☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » רכבת קסטנער די קאסטנער באן

רכבת קסטנער די קאסטנער באן

100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12018
בלאט: 1 2

צפור בודד » זונטאג יאנואר 6, 2019 3:31 pm

· #421250
א שאד דער צייט זיך צו טענה'ן. מדינת ישראל איז נולד געווארן פון דער שואה וואס די שואה אליין לדעת סאטמאר איז געקומען מחמת ציוניזם. גיי פארשטיי. מדינת ישראל האט אריינגענומען דער שארית הפליטה, כולל ר' יואל'יש, וואס קיין שום מדינה האט נישט געוואלט אויף א ריזיגן פארענם און אעפ"כ איז עס הורתה ולידתה בטומאה. גיי ווידער פארשטיי. און אז ר' יואל'יש איז ניצל געווארן ווייל אנדערע זענען נישט ארויף אויפן באן און ער ופמליתו האבן גענומען זייערע פלעצער איז עס א נס שלא כדרך הטבע און ווידער פרואוו פארשטיי. און אז ר' יואל'יש האט זיך נישט אנגערירט דאס בארד ווייל ער איז געווען אין א ווי.איי.פי אפטיילונג וואו ער האט זיך געהאלטן באזונדער און זיך נישט משתתף געווען איז דער צער פון אנדערע בשעת ווען אנדערע זענען געווען אין א שטענדיגע געפאר און האבן זיך יא געמוזט שערן דאס בארד איז אודך א נס, און אפילו א ראיה אז זיינע מלאכים שטייגן איבער אנדערע. און אז אנדערע זענען נאכן קריג צוריקגעפארן צו זייערע אלטע קהילות, כולל דער ברך משה, און אינזיענען געהאט די שארית הפליטה און ר' יואל'יש איז געבליבן אין שווייץ און דערנאך קיין א"י איז אויך א ראיה ווי א גרויסער רועה נאמן ער איז געווען. און אז מדינת ישראל האט זיך אויפגעשטעלט אין געציילטע יארן צו ווערן א מאכט מיליטעריש זיך צו פארטיידיגן קעגן אירע שונאים און סתם אלס א מדינה טאר מען אפילו נישט זאגן א הודו לה' משא"כ כ"א כסלו וואס האט פאסירט אין א חורבן וואס עס איז אזוינס נישט געווען אין דער היסטאריע פון מענטשהייט דארף מען זינגן בך בטחו און חסדי ה' און מאכן א יו"ט לדורות.

ס'איז נישט מעגליך דא ארויסצוקריכן. די וואס ווילן גלייבן אז די ג' שבועות שטייגן אלעס איבער וועלן זיך נישט איבערצייגן פון גארנישט, זיי האבן אלטערנאטיווע פאקטן פון חלומות ואיש כפתרון חלומו יחלמו.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 6, 2019 3:37 pm

· #421251
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
די אפשאצונגן פון די סי. איי. עי. נעמט אין חשבון א דריי פראנטיגע מלחמה? עס ליגט מיר אין קאפ אז נישט, אבער נישט זיכער.

עכ"פ, א שוואכע נושא, וואס, באדדי, יעקב שפירא און די ס אטמוירים באשעפטיגן זיך דערמיט. אין די אקטועלע וועלט זוכט מען צו ענדיגן די חודש, וכסיפור הראגאטשאווער גאון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאלד » זונטאג יאנואר 6, 2019 5:27 pm

· #421261
צפור בודד

האלא! שערי לצנות לא ננעלו. קארני רעטאריק מאכט נאך נישט גערעכט אדער אמת. על ראשון ראשון. ציוניזם איז נולד געווארן כמעט 40 יאר איידער די שואה. סאטמאר רבי האט עמגרירט קיין פאלעסטינע ווען די ענגעלענדער האבן נאך באלעבאטעוועט, דער רבי האט מיט אונטערווענצן געדארפט זיך איינגעהאנדלט סערטיפיקאטן, נישט אז ס'מאכט אויס, נאר למען הפונקטליכקייט. דער רבי'ס בארד איז א פלא נפלא וואס קיינער האט נאך דערווייל נישט קיין לאגישער הסבר און דיין א"ג ווי.איי.פי. איז טאקע נאך א פלא אז די רוצחים זאלן נישט טשעפען דעם צדיק און נישט פוגע זיין בדיקנו קדישא. דער איינציגער מענטש וואס מ'ווייסט זאל דורכגיין די אויפזוכט פון די נאציס און בלאבן מיטן בארד און פולן טאקט. מדינת ישראל פארטיידיקט זיך טאקע קעגן שונאים אבער גיי פארשטיי וואס די מציאה איז דא, כלל ישראל כאפט א מכת הרג חרב ואבדן פון די יורפעאישער רוצחים, לויפט מען צו די מיטל מזרח זיך גראדשענען מיט אראבער! מ'שאפט מיט געוואלד פרישע שונאים למען השם זיך צו פארטיידיקן! גיי פארשטיי.

גאלד » זונטאג יאנואר 6, 2019 5:28 pm

· #421262
ליטוואק פון בודאפעסט
די אפשאצונגן פון די סי. איי. עי. נעמט אין חשבון א דריי פראנטיגע מלחמה? עס ליגט מיר אין קאפ אז נישט, אבער נישט זיכער.

עכ"פ, א שוואכע נושא, וואס, באדדי, יעקב שפירא און די ס אטמוירים באשעפטיגן זיך דערמיט. אין די אקטועלע וועלט זוכט מען צו ענדיגן די חודש, וכסיפור הראגאטשאווער גאון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מאן יימר איינער איז "באשעפטיגט", אונז האמיר איין אפיניען איבער דעם, וואס שטימט פונקט נישט מיט דיין אפיניען, נישט קשה.

צפור בודד » זונטאג יאנואר 6, 2019 5:59 pm

· #421267
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
גאלד
צפור בודד
א שאד דער צייט זיך צו טענה'ן. מדינת ישראל איז נולד געווארן פון דער שואה וואס די שואה אליין לדעת סאטמאר איז געקומען מחמת ציוניזם. גיי פארשטיי. מדינת ישראל האט אריינגענומען דער שארית הפליטה, כולל ר' יואל'יש, וואס קיין שום מדינה האט נישט געוואלט אויף א ריזיגן פארענם און אעפ"כ איז עס הורתה ולידתה בטומאה. גיי ווידער פארשטיי. און אז ר' יואל'יש איז ניצל געווארן ווייל אנדערע זענען נישט ארויף אויפן באן און ער ופמליתו האבן גענומען זייערע פלעצער איז עס א נס שלא כדרך הטבע און ווידער פרואוו פארשטיי. און אז ר' יואל'יש האט זיך נישט אנגערירט דאס בארד ווייל ער איז געווען אין א ווי.איי.פי אפטיילונג וואו ער האט זיך געהאלטן באזונדער און זיך נישט משתתף געווען איז דער צער פון אנדערע בשעת ווען אנדערע זענען געווען אין א שטענדיגע געפאר און האבן זיך יא געמוזט שערן דאס בארד איז אודך א נס, און אפילו א ראיה אז זיינע מלאכים שטייגן איבער אנדערע. און אז אנדערע זענען נאכן קריג צוריקגעפארן צו זייערע אלטע קהילות, כולל דער ברך משה, און אינזיענען געהאט די שארית הפליטה און ר' יואל'יש איז געבליבן אין שווייץ און דערנאך קיין א"י איז אויך א ראיה ווי א גרויסער רועה נאמן ער איז געווען. און אז מדינת ישראל האט זיך אויפגעשטעלט אין געציילטע יארן צו ווערן א מאכט מיליטעריש זיך צו פארטיידיגן קעגן אירע שונאים און סתם אלס א מדינה טאר מען אפילו נישט זאגן א הודו לה' משא"כ כ"א כסלו וואס האט פאסירט אין א חורבן וואס עס איז אזוינס נישט געווען אין דער היסטאריע פון מענטשהייט דארף מען זינגן בך בטחו און חסדי ה' און מאכן א יו"ט לדורות.

ס'איז נישט מעגליך דא ארויסצוקריכן. די וואס ווילן גלייבן אז די ג' שבועות שטייגן אלעס איבער וועלן זיך נישט איבערצייגן פון גארנישט, זיי האבן אלטערנאטיווע פאקטן פון חלומות ואיש כפתרון חלומו יחלמו.

מדינת ישראל פארטיידיקט זיך טאקע קעגן שונאים אבער גיי פארשטיי וואס די מציאה איז דא, כלל ישראל כאפט א מכת הרג חרב ואבדן פון די יורפעאישער רוצחים, לויפט מען צו די מיטל מזרח זיך גראדשענען מיט אראבער! מ'שאפט מיט געוואלד פרישע שונאים למען השם זיך צו פארטיידיקן! גיי פארשטיי.

