☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

257 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12044
בלאט: 1 2 3 4 5 6

אישתישבי » מאנטאג יאנואר 15, 2018 2:03 pm

· #393450
זאל זיין קנאים און קנאים, א ספליט, די קנאים פין ירושלים זענען לאו דוקא מיט דער זעלבער שיטות ווי סאטמאר כידוע.

גאנצל » מאנטאג יאנואר 15, 2018 2:22 pm

· #393452
די קנאים פון ירושלים האבן יא געטאנצן ביי הרב קוקס פטירה ?

אישתישבי » מאנטאג יאנואר 15, 2018 4:10 pm

· #393455
איך ווייס נישט אן איך קער נישט, איך ווייס נישט פונקטליך די עבירה פין רב קוק צו רב שטיינמאן, און עס אינטרעסירט מיר באמת נישט, און עס איז נישט נוגע צו אונזער שמועס דא, ווייל איך שיהיה האבן די קנאים א מאדנע בליק אויף אידישקייט (לדעתנו) און צו זאגן אז אפילו לדעתם טארען זיי נישט טוהן אזאנס, דארף מען עס הערען פין איינער פין זיי, נישט אז א בעלזער זאל ברענגען א ראיה פין א מעשה פין סאטמאר רבי, וואס ער אליין האט פארשטאנען אין און אנדערע שיעור אוועק צומאכן מיט א שיינע טוויסט אז ער איז פשוט געוועהן צו גרויס פאר אונזערע השגות ממילא דארף מען און מען טאר נישט פאלגען זיינע "עקסטרעמע" שיטות.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 15, 2018 4:52 pm

· #393458
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
ווען מ׳האנדעלט די סארט עניינים טעארעטיש, איז עס גאר אן אנדערע מציאות.

נעמט׳ס א פארשוין, וואס זוכט צו טוהן ריכטיג לויט זיין פארשטאנד, און ער האט פאר עפעס א סבה געגלויבט אויף א צווייטע איד אז יענער איז אן אפיקורס. וויבאלד אין תורה שטייט אויף אן אפיקורס אז מורידין ולא מעלין, ממילא איז זיין פטירה א שמחה ביי די פארשוין.

אפילו ווען דאס וואלט געווען ריכטיג, שפיגעלט עס נישט אפ די מציאות דא. די חברה זענען נישט מענטשען וואס זוכען צו טוהן ריכטיג, נאר מענטשען וואס זוכען זיך צו שטופען אין יענעמ׳ס פנים. ביי הרב קוק האט מען נישט געטאנצט, נישט ווייל די זיידעס פון די חברה זענען געווען עפעס בעסער, נאר ווייל קיין סמארטפאונ׳ס האבען דעמאלס נישט עגזיסטסירט. איך קען א פאר פון זיי פון די נאנט און זה דרכם כסל למו. גייט׳ס קיין א"י און עסט׳ס א שבת סעודה ביי י.מ. קויפמאן און צייגט׳ס זיך אליינס איבער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סמבטיון » מאנטאג יאנואר 15, 2018 6:30 pm

· #393473
מיין טאטע דערציילט מיר אז ווען טשעבינער רב זצ"ל איז אוועק האט ער געלערנט אין טשעבין און די קנאישע שקצים האבן שוין דעמאלטס געטאנצן ברוך המקום שהורגו רח"ל.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:39 pm

· #393474
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען מ׳האנדעלט די סארט עניינים טעארעטיש, איז עס גאר אן אנדערע מציאות.

נעמט׳ס א פארשוין, וואס זוכט צו טוהן ריכטיג לויט זיין פארשטאנד, און ער האט פאר עפעס א סבה געגלויבט אויף א צווייטע איד אז יענער איז אן אפיקורס. וויבאלד אין תורה שטייט אויף אן אפיקורס אז מורידין ולא מעלין, ממילא איז זיין פטירה א שמחה ביי די פארשוין.

אפילו ווען דאס וואלט געווען ריכטיג, שפיגעלט עס נישט אפ די מציאות דא. די חברה זענען נישט מענטשען וואס זוכען צו טוהן ריכטיג, נאר מענטשען וואס זוכען זיך צו שטופען אין יענעמ׳ס פנים. ביי הרב קוק האט מען נישט געטאנצט, נישט ווייל די זיידעס פון די חברה זענען געווען עפעס בעסער, נאר ווייל קיין סמארטפאונ׳ס האבען דעמאלס נישט עגזיסטסירט. איך קען א פאר פון זיי פון די נאנט און זה דרכם כסל למו. גייט׳ס קיין א"י און עסט׳ס א שבת סעודה ביי י.מ. קויפמאן און צייגט׳ס זיך אליינס איבער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

און ביי משה הירש. און שפעטער נאך זיין פ----! אישיתישבי. כ'האב נישט ארויסגעזאגט וואס דו מיינסט אז איך גיי זאגן. ווייל ס'קען מיינען מער ווי איין פשט. ביי זיין זון דער ממשיך דרכו בק'---!

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 5:49 am

· #393507
רבי, איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:58 am

· #393514
אישתישבי: אויב דו קענסט מיך א ביסל ווייסטו וואס איך האלט פון ר' משה הירש. דער גרויסער מכניס אורח פון בעלי תשובה און אנדערע היימלאזע ברואים. אויך. דער גוטער חבר פון דעם הויכגעשעצטן דיפלאמאט און חסיד אומות העולם יאסיר בן חמור אראפאט...!

אט דאס וואס דו ודכווותיך האלטן (להבדיל) פון הרב שטיינמאן זצ"ל...!

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 1:40 pm

· #393529
ר' בערל

סליחה פאר באסטען דיין באבעל, טאמער איר מיינט אז איר האט געטראפען א קנאי מיט וועמען זיך מתווכח צו זיין, בין איך אייך מודיע אז איך געהער בכלל נישט צו דער סעקטע פין קנאים, און איך קומער גאר ווייניג וועגן די מדינה מיט אלע קרעפ אינוואלווד, עס גייט מיר בככל נישט אהן וויפיל מאל זיי טרעפען זיך מיט שונאי ישראל ווייל זיי ווילען שתדלן פאר אידישע קינדער, אדער סיי וועלכע סיבה.

סא ביטע זיך נישט מתווכח זיין וועגען קנאים און עקספעקט נישט פין מיר קיין תשובות.

דא האב איך נאר געשריבן בנוגע די היפאקריטיע פין רייזמאן'ס חרון אף און מחאה.

נקודת-אמת » דינסטאג יאנואר 16, 2018 3:51 pm

· #393541
רייזמאן-שטיינמאן.
טייערע חברי השטיבל כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך.

איך ליין שוין די אשכול עטליכע טעג און ס'לייגט'זיך'צו נאך און נאך תגובות טייל פון זיי מעהר צום דבר (לטעמי) און טייל פון זיי ווייניגער.

