☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שנפרה ונרבה כדגים?

שנפרה ונרבה כדגים?

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4525
בלאט: 1 2

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:20 am

· #142561
שנפרה ונרבה כדגים?
פאר יארן צוריק האב איך אמאל געזעהן א נעשאנעל-גיאגרעפיק פילם וואס צייגט דאס לעבן אינעם סערענגעטי מדבר; מען זעהט דארט ווי ווילדע טיגער פרעסן אויף הערשן; הונגעריגע קראקעדיילן שפייזן זיך אויף אינדן בעת ווען זיי זענען עורג על אפיקי מים; לייבן מיט לייבכעס באסמאקעווען זיך איבער א גוט שטיקל בשר חי. הקיצור דאס גאנצע הו הא פונעם זשונגעל. ביים סוף פילם שפילן זיי אויף ווי אזוי עס זעהט אויס א 'שנת רעבון' -א הונגער יאר- אינעם סערענגעטי גן עדן (אדער גיהנם). איין 'קטע' גייט מיר נישט ארויס פון קאפ: זיי האבן פילמירט א טייכל, אזא קליינע פאנד, וואס עס איז איבערגעפילט מיט פיש און א מאנגל פון עסן און וואסער, און מען קען מיט האלטן "בשידור חי" (דורך פעסט פארווערד) צוביסלעך ווי אזוי דאס טייכל ווערט מער און מער איבערגעפילט מיט פיש, דאס פלאץ אין טייכל ווערט קלענער און קלענער, עס ווערט א שטארקע געדרענג, דאס טייכל פאנגט אן אויסלויפן פון וואסער און אנדערע עסן סופלייס, עס פאנגט זיך אן הריגות דארט, איינער פרעסט אויף דעם צווייטן אבער נישט גענוג שנעל צו מאכן גענוג פלאץ אינעם פאנד צו ראטעווען דעם מצב, די זון פון זיין זייט שטייט אויך נישט מיט פארלייגטע הענט, ער באקט אריין און פארעט אויס דאס ביסל וואסער וואס איז נאך געבליבן אינעם טייך... ענדיגן ענדיגט זיך עס מיט א אויסגעטריקנטער פאנד און הויפן פון גוסס'דיגע פישלעך וואס צאפלען זייער לעצטע צאפ.

כ'האב לעצטענס איבערגעזעהן דעם פילם, ווען איך בין בין אנגעקומען צו דעם שטיקל האב איך אנגעשטעלט די כלי אויף 'סלאוי מאושען', איך האב געוואלט קענען באטראכטן פון דער נאנט ווי אזוי דער מצב דערקייקעלט זיך פון אנהויב ביז דער ענדגילטיגער נעבעכדיגער סוף. וזה מה שראתי:

ביים ערשטן גענעראציע איז דער טייכל גאנץ שיטער, עס האט גענוג פלאץ און עסן פאר יעדעם, די פישלעך זענען עוסק אין פריה ורביה אויף א גרויסן פארנעם מען דאפעלט זיך און טריפעלט זיך און קוודראפלעט זיך קיין עין הרע. ביים צווייטן גענעראציע ווערט שוין א שטיקל געדרענג און א ענגשאפט, די עסקנים פישלעך פרובירן מיט אלע מיטלען צו מסדר זיין יעדעם אין א קליינע שטח מיט עפעס א גרעזלע אדער א צווייגעלע פאר חיונה, מען שפייט בלוט אבער צום סוף זעט מען נחת. ביים דריטן גענעראציע פאנגט זיך אן די ערנסטע פראבלעמען. אלע שטחים זענען שוין פארנומען, דאס לעצטע לעכל האט מען שוין אנגעפילט מיט א פארל מיט פינף פיצקאלעך, יעדעס גרעזל און צווייגעל איז שוין פארנומען מיט משפחות מיט טויזענטע נפשות ואין הקומץ משביע את הארי, די עסקנים-פישלעך ארבעטן איבערמידלעך צו פלאצירן, כאטש פראוועזאריש, דעם נייע דור. מען טיילט זיך מיט נויט און מיט עסן, מען שטעלט אויף אלע מיני גמ"חים און ארגאנעזאציעס, מען טיילט אפילו חלוקה געלט פאר די גאר ארימע פאמיליעס . געוויסע משפחות, ספעציעל פון די וואס זענען געבענטשט מיט אסאך פישלעך, וואס די חלוקה געלט קלעקט נישט, האבן נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו נעמען ביד חזקה וזרוע נטויה, א קיצור ס'איז געווען א בחינה פון שפייען בלוט און צומאל אן נחת.

דער ריכטיגער חורבן פאנגט זיך אבער אן ביים פערטן דור. עס וואקסט אונטער א נייער דור, כפול שמונים, אן קיין מינדעסטע השגה ווי אין דער טייכל וועט מען פלאצירן די מיליאנען קינדער, ווי אין דער גריבל וועט מען טרעפן שפייז צו שפייזן די מיליאנע הונגעריגע פישלעך. דא וועט שוין נישט קיין גמחים העלפן, קיין חלוקה געלט אויך נישט. דער עולם האט שוין כמעט נישט געהאט קיין בלוט צו שפייען. א און דא האט זיך געשאפן אן אינטערעסאנטע פענאמענען. עס האבן זיך גערופירט גרופעס פונעם פערטן דור (און טייל נאך פונעם דריטן דור) און ווילן מאכן א רעוואלוציע, נעמליך, זיך א ביסל איינצוימען די פאסיג. זיי טענה'נען: הלמאי, עס איז נישטא גענוג שטחים און שפייז, צו וואס זיך פרו ורבו'ן אן א גבול? עס איז טאקע זייער וויכטיג צו ממשיך זיין אונזער גאלדענע קייט, אבער מיט א מאס! מיט א חשבון! נישט זעלבסטמארד, ווייל אזוי וועט דאך קיינער חלילה נישט איבערלעבן! "ווי שטייט דארט" זאגט א פישל א תלמיד חכם "תפסת מרובה לא תפסת". אבער אינטערעסאנט איז געווען אז כאטש דער פראבלעם איז געווען אזוי אבוויעס איז זייער קול איז געווען א קול קורא בים הגדול, קיינער האט עס נישט געהערט. דאס רוב עולם איז געווען אזוי אריינגעטאן אינעם "פרוכטבארן זאלסטו דיך פרוכטבארן" ענין אז קיינער האט נישט אינאכט גענומען וואס אפאר אויפגעקלערטע אויבערחכמים שפעקולירן.

