☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #2479

אשכול אן א טיטל #2479

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2479
בלאט: 1 2

— » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 1:56 pm

· #67559

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

sunbar » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 2:04 pm

· #67563
ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

עסן עסט'זיך » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 2:13 pm

· #67567
קופערניקוס די ביסטו א פיינער לץ

בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 2:27 pm

· #67577
איבער סיי וואס איר שרייבט זענט איר מהנה דעם ציבור. וואיל איז אייער חלק.

איחוד פעלד » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 2:30 pm

· #67578
sunbar
ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

עס איז געפארען פין אונגארען.
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.

signout » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 3:19 pm

· #67596
האסט א גיטע סענס אוו האמער אבער ביזט א סעלף העיטינג זשו

sunbar » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 3:37 pm

· #67604
איחוד פעלד
sunbar
ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

עס איז געפארען פין אונגארען.
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.


מען האט געוואלט ארויסשמאגלען רבי ישעי'לע?

אגב די בעלזא רב זי'ע איז אנגעקומען קיין אר'י ח אדער ט שבט תש'ד. די באן איז געפארן כסלו תש'ה....

איחוד פעלד » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 3:53 pm

· #67616
איך מיין אז ער האט שוין נישט געלעבט דעמאלס.

עסן עסט'זיך » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 4:02 pm

· #67620
signout
האסט א גיטע סענס אוו האמער אבער ביזט א סעלף העיטינג זשו



ווי זעסטו דא סעלף העיטינג? ווי זעסטו העיט בכלל, אביסעלע טרייבן ליצנות איז העיט? כמיין אז די ביסטו א סעלף פחדנות'דיגער איד, מיט א פחד און חשד פון רדיפה

זר זהב » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 6:34 pm

· #67675
sunbar
ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

משה גבאי

עוד מישהו » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 6:44 pm

· #67680
ר' ישעי'לע טשעחויבער איז נפטר געווארן תש"ג אין באכניע געטא, גאליציע.

קאסטנער איז געשאסן געווארן אין תל אביב פאר זיין הויז, די מערדער זענען קיינמאל נישט געכאפט געווארן.

הרב קופערניקוס זייער שיין ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון טאג 😂

יידל » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 6:52 pm

· #67682
signout
האסט א גיטע סענס אוו האמער אבער ביזט א סעלף העיטינג זשו

זאג, דו ווייסט בכלל וואס סעלף העיטינג דזשו מיינט? עס זעט נישט אויס אזוי. אז דו ווייסט יא, ביטע קלער מיר אויף וויאזוי קופערניקוס איז סעלף העיטניג.

Starbucks » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 7:23 pm

· #67698
מוה״ר קופערניקוס, ביזט א דשיניעס!

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 8:23 pm

· #67712
Starbucks
מוה״ר קופערניקוס, ביזט א דשיניעס!

איך כאפ נאכנישט אלע פשעטלך און ווערטער-שפילן, אבער כ'וועל עס איבערשלאפן און האפענטליך מארגן קליגער ווערן. בכל אופן א שכויעך פאר די שמייכלעראציע.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 12:10 am

· #67792
קופערניקעס, אין אזא זמן וואס החשך יכסה ארץ, ווען די רשעי עמינו, די מכם ובכם, די ממך ומנך האבן זיך באוואיגן צו פארמעסטן וכולי קומטסטו און מיט דיין הומאריסטישן פעדער שלעפסטו ארויף אומווילנדיגע שמייכלען אויף יידן׳ס בעקעלעך.....

