☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....

MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....

169 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11586
בלאט: 1 2 3 4

גר ותושב » מיטוואך יוני 21, 2017 1:14 am

· #376224
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
איש את רעהו
הער איבער אלע לאזונגען ווי נסים יציאת מצרים, קריעת ים סוף, עס איז ממש נגד הטבע אז די ישראלים זענען נישט ארויס טויטע... וכו' דאס אלעס איז געווען פארקויפטע לאקשן ו'קארטאפעל.
די ישראלים זענען אריין מיט א ערנסטער פלאן טבעיות'דיג צו מנצח זיין.
משה דיין האט נישט גערעכנט אז ער גייט פירן די עראפלאנען מיט מלאך מיכאל און די גערע קדושים, ער האט גערעכנט טבעיות'דיגע נצחון חשבונות, העכסטענס האט ער מער ערייכט
אבער יציאת מצרים? קריעת ים סוף? שנייד די קרעפליך

<a class="postlink" href="http://www.sixdaywar.co.uk/">http://www.sixdaywar.co.uk/</a>
ליינט אביסל היסטאריע וועט איר אפשר אביסל קליגער ווערן. הצלחה און א גוטע נאכט

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 21, 2017 1:20 am

· #376225
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
איש את רעהו
הער איבער אלע לאזונגען ווי נסים יציאת מצרים, קריעת ים סוף, עס איז ממש נגד הטבע אז די ישראלים זענען נישט ארויס טויטע... וכו' דאס אלעס איז געווען פארקויפטע לאקשן ו'קארטאפעל.
די ישראלים זענען אריין מיט א ערנסטער פלאן טבעיות'דיג צו מנצח זיין.
משה דיין האט נישט גערעכנט אז ער גייט פירן די עראפלאנען מיט מלאך מיכאל און די גערע קדושים, ער האט גערעכנט טבעיות'דיגע נצחון חשבונות, העכסטענס האט ער מער ערייכט
אבער יציאת מצרים? קריעת ים סוף? שנייד די קרעפליך

ניסים מאכט גאט, נישט משה דיין, יא די ישראלים זענען אריין מיט אן ערענסטע פלאן, און מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף ניסים, און ס'נישט קיין גרויסע נפק"מ צו משה דיין האט יענעם טאג געזאגט די תפילה פון רבי ר' אלימלך צו נישט, דעטס נא דע פאינט היר יעדער ווייסט אז משה דיין איז נישט געגאנגן יענעם טאג אין מקוה, און מקען אריינגיין מיט א פלאן צו געווינען און נאך אלץ פארלירן אדער אפילו געווינען און ס'זאל נאך אלץ זיין ניסים

ליפא » מיטוואך יוני 21, 2017 1:41 am

· #376226
I'm back
איך פרוביר צו פארשטיין.
עטליכע יאר צוריק, ביי די ''מבצע עמוד ענן'' האט מען נישט געקענט בייקומען די אראבער וואס האבן ניטאמאל קיין עיר פארס אדער אנדערע תכסיסי מלחמה, אבער 50 יאר צוריק, ווען ס'איז נאכנישט געווען דער טעכנאלאגיע וואס זיי האבן היינט, און זיי האבן זיך געשלאגן מיט עטליכע לענדער, וואס האבן פארמאגט עראפלאנען, טאנקען, וכו', דאס איז א פשוט'ע זאך אז זיי האבן געוואונען...?

סתם שטותים. געווינען קעגן טעראריסטן קען קוים אמעריקע, דאס האט נישט מיט שטארק ווס שוואך. חיזבאלא און כאמאס זענען נישט קיין לענדער, וואלטן זיי געווען געהעריגע לענדער מיט טאנקען און עראפלאנען וואס האלטן זיך צו די אינטערנאציענאלע מלחמה געזעצן וואלט מדנ''י זיי געווינען אונטער א שעה.