איין פוינט איז וויכטיג צו קלאהרשטעלן, דעם בעל-דרשן ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א האט קלאהר אנגעזאגט בעפאר ער האט אנגעהויבן אויס'חשבן'ען יענעמ'ס חשבון-הנפש אט די נקודה
אז ער האט נישט פון וואו צו וויסן פארוואס העט דער אויבעשטער געטוהן כך וכך, פארוואס האט דער באשעפער געגעבן קינדער פאר אט די קנאים און פארוואס האט ער שפעטער צוגענומען די קינדער
ער האט קלאהר געזאגט אז ער ווייסט נישט קיין חשבונות און דאס וואס ער זאגט איז נישט קיין נבואה און נישט קיין רוח-הקודש אדער אן אנדערע סארט רוח.
נאר בסך הכל א-חשבון-הנפש-כללי וואס פאדערט'זיך אין אזא פאל, אויסער דעם חשבון-הנפש-פרטי וואס פאדערטזיך פון יעדער איינער לפי מעמדו ומצבו.

דאן האט ער געפרעגט, אפשר גאר דארף מען שווייגן אין אזא צופאל און נישט מאכן קיין חשבון-הנפש און פראבירן זוכן על מה עשה הוי"ה ככה,
ועל דא הביא ציטאטן פונען רמב"ם רמב"ן און נאך אז אזוינס צו אריבער לאזן אן קיין חשבונות איז רשעות.

הלא דבר הוא, ועל כך יודו המוחים ברייזמאן אז 3 פיצעלע בעייבי'ס זאלן פונקט אפשטארבן אויף איין גאס אין איין וואך איז א דבר פלא וואס ברויכט עפעס א שטעל אפ, א קלער איבער.

ער האט נישט געבעטן אז א יעדע קנאי זאל שרייען: "שטיינמן אמת ותורתו אמת ואנחנו בדאים", ניין, ער האט קלאהר דאס נישט געבעטן.

ער האט סך הכל געזאגט אז אזוי וואו ס'איז עם אויסגעקומען לפי כמה ראשונים אז צו דאס אריבער לאזן אן קיין חשבון איז רשעות און קיינער האט נישט געמאכט די חשבון
נאר צוזאם גערופן אן עצרת חיזוק בענייני צניעות וטעכנאלאגיע און גערופן רבנים אן צו זיי מסביר זיין גענוי די מעשה נאר רופן פאר אן עצרת חיזוק לתושבי השכונה.
און אזוי וועט מען דאס תולה זיין אין צניעות/סמארטפאון'ס א.א.וו.,

אט אויף דער נקודה האט זיך רייזמאן אויפגערעגט און מתוך שבא לכלל כעס...,

און ער האט זיך אנגעטראגן צו טוהן דער חשבון הכללי פונעם דור/שטאט און געמאכט א מחאה כדת של תורה אויף דער טקס וחגיגת פטירת הגראי"ל זצ"ל
און זיינע פייערדיגע חסידים און מעריצים האבן זיך געשפירט אז זייערע מגיד האט אריין געגעבן פאר די קנאים ווי קיינער פריער. וואו.

(יא, איך קען אסאך אזעלכע, איך בין נישט פון זיינע קביעות'דיגע צוהערער, דאס איז סך הכל די צווייטע דרשה וואס איך הער פון עם, די ערשטע איז געוועהן נאכן פיגוע-דריסה אויף רח' מלכי-ישראל אין ירושלים וואס איז געהארגעט געווארן הקדוש הרב קרישבסקי הי"ד
און מיודענו הרב רייזמאן במתק לשונו מהלל ומשבח געוועהן לבורא אז מ'האט עם געוויזן ביי די עלעקטראנישע איי'ז וואס מ'זעהט די 'בֶּזֶק' קאר אינדרויסן פון ביהמ"ד-בית-יהושע 1:00PM שעת סוף השיעור הקבוע, און מ'זעהט דער דרייווער דער אראבער רעגט זיך אויף און ער גייט ארויף די טרעפ צום ביהמ"ד אויפגערעגטערהייט און ער גייט אראפ און ער פארט אוועק, [גראדע האבן זיי ארויסגעשיקט די ווידיאו'ס יענטסמאהל, און הדברים אמת אז מ'זעהט די קאר און מ'זעהט דעם ארבעטארער ארויף גיין און ער זעהט טאקע אויס אויפגערעגט, און מ'זעהט דער זייגער ארום 1 א זייגער מיטאג עטליכע מינוטין בעפאר דער פיגוע אין גאולה געגענט] און דער עיקר נס און שבח והודיה איז צוליב אז קיין שיעור איז ניט געוועהן יענע טאג זונטאג כ"ח תשרי ה'תשע"ו ווייל אונזער מגיד-מישרים האט יוצא-מגדרו געוועהן און אוועקגעפאהרן קיין אנטווערפען [דאכט זיך - איבער צווי יאהר צוריק קען זיין אז איך פארגעס קלייניגקייטן] און דער ימח-שמו'ניק האט באמערקט אז דער עולם וואס קומען ארויס יעדען טאג נאכ'ן דרשה זענען היינט נישט אנגעקומען, און די שומעי השיעור זענען געראטעוועט געווארן פון די פיגוע, און פארשטייט'זיך מ'האט געשטעלט לעקיך-און-בראנפן כנהוג במחוזותינו על שם הנס הגדול, [גראדע זענען געוועהן ספקנים וואס האבן געטענה'ט יענטסמאהל אז נאכן זמן הטעראר-אטאקע זעהט מעהן נאכאלטס די בֶּזֶק-קאר אינדרויסן פונעם ביהמ"ד און ס'רעדט'זיך גאר פון אן אנדערע קאר און א אנדערע ארבעטארער אבער לאמיר דאס לאזן אזוי] עד כאן במאמר המוסגר בעניין שיעורי הרב רייזמאן שליט"א)

די נקודה אז ס'פאדערט'זיך א חשבון-הנפש איז זיכער אמת, און יעדער וועט דאס מודה זיין.

צו די וועג צו דאס טוהן איז טענה'ן אז ס'האט אויסגעפעלט א-קול-מחאה אויף די געוואלדיגע חוצפה פון די מחולות ודונא"ט'ס למיניהם, יש חולקים.

ער האט דאס אויך נישט געזאגט מיט א זיכערקייט ער האט נאר מעורר געוועהן אן אפטשען, והשומע ישמע, און יעדער זאל זיך אליין באשטעטיגן צו מסכים זיין צו נישט.

די נקודה אז די בעלזע-רשעים פלעגן אויכעט רודפ'ן פאר אלע זייערע פאליטישע-השקפה'דיגע-בני-פלוגתא, איז אויך א וועג ארויס פון די פינטעלע וואס ער האט געברענגט,
ס'קען זיין אז יענטסמאהל האט מען אויך געדארפט מוחה זיין על כבוד הצדיקים הקדושים הנזכרים באשכול זה וואס די בעלזע-פאליטיקאנטן האבן גערודפ'ט, אבער יעצט איז געשעהן וואס ס'געשעהן און רייזמאן האט געזאגט וואס ס'דאכטזיך פאר עם אויף דעם.

