☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12171
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 12:34 pm

· #398032
גאנצל: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. (נאר מיט דעם אז ער האטציך געקענט אריינלייגן אין איינעם'ס מצב. אפילו יענער איז נישט געווען דייקא פון זיינע חסידים. אבער יענער מענטש האט פארשטייצעך געדארפט קומען צו איהם. ער איז נישט ארומגעגאנגען זוכן און פרובירן מתקן צו זיי די וועלט. למשל, ער האט ארויסגעגעבן פארשידענע פסקי הלכה, וואס א טייל פיהר איך מיך אנצוהאלטן. אבער ער האט דאס פאקטיש נאר ארויסגעגעבן פאר זיינע תלמידים וחסידים. (און איך בין נישט איינער פון זיי.). איינס פון זיינע פסקים להלכה ולמעשה איז, אז ביי חתונות טאר מען נישט עסן די דיזוירט. נאר מיט א ברכת שהכל. ממילא האט ער געמאכט א תקנה אין אלע וויזשניצע זאללן. אז מ'סערווירט נישט די דיזוירט נאר נאכ'ן בענטשן. ווייל מענטשן ווייסן נישט אדער וויללן נישט וויסן אז מ'דארף מאכן א ברכה. כאטש מ'האטציך געוואשן צו ברויט...!

נאך האט ער געזאגט, אז ווער ס'ווואוינט אין ברוקלין און פארט קיין מאנסי דארף נישט זאגן תפילת הדרך. האלט איך, אז ער האט דאס נאר געזאגט פאר זיינע תלמידים וחסידים. ווייל זיי פאהרן בקביעות צו זייער רעבי'ן. משא"כ א פשוט'ער איד (נישט פון ליפא'ס פשוט'ע אידן) דארף יא צו זאגן תפילת הדרך...!

אויך מיט די זמני כניסת ומוצאי שב"ק האלט איך אנדערש. און ער האט דאס טאקע נישט געזאגט פאר א יעדן. נאר פאר זיינע מענטשן. אונז האלטן מיר ..."72"...!

איי, ער האטציך געמישט ביי די סקול דיסטריקט אין מאנרוי. איז טאקע א קשיא. אבער ער האט געהאלטן אז ער דארף מוחה צו זיין . והדברים ידועים. ואכמ"ל. ואני... און איך, בערל בעל עגלה האלט אז ער האט (במחכת"ה) נישט געוואוסט אלע פאקטן אין זיין שיקול הדעת מוחה צו זיין. מכמה טעמים...! נאר וואס מ'איז איהם געקומען פארציילן...!

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 1:05 pm

· #398038
אויב פארט מען בקביעות איז די וועג ווייניגער מסוכן?

גאנצל » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 1:06 pm

· #398039
איך האב דען גערעדט פון זיינע הלכות און הוראות איך רעד פון אים אליין אלס פערזאן קוק איבער @פרייוויליגס תגובה ער שרייבט דאס בעסער ארויס

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 1:24 pm

· #398042
גאנצל: אבער זיינע פסקי הלכות זענען געווען א טייל פון זיין פערזענליכקייט. אין פארגלייך צו אנדערע בעלי הוראה וועלכע האבן ארויסגעזאגט פסקים פאר די וועלט. אדער מ'האט זיי אזוי אנגענומען, לכה"פ.

לחיים ולברכה » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 1:25 pm

· #398043
סקוקט אויס ווי דער עולם האט פארגעסן וואס א רבי מיינט,

א רבי ברויך זיין געטריי צו זיינע חסידים אין ברויך נישטו צו פירן די וועלט ווי מאנכע רבנים רעדן זיך איין,

זיין מעלה איז אז ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור

גאנצל » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 1:27 pm

· #398044
berlbalaguleh
גאנצל: אבער זיינע פסקי הלכות זענען געווען א טייל פון זיין פערזענליכקייט. אין פארגלייך צו אנדערע בעלי הוראה וועלכע האבן ארויסגעזאגט פסקים פאר די וועלט. אדער מ'האט זיי אזוי אנגענומען, לכה"פ.

יו מיס די פוינט עניוועי

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 1:37 pm

· #398047
פרייוויליג
@שבת אחים איך רעד נישט פון isolated מעשות, וואס איז זעלבסטפארשטענדליך אז עס זענען דא. יעדער חסידות האט אן עקסטערע אפטיילונג פון: "אפילו די ליטווישע, מזרחישע און מאדערענע אידן קומען צום רבי'ן". דאס געבט א בעסערע קאליר פאר די חסידות. מיין נקודה איז געווען איבער דעם כלל. אויב ביסטו נישט געווען פון די וויזניץ טייג האסטו דאס געשפירט. עס האט נישט געכאפט.

שבת אחים האט געברענגט א ראיה צו זיין זייט מיט א מעשה. די שאלה איז צו די קענסט אויך פרופען דיין פוינט מיט א משל אדער א מעשה.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 2:23 pm

· #398054
פרייוויליג
@שבת אחים איך רעד נישט פון isolated מעשות, וואס איז זעלבסטפארשטענדליך אז עס זענען דא. יעדער חסידות האט אן עקסטערע אפטיילונג פון: "אפילו די ליטווישע, מזרחישע און מאדערענע אידן קומען צום רבי'ן". דאס געבט א בעסערע קאליר פאר די חסידות. מיין נקודה איז געווען איבער דעם כלל. אויב ביסטו נישט געווען פון די וויזניץ טייג האסטו דאס געשפירט. עס האט נישט געכאפט.

כפארשטיי נישט וואס דו זאגסט. Isolated מעשיות? לייקענסט אז די לעצטע צוואנציג יאהר האבן מאסן ״פרעמדע מענטשען״ באלאגערט זיין הויז טאג טעגליך? יעדער וואס האט געדאווענט און זיך געדרייט אין וויזניץ ווייסט דאס! ק׳מאן!? טויזנטער מענטשען וואס האבן גארנישט געהאט מיט וויזניץ זענען געקומען צו אים מיט אלע מיני שאלות און פראבלעמען. דאס איז א פשוטע פאקט. קענסט שרייען אז אלע רבי׳ס און אלע חסידים טענהן אזוי. אבער ס׳פרעגט נאך אלץ נישט אפ די מציאות.

