☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12171
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 6, 2019 3:39 pm

· #421252
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
איך כאפ נישט פונקט די רעלעוואנס? דו ביסט א ליטוואק? פארוואס זוכסטו פעלערס אין א חסידישע רבי ווי ר׳ מאטעלע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שקד » זונטאג יאנואר 6, 2019 11:11 pm

· #421303
ליטוואק פון בודאפעסט
איך כאפ נישט פונקט די רעלעוואנס? דו ביסט א ליטוואק? פארוואס זוכסטו פעלערס אין א חסידישע רבי ווי ר׳ מאטעלע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ביסט א חסיד - צו פארשטיין וואס מיינט א רבי?

אדונינו » דינסטאג יאנואר 8, 2019 8:02 pm

· #421552
בני ברק:
נאך א לענגערע זיצונג פון האחים האדמורי"ם שליט"א, האט מען אפגעמאכט אז דער רבי ז"ל וועט גערופן ווערן אור השבת.‬

רמזים אויף אור השבת

א) או"ר השב"ת (עה"א) איז גימ' מש"ה יהוש״ע ב"ן חיי"ם מאי"ר (עה"א).

אזוי ווי די 'אהבת שלום', וואס איז גימ' מנח"ם מענדי"ל ב"ן יעק"ב קאפי"ל.

ב) אין די דברי תורה האט דער רבי ז"ל אסאך ארום גערעדט פון די פיר זאכן וואס זענען מרומז אין 'שבת':
1. שבת (כפשוטו).
2. תורה (תורת שבת).
3. אמונה (עי' ד"ת ליש"ק בראשית תש"ס).
4. קדושה וטהרה (עי' ד"ת ליש"ק שמות תשל"ה ועוד, שבת- רומז לקדושת היסוד).

ג) די גאנצע מהות איז דאך ווי באוויסט געווען "שבת"!
די ווארט שבת איז ווי זיין לעבנס בייעגראפיע.

ד) שבת איז בחינת יעקב - והאכלתיך נחלת יעקב, בחי' תפארת, און דער רבי ז"ל איז דאך געווען דער מכריע צווישן חסד און גבורה. ווען פון איין זייט א ווארעמע טאטע פאר יעדן חסיד און פון די צווייטע זייט א תובע וואס האט מדריך געווען אָן קיין פשרות.



און ווי פאסיג וועט טאקע זיין זיך אויסצודרוקן: 'דער רבי, די אור השבת ז"ל', און דאס וועט אריין געבן דעם ריכטיגן מעסעדזש צו שטארקן אונז און אונזערע דורות אויפ'ן גאנצן מהות פונעם רבי'ן.

אזוי אויך "תלמוד תורה אור השבת", "ספר אור השבת", וכדו'

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך יאנואר 9, 2019 12:02 am

· #421567
אזוי צו מאכן ליצנות פין צוויי הייליגע ברידער'ס
דער וויזניצער רביים, וואס זענען געוועהן גרויסע מתמידים גרויסע מענטשן גרויסע עובדים...

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 9, 2019 3:46 pm

· #421681
שקד. דיין גאנצע תגובה איז אנגעפילט מיט שטותים און הבלים, א טוץ פון שקרים. כגיי דיר ניטאמאל אפפרעגן. מקען עס זעהן ווען דו שרייבסט ר׳ מאטעלע האט פארשיקט ר׳ אליעזר קיין ירושלים... קודם דארפסטו מאכן אביסל ריסורדזש. ר׳ מאטעלע האט קיינמאל נישט געשיקט ר׳ אליעזר קיין ישראל! אזויפיל וואלסטו נאך געמעגט וויסן...

ר׳ אליעזר איז אנטלויפן קיין ארץ ישראל ער האט פאר זיבן/אכט יאהר נישט געקענט אריינקומען קיין אמעריקע!

ר׳ אליעזר האט געהאט א גמ״ח און זעהט זיך אויס אז ער האט ״עפעס״ געטוהן וואס איז נישט ליגעאל.

