דף יומי
355 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13549
chosen peopleבר בי רברבי יהודה איז חולק אויף זבים מצורעים און נידות. אלע טומאה שבגופן, דומיא דבעל קרי. טמאי מת איז נישט כלל און איז יא מחויב טבילה, לכאורה.
ווי טרעפסטו אזא ר''י? מסתמא מיינסטו די ת''ק פון די ברייתא, אבער ווי נעמסטו אז א טמא מת טאר נישט לערנען ביז ער טובל'ט זיך?
דער תנא איז רבי יהודה, ווי ער שטייט ווייטער במשנתנו דף כו.
א טמא מת מעג יא לערנען. א טמא מת א בעל קרי טאר נישט, כאטש א זב א בעל קרי מעג יא.
בר בי רבchosen peopleבר בי רברבי יהודה איז חולק אויף זבים מצורעים און נידות. אלע טומאה שבגופן, דומיא דבעל קרי. טמאי מת איז נישט כלל און איז יא מחויב טבילה, לכאורה.
ווי טרעפסטו אזא ר''י? מסתמא מיינסטו די ת''ק פון די ברייתא, אבער ווי נעמסטו אז א טמא מת טאר נישט לערנען ביז ער טובל'ט זיך?
דער תנא איז רבי יהודה, ווי ער שטייט ווייטער במשנתנו דף כו.
א טמא מת מעג יא לערנען. א טמא מת א בעל קרי טאר נישט, כאטש א זב א בעל קרי מעג יא.
איז מעגליך אז עפעס מישטו צוזאם, ווי רעדט ר''י פון מצורע? און פון ווי נעמסטו אז אויב מען איז א טמא מת + בעל קרי איז אנדערש ווי זב + בעל קרי, די ווארט איז אז ער האט א טומאה חמורה איז ער פטור
בר בי רבמעשה באחד.. אמרה ליה ריקא יש לך ארבעים סאה.
ס'הייסט ווען ער זאגט ווען איך בין נאר מקפיד אויף תשעה קבין וואלט ווען ארויסגעקומען א מכשול.
די צל''ח זאגט מ''מ היכא דאיכא מי שהעריב שמשו עדיף מטבול יום.
ברכות דף כג
📎 43.pdf 📎 44.pdf
בר בי רבמעשה באחד.. אמרה ליה ריקא יש לך ארבעים סאה.
ס'הייסט ווען ער זאגט ווען איך בין נאר מקפיד אויף תשעה קבין וואלט ווען ארויסגעקומען א מכשול.
אפשר, זיי האט עס געזאגט בדרך ליצנות, און היות ער האט מקפיד געוועהן אויף דעם, האט זי פארלוירן דער חן.
כדוגמת איינער וואס איז א חסיד פין אהבת ישראל (וויזניץ), און איז אבער עובר אלע עבירות, טאמער זאל דער זונה חוזק מאכן פין אהבת ישראל, זאגט ער זי, עד כאן, פין מיין גאט מיילא, אבער מיין רבי? זיי געזונט.
אישתישביבר בי רבמעשה באחד.. אמרה ליה ריקא יש לך ארבעים סאה.
ס'הייסט ווען ער זאגט ווען איך בין נאר מקפיד אויף תשעה קבין וואלט ווען ארויסגעקומען א מכשול.
אפשר, זיי האט עס געזאגט בדרך ליצנות, און היות ער האט מקפיד געוועהן אויף דעם, האט זי פארלוירן דער חן.
כדוגמת איינער וואס איז א חסיד פין אהבת ישראל (וויזניץ), און איז אבער עובר אלע עבירות, טאמער זאל דער זונה חוזק מאכן פין אהבת ישראל, זאגט ער זי, עד כאן, פין מיין גאט מיילא, אבער מיין רבי? זיי געזונט.
זאגט זייער שיין.
איך האב געקלערט פשט, זי זאגט אים, דו ביסט דאך פון די כת טובלי שחרין, ניין? פון די פרומע סארט. פאסט נישט פאר דיר. זיי נישט קיין היפאקריט. ענדליכס איז דערציילט אויף ציצית.
chosen peopleבר בי רבמעשה באחד.. אמרה ליה ריקא יש לך ארבעים סאה.
ס'הייסט ווען ער זאגט ווען איך בין נאר מקפיד אויף תשעה קבין וואלט ווען ארויסגעקומען א מכשול.
די צל''ח זאגט מ''מ היכא דאיכא מי שהעריב שמשו עדיף מטבול יום.
אזוי וועט מען מוזן דרינגען פון רב הונא.
chosen peopleבר בי רבchosen peopleבר בי רברבי יהודה איז חולק אויף זבים מצורעים און נידות. אלע טומאה שבגופן, דומיא דבעל קרי. טמאי מת איז נישט כלל און איז יא מחויב טבילה, לכאורה.
