☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12171
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

וואלווי » מאנטאג מערץ 19, 2018 12:13 pm

· #397772
שוין דא א רבי אין לאס וועגעס? ווען מ'געט א קוויטעל און פדיון איז עס א געמבל, אמאל געלונגט עס יא און אמאל...

...And the house always wins

שבת אחים » מאנטאג מערץ 19, 2018 1:06 pm

· #397776
אישתישבי
פשיטא לי אז ר' יעקב יוסף רופט זיך אויף צו סידור קידושין אלס באראפארק מאנסי וויזניץ רבי,

קאמבעי' לי, ר' ישראל פין סטעטען איילענד, רופט מען אים סטעטען איילענד מאנסי וויזניץ, אדער וויבאלד עס איז נישטא קיין אנדערע וויזניץ אין סטעטען איילענד איז גענוג צו זאגען סטעטען איילענד'ער וויזניץ רבי.

ואת"ל אז יא, איז אפשר אז מען קען אים רופען סטעטען איילענד'ער רבי, ווייל דערווייל איז נישטא נאך א רבי אין סטעטן איילאנד.

הרחמן הוא ישלח לנו אליהו, ויפשוט לנו כל הספיקות


וואס זאל איך דיר זאגן. דו האסט ״שווערע דאגות״. פאר קיינעם נישט געדאַכט...

ימים ידברו » מאנטאג מערץ 19, 2018 1:52 pm

· #397787
גרויסע שבתים שבת הגדול און מאנסי ווילאמסבורג בארא פארק גיבערס בית שמש מאנטריאל קומט טויזענטער וויזניצע חסידים בכל אתר ואתר וועט זוכה זיין צום אור זריע לצדיק און זיך קלאמרען אויף די וועג פון רבינו הקדוש

בן אדם » מאנטאג מערץ 19, 2018 2:30 pm

· #397790
אין וויזניץ זאגט מען 'זריע' מיט א יוד ?

וואלווי » מאנטאג מערץ 19, 2018 2:35 pm

· #397791
"קלאמערען זיך אויפ'ן וועג פון רבינו הקדוש" איז אויך נישט וויזנעצער גרעממער. אלא מאי ימים לא ידברו ואזניים לא ישמעו...

קאך_לעפל » מאנטאג מערץ 19, 2018 2:55 pm

· #397797
אינטעראסאנט אז קיינער בארירט נישט די פולע זעלטענע מנהגי קודש, וועלכע איז שטענדיג געווען גאר אויפאלענד ביי די טיש-באטייליגטע, הויפטזעכליך ביי די פרעמדע צוקוקער:

רבינו הקדוש פלעגט זיך פירן צו זיך צו פארטוישען די ציין צווישן די פיש און די פלייש. אבער נישט ווי א גנב בצנעה וואס וואלט ווען געשאפן דעם איידרוק ווי ער טיט עפעס מאדנע. נאר טאקע מיט גאנצן רבישן טראכט, פארנט פון די פולע פארגאפטע צושויער, וועלכע האבן באוואונדערט דעם רבי'ן 'נישט געבן קיין דעם' בלע''ז.

2 רבינו שליט''א פרעגט זיך אויך צו פירן אז ווען דאס געדערים זיינער האט געפאדערט דאס זייניגע. האט ער באלד מקיים געווען דעם מ''ע דאורייתא פון והיית מעלה גרה. אבער ער האט דאס נישט מבליע געווען בנעימות ווי ס'איז דער שטייגער ביי די אלגעמיינע מענטשהייט. נאר ס'איז באלד פולקאם מקיים געווארן דעם ונשמע קולו בבוא אל הקודש, ברוב פאר והדר.

אוי... למשמע אזנינו דאבה נפשינו...

3 רבינו הק' האט זיך נוהג געווען, אז באלד נאכן שבת-מאלצייט האט ער זיך זאפארט פארעפענט דעם רימען, און צומאל גלייכצייטיג אויך דעם העקלע מיטן ריטראזש באנאזאם. אזוי ס'זאל אים נישט ח''ו דרוקן אויפן פילן בייכל

זי''ע ועכי''א.

נקודת-אמת » מאנטאג מערץ 19, 2018 3:10 pm

· #397800
אוי וויי...
קאך_לעפל
רבינו שליט''א פרעגט זיך אויך צו פירן אז ווען דאס געדערים זיינער האט געפאדערט דאס זייניגע. האט ער באלד מקיים געווען דעם מ''ע דאורייתא פון והיית מעלה גרה. אבער ער האט דאס נישט מבליע געווען בנעימות ווי ס'איז דער שטייגער ביי די אלגעמיינע מענטשהייט. נאר ער באלד מקיים געווארן דעם ונשמע קולו בבוא אל הקודש, ברוב פאר והדר.

אוי... למשמע אזנינו דאבה נפשינו...

שמעתי מחסידים ואנשי מעשה,
אז ר' בערל בידערמאן המכונה אדמו"ר מלעלוב (פיעטערקאוו/פעטערבורג/בר-אילן)
בתחילת דרכו באדמו"רות היה ג"כ מנהגו כמוזכר כאן.
אך הוסיף נופך על מנהגו ונהג להפטיר אחר נפיחה של מעלה (שכידוע בא לו עיטוש בתפילתו מלמעלה סימן יפה לו, און ביי צדיקים די טישן זענען געוועהן אזוי ווי ביים דאווענען והדברים ידועים ועתיקים)
"דעֶר בֵּית יִשְׂרָאל פְלעֶגְט זאָגְן: סְלִיחַה".
ודפח"ח.

קאך_לעפל » מאנטאג מערץ 19, 2018 3:16 pm

· #397802
דער מקור שטייט נאך אין זמירות רזא דשבתא, וואו די מנהגי קודש פונעם לעגענדארן רבי לייזער וואלף דער קרעשניפער זיידע, ווערן אראפגעגעבן מיטן גאנצן חסידשען חן.

רבינו נהג לאכול בליל שבת קודש המאכל של בונדלעך לבנים. והקפיד שיהא מעלה רתוחה מאוד... ושפתותיו ממללין בסלודין ובנעימות :בנים אתם להשם אלוקכם. ואח''כ גנח גנוחה גדולה...(גרעפ''ץ בלע''ז)

ויהי לפלא.

newkave » מאנטאג מערץ 19, 2018 6:36 pm

· #397811
קאך_לעפל
אינטעראסאנט אז קיינער בארירט נישט די פולע זעלטענע מנהגי קודש, וועלכע איז שטענדיג געווען גאר אויפאלענד ביי די טיש-באטייליגטע, הויפטזעכליך ביי די פרעמדע צוקוקער:

רבינו הקדוש פלעגט זיך פירן צו זיך צו פארטוישען די ציין צווישן די פיש און די פלייש. אבער נישט ווי א גנב בצנעה וואס וואלט ווען געשאפן דעם איידרוק ווי ער טיט עפעס מאדנע. נאר טאקע מיט גאנצן רבישן טראכט, פארנט פון די פולע פארגאפטע צושויער, וועלכע האבן באוואונדערט דעם רבי'ן 'נישט געבן קיין דעם' בלע''ז.

2 רבינו שליט''א פרעגט זיך אויך צו פירן אז ווען דאס געדערים זיינער האט געפאדערט דאס זייניגע. האט ער באלד מקיים געווען דעם מ''ע דאורייתא פון והיית מעלה גרה. אבער ער האט דאס נישט מבליע געווען בנעימות ווי ס'איז דער שטייגער ביי די אלגעמיינע מענטשהייט. נאר ס'איז באלד פולקאם מקיים געווארן דעם ונשמע קולו בבוא אל הקודש, ברוב פאר והדר.

אוי... למשמע אזנינו דאבה נפשינו...

3 רבינו הק' האט זיך נוהג געווען, אז באלד נאכן שבת-מאלצייט האט ער זיך זאפארט פארעפענט דעם רימען, און צומאל גלייכצייטיג אויך דעם העקלע מיטן ריטראזש באנאזאם. אזוי ס'זאל אים נישט ח''ו דרוקן אויפן פילן בייכל

זי''ע ועכי''א.


פארמעקט, צוליב דעם וואס איך בין נישט ווי קאק-לעפל

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 19, 2018 7:49 pm

· #397815
איך בין מוחה

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 19, 2018 8:46 pm

· #397817
רבותיי: אונז דארפן מיר געדענקען אז ס'איז אייביג די פאר פאררוקטע ברואים. ממש אייביג די זעלבע. או. קעי. זיי טוישן זיך פון מאל צו מאל. אבער ס'איז דער זעלבער סוירקל פון עקל'דיגע בהמות און דברים אחרים. און חיות רעות. צי. זאלל דאס זיין איש את רעהו. צי ימים ידברו. אדער קאך לעפל. זיי וועללן קיינמאל נישט האבן עפעס פאזיטיוו צו צו געבן. אייביג נאר שעלטן און מאכן ליצי ליצנות פון ערליכע אידן, צדיקים. מנהיגי ישראל. זיי פארגינען נישט פאר די נארמאלע מענטשן סיי בעידנא דחדוותא. און סיי ווען ס'איז ח"ו א טרויעריגע צייט אויסצודרוקן זייערע געפיהלן אן דעם וואס זיי זאללן אריינמישן זייער צואת הפה המסריח בכל המובנים. צי זאלל דאס זיין ווען דער בעלזער רב שליט"א קומט צו זיינע חסידים קיין לאנדאן אויף א שבת. צו וועם קומט ער? צו זיינע חסידים. אבער די צעיושע'טע ברואים קענען נישט איינרוען. זיי פארגינען דאס נישט. הייבן זיי אן צו שעלטן און גיסן קיתונות של שופכין אויסגעמישט מיט זייער גיפטיגן ליצנות. ער איז עפעס געקומען צו זיי? פארמאכטס ענקער טרייפענעם, טמא'נעם פיסק...ניין. אדער ווען אזא גדול בישראל ווי הרב שטיינמאן זצ"ל גייט אוועק פון די וועלט. ביללן זיי די כלבים. און מאכן ליצי ליצנות און שעלטן און שימפן בקול רעש גדול. און יעצט ווען הרהגה"צ ר' מאטעלע מ'וויזשניץ מאנסי איז נפטר געווארן. קומען די געמיינע ברואים ארויס פון זייערע לעכער און לאזן הערן זייערע דברי בלע. דאס מאכט א יעדן נארמאלן מענטש. א יעדן ערליכן איד קראנק. עד מתי לעדה הרעה הזאת. ווילאנג נאך וועט מען דארפן הערן און ליידן פון אט די געמיינע ברואים. קיין גוט ווארט וועללן זיי נישט זאגן. נאר ליצנות מיט רישעות. און אלעס אין נאמען פון קנאות...!

