☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

307 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12233
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

איש חזון » דינסטאג מאי 15, 2018 10:29 am

· #402705
בגמ' ב''ב אי' ''רוב בגזל''

Gimpel » דינסטאג מאי 15, 2018 1:54 pm

· #402738
הערתך נכונה מאד

נקודת-אמת » דינסטאג מאי 15, 2018 2:06 pm

· #402740
ווי ווייט איך ווייס האלט זיך ר'-ישעי'-יענק'לע זייער נאנט מיט'ן טירנויער דעם באקאנטן,
איך ווייס נישט קיין חשבונות פון געלטער צו אנדערע חשבונות, אבער דאס איז די פאקט.

נישט גיין באזוכן די בעלזער וועגן די נאנטשאפט, האט ער מסתם געהאלטן אז ס'איז איבער די חיוב,
בפרט ווי @יוסף יוזפא האט גע'טענה'ט דא אז זיין טאט'ן זאל זיין גיזונט האט איהם באפוילן יא צו גיין באזוכן,
און ווער ס'ווייסט וואס ארא חסיד איז אב"ד-מאור-הגולה איז פון זיין טאט'ן שליט"א,
פארשטייט אליינ'ס אז ס'וועט איבערוועגן א יעדע אנדערע זאך אויפ'ן וועלט,
אי קנאות, אי געלט פאר חסד לאברהם מוסדות'ן, אי געלט פאר זיין אייגענע קהילה און עסקנות'ן, און אפי' זיין לאנג-יעריגע ידידות מיט ר'-משה-מנחם.

ווי פארשטענדליך, וועט ער נישט בדווקא ווערן איצטער א פיינט אדער א מתנגד פאר'ן טירנויער,
איז ער געגיינגען באזוכן דעם בעלזאי, און נאכדעם געגיינגען אויך באזוכן ר'-משה-מנחם...

לטעמי ולדעתי איז דאס גאנץ א גוטע וועג צו פארשטיין,
און אויב טאקע אלעס איז ריכטיג, און טירנויער האט זיך בארוהיגט נאכ'ן ביקור התנצלות,
איז ר'-ישעי'-יעקב ארויסגעקומען אפי' בעסער ווי דעם טאהשער צדיק וואס האט געמוזט אנטלויפן ביז נאך דער בעלזער איז אוועק געפאהרן...

ר' ישעי' יעקב האט אנגעיאגט פאהרן קיין מירון, צוריק קומען, באזוכן דעם בעלזער, זיך מפייס זיין מיט רב טירנויער,
בשעת ווען אנדערע זענען סך הכל געוועזן אונטערוועגנ'ס מאנטריאל ניו-יארק און צוריק...

ווייזט אויס אז צומאהל וועט תמימות געווינען אלע חכמות שבעולם...

איש חזון » דינסטאג מאי 15, 2018 3:53 pm

· #402746
הרב פארטוגאל איז געגאנגען באזוכן משה בן מנחם פא''פ?
וואו (=WOW)

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 15, 2018 8:03 pm

· #402762
נקודת אמת: איך האב מיך אפגעשטעלט גלייך ביים 2'טן פאראגראף וואו דו זאגסט אז זיין טאטע דער סקולענער רבי שליט"א האט געבעטן אז ער זאלל גיין באזוכן בעלזער רב. מ'דארף נישט קיין שום אנדערע חשבונות. טאקע אלס כיבוד אב וואלט ער כפרה געשלאגן מיט 10 ברואים ווי משה מנחם טירנויער...!.

יוסף יוזפא » מיטוואך מאי 16, 2018 1:48 am

· #402814
נקודת-אמת
ווי ווייט איך ווייס האלט זיך ר'-ישעי'-יענק'לע זייער נאנט מיט'ן טירנויער דעם באקאנטן,
איך ווייס נישט קיין חשבונות פון געלטער צו אנדערע חשבונות, אבער דאס איז די פאקט.