איך קען דיר נישט אנפאנגן צו פארציילן וויפל פרעמדע מענטשען וואס איך ווייס וואס האבן זיך געדרייט ביי אים. איך האב דיר געגעבן פול מיט משלים און איך קען דיר געבן נאך און נאך.

ווען איך בין אריין קיין באבוב, בעלזא, גור, האב איך אויך געפילט ווי א יון אין די סוכה. וואס האבן וויזניצער חסידים געהאט פון באבוב, בעלזא, גור???
גארנישט. כ׳פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא ארויסברענגן? אז דו האסט גארנישט געהאט מיט אים? איך האב אויך גארנישט געהאט מיט ר׳ נפתליטשע באבובער. נא!? וואס איז יעצט? ס׳מאכט אים עפעס ווייניגער? זיין צדקה וחסד ווערט יעצט פארמינערט? ווייל איך פערזענליך האט גארנישט געהאט מיט אים?

ר׳ מאטעלע איז אין די לעצטע צוואנציג יאר געוועהן ״א וועלטס רבי״ ממש! פון אלע זייטן האבן געשטראומט מענטשען צו אים.

ס׳שיינט ווי דו האסט עפעס א פערזענליכע אגענדא.

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 2:39 pm

· #398056
שבת אחים
ס׳שיינט ווי דו האסט עפעס א פערזענליכע אגענדא.

בן אדם
שבת אחים האט געברענגט א ראיה צו זיין זייט מיט א מעשה. די שאלה איז צו די קענסט אויך פרופען דיין פוינט מיט א משל אדער א מעשה.

לחיים ולברכה
סקוקט אויס ווי דער עולם האט פארגעסן וואס א רבי מיינט,

א רבי ברויך זיין געטריי צו זיינע חסידים אין ברויך נישטו צו פירן די וועלט ווי מאנכע רבנים רעדן זיך איין,

זיין מעלה איז אז ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור

איך האב קיין שום אגענדע נישט, חלילה. כ'פארשטיי אז דו ביסט א פייערדיגע חסיד, און עס איז נאטורליך אז דו קענסט שווער רילעיטן צו דעם. (אוממעגליך פאר א חסיד צו זען זיין רבי'ן פון אינדרויסן) און איך וועל פראבירן איבער צו זאגן אין קורצן וואס כאב געזאגט.

עס איז נישט קיין חסרון אז רבי מאטעלע איז געווען "וויזיניצער רבי". עס איז פשוט די מציאות, איך האב דאס בלויז הינטערגעשטרייכט. עס איז דא אמאל א רבן של ישראל, א רבי מיט וואס יעדער אינדעטיפיצירט זיך, (דוגמאות ווייסט יעדער) און נאכדעם איז דא רבי פאר זיינע חסידים. עס איז נישט קיין חסרון, עס איז בלויז א מציאות. רבי מאטעלע וואלט געטון זאכן צו זיינע חסידים וואס ער וואלט נישט געטון צו אנדערע.

איך וויל נישט אריינגיין אין מעשות. ווייל אזוי גייט עס, א מעשה פאר א מעשה. מיט יעדער מעשה וואס איך וועל ברענגן וועט שבת אחים ברענגן צוויי. א מעשה איז שווער אפ צו ווענדן אדער ברענגן א ראי'. מיט איין קליינער טויש און די גאנצע מעשה איז אנדערש. דעריבער וועל איך בלייבן מיט מיין כללות'דיגער נקודה. כהאלט אז אסאך וועלן פארשטיין וואס איך מיין.

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 2:49 pm

· #398057
שבת אחים
כ׳פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא ארויסברענגן? אז דו האסט גארנישט געהאט מיט אים? איך האב אויך גארנישט געהאט מיט ר׳ נפתליטשע באבובער. נא!? וואס איז יעצט? ס׳מאכט אים עפעס ווייניגער? זיין צדקה וחסד ווערט יעצט פארמינערט? ווייל איך פערזענליך האט גארנישט געהאט מיט אים?

פאר א סיבה האב איך געשריבן מיינע פאלגענדע ווערטער, אז דו זאלסט נישט פארדרייען מיינע ווערטער:

איך רעד נישט פון מהות גדולתו. זיינע חסידים האבן זיכער צו פארציילן מעשות, צדקות, עבודה. אן קיין קלער. רבי מאטעלע איז געוויס געווען א איש מורם מעם, אן ערליכע איד, א צדיק נשגב.

שושן פורים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 3:05 pm

· #398058
פרייוויליג
איך האב קיין שום אגענדע נישט, חלילה. כ'פארשטיי אז דו ביסט א פייערדיגע חסיד, און עס איז נאטורליך אז דו קענסט שווער רילעיטן צו דעם. (אוממעגליך פאר א חסיד צו זען זיין רבי'ן פון אינדרויסן) און איך וועל פראבירן איבער צו זאגן אין קורצן וואס כאב געזאגט.

עס איז נישט קיין חסרון אז רבי מאטעלע איז געווען "וויזיניצער רבי". עס איז פשוט די מציאות, איך האב דאס בלויז הינטערגעשטרייכט. עס איז דא אמאל א רבן של ישראל, א רבי מיט וואס יעדער אינדעטיפיצירט זיך, (דוגמאות ווייסט יעדער) און נאכדעם איז דא רבי פאר זיינע חסידים. עס איז נישט קיין חסרון, עס איז בלויז א מציאות. רבי מאטעלע וואלט געטון זאכן צו זיינע חסידים וואס ער וואלט נישט געטון צו אנדערע.

