☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

195 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10327
בלאט: 1 2 3 4

כוכב » מוצ"ש אפריל 2, 2016 9:29 pm

· #327325
שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
מיט פרייד און לויב צו השי"ת טו איך עפענען די טויערן פון די רעדאקציע צו "פה-סח 2" מיט כבוד, אונטער אונזער סלאגאן: דאס פרייהייט פון ווארט! כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', די קאווע שטיבל אויסגאבע וואס וועט אי"ה ערשיינען צום יום טוב פסח תשע"ו.
פאלגנד זענען די פלענער פאר'ן סוקסעס פונעם קאמפיין:

1. די רעדאקציע נעמט אן ארטיקלען פון דער מינוט, ביז זונטאג שבוע שחל בו. אן ארטיקל וואס וועט אנקומען נאכ'ן דעדליין קענען מיר נישט גאראנטירן אז עס וועט אנגענומען ווערן. אן קיין ארטיקלען איז נישטא קיין אויסגאבע, ביטע נעמט דאס נישט פאר לייכט און מיר קוקן ארויס פאר די מיטארבעט פון אלע אונזערע חברים זיך צוצושטעלן און אריינשיקן ארטיקלען.

2. ווי פריער אלס בעסער, שטופט נישט אפ פאר די לעצטע מינוט, שיקט שוין אריין אייער ארטיקל, וועלן מיר עס קענען שיין אויסשטעלן און מגיה זיין.

3. די אויסגאבע וועט ערשיינען אי"ה מיטוואך שבוע שחל בו, אין א ווירטואלן פארמאט גרייט פאר א דאנולאוד, פאר גענצליך אומזיסט.

4. אן ארטיקל וואס נויטיגט זיך אין הגה וועט איבערגעגעבן ווערן פאר איינער פון אונזערע געטרייע חברי המערכת צו מגיה זיין, איר קענט פארלאנגען צו זען אייער ארטיקל נאכ'ן הגה.

5. מיר טוען זיך באדאנקען פאר'ן אנאנימער גראפיקער וואס האט אונטערגענומען די מלאכה הכבידה צו טוען די גראפיקס, מיר בעטן אבער אלעמען צו פארשטיין די סענסיטיווקייט פון די צייט, און אריינשיקן אלע ארטיקלען ווי פריער.

6. ארטיקלען מיט בילדער אדער דאקומענטן וועלן שיין און פראמינענט אויסגעשטעלט ווערן, אבער ווי ערווענט, ווי פריער עס ווערט ערהאלטן דורך די רעדאקציע, אלץ מער ערפאלגרייך קענען מיר זיין.

7. די רעדאקציע האט מינימאלע קאסטן, מיר בעטן די פאריעריגע דאנארס און סיי ווער ס'האט די מעגליכקייט זאל זיך אנרופן ווארעם און אנטיילנעמען אין די הוצאות.

8. אלע נדבות קען מען שיקן דורך פעי-פאל אויף <!-- e --><a href="mailto:kaveshtiebel@gmail.com">kaveshtiebel@gmail.com</a><!-- e -->

9. אריינצושיקן ארטיקלען קען מען צו מיר אין אימעיל אויף shternks עט גמעיל. ביטע נישט שיקן ארטיקלען אין אישי נאר אין פאל פון בדיעבד.

10. פאר אלע אנגעלגענהייטן בנוגע דעם אויסגאבע קען מען זיך ווענדן צו מיר אדער צו @געוואלדיג וועלכער איז א געטרייע שותף אין די ארבעט.
געוואלדיג וועט זיך פארבינדן מיט אלע שרייבערס פון פאריאר צו בעטן ארטיקלען, אזוי אויך מיט די נדבנים, ביטע אים אויפנעמען בסבר פנים יפות.

11. וויכטיגע נקודה: מיר צילן אהערצושטעלן אן ערשטקלאסיגע און רייכע אויסגאבע און מיר פארלאזן זיך אויף אונזערע מיטגלידער צו פארשטיין וועלכע ארטיקלען פאסן אריין אין אזא אויסגאבע. ביטע זיך האלטן צו טעמעס פון יהדות, השקפה, טעכנאלאגיע, וויסנשאפט, מוזיק, קורת ימי הדורות, הומאר, היסטאריע און אנשי שם, און נאך, אבער נישט קאנטראווערסיע, אדער סיסטעם באקלאגענישן א.ד.ג.