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 19, 2018 8:56 pm

· #397818
קאצקע ציקער
איך בין מוחה

והלכת בדרכיו...

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 20, 2018 12:31 am

· #397832
שבת אחים
שמעון וואלף
@שבת אחים
שכח פאר דיין הערליכער באשרייבונג. אלס סטעטן איילענדער האט מען דיר נישט דעזיגנירט א רבי, וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן וועם די קלויבסט אויס פאר ממלא מקום


איך בלייב וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד. איך הער אז איך באקום א קאמפעטישאן דאהי אין סטעטן איילענד. הרב ר' ישראל האגער שליט"א ברפ"ש זצ"ל (פון די וויזניצער גמ"ח אין ב"פ) פלאנט זיך צו אהערציען און עפענען דא מוסדות וויזניץ אין סטעטן איילענד (באמת).

איך בין א חסיד פון אלע ערליכע אידן וואס האבן אין זיך "אהבת ישראל".

די מערסטע פון אלע גלייך איך הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, אדמו"ר בארא פארק. ער איז פשוט א פיינע מענטשליכע מענטש. ער זוכט נישט קיין כבוד. און הרה"צ ר' אליעזר זאב שליט"א אדמו"ר מירושלים. ער קומט צו אלע מיינע שמחות, קיינמאל נישט געוואלט נעמען קיין איין פיאסטער פון מיר. ער איז א גרויסער בעל חסד.

מיין פאטער און מיין פאמילע זענען גרויסע חסידים פון הרה"צ ר' יצחק יוחנן שליט"א, אדמו"ר מוויליאמסבורג. ער איז אויסגעטוהן פון די וועלט. ער זיצט און הארעוועט אויף תורה טאג און נאכט. ער איז אויך אן איידעלער איד וואס טשעפעט נישט קיין פליג.

איך האב גארנישט קעגן די אנדערע, נאר די דריי זענען די מערסטע חשוב ביי מיר.

זעה איך שוין אז צופיל אהבת "ישראל" האסטי נישט

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 20, 2018 12:44 am

· #397833
Wow. ס'האט מיר גענומען א גוטע מינוט ביז כ'האב געכאפט. גוטע מליצה.....

שבת אחים » דינסטאג מערץ 20, 2018 12:44 am

· #397834
ער טרייבט אסאך איבער. קיינמאל נישט געבראכן ביי קיין טיש. ער פלעגט יא עפענען די פאסיג. און טוישן די פאלשע ציין. קענסט מיר זאגן וואס די פעלער איז פון דעם? ער עסט ביי זיין אייגען טיש. דו קומסט קוקן וויאזוי ער עסט? האסטו אמאל געזעהן וויאזוי ער האט געגעסן? וויאזוי ער האט געמאכט א ברכה? די ברענגסט נאר ארויס אפאר נערישע פעלערס! דאס אלעס וואס דו האסט געטראפן? אז ער איז געוועהן א אויטענטישע מענטש? וואס איז די ביג דיעל? ער האט דיך מוראדיג פארעקעלט אז ער האט געפענט די פאסיג? פלוז!?


מיין פעטער האט מיר פארציילט אז ער האט געהערט פון א איד אין שווייץ א גרויסע נגיד וואס האט זייער ליעב געהאט ווען רבי׳ס פלעגן קומען קיין ציריך. און נישט קיין חילוק וועלכע רבי ס׳פלעגט קומען דארט פלעגט ער מיטהאלטן אלע טישן מיט אלעס ארום. ער פלעגט פאר יעדען רבי׳ן אריינשטיפן א שיינעם נתינה. מיט יאהרן צוריק ווען ר׳ מאטעלע איז געקומען קיין שווייץ איז ער גלייך אריין מיט א קוויטל און אים געגעבן די זעלבע טשעק וואס ער געט פאר אלע רביס וואס קומען אהין. פרייטיגס צונאכטס איז ער געקומען צום טיש און ער זעהט ר׳ מאטעלע קומט אריין מיט א שווארצע בעיקטשע און זינגט זיך זיינע זמירות, מאכט נישט קיין עקסטערע תנועים מיט די הענט. און די וואנט זייגער פון די ביהמ״ד איז געוועהן אין די בעיק פון די אויבנאן. דאס מיינט אז די רבי האט זיך געדארפט אויסדרייען די קאפ צו קוקן אויפן זייגער. און ער זעהט ווי די רבי דרייט זיך אגאנצן צייט אויס די קאפ און קוקט אויפן זייגער. דערנאך זעהט ער ווי די רבי עפענט זיך דאס פאסיג. בקיצור ער זאגט ער האט נאך אזאנס נישט געזעהן. ער איז געוועהן צוגעוואוינט צו רביס וואס קומען מיט גאלדנע בעיקטשעס און מאכן א גאנצע שוי שפיל און פרובירן צו געפעלן פאר יעדעם איינעם. און דא זעהט ער א איד א פשטן וואס פראוועט זיך זיין סעודה פונקט ווי ביי זיך אינדערהיים. תיכף נאך שבת איז ער אריין צום רבין און ער זאגט פארן רבין אז ער וויל מוסיף זיין צוזיין פריערדיגע נתינה און ער האט אים געגעבן פאר זיינע מוסדות 150 אלפים. מיט 30 יאהרן צוריק. סאיז געוועהן א געוואלד מיט געלט.

אפשר פארדעם האט ער עס געטוהן? נעה. אזוי איז ער געוועהן אייביג. דאס איז ער געוועהן.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 20, 2018 1:50 am

· #397836
עמזאן: ס'איז מאדנע אז ס'קומט פון דיר. אבער כ'האב די געגעבן א לייק. ווייל דו זאגסט א דבר אמת. כאטש די פארשימלטע מוחות און די געוויינליכע יושבי חושך וצלמות וועללן פארשרייען א יעדן איינעם וואס וועט נאר פארשלאגן אזא מין זאך אלס שייגעץ...!

איך גיי שוין נישט אריין אין די פיזישע און פסיכאלאגישע פארדינסטן וואס קינדער האבן ווען זיי שפיעללן ספארטס. סיי וועלכע ספארט. ווען זיי נוצן האנד- און פוס קאארדינאציע מיט'ן מח. נאר די פשוט'ע עקסערסייז דערפון. און ארויסגעבן די איבערפלוס פון ענערגיע וואס זאמלט זיך אן....!

איך קען רעדן פון מיין עקסיפיריענס אלס לאנגיעריגער באס דרייווער. וואס איך האב שוין ב"ה געפיהרט אידישע קינדער אין חדרים און ישיבות פאר 43 יאר, כ"י. פון אלערליי עלטערס. און די בחורים פון העכער בר מצוה ביז 15 יאר , ווען ס'קומט ביינאכט ווערן זיי בדרך כלל זייער שטארק צולאזט און צו ווילדעוועט. (פון אלע ישיבות, אן אויסנאם). אבער א טאג וואס זיי פלעגן פארן ערגעץ און זיך גוט אויסשפרינגען אויף סיי וואספארא פארם. צו גליטשן זיך אויף שניי אדער גיין שווימען. אדער סתם לויפן. זענען זיי איינגעזיצן זייער רואיג...!

שבת אחים » דינסטאג מערץ 20, 2018 2:32 am

· #397838
דאכצעך ר׳ יצחק יוחנן איז אויך געוועהן קעגן די ׳שומרים קארטלעך׳. ער איז נישט אזוי עקסטרעים בכלל. ער איז תמימותדיג. ער מיינט עס ערענסט.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 20, 2018 3:16 am

· #397840
סאיז געוועהן אסאך בעסערע טענות אויף אים ווי עפענען די פאסיג און טוישן די פאלשע ציין.

אסאך וויזניצער חסידים האבן געהאט טענות אויף אים ווען ער איז געוועהן רב אין וויליאמסבורג און ער האט זיך אויפגעהויבן פון איין טאג אויפן צווייטן אז ער גייט וואוינען קיין מאנסי וואס איז דאן געוועהן אזוי ווי סוואן לעיק איז היינט. ער האט שוין דאן געהאט א שיינע קהילה אין וויליאמסבורג מיט א ת"ת.

אסאך האבן געהאט טענות אויף אים אז ער האט ארויסגעווארפן זיין פעטער דער מקור ברוך פון סערעט פון זיין ביהמ"ד (דאכצעך אין קרוינהייטס)
און ווען זיין טאטע ר' חיים מאיר'ל האט אים געהייסן פארן אויף א שבת קיין חיפה זיך איבערבעטן מיט אים האט ער מיטגעברענגט זיין אייגענע עסען און נישט געוואלט עסען פון זיין פעטער'ס עסען.

(דער סערעטער פלעגט קומען אסאך קיין אמעריקע נאך געלט, און פלעגט רעדן ביי זיינע דרשות וועגן ציונת און קעגן סאטמארער רב. ר' מאטעלע האט אים אפאר מאל געבעטן אז ער זאל גארנישט רעדן אין זיין ביהמ"ד וועגן ציונות אדער וועגן די מדינה, און ער האט אים נישט געפאלגט. האט ער אים ארויסגעווארפן).

אסאך האבן געהאט טענות אויף אים אז ער איז געוועהן צו עקסטרעם און צו שטרענג מיט די בחורים. צופיל איבריגע חומרות, ווי למשל בילדער וכדומה.

אסאך האבן געהאלטן אז ער איז געוועהן א קאלטער מענטש.

אסאך האבן געהאלטן אז ער נעמט זיך אייביג אן פאר זיינע קינדער.

אסאך האט זייער געבאדערט אז ער איז מוחה אויף אנדערע. אין וויזניץ האט קיין איין רבי נישט מוחה ברבים קעגן א צווייטע רבי אדער א צווייטע חסידות.

אסאך האט געבאדערט אז ער איז א סאטמארער און האט נישט אנגענומען אינגאנצן זיין טאטענ'ס שיטה.

אבער מיט דעם אלעמען וועגן זיינע מעלות איבער די חסרונות. ער איז געוועהן א אמת'ער מענטש, א ערליכע איד, און געפירט א שיינע חסידות, און קעיר גענומען פון זיינע מענטשן, זיך געזארגט פאר זיי ברוחניות ובגשמיות. ער איז געזיצן און געהארעוועט יומם ולילה און געלערנט. אלעס וואס ער האט געטוהן האט ער געמיינט לש"ש און געמיינט גוטס.