אין מיין דמיון האב איך געזעהן אמאל ווי אן עלטער פישל האט אונטערגעהערט ווי די יונגע אויבער חכמים פישלעך רעדן איבער דעם נושא, דהיינו אז מען דארף נעמען דראסטישע שריט צו עדיוקעטן דעם המון פישלעך פאר עס איז צו שפעט. אוי האט זיך דער אלטער געבייזערט: "דו שגץ! ווי אזוי רעדסטו!" האט ער געשריגן, "איך געדענק נאך ווען די טייכל איז געווען כמעט אינגאנצן ליידיג, עס איז געווען דעמאלטס, נעבעך, נאך א גרויסע מגיפה ווי רוב פישלעך זענען אויסגעשטארבן, אין יענע צייטן, וואס האט האט יעדע פישל געגארט? צו וואס האט מען געשטרעבט? וואס האט מען זיך געווינטשען? מען האט זיך געווינטשן צו האבן בנים ובני בנים כשתילי זיתים! צו האבן טויזענטע אייניקלעך ככוכבי השמים וכעפר הארץ! ווער האט זיך געגלייבט אז נאך פיר דורות וועט מען ב"ה האלטן דא, קניינע הארע! אזא ריבוי עם! און דא קענען קומען אזעלעכע יונגאטשעס שקצים און רעדן אזוי פרעך?! שעמען מעגט עטץ ענק!"

פאר איך ענדיג, נאך אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב דארט געזעהן איז געווען, אז א טייל פון די עלטערע פישלעך וואס זענען געווען פון די שארפסטע ארויסצוטרעטן א קעגן א 'צוימינג פלאן' זענען געווען די ערשטע צו כאפן און צו פרעסן יענעם'ס חלק.

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:32 am

· #142563
די אויבער חכמים זארגן זיך נישט פארן ביג פיקטשער,נאר פאר זייער אייגנעם באקוועמליךקייט.

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:48 am

· #142568
איך קען נאכנישט כאפען וועם דו מיינסט צו אן ענטפער פאר די אשכול בוירט קאנטראל- דער מיטעל פון דעם ס"מ

אדער האסטו דיך אריינגעסיינט מיט די ניק פון @חזקיהו המלך אז די וועלט גייט אונטער בקרוב ממש!

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:04 am

· #142572
כהאב פארגעסן אריינצולייגן אינעם מעשה דארט אז געוויסע ציניקער פישלעך פלעגן חוזק מאכן פון די פארזארגטע פישלעך מיט זיי צוגעבן א צו-נאמען חזקיהו-פישלעך, אבער די אלע ליצנות האט קיין סך נישט געהאלפן ביום הדין.

פרישער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:11 am

· #142575
בענדזי וואס וואלסטי געטיען ווען דו ביזט וועין א פיש
ווען איך וואלט וועין געוועין א פיש וואלט איך צו מיר געטראכט קיק ווי בענדזי הערט זיך צו, צו אינזערע צרות דא ווען ער איז בכלל נישט קיין פישעלע, ער קען ב"ה שפרינגען פון איין וואסער צים צווייטען קיקען וויזוי אנדערע פישן פירן זיך,
ער האט זיך זיכער אויסגעלערנט אז דו וועלט איז געניג גרויס, מען ברויך נישט אריינשטיפן אלע פרישגעבוירענע און איין קליינע דירה סרוחה, מען קען אוועק מאפן צו אנדערע געיגענטער, פארוואס גיסען זיך דו טרערלעך פון פרעינקלען, איז ער דען א פיש.

common sense » זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:13 am

· #142577
זייער גוט געשריבן!

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:49 am

· #142584
פרישער
בענדזי וואס וואלסטי געטיען ווען דו ביזט וועין א פיש
ווען איך וואלט וועין געוועין א פיש וואלט איך צו מיר געטראכט קיק ווי בענדזי הערט זיך צו, צו אינזערע צרות דא ווען ער איז בכלל נישט קיין פישעלע, ער קען ב"ה שפרינגען פון איין וואסער צים צווייטען קיקען וויזוי אנדערע פישן פירן זיך,
ער האט זיך זיכער אויסגעלערנט אז דו וועלט איז געניג גרויס, מען ברויך נישט אריינשטיפן אלע פרישגעבוירענע און איין קליינע דורה סרוחה, מען קען אוועק מאפן צו אנדערע געיגענטער, פארוואס גיסען זיך דו טרערלעך פון פרעינקלען, איז ער דען א פיש.

און ווען איך וואלט געווען א פיש וואלט איך געבעטן דעם בענדזשי זאל אריינוואפן אביסל פון די בי סי דראג.
יעצט צום עצם נקודה פון דיין טענה אז מען קען אריבערשפרינגען צו א צווייטע טייכל איז אזוי, הגם דער דירה סרוחה פראבלעם ווערט טאקע געלייזט מיטן אוועקמופן, ווערט אבער נישט געלייזט די אנדערע פילצאליגע פראבלעמען וואס דער ריבוי עם און מיעוט הפרנסות ברענגען. אויסער דעם וואס דאס עצם אוועקמופן זאגט זיך גרינגער ווי געטאן, ואלפי בני ישראל הנאנקים והנאנחים בוויליאמסבורג ובאראפארק יוכיחו. ב"ה דער סיסטעם אונזערע (מאנכע וועלן זאגן אז דאס איז דאס עצם אידישקייט) בינדט אונז צו א ריסטריקטעד עריע מיט מוסדות מקואות און בתי מדרשים גמחים אינסטיטוציעס און פרנסה פאר היימישע אידן.

חזקיהו המלך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:04 am

· #142586
בענדזשאמין פרענקלין
כהאב פארגעסן אייינצולייגן אינעם מעשה דארט אז געוויסע ציניקער פישלעך פלעגן חוזק מאכן פון די פארזארגטע פישלעך מיט זיי צוגעבן א צו-נאמען חזקיהו-פישלעך אבער די אלע ליצנות האט קיין סך נישט געהאלפן ביום הדין.


עקסקיוז מי ...

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:02 am

· #142610
איך מיין עס איז דא א שטיקל היפוך הסדר דא, די סדר העולם איז אז ארימע קבוצות האבען מער קינדער ווי רייכע קבוצות. נישט אז ווען מ'זאל האבען ווייניגער קינדער וועט מען האבען מער געלט, נאר פארקערט, אז מ'וועט האבען מער געלט וועט מען האבען ווייניגער קינדער. בכל אופן, קלער איך עס איז פיל וויכטיגער צו דאג'הן דער עולם זאל האבען פרנסה בריווח ווי זיך נעמען לוחם זיין קעגן ריבוי ילדים.

יידל » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:08 am

· #142645
שפתיים יישק בענדזשאמין! איך האב אויך אמאל געטון דאס זעלבע מיטן פילם און כ'האב באמערקט ווי איין קלוג פישל זאגט "מ'דארף ענדערש ארבעטן אז ס'זאל זיין מער געוואוקסן צו עסן ווי זיך איינצוציען דעם פאסיק". מסתבר ווייל דער האט געהאט עפעס א שוואכקייט צו קינדער...

ליצנות אין א זייט, בוירט קאנטראל איז נישט נאר קיין סעלושען פאר די האוזינג פראבלעם אדער פאר די פרנסה פראבלעם, נאר עס איז א סעלושאן פאר כמעט יעדע איינציגסטע פראבלעם וואס אונזער סאסייעטי פארמאגט.

