☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » היפאטעזיע: מיר שטאמען אויך פון חזרים

היפאטעזיע: מיר שטאמען אויך פון חזרים

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5339

ממרום שלח אש » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 2:24 pm

· #165852
היפאטעזיע: מיר שטאמען אויך פון חזרים
א נייע גאר קאנטרעווערסיאלע היפאטעזיע, דורך א א גענטיסט וואס איז א וועלט בארימטע אויטאריטעט אויף הרכבה אין חיות, טענהט אז מענטשן זענען צושטאנד געקומען דורך א הרכבה פון א חזיר זכר און א שימפאנזע נקבה.

נאך איידער איר מאכט עס אוועק אינגאנצן, נעם אין באטראכט די פאלגענדע.

מיר ווייסן שוין לאנג אז מענטשן האבן גאר שטארקע ענליכקייטן צו א חזיר, אויך נעמט פון זיי אדערן און טישו איינצופלאנצן אין מענטשן.

אויך ווייס מער אז פארשידענע זאכן זענען מיר היבש אנדערש פון עיפס.

טענה'ט דער סייענטיסט אז די אלע זאכן דאיכא באדם ולא בעיפ, נמצא בחזיר!

איין זאך וואס איך האב אלץ באמערקט אויף א חזיר, איז זיינע אויגן, די איי לעשעס (וויזוי זאגט מען עס אין אידיש?) איז לאנג און געדעכט, כמיין סנאר בנמצא ביי מענטשן.

נייעס ארטיקל
<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/article-2515969/Humans-evolved-female-chimpanzee-mated-pig-Extraordinary-claim-American-geneticist.html">http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... icist.html</a>

דא איז א קורצע הבסר מיט א (הומאריסטישע) ווידעאו
<a class="postlink" href="http://phys.org/news/2013-07-chimp-pig-hybrid-humans.html">http://phys.org/news/2013-07-chimp-pig- ... umans.html</a>

לענגערע הסבר אויף זיין וועבסייט
<a class="postlink" href="http://www.macroevolution.net/human-origins.html#.Upzd5eLxSx2">http://www.macroevolution.net/human-ori ... pzd5eLxSx2</a>

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 2:27 pm

· #165854
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/165724">viewtopic.php?p=165724#p165724</a><!-- l -->

נאטרוליסט » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 2:28 pm

· #165855
מענטשן שטאמען נאר פון "חזירים"?

איך קען געוויסע מענטשן וועלכע זענען "אליינס" חזירים!

גאלד » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 2:46 pm

· #165857
גמ' תענית כ"א ב

אמרו ליה לרב יהודה מ'איז געקומען פארציילן פאר רב יהודה, איכא מותנא בחזירי רבי! א עפעדעמיע האט זיך אריינגעכאפט צווישן די חזירים און זיי פייגערן אויס, גזר תעניתא האט רב יהודה געזאגט, דאס איז טאקע א ערענסטע זאך און מ'זאל שוין גוזר תענית זיין, נימא קסבר רב יהודה מכה משולחת ממין אחד משולחת מכל המינין קלערט די גמ', ס'קען דאך נישט זיין אז צוליב א מגפה ביי איין סארט בהמה טמאה זאל רב יהודה גוזר תענית זיין, מוז דאך אוואדי זיין אז רב יהודה האט געהאלטן אז אויב עס כאפט זיך אריין א קרענק ביין איין סארט חי' דארף מען חושש זיין אז ס'וועט זיך עס אויסשפרייטן ביי אלע מינים און אלע בהמות וועלן אויספייגערן וואס דאס איז שוין יא מעגליך א מער ערענסטע פראבלעם, לא זאגט די גמ' ניין, נישט דאס איז די סיבה פון רב יהודה פארן גוזר תענית זיין, שאני חזירי דדמיין מעייהו לבני אינשי חזירים זענען א אויסנאם ווייל זייערע געדערם זענען ענדליך צו מענטשן, ממילא א קרענק ביי חזרים קען זיך אויסשפרייטן ביי מענטשן,

שרייבער » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 2:48 pm

· #165859
פאלט דיר גארנישט ביי אז חזירים שטאמען פון מענטשן, איך קען אסאך אזעלכע

היימישער ליטוואק » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 3:06 pm

· #165861
די שארפע אויגן פון דעם חזיר זענען דאך פחדים'דיג

איחוד פעלד » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 8:52 pm

· #165951
מען דארף געבען קרעדיט צו דער מקור המאמר פין יאיר'ס עיפ אשכול.

