דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9397
83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9397
בלאט: 1 2
תרומתי הקטנה, כשרגא בטיהרא, לרשימה נפלאה זו: דער 'מכסה התיבה' פון רז"ה איז געדרוקט דא (דארטן שרייבט אז ער ענטפערט אויפן לחם שמים (דער שטיקל), און דער לוח ערש איז ארויס שפעטער לאחר פטירת הרז"ה, (זע דער ויקי בלאט אויפ'ן יעב"ץ, און וואס שטייט אין דער ויקי בלאט אויף רז"ה איז א טעות). מ'קען אויך צולייגן זיין סידור בית תפלה.
אזא ארטיקל?!
שש, מיינע הערות וועלן נאכפאלגן אין אפאר חדשים, ווען איך ענדיג דיין מאמר על כל לינקותיה ורמזיה!
שש, ביסט די בעסט!

ישר כוח רבי שש פאר די הערליכע ארבעט
איך האב נאר געוואלט צוצייכענען אן הערליכע ספר תולדות הדורות פון בית יעקב שולע אין בני ברק צוויי בענדער אויף היסטאריע מוראדיג מסודר
I can't believe I just said that...

יישר כח ר' שש פאר דיין מייסטערהאפטע ארבעט פון צוזאם נעמען אזוי פיל אינטרעסאנטע און וויכטיגע חומר תחת קורת גג אשכול אחד, און דער עיקר איז אז עס איז נאך כמעט אינגאנצן על טהרת הקודש וואס דאס איז לדעתי די גרעסטע חידוש פון דיין אשכול, איך וואלט נאר צוגעלייגט די צוויי ספרים זכרון יעקב חלק א' און חלק ב' פון ר' יעקב ליפשיץ דער מזכיר פון דעם קאבנע'ר רב ר' יצחק אלחנן ספעקטאר, וואס באשרייבט די אידן תחת ממשלת רוסיא, ומלחמתם עם המשכילים.
און נאכ אמאל א דאנק.
און נאכ אמאל א דאנק.
עס גלייבט זיך נישט וואס די אויגן זעען. א אויסטערלישע ארבעט, וואס עס גלייבט זיך אז עס ליגט דערין ארבעט פון שעות על גבי שעות. יישר כוחכם!!!!! הלוואי איך וועל קענען אנקומען צו ליינען א פערטל פון די ספרים. איך קען אייך אזויפיל זאגן, אז די אלע חשובע 'בעלי אשכולות' ווי @אנאנים, אדער @יידל, וואס אויב זיי אליין וואלטן דורך געליינט אפילו האלב פון די ספרים וואס זיי ציטירן וואלט איך מיך פאר זיי אויפגעשטעלט מלא קומתם. נעווערדעלעס, פאר די ארבעט אליין, פאר די ידיעות אפילו אז די ספרים עקזעסטירען וואלט איך מיך געקוויטעלט צו זיי.
א קליינע הערה האב איך פאר די אשכול צו אנאנים, איך האלט אז דו דארפסט אויסוועלגערן די פאלגענדע שורה:
מען קען אסאאך שרייבן וועגן חקירה, אבער עס איז אשאד אז די שורות קענען פארדרייט ווערן דורך קרומע מוחות. עס זענען דא צאללזע ספרים, מאמרים, און טיפע ערקלערונגען מסביר צו זיין די 'סכנה פון חקירה'. די הקדמה צו שער היחוד פון לב טוב אויף חובת הלבבות פארמאגט א הערליכע ליקוט איבער די נושא. אלזא וואלט געווען כדאי אז ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו מסביר זיין די כוונה פון דיינע ווערטער. די ווערטער 'ארויסהאבן גאט' קלינגט נישט אזוי גוט צווישן די די איבריגע שורות פון דיין זאפטיגע אשכול.
בתקוה להבנה.

[ציטאט אראפגענומען]

מיינסט מן הסתם אפיקורס שבלבך
כ'בין נאך נישט אנגעקומען צו ליינען אלע מאמרים אין דעם אשכול (הגם כ'האב זיי אלע שוין באלייקט מרוב התלהבותי). אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן פון צו דערמאנען א עובדא, אז רפאל הלפרין האט באקומען א הסכמה פון הגרש"ז אויערבאך זצ"ל אויף זיין אטלס, אבער די מקורבים פון הגרש"ז האבן זיך זייער געוואונדערט. זיי האבן פארשטאנען אז רש"ז וועט נישט געבן אזוי שנעל א הסכמה פאר עם (ער איז עפעס נישט געווען געניג כשר פאר סאם ריעזאן, אפשר פשוט אלץ סמכות). זענען זיי געגיינגען פרעגען הגרש"ז וואס איז פשט פון דער הסכמה, האט זיי הגרש"ז געזאגט, כ'וועל ענק זאגן דעם אמת, איך האב פשוט מורא געהאט פון עם! ער קומט אריין אזוי מיט א החלטיות אז ער גייט באקומען א הסכמה און מיט א גרויסן מפה און עפענט עס אויף און שפרייט עס אויס לאורך כל השולחן, און ווען ער וויל מיר ווייזן עפעס פרטים פון די מפה אויף די אנדערע זייט טיש, האט ער פשוט אויפגעהויבן דעם שווערען טיש און אזוי אויסגעדרייט. און אזוי אפאר מאל.כ'האב פשוט מורא געהאט, אזא גבור....!!
הפלא ופלא, ישר כח אנאנים היקר
[ציטאט אראפגענומען]
כיהודה ועוד לקרא, שמעתי ממורי הגרש"פ [רבי שמשון פינקוס] אז דער וואס זאגט 'איך בין א נאר און איך גלייב' איז א בהמה. די פראזע לויטעט: איך גלייב באמונה פשוטה אלעס וואס מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט, און דאס איז די זעלבע סארט בהמיות. ער האט אביסל בעסער צוגעפיצט דעם פראזע: "איך גלייב אלעס וואס איך זע מיט מיינע אויגן", דאס מיינט דעם וואונדערליכע בריאה און באשאף, און מען זעט דעם לעכטיגען בורא אין איר דאס איז 'אמונה'. נישט אז מען ווייסט נישט וואס מען גלייבט. דער וואס גלייבט מיט פארמאכטע אויגן האט נישט קיין אמונה, נאר איז א בהמה און טאקע א נער. דער רבוש"ע וויל מען זאל אים טרעפן און דאנקן און לויבן.
נו באטשי מיט וועלכע ספר הייבסטו אהן ?
הערות על "דער פראבלעם"
הקדמה
1- על פי בקשת מאור עינינו הרה"ג ר' אנאנים שליט"א שרייב איך הערות על דבריו הנ"ל. לקיים מה שנאמר "אין מסרבין לגדול".
2- איך וויל מקיים זיין דער בקשה כגאולתן של ישראל קמעא קמעא, און דערווייל האב איך נאר געקוקט די ערשטער שטיקל און צוגעשריבען מה שנראה לעניות דעתי.
ז"ל הרב הכותב: ווי באקאנט הערשט א גרויסער פראבלעם אין אונזער היימישער קאמיוניטי, ביי אולטרא-ארטאדאקסן בכלל און ביי חסידים בפרט, עכ"ל.
ואני אומר: ביודעי קאמינא אז אין א סאך אופנים הערשט די פראבלעם נאך מער אין די "עולם הישיבות". אזוי גערופענע חסידים האבען אן ערך פאר פלסופיה אין דער פארעם פון חסידות, זיי שעצען "סיפורי צדיקים" וואס איז כאטש עפעס א מין הסטוריה [הגם נישט קיין אמת'ע בדרך כלל]. זיי האבען א חשיבות פאר ניגון, דאס איז דאך עפעס א פארעם פון קאלטור. זיי פארהייליגען במידת מה דער שפראך אידיש, און זיי רעדען און שרייבען איר. די "עולם הישיבות" [בעיקר בלייקווד] ווייסען גארנישט פון מחשבה, פון הסטוריה ווייסען זיי אויך גארנישט, זיי האבען נישט קיין שום קולטור, און זיי רעדען און שרייבען נישט קיין איין שפראך.
