☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12171
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

יהודי פשוט » דינסטאג מערץ 27, 2018 6:58 pm

· #398562
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
שבת אחים: א שיינע וויזניצ'ער מעשה

שבת אחים » דינסטאג מערץ 27, 2018 7:09 pm

· #398566
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. קענסט נישט זעהט אויס די היסטאריע פון וויזניץ.

שבת אחים » זונטאג אפריל 15, 2018 5:08 pm

· #399866
ק/פ

די קינדער פון האדמו"ר מוויזשניץ זצוק"ל מרנן האדמור"ים שליט"א האבן אין די מינוטן ביי אן א אסיפה אין מאנסי א נאמען געגעבן צו רופן דעם רבי'ן "הרה"ק ה׳קדושת מרדכי מוויזשניץ זצוק"ל".

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:26 am

· #399897
איך האב געוויסט אז ביים געבוירן גיט מען א נאמען, איצט זעה איך אז ביים שטארבן גיט מען אויך

איסר האטלקי » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:53 am

· #399899
שמעון וואלף
איך האב געוויסט אז ביים געבוירן גיט מען א נאמען, איצט זעה איך אז ביים שטארבן גיט מען אויך

צדיקים במיתתן קרויים חיים, און ס'דאך אחרי מות - קדושים, הייסט אז הערשט יעצט איז דער געבורט.

איסר האטלקי » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:57 am

· #399900
בן ישי
געהערט א מעשה אז א חסיד האט אמאל געדארפט א ישועה אין ער האט פרובירט איינבעטן ביים רבי'ן ער זאל צוזאגן א ישועה.
וועלנדיג ווייזן ווי ערנסט ער מיינט עס אין אז ער האט א שטארקע אמונה אז ס'דא ווי די ברכה זאל חל זיין האט ער געזאגט צום רבי'ן " איך גלייב באמונה שלימה אז די רבי האט די זעלבע כח ווי די בעל שם טוב אין קען צוזאגן א ישועה"
פרעגט עם די רבי, יא די האלטס אזוי באמת? אין דער חסיד ענטפערט מיט א שטארקייט יא!
זאגט עם די רבי " די האסט שוואכע השגות ווער די בעל שם טוב איז געווען".

מ'זאגט אז די חסידים און די ליטוואקעס זענען ביידע מודה אז דער הייליגער רבי שליט"א איז פונקט ווי דער בעל שם טוב.

דער חסיד שאצט איבער דעם רבי'ן און דער ליטוואק שאצט אונטער דעם בעל שם טוב.....

יין שרף » מאנטאג אפריל 16, 2018 1:23 am

· #399902
איסר האטלקי
שמעון וואלף
איך האב געוויסט אז ביים געבוירן גיט מען א נאמען, איצט זעה איך אז ביים שטארבן גיט מען אויך

צדיקים במיתתן קרויים חיים, און ס'דאך אחרי מות - קדושים, הייסט אז הערשט יעצט איז דער געבורט.

הדא הוא דכתיב טוב שם משמן טוב ויום המות מיום הולדו

אישתישבי » מאנטאג אפריל 16, 2018 8:43 am

· #399905
שבת אחים
ק/פ

די קינדער פון האדמו"ר מוויזשניץ זצוק"ל מרנן האדמור"ים שליט"א האבן אין די מינוטן ביי אן א אסיפה אין מאנסי א נאמען געגעבן צו רופן דעם רבי'ן "הרה"ק ה׳קדושת מרדכי מוויזשניץ זצוק"ל".


געשטארבן אויף קידוש השם איז ער נישט, געלעבט מיט קידוש השם? נו, געלעבט מיט קדושת מרדכי, לכאורה יא.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 16, 2018 9:57 am

· #399915
בקיצור זאגסטו אז דו געסט א הסכמה אויף דעם נייעם נאמען?! נאך א מזל... ווען נישט וועט מען עס מוזן טוישן צו ברך מרדכי? ויואל מרדכי? קדושת יו״ט? זאג!? איז די קדושת יו״ט געוועהן א קרוב צו די קדושת לוי? און צום קדושת ציון? האבן זיי אלע געלעבט מיט קידוש השם? ווער ווייסט? האסט געגעבן א הסכמה אויף יענע ספרים אויך? אויף יענע האט מען דיך אויך אנגעפרעגט?

וואס זאגסטו? אז וואס? קדושת מרדכי? יא געמאכט א קידוש השם אדער נישט? וואאאס???

און דו ווילסט מיר איינרעדן אז די רויבער האבן זיך גאר צולאכט??? כאכאכאכא!!!

און דעס זאגט שוין א שיינע-איד וואס הייסט איש פישטי? פארוואס הייסטו פישטו? אין די הויזן אריינגעפישט? האסט געמאכט א קידוש השם אין די הויזן????
לכאורה יא...

אונטער חכם » מאנטאג אפריל 16, 2018 10:13 am

· #399917
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
נישט מזלזל צו זיין אין דיין רבין, אבער וואס איז דער דמיון צו די אלע יודן וואס האבן געגעבן נעמען פאר זייערע ספרים, צו געבן אזא נאמען פאר א מענטש.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 16, 2018 10:20 am

· #399918
יעךפארשטיי נישט? זייט נישט בייז כהאב בעסערס וואס צוטוהן מיטן טאג. איך וועל ענדערש ליינען אייוועלט. ווי ריידן שטותים און לאקשן מיט די גרויסע חכמים און נבונים דא...

גדליה » מאנטאג אפריל 16, 2018 10:28 am

· #399920
אפשר גייט מען רופן זיינע ספרים קדושת מרדכי. דעם קדושת ציון האט מען אויך געגעבן דעם נאמען נאכן פטירה.
אין אנדערע נייעס הער איך זאגן אז מגייט רופן די היינטיגע רביס האדמורים בעלי שבת אחים שליטא.

לחיים ולברכה » מאנטאג אפריל 16, 2018 8:48 pm

· #399965
אישתישבי
שבת אחים
ק/פ

די קינדער פון האדמו"ר מוויזשניץ זצוק"ל מרנן האדמור"ים שליט"א האבן אין די מינוטן ביי אן א אסיפה אין מאנסי א נאמען געגעבן צו רופן דעם רבי'ן "הרה"ק ה׳קדושת מרדכי מוויזשניץ זצוק"ל".


געשטארבן אויף קידוש השם איז ער נישט, געלעבט מיט קידוש השם? נו, געלעבט מיט קדושת מרדכי, לכאורה יא.

