☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מז"ט! אי"ה ביי אייך אויף שמחות

מז"ט! אי"ה ביי אייך אויף שמחות

97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3255
בלאט: 1 2

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:56 pm

· #180602
פישעל'ע כ'האב א חתימה פאר דיר. "אל הנערה הזה התפללתי "

אויס מענטש » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:59 pm

· #180603
מזל טוב פישעלי
א באנטש נחת

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מערץ 4, 2014 1:20 pm

· #188461
מזל טוב!!!!! מזל טוב!!!!!!
ס'איז ביי מיר געבוירען א קינד, א גרויסע שמחה, מער ווי רעגילער.
כ'וויל מיינע חברים דא אויף ק"ש זאלן זיך מיטפרייען
פארשטייט זיך כ'קען ענק נישט ליידענן צום קידוש/שלום זכר.
דאך וויל איך אבער די עולם זאל זיך מיטפרייען מער ווי סתם ווינטשען מזל טוב, כ'וואלט געוואלט די עולם זאל קענען טרינקען לחיים מיט א שטיקעל קאקש קעיק וגו' אויף מיין קאסטען.
וויל איך דא פרעגן טאמער איינער האט עפעס א עצה פאר מיר ווי אזוי קען איך באוויזען אז די ק"ש מעמבערס זאלען זיך מיטפרייען מיט מיר??
פארשטייט זיך אז נישט קיינער זאל נישט צוקומען ח"ו צו חשש גילוי

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 4, 2014 1:22 pm

· #188462
מזל טוב!!!
איך וועל דיר שיקן א פאסט באקס נאמבער, ווי דו קענסט אראפלייגן זכר בונדלעך מיט אראנזש סאדא.

איש עברי » דינסטאג מערץ 4, 2014 1:25 pm

· #188464
גראדע געזעהן היינט א שטילע יונגערמאן זיך דרייען אין מיימאנעדיס, בכל אופן א הארציגע מזל טוב מיר פרייען זיך מיט דיין שמחה פון טיפעניש פון הארץ און כ'על הייינט טרינקען א עקסטער גלעזל שנאפס לכבוד די שמחה
דער אייבערשטער זאל העלפן די בעיבי זאל גיין בדרכי אבות און אויך זיין שטיל און לאזן מנוחה די עלטערען

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 4, 2014 1:37 pm

· #188476
שטילע אינגערמאן, בעיבי נאמבער?

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:36 pm

· #188514
מזל טוב!!! אסאך נחת!
מיר פרייען זיך מיט פון טיפן הארצן.
משנכנס אדר מרבין בשמחות, זאלסט אלץ קענען זיין פרייליך!

לעמיל » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:58 pm

· #188527
מזל טוב @שטילע אינגערמאן א באנטש נחת מיט אסאך געלט
אי"ה וועל איך עסען שבת דשעלי רינגס לכבוד דיין זכר

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:59 pm

· #188529
דשעלי רינגס עסט מען ווען מ'האט א מיידל, וד"ל. יעצט דארף מען עסן זכר בונדל

לעמיל » דינסטאג מערץ 4, 2014 3:25 pm

· #188538
דער (פינטעל) איד
דשעלי רינגס עסט מען ווען מ'האט א מיידל, וד"ל. יעצט דארף מען עסן זכר בונדל

דו עסט דשעלי רינגס ביי א קידוש? איך ביי א שלום זכר

שעפטל » דינסטאג מערץ 4, 2014 5:28 pm

· #188582
מזל טוב @שטילע אינגערמאן א טראק לאוד מיט נחת, און ס'קינד זאל דיר אויפלעבן זאלסט מיר גארנישט אזוי שטיל זיין...

איך וועל עסן וואס איך עס יעדע וואך, ווילסט איך זאל עפעס עסן לכבודך זיי מוחל געב עפעס אריין אין משביע און מ'וועל מיר האבן עפעס מער די וואך

טיטאניק » דינסטאג מערץ 4, 2014 5:29 pm

· #188583
ג"א מצטרף לדברי המברכים
הק' טיטאניק

ברסלבער » דינסטאג מערץ 4, 2014 5:42 pm

· #188586
מזל טוב! אסאך אידיש נחת פון די און פון אלע געזונטערהייט!

לעמיל » מיטוואך מאי 7, 2014 11:20 am

· #199378
מזל טוב @רויטע וואנצעס גאנץ א גיטע תירוץ פארען זיין ביזי לעצטענס

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 7, 2014 11:38 am

· #199382
יא ס'איז אמת די רומער, ב"ה ס'איז מיר נולד געווארן א טאכטער בשעה טובה ומוצלחת. @לעמיל ביי דיר און אלע חבירים שמחה, נחת, תענוג, שלום, וברכה בבתיכם. מודעה אויפן קידוש וועט נאכפאלגן נאך די גרויסארטיגע logistics וועט ווערן אויסגעארבייט.

