☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דף יומי

דף יומי

355 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13549
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

בר בי רב » פרייטאג מערץ 13, 2020 2:02 am

· #443800
לדעת ר"ע דקלוטה כמי שהונחה דמיא, איך יתחייב בזורק מרה"י לרה"ר דרך צדי רה"ר.

בר בי רב » פרייטאג מערץ 13, 2020 2:03 am

· #443801
תוס כאן בזמן ישראל שרוין במדבר
מדבר בזמן הזה אינו רה"ר דאינו דרך רבים, לא מפני שאין בו ששים רבוא.
רומי הייתה עיר הגדולה ביותר בעולם בזמן המשנה ואוכלוסיה רק כמליון. ואין פלטיא אחת שמאכסנם. קולוסיום מכיל פחות ממאה אלף.

בר בי רב » פרייטאג מערץ 13, 2020 1:28 pm

· #443812
שבת ז
📎 137.pdf 📎 136.pdf

בר בי רב » מוצ"ש מערץ 14, 2020 11:45 pm

· #443824
תוס
בחורים המפולשים שיש בהם ד לפנים. למטה מי' לא הוי רה"י דאין היחיד משתמש בהם. והיכן מצינו שרשות היחיד תיהפך לרשות הרבים בגלל שאין היחיד משתשמש?
למעלה מי' חייבים משום הכנסה. והא זורק מרשות הרבים דרך למעלה מי' דהוי מקום פטור?

בר בי רב » מוצ"ש מערץ 14, 2020 11:46 pm

· #443825
שבת ח
📎 139.pdf 📎 138.pdf

בר בי רב » זונטאג מערץ 15, 2020 5:24 pm

· #443848
שבת ט
📎 141.pdf 📎 140.pdf

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 20, 2020 5:34 pm

· #444061
די נעכטיגע דף (דף י"ג) האט אויסגעקוקט לייכט, אבער מיר איז עס גאנץ שווער געווען.
איך לערן עס נישט בעיון רב, איך האב נישט אנגעיאגט צו זען די מפרשים, נאר גמרא רש"י תוספות. און עס האט מיר אזוי אויסגעוויזען. די גמרא קלערט באשה נדה הוא בבגדו והיא בבגדה צו עס איז אסור צו מותר. פון די גמרא ווייזט אויס אז די חשש איז מפני הרגל עבירה, אפשר וועלן זיי זינדיגן צוזאמען. נאך די ערשטע ראיות זעט מען, אז די שאלה איז צו דעות מיט שינוי העלפן צוצונעמן די חשש הרגל עבירה.
קומט די גמרא מיט א נייעם ראיה לאיסור, און דאס האט גארנישט מיט הרגל עבירה. די גמרא זאגט א היקש צווישען אשת רעהו און אשה נדה, אז פונקט ווי ביי אשת רעהו פארשטייט יעדער אז הוא בבגדו והיא בבגדה איז אסור, און נישט צוליעב הרגל עבירה, נאר צוליעב קורבה לעריות וואס דאס אליינס איז פארווערט. אויף דעם זאגט די גמרא ופליגא דר' פדת, ווייל ער האלט אז נאר קורבה שיש בה גילוי עריות טאר מען נישט, און נישט אנדערע קורבות.
קומט אויס אז די גזירה משום הרגל עבירה איז נישט באשטעטיגט, אבער די עצם איסור פון הוא בבגדו והיא בבגדה איז א מחלוקת צווישען די סתם גמרא (און עולא) און ר' פדת.
דערנאך גיבט די גמרא אזא הרג'ע אפ דער ת"ח וואס האט סה"כ געהלטען ווי רב פדת, ווייל קיין מכשול איז דאך נישט ארויסגעקומען דערפון.
דאס איז א שיינע פשט אין די גמרא, אבער תוספות מאכט אזא מיש פון די צוויי סוגיות, אזש די פשוט'ע פשט מיינער איז אויסגעשלאסן פון די מציאות.

בר בי רב » דינסטאג מערץ 24, 2020 3:25 pm

· #444226
כ'ווייס נישט צו דו זאגט אדער פרעגסט, און וואס דו פרעגסט.
ס'לגמרי נישט קלאר וואס דער ת"ח, אדער אותו האיש בלשון תוס, האט געהאלטן. צו ער האט מחלק געווען בין ימי נידתה לימי ליבונה כפשטת השס, אדער מטעם ר"ת שטבלה לנידתה כבר, צו ער האלט נישט פון קרבת בשר בכלל, צו ער האלט יא, נאר נישט היא בבגדה, צו דאס אויך נאר מיטה אחת נישט, ווי פלטי בין ליש. און וואס האלט רב פדת? די גמרא לערנט אפ אז רב פדת האלט הוא והיא בבגדיהם מותר, אבער מנ"ל? תוס אין סנהדרין מאכט א פשט'ל. עולא רעדט פון קרבת בשר ממש, אבער ביי קרובים און בדרך ארעי ממילא איז אן אנדער ענין לגמרי.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 7, 2020 2:22 pm

· #448006
אין דער נעכטיגע דף האב איך באמערקט אז די ענין פון קמיע איז גאר א גרויסע סוגיא, צווישן רש"י און תוספות און אנדערע ראשונים.

