☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

130 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10307
בלאט: 1 2 3

ארי נוהם » זונטאג מערץ 27, 2016 5:53 pm

· #326472
ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
מיט א ציטערדיגע האנט, וועל איך צום ערשטן מאל נעמען א פעדער, און פרובירן אראפצושרייבן מיינע רוישיגע שטורמישע געדאנקען, אינעם איינציגסטן פלאץ וואו עס איז נאך [האפנטליך] ערלויבט: קאווע שטיבל.


שוין א לענגערע צייט וואס איך זוך א פלאץ אויסצוגעבן מיינע קשיות, סברות, ספיקות, טענות, ומענות. אין געווענליכן שול'כל, ווען איך לאז נאר פאלן א ווארט, ווער איך גלייך ארונטערגעריסן אלס משכיל, אפיקורס, אנארכיסט, אדער גאר סתם שוטה. נאכן גלייבן די טיטלען א לאנגע צייט, האב איך זוכה געווען צו קענען לערנען קאווע שטיבל, וואו איך האב געפונען א פלאץ מלא תורה ומדע, שכל הישר, און מענטשליכקייט. דער איינציגסטער אידיש רעדנדע פלאץ, וואו מ'קען פרעגן און אפילו אויסדריקן טענות אויף אנגענומענע נארמען, און אנדערע וועלן זוכן דאס צו פארענטפערן, אדער גאר מסכים זיין, אבער נישט אנצו'שגצ'ן דער בעל הטענות. דערפאר האב איך מחליט געווען זיך איינצושרייבן דא, כדי צו טרעפן א פלאץ אויסצולופטערן אלע ספיקות.

ספיקות אין אונזער חסיד'ישער געזעלשאפט, ספיקות אין אונזער חרד'ישער געזעלשאפט, און אפילו ספיקות אין אונזער תורה הק'. לא באתי כמתריס אלא כמתנצל, איך וויל נישט אפפרעגן נאר טרעפן תשובות. תשובות וואס מ'געבט נישט פאר די יוגנט, תשובות וואס מ'נעמט אוועק פון די יוגנט וואס וויל שוין יא פרעגן, און תשובות וואס באשטייען פון 'מען טאר נישט פרעגן' - אנשטאטס תשובות אויף די פראגעס וואס זענען שוין געפרעגט געווארן.


די גמרא זאגט, אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר. ליידער זאג איך, אז איך בין אן ארי נוהם נישט מתוך קופה של בשר, נאר מתוך קופה של תבן. דהיינו, צוליב דעם וואס מען האט אונז אנגעגעסן מיט 'שטרוי' אנשטאטס מיט 'פלייש', בין איך אן ארי נוהם, איך שריי, איך וויין, און איך פאדער תשובות!


אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט, האט געלעבט אן ארי החי, הלוא הוא מרן הגה"ק רבי יהודה אריה די מודינא זי"ע, וואס איז אין א געוויסע הינזיכט מיין רבי. ער איז טאקע געווען א גאון אדיר בכל התורה כולה, ער האט אפילו מחרים געווען ברוך שפינאזא, אבער ער איז גלייכצייטיג געווען אנדערש פון אלע אנדערע גדולים בעפאר אים און נאך אים. ער האט געשפילט קארטן, ער האט געפירט א טעאטער, א גוי'אישע מוזיק אקאדעמיע, און געקענט אסאך גוי'אישע חכמות ומדעים.

זיין ספר מיט וואס ער איז אזוי באוואוסט אין די גאס, איז דער ספר ארי נוהם. דאס איז א גאנצע חיבור אנטקעגן ספר הזוהר וחכמת קבלה, וואס ער צייכנט אפ אלס פאלש, עבודת אלילים, און נאך שארפע לשונות. אפגעזען פון מיין מיינונג אויף זיין ספר, איז אבער זיין ספר א נר לרגלי מיט דעם וואס ער האט נישט מורא געהאט ארויסצוטרעטן אנטקעגן עפעס וואס ער האט געהאלטן פאר אומריכטיג, א זאך וואס קיין איין רב בזמנינו וואלט נישט געטון.

טראץ דעם וואס ער איז געווען א גאון בתורה, און ארויסגעגעבן פילצאליגע ספרים בכל מיני מקצועות התורה, איז ער געבליבן א פארלוירענע נשמה, מיט קשיות און ספיקות, און דאס האט אים נישט אפגעשטעלט פון טון וואס איז ריכטיג אין זיינע אויגן. און דערפאר 'אין מיינע אויגן' איז ער א העלד, יחיד בדורו ובדורות אחרים, צו ווייזן אז מ'מעג זיין פארלוירן און צומישט, און עס נעמט נישט אוועק פון די גדלות בתורה און גדלות האדם. און אזוי אויך פארקערט, דער פאקט אז מ'איז א גדול בתורה ובחכמה, מיינט נישט אז מער קען מען קיין טענות, קשיות, און ספיקות נישט פארמאגן.


צוליב די צוויי טעמים האב איך אויסגעוועלט מיין נאמען ארי נוהם, און איך האף טאקע צו קענען ארויסברענגען מיין נהימת הלב אינעם איינציגסטן פלאץ וואו א נוהם ווערט אנגעקוקט ווי אן ארי, און נישט ווי אן אפיקורס. און בקרוב וועל איך ארויסברענגען פארשידענע פונקטן אין אונזער לעבן וואס עגבערט מיך: אריה שאג, מי לא יירא?!

ירא שמים » זונטאג מערץ 27, 2016 6:05 pm

· #326474
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
לכה דודי נצא בשאלה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10167">viewtopic.php?t=10167</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 6:53 pm

· #326484
שלום עליכם

האט איהר געזען מיין אשכול דא?
איך ווייס נישט צו ס'וועט אייך העלפען, אבער פראבירען קען מען.

די ספר ארי נוהם קען מען קריגען דא. כאפ שנעל, ווייל ס'שטייט אין די זייט אז מענטשען פון דיין שטיבעל זענען שנעל אנגעקומען און געשריבען געפערליכע מחאות אויפ'ן ארויפלייגען די ספר אויף זייער סייט. אפשר וועלען זי כאפען א הרהור תשובה און מ'וועט שוין נישט קענען אזוי זינדיגען אין פארגעניגען.

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 27, 2016 8:51 pm

· #326499
@ארי נוהם די ביסט פיינע נייעס. פרעג שעפעלע, פרעג וואס באדערט דיר און בטוח אני בחכמי השטיבל אז דיינע אלע שאלות און ספיקות וועלן דא אויסגעקלארט ווערן.