איך וויל נישט אריינגיין אין מעשות. ווייל אזוי גייט עס, א מעשה פאר א מעשה. מיט יעדער מעשה וואס איך וועל ברענגן וועט שבת אחים ברענגן צוויי. א מעשה איז שווער אפ צו ווענדן אדער ברענגן א ראי'. מיט איין קליינער טויש און די גאנצע מעשה איז אנדערש. דעריבער וועל איך בלייבן מיט מיין כללות'דיגער נקודה. כהאלט אז אסאך וועלן פארשטיין וואס איך מיין.

איך מיין זאלסט יא מער עלאבארירן איבער דיין "כלליות'דיגער נקודה", איך זעה נישט מיט וואס ויזניצע רבי ז"ל איז געווען מער רבי "בלויז פאר ויזניץ" ווי סיי וועלכע אנדערע רבי פאר זייער קרייז.

פארשטייט זיך אז אין די הויפן מיט וועמען עס איז פארגעקומען רייבערייען דורכאויס די יארן איז די בליק אביסל אנדערש, אבער אין די אלגעמיינע חסידישע וועלט?

לחיים ולברכה » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 3:19 pm

· #398063
שושן פורים
איך מיין זאלסט יא מער עלאבארירן איבער דיין "כללות'דיגער נקודה", איך זעה נישט מיט וואס ויזניצע רבי ז"ל איז געווען מער רבי "בלויז פאר ויזניץ" ווי סיי וועלכע אנדערע רבי פאר זייער קרייז.

פארשטייט זיך אז אין די הויפן מיט וועמען עס איז פארגעקומען רייבערייען דורכאויס די יארן איז די בליק אביסל אנדערש, אבער אין די אלגעמיינע חסידישע וועלט?

אין וויזניץ איז יעדע זאך געגאנגען דורכן רבין, נישט געווען אזאך וואס מען זאל טון אין איינע פון די קהילות אדער מוסדות אנעם רבין,

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 3:40 pm

· #398066
לחיים ולברכה
ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור

אזוי?

לאקש » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 4:08 pm

· #398071
זיינע ווערטער קעגן "דער בלאט"
📎 photo_2018-03-22_15-16-40.jpg

יהודי פשוט » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 4:16 pm

· #398072
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
ס'דא א מעשה וואס מ'דערציילט, איך נעם נישט קיין אחריות אז ס'איז אמת אבער כ'האב עס געהערט פון גאנץ פארלעסליכע מקורות...

ווען וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז געוועהן פארנומען מיט זיין מחאה אויפ'ן סקול דיסטריקט איז ער ארום געפארן צו אדמו"רים ורבנים זאמלען חתימות פאר א קול קורא, איינס פון די פלעצער ווי ער איז געגאנגען נעמען א חתימה איז געוועהן טאהש קודש.

אין טאהש האט מען געהערט אז וויזניצ'ער רבי קומט, האט מען אנגעגרייט ווי א געהעריגע רבי'שע באזוך מיט פירות וכדו'. ווען וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז אנגעקומען אין שטוב פונעם הייליגן טאהש'ער רבי'ן זצ"ל האט ער תיכף אנגעהויבן מיט די נושא איבער וואס ער איז געקומען... אז מ'האט געמאכט א פובליק סקול און ס'ממש מינות וכפירה וכו' וכו' א גאנצן דרשה, ווען ער האט גע'ענדיגט האט איהם טאהש'ער רבי זצ"ל גע'פרעגט ווער איז עומד בראש פון דעם פובליק סקול? האט דער וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז די סאטמאר'ער רבי איז עומד בראש און ער איז שולדיג אין די גאנצע זאך, האט טאהש'ער רבי גע'פרעגט פארוואס וויל דער סאטמאר'ער רבי טוהן אזא גע'פערליכע זאך וואס איז ממש מינות וכפירה? האט וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז ער מאכט דערפון אסאך געלט, האט טאהש'ער רבי גע'פרעגט וויפיל געלט מאכט ער דערפון? האט איהם וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז ער ווייסט נישט פונקטלעך, מ'זאגט אז ער מאכט 12 מיליאן דאללער, האט דער הייליגער טאהש'ער רבי זצ"ל גע'ענפערט ווייסט איר וואס וויזניצ'ער רבי, איך נעם זיך אונטער 6 מיליאן, זאל מען צוטיילן די איבריגע 6 צווישן אלע אנדערע חותמים און מ'וועט געבן דאס געלט פאר'ן סאטמאר'ער רבי'ן אזוי וועט ער מער נישט האבן קיין סיבה צו וועלן מאכן דעם פובליק סקול.....
דער וויזניצ'ער רבי זצ"ל האט שנעל אפגעטראגן פון דארט...
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 4:41 pm

· #398074
ר' מאטעלע איז געווען גענוג רייך, ער וואלט געקענט געבן מער ווי זעקס מליאן פאר דעם ארעמען ברך משה...

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 4:52 pm

· #398078
יהודי פשוט

איך האב דאס געהערט אין טאש פון דעם גבאי - צוויי יאר צוריק.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:13 pm

· #398079
איך קען נישט גלייבן אז איך לייען דא אזעלכע שטותים. ר׳ מאטעלע איז אין זיין לעבן נישט געגעאנגען זאמעלן קיין שום חתימות פאר גארנישט! להד״ם! ער איז דאכצעך אפילו קיינמאל נישט געוועהן אין טאהשע שטעטל אין זיין לעבן. ער וואלט קיינמאל נישט געטוהן אזא זאך. ער האט נאר געזאגט זיין מיינונג ותו לא.

הונדערט פראצענט שטותים.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:16 pm

· #398081
פלוני
יהודי פשוט
ס'דא א מעשה וואס מ'דערציילט, איך נעם נישט קיין אחריות אז ס'איז אמת אבער כ'האב עס געהערט פון גאנץ פארלעסליכע מקורות...

איך האב דאס געהערט אין טאש פון דעם גבאי - צוויי יאר צוריק.

