האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
307 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12233
האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
מפי השמועה הער איך אז האדמור מבעלזא שליטא וועט וויילן אויף קומענדיגן לג העומר און שבת פרשת בהר אין מאנטרעאל.
דאס קומט נאך וואס פאראיאר אויף לג בעומר איז דער רב געווען אין לאנדאן ,דאס ערשטע מאל אין יארן לאנג וואס ער איז געפארן אויף א שבת אין חוץ לארץ.
אינטערעסאנט וואס איז פשט אז ער פארט שוין צום צווייטן מאל אויף א שבת אין חו"ל נאך יארן לאנג וואס ער האט נישט געמאכט אזעלכע נסיעות.
ער האט פארלוירן וואג און פילט שוין אביסל בעסער.
א בעלזער חסיד זאגט מיר לעצטענס אז דער רב שליט״א האט זיך מונע געווען פון פאהרען ארום די וועלט צו די חסידים כ״ז די מוטער זיינע ע״ה האט געלעבט און געווען זייער שוואך.
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
*ברעקינג* מ׳האט פארקויפט די זכות פון דרייוען די בעלזער רב אין מונטריאל אין *עקיבא קרוגר *האט עס געקויפט פאר די פרייז פון *250,000*$ מער וויפיל די רב׳ס קאר פון ארה״ק מיט מונטריאל צוזאמן קאסט
תורה ומדעא בעלזער חסיד זאגט מיר לעצטענס אז דער רב שליט״א האט זיך מונע געווען פון פאהרען ארום די וועלט צו די חסידים כ״ז די מוטער זיינע ע״ה האט געלעבט און געווען זייער שוואך.
כאילו ער האט באדינט זיין אלטען נאמען, און איז נעבעך געוועהן צוגעבינדן צו איר בעט... ווער האט אכטונג געגעבן אויף די אלטע מאמע ווען די רב איז געפארן אויף דאטשע קיין טלזסטון אדער ווייסאיךוואו? מהאט מיטגעשלעפט די אלטע רבנית?
אונטער חכםמפי השמועה הער איך אז האדמור מבעלזא שליטא וועט וויילן אויף קומענדיגן לג העומר און שבת פרשת בהר אין מאנטרעאל.
דאס קומט נאך וואס פאראיאר אויף לג בעומר איז דער רב געווען אין לאנדאן ,דאס ערשטע מאל אין יארן לאנג וואס ער איז געפארן אויף א שבת אין חוץ לארץ.
אינטערעסאנט וואס איז פשט אז ער פארט שוין צום צווייטן מאל אויף א שבת אין חו"ל נאך יארן לאנג וואס ער האט נישט געמאכט אזעלכע נסיעות.
ווייל איש את רעהו און ימים ידברו דארפן זיין ביזי. זיי האבן שוין לאנג נישט געשריבן קיין דברי נאצה. מ'דארף זיך מרחם זיין אויף זיי און זיי געבן א ביסל ארבעט...!
די געפארעכץ קיין לאנדאן און מאנטריאל איז אן הכנה צום נסיעה קיין ניו יארק איבערעס יאר אדער צוויי יאר ארום.
איך הער אז מ'רישט זיך אויף 4-5,000 טויזענט געסט אויף שבת אין מאנטריאל. ווער רעדט נאך ווען ער וועט קומען אויף ניו יארק ווי ער פארמאגט איין פון די גרעסטע קהילות וועלן די בעלזע איבער נעמען די טריי סטעיט עריע. דאס וועט זיין אזאנס און אזעלעכס
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
איך מיין גראדע אז ער האט נישט צופיל אין ניו יארק, איך בין נישט זיכער אז ער האט דא מער מענטשן ווי אין מאנטרעאל.
עס הייסט יעצט אז די סאטמארער ישיבה גדולה וועט ארויספארן אין קאנטרי אויף שבת צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן.
שבת אחיםתורה ומדעא בעלזער חסיד זאגט מיר לעצטענס אז דער רב שליט״א האט זיך מונע געווען פון פאהרען ארום די וועלט צו די חסידים כ״ז די מוטער זיינע ע״ה האט געלעבט און געווען זייער שוואך.
