☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

307 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12233
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

איש חזון » דינסטאג מאי 8, 2018 4:11 pm

· #401940
תורה ומדע
פון ערשט האנטיקער מקורות און פון אייגענעם איבערלעבעניש און אנאליזע איז ביי מיר קלאר אז בעלזער חסידים האבען גאר א טיעפער און שטארקער פערזענליכער רילעישינשיפ מיטן רב זאל מאריך ימים זיין. דער רב פארמאגט גאר א ווארימע הארץ מיט א טיעפע פארשטאנד צו מענשען. אויך האט ער אן עלוי׳שען זכרון און א פיעלפארביגע מח וועלכער קען שייכות האבען צום ברייטען ציבור עם כל צורותיהן. זיין 50 יאהר עקספיריענס אין רביסטעווע גיט איהם אן אויבערהאנט איבער אללע רביס און גדולי ישראל אין הנהגת הכלל והפרט אז ער היט זיך גאר גאר שטארק פון זיך אריינמישען אין ענייני הפרט וכדו׳ אדער הייסען זיינע חסידים זיך נוהג זיין זאכען וואס זיי האלטען ניט ביי דערביי.
א חלק פון זיין כח המושך איז זיין אמת׳דיקייט און שארפער צונג וועלכער איז שנעל, פלינק, און צום פאוינט, אז לפעמים נאך א פאהר מינוט וואס דער חסיד גייט אוועק פון א באגעגעניש מיטן רב נעמט איהם נאך צייט צו כאפען ס׳כוונה פונעם רב.
לייגט צו צו דעם זיין רבי׳שקייט אין זאגען תורה מיט א העכערקייט שוין איבער פופציק יאהר, דוגמת די של״ס תורה דעם שבת אין מונטריאול, אין וועלכער דער חסיד, אויב איז ער א שטיקעל בעל השגה, האט נישט געקענט נאר לעכצען אויפן לעת״ל׳דיקער געהויבענעם צייט, ווען עס וועט זיין א ריינער פיורער וועלט אהנע חטא און יצה״ר. א חלק פון די שעהנקייט איז טאקע דאס אז דער רב האט איינגעפיהרט אן הנהגה פון זיך נישט שרעקען פון די פאלשע קנאים און אונגארישער חסידים יוצאי וויליאמסבורג, און זאגט די תורה אויף א מייק נאכן זמן מיט ריזיקען סקרין אז יעדעס יונגעל זאל קענען זעהן און איינזאפען דאס קדושה פונעם טיש און די תורה.
א חסיד וועלכער איז געווען דערביי דערציילט מיר נעכטען אז בשעת ער האט געזעהן אויפן סקרין ס׳צורה פונעם רב ווען ער האט נאכגעזאגט דעם פסוק אין ירמי׳ י״ג ״כי כאשר ידבק האזור אל מתני איש כן הדבקתי אלי את כל בית ישראל ואת כל בית יהודה נאם ה׳ להיות לי לעם ולשם ולתהלה ולתפארת״ איז ער ארומגענומען געווארען מיט אן אויסטערלישען געפיעל פון אהבת הבורא אז ער איז ממש צוגאנען פון דביקות.
צו דעם אלעם קומט נאך צו דאס גאלדענע אויסגעטרויטענם מסורה פון בעלז מיט די הייליגע רביס און די געהויבענע יושבים וועלכער גייט שוין אהן פונעם שר שלום עד ימינו. בעלז האט א מסורה פון תורהדיגקייט, הלכה, מנהגים, תפילה, מעשיות, מופתים, גרונטליכע דברי תורה און מוסר, שארפקייט, ליבליכקייט. און אלץ אהן קבלה און זוהר, נאר מיט א גרונטליכקייט און צווי-פיס-אויף-די-ערד׳יגער צוגאנג צו תורה, יראה און חסידות.
א וואונדער אז די חסידים זענען גרייט אין פייער צו גיין פארן רבי׳ן?

שטארקע דיבורים.
דאס וואס דו שרייבסט ''אהן קבלה און זוהר'' מיינסטו אוודאי ''ברבים'' און ''אפן''.

קפה נמס » דינסטאג מאי 8, 2018 5:01 pm

· #401945
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
יוסף יוזפא

ה. נאכאמאל, אפשר פאר דיר איז דאס א גלויבינג, פאר יעדע בעלזע חסיד איז דאס נישט קיין אמונה, נאר א ידיעה, מען זעהט עס בחוש און מען קען זיך נישט לייקענען צו דעהם, מען דארף נישט גלויבן ווייל יעדער זעהט מיט די פליישיגע אויגן.

אפשר קענסטו ארויסשרייבן וואס מען זעהט.
ווען עס וואלט געווען א גלויבונג וואלט איך פארשטאנען אז עס איז שווער צו מסביר זיין. אבער היות מ'רעדט פון זאכן וואס מ'זעהט בחוש מיט די פליישיגע אויגן, איז אפשר זאלט איר אביסל מיטטיילן דא פון אייער עקספיריענס.

אמת ויציב ונכון » דינסטאג מאי 8, 2018 5:19 pm

· #401947
גאנצל
רבותי נישט קיין שיינע זאך צו פארדרייען דעם אשכול איבער סיי וואס חוץ דעם שבת

היות איך האב אנגעהויבן מיט א זייטיגע קשיא בעט איך אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול

אבער אז מ'רעדט שוין........איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי יעדע גרויסע חסידות וואס די חסידים האבן א אמתע נאנטע קשר מיט זייער רבי'ן איז דוקא דער רבי נישט דער שמייכלדיגסטער מילד גערעדט אזוי זעיט מען ביי בעלזע וכן ראינו אצל ר' מאטעלע וויזניצער וכן ראינו ביי גור און אזוי אויך אין סאטמאר הדבר הזה ווייזט איין זאך אז אמתע חסידות און נאנטע קשר מיט'ן רבין איז נישט קיין חיצונותדיגע ענינים דאס איז א לב טהורדיגע עכטע אמתע פניומותדיגע העכערע קשר וואויל זענען די וואס זענען עס זוכה צו שפירן

צוריק צום שבת

@סמבטיון חלק ב כחלק ראשון עכט שיין

בעלזא זעהט גראדע יא אויס ווי ער האט שטארק געפיל צו זיינע חסידים. און וויזניצע רבי זי"ע האט דירעקט יא גיהאט שטארק קשר מיט יעדן חסיד. גור ווייסעך נישט. און סאטמאר העסט גיין צד מהר"זל איז די רבי דירעקט א ווייעכע מענטש רעדט מיט יעדן חסיד מיט א נעימות..... צד מהר"א לאז איך איבער פאר דיר דן צו זיין. אבער קוקט נישט אויס ווי די האסט ארויס אינזערע מנהיגים......