קל וחומר » מיטוואך יוני 21, 2017 1:48 am

· #376227
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
לו יהא כדברי החכם (מקום שאין-) איש, ברויך מען פארשטיין אויב דאס עצם באקומען די מדינה א קנאפע דריי יאר נאכן גרעסטע חורבן פון אידנטום מאז הייתה לגוי, ווען רוסלאנד האט ארויסגעבעקט פונעם הסכם באלד נאכן קלאוזינג, און זיי האבן זיך דערווארבן צו א לאנד וואס די CIA זאגט פאר געווינסן קעגן אלע זייערע קעגנער, א לאנד וואס גיבט ארויס די מערסטע קאלעדש דעגרי'ס פראצענטואל פונעם גאנצן וועלט, א לאנד וואס ברענגט די מאדערענסטע טעכנאלאגיע פארן וועלט, א לאנד וואס איז ארומגענומען מיט שנאה און האס פון איבעראל, פון די באלד צוויי ביליאן מוסלעמענער ביז די אלע יורעפעישע ליבעראלן, און גייט אן מיט א פעסטקייט און שלאגט אפ אירע שטרויכלונגען. א לאנד וואס פונקציאנירט על אף די אלע בענס וואס לענדער האבן געמאכט אויף איר. א לאנד וואס די גרעסטע וועלטס מאכטן האבן דרך ארץ און יראת העונש פאר איר. וכו' וכו' אלעס אנגעהויבן דורך אפאר שמויגערס וואס האבן געחלומט הויעך.
היש לך נס גדול מזה??

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 2:45 am

· #376228
גאלד
מיר לייקענען נישט אז קאסטנער מיט אייכמאן האבן ערלעדיגט דעם טראנספארט, מיר דאנקען ביידע די זעלבע.
איר זענט געבוירען ביי מענשען? יעצט פארשטיי איך שון אלעס

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 2:52 am

· #376229
איש את רעהו
אין שו"ע איז דא א דעפינישען פאר די אלע זאכן.

א קריג וואס די CIA שאצט פאר די ישראלים א נצחון איז קיינע נסים...
און דאנקן די רשעים, וואס אין קיין איין ארט אין די וועלט האט זיך נישט אזויפיל אידיש בלוט געגאסן די לעצטע זעכציג יאר ווי ביי זיי, דארף מען זיין א שטאקיגער קוה זיי צו אפלאדירן.
ווער האט ארויסגעראטעוועט קיין א"י דעי אידיש בלוט

מאטי » מיטוואך יוני 21, 2017 9:30 am

· #376245
דער אייבישטער האט געמאכט א נס פאר סאטמר אז די 6 טאג מלחמה זאל נישט זיין קיין נס.

גאלד » מיטוואך יוני 21, 2017 11:01 am

· #376261
נאכאמאל לאמיר מאכן א ס"ה

1. אלע גענעראלן, אלע שפיאנאזש אגענטורן, אלע יודע דבר, מכל הצדדים, סיי פון אמעריקע סיי פון די ציונים האבן פה אחד פארגעזאגט א גרינגע זיג פאר די ציונים.

2. אויף דעם זענען דא קלארע דאקומענטן און לעבעדיגע עדות'שאפט. קיינער האט דאס נאך נישט באוויזן צו אפשלאגן. קיינער.

3. די בליץ קריג אטאקע פון די ציונים קעגן די עגיפטישע לופט קרעפטן, יענעם ערשטן אינדערפרי פון מלחמת ששת הימים, (אין שפעטער קעגן סיריע און ירדן), איז ערייכט געווארן דורך גשמיות'דיגע באמבעס

4. די איינציגע וועג וויזוי עגיפטן וואלט געקענט בייקומען אזא סארט אטאקע איז נאר דורך א נס גלוי פון אללאה בכבודו ובעצמו.

5. דער מלחמה איז געווען פארטיג נישט נאך 6 טאג נאר נאך 6 מינוט, ווען די האסט די גענצליכע שליטה אויף די לופטן איז דער שונא קאפוט.

6. לפי הנ"ל, נישט נאר קיין נסים איז נישט געווען נאר קיין ישועה אויך נישט, ווייל די גאנצע פראפאגאנדע אז איזראעל איז געווען אויפן שוועל פון כליון איז געווען א גרויסע באלאן פיל מיט הייסע לופט.