יעדן טאג עטליכע מאל א טאג געליינט קר"ש אין גרייט געווען אויף ואהבת אפילו הוא נוטל את נפשיך.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:37 am

· #399976
גדליה
אפשר גייט מען רופן זיינע ספרים קדושת מרדכי. דעם קדושת ציון האט מען אויך געגעבן דעם נאמען נאכן פטירה.
אין אנדערע נייעס הער איך זאגן אז מגייט רופן די היינטיגע רביס האדמורים בעלי שבת אחים שליטא.

ווענד זיך ווי לאנג עס וועט אזוי הייסן

ימים ידברו » דינסטאג אפריל 17, 2018 1:21 pm

· #400035
די שיינע הנהגה פון אלע ברודער איז א קידוש שם שמים, גהערט אז סגעווען א מיטינג זינטאג פאר די שלושים ווי ווינדערליך שיין איז געווען די משה ומתן א כבוד השם יתברך

ימים ידברו » דינסטאג אפריל 17, 2018 1:29 pm

· #400036
איך וויל דא איבערגיין די שטריכען פון אלע אכט ממשיכי דרך לבית וויזניץ מאנסי און איין ווארט
הרב ישראל אדמור ממאנסי, איש אשכולות, סימבאל פון מענטשהייט , שלום ואחדות
הרב מענדיל אדמור מגיבערס, עובד ד', רייסט שטיקער פון זיך און מאנט פון ציבור,
הרב יצחק יוחנן ווילאמסבורג, מלך, א אייגענע מלוכה, מיט תורה ויראה
הרב אליעזר זאב ירושלים, לב טוב, רייסט שטיקער פון זיך פאר יענעם
הרב דוד אירופע, אוהב ישראל, האט ליעב א צווייטען איד בלב ונפש
הרב אהרן קאנאדא, טוב לשמים ולבריות, אור בקרירות של קאנאדא
הרב ברוך שמשון בית שמש, מאנסי, ברענגט אריין די מאנסיע נקידה און ארצינו הק' אמת ועניוות
הרב יעקב יוסף בארא פארק, בנן של קדושים, יראתו וחכמתו מיט מענטשהייט

אישתישבי » דינסטאג אפריל 17, 2018 3:55 pm

· #400041
שבת אחים
בקיצור זאגסטו אז דו געסט א הסכמה אויף דעם נייעם נאמען?! נאך א מזל... ווען נישט וועט מען עס מוזן טוישן צו ברך מרדכי? ויואל מרדכי? קדושת יו״ט? זאג!? איז די קדושת יו״ט געוועהן א קרוב צו די קדושת לוי? און צום קדושת ציון? האבן זיי אלע געלעבט מיט קידוש השם? ווער ווייסט? האסט געגעבן א הסכמה אויף יענע ספרים אויך? אויף יענע האט מען דיך אויך אנגעפרעגט?

וואס זאגסטו? אז וואס? קדושת מרדכי? יא געמאכט א קידוש השם אדער נישט? וואאאס???

און דו ווילסט מיר איינרעדן אז די רויבער האבן זיך גאר צולאכט??? כאכאכאכא!!!

און דעס זאגט שוין א שיינע-איד וואס הייסט איש פישטי? פארוואס הייסטו פישטו? אין די הויזן אריינגעפישט? האסט געמאכט א קידוש השם אין די הויזן????
לכאורה יא...


אויב ביסטו א דורש אל הניקים, וואלסטו לויט דיין נאמען געדארפט זיין א געשמאקע רואיגע ניק, דערווייל ווייזט איר אז א ניק איז נישט א ראי' אויף א מהות, אויב אזוי, קען זיין אז פין קדושת מרדכי איז אויך נישט א ראי'.

לענינינו, אויף דער קדושת לוי, ער אליין האט אזוי א נאמען געגעבען דער ספר, און ער זאגט נישט פארוואס, ולדעתי נראה, אז היות ער האט די קדושות אויף חנוכה און פורים, ממילא פארדעם האט ער א נאמען געבען דער ספר אזוי.

און די קדושות האט ער אזוי גערופן מלשון הכנה, איז קען זיין אז האט מען גערופען קדושת מרדכי מלשון הכנה, ווייל ער האט געמייכענט אסאך, איך ווייס נישט אויב ער האט. איך זאג נאר בדרך אפשר.

דער קדושת יו"ט האט מען אזוי גערופן ווייל ער האט קיינמאל נישט געלייגט די הענט אונטער די גארטעל, טאמער איז דאס געוועהן די התנהגות פין דיין הייליגער רבי, דער קדושת מרדכי, קענסטו אזוי שרייבען אהן שעלטען די רוחות.

דער קדושת ציון, איז לכאורה ווייל ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם.

בן אדם » דינסטאג אפריל 17, 2018 4:09 pm

· #400044
.

מפוזרי » דינסטאג אפריל 17, 2018 6:08 pm

· #400053
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
ימים ידברו

הרב מענדיל אדמור מגיבערס, עובד ד', רייסט שטיקער פון זיך און מאנט פון ציבור,

הרב אליעזר זאב ירושלים, לב טוב, רייסט שטיקער פון זיך פאר יענעם,


What a contrast!

קל וחומר » דינסטאג אפריל 17, 2018 7:19 pm

· #400057
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
כ'הער אז ס'איז קודם געווען אן ערענסטע קלער אים צו רופן 'קודשא בריך היא'

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג אפריל 17, 2018 8:36 pm

· #400065
אה נאו דער רעבע זכרונע ליבראכהע איז שוין פין לאנג גסטעמפלט געוועהן צו א בן יחיד לקודשא ברוך
מען קען עס נישט צונעמען פין איהם

כ'בין מוחה

איסר האטלקי » מיטוואך אפריל 18, 2018 9:24 am

· #400101
וויזניץ מאנסי האט נעכטן נאכט געזאגט אז ס'נאכנישט קאנפארמירד קיין שום נאמען.

איסר האטלקי » מיטוואך אפריל 18, 2018 9:26 am

· #400102
ימים ידברו
איך וויל דא איבערגיין די שטריכען פון אלע אכט ממשיכי דרך לבית וויזניץ מאנסי און איין ווארט

הרב ברוך שמשון בית שמש, מאנסי, ברענגט אריין די מאנסיע נקידה און ארצינו הק'

אלעס וועל איך נאך שלינגן, אבער עס פעלט נקודות אין ארה''ק אזש מען זאל דארפן עס ליפערן מיט שיפן פון מאנסי גאר?