געוואלדיג » זונטאג מערץ 27, 2016 9:12 pm

· #326504
[ציטאט אראפגענומען]


אנארכיזם איז שוין איינמאל וועלקאם דא!!! 😛 😛

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 27, 2016 9:25 pm

· #326509
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
געוואלדיג
[ציטאט אראפגענומען]


אנארכיזם איז שוין איינמאל וועלקאם דא!!! [emoji14] 😛


און דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/326268">viewtopic.php?p=326268#p326268</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 10:34 pm

· #326518
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
איך ליין יעצט אז די פיוט 'יום זה יהי משקל כל חטאתי' פון יוכפ"ק קומט פון דער 'ארי נוהם'.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ארי נוהם » מאנטאג מערץ 28, 2016 11:06 am

· #326540
א גרויסן ייש"כ פאר די ווארימע אויפנאמע, ווי אויך פאר די גאר אינטרעסאנטע לינקס פון די חברים דא. אזויפיל זע איך, אז דאס פלאץ איז א מקום מוכשר ארויסצוברענגען די סטיל מהלך המחשבה, און דערפאר שפיר איך מיך רואיגער צו דיסקוסירן די נושאים הקרובים אל לבי.

איך האף נאר אז דאס וועט אנהאלטן אפילו ווען מיינע קשיות און ספיקות וועלן גריבלן אביסעלע טיפער.

איך האב א לאנגע ליסטע וואס זענען צריכים עיון, וביניהם: אונזער חסיד'ישער לעבנסשטייגער, אונזער חרדי'שער לעבנסשטייגער, תורת הקבלה, תורת החסידות, ירידת הדורות, אוועלוציע, השתלשלות מסורת התורה מדור דור, ספרי תנ"ך, מהר"י מסאטמאר'ס פערזענליכקייט, די ליטווישע מהלך, ועוד. די טשעלענדזשעס באנעמען ווירקליך כמעט יעדן טייל פון לעבן, און איך האף זיי אלע צו דערגרייכן, און באקומען הסברים ראויים.

אחד העם » מאנטאג מערץ 28, 2016 11:20 am

· #326542
ארי נוהם
א גרויסן ייש"כ פאר די ווארימע אויפנאמע, ווי אויך פאר די גאר אינטרעסאנטע לינקס פון די חברים דא. אזויפיל זע איך, אז דאס פלאץ איז א מקום מוכשר ארויסצוברענגען די סטיל מהלך המחשבה, און דערפאר שפיר איך מיך רואיגער צו דיסקוסירן די נושאים הקרובים אל לבי.

איך האף נאר אז דאס וועט אנהאלטן אפילו ווען מיינע קשיות און ספיקות וועלן גריבלן אביסעלע טיפער.

איך האב א לאנגע ליסטע וואס זענען צריכים עיון, וביניהם: אונזער חסיד'ישער לעבנסשטייגער, אונזער חרדי'שער לעבנסשטייגער, תורת הקבלה, תורת החסידות, ירידת הדורות, אוועלוציע, השתלשלות מסורת התורה מדור דור, ספרי תנ"ך, מהר"י מסאטמאר'ס פערזענליכקייט, די ליטווישע מהלך, ועוד. די טשעלענדזשעס באנעמען ווירקליך כמעט יעדן טייל פון לעבן, און איך האף זיי אלע צו דערגרייכן, און באקומען הסברים ראויים.


שוין, כאמיך שוין דערשראקן פאר גארנישט.
דאס זענען סה"כ די ספיקות פון וואס די רעדטס?! נא נא
אלנפאלנס, תצליח בכל דרכיך.

לייבעלע » מאנטאג מערץ 28, 2016 12:19 pm

· #326549
איך האב באקימען קאמפיטישען 😲

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 28, 2016 12:26 pm

· #326550
א פאר תירוצים:

אונזער חסיד'ישער לעבנסשטייגער,
בלויז א קולטורישע ערשיינונג, אן קיין סאך וויכטיגע באדייט.

אונזער חרדי'שער לעבנסשטייגער,
כנ"ל.

תורת הקבלה,
דאס האסטו שוין געברענגט פון דער ספר ארי נוהם, וואס ווי ווייט איך האב געזען איז בעיקר געבויט אויף דעם אז דער רמב"ם האט נישט געגלויבט דערין, און דער וואס רעדט אויפ'ן רמב"ם איז א שוטה רשע וגס רוח. למעשה דארף מען טראכטען אז קלוגע גרויסע מענטשען האבען יא שטארק געהאלטען פון קבלה, אבער קיין אויפווייז אויפ'ן שטאפל פון תורת הנגלה, וואס מיר האבען מיט א קלארקייט מדור דור, איז נישט דא אויף חכמת הקבלה. ס'איז מיר שווער אנצונעמען אז מ'איז עפעס אן עבריין פאר'ן נישט גלויבען דערין. אבער לייקענען אין גאנצען איז אויך נישט צו קלוג, ווארום דער ווילנא גאון איז נאך אזוי קלוג ווי אונז אלע. דאס אז ס'איז נישט אנגעקומען צום רמב"ם מיינט נישט אז ס'איז נישט ריכטיג, נאר אז צו איהם איז עס נישט אנגעקומען.

תורת החסידות,
איך האב אמאל געליינט א ספר 'אלו ואלו דברי א-להים חיים' פון הרב צבי איינפלד. ער רעדט מיט א ריזיגע אריכות, אבער ער ברענגט אראפ די יסוד פון וואס האט זיך דארט געטוהן, און פארוואס מ'האט מתנגד געווען, געבויט אויף אריגינעלע מקורות. (איך האב פארציילט דערפון צו א ליטווישע חבר, האט ער מיר געפרעגט "וויאזוי קומען די אלע סברות אן צו דער בנציון\מרדכי דוד סומאטוכע?" קיין תרוץ האב איך נישט געהאט פאר איהם. ער האט מיר אויך געפרעגט "טאמער ס'איז אן ערנסטע זאך טאקע, דארפען זיי זיין די ערשטע וואס ווערען באליידיגט ווען זייער לעבענסגלויבונג ווערט פארוואנדעלט אין א באנדע נערישע ווערטליך און מנהגי אכילה און פארוויילונגס הנהגות. פארוואס לאזען זיי עס צו?") ס'איז אינטרעסאנט צו ליינען, אבער אן אריכות ללא צורך.

ירידת הדורות,
קוק דא און מ'עט קענען אנהויבען.

אוועלוציע,
איך ווייס נישט.

השתלשלות מסורת התורה מדור דור,
עי' כאן

ספרי תנ"ך,
וואס דארף מען וויסען? די פשט דערפון, עי' ראשונים. געוויסע שאלות, עי' כאן, א שטילע אשכול, אבער מ'זוכט ארומצושמועס'ן די זאכען.
מהר"י מסאטמאר'ס פערזענליכקייט,
נאך פיפצען בענדער מושיען של ישראל פרעגט איהר נאך אזוי?