נישט גיין באזוכן די בעלזער וועגן די נאנטשאפט, האט ער מסתם געהאלטן אז ס'איז איבער די חיוב,
בפרט ווי @יוסף יוזפא האט גע'טענה'ט דא אז זיין טאט'ן זאל זיין גיזונט האט איהם באפוילן יא צו גיין באזוכן,
און ווער ס'ווייסט וואס ארא חסיד איז אב"ד-מאור-הגולה איז פון זיין טאט'ן שליט"א,
פארשטייט אליינ'ס אז ס'וועט איבערוועגן א יעדע אנדערע זאך אויפ'ן וועלט,
אי קנאות, אי געלט פאר חסד לאברהם מוסדות'ן, אי געלט פאר זיין אייגענע קהילה און עסקנות'ן, און אפי' זיין לאנג-יעריגע ידידות מיט ר'-משה-מנחם.

ווי פארשטענדליך, וועט ער נישט בדווקא ווערן איצטער א פיינט אדער א מתנגד פאר'ן טירנויער,
איז ער געגיינגען באזוכן דעם בעלזאי, און נאכדעם געגיינגען אויך באזוכן ר'-משה-מנחם...

לטעמי ולדעתי איז דאס גאנץ א גוטע וועג צו פארשטיין,
און אויב טאקע אלעס איז ריכטיג, און טירנויער האט זיך בארוהיגט נאכ'ן ביקור התנצלות,
איז ר'-ישעי'-יעקב ארויסגעקומען אפי' בעסער ווי דעם טאהשער צדיק וואס האט געמוזט אנטלויפן ביז נאך דער בעלזער איז אוועק געפאהרן...

ר' ישעי' יעקב האט אנגעיאגט פאהרן קיין מירון, צוריק קומען, באזוכן דעם בעלזער, זיך מפייס זיין מיט רב טירנויער,
בשעת ווען אנדערע זענען סך הכל געוועזן אונטערוועגנ'ס מאנטריאל ניו-יארק און צוריק...

ווייזט אויס אז צומאהל וועט תמימות געווינען אלע חכמות שבעולם...

ער איז נישט געגאנגען צוליב זיין טאטעס באפעל, ער איז געגאנגען ווייל ער האט גיוואלט, און ער האט גיהאלטן אז אזוי דארף זיין.
נאר זיין טאטע האט איהם געזאגט זאל ער עס מאכן בגלוי ובפרסום און זיך נישט באהאלטן פון קיינען.

מור וקציעה » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:08 pm

· #402978
בצל המתיחות בין האדמו"רים: בן הרבי מאנטוורפן ביקר בבעלזא

למרות הקרע השורר בין החצרות, בן הרבי מפשעוורסק שהה במשך למעלה משעה בחדרו של הרבי מבעלזא שהזמין אותו כאורחו האישי לחתונת נכדו שתיחגג בשבוע בקרית בעלזא

משה ויסברג 09:56 17/05/2018

בנו של האדמו"ר מפשעווארסק גדול אדמו"רי אירופה, הגיע אמש (רביעי) לביקור במעונו של הרבי מבעלזא ושהה בחדרו במשך למעלה משעה.

ל'בחדרי חרדים' נודע, כי מדובר בביקור נדיר, שכן הרבי קיבל את הבן למרות שלושת ימי הגבלה בהם אין קבלת קהל.

עוד נודע ל'בחדרי חרדים', כי הרבי מבעלזא ישב עמו זמן רב - למעלה משעה.

בסיום הביקור הזמין אותו הרבי להשתתף בחתונה הקרובה כאורח אישי שלו להשתתף בכל שמחת החתונה.

מדובר בביקור היסטורי ועוד יותר לא שגרתי, זאת חרף הקרע של אביו הרבי מפשעוורסק עם האדמו"ר מבעלזא רבות בשנים.

