רכבת קסטנער די קאסטנער באן
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12018
רכבת קסטנער די קאסטנער באן
אצינד איז געווען כ"א כסלו ווען תלמידי רבינו יואל מסאטמאר פייערען דעם נס הצלה איז כדי ארויפצוברענגען די מעשה פון די באן ווי אזוי די סאטמאר רבי איז געראטוועט געווארען דורך א ציניסט ישראל קסטנער, חסידי סאטמאר פארציילען גאר אז די רבי האט געראטוועט די באן! ווער עס ווייסט מער אינפארמאציע איבער דער קאפיטעל היסטאריע איז מכובד
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
און אנדערע ווערטער ווילסטו זאגן אז אנשטאט די ציונים האבן עים געראטעוועט האט ער געראטעוועט די ציונים?
גר ותושבאון אנדערע ווערטער ווילסטו זאגן אז אנשטאט די ציונים האבן עים געראטעוועט האט ער געראטעוועט די ציונים?
נאך מער, די גאנצע חורבן אייראפע איז דאך נאר צוליב די ציונים
און טאקע די ציונים וואס האבן אנגעמאכט די חורבן זיי האט ער געראטעוועט?
שמעון וואלףגר ותושבאון אנדערע ווערטער ווילסטו זאגן אז אנשטאט די ציונים האבן עים געראטעוועט האט ער געראטעוועט די ציונים?
נאך מער, די גאנצע חורבן אייראפע איז דאך נאר צוליב די ציונים
האסט אמאל געליינט מן המיצר?
קלערסט אז רבי מיכאל בער איז געווען א בעל דמיון?
וויאזוי דו ווילסט נאר דרייען די מעשה מיטן רבינס באן, בלייבט א גרויסע קושיא אומפארענטפערט, וועלכע אינטערעסע האבן די ציונים געהאט ארויפצולאזן דעם סאטמערען רבין, איינס פון זייערע גרעסטע שונאים?
פארוואס קלערסטו אז די ציונים האבען זיך בכלל צו טוהן געמאכט פון דער סאטמארער רב? ער האט זיי דען עפעס שאדן געמאכט?
סה"כ האט ער באצאלט ווי יעדעם, וכדמרגלא בפומא דאינשי that and a token gets you on the train
יא!
זיי האבן געזוכט אז ווי מער גדולי ישראל זאלן זיין אויף זייער זייט און צוהעלפן די מאסיווע עליה צו ארץ ישראל, און יעדע ביג נעים וואס איז מיטגעשטאנען מיט זיי איז געווען א געווינס.
איך האב ערגעץ געהערט, אז איינער פון די ח"כ זענען אמאל געקומען באזוכן דעם ריבניצער אין בארא פארק אין געמוטיגט אז ער זאל עולה זיין קיין א"י, און זיי וועלן אים צושטעלן א שיין ביהמ"ד וכו'.
יעקב מענטש: לאמיר לייגן אלע אנדערע זאכן אין די זייט. יא ציונים. נישט ציונים. און זייערע מאטיוון. די הויפט באשולדיגונג אקעיגן רודאלף קאסטנער וחבריו פון די ציוניסטישע באוועגונג אין אונגארן איז, אז זיי האבן געוואוסט איבער די פלענער פון די נאציס, ימ"ש צו דעפארטירן די אונגארישע אידן. און זיי האבן עס בכוונה פארהוילן פון זיי...! וואס זיינע מאטיוון און פון זיינע חברים איז געווען איז שוין נישט קיין חילוק. זיי זענען שולדיג אויף די רציחה און אומקום פון דעם אונגארישן אידנטום. ווייל זיי האבן קאלאבארירט מיט די נאציס. לאמיר לייגן די שטותים פון יא עליה אדער נישט עליה אין א זייט. דער טרעין וואס די נאציס האבן געלאזט ארויספארן צ די פרייע וועלט איז נאר געוון א קאנצעסיע צווישן חברים. ווייל קאסטנער האט געהאט אן אפמאך מיט די פיהרערס פון די נאציס אז ער וועט עדות זאגן לטובת זיי. אז זיי האבן זיך נישט באטייליגט אין הרגנ'ען אידן. ווייל די נאציס האבן שוין געהאלטן זייער שמאל מיליטעריש. זיי האבן פארלוירן אויף אלע פראנטן. די רוסן זענען שוין געווען זייער נאנט צו זיי..!
יעקב מענטשיא!
זיי האבן געזוכט אז ווי מער גדולי ישראל זאלן זיין אויף זייער זייט און צוהעלפן די מאסיווע עליה צו ארץ ישראל, און יעדע ביג נעים וואס איז מיטגעשטאנען מיט זיי איז געווען א געווינס.
איך האב ערגעץ געהערט, אז איינער פון די ח"כ זענען אמאל געקומען באזוכן דעם ריבניצער אין בארא פארק אין געמוטיגט אז ער זאל עולה זיין קיין א"י, און זיי וועלן אים צושטעלן א שיין ביהמ"ד וכו'.
לאמיר דיר זאגען א יסוד, עס איז נישטא קיין 'זיי'. די ציונות באוועגונג באשטעט פון א מערהייט פון אינטערסען, מאטיווען און גלויבונגען. כל אלה חברו צו מאכען א יד אחת צו גרינדען א מדינה. אז א חבר כנסת האט געוואלט אז דער ריבניצער רבי זאל באשיינען ארץ ישראל מיינט נישט אז קאסטנר און זיין פיהרערס האבען געהאט עפעס א חשבון מיט דעם סאטמארער רב.
און
@berlbalaguleh עס איז לייכט צו רעדן לאחר המעשה. בשעת מעשה, ווען די ציונים האבען געדארפט מחליט זיין אדער צו ראטעווען בתורת ודאי א געוויסע פערצענט, אדער מספק ראטעווען אנדערע, איז עס צו לייכט צו פסק'נען באופן וודאי וואס איז דארט געשען. די זאכן זענען אלס מוטל בספק, און טאמער עס איז דארט געווען א judgement call און ער האט געמאכט א נישט ריכטיגע, מיינט עס נישט אז ער איז א 'קאלאבארירער'.
