תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12608
די ארטיקל איז געווען נורא ואיום.
עס איז מיר נולד געווארן מער קשיות ווי תירוצים, פון די אנדערע זייט עפנט ער אויף שערים וואס דער מוח גייט נישט נארמאל דארט. עס האט געהאט אלע געפילן פון ליינען א ווערק פון א זשעני
כ'האב מוראדיג הנאה געהאט פון דעהם ארטיקל, הערליך צעלייגט מיט א געוואלדיגע זיסע שפראך בטוב טעם ודעת.
יתרו, וואס מיינט איר זענט געבליבן מיט מער קשיות ווי תירוצים? מצד די עצם פילאזאפיע אדער מצד די ארטיקל
איך וואלט געזאגט אויף די מענשט און זיין פיליזאפיע, לדוגמא וואס איבערצייגט אים אז עס איז בכלל דעם ווילן פון די בורא אז מען זאל אים דינען אויב מיר קענען אים בכלל נישט משיג זיין, און וואס איבערצייגט אים אז דער אידישער מהלך איז דער וועג וואס דער בורא וויל מען זאל אים דינען, (מער פון סתם נאכגיין אונזער יוניווערסאל מאראל) אויב איז ער נישט איבערצייגט אין יציאת מצרים און מתן תורה. בכלל איז זייער נישט קלאר וואס זיין דעה איז איבער הלכה חז"ל וויפיל איז עס מחייב וכו' וכו'
די קשיות בלייבען שווער... כמיין אז לייבאוויטש האט אויסגעשטעלט זיין פילאסאפיע בכוונה אזוי אז ס'איז עיקר חסר מן הספר,
אפשר אויף יענע וועלט וועט מען געוואויר ווערען וואס דא טוט זיך....
"גאט דארף מען נישט דינען, מ'דארף זיך אויסדינען" כך מתאמרא משמיה דרבי מענדל מקאצק. גאט איז מושלם בתכלית השלימות, און ווער ס'גלייבט אנדערש איז א כופר בעיקר. גאט ווערט נישט גרעסער אדער קלענער דורך אונזער עבודה, ער האט אונז אלע פארפאקט. אונז ווילן דינען גאט, ווייל אונז ווילן נישט אינגאנצן פארזינקען ווערן אין די הבלי הזמן און ווערן זאמביס. דינען גאט מיינט, וויסן אז דו קענסט נישט אליינס, און צו פאוקוסן אויף עפעס וואס איז העכער פון דיינע השגות. וויאזוי מ'פאוקוסט אויף דער ענין וואס רופט זיך 'גאט' איז בעצם נישט קיין גרויסע נפקא מינה, סיי דער איד וואס הארעוועט אויף א בלאט גמרא, און סיי דער הינדו וואס הארעוועט אויף די וועדאס, וועלן ביידע אנקומען צום תכלית (אויב זיי טוען עס אויף די ריכטיגע אופן), ווייל זיי פאוקוסן אויף העכערס. אפלאזן אידישקייט לטובת אן אנדערע רעליגיע איז נישט קיין תכלית, ווייל ס'ליגט דיר אין דיין בלוט, און פרובירן צו דערשטיקן א הרגש איז שקר.
רביה"ק והטהור דאס איז אפשר דיין פילאזאפיע אדער דער רבי פון קאצק אבער נישט לייבאוויץ.
און גם לשיטתך ווער זאגט אז גאט וויל מען זאל אים דינען ? און פארוואס זאלן מיר אים וועלן דינען אויב ער האט נישט קיין אינטערעסע דערין? דאכט זיך אז יעדע דינען דארף ערפילען עפעס א נחת רוח פאר וועם מען דינט.
צוריק צו לייבאוויטץ, עס שיינט ווי ער האלט אז דינען גאט קען מען נאר ווען מען ערפיהלט נישט קיין שום אייגענע הנאה, ווייל דעמאלטס דינט ער זיך. נאכמער, כמעט וואס מען קען נאר זיין אן עובד השם מיטן טוען חוקים און מצוות וואס מען האט נישט קיין טעם און מען פארשטייט נישט געהריג די פשט דערפון אזו (ווי תפילה ווען מען ווייסט אז עס טוט נישט אויף) אבער הא גופא קשיא א מענשט איז נישט ביכולת צו טוען אזאך וואס ער האט נישט עפעס אן הנאה דערפון, אבער דאס אליין צו ערפיהלן די הנאה און צורך פון וועלן דינען א גאט איז אויך אן אייגענע הנאה, ווייס איך נישט.