מיין טאטע פלעגט מיר אייביג זאגן, אויף אלע רבי'ס האט מען טענות אז זיי נישט גענוג ערליך און פרום, אויף מיין רבי האט מען טענות אז ער איז צו שטארק פרום...

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 20, 2018 3:23 am

· #397842
בן אדם
אין וויזניץ זאגט מען 'זריע' מיט א יוד ?

בן אדם: כ'פארשטיי נישט. דו ווילסט אז א סיקריק זאלל נאך זיין א תלמיד חכם און א יודע ספר אויך...?!

אישתישבי » דינסטאג מערץ 20, 2018 7:25 am

· #397850
אז מען רעדט וועגן טענות אויף אים, מען קען נישט מעלים עין זיין, די מחאות פלעגן זיין ציקער זיס.

לכאורה איז עס א תערובות פין אספערגעס און .....

דאס נישט פארשטיין א צווייטער.

עס איז א פלא ווי מען קען זאגן אז ער איז געוועהן א בעל הרגשה ווען סוף כל סוף מיט א מחאה קעגן א יחיד טוט מען יענעם וויי.

עס איז געוועהן שווערע צייטן.

און איך רעד נישט דווקא וועגן די מעשה מיט די שבת אלארם, וואס ער האט געהאלטען אז ווייל ער האט א פריעדיגע זמן, טאר נישט קיינער מאכען א אלארם נאך זיין זמן. און בשעת עס האט געקלינגען, האט ער געלייגט די פינגער אויף די אויערן אין מיטען שמונה עשרה.

איך רעד נישט דווקא פין די מחאה אויף הצלה וואס ער האט געהאלטען פארשידנע חומרות לגבי שבת, האט ער געזאגט אז מען טאר נישט ניצען הצלה אפילו אין דער וואכען. און מענטשן זענען פשוט געשטארבן ווייל געטרייע חסידים האבן נישט צוגעלאזט הצלה.

וכהנה רבות.

דער צד השווה, ער איז געוועהן א וואוילטעטיגע איד, מיט גוטע מחשבות, אבער חלילה זיך אפלערנען פין זיינע הארצלאזער מעשים.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 20, 2018 9:09 am

· #397853
מיט די שבת פייפער איז ער געוועהן גראדע גערעכט. סאטמאר האט געלייגט א פייפער נאר נאך די מוחאה אויף די פובליק סקול אין מאנרא. און זיי פלעגן פייפן פאר 5 גאנצע מינוט דוקא ווען ער האט שוין געהאלטן ביי קבלת שבת. למעשה איז מאנסי נאר געווארן אזא חסידישע שטאט וועגן אים. ער האט זיך אסאך געמוטשעט ביז ער איז אנגעקומען אהין.

מיט הצלה איז ער אויך געוועהן גערעכט. לויט וואס איז דעמאלטס פארגעקומען. לויט די הלכה.

אלטע נערישע פאלטיק. נעקסט קעיס.

א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג מערץ 20, 2018 11:19 am

· #397860
מאן דאמר
בד״ה
יעצט קומט אריין די ביטערע בשורה איבער די פטירה

ניצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש
בבית החולים מאונט סיני במנהטן נסתלק לגנזי מרומים כ"ק מרן רבינו אדמו"ר הגה"ק מוויזניץ זצוקללה"ה


בד"ה

נקודת-אמת » דינסטאג מערץ 20, 2018 1:00 pm

· #397867
קאך_לעפל
דער מקור שטייט נאך אין זמירות רזא דשבתא, וואו די מנהגי קודש פונעם לעגענדארן רבי לייזער וואלף דער קרעשניפער זיידע, ווערן אראפגעגעבן מיטן גאנצן חסידשען חן.

רבינו נהג לאכול בליל שבת קודש המאכל של בונדלעך לבנים. והקפיד שיהא מעלה רתוחה מאוד... ושפתותיו ממללין בסלודין ובנעימות :בנים אתם להשם אלוקכם. ואח''כ גנח גנוחה גדולה...(גרעפ''ץ בלע''ז)

ויהי לפלא.

בזמירות רזא דגוזמא מובא המעשה על הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זיע"א, ואילו ר' הערשעלי סיפרו על הסבא קדישא ר' לייזער וואלף זיעועכי"א.
וכך הם בערך הדברים כפי ששמעתיהם בשם האדמו"ר ר' ניסן שליט"א בההקרצ"ה זיע"א
"דער-טאטע-זכרונו-לברכה האט דערציילט אז ביים הייליגן זיידען ר' לייזער וואלף פלעגט מען אריינברענגען א יעדען ערב-שבת-קודש פאר 'טועמיה':
א פרימסטיק (א גרויסע טאץ) מיט פיש, א לעכאנייע (א גרויסע שיסל) מיט בונדלעך און א קאטשקע מיט דרייצן פיפיקלעך,
דאס אלטס פלעגט מען אריינברענגען ערב-שבת-קודש פאר טועמיה.
דערנאך האט דער הייליגער זיידען גונח געוועהן א גניחה וואס איז געהערט געווארן פון סיגעט ביז בישטינא,
יעדער וואס איז געשטאנען אין וועג איז אפגעבלאזן געווארן,
יעדער וואס האט געהערט דאס גניחה האט באקומען א הרהור תשובה.
האט דער-טאטע-זכרונו-לברכה געזאגט:
דאס עסן קען איך נאך נאך-מאכן, אבער דאס גניחה, דאס ווער קען נאך-מאכן..."

ואח"כ הוסיף ואמר לאחד מבחורי החמד שעמדו אצל השולחן,
"יינגעלע קענסט איבער זאגן: א פרימסטיק מיט פיש, א לעכאנייע מיט בונדלעך, א קאטשקע מיט דרייצן פיפיקלעך,
יינגעלע דאס איז נישט סתם דיבורים, דאס איז א יעדעס ווארט אויסגערעכנט, ס'ליגט דערין גרויסע סודות און צירופי שמות"
😂 😈

🙄 -ער האט נישט געלאכט.
(שמעתי מר' י.ל.ו.)

שבת אחים » דינסטאג מערץ 20, 2018 4:01 pm

· #397878
ק/פ
א סאטמארער חסיד פון מאנסי באשרייבט ״זיסע זכרונות״ פון ר׳ מאטעלע זצ״ל. זייער שיין באשריבן.
חסיד אמיתי האט געשריבן:
ווייטער ממשיך זיין -פון ווי איך האב מסיים געוועהן- מיט די התבתלות פון מאקאווא רב ווי א חסיד אמיתי צום צדיק הדור

בכלל גאנץ שבת, נישט אראפגענומען א אויג, צוגעשטיפט זיין האנט פאר שריים, נישט ווארטענדיג מען זאל אים מכבד זיין, איך געדענק א נערישע קליינע עפעזאד... דאס ווען די מאקאווא רב איז ארויס פון ר' מאיר זלמן'ס שטוב, איז אלעמאל מיטגעגאנגען אידן מיט אים באגלייטען, געדענק איך דאס ווען מען איז אנגעקומען אין וויזשניץ פאר מען איז אריין אין ביהמ"ד האט די מאקאווא רב געהייסען יעדעם אריין גיין, כדי ער זאל נישט אריין גיין מיט א מצב... ווי א רבי מיט חסידים... ווייל אין וויזשניץ איז מען א פשוט'ע חסיד!

דאס לעצטע מאל וואס ער –די מאקאווא רב- האט מיטגעהאלטען איז געוועהן פאריאר שבת החודש! ווי מען קען זען ווי די מאקאווא רב ברענגט עס ארויס אין די מכתב מיט א שטארקע בענקעניש, פאר די קינדער הרבנים הצדיקים שליט"א וזה מתוך לשונו: "כאשר זכינו בעזה"י להבל"ח כמה פעמים להסתופף בצל הקודש, ובשנה העעל"ט פרשת החודש, שמענו תפלתו הק' ועריכת השלחן הטה', וקוה קוינו כאשר שמענו כן עוד נזכה"... און נאכדעם שרייבט ער ווייטער מיט א געפיל צום צדיק דאס די זמן וואס ער איז נסתלק געווארען איז שוין אין א"י -מקום מנוחת אביו וזקינו הק'- געוועהן שבת, ווי די מאקאווא רב שרייבט בלשון קודשו אין די מכתב אזוי: "וזכה להתעלות בשעה שבאה"ק הי' אורות השב"ק, ה"ה אביו הק' מרן בעל אמרי חיים וסבא קדישא בעל אהבת ישראל שקידמו פניו הק' בכחות השב"ק"..... און מיט א התבטלות רעדענדיג נאר פון די קדוש שרייבט ער זיך אונטער שמו ושם אמו "שמעון בן שרה לאה", איז וואס קענען אונז צולייגען אפילו? נאכדעם וואס מען זעט ווי אלע צדיקים פון היינטיגען דור, און פון דור הקודם האבען געהאלטען פון אים, ווער זענען אונז אפילו ווערד צו קענען זיך ארויסברענגען אונזער'ע געפילען...???

מדי דברו בו זכור אזכרנו עוד, וואס גאנץ כלל ישראל האט מיטגעהאלטען ביים גרויסע כינוס כלל ישראל, ווי אחד מצדיקי הדור כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א איז געזעצען אויסגעדרייט צום וויזשניץ'ע רבי ווי א חסיד די גאנצע זמן, נישט אראפנעמענדיג זיין אויגען פון אים.... נאכאמאל איך רעדט נישט חלילה פון צדיק, ווייל עס איז נישט מעגליך, איך טוה נאר סך הכל פאראייביגען מיינע זכרונות.