די FBI האט בטעות איין פארטאגס אנגעקלאפט אויפן טיהר פון הרה״ח ר׳ אלעזר האגער ז״ל פון ב״פ (פאטער פון הנגידים ר׳ נפתלי און ר׳ יעקב מנחם. ר׳ אלעזר איז געוועהן א ווינזצער חסיד און א קאסובער אייניקל) זיי האבן אים געוואלט ארעסטירן. למעשה האבן זיי זיך געכאפט זייער טעות און אים געלאזט גיין. ער איז דאן ארויס פון זיין שטוב און אויפגעזוכט א פובליק-טעלעפאן און גערופן ר׳ אליזער האגער. א פאר שעה נאכדעם איז ער געוועהן אויף א פליגער מיט א פאלשע פאספארט. ער איז צוריקגעקומען אכט יאהר שפעטער דורך קאנאדא.

וועגן אלע אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט וועל איך דיר נאך אפשר ענטפערן איין טאג. דיין גאנצע תגובה איז איין שטיק גארבעדזש אן קיין טראפ אמת- ווי למשל ר׳ מאטלע זאל האבן געפייניקט ר׳ פנחס שלום, דו הייבסט נישט אן צו וויסן וואס טוט זיך מיט דיין לעבן, יעדער וואס קען אביסל מאנסי וויזניץ און ליינט דיין תגובה קוקט דיך אן ווי א פשוטע משוגענער... אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט.

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 5:55 am

· #421776
שקד/שקר האט געשריבן:


פארוואס פון וועשניץ ווילכאוויטש איז נישט ארויסגעקומען קיין איין חסד ארגאניזאציע נאר זויערע מחאות

איך האב לכתחילה געטראכט דיך צו איגנארירן. אבער איך קען נישט דורכלאזן אויף מיין פיקל אזא גראבע פרעכע ליגענט:

שקרן וכזבן!!!

רעב איד איך בין איבער די פערציג, אין מיין גאנץ לעבן בין איך אסאך ארומגעפארן און זיך געדרייט אין פארשידנע פלעצער און אין פארשידנע קהילות. איינע פון די ערשטע זאכן אויף וואס איך קוק אייביג אריין איז די ״חלק הגשמיות״ פון יעדע רעליגעזע אינסטאטוציע, זייער ״צדקה וחסד״, און פון מיין עקספירענס איז ״סאטמאר״ און ״מאנסי-וויזניץ״ די גרעסטע בעלי חסד פון אלע קהילות אויף די וועלט...

איך ווייס נישט וויאזוי דו שעמסט זיך נישט צוזאגן אזעלכע הוילע ליגענט אין פנים אריין. יעדער וואס האט זיך אמאל געדרייט אין ״מאנסי-וויזניץ״ אין שיכון כתר ניו יארק ווייסט גאנץ גוט די געוואלדיגע צדקה וחסד וואס גייט ארויס פון די פלאץ. שוין פאר צענדליגער יאהרן שטעלן זיי צו ״אכילה שתיה לינה״ מיט א ״ברייטע הארץ״ פאר א יעדע פרעמדער איד וואס באווייזט זיך דארט! יעדע ״ארחי פרחי״ העלפן זיי ארויס דארט. אזעלכע טייערע אידן, גבאי צדקה ווי הרה״צ ר׳ פנחס שטערן וואס לעבן ממש פאר יענעמס וועגן. הרה״ח ר׳ אייזיק שניצלער ז״ל וואס האט טאג און נאכט געטראגן ״יענעמס דאגות״ און געהאלפן טויזנטער אידן מיט מסירות נפש ממש. הרה״ח ר׳ זעליג מענדלאוויטש וכו׳ וכו׳

פונקט פאר צוויי וואכן צוריק בין איך געוועהן אין קראון הייטס אין א רעסטעראנט האב איך געטראפן דארט א וואוילער תימנער-איד וואס איך קען שוין פאר בערך צוואנציג יאהר. ער האט זיך פאר יאהרן געוואלגערט אין פארשידנע פלעצער און געשלאפן אין הקדש. היינט האט ער שוין חתונה געהאט און פירט א אייגענע שטוב. יעדע מאל איך טרעף אים זאגט ער מיר ״אין מאנסי וויזניץ איז פארהאנען אסאך אהבת ישראל,זיי האבן מיר אייביג ארויסגעהאלפן מיט וואס איך האב נאר געדארפט״...

איך קען דיר איין זאך זאגן. איך בין געוועהן אין בערך הונדערט ״חב״ד הייזער״ אויף דער וועלט. איך האב נישט געזעהן אזויפיל ״צדקה וחסד״ אין אלע 100 חב״ד הייזער אינאיינעם ווי סאיז דא אין ״מאנסי וויזניץ״!
חב״ד פארקויפט ״רוחניות״, זיי וועלן דיר צושטעלן תפילין און א מנין אבער פרוביר זיי צו בעטן א בעט וואו צו שלאפן... קוים א גלאז וואסער... גארנישט! זעראו!