די ליטווישע מהלך,
פאר דעם דארפט איהר פרעגען בערעל בעלעגלה. ער האלט זיך א געפערליכע מומחה אין די זאכען.

ועוד.
עי' כאן

זבולון » מאנטאג מערץ 28, 2016 12:56 pm

· #326556
אין אורח מכניס אורח, איך בין א גאסט פונקט ווי אייך, אבער איך האב איין נקודה צו מעיר זיין.

דו שרייבסט אז קיין איין רב בזמנינו וואלט נישט געטוהן וואס דער ארי נוהם האט געטוהן, און איך מיין אז דו טוהסט א שטיקל טעות דערמיט.

ברוך השם! לא אלמן ישראל, עס זענען פארהאן היינט אויך גרויסע רבנים, גוטע דענקער, און געלונגענע שרייבער. נעמט פאר א דוגמא: הרב יונתן זאקס (רב הראשי דבריטניה לשעבר) שליט״א, ער איז שוין דיסקוסירט געווארן דא אין קאווע שטיבל אסאך, ועוד ועוד.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 28, 2016 1:00 pm

· #326558
ס'איז נישט דא קיין געסט אין ק"ש, אלע זענען אייניג. קיינער האט נישט קיין רעכטען איבער א צווייטען. וכמבואר בתקנות השטיבל

לגבי הרב זאקס. יא, איינער קען עס טוהן, אבער הרב די מודינה האט עס געטוהן פון וויסענשאט, נישט פון השערה. ער האט געהאט א מיינונג געבויט אויף זיין קענשאפט אין תורה ופילוזופיא, נישט סתם ארויסגעשאסען א ווערטעל וואס קלינגט גוט אין אויער און מיינט ווייניג.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 28, 2016 1:28 pm

· #326560
ליטוואק פון בודאפעסט: איין קליינע הערה אויף דיין בעקהענדעד קאמפלימענט. אז די קשיות אויפ'ן ליטווישן מהלך קען איך פארענטפערן ווייל איך האלט זיך ..."פאר א געפערליכער מומחה"... אויף די טעירעס הליטאית.אלס עקספערט קען איך מעיד זיין אז די גאנצע ליטאית באשטייט פון איין ווארט...טעירע ואידך פירושא. זיל גמור. (און זיץ נישט אזויפיהל דארט. ווייל דארט טאר מען נישט לערנען טעירע... 😂 🙄 )

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 28, 2016 1:46 pm

· #326562
א מאדנע פאלק די ליטוואקע'ס. זיי מיינען אז ווייל דער אויבישטער האט אריינגעלייגט זיין ווילען אין די תורה, מיינט עס אז אנדערע זאכען זענען נישט וויכטיג, נאר טאמער ס'שטייט אין תורה. די חברה האלטען זאגאר אז די תורה איז די כלי חמדה פון די אויבישטער, זיי מיינען אז דער אויבישטער פרייט זיך ווען א איד לערנט תורה, אזש מ'האט געהערט פון זיי עפעס מאדנע רייד כאילו אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה! זיי ווייסען נישט אז נישט טראגען א האנט זייגער איז וויכטיגער ווי אלעם, די נערישע ליטוואקע'ס.

ארי נוהם » מאנטאג מערץ 28, 2016 2:06 pm

· #326563
זבולון
דו שרייבסט אז קיין איין רב בזמנינו וואלט נישט געטוהן וואס דער ארי נוהם האט געטוהן, און איך מיין אז דו טוהסט א שטיקל טעות דערמיט.

ברוך השם! לא אלמן ישראל, עס זענען פארהאן היינט אויך גרויסע רבנים, גוטע דענקער, און געלונגענע שרייבער. נעמט פאר א דוגמא: הרב יונתן זאקס (רב הראשי דבריטניה לשעבר) שליט״א, ער איז שוין דיסקוסירט געווארן דא אין קאווע שטיבל אסאך, ועוד ועוד.
ליטוואק פון בודאפעסט
לגבי הרב זאקס. יא, איינער קען עס טוהן, אבער הרב די מודינה האט עס געטוהן פון וויסענשאט, נישט פון השערה. ער האט געהאט א מיינונג געבויט אויף זיין קענשאפט אין תורה ופילוזופיא, נישט סתם ארויסגעשאסען א ווערטעל וואס קלינגט גוט אין אויער און מיינט ווייניג.

כיהודה ועוד לקרא.
הרב זאקס איז מער דענקער און שרייבער, ווי גדול בתורה [וואס איך מאך אויך נישט אוועק]. ווען מ'רעדט פון גדולי התורה, איז דא א ריזן ליסטע פון גאונים מופלגים בעפאר הרב זאקס.

אזוי אויך איז הרב זאקס אפגעשטעמפלט אלס 'לינקער', און לינקע ת"ח וואס זענען אויך דענקער - זענען דא די והותר. אויפן פלאץ האב איך א לאנגע רשימה: הרב יובל שרלו, הרב דוד סתיו, הרב מלך שפירא, ישיבת חובבי התורה עם רבניה, וכו' וכו'.

די קונץ פון רבי יהודה אריה די מודינא איז געווען, אז ער איז געווען א גאון מופלג בתורה, אחד מן הגאונים המפורסמים בדורו, און אעפ"כ האט ער זיך געטרויעט צו זאגן את אשר עם לבבו [משא"כ אזא מענטש ווי הרב זאקס ודומיו, האלטן דאס גופא פאר א שטאלץ, ודו"ק בחילוק].

ארי נוהם » מאנטאג מערץ 28, 2016 2:08 pm

· #326564
ליטוואק פון בודאפעסט
א מאדנע פאלק די ליטוואקע'ס. זיי מיינען אז ווייל דער אויבישטער האט אריינגעלייגט זיין ווילען אין די תורה, מיינט עס אז אנדערע זאכען זענען נישט וויכטיג, נאר טאמער ס'שטייט אין תורה. די חברה האלטען זאגאר אז די תורה איז די כלי חמדה פון די אויבישטער, זיי מיינען אז דער אויבישטער פרייט זיך ווען א איד לערנט תורה, אזש מ'האט געהערט פון זיי עפעס מאדנע רייד כאילו אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה! זיי ווייסען נישט אז נישט טראגען א האנט זייגער איז וויכטיגער ווי אלעם, די נערישע ליטוואקע'ס.

איך קען נישט מער ווי זאגן, אז איך בין פולשטענדיג אומאיינשטימיג מיט דיינע רייד. דו ברענגסט ארויס די חשיבות פון די תורה, אבער דו געבסט נישט קיין הסבר פארן ליטווישן דרך החיים, וואס איך וועל אי"ה אדורכטון אין אן אשכול פאר זיך.