ווי טרעפסטו אזא ר''י? מסתמא מיינסטו די ת''ק פון די ברייתא, אבער ווי נעמסטו אז א טמא מת טאר נישט לערנען ביז ער טובל'ט זיך?
דער תנא איז רבי יהודה, ווי ער שטייט ווייטער במשנתנו דף כו.
א טמא מת מעג יא לערנען. א טמא מת א בעל קרי טאר נישט, כאטש א זב א בעל קרי מעג יא.
איז מעגליך אז עפעס מישטו צוזאם, ווי רעדט ר''י פון מצורע? און פון ווי נעמסטו אז אויב מען איז א טמא מת + בעל קרי איז אנדערש ווי זב + בעל קרי, די ווארט איז אז ער האט א טומאה חמורה איז ער פטור
איך מיש זיך נישט. מצורע בעל קרי שטייט אין די ברייתא מ'איז פטור, און דאס איז אליבא דר"י. טמא מת און טמא שרץ שטייט נישט, דערפאר טראכט איך זיי זענען מחויב.
מהו שיכנס אדם לביה"כ קבוע להשתין, רבא אמר אסור שמא יפנה בהם. וא"ד שמא יפיח.
א שטיקל תימה. האסט דאך א מינוט צוריק געזאגט אז בביה"כ ארעי חולץ לאלתר, ווייל ד אמות איז א חיוב בלויז אויף א קבוע. פארוואס אז ער גייט אין א קבוע, אפילו נאר אויף להשתין, קומט זיך נישט מטעם זה קיין ד אמות? און וויאזוי העלפט שמא יפנה, פריער גייט ער בארעי מיט כוונה תחילה להיפנות, און פארט איז נישטא קיין חיוב ד אמות.
צווייטנס, שמא יפיח איז שייך ביי אן ארעי אויך.
רבי עקיבא זאגט בבגד ובידו כדי ס'זאל זיין בתוך כיס.
וואס איז דאס גוללן כמין ספר? וואס איז די משל דא? וויאזוי העלפט מיר דאס בעסער פארשטיין אופן הגלילה? תפילין איז אנדער צורה פון א ספר און ברויך אן אנדער סארט גלילה. מער כנפי יונה'דיג.
אמר אביי לא שנו אלא בכלי שהוא כליין, אבל אינו כליין אפילו פחות מטפח.
שפעטער זאגט אביי אז לגבי ספר תורה, ס'הייסט בכלל א כלי פאר חציצה נאר בדאינו מאניה, ס'איז נישט קיין באשטימטע מטפחת ספר תורה. אבער כליין אפילו עשרה ווערן בטל צום ספר. יעדע מטפחת ספר האט א חלל טפח. פארוואס איז ביי תפילין אנדערש? פארוואס א תפילין בייטל הייסט בכלל א חציצה?
וואס זענען די ספרי אגדתא רבי יוחנן און רב נחמן פלעגן ארומטראגען? עפעס א ספר מדרש קדום? איז געווען מותר אראפשרייבן תורה שבע"פ? פארוואס האבן זיי זיך נישט געדרייט מיט הלכה ספרים?
בר בי רבדליכא עילוואי לא האי ולא האי.
רב הונא האט קיינמאל נישט עוסק געווען אין פריה ורביה? וואס הייסט אז אפי' מ' סאה האט ער נישט געברויכט? אויב נישט היינט דעמאלטס נעכטן. מיט הערב שמש האט עס נישט צוטון.
עי' צל"ח
בר בי רבאמר אביי לא שנו אלא בכלי שהוא כליין, אבל אינו כליין אפילו פחות מטפח.
שפעטער זאגט אביי אז לגבי ספר תורה, ס'הייסט בכלל א כלי פאר חציצה נאר בדאינו מאניה, ס'איז נישט קיין באשטימטע מטפחת ספר תורה. אבער כליין אפילו עשרה ווערן בטל צום ספר. יעדע מטפחת ספר האט א חלל טפח. פארוואס איז ביי תפילין אנדערש? פארוואס א תפילין בייטל הייסט בכלל א חציצה?
כדי צו הייסן איין כלי דארף עס זיין א טפח, כדי עס זאל הייסן כלי בתוך כלי העלפט שוין נישט קיין טפח עס מוז זיין בכלי שאינו גלייך.
בר בי רבפארוואס זאל מען אין משנה תורה ענדערש דרשנן סמוכין ווי אין די אנדערע ספרים?
כבר ציינו מש"כ תוס' ביבמות
וואס איז רב גידל מוסיף מיטן טייטש "כנף שראה אביו לא יגלה"? וויאזוי פארשטיי איך יעצט בעסער דעם פסוק?
