וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10369
וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
יעדע האלב יאהר, פסח און סוכות צוגלייך, קומען די אויסגאבעס ביים חרדישן ציבור ארויס מיט ריזיגע העווי-דוטי אויסגאבעס און ביילאגעס, ווער עס ווייסט אביסל מער פרטים וואס עס איז ערווארטעט אין די אידיש/ענגליש/היברו מארקעט איז מכובד דא צו מעלדן.
עס ווערט ערווארטעט היי יאר א פה-סח מאגאזין מעשה ידי להתפאר חברי דורשי ק''ש, בהנהלת הרב כוכב.
משפחה
📎 IMG_20160413_201840.jpg
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
ישמעאל הכהןמשפחה
📎 IMG_20160413_201840.jpg
דאס איז נאכנישט די פסח אויסגאבע
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו

קינדליין 1
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו

קינדליין 2

קינדליין 3
📎 IMG_20160418_211301.jpg
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
לצים, משה 'היה' רועה...
סיי יעצט און אויך פאריגע יו"ט אויסגאבע פון מאמענט איז מיר עפעס נישט געפאלן.
סיי וואס זיי האבן געשריבן און סיי וויאזוי, ס'געווען זייער שוואך פאר א יו"ט אויסגאבע.
(למשל די "משה היה רועה" קעפיל איז נאר געמאכט אז ס'זאל זיין שרייעדיג)
הערליכע אויסגאבע. קיקט אויס זיי האבן אריינגעלייגט אסאך ארבעט. איך בין עקסייטעד!
הויכפונקטן פונעם פסח'דיגן מעגא "מאמענט", ערשיינט מארגן צופרי אין די געשעפטן:
• הויפט קאווער סטארי: אן ערשטמאליגער הערליכער פראפייל אויף דעם זקן ראשי הישיבות וראש מלחמות ה' הגאון הגדול רבי משה גרין, ראש ישיבה ד'מאנסי, און אן אויסשליסליכער שמועס וואס די מאמענט שטאב, אין שפיץ פון הרב יואל אשר לאבין און הרב וועלוול שמעלצער האבן געהאט אין שטוב פון ראש הישיבה, וועלכער טיילט מיט זיינע זכרונות פונעם אמאל, און הדרכה פאר'ן היינט ביסודות הדת.
• דער אויסגערופענער מחנך און "ספעשל עד" פראפעסיאנאל, הרב שאול קליין, וועלכער האלט געשפאנט טויזנטער ליינער פאר די לעצטע 20 יאר מיט זיין לעגענדארן "טאג בוך פון א מחנך" עפענט אויף זיין רייכע געשיכטע וואס ער טיילט מיט צום ערשטן מאל.
• לכבוד פסח קומט זינגען א הלל-געזאנג מיט מוישי קרויס פון קרית יואל. הרב אליעזר ראזען זעצט זיך צום טיש מיט מוישי'ן וועלכער דערציילט זיין מוזיק-רייזע פון פּראוויזארישן סטודיא אין טאהש ביז'ן אויסוואקסן א מוזיק ריז וועלכער דינט אלס אויסשליסליכער פראדוצירער פאר יאסי גרין און דער מוח אונטער די קריעיטיוו און אויער-פארכאפנדע קונצליכע 'קול מבשר' עדס.
• און ווער איז דער כאניאקישער געשטעל און קלארינעט פראפעסיאנאל וואס ווערט געזען יעדע נאכט ביי חתונות און גרעסערע געשעענישן? הרב יונתן יאזשעף איבער זיין "עבודת השיר", די מירונ'ער אינספיראציע, און אלעס ארום "קלעזמער".
• יחצאל, מיכצל, מה-יעשה'ניק, כוזרי, דימיטרי – דער אויסגערופענער אקטיאר ר' אהרן מינץ קומט ארויף די פלאטפארמע מיט פארשידענע מאסקעס אויף איין פנים.
