☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

195 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10327
בלאט: 1 2 3 4

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 11:58 am

· #329997
[ציטאט אראפגענומען]


ניין עס געפינט זיך דא

נתן מנחם » דינסטאג אפריל 19, 2016 12:36 pm

· #330008
בין איך די איינציגער וואס טשעקט יעדע פאר מינוט ק"ש אויב די פה סח 2 איז שוין אפלאודעד?

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 12:51 pm

· #330010
היי רעזאלוציע קאווער

.
📎 P2 Cover-f.jpg

נעגעל וואסער » דינסטאג אפריל 19, 2016 2:03 pm

· #330028
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
שמעקעדיג
היי רעזאלוציע קאווער

.

אויב מ'קען "דזשאדשזען א בוק ביי איטס קאווער" בין איך היבש עקסייטעד!..

פליקער » דינסטאג אפריל 19, 2016 2:40 pm

· #330036
איך ווארט דערויף ווי אויף מיין אפיקומן
כאטשיק איך פיגעריר נישט אויף די דעקל, אעפ"כ האלט איך שוין איין מיין אטעם ביז די נייע פה-סח עקספלאדירט ווי די אטעם אויף סאגאנאקי

שטילע אינגערמאן » דינסטאג אפריל 19, 2016 3:04 pm

· #330041
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
אזוי ווי מ׳ווארט אונעם שפיטאל אויפן בשורה אז סאיז ארויס בשלום,
נווווווווו????????????

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 3:36 pm

· #330048
... און נאכדעם זאגט מען ס'איז מיאוס ווי די נאכט......... 😉 😈

נעגעל וואסער » דינסטאג אפריל 19, 2016 3:43 pm

· #330053
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
פארשטיי איך נישט פארוואס מ'דארף שרייבן "פרייהייט פון ווארט" מיט קידוש לבנה אותיות, כאילו משרייבט דארט צאם כל דבר אסור און מפארענפערט זיך... ס'איז א הערליכע תוכנ'דיגע מאגאזין מלא טעם, און שוין.

דעס אז איי וועלט מעקט אויס תגובות דארף מען נישט שרייען אויפן דעקל. והנלע"ד כתבתי.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 3:52 pm

· #330057
די ספה"ק שרייבן דאס אלס פשט פאר פסח, פה-סח, אז דער דיבור גייט ארויס פון גלות, און עס הערשט א חירות, דעריבער איז פה-סח דער יו"ט פון רעדן און פארציילן, כמשחז"ל הא לחמא עניא, שעונין עליו דברים הרבה.

יעקב מענטש » דינסטאג אפריל 19, 2016 4:20 pm

· #330068
נעגעל וואסער
פארשטיי איך נישט פארוואס מ'דארף שרייבן "פרייהייט פון ווארט" מיט קידוש לבנה אותיות, כאילו משרייבט דארט צאם כל דבר אסור און מפארענפערט זיך... ס'איז א הערליכע תוכנ'דיגע מאגאזין מלא טעם, און שוין.

דעס אז איי וועלט מעקט אויס תגובות דארף מען נישט שרייען אויפן דעקל. והנלע"ד כתבתי.

נישט אז ס'באדערט מיך מוראדיג שטארק, אבער פארוואס דארף א אומשולדיגע אויסגאבע קומען מיט א אנטי מעסעדזש ?

נתן מנחם » דינסטאג אפריל 19, 2016 4:22 pm

· #330070
שטילע אינגערמאן
אזוי ווי מ׳ווארט אונעם שפיטאל אויפן בשורה אז סאיז ארויס בשלום,
נווווווווו????????????


עכטע מקשה לילד סיטואציע. אפשר גייט מען שנעל לויפן כאפען א טבילה אדער א פתיחה 😃

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 19, 2016 6:03 pm

· #330100
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
בלאזען חצוצרות
פארציילען דער מעשה מיט די ריזינער און די פויבסט די מיידעל
זאגען יזכור
רייכערין א לולקע
אויסטוהן די אבן הטוען
ארויסנעמען די אלטע חמצ'דיגע טיש
זאגען די פסוק 'צא אתה וכל העם אשר ברגליך'
פארענטפערען תוס' א קשיא אויף רש"י


Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

כוכב » דינסטאג אפריל 19, 2016 6:25 pm

· #330102
טייערע ברידער, אלעס גייט ווי געפלאנט, עס דארף פשוט פארענדיגט ווערן לעצט מינוטיגע קלייניקייטן דעם פה סח און וועט ערשיינען אין קומענדיגע צוועלף שעה, בעז''ה.
מיט אנטשולדיגונג פאר שפעטיגן.