פון איין פשט אין רש"י ווייזט אויס, אז א קמיע איז א פשוט'ע וויסענשאפט, די ווערטער ארבעטן פאר די מחלה, און פערטיג. יעדער קען עס נאכמאכן.

ווידער פון תוספות (און אפשר די אנדערע פשט אין רש"י) ווייזט אויס אז די זעלבע כתב מאכט א חילוק ווער עס האט עס געשריבן.

יעצט הענגן קאפיס פון א געוויסע קמיע (קען זיין פון ישמח משה) אויף די טירן פון אסאך הייזער אין לעיקוואד. דאס איז רש"י'ס קמיע, נישט תוספות'

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 8, 2020 6:04 am

· #448100
ליטוואק פון בודאפעסט: אז מ'רעדט שוין פון קמיעות. (וואס איז געווען א טייל פון מיין בר מצוה פשט'ל) און ספעציעל פון די קמיעות פון ישמח משה. ווילל איך נאר באמערקן אז איך בין שטארק מסופק אז די זענען נעמען פון מלאכים. אדער איינער א לץ האט עס געשריבן. און אונז קעלבלעך טאנצן קדוש פאר דעם.

מ'קען מיך אפסטעמפלען אלס אפיקורס. אבער ווען איך האב דאס איבערגעליינט צום ערשטן מאל האטמיך נישט ארומגענומען א פייער פון קדושה. נאר איך האב אויסגעפלאצט פון געלעכטער. איך גלייב נישט אז דער אייבישטער האט מלאכים מיט אזעלכע פאנני נעמען...לאל...!

איך האב אמאל געהערט אדער געליינט אז אין די צייטן פון ישמח משה, ווען ער האט ארויסגעגעבן א סאך קמיעות איז געווען א קאנטראווערסיע וואס א סאך רבנים האבן אויסגעדרוקט זייער קעגנערשאפט צו איהם. ווייל ער באנוצט זיך מיט שמות פון מלאכים. האט ער אמאל געהאט א ויכוח מיט איינער פון די רבנים.האט איהם יענער רב פארגעלייגט די טענות. האט איהם דער ישמח משה געזאגט אז ער זאלל אויפמאכן איינס פון די קמיעות. ווען מ'האט איהם געברענגט די קמיע און מ'האט עס אויפגעמאכט האט מען געזעהן אז ס'שטייט דארט זיין נאמען און זיין מאמע'ס נאמען...כך שמעתי...!

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 8, 2020 1:11 pm

· #448139
א הוספה צו מיין פריער'דיגע תגובה..."לצלהלץ"...דאס ליינט זיך אויף אידיש...לץ לעהאלץ...! דערציילטץ מיר נישט אז ס'איז דא א מלאך מיט אזא נאמען...לאל...!

אויפ'ן זעלבן פאוסטער איז דא נאך א נאמען פון א מלאך לכאורה. וואס גייט אריין אין די קאטעגאריע...!
וואס ליינט זיך אזוי......"זסשרץ" זיסער שרץ...!
איז ווער ווילל מיר איינרעדן אז דאס זענען נעמען פון מלאכים...לאל...!

איינער איז אמאל געקומען צו א רבי. שוין. ס'איז צו א לאנגע און באורינג מעשה. די רבי האט איהם געגעבן א קמיע מיט א ..."שם"..."פילד"...ווען ער האט געזעהן אז ס'ארבעט נישט איז ער צוריקגעקומען צום רבי. מיט טענות. און אז די רבי זאלל איהם זאגן פארוואס. האט איהם די רבי געזאגט אז ..."פילד"...איז די ראשי תיבות...פתי יאמין לכל דבר...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2020 6:52 am

· #448232
איך האב מורא אז דא איז מקויים געווארן דער 'בא שבת בא מנוחה', און דער עולם האט אויפגעהערט מיטצוהאלטן דער דף. איך האף אז דאס איז צולליעב דעם אז דער עולם איז געגאנגן לערנען מיט א גרעסערע מאס עיון, און זיי קענען זיך נישט צושטעלן צו א פראגראם פון א דף א טאג.

עכ"פ, דער דף פון פרייטאג האט געהאט אאר ווערטער בנוגע קאראנא וויירוס

אמר רבי אבא אמר רבי שמעון בן לקיש שני תלמידי חכמים המדגילים זה לזה בהלכה הקדוש ברוך הוא אוהבן שנאמר ודגלו עלי אהבה אמר רבא והוא דידעי צורתא דשמעתא והוא דלית להו רבה במתא למיגמר מיניה

רש"י איז מסביר אז דאס גייא אויף א תקופה ווען מ'קען נישט גיין אין ביהמ"ד, מ'האט נישט קיין רבי, און אפ"ה זאגן די צוויי חברותות, לאמיר כאטש לערנען אליינס. מ'האט נישט די ריכטיגע אומשוענדן, אבער לאמיר אנהאלטן וואס מ'קען. אזא מענטש האט דער אויבישטער ליעב.