I'm back » מיטוואך מאי 7, 2014 11:43 am

· #199384
מזל טוב @רויטע וואנצעס!
איז דאס קינד א רויטע?

ברסלבער » מיטוואך מאי 7, 2014 11:44 am

· #199385
מזל טוב! אסאך אידיש נחת פון די און פון אלע געזונטערהייט.

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 7, 2014 11:51 am

· #199386
I'm back
מזל טוב @רויטע וואנצעס!
איז דאס קינד א רויטע?


מיינע תפילות זענען נתקבל געווארן, עכ"פ די וואנצעס זענען נישט רויט.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך מאי 7, 2014 12:46 pm

· #199400
@רויטע וואנצעס מזל טוב מזל טוב אסאך נחת.
כ'האב לעטצענטס געהאט א אינגעל (דערמאנט אונעם אשכול) אפשר קען מען שוין רעדן פון א שידוך?
ווי ניישט ווי געהערן מ'ביידע צו די זעלבע קרייז קאווע שטיבעל, כ'מיין ס'וואלט געווען א פיינע זאך.
@אנאנים וועט זיין שדכן
@שמעקעדיג וועט געבן די חתן שיעורים
@אפטעמיסט וועט גראמען ביים חתונה
@אנאנים וועט האבן סידור קידושין
אין אזוי ווייטער יעדער איינער וואס ער טויגט.
ס'וועט זיין א חתונה צו געדענקען, יעדער וועט זיין בבגדי שבת, אין זיך באמת מיטפרייען. ק"ש וועט זיין פארמאכט יענע נאכט.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 7, 2014 12:50 pm

· #199402
איזהו חכם הרואה את הנולד...

אפטעמיסט » מיטוואך מאי 7, 2014 1:03 pm

· #199404
מזל טוב, וואנצעס!!! טאקע א שמחה!
נעווער מיינד, ס'וואקסט אונז אונטער א גאנצע נייע דור פון ניקס. געב עס אפאר יאר און ס'שפראצט ארויס א @בת וואנצעס און א @בן שטילע. און יא, כ'בין וויליג צו גראמען. אבער וואנצעס? ער קען דער פאך בעסער ווי מיר. זאל ער זיך אליין אויסרופן.

פלעין יודיש » מיטוואך מאי 7, 2014 2:38 pm

· #199424
שטילע אינגערמאן

@אפטעמיסט וועט גראמען ביים חתונה

איך בין נישט מסכים
איך בעט האלב פרייז ווייניגער פון אים פליז נעם מיך 🙂 🙂 🙂


אגב, וואנצעס אסאך נחת פון דער און פון אלע
נא, ווער האט א גראם אויף איטס עי גירל?

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 7, 2014 6:39 pm

· #199486
@שטילע אינגערמאן, כאכאכאכאכא. כ'האמיר איבערגעקלערט צו יא צו ניין. צום סוף רוף איך איינער פאר אינפערמעישן, זאגט ער מיר ס'א געוואלדיגע איידיע, ער איז דאך אויך א רויטער, אפילו זיין קוטשמע איז רויט. און ער שיקט מיר גלייך א לינק צו דיין אוואטער. פשיהא... ממש ענבי הרויטע גפן בענבי הרויטע גפן דבר נאה ומתקבל.

יין שרף » מיטוואך מאי 7, 2014 8:34 pm

· #199494
שמעקעדיג
איזהו חכם הרואה את הנולד...


כ'האב מיר געוואונדערט פארוואס בלשון המשנה הייסט זי א חכמה...

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש מאי 10, 2014 10:59 pm

· #199840
@רויטע וואנצעס כ'בין ארום געלאפן אלע בתי מדרשים אין געזוכט א רויטע אינגערמאן וואס געבט קידוש, כ'האב געטראפן צוויי,
איינס א גביר, אביסעל פעשלעך, געגעבן צו פרעסען א גאנצע שבת סעודה.
דער צווייטע א עובד, מער פארמארגערט, שמייכלט צו יעדעם,
וועלעכ'ס ביזטו?

טעפל » זונטאג מאי 11, 2014 3:58 pm

· #199963
שטילע אינגערמאן
@רויטע וואנצעס כ'בין ארום געלאפן אלע בתי מדרשים אין געזוכט א רויטע אינגערמאן וואס געבט קידוש, כ'האב געטראפן צוויי,
איינס א גביר, אביסעל פעשלעך, געגעבן צו פרעסען א גאנצע שבת סעודה.
דער צווייטע א עובד, מער פארמארגערט, שמייכלט צו יעדעם,
וועלעכ'ס ביזטו?