קלוג און יונג » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:08 pm

· #142783
ליצנות אין א זייט, בוירט קאנטראל איז נישט נראה קיין סעלושען פאר די האוזינג פראבלעם אדער פאר די פרנסה פראבלעם


יידל, פארוואס זאגסטו אזוי?

מיט די אלע קאמפליקעישאנס אין אונזער סיסטעם און סאסייעטי, ווי די סטיגמע/פארבאט אויף קאלעדזש (פרנסה) און די שוועריגקייטען פון זיך פלאצירען ערגעץ נישט אונעם מאמע'ס שויס (האוזינג) איז בורט קאנטראל א פריוואטע עפעקטיוו מעטאד אפצושטעלן ביידע פראבלעמען פון עקספלאדירען.

אמת ס'פאררעכט נישט די פראבלעם בכלליות פארען ציבור, אבער פארן יחיד איז עס א געוואלדיגער דיפערענץ

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:13 pm

· #142786
קלוג און יונג, מן הסתם כצ"ל:
ליצנות אין א זייט, בוירט קאנטראל איז נישט (נראה) נאר קיין סעלושען פאר די האוזינג פראבלעם אדער פאר די פרנסה פראבלעם וכו'

ידען » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:58 am

· #142941
וועלעכע סאלושען איז ״נראה כבר״?

ידען » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:58 am

· #142942
וואס איז בי סי דראג?

יידל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:53 pm

· #143094
ידען
וועלעכע סאלושען איז ״נראה כבר״?

דער פארשאלטענער אויטא קארעקט אויפן ענדרויד האט געמאכט פונעם נאר א נראה און פונעם עס א כבר. כהאב עס פארראכטן.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:20 pm

· #143118
יידל
ידען
וועלעכע סאלושען איז ״נראה כבר״?

דער פארשאלטענער אויטא קארעקט אויפן ענדרויד

גוט געזאגט! 👍 ארור הוא בזה ובבא.

הקטן » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:35 pm

· #143132
@בענדזשאמין פרענקלין, די פילם ווייזט וואס איז נאכדעם געווארן מיט די טויטע פישן? זיי ווייסן בכלל? אדער דאס גייען זיי געוואר ווערן בקרוב? איז דאס געווען שפייז פאר די הונגעריגע זיברעס?
איך מיין אז ווען די עלטערע פיש האבן גערעדט פון די גרויסע מגיפה וואס איז געווען יארען פריער, האבן זיי געוואלט איבערגעבן wisdom וואס נאר די עלדערס ווייסן וויאזוי. די massage קען זיין איז געווען "אויב ס'איז באשערט צו שטארבן וועלן מיר ממילא שטארבן - אלעס איז מיט א פלאן" אבער די אינגע אויבער-חכמים האבן דאס נישט פארשטאנען, וחבל!

יתרו » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:13 pm

· #143186
הקטן, אויך מיר א פלאן, ביי מיר אין די תורה שטייט פרו ורבו ומלאו את הארץ, נישט אז מיר זאלן זיין עסן פאר די זיברעס היל"ת.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:30 pm

· #143192
מיר דערמאנט עס דייקא די טיפשות פון א בילד וואס דער בלא בלא האט אמאל אריינגעשטעלט פון א טויער אינמיטען א טייך מיט א קעפל אז כידוע ווערן דאך צדיקים מגולגל אין פיש מילא זה השער ...צדיקים יבואו בו.

הקטן » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:58 am

· #143375
יתרו
הקטן, אויך מיר א פלאן, ביי מיר אין די תורה שטייט פרו ורבו ומלאו את הארץ, נישט אז מיר זאלן זיין עסן פאר די זיברעס היל"ת.

די נקידה איז, דו ביסט נישט part פין די פלעניג בארד. דו ביסט א פשוט'ע ארבעטער פאלג וואס מען הייסט.
יעצט א ווארט צו די אינגע פישעלך, זייט וויסן אז אויף ארבעטען די אגריקאלטער איז א חלק פין ענקער job description.

ממרום שלח אש » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:59 pm

· #143487
בען,

האסט שוין טאקע לאנג נישט געזען דעם פילם, און די לעצטיגע איבערשפיל איז געווען בלויז אין דמיון.

די מעשה איז געווען מיט קראקעדילן, גראדע האט א סינגל מעוברת רילאקעיטעד אבער ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט, שוין געווען צו שפעט.

אגב, מיין לייק איז פאר די שרייבעריי, נישט פארן מוסר השכל, ווייל איפכא מיסתברא, די פרים ורבים האבן די בעסטע טשאנס פאר סורווייוועל, טאקע מער קאנאנען פלייש, אבער אויך מער איבערלעבער, אדרבא, פרעג דארווין ווען ער קומט אויף קידוש.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:25 pm

· #147226
אז אזא חשובע ניק ווי ממרום שלח אש רעדט דארף מען נייטן אן אויער און ראגירן.
ממרום שלח אש
בען,
האסט שוין טאקע לאנג נישט געזען דעם פילם, און די לעצטיגע איבערשפיל איז געווען בלויז אין דמיון.
די מעשה איז געווען מיט קראקעדילן, גראדע האט א סינגל מעוברת רילאקעיטעד אבער ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט, שוין געווען צו שפעט.


איף בין נאך נישט אין די שמונים און איך לייד נאך נישט אויף אלצהיימערס, איך האב געזעהן פישלעך און נישט קיין קרארעדיילן, נעשינאל דזשיאגרעפי האט מער ווי איין פילם אויף די מדברות אין זשונגעלן, אולי איז עס איז געווען אינעם אמעזאן זושנגעל, אלנפאלס האב איך אבער הנאה צו הערן אז עס אן אפטע ערשיינוג, אמאל פאסירט עס מיט פיש און אמאל מיט קראקעדיילן און אמאל מיט מענטשן אויך, ווען זיי פירן זיך אויף ווי חיות און ניצן נישט דעם שכל וואס גא-ט האט זיי געשאנקן.

ממרום שלח אש

אגב, מיין לייק איז פאר די שרייבעריי, נישט פארן מוסר השכל, ווייל איפכא מיסתברא, די פרים ורבים האבן די בעסטע טשאנס פאר סורווייוועל, טאקע מער קאנאנען פלייש, אבער אויך מער איבערלעבער, אדרבא, פרעג דארווין ווען ער קומט אויף קידוש.


די פרים ורבים האבן די בעסטע שאנס און די פרים ורבים מיט א מאס האבן נאך א גרעסערע שאנס. דארווין האט קיינמאל נישט געזאגט אז דער וואס פרוכטבארט זיך ס'מערסטע האט די גרעסטע שאנס פאר סורווייוועל, נאר דער וואס איז מצליח איבערצוגעבן פאר די דורות הבאים די מערסטע כלים זיך צו ספראווען מיטן קאמפעטישן פאר סאורווייוועל דער איז דער זיגער, (און פארשטייט זיך אז דער ערשטער יסוד איז זיך פרוכטבארן מיט א מאס).