הפלא׳דיג וויזוי דו האסט צוזאמגעשטעלט די סך הכל פון די יידישע נייעס אין די לעצטע וואך

אז מען רעדט שוין וועל איך נאכברענגן וואס כאב געהערט פון מיין רבי׳ן הרב רקפת וואס זאגט נאך פון אן אלטן דאקיומענטערי וואס איז ארויסגעקומען יארן צוריק איבער די ״קאסטנער סאמאטוכע״ ווי עס ווערט ערקלערט די אמת׳ע (ליגנט׳ע) סיבה פארוואס ער האט ארויפגעשטעלט דעם סטמר׳ן רב אויפ׳ן באן וואס איז לכאורה שטארק אומפארשטענדליך נעמענדיג אין באטראכט זיין שארפן שטעלונג קעגן קאסטנער וחביריו הציונים. זאגט ער אז די סיבה איז, ווייל ער האט געוואלט עס זאל בלייבן נאכ׳ן קריג פון אלע סארטן שטרעמונגען פון ס׳פאלק פון די רעכסטן ביזן גאר אנטי, פונעם פרומסטן ביזן גרעסטן פוקר ווייל דאן איז דאס פאלק א דבר השלם....

מיט דעם האביך אויך פארשטאנען פארוואס ער האט אויך איבערגעלאזט דארטן הרה״צ מאודווארי ווארום, מען ברויך דאס אויך צו זעהן נאכ׳ן קריג.

משה געציל » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 12:16 am

· #67796
נישט פארגעסן אז אי לאו האי יומא וואלט דער אהרן מרגליות געקענט רעדן פאר פרויען אין וויליאמסבורג פונקט ווי דר. הערצאג פון יוניידעט טאלמידיקעל עקעדאמי, אזוי אויך וואלט מען לכאורה זיך נישט ארום געדרייט דעם טיש נאך א שעבע בראכעס מורמלענדיג סאמייאח תיסאמאח... בגנעדםמקעדן...

משה געציל » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 12:45 am

· #67819
[ציטאט אראפגענומען]

Thats his story
He spoke yesterday in willi and hisachdes "eiser"izet it.

טעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 5:20 am

· #67862
איחוד פעלד
sunbar
ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

עס איז געפארען פין אונגארען.
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.

פויגל, ווער ס'קען נאר אביסל די היסטאריע ווייסט אז פויגל איז געקומען ווערען א גבאי פון אנטווערפען וואו ער האט געוואוינט שוין אין ארץ ישראל, די סיפור גייט דארט אז ר' ישעילע האט געוואלט מיט נעמען זיין זוהן און ס'איז נישט געווען קיין פלאץ נאר פאר איינעם האט ער געזאגט אז ער וועט ענדערש בלייבן דארט.

קופערניקס געוואלדיג, אזא פשעטל, ביסט דאך א גאון הגאונים!!!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 11:15 am

· #67908
בד"וו, אגב.
אויף קול מבשר, איז אינטערוויוא 770 (חב"ד) מיט עמרם אבערלענדער (פאפא) בענין כ"א כסלו (סאטמאר)
עושה שלום במרומיו.

outspoken » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 11:18 am

· #67909
ווי גייט דאס ווארט, סאטמאר 550 (בעדפארד) פאפא 660 (בעדפארד) חב"ד 770

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 11:21 am

· #67910
outspoken
ווי גייט דאס ווארט, סאטמאר 550 (בעדפארד) פאפא 660 (בעדפארד) חב"ד 770

אמאל איז דאס געווען א גוט ווארט.
היינט צו טאגס וואוינט סאטמער רבי אין קרית יואל. (פרענטש וואנילע - האלטיך איין)
פאפא רבי אויף פענן סטריט.

נאר חב"ד איז געבליבן די זעלבע

outspoken » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 11:25 am

· #67911
ooch טו נישט אזוי וויי מיין רבי...

ב.ד. וו. דאכט זיך אז חבד'סקע רבי האט זיך אויך אריבערגעצויגען קיין QUEENS...

טעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 11:45 am

· #67917
outspoken
ooch טו נישט אזוי וויי מיין רבי...

ב.ד. וו. דאכט זיך אז חבד'סקע רבי האט זיך אויך אריבערגעצויגען קיין QUEENS...

בקיצור קיינער בלייבט נישט די זעלבע לעולמי עד (חוץ אויב ער איז משיח!)

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 12:04 pm

· #67923
outspoken
ווי גייט דאס ווארט, סאטמאר 550 (בעדפארד) פאפא 660 (בעדפארד) חב"ד 770

דער ווארט גייט אזוי: סאטמאר האט 550 חב"ד 770 און פאפא כידוע זוכט נאכצומאכן האבן זיי געקויפט 660.