דו האסט נישט מדייק געווען. איך האב קלאר געזאגט אז די אלע אידעאלאגישע שטותים מיט ציונות/קנאות/סאטמאר זענען געלייגט אין די זייט. דער פאקט אז קאסטנער האט געוואוסט אז די נאציס פלאנירן צו דעפארטירן די אידן קיין אוישוויץ און ער האט זיי נישט אויסגעזאגט. פארקערט זיי האבן זייער שטארק געהיטן אז די נייעס זאלל נישט ארויסליעקן. עיין אין דעם בוך פון די 2 חברים וועלכע זענען אנטלאפן פון אוישוויץ. דאס כשהוא לעצמו איז א קרימינאלער אקט. אפגעזעהן פון אנדערע חשבונות. ווייל די אידן וואלטן כאטש געהאט א פאר פערצענט טשענס פון אנטלויפן אדער שטעללן א באוואפנטן ווידערשטאנד... און אזוי זענען זיי געגאנגען כצאן לטבח...!
אבער ווען זיי זאגען אויס, וואלטען זיי נישט געקענט ראטעווען דער באן וואס זיי האבען יא געראטעוועט. דאס איז געווען א ספק ביי זיי וועלכע צד צו נעמען, א וודאי הצלה פון די זייט אדער א ספק פון א גרעסערע הצלה. ווער קען פסקנ'ן?
רבי בערל און הרב ליטוואק.
דא האסטו פון מן המיצר, ס'איז גאנץ קלאר אז די ציונים האבן געוואלט אז די אידן זאל אומקומען און דייקא צוליב זייער ציונות
אחד הדברים הקשים שוי' מטיח במוסדות הלאומיים הוא שני מכתבים שהביא שליח משוויץ. האחד מסאלי מאיר, נציג הג'וינט בשוויץ, בתשובה לבקשה להעביר כסף כדי לשחד את הנאצים ולעצור את ההשמדה באירופה כולה. סאלי מאיר, הודיע שהדרישות לכסף מוגזמות, וכן שלפי חוקי ארצות הברית אסור להעביר כסף למדינות הציר. המכתב השני היה מכוון, "לאחוזת מרעיו של שוואלב בפרסבורג". נתן שוואלב היה הממונה מטעם ההסתדרות הציונית בשוויץ, והמכתב היה מכוון לשליחים בפרסבורג. להלן המכתב (מן המצר, עמוד צב)
מאחר שמזדמן שליח הוא כותב להחבריא שעליהם לזכור תמיד, את הדבר היותר נחוץ שהוא העיקר שצריך שיהיה נגד פנינו תמיד, שסוף כל סוף ממלכות הברית ינצחו. ואחר הנצחון יחלקו את העולם מחדש בין העמים, כמו שעשו בסוף המלחמה הראשונה. ואז פתחו לפנינו את הדרך למען צעד הראשון – ועתה ככלות המלחמה עלינו לעשות הכל שארץ ישראל תתהוה למדינת ישראל, וכבר נעשו צעדים חשובים בדבר הזה. ועל הזעק הבא מארצנו, צריכים אנו לדעת כי כל העמים בני ממלכות הברית שופכים דם לרוב, ואם אנו לא נביא קרבות במה אפוא נקנה את הזכות לגשת אל השלחן בשעה שיעשו את החלוקה של העמים והארצות אחר המלחמה, ואם כן שטות ואפילו חוצפה הוא מצדנו לשאול מאת הגויים ששופכים את דמם, שהם יתנו רשות להביא את כספם למדינת אויבם, להגן על הדם שלנו - - כי רק בדם תהיה לנו הארץ. זהו מה שנוגע להכלל - ומה שנוגע אליכם בני החבורה, אתם טיילו, ולמען זה אני מזמין לכם כסף בדרך שחור על ידי שליח זה.
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2316">http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2316</a>
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/hungary/document/43.htm">http://www.daat.ac.il/daat/hungary/document/43.htm</a>
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט צו דו מיינסט דיין רעספאנס צו מיר אדער צו בערל.
ווי ווייט מיין ידיעה גייט (מעגליך אז ס'איז זייער קורץ...) האבן די פרייע ציונים מיטגעטיילט מער ווייניגער איין מאטיוו, הערצעלס וויזיע.
בכל אופן קענסטו זעהן אז די הויכע פענסטער ביי די חברה האבן באגריסט די אידישע קרבנות אלץ פעימענט פאר די מדינה, און זיי זענען נישט געזיצן און מטכס עצה געווען וויאזוי מ'ראטעוועט דעם אידנטום פון די נאצישע נעגל.
יעקב מענטש: איים סארי אז איך מאך אויף נאך א ווינדאו אין די דעבאטע. איך גיי יעצט נישט אריין אין דעם רוחניות'דיגן מצב פון די ציוניסטישע פיהרערס, ווייל ס'איז זייער א ברייטע און פארצווייגטע נושא. ס'איז נישט גלאט שווארץ און ווייס. אויב מ'וויל זאגן אז די ציונים זענען געווען שקצים ואפיקורסים. פשיטא...! מאי קא משמע לן...?! ווייל דער יואל בראנד וועם מיין פעיוואריט רבי הרב סענדער דייטש זצוק"ל לייגט אראפ כמעט ווי אן ערליכן איד איז געווען אין זיין פערזענליכן לעבן א שייגעץ שבשקצים. ער האט געפרעסן נבילות וטריפות, געוואוינט מיט א גוי'טע, ועוד יש הרבה שבחים לספר עליו. און ר' סענדער דערמאנט מיט קיין איין ווארט נישט אין אלע זיינע באשרייבונגען דעם רעליגיעזן מהות פון דעם פארשוין.
לגבי די געלט פאר סחורה דיעל וואס הרב ר' מיכאל דוב ווייסמאנדל זצוק"ל האט פארגעשלאגן, דאס איז געווען זייער א גוטער פלאן, טעארעטיש. אבער אלע אליאירטע גרויסמאכטן ווי אמעריקע און עגלאנד זענען געווען להשמיד ולהרוג אקעגן דעם. מ'האט נישט געדארפט אז די ציונים זאללן זיין אקעגן דעם. ווייל רוזוועלט און טשוירטשילל האבן אפן געזאגט אז ס'קומט אפילו נישט אין באטראכט צו געבן געלט און סחורה פאר די דייטשן. נאר דער איינציגער וועג, לשיטתם איז געווען אז מ'וועט געווינען די מלחמה און מ'וועט זיי באזיגן מיליטעריש...!