הלאו. כלל ישראל גייט ענדליך ארויס מקושי השעבוד פון מצרים, לויפט מען קיין ארץ ישראל זיך גראדשענען מיט די ז' עממין! מ'שאפט מיט געוואלד פרישע שונאים למען השם זיך צו פארטיידיקן! גיי פארשטיי.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 6, 2019 6:07 pm

· #421269

ס'איז נישט מעגליך דא ארויסצוקריכן. די וואס ווילן גלייבן אז די ג' שבועות שטייגן אלעס איבער וועלן זיך נישט איבערצייגן פון גארנישט, זיי האבן אלטערנאטיווע פאקטן פון חלומות ואיש כפתרון חלומו יחלמו
.
ציפור בודד:לויט ווי איך נעם ארויס איז דיין תגובה היפש סארקאסטיש. איך וועלל מיך נישט מתווכח זיין מיט די נקודות וואס דו ווילט ארויסברענגען. איך ווילל דא נאר מעורר זיין איבער די אומ-פונקטליכקייטן וואס דו שרייבסט דא. צוערשט. די פלעצער וואס ר' יואל'יש מ'סאטמאר און זיין פמליא האבן גענומען זענען אלע געווען באצאלטע פלעצער. וואס קאסטנער האט געטון מיט דעם געלט. דאס איז שוין זיין ביזנעס. דיין פאלשע אדער בייזוויליגע באהויפטונג כאילו אוועקצומאכן די וויכטיגקייט פון דעם פאקט אז דער סאטמאר'ע רב האטציך נישט געדארפט אפשערן זיין בארד. כאילו אז ער האטציך אריינגעלייגט אין די אזוי גערופענע ווי. איי. פי. סעקשאן. כאילו מרצונו. דארפסטו וויסן (אויב דו ווילסט הערן. און ס'שטימט מיט דיין בייזוויליגע אגענדא) איך האב געטון ריסוירטש און אויסגעפונען אז די נאציס, ימ"ש האבן געהאט, ספעציעל אין בערגן בעלזן לאגער, פארשידענע לעוולס פון שטרענגקייט און קאנדישאנס וויאזוי זיי האבן געהאלטן זייערע פריזאנערס. קיינער ווייסט נישטו פונקטליך וואס זייערע חשבונות זענען געווען. אבער ס'איז א פאקט אז די פאסאזשירן פון דעם קאסטנער טרעין האבן זיי געהאלטן אלס משכונות. אויפ'ן באפעל פון אייכמאן, ימ"ש. און ס'איז געווען א מעגליכקייט אז זיי זאללן ווייטער פארן צו זייער דעסטינאציע. אדער ח"ו קיין אוישוויטץ. ממילא האבן זיי געהאלטן אט די מענטשן אונטער א לייכטן רעזשים. ס'זענען אפילו געוון א טייל פריזאנערס (נישט די פאסאזשירן פון דעם קאסטנער טרעין) וועלכע האבן געבאקן מצות אויף פסח. מיט די הסכמה פון די נאציס..

אויך. ס'זענען דא מענטשן וועלכע האבן שטארקע טענות אז דער סאטמאר'ע רב האטציך נישט באדאנקט פאר קאסטנער. איז דער תירוץ, אז קאסטנער האט פאר קיינעם פון די פאסאזשירן נישט געטון קיין טובה מנדבת ליבו הטוב. ער האט איינקאסירט שווערע געלטער פאר א יעדן איינציגן פאסאזשיר וואס איז מיטגעפארן. אויך איז דער גאנצער פראצעס געווען באגלייט מיט גרויס רישעות און אכזריות פון זיין (קאסטנער'ס) זייט. און דער סאטמאר'ע רב האט גוט געוואוסט זיין מהות. אז ער האט קאלאבארירט מיט די נאציס. און אלעס וואס ער האט געטון האט ער נישט געטון מיט גוטע כוונות. נאר פאר געלט גייציגקייט און כבוד. אויך האט ער פארראטן דאס אונגארישע אידנטום מיט'ן נישט פארציילן די בייזוויליגע כוונות פון די נאציס, ימ"ש.

גאלד » זונטאג יאנואר 6, 2019 6:10 pm

· #421270
צפור בודד
גאלד
צפור בודד
א שאד דער צייט זיך צו טענה'ן. מדינת ישראל איז נולד געווארן פון דער שואה וואס די שואה אליין לדעת סאטמאר איז געקומען מחמת ציוניזם. גיי פארשטיי. מדינת ישראל האט אריינגענומען דער שארית הפליטה, כולל ר' יואל'יש, וואס קיין שום מדינה האט נישט געוואלט אויף א ריזיגן פארענם און אעפ"כ איז עס הורתה ולידתה בטומאה. גיי ווידער פארשטיי. און אז ר' יואל'יש איז ניצל געווארן ווייל אנדערע זענען נישט ארויף אויפן באן און ער ופמליתו האבן גענומען זייערע פלעצער איז עס א נס שלא כדרך הטבע און ווידער פרואוו פארשטיי. און אז ר' יואל'יש האט זיך נישט אנגערירט דאס בארד ווייל ער איז געווען אין א ווי.איי.פי אפטיילונג וואו ער האט זיך געהאלטן באזונדער און זיך נישט משתתף געווען איז דער צער פון אנדערע בשעת ווען אנדערע זענען געווען אין א שטענדיגע געפאר און האבן זיך יא געמוזט שערן דאס בארד איז אודך א נס, און אפילו א ראיה אז זיינע מלאכים שטייגן איבער אנדערע. און אז אנדערע זענען נאכן קריג צוריקגעפארן צו זייערע אלטע קהילות, כולל דער ברך משה, און אינזיענען געהאט די שארית הפליטה און ר' יואל'יש איז געבליבן אין שווייץ און דערנאך קיין א"י איז אויך א ראיה ווי א גרויסער רועה נאמן ער איז געווען. און אז מדינת ישראל האט זיך אויפגעשטעלט אין געציילטע יארן צו ווערן א מאכט מיליטעריש זיך צו פארטיידיגן קעגן אירע שונאים און סתם אלס א מדינה טאר מען אפילו נישט זאגן א הודו לה' משא"כ כ"א כסלו וואס האט פאסירט אין א חורבן וואס עס איז אזוינס נישט געווען אין דער היסטאריע פון מענטשהייט דארף מען זינגן בך בטחו און חסדי ה' און מאכן א יו"ט לדורות.

ס'איז נישט מעגליך דא ארויסצוקריכן. די וואס ווילן גלייבן אז די ג' שבועות שטייגן אלעס איבער וועלן זיך נישט איבערצייגן פון גארנישט, זיי האבן אלטערנאטיווע פאקטן פון חלומות ואיש כפתרון חלומו יחלמו.

מדינת ישראל פארטיידיקט זיך טאקע קעגן שונאים אבער גיי פארשטיי וואס די מציאה איז דא, כלל ישראל כאפט א מכת הרג חרב ואבדן פון די יורפעאישער רוצחים, לויפט מען צו די מיטל מזרח זיך גראדשענען מיט אראבער! מ'שאפט מיט געוואלד פרישע שונאים למען השם זיך צו פארטיידיקן! גיי פארשטיי.

הלאו. כלל ישראל גייט ענדליך ארויס מקושי השעבוד פון מצרים, לויפט מען קיין ארץ ישראל זיך גראדשענען מיט די ז' עממין! מ'שאפט מיט געוואלד פרישע שונאים למען השם זיך צו פארטיידיקן! גיי פארשטיי.

איה"נ, א שטארקע קשיא, אבער מה נעשה אז מיר פראקטיצירן דעם אידישן רעליגיע און אז הקב"ה האט דאן אונז באפוילן צו אריינגיין אין הייליגן לאנד בלי מורא און דירעקט מבטיח געווען הצלחה, מוזן מיר זיך פארלאזן אויף הקב"ה בלי סברות

משא"כ, בנידן דידן איז דאך פונקט קאפויער, אונזער תוה"ק זאגט אונז דירעקט נישט צו טון דאס, און אונז מזהיר מיט שווערע עונשים, איז דאך דער תירוץ נישטא

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 6, 2019 6:18 pm

· #421271
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
צפור בודד ברענגט ארויס א שטארקע נקודה, מיט זיין סארקאזם. מ׳טוט זיך דרייען אהין און אהער מיט היסטאריא, און פלוצלונג שטימט שוין אלס וואונדערליך. א רועה נאמן וואס האט זיין גאנצע סטאדע געלאזט אויפ׳ן וואסער פון ווען ער איז אנטלאפען ביז די גרינדונג פון זיין פארטיי אין אמעריקא איז א סתירה, ניין? טאמער ער איז אזא פאסטוך, וואס איז געווען מיט די מענטשן אין די.פי. לאגער? פארוואס האבען זיי נישט געדארפט קיין פאסטוכן?