פאר רוב חבירים וועט עס אפילו נישט זיין אינטרעסאנט, אבער ביי מיר איז עס איינגעקריצט זייער טיעף, געוועהן איז עס ווען מו"ר כ"ק מרן גאב"ד סאטמאר שליט"א איז געוועהן בקודש פנימה מבקר חולה זיין, נאכדעם וואס די רבי איז צוריקגעקומען נאך די באקאנטע ר"ה וואס כלל ישראל האט אים אויסגעבטען אויף נאך עטליכע יאר צו באשיינען די וועלט ב"ה, איז די רב געוועהן אויף א באזוך און אינמיטען האט -מיט א פשטות- די רבי זיך געגעבען א רוף אהן "איהר זענט דאך א רב! א גרויסע רב דא אין שטאט! פסק'נט מיר צו איך דארף גומל בענטשען?!"... אין מילים.. מען רעדט דא פון די צדיק הדור, א ריכטיגע בא בשנים, און ער פרעגט מיט א אמת'דיגע שאלה פון א רב בישראל וואס די רבי להבל"ח האט געקענט זיין א זיידע פאר'ן רב שליט"א, דאס איז א חלק פון זיין אמתקייט און פשטות, קיינמאל נישט געקוקט אויף א זאך צו פאסט יא צו נישט, אז איך רעדט שוין פון די התקשרות וועל איך דערמאנען נאך א זאך, מיין רבי די סאטמאר רב שליט"א איז איינמאל נתכבד געווארען צו זיין נואם הכבוד ביים וויזשניץ'ע דיננער אין מאנסי, און איך געדענק אפילו די דרשה וואס די רב שליט"א האט געהאלטען, זייער שטארק גערעדט פון גרינגער מאכען די עול פאר'ן צדיק, און תיקף דערנאך איז געוועהן די דברות קודש פון רבי'ן, און ווען ער האט שוין געהאלטען ביים מסיים זיין, האט די רבי אויסגעפירט: "אפילו מען האט מיר עס נישט פארגעשריבען צו זאגען, אבער איך שפיר מחובתי, זאגען א ישר כח פאר די סאקמאר רב, פאר די ווארעמע דיבורים!" און נאכדעם איז געקומען ברכת קודשו פאר'ן גאנצע ציבור, דאס איז ארויסגעברענגט אויף'ן שפיץ גאפעל מיינע זכרונות פון די רבי'ס פשטות און אמת, און טוען יעדע פעולה אהן זיך אומקוקען און טראכטען, וואס וועט מען זאגען...

די זכרונות פון ימים טובים, די טישען, עס איז געוועהן אביסעל שווערער מיטצוהאלטען, כודם כל ווייל איך פלעג נישט אוועקגיין פון סאטמאר, ממש זיך נאר אריבערגעכאפט כדי צו כאפען א בליק, והשינת עס פלעגען אריין קומען די חסידים פון איבעראל, ממילה איז געוועהן געפאקטע טישען, און איך האב נישט געקענט כמעט זעהן, אבער איין זאך וואס איך וועל קלאר געדענקען, ר"ה ביינאכט די טיש! אנגעהאט די טאטע'ס שטריימעל.. אזא אלטע צדיק, טויזענעטע חסידים ארום הענגען פון די דעכער, א ווייסע בעקיטשע, מיט אזא דינע אלטע שטריימעל, א קליינטשיקע, אוי האט עס געהאט א חן דקדושה!

אבער איין זאך וואס איך האב מקפיד געוועהן –שוין אלס טאטע פארשטטיט זיך- "אלעמאל" מיטגענומען מיין קליינע אינגעלע, נאך מיט די האר אפילו, נאך פאר ער האט געהאט פיאות... איך האב איך די ערשטע מאל גענומען נאך מיט א קעריזש אפילו, איך געדענק אפילו דאס איך האב איינמאל געדארפט ארויסלויפען פון טיש ווייל מיין קליינער האט נישט אויפגעהערט צו שרייען צו די פייגעלעך וואס האבען ארום געפלויגען אין ביהמ"ד.. אבער פון שפעטער, ווען ער איז שוין געוועהן אביסעל עלטער, האט ער שוין איינגערועט, און איך האב אים כסדר גענומען קוקען צורת קודשו אפילו ער וועט נישט געדענקען "אוחזין במעשה אבותיהן", ווען איך האב אים אפגענומען פון חדר די פארגאנגענע פרייטאג 10:45 צו נעמעם קיין מאנסי צו די לויה, האב איך אים געפרעגט צו ער גדענקט אז איך האב אים גענומען יעדע מאל ווען מען איז געגאנגען צום רב אויף יו"ט, אז איך פלעג אים נעמען כאטש איין מאל כדי צו קוקען אויף א אלטע צדיק? ער זאגט אז יא... איך וויס נישט צו יא צו ניין, אבער געזעהן האט ער אים זעכער עטליכע מאל, און ווי אויך געגעסען שריים!

אבער איין דורכפאל האב איך געהאט... ווען איך האב אים פארציילט אז די צדיק איז נסתלק געווארען, און איך האב אים פארביערט צו מסביר זיין, כדי ער זאל פארשטיין אביסעל וואס די דור האט פארלוירען, און עס איז שוין נישט דא מער די אלטע הייליגע קדוש ה', האט ער מיר צוריקגענטפערט מיט א מעשה וואס איך האב איך נארוואס פארציילט..... די פארגאנגענע ח"י חדר די יארצייט פון הייליגען ר' אברהם'לע קערעסטירער זי"ע.

והנה: ס'באקאנט אז ר' ירמי' הערש בערקאוויטש פלעגט באקומען שטענדיג צוקער פון ר' ישעי'לע פאר א פרוי פון שטאט גיבארט און דאס האט איר דערהאלטן ביים געזונט, ווען ר' ישעי'לע איז אוועק, איז נאך געווען אביסל פון די צוקער, אבער ווען די צוקער האט זיך כמעט געענדיגט, האט זי געבעטן ר' ירמי הערש ז"ל דאס ווען ער וועט פארען לפקוד ציון קודשו זא ער אריין גיין צום נייעם רבי'ן נעמען צוקער, ר' ירמי' הערש וואס איז געוועהן א חסיד נאמן אלע יארען פון הייליגען ר' ישעי'לע =האב איך מסביר געוועהן פאר מיין אינגעל= דאס עס איז זייער שווער צו גיין צו א נייע רבי ווען מען האט זיך אלע יארען געדרייט ביי א הייליגע אלטע צדיק, =אבער איך האב אויסגעפירט= אז אפילו דאך, אפילו עס איז שווער, ווייסען מיר דאס די וועלט גייט ווייטער אהן און מען גייט צו די נייע רבי, אבער ר' ירמי' הערש האט נאך נישט אזוי געגגלייבט האט ער פארגעסען צו בעטען פון ר' אברהם'לע, איז ווען ער איז צוריקגעקומען און ער האט נישט געהאט, און מען האט געשיקט בעטען האט ער געשיקט פשוט א פעקעל פון זיך אין שטוב, און, ויהי פלא אז ס'האט ווייטער גע'ארבעט.

די קומענדיגע מאל וואס איז אים אויסגעקומען צו זיין אין קערעסטיר איז ער אריין שלום נעמען ביים נייעם רבי'ן מחמת הנימוס, ווי ר' אברהמ'לע האט איהם דערזעהן האט ער איהם געזאגט, א גוטן ר' ירמי' הערש זעצט אייך און לאמיר אייך דערציילן א מעשה, און ער פאנגט אן צו דערציילן, אין די צייטן פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך האט אין שטאט ליזענסק געוואוינט א מלמד תשב"ר וואס האט אויך געהייסן אלימלך, ווען ער האט געדארפט חתונה מאכן א טאכטער, האט איהם זיין ווייב געזאגט טו וואס אלע טוהן פאר ארום נאך געלט און וועסט געהאלפן ווערן, סבר וקיבל און האט אנגעהויבן ארום פארן, אין די נאנטע שטעטלעך האט מען איהם נאך געקענט און מ'האט איהם געגעבן כפי ערכו, אבער ווי ווייטער ער איז געפארן האט מען זיך טועה געווען אז דאס איז דער גרויסער רבי ר' אלימלך, וויפל ער האט פראבירט טענה'ען אז ער איז נאר א מלמד תשב"ר האט מען דאס אנגענומען ווי ענוה און מ'איז געקומען אין די מאסן מיט גרויסע פדיונות און קוויטלעך בעטנדיג השפעות און הבטחות, דער איד זעהענדיג אז ער האט סייווי נישט קיין ברירה דער עולם גלייבט נישט אז ער איז נישט רבי ר' אלימלך, האט ער זיך גענומען טיילן הבטחות אויף רעכטס און לינקס, און אין א קורצע תקופה איז ער אהיים געקומען מיט אסאך געלט, און איז גלייך אריבער צום רבי'ן ר' אלימלך ווייל ער האט איהם געוואלט געבן האלב פון די פדיונות, נאכן מאכן די געלט אויף זיין נאמען, ווי נאר ער טרעט אריין אין צימער, זאגט אים דער רבי ר' אלימלך, אויף ביז יעצט האב איך געדעקט כדי ס'זאל נישט ארויס קומען קיין חילול ה', אז מ'וועט מיינען אז כ'האב צוגעזאגט און ס'איז נישט מקויים געווארן, אבער פון יעצט אין ווייטער, הזהר והשמר, זאלסט מער אזאנס נישט טוהן.

און ר' אברהמ'לע האט זיך אנגערופן, ירמי' הערש האסט פארשטאען?, דער ר' ירמי' הערש האט געטרייסלט פאר פחד זעהענדיג די אפענע אויגן, ומיני אז איז ער שוין געבליבן א חסיד פון ר' אברהמ'לע זצ"ל.... האט מיר מיין אינגעל יעצט ביי די לויה זאפארט צוריקגעגעבען מיט די מעשה הנ"ל... און מיך מסביר געוועהן דאס אפילו עס איז זייער שווער צו גיין צו א נייע רבי, דאך דארף מען גיין... שוין.. מען דארף זייער אכטונג געבען וואס מען געבט איבער פאר קינדער! אבער נאר אזעלעכע צרות, איך האב נאך אלס נישט קיין חרטה, ווייל עס דארף טאקע אנגיין!