זאג די גבאי אז ער איז א ליגענער. אפשר קענסטו מיר געבן דעם נאמען פון דעם גבאין? איך האב א קאזין פון די נענסטע שטוב מענטשען פון טאהשער רבי פאר יאהרן לאנג איך גיי אים בלי״נ רופן און פרעגן. אפילו איך ווייס קלאר אז סאיז נישט אמת. דעס איז נישט געוועהן ר׳ מאטעלע׳ס כאראקטאר.

כלבאשבוע » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:21 pm

· #398083
יהודי פשוט
ס'דא א מעשה וואס מ'דערציילט, איך נעם נישט קיין אחריות אז ס'איז אמת אבער כ'האב עס געהערט פון גאנץ פארלעסליכע מקורות...

ווען וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז געוועהן פארנומען מיט זיין מחאה אויפ'ן סקול דיסטריקט איז ער ארום געפארן צו אדמו"רים ורבנים זאמלען חתימות פאר א קול קורא, איינס פון די פלעצער ווי ער איז געגאנגען נעמען א חתימה איז געוועהן טאהש קודש.

אין טאהש האט מען געהערט אז וויזניצ'ער רבי קומט, האט מען אנגעגרייט ווי א געהעריגע רבי'שע באזוך מיט פירות וכדו'. ווען וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז אנגעקומען אין שטוב פונעם הייליגן טאהש'ער רבי'ן זצ"ל האט ער תיכף אנגעהויבן מיט די נושא איבער וואס ער איז געקומען... אז מ'האט געמאכט א פובליק סקול און ס'ממש מינות וכפירה וכו' וכו' א גאנצן דרשה, ווען ער האט גע'ענדיגט האט איהם טאהש'ער רבי זצ"ל גע'פרעגט ווער איז עומד בראש פון דעם פובליק סקול? האט דער וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז די סאטמאר'ער רבי איז עומד בראש און ער איז שולדיג אין די גאנצע זאך, האט טאהש'ער רבי גע'פרעגט פארוואס וויל דער סאטמאר'ער רבי טוהן אזא גע'פערליכע זאך וואס איז ממש מינות וכפירה? האט וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז ער מאכט דערפון אסאך געלט, האט טאהש'ער רבי גע'פרעגט וויפיל געלט מאכט ער דערפון? האט איהם וויזניצ'ער רבי גע'ענפערט אז ער ווייסט נישט פונקטלעך, מ'זאגט אז ער מאכט 12 מיליאן דאללער, האט דער הייליגער טאהש'ער רבי זצ"ל גע'ענפערט ווייסט איר וואס וויזניצ'ער רבי, איך נעם זיך אונטער 6 מיליאן, זאל מען צוטיילן די איבריגע 6 צווישן אלע אנדערע חותמים און מ'וועט געבן דאס געלט פאר'ן סאטמאר'ער רבי'ן אזוי וועט ער מער נישט האבן קיין סיבה צו וועלן מאכן דעם פובליק סקול.....
דער וויזניצ'ער רבי זצ"ל האט שנעל אפגעטראגן פון דארט...
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל

נאנסענס סטארי, לדו״י

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:30 pm

· #398085
די אומפארגינערס און שונאים זוכן מעשיות פון אינטער דער ערד! ארויסגעזויגן פון די פינגער! כהאב ענק געזאגט סאיז דא גענוג נאך אמתע מעשיות וואס מקען האבן טענות אויף אים. ווי למשל אלע זיינע פרומע שטיק און איבעריגע חומרות וואס ער האט ארויפגעווארפן אויף זיינע חסידים. עטץ דארפסט נישט אנקומען צו ״אויפגעמאכטע מעשיות״ סאיז דא גענוג אמתע טענות אויף אים, אבער פלוז!? נישט קיין קינדערישע טאהשע מעשיות.

פלאצן זאלן ענק אלע. ער איז געוועהן פאר אונז וויזניצער חסידים נישט נאר א רבי און א וועגווייזער נאר א טאטע און א זיידע און א ביזנעס קאנסאולטענט אינאיינעם. מיר האבן אים זייער ליעב געהאט. זיין ארגעניעלקייט אמתקייט און אויטענטישקייט איז געוועהן א גרויסע חידוש אין אונזערע צייטן...

אלע זיינע קינדער אינאיינעם קומען נישט צו צוזיין שפיץ פינגער פון די פוס...

קומסט אויף מיט בעסערע באבע מעשיות פלוז?!

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:43 pm

· #398086
בן אדם
ר' מאטעלע איז געווען גענוג רייך, ער וואלט געקענט געבן מער ווי זעקס מליאן פאר דעם ארעמען ברך משה...

הלוואי. די 15 יאר ווען ער איז געוועהן רייך האט יעדער הנאה געהאט פון אים. ער האט געשיקט געלט פאר אלע פרעמדע מוסדות (סאטמאר, פאפא קלויזנבורג, באבוב, וכו׳) יעדע מאל ער האט חתונה געמאכט. און ווער סאיז געשטאנען נאנט האט געכאפט. ער פאר זיך אין צימער האט געקארגט אויף די לעקטער און קיינמאל נישט אויסגעגעבן קיין פעני פאר מותרות.

די לעצטע פאר יאהר האט ער קיין געלט נישט געהאט מעהר. וואס איז אריינגעקומען איז אסאך שנעלער ארויסגעגאנגען.
the demand was more than the supply

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:00 pm

· #398089
די מעשה מיט די חתימות איז ברייט באקאנט. דענק נאך בשעתו ווען עס האט פאסירט.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:01 pm

· #398090
@פרייוויליג
איך האלט גראדע נישט פון אים בלינדערהייט. אסאך זאכן וואס ער האט געטוהן בין איך נישט געוועהן אזוי צופרידן פון אים. למשל די בילדער, די עירוב אין ב״פ. וכו׳ און זייער אסאך אנדערע זאכן וואס מיר קוקט עס אויס זייער עקסטרעים און איבריג. אבער באופן כללי איז די מענטש געוועהן א גרויסע מענטש. א געוואלדיגע פירער. א אמתע מענטש. א שארפער. געכאפט שנעל א עסק. געהאט אלע שטריכן צוזאמען ער איז געוועהן א ליבליכע און א שארפע מענטש צוזאמען. ער האט געדענקט יעדעם איינעם און אלע משפחה דיטעיליס און ער האט אינזין געהאט יעדעם איינעם. ער האט זיך געהאלטן צו זיינע פרינציפטען יהי׳ מה שיהי׳.