דער זעלבע גאט וואס האט געראטעוועט דער רבי, וואס דאס דארף זיין א ראיה ברורה צו צדקת דרכו, האט אים אוועק גענומן פון דער וועלט און דער מדינה הציונית געלאזט מיט אונז. וואס דארף דאס אויפווייזען?

איך ווייס אויך נישט פארוואס עס קומט זיך א דאנק פאר קאסטנער, דאס איז געווען א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער. אבער פאר דעם איז שוין דא אן אנדערען אשכול, צו עס קומט זיך קרעדיט פאר די וואס בויען אוף ווערטשאפט׳ן פאר די אייגענע בענעפיט, עיי"ש ותמצא נחת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאלד » זונטאג יאנואר 6, 2019 6:30 pm

· #421272
זאגסט מיר? ווען ער גייט ווען קיין אוישוויץ ווי א רועה נאמן מיט אלע אידן זיך פארברענען עקה"ש וואלטן אסאך אויסווארפן געווען מער ציפרידן,
אבער על אפם ועל חמתם האט ער סורווייווט!!
סגעפעלט דיר נישט? screw you!!

צפור בודד » זונטאג יאנואר 6, 2019 7:08 pm

· #421278
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
גאלד
זאגסט מיר? ווען ער גייט ווען קיין אוישוויץ ווי א רועה נאמן מיט אלע אידן זיך פארברענען עקה"ש וואלטן אסאך אויסווארפן געווען מער ציפרידן,
אבער על אפם ועל חמתם האט ער סורווייווט!!
סגעפעלט דיר נישט? screw you!!
א דוגמא פון דער איידלקייט וואס מען פייערט אויף כ"א כסלו. ס'זענען דא גענוג רבנים וואס האבן נישט איבערגעלאזט זייערע קהילות און זיי זענען געגאנגען מיט זיי על המוקד.

הער מיך צו, איך בין דא נישט דן זיין וועלן בלייבן לעבן און אז ער איז ניצול געווארן. איך בין דן וויאזוי ער און זיינע נאכפאלגער האבן עס פארדרייט לאחר מעשה סיי זיך גרויסצומאכן און סיי אנדערע צו שעלטן און ערגער.

אויף קאסטנער אליין, וואס הייסט א ביזנעס? האסט נאך קיינמאל נישט געטיפט? אז דו גייסט אין א געשעפט זאגסטו נישט שכוח? אז מען צאלט פאר א דאקטאר ממון דמים און ס'געלינגט איז מען אים נישט מכיר טוב? און קאסטנער האט גארנישט ריזיקירט?

דא האט מען דיר געראטעוועט דיין לעבן און מען בעט דיר אביסל העלפן, נו איז וואס? שפעטער דערציילט מען מעשה'לעך פון הכרת הטוב איבער א נארישקייט ווען דא איז קאסטנער געווען אין אן עת צרה מחמת דער הצלה גופא און מען האט זיך פון אים געמיין אפגעשאקלט.

איך האב געזאגט ס'איז א שאד די צייט ובזה אצא ידי חובתי.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 6, 2019 7:26 pm

· #421281
ציפור בודד: איך האב גערעדט צו א איד (און ס'זענען געווען נאך אנדערע אויך.) וואס זיין טאטע איז געווען אויפ'ן קאסטנער טרעין. און ער האט איהם געהאלטן אין איין סטראשען אז ער וועט איהם אראפווארפן פון דעם טרעין. און אזוי האט ער זיך באצויגן זייער געמיין צו די מערסטע פון די פארפייניגטע דערשראקענע פאסאזשירן. ר'האט געשפירט ווי ער טוט זיי די וועלט'ס טובה. און זיי זענען איהם שולדיג דאס לעבן. איך זאג נישט. אן עלעמענטארע הכרת הטוב וואלט זיך איהם געקומען. ווען ער וואלט זיך אויפגעפיהרט מענטשליך. און רוב אידן. און ספעיצעל דער סאטמאר'ע רב, וואס איז געווען אריינגעמישט אין די פאליטיק פון הצלה, האבן זייער גוט געוואוסט אז רודאלף קאסטנער האט זיי פארראטן. וואס זיינע מאטיוון זאללן נאר נישט האבן געווען...!

אויב האסטו א ביסל מיטגעהאלטן מיט דעם קאסטנער פראצעס אין א"י. זעהט מען דארט ווי דער אדוואקאט פון מר. גרינוואלד שמואל תמיר האט ארויסגעשלעפט א דאקומענט/אפידעיוויט וואס קאסטנער האט אליינס אונטערגעשריבן וואו ער זאגט עדות לטובת די אלע גרעסטע נאציס וועלכע האבן אנגעפיהרט מיט די פארניכטונג פון די אידן אין טשעכאסלאוואקיע און אונגארן. כאטש ער האט געזאגט אונטער א שבועה פאר'ן געריכט אז ער האט קיינמאל אזא אפידעיוויט נישט אונטערגעשריבן...!

א יעדער האט זיך זיין אגענדא. און איך ווילל נישט טוישן דיין מיינונג אויב דו האלטס ווי דו האלטסט. נאר מ'דארף זיך האלטן צו די ריכטיגע פאקטן. און נישט שרייבן קיין פאלשקייט. ביודעים ובלא יודעים. אפילו ס'איז נישט עולה בקנה אחד מיט דיין אגענדא...!

גר ותושב » זונטאג יאנואר 6, 2019 7:49 pm

· #421283
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
די נושא פון ניסים איז שוין באהאנדלט געווארן דא באריכות.
<a class="postlink" href="https://r.tapatalk.com/shareLink?url=http%3A%2F%2Fwww%2Ekaveshtiebel%2Ecom%2Fviewtopic%2Ephp%3Ft%3D11586&share_tid=11586&share_fid=154059&share_type=t">https://r.tapatalk.com/shareLink?url=ht ... are_type=t</a>
MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 6, 2019 11:47 pm

· #421308
למען חיבת הקודש אצטט ממה שכתב רביה"ק זי"ע בדם לבבו בספה"ק על הגאולה ועל התמורה, וז"ל ריש עמוד ח': והאיך יעלה על לב אדם שהקב"ה עשה נסים לעבוד ע"ז. אין זה אלא כפירה גמורה וא"א לחשוב אחרת אלא שהוא כח הס"מ וחיילותיו. תמה אני הפלא ופלא האיך הגיע עד כדי ככה גם להרבה שומרי תורה ומצות בדור השפל הזה. ובפנים הקונטרס יתבאר שלא היו כאן כלל וכלל נסים, אלא הצלחה מלובש בטבע, ואין בזה אלא סמיות עינים. ובעו"ה ניתן כח להס"מ לסמות אף עיני תמימים ברשת זו אשר טמן להם עד כדי כך. עכלה"ק.

וזה עולה בקנה אחד עם מה שכתבתי למעלה:
רביה''ק זי''ע
איין בילליאן מאל האט ער געזאגט אז ס'נישט געווען קיין נסים, און איין בילליאן מאל אז ס'יא געווען. אויב איך געדענק גוט, גייט עס מיט אן אם תמצא לומר: ס'נישט געווען קיין נסים, ואם תמצא לומר אז יא, איז עס געווען מכח די סטרא אחרא.

ואף אנן נענה אבתריה דמר @גאלד: האיך יעלה על לב אדם שהקב"ה עשה נסים על ידי קאסטנער הציוני הכופר ימ"ש? אין זה אלא כפירה גמורה וא"א לחשוב אחרת אלא שהוא כח הס"מ וחיילותיו. וגו'.

אונטער חכם » מאנטאג יאנואר 7, 2019 1:01 am

· #421315
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
צפור בודד
.

אויף קאסטנער אליין, וואס הייסט א ביזנעס? האסט נאך קיינמאל נישט געטיפט? אז דו גייסט אין א געשעפט זאגסטו נישט שכוח? אז מען צאלט פאר א דאקטאר ממון דמים און ס'געלינגט איז מען אים נישט מכיר טוב? און קאסטנער האט גארנישט ריזיקירט?

דא האט מען דיר געראטעוועט דיין לעבן און מען בעט דיר אביסל העלפן, נו איז וואס? שפעטער דערציילט מען מעשה'לעך פון הכרת הטוב איבער א נארישקייט ווען דא איז קאסטנער געווען אין אן עת צרה מחמת דער הצלה גופא און מען האט זיך פון אים געמיין אפגעשאקלט.

וואס הייסט אין אן עת צרה וועגן די הצלה? ער איז דאך געווען אין א "יודישע" געריכט, אין "אונזער" לאנד, האלטסט אז מיר וואלטן אים עפעס שלעכטס געטון פארן ראטעווען יידען?