עס איז אינטרעסאנט ווי איינער קען זאגען א זאך, סתם אהן א חשבון, ווייל ווען מען טוט היינט מרכיב זיין א חזיר מיט א מאנקי געשעהט דאך גארנישט, מהיכי תיתי זאל דאס יא דעמאלס האבען געשעהן. און בכלל וואלט דאך דער חזיר מיט דער מאנקי געדארפט האבען א זכר מיט א נקבה, הייסט עס אז עס איז צוויי מאל געשעהן, און מער נישט?

אז מען רעדט שוין, חזיר פלייש ווען מען פארברענט עס שמעקט עס ווי מענטשען פלייש, מהאי טעמא זאגט ר' סליפקין האט דער תורה געאסר'ט חזיר הגם ער איז מפריס פרסה, ווייל דער תורה האט געוואלט מפריש זיין דער מענטש פין זיי וועלכע ענליכקייט צו בשר האדם. (הגם אז דער שטיקעל תורה איז אנגעפרעגט לויט די ראשונים וואס האלטען אז בשר אדם איז נאר אסור מדרבנן, וצ"עג).

היימישער ליטוואק » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 8:56 pm

· #165954
איחוד פעלד

פ"וו דארף רבינו סלפיקין זאגן דאס, עס איז דאך נישט מעלה גרה?

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 10:47 pm

· #165979
היימישער ליטוואק
די שארפע אויגן פון דעם חזיר זענען דאך פחדים'דיג

הה"ד "די שארפע אויגן... די טריפה'נע אויגן... זיי באמערקן די אלע ענינים...

איחוד פעלד » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 11:44 pm

· #165987
היימישער ליטוואק
איחוד פעלד
מען דארף געבען קרעדיט צו דער מקור המאמר פין יאיר'ס עיפ אשכול.

עס איז אינטרעסאנט ווי איינער קען זאגען א זאך, סתם אהן א חשבון, ווייל ווען מען טוט היינט מרכיב זיין א חזיר מיט א מאנקי געשעהט דאך גארנישט, מהיכי תיתי זאל דאס יא דעמאלס האבען געשעהן. און בכלל וואלט דאך דער חזיר מיט דער מאנקי געדארפט האבען א זכר מיט א נקבה, הייסט עס אז עס איז צוויי מאל געשעהן, און מער נישט?

אז מען רעדט שוין, חזיר פלייש ווען מען פארברענט עס שמעקט עס ווי מענטשען פלייש, מהאי טעמא זאגט ר' סליפקין האט דער תורה געאסר'ט חזיר הגם ער איז מפריס פרסה, ווייל דער תורה האט געוואלט מפריש זיין דער מענטש פין זיי וועלכע ענליכקייט צו בשר האדם. (הגם אז דער שטיקעל תורה איז אנגעפרעגט לויט די ראשונים וואס האלטען אז בשר אדם איז נאר אסור מדרבנן, וצ"עג).

פ"וו דארף רבינו סלפיקין זאגן דאס, עס איז דאך נישט מעלה גרה?

כ'מיין ער איז מסביר די שנאה צו דער אכילת חזיר, עפעס אזוי. אויב נייגערט עס דיר זייער זיך עס נאך אין זיין בלוג.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:22 pm

· #166064
ווי לאנג עס ווערט נישט פעסטגעשטעלט דורך די ען עי איז דאס א תולה ארץ על בלימה. איך קען טרעפן נאך זיבן בעלי חיים וואס זענען ענליך צו מענטשן און קיינער זאגט נישט אז מיר שטאמען פון זיי, למשל דאלפינס, פאפוגייס, ועוד. דאס שטאמען פון עיפס איז געבויט אויף הארטע פאקטן, פון חזירים אויף א שיינער חלום, כאטש עס וואלט געווען גאנץ אינטערעסאנט אויב עס ווערט מקויים.