ס'קען זיין אז מ'דארף פארשטיין די מענטשן וואס זייער שיטה זאגט זיי אויף א גדול-בישראל אז ער איז א שייגעץ, אוקיי, ס'נאך א לאנגע וועג ביז די תופים ומחולות וחלוקת הדונא"טס.

און צום סוף האט זיך דעם רייזמאן אריינגעלייגט מסביר צו זיין פאר די פאלק את הידועות אז רב שטיינמאן איז גארנישט געוועהן פון די מייסדי הנח"ל, און ער האט דאס נישט געשטיצט, און ס'איז לעיונעס וואס זיי האבן געשריבן בפשקוויליהם ובוועבסעדיהם שהאמינו להם עודפרים ממין אחר, נו.

האמת יאמר, ווען דער רייזמאן שטעלט זיך ווען נישט אויף דאס צו שרייען, וואלט איך דאס נישט געטוהן אנשטאט'ס עם, און איך לאך פון זיין הוה-אמינא צו מחנך זיין די לאו-בני-חינוך פון די עקסטרעמע יישוב הישן יידעלעך
וואס אפי' אויב דו וועסט זיי אויפווייזען די פאקטן אז זיי האבן געהאט א גראבע טעות וי"א רשעות, וועלן זיי זוכן און ברענגען אלטערנאטיוו-פאקטען וואס ווייזען אויף אנדערש וואו זיי האבן געמיינט/געוויסט/ווייסן פאר א פאקט/א.א.וו.
און בקבלה בידם אז מ'טאהר-נישט-גלייבען-קיין-מעשיות נאר פארשטייטזיך ווען ס'משמע פון די מעשה אז זייערע צד איז גערעכט.

קיין איין ערנסטע רב/בעל דרשן/הוגה דעות פון די צד האגודה איז נישט איינגעפאלן צו דאס טוהן.

אז רייזמאן האט דאס געטוהן איז מען נישט מוחה אויף עם פאר די זעלבע סיבה וואס מ'האט נישט מוחה געוועהן קעגן די מחלקי-הדאנאט"ס און די רוקדי המחולות.

ולא עליהם טענותיי.

אלא אליכם אישים אקרא.

אויב זענט איהר פון די צד וואס גלייבן אין מצוות מחאה היא משש-מצוות-תמידיות, אויף יעדער עניין וואס שמעקט נישט לפי אייערע השקפה/הנהגה/חצר/א.א.וו., מצד אחד.
און מצד שני האט איהר נישט ליב געהאט די אקט וואס די עקסטרעמע בית-שמש'ע אידן האבן געטאהן,
זענט איהר מכובד דא להשמיע קול מחאתכם שתעלה ותבקע עד לרקיע.

איך בין נישט פון די, במילא בין איך נישט מוחה אויף דעם.
בפרט אז אני הקטן בעצמי כבר נכשלתי בזלזול בתלמידי חכמים באשכול זה עצמו, ומי אנוכי שאוכיח אחרים בדבר שאני עצמי נגוע בו.

בהצלחה פאר אייך אלע.
מחו והצליחו.

שושן פורים » דינסטאג יאנואר 16, 2018 4:10 pm

· #393544
נקודת-אמת

כבין צומישט, ברענגט ביטע ארויס אייער פוינט אין אפאר שורות.

דאנקע שיין

ימים ידברו » דינסטאג יאנואר 16, 2018 4:38 pm

· #393548
צו אלע נייע הערות, און אננעמערס, פון רבינו מנשה רייזמאן מיט אלע קעגנערס, איך פארשטיי אז לא הי' כוונתו לכך, ער האט געוואלט זאגען זייניגע, און ווער עס האלט ווי אים ישמח, און ווער נישט זאל כאפען א פארציע און זיין שטיל,
א קליינע חזרה די טאנצערס זענען א הייפעלע פון גלאטע מישגעים, וואס מיינען ס'נאר דא שווארץ אדער ווייס אז הרב שטיינמאן איז נישט הינדרעט פראצענט ווייס לשיטתם איז ער שוין הרב קוק אדער נאך ערגער,
אבער בדרך כלל די קנאים וואס האלטען נישט פון הגראי"ל שטיינמאן יש להם על מה לסמוך להתנגד עליו,
ווייטער די חסידים פון הרב שטיינמאן זיכען מיט רעכט סיבות צו זאגען עונשים אויף די חטא הגדול לרקוד על דמו,
אבער צו הרב רייזמאן איז די קשיא, הגם כבוד שיעריו במקומו מונח, און ירום ד' קרנו וכבודו,
1' ווער האט אייך ממנה געווען צו זיין די הימעל פאליציי? ואת"ל חובת מחאה , זאל גדולי הדור מוחה זיין ווער זענט איר. ס"ה א שיינע מגיד שיעור!
2' די אחריות אויף אייך איז פי כמה בלאגנדיג צו בעלזא, וואס איז יודע מיט זהירות און כבוד תלמידי חכמים, ובדרך אגאב על פי ההלכה מבזה זיין א חי איז ערגער ווי מבזה זיין א מת, וואס איז ס"ה א חרם הקדמונים ,
3' והעיקר ועל זה באתי כעת, כולי עלמא מודי אז הרב שטיימאן האט געהאלטען פאר חייבי כריתות זאלען גיין אין מילטיער, יכול להיות שכל גדולי ליטא מהרב שך ואילך סברו כן , וגם כל גדולי אגודה,
אבער לעומתם, הרב מסאטמאר בעל דברי יואל, האלט אז שיקען איינעם און מילטיער אפי' א גוי וואס איז נולד אצל גוי איז כפירה עבודה זרה כמבואר בויואל משה באריכות, און לאמיר זאגען ער איז א שיטה יחדיאה אליינס אין מארק, חסידיו ומעריציו ותלמידיו מעגען דאך אננעמען הלכה כמותו,
איז לשיטת רבם איינער וואס שיקט איין נפש צום מילטער א עובד עבודה זרה, מעגן זיי און דארפען זיי טאנצען ברוך המקום שהרגו, וועט איר מיך פרעגען היפקריט, די מאכסטיך ווי א תם און שטויסט ווי א מיועד,
ווייל אני הקטון נעמט אן אז הרב מסאטמאר האלט נישט ממש דאס איז עבודה זרה נאר און די משפחה פון ע"ז, און טאנצען בשעת ישראל מת איז נישט עטיש און נישט מאראליש, אבער צו מלמד זכות זיין אויף זייי כנוסח מהר"א מבעלזא זי"ע זאג איך דאס,
אבער זיי לויט זייער פארשטאנד איז נאר דא כאמור לעיל שווארץ און ווייס סנישט דא גרעי טראכטען זיי אזוי, ויש להם על מי לסמוך להתנגד עליו בגדול,
וואס בלייבט לכל זה שוטוער איז די דרשה פון הרב רייזמאן ותיקו חוץ שנאה להקנאים מקלקלת השירה ודי בזה

סמבטיון » דינסטאג יאנואר 16, 2018 4:58 pm

· #393550
סע נאך דא איינער וואס האלט אז ימים איז נישט קיין גלגול פון איש את רעהו?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:12 pm

· #393561
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
עס איז דא מער מקורות אז דער חזו"א האט געשיקט אין מיליטער בחורים וואס זענען נישט חייבי כריתות, נאר אז זיי לערנען נישט. האט דער בעל דברי יואל געטאנצט ווען ער האט געהערט אז דער חזו"א איז אוועק?