וואלווי » מאנטאג יאנואר 7, 2019 1:45 am

· #421317
אונטער חכם

זעט אויס די ווייסט נישט די מיאוס'ע סוף פון די קאסטנער מעשה...

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 7, 2019 2:31 am

· #421319
וואלווי: די אלע וועלכע שרייבן אזעלכע שטותים. מיט זייערע קרומע געדאנקען, שרייבן מכח אי ידיעה. זיי הייבן נישט אן צו וויסן די עלעמענטארע פאקטן פון די גאנצע פרשה...! אזוי ווי דער וועלכער שרייבט (רעטאריש) כאילו די מדינה האט איהם געלייגט אויפ'ן משפט פאר ראטעווען אידן...! אזעלכע שטותים...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 7, 2019 5:54 am

· #421321
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
יא, ער מעג זאגען ייש"כ, ער וואלט געמעגט געבן א טיפ. אבער גיין קיין א"י און געבן עדות אין א געריכט פון אן אנשטאלט וואס ער האסט בלב ונפש איז עפעס מער ווי סתם געבן א טיפ. ווען קאסטנער וואלט זיך מיט אים געפירט למעלה מכוחותיו, למשל א גוי וואס האט באהאלטן א איד מיט א סכנה צו די אייגענע לעבן, וואלט ער אפשר געמוזט זיך איבערשטרענגן. אבער אין א פאל פון א ביזנעס דיל, איז די בקשה גאר די חוצפה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 7, 2019 8:18 am

· #421323
גאלד
אונז האמיר איין אפיניען איבער דעם, וואס שטימט פונקט נישט מיט דיין אפיניען, נישט קשה.

.The facts don't care about your opinions, and neither do I

@ליטוואק פון בודאפעסט: וואס איז די מעשה מיט'ן ראגאטשאווער?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 7, 2019 11:08 am

· #421341
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
ביים ערשטען וועלטס קריג, איז איינער צוגעגאנגען צום ראגאטשאווער און געזאגט אז דאס מוז זיין חבלי משיח.
האט ער געענטפערט, "שוטה! פרנסה פאר די ווייב און קינדער האסטו?"

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאלד » מאנטאג יאנואר 7, 2019 1:34 pm

· #421368
איך האב געהערט אן אנדערע מעשה אז הגר"ח בריסקער בעת דער ערשטער מלחמה האט איינעם אויסגעמוסרט פארן באשטייערן פארן קרן קיימת , האט יענער געזאגט אז דער קרן קיימת ברעגט משיח, האט ר"ח געענפערט חבלי משיח, דער איד האט געוואלט זיין איין אויבערחכם און געזאגט פאר ר"ח זאל זיין חבלי משיח, אבער אלנספאל משיח, האט ר"ח געענטפערט על אתר, חבלי משיח באקומט מען בחנם.

גדליה » מאנטאג יאנואר 7, 2019 1:43 pm

· #421370
איז דאך א סתירה צווישען צוויי מעשיות.
וואס טו מיר דא?

yatzmachp » מאנטאג יאנואר 7, 2019 2:55 pm

· #421379
עס איז זייער ווייטאגלעך צו זעהן ווי אזוי מענטשן קענען באשולדיגן אנדערע מענטשן על לא דבר. די שאלה צו די אונגארישע אידן האבן געוואוסט וואס עט טוט זיך אפ טין פוילן איז קלאר אז יא. די צייטונג אין זייער אידישע צייט אפטיילונג שרייבן זיי כסדר איבערלעבונגען פון אידן. כמה וכמה פעמים האבן די אידן שוין געשריבן אין די צייטונג אז מען האט קלאר געוואוסט וואס עס איז געשען צום פוילישן אידנטום אבער זיי האבן געהאלטן אז פאר זיי גייט עס נישט געשען. איינער שרייבט דארט אפילו אז ווען ער איז אנגעקומען קיין אוישוויץ זענען די פוילישע קאצעטניקעס געווען אזוי ברוגז אויף די אונגארישע פארן אנקומען קיין אוישוויץ און נישט טוהן עפעס אויף נישט אנצוקומען אז די פוילישע אידן האבן נישט געוואלט רעדן צו אים.

רבי ברוך'ל מונקאטשער האט דאך אויך געוויינט אויף דעם. ער האט געווארנט און געווארנט אבער קיינער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט. נאר וואס דען, די מענטשליכער אינסטינקט איז זיך נישט צו זוכן קיין צרות אפילו ווען עס שפייט עם שוין אין פנים. אפילו ווען די ווארשעווער געטא אויפשטאנד האט זיך אנגעהויבן האבן זיי זיך נאך אלס פארענטפערט פאר זיך אליין אז וואס זיי טוען איז ריכטיג אפילו עס איז א פארלוירענע קאמף. עס איז נישט גרינג צו בארואיגן די אייגענע געוויסן פארן נעמען גאר געוואגטע שריט ווען אויבן אויף איז מען נאכנישט אויף צרות. דעס איז די זעלבע סיבה פארוואס ווען מען האט אריינגעטריבן אין גאז קאמער האט מען נאך געפאלגט און ווען מען איז געשטאנען ביי די גריבער צו געשאסן ווערן האט מען געפאלגט, און פארוואס די מענטשן וואס אל קאידא אדער אנדערע טעראריסטן האבן געהרגעט פאר די גאנצע וועלט האבן געפאלגט וואס מען הייסט זיי ביז די לעצטע מינוט. די זעלבע סיבה פארוואס מיליאנען מענטשן אין די גולאגס אין רוסלאנד, כינע, נארט קאריע, קובא, וכו האבן געפאלגט. און די זעלבע סיבה פארוואס די צום טויט פאראורטיילטע אין די תפיסות פאלגן און די הוטסיס האבן געקענט רצחנען די טוטסיס. וכו, וכו, וכו.

קומען אפאר ליידיגייערס אויף קאווע שטיבל און קריטיקירן מענטשן וואס זענען דורך געגאנגען מצבים וואס זיי וועלן האפנטלעך קיינמאל נישט דארפן דורכגיין. די קאווע שטיבל שרייבערס ווייסן אז יענער וואלט געדארפט ווייזן קוראזש מיט זיין לעבן אין די צייט וואס די שרייבערס וועלן אפילו נישט שרייבן מיט זייער אייגן נאמען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 7, 2019 4:16 pm

· #421400
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
גדליה
איז דאך א סתירה צווישען צוויי מעשיות.
וואס טו מיר דא?

דער וואס קומט מיט א קלארן ישוב, גייט אריין אין א גורל צו געווינן א באמפער סטיקער וואס שטייט דערויף ׳I fought Ziyonim in 2019׳. כאפט׳ס שוין אריין!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 7, 2019 7:14 pm

· #421422
גאלד
איך האב געהערט אן אנדערע מעשה אז הגר"ח בריסקער בעת דער ערשטער מלחמה האט איינעם אויסגעמוסרט פארן באשטייערן פארן קרן קיימת , האט יענער געזאגט אז דער קרן קיימת ברעגט משיח, האט ר"ח געענפערט חבלי משיח, דער איד האט געוואלט זיין איין אויבערחכם און געזאגט פאר ר"ח זאל זיין חבלי משיח, אבער אלנספאל משיח, האט ר"ח געענטפערט אל אתר, חבלי משיח באקומט מען בחנם.

רביה"ק זי"ע האט נישט געגלייבט די אלע מעשיות.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 7, 2019 8:40 pm

· #421436
ליטוואק פון בודאפעסט
יא, ער מעג זאגען ייש"כ, ער וואלט געמעגט געבן א טיפ. אבער גיין קיין א"י און געבן עדות אין א געריכט פון אן אנשטאלט וואס ער האסט בלב ונפש איז עפעס מער ווי סתם געבן א טיפ. ווען קאסטנער וואלט זיך מיט אים געפירט למעלה מכוחותיו, למשל א גוי וואס האט באהאלטן א איד מיט א סכנה צו די אייגענע לעבן, וואלט ער אפשר געמוזט זיך איבערשטרענגן. אבער אין א פאל פון א ביזנעס דיל, איז די בקשה גאר די חוצפה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אבער די גאנצע איידיע פון שטעללן איהם (קאסטנער) צו א משפט אין ארץ ישראל פאר ראטעווען די אידן איז דאך אבסורד. דער דאקומענט/אפידעיוויט איז דאך אפיהרגעקומען נאר צו אונטערשטיצן מר. גרינוואלד'ס דיפענס אז קאסטנער האט קאלאבארירט מיט די נאציס. און ער איז בכלל נישט געווען אויף טרייעל פאר ראטעווען די אידן. ער איז דאך געווען דער אנקגלעגער. ער האט געקלאגט מר. גרינוואלד דעם זשורנאליסט פאר פארלוימדונג....!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 4, 2019 10:08 pm

· #431628
מדי דברי אודות רשעות הציוני הארור שלא רצה לתרום כסף למען דמיונות הרב ווייסמאנדעל של הצלת יהודי אייראפע, אצטט ממה שמצאתי בקונטרס זה דף כד, וז"ל: בקופת רבי מאיר בעל הנס, התאסף אז מיליאן פענגוס, שהיה סכום עצום בימים ההם, ויצא אז חוק חדש שאסור להוציא מעות מאונגארין, על כן לא היו יכולים לשלוח את המעות לארץ ישראל. והציע כ"ק אאמו"ר זצ"ל להם, שהיות שאין מה לעשות עם המעות כעת, ילוו כסף מהקופה לאלו האנשים שרוצים לברוח, וכאשר ימצאו מנוח לנפשם ישלמו את החוב, אבל חברי ההנהלה ענו לו, שבשום פנים לא יעשו דבר כזה, כי אין צריכים כלל לברוח. ובימי המלחמה נטלו הרשעים את כל המיליאן פענגוס שהיו מונחים בבאנק, ולא נשאר מזה אף פרוטה. עכ"ל, ודי בזה.