ר׳ מאטעלע אליינס איז געוועהן א געוואלדיגע ״בעל צדקה״ פון די גרעסטע רביס-בעלי צדקה אויף דער וועלט זינט די גרינדונג פון חסידות... פון די גרעסטע ממש...
און נישט נאר פאר זיינע אייגענע מענטשען נאר פאר יעדע קהילה און חסידות פלעגט ער געבן גרויס געלט.

נאך מיין חתונה פלעג איך אסאך דאווענען אין א קליינע שוהל לעבן מיין הויז אין ב״פ. דארט האט געדאווענט א איד וואס פלעגט זיין די מנהל כללי פון קלויזנבורגער מוסדות, פלעגט ער מיר פארציילן אז פאר יאהרן לאנג ווען ער איז געוועהן די מנהל המוסדות פלעגט ער אנהאלטן א טשעק פון ר׳ מאטעלע אפאר מאל א יאהר, יעדע מאל פאר ער האט חתונה געמאכט א קינד אדער א אייניקל פלעגט ער שיקן אויף די פאסט א טשעק פון צווישן 500 און 750 דאללער (אין 1980-1990 יאהרן איז עס געוועהן גאר א שיינע נדבה!- נאכדערצו אפאר מאל א יאהר!)

איך האב מיך זייער געוואונדערט פארוואס דוקא געט ר׳ מאטעלע נאר פאר קלויזנבורג. בין איך געגעאנגען פרעגן די ״יודעי דבר״ האבן זיי מיר געזאגט ״ער פלעגט שיקן פאר אלע מוסדות״ נישט נאר קלויזנבורג נאר אלע. דרך אגב מקען הערן אויף די טעיפ פון כ״א כסלו נאך ווען ר׳ יואליש האט געלעבט ווי מ׳רופט אויס וויזניצער רבי פון מאנסי 360$ א הערליכע סכום דאן- ספעציעל פאר איינער וואס האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין סאטמאר, און ספעציעל אין יענע צייטן ווען ר׳ מאטעלע איז געוועהן א ארימאן ממש. אפגערעדט אין די יאהרן וואס ער האט געהאט געלט פלעגט ער ״ווארפן געלט״ פאר יעדעם איינעם וואס איז אים נאר געקומען בעטן. איך קען אנפילן גאנצע בלעטער וואס איך אליינס ווייס, ערשט האנטיגע מעשיות..

מקען שוין מיינען וויפל מאהל אין זיינע נייציג יאהר פון זיין לעבן ער האט מוחה געוועהן קעגן א צווייטען? סה״כ קעגן זיין ברודער, קעגן סאטמאר, איין מאל אויף סקווירא וועגן אריינלאזן טעלעוויזע און אים אראפכאפן אן קיין רשות??? מוראדיג! מקען מיינען ער האט ממש יעדע וואך מוחה געוועהן ביי של״ס... רוב היינטיגע רביס האבן אסאך ״גרעסערע חטאים״ ווי ר׳ מאטעלעס מוחאות...! נאכדערצו אז ער האט זיך צום סוף איבערגעבעטן מיט יעדעם אויף וועמען ער האט מוחה געוועהן!


א שאנדע און א בושה וואס דו שרייבסט דא... רעדסט נאך אויף יענעם? ווער ביסטו? וואס האסטו געטוהן אין דיין לעבן פאר א צווייטן??? אלע דיינע תגובות איז אנגעפילט מיט האס, גיפט, שקרים, און דיינע אייגענע אגענדעס... קיין איין ווארט אמת- א בארג פון שקרים!!!

פרעגסט נאך פארוואס ״שערי חמלה״ איז געוועהן ר׳ מאטעלע׳ס דאגה??? און פארוואס איז ״מאנסי-וויזניץ״ דיין דאגה???