האם בהמשך יהיה גם מפגש בין שני האדמו"רים? 'בחדרי חרדים' ימשיך לעקוב.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:52 pm

· #402988
מור וקציעה: ייש"כ. א ביסל דערפרישענדע נייעס. ווייל רוב פן די לעצטיגע תגובות זענען געווען אויסגעדראשן. אהין און צוריק די זעלבע זאכן...!
יא ממ"ט (נישט צו פארטוישן חלילה מיט דעם מלאך פון אן ענליכן נאמען.) נישט ממ"ט. יא געקומען צו די סעודה. נישט געקומען צו די סעודה. געטון א טובה און געשיקט די בחורים. נישט געשיקט די בחורים. איך קען שוין נישט הערן אזויפיהל פון דעם פאררוקטן חומץ בן יין...!

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:12 pm

· #402995
איך פארשטיי נישט וואס מען מאכט דא צימעס פין די נייעס אז די זוהן פין די פשערווארסקער רבי איז געוועהן ביי די בעלזער רבי'ן
ס'איז די רעדע פין יונגסטע זוהן פין רבי לייביש'ל וואס איז ליידער פארקראכן פין די וועג אין פירט זיך אויף ווי א גוי גמור - פארוואס ער איז געוועהן ביי די בעלזער האב איך נישט קיין אנונג אבער מען רעדט פין דעי זוהן

ממילא איז בכלל נישט היסטאריע....... ליידער ליידער

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:14 pm

· #402996
התם ומתמם עם תמימים: דו ביסט נישט אזא תמים ווי דו ווילסט זיך אהערשטעללן...! אבער לויט ווי איך הער איז דוד בן גוריון'ס טאטע אויך געווען אן ערליכער איד...!

אמת ויציב ונכון » דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:35 pm

· #402999
berlbalaguleh
מור וקציעה: ייש"כ. א ביסל דערפרישענדע נייעס. ווייל רוב פן די לעצטיגע תגובות זענען געווען אויסגעדראשן. אהין און צוריק די זעלבע זאכן...!
יא ממ"ט (נישט צו פארטוישן חלילה מיט דעם מלאך פון אן ענליכן נאמען.) נישט ממ"ט. יא געקומען צו די סעודה. נישט געקומען צו די סעודה. געטון א טובה און געשיקט די בחורים. נישט געשיקט די בחורים. איך קען שוין נישט הערן אזויפיהל פון דעם פאררוקטן חומץ בן יין...!

כהאב הנאה האסט שכל אריינצוכאפן נאך א שיינע שטיקל גיהונם...... ארויסגעבראכן א טוויט אקעגן א תלמוד חכם.......

נקודת-אמת » דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:48 pm

· #403002
פון וועלעכער זוהן פון'עם פעשוואסקער צדיק רעדטזיך דא טאקע?

דער יונגסטער אדער דער עלטסטער איז דאך נישט קיין נייעס
און ווער ס'פארשטייט פארשטייט,

אויב רעדטזיך דא פון איינער פון די נארמאלע זוהן'ן איז דאס טאקע אן אויפרייס

גאנצל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 2:05 pm

· #403003
אויב האט ער אים איינגעלאדענט צו א חתונה קען זיך עס נישט רעדן פונעם יונגסטען

בעצם איז דאך ר' לייבוש אויך געווען און מאנכע זאגן נאך היינט א הייסע בעלזער חסיד

איז עס נישט אזא קשיא

Gimpel » דאנערשטאג מאי 17, 2018 2:21 pm

· #403007
בן הזה שהגיע לבעלז הגיע בשביל החזרה בתשובה

גאנצל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 2:25 pm

· #403008
הייסט ר' ישעילע האט אים געשיקט צום בעלזער.......