• דער בארימטער ר' מרדכי דושינסקיא פון ירושלים גיט אן אינספירירנדן שמועס פון זיין קראנקן שפיטאל-בעט, און דערציילט וויאזוי ער פארלוירן אלעס אין זיין לעבן, אבער נישט זיין שמחה און אמונה, און וויאזוי ער שרייט ווייטער אויס דעם "כל דכפין ייתי וייכול", און פירט אן זיינע חסד אפאראטן טראץ וואס ער ליגט אין ריהעב ווי ער ערהוילט זיך פון א סטראוק רח"ל.
• ווען מיר רעדן פון די ארבעה בנים לאמיר אויפוויקלען קאפיטלען היסטאריע און באטראכטן דעם "חכם", הגאון רבי יצחק לאמפרונטי; פאראייביגן צו שאנדע דעם "רשע", טאמאס דע טארקוועמאדא; זיך באקענען מיט דעם "תם", יהושע 'בהמה' און הערן וועגן דאס שאינו-יודע-לשאול פאלק, די כאזארן.
• די דראמאטישע וואנדערוועג פון הרב גוטמאן לאקס, וועלכער האט געזוכט גליקן אין פאַרוואָרפענסטע ווינקלען, פּרובירט די קוריאָזסטע לעבנסשטייגערן, אבער זיין נשמה איז געבליבן לעכצן
• אן אויסשליסליכער און חידושדיגער פראיעקט מיט די צוויי בארימטע פאטאגראפיסטן-ברידער, דוב און שמואל לענטשעווסקי. הערליכע בילדער איינס אין דער וועלט, יעצט גייט הרב אליעזר ראזען לערנען מיט אייך גרינטליך פשט און פערספעקטיוו פון ארטיסטישע פאטאגראפיסטן. איר וועט קוקן און ליינען, ליינען און קוקן, און אנהייבן הערן די "מער ווי טויזנט ווערטער" וואס יעדע בילד טראגט מיט זיך.
• זמן חרותינו, אדער ואת הלחץ זו הדחק? אין א ספעציעלן יום-טוב פראיעקט רעדט 'מאמענט' מיט זיבן העלדן וואס שילדערן זייער החלטה זיך צו אוועקציען פון דער טייערער שטאט צו זיבן אנדערע געגנטער, און די מעלות (און חסרונות) פון זייער פרישן וואוינארט, ויסעו מברוקלין ויחנו ב:לעיקוואד, סטעטן איילענד, מאנסי, דזשערסי סיטי, באלטימאר, קרית יואל, בלומינגבורג.
בקהלה
📎 photo_2016-04-19_15-13-54.jpg 📎 CgXFy-qW4AgeH19.jpg 📎 CgXF0H4WsAAQauG.jpg 📎 CgXF2QqWsAA0Rrp.jpg
המבשר
📎 photo_2016-04-19_15-14-07.jpg 📎 CgUAI4EWwAA9h5C.jpg 📎 CgMP2y4WQAAVv8l.jpg
משפחה
📎 CgaJAUgW4AAr9Cz.jpg large.jpg
משפחה מוסף מיוחד
📎 CgaCUTGWQAAAh9j.jpg
בתוך המשפחה
📎 CgaCUSAWcAAdyQc.jpg
דעקל פון פה סח II אויסגאבע וואס ערשיינט לכבוד פסח. האפנטליך וועט די אויסגאבע זיין צו באקומען אין די קומענדיגע שעות. פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען.
📎 photo_2016-04-19_10-06-13.jpg
אלס קאסט מיט א דאלער מער. עמי, מאמענט, קינדליין.
וועט עס צוריק אראפגיין נאך יו"ט?
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
אלע האבן עס געטון פארגאנגענע סוכות און דאן צוריק אראפ
דוכט זיך אז מאמענט טוט עס די ערשטע מאל.
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
על המחיהמשפחה
נו... אריין אין "מאחורי הפרגוד" פורום...
ביי דע וועי די חעחברע האבן אויסגעשניטן ר' אהרן'ס שטריימעל גאר נישט פראפעשענעל.
חוץ אז אין מירון איז ער געגאנגען מיט אן איזראעלישע שטריימעל..
משפחה האט א אינטערוויוא מיט וויזניצער רבי'ן צום ערשטן מאל? כ'געדענק אז בערך 2 יאר צוריק האט 'דער איד' אויך געהאט אינטערוויאו מיט אים ווי ער האט פארציילט פון די מלחמה.
