☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

195 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10327
בלאט: 1 2 3 4

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 12, 2016 3:39 pm

· #328873
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
פאר'ן עולם וועל איך מיטטיילען וואס איך האב געשריבען צו ערוועקען די תאווה.
א. א מאמר אויף די היינטיגע פאליטיק. מיין מיינונג אויף וואס טוט זיך.
ב. א מאמר אויף הרב שך.
ג. מיין שטיקל תורה אויף הלכות קידוש החדש מיט א פשט אויף די יוצרות לפרשת החדש, באגלייט מיט דיאגראמ'ן לשבר את העין.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

כוכב » דינסטאג אפריל 12, 2016 3:43 pm

· #328874
זאגטס נישט אויס אלע סודות. האלטס א סורפרייז.

מור וקציעה » דינסטאג אפריל 12, 2016 4:15 pm

· #328881
ליטוואק פון בודאפעסט
פאר'ן עולם וועל איך מיטטיילען וואס איך האב געשריבען צו ערוועקען די תאווה.
א מאמר אויף הרב שך.


וועל מיר צו ווארטען און זעהן אויב מהאט דארט געקאווערט די יארען וואס ער האט געדינט אלס ר''מ בקרלין אדער ווען ער האט געדינט אלס ר''מ ביי ישיבת הרב עמיאל אין ת''א, בכלל קוקט מיר אויס אז אין די יונגע יארען איז ער געווען מער טאלעראנט פון אנדערע

אגב פון וועלכע יאר(ן) איז די פאספארט בילד פון זיין ווייב אן א שייטעל?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 12, 2016 4:17 pm

· #328882
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
איך האב נישט באשריבען די היסטארישע חלק גרונטליך. און די ארץ ישראל שטעלער'ס איז ביי מיר לוטה בערפל. ער איז געווען אין ישוב און ביי הרב עמיאל און איך האב געזען נאך צוויי פלעצער. עכ"פ נישט צו דעם האב איך געצילט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:09 pm

· #328891
טיילווייזע אפדעיט
אקעי צייט פאר א טיילווייזע אפדעיט

אין די רעדאקציע צימער טוהט זיך אויף טישן און בענק, ארטיקלען פליסן אריין ב"ה ווי וואסער אין א בעיסמענט, דער גראפיקער פראבירט צו נאכטוהן דעם בני יששכר און טוהן אפאר זאכן אויף איין מאל צו נאכקומען די פלייץ פון ארבעט, די מגיהים מוטשען זיך דערווייל מיטן ריכטיגן אויסלייג פון די ליטווישע ישיבה, צו פוניבז', פאנעוויטש, פאנאוויעז, פוניבוז‎, פּאָנעװעזש‎, פאנעמייעש‎, פאנעוועזש‎, פאנישמענט, phony witch, מען האלט אינמיטן פארהאנדלען צווישן אלע זייטן, כוכב לעבט און טיילט באפעלן זיצנדיג אויסגעצויגן אויפן בענקל,

עס איז שווער צו געבן א שאצונג פון וויפיל זייטן עס וועט זיין, עס ווענד זיך אין די איבעריגע ארטיקלען וואס דארפן נאך אריין קומען, און אזוי אויך אינעם גראפיקער'ס אויסשטעל, דא איז א ליסט פון אלע ארטיקלען וואס זענען שוין אריין געקומען אינעם מערכת קאושער פאון סיסטעם

1. @ונבנתה העיר – 3 ארטיקלען
2. @אנאנים
3. @גראפיקער
4. @א איד
5. @סמבטיון
6. @בת קול
7. @אנאנים
8. @מבקש
9. @בעל מדות
10. @פליקער
11. @געוואלדיג
12. @ליטוואק פון בודאפעסט – 3 ארטיקלען
13. @אנאנים
14. @בר-כוכבא
15. @רויטע וואנצעס
16. @וואלווי
17. @פרייוויליג
18. @נהורא נפישא
19. @שטילע אינגערמאן

מי רואה את אלו שולחים ואינו שולח?!