(איך ווייס די תשובה, ער איז דעמאלס געזעסען שבעה. ווען נישט פאר דעם, וואלט ער זיכער געפיהרט טיש)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 16, 2018 9:10 pm

· #393572
נקודת אמת: שפתיים ישק...! וואס דער היימישער טראלל הידוע האט געשריבן האביך ב"ה נאכנישט געליינט. אבער איין זאך קען איך זאגן מיט זיכערקייט אז די סיקריקים און זייערע סימפאטיקערס נוצן אייביג די כלומר'שטע עוולות וואס דער צד השני איז באגאנגען מיום היוולדם צו בארעכטיגן זייערע איצטיגע מעשים תעתועים. זה דרכם כסל למו...!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 16, 2018 9:20 pm

· #393573
סמבטיון
סע נאך דא איינער וואס האלט אז ימים איז נישט קיין גלגול פון איש את רעהו?

סמבטיון: איך האב נאר איין שאלה צו די אלע טראללס און זייערע גילגולים און דיבוקים. ווען ס'איז געווען די זעקס טעג מלחמה (די ששת ימי אפילה ווי די בהמות רופן עס אן) אדער די יו"כ מלחמה. פארוואס זענט עטץ נישט אריבער צו ענקערע פריינט די אראבערס. און געבליבן אונטער די הערשאפט פון די טמא'נע ציונים...? עטץ זענט געלאפן אין די שוץ בונקערס פונקט ווי א יעדער אדער זענט עטץ ארומגעגאנגען בקרית חוצות טאנצנדיג און זינגען. ווייל די באמבעס פון ענקערע גוטע פריינט זענען נישט געמיינט פאר ענק ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני...?! דעם ענטפער ווייסט א יעדער איינער... סאו שאט אפ...!

נקודת-אמת » דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:16 pm

· #393584
berlbalaguleh

א זיסע מעשה'לע וואס איך האב געהערט פון א זיסע יידעלע:

יום [המר והנמהר] / (שנעשו בו נסים לישראל) {מחק את המיותר לדעתך} ה' באייר שנת ה'תשכ"ז-1967 ס'זענען שוין געוועהן 'קולות-מלחמה' אין די לופטן אין עיה"ק ירושלים תובב"א.

בבית המדרש הידוע המכונה אהל רחל דרבינו יואל וואס איז לעצטנ'ס איבערגעבויט געווארן לשם לתפארת ולתהלה רח' יואל בעיה"ק,
האט מען געהאט א ספק, וכדלהלן:

בהיות אז מ'שטייט שוין אויף אזא מצב וואס ביטול המדינה הציונית איז שוין נענטער ווי ווייטער,
און היות ס'קומט פאר אין ביהמ"ד א ברית, וואס די הלכה איז כידוע אז מ'זאגט נישט קיין תחנון,
אבער לכבוד ה' באייר איז נהוג אז מ'זאגט יא תחנון אע"פ שעורכים ברית כדי להוציא מלבם שלא יראה כשמח ביום אידם,
ועתה אין דעם יאהר וואס ס'זעהט שוין אויס אז ס'איז שוין דערנאך, קען זיין אז מ'מעג שוין מקיל זיין,
אדער פארט דארף מען מחמיר זיין עד שתתבטל המדינה בפועל ממש וכל רואיה יעידון יגידון: "דער-רבי-זכותו-יגן-עלינו-איז-געוועהן-גערעכט"!

האבן זיך די חכמי הקלויז געוואקלט בדעתם זה בכה וזה בכה, (שמעתי מלץ אחד: זֶה בְּכּוֹי וְזֶה בִּכְּוִי)
בתוך דבריהם וספקותיהם איז אריינגעקומען דער עסקן פון אגודת-ישראל ר' עמרם בר' משה בלוי ז"ל, (א נעפיו פון ר' עמרם ברש"י בלויא ראש נטורי חרתא)
וואס פלעגט זיך כסדר דרייען דארטען אין ביהמ"ד, און פלעגט כסדר זיצן מיט די חבר'ה,
מחמת גודל עסקנותו האט ער געהאט די מעגליכקייט און רשות פון רבנים צו האלטן אין שטוב א-טרענזיסטאר-מאשין
און ער האט געקענט אלע נייעס'ליך בעפאר אלע אנדערע קאווע-שטיבל/מקווה-נייעס זיצערס.

וישטחו החכמים את ספקם לפני ר' משה, לטכס עצה ותבונה לידע את המעשה אשר יעשון,

האט זיי ר' משה געפרעגט דערשראקענערהייט:
-"איהר האט גארנישט געהערט"?
-"וואס"?
-"די ציונים, לוי אשכול, משה דיין, גולדה מאיר, צוזאמען מיט בן גוריון, האבן יעצט ארויף אויף א פליגער און זיי האבן אנטלויפן קיין אמעריקע"
-"וואס"?
-"יא, יא, אזוי ווי איהר הערט"
האט ר' משה מסיים געוועהן מיט אויסגעלאשענע אויגן.

"מחוצפים, און יעצט האבן זיי אונז איבער געלאזט דא אליינס מיט די אראבער"?
האט איינער געפרעגט, און דער עולם האט מיט דעשטומט מיט עם, וואס איז די חוצפה צו טוהן אזוינס.

האט זיי ר' משה בארוהיגט און געזאגט:
"זארגט אייך נישט זיי אלע זענען דא, און קיינער איז נישט אנטלאפן,
אה, נאך א זאך, אויב אייך בארוהיגן זיך יעצט, אייך מעגן זאגן תחנון" 😂 😈 🙄

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:33 pm

· #393588
נקודת אמת: איך וועל דיך רופן צו דין תורה. דו האסט אוועקגעכאפט מיין נאמען וואס איך האב געגעבן פאר די שמוציגע, שטינקעדיגע, אומגעוואשענ דברים אחרים. די חברים פון אראפאט , ווס זענען אזוי שיין ווי ער אליינס איז געווען. הלוא המה...די נטורי חרתא. געוויסע מענטשן דא אין קאווע שטיבל זענען ברויגז אויף מיר פארוואס איך רוף זיי אזוי. ס'איז דאך א באקאנטע רש"י אין פ' יתרו...."גיורא עד עשרה דרי לא תבזי ארמאה באפיה"...!

אבער די מעשה'לע וואס דו ברענגסט אראפ איז א זיסע מעשה. זיי וואקלען זיך. און זיי זענע נישט פעסט אפילו ביי זייערע טיפשות'דיגע דיעות...!