בר בי רב » זונטאג מאי 10, 2020 5:49 pm

· #448268
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב מורא אז דא איז מקויים געווארן דער 'בא שבת בא מנוחה', און דער עולם האט אויפגעהערט מיטצוהאלטן דער דף. איך האף אז דאס איז צולליעב דעם אז דער עולם איז געגאנגן לערנען מיט א גרעסערע מאס עיון, און זיי קענען זיך נישט צושטעלן צו א פראגראם פון א דף א טאג.

ביי מיר איז טאקע אזוי. ברכות איז נאך געפארן. שבת איז פיל שווערער. איך בין ארויסגעפאלן פונעם סדר ביי דף ח, דאן קאראנע האט מיר אפעקטירט ושאר עניינים. זינט פסח לויף איך נאכן דף, און כ'בין פופצען בלאט הינטערשטעליג. איך האב נאך נישט געפועלט ביי מיר צו שניידן די פארלוסט און זיך ווידער ארויפכאפן. ביזדערווייל קען איך נישט ארויפשטעלן דא הגהותלעך ווייל כ'האלט נישט מיט. איך האף אז ביז נאך שבועות וועל איך זיין אויפן פראגראם, און ביז דאן עלע'ך נישט זיין בייז אז א צווייטער איז דורש בכבוד התורה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2020 6:31 pm

· #448272
בר בי רב

ליל שבועות קענסטו לערנען וואס דו ווילסט, אן דעם וואס מ'וועט דיר אנקוקן קרום פאר'ן נישט זאגן תיקון. דעמאלס וועסטו קענען צוריק כאפן א פאר בלאט (לערן זיך פון א ליטוואק וואס האט שוין עקספיריענס. ליל שבועות איז נישט אזוי לאנג, מ'ענדיגט נישט ש"ס אין יענער נאכט, און עס ברענגט נאר אנטוישונג ווען מ'רישט אויף א גאאאאאנצע נאכט'ס לערנען).
אסאך מומחים טאנה'ן אז מ'זאל זיך נישט צוריק כאפן, נאר כיפערן. הייסט'ס היינט זאלסטו לערנען ס"ה, און זיך מאכן אן אנדערן סדר משלים צו זיין וואס דו האסט געפעלט.

מנחם אבראמאוויטש » זונטאג מאי 10, 2020 6:48 pm

· #448274
אין די היינטיגע דף (סה.) ווערט דערמאנט אן אינטערסאנטע רפואה פאר א וואונד. נעמליך, מ'בינד צו א מטבע, דווקא פון זילבער, דווקא מיט א צורה און דאס העלפט היילען.
אינטערסאנט אז קיינער פארקויפט דאס נישט פאר גוט געלט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2020 6:51 pm

· #448275
אוודאי פארקויפט מען עס פאר געלט. אין באנק קען מען באקומען אזא קאוין פאר פינף צענט.

סיידענס טאמער מ'דארף צושטעלן א צווייטע מענטש וואס וועט גיין די קאוין בשליחותך, און דערמיט וועסטו האבן די סגולה. דאס קען שוין קאסטן מער, ווענדט זיך ווי גרויס א ת"ח איז דער קאוין טראגער.

מנחם אבראמאוויטש » זונטאג מאי 10, 2020 7:10 pm

· #448276
ליטוואק פון בודאפעסט
אוודאי פארקויפט מען עס פאר געלט. אין באנק קען מען באקומען אזא קאוין פאר פינף צענט.

סיידענס טאמער מ'דארף צושטעלן א צווייטע מענטש וואס וועט גיין די קאוין בשליחותך, און דערמיט וועסטו האבן די סגולה. דאס קען שוין קאסטן מער, ווענדט זיך ווי גרויס א ת"ח איז דער קאוין טראגער.

לכאורה דארף עס זיין ריין זילבער לויט די טעם פון די גמרא אז מען דארף די שווייס פון זילבער. א פדיון הבן מטבע איז פערפעקט.

מי אני » זונטאג מאי 10, 2020 7:16 pm

· #448278
Re: דף יומי
מנחם אבראמאוויטש
אין די היינטיגע דף (סה.) ווערט דערמאנט אן אינטערסאנטע רפואה פאר א וואונד. נעמליך, מ'בינד צו א מטבע, דווקא פון זילבער, דווקא מיט א צורה און דאס העלפט היילען.
אינטערסאנט אז קיינער פארקויפט דאס נישט פאר גוט געלט.
ס׳איז באקאנט די יש״ש אין חולין קו. אז ס׳דא א חרם הקדמונים זיך צו באנוצען מיט די רפואות (עכ״פ סגליות) הנזכרות בש״ס ע״ש.

מנחם אבראמאוויטש » זונטאג מאי 10, 2020 7:19 pm

· #448280
מי אני
מנחם אבראמאוויטש
אין די היינטיגע דף (סה.) ווערט דערמאנט אן אינטערסאנטע רפואה פאר א וואונד. נעמליך, מ'בינד צו א מטבע, דווקא פון זילבער, דווקא מיט א צורה און דאס העלפט היילען.
אינטערסאנט אז קיינער פארקויפט דאס נישט פאר גוט געלט.
ס׳איז באקאנט די יש״ש אין חולין קו. אז ס׳דא א חרם הקדמונים זיך צו באנוצען מיט די רפואות (עכ״פ סגליות) הנזכרות בש״ס ע״ש.