7. די מלחמה איז לגמרי נישט געווען צו מציל זיין כלל ישראל פון כליון, לא מינהו ולא מקצתו, ס'איז געווען די רייץ צו אויסניצן א גרינגע אפארטוניטי צו באווייזן גבורות הציונים, און דעראבערן לאנד, אלעס אויפן חשבון פון נפשות ישראל.

8. די אלע אידישע קינדער וואס האבן איבערגעלעבט די מלחמה, ברוב חסדי המקום, האבן נישט איבער געלעבט די אראבער נאר די ציונים, זיי האבן אריינגעלייגט תושבי הארץ אין דעם פעקל.

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 11:52 am

· #376268
גאלד
זיי האבן אריינגעלייגט תושבי הארץ אין דעם פעקל.

וואסא פעקל?
טאקע נישט צו פארשטיין די אראבער און רוסן. און אשכול'ס טשיקענען

כוחותינו#

מנוחה ושלוה » מיטוואך יוני 21, 2017 11:57 am

· #376269
@גאלד האסט עס גענאגלט 👍

מנוחה ושלוה » מיטוואך יוני 21, 2017 12:02 pm

· #376272
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז דא דער אגענדא?



Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עס זענען דא 2 וועגן צו קוקן אויף די ששת ימי המלחמה
@גאלד לייגט זייער קלאר אראפ די מציאות וויאזוי עס איז צוגעגאנגען,
די אנדערע לייגן זייער קלאר אראפ די מהלך פון פראפאגאנדע ארום די קריג.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 21, 2017 12:18 pm

· #376278
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
אסאך זאכען האבען געדארפט שטימען אז די ערשטע פאר מינוט זאל געלונגען, און ווען נישט, וואלט געווען געפערליך פאר אידען אין א"י. דאס הייסט אויף לשה"ק א ישועה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 12:26 pm

· #376279
קלאר צו מאכן
יעדער פארשטייט אז דא איז געווען השגחת ד' און חסדי ד'

די שאלה אי זנאר צו עס איז געווען אויסטעלישע נסים למעלה מדרך הטבע ווי די ציוניסטישע פראפעגאנדע האט געלויטעט

סאטמאר רב'ס שיטה האט נישט שייכות צו די נסים ער האט קלאר געשריגען אפי' ס'איז יא געווען נסים מאכט דעס נאך נישט מותר די מדינה

ער האט נאר זייטיג געזאגט אז קיין גרויסע נסים אי זנישט געווען ער האט עס געזאגט מיט טעמים און ראיות סאטמאר רב איז געווען א פיקח עצום אויסער וואס ער האט געהאט אפענע אויגן

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 12:33 pm

· #376280
ער האט געהאט אפענע אויגן. לדוגמה?

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 12:38 pm

· #376281
ער האט גוט פארשטאנען א עסק

גאלד » מיטוואך יוני 21, 2017 12:47 pm

· #376282
ווען איינער צינדט אונטער דיין הויז, און נאכער קומט ער צו לויפן מיט עמערס וואסער זיי צו אויסלעשן, איז פשט יענער האט דיר געברענגט א ישועה?

מאטי » מיטוואך יוני 21, 2017 1:00 pm

· #376283
מרדכי הצדיק רייצט זיך מיט המן, צינד אונטער דעם מצב

אלע שאצונגען גיבן איבער אז אויב דער קעניג שטרעקט דעם שרביט (א דרך הטבע'דיגע פראקטיצירונג) איז אסתר א געהאלפענער.

דער קעניג וויל באלוינען א געטרייער בירגער פארן ראטעווען זיין לעבן. גאנץ פראקטיש

חרבונה דערציילט אז המן וויל הענגען דעם נייעם שר, דער קעניג באפעלט הענגן המן. אבוויעסלי דאהה.

גאלד! נעקסטן פורים וויל איך דיר זען ביים באס סטאפ מיט דיין רעג. טעיסטער טשויס.