יהודי פשוט » מיטוואך אפריל 18, 2018 9:27 am

· #400103
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
איסר האטלקי
וויזניץ מאנסי האט נעכטן נאכט געזאגט אז ס'נאכנישט קאנפארמירד קיין שום נאמען.
לאז זיי וויסן אז זיי דארפן שוין גארנישט קאנפירמן...

געשיקט געווארן פון מיין סעמסאנג, זיך באנוצנדיג מיט טעפ-א-טאק

ימים ידברו » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:44 am

· #400118
צו אלע וואס זענען דא מגיב
א' א קאנטראסט צווישען גיבערס און ירושלים אמת כשם שאין פרצופיהן שווין כך אין דעתוהן שווין יעדער מיט זיינע מעלות און שטריכען,
און צואיסר האטלקי,וואס איז מגיב בנוגע בית שמש , די מאנסי רבי האט געהאט זיין נקידה וואס איז נישט באקאנט און בני ברק ד"צ זיין אנטלויפען פון מלכות, זיין כולו אמת פשטות יא דאס האט הרב ברוך שמשון וואס ער איז מוסיף אויף די וויזניצע אדמורים ארץ ישראל נישט אויף ארץ ישראל בכלל שכוח

שבת אחים » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:55 am

· #400125
ימים ידברו
איך וויל דא איבערגיין די שטריכען פון אלע אכט ממשיכי דרך לבית וויזניץ מאנסי און איין ווארט
הרב ישראל אדמור ממאנסי, איש אשכולות, סימבאל פון מענטשהייט , שלום ואחדות
הרב מענדיל אדמור מגיבערס, עובד ד', רייסט שטיקער פון זיך און מאנט פון ציבור,
הרב יצחק יוחנן ווילאמסבורג, מלך, א אייגענע מלוכה, מיט תורה ויראה
הרב אליעזר זאב ירושלים, לב טוב, רייסט שטיקער פון זיך פאר יענעם
הרב דוד אירופע, אוהב ישראל, האט ליעב א צווייטען איד בלב ונפש
הרב אהרן קאנאדא, טוב לשמים ולבריות, אור בקרירות של קאנאדא
הרב ברוך שמשון בית שמש, מאנסי, ברענגט אריין די מאנסיע נקידה און ארצינו הק' אמת ועניוות
הרב יעקב יוסף בארא פארק, בנן של קדושים, יראתו וחכמתו מיט מענטשהייט


און ווער סגלייבט נישט די אלע זאכן איז דירעקט נישט קיין אפיקורס. למשל אז ר׳ ישראל איז די סימבאל פון מענטשהייט... מקען זיך דינגען אוף דעם.
אינטערסאנט אויף הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן וויזניץ-ווילאמסבורג. שרייבסטו די קלענסטע טיטלן בשעת ווען ער איז לדעתי די חשובסטע פון זיי אלע.

אויף הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן וואלסטו געמעגט שרייבן אז ער איז א ״קדוש מרחם״ דער מענטש האט נאך אין זיין לעבן נישט טועם געוועהן קיין טעם חטא. ער ווייסט אפילו נישט וואס דאס מיינט. נישט בין אדם למקום און נישט בין אדם לחבירו. ער איז אפגעריסן פון די היינטיגע וועלט. ער איז א גרויסער עניו און א פשטן, זוכט נישט קיין כבוד. ער געט זיך אפ פאר זיינע מתפללים און מיט זיינע מוסדות מיט הארץ און געפיל צו א יעדעם איינעם. קיין פליג וואלט די מענטש נישט געטעשעפט. ער זיצט און הארעוועט יומם ולילה און לערנט, אזא מתמיד ווי אים איז שווער צוטרעפן. א זעלטענהייט פון א נארמאלע ערענסטע רבי וואס מיינט עס אמתדיג מיטן גאנצן הארץ און נאכדערצו א מענטש צווישן מענטשען מיט גאלדענע מידות.

ימים ידברו » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:29 pm

· #400136
איך מוז דא ענטפרין אחת ולעלם פאר הרב שבת אחים,
ועל ראשון ראשון,
בנוגע הרב ישראל, זיי מיר מודה אז שלום אין וויזניץ מאנסי איז זיין ארבעט, יא צו ניין? וועסטו פרעגען הלמאי האט הרב ישראל געטון בנוגע עסקנות עוולה'ס, יעדער עסקן באגייט פעלערעס, א מענטש איז נישט א מלאך אבער איך ווייס זיין פלאן זיין ציל זיין אגענדע, ער וויל שלום ער וויל מענטשהייט ער וויל יושר, נישט אייביג גייט עס ווי אזוי ער וואלט געוואלט, ער האט אויכעט נגיעות אבער בדרך כלל ולבית וויזניץ בפרט, איז דאס זיין רצון,
יעדער האט געהערט די תורה די פרייטאג צו נאכטס בענין הזה פון די לאנדאנע וויזניץ מונסיער רבי ואכמ"ל
בנוגע הרב יצחק יוחנן, ער איז א גאר גאר חשובער איד, א עובד ד' א מתמיד עצום, א קדוש מרחם? דאס איז נישט קיין גרעדעכעץ צווישען נארמאלע מענטשען!
א מענטש אלעס אמת, לאמיר נאר איבערגיין ער איז די גרעסטע עובד ד'? הרב מענדיל גיבערס רבי איז נישט מער? ער איז די גרעסטע מתמיד? דער גיבערס רבי איז נישט מער? יא ער איז ראויגער נארמאלער מענטשליכער יא יא!
איך האב און איין ווארט גרעדט זיין גרעסטע שבח! ער איז זייער חשוב [נישט די חשובסטע] מיט א פארטיגע מלוכה! וואס דאס האט נישט גיבערס ניין
און אז מרעדט שוין יא וועגען ווילאמסבורג בפרטיות, מוז איך זאגען, איך בין נישט קיין וויזניצער חסיד, אבער איך קען גיט בית וויזניץ, די מערסטע נערוועז בין איך פון ווילאמסבורג, פארוואס? אמת די רבי איז חשוב און ערליך, און טאקע דערפאר, די מקורבים מיינען ווי די שבת אחים אז ער איז איבער אלע, און סקימט אים די בכורה, ער איז וואיל און חשוב, אבער ער איז די דריטער אלטץ עלטער, און ער איז נאך הרב ישראל און מענטשהייט, און נאך הרב מענדיל און גדלות, איך בעט אייך טרייבט נישט איבער אייער כח און פאניגט נישט די ציבור וואס וויל פארען צו א אנדערע ברידער ווייל דארט האב איך מורא יא אז סוועט זיין די ערשטע ווידערשטאנד, האטס שכל ! ! איר זענט גרויס און געלינגען פ]ארשפילט נישט ואין כאן מרומו יותר להאריך בזה שכוח