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:14 pm

· #328896
געוואלדיג
די מגיהים מוטשען זיך דערווייל מיטן ריכטיגן אויסלייג פון די ליטווישע ישיבה, צו פוניבז', פאנעוויטש, פאנאוויעז, פוניבוז‎, פּאָנעװעזש‎, פאנעמייעש‎, פאנעוועזש‎, פאנישמענט, phony witch, מען האלט אינמיטן פארהאנדלען צווישן אלע זייטן,

וואס איז טאקע די ריכטיגע אויסשטעל? איימיצער ווייסט?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:26 pm

· #328906
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
Phony witch

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שטילע אינגערמאן » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:44 pm

· #328910
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
פארשטייסט? כוכב אליין איז נישט אויפן ליסטע, ער רידערט צאם אין ער אליין שרייבט נישט ווען ער האט א פעדער פון גאלד.
בחינה ווי די רב וואס האקט קעגן אייפאון אבער ער האט א געלעקסי אין טאש.

פרייוויליג » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:46 pm

· #328911
@געוואלדיג איך האב נארוואס submitted מיינע ארטיקלן

א איד » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:49 pm

· #328912
@כוכב קום אריין ווי ניד יורס טו.....

יודישע שרייבער » דינסטאג אפריל 12, 2016 6:00 pm

· #328916
ביז ווען קען איך נאך אריינשיקן א שטיקל (אדער אפאר שטיקלעך...) פאעזיע?

כוכב » דינסטאג אפריל 12, 2016 6:09 pm

· #328918
זונטאג
בעסער ווי פריער.

כוכב » מיטוואך אפריל 13, 2016 11:50 am

· #328971
ישר כח @הוגה, די וועלט וועט ווערן א בעסער ארט, און אונזער פלאנעט וועט אפשר האבן א צוקונפט.

בן אדם » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:12 pm

· #328974
סאו מ'מעג יא אויסזאגן?

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:24 pm

· #328976
ניין

פליקער » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:36 pm

· #328981
כוכב
ישר כח @הוגה, די וועלט וועט ווערן א בעסער ארט, און אונזער פלאנעט וועט אפשר האבן א צוקונפט.

אויב מען וועט זיך שנעל נעמען טיען צו די זאך, אדער אויב משיח קומט זאפארט, איינס פון די דריי

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:43 pm

· #328982
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
פון @כוכברעדט ער פון אונזער פלאנעט! די פלאנעט'ן שטייען ביזדערווייל וויכטיגע ווי די פלאנעט'ן, הגם אז די אלע דרייער'ס האבען נאך נישט באוויזען אזא ארבעט ווי דיינס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 13, 2016 4:57 pm

· #329025
אפדעיט
ווי האלטן מיר היינט?

איז אזוי, @כוכב איז ברוגז אז מען רעדט פון איהם, ער ארבעט פונקט די וואך אויף ענוה, חברים האבן דערווייל נאך נישט מצליח געווען צו אפשטעלן די ארטיקלען פארפלייצונג, היינט איז געווען אויפן טאג ארדענונג אין חדר המערכת, מעסטונגען צווישן טעלפאון בוקס און פה-סח 2 וואס איז ארויסגעקומען אלס געווינער זייענדיג דיקער אפילו פון די consumer adviser מיט דריי צענטליך פון א אינטש,

היינטיגע ארטיקלען וואס זענען אריין געקומען זענען ווי פאלגענד

20. @יאסל ראקאווער
21. @קאך_לעפל
22. @קאצקע ציקער
23. @זבולון
24. @הוגה

רבותי שטעלט נישט אפ די פארפלייצונג

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 13, 2016 5:12 pm

· #329027
25. פרייוויליג - ארטיקל #2

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 13, 2016 5:42 pm

· #329029
אונז ערווארטן נאך ארטיקלען פון

אויבערלענדער חכם
בענדזשעמין פרענקלין
יואב
בערל בעלעגאלע
סאו וואט
פלאוויוס
העניך
קל וחומר
איש עברי
גאנצל
קינד אן קייט
שם טוב
יאיר
ר' שלמה אבן גבירול