ז"ל הרב הכותב: ליטעראטור מיינט 'ידיעות', וויסנשאפט, עכ"ל.
ואני שואל: אין וועלכע שפראך איז דאס די טייטש פון ליטעראטור?
ז"ל הרב הכותב: וואס האט אמאל געמיינט ארויסהאבן חכמות מחכמות שונות, פון היסטאריע ביז פיוט, פון דקדוק ביז השקפה, פון אסטראנאמיע ביז מליצה, און פון פילאזאפיע ביז הלכה, איז היינט צוטאגס געצוימט געווארן צו איין זאך: גמ' והלכה. און נאך א זאך, מנהגים פון מיין רבי און דיין רבי, און פארשטייט זיך ארויסהאבן מיין חסידות' שושלת... הקיצור, מיר זענען געבליבן נאקעט, ערום ועריה, ערום מכל חכמה, ערום מכל בגד נאה לתורה, עכ"ל.
ואני אומר: דער מהלך פון נאר איין זאך "גמרא והלכה און מנהגים פונעם רבי'ן [און חומש רש"י] שטימט זייער שטארק מיט די דרך פון די בעלי התוספות און חכמי אשכנז וואס מיר זענען די ממשיכים פון זיי [חכמי אשכנז כתבו פירושים על הש"ס, קצת ספרי הלכה, וספרי מנהג של רבותיהם, וגם לרבות פירושים עה"ת]. Whether you like it or not אזי איז אונזערע מסורה. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט'ן נאמען משזר, צו דאס איז א ספרדישע אדער אן אטליה'נע נאמען, אבער די ווערצבערגערס, שאהנבערגערס, און פארקאש'ס וואס דרייען זיך דא זענען גארנישט מער "נאקעט" ווי אבותינו ואבות אבותינו.
ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון נ"ך צו זאגן?, עכ"ל.
ואני אומר: איתא בגמרא (עבודה זרה ד, א) "משתבח להו ר' אבהו למיני ברב ספרא דאדם גדול הוא, שבקו ליה מיכסא דתליסר שנין. יומא חד אשכחוהו, אמרו ליה, כתיב: רק אתכם ידעתי מכל משפחות האדמה על כן אפקוד עליכם את כל עונותיכם, מאן דאית ליה סיסיא - ברחמיה מסיק ליה? אישתיק ולא אמר להו ולא מידי. רמו ליה סודרא בצואריה וקא מצערו ליה. אתא רבי אבהו אשכחינהו, אמר להו: אמאי מצעריתו ליה? אמרו ליה: ולאו אמרת לן דאדם גדול הוא? [ולא ידע למימר לן פירושא דהאי פסוקא]! אמר להו: אימר דאמרי לכו - בתנאי, בקראי מי אמרי לכו! הרי שלא כל אחד היה בקי בפסוקים. וכ"כ בתוספות (בבא בתרא קיג, א) וז"ל, פעמים שלא היו בקיאין בפסוקים וכן מצינו בסוף שור שנגח את הפרה (ב"ק דף נה.) מפני מה לא נאמר בדברות הראשונות טוב כו' א"ל עד שאתה שואלני כו' שאיני יודע אם נאמר בהן טוב או לאו כלך אצל ר' תנחום כו', עכ"ל.
ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון אונזער שפראך צו זאגן?, עכ"ל.
ואני אומר: מי שלומד בספרי הראשונים רואה שהם היו בקיאים בטיב לשוננו הקדוש, אבל מי שמעיין בדברי האחרונים, רואה בחיש שרבים וטובים מהם לא ידעו בין ימינם ושמאלם בדקדוק לשון הקודש, עד שבאו המשכילים והחזירו העטרה ליושנה, אבער מען קען זיך נישט אפרעדען אויף די וואס זענען צופרידען צו שרייבען לשון הקודש אזוי ווי דער חתם סופר.
ז"ל הרב הכותב: אז דער צמח צדק פון ליובאוויטש איז נישט דער ערשטער צמח צדק, עכ"ל.
ואני אומר: יש להוסיף כאן "שומר אמונים" של רבי אהרלע ראהט לא היה השומר אמונים הראשון.
ז"ל הרב הכותב: קרייצ-ציגלער'ס, עכ"ל.
ואני שואל: crusades?
ז"ל הרב הכותב: פון א דריטע בית המקדש וואס איז [כמעט] אויפגעבויט געווארן, דמיונ'ט ער נישט, עכ"ל.
ואני אומר: דער רש"ש (פסחים דף עד עמוד א) שרייבט "ואם ניתן אמון לסופרי העמים אשר בן כוזיבא במלכו בנה בית המקדש והחריבו אדריינוס ועיין מאור עינים חלק אמרי בינה פרק יב אתי שפיר טפי". זייט ווען קען מען האבען טענות אויף איינער וואס געבט נישט קיין "אמון לסופרי העמים"?
ז"ל הרב הכותב: וואס ווייסט ער פון אסטראנאמיע צו זאגן? אז 'כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים', עכ"ל.
ואני אומר: דער רמב"ם איז שוין מעיד אז דער "היא חכמתכם ובינתכם" איז פארגעסען געווארען. וז"ל הרמב"ם (הלכות קידוש החודש פרק יז) "וטעם כל אלו החשבונות ומפני מה מוסיפים מנין זה ומפני מה גורעין, והיאך נודע כל דבר ודבר מאלו הדברים, והראיה על כל דבר ודבר, היא חכמת התקופות והגימטריות שחברו בה חכמי יון ספרים הרבה והם הנמצאים עכשיו ביד החכמים, אבל הספרים שחברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר לא הגיעו אלינו, ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר בין שחברו אותו נביאים בין שחברו אותם גוים, שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמתתו בראיות שאין בהם דופי אין סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו אלא על הראייה שנתגלתה והטעם שנודע, עכ"ל. מען דארף נישט זיין א גרויסע חכם צו כאפען פארוואס אויף הלכות קידוש החודש איז כמעט נישט דא קיין פירושים פון די מפרשי הרמב"ם הגדולים. עס זעהט אויס אז דער מגיד משנה, כסף משנה, און לחם משנה, זענען אלע נישט געווען "למעשה".
ז"ל הרב הכותב: דער גרעסערער פראבלעם, וואס באציט זיך ליידער צום רוב איז, אז וויבאלד זייער קאפ איז קיינמאל נישט אנגעפולט געווארן מיט עפעס מער צום זאך ווי ענינים אויף עסן פערפל שבת, און די גרויסקייט פון זינגען בצוותא חדא ביי של"ס, און אודאי פונעם יסוד שביסוד: די קאלירטע בעקיטשעס און די בליצנדע לעקטערלעך אויף זייערע קעדילעקס, איז ביי די טיים ער קריכט ארויס פונעם נארע, ווען ער שאקלט אפ פון זיך אונזער היימישער גרויל, שפירט ער א פוסטקייט, עכ"ל.
ואני אומר: לערנען גמרא, רש"י, תוספות, טור בית יוסף, שולחן ערוך ונושא כליו, מנהגי אשכנז, און חומש רש"י, איז נישט פערפעל!! מען האט אמאל געפרעגט דעם דעת סופר [הגר"ע סופר מפרעשבורג] פארוואס ער איז אזוי אויסגעשפילט געווען אין ארץ ישראל סוף ימיו, און די אלע רעבעלעך זענען מצליח. האט דער פרעשבורגער רב גע'ענטפערט: "ווייל ווען מיינע זיידעס האבען תשובות געשריבען האבען זייער זיידעס פארפעל געטיילט. ודח"ח ושפ"י.