הרה״צ רבי מרדכי חנא פוקס זצ״ל איז געוועהן אין וויען מיטן אהבת ישראל, און מאיז דורכגעגענען א געשעפט וואס האט פארקויפט ברילן, און דער מוכר איז געשטאנען אינדערויסן און געשריגן ״ברילן- ברילן- ברילן״ האט רבי מרדכי חנא זיך אנגערופן די איינציגסטע ברילן וואס איך וואלט געוועהן פאראינטערסירט איז ברילן וואס מקען נאר אריינקוקן אין ״זיך״ און נישט ארויסקוקן אויף ״יענעם״...

מאנסי-וויזניץ איז א איידעלע חסידות וואס באשטייט פון אמתע ערליכע (און אביסל פאנאטישע) אידן. מקען זאגן אז זיי זענען אביסל צוריקגעשטאנען אין געוויסע זאכן, אבער חס וחלילה צוזאגן אז זיי זענען נישט קיין אמתע ערליכע אידן מיט אהבת ישראל. פונקט פארקערט, עולם הפוך ראיתי. איידלע וויואלע אידן וואס מיינען עס אמתדיג. איך זעה נאכנישט קיין איין חסידות אויסער סאטמאר וואס טוט אזויפיל צדקה און גמ״ח ווי זיי. קיין איינס נישט!

אלטער_איד » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:38 am

· #421798
ענדליך איינער אנגענומען פאר אן ערליך איד... איך האב גארנישט געהאט מיט אים. אבער יעדער ערליכער איד ווייסט אז ער איז געווען א צדיק... דיפרענט ווי אנדערע אפשר, אבער נישט ווערד מען זאל אים און זיינע חסידים אזוי בארעדן..

בדרך אגב אויב איך האב נישט קיין טעות, איז חיים זאב הערבסט א וויזניצער? אויב יא האט זיך חברים אנגעהויבן אין וויזניץ.

JoyOfCoffee » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:51 am

· #421799
יא, ריכטיג. זיין נאמען איז ישעי' זאב ערפס אן אקטיווע פאראמעדיק אין די מאנסי הצלה פאר אסאך יאהרן און ער האט געגרינדעט די גאנצע מושג פון חברים וואס קאהן פון בארא פארק האט שפעטער געקאפיעט און פרובירט צו נעמען די קרעדיט פאר זיך.

איך געדענק מיט יאהרן צוריק ווען ער האט פארעפענטליך א קליינע צעטיל אין גרויסן ביהמ"ד אין מאנסי וועגן זיין פלאן צו גרינדן אזא ארגענעזאציע. נישט זיכער וועלכע יאהר עס איז געווען.

דולה ומשקה » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:25 pm

· #421808
ווען ער וואלט ווען געוועהן אזא גרויסע מתמיד ווי שטעלטס אים אוועק, וואלט ער נישט געשיט אזוי פיל שטותים פון זייינע אינערווייניגסטע גרעפסן.

אלטער_איד » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:28 pm

· #421819
מתמיד און קלוג גייען נישט אייביג צוזאמען. אבער אפילו דעס גלייב איך אויך נישט אז ער דעזערווט מען זאל אזוי רעדן אויף א רבי פון אזוי פיל חסידים.. מן הסתם האט איהר עפעס א פערזענליכע ווייטאג אויף אים...

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 3:57 am

· #421882
...

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 4:08 am

· #421883
דולה ומשקה
ווען ער וואלט ווען געוועהן אזא גרויסע מתמיד ווי שטעלטס אים אוועק, וואלט ער נישט געשיט אזוי פיל שטותים פון זייינע אינערווייניגסטע גרעפסן.


אויב רעדסטו פון ר׳ מאטעלע. קענסט זאגן וואס דו ווילסט גרעפסן אהער גרעפסן אהין. ער איז געוועהן פון די גרעסטע מתמידים וואס האבן אמאל געלעבט אויף די וועלט... מיין טאטע איז געוועהן זיין הויז-בחור פאר דריי יאהר נאך פאר ער איז געווארן רבי און זיך געדרייט ביי אים אינדערהיים און אים נאכגעקוקט. דער איז כמעט נישט געשלאפן. ער האט אויס גענוצט יעדע מינוט פארן אייבערשטן... ער פלעגט ענדיגן יעדעס יאהר ש״ס... פאר יאהרן לאנג.

הגאון רבי חיים קרייזווירטה האט געזאגט ביי א דרשה (מקען עס הערן אויפן טעיפ) כהאב גערעדט מיט אסאך מענטשען אין לערנען- איך קען נישט קיין איין איד וואס קען אזוי גוט ש״ס ווי ר׳ מאטעלע. און פארציילט דארט א גאנצע מעשה ווי ר׳ מאטעלע האט אים אמאל פארענטפערט א ר״ן אין נדרים וואס ער האט געלערנט שלעכט פשט זיין גאנץ לעבן.