📎 IMG_20160419_191931.jpg
📎 IMG_20160419_200308.jpg
טריביון. 2.50?
זאג נאר, די מחאה פון וויזניץ איז כאטש יא אומזיסט?
📎 IMG-20160420-WA0002.jpg
📎 IMG-20160420-WA0004.jpg
📎 IMG-20160420-WA0001.jpg
📎 IMG-20160420-WA0000.jpg
📎 IMG-20160420-WA0003.jpg
וויזניץ מאנסי האט געאפפערט פאר די צייטונג משפחה 100.000 דאללאר נישט מפרסם צי זיין די באשרייבונג, אבער זיי האבען נישט אנגענומען די אפפער
www.ch10.co.il/news/275208/Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
על המחיהוויזניץ מאנסי האט געאפפערט פאר די צייטונג משפחה 100.000 דאללאר נישט מפרסם צי זיין די באשרייבונג, אבער זיי האבען נישט אנגענומען די אפפער
www.ch10.co.il/news/275208/
In Hebrew they say
שטיות במיץ ענבים
אין אנדערע ווערטער
לא דובים ולא יער
דער איד (ס'איז נאך ביים פרינטער)
📎 rps20160420_101845.jpg
בלאט

📎 IMG_20160422_110456.jpg
mevakeshעל המחיהוויזניץ מאנסי האט געאפפערט פאר די צייטונג משפחה 100.000 דאללאר נישט מפרסם צי זיין די באשרייבונג, אבער זיי האבען נישט אנגענומען די אפפער
www.ch10.co.il/news/275208/
In Hebrew they say
שטיות במיץ ענבים
אין אנדערע ווערטער
לא דובים ולא יער
נישט נאר די הונדערט טויזענט דאללאר איז לא דובים ולא יער,
נאר די גאנצע מחאה איז לא דובים ולא יער!!!די גבאי, ר' יעקל ראזענפעלד איז געזיצן שבעה די וואך פאר יו"ט, ער איז אויפגעשטאנען ערב פסח און ער ווייסט נאך יעצט נישט אז ער עס איז דא א מחאה פון אים!..
קאפי/פעיסט
פאר די אלע וואס ווילן וויסן מער אינפארמאציע וועגן די 'משפחה' און די 'מחאה' דערויף:
די שרייבער פון די משפחה איז אריין צום רבי'ן און געזאגט פאר'ן רבי שליט"א אז ער באשרייבט מלחמה איבערלעבער און ווי די רבי האט געזאגט נישט צו לאנג צוריק אז עס איז כדי צו מפרסם זיין וואס די פריערדיגע דור איז אריבער האט רבינו שליט"א דערביי מסכים געווען צו געבן א פילן אינטערוויו און צו ענטפערן אויף אלע שאלות פון די שרייבער, ווען די שרייבער שרייבט דערביי אלעס אראפ.
די משפחה האט דערויף גאמאכט א הערליך ארטיקל ווי אויפ'ן רבי'ן פערזענליך האבן זיי נאר געשריבן וואס די רבי האט געזאגט אינעם אינטערוויו און זיי האבן צוגעלייגט א שטיקל בייעגראפיע אויף די חסידות וואס די רבי האט אויפגעשטעלט.
וויבאלד זיי האבן געוויסט אז די רבי שליט"א לאזט נישט אריינלייגן בילדער פון אים האבן זיי אינעם גאנצן ארטיקל נאר אריינגעלייגט בילדער פונעם ביהמ"ד, די אמרי חיים, אהבת ישראל און בניני המוסדות. חוץ פון איין בילד פונעם כינוס כלל ישראל, וואס זיי האבן פארשטאנען אז דא האט די רבי נישט מקפיד געווען (אזוי ווי אלע אנדערע אידישע אויסגאבעס נוצן כסדר די בילדער אן קיין שום פראבלעם) האבן זיי זיך ערלויבט דאס אריינצולייגן, און אפילו די איין בילד האבן זיי אויך פארמעקט א חלק.