ימים ידברו » מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:37 pm

· #393653
סאיז זייער פאססיג צו רעדען מיט זלזול אויף ערליכע הייליגע אידען אינטער די אשכול פון הרב רייזמאן,וועם האט איר מער פיינט בערל סמבטיון מיט אלע שווארץ יאר, וועם נטורי קרתא אדער לפיד? וועם?

סמבטיון » מיטוואך יאנואר 17, 2018 1:06 pm

· #393656
קלאר נטורי חרתא. לפיד האט א טשענס נאך תשובה צו טוהן נטורי חרתא נישט

נקודת-אמת » מיטוואך יאנואר 17, 2018 1:22 pm

· #393659
ימים ידברו
סאיז זייער פאססיג צו רעדען מיט זלזול אויף ערליכע הייליגע אידען אינטער די אשכול פון הרב רייזמאן,וועם האט איר מער פיינט בערל סמבטיון מיט אלע שווארץ יאר, וועם נטורי קרתא אדער לפיד? וועם?
סמבטיון
קלאר נטורי חרתא. לפיד האט א טשענס נאך תשובה צו טוהן נטורי חרתא נישט

זאת ועוד, מלבד הקושי שלהם לשוב ולהתחרט על דרכיהם הנלוזות, שנתקיים בהם רשעים אפי' על פתחו של גיהנם.

ווער רעדט פון תשובה טוהן, איך דארף תשובה טוהן אויף מיינע זאכן, און קען זיין אז יענער דארף אויכעט תשובה טוהן, ס'איז נישט מיין ביזנעס.

אבער אין דער יעצטיגער מעמד ומצב פונעם נטורי-חרתא'ניק ווען דו שטעלסט עם אוועק אויפן וואגשאהל אנטקעגן דעם לפיד שר"י, איך בין ניט אזוי זיכער ווער פון זיי איז נענטער צום אויבערשטען.
ווער פון זיי האט ווייניגער דערצערנט ג-אט ב"ה.

איי דער איז אן היימישער און דער איז א גוי-גמור, ני.

איך האב ניט פיינט ניט לפיד און ניט דער נטורי-חרתא'ניק, לפיד האט מיר אישית'דיג געשעדיגט ווען ער איז געוועהן אין קאאליציע און האט אדורך געפירט חוקי שמד און האט געשניטן פון די ברויט פון א יעדע חרדי'שער ייד.
יעצט האט עם דער אויבערשטער געשיקט אינעם מדבר פון אפאזיציע, מיר האפן צום אויבערשטען אז ער וועט דארטען בלייבן פאר אסאך לאנגע יאהרן.

משא"כ דער סיקריק/עקסטרעמע-קנאי/נטורי-חרתא'ניק זוכט פון וואו צו טרעפן צו מיר שעדיגן שהרי איך און א יעדער חרדישער ייד וואס האלט נישט פונקט וואו זיי (ד.ה. 99% פון היימישע יידן אין ארץ-ישראל) - איז דאך בכלל משנאיך ה' אשנא וכו'.

קלאהר אז ס'פאדערטזיך אסאך א שווערערע הארעוואנייע עם ליב צו האבן, ווי דעם נפש תועה יאיר לפיד.

ס'איז אביסל שווער צו פארשטיין אבער המשכיל יבין.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 17, 2018 1:39 pm

· #393661
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
א געוואלדיגע מעשה נקודת האמת, נאר איך בין אביסל מבולבל ווער איז דער בעל המעשה, דער טאטע צו דער זוהן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך אויך » מיטוואך יאנואר 17, 2018 8:11 pm

· #393680
ימים ידברו
א טריט אויף צוריק ווען די אמאליגע בעלזא האט מבזה געווען דער הייליגער מנחת אלעזר, און אים גמסרט אין קארט

זאג איבער?? כדרכם של הסאטמארע טראללערס האסטו נישט דאס מינדעסטן אהנונג אין היסטאריע.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 17, 2018 10:53 pm

· #393685
נקודת אמת: כדי מחזק צו זיין דיינע ווערטער דארפן מיר געדענקען אז יאיר לפיד איז א זוהן פון א רשע מרושע. אן עכטער שונא ישראל. א כופר בעיקר להכעיס. און לגבי זיין טאטן איז ער נאך א שטיקל צדיק. בכל אופן א תינוק שנשבה. זיכער האט ער נישט קיין סימפאטיע פאר ערליכע אידן. אבער א שונא ישראל ווי זיין טאטע איז ער נישט. ער איז סך הכל א חילוני'שער פאליטישן. נו, ה' משפיל גאים. האט השי"ת געהאלפן אז מ'האט איהם פארטריבן און ער וועט מער נישט האבן קיין פאליטישע תקומה. אבער די נטורי חרתא זענען יודעים את ריבונם ומכוונים למרוד בו. זיי געבן חיזוק פאר רוצחים פון אידישע קינדער. אזוי ווי הרב אמנון יצחק שליט"א האט געזאגט. אז ער האט מורא אז איין טאג וועלן זיי נאך פוגע זין אין די נטורי חרתא אליין...!

שמעון וואלף » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 12:14 am

· #393691
איך אויך
ימים ידברו
א טריט אויף צוריק ווען די אמאליגע בעלזא האט מבזה געווען דער הייליגער מנחת אלעזר, און אים גמסרט אין קארט

זאג איבער?? כדרכם של הסאטמארע טראללערס האסטו נישט דאס מינדעסטן אהנונג אין היסטאריע.

די נעמסט עפעס זייער פערסענעל ווען איינער דערמאנט אלטע בעלזע עבירות. לאמיך דיר עפעס זאגן: אלס חסיד פון היינטיגע בעלזער רבי ביסטי נישט אחראי אויף עבירות וואס די בעלזע האבן געטון מאז היתה לחסידות. טאמער טוט מען היינט עוולות וואלסטי דיך געדארפט פארענטפערן פארוואס די זיצט אינאיינעם מיט געמיינע חברה אבער עבירות וואס זענען געטון געווארן אין דיין זיידע'ס צייטן? האו קעירס?

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 12:48 pm

· #393723
בדרך אגב, איך געדענק הערן אז דער מנחת אלעזר איז געגאנגען צום קיסר און געבעטן ער זאל פארשיקען ר' אהרן פין אונגארן, ביז פיר און צוואנציג שעה האט ער געמוזט פארלאזן.

דאס איז געווען נאך דריי הזמנות וואס ער האט נישט גענטפערט.