יתרואבער הא גופא קשיא א מענשט איז נישט ביכולת צו טוען אזאך וואס ער האט נישט עפעס אן הנאה דערפון, אבער דאס אליין צו ערפיהלן די הנאה און צורך פון וועלן דינען א גאט איז אויך אן אייגענע הנאה, ווייס איך נישט.
יעדער איינער פארשטייט אז איינער וואס הרג'ט נישט קיין מענטשן ווייל ס'איז פאר זיינע אייגענע אינטערעסן, איז פונקט אזא מושחת ווי היטלער אליינס. א מאראלישע מענטש איז מען נאר אויב מ'טוט וואס איז ריכטיג ווייל ס'איז ריכטיג, ווייל ער קען פשוט נישט טון אנדערש. טא אויב אזוי, וואס מיינט א מאראלישע מענטש? די תירוץ אויף דעם איז גילטיג דא אויך.
הנותן פרוטה לעני וכו'
פארענטפערט נישט קיין קשיות..... עפעס א פיליזאפיע אז מ'דארף מיטל פאר א ציל וואס האט נישט קיין שום ניצן? ס'מאכט מיר נישט קיין סאך סענס.... אבער נעקסט, איך האב נישט געזוכט קיין תירוצים סייווי.....
א ווארט פון שרייבער
אני הקטן האב געשריבן דעם ארטיקל וועגן ישעי' ליבוביץ ז"ל (מיט הילף פון די חשוב'ע רעדאקטארן פון "וועקער", וועלכע האבן אויך צוגעגעבן די אלע שיינע פאטאס וואס באשיינען דעם אטיקל).
איך בין גערירט ביז גאר צו לייענען די פארשיידענע באמערקונגען וועגן ליבוביץ'ס מחשבה, וואס איך האב געפרואווט באשרייבן.
איך האב שוין לאנג נישט אריינגעקוקט אין "קאווע-שטיבל" מחמת פארשיידענע סיבות, מערסטנס, ווייל איך האב זיך געשפירט א ביסל פרעמד און פארבלאנדזשעט דא. איצט ווען איך בין שוין א קאנטריביוטער צום "וועקער" און מע רעדט דא וועגן וואס איך האב געשריבן, פיל איך שוין היימיש. איך האף, אז איכ'ל האבן א סך געלעגנהייטן צו שמועסן מיט קאווע-שטיבל-ניקעס, און צו לערנען פון אייך. איך קוק ארויס!
"פראפעסאר"
יעקב ירון לואיס
<!-- e --><a href="mailto:Justin_Lewis@umanitoba.ca">Justin_Lewis@umanitoba.ca</a><!-- e -->
מיין ..."טעיק"... פון די גאנצע שיטה פון פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ און דער תמצית ה'תמציתים איז וואס ער טענה'ט אז דינען רעבעס אין פארם פון חסידות איז א בחינה פון עבודה זרה...אני הקטן (ווער ביניך דען) בין מסכים מיט דעם אויף גאנצע 100%. דאס גאנצע חסידות און די אדורכפיהרערס פון די שיטה זענען געקומען צו העלפן דעם אידישן המון עם אין א פארצווייפלטע צייט פאר כלל ישראל. אבער צו נעמען אט די מענטשן, וועלכע זענען אין די אונטערשטע שורה נאר א בשר ודם. און אריינטייטשן אין זיי געטליכע און איבער מענטשליכע כוחות. דאס פארפיהרט פונ'ם תכלית ועיקר. און ממילא איז עס א בחינה פון עבודה זרה. כמו השתחוות לשמש ולירח...!