וואלווי » דינסטאג אפריל 19, 2016 7:26 pm

· #330110
ליטוואק פון בודאפעסט
פארענטפערען תוס' א קשיא אויף רש"י


וואס פארא מין סגולה איז דאס?

שטילע אינגערמאן » דינסטאג אפריל 19, 2016 7:30 pm

· #330112
שטילע אינגערמאן
אזוי ווי מ׳ווארט אונעם שפיטאל אויפן בשורה אז סאיז ארויס בשלום,
נווווווווו????????????

דוקטור זאגט מגייט פאר א סי סעקשען

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 19, 2016 7:31 pm

· #330113
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
דאס איז די איינציגסטע סגולה וואס דו פארשטייסט נישט?
וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט
פארענטפערען תוס' א קשיא אויף רש"י


וואס פארא מין סגולה איז דאס?

וואלווי » דינסטאג אפריל 19, 2016 7:35 pm

· #330114
כונתי: לטעמיך, דער ליטוואקער בן תעירע שתורתו אומנתו וואס פארא מין סגולה איז דאס.

אבער אונז עמך בודאפעסטער בעלע בתים איז גענוג די קביעת עתים אין עין יעקב און משניות כדאמרי חז"ל תורה מגני ומצלי בעידן דעסיק בה ובעידנא דלא עסיק בה

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 19, 2016 8:11 pm

· #330122
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
וואלווי
כונתי: לטעמיך, דער ליטוואקער בן תעירע שתורתו אומנתו וואס פארא מין סגולה איז דאס.

אבער אונז עמך בודאפעסטער בעלע בתים איז גענוג די קביעת עתים אין עין יעקב און משניות כדאמרי חז"ל תורה מגני ומצלי בעידן דעסיק בה ובעידנא דלא עסיק בה

איך האב געהערט די סגולה בשם מהרא"ל צונץ.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג אפריל 19, 2016 8:37 pm

· #330125
מיין פרינטער איז שוין אנגעשטעלט אויף אויטא_פרינט_פה_סח_2... ס'איז שוין כמה פעמים געדשעמט געווארן מיינענדיג אז די תגובות דא זענען 'פה סח 2' און זיך געכאפט שוין עטוואס צו שפעט...

לחץ העלפט נישט געווענליך...
אבער אולי וועט לאך'אטץ העלפן...

mevakesh » מיטוואך אפריל 20, 2016 12:11 am

· #330164
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
כוכב
טייערע ברידער, אלעס גייט ווי געפלאנט, עס דארף פשוט פארענדיגט ווערן לעצט מינוטיגע קלייניקייטן דעם פה סח און וועט ערשיינען אין קומענדיגע צוועלף שעה, בעז''ה.
מיט אנטשולדיגונג פאר שפעטיגן.

על פי חשבון קומט דאס אויס שוין צופריא
גייטס לייגט ענק מען זאל האבן כוח מארגען צו ליינען

סמבטיון » מיטוואך אפריל 20, 2016 12:33 am

· #330168
ווי קען מען גיין שלאפן ווען מען הערט שוין דעם געוויין פונעם נארוואס געבוירענע קינד, מעווארט נאר אריינצוגיין צו קענען זעהן דעם קינד...
נא??? ארויס מיט סחורה.

ביליג » מיטוואך אפריל 20, 2016 1:23 am

· #330175
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
יעדע צען מינוט קוק איך אפשר דאך איז דא עפעס נייעס...
איך דערמאן זיך ווי כ'האב געקוקט אויף די טעקס ריטערען טשעק זאל ווערן געקלערט.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אפריל 20, 2016 1:30 am

· #330177
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון
/

גר ותושב » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:45 am

· #330222
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
15 שעה צוריק האט מען געזאגט און די קומענדיגע 12 שעה.
📎 uploadfromtaptalk1461159868966.jpg

קל וחומר » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:48 am

· #330223
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
אדם טועה בשלש שעות

ביליג » מיטוואך אפריל 20, 2016 10:20 am

· #330240
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
כ'מיין אז @כוכב האט שוין געזאגט 12 שעה +מיט פאר שפעטיגן

ווער ווייסט ווי לאנג דאס קען נעמען

גר ותושב » מיטוואך אפריל 20, 2016 12:54 pm

· #330259
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
.....און מען האט ממש געקענט טאפן די שטילקייט.......