כאילו ער האט באדינט זיין אלטען נאמען, און איז נעבעך געוועהן צוגעבינדן צו איר בעט... ווער האט אכטונג געגעבן אויף די אלטע מאמע ווען די רב איז געפארן אויף דאטשע קיין טלזסטון אדער ווייסאיךוואו? מהאט מיטגעשלעפט די אלטע רבנית?
1. אפאר גוטע יאהר איז די בעלזע רב נישט געפארן קיין טעלז צוליב די סיבה.
2. קוק נאך, פון ווען זי איז אוועק פארט ער מער קיין טעלז, און ער פארט קיין חו"ל נאך צוואנציג יאהר וואס ער איז נישט געפארן.
שמעתי אזויווי מ'דארף דרינגענד א נייע חיידר אין בעלז ב"פ, האט ער זיי געזאגט אז ער קומט נישט קיין אמעריקע ביז די חנוכת הבית פון די חיידר.
בקיצור, ער האט זיי געזאגט אז ער קומט נישט. און טאמער זיי וועלען זאגן, בלייב דארט? כאילו אלע חסידים חלש'ן ער זאל דא קומען.
אבער פארוואס האט דווקא מאנטריאל זוכה געווען? גייט דארט פארקומען עפעס ספעציעל ווי א חנוכת הבית וכדומה?
לבי ובשריאבער פארוואס האט דווקא מאנטריאל זוכה געווען? גייט דארט פארקומען עפעס ספעציעל ווי א חנוכת הבית וכדומה?
צוליב וואס די ווינטער האט מען נישט געלזט די חסידים גיין צו עפעס א רביס טיש, בבחינת אין אנשי שלומינו משתתפים
'בחדרי חרדים':
מאז שנת תשנ"ז לא ביקר הרבי בקנדה בקרב חסידיו המתגוררים במקום. כעת עשרים שנה אחרי הביקור האחרון יגיע הרבי לביקור במונטריאול לרגל חנוכת הבניינים המפוארים של המוסדות שנפתחו בחורף האחרון בניין הישיבה קטנה וכן הנחת אבן הפינה לבניין התלמוד תורה.
cictim'בחדרי חרדים':

צוואנציג יאר איז ער שוין אויך נישט געווען אין אמעריקע.
די אבן הפינה איז א סוד, דער רב ווייסט נאכנישט דערפון. ער וויל נישט מ'זאל בויען קיין נייע בנינים מורא האבנדיג עס וועט זיך ענדיגן ווי אין ב'פ וואו מ'בויט שוין פאר פופצן יאר אן קיין פרוטה צו ענדיגן. מען גייט אים אויסזאגן אין מאנטרעאל.
תשנ"ט איז ער געווען אויף ל"ג בעומר אין ב"פ, לעצטע יאר ל"ג בעומר אין לאנדאן, אין די יאר אין מאנטריאל. זעהט אויס ער האט מורא צו זיין אין א"י ל"ג בעומר, אפשר וועגן די חתם סופר.
איסר האטלקיcictim'בחדרי חרדים':
מאז שנת תשנ"ז לא ביקר הרבי בקנדה בקרב חסידיו המתגוררים במקום. כעת עשרים שנה אחרי הביקור האחרון יגיע הרבי לביקור במונטריאול לרגל חנוכת הבניינים המפוארים של המוסדות שנפתחו בחורף האחרון בניין הישיבה קטנה וכן הנחת אבן הפינה לבניין התלמוד תורה.
צוואנציג יאר איז ער שוין אויך נישט געווען אין אמעריקע.
די אבן הפינה איז א סוד, דער רב ווייסט נאכנישט דערפון. ער וויל נישט מ'זאל בויען קיין נייע בנינים מורא האבנדיג עס וועט זיך ענדיגן ווי אין ב'פ וואו מ'בויט שוין פאר פופצן יאר אן קיין פרוטה צו ענדיגן. מען גייט אים אויסזאגן אין מאנטרעאל.
שתי תשובות בדבר, מען האלט פין אים נישט קיין סודות.