און בד"וו נישט יעדע זאך וואס א ספישי אדער א מין טוט פארן געברויך פון סורווייוועל איז באמת א מעלה פאר אים, ווי סייענטיסן צייגן שוין אן דעם דיפערענסס צווישן דעם דיינעסאר אדער דער גרויסער בלויע וואל פיש (וואס ביידע זענען געווארען גרעסער און גרעסער, און לכבוד דעם איז זיי געווארן שווערער און שווערער איבערצולעבן צוליב די אבנארמאלע מאס עסנווארג וואס זיי ברויכן כדי חיותם) לעומת דער קליינע מוריטשקע וואס באגענוגט זיך מיט א ברעקלע חמץ פאר א גאנצע ווינטער, פון דעם מוריטשקע איז דא בילינען און פון די אנדערע איז כמעט נישט דא.

ממרום שלח אש » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 12:26 am

· #147245
אויב האסטו זיך נישט באצויגן צו די ווידעאו
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=u26z1QRnfwo">https://www.youtube.com/watch?v=u26z1QRnfwo</a>
לא אמרתי כלום, איך האב חלילה נישט געמיינט צו זאגן אז דו ביזט א וועפערייזער חלילה.

די מוראשקע משל באשטעטיגט דאך מיין טענה, מען פרו ורבו'ט אז ס'רינט פון אלע זייטן, מיליאנען מוראשקעס ווערן געהרג'ט יעדן טאג לעומת עטליכע וואל פישן, אבער זיי זענען נאך אלץ עד אין שיעור וערך מער און נומערן.

די אמת איז טאקע אזוי, די חברה וואס ווערן מער געהרגט, האבן מער קינדער, געוויסע פיש לייגן בלי גוזמא מיליאנען אייער אין איין שאס, עס קוקט אויס ווי א רויך מיט מיליאנען מיקראסקאפישע אייעלעך. אלעס אז עס זאל בלייבן כאטש איינס.

ביי אונז מענטשן איז גאר נישט אנדערש, עס איז דא מיליאנען זרע צעלן אין יעדע גראם זרע, פון אלע מיליאנען וועט נאר איין צעל (אמאל אמאל צוויי צו דריי) ווערן נקלט, ס'פשוט אזוי, די הצלחת המין איז ווען מען שפייט אויס מיליאנען, אזוי וועט לפחות עפעס בלייבן.

ממילא אזוי אויך דא, מען "ווידמעט" זיך (אזוי האט מען רבי געטייטשט "וישרצו") וויפיל סלאזט זיך האט מען מער טשאנסן אז עס זאל בלייבן א שם ושארית. די מילאנען וואס וועלן אוועקפאלן מחמת עניות ודוחק איז א חלק בלתי נמנע פון די סטראגעל פאר סורווייוועל.
נעקסטיים כאפ דארווינ'ן ביים לאנגן בארד, אחזתיו ולא ארפנו, ביז ער וועט באשטעטיגן עם מי הצדק.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 12:44 am

· #147248
ממרום שלח אש

די מוראשקע משל באשטעטיגט דאך מיין טענה, מען פרו ורבו'ט אז ס'רינט פון אלע זייטן, מיליאנען מוראשקעס ווערן געהרג'ט יעדן טאג לעומת עטליכע וואל פישן, אבער זיי זענען נאך אלץ עד אין שיעור וערך מער און נומערן...


דער חילוק איז נאר אז דער מוראשקע לעבט אויף א ברעקל און וועגן דעם איז דאס פרו ורבו עקספלאזאציע נישט אזא גרויסע פראבלעם פאר זיין יקום, משא"כ דער מענטש וואס עסט כמעט ווי א דיינעסאר און פארניצט אזויפיל ווי א וואלפיש און ער פרו ורבו'ט 'לייק זער איז נאו טאמאררא' אויף א פארנעם וואס דער איקו סיסטעם פארנעמט נישט דענסמאל איז א גרויסער פראבלעם, והעקסטינקשין פון די דיינעסארס און זייער קאזינסס, און די כמעט-עקסטינקשין פון די בלויע וואל פיש יוכיח.

ממרום שלח אש » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 12:52 am

· #147249
בענזשאמין, פאסט נישט, די דיינעסאורס זענען געדאנגען כדרך כל הארץ צוליב א זייטיגע דיזעסטער, א אסטרואיד צו א קאמעט וואס האט געלאנדעט אין מעקסיקא מיט א אומגעהויערע קראפט האט זיי אומגעברענגט.

עס איז איינס פון די מערסטע באקאנטע געאלאגישע געשעענישן אין די היסטאריע.

אדרבא, ווען נישט די אסטרואיד וואלטן זיי נאך היינט געקעניגט, זיי זענען געווען זייער סוקסעספול, און מען האט זיך תמיד געבראכן קאפ וויאזוי ס'מעגליך אז זיי זענען געווארן פארניכטעט.

<a class="postlink" href="http://www.pbs.org/wgbh/evolution/extinction/dinosaurs/asteroid.html">http://www.pbs.org/wgbh/evolution/extin ... eroid.html</a>

די בלויע וואל פיש איז וועגן מענטשן פאנגן צופיל, מען קען זיך נישט ברענגען קיין ראיה פון מענטשן, ווען נישט געזעצן וואס צוימען הרגנען און פאנגען, וואלטן רוב גרויסע באשעפענישן ספישיס שוין געווען פארניכטעט.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 12:56 am

· #147251
איך האב פאר דיר נייעס ממרום איינע פון די טעאריעס איז, אז עס איז געווארן א שטיקל צייט זייער קאלט און עס איז נישט געוואקסען גענוג עסן פאר די גרויסע בייכער זייערע, משא"כ אסאך אנדערע קלענערע ספישיס האבן האבן יא איבערגעלעבט. (וואס בלייבט שווער לויט די אסטרויד טעאריע).

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 1:02 am

· #147252
בכל אופן איז בעצם נישט דאס געווען מיין כוונת האשכול, איך בין זיך נישט געקומען זארגן דא פארן וועלטס איקא סיסטעם מכח א געמיינדע פון חסידישע אידן אין ברוקלין, מיר האלטן נאך א ווייטען מהלך אז מיר זאלן שטעלן דאס גאנצן איקא סיסטעם אונטער א געפאר, (סוועט מסתמא געשעהן פארדעם דורך די מוסלעמענע) איך האב געניצט דעם משל אז אונזער אייגן היימישע איקא סיסטעם איז אונטער געפאר, ווען עס שפראצן טויזענעטע משפחות טעגליך אן קיין שום פלאן פון דירות פרנסות וכו', אפשר וועל איך איין מוצאי שבת אפשרייבן דעם נמשל אויפן משל.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 9:32 am

· #147281
בענדזשאמין פרענקלין
איך האב פאר דיר נייעס ממרום איינע פון די טעאריעס איז, אז עס איז געווארן א שטיקל צייט זייער קאלט און עס איז נישט געוואקסען גענוג עסן פאר די גרויסע בייכער זייערע, משא"כ אסאך אנדערע קלענערע ספישיס האבן האבן יא איבערגעלעבט. (וואס בלייבט שווער לויט די אסטרויד טעאריע).