תורה ומדע » דינסטאג מאי 8, 2018 5:25 pm

· #401949
איש חזון
תורה ומדע
פון ערשט האנטיקער מקורות און פון אייגענעם איבערלעבעניש און אנאליזע איז ביי מיר קלאר אז בעלזער חסידים האבען גאר א טיעפער און שטארקער פערזענליכער רילעישינשיפ מיטן רב זאל מאריך ימים זיין. דער רב פארמאגט גאר א ווארימע הארץ מיט א טיעפע פארשטאנד צו מענשען. אויך האט ער אן עלוי׳שען זכרון און א פיעלפארביגע מח וועלכער קען שייכות האבען צום ברייטען ציבור עם כל צורותיהן. זיין 50 יאהר עקספיריענס אין רביסטעווע גיט איהם אן אויבערהאנט איבער אללע רביס און גדולי ישראל אין הנהגת הכלל והפרט אז ער היט זיך גאר גאר שטארק פון זיך אריינמישען אין ענייני הפרט וכדו׳ אדער הייסען זיינע חסידים זיך נוהג זיין זאכען וואס זיי האלטען ניט ביי דערביי.
א חלק פון זיין כח המושך איז זיין אמת׳דיקייט און שארפער צונג וועלכער איז שנעל, פלינק, און צום פאוינט, אז לפעמים נאך א פאהר מינוט וואס דער חסיד גייט אוועק פון א באגעגעניש מיטן רב נעמט איהם נאך צייט צו כאפען ס׳כוונה פונעם רב.
לייגט צו צו דעם זיין רבי׳שקייט אין זאגען תורה מיט א העכערקייט שוין איבער פופציק יאהר, דוגמת די של״ס תורה דעם שבת אין מונטריאול, אין וועלכער דער חסיד, אויב איז ער א שטיקעל בעל השגה, האט נישט געקענט נאר לעכצען אויפן לעת״ל׳דיקער געהויבענעם צייט, ווען עס וועט זיין א ריינער פיורער וועלט אהנע חטא און יצה״ר. א חלק פון די שעהנקייט איז טאקע דאס אז דער רב האט איינגעפיהרט אן הנהגה פון זיך נישט שרעקען פון די פאלשע קנאים און אונגארישער חסידים יוצאי וויליאמסבורג, און זאגט די תורה אויף א מייק נאכן זמן מיט ריזיקען סקרין אז יעדעס יונגעל זאל קענען זעהן און איינזאפען דאס קדושה פונעם טיש און די תורה.
א חסיד וועלכער איז געווען דערביי דערציילט מיר נעכטען אז בשעת ער האט געזעהן אויפן סקרין ס׳צורה פונעם רב ווען ער האט נאכגעזאגט דעם פסוק אין ירמי׳ י״ג ״כי כאשר ידבק האזור אל מתני איש כן הדבקתי אלי את כל בית ישראל ואת כל בית יהודה נאם ה׳ להיות לי לעם ולשם ולתהלה ולתפארת״ איז ער ארומגענומען געווארען מיט אן אויסטערלישען געפיעל פון אהבת הבורא אז ער איז ממש צוגאנען פון דביקות.
צו דעם אלעם קומט נאך צו דאס גאלדענע אויסגעטרויטענם מסורה פון בעלז מיט די הייליגע רביס און די געהויבענע יושבים וועלכער גייט שוין אהן פונעם שר שלום עד ימינו. בעלז האט א מסורה פון תורהדיגקייט, הלכה, מנהגים, תפילה, מעשיות, מופתים, גרונטליכע דברי תורה און מוסר, שארפקייט, ליבליכקייט. און אלץ אהן קבלה און זוהר, נאר מיט א גרונטליכקייט און צווי-פיס-אויף-די-ערד׳יגער צוגאנג צו תורה, יראה און חסידות.
א וואונדער אז די חסידים זענען גרייט אין פייער צו גיין פארן רבי׳ן?

שטארקע דיבורים.
דאס וואס דו שרייבסט ''אהן קבלה און זוהר'' מיינסטו אוודאי ''ברבים'' און ''אפן''.

בעלזער חסידות איז אייגענארטיג אין דעם אז עס איז נישט געבויעט אויף קבלה ווי א שטייגער אין לובאוויטש, ראפשיץ, אדער זידיטשוב, נישט אויף מחקר און פילוסופי׳ ווי אין קאצק אדער אנדערע פולישע חסידיות, אדער אויף בלינדע אמונה ווי אין רוז׳ין, טשערנאביל, און קרלין. בעלזער חסידות (און בערך אזוי צאנז) איז ווארשיינליך געבויעט אויף גאליציאנער לומדות, מדרש, הלכה, און מצוות מעשיות ווי חסד, עסקנות, און מסירת נפש. אויסער אין די ד״ת פון דער ערשטער בעלזער רב איז כמעט ניטא בנמצא קיין זוהר אדער אנדערע ספרי- קבלה אין די דאקיומענטירטע בעלזער תורות. דאס אייגענארטיגקייט איז מסביר פארוואס רבנים מפורסמים, און אפילו אשכנזישע אונגארישע רבנים און סתם עמך אידען, האבען זיך געטראפען ס׳פלאץ אין בעלזא אנהייבענדיג פונעם מיטעלער רב ר׳ יושע זצ״ל. זיי רעכענען אריין דער בעל חבצלת השרון, דער קאשויער רב ר שאול בראך, דער בעל ערוגת הבשם ובניו, ועוד ועוד. די יושבים האבען אפשר געלערנט קבלה פאר זיך, אבער לעיני העם איז אלץ געווען נאר בנגלה.

שבת אחים » דינסטאג מאי 8, 2018 6:11 pm

· #401958
.