יעדער קען זאגן וואס זיי ווילן אבער אמת איז עס נישט! ר׳ מאטעלע איז געוועהן א אמתע מענטש און פון די גרעסטע מתמידים וואס האבן אמאל געלעבט.

איך האב מיך אליינס איבערצייגט אז ער קען ש״ס אויפן לשון, מיט א מעשה וואס איך האב געהאט מיט אים. איך וועל שרייבן די מעשה איין טאג. נישט היינט.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג יאנואר 21, 2019 8:43 pm

· #423021
נו הרב שקר.. מיר ווארטן צו הערן ווי אזוי איהר האט זיך דערווארעמט אין די שאטן פין דיין העיליגע רבי אין עוועניו זאל...

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 22, 2019 2:44 am

· #423046
נו, התם ומתמם עם תמימים: דו האסט מיר אמאל (מער ווי אמאל) אריינגעגעבן וועגן האבן רעספהקט פאר א רעבע וואס איך האב נישט געהאט דרך ארץ און רעספעקט פאר איהם ווייל ער איז געווען א פעיק פאוני, פראוד.!....אוואו איז דיין רעספעקט פאר א איד א צדיק, גאון וקדוש..?!

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יאנואר 22, 2019 2:03 pm

· #423082
berlbalaguleh
נו, התם ומתמם עם תמימים: דו האסט מיר אמאל (מער ווי אמאל) אריינגעגעבן וועגן האבן רעספהקט פאר א רעבע וואס איך האב נישט געהאט דרך ארץ און רעספעקט פאר איהם ווייל ער איז געווען א פעיק פאוני, פראוד.!....אוואו איז דיין רעספעקט פאר א איד א צדיק, גאון וקדוש..?!


ביזט גערעכט..
אבער אינאמת'ן מיין איך נישט אזוי ווי דער רבי ווי דער שקר אליינ'ס וואס ער האט זיך גענומען צו די ביינער פין רבי מאטעלע מוויזשניץ זצוק"ל, דערפאר האב איך איהם דאס געשריבן, ווייל דאס איז זיכער א עוולה
איך האף אז די פארשטייטס וואס כ'מיין

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך מערץ 6, 2019 3:05 pm

· #425859
לחיים לחיים טובים ולשלו' די צדיק זאל זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל

קוקי » מיטוואך מערץ 6, 2019 4:25 pm

· #425876
התם ומתמם עם תמימים
לחיים לחיים טובים ולשלו' די צדיק זאל זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל

לאמיר האפן אז בעולם האמת וועט ער איינזען דעם אמת, און זיינע קינדער זאלן האבן שכל נישט צו פייטן.

יהודי פשוט » מיטוואך מערץ 6, 2019 5:17 pm

· #425888
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
קוקי

לאמיר האפן אז בעולם האמת וועט ער איינזען דעם אמת, און זיינע קינדער זאלן האבן שכל נישט צו פייטן.


איך מיין אז ער האט נאכנישט איינגעזעהן אין דיין אמת, אע"כ בין איך דיר מייעץ אז דו זאלסט אהין גיין דארטן אויבן און איהם אויפקלערן...

שקד » מיטוואך מערץ 6, 2019 6:21 pm

· #425897
יהודי פשוט
קוקי

לאמיר האפן אז בעולם האמת וועט ער איינזען דעם אמת, און זיינע קינדער זאלן האבן שכל נישט צו פייטן.


איך מיין אז ער האט נאכנישט איינגעזעהן אין דיין אמת, אע"כ בין איך דיר מייעץ אז דו זאלסט אהין גיין דארטן אויבן און איהם אויפקלערן...

דו בעלמא הדין מיינסט? און דערפאר דארף איך גיין?..

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 7, 2019 6:42 pm

· #425984
שווערע טויזנטער ביים מעמד האדיר ורגשית עריכת השולחן ביומא דהילולא קדישא קמייתא בראשות כ"ק מרנן האדמו"רים שליט"א אין ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי, כ"ט אדר א' תשע"ט, מאנסי נ.י. יצ"ו















קוקי » דאנערשטאג מערץ 7, 2019 9:02 pm

· #425999
מי בראש?