גאנצל » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:59 pm

· #400140
די קרעדיט אויף די רואיגע איבערגאנג אין וויזניץ קומט זיך אך ורק פאר ר' מאטעלע

די קרעדיט אז מ'האט נישט געטון מיט ר' מאטעלע דאס וואס אסאך האבן געטון מיט זייערע עלטערן קומט זיך קודם פאר די געזונט צושטאנד פון ר' מאטעלע און אויך פאר ר' ישראל נ"י מיט די גבאים וואס זענען נישט גרייט געווען צו פארוואנדלען די שיינע חסידות צו א חורבן און א וודאי נישט מבזה זיין זייער גרויסע רבי/טאטע

ימים ידברו » מיטוואך אפריל 18, 2018 4:06 pm

· #400141
גאנצעל אפשר זאגסטו עפעס זיי דיך ביטע מסביר, ווי אזוי האט רעב מאטעלע כלשונך, געזעהן אזא שיינע אחדות נאך זיין פטירה? וואס זאגסטו?

גאנצל » מיטוואך אפריל 18, 2018 4:13 pm

· #400143
זייער פשוט ער האט צוזאםגענומען זיינע קינדער און גערעדט צו זיי און אלעס צוטיילט פארשריבן אין צוואה תורהדיג און געזעצליך ער האט דאס געטאן סיי עניני רבנות אין סיי מיט זיין ירושה און דאס איז עס

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 18, 2018 5:41 pm

· #400149
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
שרייבען קלארער צוואות און רעדען קלאר וואלט נישט געהאלפען דער ברך משה. ווען איינער חלומ׳ט יארען אז ער גייט אלס באקומען, ווערט אלס בגדר ׳וכל זה איננו שווה לי׳. יעדער זאך וואס א צווייטע האט, איז גענומען פון איהם. דאס אז קיין שום וויזניצער ברודער האט נישט געהאט קיין הו"א אז ער גייט אלס ירשנ׳ן, דאס איז די הצלחה, ביזדערווייל.

און אחוץ די געוואלדיגע מעלת השלום, דארפען מיר אלע פארשטייען אז די ציבור איז צו גרויס. איין רבי קען נישט פארטראגען אזא גרויסע ציבור. אלע חסידות׳ער מוזען זיך צוטיילען, אמשנעלסטען. איינער טראכט פאר איין סעקונדע אז גערער רבי קען טוהן זיין פליכט צו זיין סטאדע? דער בעלזער רבי קען עפעס פארטראגען אזא ציבור? איינער פון די סאטמארער רבי׳ס קען אין זין האבען זיין מעמבערס? זאלען זיי זיך אלע צוטיילען לכתחילה, יעדער וועט עפעס טרעפען, און מ׳עט אנהאלטען די מנהגים און הנהגה׳לעך מיט שיטה"ק׳ס טאמער מ׳וויל.

גאנצל » מיטוואך אפריל 18, 2018 6:13 pm

· #400156
היות דער מצב אין סאטמאר איז נישט אזוי געווען איז נישט שייך זיך צו קריגן אויף סברות שטארק מסתבר אז ווען אין סאטמאר זאל דער מצב זיין דער זעלביגער ווי אין וויזניץ וואלט די מצב געווען די זעלבע ווי אין וויזניץ

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 18, 2018 6:57 pm

· #400158
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
עס איז נישט נאר סאטמאר. מיינסט אז ווען ר׳ שלמה׳לע באבובער זאגט ברחל בתך הקטנה פאר זיין צווייטען זוהן אז ער יוז לאזען העלפט פאר זיין ברודער, וואלט ער עס איינגעשלינגען רואיגעהייט? זעסט דאך אז מיט א קלארען צוואה איז די שלום אין קלויזענבורג גאר אן אנגעצויגענע. זיי קענען נישט זיצען צוזאמען. צוואות העלפען ווען עס איז דא א רצון און א בסיס פאר שלום, נישט אין די לופט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » מיטוואך אפריל 18, 2018 7:15 pm

· #400159
ימים. ביסט א מאנסיער חסיד אדער נישט? אמאל ווען כהאב מיך געטענהט מיט דיר וועגן די קדושת מרדכי צי ער איז געגעאנגען צום כותל. האסטו דעמאלט געשריבן אז דו ביסט א מאנסיער חסיד, יעצט ווען סקומט דיר אויס בעסער ביסטו פלוצלינג א ״אינדערויסענדיגער״ (שוין באלד ווי מיר)