אינטערסאנט אז דער מילטיער מאן חיים הערש מייזליש דעם סאטמאר רב'ס ז"ל'ס אייניקל איז אויך געגאנגען צום בעלזע רב

יוסף יוזפא » דאנערשטאג מאי 17, 2018 2:31 pm

· #403009
די יונגסע זוהן טאקע, די שרייבער וויסברג וויס איך נישט צו ער איז טאקע אזא גרויסן תם, צו ער מאכט זיך גאר.

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 2:55 pm

· #403010
איז שוין דער הייליגער רב זאל מאריך ימים זיין / אדער אד''ש וכל שם וחניכא דאית ליה, אינאיינעם מיט זיין רבנית זאל אויך מאריך ימים, און לעבן ווי לאנג זי וויל, שוין ענדליך צוריק געפארן קיין ישראל? צו זענען די חברה גאר שטעקן געבליבן ערגץ וואו אריבער די אנדערע זייט גרעניץ אין קאנאדא? ווארום די זויערנאכטעמליכער פאמפע דראמפע מסע טרעט שוין דעם מענטשהייט אויף די געהירן.... ס'גלייבט זיך שוין גאר אז כבוד בית בעלזא (וועלכע איז דוחה כל התורה כולה) איז שוין אזוי דערהויבן געווארן, אזש די שכינה כביכול זעלבסט איז שוין מקנא דער רויטען טעפיך, פריוואטע פליגער, פרעזידענטליכע מאטארקאדע כבוד מלכים וואס אד'''ש האט זיך דערווארבן אין קאנאדא...

יוסף יוזפא » דאנערשטאג מאי 17, 2018 3:11 pm

· #403011
קאך_לעפל

וועלכן חלק האט דיר פונקט גשטערט?
די רויטע טעפיך, אדער די טויזנטע פון שטאט וואס זענען געקומען?
די כבוד בעלזא? אדער די גרויסע כבוד וואס טירנואר האט באקומען זיין זיין הערליכע רייד?
די כבוד מלכים? אדער די כבוד שמים שנתרבה?

לאמיר הערן וואס, אי"ה פאר די קומענדיגע מסע הקודש וועט מען אייך בעטן רשות.
און אויב וועלן ענק נישט לאזן פאהרן מיט'ן פריוואטן פליגער טראכט מען אפשר צו פארן מיט א שיף.
נ.ב. אויז עס איז אייך וויכטיג קען מען טוישן די טעפיף אויף א געהלע טעפיך.

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 3:19 pm

· #403012
יוסף יוזפא

כ'ווייס נישט וואס די ווילסט.... איז ער שוין צוריק אין ציוני-לאנד? יא אדער נישט?

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 3:21 pm

· #403013
יא... און וועגן דעם טעפיך... ביטע נוצט נעקסטע מאל א פורפעל... כ'גלייך עס בעסער... און ס'דערהייבט דעם כבוד בית בעלזא נאך העכער ווי א רויטע....

יוסף יוזפא » דאנערשטאג מאי 17, 2018 3:27 pm

· #403014
קאך_לעפל
יא... און וועגן דעם טעפיך... ביטע נוצט נעקסטע מאל א פורפעל... כ'גלייך עס בעסער... און ס'דערהייבט דעם כבוד בית בעלזא נאך העכער ווי א רויטע....

די עיקר איז אלע זאלן זיין צופרידן.
📎 632-640x427.jpg

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 3:34 pm

· #403016
הערליך! און וואו איז אד''ש?

Gimpel » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:09 pm

· #403017
אדמור מבעלזא עוסק בעניין בעלי תשובה וכן אחד מבית סקוירא הגיע

יוסף יוזפא » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:19 pm

· #403018
Gimpel
אדמור מבעלזא עוסק בעניין בעלי תשובה וכן אחד מבית סקוירא הגיע

מי הגיע מבית סקווירא?

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:33 pm

· #403019
Gimpel
אדמור מבעלזא עוסק בעניין בעלי תשובה וכן אחד מבית סקוירא הגיע

נכון! וגם בבעלי עבירה...

newkave » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:37 pm

· #403020
קאך_לעפל
הערליך! און וואו איז אד''ש?