איך אויך » דאנערשטאג יוני 6, 2019 5:53 am

· #431682
אגב, פארציילט ער דארט אז דער עיקר סיבה וואס דער מנח''א האט מיטגעשלעפט דעם חתן קיין א''י (א העכסט זעלטענע ערשיינונג אין יענע יארן) איז ווייל ער האט געוואלט אפלאזן דעם גאנצן שידוך און געוואלט הסכמת הסב''ק דערויף, דער סב''ק האט עם געזאגט אז ער זאל עס נישט טוהן ווייל עס וועט דאך ארויסקומען מענטשליכע דורות פון זיי? ס''ה איז יעדער משמיט ומזייף וואס עם געפעלט.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 6, 2019 11:43 am

· #431698
@איך אויך וועלכע פעידש?

איך אויך » דאנערשטאג יוני 6, 2019 3:48 pm

· #431715
כ'האב געפרעגט א רעטארישע שאלה כמובן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 6, 2019 7:29 pm

· #431723
טאקע איינס פון מיינע גרויסע שוואכקייטן, איך פארשטיי ליידער נישט קיין רמזים, אז דו וועסט בעסער מסביר זיין דיין פראגע וועל איך פרובירן צו פארענטפערן.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 12:37 am

· #437996
berlbalaguleh
די הויפט באשולדיגונג אקעיגן רודאלף קאסטנער וחבריו פון די ציוניסטישע באוועגונג אין אונגארן איז, אז זיי האבן געוואוסט איבער די פלענער פון די נאציס, ימ"ש צו דעפארטירן די אונגארישע אידן. און זיי האבן עס בכוונה פארהוילן פון זיי...! וואס זיינע מאטיוון און פון זיינע חברים איז געווען איז שוין נישט קיין חילוק. זיי זענען שולדיג אויף די רציחה און אומקום פון דעם אונגארישן אידנטום. ווייל זיי האבן קאלאבארירט מיט די נאציס. לאמיר לייגן די שטותים פון יא עליה אדער נישט עליה אין א זייט. דער טרעין וואס די נאציס האבן געלאזט ארויספארן צ די פרייע וועלט איז נאר געוון א קאנצעסיע צווישן חברים. ווייל קאסטנער האט געהאט אן אפמאך מיט די פיהרערס פון די נאציס אז ער וועט עדות זאגן לטובת זיי. אז זיי האבן זיך נישט באטייליגט אין הרגנ'ען אידן. ווייל די נאציס האבן שוין געהאלטן זייער שמאל מיליטעריש. זיי האבן פארלוירן אויף אלע פראנטן. די רוסן זענען שוין געווען זייער נאנט צו זיי..!

ערשטנס, אין די דאקומענטרי "Killing Kasztner" ברענגען זיי עדות פון איינער וואס איז געווען פון די יוגנטליכע וועלכע קאסטנער האט ארומגעשיקט צו די געטאוס צו ווארענען די אידן אז ארויפגיין אויף די באנען מיינט א זיכערע טויט, פארשטייט זיך אז פון איבעראל האט מען זיי פארשיקט מיט בזיונות.

וואס אנבאלאנגט די עדות'שאפט פון קאסטנער'ס שטאטסלייט אז ער האט פארהוילן פון זיי די ציל פון די דעפארטאציעס, און קאסטנער האט עס נישט געלייקנט, קען זיין אז דעמאלטס האט ער נאכנישט געוואוסט אויף זיכער. דאס וואס אייכמאן האט עדות געזאגט אז קאסטנער האט איהם געגעבן די אונגארישע אידנטום אין די הענט אריין מיינט נישט גארנישט, די נאציס זענען געווען זייער גוט אין בלעימען די וויקטים, כידוע, נאכדערצו ווען ער האט געהאפט מיט דעם אראפצונעמען אביסל די שולד פון זיך.

אויך איז גאנץ שטארק מסתבר אז קאסטנער און די נאציס האבן ביידע געארבעט איינער אונטער'ן צווייטנס רוקן, לפנים האט קאסטנער געמאכט אן אנשטעל כאילו ער העלפט האלטן ארדענונג דורך האלטן די דעפארטאציעס פאר א סוד, און דורדעם האט ער געקענט ראטעווען די פופצן טויזענט אידן קיין ארץ ישראל, און לאחר המעשה איז ער געגאנגען שיקן שליחים צו ווארענען די אידן נישט ארויפצוגיין אויף די באנען. די זעלבע פרשנות קען מען זאגן אויף די דעפארטאציע פון די 18,000 אידן קיין וויען אנשטאט אוישוויץ, וואס ביי די נירנבערג געריכט האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נאציס האבן געהאט אן אנדערע סיבה דערביי, אבער זיי האבן געקענט ביישטיין אז קאסטנער זאל מיינען אז ס'איז זיין קרעדיט אזוי וועט ער מיטארבעטן.\

צווייטנס, קאסטנער'ס עדות'שאפט - ווי אזוי אויך פון נאך ציונים ווי בן גוריון - לטובת די נאציס איז געווען אין אויסטויש פאר די אידישע נכסים און אויסלייז געלט וואס די ציונים האבן געדארפט צו קענען פינאנצירן די נייע מדינה. די קאסטנער באן איז געווען אין אויסטויש פאר מיליטערישע טרעקלעך וועלכע זענען פארשטייט זיך קיינמאל נישט אנגעקומען, קאסטנער האט קיינמאל געהאט די מאכט עס צו ערלעדיגן, ס'איז נאר געווען א שפיל צו פארדינען צייט. למעשה האבן די נאציס אויך פרובירט צו פארדינען צייט און די באן האט זיך ארומגעדרייט פאר א וואך צייט ביז ס'האט געלאנדעט אין בערגען-בעלזען, און נאר מיט נאך שוחד און נאך שלעפן צייט האט מען עס געקענט אויספירן.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 2:16 am

· #437997
.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 30, 2022 11:05 pm

· #510955
אן אינטערעסאנטע יוטיוב טשאנעל האב איך היינט אנגעטראפן וועלכע טוט ערקלערן אלע סארטן נושאים ארום אידן און אידישקייט אין א לייכטן שפראך אז אפילו א גוי'איש שולע קינד זאל קענען פארשטיין, פון שטיסל ביז די ל"ג בעומר טראגעדיע און אלעס אינדערמיט (איך ברענג עס נאר אלץ א ביישפיל עטץ זאלטס כאפן ווי קיהל דיעס טשאנעל איז...), צווישן אנדערן רעדט ער אויך ארום איבער די קאסטנער קאנטראווערסיע https://youtu.be/XfuhkbixNpc

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אקטאבער 31, 2022 11:44 am

· #510980
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
נעה, כ'מיין ווייל רביה"ק'ס בארדע איז דאן געווען באהאלטן אינטער א שמאטע און ער שעהמט זיך דערמיט 😂

לייביששרייבער » מאנטאג מאי 15, 2023 3:25 pm

· #524649
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
יעקב מענטש
האסט אמאל געליינט מן המיצר?

קלערסט אז רבי מיכאל בער איז געווען א בעל דמיון?

ח"ו צו זאגן אז ר' מיכאל בער זצ"ל איז געווען א בעל דמיון. אבער געשריבן האט ער מיט אינערליכע ווייטאג און פון זיין פערספעקטיוו. ער האט עס נישט געקענט זעהן אַנדערש פון ווי אזוי ער האט עס געשריבן. ווייל פון זיינע השתדלות'ער וואס ער האט פרובירט צו שאפן געלט צו ראטעווען אידן און נאך געוויסער השתדלות'ער וואס עס האט זיך נישט אויסגעארבעט.