משום דשינה מלשון שכתוב ברישא מלשון "אשתו", וכתב ולא יגלה את "כנף" אביו, ולא כתב אשת אביו, משמע שזהו שונה מפשטות כוונת אשה, שסתם אשה נעשה ע"י קידושין, לכן כתב לא יגלה את כנף אביו ללמד שאין הכוונה באשה רגילה אלא אנוסה ומפוטה שנעשה אשתו ע"י בעילה ולא ע"י קידושין
פארוואס קען נישט רבי יהודה ארויסלערנען צוויי זאכן פון די זעלבע סמוכין אבער ריב"ל אליינס קען יא?
כמ"ש שזה מה שלמד מכאן שבע"ק אסור בדברי תורה זה רק אסמכתא בעלמא. וכ"כ השיטה מקובצת
בר בי רבמהו שיכנס אדם לביה"כ קבוע להשתין, רבא אמר אסור שמא יפנה בהם. וא"ד שמא יפיח.
א שטיקל תימה. האסט דאך א מינוט צוריק געזאגט אז בביה"כ ארעי חולץ לאלתר, ווייל ד אמות איז א חיוב בלויז אויף א קבוע. פארוואס אז ער גייט אין א קבוע, אפילו נאר אויף להשתין, קומט זיך נישט מטעם זה קיין ד אמות? און וויאזוי העלפט שמא יפנה, פריער גייט ער בארעי מיט כוונה תחילה להיפנות, און פארט איז נישטא קיין חיוב ד אמות.
צווייטנס, שמא יפיח איז שייך ביי אן ארעי אויך.
איך האב פארשטאנען די סוגיא כדלהלן.
הנפנה לגדולים דארף מען אויסטוהן די תפילין. איין מאל מען מוז אויסטוהן די תפילין אויב מען גייט צו א בית הכסא קבוע דארף מען עס טוהן ברחוק ד' אמות און אוודאי אנטוהן ברחוק ד' אמות. אויב ער גייט אריין בבית הכסא עראי קען מען עס אויסטוהן דארט אויפן פלאץ אבער איינמאל ער האט דארט מפנה געווען גדולים ווערט עס שוין א בית הכסא קבוע און מען איז מוז עס אנטוהן צוריק ברחוק ד' אמות.
הנפנה לקטנים אויב ער גייט בביה''כ עראי דארף ער לכו''ע נישט אויסטוהן די תפילין נאר מניחין בראשו. אבער אויב ער גייט בביה''כ קבוע (עי' תוס') איז דא א מחלוקות צווישן רבינא מיט רב אדא בר מתנה און רבא צו חיישינן לשמא יפנה או יפיח.
ברכות דף כד
📎 45.pdf 📎 46.pdf
chosen peopleבר בי רבמהו שיכנס אדם לביה"כ קבוע להשתין, רבא אמר אסור שמא יפנה בהם. וא"ד שמא יפיח.
א שטיקל תימה. האסט דאך א מינוט צוריק געזאגט אז בביה"כ ארעי חולץ לאלתר, ווייל ד אמות איז א חיוב בלויז אויף א קבוע. פארוואס אז ער גייט אין א קבוע, אפילו נאר אויף להשתין, קומט זיך נישט מטעם זה קיין ד אמות? און וויאזוי העלפט שמא יפנה, פריער גייט ער בארעי מיט כוונה תחילה להיפנות, און פארט איז נישטא קיין חיוב ד אמות.
צווייטנס, שמא יפיח איז שייך ביי אן ארעי אויך.
איך האב פארשטאנען די סוגיא כדלהלן.
הנפנה לגדולים דארף מען אויסטוהן די תפילין. איין מאל מען מוז אויסטוהן די תפילין אויב מען גייט צו א בית הכסא קבוע דארף מען עס טוהן ברחוק ד' אמות און אוודאי אנטוהן ברחוק ד' אמות. אויב ער גייט אריין בבית הכסא עראי קען מען עס אויסטוהן דארט אויפן פלאץ אבער איינמאל ער האט דארט מפנה געווען גדולים ווערט עס שוין א בית הכסא קבוע און מען איז מוז עס אנטוהן צוריק ברחוק ד' אמות.
הנפנה לקטנים אויב ער גייט בביה''כ עראי דארף ער לכו''ע נישט אויסטוהן די תפילין נאר מניחין בראשו. אבער אויב ער גייט בביה''כ קבוע (עי' תוס') איז דא א מחלוקות צווישן רבינא מיט רב אדא בר מתנה און רבא צו חיישינן לשמא יפנה או יפיח.
יא, שטימט. להשתין איז דער דיון צו מברויך בכלל אויסטון, זאגט ער יא. במפנה בארעי איז דער דיון בריחוק ד, אבער אודאי ברויך מען חולץ זיין.
שי נוה שרייבט:
בענין די מאדנע מעשה בתלמיד אחד שהניח תפיליו בחורין הסמוכין לר"ה, ובאה זונה אחת ונוטלתן וכו, עד שנפל מן הגג ומת. וואו קומט א זונה צו א ישיבה בחור? פארוואס טוט זי אפ אזוינע בוליאינג פאר גארנישט און פאר נישט?