יתרו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:58 pm

· #68494
Starbucks
מוה״ר קופערניקוס, ביזט א דשיניעס!

איך וואלט נישט געזאגט דשיניעס, איך וואלט געזאגט א גוטע פוילישער דריי קאפ,
שוב ראיתי אז קופערניקעס שטאמט טאקע פין פוילן

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:11 am

· #69153
אנאנים, כ'האב נאכאמאל דורך געליינט דיין מאמר כנתינתן מחדש.
מיין בויך שאקעלט זיך נאך אלץ.

כ'בין גרייט דיר צאלן פאר נאך.

אריק » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:12 pm

· #69837
דאכט זיך אז מען מישט צאם דא, ר' ישעי' טשוכבער איז די מעשה געווען ביים אנטלויפן פון קלויזזענבורג מיטן אמבולאנס.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:17 pm

· #70603
עסן עסט'זיך
קופערניקוס די ביסטו א פיינער לץ

און א היפשער ידען צו קענען אהערשטעלן אזא קוגל. ייש"כ.

היסטאריקער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:30 pm

· #70806
אריק
דאכט זיך אז מען מישט צאם דא, ר' ישעי' טשוכבער איז די מעשה געווען ביים אנטלויפן פון סאטמאר קיין קלויזזענבורג מיטן אמבולאנס.



לויט ווי איך געדענק איז די מעשה מיט ר׳ ישעילע טשחויבער געווען ביי די קאר וואס האט ארויס געראטעוועט הרה״ק מבעלז זי״ע פון באכניע, איינער פון די גבאים האט צוגעכאפט זיין פלאץ

אין סאטמאר האט געדארפט מיט גיין א איד (איך געדענק נשט זיין נאמען) וואס האט זיך אויסגעקענט אין קלויזענבארג, און געוויסט די אדרעסס ווי מ׳ דארף גיין, אבער אזוי ווי אנדערע מענטשן האבן זיך ארויפגעשטיפט האט ער נישט געקענט ארויפגיין אין אמבולאנס, צוליב דעם האט מען אין קלויזענבארג נישט געוויסט ווי צו גיין, און מ׳ האט ארעסטירט דעם רבי׳ן

קאווע טרינקער » מוצ"ש יולי 19, 2014 11:30 pm

· #212601
ס'איז לעצטענס נתפרסם געווארן אן ארטיקל וועגן סאטמער רב'ס צוגאנג צום מלחמה / ציונית. אויב איינער קען דאס איבערטייטשען אויף אידיש וואלט געווען א גרויסע תועלת.

פליקער » מוצ"ש יולי 19, 2014 11:54 pm

· #212603
קאווע טרינקער
ס'איז לעצטענס נתפרסם געווארן אן ארטיקל וועגן סאטמער רב'ס צוגאנג צום מלחמה / ציונית. אויב איינער קען דאס איבערטייטשען אויף אידיש וואלט געווען א גרויסע תועלת.

איך האב עס געליינט, עס איז שקר מרישא עד גמירא, גאר שטארק מיגזם, באשילדיגט דעים רבין אויף אלע עוולת וואס יעדע נאצי איז באגאנגען, זייער נישט יושר, אבער די אויפטיען וואס ער איז יא מודה באריכטן זיי נאר אזוי כלאחר יד.

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 20, 2014 12:33 am

· #212607
קען איינער ביטע פארעפנטליכן דעם ארטיקל?
כאטש אין ענגליש אויב איר קענט נישט איבערזעצן.
דער עולם וואלט געווען זייער דאנקבאר.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 20, 2014 1:22 am

· #212613

משבק » זונטאג יולי 20, 2014 1:28 am

· #212616
וואס זוכט די אשכול אין שמייכל??.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 20, 2014 1:48 am

· #212622
ווייל ס'האט אמאל עקזעסטירט א קופערניקוס ז"ל דא וואס האט געוויסט וויאזוי ליצנות צו מאכן פונעם זכיסעליינו און ארויסרופן היפאקריטסווע און כפיית טובה, אויף א וועג אז אפילו זיינע חסידים האבן הנאה געהאט. פאר מער זע די ערשטע תגובה אין דעם אשכול.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 20, 2014 2:51 am