אפשר גאר ציט ער ארויף שטרימפ אויף זיין הענט יעצט, כמנהג ה'וו-יועל מוישא

newkave » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:38 pm

· #403021
קאך_לעפל
Gimpel
אדמור מבעלזא עוסק בעניין בעלי תשובה וכן אחד מבית סקוירא הגיע

נכון! וגם בבעלי עבירה...

חחח.הייליג הייליג
יחי הקדוש רעבארן יחי!

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:40 pm

· #403022
newkave
קאך_לעפל
Gimpel
אדמור מבעלזא עוסק בעניין בעלי תשובה וכן אחד מבית סקוירא הגיע

נכון! וגם בבעלי עבירה...

חחח.הייליג הייליג
יחי הקדוש רעבארן יחי!

רעבארן? מי זה?

יוסף יוזפא » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:47 pm

· #403023
@קאך_לעפל איך ווער נתפעל פון דיין אהת ישראל ב"ה, איז עס ספיציעל פאר בעלזע רב שליט"א אדער גאר פאר נאך חשובע יודען?

קומזיץ » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:57 pm

· #403024
קאך_לעפל
Gimpel
אדמור מבעלזא עוסק בעניין בעלי תשובה וכן אחד מבית סקוירא הגיע

נכון! וגם בבעלי עבירה...

אוודאי! ער מאכט די בעלי עבירה פאר בעלי תשובה

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 5:12 pm

· #403025
יוסף יוזפא
@קאך_לעפל איך ווער נתפעל פון דיין אהת ישראל ב"ה, איז עס ספיציעל פאר בעלזע רב שליט"א אדער גאר פאר נאך חשובע יודען?

זאג... האסט מיך אפשר אמאל געזען שרייבן איין ווארט נעגעטיוו אויפן בעלזא'ן רב שליט''א? וואס האקסטו א טשייניק...ליין וואס כ'האב געשריבן.... און נאך דעם זיי מיך דן...

האמער א פרייליכן כשר'ן יו''ט

ידידך

קאך.

אדער ווי דיין בעלזער חזיר (וועלכער רופט מיך מיטן גאנצן בעלזן אהבת ישראל טאקט) (און מיט רעכט) קאק.

יוסף יוזפא » דאנערשטאג מאי 17, 2018 5:20 pm

· #403027
קאך_לעפל
יוסף יוזפא
@קאך_לעפל איך ווער נתפעל פון דיין אהת ישראל ב"ה, איז עס ספיציעל פאר בעלזע רב שליט"א אדער גאר פאר נאך חשובע יודען?

זאג... האסט מיך אפשר אמאל געזען שרייבן איין ווארט נעגעטיוו אויפן בעלזא'ן רב שליט''א? וואס האקסטו א טשייניק...ליין וואס כ'האב געשריבן.... און נאך דעם זיי מיך דן...

האמער א פרייליכן כשר'ן יו''ט

ידידך

קאך.

אדער ווי דיין בעלזער חזיר (וועלכער רופט מיך מיטן גאנצן בעלזן אהבת ישראל טראכט) (און מיט רעכט) קאק.

א שיינע לשון, ס'איז נאר ביים שרייבן? אדער אויך ביים רעדן?
איך כאפ התפעלות פון דיין שארף צינגל, און נאך בפרט נאך אזעלכע דברים של טעם וואס דו האסט צאמגעווארפן...

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 17, 2018 5:21 pm

· #403029

דאס איז ניקסט קיין תירץ.....

יוסף יוזפא » דאנערשטאג מאי 17, 2018 5:25 pm

· #403030
וואס איז אייך שווער?

newkave » דאנערשטאג מאי 17, 2018 6:37 pm

· #403037
קאך_לעפל
יוסף יוזפא
קאך_לעפל
יוסף יוזפא
@קאך_לעפל איך ווער נתפעל פון דיין אהת ישראל ב"ה, איז עס ספיציעל פאר בעלזע רב שליט"א אדער גאר פאר נאך חשובע יודען?