אלא בדרך דרוש. תפילין איז שפיץ קדושה פון א איד. כי שם השם נקרא עליך אלו תפילין שבראש. וקשרתם, ס'איז מקשר א מענטש צום אייבירשטען. נאר א מענטש האט דאך א גוף אויך מיט גופניות'דיגע געברויכן. אז א מענטש ברויך ארויסגיין, לאזט ער איבער די קדושה בריחוק ד אמות און ווערט מנותק פון קדושה און אינגאנצן שקוע אין חומריות. אין אזא מצב קענען די נידעריגע עלמענטן האבן א שליטה אויף אים, ביזן אים אינגאנצן אוועקלייגן.
האט מען מתקן געווען אז תפילין טראגט מען מיט אין ביה"כ. מ'דעקט עס צו, ס'איז באיתכסיא, אבער ס'דא. מ'איז ממשיך די קדושה אינעם גופניות אריין. און דאס היט אם דעם מענטשן ער זאל נישט פארפאלן ווערן. רבי יוחנן האט מיטגעטראגן די תפילין אין ביה"כ, דלינטרנן
אין דעם ענין פון ערוה, איז שווערליך וואס רב הונא זאגט עגבות אין בהם משום ערוה. ווי פארט זיך עס מיט טפח באשה ערוה? ווי אויך ס'א סתירה דשמואל אשמואל.
די בעסטע מהלך צו מיישב זיין די סוגיא אויפן פלאץ דא, איז ס'דא צוויי דינים אין ערוה. שמעתי אז ס'דא ראשונים וועלכע לערנען אפ די סוגיא אנדערש. ווי אויך די ירושלמי זעט עס אנדערש, אבער דא אויפן דף, באופן היותר פשוט איז אזוי.
לא יראה לך ערות דבר. ווער זעט? די אויגן זעען. חזל האבן אבער פארשטאנען אז אויך שאר חלקי הגוף טארן נישט זען די ערוה. דאס הייסט, יעדעס אבר וואס זעט נישט געווענטליך קיין ערוה ווען א מענטש גייט מכנסיים, טארן נישט זען בשעת א דבר שבקדושה. דעריבער, לבו רואה את הערוה אסור, און שפעטער א מחלוקת אויב עקב רואה את הערוה.
דא אין די ברייתא שטייט, הישן במטה עם בניו ובני ביתו לא יקרא עא"כ טלית מפסקת. מ'איז מוקים אז ס'איז מחלוקות התנאים, און אליבא דשמואל אפילו אין טלית מפסקת, מחזיר פניו וקורא. וואס איז מיט רואה ערות עצמו? זאגט תוס מוציא פניו לחוץ. און לבו רואה את הערוה? בחוצץ בטליתו. בלייבט נאר איבער א שאלה איבער עגבות. ס'הייסט אדער גבו רואה את עגבה, אדער ווי רש"י זאגט נוגעות אהדדי. רש"י קומט נישט מדין נגיעה, נאר עגבה זו רואה עגבה זו. מקען נישט זאגן בחוצץ בטליתו, ווייל מ'רעדט אז ס'נישטא קיין טלית המפסקת.
דעריבער זאגט רב הונא ס'געדרינגען עגבות אין בהם משום ערוה. א ראיה פון משנה אין חלה, דארט איז זי אליינס אין א צימער, און אז מ'איז מכסה די ערוה דארף מען זיך נישט זארגן איבער עגבות.
דאס זעלבע ביי שיער יוצא בבגדו, או בבגדה, שער שער. ס'איז גארנישט.
נאכדעם שמועסט די גמרא איבער ראיות וואס זענען מעורר א תחושה שאינה של קדושה, וואס גייט אויך אריין אין כלל פון ולא יראה לך ערות דבר, אבער דאס האט נאר מיט די אויגן און מיט צוויי מענטשן, עין רואה והלב חומד. שיער וואס פאר א שורה צוריק איז שער שער, איז דא שער באשה ערוה.
תןרה היא וללמוד אני צריך.
chosen peopleבר בי רבאמר אביי לא שנו אלא בכלי שהוא כליין, אבל אינו כליין אפילו פחות מטפח.
שפעטער זאגט אביי אז לגבי ספר תורה, ס'הייסט בכלל א כלי פאר חציצה נאר בדאינו מאניה, ס'איז נישט קיין באשטימטע מטפחת ספר תורה. אבער כליין אפילו עשרה ווערן בטל צום ספר. יעדע מטפחת ספר האט א חלל טפח. פארוואס איז ביי תפילין אנדערש? פארוואס א תפילין בייטל הייסט בכלל א חציצה?
כדי צו הייסן איין כלי דארף עס זיין א טפח, כדי עס זאל הייסן כלי בתוך כלי העלפט שוין נישט קיין טפח עס מוז זיין בכלי שאינו גלייך.