12. אן ארטיקל וואס וועט ערשיינען אויף קאווע שטיבל פאר'ן גיין צום דרוק, וועט אויטאמאטיש דיסקוואליפיצירט ווערן.

13. אלע ארטיקלען וואס וועלן ערשיינען אין פה-סח 2 וועלן מיט די צייט ארויפגעשטעלט ווערן אויף קאווע שטיבל.

14. איך וויל נאכאמאל באמערקן, איך דארף יעדנס הילף, לויט וויאזוי די ציבור וועט זיך צושטעלן אזא אויסגאבע וועט זיין. טאמער קענט איר העלפן מיט סיי וואס רופט אייך אן.

15. טאמער רעכנט איר צו שרייבן אן ארטיקל, רופט אייך אן הויך, משום קנאת סופרים תרבה חכמה. אבער די טעמע מוזט איר נישט פארציילן צו פארבלייבן א סורפרייז.

16. אנשי שם ארטיקלען אויף אן איש מפורסם א.ד.ג., וועלן אי"ה באקומען א פראמינענטע פלאץ אויפ'ן קאווער.

איך בין גרייט צו ווידמען מיין צייט, כח און עקספערטיז פון מיינע פה סח, אראומע, שושנים און ספר האישים פראיעקטן, פאר די פולקאמע און מערסטע הצלחה פון פה-סח 2. יעצט איז אין הדבר תלוי אלא בכם. זאל די שכינה רוען אין אונזערע ווערק און פה-סח 2 זאל איבערשטייגן די פאריאריגע,

אייער פריינט,
כוכב
הויפט רעדאקטאר

כוכב » מוצ"ש אפריל 2, 2016 10:33 pm

· #327336
יש"כ ונבנתה העיר, פאר'ן אריינשיקן דעם ערשטן ארטיקל.
ונבנתה איז געווען דער וואס האט אריינגעשיקט דעם ערשטן שושנים און דעם ערשטן פה סח ארטיקל. עפעס צייגט עס אויפ'ן מענטש. גיטס אלע א האנט פאר ונבנתה
#איי_לאוו_יו
{איך וויל נאך אמאל איינער זאל מיך אינטערוויוען איבער אלעס וואס האט זיך אלץ אפגעשפילט אונטער די קוליסן ביי מיינע פראיעקטן און וואס כהאב מיך אלץ דערלערנט, איך קען אייך צוזאגן סוועט זיין העכסט אינטערעסאנט, יבוא יונה.}

כוכב » מוצ"ש אפריל 2, 2016 10:46 pm

· #327338
@אנאנים קום צו מיר אין אישי
דיין ארטיקל איז די איינציגסטע וואס איז ארויסגעפאלן פאריאר מאיזה סיבה האסטו עס נישט געענדיגט איך וויל זאלסט עס מאכן גרייט פאר היי יאר.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש אפריל 2, 2016 10:54 pm

· #327341
מיין טעלעפאן קלינגט, מיין וואטסעפ באזד, מיין אימעיל שרייט פאר ווייטאג איך זאל איר אויסלערן און מיין הענגאוטס לאזט הערן שרעקליכע קולות. וואס איז? כ'מיין כ'בין געהעקט. כ'גרייט מיך צו רופן מיין קאמפיוטער טעקנושען, ווען איך כאפ א בליק ווער איז דער רודף.. ס'איז דער כוכב גאר. וואס וויל ער שוין ווייטער? רויטע, רויטע אן ארטיקל!! שאט אפ זאג איך אים, אבער ער בלעקט מעיל מיר מיט די ארגסטע, ער וועט אלעס דערציילן פאר נחום!

כ'האב נישט קיין ברירה, כ'על עפעס שרייבן.

כוכב » זונטאג אפריל 3, 2016 11:28 am

· #327386
איך טו איינלאדענען און בעטן די פאריעריגע שרייבערס פון פה-סח צו אנטיילנעמען אינעם היי יעריגן אויסגאבע.
דא האט איר א פונקטליכע רשימה, לאמיר נישט נעמען ניין פאר אן ענטפער, מיר ערווארטן פון יעדן איינעם אן ארטיקל.
(דער שפיטוויקער איז מיט אונז, און ווער ס'זאגט ניין גייט האבן געסט ביי זיין טיר).

