☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

307 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12233
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

יהודי פשוט » מיטוואך מאי 23, 2018 12:14 am

· #403201
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
בנוגע די "באזוך" פונעם פשעווארסק'ער רבינ'ס זוהן, די מדובר איז וועגן דעם יונגסטן זוהן שלום וועלכער איז ליידער נישט צו לאנג צוריק אראפ פונעם אידישן וועג, אן עסקן האט איהם גענומען צום בעלזע'ר אבער ער האט נישט געקענט אויפטוהן און ער האט געזאגט אז ער הייבט הענט און שוין... דא האט זיך עס אנגעהויבן און דא האט זיך עס גע'ענדיגט.

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 23, 2018 12:19 am

· #403202
ס'דא אן אנדערע אשכול פאר אלעס איבער בעלזע רב.
אפשר איז צייט אפצושפארן דעם אשכול און ווייטער פירן די שמועסן בנוגע בעלזע רב דא

berlbalaguleh » זונטאג מאי 27, 2018 1:20 pm

· #403525
יהודי פשוט
בנוגע די "באזוך" פונעם פשעווארסק'ער רבינ'ס זוהן, די מדובר איז וועגן דעם יונגסטן זוהן שלום וועלכער איז ליידער נישט צו לאנג צוריק אראפ פונעם אידישן וועג, אן עסקן האט איהם גענומען צום בעלזע'ר אבער ער האט נישט געקענט אויפטוהן און ער האט געזאגט אז ער הייבט הענט און שוין... דא האט זיך עס אנגעהויבן און דא האט זיך עס גע'ענדיגט.

איך האב אן (אפיקורס'ישע) שאלה. אויב דער טאטע איז טאקע אזא צדיק וגדול בישראל. וויאזוי איז עס געשעהן אז דער זון איז רחמנא ליצלן אראפ פונ'ם דרך הישר...?!

יהודי פשוט » זונטאג מאי 27, 2018 1:46 pm

· #403528
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
עיין ערך דודנו עשיו שר"י בנו של אבינו יצחק ואמנו רבקה....

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 28, 2018 12:00 am

· #403581
berlbalaguleh
יהודי פשוט
בנוגע די "באזוך" פונעם פשעווארסק'ער רבינ'ס זוהן, די מדובר איז וועגן דעם יונגסטן זוהן שלום וועלכער איז ליידער נישט צו לאנג צוריק אראפ פונעם אידישן וועג, אן עסקן האט איהם גענומען צום בעלזע'ר אבער ער האט נישט געקענט אויפטוהן און ער האט געזאגט אז ער הייבט הענט און שוין... דא האט זיך עס אנגעהויבן און דא האט זיך עס גע'ענדיגט.

איך האב אן (אפיקורס'ישע) שאלה. אויב דער טאטע איז טאקע אזא צדיק וגדול בישראל. וויאזוי איז עס געשעהן אז דער זון איז רחמנא ליצלן אראפ פונ'ם דרך הישר...?!


קודם פאסט נישט פאר אזוי גרויסע בעל מדקדק ווי דיר דאס צו ריפן א "שאלה" אשטאטס "קשיא"
ולעצם הענין קשיא מעיקרא ליתא ווי @יהודי פשוט האט שוין ערווענט. וכן הוא אצל הרבה צדיקים וקדושים וואס זייערע קינדער זענען אפגעפארן

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 28, 2018 12:07 am

· #403585
אז מ'רעדט שוין. ביי איינע פון די נסיעות קיין אוקראינע האבן די סקווירא חסידים באגעגנט א גוי א טשערנאבלער אייניקל בן-אחר-בן, ער האט געזאגט אז ער האט זייער ליב אידישקייט, אבער ער וויל זיך נישט מגייר זיין ווייל ער וועט ווערן כקטן שנולד און אויס טשערנאבלער אייניקל...

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 28, 2018 2:42 am

· #403594
שמעון וואלף: או.קעי. א קושיא. נישט א קאשע...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7