אדונינו » דאנערשטאג מערץ 7, 2019 9:21 pm

· #426002
קוקי
מי בראש?

מי בראש ווייסט מען נאך נישט, מי בזנב איז שוין פאר יעדעם קלאר...

קוקי » דאנערשטאג מערץ 7, 2019 9:27 pm

· #426003
אדונינו
קוקי
מי בראש?

מי בראש ווייסט מען נאך נישט, מי בזנב איז שוין פאר יעדעם קלאר...

ווער

שבת אחים » זונטאג יאנואר 5, 2020 6:34 pm

· #441028
איך האב פאריגע וואך דערמאנט אין א אנדערע אשכול וועגן הרב האגער-לאו וואס איז א אייניקל פון די אהבת ישראל.

סאיז ידוע אז ר׳ מאטעלע איז אנטלויפן קיין סאטמאר, און ער פלעגט אייביג זאגן אז ס׳האט זיך געדרייט דארט מיידלעך אן קיין שטרימפ אז מ׳האט אפילו נישט געקענט מאכן א ברכה דארט.

ווער ס׳וויל וויסן פון וועמען מ׳רעדט זאל צאמשטעלן די צוויי זאכן. די משפחה לאו איז געוועהן צו מאדערן פאר אזא פרומער ווי ר׳ מאטעלע זצ״ל.

און דרך אגב ווען ר׳ מאטעלע איז אנגעקומען קיין סאטמאר איז געוועהן הושענא רבה און ער פלעגט אייביג זאגן בזה״ל:

״סאיז ידוע איז ביי סאטמארער רב איז געוועהן א גרויסע התעוררות הושענא רבה ביים דאווענען, אבער סאיז נישט אנגעקומען צו די התעוררות פון א דאווענען ביים זיידן אין א פשוטע וואכן טאג״

דאס איז איין זאך וואס סיגוט-סאטמאר האט נישט אזוי גוט געקענט ווי וויזניץ איז עבודה- דאווענען וואס שטאמט נאך פון רבי יעקב קאפיל חסיד די עלטער זיידע פון אלע האגער׳ס וואס איז געוועהן די בעל תפילה פון די הייליגער בעש״ט. און ווי הרה״ק ר׳ מאיר שפירא וואס האט געשטאמט פון א וויזניצער משפחה און זיך אסאך געדרייט יונגערהייט ביים אהבת ישראל. האט געזאגט ״עבודה האב איך געלערענט אין וויזניץ״
ווער ס׳האט אמאל געזעהן א דאווענען פון צייסלהיימער רב הרב פראמאוויטש און אסאך אנדערע פריערדיגע וויזניצער חסידים ווי ר׳ מאטעלע פארשטייט פון וואס מ׳רעדט.

לערנען פארקויפן די סיגעטער אז זיי זענען געוועהן די גרעסטע אין מארמארוש ווייל זיי האבן געהאט די מערסטע תלמידי חכמים (צ״ל זיי האבן געהאט נאר תלמידי חכמים) וואס איז דרך אגב א גראבע ליגענט רוב רבנים, דיינים, מורי הוראה אין מארמארוש האבן דירעקט באלאנגט צו די גזע פון וויזניץ, קאסוב, אנטוניע, בארשע. כמעט אין יעדע קלייניטשיקע שטעטל איז דער רב און די דיין געוועהן א חסיד פון די גזע. פאר ווער ס׳וויל וויסן דעם אמת זאל ליינען די היסטאריע פון מארמארוש אנגעהויבן ביי די באוואוסטע ספר מארמארוש פון די געוועזנער ח״כ שלמה גראס, וואס איז א געוואלדיגער ארבעט ליגט דארט פון באשרייבן יעדע קליינע שטעטל ביז יעדער שוחט, יעדע חשובער איד פון יעדער קליין שטעטל אפילו מיין עלטער זיידע באשרייבט ער אין ווילחאוויץ.