יעקב מענטש
וויאזוי דו ווילסט נאר דרייען די מעשה מיטן רבינס באן, בלייבט א גרויסע קושיא אומפארענטפערט, וועלכע אינטערעסע האבן די ציונים געהאט ארויפצולאזן דעם סאטמערען רבין, איינס פון זייערע גרעסטע שונאים?
איר לעבט אין א בּאָבּעל, וואו אידענטום הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט סאטמאר. סאטמאר איז נישט אידענטום און אידענטום איז נישט סאטמאר. כאטש אפי' ער איז געווען רבן של כל בנין הגולה באנעזאם מיט מרא דארעא דישראל.
קורקלענדיעקב מענטש
וויאזוי דו ווילסט נאר דרייען די מעשה מיטן רבינס באן, בלייבט א גרויסע קושיא אומפארענטפערט, וועלכע אינטערעסע האבן די ציונים געהאט ארויפצולאזן דעם סאטמערען רבין, איינס פון זייערע גרעסטע שונאים?
איר לעבט אין א בּאָבּעל, וואו אידענטום הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט סאטמאר. סאטמאר איז נישט אידענטום און אידענטום איז נישט סאטמאר. כאטש אפי' ער איז געווען רבן של כל בנין הגולה באנעזאם מיט מרא דארעא דישראל.
ביזט מעגליך גערעכט, אבער דאס האט גארנישט מיט די באן.
דא שרייבט אדווארי רב ז"ל וואס איז אויף געווען אויפן קאסטנער באן, אז דאס איז געווען א באן פאר די ציונישע שישקעס און מיט א גאנצע סייעתא דשמיא זענען א גאנצע גרופע רבנים ארויפגעלאזט געווארן אויף די באן, און נאכמער, די ציונים האבן געוואלט פטור ווערן פון זיי נאר ס'איז במציאות שוין נישט געווען שייך.
רבי בערל.
ס'קאן זיין אז איר זענט מער באהאווענט אין די ציונישע היסטאריע ווי איך, פון די פאר ביכער וואס איך האב געליינט איבער אונגארישע היסטאריע, ווען זיי האבן באשריבן ציונות, האבן זיי אלע פה אחד געזאגט אז די פרייע האבן דאס געפיהרט און די פאר פרומע זענען געווען די וואס זענען מיטגעשטאנען.
אלנפאלס, איך זעה נישט פארוואס דו קענסט נישט געטרויען זייערע אייגענע ווערטער פון "רק בדם תהיה לנו הארץ" צו פארשטיין אז פאליטיק איז געווען זייער פריאריטעט און נישט הצלת נפשות.
איך זעה דער עולם האט דא א הארד טיים מסכים צו זיין אז די אוכלי נבילות וטריפות האבן נישט געזוכט צו ראטעווען אידן, פארקערט, זיי האבן גאר שטארק בענעפיטירט פון די הריגות (עד היום הזה). זייט וויסן, אז די הנחה איז נישט קיין געוואונס פאר סאטמער, אלץ דעם אויס קען מען נאך רואיגערהייט גיין צו די בחירות צו ראטעווען די שטייער וואס מ'צאלט איין (אזוי האב איך לעצטענס געהערט אין א שיעור פון הרב רייזמאן שליט"א, ברויך מען טאקע זעהן צו ס'איז דאלער פאר דאלער...), און דער כותל ווערט נאכנישט פארבאטן.
מ'דארף סך הכל נוצן קאמאן סענס און געטרויבארע, ערליכע, אגענדעלאזע, מקורות צו שעפן אינפארמאציע, און אזוי ארום באקומען א קלארע בילד איבער די סיטואציע.
איך מיין אז דער איש האמת רבי מיכאל בער ז"ל וואס האט איינגעפיהרט א תקנה אז איינעם וואס מ'כאפט 3 מאל זאגן ליגענט (מיט עדים) טאר נישט וואוינען אין זיין שטעטל, האט מער נאמנות ווי די 'געשיכטע שרייבער' וואס פראבירן צו מאלעווען א בילד וואס זיי וואלטן ווען געוואלט אז ס'זאל געשעהן און ס'זאל זיין די מערסטע נאנט צו די אמת'ע פרטים פון די מעשה, אבער מיט זייער נערעטיוו.
אן זיך אריינמישן אין די טעמע זעלבסט, וואס איז זייער א פארפלאנטערטע סוגיא און כ'בין נישט אויסן אריינצוגיין דערין, וויל איך זיך יא באציען צו יעקב מענטש'ס לעצטע תגובה וואו ער דערמאנט די ווערטער "רק בדם תהיה לנו הארץ" אז דאס ווייזט אז זיי האבן נישט געזוכט הצלת נפשות א.א.וו.
דער אמת איז, אז דאס איז א פשוטע עלילת דעם אויף די ציונים. אין פאקט האבן זיי גענוצט דעם פראזע כדי ארויסצוגיין אין מלחמה צוזאמען מיט די בריטישע וואס האבן דעמאלט געהערשט אין ארץ ישראל, אקעגן די פאשיסטישע כוחות. זיי האבן געהאט א אידישע בריגאדע ביים פראנט, און האבן באקעמפט די דייטשע פארבינדעטע.
דאן האבן זיי גענוצט דעם טערמין פון רק בדם תהיה לנו הארץ, זאגנדיג אז אויב מ'איז נישט גרייט פאר מסירות נפש, מלחמה צו האלטן קעגן די פאשיסטישע רשעים, וויאזוי וועלן מיר קענען בעטן נאכדעם א מדינה'לע ווען מ'וועט פון פריש צוטיילן די וועלטס לענדער נאכן קריג? אויב מ'איז גרייט צו גיין מיט מסירות נפש, און פארגיסן בלוט כדי צו פטור ווערן פון די דייטשן, דאן וועלן מיר קענען קומען מיט א טענה אז עס קומט אונז א מדינה
(די געדאנק איז שוין געבויט אויף זייער היסטאריע ביים ערשטן וועלטס קריג. ווען די טערקן האבן געהערשט אויף ארץ ישראל, און די בריטישע האבן געמאלדן פאר די ציוניסטישע שישקעס אז אויב זיי וועלן מיטארבעטן מיט זיי שטילערהייט, איינצונעמען ארץ ישראל, וועלן זיי שענקן א חלק פון ארץ ישראל פאר די אידישע איינוואוינער. אזוי איז טאקע געווען, ווען נאכן ערשטן וועלט מלחמה איז ארויסגעקומען די הצהרת בלפור, און ס'רעשט איז היסטאריע. אצינד האבן זיי פארשטאנען אז די נעקסטע שטאפל פעלט זיך אויס ארויסצוגיין אין מלחמה גופא קעגן די דייטשן)
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
יעקב מענטש - פארוואס ביסטו מחליט וואס יענער טראכט? דו האסט א הארד טיים פארשטייען אז איין מימרא פון איין מענטש מיינט נישט אלס. יא, דיין חינוך איז אז די ׳ציונים׳ האבען געזאגט דער מימרא פון ׳רק בדם׳, און אויף דעם איז געבויט די גאנצע מדינה. דאס מיינט נישט אז דאס איז טאקע אזוי געווען.