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 1:03 pm

· #376284
מרדכי הצדיק האט געטון וואס די תורה האט פארלאנגט

די ציונים האבן געטון נגד התורה מ'טאר נישט גיין סתם אזוי אין מלחמה

און דעס איז ביסייד די פוינט

יא נסים אדער נישט איז דא די אישו

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 21, 2017 1:12 pm

· #376286
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
גאנצל
מרדכי הצדיק האט געטון וואס די תורה האט פארלאנגט

די ציונים האבן געטון נגד התורה מ'טאר נישט גיין סתם אזוי אין מלחמה

און דעס איז ביסייד די פוינט

יא נסים אדער נישט איז דא די אישו

ווייז מיר אין די תורה ווי ס'שטייט אז מ'טאר נישט גיין אין מלחמה???

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 1:20 pm

· #376288
התורה מונח בקרן זוית כל מי שרוצה

עס איז מבואר אין ש"ס און אין די הלכה

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 21, 2017 1:23 pm

· #376289
איך האב א קאלרער ראיה אז ס'שטייט נישט אין ש"ס און פוסקים. ווייל איינער האט געשריבען א ספר, אין וואס ער האט געוואלט אויפווייזען די איסור פון דער גאנצע מדינה, און ער האט געזוכט און געזוכט און געזוכט, און גארנישט געטראפען מער ווי א רמז אין ספרא דאגדתא, א מפוקפק'דיגער כתב יד פון דער מהר"ל און א דרוש פון אן אוה"ח. קיין שום פוסק צו סעיף אין שו"ע, און גאר א שוואכען פשט אין גמרא.

אלזא, פון דעם איז קלאר אז קיין אפענע שו"ע און גמרא איז נישט דא. ומי לנו גדול מהסאטמארער רב?

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 1:27 pm

· #376291
גאלד
ווען איינער צינדט אונטער דיין הויז, און נאכער קומט ער צו לויפן מיט עמערס וואסער זיי צו אויסלעשן, איז פשט יענער האט דיר געברענגט א ישועה?

אנשטאט איבערפרעגן זיי שון מסביר, וויזו האט ער דעם הויז?

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 1:28 pm

· #376293
אבער ווען מ'מעג יא אדער נישט גיין אין א מלחמה איז זיכער מער ווי א ספרא דאגדתא

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 21, 2017 1:31 pm

· #376294
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
גאנצל
אבער ווען מ'מעג יא אדער נישט גיין אין א מלחמה איז זיכער מער ווי א ספרא דאגדתא

100 % און ווען כ'וועל דיר ווייזן מראה מקומות אז ס'גאר א מצוה צו גיין אין מלחמה?? גייט עס פאר א רגע כמימרא טוישן דיין מיינונג??

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 1:33 pm

· #376295
דער גאלדענער אדלער
גאנצל
אבער ווען מ'מעג יא אדער נישט גיין אין א מלחמה איז זיכער מער ווי א ספרא דאגדתא

100 % און ווען כ'וועל דיר ווייזן מראה מקומות אז ס'גאר א מצוה צו גיין אין מלחמה?? גייט עס פאר א רגע כמימרא טוישן דיין מיינונג??


וואס עפעס טוישן מיינונג ? ס'וועט זיין אפען פאר דיסקאשען

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 21, 2017 1:37 pm

· #376296
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
גאנצל
דער גאלדענער אדלער
גאנצל
אבער ווען מ'מעג יא אדער נישט גיין אין א מלחמה איז זיכער מער ווי א ספרא דאגדתא

100 % און ווען כ'וועל דיר ווייזן מראה מקומות אז ס'גאר א מצוה צו גיין אין מלחמה?? גייט עס פאר א רגע כמימרא טוישן דיין מיינונג??


וואס עפעס טוישן מיינונג ? ס'וועט זיין אפען פאר דיסקאשען

מסכים!!

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 1:39 pm

· #376297
מסכים

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 1:58 pm

· #376301
גאנצל
ער האט גוט פארשטאנען א עסק

דאס יא ער האט געוויסט
אז כדי מזאל אננעמען זיין איסור, מוז מען עס מאכן אחלק פונם גלויבן
אז כדי ערליכער יודן זאלן קענען בלייבן אין א"י, מוז מען זאגען אסוועט קומען א ציייט וכו
אז כדי מזאל ניט פאלן פון זייער געלד, מוז מען זאגן אז סקען שאטן