לאז אפ טפח. פארוואס ביי א ס"ת איז חציצה בדאינו מאניה דוקא און ביי תפילין איז כליין יא גוט?
בר בי רבchosen peopleבר בי רבאמר אביי לא שנו אלא בכלי שהוא כליין, אבל אינו כליין אפילו פחות מטפח.
שפעטער זאגט אביי אז לגבי ספר תורה, ס'הייסט בכלל א כלי פאר חציצה נאר בדאינו מאניה, ס'איז נישט קיין באשטימטע מטפחת ספר תורה. אבער כליין אפילו עשרה ווערן בטל צום ספר. יעדע מטפחת ספר האט א חלל טפח. פארוואס איז ביי תפילין אנדערש? פארוואס א תפילין בייטל הייסט בכלל א חציצה?
כדי צו הייסן איין כלי דארף עס זיין א טפח, כדי עס זאל הייסן כלי בתוך כלי העלפט שוין נישט קיין טפח עס מוז זיין בכלי שאינו גלייך.
לאז אפ טפח. פארוואס ביי א ס"ת איז חציצה בדאינו מאניה דוקא און ביי תפילין איז כליין יא גוט?
קודם ביי תפילין איז אויכעט דא א חילוק צו עס כליין צו נישט, אויב עס איז כליין דארף עס זיין גרויס א טפח, משא''כ כשאינו כליין איז נישט קיין חילוק ווי גרויס דאס איז איז עס חוצץ. און לכאורה די זעלבע הלכה וועט זיין ביי ס''ת אז עס דארף זיין גרויס לכה''פ א טפח נאר די גמרא דארט מאכט נישט קיין חילוק ווייל א צודעק פאר א ס''ת איז זיכער גרעסער ווי א טפח.
נאך א הלכה אויב עס איז כליין קען עס זיין גערעכט ווי נאר איין כלי, אפילו די האסט 10 צודעק'ס אבער אויב אלע זיין כליין ווערט עס אויס גערעכנט ווי איינס. און די הלכה איז ביי א ס''ת דארף עס זיין כיס בתוך כיס, עס דארף האבן 2 כיסויים. למשל אויב ער האט איין צודעק פון כליין און איין צודעק פון שטייט כליין וועט עס זיין גוט.
בקיצור אויב עס איז כליין האט עס צוויי חסרונות.
א. עס מוז זיין גרויס לכה''פ א טפח
ב. עס וועט אייביג זיין גערעכנט נאר ווי איין צודעק אפילו איך האב אפאר..
ברכות דף כה
📎 48.pdf 📎 47.pdf
ברכות דף כו
📎 50.pdf 📎 49.pdf
דאס וואס די גמרא גייט אריין אין א דיון ווען הייסט צואה כחרס, איז לכאורה נישט אין פלאץ. ס'כאפט א נפקא מינה נאר למר זוטרא שאמר מותרת. לויט רבה בר רב הונא אמר רב אפילו כחרס אסורה, דאס הייסט אין יעדן מצב, איז נישט וויכטיג צו וויסן די גדר פון כחרס
לויטן ת"ק אז מ'מעג זיצן אין מים צלולים און ליינען ק"ש, ווען פונקטליך טאר מען נישט? ווען הייסט די ערוה יא אויפגעדעקט? רבא זאגט דאך בראיה תליא מילתא, איז דאך נישט קיין הבדל פון מים צלולים אדער גארנישט.
צואה על בשרו איז א מחלוקות רב הונא ורב חסדא, אבער צואה על סנדלו איז א תיקו. לויט רב הונא דארף דאס זיכער צו זיין מותר. ניין?
אין די ברייתא רעדט מען פון צוויי פראפאזיציעס, אחרי המטה און תחת המטה. די אבעיא מרב יוסף לרב הונא זאגט רשי איז אויף תחת המטה. ג ודאי שרי, עשרה ודאי אסור. ס'הייסט די בעט קען נישט איינשלינגען דאס עביט אויב ס'א באזונדער רשות.
מ'קען דאך אבער אויך מוקים זיין די איבעא אויף אחורי המטה. צו די בעט הייסט א מחיצה. ג ודאי אסור, צען הייסט א מחיצה
וואס איז די מעשה מיט ביה"כ דפרסאי? וואס מיינט כסתומין דמי? הא ביה"כ שאמרו עא"פ שאין בו צואה. פארוואס איז פרסאי בעסער?
מעוות לא יוכל לתקון, די גמרא וואלט געקענט זאגן אפילו באונס, נאר נאך צוויי תפילות ווען מ'קען מער נישט משלים זיין.
הבדיל בשניה ולא הבדיל בראשונה.. קשיא.