בן פרצי » דינסטאג מאי 8, 2018 6:30 pm

· #401959
שבת אחים, אמאל האב איך נאך געמיינט דו ביזט א אינטעליקאנט, א קליגער. לעצטענס האסטו אנגעפאנגן זיך לאזן פירן מיט פארמאכטע אויגן נאך דיינע אינערליכע שנאה וואס דו האסט צו געוויסע קרייזן, אז דו ביזט מצליח צו רעדען אזעלכע שטותים, איך ווער ממש נתפעל וואס פאר א שוטה מ'האנדעלט דא. רחמנא לשיזבן.
לדאבוני, האב איך נישט געוואוסט וויפיל שטותים קען אריין גיין אין איין הודעה.
איך ווייס אפילו נישט וואס צו זאגן, איין ווארט האט זיך מיר ארויסגעריסן פון מיין מויל ליינענדיג דיינע נערישע לופטיגע שנאה'דיגע ווערטער: נעבעך נעבעך נעבעך!
איך האב פשוט רחמנות אויף דיר, אפילו דעי אלע וואס האבן ארויסגעלאזט די שטותים אין די מ"ם יארן, האבן נישט געגלייבט אז ס'וועט קומען א טאג וואס מענטשן וועלן עס גלייבן מיט פארמאכטע אויגן.
אנא ה', שלח מהרה רפואה שלמה לחולי עמך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 8, 2018 6:36 pm

· #401960
תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט
דיין ווערטער זענען ממש טערקיש צו מיר. דו רעדסט פון א געפיל וואס האט גארנישט מיט די מענטשליכע ערפארונג, נאר פארקערט, פון דאס דערדריקען דער מענטשליכע וויכטיגקייט און שיין דורך זיך אונטערגעבען עפעס וואס דו קענסט ניטאמאל אויפווייזען. ווען דו גלויבסט אז ער איז צדיק הדור, ביסטו אפשר א נער, אבער פון דארט און ווייטער פארשטייט מען. אבער ווען דו אליינס ביסט מודה אז דאס איז נישט אמת, וואס דארף עס צו מיינען? סתם נעמען א קלאטץ און קלאטשען אין פראנט פון איהם?

איך האף נאר אז דו לייגסט דאס נישט אן אויף אידישקייט, ווייל מיט די סברא ישרה פון אונזער תורה האט עס נישט.

עס דערמאנט מיר נאר די ווערטעל 'אן אונגארישער דארף א רבי, ווי א שוואנץ דארף א קאפ'. עס איז שוין לאנג באשטעטיגט אז דאס האט נישט דוקא מיט אונגארען, נאר אסאך אנדערע אויך.

ווייזט אויס פון דיין רעספאנס אז דו פארשטייסט גאנץ גוט מיינע ווערטער. יעדער איד דארף א רבין. די ליטווישער וועלט איז אויך היינט מסכים צו דעם. וואס האט דאס מיט שוואנץ?

עס זעט זיך אויס אז דו האסט אסאך ווייניגער דרך ארץ פאר דער מענטשהייט ווי מיר. יא, עס זענען מעגליך דא שוואכער נשמות, אבער פארצייל מיר נישט אז אזא ריזיגער ציבור אידען זענען פשוט שוואכיטשקעס וואס מ'דארף זיי איינרעדען לאקשען זיי צו האלטען אין די ראמען. דאס איז א ריזיגע זלזול אין גאנץ קהלת בעלזא. וזה דרכם של הצדיקים להוריד האשמה מן הציבור ולהעמידו על היחידים. די פיהרערס האבען אן אינטערעס צו האלטען די מאסען אונטער זיך, האבען זיי געבויט א ווערטשאפט פון הבל הבלים, אזוי ווי הרב רייזמאן האט גוט ארויס געברענגט, און דערמיט פארט דער באן א מחיה.

די בעלזער חסידים זענען גארנישט אזעלכע בהמות. מ'האט זיי געמאכט בהמות אזש זיי רעדען פון תפיסת המחשבות, גאליציאנע למדות און הויפענעס קדושה וואס דמיון איז משפיע. פליז, שפעט נישט אזוי אין די אלע פיינע אידען.

ניין, דער ליטווישע וועלט איז נישט מסכים דערצו. עס איז דא מענטשען, בעיקר גבירים, וואס מאכען א טראסק פון די סארט זאכען, אבער דאס איז בבחירתם. עס איז נישט דא קיין חינוך אז מ'דארף זיין געבונדען צו א צווייטען, און קיינער גלויבט נישט אין די סארט זאכען. די טערמין 'רבי' איז נישט אריבער קיין גירות, עס מיינט נאכאלס די זעלבע זאך 'דער פון וועמען מ'לערנט תורה', עס איז נאך נישט פארוואנדעלט אין די טערמין 'די קאפ פון דער שוואנץ' אזוי ווי דו האסט געזאגט.

סמבטיון » דינסטאג מאי 8, 2018 6:41 pm

· #401961
איך וואלט געוואלט בעטן די גבאים, (אויב עס עקזעסטירט נאך אזא זאך) אפציטיילען די אלע מעלות טובות.. וואס מען זאגט דא אויף מיין רבין און עס לייגן ווי עס באלאנגט, יישר כח למפרע.

גאנצל » דינסטאג מאי 8, 2018 7:06 pm

· #401963
אמת ויציב ונכון
גאנצל
רבותי נישט קיין שיינע זאך צו פארדרייען דעם אשכול איבער סיי וואס חוץ דעם שבת

היות איך האב אנגעהויבן מיט א זייטיגע קשיא בעט איך אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול

אבער אז מ'רעדט שוין........איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי יעדע גרויסע חסידות וואס די חסידים האבן א אמתע נאנטע קשר מיט זייער רבי'ן איז דוקא דער רבי נישט דער שמייכלדיגסטער מילד גערעדט אזוי זעיט מען ביי בעלזע וכן ראינו אצל ר' מאטעלע וויזניצער וכן ראינו ביי גור און אזוי אויך אין סאטמאר הדבר הזה ווייזט איין זאך אז אמתע חסידות און נאנטע קשר מיט'ן רבין איז נישט קיין חיצונותדיגע ענינים דאס איז א לב טהורדיגע עכטע אמתע פניומותדיגע העכערע קשר וואויל זענען די וואס זענען עס זוכה צו שפירן

צוריק צום שבת

@סמבטיון חלק ב כחלק ראשון עכט שיין

בעלזא זעהט גראדע יא אויס ווי ער האט שטארק געפיל צו זיינע חסידים. און וויזניצע רבי זי"ע האט דירעקט יא גיהאט שטארק קשר מיט יעדן חסיד. גור ווייסעך נישט. און סאטמאר העסט גיין צד מהר"זל איז די רבי דירעקט א ווייעכע מענטש רעדט מיט יעדן חסיד מיט א נעימות..... צד מהר"א לאז איך איבער פאר דיר דן צו זיין. אבער קוקט נישט אויס ווי די האסט ארויס אינזערע מנהיגים......