פאר די רבי שליט"א האט מען נישט געהאט וואס צו פארציילן ווייל ווי געזאגט האט די רבי געגעבן די אינטערוויו מיט'ן דעת אז דאס וועט ווערן באשריבן.
ר' יעקל ראזענפעלד האט אויף דעם גארנישט געשריבן פאר צוויי סיבות-
1 ר' יעקל שרייבט נאר ווען די רבי הייסט אים שרייבן און ווי געזאגט האט די רבי נישט געהאט דא קיין פראבלעם.
2 ר' יעקל איז דאן געזיצן שבעה נאך זיין רעביצין.
[אגב, ווער עס קען אביסל ר' יעקל קען גלייך זען אויף די נוסח אז דאס זענען לשונות וואס ר' יעקל וואלט קיינמאל געשריבן]
די גאנצע אזוי גערופענע 'מחאה' איז גאמאכט געווארן דורך צוויי יחידים מיט פריוואטע איטערעסן. זיי האבן גענומען א אלטע בריוו פון ר' יעקל און אריינגעלייגט זייער אייגענע ווערטער.
ר' יעקל ווייסט נאך יעצט נישט אז ער האט מוחה געווען...
אזוי ווי איינער פון די צוויי ארבייט פאר 'המבשר' האט ער מצליח געווען עס אריינצולייגן דארט אזוי אז עס זאל ווערן פארשפרייט.
די זעלבע קענסטו זאגן אויף יעדע יו''ט אויסגאבע כמעט
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
נו! מ'ברויכט טאקע מוחה זיין, שווער אין דיק איז עס, אנגעפולט מיט אדווערטייזמענטס אין מ'גייט נאך ארויף מיטן פרייז! וועגן מ'געט דאך מיר א דיקן אויסגאבע, וואס דאס?
Cp
אויף דעם תוכן האט שוין יעדער דן געווען וועלכע מאגאזינען/צייטונגען עס האבן דעליווערט, איינער דיקער ווי דעם אנדערן מלא וגדוש מיט קנאקעדיגע ארטיקלען. אבער קוקנדיג דעם יום טוב אין די אידישע פסח אויסגאבעס, סיי די חודשליכע און סיי די וועכנטליכע, האב איך געהאט אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע צו זען ווי סאך אדווערטייזמענטס פון קאמפאניס יעדע אויסגאבע האט,
די ליסטע איז לויטן סדר ה׳א״ב
א בליק = 33
אוצרות = 14
דער אוצר = 19
די וואך = 12
די ליכטיגע היים = 7
די צייטונג = 63
דער איד = 163
די בלאט = 151
דער בליץ = 7
דער שטערן = 22
דער שפאקטיוו = 10
טריביון = 22
מאמענט = 117
מעלות = 23
קינדליין = 6
די מארקעטינג אין אדווערטייזינג פירמעס וואס האבן די מערסטע אדווערטייזמענטס אינטער זיך איז GCNY אין MEDIA OTG
ליפא האבעך הנאה צו זעהן וויאזוי די האסט חולהמועד געהאלטן.
מיין אויג האט געגעבן אסאך מער עדס פאר מידיע אן דע גא ווי GCNY
ביידעוועי, די מאמענט הא געסקאורט גאר הויך דעם יום טוב. לאמיר האפן אז זיי וועלן אנהאלטן אזוי.
חכם עתיקליפא האבעך הנאה צו זעהן וויאזוי די האסט חולהמועד געהאלטן
Its CP
ליפאאלס קאסט מיט א דאלער מער. עמי, מאמענט, קינדליין.
שמעקעדיגטריביון. 2.50?
שמעקעדיגוועט עס צוריק אראפגיין נאך יו"ט?
אבי גערעדטאלע האבן עס געטון פארגאנגענע סוכות און דאן צוריק אראפ
דער טריביון קאסט ווייטער $2.50........ צוריק גייט א קאזע!
פאר נאך 50 צענט קויף איך ענדערש 'די צייטונג' וואס איז מלא וגדוש מיט גוטע סחורה און פיינע תוכן.
זיי מעגן זיך שעמען.
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
טריביון מיט קינדליין זענען ארויף פסח און געבליבן דערמיט