☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

195 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10327
בלאט: 1 2 3 4

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 2:02 pm

· #327923
עס וועט זיין מעגליך צו ענדיגן די גאנצע קונטרס אין 8 טעג?

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 2:04 pm

· #327924
ווענד זיך ווי שנעל דו ליינסט...

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 2:50 pm

· #327933
דער@שטילע אינגערמאן איז גארנישט אזוי שטיל, ער נעמט זיך אונטער אן ארטיקל, אולי טאקע פון זיין אוצר המנוצר ווער ווייסט...
א דאנק

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 11:35 pm

· #328049
פסח איז א צייט וואס יעדער ווערט א בן חורין, און אפילו די קליינע קינדער ווערן ווי א @קינד_אן_קייט און קענען און וועלן אי"ה שרייבן א ארטיקל, א דאנק.

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 11:37 pm

· #328051
טוב שם טוב משמן טוב, א ספעציעלע ארטיקל מבית מדרשו של הבעל @shem-tov וועט ווערן צוגעשטעלט על צד היותר טוב אי"ה.

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 11:49 pm

· #328056
הנה בא יבוא בעזהשי"ת לשולחן המערכת מאמר חשוב ומיוחד שנכתב ע"י סופרנו הדגול @יאסל ראקאווער הנכתב בטוט"ד ויהיה למאיר עינים, ותשוחח"ל.

נתן מנחם » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 8:54 am

· #328118
שמעקעדיג
עס וועט זיין מעגליך צו ענדיגן די גאנצע קונטרס אין 8 טעג?



אפשר זאל מען מאכען א פאטיציע צוצולייגען א טאג פסח אזויווי אין פראג צו קענען ענדיגען די דיקע אויסגאבע.

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 11:37 am

· #328144
איר האט נאך די מעגליכקייט!!!


צו זיין היינט דער ערשטער נחשון,

ב"ה דער עולם האט זייער ווארעם און ערשטוינענד זיך אנגערופן צום פה-סח 2 קאמפעין מיט צוזאגן ארטיקלען וכדו', אבער עס איז כזורע ואינו קוצר, די דעדליין איז א דעדליין נאר אויב גענוג ארטיקלען קומען אריין פריער, אויב אלע ארטיקלען קומען אן די לעצטע מינוט וועלן געוויסע אולי ארויספאלן און מען וועט קענען ליינען די אויסגאבע נישט אין 8 טעג נאר אין 8 מינוט, ווער כאפט די געלעגנהייט און איז דער ערשטער נחשון.

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

יואב » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 11:47 am

· #328147
איים סארי, אבער א דעדליין איז א דעדליין אן אן אולי אויף ארויסצופאלן.

איך פארשטיי אז מ'מוז אויפקומען מיט שעפערישע מהלכים וויאזוי אונטערצוגארטלען דעם עולם, אזאנע סטראשונגען זענען אבער קינדיש און קאנטער-פראדאקטיוו. העכסטנס מאך דעם דעדליין פריער.

איך עפרישיעט זייער שטארק די צרכי ציבור דא, דאוינט געט מי ראנג. זייער א סך ניקס אבער זענען זייער ביזי פאר פסח, צו שרייבן אן ארטיקל קען נעמען אביסל צייט. נידער מיט דעם לחץ חביבי. מאך אפילו נישט קיין וויץ אז ניקס וואס פלאגן זיך עפעס צו שרייבן שטייען אויס אן "אולי" פון ארויספאלן פון דעם גיליון. נישט שיין.

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 11:49 am

· #328152
איך ברעך מיין גאוה!!!


רבותי יעדע ארטיקל וועט אי"ה אריינגיין, אבער ביטע העלפט אונז און מאכט גרינגער די ארבעט, ווער נעמט די מייק היינט צו ווערן א נחשון?

@יואב קרינא דאיגרתא איהו ליהווי פרוונקא, ביטע

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

כוכב » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 12:46 pm

· #328184
חברה, איך וואלט זייער געוואלט זאגן, אז די רעדאקציע איז אנגעלייגט מיט ארבעט און מ'קען נישט נאכקומען, אבער די ביטערן אמת איז נישט אזוי, דער גראפיקער זיצט אן א שטאך ארבעט, כ'האב אים געהייסן וואשן די פענסטער און ארויסגיין מיך קויפן א סנעפעל, כהלכות גוברין יהודאין אז מ'לאזט נישט אן ארבעטער אטעמען פאר א רגע כמימרא, אבער קיין לעק ארבעט איז נישטא.
חברה איך בעט ענק, איך ציטער פון די לעצטע פאר טאג, איך זע פאר א קאשמאר מיט ארבעט, הבטחות איז נישט גענוג, טוטס מיר א פערזענליכע טובה, איך ברעטשע צו ענק, זייטס יעדער א נחשון, שיקטס שוין די ארטיקלען איך זאל קענען אנקומען מיט די ארבעט בעוד מועד.
ווער שיקט היינט זיין ארטיקל? רופט דיך אן הויעך!!!