פארוואס ענטפערט נישט די גמרא, לעולם פארן פארגעסן הבדלה אין מחזירין אותו. נאר דא אז שנייה האט יא הבדלה אין ראשונה נישט, גלי דעתיה בזה אז ראשונה איז מנחה, און תשלומי מנחה קומט נאך מעריב? תוס ברענגט נאך דער רי"ף וואס אזוי גענוי.
תוס עד פלג המנחה. איינער פארשטייט די תוספות? ער פרעגט פון וואנעט נעמט רבי יהודה עד פלג המנחה? די ברייתא זאגט דאך שהרי תמיד של בין הערביים קרב והולך עד פלג המנחה. נאר פון ווייסט מען איבערן תמיד פרעגט ער? איז וואס ענפערט ער קטורת?
Re: דף יומי
בר בי רבוואס איז די מעשה מיט ביה"כ דפרסאי? וואס מיינט כסתומין דמי? הא ביה"כ שאמרו עא"פ שאין בו צואה. פארוואס איז פרסאי בעסער?
ווייל ביה"כ פרסאי האט 'קיינמאל' נישט קיין צואה משא"כ א געווענליכע ביה"כ
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
משהה פרידמןבר בי רבוואס איז די מעשה מיט ביה"כ דפרסאי? וואס מיינט כסתומין דמי? הא ביה"כ שאמרו עא"פ שאין בו צואה. פארוואס איז פרסאי בעסער?
ווייל ביה"כ פרסאי האט 'קיינמאל' נישט קיין צואה משא"כ א געווענליכע ביה"כ
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
בשעת מעשה איז דאך יא דא.
בר בי רבמשהה פרידמןבר בי רבוואס איז די מעשה מיט ביה"כ דפרסאי? וואס מיינט כסתומין דמי? הא ביה"כ שאמרו עא"פ שאין בו צואה. פארוואס איז פרסאי בעסער?
ווייל ביה"כ פרסאי האט 'קיינמאל' נישט קיין צואה משא"כ א געווענליכע ביה"כ
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
בשעת מעשה איז דאך יא דא.
רק עוברת דרך שמה, אבל אינה קובע שם מקום (כעין מש"כ רש"י לעיל במצורע שעובר תחת האילן)
רבא גופא איז דאך מחלק צווישן צואה און מצורע.
שוין, דער עיקר אז ביה"כ מיט א פלאש איז נאך בעסער פון פרסאי.
עיין ברמ"א:
בית הכסא שהוא בחפירה ופיו ברחוק ד' אמות מן הגומא והוא עשוי במדרון בענין שהרעי מתגלגל ונופל מיד למרחוק וכן המי רגלים יורדים מיד לגומא כסתום דמי ומותר לקרות בו אם אין בו ריח רע וגם אין משתינין בו חוץ לגומא.
הגה: אבל אם משתינין בהם לפעמים אסור להרהר בהם בדברי תורה כל שכן לקרות קריאת שמע (הגהות מיימוני):
סי' פ"ג סעיף ד'
ברכות דף כז
📎 52.pdf 📎 51.pdf
ברכות דך כח
📎 54.pdf 📎 53.pdf
וואס איז די ראיה אז הלכה כרבי יהודה פון דעם וואס רב מצלי של שבת בערב שבת? ווען זמן שחרית ענדיגט זיך בארבע שעות איז נאכנישט זמן מנחה. פארוואס מוז זיין אז סוף זיין מנחה איז אויך תחילת זמן ערבית?
פון דעם זעט מען אז דער עיקר טעם איז תפלות כנגד קרבנות תקנום. הקטר חלבים הייבט זיך אן וויבאלד עליה השלם כל הקרבנות.
אבער פון דעם אז רב הונא האט נישט געדאווענט פאר ליכט צינדן איז זיכער קשה. מהיכי תתי די סיבה איז געווען ווייל זמן מנחה גייט נאך אן?
המתפלל אחורי רבו
רש"י'ס פשט אז אחורי רבו איז אויך יהורא שטימט מיט די איבעריגע פונקטן אויפן ליסטע, כבוד הרב
עוז צוקרמן ברענגט בשם נגה הראובני א שיינע פשט.
פארוואס חלש דעתיה דרבן גמליאל? ער האט דאך געוויסט אז ס'דא הונדערטער לא נתקבל אפליקאציעס. איז וואס איז די חידוש אז נתוספו ספסלי ביהמ"ד? זיין שיטה איז דאך געווען אז די תלמידים זענען נישט ראוי צו לערנען תורה.
און אין זיין חלום ווייזט מען אים א משל צו אין תוכו כברו. דאס ווייסט ער דאך שוין.
אלא, טייטש ער חצבא אזא סארט געוואוקס וואס וואקסט מיט ווייסע בלומען. אין די זומער ווען די בלומען שפראצן אנטוויקלען זיי זיך צו פרוכט. אזא בלום וואס שפראצט אינעם ווינטער איז פול מיט א שווארצע שטויב. א שווארץ שטויב בלום ווערט פארוועלקט און אנוויקלט זיך צו גארנישט.