און די צווייטע זאך איז, אז די מדינה איז נישט ..."אתחלתא דגאולה"...אבער אויך נישט קיין טייל פון די סיטרא אחרא. נאר בבחינת א ..."קעירטעיקער"... גאווערנמענט ביז ביאת משיח צדקנו. און ס'איז נאכאלץ א טייל פונ'ם גלות. די גרעסטע ראיה איז אז אלע פעלקער פון די וועלט האבן א דיעה צו זאגן איבער די אינערן פאליטיק און סעיפטי פון די ציווילע באפעלקערונג אין ארץ ישראל...! און ווען די איזראעלי מיליטער רייסט גוט אן די פארשאלטענע אראבישע רוצחים און מערדערס. טוטצעך א גאנצע ויצעקן איבער די וועלט. אנגעהויבן פון דעם ..."הייליגן"...היפאקריטישן פויפסט. ביז די יו.ען. און אלע אנדערע ..."גוטע פריינט"...וועלכע מיינען נאר די טובה פון די אידן...! (און אויכעט א פאר נארישע, נאאיווע אדער גאר בייזוויליגע אידעלעך.) אז מ'האט געהרג'עט די ציווילע באפעלקערונג...כאילו אז אין ארץ ישראל וואוינט נישט קיין ציווילע באפעלקערונג..!
המשיח לעולם יבא!וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?
רביה''ק זי''עהמשיח לעולם יבא!וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?
דאס איז זיכער אז דו קענסט עם קיינמאל נישט prove'ן אלס כופר ווייל ביזדערווייל האט זיך משיח נאך קיינמאל נישט באוויזן
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
רביה''ק זי''עהמשיח לעולם יבא!וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?
פארוואס זאל דאס נישט זיין כפירה?
דאס איז אמאל זיכער אז לייבוביץ מיט חז"ל איז א סתירה, ומינה אז ער איז א מהודר'דיגע אפיקורס ופורש מן הפרושים
נישט נאר ליבוביץ מיט חז"ל זענען א סתירה, חז"ל מיט חז"ל אליינס זענען אויך א סתירה... ר' הילל אומר אין להם משיח לישראל שכבר אכלוהו בימי חזקיה (סנהדרין צט.). ומינה אז ר' הילל (ימ"ש?) איז געווען א מהודר'דיגע אפיקורוס ופורש מן הפרושים...
יש לחלק, משיח'ס קומען איז איין פרט אין דעם עולם האמונה של חז"ל, ועוד: ר' הלל האט געמעגט
דו מיינסט אודאי צו זאגן אז ישעיהו ליבוביץ האט געמעגט.
איש חזוןיש לחלק, משיח'ס קומען איז איין פרט אין דעם עולם האמונה של חז"ל, ועוד: ר' הלל האט געמעגט
איש חזון: ר' הילל האט נאר אויסגעדרוקט א מיינונג. ער האט געמעגט. און פראפ. ישעיהו ליבוביץ האט אויך געמעגט...! קיינער מוז נישט מסכים מיט איהם. אבער ער ווערט נאכנישט קיין אפיקורס מיט דעם...!
וואס זאג איך דא אזוי מאדנע?
אפיקורס איז א מושג וואס חז"ל האבן אוועקגעשטעלט, ס'איז א פאקט...
ס'דא וואס בוקן זיך צו אפיקורסים (און פייפן אויף חז"ל) און ס'דא וואס האבן מורא פון דעם ווארט
בסך הכל אמרתי, שמי שיש לו בעיה בלהיות אפיקורס צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ליבוביץ...
רביה''ק זי''עדו מיינסט אודאי צו זאגן אז ישעיהו ליבוביץ האט געמעגט.
קען זיין, אבער וואס איז די 'אודאי'?...
איש חזון: ס'איז טאקע א שטיקל חילוק פון ר' הילל ביז פראפ. ישעיהו ליבוביץ. אמת אונז מוזן מיר גלייבן וואס חז"ל האבן געזאגט. כמעשה באותו תלמיד של ר' יוחנן דהוה דריש עה"פ ...,"ושמתי כדכוד שמשותיך"...ליגלג עליו אותו תלמיד. לימים הגיע למקום אחד וראה מלאכים ...כ'געדענק נישט די פונקטליכע לשון. כ'דארף נאכקוקן... אבער דער תמצית פון די מעשה איז אז ער האט געזעהן מלאכים ווי זיי שניידן גרויסע דיימאנד שטיינער... איז ער נתפעל געווארן. איז ער צוריקגעגאנגען צו ר' יוחנן און געזאגט...רבי. לך נאה לדרוש...אז ס'איז אמת וואס די רבי האט געזאגט...האט ר' יוחנן געזאגט צו איהם...אלמלא ראית לא האמנת...?! נתן עיניו בו. ונעשה גל של עצמות...! איז מיר אייביג שווער געווען. ווייל ער האט נישט געקענט אין אנהייב גלייבן אזא אומגלויבליכע זאך קומט איהם אן עונש פון מיתה...?! נאר דער תירוץ איז. דער דיוק פונ'ם ווארט..."ליגלג"...ער האט געשפעט. אפילו אויב ס'איז א זאך וואס ס'איז שווער צו גלייבן. וואלט ער געדארפט פרעגן מיט דרך ארץ...."ילמדנו רבינו"...!