ביזערווייל זענען אסאך ציונים געווען פארמישט אין הצלה אקטיוויטעטען, בפרט די רעוויזשעניסטען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך בין דאך נישט דארט געווען בשעת די מימרות זענען יא, אדער נישט געזאגט געווארן. און אין וואספארא קאנטעקסט. איך בין נוטה אנצונעמן דעם הסבר פון .."ארי נוהם"...ערשטנס ווייל דאס לייגט זיך אויפ'ן שכל. קאממאן סענס. איך בין נישט חושד אידישע קינדער מזרע אברהם, יצחק ויעקב אז זיי זאללן זיין אזוי קאלבלוטיג און ציניש לגבי זייערע ברידערס וועלכע געפונען זיך אין אן עת צרה. ומצד השני. די וועלכע שטופן די אגענדא אין די פארקערטע ריכטונג זענען די גרעסטע דעמאגאגן און פעלשערס פון אידישע היסטאריע אין די לעצט 150 יאר. ווי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו און זיין גרופ...!
נאר דאס האט גארנישט צו טון מיט די החלטה פון די פאליטישע פיהרערשאפט פון אונגארישן אידנטון אין יאר 1944. דאס אז קאסטנער וחבריו האבן בכוונה פארהוילן דעם אמת'ן פלאן פון די נאציס צו דעפארטירן די אונגארישע אידן קיין אוישוויץ, האט גארנישט צו טון מיט זייער אידעאלאגיע פון ציוניזם. אפילו ווען זיי וואלטן געווען נטורי קרתא וואלט עס אויך געווען א קרימינאלער אקט כשהוא לעצמו....!
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=fmZ_thkphN4">https://www.youtube.com/watch?v=fmZ_thkphN4</a>
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=C8cpf-MJQqA">https://www.youtube.com/watch?v=C8cpf-MJQqA</a>
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=ZWz9DL9IK5k">https://www.youtube.com/watch?v=ZWz9DL9IK5k</a>
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
קאסטנר׳ס משפט
3 מאהל 1 שעה
זעהר אינטעסאנט
Sent from my iPhone using Tapatalk
ר' בערל
אויב דו ביזט מסכים אז זיי האבן דאס בכוונה פארהוילן, איז אביסל 'אבסורד' צו זאגן אז ס'זאל נישט האבן קיין שייכות צו זייער אידעאלאגיע.
איך האב געטראפן א אשכול אויף
אייווועלט אויף דעם ענין, זעלבסטפארשטענדליך אז זייער אינפארמאציע קומט פון די סאטמערע היסטאריקער א שטייגער ווי ר' סענדר ז"ל, אבער זיי גיבן אן עטליכע 'וועריפייעבל' פרטים.
אויפריכטיגווי באקאנט האט הרה"ח חכם וסופר ר' סענדר דייטש ז"ל ברייט באשריבן די גאנצע פראצעס פון קאסטנער און זיין ראלע אין די וועלט מלחמה, ער איז נאכגעגאנען די פאקטן און די היסטאריע פון יענער צייט (באקאנט די ביכער: "די צווייטע וועלט מלחמה", "חורבן אונגארן") און באזונדער האט ער אראפגעשריבן די גאנצע הצלה פון רבי'ן זי"ע קודם אין דעם ספר "שנת החמישים" וואס איז ארויסגעקומען אין תשנ"ה ביים דינער כ"א כסלו, דארט איז עס באשריבן סיי אין לשון קודש און סיי אין אידיש, און דערנאך האט ער עס באשריבן אין זיין מייסטערהאפטע ספר "בוצינא קדישא".
איך האב פונקט לעצטענס געהערט די יערלכיע דרשה פון ר' סענדר ביי די כ"א כסלו דינער שנת תשנ"א דארט האט ער ארומגערעדט איבער די טענה פון די ציונים אז זיי האבן געראטעוועט דעם רבי'ן און דער רבי איז ח"ו א כפוי טובה,
וז"ל בערך:
..."ס'איז געווען דעמאלט, די היגע צייטונגען האבן געגאסן פעך און שוועבל קעגן רבי'ן, זיי האבן געשריבן, אז דער סאטמארער רבי פייערט קעגן די ציונים און קעגן דער מדינה, און ער אליין האט זיך געראטעוועט דורך די ציונים.
"הגם די גאנצע זאך איז א שקר גמור, ווי מ'ווייסט זיי האבן בכלל נישט בדעה געהאט צו ראטעווען דעם רבי'ן. נאר די פרומע עסקנים אין פעסט האבן איינגעלייגט וועלטן און באצאלט גרויס געלט אז דער רבי זאל אריינגענומען ווערן אינעם טראנספארט קיין בערגן בעלזן.
"אויסער דעם ווייס מיר אונז דאך, אז מ'האט אזוי געפירט מן השמים, חוץ לדרך הטבע. עד כדי כך אז דער שווער פון קאסטנער, ד"ר פישער פון קלויזנבורג, האט אליין געהייסן פאר זיין איידעם קאסטנער'ן, אריינצונעמען דעם רבי'ן אין טראנספארט על פי מעשה שהיה, מיט דעם חלום, וואס די מוטער פון ד"ר פישער איז אים געקומען צו חלום.