די דזשוינט האט נישט געהאלטן ביים שיקן דאס געלט מטעם אז זיי האבן עס געזעהן מיט א בירדס איי וויזיע, זיי זענען געזעצן פון אינדרויסן, און אויך איז עס געווען נישט לעגאל צו שיקן געלט צום שונא בשעת חירום וואס איז געווען שטארק אינפארסירט ביי די אינסטאנצן.

עס איז באקאנט אז וויסליצעני איז געווען א שקרן און א דאבל קראסער. ער וואלט נישט געהאלטן קיין ווארט. איה"נ אז די צייט וואס ער האט געווארט האט זיך די טראנספארטן אפגעשטעלטַ, דאס איז נאר געווען כדי צו באקומען די איבעריגע תשלומין וואס ער האט געווארט. אבער ווי נאר ער וואלט באקומען דאס געלט וואלט ער געווען א רצחת וגם ירשת. מען האט אים נישט געקענט גלייבן ַ איבערהויפט זיין אויבערהאר היממלער האט מען אוודאי נישט געקענט גלייבן אז ער וועט האלטן ווארט.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 15, 2023 10:15 pm

· #524714
לייביששרייבער: שפתיים ישק משיב דברים נכוחים. זאגט שלמה המלך ע"ה אין משלי.

וואס דו זאגסט איז זייער ריכטיג. ווייל אין אמת'ן איז זייער שווער צו פארשטיין וויאזוי הרה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט געהאט די פולע קאנפידענס אין דעם גאר געמיינעם יונג און ברוטאלן רוצח וויסליצעני, ימ"ש. נאר הרב ווייסמאנדל האט א יעדן טאג געשפיהרט דעם צער פון דעם אידישן פאלק. און דאס האט איהם געקאסט שטיקער געזינט. ער האט אלעס געטון בדם לבבו כדי צו ראטעווען וואס מ'האט געקענט פון די אידן. און ער איז אויך געווען באוואוסט אלס פיקח עצום און שטארק אינטעליגענטער מענטש. נישט (ח"ו) סתם א הוילער פאנטאזירער. ער האט אויך געהאט ווינדערליכע איידיעס וויאזוי מ'קען באזיגן די נאצישע חי'. און ראטעווען וואס מער אידן.

איינס פון זיינע פלענער איז געווען צו פארשאפן דינאמיט און אונטערלייגן אויף די באן שינעס וואו די נאציס, ימ"ש פארן אריבער. און דאס זאלל אויפרייסן און זיי אומברענגען. די עיקר האט איהם געפעהלט געלט צו קענען פארווירקליכן זיינע פלענער פון הצלה. ער וועט זיכער אריינגיין אין די היסטאריע אלס איינער פון די גרויסע רעטערס און מנהיגים פון די אידן בעת צר. בשעת ווען ער אליינס האט פארלוירן זיין ווייב און קינדער צו די נאציס אין אוישוויץ...!

לייביששרייבער » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 4:53 am

· #540496
Re:
קלערסט אז רבי מיכאל בער איז געווען א בעל דמיון?
זיכער אז נישט, אבער זיינע באזירטע פאקטן און טאקע פון אט די ספר איז גאר אסאך ווייטאג און ממילא זענען דארט געשריבן עטוואס נקודות וואס איז אנדערש ווי די מציאות.

אבער דווקא די רכבת קאסטנער זענען דא זייער אסאך פאקטן וואס די ציונים האבן פרובירט פארדרייען.

נאך מער די גאנצע משפט קאסטנער אין יאר 1955 איז געווען א סובקאנטשעס קאפ פארדרייעניש אז מען זאל נישט קלאר ארויס האבן וואס עס האט דאן פאסירט און ווער האט געטוהן וואס.
און יא לויט די היסטאריקער דר. נעדלער פון אונגארן א צייטונגס שרייבער אין אונגארן קען איין שטימונג זיין אז דער רבי איז גאר די מארטירער און די הצלחה פיגור פונעם גאנצער רכבת קאסטנער.
פאר מער דעטאלן ליינט מיין ארטיקעל https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16719

לייביששרייבער » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 2:26 am

· #540588
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
ימים ידברו #
אצינד איז געווען כ"א כסלו ווען תלמידי רבינו יואל מסאטמאר פייערן דעם נס הצלה איז כדאי ארויפצוברענגען די מעשה פון די באן ווי אזוי די סאטמאר רבי איז געראטוועט געווארן דורך א ציוניסט ישראל קאסטנער. חסידי סאטמאר פארציילען גאר אז די רבי האט געראטוועט די באן!

ווער עס ווייסט מער אינפארמאציע איבער דער קאפיטעל היסטאריע איז מכובד

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16719

לייביששרייבער » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 2:30 am

· #540589
Re:
וויאזוי דו ווילסט נאר דרייען די מעשה מיטן רבינס באן, בלייבט א גרויסע קושיא אומפארענטפערט, וועלכע אינטערעסע האבן די ציונים געהאט ארויפצולאזן דעם סאטמערען רבין, איינס פון זייערע גרעסטע שונאים?
עס איז דא א לעגענדע און אן עד נאמן חיים ראטה איינע פון די פילאנטראפן וואס האבן זיך געלאזט קאסטן זיין גאנצע נכסים צו מאכן זיכער אז דער רבי איז אויף דעם באן און עס קומט אן צום ציהל שווייץ האט דאס געהערט פונעם רבין זי"ע אליינס א יאר צוויי נאכן באפרייאונג

געברענגט דא https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16719

"וען די באן האט דערגרייכט שווייץ און די אלע רייזענדע זענען שוין געווען על מי מנוחות, האט אמאל דער רבי זי"ע באגעגנט דר. פישער אין די גאס, דער דר. פישער שטעלט אפ דעם רבי'ן און זאגט פארן רבי'ן ווי פאלגענד: דער רבי פארשטייט אליינס אז איך און מיין איידעם האבן נישט געהאט אין פלאן צו ארויפלאזן אויף די באן וואס איז געווען געווידמעט פאר די פארטיי פירער, אבער אן אנטי ציוניסט מאן דכר שמי'. נאר וואסזשע דען, אפאר נעכט פאר די פלאן מיט די ליסטע זענען פארטיג געווען האב איך אויסגעקרויזט דעם רבינ'ס נאמען, אבער די יעניגע נאכט זעה איך מיין מאמע בהקיץ שטיין איבער מיר עד כדי צו דערווערגן, מיך ווארענעדיג צוריקצולייגן דעם רבינ'ס נאמען און זיך נישט דערוואגן איהם צו פארראטן, און אויב וועט די רבי נישט זיין אויף די באן וועט די הצלה נישט מצליח זיין! דער דר. יוסף פישער איז נישט געוועזן קיין קטלא קניא, זיין טאטע מאמע גאר ערליכע פרומע תורה'דיגע אידן און א פעטער פון הרה"צ ישראל יעקב פישער ז"ל ראב"ד פון עדה הרדית אין א"י.

לייביששרייבער » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 3:08 am

· #540592
Re: רכבת קסטנער - די קאסטנער באן
אבער די גאנצע איידיע פון שטעלן איהם (קאסטנער) צו א משפט אין ארץ ישראל פאר ראטעווען די אידן איז דאך אבסורד. דער דאקומענט/אפידעיוויט איז דאך אפירגעקומען נאר צו אונטערשטיצן מר. גרינוואלד'ס דיפענס אז קאסטנער האט קאלאבארירט מיט די נאציס, און ער איז בכלל נישט געווען אויף טרייעל פאר ראטעווען די אידן. ער איז דאך געווען דער אנקגלעגער, ער האט געקלאגט מר. גרינוואלד דעם זשורנאליסט פאר פארלוימדונג....!

זייער א גוטער דיוק, אבער ווער עס קוקט גוט אריין אין די דעטאלן פון די אנקלאגע, און ליינט צווישן די שורות, קען זעהן אז דא ווערן פארווישט צוויי שקוצערייען בהעלם אחת.