יא אודאי אבער די גמרא רעכנט דאס דא אלס א קאנווענציאלע רפואה

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 10, 2020 7:49 pm

· #448284
מי אני
מנחם אבראמאוויטש
אין די היינטיגע דף (סה.) ווערט דערמאנט אן אינטערסאנטע רפואה פאר א וואונד. נעמליך, מ'בינד צו א מטבע, דווקא פון זילבער, דווקא מיט א צורה און דאס העלפט היילען.
אינטערסאנט אז קיינער פארקויפט דאס נישט פאר גוט געלט.
ס׳איז באקאנט די יש״ש אין חולין קו. אז ס׳דא א חרם הקדמונים זיך צו באנוצען מיט די רפואות (עכ״פ סגליות) הנזכרות בש״ס ע״ש.

אויך איז באקאנט וואס ענן בן דוד שרייבט אז ס'דא א חרם הקדמונים צו פאלגן די הלכות הנזכרות בש"ס, זעמער געדעקט פון אלע זייטן.

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג מאי 19, 2020 1:35 am

· #448937
צום דריטן מאל שוין, דידע ליה בתחומין ואליבא דר' עקיבא.

פאר ווער ס'האט שוין אמאל מיטגעהאלטן אין ירושלים ד'אמעריקא (aka עיר הנידחת) וויליאמסבורג, ווי דער מגיד מישרים ר יהושע וואלף גרינבוים איז מסביר מיט זיין גאלדענע שפראך פאר די טוריסטן די חומר העניין פונעם וויליאמפעסט'ן עירוב, קען אפשר פארשטיין ווי איז מעגליך אז א תינוק שנשבה (ראה הדיון בדפים הקודמים) זאל וויסן נאר דאס איינער ענין.

עירובין עירובין לגזירה שווה. מעגליך אז ס'איז געווען אזעלכע עקסטרעמיסטן אויף אנדערע ענינים אמאל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 27, 2020 6:32 pm

· #449808
איך האב נעכטן באמערקט אין די גמרא, אז עס איז געווען א הו"א אז חרס איז נאר א סכנה פאר קינוח אין מיטן וואך, אבער אום שבת איז דער חומר הענין פון שבת מתיר זיך אריין צו לאזן אין א סכנה. אבער למסקנא פסקנ'ט די גמרא אז מען זאל נישט נוצןחרס אפילו אום שבת, ווייל שבת שפילט נישט קיין ראלע לגבי סכנה.

היינט לערן איך אז עס איז דא אין דעם א מחלוקת אמוראים.

ווען מענטשן האבן געשריגן אז מ'קען נישט אויפגעבן בתי מדרשים און ישיבות צוליעב קאראנא, און מ'זאל זיך היטן פון סכנה, אבער נישט על חשבון אידישקייט, האב איך מיר געטראכט אז דאס איז נישט קיין חשבון. סכנה איז סכנה, און נאכ'ן פסקנ'ן סכנה, קען מען וויסן וואס צו טון, און א מצוה איז נישט די נושא בכלל. יעצט זעט מען אז דאס קען זיין א מחלוקת אמוראים.

ביים איבער לערנן האב איך באמערקט נאך עפעס. דער ברייתא זאגט אז מ'זאל נוצן חרס און נישט צרור, און דער גמרא איז מוקים די ברייתא ביי אוגני כלים, וואס דאס האט נישט קיין סכנה, אבער במקום סכנה, מעג מען עובר זיין אויף איסור מוקצה און נישט נוצן חרס. זעט זיך אויס אז אין מיטן וואך זאל מען נוצן צרור און נישט אוגני כלים, און נאר שבת איז געזאגט געווארן די הלכה. פארוואס? אויב אוגני כלים איז נישט קיין סכנה, זאל מען עס נוצן אין מיטן וואך אויך, אויב מען וויל. זעט זיך אויס אז עס איז געווען אין דעם א לא פלוג אז מ'זאל קיינמאל נישט נוצן חרס, כדי מ'זאל נישט נוצן די מסוכן'דיגע חרס. ווען איז דאס געזאגט געווארן, אין מיט'ן וואך. אבער במקום איסר מוקצה, דארף מען זיך נאכאלס היטן פון סכנה, אבער נישט פון די לא פלוגס פון סכנה.

ומכאן אפשר להקיש צו אונזער סוגיא.

ישן מלא חדש » מיטוואך מאי 27, 2020 10:41 pm

· #449839
Re: דף יומי
וואס זאגט איהר אויפן מהלך פון רש"י צו שלאגן כפרות?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 11, 2020 6:57 pm

· #451351
די היינטיגע דף - שבת צז.

אלא מהיכא הוה מויעפילו הוה

אז צלפחד איז נישט געווען דער מקושש, נאר פון די מעפילים.

זאגט רש"י

מויעפילו - ויעפילו לעלות וגו' שלא הרשיע כל כך כחילול שבת:

הייסט'ס אז זיין א מעפיל און זיך אריין שטופן קיין א"י קעגן די גזירת הגלות, איז א שוואכערע איסור ווי טראגן אין דער עירוב.