mevakesh » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 1:02 pm

· #328187
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
אי"ה היינט

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 1:19 pm

· #328194
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
איך האב צוויי ארטיקל'ן שוין במהדו"ק. איך דארף נאר איבערקוקען. האפעדיג וועט איינער אנקומען מארגען.
וכאן המקום לפרסם. טאמער אלס וועט זיין באצייטענס, וועל איך קענען ארויפלייגען די זאך אויף עמעזאן צו קויפען פאר פסח. אזוי וועט מען עס קענען האבען געדרוקט אין א קונטרס, נישט סתם פאפירען. מ'פלאנט נישט צו מאכען קיין גרויסע רווח (דאס וואס יא, איז פאר ק"ש, נישט פאר מיר פערזענליך) דערפון און ס'עט זיין א געשמאק. אבער מ'דארף כאפען די דעדליין, אנדעריש וועט עס נישט זיין גרייט פאר זיי עס צו האבען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 1:52 pm

· #328197
די פה-סח 2 רעדאקציע באדאנקט זיך פון טיפן הארץ פאר ידידנו @mevakesh פאר זיך אנרופן ווארעם צו אונזער בקשה און זיין דער היינטיגער נחשון, ווער איז צווייטער?

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 4:09 pm

· #328229
א דאנק כ"ק אדמו"ר (לשעבר) מקאווע שטיבל פאר זיין דער צווייטער נחשון היינט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 4:41 pm

· #328234
כוכב
דער גראפיקער זיצט אן א שטאך ארבעט, כ'האב אים געהייסן וואשן די פענסטער און ארויסגיין מיך קויפן א סנעפעל, כהלכות גוברין יהודאין אז מ'לאזט נישט אן ארבעטער אטעמען פאר א רגע כמימרא

😂 😂 😂 😂

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 5:02 pm

· #328240
ווען עס רעגנט גיסט, אונז האבן שוין פאר היינט אונזער ליטפישער ידיד @ליטוואק פון בודאפעסט איז דער דריטער נחשון פאר אן ארטיקל היינט, א דאנק, ווער איז דער פערטער נחשון?

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

סמבטיון » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 5:20 pm

· #328242
איך שיק דיר שוין אריבער מיינע ווערק

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 5:26 pm

· #328243
שוין ממש א מבול, ב"ה, @סמבטיון רוהט נישט א ראיה אז עס איז נאך נישט שבת, וועט איז דעם משלים צו חמשה חומשי תורה?

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

כוכב » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 8:38 pm

· #328267
איך דארף א טייפיסט, איז דא איינער וואס קען זיך אנטראגן פשוט אפצוקלאפן אן ארטיקל פון א געשריבענעם צעטל? טאמער יא זאל ער זיך אנרופן.
אויך דארף איך בילדער פון בערל ווייס ע"ה פון לאס אנזשעלעס, איז דא איינער וואס האט בילדער, צוטריט צו בילדער, וכדו', זאל ער זיך אנרופן.
אדאנק

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 8:43 pm

· #328268
מען מעג קיינעם נישט אונטער שאצן, ווייל @א איד האט א הויכע נשמה און ווערט דער 5'טער שולח פון א ארטיקל היינט, ווער איז דער מוסיף והולך צו זיין מידת יסוד דער 6'טער?

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 8:48 pm

· #328273
@כוכב, בערל ווייס לעבט נאך. מיינסט משה ווייס די פאטער?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 8:50 pm

· #328274
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 8:51 pm

· #328275
אה, פון ונבנתה'ס בילד זעה איך רעדסט פון יענע בערל ווייס.

נאך פון גוגל.

פרייוויליג » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 10:50 pm

· #328290
מיין ארטיקל איז ביים שוועל פון גמור, איך דארף עס נאך מגיע זיין, און איך האף ביז אפאר טעג וועט זיך די בלתי טיילן פונעם מוגע.

mevakesh » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 11:04 pm

· #328291
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
מען דארף מגיה זיין דיין מגיע...

פליקער » פרייטאג אפריל 8, 2016 3:15 pm

· #328367
איצט געשיקט עטליכע ווערטער, לכאורה קען עס נישט בשם ארטיקל ווערן אנגערופן, נאר ווי קען איך מיך זעצן צים סדר און פליקער וועט נישט אין פה סח II,
על כן בקשתי מאך עפעס מיט מיין אימעיל צי <!-- e --><a href="mailto:shternks@gmail.com">shternks@gmail.com</a><!-- e -->

בעל מדות » פרייטאג אפריל 8, 2016 5:32 pm

· #328393
נארוואס אריינגעשיקט מיין פאעזיע-ביישטייערונג פארן פה-סח. מיטן נאמען "לאמיך אפ".