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 3:27 pm

· #376321
diff
גאנצל
ער האט גוט פארשטאנען א עסק

דאס יא ער האט געוויסט
אז כדי מזאל אננעמען זיין איסור, מוז מען עס מאכן אחלק פונם גלויבן
אז כדי ערליכער יודן זאלן קענען בלייבן אין א"י, מוז מען זאגען אסוועט קומען א ציייט וכו
אז כדי מזאל ניט פאלן פון זייער געלד, מוז מען זאגן אז סקען שאטן


הבלים

גאלד » מיטוואך יוני 21, 2017 3:44 pm

· #376325
האלא! דער נס פורים איז מקובל פון מרדכי ואסתר נביאי אמת, דאס איז איינע פון די י"ג עקרים שכל דברי נביאים אמת,

אבער וועמען'ס תורת לאקשן דארף איך מקבל זיין דא, דעם אויסווארף שלמה גורן?

מפוזרי » מיטוואך יוני 21, 2017 3:50 pm

· #376327
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
וואו האבן מרדכי ואסתר געזאגט אז ס'איז געווען א נס?

נקודה » מיטוואך יוני 21, 2017 4:00 pm

· #376329
גאלד. דו קימסט צוריק צו די סי איי עי ריפארט נאכאמאל און נאכאמאל אן צו רעאגירען צו די ארגומענטען אז די פאראויסשאצונג פון די CIA איז כלל נישט וואס האט זיך באמת אפגעשפיעלט. די CIA שאצט א קריג צווישען מדנ"י און מצרים און דערווייל איז געשעהן דאס (screenshot attached)

מנוחה ושלוה » מיטוואך יוני 21, 2017 4:05 pm

· #376330
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב א קאלרער ראיה אז ס'שטייט נישט אין ש"ס און פוסקים. ווייל איינער האט געשריבען א ספר,
די נסים נושא האט ער געזאגט עטליכע תורות דערויף, ער דערמאנט די גמרות ווען מעשי שטן איז מצליח צו מאכן ווינדער.
אבער אהער האט עס סייווי נישט
ווי @גאלד האט שוין גענאגעלט די זאך
גאלד
נאכאמאל לאמיר מאכן א ס"ה
1. אלע גענעראלן, אלע שפיאנאזש אגענטורן, אלע יודע דבר, מכל הצדדים, סיי פון אמעריקע סיי פון די ציונים האבן פה אחד פארגעזאגט א גרינגע זיג פאר די ציונים.
2. אויף דעם זענען דא קלארע דאקומענטן און לעבעדיגע עדות'שאפט. קיינער האט דאס נאך נישט באוויזן צו אפשלאגן. קיינער.
3. די בליץ קריג אטאקע פון די ציונים קעגן די עגיפטישע לופט קרעפטן, יענעם ערשטן אינדערפרי פון מלחמת ששת הימים, (אין שפעטער קעגן סיריע און ירדן), איז ערייכט געווארן דורך גשמיות'דיגע באמבעס
4. די איינציגע וועג וויזוי עגיפטן וואלט געקענט בייקומען אזא סארט אטאקע איז נאר דורך א נס גלוי פון אללאה בכבודו ובעצמו.
5. דער מלחמה איז געווען פארטיג נישט נאך 6 טאג נאר נאך 6 מינוט, ווען די האסט די גענצליכע שליטה אויף די לופטן איז דער שונא קאפוט.
6. לפי הנ"ל, נישט נאר קיין נסים איז נישט געווען נאר קיין ישועה אויך נישט, ווייל די גאנצע פראפאגאנדע אז איזראעל איז געווען אויפן שוועל פון כליון איז געווען א גרויסע באלאן פיל מיט הייסע לופט.
7. די מלחמה איז לגמרי נישט געווען צו מציל זיין כלל ישראל פון כליון, לא מינהו ולא מקצתו, ס'איז געווען די רייץ צו אויסניצן א גרינגע אפארטוניטי צו באווייזן גבורות הציונים, און דעראבערן לאנד, אלעס אויפן חשבון פון נפשות ישראל.
8. די אלע אידישע קינדער וואס האבן איבערגעלעבט די מלחמה, ברוב חסדי המקום, האבן נישט איבער געלעבט די אראבער נאר די ציונים, זיי האבן אריינגעלייגט תושבי הארץ אין דעם פעקל.