דיין לענגערע תשובה איבער מיינע פונקטן, וועל איך אדוכטון אין נעקסטן תגובה.

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 28, 2016 2:14 pm

· #326566
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/144976">viewtopic.php?f=8&t=4591&p=144976&hilit=%D7%92%D7%9C%D7%90%D7%A8%D7%A8%D7%99%D7%99%D7%9B%D7%A2#p144976</a><!-- l -->

ארי נוהם » מאנטאג מערץ 28, 2016 2:27 pm

· #326567
ליטוואק פון בודאפעסט
א פאר תירוצים:
אונזער חסיד'ישער לעבנסשטייגער, בלויז א קולטורישע ערשיינונג, אן קיין סאך וויכטיגע באדייט.
אונזער חרדי'שער לעבנסשטייגער, כנ"ל.
תורת הקבלה, דאס האסטו שוין געברענגט פון דער ספר ארי נוהם, וואס ווי ווייט איך האב געזען איז בעיקר געבויט אויף דעם אז דער רמב"ם האט נישט געגלויבט דערין, און דער וואס רעדט אויפ'ן רמב"ם איז א שוטה רשע וגס רוח. למעשה דארף מען טראכטען אז קלוגע גרויסע מענטשען האבען יא שטארק געהאלטען פון קבלה, אבער קיין אויפווייז אויפ'ן שטאפל פון תורת הנגלה, וואס מיר האבען מיט א קלארקייט מדור דור, איז נישט דא אויף חכמת הקבלה. ס'איז מיר שווער אנצונעמען אז מ'איז עפעס אן עבריין פאר'ן נישט גלויבען דערין. אבער לייקענען אין גאנצען איז אויך נישט צו קלוג, ווארום דער ווילנא גאון איז נאך אזוי קלוג ווי אונז אלע. דאס אז ס'איז נישט אנגעקומען צום רמב"ם מיינט נישט אז ס'איז נישט ריכטיג, נאר אז צו איהם איז עס נישט אנגעקומען.
תורת החסידות, איך האב אמאל געליינט א ספר 'אלו ואלו דברי א-להים חיים' פון הרב צבי איינפלד. ער רעדט מיט א ריזיגע אריכות, אבער ער ברענגט אראפ די יסוד פון וואס האט זיך דארט געטוהן, און פארוואס מ'האט מתנגד געווען, געבויט אויף אריגינעלע מקורות. (איך האב פארציילט דערפון צו א ליטווישע חבר, האט ער מיר געפרעגט "וויאזוי קומען די אלע סברות אן צו דער בנציון\מרדכי דוד סומאטוכע?" קיין תרוץ האב איך נישט געהאט פאר איהם. ער האט מיר אויך געפרעגט "טאמער ס'איז אן ערנסטע זאך טאקע, דארפען זיי זיין די ערשטע וואס ווערען באליידיגט ווען זייער לעבענסגלויבונג ווערט פארוואנדעלט אין א באנדע נערישע ווערטליך און מנהגי אכילה און פארוויילונגס הנהגות. פארוואס לאזען זיי עס צו?") ס'איז אינטרעסאנט צו ליינען, אבער אן אריכות ללא צורך.
ירידת הדורות, קוק דא און מ'עט קענען אנהויבען.
אוועלוציע, איך ווייס נישט.
השתלשלות מסורת התורה מדור דור, עי' כאן
ספרי תנ"ך, וואס דארף מען וויסען? די פשט דערפון, עי' ראשונים. געוויסע שאלות, עי' כאן, א שטילע אשכול, אבער מ'זוכט ארומצושמועס'ן די זאכען.
מהר"י מסאטמאר'ס פערזענליכקייט, נאך פיפצען בענדער מושיען של ישראל פרעגט איהר נאך אזוי?
די ליטווישע מהלך, פאר דעם דארפט איהר פרעגען בערעל בעלעגלה. ער האלט זיך א געפערליכע מומחה אין די זאכען.
ועוד. עי' כאן

די קולטורן פון חסידים, ליטאים, און בכלל - חרדים, איז טאקע נאר דאס, א קולטור. אבער קשיות טענות און ספיקות מעג מען, און דארף מען, אייביג ארויסברענגען. חוץ מזה, ליגט אין דעם עפעס טיפער'ס, בבחינת על מה עשה ה' ככה. אבער די דעטאלן וועלן צואווארטן פאר די ספעציפישע אשכולות וואס טוען אדורך נושא ביי נושא.


מיין פראבלעם מיט תורת הקבלה, איז לאו דוקא דער [ספר] ארי נוהם'ס פראבלעם, כאטש ס'איז גוט אלס סניף. תורת הקבלה איז איינס פון די מערסט אומפארשטענדליכע זאכן, סיי פון א היסטארישע אפשאצונג, סיי פון איר תוכן, סיי וויאזוי זי איז נתקבל געווארן, סיי אין די אזוי גערופענע חיוב צו גלייבן אין איר, און סיי אין איר השוואה צו תורה המסורה ע"פ דברי הכוזרי. ווי דערמאנט, וועל איך ערשט אנקומען ארויסצוברענגען יעדן פונקט אין איר ספעציפישער אשכול. די רשימה וואס איך האב אראפגעברענגט אויבן, פון מיינע קשיות און ספיקות, זענען נישט מער ווי א אומפארענדיגטע מפתח.


תורת החסידות האט געוויסע פראבלעמען וואס זענען דומה צו די פראבלעמען מיט תורת הקבלה. בנוסף לזה, האט עס באזונדערע פראבלעמען, סיי מיט איר עפראוטש, סיי מיט איר פילצאליגע מהלכים, סיי מיט איר עבר, הווה, און עתיד. כנ"ל, וועט עס אויסגעשמועסט ווערן במקומה.


ירידת הדורות. דיין לינק איז זייער נוצבאר, און איך האב אסאך צוצולייגן דערוועגן. אזוי אויך, זענען דא נאך סניפים בענין 'ירידת הדורות', א שטייגער ווי די בליק פון ראשונים אויפן בריאה, תורה, און דרך החיים, לעומת די בליק פון אחרונים. די וועג וויאזוי זיי פלעגן אנקוקן א בר פלוגתא, ועוד הרבה דברים.


השתלשלות מסורת התורה, מיין איך נישט די היסטאריע וואס אונזערע מקורות צייכענען צו. איך רעד ענדערש פון די מציאות הדברים, צו די מסורה האט זיך נישט אפגעהאקט פיל מאל, געוויסע מחלוקות וואס קענען לכאורה נאר צושטאנד קומען פון אי-מסורה, די בליק אז די תורה זעט אויס ווי א עוואלוציאנערישע שטיקל, וואס האט זיך פארברייטערט במשך הדורות, און נאך אסאך דיונים [היבש שארפע נושאים, וואס פארן אין ריכטונג פון תורה מן השמים, והמבין יבין].