דוק ותשכח, דער דזשורנאליסט האט באשריבן דעם אויפדעקונג אויף קאסטנער אין 1954 נאוועמבער צייט, טאקע אט לגבי די באן און אלע מיסהעפס וואס האט פאסירט דורכאויס די רייזע, פשוט ארויסצוברענגען ווי אומקאמפעטענט די גאנצע אקציע איז געווען אויסגעארבעט, און ווי אזוי מען האט דריי מאל געדארפט באצאלן סכומים אדירים פאר אייכמאן נישט צוריקצופירן די באן, און ווי אזוי די לעצטע רגע אין אוסטריע הארט פארן שווייצערישע גרעניץ איז געקומען צו לויפן לייביש רובינפעלד פון שווייץ מיט א זעקל אנגעפילט מיט מזומן פאר דעם לאקאלן עס.עס. קאלאניעל וכו' (דיטעילס אין מיין כ"א כסלו תגובה), און ווי אויך ארויסברענגען אז די נאציס זענען נישט געוועזן טראסטבאר (שקרנים וכזבנים, וואס דאס ברענגט מיר צו די קשיא, ווי שוין דערמאנט אין איינע פון מיינע תגובות, ווי אזוי הרב ר' מיכאל בער ז"ל האט געטרויט וויסליצעני צו פארהאנדלען מיט איהם און אז ער וועט האלטן ווארט. איינע פון די שאלות וואס די דזשוינט האט געשיקט פרעגן ר' מיכאל בער דורך גיזי פליישמאן, ואכמ"ל, נאר בד"א אריינגעווארפן).

בעסיקלי וואס דער אונגארישער צייטונג שרייבער און דזשורנאליסט האט פרובירט צו טוהן אין יענעם ארטיקל איז געווען אראפצורייסן קאסטנער מיט די דורכגעפאלענע (געלונגענע) אקציע.

צווישן די שורות פון זיין לענגערע באשרייבונג האט ער דערמאנט די הינער אויג וואס האט געמאכט קאסטנער שפרינגען, אז איינע פון די תנאים פאר די באן איז געווען צו העלפן די אונגארישע דעפארטאציע צו גיין סמאדלי. (בד"א ווען קאסטנער מאכט זיך נישט וויסנדיג וואלט גארנישט פאסירט). דאס איז שוין געווען צופיל פאר קאסטנער צו אויפעסן, די ישראלישע בירגער וואס זענען ארגינעל פון אונגארן האבן גוט געקענט דעם קאסטנער און האבן איהם שוין פיינט געהאט נאך אין אונגארן פאר די גרויסהאלטעריי, ער האט האט זיך געהאלטן העכער ווי די פשוטי עם און זיינע לייסטונגען לטובת די אידן ראט אפיס מיט זיינע חברים, און פארטיי מיטגלידער, אין די ביטערע יארן פון 1944 - 1945.

פון אינעווייניג האט דר. פראנק - וואס איז געווען א גרויסער מיטגליד אין די פארטיי און היינט פון צווישן די עליטע כנסת זיצער - אויך געהאט א פריוואטע געפעכט מיט קאסטנער, וועגן זיין טאכטער וואס האט נישט געהאט קיין אונגארישע בירגער פאפירן אריבערצוגיין די שווייצע און אוסטרישע גרעניצן, און קאסטנער האט איר בשו"א נישט געוואט מיטנעמען, מורא האבנדיג אז אויב ווערן זיי אפגעשטעלט וועגן א טעקניקעליטי וועט דאס אין סכנה לייגן דעם גאנצן פלאן. עס האט עניוועי פאסירט, אבער נישט וועגן טעקניקעל דיטעילס נאר ווייל טאקע דער אייכמאן איז געוועזן א שקרן וכזבן און א געלט זויגער. און דר. פראנקס טאכטער איז נאכן קריג נישט צוריקגעקומען און דר. פראנק האט איצטערט געהאט די גוטע אפערטונעטי צו זעהן א נקמה אין קאסטנער אן זיין פארמישט אין די אקציע זעלבסט (וואס עס אריין דרייען אין, ס'האט איהם נישט געפאסט צו טוהן אפן אנטקעגן איהם, סוכ"ס איז ער בכבודו ובעצמו מכלומר'שט יא געראטעוועט געווארן דורך קאסטנער און לפנים האבן זיי זיך געהאלטן פאר גוטע פריינט).

האט ער אריבערגערופן קאסטנער צו זיך אין ביורא מיט אן עורך דין און שטארק משכנע געווען צו קלאגן דעם דזשורנאליסט פאר דעפימעישאן קלאגעס. דר. פראנקס פלאן איז געווען עס אויפצושפילן אויף אלע TV טשענעלס וואס זענען געווען ביזי אין יענע יארן זוכן פארלוירענע נאציס (פרשת דר. וויזענפעלד), אלע נייעסער האבן זיך דאן געדרייט ארום די נושא. אלע מלחמה איבערלעבער אין א"י, אפי' דאהי, האבן וואס מער אריין גע'טונט אין אט די נייעס. און זיין חשבון האט געארבעט וואונדערליך, די נייעס אגענטורן האבן באקומען אינטערעסע אין די קעיס, ווען דער דזשורנאליסט האט זיך פארטיידיגט מיט גאר א שטארקער פארטיידיגונג ברענגען ראיות שווארץ אויף ווייס אז דער קאסטנער איז געוועזן א פאלנער נאצי קאלאבערירער און געארבעט אנטקעגן די אידישע אדער אפי' וועלטליכע אינטערעסן, נאר זיך און זיך מיט זיינע פריינט האבן גענאסן פון זיין קאלאבערירונג.

דאן האט זיך די משפט פארקירעוועט און א פרישער אינדייטמענט איז אנטשטאנען אנטקעגן קאסטנער מטעם המדינה, אבער דא האבן זיי איהם פרייוועטלי גע'הרג'עט פאר ער עפנט זיין מויל וואס די הויכע מדינה פענסטער האבן איהם גענוצט צו געבן די נאציס די מערסטע מיט-ארבעט פאר זיי וואספארא סיבה (מיר קענען פשוט נאכזאגן די סיבה וואס סאטמאר רב האט געזאגט אויף די ציונים) ווי מער אידן וועלן פארניכטעט ווערן אלץ גרעסער זענען די שאנסן אז די ענגלענדער זאל אפראווען זייער פראפאזעל פון אן אייגענע מדינה און מיטל מזרח. ווי שוין באשריבן בעפאר, אבער די ריכטיגע ענטפערס האט דר. ישראל (רודלף) קאסטנער מיטגענומען מיט זיך איידער די געריכט זיינע מיט די מדינה האט זיך אפי' אנגעהויבן, נאר די קלאגע אנטקעגן איהם איז ארויס אין די זעלבע צייט וואס די אנטי דעפעמעישאן קלעים איז אנגעגאנגען.

וואס דר. פרץ פראנק האט געטראכט איז אויך שווער צו פארשטיין, ער האט דאך געוואוסט פארוואס קאסטנער האט געטוהן וואס ער האט געטוהן און ביי א משפט וועלן די זאכן צושמירט ווערן, נאר וואזשע דען, זאגן די קאנספיראטארן? אז ער איז דער ארכיטעקט פונעם פלאן מרישא ועד גמירא, איהם מאכן פאר א זנב מיט דעם דזשורנאליסט קעיס און דאדורך איהם אריינדרייען אין א סעלף אינקרימינאציע דורך די דזשורנאליסטישע עדות'שאפט, און דאן בעפאר זיין אייגענע משפט איהם עלימינירן.

דער אמת זאל און וועט עט סאם פוינט ארויף שווימען.

לייביששרייבער » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 3:48 am

· #540594
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
ליטוואק פון בודאפעסט #
יעקב מענטש - פארוואס ביסטו מחליט וואס יענער טראכט? דו האסט א הארד טיים פארשטייען אז איין מימרא פון איין מענטש מיינט נישט אלס. יא, דיין חינוך איז אז די ׳ציונים׳ האבען געזאגט דער מימרא פון ׳רק בדם׳, און אויף דעם איז געבויט די גאנצע מדינה. דאס מיינט נישט אז דאס איז טאקע אזוי געווען.

ביזערווייל זענען אסאך ציונים געווען פארמישט אין הצלה אקטיוויטעטען, בפרט די רעוויזשעניסטען.

ליין איבער די מימרא פון רק בדם תהיה לנו הארץ און די פוט נאוטס דארט, וועסטו זעהן לכאו' די ריכטיגע קאנטעקטס פונעם מימרא. אבער עס איז אויך קלאר אז די ענטפער איז צוריקגעקומען מיט גיזי פליישמאן פון די דזשוינט באציענדיג זיך צו די מימרא וואס איז געזאגט געווארן אין א צווייטער קאטעקסט 40 יאר פריער. אין די ציוניסטישע האבן געהאלטן אז דא קומט די מימרא זייער גוט אריין און דאס אידיש בלוט וואס גיסט זיך יעצט ווי וואסער וועט זיי געבן א מדינה ווי נאר די קריג וועט זיין פערטיג און ווערן געוואונען ביי די אליאירטע.

תרמב » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 8:05 pm

· #540984
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
איך פארשטיי נישט, ס'האט געדארפט זיין זעקס מיליאן טויטע צו באקומען א מדינה? צוויי מיליאן וואלט נישט גענוג געווען? ס'האט זיי געברענט אז אזויפיל מיליאנען זאלן שטארבן אז זיי זאלן קענען האבן א מדינה?