וויזניץ האט געהאט די גרעסטע ישיבה אין מארמארוש, אין ווישעווע פון איבער 400 בחורים, וואס איז געוועהן א גרויסע חידוש אין יענע צייטן.
אסאך גאונים זענען ארויסגעקומען פון דארט
בתוכם הרה״ג ר׳ משה דוד אסטרייכער אב״ד טשימפע פון די געהויבנע וויזניצער חסידים. סאטמארער רב האט אים מספיד געוועהן דא אין אמעריקע און געזאגט ער איז געוועהן די ״פוסק האחרון״ פון די לעצטע דור. זיינע ביידע זון האט ער געשיקט לערנען צום הייליגען דמשק אליעזר פון וויזניץ, איינע פון זיינע זוהן האט זיך ביי די מלחמה געטוישט די נאמען צו שטיינמעץ ער מיט זיינע קינדער זענען מ׳חסידי וויזניץ מאנסי.
דער טשימפער רב האט מקפיד געוועהן וואו ער האט נאר געוואוינט אין זיין לעבן צו דאווענען אין א ״וויזניצער קלויז״, אין קראונהייטס האט ער טאקע געדאווענט נאר אין די געווזענער ״וויזניצער קלויז״. ער מיט די אמרי חיים, מיט בראשובער רב האבן ארויפגעברענגט די אהבת ישראל׳ס ארון פון רומעניע קיין ארץ ישראל.

איך קען שרייבן הונדערטער רבנים, דיינים, געהויבנע אידן, באוואוסטע תלמידי חכמים וואס זענען אינדערהיים געוועהן ווינזיצער חסידים אדער שייכות צו די זעלבע גזע.

אינדערהיים זענען אלע ווינזיצער ברודער געוועהן איין גרויסע חסידות אן קיין פירוד לבבות. פונקט ווי היינט מיט די קינדער פון ר׳ מאטעלע און אלע זענען געגעאנגען צו אלע ברודער. אויב האט א וויזניצער חסיד געוואוינט לעבן בארשע איז ער אויף יום טוב געגעאנגען צום בארשען רבין א ברודער פון די אהב״י אויב א אנטוניער האט געוואוינט לעבן גרויסווארדיין איז ער געגעאנגען צום אהב״י. די זעלבע מיט אויסקלויבן די רבנים אין געוויסע שטעט. סאיז אייביג געוועהן איין קאנדידאט מצד קאסוב-וויזניץ-אנטוניע-בארשע און איינער מצד סיגעט...

סאיז ידוע אז ר׳ מרדכי חנא וואס איז געוועהן די גרעסטע חסיד פון א רבי וואס מ׳קען נאר זיין האט אויך איינמאל געגעבן א קוויטל פון זיין ברודער דער אנטוניער רבי זצ״ל.

שבת אחים » זונטאג יאנואר 5, 2020 9:37 pm

· #441031
רעדענדיג פון סיגוט דארף מען אויך פארשטיין אז רוב שיינע אידן און רבנים וואס זענען געווארן סאטמארער חסידים נאך די קריג האבן גארנישט אדער כמעט גארנישט געהאט איינגעלייגט מיט סיגוט אינדערהיים...

דער סאטמארער רב איז געוועהן א אייגענע געמאכטע רבי. ער האט נישט געירשנט קיין סאך סיגוטער חסידים פון אינדערהיים. און ווען ער זאל נאר האבן סיגוטער חסידים פון אינדערהיים וואלט סאטמאר קיינמאל נישט געוועהן אזא גרויסע חסידות. רוב פון זיינע חסידים נאך די קריג שטאמען פון מונקאטש, בעלזא, ספינקא, קאסאן, צאנז וכו׳

דער קדושת יו״ט האט איבערגעבן סיגוט פאר סאטמארער רב׳ס עלטערע ברודער ר׳ חיים צבי הי״ד (ברודער מיטן ברך משה) האט דע רביצין געפרעגט און וואס וועט זיין מיט יואליש׳ל האט ער געזאגט ״זארג דיך נישט ער וועט זיין א גרויסע רבי, וואו ער וועט נאר גיין וועט מען אים נאכלויפן״ וכך הווה.

דער סאטמארער רב חסידות איז נישט געבויעט אויף סיגוט אינדערהיים.

סאיז ניטאמאל אין די זעלבע געגענט. סיגוט איז געוועהן איינע פון די דריי גרעסטע שטעט אין מארמארוש צוזאמען מיט חוסט און ווישעווע. סאטמאר איז געוועהן טראנסליוואניע. (גרויסווארדיין אויך)

א אינטערסאנטע באמערקונג איז אז סאיז דא היינט דריי אידישע אקצענטס.

איינס וואס זאגט

1 געגאנגאן געפאראן שפילאן מחותנאם אלעס מיט א קמץ צום סוף. איז די אונגארישער סאטמארער אקצענט.