· #212634
געפילטע פיש

געפילטע: ייש"כ פר ברענגען די לינקס. איך האב נאר געליינט א טייל פון דעם רעפארט אין טאבלעט מאגאזין. איך האלט נישט אז אלעס וואס ער ברענגט אראפ איז 100% אמת. א סאך פון דעם איז געבויעט אויף השערות און פערזענליכע מיינונגען פון די שרייבערס. אבער דאך איז דא זייער א סאך אינטרעסאנטע אינפארמאציע וואס מ'האט אייביג פארדעקט און פארהוילן פון אונז. ווייל כאטש מיר האבן געהאט אזאלכע גרויסע שרייבערס ווי ר' סענדער דייטש, אבער ער איז געווען נאך א גרעסערער דעמאגאג און ציניקער. ער האט אייביג געשריבן האלבע אמת'ן און גאנצע ליגנטס. לויט ווי ס'האט געשטימט מיט זיין אגענדא... 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 20, 2014 3:35 am

· #212637
?How do I upload an image in the comments

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 20, 2014 8:58 am

· #212644
בערל.... Finally א תגובה ווי סענדער דייטש קומט טאקע אריין...

איחוד פעלד » זונטאג יולי 20, 2014 3:24 pm

· #212704
בקיצור,

זיי שטעלען אהער אפאר פראגעס

צווישען אנדערע

א. פארוואס האט ר' יואליש נישט געווארענט זיינע חסידים וועגען די שחיטות אין פוילען.

ב. פארוואס איז ער אליין געפארען אויף דער קאסטנער באן, ווען עס איז געוועהן דורך ציונים.

פליקער » זונטאג יולי 20, 2014 5:40 pm

· #212724
פארוואס איז די שאלה געצילט צי רב יואליש זצ"ל, פארוואס איז די שאלה נישט שווער אויף אלע אידן, אלע גדולי ישראל, אויף פאפא רב, קאשויער רב, שאפראן'ר רב און אויפ אלע גדוילי ישראל וואס האבן מיטגעמאכט די קריג, די שאלה איז נאר שווער אויב מען קיקט דאס אן פון א חילונישע קיק, דער רבי האט ביי יעדע דרשה איי געריסן וועלטן אז עס איז דא שרעקליכע גזירות, ער האט געציטערט ווי א פיש נישט אויפצירעיגן די גויים, ער האט מורא געהאט אז יעדע אפענע ווידערשטאנד וועט אפגעלערענט ווערן דורך רשעים ווי א אויפשטאנד, אפילו ווי א עצרת תפילה, אדער א פראטעסט, עס האט זיך ליידער אויסגעשטעלט ווי אזוי עס האט זיך אויסגעשטעלט, אבער א פארפרעסענער צי זיין א מאנטיג ציפרי פערטל ציריק, און זאגן העטיך פעטיך איז נישט יושר.
Shold of would of could of
און דעריבער טראגט ער די אחריות, וויפיל איז ר' מיכאל בער אנגעקימען, ווען נאכן זיין אזוי אקטיוו צי רעטען ווי מער אידן, און די ציונם האבן אים געלאזט פאלן, פון דעים רעדט מען בכלל נישט כאטש עס איז קלאר דאקעמענטירט, איז מען האש האש מאש מאש, אבער ר' יואליש איז שילדיג געב מיר א ברעך.