די גאנצע רק בדם לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל, פאר וועם וועט מען האבן א מדינה אויב יעדער ווערט געהרגעט?

דערהויבענע איד » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:27 am

· #541028
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
תרמב #
איך פארשטיי נישט, ס'האט געדארפט זיין זעקס מיליאן טויטע צו באקומען א מדינה? צוויי מיליאן וואלט נישט גענוג געווען? ס'האט זיי געברענט אז אזויפיל מיליאנען זאלן שטארבן אז זיי זאלן קענען האבן א מדינה?

די גאנצע רק בדם לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל, פאר וועם וועט מען האבן א מדינה אויב יעדער ווערט געהרגעט?
פרעגסט אויף ''זיי'', אדער אויף דער וואס לערנט אזוי פשט, ווי מ'האט מיט אונז אריינגעלערנט?

בר גיורא » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 5:31 am

· #541031
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
@תרמב די מאכסט אויקוקען ווי די דזשוינט איז געזיעצן אויף א מיטינג מיט היטלער אין אויסגערבעט פונקטליך וויפיל אידישע בלוט מדארף האבען צו קויפען אן אייגענע לאנד!!
כמעט קיין איין מדינה אין היסטאריע איז נישט געקומען אויף א גאלדענע טאץ, אויב אן אייגענע לאנד איז דיר א וויכטיגע ערך, אזוי ווי סאיז געווארען אין די אכצענטע יאר הונדערט, דעמאלטס איז דא אזא מושג אז א פאלק דארף פייטען פאר עס.
אזוי ווי די פאלעסטינער זענען ארויס אויף א מלחמת עצמאות Oct 7 און זענען גרייט פאר אסאך קרבנות צו באקומען או אייגענע לאנד.
(עפעס וואס די ישראלים כאפען נאכנישט געהעריג)

תרמב » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 9:16 am

· #541035
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
ווען מ'וויל האבן א אייגענע לאנד פארשטייט יעדער אז מ'דארף קעמפן דערפאר, די ישראלים פארשטייען דאס אויך, און נישט דאס איז די נושא דא, די שאלה איז צו ס'מאכט סענס אזא געדאנק צו לאזן מיליאנען מענטשן ווערן אויסגעשחטן ווייל מ'גייט לכבוד דעם קענען בעטן א מדינה, אין ארץ ישראל איז געהרגעט געווארן איבער צוועלף הונדערט מענטשן און די מדינה האט באקומען וואלידאציע פאר א שטיק צייט לכבוד דעם, סאו איך קען הערן אז כאפן א געזונטע אטאקע זאל בענעפיטירן די מדינה.

אבער מיין קשיא איז אויף די קלעים אז די ציונים האבן געקענט באשטיין אז ווי מער מענטשן זאלן געהרגעט ווערן ביים קריג, ס'מאכט מיר פשוט נישט קיין סענס, נאכדעם וואס מיליאנען פוילישע אידן זענען געהרגעט געווארן וואלטן זיי נאך אלס נישט געהאט קיין טענה אויף צו באקומען א לאנד, סהאט זיי אויסגעפעלט נאך מיליאן טויטע אונגארישע אידן? ווייל רק בדם תהיה לנו הארץ?

אויף צו קעמפן פארשטיי איך אזא סטעיטמענט, אבער גיין זאגן אז זיי האבן געקענט באשטיין אז די אידן זאלן אויסגעהרגעט ווערן ווייל זיי גייען בענעפיטירן דערפון איז אבסורד אין מיינע אויגן, פארדעם קוקט מיר אויס אז ס'איז געווען אנדערע חשבונות דא, זיי האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט שטיצן די דייטשן, אדער זיי האבן געהאלטן אז מ'קען סיי ווי נישט טראסטן די דייטשן, אדער עפעס אנדערש, די רק בדם סטעיטמענט מאכט מיר נישט קיין סענס.

בר גיורא » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 9:25 am

· #541036
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
Got you.
כהאב נישט געכאפט אז דיין סטעטמענט איז געווען א פירכה..

בר גיורא » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:45 am

· #541042
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
תרמב #
ווען מ'וויל האבן א אייגענע לאנד פארשטייט יעדער אז מ'דארף קעמפן דערפאר, די ישראלים פארשטייען דאס אויך, און נישט דאס איז די נושא דא, די שאלה איז צו ס'מאכט סענס אזא געדאנק צו לאזן מיליאנען מענטשן ווערן אויסגעשחטן ווייל מ'גייט לכבוד דעם קענען בעטן א מדינה, אין ארץ ישראל איז געהרגעט געווארן איבער צוועלף הונדערט מענטשן און די מדינה האט באקומען וואלידאציע פאר א שטיק צייט לכבוד דעם, סאו איך קען הערן אז כאפן א געזונטע אטאקע זאל בענעפיטירן די מדינה.

אבער מיין קשיא איז אויף די קלעים אז די ציונים האבן געקענט באשטיין אז ווי מער מענטשן זאלן געהרגעט ווערן ביים קריג, ס'מאכט מיר פשוט נישט קיין סענס, נאכדעם וואס מיליאנען פוילישע אידן זענען געהרגעט געווארן וואלטן זיי נאך אלס נישט געהאט קיין טענה אויף צו באקומען א לאנד, סהאט זיי אויסגעפעלט נאך מיליאן טויטע אונגארישע אידן? ווייל רק בדם תהיה לנו הארץ?

אויף צו קעמפן פארשטיי איך אזא סטעיטמענט, אבער גיין זאגן אז זיי האבן געקענט באשטיין אז די אידן זאלן אויסגעהרגעט ווערן ווייל זיי גייען בענעפיטירן דערפון איז אבסורד אין מיינע אויגן, פארדעם קוקט מיר אויס אז ס'איז געווען אנדערע חשבונות דא, זיי האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט שטיצן די דייטשן, אדער זיי האבן געהאלטן אז מ'קען סיי ווי נישט טראסטן די דייטשן, אדער עפעס אנדערש, די רק בדם סטעיטמענט מאכט מיר נישט קיין סענס.
פארגעס נישט אז בשעת די מלחמה האט כמעט קיינער נישט געוואוסט די עכטע נומערען פון די טוטע.
און מקען זיין די שטן'ס אדוואקאט, און מסביר זיין אז די ציונים האבן געקענט באשטיין צי לאזען אלע אידן מיט די גלות מענטאליטעט אויסגעהארגעט ווערן, כדי נאר די חברה וואס זענען גרייט צי בוען א לאנד זאלן איבערבלייבען.

בר גיורא » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 3:53 pm

· #541086
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
[ציטאט אראפגענומען]
אלזא?
די פרייע זענען באשטנען פון ציונים, בונדיסטען, קאמעניסטען, אסימעלירטע, וכ"ו

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:22 pm

· #541114
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
תרמב #
איך פארשטיי נישט, ס'האט געדארפט זיין זעקס מיליאן טויטע צו באקומען א מדינה? צוויי מיליאן וואלט נישט גענוג געווען? ס'האט זיי געברענט אז אזויפיל מיליאנען זאלן שטארבן אז זיי זאלן קענען האבן א מדינה?

די גאנצע רק בדם לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל, פאר וועם וועט מען האבן א מדינה אויב יעדער ווערט געהרגעט?
איז דאך א ראיה אז ס'איז אן אויסגעטראכטע מעשה. יא. ס'איז א האלבער אמת. און , כידוע "א האלבער אמת איז א גאנצער ליגנט".

דער מאמר, פסוק אדער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן. נאר אין אנ'אנדערע צייט און קאנטעקסט.

ווען ס'איז געווען א דעבאטע (צווישן אידן) ביי די ערשטע וועלט מלחמה אויב אידן זאלן זיך אנשליסן אין די בריטישע ארמיי, צון העלפן ענגלאנד אקעגן די טערקן, וועלכע האבן דאן מושל געווען אויף ארץ ישראל האבן א טייל ציוניסט'ישע פיהרערס געטענה'ט אז די אידן זאללן זיך יא אנשליסן אין די מאסן. ווייל אנישט וויאזוי וועללן זיי קענען טענה'ן אז ס'קומט זיי א מדינה. אויב זיי וועללן נישט אנטייל נעמען אין דעם קאמף..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...!

ס'איז א גרויסער חילוק פון וואס די היימישע פראפאגאנדע ניצט עס אקעגן די ציוניס'טישע פיהרערס אז זיי האבן נישט געלאזט ראטעווען אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

ס'פעלן נישט (ב"ה) קיין דעמאגאגן ביי אונז...!

ודברת בם » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:20 pm

· #541130
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
די ערשטע רק בדם תהיה לנו הארץ איז די "ועבדים ועינוי אותם ארבע מאות שעה" ואח"כ יגאלו.
בלאט: 1 2