דו האסט בכלל נישט געכאפט די נקודה וואס איך רעד דא איך רעד פון דרויסענדיג איך רעד נישט אינווייניג די אלע רביס זענע בכלל שארפע און האלטן זיך נישט צוריק צו זאגן פאר זייערע חסידים וואס מ'דארף

צד מהררזל קומט אינגאנצן נישט אריין דא אין פיקטשער ווייל זייער חסידות איז נישט געבויעט אויף די מין קשר צו זייער רבין אזוי ווי סאטמאר וויזניץ בעלזא גור

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מאי 8, 2018 8:26 pm

· #401978
איז אמת וואס כ'הער אז די שבת איז געוועהן די בעלזער בית המדרש אין וויליאמסבורג פארמאכט ?
אין קיינער טאקע נישט געבליבן אין שטאט??

פארוואס האט מען געמאכט אזא מצב?

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 8, 2018 8:29 pm

· #401980
ליטוואק פון בודאפעסט
איך פארשטיי נישט, דו האסט געמיינט עפעס אנדערש? איך האב נישט געהאט קיין הו"א אנדערש. איך האב נישט געוואוסט די נעמען פון די מענטשען, אבער דאס איז געווען פשוט ביי מיר. איהר אנהייבען די זינגען איז געווען פאני, אבער נישט מער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: איך מיין אז דאס מנהיגות און רביס'טווע קומט צו איהר מצד וויזשניץ. נישט בעלזא. הקיצור. זי קען פאררעכנט ווערן פאר'ן ניינטן וויזשניצער רבי'ן...!

יין שרף » דינסטאג מאי 8, 2018 8:32 pm

· #401982
אלע פיר בעלזא בתי מדרשים אין מאנסי זענען געווען טונקל די שבת.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 8, 2018 8:41 pm

· #401984
התם ומתמם עם תמימים
איז אמת וואס כ'הער אז די שבת איז געוועהן די בעלזער בית המדרש אין וויליאמסבורג פארמאכט ?
אין קיינער טאקע נישט געבליבן אין שטאט??

פארוואס האט מען געמאכט אזא מצב?

התם (דער געמאכטער): דו מיינסט אוודאי די מאכניווקא ביהמ"ד. זיי זענען נישט געפארן צו בעלזער רב. זיי האבן ב"ה זייער אייגענעם רבי'ן. און דעם עכטן בעלזא'ער ביהמ"ד האט מען דאך פאגראמירט פאר 37 יאר צוריק. אין יאר תשמ"א לפ"ק...!

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 8, 2018 8:46 pm

· #401985
גאנצל
רבותי נישט קיין שיינע זאך צו פארדרייען דעם אשכול איבער סיי וואס חוץ דעם שבת

היות איך האב אנגעהויבן מיט א זייטיגע קשיא בעט איך אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול

אבער אז מ'רעדט שוין........איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי יעדע גרויסע חסידות וואס די חסידים האבן א אמתע נאנטע קשר מיט זייער רבי'ן איז דוקא דער רבי נישט דער שמייכלדיגסטער מילד גערעדט אזוי זעיט מען ביי בעלזע וכן ראינו אצל ר' מאטעלע וויזניצער וכן ראינו ביי גור און אזוי אויך אין סאטמאר הדבר הזה ווייזט איין זאך אז אמתע חסידות און נאנטע קשר מיט'ן רבין איז נישט קיין חיצונותדיגע ענינים דאס איז א לב טהורדיגע עכטע אמתע פניומותדיגע העכערע קשר וואויל זענען די וואס זענען עס זוכה צו שפירן

צוריק צום שבת

@סמבטיון חלק ב כחלק ראשון עכט שיין

סאטמאר רב ז"ל (מהריט"ב) איז דירעקט יא געווען פריינטליך און צוגעלאזן. און מיט זיינע יורשים האבן טאקע זייער ווייניג חסידים אן אמת'ע קשר

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 8, 2018 8:54 pm

· #401988
יין שרף
אלע פיר בעלזא בתי מדרשים אין מאנסי זענען געווען טונקל די שבת.

דער וואס איז געפארן קיין מאנטריאל האט דאך נישט געקענט קומען און דער וואס איז נישט געפארן האט זיך געשעמט צו קומען

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מאי 8, 2018 8:59 pm

· #401992
berlbalaguleh
התם ומתמם עם תמימים
איז אמת וואס כ'הער אז די שבת איז געוועהן די בעלזער בית המדרש אין וויליאמסבורג פארמאכט ?
אין קיינער טאקע נישט געבליבן אין שטאט??

פארוואס האט מען געמאכט אזא מצב?

התם (דער געמאכטער): דו מיינסט אוודאי די מאכניווקא ביהמ"ד. זיי זענען נישט געפארן צו בעלזער רב. זיי האבן ב"ה זייער אייגענעם רבי'ן. און דעם עכטן בעלזא'ער ביהמ"ד האט מען דאך פאגראמירט פאר 37 יאר צוריק. אין יאר תשמ"א לפ"ק...!

בעל עגלה (די עכטע): נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס האט דאס מיט מיין שאלה,וואס ווילסטו פין מיין לעבן האבן..
אוודאי ווייס איך אז מאכנובקא איז נישט געפארן אוודאי האבן זיי די אייגענע רבי, א רבי א עהרליכע איד.
איך פרעג איבער דער בעלזער בית מדרש אויף הופפער סט' - האט מיר איינער געזאגט אז ס'איז געוועהן פארמאכט וויל פרעגן אויב עס איז אמת אדער איז דאס נאר א גוזמא
איז טאקע ממש יעדער געפארן

צו וואס ענטפערסטו מיר אפ מיט זאכן וואס כ'האב נישט געפרעגט...

בן ישי » דינסטאג מאי 8, 2018 9:48 pm

· #401997
אלע בעלזער בתי מדרשים אין ניו יורק זענען געווען פארשפארט דעם שבת די גאנצע בנין אפילו די מקוה.

שבת אחים » דינסטאג מאי 8, 2018 10:53 pm

· #402010
יוסף יוזפא
שבת אחים
און דער אינגערמאן זאגט דארט מ׳וועט זינגן די ניגון וואס די הייליגער רבי זצ״ל האט געזינגען שבועות (ס׳מוז לכאורה זיין אז ער מיינט איר טאטע ר׳ מוישלע, ווייל די ניגון איז נאך נישט געוועהן ביים בעלזער רב זצ״ל און ער האט אויך לכאורה נישט געזינגן קיין וויזנצער ניגונים)

אגב, לידיעתך די ניגון איז פונ'ם אהבת ישראל'ס צייטן!