משא"כ וואו די אמוראים זענען מחולק. מעג מען האלטן ווי סיי וועלכער פון די בעלי פלוגתא. ס'איז דאך נישט קיין הלכה. מ'איז זיך מתוכח איבער אן עתיד...!
איש חזוןבסך הכל אמרתי, שמי שיש לו בעיה בלהיות אפיקורס צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ליבוביץ...
וגם צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ר' הלל...
בקיצור, קען זיין אז ר' הלל האט געמעגט זיין אן אפיקורוס, אבער אן אפיקורוס איז ער געווען (לויט אייך).
רביה''ק זי''עאיש חזוןבסך הכל אמרתי, שמי שיש לו בעיה בלהיות אפיקורס צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ליבוביץ...
וגם צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ר' הלל...
בקיצור, קען זיין אז ר' הלל האט געמעגט זיין אן אפיקורוס, אבער אן אפיקורוס איז ער געווען (לויט אייך).
איך האב כנראה מקצר געווען אויבן,
משיח'ס קומען איז נאר איין פרט אין דעם עולם האמונה פון חז"ל, דאס איז בכלל נישט דומה צו דאס אויסמעקן דאס גאנצע מיסטיקה וכו' פון חז"ל וואס אויף דעם איז געבויעט דער דת ההלכה הפרושית. אסאך שיינע יודן, טיפע דענקער, בריליאנטע אינטעלעקטואלן, מיט גרויסע שווארצע קאפלעך (וכדומה), האבן גע'חלום'ט פון באשאפן א נייע דת, וכבודם במקומם מורקב.
ועוד, ר' הילל איז געווען פון חז"ל, ער איז א דעת יחיד, אבער ער פייפט נישט אויף חז"ל, ויל"ע מה"ד במי שחושב כיום שהלכה כר' הילל, וצל"ע בסידור אחר תפילת שחרית.
berlbalagulehאיש חזון: ס'איז טאקע א שטיקל חילוק פון ר' הילל ביז פראפ. ישעיהו ליבוביץ. אמת אונז מוזן מיר גלייבן וואס חז"ל האבן געזאגט. כמעשה באותו תלמיד של ר' יוחנן דהוה דריש עה"פ ...,"ושמתי כדכוד שמשותיך"...ליגלג עליו אותו תלמיד. לימים הגיע למקום אחד וראה מלאכים ...כ'געדענק נישט די פונקטליכע לשון. כ'דארף נאכקוקן... אבער דער תמצית פון די מעשה איז אז ער האט געזעהן מלאכים ווי זיי שניידן גרויסע דיימאנד שטיינער... איז ער נתפעל געווארן. איז ער צוריקגעגאנגען צו ר' יוחנן און געזאגט...רבי. לך נאה לדרוש...אז ס'איז אמת וואס די רבי האט געזאגט...האט ר' יוחנן געזאגט צו איהם...אלמלא ראית לא האמנת...?! נתן עיניו בו. ונעשה גל של עצמות...! איז מיר אייביג שווער געווען. ווייל ער האט נישט געקענט אין אנהייב גלייבן אזא אומגלויבליכע זאך קומט איהם אן עונש פון מיתה...?! נאר דער תירוץ איז. דער דיוק פונ'ם ווארט..."ליגלג"...ער האט געשפעט. אפילו אויב ס'איז א זאך וואס ס'איז שווער צו גלייבן. וואלט ער געדארפט פרעגן מיט דרך ארץ...."ילמדנו רבינו"...!
משא"כ וואו די אמוראים זענען מחולק. מעג מען האלטן ווי סיי וועלכער פון די בעלי פלוגתא. ס'איז דאך נישט קיין הלכה. מ'איז זיך מתוכח איבער אן עתיד...!
הייליגע רייד, ר' בערל. אבער דאס וואס איר שרייבט צום סוף, איז דלא ככל הסידורים שבבית הכנסת שלי, וצ"ע ובירור.