אינטערעסאנט איך האב געטראפען פונקט פארקערט, א רויטען פעשליכען ארימאן, און א דארע אויפגערעגטן גביר...

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 11, 2014 4:28 pm

· #199983
סארי מ'האט אפגעשטופט די קידוש, די בעבי איז צו רויט.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:57 am

· #214737
מזל טוב, מיין ווייב'ס יום הולדות

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:11 am

· #214738
שטילע אינגערמאן
מזל טוב, מיין ווייב'ס יום הולדות

וואס האט זי געהאט, אונגעל? מיידל?

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:17 am

· #214739
קאווע טרינקער
שטילע אינגערמאן
מזל טוב, מיין ווייב'ס יום הולדות

וואס האט זי געהאט, אונגעל? מיידל?

אירע מאמע האט זעהאט א מיידל בערך דרייסיג יאר צירוק, אויפן היינטיגן טאג

פלעין יודיש » דאנערשטאג יולי 31, 2014 7:37 am

· #214749
און איך האב נאך געמיינט אז די ביסט א פרוי'ס פערזאן

איך אויך » דאנערשטאג יולי 31, 2014 8:59 am

· #214756
וואס איר מאן האט אנגעשלאגן?

שטילע אינגערמאן » מיטוואך מערץ 23, 2016 1:36 am

· #326186
מזל טוב, 7.2 וועגט ער, מיאוס ווי די נאכט

ליפא » מיטוואך מערץ 23, 2016 1:37 am

· #326187
לייג make up

קל וחומר » מיטוואך מערץ 23, 2016 1:38 am

· #326188
מזל טוב. זאל ער זוכה זיין צו א גרינגן מוטער בשעטו"מ.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 23, 2016 1:45 am

· #326189
שטילע אינגערמאן
מזל טוב, 7.2 וועגט ער, מיאוס ווי די נאכט

ווער? ער אדער זי?

קל וחומר » מיטוואך מערץ 23, 2016 2:09 am

· #326194
קאווע טרינקער
שטילע אינגערמאן
מזל טוב, 7.2 וועגט ער, מיאוס ווי די נאכט

ווער? ער אדער זי?

ליטוואק וואלט געענטפערט 'ביידער' וד"ל

טמיר » מיטוואך מערץ 23, 2016 8:52 am

· #326209
מזל טוב! וואס איז די אדרעס? דר'עולם וויל שיקן פעקלעך

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 23, 2016 9:25 am

· #326213
שטילע אינגערמאן
מזל טוב, 7.2 וועגט ער, מיאוס ווי די נאכט

ראט אינעם טאטן צי אינעם מאמען?

ראוונע » זונטאג מערץ 27, 2016 7:51 pm

· #326492
מזל טוב
איוואנקע טראמפ די אידישע טאכטער פון דאנעלד טראמפ האט יעצט געבוירען די גרעסטע אין די שענסטע אינגעל בעיבי

ישראל גלויבער » זונטאג מערץ 27, 2016 8:34 pm

· #326496
<a class="postlink" href="http://www.onlysimchas.com/news/28582/mazel-tov-to-the-trumps-and-kushners-on-the-birth-of-a-baby-boy-today">http://www.onlysimchas.com/news/28582/m ... -boy-today</a>

ישראל גלויבער » זונטאג מערץ 27, 2016 8:48 pm

· #326497
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/JudgeJeanineFans/posts/245291505816377">https://www.facebook.com/JudgeJeanineFa ... 1505816377</a>

יעלה ויבא » זונטאג מערץ 27, 2016 9:28 pm

· #326510
Re: מז"ט! אי"ה ביי אייך אויף שמחות
📎 uploadfromtaptalk1459128534059.jpg

ישראל גלויבער » מאנטאג מערץ 28, 2016 5:06 pm

· #326608
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/865121006870216/photos/a.865317456850571.1073741828.865121006870216/976572685725047/?type=3&theater">https://www.facebook.com/86512100687021 ... =3&theater</a>

לית דין בר נש » דינסטאג מערץ 29, 2016 1:49 pm

· #326719
שטילע אינגערמאן
מזל טוב, 7.2 וועגט ער, מיאוס ווי די נאכט

ווי איז די וואך נאכט היינט נאכט? די האסט פלאץ פאר אונז?

בן אדם » דינסטאג מערץ 29, 2016 1:57 pm

· #326722
אין סטוטשין מאכט מען נישט קיין וואך נאכט.

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 1:04 pm

· #328190
ברעקינג. @יואב מאכט א שמחה היינט נאכט, איך האב אריין געשיקט צום בר מצווה א שיין סופרייז (זעה בילד). כקען נישט זאגן ווי סגייט פארקומען מטעם גילוי. אבער סגייט זיין פאון.
📎 image.jpeg
בלאט: 1 2