איך קען רעדען און רעדען און נישט ענדיגען אויסליידיגען מיינע זכרונות קעמערלעך... אפיר נעמען א קוויטעל אריין גיין... דאס קען מען נישט אראפלייגען אויף א פאפיר, נישט מעגליך, נישט דייקא פון רבי'ן פערזענליך נאר אפילו די ארום און ארום אין דער זייט דארט איז געזעצן דער פארצייטישער גבאי ר' יעקל, וואס איז געווען בערך דעם זעלבן עלטער פון רבי'ן, אבער איז געשטאנען מיט אזא התבטלות פארן רבי'נס, און ר' יוסל ראאב, האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן, און אכטונג געגעבן אויף כבוד הזול, אבער ווען די רבי האט געוויזען אז ער האט נישט קיין כח מער...ווער געדענקט נישט די געשרייעריי וווען מען האט נישט געהארכט ר' יוסל... "איך קען נישט זיין געטריי פאר ביידע! פאר דיר אדער פאר'ן רבי'ן!?!?" "קענסט דיר קלויבען" אבער באופן כלל מיט אזא צוגעלאזענקייט צו יעדעם! נאך מיין חתונה איך בין געוועהן (און איך בין נאך אלס) א אינגערמאנטשיקעל, זיך פארענפערט אז די רבי מחמת חלושות גפו הטהור קען נישט אויפנעמען, פארביער שפעטער... און ווען איך בין צירוקגעקומען, האט ער מיר אריינגעלאזט אין שורה ווייל איך קום פון שטאט און איך בין שוין געוועהן פריער דא, ממש א כבוד הבריאות, איך געדענק טאקע ווען איך בין אריין, די פחד און אימה אבער די רבי איז געזעצען מיט א שיינידיגע צורה און געמיטלעך אויסגעפרעגט אוטן געשמוסט, "אה! א איידעם ביי ר' ברוך! פון די אינשורענסעס!" א אייניקעל פון ר' ברוך פון האלמין" "געוועהן די איינציגסטע וואס פלעגט אריינעמען דעם זיידען די אהבת ישראל, טראץ ער איז געוועהן א סיגוט'ע" און נאכדעם גערעדט פון אלע אנדערע זיידעס, "זיכער, מיר געדענקען דעם זיידען ר' יעקב" "פלעגט ברענגען די לעכט פאר'ן שווער" "די זיידע ר' אייזיק פון מארגערעטען, נישט געוועהן קיין חסיד, אבער אויך נישט קיין מתנגד"... אוי! איך האלט עס נישט אויס! דאס גייט שוין נישט זיין... הייליגע טאטע אין הימעל ברענג אונז משיח שוין! נישט דא די ווערטער, ווילאנג דער צדיק איז געווען מיט אונז, האבן מיר געוואוסט אז מיר זענען נאכנישט פארבליבן אליינס, מיר האבן נאך די קדוש עליון וואס שיצט אויף אונז, און איז אונז מקשר מיט די פריערדיגע דורות, אבער יעצט, זענען מיר געבליבן באמת פאריתומ'ט.

זאל דער אייבערשטער אונז אלע טרייסטן, מיר זאלן קענען מיטנעמען די דערהויבענע לעכטיגע זמנים וואס מען האט מיטגעהאלטען בצילו הק', איך וועל מסיים זיין מיט א מחשבה וואס איך האב געהאט זונטאג נאכט... אזוי ווי איך האב געהערט פון מיין טאטע אז די מקוה איז נישט אראפגעלאזט, האב איך זיך ארויסגעלאזט זונטאג נאכט אויף סקווירא צום ציון בין אויך געפארען קיין מאנסי זיך טובל זיין, און דערנאך בין איך ארויף על ציון הק' אפילו מען גייט נישט אינמיטען שבעה... וואס זאל איך אייך זאגען טייערע אידן, עס איז באקאנט אז די בית ישראל זצ"ל איז געוועהן אויף מקום מנוחת אמרי חיים זצ"ל אינמיטען שבעה און זיך אנגערופען "ווי קען א בערגעל זאמד פארדעקען אזא גרויסע מענטש?" לענ"ד ווען איך בין געוועהען אין אוהל באישון לילה און מוריד דמעות געוועהן האב איך געטראכט צו זיך די זעלבע... ווי קען א בערגעל זאמד פארדעקען אזא קדוש אלקי, אזא אדם גדול,??? הייליגע טאטע אונז הלטען עס נישט אויס... איך בין באמת נישט קיין וויזשניץ'ע חסיד אבער עס גייט נישט אראפ פון מיין מחשבה, בלייבט איבער אויף אונז נאר צו טוען לעילוי נשמתו ההטהורה, און די בוכ"ע זאל העלפען דאס ער זאל זיין פאר אונז א מילץ יושר ביז מען וועט זוכה זיין צו ביאת משיח, אמן

החסיד אמיתי, שזכה להתאבק בעפר רגליו הטהורים
החותם מתוך געגועים והרגישם הסוערים בליבי

שבת אחים » דינסטאג מערץ 20, 2018 5:53 pm

· #397880
ס'איז דא אזויפיל צו שרייבן וועגן ר' מאטעלעס גדלות. זיין גרויסקייט אין צדקה און גמ"ח. איך וועל בל"נ שרייבן אסאך מעשיות וואס איך ווייס ערשטהאנטיג און פון קראנטע מקורות.

מיין טאטענס עלטסטע ברודער ע"ה איז געוועהן א חסיד פון ר' מאטעלע שוין אלץ בחור, נאך ווען ר' חיים מאיר'ל האט געלעבט פלעגט ער זיין פון זיינע הייסע חסידים און געוועהן גאר נאנט מיט אים. ווען ר' מאטעלע פלעגט קומען יערליך אויף חודש תשרי צו זיין טאטען דער אמרי חיים זצ"ל קיין ארץ ישראל פלעגט ער זיך נישט אוועקרירן פון אים און אים באגלייטן וואו אימער ער איז געגאנגען. ער איז אויך געוועהן פון די מייסדים פון די "מאנסי-וויזניצער שטיבל" אויף רחוב מלצר אין ב"ב. אלץ יונגערמאן האט ער געהאט א מאניופעקטשורינג ביזנעס אין רמת גן וואס ער האט געמאכט שילדן/סיינס. די מדינה פלעגט מאכן אסאך ארבעט ביי אים צו מאכן די סייענס פאר די הייוועיס, די מיליטער, סקולס וכו'. פאר אפאר יאר האט ער געמאכט שיין פרנסה. מיט די צייט, ווי מעהר און מעהר sophisticated און פארגעשריטן טעכנאלאגיע איז געווארן, איז מיין פעטער מיט זיינע שווארצע-זאקן וואס איז נישט געווען באהאווענט דערינען ארויסגעפאלן מער און מער, און צוביסלעך האט ער אפגעזאגט מער און מער ארבעטארער, ביז ער איז גענצליך ארויס פון ביזנעס און געבליבן אן קיין פרנסה מיט א שטוב מיט קינדער.

ער האט דעמאלס מיט דרייסיג יאר צוריק געדארפט חתונה מאכן און ער איז געוועהן א בעל חוב, ער האט געדארפט האבן נייטיג צעהן ביז פופצן טויזנט דאללער. ער איז געוועהן זייער א שטילער און א שעמעדיגער. בלית ברירה האט ער געטוהן וואס אלע ארץ-ישראל'דיגע אידן טוען, און איז ער געקומען צו פארן קיין אמעריקע. ער איז שטייצעך גלייך געפארן קיין מאנסי אפנעמען שלום פון זיין גרויסן רבי'ן. דער רבי האט גענומען די קוויטל און אים געפרעגט וועגן זיין מצב פרנסה. האט מיין פעטער אים פארציילט אז ער איז דא געקומען צאמשטעלן געלט פאר די חתונה פון זיין קינד. ר' מאטעלע האט מיט אים געשמועסט נאך אפאר מינוט וועגן זיינע קינדער און וועגן אנדערע זאכן, און צום סוף האט ער ארויסגענומען 700 דאללער און ער האט אים געגעבן און ער האט געזאגט "דאס געב איך דיר", און מיין פעטער האט זיך באדאנקט פאר אים, און ער האט געמיינט אז דאס איז עס. אבער דאן געט זיך דער רבי א שטעל אויף פון בענקל, נעמט ארויס א פאק שליסלעך, עפענט א סעיף און נעמט ארויס א ביטל פון 'עשר אלפים' און זאגט מיין פעטער "דאס בארג איך דיר", אויב דו וועסט האבן אמאל וועסטו מיר באצאלן.

ס'איז דורך צוויי יאהר, מיין פעטער קומט חודש תשרי אריין צום רבי'ן און ער גייט אריין מיט א קוויטל. דער רבי פרעגט אים צו די מצב הפרנסה האט זיך פארבעסערט? און ער ענטפערט אז ליידער ניין. רופט זיך דער רבי אן צו אים: די געלט וואס כ'האב דיר געבארגט דארפסטו מיר נישט באצאלן, ווייל דער פלא יועץ זאגט אז ווען א מענטש בארגט פאר איינעם געלט זאל ער זיך מייאש זיין דערפון, פארדעם פיר איך מיך טאקע אז טאמער איינער באצאלט מיר א חוב געב איך נאכאמאל מעשר אויף די געלט. און די רבי האט נאכאמאל ארויסגענומען א בינטל פון פינף אלפים און אים געזאגט, איך בארג דיר נאכאמאל פינף אלפים, אז דו וועסט האבן וועסטו מיר באצאלן....

די מעשה האט זיך איבערגע'חזר'ט נאך אפאר מאל ביז מיין פעטער איז ל"ע נפטר געווארן פלוצלינג פון א הארץ אטאקע.
זי"ע.

איך וועל בל"נ ממשיך זיין.

אישתישבי » דינסטאג מערץ 20, 2018 7:34 pm

· #397883
שבת אחים
מיט די שבת פייפער איז ער געוועהן גראדע גערעכט. סאטמאר האט געלייגט א פייפער נאר נאך די מוחאה אויף די פובליק סקול אין מאנרא. און זיי פלעגן פייפן פאר 5 גאנצע מינוט דוקא ווען ער האט שוין געהאלטן ביי קבלת שבת. למעשה איז מאנסי נאר געווארן אזא חסידישע שטאט וועגן אים. ער האט זיך אסאך געמוטשעט ביז ער איז אנגעקומען אהין.

מיט הצלה איז ער אויך געוועהן גערעכט. לויט וואס איז דעמאלטס פארגעקומען. לויט די הלכה.

אלטע נערישע פאלטיק. נעקסט קעיס.


מען קען זיין גערעכט פין היינט ביז מארגן, אבער קיין גדלות ווייזט עס נישט.

און הצלה רעדט מען פין מענטש'נס לעבען. אויב דאס איז פאליטיק, נו נו.

איך רעד נישט וועגען ווער עס איז מער גערעכט על פי הלכה, און איך ווייס אפילו נישט אויף וואס מען האט זיך דארט געאמפערט, אבער לפי הנראה איז דער הלכה נאר געוועהן א פראנט אויף דער עיקר מחלוקת פין מי בראש.