ח״ו נישט צו פארדרייען די אשכול נאכמאל. דאס איז דאך איינע פון די הארבע לא תעשה׳ס דא אין ק״ש. אבער סאיז דא א זיסע מעשה אויף אט די ניגון וואס כהאב געהערט פון הרה״ח ר׳ אברהם ניסן ניימאן בר״י (וואס איז דארט געוועהן בשעת מעשה) מהאט געזינגען די ניגון ביים אמרי חיים זצ״ל׳ס טיש. און א גרופע פון אינגעלייט און בחורים פון די מעהר פרומערע קנאים (מסתם ביפאר די מרידה) האבן געזינגען אנשטאט ״והבדלנו מן התועים״ האבן זיי געזינגען ״והבדלנו מן הציונים״. נאכן ענדיגן די ניגון האט דער אמרי חיים געזאגט ״די אלע וואס זאגן והבדלנו מן ״התועים״ איז דאך די ״ציונים״ אויך נכלל אין די ״טועים״ אבער די אלע וואס זינגן והבדלנו מן ״הציונים״, טועים זענען זיי...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 8, 2018 11:02 pm

· #402012
שבת אחים
מיין טאטע זאגט אז לויט בעלזער מסורה איז דער רביצין געוועהן פונקט ווי דער רב

מ'זאגט אז דער שר שלום פון בעלזא ווען ער פלעגט מתקן זיין נשמות פלעגט ער זיצן מיט די רעבעצין.

גאנצל » דינסטאג מאי 8, 2018 11:14 pm

· #402014
שמעון וואלף
גאנצל
רבותי נישט קיין שיינע זאך צו פארדרייען דעם אשכול איבער סיי וואס חוץ דעם שבת

היות איך האב אנגעהויבן מיט א זייטיגע קשיא בעט איך אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול

אבער אז מ'רעדט שוין........איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי יעדע גרויסע חסידות וואס די חסידים האבן א אמתע נאנטע קשר מיט זייער רבי'ן איז דוקא דער רבי נישט דער שמייכלדיגסטער מילד גערעדט אזוי זעיט מען ביי בעלזע וכן ראינו אצל ר' מאטעלע וויזניצער וכן ראינו ביי גור און אזוי אויך אין סאטמאר הדבר הזה ווייזט איין זאך אז אמתע חסידות און נאנטע קשר מיט'ן רבין איז נישט קיין חיצונותדיגע ענינים דאס איז א לב טהורדיגע עכטע אמתע פניומותדיגע העכערע קשר וואויל זענען די וואס זענען עס זוכה צו שפירן

צוריק צום שבת

@סמבטיון חלק ב כחלק ראשון עכט שיין

סאטמאר רב ז"ל (מהריט"ב) איז דירעקט יא געווען פריינטליך און צוגעלאזן. און מיט זיינע יורשים האבן טאקע זייער ווייניג חסידים אן אמת'ע קשר

ווי קומט מהרי טב אריין דא ? און לגבי זיין יורש האסטו אבי געשאסען ווערטער זיינע חסידים האבן א נאנטע פנימיותדיגע קשר צו אים

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 9, 2018 12:43 am

· #402015

לאמיר ממשיך זיין אין צימעס

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 9, 2018 12:55 am

· #402018
רביה''ק זי''ע
שבת אחים
מיין טאטע זאגט אז לויט בעלזער מסורה איז דער רביצין געוועהן פונקט ווי דער רב

מ'זאגט אז דער שר שלום פון בעלזא ווען ער פלעגט מתקן זיין נשמות פלעגט ער זיצן מיט די רעבעצין.

וואס האט דער שר שלום שוין געטון? געלערנט, געדאווענט, גע'פועל'ט ישועות, געליינט קוויטלעך, מתקן געווען עולמות, א פרוי קען דאס אלעס טון.

דער היינטיגער רב עסט קוגל, זינגט ניגונים, שאקלט מיט די הענט און פראוועט ראביסטעווע, דאס פאסט שוין נישט פאר קיין פרויען.

בן פרצי » מיטוואך מאי 9, 2018 2:23 am

· #402028
שבת אחים
יוסף יוזפא
שבת אחים
און דער אינגערמאן זאגט דארט מ׳וועט זינגן די ניגון וואס די הייליגער רבי זצ״ל האט געזינגען שבועות (ס׳מוז לכאורה זיין אז ער מיינט איר טאטע ר׳ מוישלע, ווייל די ניגון איז נאך נישט געוועהן ביים בעלזער רב זצ״ל און ער האט אויך לכאורה נישט געזינגן קיין וויזנצער ניגונים)

אגב, לידיעתך די ניגון איז פונ'ם אהבת ישראל'ס צייטן!

ח״ו נישט צו פארדרייען די אשכול נאכמאל. דאס איז דאך איינע פון די הארבע לא תעשה׳ס דא אין ק״ש. אבער סאיז דא א זיסע מעשה אויף אט די ניגון וואס כהאב געהערט פון הרה״ח ר׳ אברהם ניסן ניימאן בר״י (וואס איז דארט געוועהן בשעת מעשה) מהאט געזינגען די ניגון ביים אמרי חיים זצ״ל׳ס טיש. און א גרופע פון אינגעלייט און בחורים פון די מעהר פרומערע קנאים (מסתם ביפאר די מרידה) האבן געזינגען אנשטאט ״והבדלנו מן הטועים״ האבן זיי געזינגען ״והבדלנו מן הציונים״. נאכן ענדיגן די ניגון האט דער אמרי חיים געזאגט ״די אלע וואס זאגן והבדלנו מן ״הטועים״ איז דאך די ״ציונים״ אויך נכלל אין די ״טועים״ אבער די אלע וואס זינגן והבדלנו מן ״הציונים״, טועים זענען זיי...

ס'שטייט אין סידור 'מן התועים' נישט 'הטועים'.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 9, 2018 2:49 am

· #402032
איסר האטלקי
רביה''ק זי''ע
שבת אחים
מיין טאטע זאגט אז לויט בעלזער מסורה איז דער רביצין געוועהן פונקט ווי דער רב

מ'זאגט אז דער שר שלום פון בעלזא ווען ער פלעגט מתקן זיין נשמות פלעגט ער זיצן מיט די רעבעצין.

וואס האט דער שר שלום שוין געטון? געלערנט, געדאווענט, גע'פועל'ט ישועות, געליינט קוויטלעך, מתקן געווען עולמות, א פרוי קען דאס אלעס טון.

דער היינטיגער רב עסט קוגל, זינגט ניגונים, שאקלט מיט די הענט און פראוועט ראביסטעווע, דאס פאסט שוין נישט פאר קיין פרויען.

איסר האיטלקי: זי זיצט דאך נישט צוזאמען מיט'ן רב.זי פיהרט אן אייגענע רבי'סטווע...!

און ווער ס'איז מסופק אין די אריגינאלע מעשה, הייסט אויך נישט קין אפיקורס...!