זאג... האסט מיך אפשר אמאל געזען שרייבן איין ווארט נעגעטיוו אויפן בעלזא'ן רב שליט''א? וואס האקסטו א טשייניק...ליין וואס כ'האב געשריבן.... און נאך דעם זיי מיך דן...

האמער א פרייליכן כשר'ן יו''ט

ידידך

קאך.

אדער ווי דיין בעלזער חזיר (וועלכער רופט מיך מיטן גאנצן בעלזן אהבת ישראל טראכט) (און מיט רעכט) קאק.

א שיינע לשון, ס'איז נאר ביים שרייבן? אדער אויך ביים רעדן?
איך כאפ התפעלות פון דיין שארף צינגל, און נאך בפרט נאך אזעלכע דברים של טעם וואס דו האסט צאמגעווארפן...

דאס איז ניקסט קיין תירץ.....

האסט עפעס א גוטע וויץ פון רעבאן וואס פלעגט מאכן שעות הכנות?

קפה נמס » דאנערשטאג מאי 17, 2018 6:50 pm

· #403039
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
יוסף יוזפא
וועלכן חלק האט דיר פונקט גשטערט?
די רויטע טעפיך, אדער די טויזנטע פון שטאט וואס זענען געקומען?
די כבוד בעלזא? אדער די גרויסע כבוד וואס טירנואר האט באקומען זיין זיין הערליכע רייד?
די כבוד מלכים? אדער די כבוד שמים שנתרבה?

מיר האט ב"ה די בעלזער נסיעה בכלל נישט געשטערט. נאר פאר אינטערעסאנטקייט וואלט איך געוואלט וויסן ווען און וויאזוי די כבוד שמים איז נתרבה געווארן ?

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג מאי 17, 2018 8:36 pm

· #403051
אין אפשר גאר דער בעלזער אליינ'ס א בעל תשובה?

סמבטיון » דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:51 pm

· #403056
טייערע חברים, איך מיין אז די לעצטע פאר דפים געהערט נישט צו דעם אשכול, עס איז דא א אשכול אין אנשי שם אויפן בעלזער רב , דארט קענט איר אלע ארויסברענגן ענקער מיינונג צו ער איז בעל תשובה צו א גר וכדו' איך וואלט געוואלט בעטן די געטרייע גבאים צו אראפשניידן דע לעצטע פאר תגבות און עס צישמעלצן דארט ווי עס באלאנגט. תודה למפרע
סמבטיון

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:43 pm

· #403070
סמבטיון, די לעצטע צוויי בלעטער געהערט נישט דא, נישט אין אנשי שם און אפילו נישט אין צימעס.
@גבאים! מיר ליידן זיך צאם פון א טראלל וואס קאקט אן דאס גאנצע שטיבל

יוסף יוזפא » פרייטאג מאי 18, 2018 2:42 am

· #403088
קפה נמס
יוסף יוזפא
וועלכן חלק האט דיר פונקט גשטערט?
די רויטע טעפיך, אדער די טויזנטע פון שטאט וואס זענען געקומען?
די כבוד בעלזא? אדער די גרויסע כבוד וואס טירנואר האט באקומען זיין זיין הערליכע רייד?
די כבוד מלכים? אדער די כבוד שמים שנתרבה?

מיר האט ב"ה די בעלזער נסיעה בכלל נישט געשטערט. נאר פאר אינטערעסאנטקייט וואלט איך געוואלט וויסן ווען און וויאזוי די כבוד שמים איז נתרבה געווארן ?

אויב דו פארשטייסט נישט, איז א שאד דיר מסביר זיין.