דוכט זיך אז די קעלט איז געקומען צוליב די פארטיקעלס וואס די אסטרויד האט אויסגעשפרייט אינעם אטמאספערע.

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 6:47 pm

· #147863
בענדזשאמין פרענקלין
בכל אופן איז בעצם נישט דאס געווען מיין כוונת האשכול, איך בין זיך נישט געקומען זארגן דא פארן וועלטס איקא סיסטעם מכח א געמיינדע פון חסידישע אידן אין ברוקלין, מיר האלטן נאך א ווייטען מהלך אז מיר זאלן שטעלן דאס גאנצן איקא סיסטעם אונטער א געפאר, (סוועט מסתמא געשעהן פארדעם דורך די מוסלעמענע) איך האב געניצט דעם משל אז אונזער אייגן היימישע איקא סיסטעם איז אונטער געפאר, ווען עס שפראצן טויזענעטע משפחות טעגליך אן קיין שום פלאן פון דירות פרנסות וכו', אפשר וועל איך איין מוצאי שבת אפשרייבן דעם נמשל אויפן משל.

רבותי, נעמט ענק צו פראדאקשען פאל פארס!
בענדזי זעהט פאר א ערנסטע מאנגל און קאנטראקטערס, פלאמבערס, ארכיטעקטען און סתם עסקנים וואס זאלן אהער שטעלען נייע געגענטער א וואו צו וואוינען. אויך פעלט אויס נאך סוחרים און נאך קונים ASAP פשוט סזאל זיין פרנסות.
רייסט איין ביי שנפרה ונרבה כדגים!

וואס טראכט איר גייט געשען אויב מען נעמט די איצטיגע "אייגן היימישע איקא סיסטעם" און מען ציברעכט דאס אויף העלפט אדער מען דאפעלט דאס X 10 איז דאס מער אדער ווייניגער סכנה?

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 3:21 am

· #148192
הקטן
בענדזשאמין פרענקלין
בכל אופן איז בעצם נישט דאס געווען מיין כוונת האשכול, איך בין זיך נישט געקומען זארגן דא פארן וועלטס איקא סיסטעם מכח א געמיינדע פון חסידישע אידן אין ברוקלין, מיר האלטן נאך א ווייטען מהלך אז מיר זאלן שטעלן דאס גאנצן איקא סיסטעם אונטער א געפאר, (סוועט מסתמא געשעהן פארדעם דורך די מוסלעמענע) איך האב געניצט דעם משל אז אונזער אייגן היימישע איקא סיסטעם איז אונטער געפאר, ווען עס שפראצן טויזענעטע משפחות טעגליך אן קיין שום פלאן פון דירות פרנסות וכו', אפשר וועל איך איין מוצאי שבת אפשרייבן דעם נמשל אויפן משל.

רבותי, נעמט ענק צו פראדאקשען פאל פארס!
בענדזי זעהט פאר א ערנסטע מאנגל און קאנטראקטערס, פלאמבערס, ארכיטעקטען און סתם עסקנים וואס זאלן אהער שטעלען נייע געגענטער א וואו צו וואוינען. אויך פעלט אויס נאך סוחרים און נאך קונים ASAP פשוט סזאל זיין פרנסות.
רייסט איין ביי שנפרה ונרבה כדגים!

וואס טראכט איר גייט געשען אויב מען נעמט די איצטיגע "אייגן היימישע איקא סיסטעם" און מען ציברעכט דאס אויף העלפט אדער מען דאפעלט דאס X 10 איז דאס מער אדער ווייניגער סכנה?

רבותי. וואס איז דא צו טענה'ן. ווילאנג דער פעטער זאל זיין געזונט (יר"ה) שיקט טשעקס איז נישט דא וואס צו דאגה'ן. כ'האב ערגעץ געליינט אז ס'א מזל אז ס'נישט געווען קמפיוטערס 150 יאר צוריק. אויב יא. וואלטן זיי פאראויסגעזאגט אז אין יאר 2014 וועט זיין אזויפיל מיסט פון פערד אז מ'וועט נישט קענען גיין אין די גאסן.

מי אני » דינסטאג אפריל 7, 2020 11:02 pm

· #445583
שנפרה ונרבה כדגים?
איך גלייב אז וואס בענדזשאמין פרענקלין וויל בעיקר ארויסברענגען איז דאס בּיהעיוויארעל סינק אפעקט/פענאמענאן (טאקע בתוך די סוגיא פון אָווערפּאַפּוּלעישאן). דהיינו, דער עטאלאגיסט דר. דזשאן קעלהוּן האט עקספערעמענטירט מיט בע״ח און געוואוזען אז ווען א סאסייעטי ווערט שטארק קראַוּדעד אין מקום, צופאלט דאס סאציאלע ארדער מיט (צומאל) גאר הארבע קאנסעקווענצן. און דאס איז אפילו ווען עס איז נישטא קיין פראבלעם אין ריסאָרסעס [עסן, טרינקען, חיות/שכנים טורפות וכדומה]. (הגם ער האט גע׳טענה׳ט אז די זעלבע/ענליכע אפעקט איז דא ביי מענטשן, איז עס אבער נישט אזוי זיכער.)

דאס קען ספעציעל נוגע זיין צום חרדי׳שן לעבנסשטייגער. ווי ערווענט קען מען טענה׳ן אז דאס חרדי׳שע לעבנסשטייגער איז אזוי אויסגעשטעלט אז אירע מעמבערס האבן א שווערערע צייט זיך ארויסצוזעהן פון די קראַוּדינג, מכח די אינפראַסטראָקטוּר וכו׳. נאך מער, וויבאלד דאס חרדי׳שע לעבנסשטייגער איז אזוי מיוסד אויף סאציאלע קאָנפאָרמיטי והמסתעף, איז לכאורה עני סאציאלע דיִווענסי א גרעסערע סכנה פאר איר סאציאלע פאבריק. ואם כנים אנחנו בזה קומט אויס אז ס׳איז איראניש אז חרדיזם׳ס סאציאלע נאָרם (און פרעשור) אויף צו געבוירן מער קינדער וממילא צו פארמערן איר פאפולאציע (אין א מער דענס ענווייראמענט וכנ״ל), קען צוגעבן צו דאס דיקאנסטראקשן פון איר סאציאלע ארדער וכו׳.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2879">viewtopic.php?f=19&t=2879</a><!-- l -->

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 7, 2020 11:08 pm

· #445585
נולד מאוחר
די אויבער חכמים זארגן זיך נישט פארן ביג פיקטשער, נאר פאר זייער אייגנעם באקוועמליךקייט.