הער אויס קודם געסטו מיר א גאנצע נערישע דרשה. עפעס א צוואה. כאילו איך בין עפעס פערזענליך אחראי אויף ר׳ יצחק יוחנן אדער זיינע חסידים. איך בין נישט פון זיינע נאנטע מענטשען, נישט פון זיינע חסידים. איך זעה אים אפשר איינמאל א יאר פאר אפאר מינוט. מיט אזעליכע חסידים ווי מיר קענען די אלע וויזניצער רביס פארשפארן די פירמעס און פארקויפן אלע בנינים אויף איבעי. איך בין נאר א חסיד פון דעם אהבת ישראל און זיינע קינדער. ווען וויזניץ איז נאך געוועהן א פלאץ ווי יעדער איד נישט קיין חילוק ווילאנג זיין בארד איז געוועהן, איז געוועהן ״וועלקאם״. זייט וויזניץ איז געווארן א ״קנאישע חסידות״ איז עס נישט געאייניגט פאר מיר. איך זוך נאך אזא רבי ווי דער ״ אהבת ישראל״ וואס אויף זיין רעכטע זייט איז געשטאנען אזעלכע אידן ווי הרה״צ ר׳ מרדכי חנא זצ״ל, הרה״צ ר׳ מרדכי פעלץ און הרה״צ ר׳ אהרל’ה ראטה זצ״ל און אויף די לינקע זייט זענען געשטאנען ״מארמארישע פויערן״ אנגעשטעקט מיט טיפוס און דער סב״ק האט זיי מקרב געוועהן אזויווי זיי וואלטן געוועהן ״מזרח אידן״ אן קיין שום נגיעות. ער האט זיי פשוט ליעב געהאט ווייל ער האט ליעב געהאט דעם באשעפערס בריאה און איז געוועהן א ״ אוהב ישראל״. איינמאל מהאט אנגעהויבן בודק צוזיין די ציצית יעדער וואס איז אריינגעקומען אין וויזניץ-לאזט מיך ארויס פון דאנעט. און וויאזוי האט נאר ר׳ משהלע געזאגט אויף ר׳ יצחק אונגאר ווען ער איז נאכן פטירה געווארן א מאנסיער חסיד ״ר׳ יצחק אנטלויפט פון מיר אבער זיינע (הערליכע ווינזיצער) ניגונים וועלן אייביג בלייבן מיט מיר”.
איך האב נישט לאנג צוריק געטראפן א ארץ ישראלדיגער אט״ד. ער האט שוין 15 יאהר גארנישט איינגעלייגט מיט אידשקייט אבער ער זאגט מיר אז ער צינד אן די וויזניצער מנחה ושמחה יעדע פרייטיג צונאכאטס פאר זיין פרייע ווייב און קינדער. ווער ס׳פארשטייט וואס וויזניץ איז געוועהן אינדערהיים. דער אהבת ישראל מיט זיינע זוהן. די ווארימקייט. די אמתקייט. די ליבעשאפט צו יעדעם איינעם. זייער קלוגשאפט. נאר דער קען פארשטיין וואס וויזניץ איז באמת געוועהן ארגעניעל. פאר סאיז געווארן א הייבריד מיט סאטמאר. ר׳ מאטעלע איז טאקע געוועהן א גרויסע מענטש און אין אסאך זאכן איז ער געוועהן מוראדיג. סאיז געוועהן וואס צוהאלטן פון אים. אבער פון די אנדערע זייט האלט איך אז ער האט איבערגעטריבן מיט אסאך זאכן און ארויפגעלייגט אויפן ציבור עקסטערע חומרות פאר גארנישט און פאר נישט.

אז דו האסט א מעסעדזש צו ר׳ יצחק יוחנן דארפסטו רעדן מיט די ניימאנ׳ס און ראזענבערג׳ס, לאקס, ווערצבערגער, מעהרינג, וויזל, שטיינמעץ, ר׳ מאיר ראזענפעלד, ר׳ חיים מאיר פוקס, ר׳ משה לייבלער, ר׳ וועלוועל האס. וכו׳ זיכער נישט צו מיר.

איך בין אויפגעוואקסן אין מאנסי-וויזניץ. רוב פון מיין משפחה זענען וויזניצער איך האב דארט געלערנט אין די קינדערישע יאהרן און אין די בחורישע יאהרן פאר דריי יאהר. שפעטער ווען כהאב חתונה געהאט האב איך געמאכט כמעט אלע מיינע שמחות דארט, און זיך געדרייעט דארט טאג און נאכט. און דאס איז מיין פראספעקטיוו

הרב ר׳ ישראל- מאנסי
א פאליטשאן. (ענדליך צוזיין פעטער פון סקווירא) פארקויפט גארנישט. מישט זיך איבעראל אריין

הרב ר׳ מענדל-קיימישע גיבערס
א פארפרומטער טאליבאן אן קיין טראפ שכל.
א אומ-מענטש. א ווילדע בריאה אן קיין טראפ מידות. איך וועל דיר איינמאל פארציילן אין צימעס. וואס ער האט געטוהן צו מיר ווען איך האב געלערנט אין ישיבה. און מיין טאטען אלץ הויז בחור פאר גארנישט און פאר נישט האט ער אמאל צולעכערט זיין קאפ (אים געווארפן אפאר אייזנע בענקלעך אין קאפ)אזש ביז אין שפיטאל אריין. ר׳ מאטעלע האט אים שטארק געקנסט דעמאלט.
עכ״ז האט מיין טאטע שפעטער געבדחנט אויף זיין לעצטע שבע ברכות.

הרב הגאון הצדיק מרן ר׳ יצחק יוחנן-וויליאמסבורג
״די געלונגענסטע קינד פון אלע״
כקען אים שוין כמעט פערציג יאהר. ער איז א איד א צדיק וואס מקען נישט כמעט טרעפן זיינס גלייכן (זעה פריערדיגע תגובה)

הרב הצדיק ר׳ אליעזר זאב- ירושלים
א אויסערגעווענטליכער געשמאקער פיינער איד. א קלוגער מענטש. א גרויסע עסקן. האט ליעב די מענטשהייט.

הרב הצדיק ר׳ דוד- לאנדאן
א חריף, א איד א צדיק. א פשטן, א בעל חסד, א עניו. (זייער ענדליך צום טאטען)

הרב ר׳ אהרן-מאנטריאל
גארנישט ספעציעל.

הרב הצדיק ר׳ ברוך שמשן-בית שמש
א וויואלע איד. א שטיקל ״בעל דמיון״ ער פליט אביסל אין די הימעלן (ער קען דיר זאגן כהאב יעצט געטראפן דיין טאטען און כהאב אים געשיקט א גריס פון דיר בשעת ער איז אין בית שמש און מיין טאטע איז אין יאפאן) ער פארגעסט וואו ער לייגט זיינע שליסלעך. ער איז אומארגאנזירט. ווייסט נישט וואס טוט זיך. אבער ער איז א וויואלע איד. א איידעם ביי זיין פעטער הרה״צ ר׳ ישראל-די גרויסע וויזניצער רבי פון בני ברק.

הרב הצדיק ר׳ יעקב יוסף- בארא פארק
א איד א צדיק. א ווארימע מענטש. א וויואלער איידלער אמתע אינגערמאן. א עניו. א רעכטער תלמיד פונעם ״בעש״ט הק׳״ א ווינזיצער קינד. א אוהב ישראל.

דעס איז וואס איך האב צוזאגן. מיין מיינונג. גוט שבת.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 18, 2018 7:29 pm

· #400160
ימים ידברו
ער איז נאך הרב ישראל און מענטשהייט, און נאך הרב מענדיל און גדלות,
זיין מעלה איז נישט זיין מענטשליכקייט, און אויך נישט זיין ערליקייט. זיין מעלה איז, אז טראץ זיין ערליכקייט איז ער נאך אלץ א מענטש. און אין דעם מיין איך איז ער דער איינציגסטער. און דאס איז וואס מענטשן זוכן אין א רבי, פאליטישאנס ווי ישראל און סיקריקין ווי מענדל האבן מיר גענוג און נאך
ימים ידברו
איך בעט אייך טרייבט נישט איבער אייער כח און פאניגט נישט די ציבור וואס וויל פארען צו א אנדערע ברידער ווייל דארט האב איך מורא יא אז סוועט זיין די ערשטע ווידערשטאנד, האטס שכל ! ! איר זענט גרויס און געלינגען פ]ארשפילט נישט ואין כאן מרומו יותר להאריך בזה שכוח

גם אני מצטרף להנ"ל.