ספרי תנ"ך, מיין איך ווען דאס איז געשריבן געווארן היסטאריש, וויפיל מ'קען ארויסלערנען דערפון, סיפורי המקרא וואס שטייען נישט אין קיין שום אנדערע מקור, און בכלל - ביקורת המקרא.


מהר"י מסאטמאר'ס פערזענליכקייט, איז פול מיט געגנזייטיגע שטריכן, צומאל אויף א פאטאלע אופן. דאס פרעגט ביי מיר קשיות אויף זיין עצם מהות פון צדיק צו 'צדיק הדור', און איז בעצם א קשיא אויף נאך אסאך אנדערע רבי'ס, נאר עס האט זיך אממערסטנס ארויסגעשיילט ביי מהר"י מסאטמאר.


איבער די ליטווישע דרך האב איך שוין אנגעמערקט אין פריערדיגן תגובה.


---------------------------
מיין ליסטע גייט פאקטיש אסאך לענגער [ממילא, אחד העם, איר מעגט זיך בארואיגן...], אבער עס האט קיין זין צו שרייבן וואס איך וויל אלס אדורכטון, אנשטאטס אן עפרון, וויל איך ענדערש זיין אן אומר מעט ועושה הרבה. מיט גאטס הילף, און מיטן הילף פון די חברים אין קאווע שטיבל.

מפוזרי » מאנטאג מערץ 28, 2016 3:42 pm

· #326589
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
ארי נוהם
זבולון
דו שרייבסט אז קיין איין רב בזמנינו וואלט נישט געטוהן וואס דער ארי נוהם האט געטוהן, און איך מיין אז דו טוהסט א שטיקל טעות דערמיט.

ברוך השם! לא אלמן ישראל, עס זענען פארהאן היינט אויך גרויסע רבנים, גוטע דענקער, און געלונגענע שרייבער. נעמט פאר א דוגמא: הרב יונתן זאקס (רב הראשי דבריטניה לשעבר) שליט״א, ער איז שוין דיסקוסירט געווארן דא אין קאווע שטיבל אסאך, ועוד ועוד.
ליטוואק פון בודאפעסט
לגבי הרב זאקס. יא, איינער קען עס טוהן, אבער הרב די מודינה האט עס געטוהן פון וויסענשאט, נישט פון השערה. ער האט געהאט א מיינונג געבויט אויף זיין קענשאפט אין תורה ופילוזופיא, נישט סתם ארויסגעשאסען א ווערטעל וואס קלינגט גוט אין אויער און מיינט ווייניג.

כיהודה ועוד לקרא.
הרב זאקס איז מער דענקער און שרייבער, ווי גדול בתורה [וואס איך מאך אויך נישט אוועק]. ווען מ'רעדט פון גדולי התורה, איז דא א ריזן ליסטע פון גאונים מופלגים בעפאר הרב זאקס.

אזוי אויך איז הרב זאקס אפגעשטעמפלט אלס 'לינקער', און לינקע ת"ח וואס זענען אויך דענקער - זענען דא די והותר. אויפן פלאץ האב איך א לאנגע רשימה: הרב יובל שרלו, הרב דוד סתיו, הרב מלך שפירא, ישיבת חובבי התורה עם רבניה, וכו' וכו'.

די קונץ פון רבי יהודה אריה די מודינא איז געווען, אז ער איז געווען א גאון מופלג בתורה, אחד מן הגאונים המפורסמים בדורו, און אעפ"כ האט ער זיך געטרויעט צו זאגן את אשר עם לבבו [משא"כ אזא מענטש ווי הרב זאקס ודומיו, האלטן דאס גופא פאר א שטאלץ, ודו"ק בחילוק].


הרב דע מאדענא בדורו האט נישט פארנומען קיין גרעסערע פלאץ ווי הרב סאקס בדורנו.
זיינע דעות לפי זיין סביבה זענען נישט געווען אזוי דרייסט.
אגב, איז דער ספר ארי נוהם געדרוקט געווארן אחר פטירתו.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 28, 2016 3:57 pm

· #326593
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
הרב אנאנים, ביי מיר גייט עס אזוי. איך הייב אן עפעס ליינען, און איך שפרינג צו א צווייטע זאך און איך פארגעס פון די ערשטע. דאס גילט ביי געדרוקטע ביכער אויך. איך בין יעצט געווען אין א קענד"י סטא"ר, אן אלמנה האט מיר געגעבען רעכט צו נעמען פון איהר מאן, א חובב ספרים, ס אוצר און איך בין אהיים געקומען מיט פינף באקסעס, און איך שפרינג, פון הרי"ד סאלאווייציק צו הר"ש גורן און ווייטער. אבער למעשה בלייב איך נישט ביי איין זאך. איך האב אויך יעצט פארהאנדל'ט אן אוצה"ח (נישט 14, נאר 8, אבער עפעס איז עס) און איך שפרינג פון נושא צו נושא.

אבער וויסען זאלסטו אז דאס אליינס אז איינער האט זיך באמיהט אראפצולייגען דער ענין קלאר גיבט א חיזוק צו מענטשען. אסאך מיינען אז ס'איז אלס נערישקייטען געזויגען פון פינגער. אז מ'זעט אז ס'איז דא א סוגיא דערפון, על אף אז מ'קען נישט די סוגיא, גיבט עס א חיזוק אנצוגייען. איך האב אזוי באקומען פון מענטשען אויף מיין אשכול אויף אמונה, און מ'זעהט אז פיהל באזוכער'ס און ליינער'ס לאזען זיך נישט הערען על אף מ'האט א השפעה געמאכט אויף זיי.

ירא שמים » מאנטאג מערץ 28, 2016 7:10 pm

· #326625
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
גם לי

ארי נוהם » מאנטאג מערץ 28, 2016 7:20 pm

· #326628
מפוזרי
ארי נוהם
הרב זאקס איז מער דענקער און שרייבער, ווי גדול בתורה [וואס איך מאך אויך נישט אוועק]. ווען מ'רעדט פון גדולי התורה, איז דא א ריזן ליסטע פון גאונים מופלגים בעפאר הרב זאקס.

אזוי אויך איז הרב זאקס אפגעשטעמפלט אלס 'לינקער', און לינקע ת"ח וואס זענען אויך דענקער - זענען דא די והותר. אויפן פלאץ האב איך א לאנגע רשימה: הרב יובל שרלו, הרב דוד סתיו, הרב מלך שפירא, ישיבת חובבי התורה עם רבניה, וכו' וכו'.