"די מוטער פון ד"ר פישער איז געווען אן ערליכע אידישע פרוי, זי האט געשטאמט פון פרומע אידישע עלטערן. און זי איז נישט געגאנגען אין אייגענע האר. איז זי געקומען צו חלום צו איר זון ד"ר פישער, - פישער איז געווען דער פירער פון אידישן ראט אין קלויזנבורגעק געטא, - און זי האט אים געזאגט אז אויב דער סאטמארער רבי וועט נישט אריינגענומען ווערן אין טראנספארט וועט דער גאנצער פלאן דורכפאלן. ערשט דעמאלט האט קאסטנער מסכים געווען אריינצונעמען דעם רבי'ן אין טראנספארט.
"דאס איז נישט קיין מעשה'ס. שוין נאך דער באפרייאונג, ווען דער רבי איז שוין געווען אין דער שווייץ, האט ד"ר פישער אליין מודה געווען און דערציילט פאר'ן רבי'ן, אז זיי האבן נישט בדעה געהאט צו ראטעווען דעם רבי'ן, וואס איז געווען א גרויסער שונא פון די ציונים, און ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן די מעשה פונעם חלום מיט זיין מאמע, און אז צוליב דעם האבן זיי מסכים געווען אריינצונעמען דעם רבי'ן אין דעם טראנספארט קיין פעסט.
"אויך קאסטנער אליין, האט ביים קאסטנער פראצעס ערקלערט, אז זיין שווער ד"ר פישער האט זיך נישט אריינגעמישט וועמען מ'זאל ארייננעמען אין דער רשימה, און ער האט פאר קיינעם נישט אינטערווענירט, אויסער אין איין פאל, ווען זיין שווער פישער האט געפאדערט אריינצונעמען דעם סאטמארער רבי'ן.
אויב מ'זאל זאגן אז די ציוניסטן האבן געראטעוועט, קאסטנער האט געראטעוועט וועט אויסקומען קורט בעכער ימש....
"על כל פנים די ציוניסטן מצד עצמם פון זיך אליין האבן זיכער נישט געוואלט ראטעווען דעם רבי'ן, נאר מן השמים האט מען אזוי געפירט, אז דער רבי זאל ניצל ווערן, לשום לנו שארית בארץ ולהחיות אותנו לפליטה גדולה.
"אבער די היגע טריפה'נע צייטונגען האבן געהעצט און געשומפט קעגן רבי'ן, - "דער סאטמארער רבי האט זיך געלאזט ראטעווען דורךך די ציוניסטן, און איצט קעמפט ער קעגן זיי און קעגן דער מדינה!
.....
"אין דער טראנספארט וואס איז ארויסגעפארן פון פעסט, אויפ'ן וועג צו שווייץ, זענען געווען קרוב צו 1700 אידן, גענוי 1684 אידן, רובא דרובא זענען געווען פרייע, מתבוללים נעאלאגען, און פירער פון די ציוניסטישע פארטייען, נאר די האט מען אריינגענומען אין טראנספארט. דער רבי ז"ל איז געווען איינער צווישן געציילטע רבנים פון גאנץ אונגארן, וואס זענען געווען אין יענעם טראנספארט.
....
ס'קוקט אויס מאדנע אז דער חלום האט ארויפגערוקט דעם רבין אויפן באן, אבער נאכמער מאדנע איז אז א באן וואס האט געדארפט ראטעווען ציונישע שישקעס (איך מיין אז אויף דעם פרט איז דא יעדער מסכים) זאל בכלל ארויפלאזן דעם רבין.
אן אויסערגעווענדליכער
דאקומענטערי איבער קאסטנער, בהשתתפות דעם גאנצן עולם; די איבערלעבער, זיין משפחה, דער מערדער, און אפי' א פגישה צווישן די לעצטע צוויי.
ביי 1:11 טענה'ט די משפחה אז קאסטנער האט געבעטן דעם סאטמאר'ער רב ז"ל אז ער זאל מעיד זיין לטובתו, אבער דער רבי האט גענטפערט: "דו האסט מיר געראטעוועט? דער אייבערשטער האט מיר געראטעוועט, נישט דו."
איז דא עפעס אינפארמאציע איבער דעם?
דער מעשה איז נישט אמת, כידוע איז סאטמאר רב געווען אויסגעארבעט אין די מידה פין הכרת הטוב גאר שטארק. ער וואלט קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז געוועהן דער אויבערשטער נישט ער.
ליטוואק פון בודאפעסטאבער ווען זיי זאגען אויס, וואלטען זיי נישט געקענט ראטעווען דער באן וואס זיי האבען יא געראטעוועט. דאס איז געווען א ספק ביי זיי וועלכע צד צו נעמען, א וודאי הצלה פון די זייט אדער א ספק פון א גרעסערע הצלה. ווער קען פסקנ'ן?
ליטוואק פון בודאפעסט: די 2 פאסירונגען זענען נישט געשעהן אין די זעלבע צייט. און ממילא קענמען נישט זאגן אז הא בהא תליא.זיי זענען כראנאלאגיש פארגעקומען ממש אין די 2 אנדערע עקן פון די דייטשע קאנטראל אויף אונגארן. די קאנספיראציע פון קאסטנער וחבריו נישט צו פארציילן פאר די אונגארישע אידן וואס ס'ווארט זיי פון די נאציס, ימ"ש איז געווען אין אנהייב גלייך נאכדעם וואס זיי האבן איבערגענומען קאנטראל פון אונגארן. און די געשיכטע מיט'ן אזוי-גערופענעם קאסטנער טרעין איז פארגעקומען אין יאר 1944. ווען די דייטשן, ימ"ש האבן שוין געליטן מפלות אויף אלע פראנטן. און קאסטנער האט נאך אויסגענוצט די לעצטע געלעגנהייט פון דעם טרעין וואס די נאציס האבן ערלויבט ארויסצופארן. אויס צו פרעסן געלט און ווייזן זיין מאכט און קאנטראל. סטראשענדיג א סאך אידן אז ער וועט זיי אראפווארפן פונ'ם טרעין. ממילא ביניך נוטה צו גלייבן די סאטמאר'ע ווערסיע אז מ'האט באצאלט גרויסע סכומים געלט פאר'ן סאטמאר'ע רעבי'ן אז ער זאלל קענען ארויפגין אויפ'ן טרעין. ממילא קומט זיך איהם נישט קיין גרויסע הכרת הטוב. נאר דאך. עפעס א שטיקל. אבער אלס א רעטער פון די אידן קען ער זיכער נישט פאררעכנט ווערן...!