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:11 pm

· #451353
ליטוואק פון בודאפעסט
די היינטיגע דף - שבת צז.

אלא מהיכא הוה מויעפילו הוה

אז צלפחד איז נישט געווען דער מקושש, נאר פון די מעפילים.

זאגט רש"י

מויעפילו - ויעפילו לעלות וגו' שלא הרשיע כל כך כחילול שבת:

הייסט'ס אז זיין א מעפיל און זיך אריין שטופן קיין א"י קעגן די גזירת הגלות, איז א שוואכערע איסור ווי טראגן אין דער עירוב.

דאס איז געווען פאר די שלש שבועות שהשביע הקב"ה את ישראל (כמובן לדעת בעל ויואל משה)

מי אני » דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:21 pm

· #451354
Re: דף יומי
מ׳קען דא אפשר זאגן אליבייהו אז ס׳איז רש״י לשיטתיה לפי המ״א. דהיינו, די מ״א (או״ח סימן שו ס״ק כט) האט געלערענט אליבא דרש״י אין חולין ה. אז שבת איז חמור מע״ז ע״ש. נו, איז דא זאגט רש״י אז שבת איז הארבער ווי ויעפילו, וואס דאס איז ציונות 😃 , וואס איז שקיל כע״ז... 😉

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:24 pm

· #451356
חסידישער_ספקן
דאס איז געווען פאר די שלש שבועות שהשביע הקב"ה את ישראל (כמובן לדעת בעל ויואל משה)

פארוואס דאן האט משה רבינו זיי אנגעווארנט "למה זה אתה עוברים את פי השם"?

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:31 pm

· #451358
רביה''ק זי''ע
חסידישער_ספקן
דאס איז געווען פאר די שלש שבועות שהשביע הקב"ה את ישראל (כמובן לדעת בעל ויואל משה)

פארוואס דאן האט משה רבינו זיי אנגעווארנט "למה זה אתה עוברים את פי השם והיא לא תצלח"?

דאס איז קלאר אז ווען מען איז עובר אויף די רצון ה' איז מען נישט מצליח. די שאלה איז געווען אויף די חומר האיסור, נישט אויף די הצלחה.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:48 pm

· #451364
כ'האב פארראכטן מיין קשיא, וואס ענטפערסטו יעצט?

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:54 pm

· #451367
רביה''ק זי''ע
כ'האב פארראכטן מיין קשיא, וואס ענטפערסטו יעצט?

ווי עס שטייט אין חומש דברים (א, מב) ויאמר ה' אלי אמור להם לא תעלו ולא תלחמו כי אינני בקרבכם ולא תנגפו לפני אויביכם.
עס איז געווען א ספיציפישע הוראה פון אייבערשטען ווייל זיי האבן געדארפט שטארבן אין מדבר. עס האט מיט שלש שבועות גארנישט.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:58 pm

· #451369
סאו דו ווילסט זאגן אז א בפירוש'ע איסור דאורייתא פון לא תעלו איז הארבער פון א שבועה דאגדתא?

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:03 pm

· #451370
רביה''ק זי''ע
סאו דו ווילסט זאגן אז א בפירוש'ע איסור דאורייתא פון לא תעלו איז הארבער פון א שבועה דאגדתא?

מיינסט אוודאי צו שרייבן שוואכער.
לאמיר קלאר מאכן. די שאלה איז געווען אז מען זעהט אז כפירה בגזירת הגלות איז נישט אזוי הארב ווי חילול שבת. אויף דעם כתבתי אז דארט האט מען נישט גערעדט פון כפירה בגזירת הגלות נאר פון א אנדערע איסור, און דאס איז אפשר שוואכער ווי שבת.
בנוגע בטענה אז די שלש שבועות איז נאר אגדתא, בגלל זה כתבתי בתחילת דברי שכמובן כל זה לדעת בעל ויואל משה אז די אגדתא אין כתובות איז ממש ווי די עשרת הדיברות.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:07 pm

· #451371
פונקט ווי מ'זאגט ביי די שלוש שבועות אז ס'איז כפירה בגזירת הגלות קען מען עס זאגן דא אויך, איך זעה נישט די חילוק.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:08 pm

· #451372
רביה''ק זי''ע
סאו דו ווילסט זאגן אז א בפירוש'ע איסור דאורייתא פון לא תעלו איז הארבער פון א שבועה דאגדתא?

וואס מיינט אז שלש שבועות איז אגדתא וואס פונקטליך מאכט אזאך אגדתא, אויב ס'איז א גרינגע גמרא און שווערע דרשות פון פסוקים פון נ"ך. סוכ"ס וואס איז די כוונה פון די אגדה בכלל, סתם שטותים ?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:10 pm

· #451373
כ'מיין צו זאגן אז ס'איז נישט קיין בפירוש'ע פסוק, ס'איז סך הכל א מאדנע דרש וואס קיינער פארשטייט נישט עכט פשט דערין, אנדערש ווי דא וואו דער באשעפער האט קלאר געזאגט גייטס נישט.