נאך די גיטע אפשאצונג פון די סי.איי.עי. האט דער דעמאלטסדיגער פרעזידענט דזשאנסאן שלום געמאכט און איז זייער נאנט געווארן צו די סי.איי.עי. זיך איבערצייגענדיג אין זייער גיטע אפשאץ אויף די סיטואציע.

מנוחה ושלוה » מיטוואך יוני 21, 2017 4:15 pm

· #376335
נקודה
גאלד. דו קימסט צוריק צו די סי איי עי ריפארט נאכאמאל און נאכאמאל אן צו רעאגירען צו די ארגומענטען אז די פאראויסשאצונג פון די CIA איז כלל נישט וואס האט זיך באמת אפגעשפיעלט. די CIA שאצט א קריג צווישען מדנ"י און מצרים און דערווייל איז געשעהן דאס (screenshot attached)


די סטעיט דעפארטמענט באריכט, [געברענגט אנהויב אשכול] זאגט יא קלאר אז די איזרעילי כוחות קענען בניקל "אלע" אירע אראבישע פיינט באזיגן.
<a class="postlink" href="https://history.state.gov/historicaldocuments/frus1964-68v19/d297">https://history.state.gov/historicaldoc ... 68v19/d297</a>

גאלד » מיטוואך יוני 21, 2017 4:58 pm

· #376341
די וויקיפעדיע סקרין שאט פארענפערט טאקע זייער גוט וויזוי די ציונים לצים האבן געקענט וואשן די מוחות פונעם עלום גולם מיט זייערע פארפירישע בלאפערייען,
אבער אלע יודע תכסוסי מלחמה אוואו די CIA און דער אמעריקאענער פארטיידיקונגס מיניסטער ראבערט מעקנעמער האבן אנדערש פארשטאנען,
צו ווייסט איר אז ווען דער דייטש האט דורכגעפירט זייער בליץ קריג קעגן פוילן און זיי אראפגעביגלט ווי א שמאטע, איז פוילן אפציעל געווען אינטערגעשטיצט פון די גרעסטע וועלט מאכטן און ס'האט זיי געהאלפן א גרויסע רעטעך.

די לעקציע וואס מיר נעמען ארויס פון דעם נושא איז אז "פאקטן זענען עקשנים" FACTS ARE STUBBORN
נאך 50 יאר וואשן די מוחות, נאך 50 יאר לצנות קעגן סאטמאר רבי, נאך 50 יאר זיך פארגלייזן די אויגן מיט פאנטאזיעס,
ווען מ'קוקט אויף די קלארע באווייזן שטעלט זיך ארויס איין זאך

הרבי מסאטמאר מאה אחוז צודק!!!

קיין שום לצנות אין קארני דשאוקס וועט דאס נישט טוישן

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 5:12 pm

· #376343
דער דייטש האט אויך געהאט ניסים כאשר ידאה הנשר

מנוחה ושלוה » מיטוואך יוני 21, 2017 5:19 pm

· #376345
diff
דער דייטש האט אויך געהאט ניסים כאשר ידאה הנשר

יא יא דערויף האט @גאלד גוט געזאגט
גאלד


קיין שום לצנות אין קארני דשאוקס וועט דאס נישט טוישן

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 5:23 pm

· #376346
אזוי האט ער געזאגט. טאקע ער!

סמבטיון » מיטוואך יוני 21, 2017 5:29 pm

· #376348
מיסטער גאלד, טשעקט אייער פאקטן פאר איר לייגט זיי ארויף, פולין האט נישט געהאט קיין שום מיליטערישע שטיצע ביי דעם בליץ קריג, זיי זענען געלאפן מיט פערד און מיט שטעקענעס אקגען געפאנצערטע דיוויזיעס פון טאנקען. האסט נאך טאקע נישט געזען אדער געליינט עפעס פון צייטן??