Gimpel » פרייטאג מאי 18, 2018 9:21 am

· #403092
שמעתי ממשפחת לייזר כל המעשה עם בנו לא היה ולא נברא

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג מאי 18, 2018 10:17 am

· #403099
נאר וואס יא?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 18, 2018 10:27 am

· #403101
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
התם ומתמם עם תמימים
נאר וואס יא?
ביי דיר איז בחדרי חרדים א לידת הספק?

לדעתי, יעדער נייעס פון א"י איז בחזקת שקר. אבער בחדרי חרדים איז זיכער אזוי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 18, 2018 10:48 am

· #403102
נאך דעם וואס די שטויב פון די 'געהויבענע וויזיט' האט זיך בארואיגט, קען מען אביסל אריין טראכטען וואס איז דא געשען.
אפט, ווען א מענטש רעדט לפי תומו, קען מען זע'ען צווישען די שורות וואס ער מיינט אויפ'ן אמת, און וועלכע חלקים פון זיין שרייבווערק זענען פאר איהם וויכטיג. ווען מ'פרעגט איהם אפען, וועט ער עס מעגליך לייקענען. אבער לפי תומו איז עס אפען פאר יעדעם.
אונזער ידיד @סמבטיון האט געשריבען צוויי תגובות, דא און דא, מיט די פאסירונגען פון דער 'געהויבענע וויזיט' און זיין איינדרוקען דערפון. נישט וויסענדיג וואס ער טוט דא, האט ער אונז געגעבען א בליק אריין אין בעלזא און וואס זיי האלטען פאר וויכטיג פון די גאנצע פאראכץ דא.
ווען מ'איז מתבונן אין די מעשה, זעט מען אז דער עיקר פון אלעם איז געווען גאר דער 'סדר הבאסעס'. נישט אז מ'האט אראנזשירט א שבת לכבוד די אלע געסט וואס זענען געקומען פאר'ן רבי'ן, נאר פארקערט, די אלע געסט זענען געקומען און נתפעל געווארען און געשעפט 'עמערס חיזוק' פון די אראנזשירונגען. די בליק פון רבי'ן ביים לחיים זאגען איז אויך נבלע דארט בנעימת אחיו העסקנים (חברה בלע"ז), אבער דער עיקר פון די התפעלות דארט איז די A & B געפילטע פיש וואס איז די בעסטע פיש (ווי קען זיין אנדערש? בעלזא האט די בעסטע דיינים און די בעסטע פיש, כך קי"ל אין בעלזא) און די עסקנים וואס האבען צוגעשטעלט א האנט אויפצובויען א הערליכע שאטער, צוצושטעלען די בעסטע ארדנונג און בויען א שטארקען שאטער בייצושטיין די בייז וויינטען. מ'האט סערווירט 'ראססעל, געלער באנדס,
ווען @שבת אחים האט א טענה הלמאי מ'שווענדט $400000 אויף א פריוואטע פליגער פאר'ן רבי'ן, פארשטייט ער נישט אז די פליגער איז נישט פאר'ן רבי'ן, דער רבי'ן איז גאר פאר'ן פליגער. ווען עס איז נישט דא קיין רבי'ן, קען מען נישט שווענדען די געלט און פאמפ, נאר א דאנק דער רבי'ן קען מען דאס טוהן. נאר אדאנק דער רבי'ן קען מען קערען וועלטען און פארמאכען גאסען, אויפהענגען פלאקארטען און שטייען שיין אויסגעשורה'ט אין גאס. ווען עס וואלט נישט געווען קיין רבי'ן, וואלט יעדער דאך געלאכט (כאילו יעצט לאכען זיי נישט.....).

די תכלית פון די טומול איז נישט דער רבי, דער תכלית פון דער רבי איז דער טומול.

סמבטיון » פרייטאג מאי 18, 2018 11:02 am

· #403103
ליטוואק האסט עס גענאגעלט.