ז"ל הרב הכותב: און מאור עינים [הראשון] האט דאך דער מהר"ל גע'אסר'ט, עכ"ל.
ואני אומר: כמדומני שלא רק המהר"ל אבל גם בית מדרשו של מרן הבית יוסף ואולי גם הוא בכלל. אבער מען קען נישט לייקענען אז טראץ דעם האבען גדולי ישראל געקוקט זיינע ספרים [עיין ציטוט מהרש"ש לעיל] און אפילו דער תוספות יום טוב, א תלמיד פונעם מהר"ל, האט אויך דארט געקוקט. [התנצלות: כפי זכרוני מעולם לא למדתי מאור עינים השני]
ז"ל הרב הכותב: דער ביטערער תוצאה איז: סיי חברה וואס אינטרעסירט זיי גארנישט חוץ זייער געלעקסי, פארגרעבטע אידן וואס פארשטייען נאר צו קישקע גאלע הערינג, און סיי חברה וואס ווערן גאר פארווייטאגט און גליטשן רח"ל, עכ"ל.
ואני אומר: דער לעזונג צו דעם קען גאר זיין לערנען גפ"ת, שו"ע, חומש רש"י ורמב"ן. די פראבלעם איז אז די מענטשען וואס זענען מטיל אימה על הציבור שלא לשם שמים רק להרבות כבודם ועשרם וכבוד ביתם, אנשטאט לערנער תורה מיט אידען און שרייבען תשובות טיילען זיי פערפעל און דערציילען פון זייערע זיידעס. אני לעצמי האב שטארק הנאה פון זיך פארברייטערען, אבער עס איז פאלטש צו זאגען אז דער סיסטעם איז עפעס א נייע זאך, אונזער זיידעס זענען שוין אזוי פאר איבער טויזענט יאר. חסידות איז יא א נייע זאך וואס מאכט אן עיקר פון א מענטש, און היינט אז דער "מענטש" איז גאר א קליינע מענטש אנשטאט א גרויסע צדיק, איז דא פראבלעמען, אבער די נישט קענען די אלע אויבען דערמאנטע זאכען איז גארנישט ניי, און איך בין מסופק אויב דאס איז א פראבלעם. פאר מענטשען אזוי ווי אונז איז עס אפשר נישט געשמאק, און דער מהלך פון חכמי הספרדים הראשונים וואלט געווען געשמאקער פאר אונז, אבער מצד יהדות איז דאס א קנאפע פראבלעם. אדרבה אשכנזים האבען זיך געהאלטען פרומער אלע יארען צוליב דעם.

הערות ע"ד הרב אנאנים שליט"א "דער פראבלעם"

אנאנים: אין מילים, אין מילים! (אדער על טהרת הקודש, שבחו מי ימלל אין גומרין עליו את ההלל וכו' וכו'..).
א געוואלדיגע ארבעט מלא חן, און כאטש איך האלט בפירוש יא אז מ'זאל לערנען מער און טיפער, וואלט איך אבער געווען מער ווי צופרידן ווען אונזערע קינדער זאלן האבן די אלע ידיעות, וואס איז בעצם דער אידישער קולטור וואס איז אזוי נאכגעלאזט ביי אונז, אז אונזערע יונגעלייט ווייסן בכלל נישט ווער מיר זענען און וואס מיר פארקויפן, הלואי זאל מען לערנען די אלע זאכן אין די בתי חינוך וואלטן מיר שענער אויסגעזען.
הערות קען מען שרייבן אסאך, נאר אויף יעצט וויל איך פרעגן אויף דעם צווייטן הודעה שטייט אז ער ווייסט ניטאמאל פון דעם ספר נשמת ישראל, אודה ולא אבוש איך האב מיך דערשראקן אז איך ווייס אויך נישט דערפון, מעגליך מיינסטו נשמת חיים פון ר' מנשה בן ישראל?
לגבי דעם דריטן בית המקדש איז פשוט אז מ'רעדט פון דעם בית המקדש וואס האט געדארפט געבויט ווערן אין די צייט פון יוליאנוס קיסר אסאך שפעטער ווי בר כוכבא פון דער מאור עינים רעדט.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7363">viewtopic.php?f=8&t=7363</a><!-- l -->
אן אומגלויבליכע ארבעט, @אנאנים, און נאך מער אומגלויבליכע בקיאות, וועלן מיר זיך מוזן זעצן לערנען.
שישו בני מאב,
שישו בני המון,
מעשים אשר יעשו - בהם יחיו,
שעת תשמיש הראה לנו,
זה ברור לך - למה תשומם,
ראו ענבים - בכו, לגורל אדמו"ריהם.
שישו בני מאב,
שישו בני המון,
מעשים אשר יעשו - בהם יחיו,
שעת תשמיש הראה לנו,
זה ברור לך - למה תשומם,
ראו ענבים - בכו, לגורל אדמו"ריהם.
געוואלדיגיישר כח ר' שש פאר דיין מייסטערהאפטע ארבעט פון צוזאם נעמען אזוי פיל אינטרעסאנטע און וויכטיגע חומר תחת קורת גג אשכול אחד, און דער עיקר איז אז עס איז נאך כמעט אינגאנצן על טהרת הקודש וואס דאס איז לדעתי די גרעסטע חידוש פון דיין אשכול, איך וואלט נאר צוגעלייגט די צוויי ספרים זכרון יעקב חלק א' און חלק ב' פון ר' יעקב ליפשיץ דער מזכיר פון דעם קאבנע'ר רב ר' יצחק אלחנן ספעקטאר, וואס באשרייבט די אידן תחת ממשלת רוסיא, ומלחמתם עם המשכילים.
און נאכ אמאל א דאנק.
און וואס איז שלעכט מיט חלק ג'?
איך האב געגעבען א פאר לייק'ס, ווייל איך בין נתפעל פון די ארבעט, און ס'וועט קומען צו נוץ בעז"ה. אבער דער עולם איז צו פאזיטיוו און מ'פארגינט צו פיל. ברענג א מיתיבי נישט קיין תנא דמסייעא לך, אדער סתם א יישר. לדעתי האט הרב אנאנים געמאכט א גרויסע טעות, און עס פארוויקעלט אין אזא מייסטער ארבעט פון מלקט זיין ספרים און לינק"ס, אזש מ'מערקט נישט די גרייז זיינער.
דער פראבלעם וואס ער באשרייבט איז ריכטיג, אבער אביסל אנדעריש ווי ער זאגט עס. יעדער מענטש איז באשאפען מיט אן אנדערע אינטעלעקט און ער פארשטייט נושאים אנדעריש ווי א צווייטען, והיא תהלתינו ותפארתינו. יעדער מענטש דארף טוהן און פסקנ'ען ווי ער פארשטייט, אבער בתנאי אז ער פארשטייט טאקע. דער חינוך פון די תורה איז גע'אייגענט ארויסצוברענגען די כוחות פון א קינד מיט א בחור, ביז ער קען טראכטען און נוצען זיין שכל אליינס.