יין שרף » מיטוואך אפריל 18, 2018 7:32 pm

· #400161
קענענדיג רוב פון די וויזניצע קינדער (אונז וואוינען אין מאנסי איבער 50 יאר. מיין טאטע וואוינט דארט נאך פון פאר וויזניץ איז אהין געקומען) מוז איך זאגן אז שבת אחים האט זיי גאנץ גוט ארויס, עכ"פ אסאך בעסער פון ימים.

I just disagree somewhat with him about R' Yitzchuk Yochonon.
I quote here what you yourself wrote about him

צוריקגעצויגענע שטילע נאאיווע מענטש בדרך כלל מיט שוואכע סאושעל סקילס און גאנץ א קנאפער פאליטשאן

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 18, 2018 7:39 pm

· #400163
יין שרף
קענענדיג רוב פון די וויזניצע קינדער (אונז וואוינען אין מאנסי איבער 50 יאר. מיין טאטע וואוינט דארט נאך פון פאר וויזניץ איז אהין געקומען) מוז איך זאגן אז שבת אחים האט זיי גאנץ גוט ארויס, עכ"פ אסאך בעסער פון ימים.

I just disagree somewhat with him about R' Yitzchuk Yochonon.
I quote here what you yourself wrote about him

צוריקגעצויגענע שטילע נאאיווע מענטש בדרך כלל מיט שוואכע סאושעל סקילס און גאנץ א קנאפער פאליטשאן

איך זע נישט די סתירה.

שבת אחים » מיטוואך אפריל 18, 2018 7:39 pm

· #400164
יין שרף
קענענדיג רוב פון די וויזניצע קינדער (אונז וואוינען אין מאנסי איבער 50 יאר. מיין טאטע וואוינט דארט נאך פון פאר וויזניץ איז אהין געקומען) מוז איך זאגן אז שבת אחים האט זיי גאנץ גוט ארויס, עכ"פ אסאך בעסער פון ימים.

I just disagree somewhat with him about R' Yitzchuk Yochonon.
I quote here what you yourself wrote about him

צוריקגעצויגענע שטילע נאאיווע מענטש בדרך כלל מיט שוואכע סאושעל סקילס און גאנץ א קנאפער פאליטשאן


איה״נ ער איז נישט אזוי גוט מיט סאושעל-סקילס. אבער אויך נישט שלעכט. קיינער וועט דיר נישט פארציילן ער האט אים אמאל וויי געטוהן. ווי ווייט איך האב געהערט. און צווישן אלע היינטיגע רביס איז ער נאך פון די בעסטע און נארמאלסטע.

קלונימוס » מיטוואך אפריל 18, 2018 8:56 pm

· #400172
.

שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:33 pm

· #400180
גאנצל
די קרעדיט אויף די רואיגע איבערגאנג אין וויזניץ קומט זיך אך ורק פאר ר' מאטעלע

די קרעדיט אז מ'האט נישט געטון מיט ר' מאטעלע דאס וואס אסאך האבן געטון מיט זייערע עלטערן קומט זיך קודם פאר די געזונט צושטאנד פון ר' מאטעלע און אויך פאר ר' ישראל נ"י מיט די גבאים וואס זענען נישט גרייט געווען צו פארוואנדלען די שיינע חסידות צו א חורבן און א וודאי נישט מבזה זיין זייער גרויסע רבי/טאטע

ס'נישט קיין שאלה אז קרעדיט קומט זיך פאר ר' מאטעלע ז"ל מיט די קינדער. אבער מ'דארף פארשטיין אז מ'קען נישט מדמה זיין וויזניץ צו סאטמאר אדער באבוב. בימים ההם - פאר 15-20 יאר צוריק האט מען נאך געמיינט אז מ'קען זיך שלאגן און אוועק כאפן איינער פון צווייטן אדער סתם טערארעזירן און מ'זאל נאך עפעס פארדינען דערפון. די מחלוקת אין באבוב, סאטמאר, קלויזענבורג וכו' האט געברענגט א גיעול נפש צו שטיין ווייט פון מחלוקת. קוק אן די וואס שלאגן זיך, מ'הערט נישט אויף צו טראכטן פון צד שכנגד. ווען יענער זאגט בים זאג איך באם. טאג און נאכט איז מען ביזי מוט חשבונות. מ'קען נישט גיין דא און מ'קען נישט טון יענץ, אן אפקומעניש. און וואס האט מען פארדינט?
ובפרט וויזניץ וואס זיי האבן דאך יארן לאנג געלעבט מיט מחלוקת צווישן מאנסי אין בני ברק און זיי זענען שוין דורך געגאנגן די סייקל ביז'ן שלום מאכן, האט נאך איינער דארט געהאט אן אפעטיט פאר מחלוקת?
נאכאמאל, טאמער וואלטן אדמו"רים פון וויזניץ מאנסי געווען פוסטאקעס וואלט געווען זייער גרינג ס'זאל אויספלאצן א מחלוקה'לה אבער לפי המצב, האט זיך נישט פארלאנגט קיין מורא'דיגע מדריגות צו לעבן בשלום

גאנצל » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:37 pm

· #400181
ווען וויזניצע רביס האבן ווען א אפטויניטי זיך צו שלאגן וואלסטו געוואויר געווארן אז זיי זענען פונקט אזאנע פוסטאקעס ווי עני אנדערע

נאך מער ביי ר' מאטעלע ואחיו האט מען זיך נישט געקריגט אויף ריעל עסטעיט און פונדעסטוועגן געווען צוקריגט

אונטער חכם » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:24 am

· #400191
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
ליטוואק פון בודאפעסט
שרייבען קלארער צוואות און רעדען קלאר וואלט נישט געהאלפען דער ברך משה. ווען איינער חלומ׳ט יארען אז ער גייט אלס באקומען, ווערט אלס בגדר ׳וכל זה איננו שווה לי׳. יעדער זאך וואס א צווייטע האט, איז גענומען פון איהם. דאס אז קיין שום וויזניצער ברודער האט נישט געהאט קיין הו"א אז ער גייט אלס ירשנ׳ן, דאס איז די הצלחה, ביזדערווייל.