פה סח
@פלאוויוס, ווער געדענקט דען נישט דער לומדישער וויכוח ביים שבת הגדול דרשה
@א איד, איי דער מיסטריעזער רבי משה
@ווארט זאגער, שיינע תורהדיגע מאמר גוט געשריבן
@לעיקוואד, געוואלדיגער ביאור אין דער מצוה פון חייב אדם לראות את עצמו, און טיף אריינגעקראכן אין די פסיכאלאגיע פון דראמא
@געוואלדיג, סארי איך געדענק נישט
@יאיר, דער יונגערמאן מיט די זילבער פאפיר
@ברסלבער, איי רבי רבי רבי, מיר ווילן זיך מקשר זיין מיט דיר
@יין שרף, הערליכער ארטיקל איבער רבי ישראל דוד
@לית דין בר נש, זרח אורו של ר' אפרים
@בן נריהו, שלאף מיין קינד, רו דיך אויס מיין טייערע נשמה'לע
@פליקער, א צעפליקטער ארטיקל איבער דייעט
א דאנק פאר ראובן, נאבל ליטעראטור ארטיקל איבער דינאסאורס
@סאו וואט, ווערטלעך לכבוד יום טוב
@סמבטיון, רבי איד, געמער צוריק מיין זיץ (לעיקוואד האט זיך אנגענומען פאר'ן גנב, א סאושעליסט, פיל דע בוירן)
@בענדזשעמין פרענקלין, דער גרויער קאצקער,
@מאטי, נו מאטי, וואס?
@כעלעמ'ר מגיד ווען באגייט מען זעלבסטמארד מיט א חד גדיא
@נופת צופים, הללו כל כוכבי אור
@ראש הישיבה, שיינער חינוך ארטיקל
@אנאנים, וועגן דער ר"ן אין נדרים, מיתה על פי הלכה, ניין?
@פישעלע הערינג, הערליכע ארטיקל וועגן הכרת הטווב
@געפילטע פיש די טארענטס און די מילבן זענען ארויס פון מצרים
@איך אויך, מיט די טמיר ונעלם'ניקעס

אין פרי עט הדר
@אנאנים, דער לויתן
ונבנתה
געוואגטער
@רויטע וואנצעס
@פאפיטעס
@כעלעמער מגיד
@אנאנים
@אנאנים, צוויי מאמרים (איינס א משכילישע)
ליטוואק
אויבערלענדער חכם, וועגן סוכות בימי נ"ך
@ירא דשמים
@בר כוכבא

בקיצור המעשה, דער לעצטער כאפט א שמוץ, זיך שוין נעמען שרייבן.

געוואלדיג » זונטאג אפריל 3, 2016 11:49 am

· #327389
כוכב


@געוואלדיג, סארי איך געדענק נישט


פארשעמט 😮 😮

געוואלדיג » זונטאג אפריל 3, 2016 12:40 pm

· #327396
אן ארטיקל בל"נ, בתנאי אז @כוכב געדענקט וועלכע נושא!!!

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 3, 2016 2:26 pm

· #327402
איך געדענק עפעס פון א שלאנג. מאכט סענס?

געוואלדיג » זונטאג אפריל 3, 2016 2:29 pm

· #327404
יאפ, האסט געראטעוועט די מצב.

געוואלדיג » זונטאג אפריל 3, 2016 2:44 pm

· #327407
א דאנק @פרייוויליג פאר זיך אונטער נעמען א ארטיקל

געוואלדיג » זונטאג אפריל 3, 2016 2:44 pm

· #327408
א דאנק @אויבערלענדער חכם פאר זיך אונטער נעמען א ארטיקל

געוואלדיג » זונטאג אפריל 3, 2016 4:37 pm

· #327419
א דאנק @ליטוואק פון בודאפעסט פאר זיך אונטערנעמען א ארטיקל

געוואלדיג » זונטאג אפריל 3, 2016 4:37 pm

· #327420
א דאנק @סמבטיון פאר זיך אונטערנעמען א ארטיקל

געוואלדיג » זונטאג אפריל 3, 2016 4:43 pm

· #327423
רבותי, כאפט אייך מיט ווילאנג די נשים צדקניות לאזן נישט אריין אין ספרים שטוב...