גאנצל » מיטוואך מאי 9, 2018 1:33 pm

· #402073
שמעון וואלף
גאנצל
שמעון וואלף
גאנצל
רבותי נישט קיין שיינע זאך צו פארדרייען דעם אשכול איבער סיי וואס חוץ דעם שבת

היות איך האב אנגעהויבן מיט א זייטיגע קשיא בעט איך אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול

אבער אז מ'רעדט שוין........איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי יעדע גרויסע חסידות וואס די חסידים האבן א אמתע נאנטע קשר מיט זייער רבי'ן איז דוקא דער רבי נישט דער שמייכלדיגסטער מילד גערעדט אזוי זעיט מען ביי בעלזע וכן ראינו אצל ר' מאטעלע וויזניצער וכן ראינו ביי גור און אזוי אויך אין סאטמאר הדבר הזה ווייזט איין זאך אז אמתע חסידות און נאנטע קשר מיט'ן רבין איז נישט קיין חיצונותדיגע ענינים דאס איז א לב טהורדיגע עכטע אמתע פניומותדיגע העכערע קשר וואויל זענען די וואס זענען עס זוכה צו שפירן

צוריק צום שבת

@סמבטיון חלק ב כחלק ראשון עכט שיין

סאטמאר רב ז"ל (מהריט"ב) איז דירעקט יא געווען פריינטליך און צוגעלאזן. און מיט זיינע יורשים האבן טאקע זייער ווייניג חסידים אן אמת'ע קשר

ווי קומט מהרי טב אריין דא ? און לגבי זיין יורש האסטו אבי געשאסען ווערטער זיינע חסידים האבן א נאנטע פנימיותדיגע קשר צו אים

לאמיר ממשיך זיין אין צימעס

נישטא וואס ממשיך צו זיין אלעס איז קלאר

מצפה לישועה » מיטוואך מאי 9, 2018 2:09 pm

· #402080
אויפן וועג קיין עירפארט האט זיך די רב אפגעשטעלט ביי די נייע הויז פון אלמנת הר"ר שמואל גבריאל שטערנליכט ע"ה, וואס איז לעצטנס אוועק, פאר קביעת מזוזה

אונטער חכם » מיטוואך מאי 9, 2018 4:33 pm

· #402093
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
יוסף יוזפא

1. פון די ויז'ניצע חיידער (מהרמ"מ).

ביזט זיכער? איך געדענק אז עס איז נאר דא איין וויזניצער חדר דארט. ( מאנסי- מאנטריאל)

קומזיץ » פרייטאג מאי 11, 2018 1:10 am

· #402282
הער איך יעצט אז ר ישעי'יעקב פארטוגאל שליט"א איז געגאנגען באזוכען די בעלזא רב שליט"א ,ער האט דארט און מאנטריאל סאטמארע אוהדים אין יעדע שבת עסן ביי עם בחורים פון סאטמארע ישיבה , האט אים טירנויער מודיע געוועהן אז פון היינט און ווייטער קומען מער נישט קיין בחורים עסן ביי אים , ר ישעי' יעקב האט זיך אנטשולדיגט אז ער האט געהאט דרוק פון זיין מתפללים (זיין גבאי האט זייער געשטיפט צו ג'יין) אבער ר' משה מנחם וויל נישט הערן פון גארנישט..
ר בערל בעלאגאלע ביטע העלפט מיר ארויס מיט די ריכטיגע טיטלען פאר אזא שלעכקייט..

שושן פורים » פרייטאג מאי 11, 2018 1:12 am

· #402283
אונטער חכם
יוסף יוזפא

1. פון די ויז'ניצע חיידער (מהרמ"מ).

ביזט זיכער? איך געדענק אז עס איז נאר דא איין וויזניצער חדר דארט. ( מאנסי- מאנטריאל)

מהרמ"מ האט שוין א ת"ת דארט פאר בערך 6 יאר

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 11, 2018 2:22 am

· #402286
קומזיץ
הער איך יעצט אז ר ישעי'יעקב פארטוגאל שליט"א איז געגאנגען באזוכען די בעלזא רב שליט"א ,ער האט דארט און מאנטריאל סאטמארע אוהדים אין יעדע שבת עסן ביי עם בחורים פון סאטמארע ישיבה , האט אים די מטורף טירנויער מודיע געוועהן אז פון היינט און ווייטער קומען מער נישט קיין בחורים עסן ביי אים , ר ישעי' יעקב האט זיך אנטשולדיגט אז ער האט געהאט דרוק פון זיין מתפללים (זיין גבאי האט זייער געשטיפט צו ג'יין) אבער ר' משה מנחם וויל נישט הערן פון גארנישט..
ר בערל בעלאגאלע ביטע העלפט מיר ארויס מיט די ריכטיגע טיטלען פאר אזא שלעכקייט..

קומזיץ:דער הרב טירנויער שליט"א איז בבחינת ת"ח שאין בו דעת. חוץ רישעות, עקשנות און שלעכטקייט איז עס אויך בחור'ישקייט. אויב ער (דער הרב טירנויער) קען פוגע זיין אין אזא איידעל'ן איד, א גאון וצדיק, א בנש"ק ווי הרב ישעי' יעקב פארטוגאל שליט"א איז ער גארנישט בעסער (במחכת"ה) ווי א טעראריסט...! ער און זיינס גלייכן טוען פונקטליך וואס ס'שטייט אין פסוק..."ויהיו בוזים במלאכי אלוקים"...! און א יעדער נארמאלער מענטש דארף שטיין ווייט פון אט די שעדליכע, פאררוקטע חברה...!

נ.ב.: איך זעה אז דער חשוב'ער הרב עמעזאן שליט"א האטציך עפעס דערמאנט פון הרב שטיינמאן זצ"ל. און ער טענה'ט אז מ'דארף נאכאלץ אפגעבן כבוד התורה פאר דעם ..."הרב"... משה מנחם טירנויער שליט"א. איז שתי תשובות יש בדבר. ערשטנס. לויט ווי דער זיכרון דינט מיר האט ..."הרב".עמעזאן שליט"א זיך נישט צוריסן די קאפאטע אננעמענדיג זיך פאר כבוד התורה פון הרב שטיינמאן זצ"ל. און טאקע דער אויבנדערמאנטער ...."הרב"... טירנויער איז אויכעט געווען פון די בוזים במלאכי אלוקים...! און ער האט מיטגעטאנצן מיט די הילולא וחינגא פון די עובדי עבודה זרה. די קעלבלעך וועלכע האבן געמאכט ..."לחיים'ס" און רקידה'לעך ווען הרב שטיינמאן איז נפטר געווארן...!