איך האב נאכנישט אדורגעטון גאנץ תורת ישעיהו ליבוביץ, קען זיין אז ער האט געהאט אנדערע שיטות וואס קלאציפירן איהם אלץ אפיקורוס. בכל אופן, דא בין איך נאר געקומען דן צו זיין אויף די איין ספעציפישע נקודה. העולה מכל הנ"ל אז אויב די ספעציפישע אויבנדערמאנטע שיטה קלאציפירט איהם אלץ אפיקורוס, דאן איז ר' הלל אויך געווען אן אפיקורוס.
איש חזוןהייליגע רייד, ר' בערל. אבער דאס וואס איר שרייבט צום סוף, איז דלא ככל הסידורים שבבית הכנסת שלי, וצ"ע ובירור.
איך ווייס נישט וועלכע סידור דו האסט, אבער אין מיין סידור שטייט נישט אז איינער וואס האלט אזויווי ישעיהו ליבוביץ איז אן אפיקורוס. בכל אופן אויב אין דיין סידור שטייט יא אזוי, איז עס טאקע א געפערליכע זלזול אין חז"ל, און מ'דארף עס גונז זיין (אפשר דארף מען אויך פארברענען אלע ספרים פונעם ארויסגעבער, ויש לדון בזה).
רביה''ק זי''עאיך האב נאכנישט אדורגעטון גאנץ תורת ישעיהו ליבוביץ
מנע רגלך...
פון די ביסל פון זיינע תורות, און די ביסל רמב"ם'ס תורות, וואס איך האב געלערנט, זעט מיר אויס אז ביידע האבן געהאלטן בערך די זעלבע זאך, פארשטייט זיך נאר אויב מ'נעמט אראפ די רמב"ם'ס אמונות הכרחיות וואס מ'ווייסט קלאר אז ער האט נישט באמת געהאלטן דערפון.
אונזער דת איז דען געבויעט אויף א שטיקל מורה נבוכים?
האלטן אונז שוין ביי דריי אפיקורסים. 😂 😂 😂 😂 😂
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
רביה''ק זי''עאיך האב נאכנישט אדורגעטון גאנץ תורת ישעיהו ליבוביץ, קען זיין אז ער האט געהאט אנדערע שיטות וואס קלאציפירן איהם אלץ אפיקורוס. בכל אופן, דא בין איך נאר געקומען דן צו זיין אויף די איין ספעציפישע נקודה. העולה מכל הנ"ל אז אויב די ספעציפישע אויבנדערמאנטע שיטה קלאציפירט איהם אלץ אפיקורוס, דאן איז ר' הלל אויך געווען אן אפיקורוס.
איך זעה נישט פארוואס דו לייגסט ר' הילל מיט ר' ישעיהו אויפן זעלבע בלאט.
ר' הילל טענה'ט אז כבר אכלוה בימי חזקיהו, ס'הייסט אז ס'שוין נתקיים געווארן די נבואה.
ר' ישעיהו טענה'ט אז די נבואה איז בגדר חלום, ס'גייט אייביג זיין דער חלום אבער נישט קיין מציאות.
חסיד פון ליטארביה''ק זי''עהמשיח לעולם יבא!וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?
פארוואס זאל דאס נישט זיין כפירה?
יעצט אז מ'האלט שוין דא, קען מען שוין צוריקגיין צו דיין ערשטע פראגע.
פון איין זייט קען מען זאגן, אז כפירה איז נאר ווען מ'לייקנט אינגאנצן אין א פסוק. פראפעסאר ליבוביץ האט נישט געלייקנט אין די נבואה פון זכריה, סך הכל האט ער אריינגעלערנט א קרומע פשט, אזויווי אונז טוען מיט די לעצטע פסוק פון דניאל. פון די צווייטע זייט קען מען זאגן, אז דאס וואס ער טוט מיט זכריה'ס נבואה איז אינגאנצן אנדערש ווי וואס אונז טוען מיט דניאל'ס נבואה. ביי דניאל זאגן אונז אז עפעס מיינט עס אונז ווייסן אבער נישט וואס, ער אבער נעמט זכריה'ס נבואה און מאכט סתם ליצנות דערפון.