יעקב מענטשרבי בערל און הרב ליטוואק.
דא האסטו פון מן המיצר, ס'איז גאנץ קלאר אז די ציונים האבן געוואלט אז די אידן זאל אומקומען און דייקא צוליב זייער ציונות
אחד הדברים הקשים שוי' מטיח במוסדות הלאומיים הוא שני מכתבים שהביא שליח משוויץ. האחד מסאלי מאיר, נציג הג'וינט בשוויץ, בתשובה לבקשה להעביר כסף כדי לשחד את הנאצים ולעצור את ההשמדה באירופה כולה. סאלי מאיר, הודיע שהדרישות לכסף מוגזמות, וכן שלפי חוקי ארצות הברית אסור להעביר כסף למדינות הציר. המכתב השני היה מכוון, "לאחוזת מרעיו של שוואלב בפרסבורג". נתן שוואלב היה הממונה מטעם ההסתדרות הציונית בשוויץ, והמכתב היה מכוון לשליחים בפרסבורג. להלן המכתב (מן המצר, עמוד צב)
מאחר שמזדמן שליח הוא כותב להחבריא שעליהם לזכור תמיד, את הדבר היותר נחוץ שהוא העיקר שצריך שיהיה נגד פנינו תמיד, שסוף כל סוף ממלכות הברית ינצחו. ואחר הנצחון יחלקו את העולם מחדש בין העמים, כמו שעשו בסוף המלחמה הראשונה. ואז פתחו לפנינו את הדרך למען צעד הראשון – ועתה ככלות המלחמה עלינו לעשות הכל שארץ ישראל תתהוה למדינת ישראל, וכבר נעשו צעדים חשובים בדבר הזה. ועל הזעק הבא מארצנו, צריכים אנו לדעת כי כל העמים בני ממלכות הברית שופכים דם לרוב, ואם אנו לא נביא קרבות במה אפוא נקנה את הזכות לגשת אל השלחן בשעה שיעשו את החלוקה של העמים והארצות אחר המלחמה, ואם כן שטות ואפילו חוצפה הוא מצדנו לשאול מאת הגויים ששופכים את דמם, שהם יתנו רשות להביא את כספם למדינת אויבם, להגן על הדם שלנו - - כי רק בדם תהיה לנו הארץ. זהו מה שנוגע להכלל - ומה שנוגע אליכם בני החבורה, אתם טיילו, ולמען זה אני מזמין לכם כסף בדרך שחור על ידי שליח זה.
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2316">http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2316</a>
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/hungary/document/43.htm">http://www.daat.ac.il/daat/hungary/document/43.htm</a>
יעקב מענטש: ס'איז שוין היסטאריש פעסטגעשטעלט געווארן אז די לאזונג פון ..."רק בדם תהיה לנו הארץ"... איז א בייזוויליגער בילבול אויף די ציוניסטישע פיהרערס אין אייראפע. ס'נישט אז זי זענען געווען אזעלכע וואוילע יונגלעך. נאר דאס האט מען אנגעשמירט אויף זיי אין קאנטעקסט פון ראטעווען דאס אייראפעישע אידנטום. דאס איז טענדענציעז אריינגעשמוגלט געווארן אין די טרענסקריפטס פון די פארהאנדלונגען. דער זאץ איז געזאגט געווארן אין אנ'אנדערע צייט. און אונטער גענצליך אנדערע אומשטענדן. די אידישע/ציוניסטישע פיהרערס אין פאלעסטינע ביים אנהייב פון די ערשטע וועלט מלחמה האבן שטארק אגיטירט (צוזאמען מיט ענגלאנד) אז די אידישע יוגנטליכע זאללן זיך אנשליסן אין די בריטישע ארמיי. כדי צו באקעמפן די טערקן און דייטשלאנד. מיט די טענה אז נאך די (ערשטע) וועלט מלחמה ווען די פעלקער וועללן צו טיילן די לענדער. און זיי וועללן קומען מיט די טענה אויף ארץ ישראל. וועללן זיי נאר קענען קומען מיט א טענה אז זיי האבן אויך עפעס מקריב געווען פארדעם ניצחון. אויף דעם גייט ארויף די לאזונג פון..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...נאר מענטשן מיט זייטיגע קעגן אינטרעסן האבן עס בכוונה געפעלשט...!
דער אמת'ע סיבה פארוואס די ציונים האבן נישט געוואלט געבן אויסלייז געלט איז געווען, ווייל ס'האט פשוט נישט געארבעט. אין קאשוי למשל, האט מען געגעבן אויסלייז געלט, וואס מיינסטו איז געשען? א וואך שפעטער זענען שוין אלע געווען אויף די באנען.
רביה"ק זי"ע: נישט נאר אין קאשוי. נאר אין ווארשעווער געטא. און אויך אין לאדזשער געטא. און נאך צענדליגע אנדערע פלעצער האבן די נאציס ימ"ש גענומען דאס געלט און צוגעזאגט אויפ'ן העפליכסטן אופן אז אלעס וועט זיין ארדענונג. און זיי האבן אויסגעשפיעלט די אידן אין א יעדן פאל. למשל. אין ווארשעווער געטא האבן די הויפט נאציס געפאדערט פון די אידן ראט אז זיי זאללן צושטעללן א גרויסן סכום פון געלט און גאלד דזשולערי. און דער הויפט נאצי האט געזאגט פאר דעם אידישן הויפט פון יודנראט..."איך געב איהנען מיין עהרן ווארט. אז מ'וועט נישט טשעפען די אידן. און ער האטציך געהעריג אויסגעלאכט. און זיי האבן אנגעהויבן מיט די דעפארטאציעס גלייך קיין אוישוויץ...! און דער זעלבער נאצי וויסליצעני, ימ"ש וועלכער האט אנגעפיהרט מיט די פארהאנדלונגען מיט די אידן אין סלאוואקיע. ער האט אין 4 טעג ליקווידירט דעם גאנצן אידישן ישוב אין גריכנלאנד. און זיי גראד דעפארטירט קיין אוישוויץ...! נו, האט מען איהם געקענט טראסטן?!. די אידן האבן זיך נעבעך איינגערעדט אז ער האט די הסכמה פון בערלין אויף די פארהאנדלונגען אפצושטעללן די דעפארטאציעס...!
