוקטס אריין אויף דף כ ע"א, מ'רעדט דארטן פון אן אישה און א קטן. אויף אן אשה ליגט דאך יא דער חיוב אויף איר אליינס, עכ"ז, טאמער איר חיוב איז נאר מדרבנן אינה מוציאה האיש דאורייתא. א קשיא אויף רש"י.
לתוספות ניחא ווייל זי איז נישט קיין ברת חיובא. נאר אויף תוספות קען מען פרעגן, אויב דאס גאנצע עסן איז נאר כדי צו זאגן נברך שאכלנו, פארוואס מוז זיין דוקא כזית דגן.
ועוד יש לפרך מהא דאמר רבי יוחנן, שנים שאכלו כאחת אחד יוצא בברכת חבירו. איז משמע אכלו אין, אבל אם אחד לא אכל לא. ואמאי? ביי צוויי איז נישטא קיין זימון, איז דאך נישטא קיין פראבלעם מיט נברך שאכלנו, זאל זיין ווי ביי אלע ברכות המצוות.
ברכות מט
📎 96.pdf 📎 95.pdf
רבי אבא אומר
מ'ווייסט עפעס נישט פון א תנא רבי אבא, אזא איינער וואס קען עס נאך מאכן אין א ברייתא. דער גליון זאגט ס'איז רב, אבער רב חננאל אמר רב זאגט דאך פארקערט.
א תימה ווי מ'קען חולק זיין צו טוב והמטיב איז דאורייתא צו דרבנן. מ'רעדט דא דור חמישי לתנאים, אבא יוסי בן דוסתאי איז בזמן רבי. דאס הייסט ארום א יובל יארן נאכן שמד. פלעגט מען זאגן אמאל ברכה רביעית אדער נישט.
רש"י זאגט, ומברכת הארץ היא. וואס מיינט עס צוזאגן?
תוס טענה'ט נישטא אזא פלאץ צופים. איי ס'דאך יא דא, און די כותבי עתיקות שרייבן דערוועגן. קשיא.
רבה תוספאה, אין זימון למפרע
צוויי קענען נאך אלץ מאכן זימון אפילו ווען איינער האט שוין אפגעבענטשט. צו איז דאס ווייל דער יחיד האט נאך אלץ א חובת זימון אויף זיך במילא איז דא דריי, נאר דער יחיד, כאטש וואס ער מאכט זימון געט עס אים אליינס גארנישט צו. אדער איז דער יחיד פקע חובת זימון מיניה מיט זיין בענטשן, און נאר די צוויי פארבלייבן מיט א חובת זימון אבער קענען מצרף זיין דער דריטן ווייל סוכ"ס האט ער געגעסן און מ'קען זאגן נברך.
ס'דא א מחלוקות רש"י ותוס טאמער מ'מעג ווארפן פת אויף אן אופן ווי ס'ווערט נישט פאר'מיאוס'ט. תוס האלט אז שאר אוכלים איז אסור נאר במידי דמאיס אבער פת קיינמאל. און אזוי איז משמע לשון הסוגיא. אזוי אויך איז משמע פון די חתן כלה ברייתא אז גלוסקאות איז אסור אלעמאל. רש"י איז אבער מפרש דוקא אז ס'ווערט מאיס.
לגבי שימוש בפת בדליכא מאיס, דא איז מימרא דשמואל אז מותר. א שאלה צו שאר אוכלים איז דא אויך מער קולא. אפילו רבינו חננאל וואס פסקנט נישט ווי שמואל, אפשר בשאר אוכלין מודה. א ראיה פון די ברייתא ממשיכין יין בצינורות, א שימוש שלא לצורך אכילה.
כ'האב געזען אמאל א שמועס איבער מיזוג יין. ער שרייבט אז 14% אלקאהאל איז מאקסימום וואס וויין גייט אן ברענען. אין אנדערע ווערטער, וויין קען נישט זיין צופיל שטארקער פון אונזערע וויינען, זיכער נישט דריי מאל שטארקער.
אין די קלאסישע וועלט האבן מען נישט געטרונקען וויין אן מיזוג. אז מ'האט געוואלט א שלונג וואסער האט מען אויסגעמישט איינס צו צוואנציג וויין בערך. די אלקאהאל רייניגט די וואסער פון שעדליכע באצילן. אז מ'האט געוואלט טרונקען וויין, איז מיזוג איינס צו דריי אדער פיר. איינער וואס טרונקט וויין "רוי" איז געווען אדער אן אומציוויליזירטע בארבאר אדער א שיכור.