כוכב » זונטאג אפריל 3, 2016 9:18 pm

· #327451
פיינע פרישע חמין במוצאי שבת ווערט יעצט געבאקן, א ישר כח פאר @בענדזשעמין פרענקלין, פאר'ן זיך אונטערנעמען צו שרייבן אן ארטיקל מיט זיין גאט געבענטשטע פעדער.

כוכב » זונטאג אפריל 3, 2016 9:22 pm

· #327453
אדאנק פאר ידידי היקר מלך הלבלרים ר' @יואב, פאר'ן זיך אונטערנעמען צו משתדל זיין שרייבן אן ארטיקל.

געוואלדיג » זונטאג אפריל 3, 2016 9:23 pm

· #327454
א באצוקערטע ארטיקל קומט אי"ה פון אונזער @קאצקע ציקער, א דאנק.

כוכב » זונטאג אפריל 3, 2016 9:43 pm

· #327457
ברעיקינג:
אין די מינוטן קומט אריין די ברעכנדע נייעס אז דער שר הכתיבה, עט סופר מהיר במלאכתו, כתבא רבא, חוקר חכם וכותב, מרן @אנאנים האט (בשפה רפה מיט אזא תשעה באב'דיגן גוט מארגן נישט אום שבת גערעדט, זאל חלילה נישט גיין אין קעגנזאץ מיט זיין מסיבת פרידה) באוויליגט צו שרייבן א מאסיוו מאסיוו ארטיקל (גרעסער ווי דער לויתן ,שטערקער ווי דער שור הבור, און לענגער ווי דער אמשינובער אשכול) לכבוד פה סח, אן ארטיקל וואס נאר שש קען!
גיטס אלע א הילכיגס פאר שש. ווארטס מיט שפאנונג!
#אראפ_פון_די_בענק

געוואלדיג » זונטאג אפריל 3, 2016 9:52 pm

· #327460
עס איז הימל און ערד, דער שור הבר פון @אנאנים וועט שווימען אינעם @סמבטיון און ער וועט @פרייוויליג זיך אונטערגעבן צו @ונבנתה העיר'ס טיפע מוח וואס @אנאנים האט מגלה געווען אין א אלטע צייטונג אויסשניט, פארבייסנדיג ווי א @אויבערלענדער חכם מיט א @קאצקע ציקער צו דער זייט וועט מען באקומען געהעריג @רויטע וואנצעס וואס @ליטוואק פון בודאפעסט וועט טענה'ן אז עס ענדלט מער אין @בענדזשאמין פרענקלין ווי אין @יואב, איי וועט דאס זיין @געוואלדיג.

זבולון » מאנטאג אפריל 4, 2016 8:01 am

· #327501
איך בין טאקע נאר א פרישער גאסט דא, אבער עס איז דאך די פרידעם אוו ספיעטש, וועל איך ווערן ערלויבט צו באשטייערן אן ארטיקל?

עפעס אזוי » מאנטאג אפריל 4, 2016 10:23 am

· #327524
זבולון
איך בין טאקע נאר א פרישער גאסט דא, אבער עס איז דאך די פרידעם אוו ספיעטש, וועל איך ווערן ערלויבט צו באשטייערן אן ארטיקל?


איך בין די זעלבע ניי פון דיר, לפי ווי סקוקט אויס פון די ערשטע הודעה קען איעדער אריינשוקן אן ארטיקל, סקען נאר זיין אז מגייט דאס מגיה זיין.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 10:55 am

· #327529
@זבולון, בכבוד גדול יעדער איז מכובד, דא איז נישטא קיין נייע אדער אלטע דא זענען אלע אייניג, א דאנק.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 10:56 am

· #327531
אונזער ידיד פון ארגענטינא @berlbalaguleh וועט אונז מהנה זיין מיט א ארטיקל.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 11:01 am

· #327532
@סאו וואט וועט זיך אויך משתתף זיין מיט א ארטיקל, א דאנק

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 11:03 am

· #327533
פון אונזערע טיפסטע דענקער @פלאוויוס וועט אויך ביישטייערן אן ארטיקל, א דאנק

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 11:04 am

· #327534
איינע פון אונזערע נייע שטערנס ר' @אנאנים, וועט באשטייערן אן ארטיקל, א דאנק

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 11:08 am

· #327535
עפעס @א איד גייט אויך ביישטייערן א ארטיקל, א דאנק.