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 8, 2016 5:51 pm

· #328397
צוויי פערד שלעפן בעסער 🙄 🙄 איך האב מורא געהאט צו בעהן איין נחשון היינט אין די פארנומענע פרייטאג ערב פסח טעג והנה און נון האבן מיר צוויי, א ריזן דאנק @פליקער און @בעל מדות

כוכב » זונטאג אפריל 10, 2016 10:50 am

· #328514
איז דא איינער וואס רעכנט אריינצושיקן היינט זיין ארטיקל? טאמער יא זאל ער זיך אנרופן.
חברה ס'זונטאג היינט, דער עולם גייט ליידיג, געב א מאך אריין א טובה, און קלאפ אפ דיין ארטיקל,
היינט...
שוין...
יעצט...

נאך א נקודה: פאריאר האט מען זיך די לעצטע מינוט דערמאנט, איבער צושטעלן פיקאפ לאקאציעס וואו דער עולם זאל קענען אפנעמען א פריש געדרוקטע פה סח, טאמער איינער קען זיין בייהילפיג אין דעם הינזיכט זאל ער זיך אנרופן אין אישי. א דאנק.
(א פשוטע עצה, טאמער איינער האט שייכות מיט א קאפי סטאר, און קען אפשמועסן מיט אים, אז מ'שיקט אים אריין די פייל, און ער וועט באשטימען א פרייז וויפיל סקאסט צו פרינטן און בינדן, (מקען מאכן פארשידענע סייזעס און קאלירן) און ווער ס'וויל וועט מען אהינשיקן, ער וועט ארויסזאגן די מעזשיק ווארט פה סח און יענער וועט שוין וויסן וואס צו טון, וכדו'.)
פאריאר האט איינער געשריבן אז פה סח ווערט פארקויפט אין ביגלאייזנס, טאמער איינער ווייסט מער פון דעם זאל ער קומען אין אישי, אדאנק.

געוואלדיג » זונטאג אפריל 10, 2016 11:03 am

· #328518
למה נקרא שמה חסידה, שעושה חסד עם חברותיה, והבן.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 10, 2016 11:27 am

· #328523
איך האב נאך א שטיקל ארויפצולייגען, וואס איך האב שוין געשריבען אלס א תגובה ערגעץ אין אן אשכול, אבער יעצט קען איך עס לייגען מיט בילדער אז ס'וועט זיין לייכטער צו פארשטייען. איך דארף נאר אבער איינער וואס קען מיר מאכען קלארער בילדער פון קאטשקעריי וואס איך האב געמאכט. איך זוך איינער וואס קען מיר זאגען א פראגראם וואס קען מאכען דיאגראמ'ס פון קידוה"ח מאלעריי, ענדליך צו די וואס געפונען זיך אין ספר שקל הקודש פון ר' חיים קניבסקי.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 10, 2016 7:31 pm

· #328590
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
וויפיל האט דעמאלס געקאסט צו קויפען די פה-סח פון די פיקאפ לאקאציע'ס?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליפא » זונטאג אפריל 10, 2016 8:10 pm

· #328600
די סוכות נומבער האט געקאסט צען דאלער ביי בגלאייזן

כוכב » זונטאג אפריל 10, 2016 10:32 pm

· #328620
עס האט זיך פארמירט א גרופע שרייבערס (נישט פארטוישן מיט די פאראייניגטע קאליציע פון די סאציאלע אידישע ווינקל שרייבערס) וואס גרייטן זיך אפצושרייבן דברי הערכה נאכ'ן אומפארגעסליכן אדמו"ר מגאלדנגעיט זצ"ל וועלכער איז נארוואס אוועק צום אייביגן רו.
ווער עס קען אנטיילנעמען אין דעם פראיעקט און האט סיי וועלכע זכרונות פון רבי'ן זצ"ל אין די געזונטע יארן איז געבעטן צו קומען אין אישי. אדאנק.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 11, 2016 3:02 pm

· #328714
עס איז שטיל ווי אן בית החיים, וועקט אייך אויף, ווער שיקט אריין א ארטיקל היינט?

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

ליפא » מאנטאג אפריל 11, 2016 3:09 pm

· #328715
-/

סמבטיון » מאנטאג אפריל 11, 2016 3:12 pm

· #328717
אז כוכב וועט ברענגן עפעס נייעס פונעם רעדאקציע טישל, וועט דער עולם זיך אויפוועקן. ווי איז ער? מען הערט נישט קיין שום באריכט ווי מען האלט ערגעץ אין די וועלט.