קל וחומר » מיטוואך אפריל 20, 2016 1:35 pm

· #330262
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
מ'קען נאך אריינשיקן אן ארטיקל...?

סביב העולם » מיטוואך אפריל 20, 2016 1:57 pm

· #330264
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
קל וחומר
מ'קען נאך אריינשיקן אן ארטיקל...?


הערסט אויף...

סמבטיון » מיטוואך אפריל 20, 2016 2:16 pm

· #330265
איך פיהל ווי איך עפן אויף מיין פרידזש יעדע האלבע שעה צו זעהן אויב איינער האט שוין אריינגעלייגט עפס עסן...

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 20, 2016 3:58 pm

· #330274
אט אט אידעלעך נאך איין מינוט,

ווארט ווארט עס נעמט לאנג אבער לאנג, נאך לענגער ווי אונז האבן געמיינט און געוואלט, אבער אזוי זעהט אויס ווען מען גיבט ארויס א מעגא אויסגאבע, און עס זענען דא פיל לעצט מינוטיגע זאכן צו ענדיגן, אבער עס וועט שוין לאנג נישט נעמען אי"ה אין די קומענדיגע שעה צוויי וועט דאס אנטפלעקט ווערן פארן פאבליק.

אנטשולדיגט פאר אנציען די סייווי אנגעצויגענע נערווען פאר פסח

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אפריל 20, 2016 4:08 pm

· #330275
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
כוויל שרייבען נביאות.
אנדערע ניקס גיין באלט שרייבען ״אויף דעים האט זיך געליינט צו ווארטן״

א איד » מיטוואך אפריל 20, 2016 4:20 pm

· #330277
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
עס גייט נאך אנקומען די בוק פארמאט נאך פאר יום טוב?

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 20, 2016 4:26 pm

· #330280
פון אמעזאן גלייב איך נישט. ווער ס'קען אויף זיך נעמען צו דריקן אין מאכן אוועליבעל פערטיגע ביכער אין ביגלאייזן אדער/און ערגעץ אנדערש זאל זיך אנרופן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 20, 2016 5:19 pm

· #330289
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
טאמער ס'איז אין די נעקסטע שעה צוויי, און ס'איז נישט דא קיין גרעפסען אויפ'ן וועג, וועט מען עס מארגען קענען קויפען אויף עמעזאן, און ביז יו"ט וועט עס שוין זיין גרייט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 20, 2016 5:33 pm

· #330292
👍 יישר כח! אויף prime?

קל וחומר » מיטוואך אפריל 20, 2016 5:50 pm

· #330293
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
קומט יעצט א באריכט פון די הויכע פענסטער אז רעכניץ האט געאפערט א מאה אלף פארן קונטרס, מ'האלט אינמיטן נעגאושיעיטן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 20, 2016 6:51 pm

· #330300
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
רויטע וואנצעס
:like יישר כח! אויף prime?

יא, די זאכען ווערען אוועילעבעל אויף פריים. מאכט'ס א סערטש פאר kaveshtiebel.com אויף עמעזאן ותמצא נחת

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Bpjew » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:30 pm

· #330309
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
רויטע וואנצעס
פון אמעזאן גלייב איך נישט. ווער ס'קען אויף זיך נעמען צו דריקן אין מאכן אוועליבעל פערטיגע ביכער אין ביגלאייזן אדער/און ערגעץ אנדערש זאל זיך אנרופן.

I need one printed in bp who can do it?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:36 pm

· #330311
ס'גייט זיין אויף עמעזאן בל"נ מארגען צופרי, איך האלט אין מיט'ן ארבעטען דערויף. ס'וועט זיין שייך אויף פריים אויך און אין צוויי טעג איז עס שוין דא. רווחים צו ק"ש אויסצוהאלטען די ארבעט. טאמער איהר קענט, זאלט איהר קויפען פון דארט, און אזוי ארום האבען א חלק אין ווייטער קענען אנגייען מיט'ן ארבעט פון אויסגאבע'ס פון אונזער שרייבער'ס

Bpjew » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 9:53 am

· #330382
צוויי טעג גייט אנקומען שבת, ניין?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:09 pm

· #330400
יא, אלס האט זיך פארשפעטיגט, אבער נישט מצדי

א איד » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:19 pm

· #330403
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
עס איז שוין אויף עמעזאן?

סאשי פיש » פרייטאג אפריל 22, 2016 2:53 pm

· #330523
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
Yu

Bpjew » פרייטאג אפריל 22, 2016 7:11 pm

· #330540
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
יעצט באקומען ברוך השם
בלאט: 1 2 3 4