די קונץ פון רבי יהודה אריה די מודינא איז געווען, אז ער איז געווען א גאון מופלג בתורה, אחד מן הגאונים המפורסמים בדורו, און אעפ"כ האט ער זיך געטרויעט צו זאגן את אשר עם לבבו [משא"כ אזא מענטש ווי הרב זאקס ודומיו, האלטן דאס גופא פאר א שטאלץ, ודו"ק בחילוק].


הרב דע מאדענא בדורו האט נישט פארנומען קיין גרעסערע פלאץ ווי הרב סאקס בדורנו.
זיינע דעות לפי זיין סביבה זענען נישט געווען אזוי דרייסט.
אגב, איז דער ספר ארי נוהם געדרוקט געווארן אחר פטירתו.

מילא דו ווילסט גרויס מאכן הרב סאקס, זאל דיר וואויל באקומען, אבער פארוואס ביזטו אזוי משפיל רבי יהודה אריה די מודינא?!... ער איז געווען אן ארוך בדורו לכל הדעות.

און די דרייסטקייט פון זיינע דעות איז אויך גרויס, אפילו נעמנדיג אין אכט אז מ'רעדט פון איטאליע. אזעלכע זאכן ווי פירן א טעאטער און לערנען מוזיק מיט טענץ פאר גוים, איז געווען גאר שארף און דרייסט אפילו דארט. און איטאליע אין זיינע צייטן [400 יאר צוריק], איז נישט געווען די זעלבע איטאליע פון שד"ל [ויש"ר מגורציא], און די איטאליע פון שד"ל איז נישט געווען די זעלבע איטאליע ווי די איטאליע פון 150 יאר צוריק.


אלנפאלס, דא איז נישט די פלאץ זיך אויסצו'טענה'ן איבערן בעל ארי נוהם, וואס איז דערמאנט געווארן דרך אגב. איך האף בקרוב צו אנהייבן באנעמען די נושאים וואס ליגן מיר אויפן געדאנק.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 29, 2016 7:27 am

· #326688
ארי נוהם

ער איז געווען אן ארוך בדורו לכל הדעות.

א דיין אין ווענעציע.. נישט מער. ערשט יארן שפעטער האבן זיך די משכילים צוגעכאפט צו אים, אבער בדורו ממש זעהט נישט אויס ווי ער איז געווען פון די ליעג.

--
שלום עליכם לייב-ברוממער, לאז זיך הערן...

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 7:45 am

· #326690
קאווע טרינקער, חסידישע אידן זאגן זיין פזמון יוכ"ק מיט א פלאם פייער.
אגב איז כדאי אנצומערקן אז די חיד"א כדרכו, האט א מאדנע מעשה אז די מודינא זאל האבן צוריקגעצויגן פון זיין התנגדות לתורת הקבלה.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 29, 2016 7:58 am

· #326691
נהורא נפישא
קאווע טרינקער, חסידישע אידן זאגן זיין פזמון יוכ"ק מיט א פלאם פייער.
.

מכאן ראיה? וואס איז מיט אדון עולם? מישע מישע מישענעכנאס אדר? אשת-חיל מצוה טאנץ?

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 29, 2016 8:17 am

· #326692
איך ברענג נישט קיין ראיות, איך זאג נאר די איראניע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 29, 2016 9:32 am

· #326699
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
אוודאי איז עס א ראיה. חסידישע אידען גלויבען אז יעדער תפלה איז מכוון אקעגען דערהויבענע זאכען. מ'קאכט אין כגוונא נישט וויסענדיג טייטש ווערטער, נאר ווייל מ'גלויבט אז ס'טוט זיך דארט עפעס. און דא קאכט מען אין א פיוט, וואס נישט נאר ס'איז נישט מכוון קעגען גארנישט מער ווי די פשוט'ער פירוש המילות, דער מחבר האט זאגאר נישט געגלויבט אין די מושגים בכלל.
בענין מעמדו של הרב די מודינה - זיין ארי נוהם האט גענומען צוויי הונדרעט יאר צו ווערען געדרוקט, אבער חיבורים אקעגען איהם זענען שוין געווען, כולל 'חוקר ומקבל' און 'מלחמת משה' פון דער רמח"ל (לאמיתו של דבר, מאנכע טענה'ן אז דער רמח"ל האט איהם נישט געמיינט).

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פרייוויליג » דינסטאג מערץ 29, 2016 3:06 pm

· #326751
הגאון @פלאוויוס האט געשריבן זייער א שיינע ארטיקל וועגן ספיקות

איך האב געהאט געמאכט א PDF מרוב התלהבות
📎 Sports of arguments.pdf

פרייוויליג » דינסטאג מערץ 29, 2016 4:05 pm

· #326764
[ציטאט אראפגענומען]

בן אדם » דינסטאג מערץ 29, 2016 4:08 pm

· #326765
א שיכור א מלאכים כאפער איז עפעס אזא סתירה??

פרייוויליג » דינסטאג מערץ 29, 2016 4:11 pm

· #326766
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב נישט צולאנג צוריק געליינט איבער הרב ישראל נג'ארה, איך בין דערציטערט געווארן פון די התנגדות. הגם ס'דא וואס האלטן אז דאס איז נישט אמת. און די חת"ס האט אויך נישט געוואלט זינגען שירי נג'ארה. פאלנגד איז א ציטאט פון וויקיפידיע:

בעקבות כתיבת השיר "כתובת ישראל", המנוסח ככתובה בין ישראל לה' בעת מתן תורה, ביקר אותו מנחם די לונזאנו, בן דורו של נג'ארה, וכתב כי "התיר עצמו לומר לה' יתברך כל מה שהנואפים אומרים זה לזה" (מתוך ספרו "שתי ידות", דף קמב). בנוסף קבל על כך שנג'ארה משתמש בסגנון ובמשקל הערביים, הזרים לרוח ישראל. ואכן, החוקר יוסף יהלום גילה כי רבים משיריו של נג'ארה מתחילים באופן המזכיר שירי עגבים מוכרים של התקופה.