אישתישבי » דינסטאג מערץ 20, 2018 7:39 pm

· #397884
דער מעשה געדענק איך,

בערך דרייסיג יאר צוריק, געוועהן א גרויסע עולם ביים טיש צווייטער נאכט ראש השנה, מען האט זיך זייער געשטיפט, און איינעם'ס שטריימעל האט זיך פארברענט אין די ליכט, דער רבי האט זיך זייער געבייזערט אויף דער חילול יום טוב, און נישט געוואלט מער טיילען.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 20, 2018 8:30 pm

· #397886
נקודת אמת: און דו גלייבסט איין ווארט פון די מעשה מיט ר' לייזער וואלף מ'קרעטשניף וואס ער האט אלץ צוזאמגעגעסן פאר טועמיה. און דעם גניחה/גרעפץ וואס ער האט געגעבן. דאס אלעס איז לעגענדעס. א טייל פון די אידישע פאלקלאר. וואס מ'האט פארציילט פאר קליינע קינדערלעך. און אויך באשריבן אין מעשה ביכלעך. ווען איך בין געווען ניין יאר אלט ביניך נתפעל געווארן פון אט די און ענליכע אזאלכע מעשיות. ס'איז גאנץ גוט אז קינדער זאללן האבן מיט וואס צו לאזן זייער קידערישע פאנטאזיע לויפן. אבער ווען א דעראווקסענער מענטש גלייבט אין אט די שטותים און באבקעס...!

איך פרעג נאר איין קשיא. פארוואס הערט מען נישט היינטיגע צייטן עפעס א קנאקעדיגן מופת פון א רעבי'ן. סיי וועלכן רעבי'ן...אלא מאי. די גאנצע מעשה איז נישט מער ווי א לעגענדע. לא היה ולא נברא...! דער איינציגער וועלכער קען און באוויזט מופתים איז דער באשעפער. פון איהם האביך שוין געזעהן א סאך מופתים...! אפילו דער פישטי'ער רעבע קען אויכעט נישט באווייזן קיין מופתים...!

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 20, 2018 8:42 pm

· #397887
גם אני הקטן, וועל אריינווארפן מיינע 2 סענט. וןוואס איך האב געהערט פון גאר נאנטע מקורבים.

ויהי היום. איינער פון די שטערקסטע שטיצערס (מיט געלט און מעשים, א איד א גביר. מ'האט אהיימגעשיקט זיינע טעכטער פון סקול, ווייל זייער צניעות אין די מלבושים האט א ביסל אונטערגעהינקען. איז זייער טאטע געקומען צום רבי'ן. און גענימען טענה'ן און אויסרעכענען אלע זיינע זכותים. וואס ער האט אלץ אויפגעטוהן פאר'ן ביהמ"ד און פאר די חסידות...! אבער ער איז נישט געווען גרייט זיך אונטערצו ווארפן אונטער די תקנות. האט איהם די רבי געזאגט..."מאך מיר א חשבון וויפיהל איך בין דיר שולדיג. און ער איז צוגעגאנגען צו א לעדל און ארויסגענימען א פאק מיט געלט און געזאגט...נו, זאג מיר וויפיהל איך בין דיר שולדיג...!

אישתישבי » דינסטאג מערץ 20, 2018 9:07 pm

· #397892
לאמיר רעדן תכלית.

עס הייסט אז אלע מוסדות האט ער גוט איינגעטיילט, צו פארמיידן מחלוקת צווישן די קינדער. יעדער האט א רעכט צו עפענען פרישע מוסדות אין א אנדערע שטאט. אפילו עס געפינט זיך דארט א ברודער וכו'.

חוץ דער ממלא מקום אין מאנסי, ער טאר נישט עפענען א ישיבה פאר פינף יאר. ווייל די ישיבה איז אין גיבערס. קען איינער אויסקלארן די זאך? דער רבי שרוליק אין מאנסי, דארף זיצן אין צוקוקען פאר די נעקסטע פינף יאר ווי די בחורים ווערען חסידים פין דער אדמור מגיבערס?

איז דא אין דעם נאך פאקטן?

שבת אחים » דינסטאג מערץ 20, 2018 9:08 pm

· #397893
berlbalaguleh
גם אני הקטן, וועל אריינווארפן מיינע 2 סענט וואס איך האב געהערט פון גאר נאנטע מקורבים.

ויהי היום. איינער פון די שטערקסטע שטיצערס (מיט געלט און מעשים, א איד א גביר. מ'האט אהיימגעשיקט זיינע טעכטער פון סקול, ווייל זייער צניעות אין די מלבושים האט א ביסל אונטערגעהינקען. איז זייער טאטע געקומען צום רבי'ן. און גענימען טענה'ן און אויסרעכענען אלע זיינע זכותים. וואס ער האט אלץ אויפגעטוהן פאר'ן ביהמ"ד און פאר די חסידות...! אבער ער איז נישט געווען גרייט זיך אונטערצו ווארפן אונטער די תקנות. האט איהם די רבי געזאגט..."מאך מיר א חשבון וויפיהל איך בין דיר שולדיג. און ער איז צוגעגאנגען צו א לעדל און ארויסגענימען א פאק מיט געלט און געזאגט...נו, זאג מיר וויפיהל איך בין דיר שולדיג...!


באוואוסטע מעשה מיט הנגיד הנכבד ר' פנחס קליין שליט"א ראה"ק וויזניץ מאנסי. אויף וועם ר' מוישעלע וויזניצער האט געזאגט יארן צוריק אז זייט סאיז דא וויזניצער חסידים איז נישט געווען קיין איין חסיד וואס האט געגעבן אזויפיל געלט פאר א וויזנצער רבי ווי ר' פנחס געט פאר מיין ברודער ר' מאטעלע.

די מעשה איז געוועהן אז זיין חתונה-געהאטע טאכטער האט געוואלט באקומען א דזשאב אין וויזניצער סקול אלץ א טיטשער (דארט איז עס אזא כבוד כאילו) אבער זי גייט מיט א אפענע שייטל. איז ער גלייך אריינגעלאפן צו ר' מאטעלע און אים געפרעגט היתכן מ'מאכט נישט קיין אויסנאם פאר אים וואס גיט מיליאנען פאר וויזניץ. (ער האט אויפגעבויעט דעם ביהמ"ד הגדול "לבוש מרדכי" נאך זיין טאטען הרה"ח ר' מרדכי קליין ע"ה, און ער פלעגט געבן שווערע געלטער פאר וויזניץ). דער רבי האט אים גענטפערט, אויב געסטו מיר געלט אויפן תנאי צו קענען טוישן מיינע תקנות געב מיר א חשבון און איך וועל דיר עס צוביסלעך באצאלן. ער לויפט נאך יעצט...

דער רבי זצ"ל האט אים אבער יא אייביג מכיר טובה געוועהן. למשל די איינציגסטע חסיד ביי וועם ער פלעגט גיין צו זיינע קינדערס חתונות און זיצן דארט א לאנגע צייט. ער פלעגט אים יערליך קויפן חתן תורה אין זיין ביהמ"ד וואס איז א גרויסע זכי' אין וויזניץ. און נאך אסאך אנדערע זאכן. אבער קאנטראליר מיך נישט. עד כאן!

שבת אחים » דינסטאג מערץ 20, 2018 9:11 pm

· #397894
אישתישבי
לאמיר רעדן תכלית.

עס הייסט אז אלע מוסדות האט ער גוט איינגעטיילט, צו פארמיידן מחלוקת צווישן די קינדער. יעדער האט א רעכט צו עפענען פרישע מוסדות אין א אנדערע שטאט. אפילו עס געפינט זיך דארט א ברודער וכו'.

חוץ דער ממלא מקום אין מאנסי, ער טאר נישט עפענען א ישיבה פאר פינף יאר. ווייל די ישיבה איז אין גיבערס. קען איינער אויסקלארן די זאך? דער רבי שרוליק אין מאנסי, דארף זיצן אין צוקוקען פאר די נעקסטע פינף יאר ווי די בחורים ווערען חסידים פין דער אדמור מגיבערס?

איז דא אין דעם נאך פאקטן?


דאכצעך מהאט שוין לאנג געבויעט א הערליכע ישיבה פאר ר׳ ישראל אין מאנסי. נאר ישיבה גדולה נישט.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 20, 2018 11:01 pm

· #397899
וועגן ר' מאטעלעס התמדה קען מען שרייבן גאנצע ביכער.

ווען איך האב געלערנט אלץ בחור אין ב"פ איין זמן, האב איך מיט נאך אפאר אידן געכאפט א היטש קיין וויליאמסבורג מיט א אלטע איד א סאטמארער חסיד, ער האט געהייסן הרב פרידמאן (דער טאטע פון ר' שמעלקא פרידמאן - דער קעיטערער פון זעכצענטע עוועניא, כמעט זיכער). מ'האט דארט גערעדט פאליטיק וועגן שערי חמלה, און ס'איז אריינגעקומען אין די שמועס וועגן ר׳ מאטעלע'ס מחאות, און איינער האט אביסל גערעדט מיט א לשון גנאי אויף ר' מאטעלע. האט זיך דער אלטער דרייווער הרב פרידמאן אנגערופן, איך בין א סאטמארער און איך וויל נישט אריינרעדן גארנישט וועגן די פאליטיק. אבער איך קען זייער גוט ר' מאטעלע, איך האב געלערנט מיט אים אין פאפא ישיבה, און דארטן איז נישט געוועהן גענוג בעטן צו שלאפן פאר אלע בחורים. איז געוועהן דארט אזוי איינגעפירט וואו מ'האט זיך איינגטיילט, פאר אכט שעה איז איינער געשלאפן אין בעט און דער אנדערער האט געלערנט אין ביהמ"ד און דערנאך האט מען זיך געטוישט. ער זאגט איין יאר בין איך געוועהן דער שותף מיט ר' מאטעלע אויפ'ן בעט, און איך קען אייך איין זאך זאגן, איך האב געקענט די מערסטע שלאפן פון אלע בחורים.... ווייל ר' מאטעלע האט כמעט א גאנצע נאכט געלערנט. ער האט אויך געזאגט אז זיין קריאת שמע ליינען פארן שלאפן האט אים גענומען א לאנגע צייט און עס איז געוועהן מיט געוואלדיגע כוונה. אלע אידן וואס געדענקען אים פון פאפא זאגן אז ער איז געוועהן דער גרעסטע מתמיד דארט, לא פסיק פומיה מגירסא. ער פלעגט לערנען צומאל אכצן שעה א טאג.