די ביג פיקטשער איז נישט מער ווי א צאמשטעל פון אלע פריוואטע מענטשן צוזאמען, אז פאר יעדעם פריוואט איז גוט איז אויטאמאטיש אויך גוט פאר די ביג פיקטשער.

יתרו » מיטוואך אפריל 8, 2020 4:23 am

· #445613
בענדזשאמין פרענקלין
איך האב פאר דיר נייעס ממרום איינע פון די טעאריעס איז, אז עס איז געווארן א שטיקל צייט זייער קאלט און עס איז נישט געוואקסען גענוג עסן פאר די גרויסע בייכער זייערע, משא"כ אסאך אנדערע קלענערע ספישיס האבן האבן יא איבערגעלעבט. (וואס בלייבט שווער לויט די אסטרויד טעאריע).

בענדזשאמין האט א פוינט
דא האט איר אן אויסצוג:
Researchers believe that the fast rates of recovery in mammals were due to their small size. After the asteroid hit earth, many plants and animals would have died, leaving behind insects that could feed off the dead plants and carcasses. Only small animals like mammals could have survived by feeding on the insects. It is estimated that the largest land-dwelling animals after the impact event would have been no bigger than a cat.

<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/s/www.theregister.co.uk/AMP/2016/06/20/mammals_nearly_wiped_out_in_asteroid_impact/">https://www.google.com/amp/s/www.thereg ... id_impact/</a>

מי אני » מיטוואך אפריל 8, 2020 8:35 am

· #445615
שנפרה ונרבה כדגים?
רביה''ק זי''ע
נולד מאוחר
די אויבער חכמים זארגן זיך נישט פארן ביג פיקטשער, נאר פאר זייער אייגנעם באקוועמליךקייט.

די ביג פיקטשער איז נישט מער ווי א צאמשטעל פון אלע פריוואטע מענטשן צוזאמען, אז פאר יעדעם פריוואט איז גוט איז אויטאמאטיש אויך גוט פאר די ביג פיקטשער.
דאס גייט לכאורה מיט א רידאָקשיניסט מהלך אן כולל זיין עמערדזשענטיזם [אז די גאנצע קען זיין ״מער ווי די סומע״ פון אירע באשטיינדלען].

מי אני » זונטאג אפריל 26, 2020 1:04 am

· #446720
שנפרה ונרבה כדגים?
📎 IMG_6825.jpg
כ׳האב מיך דערמאנט אז מיין ביאלאגיע טעקסטבוך נוצט טאקע א בילד פון א דג ביים גראפיש מסביר זיין די קאנצעפט פון קעריאינג קעפּעסיטי (וואס @בענדזשאמין פרענקלין רירט אן) ווען די פאפולאציע קומט אן צו די ענווייראמענטעל לימיט/רעזיסטענס, און די פאפולאציע (דארט) בלייבט אין א סיניוּסוֺידעל (ע״ש/עפ״י די סיין/קאָסיין פאָנקשען, ועיין כאן) סטאבילע עקוויליבּריוּם.

מי אני » פרייטאג מאי 8, 2020 4:03 pm

· #448158
שנפרה ונרבה כדגים?
אין דעם שמועס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום פּאראדאקס פון ענריטשמענט אין ביאלאגיע. דאס לויטעט אז אויב לייגט מען אריין גאר אסאך עסן אין אן עקאָסיסטעם פאר די טורפים קען דאס עווענטועל האבן אן אומגינסטיגן אפעקט און דיסטעיבּאלייזן זייער פאפולאציע [עס ווערט צו גרויס וכו׳].

‏עס איז אויך באקאנט די דעמאגראפיק-עקאנאמיק פּאראדאקס, וואס ווי ארומער א דעמאגראפיק איז אלס מער קינדער האבן זיי. וע״ע מזה באשכול זו.

מי אני » זונטאג יוני 27, 2021 3:46 pm

· #476722
עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס ר׳ יוסף אבן כספי זאגט אין סוף פון זיין שלחן כסף על ספר איוב:
וראה חכמת הא-ל וגמולו הטוב לטובם, כי לא רצה להוסיף לאיוב בילדים רק כמספרם בימים הקדמונים. כי אלו הוסיפם למשנה והיו עשרים, אין זה טוב לחכם השלם, כי הבנים יגונים, כמו שאמר החכם, ואמר אחר: רוב הבנים, רקב הממון. ודי לכל שלם שישיג הראשון, שהוא עשרה או שנים עשר לגבורות כיעקב, שהוא המספר הראשון מקבל כל החלוקות.

מי אני » זונטאג יולי 25, 2021 10:52 am

· #478273
📎 Family.jpg
בסוף שו"ת בני בנים ח"א.

בן נון » דינסטאג יולי 27, 2021 4:15 pm

· #478417
והנהר יצא מברוקלין להשקות את הדירות קריזיס ומשם יפרד והיה לארבעה ראשים
שם האחד סטעטן איילענד הסבב את כל ארץ ני זשרסי והוא בתוך הסיטי אשר שם הזהב
ושם הנהר השני ראקלענד קאנטי הוא הסובב את כל ארץ מאנסי (פמאונא טשעסטנאט רטיטש מאוויא וכו’)
ושם הנהר השלישי בלומינגראוו הוא ההולך קדמת מאנרא
והנהר הרביעי הוא לעיקוואד

אויב אזוי האבן שוין אלע פישעלעך ווי צוגיין און אויב באשליסן זיי צו בלייבן און ברוקלין איז עס זייער אייגענע פראבלעם

בן נון » דינסטאג יולי 27, 2021 4:28 pm

· #478420
בן נון
והנהר יצא מברוקלין להשקות את הדירות קריזיס ומשם יפרד והיה לארבעה ראשים
שם האחד סטעטן איילענד הסבב את כל ארץ ני זשרסי והוא בתוך הסיטי אשר שם הזהב
ושם הנהר השני ראקלענד קאנטי הוא הסובב את כל ארץ מאנסי (פמאונא טשעסטנאט רטיטש מאוויא וכו’)
ושם הנהר השלישי בלומינגראוו הוא ההולך קדמת מאנרא
והנהר הרביעי הוא לעיקוואד

אויב אזוי האבן שוין אלע פישעלעך ווי צוגיין און אויב באשליסן זיי צו בלייבן און ברוקלין איז עס זייער אייגענע פראבלעם

דאס איז חוץ אלע אנדערע שטעט און שטעטלעך א שטייגער ווי לינדען און מאנטעסעלא אבער זיי האב איך נישט געטראפן און די פסוקים וואס זאל איך טוען
א שטייגער ווי טוארנהיים מיט ביידן

מיין אמת » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 3:43 am

· #483331
Re: שנפרה ונרבה כדגים?
יידל
שפתיים יישק בענדזשאמין! איך האב אויך אמאל געטון דאס זעלבע מיטן פילם און כ'האב באמערקט ווי איין קלוג פישל זאגט "מ'דארף ענדערש ארבעטן אז ס'זאל זיין מער געוואוקסן צו עסן ווי זיך איינצוציען דעם פאסיק". מסתבר ווייל דער האט געהאט עפעס א שוואכקייט צו קינדער...