און אחוץ די געוואלדיגע מעלת השלום, דארפען מיר אלע פארשטייען אז די ציבור איז צו גרויס. איין רבי קען נישט פארטראגען אזא גרויסע ציבור. אלע חסידות׳ער מוזען זיך צוטיילען, אמשנעלסטען. איינער טראכט פאר איין סעקונדע אז גערער רבי קען טוהן זיין פליכט צו זיין סטאדע? דער בעלזער רבי קען עפעס פארטראגען אזא ציבור? איינער פון די סאטמארער רבי׳ס קען אין זין האבען זיין מעמבערס? זאלען זיי זיך אלע צוטיילען לכתחילה, יעדער וועט עפעס טרעפען, און מ׳עט אנהאלטען די מנהגים און הנהגה׳לעך מיט שיטה"ק׳ס טאמער מ׳וויל.

איך פארשטיי נישט, מילא פון א חסיד צו הערן אזא טענה, אבער דו האלטסט דאך אז די גאנצע מוסד הרעביסטעווע איז אן איבריגע זאך, איז צו וואס פעלט אויס מער רבי'ס?

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:37 am

· #400193
גאנצל
ווען וויזניצע רביס האבן ווען א אפטויניטי זיך צו שלאגן וואלסטו געוואויר געווארן אז זיי זענען פונקט אזאנע פוסטאקעס ווי עני אנדערע

נאך מער ביי ר' מאטעלע ואחיו האט מען זיך נישט געקריגט אויף ריעל עסטעיט און פונדעסטוועגן געווען צוקריגט


ר׳ מוישלע און ר׳ מאטעלע זענען יא געוועהן מעהר פון די קריגערערישע טייפ. (א שטייגער ווי די טייטלביימער) זייערע קינדער נישט. אויסער ביידע ר׳ מענדל׳ס דער טאליבאן פון גיבערס און דער פאריקטער ״העיליגער בעל-דמיון״ פון מרכז. און מיט וועם פונקטליך גייען זיי זיך שלאגן? סאיז נישטא אויף וואס! יעדער האט זיך זיין טעראטאריע און געגעאנגען ווייטער.

בן אדם » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:18 am

· #400194
שמעון וואלף

ס'נישט קיין שאלה אז קרעדיט קומט זיך פאר ר' מאטעלע ז"ל מיט די קינדער. אבער מ'דארף פארשטיין אז מ'קען נישט מדמה זיין וויזניץ צו סאטמאר אדער באבוב. בימים ההם - פאר 15-20 יאר צוריק האט מען נאך געמיינט אז מ'קען זיך שלאגן און אוועק כאפן איינער פון צווייטן אדער סתם טערארעזירן און מ'זאל נאך עפעס פארדינען דערפון. די מחלוקת אין באבוב, סאטמאר, קלויזענבורג וכו' האט געברענגט א גיעול נפש צו שטיין ווייט פון מחלוקת. קוק אן די וואס שלאגן זיך, מ'הערט נישט אויף צו טראכטן פון צד שכנגד. ווען יענער זאגט בים זאג איך באם. טאג און נאכט איז מען ביזי מוט חשבונות. מ'קען נישט גיין דא און מ'קען נישט טון יענץ, אן אפקומעניש. און וואס האט מען פארדינט?
ובפרט וויזניץ וואס זיי האבן דאך יארן לאנג געלעבט מיט מחלוקת צווישן מאנסי אין בני ברק און זיי זענען שוין דורך געגאנגן די סייקל ביז'ן שלום מאכן, האט נאך איינער דארט געהאט אן אפעטיט פאר מחלוקת?
נאכאמאל, טאמער וואלטן אדמו"רים פון וויזניץ מאנסי געווען פוסטאקעס וואלט געווען זייער גרינג ס'זאל אויספלאצן א מחלוקה'לה אבער לפי המצב, האט זיך נישט פארלאנגט קיין מורא'דיגע מדריגות צו לעבן בשלום

גאנצל
ווען וויזניצע רביס האבן ווען א אפטויניטי זיך צו שלאגן וואלסטו געוואויר געווארן אז זיי זענען פונקט אזאנע פוסטאקעס ווי עני אנדערע

נאך מער ביי ר' מאטעלע ואחיו האט מען זיך נישט געקריגט אויף ריעל עסטעיט און פונדעסטוועגן געווען צוקריגט

נכרים דברי סאטמראים.

בן אדם » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:21 am

· #400195
גייטס צוריק צום ארגינעלן סאטמארע דרך און עטס וועטס מער מצליח זיין. יענער מעג זיין דער גרעסטער צדיק, עניו, און ת"ח, אבער אויב איז ער א ציוני דעמאלטס איז דאס גארניקס, אן עובד ע"ז ממש...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:24 am

· #400198
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
דער גיעול נפש פון מחלוקת מיינט נאר אז יענער איז א גועל נפש פאר׳ן זיך נישט מוותר זיין צו מיר. א מענטש וואס האלט אז אלסדינג קומט זיך איהם, וועט אייביג זיין נעבעך א באקריוועדעטע, און א נרדף. איך גלויב שווער אז מ׳האט געטראכט שלא תמות כדרך שמת פלוני.

לאמיר אבער האפפען אז דער העולם וועט איינזע׳ען ווי געפערליך איז דאס מחלוקת, און מ׳עט שטייען ווייט דערפון.