יואב » מאנטאג אפריל 4, 2016 11:50 am

· #327544
כ'האף זיך משתתף צו זיין מיט א שיינעם ארטיקל.

קל וחומר » מאנטאג אפריל 4, 2016 12:10 pm

· #327547
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
ס'נאך געבליבן וואס צו שרייבן?

אויב יא, וועלעך פרובירן צו טרייען.

mevakesh » מאנטאג אפריל 4, 2016 12:13 pm

· #327549
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
איך וויל שרייבען איך האף איך וועל עספיען

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 12:13 pm

· #327550
כשנמך כן הוא, מאך עפעס א @קל וחומר און שרייב אן ארטיקל אז פון א חומר זאל ווערן קל.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 12:14 pm

· #327551
אז דו ביסט @mevakesh וועסטו מצליח זיין..

כוכב » מאנטאג אפריל 4, 2016 9:06 pm

· #327601
ב"ה מ'מאכט אסאך פראגרעס, א ישר כח פאר אחד מותיקי החברים, (כווייס נישט צי ער וויל מזאל זאגן זיין נאמען) פאר'ן אריינשיקן א מאה'לע צו די קאסע (בניגון הידוע, שטיצט דעם רבינס קאסע פה סח, דער רבי האט צוגעזאגט ערעט נישט שולדיג בלייבן, געטס געלט פאר פה סח און פועלטס אויס אלעס גוטס).
דער ערשטער ארטיקל אריינגעשיקט איז שוין הערליך גראפירט און אויסגעשטעלט גרייט צום דרוק.
חברה, מ'מוז זיך געבן א שאקל, איך בעט זייער פון אלע ניקים וואס האבן זיך אונטערגענומען ארטיקלען זיך צו מזרז זיין, איך וויל מיך נישט טרעפן די לעצטע טאג מיט א בארג ארבעט און נישט קענען נאכקומען, סוועט נאר ברענגען עגמת נפש, איך זוך א נחשון, יעדן טאג וועט מען פרובירן צו מאכן גרייט כאטש איין ארטיקל אזוי וועלן זאכן זיך נעמען פארן.
איך וויל נאמינירן איינעם פאר א טשאלענזש, ווער קען זיך אונטערנעמען אריינצושיקן זיין ארטיקל אויף מארגן?
#חסידישע_איד_לעצטע_מינוט_סינדראם

כוכב » דינסטאג אפריל 5, 2016 11:47 am

· #327681
מזל טוב מזל טוב, דער נאמינירטער פון היינטיגן טאג איז אונזער נייער חבר @אנאנים (חופק"ק מאה שערים) וועלכער האט אריינגעשיקט א צוקער זיסער ארטיקל ממש זיך צו באלעקן די פינגער און די וואנצעס, (דיסקלעימער: נישט אפיליאירט מיט די @רויטע וואנצעס וואס איז א רעגיסטרירטע טרעידמארק פאר רויטע וואנצעס ענד קא.).
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דאס איז געשריבן געווארן דורך נישט קיין אנדערער ווי ר' שלום גופא פון ירושלים, און מיט דעם ווערט ער באקרוינט מיט'ן "נחשון" מעדאל פאר'ן היינטיגן טאג.
גיטס אלע א הילכיגן האנט פאר ידידינו ר' שלום (שטייצעך אין א פארעם פון א לייק פאר מיין קעשענע).
#נו_נו_רשעים_ארורים_מאמע_דאס_בין_איך_שלום_קוש_אין_ט***ס

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 5, 2016 12:44 pm

· #327691
הייסע ווארע
רבותי @איש עברי הצילני, א דאנק.