ועוד, אפילו אויב יא, האט מען אים שוין מגלה געוועהן פין הימל. סטייטש, ער ווייסט ווען יא צו אפערירן און ווען נישט, אבער א פשוט'ע זאך ווי מען בויט זיינע מוסדות ווייסט ער נישט?
cictimתשנ"ט איז ער געווען אויף ל"ג בעומר אין ב"פ, לעצטע יאר ל"ג בעומר אין לאנדאן, אין די יאר אין מאנטריאל. זעהט אויס ער האט מורא צו זיין אין א"י ל"ג בעומר, אפשר וועגן די חתם סופר.
קיין מירון פארט ער סיי ווי נישט קיין יאר.
אונטער חכםאיך מיין גראדע אז ער האט נישט צופיל אין ניו יארק, איך בין נישט זיכער אז ער האט דא מער מענטשן ווי אין מאנטרעאל.
אין בארא פארק אליין האט ער דריי מאל אזויפיל מענטשן ווי אין מאנטריאל. נישט אריינגערעכנט מאנסי און לעיקוואד.
📎 photo_2018-04-18_12-23-06.jpg📎 photo_2018-04-18_12-23-06.jpg📎 photo_2018-04-18_12-23-06.jpg📎 photo_2018-04-18_12-23-06.jpg📎 photo_2018-04-18_12-23-07.jpg 📎 photo_2018-04-18_12-23-05 (2).jpg
גוטע איד: ביטע זיי מסביר וואו די פיקטשערס זענען. בארא פארק, 38סטריט. אדער מאנטריאל...?!
מאנטריאל, ווי די טישן גייען פארקומען
אכט טויזענט געסט
היבש איבערגעטריבן
אינטערסאנט וואס זיי גייען טוהן נאכדעם מיט אלע נייע בעטן, בעט געוונט, נעגל וואסער שיסלעך, קישענעס וכו' וואס זיי האבן געקויפט יעצט נייע. (אפשר צוריקגעבן?..)
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
בן ישיאינטערסאנט וואס זיי גייען טוהן נאכדעם מיט אלע נייע בעטן, בעט געוונט, נעגל וואסער שיסלעך, קישענעס וכו' וואס זיי האבן געקויפט יעצט נייע. (אפשר צוריקגעבן?..)
די קאמפעני קויפט יס צוריק.
אויב האט מען געמיינט אמאל אז כאטשיק מידת החסד איז דא ביי די סאטמורים, קומט דאס פרישן צעטל און פאטשט אין פנים.
עס געדענקט זיך שוין לאנג נישט אזא נידערטרעכטיגן צעטל ווי א היימישע ביהמ''ד זאל מודיע זיין קלאר אז געסט מעגן אפילו נישט איבערטרעטן דאס שוועל, אבער איי געסס אויב מען האט א רב ווי דער מטורף הרב טירנויער איז שוין גאר נישט שווער.
📎 IMG-20180501-WA0118.jpg
רשעות, שקצות, מטורפות, טפשות, קנאה, שנאה, גאוה, שררה, כוחי ועוצם ידי, השפלה, בבת אחת.
כאטש וועלן זיך די בעלזא פרייען אז דער באזוך האט גוט געצילט....
סאטמאר איז אלעמאל געווען, און וועט אלעמאל זיין, דאס נידריגסטע פון די נידריגסטע.
עס איז אפילו נישט ווערד עס צו לייגן אויף איין שורה מיט קהילות און חסידות'ע.
newkaveסאטמאר איז אלעמאל געווען, און וועט אלעמאל זיין, דאס נידריגסטע פון די נידריגסטע.
עס איז אפילו נישט ווערד עס צו לייגן אויף איין שורה מיט קהילות און חסידות'ע.
קיינמאל. חסד איז די ערשטע יסוד. ר' משה מנחם איז דער גרעסטער קנאי אין גאנץ סאטמאר. אין רוב סאטמאר זענען זיינע מיינונגען נישט אנגענומען, בלויז ביי די מאנטרעאלע.
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
פארוואס איז דער צעטעל אויף ענגליש? פאר דער עולם איז דאך אידיש בעסער, און פאר דער רעגירונג דארף מען דאך פראנצויזיש?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאס צעטל זאגט מיר א חבר דארט איז נאר על כל צרה.. אויב וועט ווערן איבערקערענישן מ'קען דאך נישט וויסן... יעדער איז וועלקאם מ'ווארפט קיינעם נישט ארויס
איסר האטלקיnewkaveסאטמאר איז אלעמאל געווען, און וועט אלעמאל זיין, דאס נידריגסטע פון די נידריגסטע.