די לעקציע וואס מיר נעמען ארויס פון דעם נושא איז אז "פאקטן זענען עקשנים" FACTS ARE STUBBORN
נאך 50 יאהר פון העצריי מיט פראטעסטן נאך 50 יאהר ליצנות אקעגן אלע ארץ ישראלדיגע גדולים נאך 50 יאהר פארגלייזן די אויגן מיט די פאקריפלטע שיטה ושנאת המדינה
ווען מ'קוקט אויף די קלארע באווייזן שטעלט זיך ארויס איין זאך
כלל ישראל שיינט אין בליט אינעם הייליג לאנד, עס איז פארוואנדלט געווארן צו די גרעסטע מקום תורה איבער די גאנצע וועלט ווי הינדערטע און טויזענטע בחורים און יונגעלייט דינען דעם אייבערשטען תחת די ממשלת הכופרים, נאך נישט געווען אזויפיהל תורה און תפילה ביי יודן אויף איין פלאץ מאז היתה לגוי.

קיין שום לצנות אין קארני דשאוקס וועט דאס נישט טוישן

מנוחה ושלוה » מיטוואך יוני 21, 2017 5:30 pm

· #376350
מיסטער סמבטיון
מיט וואס האט דיין תגובה א שייכות צו די טעמע פון ששת ימי המלחמה צו עס זענען אמת די פראפאגאנדע פון נסים.

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 5:31 pm

· #376352
הרבי מסאטמאר מאה אחוז צודק!!!
אבער ער האט געזאגט אז סאיז א ישועה פין ס"א אזוווי דף היומי

מנוחה ושלוה » מיטוואך יוני 21, 2017 5:33 pm

· #376353
diff
אזוי האט ער געזאגט. טאקע ער!
diff
דער דייטש האט אויך געהאט ניסים כאשר ידאה הנשר
diff
הרבי מסאטמאר מאה אחוז צודק!!!
אבער ער האט געזאגט אז סאיז א ישועה פין ס"א אזוווי דף היומי

diff
גאלד
מיר לייקענען נישט אז קאסטנער מיט אייכמאן האבן ערלעדיגט דעם טראנספארט, מיר דאנקען ביידע די זעלבע.
איר זענט געבוירען ביי מענשען? יעצט פארשטיי איך שון אלעס





הערט אויף שיסן לופטיגע תגובות

גאלד » מיטוואך יוני 21, 2017 5:34 pm

· #376355
אהא אין וואס פונקטליך האט די PLO ביישטייערט צו די מלחמה,(איך זעה זיי זענען אויך אויף דער וויקעפעדיע ליסט) זייערע אייזלען און געצעלט פלוכן?

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 5:47 pm

· #376358
מנוחה ושלוה
diff
אזוי האט ער געזאגט. טאקע ער!
diff
דער דייטש האט אויך געהאט ניסים כאשר ידאה הנשר
diff
הרבי מסאטמאר מאה אחוז צודק!!!
אבער ער האט געזאגט אז סאיז א ישועה פין ס"א אזוווי דף היומי

diff
גאלד
מיר לייקענען נישט אז קאסטנער מיט אייכמאן האבן ערלעדיגט דעם טראנספארט, מיר דאנקען ביידע די זעלבע.
איר זענט געבוירען ביי מענשען? יעצט פארשטיי איך שון אלעס





הערט אויף שיסן לופטיגע תגובות

מיינסט צו זאגען דו האסט קיין ענטפער. נו קענסט איגנארירען אזוווי גאלד

דער שורה איז טאקע אויפגעבלאזן
הרבי מסאטמאר מאה אחוז צודק!!!

מנוחה ושלוה » מיטוואך יוני 21, 2017 6:14 pm

· #376360
diff
מנוחה ושלוה
diff


מיינסט צו זאגען דו האסט קיין ענטפער. נו קענסט איגנארירען אזוווי גאלד

דער שורה איז טאקע אויפגעבלאזן
הרבי מסאטמאר מאה אחוז צודק!!!


לופט ענטפערט מען נישט
הער אויף בלאזן לופט.

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 6:31 pm

· #376363
די סארט ענטפערס גייען שון נישט היינט. ביטע ענטפערן צו דער זאך
1) ווי אזוי לאזטו גלייכן קאסטנר צו אייכמן ימש בפרט צהאט געהאט א טובה , נאר צזענט אויסניצרס. מדארף דאך בויען א ביזנעס אויף זיי בארעדן
2) ווער איז מחליט וואס איז יד ד' און וואס איז ס"א ̶ב̶ש̶י̶ט̶ו̶ף̶
3) די נסים נושא האט ער געזאגט עטליכע תורות דערויף, וויזוי גלייבסטעם ס'דאך נשתכחה
4) וואזוי קען איינער וואס אליין געכאפט פעטש בשואה, זאגן אז עס איז וועגען יענעם.