גאנצל » דינסטאג אפריל 5, 2016 1:40 pm

· #327702
אע"פ שאיני כתבן וועל איך פראבירן צו מאכן א פאזיע פון אונזער בקשה צו ליבן דיך ד'

כוכב » דינסטאג אפריל 5, 2016 6:22 pm

· #327770
מיר נעמען אן אנאנסן און אדווערטייזמענטס, ווילט איר אז אייער ביזנעס זאל געזען ווערן במשך יום טוב דורך טויזנטער , פארבינד אייך מיט די רעדאקציע. איר האט יעצט א געלעגנהייט צו טארגעטן א ריזיגן קליענטל וואס לאו דוקא אז איר קענט אנקומען צו זיי דורך איד, בלאט, וויקלי לינק, אדער אונטער'ן פלעי.
צוגענגליכע פרייזן און צופרידנהייט גאראנטירט. ווערט א פה-סח II ספאנסאר היינט!
(פאריאר האבן מיר געהאט עטליכע אנאנסן).

שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג אפריל 5, 2016 6:34 pm

· #327775
ברענגט אראפ די קוואלעטי, אמאל געזעהן א ספר מיט א עדד?

כוכב » דינסטאג אפריל 5, 2016 8:25 pm

· #327790
שאקינג נייעס גראד פון 770: דער אלעמען באקאנטער וועלט בארימטער שרייבער, דענקער, חסידישיסט, היסטאריקער, פאעטיקער, מרן שר התורה והיראה והחכמה @ונבנתה העיר האט אריינגעשיקט זיין צווייטע ארטיקל, אזאנס און אזעלכעס, אז ממש איך שפרינג פון די הויט. יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד.
חברה, איך דארף א "נחשון" פאר מארגן, שאדט נישט אפילו צוויי, ווער נעמט זיך אונטער אריינצושיקן זיין ארטיקל ביז מארגן מיטאג?

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 11:08 am

· #327885
שמעו נא רבותי כתבנים מומחים, כבר היה לעולמים וואס א כותב איז נישט געווען צופרידן פונעם תוצאה פון זיין ארטיקל גראפיק, און איינע פון די סיבות איז געווען ווייל מען האט דערהאלטן זיין ארטיקל אין די לעצטע מינוט, אונז ווילן צושטעלן א תורה מפוארה בכלי מפואר, אבער עס איז אין ענקערע הענט, ווי פריער מען שיקט אריין די ארטיקל אלס איז דא מער צייט זיך צו אפגעבן מיט דעם, מי לה' אלי צו אריין שיקן זיין ארטיקל היינט!!

שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך אפריל 6, 2016 11:42 am

· #327889
מיר וועלען נישט נעמען קיין פרעשור, מיר זענען חסידישע אידן אין אויפגעהאדערוועט אז מווארט ביזן לעצטע טאג בין השמשות.

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 11:52 am

· #327890
שמעתי מאחורי הפרגוד @בת קול אומר גם אני נמנה לדבר מצוה, כה לחי.

ירח בן יומו » מיטוואך אפריל 6, 2016 12:01 pm

· #327892
געוואלדיג
שמעתי מאחורי הפרגוד @בת קול אומר גם אני נמנה לדבר מצוה, כה לחי.

מאחורי ?

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 12:02 pm

· #327893
אישי קען נישט ווערן אנגערופן מאחורי?

בת קול » מיטוואך אפריל 6, 2016 12:52 pm

· #327899
געוואלדיג
שמעתי מאחורי הפרגוד @בת קול אומר גם אני נמנה לדבר מצוה, כה לחי.


איז דאס דעם ענטפער פון שטאב?
🙄

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 12:54 pm

· #327900
פון מיר

בת קול » מיטוואך אפריל 6, 2016 12:58 pm

· #327902
דאנקע שעהן.

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 1:00 pm

· #327903
עס איז א מסירת מודעה לרבים להגדיל תורה וכו'

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 1:20 pm

· #327909
דער היינטיגער ערשטער נחשון איז ידידנו הדגול המשורר הנפלא @בת קול, וואס האט זיך קוים אונטער גענומען און אומר ועושה שוין אריין געשיקט א הערליכע פאעזיע וואס וועט צוגיין אין אלע אברים,

ווער_איז_נחשון_2?

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 6, 2016 1:53 pm

· #327919
ווי פון די סיפורי צדיקים ארויס האט דער היסטארישער פיגור, און לוחם מלחמות @בר-כוכבא זיך אנגערופן מיט א ארטיקל, א דאנק.
בלאט: 1 2 3 4