ממרום שלח אש » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:33 pm

· #166067
יאיר
ווי לאנג עס ווערט נישט פעסטגעשטעלט דורך די ען עי איז דאס א תולה ארץ על בלימה. איך קען טרעפן נאך זיבן בעלי חיים וואס זענען ענליך צו מענטשן און קיינער זאגט נישט אז מיר שטאמען פון זיי, למשל דאלפינס, פאפוגייס, ועוד. דאס שטאמען פון עיפס איז געבויט אויף הארטע פאקטן, פון חזירים אויף א שיינער חלום, כאטש עס וואלט געווען גאנץ אינטערעסאנט אויב עס ווערט מקויים.

ליין דורך, ער אדרעסירט דעם ענין פון די ען עי.

"אן די ען עי איז תולה ארץ על בלימה"? וואס עפעס? די עיפ הנחה איז געווען אנגענומען פאר לאנגע יארן אן די ען עי (די ען עי האט עס טאקע לבסוף באשטעטיגט).

ממרום שלח אש » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 5:01 pm

· #166153
[ציטאט אראפגענומען]

ער טענהט אז עס איז מעגליך אין געוויסע אוומשטענדן, נאר ער וויל עס נישט טון למעשה, צוליב עטישע סיבות.

ממרום שלח אש » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 5:28 pm

· #166162
אלץ ווען מען רעד פון אזעלכע סארט עקספרימענטן איז עס זייער א האקעלע סובשזעקט, יעדער פארשטייט אז מען קען נישט עקספרימענטן מיט די ען עי און למשל באשאפן א בעבי מיט די נאז אויפן רוקן, ווייל ווער געט דיר די רעכט צו שפילן מיט א צווייטן מענטש.

דאס אזי אויך די סיבה פארוואס מען האלט זיך אפ פון קלאונען א ניאנדרטאל און איינפלאנצן אין א מענטשליכע פרוי, כאטש עס איז לכאורה זיכער אז עס וועט געבוירן, ווייל עס האט שוין פאסירט בעבר, אבער ער וועט האבן א שווער לעבן אין א וועלט וואו האמא סעפיענס רעגירן, ער וועט זיין איינזאם און זיך נישט גוט געפינען וכו.

אויב א מורכב פון א שימפאנזע און א חזיר איז עטוואס מער מענטשליך איז עס א האקעלע זאך.

מען ברויך נאכאמאל באטאנען, ער איז א וועלטס אוטאריטעט אויף הרכבה, נישט עפעס א זו ראביי. ממילא ווען ער זאגט אז עס איז מעגליך אין טעריע איז עס גענוג וואגיג. (איך רעד נישט פון די עצם היפאטעזיע)

יאכנע » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 10:03 am

· #166241
יוש ער זעט דאך אויס אינגאצען ווי דער זיידע
גוטזאגערס אין ירושלים האבען דערציילט, אז די שניר פון בן גריון איז געוועזען א גויטע און זי האט זייער ליב געהאט צו עסען חזיר,
אבער אין ארץ ישראל בימים ההם איז געוועזען א בושה דאס צו קויפען
דערפאר האט די שניר בבית גוריון גענומען א בעיבי קערידזש און געקויפט א חזיר'ל בשתיקה און עס אריינגעהילט אין א בעיבי דעקע און עס אריין געלייגט אין דער קערידזש, האפענדיג אז קיינער וועט נישט מערקען
גייענדיג אין גאס באימה וביראה, קימט איר אקעגען א חבר'טע און זי שרייט
יוש! כ'האב נישט געוויסט אז די האסט געבוירען א בעיבי! וואוו! לאמיך זען! שרייט די שניר 'ניין ניין ניין'. די טענות האטט נישט געהאלפען און כדרך היאכנעס האט זי געגעבע א דעק אויף, ווי נאר די חבר'טע זעט דעם חזיר זאגט זי
יוש! ער זעט דאך אויס אינגאצען ווי דער זיידע....