ידעתי בערל ידעתי, אז ס'געווען נאך אסאך אזעלכע מעשיות. די זאך איז נאר אז די געשיכטע פון קאשוי האב איך אליינס געהערט פון א איד וואס האט עס מיטגעלעבט. אויב זאג איך נישט קיין ליגן, האב איך עס געהערט אין אן אינטערוויאו אויף קול מבשר.
רביה"ק זי"ע: ס'זענען דא 2 הויפט פארפירערישע פאלשקייטן וואס די היימישע פראפאגאנדע צושפרייטער וויללן איינרעדן פאר'ן עולם. הויפטזעכליך דורך הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו. אין דער איד...1) אז יואל בראנד איז געווען אן ערליכער איד. אדער לכה"פ א מאדערנער. ווייל מ'שרייבט נישט אפילו איין ווארט של גנאי. כדרכם. און דער פאקט אז ער האט געוואוינט מיט א גוי'טע. און ר'האט אפילו נישט געקענט רעדן אידיש. נאר די פארשאלטענע שפראך דייטש דערמאנט מען אפילו נישט ברמיזה...! (2 : אז ר' מיכאל בער ווייסמאנדל. ווען ר'איז געגאנגען פארהאנדלען מיט די נאציס איז ער געגאנגען מיט זיין חסיד'ישן לבוש. און בארד און פיאות. איך האב געזעהן א פיקטשער פון איהם.ער איז געווען פארשטעלט פאר א גוי. נאר ליידער, האט ער נישט אפגענאר'ט די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש. זיי האבן די גאנצע צייט געוואוסט אז ער איז א איד. דאס איז דאך געווען א חלק פון זייער מערדערישן שווינדל. זיי האבן געוואלט ארויסנארן דאס געלט פון די אידן. און ווייטער אנגיין מיט זייערע רציחות און דעפארטאציעס...!
ונבנתה העיראן אויסערגעווענדליכער
דאקומענטערי איבער קאסטנער, בהשתתפות דעם גאנצן עולם; די איבערלעבער, זיין משפחה, דער מערדער, און אפי' א פגישה צווישן די לעצטע צוויי.
ביי 1:11 טענה'ט די משפחה אז קאסטנער האט געבעטן דעם סאטמאר'ער רב ז"ל אז ער זאל מעיד זיין לטובתו, אבער דער רבי האט גענטפערט: "דו האסט מיר געראטעוועט? דער אייבערשטער האט מיר געראטעוועט, נישט דו."
איז דא עפעס אינפארמאציע איבער דעם?
Kasztner's Train by Anna Porter
📎 Kastner2.jpg 📎 Kastner1.jpg
שלום עליכם מיין אלטע גוטע פריינד
לענינינו
נניח דער סברה אז משחד זיין די רשעים האט קיינמאל נישט געהאלפן, מסכים, טאקע א סברה, נו אויב אזוי אודה לי בזה אז לפי"ז מוז זיין אז די הצלה פון רבי'ן זצ"ל איז געווען עפעס א מין נס גלוי שאין דוגמתו, אז בהסכמת הרוצחים הארורים האט דער רבי במלא הדרתו אריבער מארשירט די שווייצער גרעניץ לחירות עולם. אזוי נישט מיר נישט דיר.
נאכאמאל, לאמיר אריינטראכטן וואס דא איז פארגעגאנגען, ווען מ'רעדט פון די א"ג "קאסטנער באן" רעדט מען דא נישט פון עפעס א אונטערערדישע רעטונגס מיסיע זיך ארויסצושווערצן במחתרת מידי הרשעים, ניין ניין ניין, מ1רעד מיר דא פון א טראנספארט תחת הסכמת דעם ארכי רוצח אייכמאן ימ"ש, ווי דער מלאך המשחית הרע בעל כרחך יענה אמן. איך ווייס באמת נישט צו דורכאויס דער גאנצער האלאקאוסט האט אזא מין זאך פאסירט,
איך זעה נישט עפעס אנדערש ווי נאר אז דער יד ה' האט אזוי מאנעוורירט דעם עסק אז דער צדיק הדור זאל ניצול ווערן פאר הצלת הדור לפליטה גדולה.
גאלדאיך זעה נישט עפעס אנדערש ווי נאר אז דער יד ה' האט אזוי מאנעווירט דעם עסק אז דער צדיק הדור זאל ניצל ווערן פאר הצלת הדור לפליטה גדולה.
פונקט פארקערט, די סטרא אחרא האט אויך א כח צו מאכן נסים. עיין ערך מלחמת ששת הימים.
גראדע ביי די ערך מלחמת ששת הימים זאגט די רבי מפורש א ביליאן מאל אז ס'געווען קיין שום נסים,
דער נושא איז שוין אויסגעקייט געווארן איינמאל בין כותלי השטיבל,
איין בילליאן מאל האט ער געזאגט אז ס'נישט געווען קיין נסים, און איין בילליאן מאל אז ס'יא געווען. אויב איך געדענק גוט, גייט עס מיט אן אם תמצא לומר: ס'נישט געווען קיין נסים, ואם תמצא לומר אז יא, איז געווען מכח די סטרא אחרא.
אבי געשאסן
איך דענק נישט פונקטליך.
עפעס האב איך געליינט אין די תולדות פון רבי מיכאל בער זי"ע אז איינער פון די פראקורן אדער זשורנאליסטן זענען געקומען צו רבי מיכאל בער זי"ע אז ער זאל מעיד זיין ביים פראצעס, און רבי מיכאל בער האט געענטפערט בלא, און געהאט מיט אים א לענגערע שמועס וואס איז געבליבן אין געהיים (דער פראקור אדער זשורנאליסט האט קיינמאל געוואלט ארויסגעבן וואס זיי האבן גערעדט בפקודת הרב ז"ל) שפעטער האט ער געשיקט א נאוט צו ר' מיכאל בער זי"ע מיט די ווערטער "הרב צודק"
רביה''ק זי''עאיין בילליאן מאל האט ער געזאגט אז ס'נישט געווען קיין נסים, און איין בילליאן מאל אז ס'יא געווען. אויב איך געדענק גוט, גייט עס מיט אן אם תמצא לומר: ס'נישט געווען קיין נסים, ואם תמצא לומר אז יא, איז געווען מכח די סטרא אחרא.
דא שרייבט די סי איי עי (נישט גאלד פון ק"ש) אז די מדינה האט qualitative superiority אין אלע הינזיכטן.