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:13 pm

· #451375
רביה''ק זי''ע
פונקט ווי מ'זאגט ביי די שלוש שבועות אז ס'איז כפירה בגזירת הגלות קען מען עס זאגן דא אויך, איך זעה נישט די חילוק.

פונקט ווי מ'קען זאגן..... כ'פארשטיי אז מ'קען אזוי זאגן און לפי דבריך איז עס א שטארקע קושיא וואס איז די חילוק.
לתרץ בעל ויואל משה, איז אזוי. ביי די שלש שבועות איז מוכח פון די געבינדענע שבועות אז עס איז א תנאי און גלות, און די אייבערשטער וועט אונז אויסלייזען. משא"כ דא איז עס געווען א עונש און די יודען האבן געוואלט טוהן אן אקט פון תשובה, נישט קיין אקט פון כח און כפירה.

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:14 pm

· #451376
נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע
סאו דו ווילסט זאגן אז א בפירוש'ע איסור דאורייתא פון לא תעלו איז הארבער פון א שבועה דאגדתא?

וואס מיינט אז שלש שבועות איז אגדתא וואס פונקטליך מאכט אזאך אגדתא, אויב ס'איז א גרינגע גמרא און שווערע דרשות פון פסוקים פון נ"ך. סוכ"ס וואס איז די כוונה פון די אגדה בכלל, סתם שטותים ?

אגדתא זענען חלקי השס וועלכע זענען נישט אראפגעברענגט אין רמבם אדער שולחן ערוך. שס איז פול מיט אגדתא וואס זענען מוסר וכו.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:17 pm

· #451377
חסידישער_ספקן
לתרץ בעל ויואל משה, איז אזוי. ביי די שלש שבועות איז מוכח פון די געבינדענע שבועות אז עס איז א תנאי און גלות, און די אייבערשטער וועט אונז אויסלייזען. משא"כ דא איז עס געווען א עונש און די יודען האבן געוואלט טוהן אן אקט פון תשובה, נישט קיין אקט פון כח און כפירה.

כ'האב הנאה פון דיין תירוץ, אבי א קרומע בויך סברא וואס מ'קען פונקט אזוי זאגן פארקערט, ס'פארענטפערט דעם ויואל משה טאקע אויפ'ן מהלך פונעם ויואל משה. 😂

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:17 pm

· #451378
חסידישער_ספקן
נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע
סאו דו ווילסט זאגן אז א בפירוש'ע איסור דאורייתא פון לא תעלו איז הארבער פון א שבועה דאגדתא?

וואס מיינט אז שלש שבועות איז אגדתא וואס פונקטליך מאכט אזאך אגדתא, אויב ס'איז א גרינגע גמרא און שווערע דרשות פון פסוקים פון נ"ך. סוכ"ס וואס איז די כוונה פון די אגדה בכלל, סתם שטותים ?

אגדתא זענען חלקי השס וועלכע זענען נישט אראפגעברענגט אין רמבם אדער שולחן ערוך. שס איז פול מיט אגדתא וואס זענען מוסר וכו.

דאס איז נישט ממש די דעפינישאן פון אגדתא, צענדליגע הלכות ווערן נישט דערמאנט אין שו"ע און אין רמב"ם און ווערן הערשט צוגעברענגט אין אחרונים ווי מג"א וכדומה. הלכות לשון הרע ווערט אויך נישט מבואר אין שו"ע און די חפץ חיים מאכט דערפין א תורה שלימה באזירט טיילווייז אויף מעשיות פון אגדה

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:23 pm

· #451381
הלכות לשון הרע איז מבואר אין רמב"ם, פונעם חפץ חיים וויל איך נישט רעדן ווייל איך וויל מיך נישט סתם רעגן, אבער ווער ס'וויל זייער שטארק קען דורכלערנען די הלכות לשון הרע אינעם רמב"ם און זעהן די גראדקייט און common sense וואס קומט ארויס פון די גאנצע סוגיא און נאכדעם זאל ער לערנען די חפץ חיים און זעהן די היפך דערפון.

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:25 pm

· #451382
נהורא נפישא
חסידישער_ספקן
נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע
סאו דו ווילסט זאגן אז א בפירוש'ע איסור דאורייתא פון לא תעלו איז הארבער פון א שבועה דאגדתא?

וואס מיינט אז שלש שבועות איז אגדתא וואס פונקטליך מאכט אזאך אגדתא, אויב ס'איז א גרינגע גמרא און שווערע דרשות פון פסוקים פון נ"ך. סוכ"ס וואס איז די כוונה פון די אגדה בכלל, סתם שטותים ?

אגדתא זענען חלקי השס וועלכע זענען נישט אראפגעברענגט אין רמבם אדער שולחן ערוך. שס איז פול מיט אגדתא וואס זענען מוסר וכו.