עס איז אפילו נישט ווערד עס צו לייגן אויף איין שורה מיט קהילות און חסידות'ע.
קיינמאל. חסד איז די ערשטע יסוד. ר' משה מנחם איז א כלב שבכלבים. אין סאטמאר איז ער נישט אנגענומען, בלויז ביי די מאנטרעאלע.
דער אזויגערופענע חסד דארף מכפר צו זיין אויף אלע אנדערע זאכן.
איך ווינדער מיר נאר ויאזוי קען שטיין אזא צעטיל מיט די טיטל בנשיאות כ"ק אדמור שליטא.
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
איך אויךאויב האט מען געמיינט אמאל אז כאטשיק מידת החסד איז דא ביי די ס''ח קומט דאס פרישן צעטל און פאטשט אין פנים.
עס געדענקט זיך שוין לאנג נישט אזא נידערטרעכטיגן צעטל ווי א היימישע ביהמ''ד זאל מודיע זיין קלאר אז געסט מעגן אפילו נישט איבערטרעטן דאס שוועל, אבער איי געסס אויב מען האט א רב ווי דער מטורף הרב טירנויער איז שוין גאר נישט שווער.
די צעטיל איז א דעת יחיד סהאט געהאגען אפשר 10 מינוט ( גענוג פאר א בילד ) סאטמער האט גערופען בעלז זאגן אז זיי קענען ניצען זייער מקוה.
סתם צו אונדרייען ..,
כהער אז נטורא קרתא גייט מאכן א פראטעסט מוצאי שבת אקעגן דעם שאטער.
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
איז דא נאך פלעצער וואס מען מאכט א קבלת פנים פארן אשת חבר ? אדער נאר אין בעלז מאכט מען דאס?
איך אויךאויב האט מען געמיינט אמאל אז כאטשיק מידת החסד איז דא ביי די סאטמורים, קומט דאס פרישן צעטל און פאטשט אין פנים.
עס געדענקט זיך שוין לאנג נישט אזא נידערטרעכטיגן צעטל ווי א היימישע ביהמ''ד זאל מודיע זיין קלאר אז געסט מעגן אפילו נישט איבערטרעטן דאס שוועל, אבער איי געסס אויב מען האט א רב ווי דער מטורף הרב טירנויער איז שוין גאר נישט שווער.
העי? מיינסט די בעלזע זענען בעסער? ווייסט וואס זיי האבן געטוהן מיט מיין פעטער ר' משה טובי' גרינצווייג? זיי האבן אים שיער נישט דערהארגעט. אויך פאר גארנישט און פאר נישט, פאר קינדערישע שטותים. ענק בעלזער זענען זיך נאך עני טיים ווערד דאס געלט פונקט ווי אלע אנדערע... האק נישט אין קאפ אריין.
דיין רבי איז געוועהן די "גרעסטע מחוצף" פאר אסאך (רוב) עלטערע חשובע רבנים. א שטייגער ווי די אלטע פאפא רב זצ"ל, דער סקולענער רבי זצ"ל, ר' שלמה באבובער זצ"ל, ר' מאטעלע וויזניצער זצ"ל, וכו' וכו'.
שמעתי אז זשיבוי'ער רב איז אנטלאפן קיין א"י אויף ל"ג בעומר. ס'מיר אינטערעסאנט ווייל כ'האב געמיינט אז ער איז מער א מעסיגער.
קען זיין ער האט באקומען פרעשור
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
איך האב געהערט אז ר ישעי יעקב פארטוגאל איז אויך אוועקגעפארן.
אויפן זשיבויער זעה איך נישט וואס עס זאל זיין שווער, ער זוכט נישט קיין קאפ ווייטאג.
טאשער רבי דרייט מען שוין אראפ דעם קאפ די לעצטע פאר וואכן אז ער זאל נישט גיין און עס זענען שוין אפילו געווען פאשקעווילן נאך פארן גיין.
אונטער חכםאיך האב געהערט אז ר ישעי יעקב פארטוגאל איז אויך אוועקגעפארן.