מיין טאטע האט אים מיט יאהרן צוריק געדרייווט אין ארץ ישראל פאר א וואך צייט. א גאנצע וועג האט ער נישט ארויסגעקוקט פון א ספר פאר א סעקונדע. מ'איז דורך געפארן פארשידענע פלעצער. און איינמאל האט אים מיין טאטע געוויזן "רבי, דא בויעט דער און דער א נייע שיכון" און דער רבי האט געזאגט אהא, אהא, אבער נישט אויפגעהויבן זיין קאפ פון די גמרא.

מיין טאטע זאגט מיר אלץ בחור ווען ער איז געוועהן זיין הויז-בחור פלעגט ער אסאך צוקוקן זיין סדר היום. ער פלעגט יעדן טאג אויפשטיין פארטאגס זייער פרי און געלערנט קודם א שיינע פאר שעה פאר ער האט אנגעהויבן זיין טאג און פאר שחרית. ס'איז נישט געוועהן אזא זאך אז ער זאל איין טאג פארשלאפן.

מ'קען נאך אסאך שרייבן פון אים.

שבת אחים » מיטוואך מערץ 21, 2018 1:22 am

· #397905
רעב עמעזאן. איך האב בטעות נישט געקאפיט די גאנצע תגובה. מיינע אויגן זענען מיר געוועהן נאס ווען איך האב געענדיגט ליינען די ארטיקל... ער איז אייזן. איך פארשטיי וואס ער זאגט. ער רעדט צו מיין הארץ. כ'האב עס געשיקט פאר מיין טאטע און מאמע און מיינע געשוויסטער צו ליינען.

ראוונע » מיטוואך מערץ 21, 2018 11:39 am

· #397922
חלק פון די געזאגטע צוואה
📎 image.jpg

ראוונע » מיטוואך מערץ 21, 2018 2:17 pm

· #397931
חלק פון די דעקונג
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg

פלוני » מיטוואך מערץ 21, 2018 3:59 pm

· #397944
דערווייל איז נאר ר' דוד מווישניץ לאנדאן מוכתר?

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 21, 2018 9:47 pm

· #397971
מיט די פטירה פון הרה"צ רבי מאטעלע זצ"ל קען מען ריכטיג זאגן אז וויזניץ האט פארלוירן א רבי'ן. אנדערש ווי אנדערע רביס במידתו איז רבי מאטעלע געווען א קאנפארמאטי פאר וויזניץ, אדער איז וויזניץ געווען א קאנפארמאטי פאר רבי מאטעלע. רבי מאטעלע איז געווען פאר וויזניץ און וויזניץ איז געווען פאר רבי מאטעלע.

רבי מאטעלע, וויפיל דרויסענע אידן ער זאל נאר האבן געזען אדער אויפגענומען לאורך ימי חייו, האט עס/ער נישט אפעלירט צום המון און די המון האט נישט אפעלירט צו אים.

איך רעד נישט פון מהות גדולתו. זיינע חסידים האבן זיכער צו פארציילן מעשות, צדקות, עבודה. אן קיין קלער. רבי מאטעלע איז געוויס געווען א איש מורם מעם, אן ערליכע איד, א צדיק נשגב. אבער ער טיילט מיט אן אינטערסאנטע פלאץ אין היסטאריע: רבן של כל בני וויזניץ.

אז איר וועט באטראכטן די ווארשיינדליכע פלייץ פון הערכות, ביכער, ספרים, וואס וועט אינגיכן מאכן די וועג לאור עולם, וועט איר דאס זיכער אויפפאסן.

שבת אחים » מיטוואך מערץ 21, 2018 10:43 pm

· #397977
פרייוויליג. א שטיקל פוינט האסטו. אבער אנשטאט שרייבן אז ער איז געוועהן א רבי פאר ״בית וויזניץ״ איז מעהר אויפריכטיג צושרייבן אז ווער ״סהאט געהאט א קשר מיט אים״ האט שטארק דערלייגט. גענוג און נאך נישט קיין וויזניצע אידן האבן געהאט גאר נאנטע באציאונגען מיט אים. די בעה״ב פון די היימישע קאמפעני ״דגים״ הייסט הרה״ח ר׳ שמואל סטעפאנסקי שליט״א ער איז א פייערדיגע סקלעני חסיד. קיינמאל נישט געלערנט אין וויזניץ. זיין איינציגסטע שייכות צו וויזניץ איז, אז ער איז א איידעם געווארן ביי העלפגאט פון ב״פ וואס זענען וויזניצע חסידים. און ער פלעגט פון צייט צו צייט קומען צו ר׳ מאטעלע. ער האט עפעס א גמ״ח אין אר״י ווי ער העלפט ארויס עניי ירושלים פאר פסח און פאר יעדע יום טוב. און ער פלעגט געבן פאר אלע מאנסי-וווזניצער חסידים דארט. מיט אפאר יאהר צוריק האט ער געהאט א שווערע הארץ אטאקע און ער איז נישט געוועהן באזוך פאר אפאר חדשים (כמיין זעקס ביז אכט חדשים) ער איז געוועהן אין א קאומא. מ׳האט מזכיר געוועהן ביי ר׳ מאטעלע זצ״ל און די גאנצע זעקס חדשים, האט ר׳ מאטעלע נאך שחרית גערופן יעדן איינציגען טאג זיין איידעם פרעגן וואס ער מאכט. יעדן איינציגען טאג! איין טאג האט די רבי פארגעסן און ער האט גערופן עלעף אזייגער ביינאכט און זיך אנטשולדיגט פארוואס ער רופט אזוי שפעט... ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און מהאט פארציילט פאר ר׳ שמואל וואס איז דא פארגעגאנגען. האט ער געזאגט איך גיי נישט אהיים פון דא פאר מ׳נעמט מיך צו ר׳ מאטעלע. מהאט אים געפירט מיט א בעט אריין צום רבין. ווען די רבי האט אים געזעהן האט ער אויסגפלאצט אין א געוויין פון פרייד. און ער האט פארברענגט מיט אים פאר פערציג מינוט אין זיין צימער.

די מעשה האט מיר ר׳ שמואל דער בעל המעשה פארציילט גלייך נאך סאיז געשעהן (מיט אכט יאר צוריק בערך) איך שרייב נאך ווארט ביי ווארט וואס ער האט געזאגט.

סאיז נישט נאר געוועהן ווויזניצע חסידים. ווער סהאט געהאט שייכות מיט אים. איך קען דיר פארציילן אן א שיעור מעשיות פון פרעמדע וואס האבן הנאה געהאט פון אים.

בן אדם » מיטוואך מערץ 21, 2018 11:04 pm

· #397981
פרייוויליג
מיט די פטירה פון הרה"צ רבי מאטעלע זצ"ל קען מען ריכטיג זאגן אז וויזניץ האט פארלוירן א רבי'ן. אנדערש ווי אנדערע רביס במידתו איז רבי מאטעלע געווען א קאנפארמאטי פאר וויזניץ, אדער איז וויזניץ געווען א קאנפארמאטי פאר רבי מאטעלע. רבי מאטעלע איז געווען פאר וויזניץ און וויזניץ איז געווען פאר רבי מאטעלע.

רבי מאטעלע, וויפיל דרויסענע אידן ער זאל נאר האבן געזען אדער אויפגענומען לאורך ימי חייו, האט עס/ער נישט אפעלירט צום המון און די המון האט נישט אפעלירט צו אים.

איך רעד נישט פון מהות גדולתו. זיינע חסידים האבן זיכער צו פארציילן מעשות, צדקות, עבודה. אן קיין קלער. רבי מאטעלע איז געוויס געווען א איש מורם מעם, אן ערליכע איד, א צדיק נשגב. אבער ער טיילט מיט אן אינטערסאנטע פלאץ אין היסטאריע: רבן של כל בני וויזניץ.

אז איר וועט באטראכן די ווארשיינדליכע פלייץ פון הערכות, ביכער, ספרים, וואס וועט אינגיכן מאכן די וועג לאור עולם, וועט איר דאס זיכער אויפפאסן.

שעות צעטלעך יוכיח.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 12:13 am

· #397991
מיינסט אודאי צו זאגן אז פילע וויזניצע חסידים האבן אים נישט געברענגט קיין שעות צעטלעך, ווידער הונדערטער פרעמדע פלעגן אים ברענגען שעות צעטלעך ווי למשל הנגידים הרב ווייס, הורדענקער רבי מיט זיין ברודער (אפשר זיי נאך אזויפיל יאהרן זיך דרייען ביי ר' מאטעלע זענען שוין היינט פאררעכנט אלץ וויזניצע חסידים, אבער מלכתחילה האבן זיי באלאנגט צו סאטמאר) גענוג און נאך פרעמדע וואס איך ווייס האבן געהאט גאר נאנטע שייכות מיט אים. אין פאקט, טויזנטער פרעמדע מענטשן בלי גוזמא זענען געזיצן טאג און נאכט אויף זיין קאפ. ספעציעל די לעצטע 10-15 יאר זיכער. יעדן טאג האט מען געקענט זעהן פול מיט פרעמדע אידן מיט אלע מיני היטן אפילו ליטווישע און מאדערענע קומען לייגן תפילין ביי אים אדער מאכן א ברית, ליינס פון פרעמדע מענטשען וואס זענען אריין צו אים טעגליך פאר עצות און הדרכות. די לעצטע צוואנציג יאר איז ער געוועהן "א וועלטס רבי", נישט נאר פאר וויזניץ. פאר ווער ס'האט זיך געדרייט ארום אים. דער עסקן ר' אייזיק שניצלער ע"ה (מיכאל'ס ברודער) איז עפעס געוועהן א וויזניצער? אויסדריקליך נישט! ער איז געווארן א וויזניצער. וואס כ'מיין צוזאגן איז, מ'האט נישט געדארפט שטאמען פון וויזניץ צו דשוינען די קלאב. ווער ס'האט געוואלט האבן שייכות מיט אים, האט געקענט ווערן זייער נאנט מיט אים, אפגעזעהן זיין אפשטאם. פול מיט משפחות אין מאנסי וואס איך קען דיר יעצט אויסרעכענען וואס האבן גארנישט געהאט צו טוהן מיט וויזניץ זענען געווארן וויזניצער. למשל די פעפערקארן משפחה זענען בעלזע זיי האבן געוואוינט אין די בראשית יאהרן אין מאנסי און דריי ברודערס זענען געווארן וויזניצער. די קעניג משפחה (ר' שלמה קעניג פון די אנפירער פון "כתר ווילעדש") זיי זענען בכלל נישט געוועהן קיין חסידים, און אלע זייערע דריי ברודער זענען געווארן וויזניצע וואוינענדיג אין מאנסי. ס'איז דא זייער אסאך אזעלכע.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 12:17 am