נקודת-אמת » פרייטאג מאי 11, 2018 3:40 am

· #402293
ווי איך האב שוין אויבן דערמאנט האט סקולען זעלבסט אן עקסטערע פרשה מיט'ן באקאנט'ן בעלזער מרן-שליט"א...
און לטעמי איז דאס טאקע א חידוש, ממש א בחינה פון 'המעביר על מידותיו', וואס כידוע ר'-ישעי'-יענק'ל איז ממש געוועהן ווי א זוהן ביים זיידן ז'"ל
און אויב ר'-משה-מנחם קען נישט פארשטיין אפצושאצן וואס דאס מיינט זיך מתגבר זיין אויף אלטע שנאה וואס דו האסט פון וואס מ'האט פוגע געוועזן אין דיין זיידען/טאטען
און ער קוקט ארויס פון זיין שמאלען-סאקמערע-לעכל, זאלט איהר מיר ביטע אנטשולדיגן אבער היטיב ה'בעל-עגלה' והזכיר את דברי חז"ל שנבלה טובה הימנו,
ער דארף זיך נישט לערנען תורה אדער מענטשליכקייט, ס'איז אסאך ווייטער פון דעם....

יוסף יוזפא » פרייטאג מאי 11, 2018 4:44 am

· #402294
[ציטאט אראפגענומען]

אויב די ת"ח איז אליין נישט מכבד זיין כבוד התורה, איז וואס עפעס דארפן אנדערע איהם מכבד זיין?
קודם זאל ער אליין מקיים זיין די מצוה...

סקרן » פרייטאג מאי 11, 2018 10:38 am

· #402301
[ציטאט אראפגענומען]

יא יא אבער דא האט די תורה געמאכט איין איינדרוק אויף אים און אין מאנטריאל זעהט אויס אז ס'איז נישט די תורה הקדושה {עכ"פ די וואס איך האב} וואס האט געמאכט די איינדרוק אויף אים
ממילא מיך האט מען געלערנט אז ווען מ'לערנט ווי ס'דארף צו זיין האט עס אן השפעה והמבין יבין

איך אויך » פרייטאג מאי 11, 2018 12:36 pm

· #402307
איינער האט דא געשריבן אז עס איז געווען געפלאנט א מחאה וואס איז ניט צושטאנד געקומען.

עס זענען טאקע געווען אויפען וועג א באס (נ''א דריי באסעס) מיט נטורי חארטה חזיריםלעך, ויזכר לטוב דער עסקן החשוב וואס האט ערלעדיגט מען זאל זיי נישט אריינלאזן.

מפי השמועה איז דער שמועס צוגעגאנגן אזוי:
בארדער גארד, ווי פארט עטץ?
נח''ח, אויף א חתונה
בארדער גארד, עס איז דאך ספירה
נח''ח, לג בעומר מאכט מען אבער יא חתונה
בארדער גארד, יעצט איז שוין נאך לג בעומר, מיר דארפן נישט קין שקרנים און טראבלמעיקערס דרייט אייך זאפארט צוריק.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 11, 2018 3:55 pm

· #402319
נקודת אמת: איך וויל מיך נאר שטעללן אויף איין נקודה. (אויב איך האב דיך גוט פארשטאנען) דו שפעקולירסט אז אפשר וויל ער (משה מנחם ט.) זיך נוקם זיין וואס מ'האט זיין טאטן נישט מכבד געווען. איך האב געקענט דעם הרב טירונויער ז"ל. חוץ וואס ער איז געווען א גרויסער ת"ח און א מרביץ תורה איז ער אויך געווען א נעים הליכות. ס'האט איהם געפאסט צו גריסן אפילו פאר א יונגן בחור אויך. דער היפוך פון דעם שלעכטן אומפארגינערישן און קריגערישן בריאה...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 11, 2018 5:51 pm

· #402330
Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.
דו מישסט אויס בערעל. נקודת-אמת האט געמיינט דער זיידע פון ר׳ ישעיה יעקב, וואס דער בעלזער האט געטריבען שפאס פון איהם יארען צוריק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 11, 2018 7:15 pm

· #402335
ליטוואק: איך האב עס געשריבן בדרך אפשר. ר' ישעיה יאנקל איז נישט קיין נוקם ונוטר...!

יוסף יוזפא » זונטאג מאי 13, 2018 1:51 am

· #402355
berlbalaguleh
ליטוואק: איך האב עס געשריבן בדרך אפשר. ר' ישעיה יאנקל איז נישט קיין נוקם ונוטר...!

אגב, פאר ווען אב"ד מאור הגולה איז געקומען א באזוך צום בעלזע רב האט זיין טאטע די סקולענע רבע שליט"א איהם באפוילן ער זאל זעהן צו באזיכן בגלוי, און נישט בצנעה, און די באזיך זאל האבן א פרסום.
אזוי האט ער אליין פארציילט פאר א מונטריאלער יונגערמאן(א.מ.פ.).

נקודת-אמת » זונטאג מאי 13, 2018 11:55 am

· #402375
כל נחש שאינו נוקם ונוטר כתלמיד-חכם אינו נחש...

איש חזון » זונטאג מאי 13, 2018 2:17 pm

· #402400
נקודת-אמת
סמבטיון
הרב ר' ישעיה יענקל פורטיגאל בן אדמור מסקולען שליט"א איז נעכטן געווען ביים רב אויף א וויזיט.

דאס איז א שטיקעל חידוש, כידוע אין סקוליען גלייכט מען זייער דעם היינטיגן רב זאל מאריך ימים ונשים זיין
משום מעשה שהיה שחלק כבוד גדול להאדמו"ר ר' אליעזר זוסיא זצ"ל ולניגוניו הק' ואין כאן מקומו, וכבר הבטחתי כאן שבמקום אחר וכאשר עתותיי יהיו בידי אפרט הגלייך-ווערטליך שאמר הנ"ל

מיט א ברעקעלע אמת איז זיך שווער צו דינגען, נאר ליהוי ידיע אז יארן צוריק האט אן עד ראיה (י. לאנגסאם פון מונסי) אין א בריוו צו 'אור הצפון' אראפגעלייגט די מעשה מיט'ן סקולענער רבי אויף א וועג וואס עס איז טאקע געווען בכבוד גדול, והבוחר יבחר (און איך ווייס וואס די שוחרי אמת וועלן בוחר זיין).