דער פראבלעם אבער איז ווען דער חינוך סיסטעם איז געמאכט צו דערדרוקען דער אינטעלעקט, ארויסצונעמען דער נייגער פונ'ם קינד און פארשעמען דער וואס האט אן אייגענער דעה. אנשטאט'ס לאזען א בחור אליינס אויס'ארבעטען זיין כשרונות ווי צו פארשטיין און דערגייען א זאך, האט מען דאס צוגענומען פון איהם. דאס גילט ביים חסידישער ציבור געוויס, אבער אפילו ביים ליטווישע ציבור, ווי ס'איז נאך אביסל בעסער אין דער הינזיכט, מ"מ ארבעטען די מגידי שיעורים אין די ישיבות 'מחנך זיין א בחור' ווי צו טראכטען, וואס דאס מיינט אז ס'איז נאר דא איין וועג צו טראכטען, און מ'דארף שלעפען דער בחור אהין. (איך האב געהערט פון אן אדם גדול שליט"א וואס איז געגאנגען פון פאנאוויעזש צו בריסק נאכ'ן זיין א נאנטער תלמיד פון הרב שך. האט ער מיר געזאגט אז הרב שך האט געהאט טענות צו איהם, און ניין נישט ווייל ער האט איהם אפגעלאזט, נאך דעם וואס יענער אדם גדול האט פארלאזט בריסק און איז געגאנגען קיין לעיקוואוד איז ער צוריק נאנט געווארען מיט הרב שך, ואוס פלעגט זיך נאכפרעגען איבער איהם און געשיקט ווארמע גריסען. האב איך איהם געפרעגט וואס זענען געווען די טענות אויף בריסק. האט דער אדם גדול מיר געזאגט אז דער מציאות אז ס'איז דא א 'ריכטיגע וועג צו פארשטייען' איז נישט תורה'דיג. יעדער איינער האט זיין שכל, און מ'טאר נישט פארמאכען א בחור'ס קאפ ביז ער מעג נאר פארשטייען איין וועג. איך האב איהם געפרעגט צו ער האט דאס געהערט פון הרב שך, האט ער מודה געווען אז נישט, נאר אזוי האט ער פארשטאנען).
יעצט ווען איינער וויל ראטעווען זיך און זיין קינדער פון דער פראבלעם, קען מען נישט שלעפען אויף אן אנדערע וועג. מ'דארף ערוועקען דער נייגער זיינער ביז ער גייט אליינס זוכען די ספרים וואס אינטרעסירען איהם. איין קינד וועט טאקע טרעפען א טעם אין דקדוק, א צווייטע וועט גלייכען היסטוריא, א דריטער וועט טרעפען זיין פלאץ אין אסטרונומיא און מאנכע וועלען גאר ליעב האבען אביסל פון אלס.
מ'דארף נאר אויסלערנען דאס קינד פון יונגווייז אז וואס ער טראכט און קלערט איז וויכטיג און דאס איז זיין עצם מהות. שפעטער וועט ער אליינס אויפזוכען ספרים וואס אינטרעסירען איהם, ער וועט אליינס טרעפען אין וואס זיך צו אינטרעסירען און נישט זיין א מיטגעשלעפטער.
(ס'וואלט געווען ראטזאם אפשר אז א חלק פון קאווע שטיבל זאל זיין וועגען חינוך, אזוי ווי תורה ומחשבה אדער אנשי שם) מיין יינגעל גייט יעצט אריין אין וואס הייסט ביי אונז כתה ד' (ביי ענק כתה ה' דוכט זיך) און אין מיט'ן די יאר וועט ער אנהויבען לערנען גמרא. איך פלאן צו דינגען פאר איהם א פריוואטע מלמד א יונגערמאן (איך האף מיט'ן אייבישטער'ס הילף צו טרעפען דאס פאסיגער) וואס זאל איהם ארויסהעלפען אין דער הינזיכט. אויף יעדער גמרא איהם פרעגען וואס טראכט ער, וואס וואלט ער געזאגט אין די הלכה און איהם אויסלערנען אז זיין מחשבות זענען וויכטיג און ס'לוינט זיך ער זאל עס אויספיהרען אויף למעשה אין דער סוגיא.
איך האף דערמיט צו פארדינען הן אין זיין זעלבסשעצונג, וואס קען פארמיידען פראבלעמען אין אויפפיראכץ, און אויך אין דער מענטשהייט אז ער וועט זעהן אז ער איז א וויכטיגער מענטש, וועט ער נישט שפירען דערדרוקט און נישט דארפען פאשען אין פרעמדע שטאלען. ועוד והוא העיקר, אז אין לערנען וועט עס איהם ביישטייען, אז ער גייט אין ישיבות און זיצט און לערנט, זאל ער אויפזוכען זיין פארשטאנד אין לערנען און נישט זיך באגענוגיגען מיט וואס דער עולם זאגט, און נישט ענדיגען א סוגיא ביז ווילאנג ער האט עס נישט אין האנט לויט זיין סטאנדארד.
טאמער אבער מ'אנטרעסירט זיך אין א זאך, העלפט עס דער ארבעט וואס הרב אנאנים האט דא אריינגעלייקט. יעדער איינער זאל טרעפען וואס ס'אינטרעסירט איהם, און מ'האפט טאקע אויף נאך זאכען. און באופן כללי האט ק"ש אהער געשטעלט א פיינעם ווינקעל פאר איינער וואס איז נייגעריק אין סיי וואס. ער קען עס טרעפען אן צו דארפען זיך פארפרעמדען, וואס ממילא קען עס מיטשלעפען אומגעבעטענע באטרעפענישען, און מ'קען זען אז מ'איז נישט אליינס אינ'ם מענטשליכע זוך נאך א טעם אין לעבען, און בלייבען אידיש און פרום איז נישט קיין סתירה צו זיך טרעפען.
איך וויל סתם וויסען, אין לעיקוואוד טרעפט מען דא דארט מענטשען וואס האבען ארומגעטאנצט אנדערע ידיעות'ן. איך האב געדארפ'ט שרייבען די תורות פון א געוויסע אדם גדול זצ"ל, און איין שטיקעל האט ער געהאט אויף הלכות קידוש החדש, און איך האב געזוכט ווער ס'קען עס און איך האב ב"ה געטראפען. איך צייל יעצט פון מיין קאפ ארויס וויפיל מענטשען און לפחות זעקס\זיבען\אכט (איך האלט אין איין געדענקען נאך) מענטשען קען איך זאגען, איינער פון זיי איז שוין אוועק דער גר צדק Kenny וואס האט שטארק געליגען דערין, אבער ער איז טאקע נישט פון דער געזעלשאפט, אבער אנדערע נארמאלע ליטווישע יונגעלייט און אפילו איין ברמצוה בחור. איך האב זיך פערזענליך אינטרעסירט אין דעם אביסל נאך דעם און קונה געווען א ביסל ידיעות אין דער ענין, און ס'איז שוין נישט אזוי פרעמד.
איך געדענק אלס בחור ווי געוויסע האבען אריינגעקוקט אינ'ם ספר הברית צו אין היסטוריא ביכער. אין מיין צימער איז געווען איינער וואס האט געברענגט אין ישיבה אלע בענדער פונ'ם 'שרי המאה' פון הרב פישמן (מיימון) און איך האב שוין געקענט זאגען 'ניכרין דברי השקר'. איך האב זיך פערזענליך זיך פאר'אינטרעסירט אין חקירה אביסל אלס יונגער בחור און איך בין אריינגעגאנגען אינ'ם ספרים געשעפט דארט אין די שטאט ווי דער ישיבה האט זיך געפונען און געזוכט א מלחמת ה' להרלב"ג. דער חסידיש'ער יונגערמאן וואס איז דארט געזעצען האט געוואל טמאכען א גאנצע שטינק אויף מיר. אפאר יונגעלייט זענען געקומען אין ישיבה זיך טענה'ן מיט מיר אז מ'טאר דארט נישט קוקען, זיי האבען געוואלט רעדען מיט מיין ראש ישיבה וועגען מיר (ער וואלט זיי געוויזען א פייג), און טאקע אלע ספרים פונ'ם הקדמה פונ'ם לב טוב אויף חובות הלבבות (איך בין בכלל נישט איבערצייגט פון דעם) האבען זיי מיר אנגעגאסען. עכ"פ איך האב נישט באמערקט אז בחורים פאלען אוועק פון די זאכען. דער פראבלעם איז טאקע נאר א חסידיש'ער?