· #397992
א. איז דאס אויטענטיש? ווי איז דאס מפורסם געווארן?
ב. האט די הנהלת הקהילה אין די פארגאנגענהייט אויך ארויסגעגעבן אזוינע צעטלעך (א שטייגער ווי טאשע רבי)?
ג. וואס איז בכלל פשט פון ארויסגעבן אזוינע מודעות?
ד. האט א פשט ארויסצוברענגן דא זיין מלחמה קעגן טעכנאלאגיע? איך קלער אז דאס וואלט געפאסט אלץ א טיטל פאר רב ראבינאוויטש אבער ר' מאטעלע איז געווען סאך סאך מער ווי דעם.
ה. לענ"ד איז די טיטל "הגאון הצדיק" עפעס וואס מ'שרייבט אויף יעדע בנשקל ביי דיפאולט. טאמער האבן זיי א פראבלעם צו שרייבן הגה"ק איז בעסער עס אינגאנצן אויסצולאזן, ס'זענען דא דארט גענוג אנדערע טיטלן.
📎 unnamed.jpg

אונטער חכם » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 1:51 am

· #397999
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
לכאורה איז פשט אז וויבאלד מען שרייבט גודר גדר ועומד בפרץ מוז מען באווארענען אז מען מיינט נישט דא די "פראפעשאנעל" מחאות נאר דווקא די מערכה קעגן טעכנעלאגיע.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 2:44 am

· #398002
רעדענדיג פון פרעמדע.
א אינטערסאנטע עפיזאד וואס ווארפט אביסל ליכט אויף זיין כאראקטאר. און וואספארא גוטע פאנדרעיזער ער איז געוועהן.

פארציילט מיר א חבר מיינער א וויזניצער, זיין פעטער איז א סאטמארער און איינע פון די גרעסטע נגידים אין מאנסי ער הייסט קליין, דאכצעך ר' אברהם דוד. ער האנדעלט מיט דזשולערי אדער דימאנטן. בקיצור ער איז א איידעם ביי די וויזניצער גוטליב משפחה. דער הרב קליין, אפילו ער איז געוועהן א פרעמדער, פלעגט גאר אפט קומען צו ר' מאטעלע מיט א קוויטל. איינמאל פאר ער האט חתונה געמאכט איז ער אריין צו ר' מאטעלע מיט א קוויטל, און פאר א פדיון פלעגט ער געבן געווענליך אכצן אדער צוואנציג אלפים. דער רבי נעמט די קוויטל, קוקט אויפן טשעק, כאפט א שמועס מיט אים און וואונטש אן די כלה מיט די גאנצע מעשה. פאר'ן ארויסגיין זאגט אים ר' מאטעלע אז ער נעמט צאם געלט פאר אידן נצרכים, און אז ער האט יעצט אפאר וויכטיגע צוועקן. ער נעמט ארויס דאס טשעק ביכל און שרייבט נאך א טשעק פון 25 אלפים און ער גיבט עס פאר'ן רבי'ן. די רבי נעמט די טשעק, קוקט אויפן טשעק און רופט זיך אן "דיין שוואגער ישעי' יחזקאל האט געגעבן אסאך מער" (מיינענדיג זיין וויזניצע שוואגער הרה"ח הנגיד ר' ישעי יחזקאל גוטליעב פון די אינשורענס, מראשי קהילה און פון די נאנטסטע מענטשן צום רבי'ן...!). ער האט אים נישט געענטפערט. העי רבי, ישעי יחזקאל איז דיין מענטש, ווייקט זיך דא טאג און נאכט און איז א וויזניצער און איך בין נאר א איידעם ביי א וויזניצער, נאר בלית ברירה מיטן גרעסטן יראת הכבוד געשריבן א דריטע טשעק פארן רבי'ן. שטייצעך, ער האט געוואוסט פונקטליך וועם מ'קען מעלקן. ער האט גאנץ גוט געקענט די מלאכה, ער וואלט עס נישט געטוהן צו סתם איינעם. די נגידים האבן גאנץ גוט געוואוסט וואס ער טוט מיט די אלע געלטער. ער האט ארויסגעהאלפן אסאך אסאך מענטשן. צדקה וחסד טאג און נאכט. ער האט געהאט אסאך משפחות אויף זיין קאפ, אויסער זיין פארצווייגטע משפחה מיט הונדרעטער אייניקלעך. ער האט געטראגן א גרויסע לאסט. און ער האט געהאט א פונקטליכע חשבון אויף אלעס ביז צו די פעני כידוע.

מיין טאטע פארציילט מיר איז ער איז געווען מיט אים אסאך יארן צוריק אין טאראנטא און ס'איז געוועהן דארט אזא מסיבה ביי איינעם אינדערהיים לטובת די ישיבה, דער רבי איז דארט געזיצן, און פאר יעדע מענטש וואס איז אריינגעקומען איז ער צוגעגאנגען און געזאגט "נישט די גאנצע געלט גייט פאר די מוסדות, א דריטל נעם איך אראפ פאר מיר פערזענליך..." א אינטערסאנטע טיפ מענטש. זייער א אויפריכטיגע אמת'ע מענטש געווען. ס'איז נישטא נאך אזעלכע. מ'מאכט שוין נישט אזעלכע תמימות'דיגע מענטשן...

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 3:59 am

· #398004
איך וויל נישט פארצימעסן די אשכול. אפשר זאל מען עפענען א אנדערע אשכול אין ׳צימעס׳ וועגן די כאאס ביי ר׳ מאטעלעס לוי׳. איך האב געזעהן די קליפ ווי ר׳ אהרן מסאטמאר. שטייט פארענט פונעם שוהל. און די וויזניצער שמש הרב האפמאן שרייט עס איז נישטא קיין פלאץ, גייטס ארויס פון דא! און מ׳נעמט זיך שטופן דארט. סקוקט אויס ווי מ׳לאזט אים דוקא נישט אריין. אויב יא איז עס א חרפה און בושה פאר וויזניץ. ממש א חוצפה און עזות. איך בין בכלל נישט קיין חסיד פון ר׳ אהרן. אבער ער איז א רבי פון צענדליגער טויזנטער אידן. און איז געוועהן זיין נאנטע קרוב. ער איז א איידעם אין וויזניץ. א שאנדע!

קיינער פון וויזניץ האט מיך נאך דערווייל נישט מסביר געוועהן וואס דארט איז פארגעקומען. ר׳ משה לייבלער פון די גרויסע וויזניצע שוויצערס איז דארט געוועהן און סקוקט אויס ווי ער טרייבט זיי אוועק. ער איז א באוויסטע שונא פאר ר׳ אהרן פון יאהרן לאנג.

די ווידעא אויף יוטוב:
<a class="postlink" href="https://youtu.be/7pKmN5smMy8">https://youtu.be/7pKmN5smMy8</a>

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 4:48 am

· #398005
R’ Zalman Leib Teitelbaum arriving to Viznitz Monsey funeral
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=JdnGLjk8CQw">https://www.youtube.com/watch?v=JdnGLjk8CQw</a>

לחיים ולברכה » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 9:46 am

· #398017
שבת אחים
איך וויל נישט פארצימעסן די אשכול. אפשר זאל מען עפענען א אנדערע אשכול אין ׳צימעס׳ וועגן די כאאס ביי ר׳ מאטעלעס לוי׳. איך האב געזעהן די קליפ ווי ר׳ אהרן מסאטמאר. שטייט פארענט פונעם שוהל. און די וויזניצער שמש הרב האפמאן שרייט עס איז נישטא קיין פלאץ, גייטס ארויס פון דא! און מ׳נעמט זיך שטופן דארט. סקוקט אויס ווי מ׳לאזט אים דוקא נישט אריין. אויב יא איז עס א חרפה און בושה פאר וויזניץ. ממש א חוצפה און עזות. איך בין בכלל נישט קיין חסיד פון ר׳ אהרן. אבער ער איז א רבי פון צענדליגער טויזנטער אידן. און איז געוועהן זיין נאנטע קרוב. ער איז א איידעם אין וויזניץ. א שאנדע!

קיינער פון וויזניץ האט מיך נאך דערווייל נישט מסביר געוועהן וואס דארט איז פארגעקומען. ר׳ משה לייבלער פון די גרויסע וויזניצע שוויצערס איז דארט געוועהן און סקוקט אויס ווי ער טרייבט זיי אוועק. ער איז א באוויסטע שונא פאר ר׳ אהרן פון יאהרן לאנג.

די ווידעא אויף יוטוב:
<a class="postlink" href="https://youtu.be/7pKmN5smMy8">https://youtu.be/7pKmN5smMy8</a>


אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט צווישן די צוויי ברידערס, איינער קומט אן אין זיינע ארומיגע נעמען זיך שטופן יעדעם צו מאכן פלאץ, די צווייטער שטייען רואיג אין ווארטן אז עס זאל ווערן אביסל פלאץ,

לחיים ולברכה » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 9:47 am

· #398018
מען זעט ווער עס איז די ריכטיגע סאטמארע רבי, ווי באקאנט איז סאטמאר אלס געווען שטופן שלאגן אין שטויסן.... 😃 😃 😃

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 10:20 am

· #398021
@שבת אחים איך רעד נישט פון isolated מעשות, וואס איז זעלבסטפארשטענדליך אז עס זענען דא. יעדער חסידות האט אן עקסטערע אפטיילונג פון: "אפילו די ליטווישע, מזרחישע און מאדערענע אידן קומען צום רבי'ן". דאס געבט א בעסערע קאליר פאר די חסידות. מיין נקודה איז געווען איבער דעם כלל. אויב ביסטו נישט געווען פון די וויזניץ טייג האסטו דאס געשפירט. עס האט נישט געכאפט.

גאנצל » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 11:59 am

· #398027
די פוינט איז פשוט איינער וואס איז געווען א חסיד אדער איינער וואס איז געווען א רעגעלמעסיגע אנהענגער האט ער אסאך געהאלפען און אפשר מער ווי סתם א רבי לויט ווי די חסידים לייגן עס אראפ האט ער ממש געקענט באגלייטן א איד אין א מצב טריט און שריט איינער האט מיר דאס ארויסגעברענגט לגבי שידוכים

אבער מיט אנדערע האט ער גארנישט געהאט קיצור די וועלט האט גארנישט געהאט פון אים און נישט מיט אים ניט קיין חסרון נאר די פוינט דערפון
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7