גר ותושב » מיטוואך יוני 21, 2017 7:29 pm

· #376366
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
מנוחה ושלוה

די סטעיט דעפארטמענט באריכט, [געברענגט אנהויב אשכול] זאגט יא קלאר אז די איזרעילי כוחות קענען בניקל "אלע" אירע אראבישע פיינט באזיגן.
<a class="postlink" href="https://history.state.gov/historicaldocuments/frus1964-68v19/d297">https://history.state.gov/historicaldoc ... 68v19/d297</a>


די סטעיט דעפארטמענט האט געזאגט אז זיי קענען ביישטיין אן אטאקע זיי האבן נישט געזאגט אז זיי קענען זיי באזיגן.
Israel could contain any attacks by Syria or Jordan during this period.
למעשה זענען זיי באזיגט געווארן מיט א מוראדיגע נצחון. ואידך זיל גמור מען האט שוין אפאר מאל אראפ געברעינגט די חילוקים צווישן די מציאות און די CIA אנאליז אבער די פערדן לויפן נאך זייער אייגענע וויידל און סירקלס נאכאמאל און נאכאמאל אן ענטפערן די מציאות.

איש את רעהו » מיטוואך יוני 21, 2017 7:35 pm

· #376367
זיי זענען ביידע ווערד דאס געלט
diff

גלייכן קאסטנר צו אייכמן ימש בפרט צהאט געהאט א טובה , נאר צזענט אויסניצרס



קען זיין איך האב נישט מיטגעהאלטן די גאנצע דין ודברים דא, אבער ווי עס שיינט האסטי נישט פארשטאנען דעם פארגלייך
גאלד האט פארגליכען אז סיי ביי אייכמאנ'ן געפינסטו זיין הענט פארשמירט בלוט און די קענסט אים נישט דאנקען ווי מען האט יא פון אים געראטעוועט אידן,
ביי די שליחי הציונים איז גענוי די זעלבע געווען פילע פעלער ווי זיי האבן געהאט פארמישט זייערע בלוטיגע >רק בדם תהי' לנו הארץ< הענט,
און מען קען זיי נישט דאנקן ווי זיי זענען געווען אינוואלווד צו מציל זיין

די סכום פון בלוט פארגיסונג קען מען נישט די 2 צאמשטעלן, אבער דאנקן קען מען קיין איינע פון די רודפי ישראל

א לענגערע איבערזיכט קוקט דא

diff » מיטוואך יוני 21, 2017 7:39 pm

· #376368
.

איש את רעהו » מיטוואך יוני 21, 2017 7:40 pm

· #376369
ביידע זענען ווערד זייער געלד
diff
diff

ווי אזוי לאזטו גלייכן קאסטנר צו אייכמן ימש בפרט צהאט געהאט א טובה , נאר צזענט אויסניצרס.


קען זיין איך האב נישט מיטגעהאלטן די גאנצע דין ודברים דא, אבער ווי עס שיינט האסטי נישט פארשטאנען דעם פארגלייך
גאלד האט פארגליכען אז סיי ביי אייכמאנ'ן געפינסטו זיין הענט פארשמירט בלוט און די קענסט אים נישט דאנקען ווי מען האט יא פון אים געראטעוועט אידן,
ביי די שליחי הציונים איז גענוי די זעלבע געווען פילע פעלער ווי זיי האבן געהאט פארמישט זייערע בלוטיגע >רק בדם תהי' לנו הארץ< הענט,
און מען קען זיי נישט דאנקן ווי זיי זענען געווען אינוואלווד צו מציל זיין

די סכום פון בלוט פארגיסונג קען מען נישט די 2 צאמשטעלן, אבער דאנקן קען מען קיין איינע פון די רודפי ישראל



לענגערע איבערזיכט דא
בלאט: 1 2 3 4