איך האב צוגעזעהן און געהערט פון אנדערע אזויפיל אויף אים און דאס איז מיין בילד! איך בין גראדע מעהר א חסיד פון ליבעראליזם און נישט זיין צו פארפרומט. ר׳ מאטעלע איז געוועהן צו שטארק פרום פאר מיר. אבער איך פארשטיי פארוואס מיין טאטע און מיין משפחה זענען פארכישופט געווארן פאר אים. ווען מ׳נעמט אלעס צוזאמען זיין שטרענגקייט און וויאזוי ער האט זיך אפ געגעבן מיט די מוסדות און די חסידים, די צדקה און גמ״ח וואס ער האט געטוהן. און מלייגט אלעס אריין אין חשבון די מעלות און די חסרונות. וועגט זיינע מעלות טויזנט מאל איבער די חסרונות.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:02 pm

· #398091
פרייוויליג
די מעשה מיט די חתימות איז ברייט באקאנט. דענק נאך בשעתו ווען עס האט פאסירט.

אז ר׳ מאטעלע איז געגאנגען בעט טאהשע רבי אינטערצושרייבן אויף די פובליק סקול? שטותים! וואס הייסט ברייט באקאנט? איך האב עס די ערשטע מאל געהערט היינט.

קאך_לעפל » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:10 pm

· #398092
פרייוויליג
די מעשה מיט די חתימות איז ברייט באקאנט. דענק נאך בשעתו ווען עס האט פאסירט.

זאג די ווילסט אויפקלערן אדער אפ-פרעגן א באקאווינער שמייליגער? דער פארזעניש גלויבט דאך אז זיין רבי מאטל האט געקענט אפשטעלן די זון ווי יושע בן נון אין גבעון. קוק זיינע געשרייבעכצער אויף א מענטש מיט וועלכע מאנכע פון אונז זענען אויפגעצויגן געווארן, און געדענקן אים נאך גוט, נישט בלויז צוליב די שעות צעטליך און די בילדער-שלאכט זיינע.

אז די וועסט אים פארציילן אז אהרן טייטלבוים האט געוואוינט מיט א נשג''ז אין די סאמע צענטער פון שטאט, וועט ער צוליב זיין פונסטערע האס צו אים, און זיין בלינדע גלייבונג אינעם רעבען גלויבן. ס'איז אויסשליסליך נישט מעגליך צו פארפירן א דיסקאסיע מיט א שמייליגער, עס איז נאך פילייכט פיל ארגער ווי פראבירן צו האבן א רעכטדענקיגער דעבאטע מיטן זקן השטיבל דער פערדן טרייבער.

לאז אים געמאכט..

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:22 pm

· #398093
קאך לעפל. דו ביסט זיס. כהאב מיך געקוילערט פאר געלעכטער פון דיינע נאונסענס. כהאב דיך געלייקט ווייל מיין רבי דער אהבת ישראל זצ״ל האט געזאגט מען זאל אזוי לאנג ליעב האבן די שונאים ווילאנג זיי וועלן דיך פארשטיין און ווערן דיינע בעסטע פריינד.

איך האב עס געטוהן מיטן קאסובער אויך אפאר וואכן צוריק. כהאב אים געטראפן ביי א שמחה. ער איז פונקט ארויסגעקומען פון די קאר און איך האב אים אזוי באגענגעט אויג צו אויג. כהאב שנעל געטראכט וואס וואלט דער אהבת ישראל געטוהן אין אזא פאל? איך האב שנעל אויסגעשטרעקט מיין הענט און אים געזאגט ״שלום עליכם״ און ער געט מיר אזא קוק אן פאר א סעקונדע אן א דריי אוועק די קאפ און מורמלט צו זיין לינקע אקסל, אה.. וואס מאכט מען??? פרעג איך אים, די רבי געדענקט נאך ווער איך בין? זאגט ער, א שאלה!? אוואדי! (דו ביסט דאך שבת אחים וואס האקט אויף מיר אין ק״ש 😂-נאה דאס איז נאר צוגעלייגט פאר א וויץ). און איך בין געגעאנגען ווייטער. קודם זעהט ער אז איך רעדט שוין מיט אים און איך גריס אים. די נעקסטע מאל וועל איך כאפן א קליינע שמועס מיט אים, און צוביסלעך וועט ער מיר אפשר באצאלן די שאדן וואס ער האט מיר אנגעמאכט. ווער ווייסט!?

מ׳דארף האלטן די שונאים נענטער פון די פריינד.

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:28 pm

· #398095
לאמיר מאכן פארקערט. פרעג כאטש צוויי גבאים פון טאהש, און שרייב די נעמען וועמען דו האסט געפרעגט, און אז זיי האבן געזאגט ס'ליגענט.
לא חצוף גבאי מיר צו זאגן דעם ליגענט, און איך בין גרייט צו זאגן דעם גבאי'ס נאמען, אבער קודם שרייב דו כאטש צוויי נעמען פון גבאים אז ס'נישט אמת גלייב איך דיר.

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:31 pm

· #398097
קאך_לעפל
פרייוויליג
די מעשה מיט די חתימות איז ברייט באקאנט. דענק נאך בשעתו ווען עס האט פאסירט.

א באקאווינער שמייליגער
מאנכע פון אונז זענען אויפגעצויגן געווארן, און געדענקן אים נאך גוט, נישט צוליב די שעות צעטליך און די בילדער-שלאכט..

אוי האסטו געקלאפט א נאגל אינעם פינטל!