ברכות נא
📎 100.pdf 📎 99.pdf
וואס איז פשט מ'מאכט נישט קיין ברכה אויף כוס של פורענות / כוס שני. מ'טרונקט אנע ברכה, טאמער ער וויל דוקא?
Re: דף יומי
בר בי רבוואס איז פשט מ'מאכט נישט קיין ברכה אויף כוס של פורענות / כוס שני. מ'טרונקט אנע ברכה, טאמער ער וויל דוקא?
מען רעדט פון בענטשן.
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
ברכות נב
📎 102.pdf 📎 101.pdf
יעלה ויבאבר בי רבוואס איז פשט מ'מאכט נישט קיין ברכה אויף כוס של פורענות / כוס שני. מ'טרונקט אנע ברכה, טאמער ער וויל דוקא?
מען רעדט פון בענטשן.
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
העלף מיר ארויס דא. דאס הייסט, טאמער איינער האט צוויי כוסות נאכן סעודה, זאל ער נישט אויסטרינקען איינס און בענטשען אויפן צווייטן?
Re: דף יומי
בר בי רביעלה ויבאבר בי רבוואס איז פשט מ'מאכט נישט קיין ברכה אויף כוס של פורענות / כוס שני. מ'טרונקט אנע ברכה, טאמער ער וויל דוקא?
מען רעדט פון בענטשן.
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
העלף מיר ארויס דא. דאס הייסט, טאמער איינער האט צוויי כוסות נאכן סעודה, זאל ער נישט אויסטרינקען איינס און בענטשען אויפן צווייטן?
Exactly.
טאמער האט ער נאר צוויי, זאל ער בענטשן אויף די ערשטע.
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
תוס ורבי יהושע
וא"ת פארוואס ברכת המזון איז קודם מזון און דערנאך יין, אנדערש ווי ביי קידוש.
וואס איז די קשיא, ס'אידאך נישט שייך די טעמים אז יין זאל זיין קודם. יין איז לאו דוקא מער תדיר ווי ברכת המזון, און איז נישט גורם למזון שתאמר.
ס'דא א גאנצע שמועס אין די פוסקים איבער זיך וואשן פאר אדער נאך קידוש, תלוי אין די סוגיא אין ערבי פסחים. די גאנצע ב"ה דא מוזגים את הכוס ואח"כ נוטלים לידים איז עפעס א צווייט ראנגיגע הלכה. ס'דא מנהגים לכתחילה צו מאכן נטילה פאר קידוש.
אזוי איז אויך דער ברייתא אויך דף מג, כיצד סדר הסבה, קודם נטילה און נאכדעם כוס.
ברכות נג
📎 104.pdf 📎 103.pdf
פארוואס נר נכרי הייסט לא שבת בעבירה? א נכרי איז נישט מצווה אויף שבת. וויאזוי איז עס ערגער פון נר חולה?
תוספות זאגט חדא גזירה היא, דאי לא קיימא הא, לא קיימא הא. עמוד ראשון זאגט רש"י, מיד עם חשיכה. ס'א שטארקע מילתא דלא שכיחא אז פונקט די רגע פונעם זמן זאל מען כאפן דעם מאורי האש. פאר די כמעט אוממעגליכע פאל אסר'ט מען אלע נרות של נכרי?
בתינוק אימר איקרי ונקיט
ממ"נ, אויב איז דא גענוג צייט פונעם זמן, אפילו גדול נמי. טאמער נישט איז עס דאך נישט נר ששבת.
נר של מת, ותיפוק ליה מת אסור בהנאה.
דעמיא ואזלא
פארוואס ענטפערט נישט די גמרא שלהבת ולא משתשמש לאורה מיינט א נר שלא לצורך אור, ווי נר של מת, של ביהכ"נ, של תנור וכו
אדבי אדא דיילא. אינטערעסאנט וואו די אלע פלעצער זענען. די עורכי התלמוד, מינימום הונדערט פופציג יאר נאך רב יהודה, ערווארטן דער לערנער צו וויסן וואס די הייזער זענען אין מחוזא צו ארום נהרדעא? און וואו רב יהודה הויז איז געווען, און אביי'ס?
זיוא זילא וזוהמאי
ס'מורא'דיג די נעמען דא. אפילו רנב"י מאכט חוזק. וואס, כ'האב נאך די נעמען קיינמאל נישט געהערט.
אית דמפרשי, א תנא וועלכער איז באקאנט נאר פאר די איינע הלכה ושמו פלאי. מ'רופט אים דער זוהמאי רבי, דער וואס האט געזאגט א הלכה אין זוהמא.