סמבטיון » מיטוואך אפריל 13, 2016 5:53 pm

· #329030
נישט געוויסט אז מען קען אריינשטעלן 2 ארטיקלעך. גיימער זיך נעמען צום עבודה

יעקב מענטש » מיטוואך אפריל 13, 2016 6:10 pm

· #329031
לויט די סכום ארטיקלעך, קוקט אויס ווי ס'וועט זיין דער דיקסטער קונטרס, ריכטיג ?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 13, 2016 6:22 pm

· #329032
מהאוכל יצא מאכל ומהעז יצא מתוק.

פון דער שרעק פונ'ם פארמאכען ק"ש, האט מען זיך אזוי געכאפט אז מ'האט זיך אריינגעטוהן אינ'ם ענין פון פה סח ביתר שאת.

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 13, 2016 8:38 pm

· #329060
יעקב מענטש
לויט די סכום ארטיקלעך, קוקט אויס ווי ס'וועט זיין דער דיקסטער קונטרס, ריכטיג ?


געוואלדיג
מעסטונגען צווישן טעלפאון בוקס און פה-סח 2 וואס איז ארויסגעקומען אלס געווינער זייענדיג דיקער אפילו פון די consumer adviser מיט דריי צענטליך פון א אינטש,

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 13, 2016 8:41 pm

· #329061
אונז ערווארטן אויך א ארטיקל פונעם איש האשכולות @ברסלבער

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 13, 2016 8:49 pm

· #329062
אזוי אויך האפן מיר צו ערהאלטן ארטיקלען פון די פאלגענטע טובי הכותבים שבמחנינו

אפטעמיסט‎
קאווע טרינקער‎
לאשיצער
עזריאל‎
דעת תורה‎

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 13, 2016 9:08 pm

· #329067
דער גערויש פון די מערכת האט אויפגעוועקט @בן נריהו פון זיין טיפען שלאף און ער וועט פארציילן וואס עס האט זיך איהם גע'חלום'ט.

יעקב מענטש » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:18 pm

· #329166
איך זעה אז לעיקוואד שרייבט נישט אריין קיין ארטיקל.

איינער זאל אים זאגן אז קיינער זוכט אים נישט און קיינעם גייט נישט אן וואס ער פלאנט צו שרייבן, אולי ירחם....

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:17 pm

· #329230
נאך אן אפדעיט
היינט האט זיך געטוהן אויף טישן אין אויף בענק עס האט געהערשט א צומישעניש צעווישען אויווען אויבען אין אויבן אדער גאר אויוון, יעדער האט זיך געהאלטן און זיין מיינונג עס איז כמעט געפלויגן פעטש,

די גוטע נייעס איז אז נאך צוויי טעג ארבעטן האבן חברים מיט די הילף פון שומרים מצליח געווען צו אפשטעלן די פלוס פון ארטיקלען אין נאר איין איינציגע ארטיקל איז אריינגעקומען היינט און די אפיס, די נישט גוטע נייעס איז אז זונטאג נאכט איז די דעדליין אין ווי באוואוסט איז כוכב א יעקע אין ווער עס וועט אריינשיקן זיין ארטיקל זונטאג נאכט 12:00:01 וועט זיין ארטיקל שוין ווערן אוועקגעלייגט אויף פה-סח 3,

ביטע איילט אייך אונטער און שיקט אריין אייערע ארטיקלען וואס פריער, "די דעדליין איז זונטאג נאכט 12:00:00 פונקטליש"

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:27 pm

· #329234
איך בין כמעט געווארן אפגעזאגט פון מיין דזשאב פאר מיין טעות,

"די דעדליין איז זונטאג 'מיטאג' 12:00:00 פונקטליש"