כוכב » מאנטאג אפריל 11, 2016 3:14 pm

· #328718
פרייהייט, פרייהייט, ווער וויל פרייהייט?
ווי א בת קול פון ווייטען עואראקעאן, א ווידערקול פון די פארבארגנסטע ספיסיס און פאסילס, הערט זיך די שטימע פון פרייהייט!
ליכט יארן פון ליכטיגקייט וועלן באשיינען דעם פה-סח II מיט א @יאיר'דיגן אור. דארווין מיט די גאנצע חד גדיא וועלן זיך איבערדרייען אין קבר מיט אן איינמאל פאר אלעמאלדיגער ערקלערונג איבער די באדייט פון פרייהייט.

א איד » מאנטאג אפריל 11, 2016 5:59 pm

· #328768
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
וואס איז נייעס אין די רעדאקציע?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 11, 2016 6:57 pm

· #328775
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
האסט שוין אריינגעשיקט דיין הבטחה?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

א איד » מאנטאג אפריל 11, 2016 8:05 pm

· #328779
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
ווער?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 12, 2016 12:53 pm

· #328837
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
דו! האסט דאך צוגעזאגט!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

כוכב » דינסטאג אפריל 12, 2016 1:18 pm

· #328839
כהאב נישט קיין צו אפדעיטן דעם עולם רעגלמעסיג, העמיר עס מאכן גאר אין קורצן.
די רעדאקציע האט שוין ערהאלטן אסאך שיינע ארטיקלען, און נאך פיל מער זענען אין וועג צו קומען. דער גראפיקער ארבעט נעבעך איבערמידליך, ער האט נישט געוואוסט אין וואס איך טינק אים אריין.
מ'האמיר א געטרייע שטאב פון מגיהים און עדיטארס אנגעפירט דורך ר' @געוואלדיג, דאס נעמט אריין @שמעקעדיג, @אנאנים, @ונבנתה העיר, @רויטע וואנצעס, און נאך. גלייבטס מיר זיי ארבעטן שווער און איך בין נישט קיין לייכטער בעל הבית. גיטס זיי אלע א סטענדיג אוועישאן (אידישע איבערטייטש: א לייק פאר מיך).
די ארטיקלען זענען מאסיוו מאסיוו און נאך מאסיווע ארטיקלען זענען אין פייפליין. איך בעט ברחמים נישט צו ווארטן אויף די לעצטע מינוט און זיך צואיילן, כהאב נישט קיין צייט צו שרייבן שיינע קונצליכע מעסעזשעס אויפצוהייטערן די געמיטער, אבער ביטע האטס רחמנות און ווארטס נישט אויף די לעצטע מינוט.
אזוי אויך ווער עס וויל זיך אנרופן מיט א נדבה, זאל וויסן אז די קאסע איז ברייט אפן און לויט די הכנסה וועט מען קענען נעמען מער שריט צו פארשענערן און פארבעסערן דעם פריקן "פה סח 2". (אין לייכטע איבערזעצונג: מיין ווייב וויל א נייע קאוטש אויף פסח, שיקטס אריין א ברייטהארציגן נתינה.)

שטילע אינגערמאן » דינסטאג אפריל 12, 2016 1:21 pm

· #328841
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
כוכב ביסט עפעס ציקער זיס, פערעפקט אין א ביטערע טאג

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 12, 2016 2:11 pm

· #328853
כוכב
כהאב נישט קיין צייט


פיינע נייעס די סנעפל בלייבט פאר'יתום'ט אויפן טיש.

וואלווי » דינסטאג אפריל 12, 2016 2:56 pm

· #328861
געשיקט

א איד » דינסטאג אפריל 12, 2016 3:23 pm

· #328868
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
ליטוואק פון בודאפעסט
דו! האסט דאך צוגעזאגט!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


קוק ווייטער

מען מעג קיינעם נישט אונטער שאצן, ווייל @א איד האט א הויכע נשמה און ווערט דער 5'טער שולח פון א ארטיקל היינט, ווער איז דער מוסיף והולך צו זיין מידת יסוד דער 6'טער?<br /><br />#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

פון דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/328268">viewtopic.php?p=328268#p328268</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 12, 2016 3:36 pm

· #328871
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
טאמער געוואלדיג קען אונז געבען צוויי נקודות, וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
א. וויפיל ארטיקלען זענען שוין דא?
ב. וויפיל דפים איז עס סך הכל אין וואורד?
נאר אלס א פארשפייז.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 12, 2016 3:37 pm

· #328872
האפנטליך וועט שפעטער קומען א אפדעיט אויף די נקודות
בלאט: 1 2 3 4