יעצט באמערקט דער תגובה פון אויבערלענדער חכם. דאס וואס דו שרייבסט אויף לעיקוואוד איז נאר האלב אמת. ס'איז נישט קיין בחינה פון חכמות בחוץ תרונה אזוי ווי מ'מיינט ס'איז אין א''י, אבער ס'איז נישט דא קיין שום עיכוב דערצו. פערצופאל איז א דורכשניטליכע יענק''י נישט אינטרעסירט אין וואס ס'פאסירט נאך דער עק פון זיין נאז. אבער דער וואס יא, קען טרעפען חברים און קיינער קוקט נישט אראפ אויף איהם. ס'איז תלוי ווי א מענטש. פערצופאל איז דער סאמע גרעסטע תלמיד חכם אין לעיקוואוד איינער וואס קען זיך אויס שטארק אין אנדערע מקצועות, נישט נאר אין סוגיות אין ש''ס. ער האט מיר אסאך אויסגעלערנט אין הלכות קידוש החדש, אין מו''נ אביסל אויסגעשמועסט און ער איז געווען נאנט מיט ר' גדליה עם כל דמשתמע מיניה. אבער דאס איז אלס א יונגער שוועסטער פאר די סוגיות בש''ס ביז צו הלכה למעשה, וואס דאס דארף אויך דערמאנט ווערען. נישט אויסמישען דער עיקר מיט דער טפל. ועוד חזון למועד.
ליטוואק פון בודאפעסטגעוואלדיגיישר כח ר' שש פאר דיין מייסטערהאפטע ארבעט פון צוזאם נעמען אזוי פיל אינטרעסאנטע און וויכטיגע חומר תחת קורת גג אשכול אחד, און דער עיקר איז אז עס איז נאך כמעט אינגאנצן על טהרת הקודש וואס דאס איז לדעתי די גרעסטע חידוש פון דיין אשכול, איך וואלט נאר צוגעלייגט די צוויי ספרים זכרון יעקב חלק א' און חלק ב' פון ר' יעקב ליפשיץ דער מזכיר פון דעם קאבנע'ר רב ר' יצחק אלחנן ספעקטאר, וואס באשרייבט די אידן תחת ממשלת רוסיא, ומלחמתם עם המשכילים.
און נאכ אמאל א דאנק.
און וואס איז שלעכט מיט חלק ג'?
חלק ג' איז איינס מיט חלק ב' לפי ידיעתי.
תלמיד חכם הכי גדול בלייקווד?
ליטוואק פון בודאפעסטפערצופאל איז דער סאמע גרעסטע תלמיד חכם אין לעיקוואוד איינער וואס קען זיך אויס שטארק אין אנדערע מקצועות, נישט נאר אין סוגיות אין ש''ס. ער האט מיר אסאך אויסגעלערנט אין הלכות קידוש החדש, אין מו''נ אביסל אויסגעשמועסט און ער איז געווען נאנט מיט ר' גדליה עם כל דמשתמע מיניה. אבער דאס איז אלס א יונגער שוועסטער פאר די סוגיות בש''ס ביז צו הלכה למעשה, וואס דאס דארף אויך דערמאנט ווערען. נישט אויסמישען דער עיקר מיט דער טפל. ועוד חזון למועד.
איך געדענק נישט לערנען מיט דיר קידוש החודש אדער מורה נבוכים:)
ווער איז דער "גרעסטער תלמיד חכם אין לעיקוואוד"?
[ציטאט אראפגענומען]
דו זאגסט אז מ'זאל אויסלערנען דאס קינד די אלע זאכען. איך זאג מ'זאל איהם לאזען אליינס ארומקריכען. דער פריוואטע מלמד איז פאר אלו מציאות, נישט נ''ך און נישט מו''נ. אבער איהם אויסצולערנען אז זיין מיינונג האט ווערט. ווייטער זאל ער אליינס פלאגען.
אינטרעסאנט, מיין ברודער'קע האט מיר געשיקט א לינק צו א ביכל אויף דער Steven spielberg Yiddish library פון איינער גרשם באדער און זיין זכרונות פון קראקא. ער שרייבט דארט אז דער רעגירונג האט געפאדערט אז יעדער מלמד זאל באשטעטיגט ווערען פונ'ם שטאט'ס רב. שרייבט ער אז הרב שמעון סופר האט שטרענג פארהערט די א-ב מלמדים און די חומש מלמדים, אבער די גמרא מלמדים האט ער אפגעלאזט, ווייל גמרא איז בעיקר דער קינד'ס קאפ און נישט דער מלמד, ער מאכט נישט אויס אזוי פיל! ואנן מה נעני אבתריה?
אויבערלענדער - מחשש גילוי קען איך קיין סאך נישט זאגען, אבער ער איז א הונדרעט פערצענטיגע ליטוואק, און העכער דער זעכציג ועוד און ער האט קיין צייט נישט פאר ק''ש און ער קען נישט קיין געהעריגע אידיש (אדער ענגליש). דו שטימסט אינגאנצען נישט!
שִׂישׂוּ בְּנִי מֵאָב,
שִׂישׁוּ בְּנֵי הַמוֹן,
מַעֲשִׂים אֲשֶׁר יֵעָשׂוּ - בָּהֶם יִחְיוּ,
שְׁעַת תַּשְׁמִישׁ הֶרְאָה לָנוּ,
זֶה בְּרוׂר לָךְ - לָמָּה תִּשוׂמֵם,
רָאוּ עֲנָבִים - בָּכוּ, לְגּוֹרָל אַדְמוׂ"רֵיהֶם.

הערות על "דער לעזוננג
הערות ע"ד מאור עינינו הרה"ג ר' @אנאנים"דער לעזונג"
אמר הרב הכותב הגרש"מ: "און ווער ר' משה אבן עזרא [נישט ר' אברהם אבן עזרא] איז געווען"
ואומר אני הגרא"ח: פארוואס פאר א גוט יאר דארף סתם א בחור וויסען ווער רבי משה אבן עזרא איז געווען. אויב מיר ווילען אונזערע קינדער זאלען וויסען צו זאגען פון די אנשי השם פון אונזער פאלק אזוי ווי א נארמאלע אינטעליגענטע מענטש ווייסט צו זאגען פון זיין פאלק, דארף מען נישט וויסען די נאמען פון א ספרדישע פייטן און חכם פון כמעט א טויזענט יאר צוריק, כאטש אפילו ער האט געמאכט א גרויסע איינדרוק אויפ'ן אידישען פאלק און מיר קענען נאך א סאך פון זיין פיוטים [דרך אגב: דער פתגם "דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב" איז פון עם, און ראשונים ברענגען עם לגבי פירושי תנ"ך און דקדוק], אבער פון די הונדרעטע מענטשען אין הסטוריה איז ער נישט פון די וויכטיגסטע.
אמר הכותב: "און ווילאנג צוריק האט ר' שרירא גאון געלעבט"
ואומר אני: ממה נפשך, אויב ווייסט ער אז דער פלאצקער, ווילנער, און סטייפלער גאונים זענען נישט פון די זעלבע תקופה ווי רב שרירא און רב האי גאון, נאר אז זיי האבען געלעבט אין די פאר הונדרעדט יאר צווישען די אמוראים/רבן סבוראי און די ראשונים, און אז זיין זענען געווען אין בבל, ווייסט ער גענוג צו זיין א נורמאלע מענטש, אבער אויב ער ווייסט דאס נישט, איז דער פראבלעם נישט ווייל ער קען נישט זאגען וועלכע יאר האט רב שרירא גאון געלעבט, נאר אז ער ווייסט נישט פון א גאנצע תקופה פון מסורת התורה בישראל. בפרט א תקופה וואס אוועק געשטעלט אונזער סידור און נאך א סך יסודותדיגע זאכען וואס מיר טוהן יום יום. [איך בין נישט זיכער אז די בעלי התוספות האבען געוואוסט צו זאגען וועלכע גאון האט געשריבען וועלכע חיבור און וועלכע ספר, ויש לזה ראיות ואכ"מ]
עס איז דא א חילוק פון יסודות און trivia!