דאס איז נישט ממש די דעפינישאן פון אגדתא, צענדליגע הלכות ווערן נישט דערמאנט אין שו"ע און אין רמב"ם און ווערן הערשט צוגעברענגט אין אחרונים ווי מג"א וכדומה. הלכות לשון הרע ווערט אויך נישט מבואר אין שו"ע און די חפץ חיים מאכט דערפין א תורה שלימה באזירט טיילווייז אויף מעשיות פון אגדה

אוודאי איז אגדתא א מקור צו קלארשטעלן את המעשה אשר יעשון. און בפרט ביי לשון הרע וואס איז אסור מן התורה און די רמבם קענט דאס אויס, קען אגדתא קלארשטעלן וויאזוי מען דארף זיך פירען.
און אזוי אויך די אגדתא אין כתובות בנוגע שלש שבועות, איז כדאי זיך אזוי צו פירען (חוץ לכמה פוסקים שהשבועה בטלה ואכמל), אבער אן אגדתא מאכט נישט קיין נייע איסור. אדרבא, ברענג אנדערע פלעצער.

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:27 pm

· #451383
רביה''ק זי''ע
חסידישער_ספקן
לתרץ בעל ויואל משה, איז אזוי. ביי די שלש שבועות איז מוכח פון די געבינדענע שבועות אז עס איז א תנאי און גלות, און די אייבערשטער וועט אונז אויסלייזען. משא"כ דא איז עס געווען א עונש און די יודען האבן געוואלט טוהן אן אקט פון תשובה, נישט קיין אקט פון כח און כפירה.

כ'האב הנאה פון דיין תירוץ, אבי א קרומע בויך סברא וואס מ'קען פונקט אזוי זאגן פארקערט, ס'פארענטפערט דעם ויואל משה טאקע אויפ'ן מהלך פונעם ויואל משה. 😂

מסכים לכל מילה.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:31 pm

· #451384
רביה''ק זי''ע
הלכות לשון הרע איז מבואר אין רמב"ם, פונעם חפץ חיים וויל איך נישט רעדן ווייל איך וויל מיך נישט סתם רעגן, אבער ווער ס'וויל זייער שטארק קען דורכלערנען די הלכות לשון הרע אינעם רמב"ם און זעהן די גראדקייט און common sense וואס קומט ארויס פון די גאנצע סוגיא און נאכדעם זאל ער לערנען די חפץ חיים און זעהן די היפך דערפון.

יא אבער נישט קיין פרטי דינים אזויווי כעס און אנדערע שלעכטע מידות. לשון הרע כפשוטו מיינט אז איינער וויל שעדיגן איינעם פאר קנאה שנאה ותחרות זוכט ער אויף אים מיאוסע זאכן. אבער חפץ חיים געמאכט א תורה שלימה געבויעט בעיקר אויף סיפורי אגדה

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:37 pm

· #451386

איז אפשר טאקע פארדעם האט זיך אויסגעשטעלט אז כלל ישראל פירט זיך נישט אזוי בפועל. אמת, מען פראבירט וכו מאיז מעורר וכו, און דארט שטייט דאס. א פסק אין משנה ברורה אין בישול בשבת איז קודש ביי יעדן יוד, א פסק אין הלכות לשון הרע ווערט געהיטן ביי נשים צדקניות אין זייער ספעציפישע שעה...

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:42 pm

· #451388
יא די חידוש איז ועד דאתא יחזקאל מאן אמרה

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 11, 2020 9:01 pm

· #451391
לגבי די שלש שבועות וואס קען פארשטייט זיך בכלל נישט פאררעכנט ווערן אלס אן הלכה אריינצוגיין אין רמב"ם און שו"ע צוליב ווייל דאס איז א מילתא דלא שכיחא. די רמב"ם ברענגט דאס אבער אין איגרת תימן וויבאלד ס'איז געווען נוגע. די רוח פון די אגדה זאגט קלאר נישט בועט צו זיין אין גזירת הגלות. דוקא דאס דינגן זיך אין די הלכות שבועה אספעקט פון די אגדה אויף דעם איז גילטיג די כלל פון אין למדין מאגדה און אזויווי די רמב"ם זאגט טאקע אז די שבועה איז על דרך משל.

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 9:48 pm

· #451398
נהורא נפישא
לגבי די שלש שבועות וואס קען פארשטייט זיך בכלל נישט פאררעכנט ווערן אלס אן הלכה אריינצוגיין אין רמב"ם און שו"ע צוליב ווייל דאס איז א מילתא דלא שכיחא. די רמב"ם ברענגט דאס אבער אין איגרת תימן וויבאלד ס'איז געווען נוגע. די רוח פון די אגדה זאגט קלאר נישט בועט צו זיין אין גזירת הגלות. דוקא דאס דינגן זיך אין די הלכות שבועה אספעקט פון די אגדה אויף דעם איז גילטיג די כלל פון אין למדין מאגדה און אזויווי די רמב"ם זאגט טאקע אז די שבועה איז על דרך משל.