און
דא קענט איר הערן לעבעדיגע עדות פון ראבערט מעקנעמער, דער דעמאלטסדיגער אמעריקאנער פארטיידיקונגט מיניסטער אונטער פרעזידענט לינדען דשאנסאן, (אזוי ווי היינט דשעימס מעטטיס אונטער טראמפ)
וזה לשונו:
"דאן - [הארט איידער די 6טאג מלחמה] - האבן מיר געהאט דורכגעפירט 3 זעלבסשטענדיקע אפשאצונגען וואס דער אויסקום וועט זיין אין פאל פון א מלחמה צווישן איזראעל מיט עגיפטן, אלע 3 האבן געוויזן אז אן קיין שום ברעקיל ספק אז איזראעל וועט זיגן, איך דענק אז מיר האבן געשאצט אז אויב איזראעל וועט אטאקירן קודם, וועלן זיי זיגן אין 7 ביז 10 טאג, אויב ווידער איזרעאל וואלט געדארפט אפשלאגן א עגיפטישער אטאקע וואלטן זיי געזיגט און 14 טאג."
גאלדאון
דא קענט איר הערן לעבעדיגע עדות פון ראבערט מעקנעמער, דער דעמאלטסדיגער אמעריקאנער פארטיידיקונגט מיניסטער אונטער פרעזידענט לינדען דשאנסאן, (אזוי ווי היינט דשעימס מעטטיס אונטער טראמפ)
וזה לשונו:
"דאן - [הארט איידער די 6טאג מלחמה] - האבן מיר געהאט דורכגעפירט 3 זעלבסשטענדיקע אפשאצונגען וואס דער אויסקום וועט זיין אין פאל פון א מלחמה צווישן איזראעל מיט עגיפטן, אלע 3 האבן געוויזן אז אן קיין שום ברעקיל ספק אז איזראעל וועט זיגן, איך דענק אז מיר האבן געשאצט אז אויב איזראעל וועט אטאקירן קודם, וועלן זיי זיגן אין 7 ביז 10 טאג, אויב ווידער איזרעאל וואלט געדארפט אפשלאגן א עגיפטישער אטאקע וואלטן זיי געזיגט און 14 טאג."
הייסט אז אין זעקס טעג זיגן איז כו״ע מודה אז עס איז א נס, מיט דעם קען מען פארענטפערן די קשיא פונעם בית יוסף...
אין ע סיריעס נאוט: די נסים זענען נישט אזוי ווייט אז זיי האבן געזיגט, ווי דאס וויאזוי, וויפיל, ווען, און מיט וואס זיי האבן געזיגט, די צווייטע וועלט מלחמה איז אויך באזיגט געווארן נאך 6 יאר און מיליאנען פאטאליטעטן, משא״כ מלחמת ששת הימים.
גאלד
מלא סתירות, 14 טעג אין 6 מינוט, איז נישט קיין נס?
גאלד
האסט ערנסט געמיינט אז נסים מיינט אז א פייער אפפער נידערט אראפ פון שמי מרום דייקא אינעם אומגעגנט פון הר הכרמל, און נעמט ארויף אלע מיליטערן מיט אייזערנע וועגענער, און שליידערט זיי אריין אין נחל כוש, און פלאקן פון פייער פליען ארום און די פריע פארטאגס שטונדן ביזן גענצליך פארטיליגן די נישט גוטע...???
ניין, און ניין!!!
גשמיות׳דיגע באמבעס, מיט שליחים פון גאט אין מיליטערישע מונדירן, מיט א שטארקע אמונה, ״און אסאך ניסים״.
יא אומפאראויסגעזענע שטרויכלונגען, און אומפאראויסגעזענע לעזונגען, איין לימוד זכות האב איך אויף אייך און אויף אייערע מקורות, אז איר ווייסט אז ארץ ישראל מלומד בניסים, ממילא האט איר אנגענומען פאר א פשטות אז הכא נמי.
איך דערמאן זיך יעצט א דאקאמענטרי, איבער א גרופע סאלדאטן וואס האבן געדארפט אריבערגיין א מינע פעלד, זיי האבן געהאט אפאר שעה ביז עס ווערט טאג, זיי האבן פרובירט אלע מיטלן אבער בדרך הטבע וואלטן זיי נישט געקענט ענדיגן אין צייט, פלוצלינג איז געקומען א ווינט וואס איז א זעלטענהייט אין גולן, און אויפגעדעקט אלע מינעס.
ווען די גרופע סאלדאטן גייען ווען יענע נאכט על קידוש השם, וואלט ישראל נאכאלץ באזיגט, און אלע נביאות פון די FBI וואלט געווען אמת, אבער די נס גלוי וואס הקב״ה האט באוויזן יענעם נאכט, ווערט פארצייכנט אלס איינס פון די פיל ניסים וואס גאט האט באוויזן.
אנטשולדיגט די נס איז געווען ביים יום כיפור מלחמה, אבער דון מינה ואוקי באתרה.
ווען די גרופע סאלדאטן וואלטן געבליבן אונדערהיים וואלטן זיי דאך זיכער איבערגעלעבט, נאר דער אייבישטער ברוב רחמיו האט זיי מציל געווען פון דעם פעקל וואס די ציונים האבן זיי אנגעמיירעט.
נ"ב כל הנ"ל איז אם תמצי לומר איך זאל מקבל זיין די באבע מעשה.
<a class="postlink" href="https://unitedwithisrael.org/the-yom-kippur-miracle/">https://unitedwithisrael.org/the-yom-kippur-miracle/</a>
גאלדווען די גרופע סאלדאטן וואלטן געבליבן אונדערהיים וואלטן זיי דאך זיכער איבערגעלעבט, נאר דער אייבישטער ברוב רחמיו האט זיי מציל געווען פון דעם פעקל וואס די ציונים האבן זיי אנגעמיירעט.
נ"ב כל הנ"ל איז אם תמצי לומר איך זאל מקבל זיין די באבע מעשה.
ווען די גרופע סאלדאטן מיט זייערע חברים בלייבן אינדערהיים, וואלט געווען א שחיטה אויף כלל ישראל, און די ציונים וואלטן געווען שילדיג, און מען וואלט למפרע געזעהן אז די רבי וואלט געקענט זיין גערעכט.