ליצנות אין א זייט, בוירט קאנטראל איז נישט נאר קיין סעלושען פאר די האוזינג פראבלעם אדער פאר די פרנסה פראבלעם, נאר עס איז א סעלושאן פאר כמעט יעדע איינציגסטע פראבלעם וואס אונזער סאסייעטי פארמאגט.
[emoji817] רוב פון די פרבלעימען אין אינזער עקאו סיסטעם ווען מען מאכט א גרינטליכע חשבון קומט מען אן צו די פראכטבארן אווערלאוד,

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

מיין אמת » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:05 am

· #483332
Re: שנפרה ונרבה כדגים?
קלוג און יונג
ליצנות אין א זייט, בוירט קאנטראל איז נישט נראה קיין סעלושען פאר די האוזינג פראבלעם אדער פאר די פרנסה פראבלעם


יידל, פארוואס זאגסטו אזוי?

מיט די אלע קאמפליקעישאנס אין אונזער סיסטעם און סאסייעטי, ווי די סטיגמע/פארבאט אויף קאלעדזש (פרנסה) און די שוועריגקייטען פון זיך פלאצירען ערגעץ נישט אונעם מאמע'ס שויס (האוזינג) איז בורט קאנטראל א פריוואטע עפעקטיוו מעטאד אפצושטעלן ביידע פראבלעמען פון עקספלאדירען.

אמת ס'פאררעכט נישט די פראבלעם בכלליות פארען ציבור, אבער פארן יחיד איז עס א געוואלדיגער דיפערענץ
ס'איז אפשר נישט די לעיזאנג, אבער לאמיר טראכטען א מינוט אויב האט מען ווייניגער קינדער איז דא מער צייט פאר די וואס זענען יא דא וו.ד.מ.געזנטערע קינדער, מער געלט , וכו'וכו' וו.ד.מ. אז זייערע קינדער וועלען האבען נאך א בעסערע לעיבען וכן הלאה


Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 4:17 pm

· #535974
לאדזשיסטיק מאפּע און די בּייפורקעישאן דייעגרעם
‏פריער האב איך צוגעברענגט די סיניוּסוידעל אויסקוק פון א פאפולאציע ווען עס קומט צו אַן עקוויליבּריאום וויפיל די ענווייראמענט וכו׳ קען איינהאלטן דערפון, וואס דאן גייט עס ארויף און אראפ ארום די קעריאינג קעפּעסיטי פונעם ענווייראמענט. אין דעם איז דא די געדאנק פון א לאדזשיסטיק מאַפּע, וואס רעכענט דאס לפי א צייט-אפשניט פון א בּריִדיִנג סעזאן וכו׳. דאס איז אז מ׳שטעלט עס אויס עפ״י די עקוועישאן: 📎 Logistic.jpg די x באדייט א געוועהלטע פרעקשאן פון די מאקסימום מעגליכע פאפולאציע אין דעם ענווייראמענט; א פרעקשאן פונעם קעריאינג קעפּעסיטי. די געהעריגע x באדייט וויפיל פון דעם, עפ״י דעם פרעקשאן וואס מ׳האט/איז דא, ווערן געבוירן, בשעת דאס וואס איך מאָלטיפּליי דאס ביים חילוק פון 1 (די קעריאינג קעפּעסיטי הנ״ל), איז וויפיל עס שטארבן בתוך דעם סעזאן. די λ (אדער נאטירט אלס r) באדייט די וואוקס ראטע, פון וויפיל קינדער פּער בּריִדינג פּאָר ווי די פאפולאציע פארמערט זיך. די נעקסטע סעזאן לייג איך אריין די x וואס איך האב נארוואס באקומען, וואס איז דאך די יעצטיגע פרעקשאן, און עפי״ז טוה איך רעכענען. אא״וו אא״וו.

עס קומט אויס טאמער די λ איז אונטער 1, וועט די פאפולאציע עווענטועל אויסשטארבן, נישט קיין חילוק ווי גרויס זי איז געווען מעיקרא. אויב איז דאס צווישן 1 און 2, וועט די פאפולאציע וואקסן צו די קעריאינג קעפּעסיטי וואס איז 1 ווייניגער ווי λ דיוויידעד ביי λ; א מער-ווייניגער סטאבילע טרענד.

ווען λ איז העכער ווי דעם, וועט די x אָנהייבן צו זיין סיניוּסוידעל כנ״ל; ארויף איין סעזאן און אראפ דעם נעקסטן. צום ערשט וועט די x פלאָקטשועיטן צווישן צוויי וועליוּס פאר צוויי יאר מיט א סארט קביעות. דערנאך, ווי העכער λ איז ואפילו אביסל, וועט דאס אָנהייבן פלאָקטשועיטן צווישן 4 וועליוּס. און ווי העכער עס איז, אלס מער וועט דאס פלאָקטשועיטן, ביז עס דערגרייכט א כאאטישע סארט סיסטעם (הגם אז אינצווישן קען יא זיין סדר׳דיגע פלאָקטשועישאנס פון פּעריאדן פון 3 וכדומה).

אז מ׳גרעפט דאס, די λ וואס וואקסט נגד איר עפעקט אויפ׳ן x, קוקט עס אויס כזה:📎 Logistics.jpg וואס די פצלים דערין צייגן אויף ווען עס הייבט אָן האבן צוויי פלאָקטשועישאנס און דערנאך ווען עס הייבט אָן האבן 4, און 8 אא״וו. דאס רופט זיך א בּייפורקעישאן דייעגרעם. אז מ׳קוקט זעהט מען אז דאס איז א פרעקטעל: ווי מער מ׳זומט אריין דערין, זעהט מען אז עס זעהט אויס ווי די גאנצע על הכלל. ולא זו בלבד, נאר דאס איז בעצם ממש מקושר מיט׳ן באקאנטן ‏מענדעלבּראט סעט:📎 מאנדעלבראט.jpg וואס ארבעט אויך עפ"י אַן עקוועישאן מיט א סקווער, וואס מ'איטערעיט אריין דערין נאכאמאל די ענטפער וואס מ'האט פריער באקומען. און אויב דאס בלייבט בתוך א סכום און עס "עקספּלאדירט" נישט ארויס, איז דאס אינעם סעט. וואס ווען מ'גרעפט דאס און מ'זומט אריין אויף די עקן, חזר'ט זיך איבער דאס גאנצע זאך. די קשר דערמיט איז כזה. דא איז מען דאס מער מסביר, ועפי"ז וואס די לאדזשיסטיק מאפּע איז אָן קאמפּלעקס נומערן.