רביה''ק זי''עהאלטן אונז שוין ביי דריי אפיקורסים. 😂 😂 😂 😂 😂
מיר קומט נישט צו לאכן, משום מה 😞 (אפשר האט דער ר"מ במז"ל געהאט א שווערע תקופה 🙄 )
אגב הנני להוסיף אז לייבאוויץ איז סאך מער 'אויפגעקלערט' ווי מורה נבוכים. זיין 'יודישקייט' איז באשטאנען אויף לופט.
די מחבר פון די מורה נבוכים'ס אידשקייט איז גארנישט בעסער אין די פרט.
חסיד פון ליטארביה''ק זי''עאיך האב נאכנישט אדורגעטון גאנץ תורת ישעיהו ליבוביץ, קען זיין אז ער האט געהאט אנדערע שיטות וואס קלאציפירן איהם אלץ אפיקורוס. בכל אופן, דא בין איך נאר געקומען דן צו זיין אויף די איין ספעציפישע נקודה. העולה מכל הנ"ל אז אויב די ספעציפישע אויבנדערמאנטע שיטה קלאציפירט איהם אלץ אפיקורוס, דאן איז ר' הלל אויך געווען אן אפיקורוס.
איך זעה נישט פארוואס דו לייגסט ר' הילל מיט ר' ישעיהו אויפן זעלבע בלאט.
ר' הילל טענה'ט אז כבר אכלוה בימי חזקיהו, ס'הייסט אז ס'שוין נתקיים געווארן די נבואה.
ר' ישעיהו טענה'ט אז די נבואה איז בגדר חלום, ס'גייט אייביג זיין דער חלום אבער נישט קיין מציאות.
ווער עס קען נישט זינגען קיקען אלע נגינים אויס די זעלבע.
שוין, עמער גיין אויסוואשן די בעזעם, כל טוב
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
רביה''ק זי''עחסיד פון ליטארביה''ק זי''עהמשיח לעולם יבא!וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?
פארוואס זאל דאס נישט זיין כפירה?
יעצט אז מ'האלט שוין דא, קען מען שוין צוריקגיין צו דיין ערשטע פראגע.
פון איין זייט קען מען זאגן, אז כפירה איז נאר ווען מ'לייקנט אינגאנצן אין א פסוק. פראפעסאר ליבוביץ האט נישט געלייקנט אין די נבואה פון זכריה, סך הכל האט ער אריינגעלערנט א קרומע פשט, אזויווי אונז טוען מיט די לעצטע פסוק פון דניאל. פון די צווייטע זייט קען מען זאגן, אז דאס וואס ער טוט מיט זכריה'ס נבואה איז אינגאנצן אנדערש ווי וואס אונז טוען מיט דניאל'ס נבואה. ביי דניאל זאגן אונז אז עפעס מיינט עס אונז ווייסן אבער נישט וואס, ער אבער נעמט זכריה'ס נבואה און מאכט סתם ליצנות דערפון.
כ'האב אמאל געליינט א מעשה מיטן חפץ חיים אז א איד האט אים געפרעגט וואס גייט זיין אויב ס'קומט אן דער אלף השביעי והמשיח אינני, האט אים דער ח"ח געענטפערט, וואס הייסט? מ'גייט אין ביהמ"ד און מ'לייגט טלית ותפילין און מ'דאווענט ווייטער צום בורא.
ואולי לזה כיון ר' ישעיהו.
משיח האט שוין געדארפט קומען טויזענטער מאל אין אייביג האט זיך עס געקענסעלט. פארוואס זאל זיך עס טוישען פונקט אין שנת ה"א תת"ר. פונקט יענץ וועט זיין די אמתע קץ?
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
גדליהמשיח האט שוין געדארפט קומען טויזענטער מאל אין אייביג האט זיך עס געקענסעלט. פארוואס זאל זיך עס טוישען פונקט אין שנת ה"א תת"ר. פונקט יענץ וועט זיין די אמתע קץ?
ס'וועט נישט זיין די ערשטע חז"ל וואס מיר פארשטייען נישט די טיעפע כונה דערפון.
וכבר אמר החכם, ווען דו שטייסט פעסט קען איך דיר אראפקלאפן, אבער טאמער בייגסטו זיך אהין און אהער וועל איך קיין שליטה אויף דיר האבן.
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
די קשיא פון הלל איז דוכט זיך שוין באהאנדעלט אין ספר העיקרים.