ימים ידברו » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 5:09 pm

· #393738
איך מאך א סך הכל דא הרה"צ רבי עמרם בלוי מיט הרה"צ רבי אהרן קאנצענעלבויגען ותלמידיהם זענען ארגער ווי לפיד, טעם הדבר, ווייל לפיד האט געוואלט גוזר זיין גזירות בהיותו בהממשלה דהיינו א וועק צו נעמען די ברויט פון קליינע קינדער, אבל הסיקריקם ווילען וואס? וואס? וואס?
אמת הדבר לפיד איז נישט ערגער ווי אלע אנדערע ח"כ אמת ויציב ונכון, אויף דעם געב איך אייך גערעכט, ס"ה א רשע בן רשע, א תינוק שנשבה ולפי דעת הגרי"ג אדלשטיין לשיטת אבי פישהאף איז ער א אנוססססססס, נישט מער וצריך לכבד ולידידות אתו, וכל שאר ח"כ יבין אז ער איז נאר א אנוססססססססססססס,
אבער רבי עמרם בלוי זצוקללה"ה האט גלערינט תורה און מקבל געווען אז אין בעלזא אינדעהיים האט מען ארויסגענימען די מסכת פון דף היומי, און אויסגעריפען יעדע מוצאי יו"ט, מיר האבען נישט קיין שייכות מיט אלע פארטייען נישט מסרחי און נישט אגודהההההה,
און אמת היינט בעלזא איז נישט אחראי אויף אלט בעלזא ווייל מיר ווייסען שוין היינט פשט פון כבוד תלמידי חכמים,
וואס הייסט ווער האט נאך אזוי מכבד געווען הרב עובדי ווי אונז? ווער איז נאך מכבד גדולי תיירע א אזוי ווי אונז,
מרן מבעלזא גייט נישט צו צו א מועצת מיטינג ביז ער זעצט זיך נישט אליינס אראף אין חזון איש חמש, ווייל ער איז כפוף לגדולי ישראל,
איי מישגיעם געדענקען ווען ער האט חוזק גמאכט אז די אינגערישע רבנים וואס די זיידע האט געזאגט אז זיי וועלען זיין ביי משיח די סנהדרין האבען מאכיל געווען שטאף גענז, רייבט אויס אייער אויער און הערט אויס די נישט מיושב'דיג תורה מוצאי שמחת תורה תשמ"ב, גלאט שקרים,
דאס האבען די שונאיםם אויסגטראכט, אזוי ווי די מעשה מיט די ס"ת שבת זכור ווען רעב יודל האט זיי געבארגט בסוד די בעטען שא שטיל, והמשך עוד יבוא...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 6:26 pm

· #393740
איך בין נייגעריג מיט וואס איז באשטאנען די צדקות פון הרב אהרן קצנלבויגן? ווען איך בין געווען אין ירושלים האט מען איהם אלס געדענקט אלס א פיינעם לץ. קען זיין שטארבען האט איהם שטארק געהאלפען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 7:53 pm

· #393745
אישתישבי
בדרך אגב, איך געדענק הערן אז דער מנחת אלעזר איז געגאנגען צום קיסר און געבעטן ער זאל פארשיקען ר' אהרן פין אונגארן, ביז פיר און צוואנציג שעה האט ער געמוזט פארלאזן.

דאס איז געווען נאך דריי הזמנות וואס ער האט נישט גענטפערט.

אישתישבי: דו האסט מיך שטארק דערשראקן... איך זאג נישט פארוואס...! אבער, כ'האב מיך שוין ב"ה בארואיגט...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 8:16 pm

· #393746
ימים ידברו: איך האב אייביג געוואוסט אז דו ביסט א טראלל און א סמאאטה טאלקער. אבער אזוי ווייט האביך נישט געוויסט. דו ביסט דאך א יחיד מומחה אין טרעפן און ארויפברענגען שמוץ ביי א צווייטן. נאר וואס ס'טוט זיך אין דיין אייגענעם חצר ווייסטו נישט. אדער דו ווילסט נישט וויסן. דעם גזל ועריות.און שפיכות.דמים. תרתי משמע. פון דעם ווילסטו נישט הערן. אבער ווען אנדערע דערמאנען עס זענען זיי שקצים און אפיקורסים. ווען דו וואלסט נאך געקענט א ביסל לערנען אויך (נישט דיינע גרייזיגע עמי הארצ'ישע ספעללינג מיסטעיקס), וואלט מען דיר געקענט זאגן פשט אין פסוק...."השיבנו אליך ונח-קורה"...טול קורה מבין עיניך...! אבער דו ווייסט דאך אפילו נישט די עברי פון דעם...!

איך וועל נאר אויפברענגען א קלייניגקייט: אפשר זאגסטו מיר. אין וועלכע קהילה נאך, אויסער דיינע, קען זיך טרעפן א גזלן וועלכער גייט נאך מיט ווייסע זאגן און א ווייס וועסטל שבת ויו"ט און ער גזל'ט אוועק און נארט אויס ריעל עסטעיט. ניין. נישט וואס ס'ברענגט רווחים. נאר פשוט א דירה פון א משפחה. און ער וויל זיי ארויסלייגן אויף די גאס דורך די גויים. די מארשאללס (מסירה...?) און ער הייסט נאך א שיינער איד. און דער רב פון זיין ביהמ"ד. אויך זיין פויפסט, בישאף אדער קארדינאל געט איהם נאך א גלעט אויפ'ן בעקל. און זאגט איהם ביסט א וואויל יונגל. ער באקומט די שענסטע עליות און די גרעסטע כיבודים אין זיין/דיין קהילה. נאך א מזל אז ס'איז דא...שוין. איך וויל נישט ווייטער פארציילן. ווען דו וועסט אויסקליענען דעם שמוץ און די אנדערע גראבע אן הארבע עבירות וואס ווערן אפגעטון אין דיין קהילה. דאמאלס וועסטו קענן רעדן. אבער ביז דאמאלס נעם איין א שווייגעניש...! פארשטאנען...!

ימים ידברו » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 8:36 pm

· #393748
בערל איך בין מודה על האמת אז איך בין א עם הארץ,
אבער וועליכע קהלה בלאנג איך אפשר זאגסטו?
ווייטער ווער און וואס די רעדסט וויס איך נישט פון א ווייסע שאל מיט א מעשה מיט א ווייס איך וואס, אדרבה לאמיר הערען מיר זענען הינגעריג פון דיר הויכגשעצטע תלמיד חכם וואס איז הינדרעט פראצענט קארעקט סאם היי די באלאנגסט נישט ביי מהר"א אבער די שעצט זיין חכמה מיט זיין תורה מיט זיין גדלות,