אמר הכותב: "ווער האט גע'הרג'עט דעם מרדכי"
ואומר אני: איך בין נישט איבערצייגט אז יעדער איינער דארף וויסען אז דער מרדכי איז געהרגט געווארען, גענוג אז מען ווייסט אז ער איז געווען פון די גדולי חכמי אשכנז ממשיכי דרכם של בעלי התוספות. א גרויסע פלוס איז צו וויסען אז ער איז געווען א תלמיד פון מהר"ם, אבער אז ער איז געהרגט געווארען על קידוש ה' אין דער שטאט נירנברג אין דייטשלאנד אין דער יאר ה' אלפים נ"ח (1298) צוזאמען מיט זיין ווייב און פינף קינדער איז בכלל נישט מעכב.
דרך אגב רב שש: ווי אזוי הייסט דער גוי וואס האט עם געהרגט?
אמר הכותב: "ער האט ברייטע ידיעות אין אונזער שפראך"
ושואל אני: דארף יעדער מענטש זיין א linguist? וואס מיינט ברייטע ידיעות? גענוג אויב מען קען שרייבען און רעדען. יחידי סגולה האבען ברייטע ידיעות אין שפראך. דאס איז נישט נחלת הכלל.
אמר הכותב: "ליינט צאם חקירה ספרים [נישט אין ישיבה...] ארויסצוהאבן גאט"
ואומר אני: זיכער מיינט איר דער חיוב וואס דער רמב"ם דערמאנט סוף ספר המדע (הלכות תשובה פרק י הלכה ו) וז"ל, צריך האדם ליחד עצמו להבין ולהשכיל בחכמות ותבונות המודיעים לו את קונו כפי כח שיש באדם להבין ולהשיג כמו שבארנו בהלכות יסודי התורה, עכ"ל.
אמר הכותב: "אזא איינער וכו' לעבט א געשמאקע לעבן וויסנדיג פארוואס און מיט וואס ער איז א איד"
ושואל אני: ווי אזוי העלפט וויסען פון רבי משה אבן עזרא און דער מערדערער פונעם מרדכי וויסען פארוואס איך בין א איד?
אמר הכותב: "אבער דער פראבלעם דערמיט איז צווייפאכיג. ערשטנס: רוב פון אונז האבן אליינס נישט גענוג ידיעות, כל שכן אנצופילן דאס קינד. מ'קען דאך ליינען און ליינען און קיינמאל נישט ענדיגן."
ואומר אני: אם אין הבדלה דעת מנין, אויב מען איז נישט מחלק צווישען יסודות און trivia פרטים, איז עס מים שאין להם סוף, אבער אויב מען ווייסט דער יסודות, איז עס גארנישט אזוי פיל.
אמר הכותב: "במאמר המוסגר: רובם ככולם פון די ספרים זענען אויף לשון הקודש/עברית. ויש בזה משום 'בשיטה', ואכמ"ל."
ומבקש אני: ביטע זייט מסביר [אפשר במקום אחר] וואס איז שלעכט מיט אנגליש?
הערות על ליטוואק פון בודאפעסט
ליטוואק.. האט געשריבען: דער עולם איז צו פאזיטיוו און מ'פארגינט צו פיל.
לא ישמע כזאת! מען דארף פארגינען נאך מער, אבער מען מעג אויף ברענגען א א מיתיבי נישט נאר קיין תנא דמסייעא לך, אדער סתם א יישר.
לדעתי האט הרב אנאנים געמאכט א גרויסע טעות
מען קען מחולק זיין מיט'ן רבי'ן רבי אנאנים שליט"א, אבער פארוואס דארף מען דאס רופען "א גרויסע טעות". מען קען שרייבען א מיינונג וירא העם וישפוט אויב עס איז א טעות, און צו א גרויסע אדער א קליינע.
יעדער מענטש איז באשאפען מיט אן אנדערע אינטעלעקט און ער פארשטייט נושאים אנדעריש ווי א צווייטען, והיא תהלתינו ותפארתינו. יעדער מענטש דארף טוהן און פסקנ'ען ווי ער פארשטייט, אבער בתנאי אז ער פארשטייט טאקע. דער חינוך פון די תורה איז גע'אייגענט ארויסצוברענגען די כוחות פון א קינד מיט א בחור, ביז ער קען טראכטען און נוצען זיין שכל אליינס. דער פראבלעם אבער איז ווען דער חינוך סיסטעם איז געמאכט צו דערדרוקען דער אינטעלעקט, ארויסצונעמען דער נייגער פונ'ם קינד און פארשעמען דער וואס האט אן אייגענער דעה. אנשטאט'ס לאזען א בחור אליינס אויס'ארבעטען זיין כשרונות ווי צו פארשטיין און דערגייען א זאך, האט מען דאס צוגענומען פון איהם.
גוט געזאגט!
דאס גילט ביים חסידישער ציבור געוויס, אבער אפילו ביים ליטווישע ציבור, ווי ס'איז נאך אביסל בעסער אין דער הינזיכט, מ"מ ארבעטען די מגידי שיעורים אין די ישיבות 'מחנך זיין א בחור' ווי צו טראכטען, וואס דאס מיינט אז ס'איז נאר דא איין וועג צו טראכטען, און מ'דארף שלעפען דער בחור אהין. (איך האב געהערט פון אן אדם גדול שליט"א וואס איז געגאנגען פון פאנאוויעזש צו בריסק נאכ'ן זיין א נאנטער תלמיד פון הרב שך. האט ער מיר געזאגט אז הרב שך האט געהאט טענות צו איהם, און ניין נישט ווייל ער האט איהם אפגעלאזט, נאך דעם וואס יענער אדם גדול האט פארלאזט בריסק און איז געגאנגען קיין לעיקוואוד איז ער צוריק נאנט געווארען מיט הרב שך, ואוס פלעגט זיך נאכפרעגען איבער איהם און געשיקט ווארמע גריסען. האב איך איהם געפרעגט וואס זענען געווען די טענות אויף בריסק. האט דער אדם גדול מיר געזאגט אז דער מציאות אז ס'איז דא א 'ריכטיגע וועג צו פארשטייען' איז נישט תורה'דיג. יעדער איינער האט זיין שכל, און מ'טאר נישט פארמאכען א בחור'ס קאפ ביז ער מעג נאר פארשטייען איין וועג. איך האב איהם געפרעגט צו ער האט דאס געהערט פון הרב שך, האט ער מודה געווען אז נישט, נאר אזוי האט ער פארשטאנען).
זייער שיין ארויס געברענגט. בריסק איז גאר א שטארקע וועג צו טראכטען אבער מאיזה טעם שיהיה האבען זיי זיך איינגערעדט אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו טראכטען. דאס איז ליידער א גרויסע חסרון.
מיין יינגעל גייט יעצט אריין אין וואס הייסט ביי אונז כתה ד' (ביי ענק כתה ה' דוכט זיך) און אין מיט'ן די יאר וועט ער אנהויבען לערנען גמרא. איך פלאן צו דינגען פאר איהם א פריוואטע מלמד א יונגערמאן (איך האף מיט'ן אייבישטער'ס הילף צו טרעפען דאס פאסיגער) וואס זאל איהם ארויסהעלפען אין דער הינזיכט. אויף יעדער גמרא איהם פרעגען וואס טראכט ער, וואס וואלט ער געזאגט אין די הלכה און איהם אויסלערנען אז זיין מחשבות זענען וויכטיג און ס'לוינט זיך ער זאל עס אויספיהרען אויף למעשה אין דער סוגיא.