רבן גמליאל איז געווען באזארגט טאמער זיין שיטה איז נישט אויסגעהאלטן. האט מען אים געוויזן ער זאל זיין רואיג. פון די תלמידים ווען אויסוואקסן ווי א ווייס חצבא בלום פול מיט שווארצע אש.
ולא היא. ההוא ליתובי דעתיה היא דאחזו ליה
וואס איז פשט פון די מעשה? וואס קען מען זיך לערנען למעשה?
רבן גמליאל האט דאך געטון דאס אלעס פאר א סיבה. א מנהיג דארף ארויסווייזן סמכות, אוטאריטעט. ס'זאל א פאראייניגטע שטימע, בפרט אין די שווערע זמן נאכן חורבן. מ'דארף צאמהאלטן די כלל על דרך התורה אנע ביהמ"ק, און ח"ו שלא תיעשה כשתי תורות.
פיין און וואויל, נאר מ'דארף דאס אלעס טון אן זיך צוקריגן מיט א האלבע שטאט. א מנהיג דארף באווייזן מיט חכמה צו געווינען די הערצער פונעם עולם. ער דארף קענען זיין עדה און זיין זייער פאטער. דאס האלט אים רבי יהושע פאר, אוי לדור שאתה פרנסו. ווער האט דיר געשטעלט על ראשי עם קודש? פארשטייסט ניטאמאל די שוועריגקייטן וואס אינגעלייט גיין דורך. ביזט געבוירן מיט א זילבערנעם לעפל אין מויל. מ'דארף מאכן וואלן ווער ס'זאל נשיא.
רבן גמליאל האט דאס גענומען צום הארצן, און געזאגט, נעניתי לך. איך הער וואס דו זאגסט. מחול לי, כ'וועל פרובירן בעסער.
אבער רבי יהושע האלט אז אז ראב"ע טויג בעסער, איז צו וואס צוריקברענגען רבן גמליאל?
דא איז די נקודת המשבר צווישן די נאבללייט און עמך. די נאבללייט קרומען, זאלן זיי עסן קוכן. די ממשלה איז אונזערס בחסד עליון.
די רעוואלוציאנערן שרייען, אראפ מיטן קעניג!
א צוגענגליכע פשרה איז אז ביידע זייטן גיבן נאך. די בנשק'לעך בלייבן די רבנים ומנהיגים, אבער זיי דארפן זיך אבסאלוט צושטעלן צום ציבור. העלף ארויס דעם עולם, זיי זיך משתתף בצערן, פארשעם נישט, מאך נישט, שרייב נישט קיין קול קוראס. זיי א מנהיג בחסד העם.
זאגט רבן גמליאל, עשה בשביל כבוד בית אבא. איך בין דאך נישט אבי ווער. אונזער נשיאות ציט זיך פון הלל הנשיא. וועסט ארויסשטעלן א הלברשטאם?
און רבי יהושע נעמט עס אן. פייס. דער מזה בן מזה וועט בלייבן יזה, אבער ער וועט זיך צושטעלן.
רבי יוחנן בן זכאי חלש.
רבי יוחנן, וועלכער איז געווען אינסטרומענטאל אין אויסבעטן יבנה וחכמיה, איז געווען צוריסן אינערליך, צו האט ער געטון גענוג צו ראטעווען ירושלים. דער פסוק פון רב יוסף, משיב חכמים אחור ודעתם יסכל, האט אים נישט געלאזט קיין מנוחה. אפשר איז ער געווען דער מציל פונעם דור, אדער אפשר גאר דער וואס האט פארפאטשעקט א געלעגנהייט צו אויסבעטן ירושלים פון אספסיינוס'ן. צו קומט מיר גן עדן אדער חלילה פארקערט.
בימי חזקיה איז אויך געווען אן ענדליכער מצב. דער פיינט האט שוין געהאט איינגענומען דעם גאנצער ארום, ווי ס'שטייט ארצכם שממה עריכם שרופות באש. אינעווייניג אינעם שטאט זענען געווען צוויי דעות כידוע. חזקיה וסיעתו ושבנא וסיעתו. שבנא האט ארויסגעווארפן צעטעלך אז ער זוכט צו משלים זיין. אבער חזקיה האט זיך געהאלטן פעסט, און האט זוכה געווען צו א נס, און ירושלים איז אפגעשוינט געווארן.
די קנאים אין ירושלים האבן געזען אין חזקיה זייער העלד. מ'דארף זיך מתחזק זיין אין אמונה, און ס'וועט זיין גנון והציל פסוח והמליט.
רבי יוחנן אליינס האט אויך געצויגן צן קנאות. ער איז דער בעל המימרא, אוזן ששמע מהר סיני כי לי בני ישראל עבדים והלך זה וקנה אדון לעצמו יירצע. מדרשים ווערן נישט געזאגט אין קיין חלל. די דעה רווחת בישראל איז געווען אז השם הוא מלכנו, און צו די רוחות מיט די רוימער.