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:33 pm

· #398098
דו דארפסט נישט מאכן קיין שום דיעלס מיט מיר איך גיי פרעגן מיין קאזין און אים נאכדעם פרעגן צו איך קען שרייבן זיין נאמען. איך גלייב נישט די מעשה. איך גלייב בכלל נישט אז ר׳ מאטעלע וואלט אין זיין לעבן געגעאנגען בעטן אנדערע רבנים אינטערצושרייבן אויף עפעס. אפשר אפשר זיין זוהן ר׳ ישראל. גלייב איך אויך נישט.

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:36 pm

· #398100
שבת אחים
דו דארפסט נישט מאכן קיין שום דיעלס מיט מיר איך גיי פרעגן מיין קאזין און אים נאכדעם פרעגן צו איך קען שרייבן זיין נאמען. איך גלייב נישט די מעשה. איך גלייב בכלל נישט אז ר׳ מאטעלע וואלט אין זיין לעבן געגעאנגען בעטן אנדערע רבנים אינטערצושרייבן אויף עפעס. אפשר אפשר זיין זוהן ר׳ ישראל. גלייב איך אויך נישט.

כ'מיין אז דו קומט נישט אריין קיין אמונה בכלל. ס'דא עטליכע וואס ווייסן די געשיכטע. אלזא מאך ריסערדזש

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:42 pm

· #398103
פלוני
שבת אחים
דו דארפסט נישט מאכן קיין שום דיעלס מיט מיר איך גיי פרעגן מיין קאזין און אים נאכדעם פרעגן צו איך קען שרייבן זיין נאמען. איך גלייב נישט די מעשה. איך גלייב בכלל נישט אז ר׳ מאטעלע וואלט אין זיין לעבן געגעאנגען בעטן אנדערע רבנים אינטערצושרייבן אויף עפעס. אפשר אפשר זיין זוהן ר׳ ישראל. גלייב איך אויך נישט.

כ'מיין אז דו קומט נישט אריין קיין אמונה בכלל. ס'דא עטליכע וואס ווייסן די געשיכטע. אלזא מאך ריסערדזש

עטליכע? ווער? זאגסט דאך נישט קיין איין נאמען. די אמונה איז געבעיסט אויף זיין כאראקטאר. אזויווי זאלסט מיר זאגן אז ר׳ מאטעלע איז געגאנגען צו וויקטאריע סיקרעט אין מאנהעטן שאפינג. וועל איך דיר גלייך זאגן. שטותים!

newkave » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 7:36 pm

· #398109
סארי @שבת אחים, אבער דא דארף איך גלייבן @קאך_לעפל.
אלס שערי חמלה תלמיד מוז ער וויסן בעסער ווי דיר.

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 7:37 pm

· #398110
שבת אחים
פרייוויליג
די מעשה מיט די חתימות איז ברייט באקאנט. דענק נאך בשעתו ווען עס האט פאסירט.

אז ר׳ מאטעלע איז געגאנגען בעט טאהשע רבי אינטערצושרייבן אויף די פובליק סקול? שטותים! וואס הייסט ברייט באקאנט? איך האב עס די ערשטע מאל געהערט היינט.

גיי צוריק שלאפן.

newkave » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 7:40 pm

· #398112
פרייוויליג
שבת אחים
פרייוויליג
די מעשה מיט די חתימות איז ברייט באקאנט. דענק נאך בשעתו ווען עס האט פאסירט.

אז ר׳ מאטעלע איז געגאנגען בעט טאהשע רבי אינטערצושרייבן אויף די פובליק סקול? שטותים! וואס הייסט ברייט באקאנט? איך האב עס די ערשטע מאל געהערט היינט.

גיי צוריק שלאפן.

האסט עם אפגעפרעגט

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 7:53 pm

· #398114
קאך לעפל: דו מאכסט מיך געפערליך שטארק לאכן. איך האב אייביג געוואוסט אז דו ביסט א דר*ק מישער, א בענקל שטיפער (ראדני שטיפער) א בעסקיסע פיצער און אן אויפקלויבער פון די צואה פון אן אקס. אבער אז דו ביסט אן אינטעלעקטואל, וועלכער פרובירט, אדער האט די ערמעגליכונג צו פיהרן אן אינטעלעקטואלע דעבאטע, אויך. דעיס האביך שוין ניקס געוויסט...יו מאוראן... טעיק עי לאנג וואלק אן עי שארט פיער...ענד סענד מיי ריגארדס טו דהע פישיעס...!

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 9:42 pm

· #398132
שבת טענה'ט אז ר' מאטעלע איז קיינמאל נישט געווען אין טאש, ויש ליישב, אז דאמאלס איז טאשער רבי געוועהן אין דאהי, כ'דענק אז ער איז געקומען צו פארען באותו פרק.

אבער דער דרייסטקייט פין ר' מאטעלע איז ווינדערליך, נישט מורא געהאט פין דער גרויסער סאטמערער מאשין, הגם ער איז נישט געוועהן אליין, ווייל ר' אברהם לייטנער און קאשויער רב האבן אויך געמאכט גערודער.

דער גרעסטער פראבלעם פין ברך איז געוועהן דעמאלטס, אז זיין אייגענע עולם האט געלאכט פין אים אין די פויסטען.

ר' מאטעלע האט געהאט א נאמען פאר א פרומער בחור, וואס לערנט גמרא אגאנצען טאג (די ליצים האבן צוגעלייגט אז ער פארשטייט ווי א ....) און אויב מוחה ווי א בחור (אהן שכל), און רעגט זיך ווי א בחור.

כ'בין נייגעריג צו וויסן מער וואס שבת אחים זאגט אויך אז ער האט געדרייט זיין עולם מיט פרומעניש צופיל, למשל וואס?

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 10:37 pm

· #398137
די קינדערישע געמויזאכץ און די תגובות פון די אלע טראללס דא מאכט מיך ברעכן. למשל אישתישבי (אדער וואטעווער ער הייסט).