גוטע איד » זונטאג מאי 13, 2018 3:57 pm

· #402410
קידוש השם!
נאך די אלע פאשקעווילן און בזיונות וואס זענען ארום געפארן די לעצטע צוויי וואכן אויף די טאהשע רבי שליט"א כדי אויסצומיידן ער זאל זיך נישט טרעפן מיט האדמו"ר מבעלזא שליט"א.
קומט יעצט אריין די בשורה טובה אז הרה"צ רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ דקהילות סאטמאר האטשיסאן, וועט זיך באטייליגן ביים סעודת ר"ח פון טאהשע רבי אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה און כולל אינגעלייט.
קהילות סאטמאר האטשיסאן איז אלעמאל געווען באקאנט מיט הכרת הטוב.
עליונים ששו ותחתונים עלזו

קומזיץ » זונטאג מאי 13, 2018 4:25 pm

· #402411
אויף דעם זאגט מען "לא מעוקצך ולא מדובשך"

יוסף יוזפא » זונטאג מאי 13, 2018 4:27 pm

· #402412
גוטע איד
קידוש השם!
נאך די אלע פאשקעווילן און בזיונות וואס זענען ארום געפארן די לעצטע צוויי וואכן אויף די טאהשע רבי שליט"א כדי אויסצומיידן ער זאל זיך נישט טרעפן מיט האדמו"ר מבעלזא שליט"א.
קומט יעצט אריין די בשורה טובה אז הרה"צ רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ דקהילות סאטמאר האטשיסאן, וועט זיך באטייליגן ביים סעודת ר"ח פון טאהשע רבי אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה און כולל אינגעלייט.
קהילות סאטמאר האטשיסאן איז אלעמאל געווען באקאנט מיט הכרת הטוב.
עליונים ששו ותחתונים עלזו

פון דעם קען מען פארשטיין פון וואס האט זיך הרה"ג אב"ד מאור הגולה שליט"א זיך געראטוועט....

גוטע איד » זונטאג מאי 13, 2018 4:55 pm

· #402413

הרה"ג אב"ד מאור הגולה שליט"א האט נישט ארויסגעלאזט די געלעגענהייט זיך איימאל פאר אלעמאל אפצושאקלן פון טירנויער. איך פארשטיי נאר נישט צו וואס עס האט איהם אויסגעפעלט צו איבערבעטן דעם טירנויער, ווי כאילו ער איז באלבאס אין שטאט

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 14, 2018 12:50 am

· #402517
נקודת-אמת
כל נחש שאינו נוקם ונוטר כתלמיד-חכם אינו נחש...

נקודת אמת: איך האב א גרויסע הנאה געהאט און שטארק געשמייכלט פון דיין פאבריצירטן מאמר חז"ל...!

איך האב אמאל פאבריצירט אן ענליכן מאמר חז"ל... די גמ' זאגט אז רוב גנבי ישראל... דארף מען פארשטיין דעם קאנטעקסט פון דעם... אבער איך האב עס איבערגעדרייט צו זאגן..."רוב ישראל גנבי"...!

אמת ויציב ונכון » מאנטאג מאי 14, 2018 10:52 am

· #402581
גוטע איד
יוסף יוזפא
גוטע איד
קידוש השם!
נאך די אלע פאשקעווילן און בזיונות וואס זענען ארום געפארן די לעצטע צוויי וואכן אויף די טאהשע רבי שליט"א כדי אויסצומיידן ער זאל זיך נישט טרעפן מיט האדמו"ר מבעלזא שליט"א.
קומט יעצט אריין די בשורה טובה אז הרה"צ רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ דקהילות סאטמאר האטשיסאן, וועט זיך באטייליגן ביים סעודת ר"ח פון טאהשע רבי אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה און כולל אינגעלייט.
קהילות סאטמאר האטשיסאן איז אלעמאל געווען באקאנט מיט הכרת הטוב.
עליונים ששו ותחתונים עלזו

פון דעם קען מען פארשטיין פון וואס האט זיך הרה"ג אב"ד מאור הגולה שליט"א זיך געראטוועט....

הרה"ג אב"ד מאור הגולה שליט"א האט נישט ארויסגעלאזט די געלעגענהייט זיך איימאל פאר אלעמאל אפצושאקלן פון טירנויער. איך פארשטיי נאר נישט צו וואס עס האט איהם אויסגעפעלט צו איבערבעטן דעם טירנויער, ווי כאילו ער איז באלבאס אין שטאט

זעסט דיך אז ער זיכט זיך נישט אפצושאקלען.... והא ראי' ער איז אים געגאנגען באזיכן נאכדעים..... אזוי קוקט מען אויס. מבויעט הנחות און נאכדעים ווינדערט מען זיך פארוואס ער דארף איבערבעטן......

קומזיץ » מאנטאג מאי 14, 2018 12:52 pm

· #402598
ר ישעי' יעקב איז א יוד וואס זיכט נישט צו מצער זיין אנדערע יודן און אז איינער איז בייז אויף עם וועט ער עם פרובירן צו איבערבעטן,
נאך א פאקטאר דא איז אז ער באקומט געלט שטיצע פון אפאר גרויסע מאכערס און די סאטמארע קהילה

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג מאי 14, 2018 8:30 pm

· #402649
שלח רפואה שלימה לחולי עמך

בן פרצי » דינסטאג מאי 15, 2018 2:16 am

· #402684
berlbalaguleh
נקודת-אמת
כל נחש שאינו נוקם ונוטר כתלמיד-חכם אינו נחש...

נקודת אמת: איך האב א גרויסע הנאה געהאט און שטארק געשמייכלט פון דיין פאבריצירטן מאמר חז"ל...!

איך האב אמאל פאבריצירט אן ענליכן מאמר חז"ל... די גמ' זאגט אז רוב גנבי ישראל... דארף מען פארשטיין דעם קאנטעקסט פון דעם... אבער איך האב עס איבערגעדרייט צו זאגן..."רוב ישראל גנבי"...!

עיין ב"ח יורה דעה סימן ב' "תדע שהרי אמרו רוב גנבים ישראל ואם כן לא יהיה סתם ישראל כשר לשחיטה אלא בידוע שאינו גנב וזה לא שמענו מעולם" ובפרדס יוסף תמה על זה וכתב דלכאורה נתחלף לו בין רוב גנבי ישראל לרוב ישראל גנבי, דדוקא אמרו שרוב הגנבים הם מישראל, אבל לא אמרו שרוב ישראל הם גנבים.

Gimpel » דינסטאג מאי 15, 2018 2:35 am

· #402686
אפשר לפרש הבח אם רוב גנבי הם ישראל בודאי יש בעולם רבבות גנבים ממילא על כל אחד צריך לברר אם לא גנב
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7