שבת אחים פאר ווער ס׳וויל וויסן דעם אמת:
די מעשה מיט טאהשער רבי איז נישט אינגאנצן אמת! איינער א לץ האט נאכגעמאכט ר׳ מאטעלע און גערופן טאהשער רבי אויפן טעלפאון בשם ר׳ מאטעלע, . ר׳ מאטעלע האט קיינמאל נישט גערעדט צום טאהשער רבי וועגן די סקול דיסטריקט....
ר׳ מאטלע האט איינגעפירט די אייגענע היימישע באס קאמפעני , ר׳ מאטעלע האט אויך געהאט א גרויסע השפעה פון זיך ארויסציען אינדרויסן פון שטאט. ״סקווירער שטעטל״ איז געוועהן זיין המצאה, ער האט צוגערעדט זיין שווער זיך ארויסצוציען פון שטאט און עפענען א שטעטל. שפעטער האט ער עס אליינס געטוהן- מיט א געוואלדיגע מאס ״מסירות נפש״ איז ער ארויסגעגענגען וואוינען אין מאנסי און איבערגעלאזט זיין גרויסע קהילה אין שטאט, דורך אים זענען טויזנטער אידן שפעטער געגעאנגען וואוינען אינדרוסן פון שטאט. ער האט געהאט א דירעקטע השפעה אויף דעם.
ר׳ מאטעלע איז אפשר נישט געוועהן פערפעקט. ער איז אבער נישט געוועהן איינער וואס האט מקנא געוועהן סאטמאר.
כ'דארף כאפן די אטעם פון היסטערישע געלעכטער..
די גאנצע ילד שעשועים איז ר' מאטעלע'ס געדאנק, ער האט געהאט א דירעקטע השפעה.. אויך די פייפער אין גאנץ מאנסי, אויך די קופת עזרה, ביקור חולים, הצלה אין שבת, 😂 די גאנצע יודישקייט נאכן מלחמה איז צו פארדאנקן ר' מאטעלע, ער האט איינגעפירט דרשו, און 'מפעל הש''ס' בוני עולם און לאסורים, אלעס קומט דירעקט פון פיליס טעראר, און כ'דארף דערמאנען, אויך קרן הצלה און תומכי שבת, און שומרים, גמ''ח מיסקי, חסד לאברהם, איז געווען זיין רעיון.
שבת אחים די זעלבע זאך מיט ר׳ מוישלע דער ישועות משה זצ״ל הגם איך האב אים זייער נישט ליב געהאט, ער האט וויי געטוהן מיין באבע ע״ה און מיין משפחה אויף זייער א מיאוסן אופן. דאס וואס ער האט געטוהן מיט זיין זוהן הרה״צ ר׳ ישראל פאר אכצן יאהר גערודפט פאר גארנישט און פאר נישט. מוז מען אבער אנערקענען דעם אמת אז, ער האט געמאכט ״גראבע טעותים״ אין זיין לעבן, ער איז דורכגעפאלן מיט אסאך זאכן- הונדרעט פראצענט! ער האט נישט הנאה געהאט פון דער וועלט, ער איז נישט ארומגעפלויגן מיט פריוואטע-דזשעטס. ער איז געוועהן דבוק אינעם אייבערשטען. מיט דעם אלעמען האט ער קיין סאך שכל נישט געהאט און דאס האט אים ליידער געלייגט אין דער ערד אריין
איך האלט אז ער האט פארהארגעט וויזניץ.
יעדע ווארט א בריליאנט! 😂
כ'וויל זאלסט פארציילן גאנצע מעשיות; אנגעהויבן, פארוואס מ'האט ארויסגעווארפן שרוליק, און פארוואס ר' מאטעלע האט געהאלטן אז ר' משה'לע דארף זיך גט'ן, און פארוואס יחזקאל אביגדור איז געזעצן, און פארוואס שערי חמלה איז געווען 'זיין' דאגה, און פארוואס די פייפער איז 'ווידער' געווען זיין דאגה, פארוואס מ'האט נישט געמעגט רופן הצלה אין זיין שול, פארוואס 'ער' האט געגעבן כוס של ברכה פאר א עוכר ישראל און מסור - קענט גריביץ אין זיין אייגענע סוכה, פארוואס פון וועשניץ ווילכאוויטש איז נישט ארויסגעקומען קיין איין חסד ארגאניזאציע נאר זויערע מחאות און טענות אויף יעדע יוד. פארוואס מ'האט געפראוועט קנאות אויף יעדן צוליב די שיטת סאטמאר אבער מאיר פאריטשער איז געווען זיין אויבנאן גאסט בימים הנוראים, און ווער ס'האט ''מוחא''' געווען האט געכאפט מכות רצח - ביי עהם אין שטוב ואין פוצה פה!
פארוואס 'ער' איז געווען באליידיגט אויף זיין ברודער אלע יארן, פארוואס 'ער' האט געטריצט מיט ר' אהרן א לאנגע תקופה, פארוואס 'ער' האט געפייניגט זיין זון 'פיניע' און עהם אוועקגעשיקט פון זיך - און גענומען שרול בדומה לו, פארוואס לייזער פון ירושלים האט זיך געמוטשעט מיט שלום בית וועגן זיין טאטע האט עהם פארשיקט קיין ירושלים, און די שטוב איז צעפאלן, אבער ס'געפאלן אויף טויבע אויערן, און מ'האט צעטיילט די קינדער. פארוואס ווען ס'איז ארויסגעפאלן איינער פון די משפחה, צו שרוליק'ס חיים מאיר, צו שרוליקס דריטע זון, צו לייזער'ס קינדער, האבן קרובים ארום - זיי געהאלפן, סקווער האט אריינגענומען זייער אפפאל, באבוב האט אריינגענומען זייערע נושרים פון זיין אייגענע משפחה, און פארוואס איז ער 'נישט' ארומגעפלויגן מיט קיין דזשעטס.. ניין! נאר געגאנגן צופיס.. איבער'ן וועלט צוזאמקאלעקטן ריזן אסטראנאמישע סומעס און אהיימגעקומען מיט א 'ברינגס-טראק' קעש.. און ווער האט באקומען פון די געלט? 'נאר' וועמען פון די קינדער ס'האבן עהם געקענט נאכטאנצן. הזמן יכלו והם לא יכלו... קודם פארצייל על הסדר די '''אמת'''' און נאכדעם וועט מען הערן פונעם חריף טובא דער אור האמת'ר.. הכ''מ