אויפן זשיבויער זעה איך נישט וואס עס זאל זיין שווער, ער זוכט נישט קיין קאפ ווייטאג.
מיילעך טאשער דרייט מען שוין אראפ דעם קאפ די לעצטע פאר וואכן אז ער זאל נישט גיין און עס זענען שוין אפילו געווען פאשקעווילן נאך פארן גיין.
וואס גייט דיך אן אים צו ריפן טאשער רבי? ס'איז דאך נישטא קיין צוויי מ'זאל זיך קענען טועה זיין
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
פארראכטן לכבודך.
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
אונטער חכםאיך האב געהערט אז ר ישעי יעקב פארטוגאל איז אויך אוועקגעפארן.
אויפן זשיבויער זעה איך נישט וואס עס זאל זיין שווער, ער זוכט נישט קיין קאפ ווייטאג.
טאשער רבי דרייט מען שוין אראפ דעם קאפ די לעצטע פאר וואכן אז ער זאל נישט גיין און עס זענען שוין אפילו געווען פאשקעווילן נאך פארן גיין.
רבי ישעי יעקב פארט יעדעס יאר לג בעומר אויף מירון.
זשיבויער איז שטאטס רב אין מאנטריאל אין די בעלזא דיינים האבן איהם געבעטן זיי פארשטיין אז ער גייט נישט קענען קומען ממילא בעטען זיי איהם צו אוועק פארן וכך הוה. ווי אויך האט איהם זיין ראש הקהל באצאלט ער זאל פארן.
די טאהשער גייט איהם לכ׳ אויף נעמען ער זעהט נישט מיט וועם ער דארף זיך רעכענען.
ביטע נישט שרייבן וואס ענק וואלטן אז סזאל האבן געוועהן.
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
ווען האט מען אויפגענומען דער דזשיבוי׳ער אלס שטאט׳ס רב? וויאזוי?
די אלע מעשה׳ס זענען א שאנדע פאר לונדון. די שטאט וואס שמ׳ט איבער דער וועלט פאר איהר קנאות און עקסטרעמיזם (בקיצור: ליידיגייען), האט אזויפיהל צייט און מי אריין געלייגט צו שטערען דער בעלזער וויזיט, ולא עלתה בידם כלל. דער סאטמארער רב הרב וואזנער איז זאגאר געגאנגען באזוכען. און מאנטריאל האט יא באוויזען!
אפשר איז די שאנדע נישט פאר לאנדאן, נאר.........
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כ'האב געטראפן אן אינטערסאנטע מדרש תנחומא, פרשת ויחי, ממש מעניני דיונא.....
למה לא רצה יעקב להיקבר במצרים?
פארוואס האט יעקב נישט געוואלט, באגראבן ווערן אין מצרים?
שלא יעשוהו מצרים עבודה זרה, שכשם שנפרעין מן העובד, כך נפרעין מן הנעבד, דכתיב: ובכל אלהי מצרים אעשה שפטים (שמות יב).
אז די מצרים זאלן אים נישט מאכן פאר קיין ע''ז, אזוי ווי מ'באצאהלט פון ווער ס'דינט, אזוי באצאהלט מען וועמען מען דינט. ווייל ס'שטייט: אין אלע אפגעטער פון מצרים וועל איך טאן שטראף:
וכן אתה מוצא בדניאל, כיון שפתר חלומו של נבוכדנצר, מה כתיב?
דאס זעלביגע טרעפט מען ביי דניאל, ווען ער האט באשייד דעם חלום פאר נבוכדנצר, וואס שטייט?
באדין מלכא נבוכדנצר נפל על אנפוהי ולדניאל סגיד ומנחה וניחוחין, אמר לנסכא ליה (דניאל ב), אבל דניאל לא קבל.
דער קעניג נבוכדנצר איז געפאלן אויף זיין פרצוף און זיך געבוקט צו דניאל מיט מנוחות און נסכים. און דניאל האט נישט געלאזט.
מיר טרעפן אין די גמרא אין מס' ר''ה:
שופר של עיר הנדחת לא יתקע ואם תקע לא יצא מ"ט עיר הנדחת כתותי מיכתת שיעוריה
א שופר פון א עיר הנדחת זאל מען נישט בלאזן, אויב יא, האט מען נישט יוצא געווען. וואס איז דער אורזאך? ווי באלד מ'דארף דאס צושטויסן איז עס ווייניגער ווי דער שיעור שופר....