די ליצים וואס זאגן אז ער האט נישט פארשטאנען קיין לערנען. האבן קיינמאל נישט קענענגלערנט אדער פארהערט ר׳ מאטעלע. ער איז געוועהן א גאון עצום ווער סהאט גערעדט מיט אים אין לערנען ווייסט דאס גאנץ גיט. ער האט ביי די דרייסיג יאר שוין געהאט הוראה אויף ד׳ חלקי שו״ע. נאך א מלחמה ווען מאיז געלויפן פון איין פלאץ צום צווייטן.

אקעי מ׳דארף מאכן א עקסטערע פלאץ פאר אלע טראללס וואס האבן ליעב זיך צו ווייקן אין די ״ברוינע דרעק״ זאלן אויך הנאה האבן. איך האב גענוג געהאט מיט די שטותים.

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 10:44 pm

· #398138
ס'קוקט אויס אז ר' דוד מלאנדאן איז ער פראנט ראנער..

<a class="postlink" href="https://twitter.com/AhBlickLive">https://twitter.com/AhBlickLive</a>

פרייוויליג » פרייטאג מערץ 23, 2018 12:00 am

· #398147
[ציטאט אראפגענומען]

לדוגמה האדמו"ר הרה"ק מסטמר. און יא, טאהשער רבי/ סקולען / האבן געהאט א גרעסערע הערצה און אפיל צום אלגעמיינעם וועלט.

איך בין פערטיג מיט דעם שמועס. די ביליגע אטאקעס פון ניקים איינער אויפן צווייטן ברענגט מיך גרויס איבל.

הצלחה.

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 23, 2018 12:24 am

· #398156
פרייוויליג
די מעשה מיט די חתימות איז ברייט באקאנט. דענק נאך בשעתו ווען עס האט פאסירט.

בשעתו האסטי עס מסתמה געליינט אין פנים על פנים אדער געהערט אין ישיבה. אפשר קענסטי גיבן מער דעטאלן פון וואספארא חתימות מ'רעדט? ווער האט אינטערגעשריבן חוץ די פאר בני יואל רבנים?

יהודי פשוט » פרייטאג מערץ 23, 2018 2:03 am

· #398161
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר?? וויזניצ'ער רבי זצ"ל איז געוועהן אן ערליכער איד... און ער איז געגאנגען זאמלען חתימות קעגן א זאך וואס ער האט געהאלטן איז מינות וכפירה, מאידך גיסא דער הייליגער טאהש'ער רבי זצ"ל האט געהאט אן אנדערע מהלך און ער האט איהם גע'ענפערט כדרכו, וואס איז די פראבלעם מיט דער מעשה?? פארוואס מוז מען דא ניצן אזא עקלדיגע שפראך איינער קעגן צווייטן???
איך האב גראדע געשריבן אנהייב פון די מעשה אז איך קען נישט גאראנטירן אז ס'איז אמת... אבער איך ווייס יא פון אן אנדערן פלאץ ווי דער וויזניצ'ער רבי זצ"ל האט זיך געמישט אין אן ענין וואס האט גארנישט געהאט מיט איהם, און ער האט גע'סטראשעט א געוויסע רבי אז ער גייט ארויס גיין קעגן איהם אויב ער גייט איהם נישט פאלגן

שבת אחים » פרייטאג מערץ 23, 2018 4:45 am

· #398166
כבין פריער ארויף צו מיין טאטען אין שטוב כבעט אים די נומבער פון מיין קאזין אין טאהש. ער געט מיר די נומבער און פרעגט מיר וואס גייט פאר. פארצייל איך אז איך טענה מיך מיט איינעם צי סאיז אמת אז די רבי האט געבעטן טאהשער רבי אינטערשרייבן וועגן די פובליק סקול. ער טראכט פאר א סעקונדע און רופט זיך אן קיינמאל נישט!!! ער האט קיינמאל גארנישט פארלאנגט פון אנדערע רבנים!

און ער פרעגט מיר נאכדעם. כמעג דיר פרעגן א פערזענליכע שאלה? וועסטוך נישט באליידיגן? זאג נאר פרעגט ער, ווי אלט ביסטו?. דו האסט נישט וואס צוטוהן מיט די צייט? דארפסט נישט קיינעם פראופן גארנישט. איך זאג דיר אז די מעשה איז הוילע שטותים.
איז ער דאך נישט מעהר וואו גערעכט.

איך פרעג אים נא!? וויאזוי פילסטוך אן דעם רבין? זאגט ער וואס הייסט? אונז האבן דאך דא א גרויסן רבין ר׳ יצחק יוחנן!. ס׳קומט דא א גרויסע שבת-די ערשטע טיש. מרישט שוין איין די ביהמ״ד מיט פארענטשעס. אונז קענען קוים ווארטן.
פלוצלינג שיינט ער אזוי אויף און רופט זיך אן מיט גרויס שמחה ווען די אויגן גלאנצן אים אזוי ״האסט געהערט אז איינע פון די נייע גבאים פון ר׳ יצחק יוחנן איז דאך... מיין אייניקל״ (מיין נעפיו).

