☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » משלי יאיר

משלי יאיר

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7630
בלאט: 1 2

יאיר » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:56 am

· #248374
לעיקוואוד, מען זעט טאקע אז יאיר השני מישט אריין מער ווערטער פון די ענגלישע שפראך, ווי למשל קאנשעסנעס אדער מידיע. דאס ווייזט באשיינפערליך אז יאיר האט געוואוינט אינדערהיים פאר'ן קריג און יאיר השני האט געוואוינט אין אמעריקע שוין נאכ'ן קריג.

ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:58 am

· #248375
פלאוויוס
אויב איך זאל דארפן אויסקלויבן דאס בעסטע וואלט איך גענומען

יאיר

לאגיק איז גאט'ס וועג פון זאגן, "איר זעט? איך בין נישט אינגאנצן משוגע."

ישראל קאפקע » פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:19 am

· #248378
יאיר
פרק ד'


דער חילוק צווישן דער בהמה און דעם מענטש איז אז דער מענטש פרעגט צי ס'איז דא א חילוק - אויב ער פרעגט.

דער געפיל צעווארפט אין סעקונדעס וואס דער שכל בויט אין יארן; דער געפיל בויט אין סעקונדעס וואס דער שכל קען קיינמאל בויען.

דער ערשטער איז בעסער אן די לעצטע קוואליפיקאציע.

לגבי די צווייטע, האסטו עס גענומען פון ערגעץ?
דער בעסטער פראווערב וואס איך האב געהערט אין א גאר לאנגער צייט! (די אנדערע זענען אויך זייער גוט, אבער דער צווייטער שטארט ספעציעל ארויס).

פלאוויוס » פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:30 am

· #248381
יאיר

די ניינטע סימפאניע איז קאמפאזירט געווארן דורך בעטהאווען.


זיכער אזוי. כ'ווייס נישט וויאזוי כ'האב פארמישט די צוויי... באך איז מיר גראדע קנאפ באקאנט (כ'בין זיכער אז איך האב שאדן). כ'האב געמיינט בעטהאווען.

בר דעת » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:03 pm

· #248436
כיון שהתחיל יאיר בשיריו יצתה בת קול ואמרה מי זה שאומר שירים שאפילו בן דוד לא אמרה, שמע שלמה בגן עדן ואמר אשרי שמבני בני יצא חכם שמשורר שירים כמוני

יאיר » פרייטאג יאנואר 16, 2015 2:12 pm

· #248458
כד פתח רב יאירא סבא להגיד מתלי, מיד נזדעזעה ארץ ארבע מאה פרסה על ארבע מאה פרסה, והווי צווחי מלאכי השרת ואמרי, מאן האי בר נש דחציף להגיד חכמתא דשלמה מלכא, וליטול כתרי דמלכא דישראל על רישיה, ובעי גבריאל לסטור על פיו ולשתקיה. כד חזי האי בר דעתא דרב יאירא הוא בסכנתא, רהיט ואזל להיכלא דשלמה מלכא, וסיפר ליה לשלמה כל מתלא דחדית רב יאירא סבא. מיד חדי שלמה מלכא ואמר, זכאה אינון מתלי דרב יאירא בני, זכאה איהו וזכאה חולקיה. וחדו עימיה כל פמליא של מעלה, וקלי דחדוואה עלי עד לכסא הכבוד, וקודשא בריך היא ושכינתיה חדי גם אינהו, וכל ביתא דקפתא חדו בחדוותא עילאה חדוותא קדישא חדוותא דכולא.

הוגה » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:10 am

· #253948
Wow wow wow!

כ'האב היינט דאס ערשטע מאל אנגעטראפן דעם געוואלדיגע אשכול. כ'האב נישט קיין צייט יעצט מאריך צו זיין, אבער דער וואס זעהט נישט אז דאס איז געשריבן געווארן דורך multiple authors איז פשוט בלינד. איך בין נישט זיכער פונקטליך וויפיל שרייבער, מ'דארף עס גוט מבקר זיין. אבער קודם כל, די שרייבער פון פרק ג' און ווייטער האט/האבן נישט צוגעטיילט קיין פסוקים צו די פראזן אזוי ווי די שרייבער פון פרקים א-ב. אויך וועט איר באמערקן אז נאר די שרייבער פון פרק ג' דערמאנט די מושג פון א נביא, זעהט אויס אז די אנדערע שרייבער האבן געלעבט אין מאדערנערע צייטן ווען ס'האט שוין נישט געפאסט צו רעדן פון נביאים. עס איז נאך דא אסאך צו שטודירן, ווי צום ביישפיל, זייער באציאונג צו גאט, מאראליטעט, די סארט שריפט וכדומה. ווי אויך דארף מען שטודירן אנדערע ק"ש שרייבער פון יענע תקופות צו זעהן וואס זיי האבן געשריבן.

We have our work cut out for us.


.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:58 pm

· #254088
וואס גייט מיר אן איין מחבר צו צען מחברים? די עיקר איז אז גאנץ משלי יאיר איז divinely inspired, יעדע תג פון אנהויב ביזן סוף!