דער פראבלעם איז אז דער רמבם רעדט יא פון די הלכות אפילו עס האט אויסגעקוקט נישט נוגע. נאכמער די רמבם שרייבט פארקערט.
דאס איז די לשון הרמבם אין הלכות מלכים:
"ואם יעמוד מלך מבית דוד, הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף בה כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות יי – הרי זה בחזקת שהוא משיח. אם עשה והצליח, ונצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל – הרי זה משיח בוודאי.
ואם לא הצליח עד כה, או נהרג – בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו. ולא העמידו הקדוש ברוך הוא אלא לנסות בו רבים, שנאמר: "ומן המשכילים יכשלו לצרוף בהם, ולברר וללבן עד עת קץ, כי עוד למועד"
איז קלאר מבואר לויט די רמבם אז עס דא א מציאות פון ארויפגיין קיין ארץ ישראל פאר משיח, און אויב עס ווערט געטוהן דורך אן ערליכער מנהיג "הרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים".
שלש שבועות????

בנוגע די רמבם אין אגרת תימן, איז א ראי' להיפך. די רמבם שרייבט אז שלמה המלך האט דאס געשריבן און באשוואוירן אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף די פאלטשע משיח'ס פון נוצרות און איסלאם. די רמבם ניצט דאס בכלל נישט לגבי אידן ארויף גיין קיין ארץ ישראל פאר משיח.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:06 pm

· #451402
יא די רמב"ם לא היה למראה עיניו פון ויואל משה. אבער ס'נישט אזא קשיא ווייל די רמב"ם ריפט אן די מלך א מלך כשר צוליב'ן כופה זיין כלל ישראל לילך בדרך התורה ולחזק בדקה. די מלכי חשמונאים זענען אויך געווען צדיקים כאטש זייער מלוכה איז געווען לויט טייל נישט אויסגעהאלטן. עכ"פ די רמב"ם איז יעצט נישט יורד צו די גאנצע ענין פון גאולה בידי אדם וואס איז בכלל נישט עולה על הדעת אז דאס זאל נוגע זיין ער וויל נאר ארויסברענגען יעצט הלכות משיח און וויאזוי מ'שטעלט משיח אויף די חזקה. ס'קען אפשר אויך זיין אז די רמב"ם לערנט אז כאטש די שלש שבועות איז דא א מציאות פון א היתר פון שטעלן א מלך בישראל בארץ ישראל באופן וואס איז נישט מנוגד צו די שלש שבועות לויט ווי ער לערנט אריין פשט דערין. עכ"פ די רמב"ם ברענגט די שלש שבועות אויף הלכה למעשה אין איגרת תימן.
דאס וואס דו זאגסט אז די רמב"ם נוצט די שלש שבועות דוקא אויף משיחי שקר. ביסטו טאקע גערעכט. אבער ס'איז דאך ממ"נ אזוי, די עכטע משיח דארף נישט עובר זיין אויף די שלש שבועות.

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:17 pm

· #451405
נהורא נפישא
יא די רמב"ם לא היה למראה עיניו פון ויואל משה. אבער ס'נישט אזא קשיא ווייל די רמב"ם ריפט אן די מלך א מלך כשר צוליב'ן כופה זיין כלל ישראל לילך בדרך התורה ולחזק בדקה. די מלכי חשמונאים זענען אויך געווען צדיקים כאטש זייער מלוכה איז געווען לויט טייל נישט אויסגעהאלטן. עכ"פ די רמב"ם איז יעצט נישט יורד צו די גאנצע ענין פון גאולה בידי אדם וואס איז בכלל נישט עולה על הדעת אז דאס זאל נוגע זיין ער וויל נאר ארויסברענגען יעצט הלכות משיח און וויאזוי מ'שטעלט משיח אויף די חזקה. ס'קען אפשר אויך זיין אז די רמב"ם לערנט אז כאטש די שלש שבועות איז דא א מציאות פון א היתר פון שטעלן א מלך בישראל בארץ ישראל באופן וואס איז נישט מנוגד צו די שלש שבועות לויט ווי ער לערנט אריין פשט דערין. עכ"פ די רמב"ם ברענגט די שלש שבועות אויף הלכה למעשה אין איגרת תימן.

בכלל נישט עולה על הדעת? פארוואס???? ווייל ביסט אויפגעוואקסן מיט ויואל משה.... חוץ מזה זייט מסביר פארוואס איר פארדרייט פשטות דברי הרמבם.

בנוגע איגרת תימן, האסט עס געזעהן אינעווייניג אדער נאר אין ויואל משה? זייט מוחל לערנט דורך דעם בריוו וועט אייך גאר שווער ווערן ווי פונקטליך זעהט מען אין איגרת תימן אז יודישע קינדער טארן נישט ארויפגיין און זיך מאכן א מדינה. די רמבם שרייבט מען זאל נישט גיין מיט משיחי נצרות און איסלאם. (אגב, ער רעדט בכלל נישט להלכה נאר באופן מוסר).

איך קום נישט דא אריינגיין און זיך דינגען מיטן ויואל משה. האסט פשוט פראבירט צו שרייבן תמוואטע כאילו פארשטייסט נישט קיין חילוק צווישן הלכה און אגדה, ועל זה דנתי.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:24 pm

· #451407
די אלע טעמעס זענען שוין אזויפיל מאל אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל, אזש מ'קען קוים נישטערן ערגעץ און מ'וועט עס גלייך עס טרעפן.

רעד וועגן קלוטה כמה שהונחה דמיא, אדער שם משמעון.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8