התנגדות נוספת הופנתה כלפי אישיותו של נג'ארה עצמו, ובאה מכיוון המקובל תלמיד האר"י, רבי חיים ויטאל (רח"ו). ביומנו האוטוביוגרפי "ספר החזיונות"‏[1] כותב רח"ו שדיבוק שנכנסה לאשה אחת אמרה כי אמנם פזמוניו של נג'ארה טובים, אך הוא עצמו "פיו דובר נבלה וכל ימיו שיכור" ולפיכך "אסור מי שידבר עמו ומי שיוציא מפיו הפזמונים שחיבר". הוא ממשיך ומספר כי נג'ארה חילל את השבת, קיים משכב זכור וכן שכב עם גויה, רח"ו מעיד כי סיפר לו העניין והודה שכן היה, ולכן "אסור ליהנות לו ואסור לתת לו כתובה או גט לכתוב וכמעט שראוי לפוסלן". עם זאת, רבי חיים יוסף דוד אזולאי (החיד"א), בחיבורו "שם הגדולים", מזכיר ברמז את ההתנגדות לשירים בלבד, ומתעלם מדברי רבי חיים ויטאל, על אף שהכיר את ספרו. גם החוקר מרדכי מרגליות ב"אנציקלופדיה לתולדות גדולי ישראל" התייחס לדברי רבי חיים ויטאל בביטול, וכתב כי "הדברים הנאמרים במהדורות שלפנינו אינם מחוורים". דבריו של רח"ו צונזרו ברוב מהדורות הספר, ונדפסו רק לאחרונה במהדורה שנערכה בידי אהרון זאב אשכולי בהוצאת מוסד הרב קוק. וכן במהדורת יד בן צבי, על פי כתב יד רח"ו. במחקר שערך הרב ראובן מרגליות הוא קבע כי החיבור הוא זיוף מאוחר ולא פרי עטו של ר' חיים ויטאל. הרב מרגליות מחה בפני הוצאת מוסד הרב קוק, וטען כי הוצאת הספר במתכונתו מהווה "ביזוי התורה", וההוצאה הסירה את הספר מהמדפים‏[2].[לכל הקטע] ככלל, ההתנגדות לנג'ארה לא הכתה גלים בציבור הרחב, וכבר בימיו הוא הפך למשורר אהוב ומקובל על קהילות ישראל. גם בעל החתם סופר, שנהג שלא לשיר את שירי נג'ארה, משנשאל על הטעם העדיף להתחיל לשיר אותם מלספר את הבקורת שעליו‏.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 29, 2016 5:07 pm

· #326778
אויף איינער פון די נושאים פון דער פותח האשכול דא, האב איך גע'עפענט א באזונדערע אשכול. קומט'ס אריבער און שמועס'ט ענק אויס.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 30, 2016 10:00 am

· #326939
פרייוויליג

בעקבות כתיבת השיר "כתובת ישראל", המנוסח ככתובה בין ישראל לה' בעת מתן תורה, ביקר אותו מנחם די לונזאנו, בן דורו של נג'ארה, וכתב כי "התיר עצמו לומר לה' יתברך כל מה שהנואפים אומרים זה לזה"

מאי שנא משיר השירים?

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 30, 2016 10:29 am

· #326941
איך האב נישט קיין ענטפער... 🙄

פרייוויליג » זונטאג אפריל 3, 2016 10:20 pm

· #327470
איך האב געשמיעסט מיט איינעם דעם שבת וועגן די ניגוני ר׳ ישראל נגרה, דערציילט ער מיר די מעשה וואס איז ערגעץ דא שוין אראפגעברעגט געווארן, אז די אריז״ל פלעגט זאגן, אז די מלאכים האבן איינמאל נישט געוואלט הערן זיינע ניגונים, ווייל דאמאלט האט ער עס געזינגען אן א היט... האט איינער א מקור פון די מעשה? ווייל עס שיינט צו זיין שרעקליך אבסורד.

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 4, 2016 10:33 am

· #327527
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/64595">viewtopic.php?p=64595#p64595</a><!-- l -->

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

פרייוויליג » מאנטאג אפריל 4, 2016 1:20 pm

· #327557
שכוח פאר די מקור. כנראה האבן די אריז"ל און רח"ו געהאט אנדערע מיינונגען איבער אים.

יחיאל יעקבזון » מאנטאג אפריל 4, 2016 2:51 pm

· #327567
און ווי שטארק וועט איר שרייען אז כ׳על אייך זאגן אז די גאנצע זהר והמסתעף האט נישט מיט אונזער תורה קיין שייכות? ווער ס׳גלייבט נישט דערין ובחכמיה הקאבעליסטן איז נישט קיין כופר/אפיקורוס. אדרבא, ווער ס׳האלט אז ס׳איז תורה עליו להביא ראי׳.
ווי באקאנט דברי הרה״ג ר׳ אליעזר פלעקלס תלמיד הנוב״י, רבי יחיא קאפח, ר״י די מודינא און נאך און נאך וואס האבן זיך אויסגעדרוקט גאהר שארף דערגעגן. אינטערעסאנט אז חז״ל דערמאנען נישט דערפון קיין ווארט. אלע תירוצים זענען שטארק לעכערליך והמבקש האמת ישמור נפשו מהם. ערליכע אידן! זייטס משקיע אין פסוקי התורה כפשוטו אשר פירשו חז״ל, פארטיפט אייך אין סוגיות הש״ס, קענט מקצועות אין שולחן ערוך, זוכטס דעם באשעפער על ידי חקירה, לערנטס מוסר און האנדעלטס ערליך און בעיקר גיבט אייך אוועק בלו״נ פאר א צווייטע איד. אלעס איבעריג איז אומוויכטיג. פארשידענע זאכן קענען אויך זיין שעדליך; שטארק שעדליך.
דזשאסט מיי אפיניאן...

סמבטיון » מאנטאג אפריל 4, 2016 6:26 pm

· #327582
אזא מין אפיניאן, קענסטו שרייבן אויף פאליש. פליז.. אונז זעמער טאקע זייער אויפגעקלערט, אבער פון דא ביז "די גאנצע ״אר״י הקדוש״ און זיין חבריא איז ביי מיר מוטל אין א שטארקע ספק זייער ערליכקייט" , איז א וועג צו גיין.

מפוזרי » מאנטאג אפריל 4, 2016 9:04 pm

· #327599
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
יחיאל יעקבזון
און ווי שטארק וועט איר שרייען אז כ׳על אייך זאגן אז די גאנצע ״אר״י הקדוש״ און זיין חבריא איז ביי מיר מוטל אין א שטארקע ספק זייער ערליכקייט?


אויף דעם וועט מען אייך נישט אנשרייען דא, אויב אבער וועט איר מטיל ספק זיין אויף הרב רעכניץ, אוי ואבוי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 4, 2016 9:06 pm

· #327602
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
איינער האט מיר לעצטענס געבעטען אריינצוגייען אין פאליש אפצוענטפערען א טענה דארט. דאס קען איך דיר זאגען אז א ווייטע גאנג שטייט צווישען ר' יחיאל און פאליש. הגם איך האלט נישט ווי איהם, דארט איז דער ניווא פיל נידריגער און נערישער, ניטאמאל אן אנשטעל פון אינטעלעקטועלער טראכטען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טמיר » מאנטאג אפריל 4, 2016 10:08 pm

· #327616
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
לדעתי איז די עצם זאך פון אוועקמאכן אריז"ל מיט קבלה נישט קיין אפיקורסות, אבער אויב מען מאכט אוועק אזא זאך וואס איז אנגענומען אלס אמת אין גאנץ כלל ישראל, איז פון דא ביז כופר זיין אין תורת משה א קליינע שפרינג.ווייל די קראנטקייט פון תורת משה איז אויך נאר געבויט אויף דעם אז ס'איז מוסכם אזוי ביי כלל ישראל, ס'איז נאר פון פריער

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 10:10 pm

· #327617
איך ווייס נישט וועגן רעכניץ, איך דרוק אויס א מחאה אקעגן דעם זלזול אויף אזא קדוש וטהור ווי דער אר"י הק' זצוק"ל, דאס האנט דארף ציטערן צו שרייבן אזעלכע ווערטער.