דער דאזיגער פון רחוב אגריפת, איז א ווירקליכער נעבד... און ער עקזעסטירט גארנישט... די גאנצע עקלהאפטיגע פאמפע דראמפע. איז עבודה זרה בפועל ממש, און איז גארנישט מער א אויסגעבלאזענע נפוחה, וועלכע וועט פארביי גיין גענוי ווי ס'איז געקומען....
קאך_לעפלכ'האב געטראפן אן אינטערסאנטע מדרש תנחומא, פרשת ויחי, ממש מעניני דיונא.....

איהר זענט א גרויסע למדן!!!
און אין "הלכות עבודה זרה" זעהט מען אייער למדנות בכפל כפליים.
ירבו כמותך בישראל.
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
אויב איז די זאך עבודה זרה, וויאזוי ווערט אנגעצינדען די פייער אין מאנרא אום ל"ג בעומר? איינער א חצי שיעור האט בכח דאס אנצוצינדען? אדער איז עס נאר יענעמ׳ס וטאס איז עבודה זרה, נישט מיינס?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קאך לעפעל, איך וויל זיך נישט אראפלאזן צו דיין נידריגע וועג פון רעדן אויף גדולי ישראל, על כן גיי איך נישט אפענפערן און אפפרעגן דיינע בליציגע געדאנקן וואס דו האסט אזוי שיין צאםגעשמאלצן פון תנ"ח און גמרא, איך קען דיר נישט בלעימען, דאס איז וואס מען האט דיר געפיטערט זייט די האסט אנגעפאנגן צי זייגן וויליאסבורגע מילך, אבער לעסט טיים איי טשעקט, איז פין ציונות מלחמה גארנישט געבליבן, טאקע כלשונך הצח והנקי, חוץ פון א הייפעלע יודן וואס זענען מחזק פון יעדע אפגעפליקטע פראטעסט, וואס איין גאט אין הימעל ווייסט וויפיהל דאס האט שוין אויפגעטוהן פאר כלל ישראל, איך וויל נישט ניצן דע ווערטער וויאזוי דו האסט גענדיגט דיין העסליכע תגובה , אבער למעשה האט זיך שוין די ציונות באבעל געפלאצט א לאנגע צייט צוריק, משא"כ בעלזע רב, איז מוסף והולך שטעלט אויף טויזענטע בתים נאמנים לה' ולתורתו, מוסדות התורה וחסידות, מוסדות פון בעלי תשובה און אפאראטן פון צדקה וחסד/פרנסה וכלכלה וואס שפרודעלט ווי קיינמאל ביפאר,
א קליינע דערמאנונג נאר, די אשכול איז געווידמעד פאר נייעס פון בעלזער רב אין מאנטריאל, ווילסט אויסגיסן דיין האס אין אפשיי צום בעלזער רב, ביטע ווענד אייער טריט צום צימעס אפטיילונג.
סמבטיוןקאך לעפעל, איך וויל זיך נישט אראפלאזן צו דיין נידריגע וועג פון רעדן אויף גדולי ישראל, על כן גיי איך נישט אפענפערן און אפפרעגן דיינע בליציגע געדאנקן וואס דו האסט אזוי שיין צאםגעשמאלצן פון תנ"ח און גמרא, איך קען דיר נישט בלעימען, דאס איז וואס מען האט דיר געפיטערט זייט די האסט אנגעפאנגן צי זייגן וויליאסבורגע מילך, אבער לעסט טיים איי טשעקט, איז פין ציונות מלחמה גארנישט געבליבן, טאקע כלשונך הצח והנקי, חוץ פון א הייפעלע יודן וואס זענען מחזק פון יעדע אפגעפליקטע פראטעסט, וואס איין גאט אין הימעל ווייסט וויפיהל דאס האט שוין אויפגעטוהן פאר כלל ישראל, איך וויל נישט ניצן דע ווערטער וויאזוי דו האסט גענדיגט דיין העסליכע תגובה , אבער למעשה האט זיך שוין די ציונות באבעל געפלאצט א לאנגע צייט צוריק, משא"כ בעלזע רב, איז מוסף והולך שטעלט אויף טויזענטע בתים נאמנים לה' ולתורתו, מוסדות התורה וחסידות, מוסדות פון בעלי תשובה און אפאראטן פון צדקה וחסד/פרנסה וכלכלה וואס שפרודעלט ווי קיינמאל ביפאר,
א קליינע דערמאנונג נאר, די אשכול איז געווידמעד פאר נייעס פון בעלזער רב אין מאנטריאל, ווילסט אויסגיסן דיין האס אין אפשיי צום בעלזער רב, ביטע ווענד אייער טריט צום צימעס אפטיילונג.