אלענפאלס, די גאנצע ענין פון אפיקורס איז דער וואס גלויבט נישט אין תורה, בין שבכתב בין שבע"פ. די עיקרים זענען די הויכפונקטן אויף וואס די איבעריגע חז"ל איז געבויט. איינער וואס איז פון חז"ל, לערנט מיט זייער כללים, און קומט ארויס אנדערש ווי אנדערע אמוראים, איז נישט קיין כופר אין תורה.
ליבאוויטץ איז געווען א פילאזאף און א דענקער, אבער ווייניג משועבד צו חז"ל. אסאך פון זיין זאכען זענען אייגענע בליצען און דאס איז גענוג ביי אים מער ווי אלסדינג (לדעתי, רוב זיין יסודות וואס מ׳שמועסט דא אויס זענען איבערגעחזר׳ט די זעלבע קשיא פון צמצום, ואכמ"ל) טאמער ער גלויבט נישט אין חז"ל, איז ער אן אפיקורס אויפ׳ן נעגאטיוון אופן.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטטאמער ער גלויבט נישט אין חז"ל, איז ער אן אפיקורס אויפ׳ן נעגאטיוון אופן.
סתם לידיעה בעלמא, חז"ל אליינס האבן אויך נישט געגלייבט אין חז"ל... ואולי גם קושיא זה נידון בספר העיקרים.
רביה"ק זי"ע: ס'איז א שטיקל חילוק. ווען די חז"ל דעבאטירן צווישן זיך איבער א פאקט. אדער אן עתידות. איז א יעדער בארעכטיגט צו זיין מיינונג. און א יעדער קען האלטן מיט וועלכן תנא/אמורא'ס מיינונג ער ווילל. צי ווייל ער האט ראיות. אדער סתם א ..."גאט פיעלינג"...!
אבער ווען ס'האנדלט זיך אין א הלכה. זאגט דאך שוין די גמרא..."הלכה כבית שמאי"... אדער .."הלכה כבית הילל"...דארט איז דאך דא א הלכה פסוקה. אבער דאס הייסט נאכאלץ נישט אז איינער האלט נישט פון חז"ל. ער גייט נאר אקעגן די הלכה. אבער קיין אפיקורס הייסט ער נישט...!
משא"כ. ווען איינער האלט נישט פון חז"ל. אז זייערע ווערטער האבן געהאט א ספעציעלע ווערד. ער האלט אז זיי זענען געווען פשוט'ע מענטשן. אט דאס הייסט אן אפיקורס...! ופשוט הוא.
פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ זאגט נישט אז חז"ל האבן נישט געוואוסט מער ווי א פשוט'ער מענטש. ער האלט נאר אז ער איז גענוג גרויס. און ער האט די ריכטיגע אינפארמאציע און לאגיק זיך מתווכח צו זיין מיט זיי. אדער האלטן אנדערש...! ער קען זיין אומ-גערעכט. אבער דאס הייסט נישט קיין (קלאסישער) אפיקורס...!
berlbalagulehפראפעסאר ישעיהו ליבוביץ האלט אז ער איז גענוג גרויס. און ער האט די ריכטיגע אינפארמאציע און לאגיק זיך מתווכח צו זיין מיט זיי. אדער האלטן אנדערש.
איך געדענק נישט אזא זאך.
רביה"ק זי"ע: פון זיינע ארגומענטן איז אזוי משמע...! אבער ער מאכט נישט אוועק דאס גרויסקייט פון די תנאים ואמוראים...!
רביה''ק זי''עליטוואק פון בודאפעסטטאמער ער גלויבט נישט אין חז"ל, איז ער אן אפיקורס אויפ׳ן נעגאטיוון אופן.
סתם לידיעה בעלמא, חז"ל אליינס האבן אויך נישט געגלייבט אין חז"ל... ואולי גם קושיא זה נידון בספר העיקרים.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט פון אונזערע ידיעות בעלמאדארפסט נישט נעמען קיין אחריות, חז"ל האבן עס שוין גענומען אויף זיך. דארפסט נישט מער ווי עפענען א גמרא, און זען וויפיל מאל דברי חז"ל ווערן אפגעפרעגט, נישט נאר אין הלכה זאכן, נאר אויך אין פשוטע פאקטן.
חז"ל האבן נישט געגלייבט אין די אמונות ודעות וואס שטייען אין חז"ל? 🙄
איך ווייס נישט, דאס איז איינמאל קלאר, אז זיי האבן געוואוסט אז זיי אליינס קענען אויך מאכן טעותים.