גאר א שיינע פלאן צו ארבעטען אויפ'ן קינד'ס self confidence אין אויך אין זיין ability to think, אבער האטס רחמנות אויף דיין קליין אינגעל און זיין מלמד און טוה דאס נישט, איר וועט חרטה האבען. עס וועט נישט פארמיידען גארנישט נאר מאכען צרות. איר קענט ווען איר רעדט מיט עם אדער לערענט מיט עם, עם בעטן ער זאל אליין טראכטען פארוואס וכדומה, אבער משוגע מאכען אזוי מיט א פריוואטע מלמד איז נאר א טובה פאר'ן מלמד אויב איר צאלט. אויב ער ווילען לערנען עקסטרע מה טוב ומה נעים, אבער נישט מיט אזא ציל.
איך וויל סתם וויסען, אין לעיקוואוד טרעפט מען דא דארט מענטשען וואס האבען ארומגעטאנצט אנדערע ידיעות'ן. איך האב געדארפ'ט שרייבען די תורות פון א געוויסע אדם גדול זצ"ל, און איין שטיקעל האט ער געהאט אויף הלכות קידוש החדש, און איך האב געזוכט ווער ס'קען עס און איך האב ב"ה געטראפען. איך צייל יעצט פון מיין קאפ ארויס וויפיל מענטשען און לפחות זעקס\זיבען\אכט (איך האלט אין איין געדענקען נאך) מענטשען קען איך זאגען, איינער פון זיי איז שוין אוועק דער גר צדק Kenny וואס האט שטארק געליגען דערין, אבער ער איז טאקע נישט פון דער געזעלשאפט, אבער אנדערע נארמאלע ליטווישע יונגעלייט און אפילו איין ברמצוה בחור. איך האב זיך פערזענליך אינטרעסירט אין דעם אביסל נאך דעם און קונה געווען א ביסל ידיעות אין דער ענין, און ס'איז שוין נישט אזוי פרעמד.
עיין מש"כ לעיל שגם בגדולי חכמי אומתינו לא היו דברים אלו נחלת הכלל.
יעצט באמערקט דער תגובה פון אויבערלענדער חכם. דאס וואס דו שרייבסט אויף לעיקוואוד איז נאר האלב אמת. ס'איז נישט קיין בחינה פון חכמות בחוץ תרונה אזוי ווי מ'מיינט ס'איז אין א''י, אבער ס'איז נישט דא קיין שום עיכוב דערצו. פערצופאל איז א דורכשניטליכע יענק''י נישט אינטרעסירט אין וואס ס'פאסירט נאך דער עק פון זיין נאז. אבער דער וואס יא, קען טרעפען חברים און קיינער קוקט נישט אראפ אויף איהם. ס'איז תלוי ווי א מענטש.
מען רודפ'ט נישט אבער מען איז נישט אזוי שטארק מכבד איינער וואס ווייסט עפעס. מען קוקט זייער שטארק ארויף צו איינער וואס איז "מופקע"!
פערצופאל איז דער סאמע גרעסטע תלמיד חכם אין לעיקוואוד איינער וואס קען זיך אויס שטארק אין אנדערע מקצועות, נישט נאר אין סוגיות אין ש''ס. ער האט מיר אסאך אויסגעלערנט אין הלכות קידוש החדש, אין מו''נ אביסל אויסגעשמועסט און ער איז געווען נאנט מיט ר' גדליה עם כל דמשתמע מיניה. אבער דאס איז אלס א יונגער שוועסטער פאר די סוגיות בש''ס ביז צו הלכה למעשה, וואס דאס דארף אויך דערמאנט ווערען. נישט אויסמישען דער עיקר מיט דער טפל. ועוד חזון למועד.
איר האט דאך נישט מגלה געווען ווער איז דער גרעסטער תלמיד חכם אין לייקוואוד, אבער מען קען נישט לייקענען אז דער מענטש וואס איר רעדט איז נישט דער מערסטע מכובד אין לייקוואוד. "איש כפי מהללו"
ליטוואק פון בודאפעסטאויבערלענדער ווי כקען אים פון ק״ש איז א אויבערלענדער און איז גאנץ שטאלץ דערמיט.אויבערלענדער - מחשש גילוי קען איך קיין סאך נישט זאגען, אבער ער איז א הונדרעט פערצענטיגע ליטוואק, און העכער דער זעכציג ועוד און ער האט קיין צייט נישט פאר ק''ש און ער קען נישט קיין געהעריגע אידיש (אדער ענגליש). דו שטימסט אינגאנצען נישט!
@אויבערלענדער חכם דער לשיטתיה פון דיין אלע (אדער די נייטיגע עכ"פ) טענות איז זיך באציען צום פרט און נישט דער כלל. נישט דער פרטיות'דיגע קענשאפט פון הלכות קידוש החדש איז דער טענה אדער ווער האט געהרג'ט דער מרדכי, נאר וואס מ'איז נישט געבילדעט, ס'גייט אסאך מענטשען בכלל נישט אן אדער ווייסען זיי נישט ווי דאס אויסצוגראבען. אז דער אדער יענער האט קיין דקדוק נישט געקענט מיינט נישט קיין סך. יענער האט אנדערע זאכען געקענט, און געבליבען נייגעריק אויף יעדער שטיק וויסענשאפט וואס איז איהם געקומען אין פנים. אוודאי דער עיקר איז געבליבען גפ"ת מיט פסק הלכה וכדו', אבער וויסענשאפט האט מען געוואלט.
איך ווייס נישט ווי דו זעסט דער חשיבות פון א מענטש וואס איז מופקע, דער וואס האט עפעס צו זאגען אויף א נושא איז שטארק ארויפגעקוקט. טאקע מ'וויילט רבנים תמימים, אבער דאס איז דער כח פון די ישיבה, וואס האט מורא אז רבנים זאלען נישט האבען קיין מאכט, דעריבער שטופען זיי שטארק אז מ'זאל נאר נעמען שוטים וואס האבען נישט קיין אייגענע דעה. צווישען יונגעלייט איז דאס נישט אזוי.
און דער גרעסטע ת"ח אין לעיקוואוד איז לאו דוקא דער וואס האט דער מאכט, ווייל מ'האלט שוין אין דער דריטע דור, און דער אפיציעלע געזעלשאפט איז נישט ווייניגער קארופטירט ווי ביי חסידים אינ'ם דריטען דור, אבער צווישען דער עולם ובפרט די תלמידי חכמים, ווייסט מען גאנץ פיין למי החותמת ולמי הפתילים. שווערע שאלות קומען אויף זיין טיש, נישט ביי הרב פארכהיימער, און דיינים מיט יונגעלייט מיט א שווערע פרעמדע סוגיא קומען צו איהם טאג טעגליך. מאכט האט ער נישט אבער א דעה צווישען די וואס דעה איז וויכטיג איז זיינס.

ליטוואק פון בודאפעסט@אויבערלענדער חכם דער לשיטתיה פון דיין אלע (אדער די נייטיגע עכ"פ) טענות איז זיך באציען צום פרט און נישט דער כלל. נישט דער פרטיות'דיגע קענשאפט פון הלכות קידוש החדש איז דער טענה אדער ווער האט געהרג'ט דער מרדכי, נאר וואס מ'איז נישט געבילדעט, ס'גייט אסאך מענטשען בכלל נישט אן אדער ווייסען זיי נישט ווי דאס אויסצוגראבען. אז דער אדער יענער האט קיין דקדוק נישט געקענט מיינט נישט קיין סך. יענער האט אנדערע זאכען געקענט, און געבליבען נייגעריק אויף יעדער שטיק וויסענשאפט וואס איז איהם געקומען אין פנים. אוודאי דער עיקר איז געבליבען גפ"ת מיט פסק הלכה וכדו', אבער וויסענשאפט האט מען געוואלט.