איש חזון » פרייטאג מאי 18, 2018 11:33 am

· #403105
(א מאנטריאלע חבר מיינע האט געשיקט א בריוו צו ראביי טירנויער בזה''ל:

לכבוד הגה''צ המפורסם דומ''ץ דקיט''ל שליט''א
הנני הק' בשאלה נחוצה, ואחר בקשת מחילה אבקש מכהד''ג להשיבני דבר.
וזאת תואר השאלה:
האם הקב''ה כבר גילה באזני כהד''ג שליט''א מי יהיה האפוטרופוס של העם היהודי אחר שתתמלא סאתו של כהד''ג?
בכל הכבוד הראוי
(-)
נ''ב, דרישת-שלום מהאברכים והבחורים של ס''מ שהגיעו להטיש של הרי''ד רוקח שיחיה.)

Gimpel » פרייטאג מאי 18, 2018 12:06 pm

· #403112
במח"כ טעית טירנויער לדעתו הקב"ה בעצמו

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 18, 2018 12:46 pm

· #403114
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
ווער האט געהערט פון הרב טירנויער פאר די וויזיט? קיינער!

די בעלזער האבען עפעס אן ענין איהם אויפצובויען......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גראף » פרייטאג מאי 18, 2018 2:15 pm

· #403116
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
ב''ה דער אשכול האט איבער גענומען דער אויבן אן דא אין שטיבעל. שטותים מיט לאקשן.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נקודת-אמת » דינסטאג מאי 22, 2018 2:01 pm

· #403182
א ליטוואק פון בודאפעסט זאגט מבינות אויף בעלזע געפיהלן
ידידינו @ליטוואק פון בודאפעסט, קען זיין אז ברבות מהנקודות שציינת, ביסטו גאר גערעכט,
אבער ווי קען איך לייקן אזא תגובה, ווען ס'רייסט אראפ איינער וואס האט זיך אנגעשטרענגט אונז מהנה צו זיין,
על כן לייקתי כעת את ב' תגובותיו של @סמבטיון, כאטש בשעתו האב איך ניט געהאלטן א דער תוכן איז ווערד א גאנצער לייק,
אבער אחר הערותיך האב איך צו געלייגט מיין לייק (מספר י"ג על ב' התגובות, וממני יראו וכן יעשו, הק' נקודת-אמת...)
ווייל מ'טאר נישט קאלט מאכן איינער וואס איז מהנה די חברי השטיבל מיט אזעלכע אטענטישע הרגשות לבב,

קענסט שרייבן דיין מיינונג, אבער ס'איז געוועהן אביסל צו שארף, בפרט ס'האט אויסגעזעהן אז סמבטיון'ל האט גאנץ אריינגעארבעט פאר זיינע ארטיקלען'ליך...

ועל דבר טירנויער אולי מעכהדרגתו"צ לא הגיעו השמועות עד עירו עיר-ואם-ירושלים-דניו-דזשערזי, אבער ס'איז נישט זיין ערשטע נפיחא-קדישא
קען זיין אז מ'האט שנעלער געהערט וועגן' ר' משה בער'ס געניץ ווי ר' משה מנחם'ס נפיחות
אבער מ'האט בוחאשעם ביידע מקבל פנים געוועהן בסבר פנים הראויות להם...

ועל דבר בן הפשעווארסקאי, לו יהא שאכן ביקר אצל הרי"ד מבעלזא, אכן כפי שכבר כתבתי למעלה שאם זה הבן הצעיר אין כאן אפילו ריח הscoop!.
ויה"ר שיזכה בן הפעשווארסקער לפתור ספקותיו ולו אצל אותו שר"י שנאמנו על ר' יענקעלע דברי בנו עליו כנודע,
ויבוא הנס מכל מקום הגם ש@רביה''ק זי''ע חלק במאמר 'על הגאולה ועל התמורה' על האפשרות שהישועה תגיע ע"י רשעים, אבער שוין...

הפורש בברכת הדיוט
הק' נקודת-אמת
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7