כוכב » פרייטאג אפריל 15, 2016 1:19 am

· #329284
א. שמעו נא רבותי רבנים דיינים מומחים, איך גיי זיין ברוטאלי אננעסט מיט ענק, איך ווייס נישט וואס געוואלדיג ווייסט, אבער איך האב היינט נישט ערהאלטן קיין איין איינציג ארטיקל פאר קיין רפואה נישט. און דאס איז נישט נארמאל. איך מוז האבן אלע ארטיקלען אויף מיין דעסק אין צייט, אז נישט קען איך נישט אנגיין.
ב. די רעדאקציע וועט מוזן שליסן די טירן זונטאג צוועלף אזייגער מיטאג שארף, איך בעט די אלע שרייבערס וואס האבן זיך אונטערגענומען צו אהערשטעלן ארטיקלען זאלן זיין אן עומד בדיבורם און זען צו כאפן דעם דעדליין.
ג. חברה, איך זאג אייך ס'קומט אן אויסגאבע בעז"ה וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, און איר ווילט נישט פארפאסן די געלגענהייט אז אייער ארטיקל זאל דארט ערשיינען און ווערן געליינט דורך טויזנטער אידן.
ד. בקשה: טאמער איז דא איינער וואס האט סיי וואס פארא אן עקספערטיז מיט אימעיל-בלעסטס, ביטע קומען אין אישי.
ה. די אלע נדבנים ווערן געבעטן אריינצושיקן זייער נדבה ווי פריער.
ו. ווער ס'האט זיך נאכנישט אנגערופן און האט די יכולת ארויסצוהעלפן מיט געלט, זאל קומען אין אישי.

פליקער » פרייטאג אפריל 15, 2016 12:09 pm

· #329338
כוכב באריאיג זיך היינט איז אפריל 15 טעקס דעי,

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 15, 2016 1:28 pm

· #329346
ריכטיג, היינט איז די דעדליין פאר די חסידישע עולם, פאר די אלגעמיינע באפעלקערונג איז דאס געווען מיט צוויי חדשים צוריק.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 15, 2016 1:30 pm

· #329347
נו, צו וועמען מיינסטו רעדט מען דא?

שטילע אינגערמאן » זונטאג אפריל 17, 2016 12:34 am

· #329458
עורו עורו משנתכם. וויניגער ווי 12 שעה געבליבען.
רבותי, נעמטס ארויס די רויע טייגלעך פונעם דרעפטס אין שיקט אפ צו כוכב, געבט שטילע א שמחת יו״ט.
ווער סשיקט נעקסט זיין ארטיקעל צו כוכב זאל זיך מעלדן דא, כוועל עיהם באלוינען מיט א זאך וואס כגעב נישט אזוי אפט

כוכב » זונטאג אפריל 17, 2016 1:26 am

· #329463
ווער עס רעכנט נאך אריינצושיקן אן ארטיקל צו דער רעדאקציע, זאל זיך ביטע אנרופן, מיר זאלן וויסן מי ומי ההולכים.
אדאנק.

נהורא נפישא » זונטאג אפריל 17, 2016 2:37 am

· #329475
שש, דו ווייסט שוין וואס דער שתקן גייט די געבן, איך מיין ער גייט דיר געבן משתוקא בתרין.

פליקער » זונטאג אפריל 17, 2016 11:21 am

· #329492
שש קוק צי ווי מיר בענקען, נאר מרמז געווען אז דו שרייבסט, ננישט געזאגט נאך גארנישט, און באקומען מער לייקס ווי מיין גאנצע ארטיקל וועט קריגן, או נא לנו כי חטאת

בן אדם » זונטאג אפריל 17, 2016 12:06 pm

· #329514
לאזט'ס מיר וויסן ווען ס'איז שוין 12:00 א דאנק

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 17, 2016 12:10 pm

· #329516
פארמאכט!


אלע נייע ארטיקלען וועט מען מסתמא מוזען לאזען ביז תשע"ז.

כוכב » זונטאג אפריל 17, 2016 12:14 pm

· #329518
ליטוואק קיינער האט דיר נישט געבעטן צו רעדן אין מיין נאמען.