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 20, 2014 7:25 pm

· #212730
כדי צו מאכן דיין קשיא א קשיא, מאכסטו עטליכע רבנים'לעך - וואס ווערן פארעכענט אין סאטמאר ווי "תלמידים" אדער לכה"פ "נאנטע" - פאר גדולי ישראל, אדזש זיי זענען אין איין שורה מיט אזעלכע מאכטען ווי סאטמאר רב זי"ע. פאפא, שפאראן, און קאשוי, זענען - אינדערהיים - נישט געווען קיין רבנים פון ערענסטע "אגודות" אדער "התאחדות'ן". כעין זה טוט איינער אויף אייוועלט, ווען ער טענה'ט אז הרה"ק מבעלזא האט זיך אויך געראטעוועט און נישט אנגעווארנעט די אונגארישע. וראה זה פלא, אלע יארן שרייסטו אז איה"נ דער בעלזא רב איז געווען א קדוש, אבער צי "הנהגה"! (ליין: שטעכען רעדער) האט ער נישט פארשטאנען. און פלוצים דא שטעלסטו אים גלייך צום סאטמאר רב, לאמר, אז פונקט ווי דער בעלזער האט פארזעהן אזוי אויך סאטאמר.
די תירוץ איז אבער, אז דער מקורות'דיגע מאמר איז געצילט דירעקט אויף סאטמאר רב, און נישט אויף אנדערע אדמורי"ם, ווייל זיין טענה איז נישט דאס בלויז "האטס דיך געראטעוועט און נישט די קהילה" (וואס מ'קען דן זיין צו ס'איז בכלל א טענה, ווייל למעשה האבן זיי מער געצילט אויף אדמורים און מנהיגים, ממילא זענען זיי געווען אין א גרעסערע סכנה). דער שרייבער'ס טענה איז: הלמאי האסטו נישט געלאזט דעם המון זיך לאזן ראטעווען ווען א טייל פון די הצלה האט געהאט א נגיעה צו ציונות... און אז למעשה שטעלט זיך אויס אז ציונים האבן געראטעוועט אזויפיל אידן, ומעכ"ת בתוכם, וויאזוי קענסטו שרייבן אז די גאנצע מלחמה איז צו פארדאנקען די ציונים....
ליינט עס אדורך, און פרעגט אפ זיינע ראיות איינס ביי איינס.

yatzmachp » זונטאג יולי 20, 2014 8:42 pm

· #212756
די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא. עס איז נישט דא קיין איין מענטש וואס קען זאגן אז ער האט זיך געקענט ראטעווען און די רבי האט אים געזאגט אז ער זאל זיך ענדערש לאזן פארברענען. מען ניצט אויס דעם פאקט אז ער האט גערעדט קעגן די עלייה, אזוי ווי רוב אנדערע פרומע רבנים, אז דאס האט געמיינט אז מען טאר זיך נישט ראטעווען. די זעלבע וואס האבן א פראבלעם מיט אים האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט די ציונים וואס האבן געוואוסט וואס עס גייט פאר און האבן נישט געלאזט אלע יודן וויסן. די אלע יודנראטן האבן געוואוסט וואס עס גייט פאר און קיינער האט נישט געמאכט קיין רעש, זיי זענען קיין סאטמערע נישט געווען. קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג אז די רבי׳ס חסידים האבן געצאלט געלט אז ער זאל קענען ארויף אויפן טרעין. און די פאקט אז די טרעין אז באשטאנען פון חשובע מענטשן אין אונגערן, וואס די אונגערישע רעגירונג האט געהאט זייערע חשבונות, די ציונים האבן נישט געקענט טוהן וואס זיי האבן געוואלט.

אין אמתן אריין דארף מען נישט ענטפערן. לאז דער שרייבער האבן זיין צען מינוט. ער איז ממילא נישט אינטערסירט אינעם אמת.

אשכולות אויפוועקער » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 8:53 am