מ׳דארף יעצט זע׳ען וויאזוי וויזניץ אנטוויקעלט זיך. למשל, ביים נעקסטען אסיפת כלל ישראל, ווער גייט מכריע זיין? זיי וועלען אלע פילען משועבד צו איין דעה? איך זעי נישט פארוואס עס וואלט אזוי געדארפט אזוי זיין, אבער ווער ווייסט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:51 pm

· #400225
איך וויל זיך דינגען מיט שבת אחים וואס טענהט ער דרייט זיך אין מאנסי יארן לאנג, נאכאמאל איך בין נישט קיין וויזניצער חסיד, נישט היינט נישט נעכטען איל וואין פארט אויף פילליס טעררעס ווייס איך א ביסעלע,
הרב מענדיל האט נישט קיין טראף שכל... א טאליבאן... א ר... און הרב יצחק יוחנן געלונגעסטע קינד וואס? צו הרב יצחק יוחנן איז ערלעך אוןן הייליג מסכים געלונגען וואס זענט איר משיגע?
לאמרי די זייער קלאר זיין זאלסט מיך גיט פארשטיין, ווען איך דארף פיקען אט רבי פון די אכט, האב איך א ספק פינקטליך צו וועגען און מעסטען אבער דאס איז זיכער, א עובד ד' איז רעב מענדיל נומבער איינס הרב יצחק יוחנן איז נאכעם אבער נישט נומבער צוויי ער איז נומבער פיר ווייל קיין צווייטע ווי הרב מענדיל אלטס עובד ד' איז נישטא, הרב מענדיל עבדות ד' נעמט אריין זיין כלפי שמיא, מיין איך, זיין התמדה, יראת שמים, עבודת התפלה, שמירת עינים, ידיעת התורה ויגיעה עצומה, בקי נפלא בספרי חסידות ספרי התולדות ועוד, אמת זיין בין אדם למקום איז נישט אזוי גיט און שיין ווי הרב יצחק יוחנן, אבער ווי קימט הרב יצחק יוחנן צו צו זיין מח? צו זיין האראוואניע? און לשבחו יאמר כהער זינט ער האט אנגענימען די שבט הנהגה האט ער איבערגעלאזט פיל פון זיינע שארפקייט, עס איז צו האפפען אז סוועט נאך דא זיין א זאך, אבער הארוואניע און יגיעה אין שבת קודש און לימוד התורה שעות רציפות עד כלות הנפש, דאס קען מען נישט ווערען דאס איז הארוואניע פון 50-60יאר! הרב יצחק יוחנן דארף נאכאמאל געבוירען ווערן צו זיין אזא עובד,
נישט אז ער איז גארנישט חס ושלום, ער איז וואיל און טייער אבער נישט א מעין פון דאס,
יעצט קים צוריק מיט אלע מיאוסע ווערטער אויף הרב מענדיל און ווער גערעכט, ווענד מיר אף זיין האראוואניע און יגיעה, און נישט מער און נישט ווייניגער!
נאכאמאל ווען הרב יצחק יוחנן האט נישט א ברידער אדער א קאזין הרב מענדיל איז ער דער גערוטענסטער, לגבי שמיא, נישט לגבי ארעא, די ווייסט וויפול שכל ער האט, פרעג זיין איידיעם הר"ד בהרא"ד וועסטו הערען פונקטליך... דריי מיר נישט קיין קאף געלונגען, ער איז מעסיגער ראויגער ערליך וואיל אבער הנהגה? שכל? וואס האקסטו אין קאף, יא ער היט די אויגען, ער לערינט און דאווענט , ווי א נארמאלע ערליכער איד, נישט מיט יגיעות עצימות רייסען שטיקער פון זיך, ועוד חזון למועד

ראוונע » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:22 pm

· #400280
איך בין דירעקט נישט קיין וויזניצער אבער אויב זאל איך דארפען פיקען איינער פון די אכט וואלט איך בלי שום ספק געגאנגען מיט אדמו״ר מירושלים לעיקוואד

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:52 pm

· #400300
ראוונע
איך בין דירעקט נישט קיין וויזניצער אבער אויב זאל איך דארפען פיקען איינער פון די אכט וואלט איך בלי שום ספק געגאנגען מיט אדמו״ר מירושלים לעיקוואד


נישט קיין שלעכטע פיק. איך גלייך אים אויך זייער שטארק. שוין יאהרן וואס ווען איך טרעף אים געב איך אים א קוש אויף די האנט. אבער פאר אינטערסאנטקייט זאג׳זשע פארוואס וואלסטו אים אויסגעקליבן איבער די אנדערע. לאמיר הערן.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:32 pm

· #400306
ימים. ווילאנג קענסטו שוין ר׳ מענדל און וואס האסטו אנגעשטויסן מיט וויזניץ? סזעהט נישט אויס ווי דו קענסט זיי בכלל. און וועגן זיין איידעם דוד טווערסקי רעדסטו סתם שטותים. ביסט א ליגענער. איך גלייב דיר נישט גארנישט. און זייט ווען איז ער א מאן-דאמר? ער איז מיין כתה איך קען אים. ער איז עפעס א קאמפעטישאן פאר שלמה המלך?.

מיט וועלכע ״פיבער מעסטער״ האסטו געמאסטן אז ר׳ יצחק יוחנן דארף נאכאמאל געבוירן ווערן צוזיין אזא עובד ווי ר׳ מענדל? ווער האט דעס אפגעמאכט? וואס עפעס? פון וואו נעמסטו דאס? ווייל ער שאקלט זיך ביים דאווענען ווי א עגלה ערופה? ווייל ער מאכט מאדנע יללות ביים דאווענען? ווייל ער טוט נישט טוישן די הויזן נאר איינמאל אין ניין-חדשים און ער שטינקט ווי א חזיר? מיט וואס איז ער מעהר ווי ר׳ יצחק יוחנן? וויאזוי מעסטו גדלות?

ר׳ מענדל איז א עובד? א קלוגער מענטש? טוה מיר א טובה זאל ער קודם גיין איבערבעטן די אלע מענטשען וואס ער האט מבזה געוועהן. געשלאגן. (דו ווייסט וויפל מענטשען ער האט געשלאגן אין זיין לעבן?) איינער וואס הייבט הענט איז א ר ש ע !- גענוי די ווערטער האט אים די רבי זצ״ל געזאגט ווען ער האט איינמאל באפאלן ר׳ יוסל ראב-משב״ק און אים געשלאגן און אנגעשפריצט מיט הייס וואסער. גארנישט קיין עובד!

ער איז א טאליבאן! אלע זיינע תקנות אין זיין שטעטל איז ענדליך צו די טאליבאן און העלבראנץ. ער איז יואלי ציממערמאן וואס זיין טאטע איז געוועהן א גרויסע רבי. פארגעס פון עובד שמובד, ער איז בכלל נישט קיין נארמאלע בריאה! ער איז שוין היינט טאקע א עלטער-זיידע און האט זיך שוין אביסל בארואהיגט אבער יונגערהייט? כהאב אים נאך שיין באטיטלט. ווילסט הערן מיין עכטע מיינונג אויף אים? ווען זיין טאטע איז נישט וויזניצער רבי וואלט מען אים יונגערהייט אריינגעלייגט אין חוש אדער אין משוגעים הויז.

שוין! וואס א חילוק! נעקסט קעיס.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7