סאו פרעג איך אים, ביסט נישט צוטראגן אז די רבי איז אוועק? זאגט ער, זיכער בין איך צוטראגן. אבער לאמיר דיר פארציילן א מעשה. סאיז געוועהן א איד אין אר״י וואס האט געהאט א שטוב מיט עלעף קינדער און זיין ווייב איז ל״ע אוועק פלוצלינג. נאך די שבעה איז דער איד געוועהן צושאסן אויף שברי שברים און נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטוהן און זיך עצה צוגעבן האט ער מחליט געוועהן ארומצוגיין צו אלע רבנים אויף די וועלט און פרעגן וואס טוט מען דא מיט א שטוב מיט קינדער אן קיין מאמע? ער איז אריין פון איין רבי צום צווייטן און פארציילט די מעשה. און יעדער האט אים געטרייסט און אסאך האבן מיטגעוויינט מיט אים, אבער קיין פראקטישע עצה איז נישט געוועהן. ער איז אריין צו ר׳ מאטעלע און אים פארציילט די מעשה אז זיין ווייב איז אוועק און ער איז צוטרייסלט אויף שברי שברים און ער ווייסט נישט וואס צוטוהן. פרעגט אים ר׳ מאטעלע: מ׳טראגט דיר שוין אן שידוכים? זאגט ער ניין! זאג די רבי דארפסט פארגעסן וואס איז געוועהן און גיי זיך א נייע שידוך וואס זאל דיר העלפן מיט די קינדער שטאטס זיצן אין וויינען אויפן אלטן.
פירט מיין טאטע אויס. די רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מ׳דארף אנעמען די גזירה, פארגעסן פונעם אלטען און אנהייבן פונדאסניי זוכן א ״נייע שידוך״... און דאס טוה איך יעצט. ״איך האב געטראפן א נייע שידוך״. קיינער לעבט נישט אויף אייביג.

פשטו ידיכם » פרייטאג מערץ 23, 2018 6:24 am

· #398167
לאקש
זיינע ווערטער קעגן "דער בלאט"

דער שטירמער בלאט

קאך_לעפל » פרייטאג מערץ 23, 2018 6:33 am

· #398168
berlbalaguleh
קאך לעפל: דו מאכסט מיך געפערליך שטארק לאכן. איך האב אייביג געוואוסט אז דו ביסט א דר*ק מישער, א בענקל שטיפער (ראדני שטיפער) א בעסקיסע פיצער און אן אויפקלויבער פון די צואה פון אן אקס. אבער אז דו ביסט אן אינטעלעקטואל, וועלכער פרובירט, אדער האט די ערמעגליכונג צו פיהרן אן אינטעלעקטואלע דעבאטע, אויך. דעיס האביך שוין ניקס געוויסט...יו מאוראן... טעיק עי לאנג וואלק אן עי שארט פיער...ענד סענד מיי ריגארדס טו דהע פישיעס...!

אוי, זיסער יעזעס...... 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

וחלופיהן » פרייטאג מערץ 23, 2018 8:30 am

· #398173
איך האב געמאכט א זוך דער ווארט 'מורדים' און איך זע עס איז קיין איינמאל נישט דערמאנט זייט ר' מאטעלע איז אוועק.

אחרי מות קדושים אמור...?

שבת אחים » פרייטאג מערץ 23, 2018 1:20 pm

· #398192
וחלופיהן
איך האב געמאכט א זוך דער ווארט 'מורדים' און איך זע עס איז קיין איינמאל נישט דערמאנט זייט ר' מאטעלע איז אוועק.

אחרי מות קדושים אמור...?

וואס האט ער געהאט צוטוהן מיט די מרידה? די מרידה איז פארגעקומען אין בני ברק אין שיכון וויזניץ. ר׳ מאטעלע האט געוואוינט אין אמעריקע. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צוטוהן מיט די מרידה איז געוועהן אז עטליכע פון די וויזניצע-מורדים זענען געווארן זיינע חסידים נאכן טאטענס פטירה. ער האט פארלאנגט אז זיי זאלן זיך קודם איבערבעטן און מפייס זיין דעם ברודער. דאס אלעס וואס איך האב געהערט.

אישתישבי » פרייטאג מערץ 23, 2018 2:27 pm

· #398200
שבת אחים
די קינדערישע געמויזאכץ און די תגובות פון די אלע טראללס דא מאכט מיך ברעכן. למשל אישתישבי (אדער וואטעווער ער הייסט).
......

אקעי מ׳דארף מאכן א עקסטערע פלאץ פאר אלע טראללס וואס האבן ליעב זיך צו ווייקן אין די ״ברוינע דרעק״ זאלן אויך הנאה האבן. איך האב גענוג געהאט מיט די שטותים.

אויסער וואס די ביסט א שטיק ליבעראלע דרעק, ביסטו א פולקאמע נארסאסיסטישע געבעקס.

ווען איינער זאגט עפעס קעגען דיין אפגאט, זאל עס זיין דיין אינדיאנער צו דער וויזניצער ווערט מען א טראל.

ביסט דיך ווערט דיין וועלט פין פוסטע עגמת נפש.

אישתישבי » פרייטאג מערץ 23, 2018 2:35 pm

· #398201
דער מעשה ווי ער זאגט א נארוואס געווארענע אלמן זאל נאכאמאל חתונה האבען, ווייזט אויף איינער וואס האט נישט קיין געפיל צו א צווייטענס צרות, כ'מיין באמת? מיין ווייב איז געשטארבן און דיין עצה איז חתונה האבען? ממש א פקחות.

א חסיד פארציילט נישט די מעשה.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 23, 2018 3:27 pm

· #398204
שבת אחים
כבין פריער ארויף צו מיין טאטען אין שטוב כבעט אים די נומבער פון מיין קאזין אין טאהש. ער געט מיר די נומבער און פרעגט מיר וואס גייט פאר. פארצייל איך אז איך טענה מיך מיט איינעם צי סאיז אמת אז די רבי האט געבעטן טאהשער רבי אינטערשרייבן וועגן די פובליק סקול. ער טראכט פאר א סעקונדע און רופט זיך אן קיינמאל נישט!!! ער האט קיינמאל גארנישט פארלאנגט פון אנדערע רבנים!

און ער פרעגט מיר נאכדעם. כמעג דיר פרעגן א פערזענליכע שאלה? וועסטוך נישט באליידיגן? זאג נאר פרעגט ער, ווי אלט ביסטו?. דו האסט נישט וואס צוטוהן מיט די צייט? דארפסט נישט קיינעם פראופן גארנישט. איך זאג דיר אז די מעשה איז הוילע שטותים.
איז ער דאך נישט מעהר וואו גערעכט.

דיין טאטע איז הונדערט פראצענט גערעכט, אבער די מעשה איז נאכנישט אפגעפרעגט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7