אבער נטורי קרתא, זענען ערגער ווי ווער לפיד! פאר דעם אליינס באלאנגסטו אין אלטען בית החיים הארט לעבען אוהל,
ווייטער רבי אהרן קאנצינעלבויגען, איז א לץ, אקעי אבער ערגער ווי לפיד ? ערגער ווי אלי ישי? ערגער ווי וועם און בעסער ווי וועם? איר זענט אפען קאף געפאלען, א טראלל בין איך און איר אלע זענען נארמאל בכלל?
אידען יראים ושלמים , וואס האבען א וועק געגעבען זייער העמד פאר יעדען איד זענען רחמנא ליצלן, בין איך אויף די וועלט? איר שטייט מיט מיט אזענע האס? ער גייט נישט און אייער שפאן, איז וואס דער חזון איש האט געזאגט ווען רבי עמרם איז געזיצעןן אין תפיסה דער שבת קודש איז און תפיסה דער בריסקער רב האט זיך געטשאשקעט מיט אים, איר עפנט אייער מויל מיט פעדער, זענט איר פאריקט?
פון אזענע שקצים איז מיר די גרעסטע כבוד צו זיין א טראלל א עם הארץ א שייגעץ איר קענט מיר אפי' ארויסווארפען!
איך האב נייעס הרב הצדיק רבי משה בער בעק'ס געניץ, האט מער חשיבות פון אלע ענקרע רבי'ס קריאת שמע ליל כל נדרי בלי ספק,
איר מיזט נישט מסכים זיין מיט זיין מיינוג, איר מעגט זאגען א דעה, אבער זיין צדקות זיין חסידות זיין גיטס קייט זיין ערליכקייט לו דומיו תהלה, איך קען אים פערזענדליך,
הרב וואזנער דער פפוסק הדור האט מעיד געווען אז ער מיט זיין ברידער זענען געווען די בעסטער יכולערס ווען ער האט זיי פארהערט 2 חלקים שולחן ערוך, איר ווייסט מיט וועם מיט וואס איר רעד בכלל, גראדע איז ער זייער א קליגער איד,
איך געדענק ווען הרב מרדכי פרידמאן האט געזאגט פאר אדמור מוויזניץ מאנסי אז משה בער מאכט א חילול השם נאכען זיך טרעפען מיט פארקאן, האט וויזניצער רבי ראגירט א נייע טייטש אין חילול השם!
ממוז נישט מסכים זיין ממעג זאגען ער האט א טעות , איינרעדניש, ער מיינט טויזענט פראצענט לשם שמים און איר אלע דארףט אים איבערבעטען, און אדרבה זאל מיר איין איד זאגען צו משה בער האט אים ווי געטון,
און כל מעשיו צו ראטווען כלל ישראל, אפשר האט ער א טעות אבער כוונתו איז גלאט און ריין לשם שמים זייטס מיר אלע געזינט און טוט תשובה אויף אייער אנוסים לשיטת הרב אדלשטיין

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 8:51 pm

· #393752
עס איז נישט גוט אלעס ארויס געבען אויף איין שאס, מען דארף עפעס איבערלאזן פאר נעקסט טיים.

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 8:55 pm

· #393753
ימים ידברו

איך האב נייעס הרב הצדיק רבי משה בער בעק'ס געניץ, האט מער חשיבות פון אלע ענקרע רבי'ס קריאת שמע ליל כל נדרי בלי ספק,

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 9:26 pm

· #393756
נישט געוואוסט אז א געניץ האט עפעס א חשיבות...

ימים ידברו » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 9:33 pm

· #393757
געוואלדיג טייערער, נישט דיינס און מיינס רעב משה בער'ס יא, ווייל ער טוט אלעס פאר כבוד שמו יתברך, האט עס שוין נאך וואס א חשיבות, ער געט אוועק כל מה שיש לו לשיטתו לכבוד שמים, און איר אלע טרעיט אויף אים , כהאב נייעס סגייט אים נישט אן בכלל, ער טוט די רצון השם בלב ונפש ומאודו, ער האט נאך קיינמאל און קיין שום פעולה נישט געטון בלי ספק אז ס'נישט טויזענט פראצענט ריין לשמים!
אדרבה פרעגט אייך נאך ווער עס קען אים פון זיינע שכנים אינקלאדינג זיינע קעגנער, וועלען מודה זיין אז אין פריוואטען לעבען איז ער א קדוש וטהור, מיט פאטאס וועל איך איבער חזרן און איר קענט עס איבער זאגען בשמי מיט אלע פארבען אז זיין געניץ האט פיל מער יראת שמים און כבוד שמים ווי אלע היינטיגע רביס קריאת שמע ליל כל נדרי!

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 10:54 pm

· #393760
א געניץ איז א חשובער זאך, עס איז דא פילע הלכות אין שולחן ערוך ווען און וויאזוי מען ברויך געניצען, ביטע מאך נישט אוועק זיין הייליגע געניץ, ווער האט אן השגה אין זיין הייליגע געניץ.

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 11:20 pm

· #393761
ימים, אזא הייליגע געניץ וויל איך מיטהאלטן, מעלד מיר ביטע וויל עס קומט נעקסט פאר מעמד הגינוצים

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:07 am

· #393767
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
עס איז מורא׳דיג צו זע׳ען וויאזוי מ׳קען פארדרייען א נושא. קודם די עצם שאלה ווער איז ערגער נטו"ק צו לפיד. דער מאדנעקייט פון אזא ספק, כאילו עס איז דא א קנה מדה פון ערגער און בעסער. ביידער האבען זייער שלעכטס און עס איז נישט דא קיין ענין אין פארגלייכען.

ווידער דאס ארויף ברענגען ר׳ משה בער׳ן כאילו ער איז יעצט אויפ׳ן טיש, כדי איהם מצדיק צו זיין און דערמיט אויספיהרען די גאנצע לאטקע געטיילאכטס איז א ספין וואס פאסט פאר אלט באזעסענער צייטונג שרייבערס.

וכבר מלתי אמורה, ר׳ משה בער איז א תם ומתמם עם תמימים, זיין פארשטאנד איז פון א חדר אינגעל ממש, כמבואר בספריו. טאמער ער וואלט געהאט אויפריכטיגע מדות, וואלט ער געוואוסט אז ער דרייט זיך אין טעריטאריא וואס איז נישט זיינס, און ער פארשטייט בכלל נישט די באדייט פון זיין מעשים. ווי דער חזו"א האט שוין געזאגט און געשריבען אויף די קנאים אז די מדות אויסארבעטען איז וואס שיידט זיי אפ פון זיך פיהרען אמת׳דיג עפ"י תורה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 8:24 pm

· #393827
חזו"א האט געזאגט, ווא ווי, אוי וויי, זיי האבען נישט קיין מדות, מן הסתם האט דער חזו"א געמיינט רב שך, ער איז נאר פארפארען צו די קנאים.

סמבטיון » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 10:07 pm

· #393835
ווען דו ששרייבסט ווען גלייך ביים אנהייב דיין בליק אויף בעקס עבודה וואלט איך געוויסט ווי איך שטיי מיט דיר . יעצט הייב אן אז און די יונגע יארן איז בעלזע רב געווען אין בית התפוצות. איך מיין האסט עס נישט אויסגערעכענט פריער.

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 10:38 pm

· #393837
אישתישבי
חזו"א האט געזאגט, ווא ווי, אוי וויי, זיי האבען נישט קיין מדות, מן הסתם האט דער חזו"א געמיינט רב שך, ער איז נאר פארפארען צו די קנאים.

איתישבי: הרב שך זצ"ל איז געווען א גרויסער מענטש. און א געוואלדיגער בעל מידות. ס'זענען דא אן א שיעור מעשיות איבער זיין גדלות אין מידות. נאר איין קנייטש האט ער געהאט. מיט ליובאוויטש. ער האט זיי נישט געקענט אראפשלינגען. אדע טאלערירן...!