ובזה יצאתי ידי חובתי. ליטוואק פון בודאפעסט איז נעקסט אין ליין...

נהורא נפישא » מאנטאג אפריל 4, 2016 10:18 pm

· #327619
לדעתי איז די עצם זאך פון אוועקמאכן דאס האלטן פאר אפיקורסת, איינער וואס גלויבט נישט אין אריז"ל און קבלה אויך נישט קיין אפיקורסת, אבער פון דא ביז לייקענען אין קבלה איז א שפרונג, און פון לייקענען אין קבלה ביזן לייקענען אין תורת משה נישט מער ווי נאך א קליינע שפרונג

קל וחומר » מאנטאג אפריל 4, 2016 10:52 pm

· #327621
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
אר"י הקדוש!
אלע גדולי מקובלים האבן אויף אים מעיד געווען אלס איש קדוש ונורא!
אלע חסידישע רבי'ס!
אלע גאוני ליטא!
אלע גדולי הפוסקים!
(האסט געטראפן א גדול וואס איז מפקפק אין קבלה? קודם כל לא ראינו אינו ראיה, קעגן רוב רובם פון גדולי ישראל וואס האבן עס אנגענומען מיט א פשטות אלס אמת, און האבן מעיד געווען. שנית ס'דא א דין פון זקן ממרה פאר א סיבה עיי' סנהדרין.)
בקיצור אידן בעלי רוח הקודש, בעלי גילוי אליהו ויעקב אבינו (גר"א) האבן אויף אים מעיד געווען אז ער איז געווען פון די גרעסטע וואס כלל ישראל האט פארמאגט, אלע אין זיין דור וואס האבן אים געקענט רעדן איבער אים מיט אן אימה ופחד, יעצט ווארט מען נאר צו הערן די הכרעה פון אפאר קאווע שטיבלער וואס זיי האלטן איבער זיין קדושה והשגות.

סמבטיון » מאנטאג אפריל 4, 2016 10:56 pm

· #327622
איך וויל נישט דא אנהייבן א פרישע רעוואלוציע קעגן א ניק, בפרט ווען מען האלט ביים ארויסגעבן א הערליכן קונטרס אויף פסח הבעל"ט, די קאפ דארף אצינד ליגן אין פראדעצירן שיינע באלערנדע ארטיקלען, וואס זאל פארשאפן אן אמת'ע שמחת החג און וואס זאל ברענגן אחווה ורעות צווישן די חברי השטיבל, דאך בעט איך דיר פערזענליך בכל לשון של חיבה, מיסטער יאקאבזון, חזור בך! מען רעד נישט אזוי אויפן הייליגן אר"י הקדוש, איר דרייט זיך דא צווישן אידן מאמינים בני מאמינים, פארמעק דיינע ווערטער און זיי זיך מתנצל, און פליז זיי נישט קליג יעצט זיך מסביר צו זיין וואס דו האסט געמיינט/געטראכט/געזאגט/געשריבן, מעק אויס און געגאנגן ווייטער, איך האב נישט די פאסיגע ווערטער אויסצידריקן מיין פאדריסונג פון אזעלכע שווערע ווערטער. ובזה יצאתי..

טמיר » דינסטאג אפריל 5, 2016 12:25 am

· #327627
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
נהורא נפישא
לדעתי איז די עצם זאך פון אוועקמאכן דאס האלטן פאר אפיקורסת, איינער וואס גלויבט נישט אין אריז"ל און קבלה אויך נישט קיין אפיקורסת, אבער פון דא ביז לייקענען אין קבלה איז א שפרונג, און פון לייקענען אין קבלה ביזן לייקענען אין תורת משה נישט מער ווי נאך א קליינע שפרונג

אמת, מ'דארף זיך טאקע היטן די ביינער. אבער פון ק"ש ביז אפיקורסת איז אויך א שפרינג... [emoji5]

יחיאל יעקבזון » דינסטאג אפריל 5, 2016 7:07 am

· #327644
אקעי, כ׳האב מקבל געוועהן דעת הקהל. כ׳האב אויסגעמעקט די ווערטער וואס האט אייך דענערווירט און ערוועקט אין אייך שטארקע עמאציאנאלע אויפרודעריי. מיין כונה איז צו שטארקן תורת משה און דברי חז״ל און מאכן די דברי הלכה אין שולחן ערוך א מחייב. אלעס אנדערש קען זיין א גרויסע שטער צו אזוינס. לבי אומר לי אז פיהל האבן איבערגעלאזט דת ישראל צוליב די אז״ג תורת הקבלה. אנדערש ווי מאנכע דא, האב איך ב״ה די קאפאציטעט צו זאגן אז ווייל ס׳דא פראבלעמן מיט געוויסע ״אנגענומענע״ זאכן, מיינט נאכנישט אז ס׳גאנצע איז אפגעפרעגט (אגב, כ׳ווייס אויך אז אפילו חז״ל האבן געוואוסט פון א תורת הנסתר פון העכערע זאכן ווצבש״פ מעשה המרכבה).
פאר די וואס טענה׳ן אז פון אוועקמאכן דאס ביז צו כופר זיין אין תורת מרע״ה — תורת ה׳ איז א קליינע שפרונג, זאג איך ווי פאלגענד: דאס האבן דיר איינגעבאקן נארישע לייט וואס האבן נישט געהאט וואס דיר צו ענטפערן אויף שטארקע שאלות. אויב דיין תורה איז אזוי שוואך אז דו האסט אזוי מורא, ביסטו א שוואכע בן תורה און מאמין. זיי קובע מער עתים לתורה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 5, 2016 8:02 am

· #327646
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
וואס איז דא געשען מיט די עולם? וואס איז מיט פרייהייט פון ווארט? דאס איז נישט קיין כפירה, וואס שטערט עס אזויפיל צו הערען און ליינען א פרעמדע מיינונג? וואס לעבט מען אזוי אין יענעמ'ס מיין, ביז דאס זיך טרעפען מיט א פרעמדע דעה שטערט שוין די גלייכגעוויכט? וואו איז אייער זעלבסטשעצונג?

פון דא ביז טעראר איז א קליינע שפרינג

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3