אה... מ'שלעפ אפיר דעם אויסגעדראשענעם "די ביזט נעבאך אין די באקס" ניגון...
פיין... כ'בין אין די באקס. אין דו ביזט דער גרויסער ברייטער אקס-פארשטייער...לחיים בעלזער רב!
און גלייכצייטיג... כ'מעג רעדן אויף וועם כ'וויל, וואו אימער איך וויל. (פארשטייט זיך לויט די תקנות המקום)
און אז די האסט א פראבלעם מיטן ערשטען אדמענמענט פון די קאנסטעטוציע, דאן קענסטו גיין קיין בעלזא החדש..
גרויסע מענטשעלעאונטער חכםאיך האב געהערט אז ר ישעי יעקב פארטוגאל איז אויך אוועקגעפארן.
אויפן זשיבויער זעה איך נישט וואס עס זאל זיין שווער, ער זוכט נישט קיין קאפ ווייטאג.
טאשער רבי דרייט מען שוין אראפ דעם קאפ די לעצטע פאר וואכן אז ער זאל נישט גיין און עס זענען שוין אפילו געווען פאשקעווילן נאך פארן גיין.
זשיבויער איז שטאטס רב אין מאנטריאל
די בעלזא דיינים האבן איהם געבעטן זיי פארשטיין אז ער גייט נישט קענען קומען ממילא בעטען זיי איהם צו אוועק פארן וכך הוה. ווי אויך האט איהם זיין ראש הקהל באצאלט ער זאל פארן.
וואס???
כ'פארשטיי נישט. פריער שרייבן דא די בעלזער ניקים אז דער רב פארט פשוט באזוכן זיינע חסידים אין מאנטריאל און ס'האט גארנישט צו טוהן מיט "פראפאגאנדע", יעצט קלעימען ענקערע דיינים אז יעדע גרויסע רב אין מאנטריאל מוז זיך "משתתף זיין". וואס עפעס דארף דער זשיבויער רב וואס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט בעלזא, אדער זיך "משתתף זיין" אדער "אנטלויפן פון זיין היימשטאט", וואס עפעס???
ווען זשיבויער רב קומט קיין ירושלים קומט דער בעלזער צו אים? ניין? פארוואס אנטלויפט ער נישט דעמאלט קיין טעלז? (דארט ווי ער באהאלט זיך אייביג ווען ער האט צופיל ענקזייעטי און לחץ...)
האסטו געהערט א מעשה? ווער מיינען ענק דער בעלזער איז? ער איז א גרויסע CEO פון א חסידות וואס באשטייט בערך פון פיר ביז פינף טויזנט משפחות. אשע"כ דארף זיך יעדער מכניע זיין פאר אים? וואס עפעס? זאל דער בעלזער קומען קיין מאנטריאל צו זיינע חסידים און צו אלע אנדערע אידן וואס "ווילן" קומען מיטהאלטן דעם שבת און ווער ס'איז נישט נייגעריג אויף אים איז אים גארנישט שולדיג און נישט מחוייב צו קומען און זיכער נישט מוזן "אנטלויפן".
די "פארשטענדליכע" בעלזער דיינים זאלן ענדערש זיין פארנומען מיט "וויכטיגערע זאכן", ווי פארטרייבן אנדערע רבנים פון שטאט וואס זענען נישט איינשטימיג מיט זייערע דעות און השקפות. זאלן זיי אויך זאגן פאר זייערע אייגענע בחורים אז זיי זאלן זיך נישט ח"ו שלאגן מיט קיינעם פאר "כבוד בית בעלזא".