אבער רבי יוחנן האט פארשטאנען אז מיט די געוואלדיגע שנאת חינם און אינערליכע רייבערייען צווישן די סיקריים קען מען פארגעסן פון א נס. האט ער מפקיר געווען ירושלים און דער בית המקדש לטובת הצלה פורתא. א הצלה פאר די תורה און פאר דער קיום פונעם כלל.
אבער די זאך האט אים צעפליקט אינערליך כל ימיו, און בשעת פטירתו האט זיך נפשו הטהורה צעכליפעט. איני יודע באיזה דרך מוליכין אותי.
רבי יוחנן האט זוכה געווען צו א רעזאלוציע צום קאנפליקט פאר זיין פטירה. חזקיה מלך יהודה אליינס, דער רבי פון די קנאים למען ירושלים, איז אים געקומען מקבל פנים זיין. דאס איז געווען א הסכמה, אז יא, יפה עשית רבי יוחנן בן זכאי.
ברכות דף כט
📎 56 (1).pdf 📎 55 (1).pdf
לשנה אחרת, קוקט אויס ווי מ'איז צאמגעקומען צו אן אסיפה שנתית, אפשר טאקע צו דן זיין בנושא המינים. צו זאל מען זיי מקרב זיין, אדער זענען זיי פארקראכן צו ווייט, ולהם אל תהי תקווה. אין אזא עצרת שיקט מען צו א ש"ץ א חסיד וצדיק, ווי שמואל הקטן. מסדר זיין א ברכה איז טייטש צוטרעפן די ריכטיגע לשונות, געמאסטן און געוואויגן, נישט צו שארף נישט צו מילד.
דורכאויס דעם יאר האט מען עס נישט געזאגט, מ'האט נאכמישט אזוי מתקן געווען. איבעריאר, האט ער זיך נישא געקענט דערמאנען די נוסח. מאכן א נייע נוסח האט נישא קיין זין.
עטליכע אומגעגרינדעטע, אבער אינטערעסאנטע טעאריעס איבער תפילת יח, פון יומי.
די אריגינעלע ברכות זענען געווען פיל לענגער, און האבן אנטהאלטן פסוקים, דוגמת ונאמר כי ביום הזה יכפר אין תפילת יוה"כ. די היינטיגע ברכות זענען די מעין כל ברכה וברכה, ד. ה. די מעין שמו"ע פון רב. דעריבער איז קלארער וויאזוי שמואל הקטן האט נישט געדענקט פונקטליך.
צמח דוד און בונה ירושלים האט מען באהאפטן צו איין ברכה, לפי נוסח ארץ ישראל, נאכן קובע זיין ברכת המינים, כדי צו האלטן די מספר צו אכצן.
די מינים האבן חותם געווען מצמיח קרן ישוע. דערפאר האט מען מבטל געווען די ברכה אין ארץ ישראל, און צאמגעשמאלצן כסא דוד מיט בונה ירושלים.
ברכת המינים איז געווען א חלק פון ברכת הצדיקים. אין יבנה האט מען קובע געווען א ברכה לעצמה. לעומת זה, האט מען דוד און ירושלים מחבר געווען.
מ'זעט ווי שפעטערע חכמים האבן אלס מער מצמצם געווען דער הביננו, לייט לה אביי, חוץ ממוצאי שבתות, חוץ מימות הגשמים.
בעצם קען מען אלס מורא האבן דילמא אתי לאטרודי, יעדער שינוי אין נוסח השגור בפיו קען צומישן איינער וואס דאווענט פון אויסענווייניג. רבי זירא האט מורא דערויף ביי געווענטליכע שמו"ע. נאר אז חזל האבן מתקן געווען צו זאגן הבדלה אדער שאילת מטר איז דאך נישט שייך. אבער גיין אריינשטעלן אינעם הביננו דאס נישט.
תוס ברענגט פון נדה, מ'האט געוואלט מתקן זיין הבננו מוצאי יוה"כ מפני טורח התענית, נאר מ'דארף דאך זאגן הבדלה, איז קען מען נישט. לכאורה, ווען מ'רעדט פון א ציבור וואס דאווענט א גאנץ יאר י"ח, איז דאך הביננו סייווי א פרעמד נוסח, און מ'דארף ממילא אריינקוקן אינעם מחזור. קען מען דאך מכלל זיין הבדלה אינעם הביננו, און ס'נישט שייך דלמא אתי לאטרודי.
פון דעם וואס די גמרא ענטפערט הא והא ביחיד, און נישט הא והא בציבור, איז משמע אז בציבור לעולם אין מחזירין אותו. איז א ראיה צום הלכות גדולות וואס תוס ברענגט אין עמוד ב.
ברכות דף ל
📎 58.pdf 📎 57.pdf