די רעדאקציע איז אפיציעל געשלאסן, און קיין גאראנטיע איז מער נישט פארהאן, אבער א פתח פתוח כחודו של מחט איז נאך יא פארהאן, פאר לייטזעליגע זאכליכע ארטיקלען וואס וועלן אנקומען צו דער רעדאקציע אין די קומענדיגע שעות.

#מ'מאכט_שוין _צו_די_קאך,_ס'וועט_נישט_זיין_קיין_טשאלנט_מער

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 17, 2016 12:16 pm

· #329519
איך האב געמאלדען נייעס, נישט אויסגערופען קיין ווארענונגען. איך בין א גראדע ליטוואק, איך האב געמיינט א צייט איז א צייט....

איך בין געווארען זייער עקסייטע"ד אז מ'האלט שוין ביים נעקסטער שטאפעל. טאמער איך האב עפעס נישט ריכטיג געטוהן, בעט איך אייך איבער

פליקער » זונטאג אפריל 17, 2016 1:33 pm

· #329535
ליטטוואק, פאר יעדע ווארענונג פון כוכב האסטו אריין געשיקט שנעל נאך אן ארטיקל, נישט אזוי

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 17, 2016 1:38 pm

· #329537
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
ביז איך האב געכאפט אז איך קען אליינס ווארענען......

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 18, 2016 11:02 am

· #329692
לטובת הרבים, האב איך ארויפגעשטעלט דער פאראיאריגע פה-סח אויפ'ן אינטערנעט צו קויפען א געדרוקטע. קוקט'ס דא פאר מער דעטאלען.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 18, 2016 9:30 pm

· #329855
איך בין באורד, אלע ארטיקלען זענען שוין אין, איך האב שוין נישט וועמען צו נאכלויפן, יעצט איז די ארבעט פונעם גראפיקער, און ווען איך זאג ארבעט מיין איך טאקע ארבעט, עס איז אריינגעקומען א געוואלד מיט ארטיקלען פון אונזערע בעסטע און געלונגענסטע שרייבער (ד.מ. יעדער איינער) אויף אלע נושאים און אלע מקצועות, אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן, עס געפונט זיך דארט סיפורים, ענינים, הגות, דעות, אקטואליע, ועוד סורפרייזעס,

און וועט אי"ה אויב אלעס גייט כשורה מארגן דינסטאג זיין אוועילעבל


#יחי_קאווע_שטיבל

קל וחומר » מאנטאג אפריל 18, 2016 9:35 pm

· #329858
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
הארעי!!,
#קענט_וועיט_טו_ריעד_איט.

אין דעם געלעגנהייט (אויך מיר א געלעגנהייט...) וויל איך זיך מתנצל זיין פארן נישט מקיים פסק זיין מיטן אריינשיקן אן ארטיקל, האמת אגיד, כ'האב אנגעהויבן 'פינף שטיק' ולא אסתייע מילתא צוליב טעכנישע סיבות, אבער האפענטליך וועלן זיי נאכפאלגן בקרוב.
Well make up for it!

קאצקע ציקער » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:39 am

· #329898
וואס מיינט טעכניש?

בן אדם » דינסטאג אפריל 19, 2016 8:47 am

· #329933
איך האב אויך געהאט עפעס שוין כמעט גרייט אריינצושיקן אבער היות מיר האלטן יעצט בפרוס חג המצות ולאכול פאטעיטעס בדיצות האב איך מיר נישט געקענט גענוג צאמנעמען ולא איסתייעא מילתא.

עצה טובה קמ"ל אז קומענדיגע יאר, פאר אזוינע זריזים ווי מיר, זאל מען שוין מעלדן ט"ו בשבט, אזוי עט די אשת חיל נישט מוזן כסדר איבערהאקן די הייליגע עבודה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 19, 2016 11:57 am

· #329996
נו, לאמיר שוין זען
בלאט: 1 2 3 4