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 10:46 pm

· #393838
סמבטיון
ווען דו ששרייבסט ווען גלייך ביים אנהייב דיין בליק אויף בעקס עבודה וואלט איך געוויסט ווי איך שטיי מיט דיר . יעצט הייב אן אז און די יונגע יארן איז בעלזע רב געווען אין בית התפוצות. איך מיין האסט עס נישט אויסגערעכענט פריער.

סמבטיון: דו דארפסט פארשטיין אז ימים ידברו איז א וואוילער איד. זיין קאפ איז נאר אנגעדרייט אויף די נישט ריכטיגע פאזיציע. ער האט די ראנג היראוס. למשל ער האלט אז הרב משה בער בעק איז א חכם מחוכם און א פיקח עצום. אבער למעשה איז ער א נאאיוו אונגעריש אידל. (כ'האב מורא א בעל תשובה.). זיינע אייגענע חברה פארפיהרן איהם. איך האב געהערט אויף א געויסן קליפ וואו ער האט אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט די איראנ'ער טי.ווי. פאר די רעפארטערס זענען געקומען צו איהם אין ביהמ"ד האט ער געזאגט פאר זיינע חברה. (ישראל דוד ווייס וסייעתו) אז מ'דארף זיין פארזיכטיג וואס מ'זאגט פאר זיי...!

newkave » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 11:08 pm

· #393839
berlbalaguleh
אישתישבי
חזו"א האט געזאגט, ווא ווי, אוי וויי, זיי האבען נישט קיין מדות, מן הסתם האט דער חזו"א געמיינט רב שך, ער איז נאר פארפארען צו די קנאים.

איתישבי: הרב שך זצ"ל איז געווען א גרויסער מענטש. און א געוואלדיגער בעל מידות. ס'זענען דא אן א שיעור מעשיות איבער זיין גדלות אין מידות. נאר איין קנייטש האט ער געהאט. מיט ליובאוויטש. ער האט זיי נישט געקענט אראפשלינגען. אדע טאלערירן...!

סיריעסלי? שך איז געווען א שטיק מחלוקת און שלעכטס.
אויף א''וו איז ער א קנאי אגב.

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 11:26 pm

· #393840
ניוקאווע: אויף אייוועלט איז ער א קנקאי. ווייל ער איז געווען נאנט צו די שיטה פון סאטמאר. מיט א פאליטישן טוויסט. ממילא האט איהם סאטמאר נישט אטאקירט. כאטש זיי האבן נישט מסכים געווען מיט זיין פאליטישע אגענדא. אבער אין קאנטעקסט פון העלפן די מענטשן אין זיין אייגענע גרופ (די ישיבה'שע וועלט) האט ער געטון זייער א סאך פאר יחידים וועלכע זענען געקומען צו איהם בעטן הילף...!

אישתישבי » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 11:29 pm

· #393841
ר' בערל

רב שטיינמאן איז געוועהן א שטארקע בעל מדות. רב שך איז געוועהן טאקע א בעל מעלה, אפשר א תלמוד חכם, כאטש דער אילת השחר איז מן הסתם שטערקער הן בכמות הו באיכות. אבער בעל מדות איז שווער צו זאגן, איין קנייטש מיט ליבאוויטש איז נישט קיין תירוץ.

א מענטש קען זיך איינהאלטן פין זיך אויפרעגן צוואנציג יאר, רעגט ער זיך אויף איינמאל אין בעסמעדרעש איז ער א כעסן. פארוואס? עס איז דאך נאר איין קנייטש!! ווייל עס ווייזט ער איז געוועהן א כעסן אנדערע פלעצער נאר נישט אין בעסמעדרעש.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 21, 2018 4:29 am

· #393849
אישתישבי: זיכער איז ער געווען א פאליטישן. ער האט דאך געמאכט דעם ספליט פון די אגודה. און געגרינדעט דגל התורה. אויך האט ער באאיינפלוסט די ספרדים זיך אפצורייסן פון מזרחי און גרינדן זייער אייגענע פארטיי, ש"ס.

זיין שארפע מחלוקה און בזיונות'דיגע אפשפעטונג פון ליובאוויטש איז מיר פערזענליך ווייטאגליך. ווייל איך ווייס וואס דער ליובאוויטשער רבי רמ"מ און ליובאוויטש אלס חסידות האט אויפגעטון.

זיין עצם חתונה האבן מיט חיה מושקא איז געווען אן אקט פון הצלת נפשות ברוחניות. פארוואס איהר טאטע דער צדיק אמת ובעל מסירות נפש מהריי"ץ איז איהם דאנקבאר געווען. ואכמ"ל...!

סקרן » זונטאג יאנואר 21, 2018 10:37 am

· #393872
berlbalaguleh
ניוקאווע: אויף אייוועלט איז ער א קנקאי. ווייל ער איז געווען נאנט צו די שיטה פון סאטמאר. מיט א פאליטישן טוויסט. ממילא האט איהם סאטמאר נישט אטאקירט. כאטש זיי האבן נישט מסכים געווען מיט זיין פאליטישע אגענדא. אבער אין קאנטעקסט פון העלפן די מענטשן אין זיין אייגענע גרופ (די ישיבה'שע וועלט) האט ער געטון זייער א סאך פאר יחידים וועלכע זענען געקומען צו איהם בעטן הילף...!

למשל ר' דוד פורסקי? ר' דוב לאנדא?
נאר מענטשן וואס האבן זיך מכניע געווען צו אים ווי א מרכבה האט ער ארויסגעהאלפן און געטוהן די אלע זאכן אבער ווען ס'איז געקומען צו מענטשן וואס האבן זיך נישט אינטערגעטעניגט איז ער געגאנגן עד הסוף
למשל חב"ד ספרדים ר' דוב לנדא ר' דוד פורסקי וכו' וכו'

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 21, 2018 10:58 am

· #393873
אינטרעסאנט ווי ווייט עס גייט. דער עולם קען נישט פאנאנדערטיילען צווישען א מיינונג און א מדה. פונקט ווי די אלע וואס פארדאמען הרב קוק צוליעב א מיינונגס פארשידענהייט. דער עולם האט עפעס א לאך אין די חינוך אין דער הינזיכט. טאמער איינער האט א מיינונג אנדער ווי דיינס, איז עס א פארברעך, א שלעכטע מדה. עס איז נישט מעגליך אנצונעמען אז עס איז פשוט א מיינונג.

אישתישבי » זונטאג יאנואר 21, 2018 5:20 pm

· #393909
אוי צו מען קען, און טאקע דערפאר ווייסט מען מחלק צו זיין אן זאגן אז רב שך בנוסף צו זיינע מיינונגען וואס גייט מיר אהן ווי א נאזען בלאז, זענען דא מדות צו רעדען וועגען. דו ווייסט גאנץ גוט אז רב שטיינמאן איז געוועהן דער בעל מדות און נישט רב שך.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 21, 2018 5:49 pm

· #393910
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
בלאה בלאה בלאה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4 5 6