2 געגעאנגען, געפארען, שפילען, מחותנעם, אלעס מיט א סגול צום סוף, איז די רומעניער וויזניצער אקצענט.

3 געגאנגין, געפארין, שפילין, מחותנים, אלעס מיט א חיריק צום סוף איז די פוילישע גאליציאנער באבובער אקצענט.

פארוואס רעדן נישט די סאטאמרער לויט די עכטע רומעניער אקצענט מיט א ע? ווייל רוב פון זיי שטאמען נישט פון רומעניע נאר פון אונגארן און פון טראנסילוואניע.

שבת אחים » זונטאג יאנואר 5, 2020 9:53 pm

· #441032
לויט דעם וואלטן די בעלזער אויך געדארפט רעדן מיט די סאטמארער אונגארישער אקצענט? זיי שטאמען דאך אויך רובא דרובא פון אונגארן?

תיקו.

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 6, 2020 12:01 am

· #441038
[ציטאט אראפגענומען]



דאס האב איך אויך געהערט אז סאיז נאר געוועהן איין קינד. אבער סאיז באוואוסט אז דארט האבן זיך געדרייט אנדערע משפחה מיטגלידער פון לאו וואס זענען איינגעשטאנען ביי ר׳ חיים מאירל אינדערהיים פאר א שטיק צייט. (אפשר זיין משפחה פון די זוו״ר) פרעג דיך נאך ר׳ מאטעלע איז וועגן זיי אנטלויפן.

אזוי האט מיר מיין פאטער פארציילט. אז ר׳ מאטעלע איז וועגן זיי אנטלויפן. ר׳ מאטעלע פלעגט דאס אייביג זאגן אז ס׳האט זיך געדרייט מיידלעך אן קיין שטרימפ. אדרבה זאג אויב דו ווייסט ווער סאיז געוועהן אין אישי איז אויך גוט.

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 6, 2020 1:53 am

· #441040
יישר כח פארן מיר אויסקלארן אין אישי. איך מוז אייך זאגן איר זענט א געוואלדיגער ידען הרב @אנאנים
שווער צוטרעפן נאך איינס ווי אייך...

למעשה בין איך נישט אינגאנצן ראנג. ר׳ מאטעלע איז יא אוועק געלויפן וועגן משפחת לאו. די מעשה מיט די שטרימפ איז א צווייטע מעשה... אנטשולדיגט פארן צומישן די צוויי מעשיות.

די צוויי זאכן האב אים געמאכט אנטלויפן פון גרויסווארדיין און סאיז נישט קיין גרויסע נייעס פאר ווער ס׳קען די וויזניצער פאליטיק אז ר׳ מאטעלעס אנטלויפן האט געהאט צוטוהן מיט משפחת לאו.

ר׳ מאטעלע אן זיינע עקסטערע פרומקייטן וואלט געוועהן א אדם השלם. (השלום?)

ער פלעגט פארציילן למשל ווען מאיז אנטלויפן פון די נאציס האבן זיי זיך באהאלטן (לכאורה אין בוקערסט) ביי משפחת גאלדרינג פאר א שטיקל צייט, משפחת גאלדרינג איז נישט געוועהן פון א חסידישע משפחה און זיי האבן דאך זיך איינעגשטעלט זייער לעבן אויס צובאהאלטן ר׳ חיים מאיר׳ל מיט זיינע קינדער אין זייער הויז.

ווען זיי האבן געדארפט גיין פון דארט איז עס געוועהן אינמיטן די נאכט. און ר׳ מאטעלע האט נישט געוואלט גיין ווייל ער האט נישט געטראפן זיין תפילין, איז ער געגעאנגען און האט אנגעצינדן א ליכט. און משפחת גאלדרינג האט געמאכט קולות וברקים אויף אים. דו האסט נישט קיין שכל???
ר׳ מאטעלע פלעגט אייביג זאגן, ״גערעכט זענען זיי געוועהן, מ׳האט געזוכט דעם טאטען ווייל זיי האבן ספעציעל געזוכט די גרויסע רבנים״

ר׳ יהודלע מדזיקוב איז אויך דארט געוועהן. ר׳ משהלע איז נישט אוועק געלויפן צוזאמען מיט ר׳ חיים מאירל און האט א עקסטערע יום הצלה...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7