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:28 pm

· #254095
@הוגה עס זעהט אויס ווי דו באלאנגסט צו די מבקרי המקרא עפ"ל. חלילה צו טראכטן אזוי וודאי כולם מרועה אחד נתנו 😂

מי אני » מיטוואך יולי 17, 2019 6:52 pm

· #433298
Re: משלי יאיר
גאונות, איינס ביי איינס!

אפאר הערות (איך קען נישט גוט ציטירן, דעריבער גיי איך אראפברענגען יעדע דבר חכמה וואס איך וויל מעיר זיין דערויף.)

״נוץ דיין איגנאראנץ צו פארגרעסערן דיין וויסנשאפט, נישט עס צו פארקלענערן.״ (פרק א פסוק כה)

מען טרעפט אן ענליכע זאך בשם Confucius:
“The essence of knowledge is: having it, to apply it; not having it to confess your ignorance.”
אויך בשמו:
“Real knowledge is to know the extent of your ignorance.”
דאס גייט לדעתי בחדא מחתא מיט (די ערשטע חלק פון) וואס יאיר זאגט; אז א חכם פארשטייט, אנערקענט, און איז מודה אין זיין איגנאראנץ, און פון דארט און ווייטער קען ער בויען.

דאס פירט אריין צום נעקסטן הערה. ״אלעס שטימט ביז מען הויבט אן פארשטיין.״ (פרק ב פסוק יא)

דאס ליגט לכאורה אויך אינ׳ם באקאנטע סאקרעטיק פאראדאקס:
“that he [Socrates] knew nothing except that he knew that very fact (i.e. that he knew nothing)".

דהיינו, מ׳קען אין דעם מאמר אריינטייטשן אז אזא חכם ווי סאקרעטיס, ווי מער חכמה ער האט קונה געווען אלס מער האט ער איינגעזעהן אז ער האלט נאך ווייט פון שלימות החכמה; אזא כעין בחינה פון תכלית הידיעה וכו׳, נאר לגבי חכמה בכלליות. (איך ווייס אז סאקרעטיס אליין האט נישט ממש געזאגט דאס מאמר, און פארקערט, ס׳דא הוכחות אז ער׳ט זיך יא געהאלטען פאר א חכם ממש.)

״מייחס זיין אוממאראלישע מעשים צו גאט מאכט נישט די מעשים מאראליש; עס מאכט גאט אוממאראליש.״ (פרק ג פסוק ג)

דאס איז טאמער מען באטראכט מאראלישקייט פון א Normative שטאנדפונקט. בכלל, דאס גייט אריין אין כלל פון Euthyphro’s Dilemma. (פארשטייט זיך אז מ׳רעדט ווען מ׳איז עס/זיי באמת מייחד צו ג-ט, אן קיין אייגענע פנויות.)

״אלעס ווייסן מיר סוביעקטיוו, אריינגערעכנט אביעקטיוויטעט.״ (פרק ג פסוק טו)

דר. וויליאם בייערס (א מאטעמאטיקער) האט ארויסגעגעבן אן אינטרעסאנטע בוך, The Blind Spot, וואו ער רעדט ארום איבער ממש די געדאנק.

״דער העכסטער מצב פון עקזיסטענץ איז די יכולת צו צווייפלען דערין.״ (פרק ג פסוק יז)

אויף דעם (אויך) האט דעקארט געזאגט זיין באקאנטע Cogito ergo Sum כידוע (לגבי די חלק פון doubt לגבי עקזיסטענץ ודוק).

״יעדער חכם רעזערווירט אן ארט אין מוח צו פראקטיצירן טפשות.״ (פרק ד פסוק ב)

מענין לענין באותו ענין:
📎 IMG_5012.jpg
אין הקדמה פון שב שמעתתא.


Sent from my iPhone using Tapatalk

מי אני » פרייטאג יוני 3, 2022 8:58 am

· #501572
יאיר
15. דער וואס פארשטייט נישט פילאזאפיע איז אין אפלטון'ס הייל; דער וואס גלייבט עס איז אין זיין קבר.
דאס קען גיין צוזאמען מיט וואס דר. טאַוּ דזשינג זאגט איבער די חילוק בין היסוד של פילוסופיה המערב צו כינעזע פילאזאפיע, והיינו:
There is a well-known story in the Zhuangzi, the ‘Fable of a Frog in the Well’. It is a conversation between a well frog and a sea turtle. The frog brags about its own comfortable abode and way of life in a caved-in well to a visiting sea turtle. When the turtle describes for the frog what the sea is like, the frog is completely dumbfounded, not knowing what to make of the turtle’s description. This is a tale about the limited world of the well for the frog in contrast with the limitless world of the sea for the turtle. If the Allegory of the Cave in Plato’s Republic has shaped Western understandings of the nature of knowledge, truth, reality, ethics and politics, the ‘Fable of a Frog in the Well’ has played a similar role in Chinese approaches to these subjects. Whereas illusion/reality is the primary setup in the cave, it is limitedness/limitlessness in the well. Limitedness or smallness versus limitlessness or capaciousness is a foundational paradigm and metaphor in Chinese philosophical reasoning
מיינענדיג לענינינו, אז דער וואס פארשטייט נישט פילאזאפיע איז טאקע אין אַן אילוזיע, אפלטון'ס הייל, איז ער אבער אפילו דערנאך נאך נישט פארזיכערט אז ער איז ארויס פון "זיין קבר" און פונעם צימצום.
בלאט: 1 2