· #239844
אויפגעוועקט

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 9:04 pm

· #240036
קאווע טרינקער
כדי צו מאכן דיין קשיא א קשיא, מאכסטו עטליכע רבנים'לעך - וואס ווערן פארעכענט אין סאטמאר ווי "תלמידים" אדער לכה"פ "נאנטע" - פאר גדולי ישראל, אדזש זיי זענען אין איין שורה מיט אזעלכע מאכטען ווי סאטמאר רב זי"ע. פאפא, שפאראן, און קאשוי, זענען - אינדערהיים - נישט געווען קיין רבנים פון ערענסטע "אגודות" אדער "התאחדות'ן". כעין זה טוט איינער אויף אייוועלט, ווען ער טענה'ט אז הרה"ק מבעלזא האט זיך אויך געראטעוועט און נישט אנגעווארנעט די אונגארישע. וראה זה פלא, אלע יארן שרייסטו אז איה"נ דער בעלזא רב איז געווען א קדוש, אבער צי "הנהגה"! (ליין: שטעכען רעדער) האט ער נישט פארשטאנען. און פלוצים דא שטעלסטו אים גלייך צום סאטמאר רב, לאמר, אז פונקט ווי דער בעלזער האט פארזעהן אזוי אויך סאטאמר.
די תירוץ איז אבער, אז דער מקורות'דיגע מאמר איז געצילט דירעקט אויף סאטמאר רב, און נישט אויף אנדערע אדמורי"ם, ווייל זיין טענה איז נישט דאס בלויז "האטס דיך געראטעוועט און נישט די קהילה" (וואס מ'קען דן זיין צו ס'איז בכלל א טענה, ווייל למעשה האבן זיי מער געצילט אויף אדמורים און מנהיגים, ממילא זענען זיי געווען אין א גרעסערע סכנה). דער שרייבער'ס טענה איז: הלמאי האסטו נישט געלאזט דעם המון זיך לאזן ראטעווען ווען א טייל פון די הצלה האט געהאט א נגיעה צו ציונות... און אז למעשה שטעלט זיך אויס אז ציונים האבן געראטעוועט אזויפיל אידן, ומעכ"ת בתוכם, וויאזוי קענסטו שרייבן אז די גאנצע מלחמה איז צו פארדאנקען די ציונים....
ליינט עס אדורך, און פרעגט אפ זיינע ראיות איינס ביי איינס.

קאווע טרינקער: להגיד מראשית אחרית. לגבי די עצם קאנטראווערסיע בין איך אין מיטן. (יא. פוסח על שתי הסעיפים. אדער אויף קיין איינס נישט.). אבער לגבי דעם וואס דו ביסט מכבד דעם עוילעם אפ צו פרעגן יענעם "מחבר'ס" טענות איינס ביי איינס. איז זייער פשוט. איך האב אדורכגעליינט זיינע "טענות". און ס'איז אלעס געבויעט אויף ספעקולאציע. און טעאריעס און הנחות. קיין איינס פון זיינע סטעיטמענטס, לגבי סאטמאר'ער רב'ס נישט פארציילן פאר'ן עולם און נישט צו לאזן אז זיי זאללן זיך ראטעווען, איז דאקומענטירט. ער ברענגט נישט קיין איין דאקומענט אויפ צו ווייזן זיינע טענות...!

קאסטנער » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:08 pm

· #240279
ערשט יעצט איך זע וואס מען רעד אלס צאם אויף מיר, אבי מרעד..
איך גיי מיר נישט אריינמישן טענה'ץ ענק ווייטער סאיז געשמאק זיך ציצהערן פין די זייט.

סגיט, רעד ווייטער.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:57 am

· #240400
שוין קענסט שוין אנהויבן ליב האבן סאטמאר...

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:14 pm

· #240485
אנאנים: דעיס טוט נאר פארשטארקערן די טענה פון די בני יואל אז די רעגולערע סאטמאר'ער זענען אפגעפאהרן.
בעצם איז גאנץ סאטמאר געבויעט אויף דעם אז יענער טויג נישט. די צווייטע גרופע זענען שקצים ואפיקורסים.אונז גייען אויפ'ן ריכטיגן דרך... 🙄

חסיד » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:36 pm

· #240498
נאך א נס אז דער פאן האט די צוויי קאלירן, שטעלטס אייך פאר ווען דער פאן איז לדוגמא נאר ווייס אדער שווארץ און ווייס, וואס וואלטן מיר געמעגט אנטוהן, דער גאנצער עולם וואלט געמוזט גיין מיט בלויע העמדער און גרינע בעקעשעס!

outspoken » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 11:24 pm

· #240715

פרימארגען » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 9:50 pm

· #540562
איחוד פעלד #
sunbar
ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??
עס איז געפארען פין אונגארען.
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.
דוד שפירא איז געווען אין די קאר נישט פויגל
בלאט: 1 2