עס קומט אויך אויס אז די רעישיאוֺ פון ווי שנעל עס ווערן נאך פצלים אויף דעם לפי ווי λ ווערט גרעסער, לויט ווען עס האט זיך מתפצל געווען דערויף פריער פונעם נאך פריערדיגן מאל, דיוויידעד ביי יעצט פונעם פריערדיגן, קומט אלס נענטער צו א געוויסע נומער, וואס מ׳רופט פייגענבוים׳ס קאנסטענט. דאס איז בערך 4.669… יעדעס אזא גרעף וואס האט א מאקסימום ערגעץ וואו עס גייט ארויף און דערנאך אראפ, האט די קאנסטענט.

יעקב מענטש » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 6:16 pm

· #535983
הערשט געליינט דעם אשכול, די אלע וואס אדוואקירן פאר בירט קאנטראל (איך בין נישט דערקעגן באופן וואס דאס איז אויסגעהאלטן בהלכה והשקפה) בין איך נייגעריג צו דאס איז אויך גילטיג אויף זיי אליין? אדער נאר פאר זייערע קינדער?

אויב זענען זיי honest קענען זיי סתם אזוי באגיין זעלבסמארד און שיטערער מאכן די לופט פאר א צווייטן.

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 6:40 pm

· #535985
עס איז טאקע א מבוכה בפילאזאפיע צי אנטינעטעליזם, נישט אראפברענגען קינדער מעיקרא אלס נוח לו לאדם שלא נברא וכו׳ וכו׳, איז מכריח פּראָמאָרטעליזם, אז איינמאל מ׳איז שוין למעשה דא ועכשיו שכבר נברא זאל מען באגיין זעלבסטמארד. ועיין ג"כ ערך נאַן-אידענטיטעט פראבלעם. (מ׳דארף באמערקן אז קיין איינער אין דעם אשכול איז געגאנגען מציע זיין אז מ׳זאל לאזן שטארבן, אפילו יענעם׳ס, קינדער וואס זענען שוין למעשה דא, ואפילו טאמער איז דאס קינד פון א משפחה ברוכת ילדים אין גרויסן.)

מדבריך איז לכאורה משמע אז דו ביסט אויך מודה צו די אסימעטרי: עס זעהט אויס ווי דו ביסט ווייניגער קעגן בּירט-קאנטראל און נישט אראפברענגען קינדער [אנטינעטעליזם], ווי דעם וואס דו ביסט נישט קעגן זעלבסטמארד ואיבוד עצמו לדעת [פּראָמאָרטעליזם]. ולכאורה גייט הלכה אויך מער אין איינקלאנג מיט דעם אסימעטרי: עס גייט נאר מתיר זיין איבוד עצמו לדעת בג׳ חמורות וכדומה, משא״כ בּירט-קאנטראל וואס איז ווייניגער חמור און מער קיל לכו״ע. הפנים, ס׳איז לכאורה שווערער צו זאגן ״איך בין נישט דערקעגן, באופן וואו דאס איז אויסגעהאלטן בהלכה והשקפה״ ביי איבוד עצמו לדעת, ווי איידער ביי בּירט-קאנטראל.

טמיר » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:45 pm

· #535996
Re: שנפרה ונרבה כדגים?
יעקב מענטש
הערשט געליינט דעם אשכול, די אלע וואס אדוואקירן פאר בירט קאנטראל (איך בין נישט דערקעגן באופן וואס דאס איז אויסגעהאלטן בהלכה והשקפה) בין איך נייגעריג צו דאס איז אויך גילטיג אויף זיי אליין? אדער נאר פאר זייערע קינדער?

אויב זענען זיי honest קענען זיי סתם אזוי באגיין זעלבסמארד און שיטערער מאכן די לופט פאר א צווייטן.
כ'זעה אז דו ביזט אויסגעקאכט אין השקפה פון ב"ק. וואלט איך געוואלט הערן וואס איז די השקפה אונטער דעם, און ווען איז עס יא אדער נישט אויסגעהאלטן ע"פ השקפה.

כ'האב אמאל גערעדט מיט א (קלוגע) דיין דערוועגן, און אלץ וואס ער האט געקענט זאגן בנוגע השקפה איז אז די גדול"י פון די פריערדיגע דור זענען געווען קעגן דעם

קהל'ס נער » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:34 pm

· #536012
יעקב מענטש
הערשט געליינט דעם אשכול, די אלע וואס אדוואקירן פאר בירט קאנטראל (איך בין נישט דערקעגן באופן וואס דאס איז אויסגעהאלטן בהלכה והשקפה) בין איך נייגעריג צו דאס איז אויך גילטיג אויף זיי אליין? אדער נאר פאר זייערע קינדער?

אויב זענען זיי honest קענען זיי סתם אזוי באגיין זעלבסמארד און שיטערער מאכן די לופט פאר א צווייטן.
אויך ברויך מען אויסהרג׳נן אלע אלטע בחורים, ווייל זיי וואלטן געדארפט כאפן א מיידל אין גאס און באגוואלדיגען און האבן קינדער, ווייל אינז ווייס מיר דאך אז צוריקהאלטן פון אראפברענגען קינדער אויפן וועלט איז רציחה……

ברוך שפינוזה » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:49 pm

· #536013
טמיר
כ'האב אמאל גערעדט מיט א (קלוגע) דיין דערוועגן, און אלץ וואס ער האט געקענט זאגן בנוגע השקפה איז אז די גדול"י פון די פריערדיגע דור זענען געווען קעגן דעם
די עצם משוגעת אז די השקפה (worldview) פון א בשר ודם איז מחייב איינעם אויסער איהם אליין איז דאך אויך נאר ווייל דאס איז געוועהן די worldview פון די גדול"י פונעם פריערדיגן דור (כ'מיין ווען איך בין ווען פון די גדולים וואלט איך אויך געהאלטן אז מיין worldview איז יעדעם מחייב), איז כל זה אכניס בהמשוגעת.

כף הקלע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:59 pm

· #536014
טמיר
.

כ'האב אמאל גערעדט מיט א (קלוגע) דיין דערוועגן, און אלץ וואס ער האט געקענט זאגן בנוגע השקפה איז אז די גדול"י פון די פריערדיגע דור זענען געווען קעגן דעם
וואס איז מיט גם בערב אל תנח ידיך? ס'איז נישט קיין חיוב ממש, אבער די השקפה פון האבען וואס מער קינדער קומט פון חז"ל, ס'איז נישט פריש געבאקען.

טמיר » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:50 pm

· #536020
Re: שנפרה ונרבה כדגים?
ס'איז אזוי ווי אסאך שיינע זאכן וואס עס שטייט אין חז"ל וואס מ'קען טון. ס'מיינט נישט אז מ'דארף מקריב זיין די לעבן פאר דעם.

ס'שטייט שיינע זאכן אויף ביקור חולים. אויף נאך אסאך זאכן. עז ע מעטטער אף פעקט, די גאנצע זאך איז איין פארווע מאמר חז"ל, און דער צייט וואס אויף אנדערע ענינים וואס מען איז נישט מקריב קיין פרעקשען פאר, שטייט סאך מער און שטערקער

לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=15698&start=25
בלאט: 1 2