איך ווייס נישט ווי דו זעסט דער חשיבות פון א מענטש וואס איז מופקע, דער וואס האט עפעס צו זאגען אויף א נושא איז שטארק ארויפגעקוקט. טאקע מ'וויילט רבנים תמימים, אבער דאס איז דער כח פון די ישיבה, וואס האט מורא אז רבנים זאלען נישט האבען קיין מאכט, דעריבער שטופען זיי שטארק אז מ'זאל נאר נעמען שוטים וואס האבען נישט קיין אייגענע דעה. צווישען יונגעלייט איז דאס נישט אזוי.
און דער גרעסטע ת"ח אין לעיקוואוד איז לאו דוקא דער וואס האט דער מאכט, ווייל מ'האלט שוין אין דער דריטע דור, און דער אפיציעלע געזעלשאפט איז נישט ווייניגער קארופטירט ווי ביי חסידים אינ'ם דריטען דור, אבער צווישען דער עולם ובפרט די תלמידי חכמים, ווייסט מען גאנץ פיין למי החותמת ולמי הפתילים. שווערע שאלות קומען אויף זיין טיש, נישט ביי הרב פארכהיימער, און דיינים מיט יונגעלייט מיט א שווערע פרעמדע סוגיא קומען צו איהם טאג טעגליך. מאכט האט ער נישט אבער א דעה צווישען די וואס דעה איז וויכטיג איז זיינס.
א כלל בויעט זיך אויפען פרטים פון וואס ער באשטייט.
די אשכול האט אנגערירט א וויכטיגע נקודה וואס איך וויל אביסל צונעמען דא, וויאזוי שאצט מען טאקע ווער איז א חכם און ווער נישט, ווער האט די נויטיגע ידיעות און ווער נישט, למעשה איז דאך די וועלט היינט פארפלייצט מיט אזוי פיל ידיעות אז מען קען נישט אלעס אינאיינעם, איז וואס קומט פאר וואס, און ווי עס איז באקאנט איז למשל דא זייער אסאך קריטיק אויף די וועג וויאזוי מען מעסט די קלוגשאפט פון איינעם דורך א iq טעסט, ווייל דאס מעסט נאר איין חלק פון חכמה, אבער וויאזוי למשל זיך צו אומגיין מייט מענטשן, אדער זיין א מבין דבר מתוך דבר וכדו' זאגט דאס גארנישט,
און דער אמת איז אז די שאלה האט נישט איין תשובה נאר עס ווענט זיך, למשל אויב איינער וואוינט אין בעלגיע און ער קען א אויסגעצייכנטן ספאניש, אבער פלעמיש קען ער נישט, פעלט איהם לכאורה ערציאונג, צו איינער וואס דארף האנדלען מיט מוסלעמינער, אבער ער האט נישט דאס מינדעסטע אנונג וואס די מוסלעמינער און דער אראבישער מעטאליטעט איז, פעלט איהם ערציאונג, אבער פאר מיר אויב קען איך נישט פלעמיש אדער די מוסלעמינער מענטאליטעט פעלט מיר גארנישט,
איז למעשה, היסטאריע למשל איז זייער וויכטיג צו וויסן ווייל עס לערנט אויפן עתיד, חוץ פון דעם וואס נ"ך איז א גרויסע חלק פון תורתינו הק', אבער היסטאריע מיינט נישט וואס לואי דער צווייטער האט ליב געהאט צו עסן פאר דעזערט וכדו', ווייל יעדע ידיעה איז וויכטיג צו וויסן אויב וועט דאס צונוץ קומען אין לעבן, אבער סתם ידיעות זענען זייער שיין אבער נישט קיין מאסט, און וועגן דעם, די וויכטיגסטע פאר א מענטש באמת איז גמ' תוס' מיט ראשונים און טושו"ע ווייל דאס איז די וויכטיגסטע צום לעבן, און אזוי אויך ספרי מוסר והשקפה וחסידות צו וויסן וועלעכע בליק צו האבן אויפן לעבן, אוודאי איינער וואס האט א ברייטער קאפ און וויל וויסן מער, כל הכבוד, אבער דאס איז נישט דער עיקר, איז איך האב באמת זייער הנאה פון די אשכול ווייל פאר מיר פערזענליך וואס איך האב זייער ליב ידיעות, איז דאס זייער א גוטע מקור פון וואו צו נאשן, אבער צו די אלע ידיעות זענען די לעזונג פאר אונזער פראבלעם? נישט לדעתי,
נאר וואס וואלט יא געווען וויכטיג, איז צו אריינגעבן אין די קינדער די געשמאק צו האבן ידיעות אין וואס עס קומט אונטער ער זאל נישט סתם גלייבן, דהיינו אויב לערנט ער אין גמ' וועגן חזקיהו המלך מיט די זון, זאל ער וועלן וויסן וואס איז דארט געווען, ווען ער לערנט וועגן פילגש בגבעה אין רש"י אין פרשת שמות דאכט זיך מיר, זאל ער (בגניבה) גיין קוקן אין נ"ך וואס איז דארט געווען, ווען ער לערנט אין פסחים וועגן אשת נבל וואס האט געריטן אויף א אייזל זאל ער גיין קוקן וואס עס איז דארט געווען וכדו' ער זאל האבן א געשמאק אין ידיעות, וועט ער שוין ממילא וויסן אלעס וואס ער דארף צו וויסן.

דא ליגט דער נקודה!! ניין! אויב איינער לערענט מרדכי אהן דער הכרה אז ער איז געווען פון די גרויסע פוסקים יוצאי בית מדרשם של חכמי הצרפתים/אשכנזים פעלט עם גאר א סאך. כדי גוט צו פארשטיין א סוגיא און א הלכה דארף מען פארשטיין אז עס איז א לימוד פון א אנטוויקלונג. די רי״ף העלפט פארשטיין א רמב״ם, דער מרדכי העלפט פארשטיין א תוספות, א ר״י מיגש העלפט פארשטיין א רמב״ם וכו׳. ויש להאריך בזה טובא עם דוגמאות לרוב ועוד חזון למועד. אבער דאס אז דער מרדכי איז געהארגעט געווארען (דורך?) קען א מאל צו נוץ קומען אבער נישט אזוי פיל. וואס איך ברענג ארויס איז די נקודת הנקודה נישט קיין פרט קטן!
אגב, כדי צו ווייזען ווי אזוי יעדער פרט איז נוצבאר אויך איז כדאי צו דערמאנען וואס איך האב פונקט לעצטענס באגעגענט. די גמרא (עבודה זרה לא,ב) דערציילט אז רב פפא איז געגאנגען קויפען שכר (ביר) אין א גוי׳ס געשעפט אבער עס נאר געטרונקען אינדרויסען. היות די גמרא דערציילט אין עטליכע ערטער אז רב פפא האט געהאט א מוצלחדיגער ביר קאמפאני (רב פפא׳ס לייט) האט מיר גע׳ארט פארוואס האט ער געמוזט קויפען ביי יענעם? איך האב געטראפען אז דער פרי חדש (יו״ד סימן קיד) ברענגט פון דעם א ראיה אז אלע flavors זענען אסור ווייל מסתמא האט רב פפא געוואלט קויפען א flavor וואס זיין קאמפאני מאכט נישט. הרי חידוש לדינא שיצא מפרט בהסטוריה!
[ציטאט אראפגענומען]
דער פיליסופיה שמועס איז דער יסוד אויף וואס מען מוז בויען דער בנין. ערשט דארפען מיר אוועק שטעלען בדיבוק חברים וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט, און נאכדעם קענען מיר אויסשמועסען ווי אזוי דער רשימה זאל אויסזעהן. איך האב נאך נישט געקוקט דער גאנצע רשימה, אבער איך בין שטארק חושש אז דער יזכור בוך פון פישפיקלאדיין האט איר נישט געברענגט. דאס מיינט אז לויט אייער פיליסופיה איבער וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט, איז דער ליסטע פון אלע פישפיקלאדיינע אידען נישט גאר וויכטיג.
איך שרייב יעצט אויפ'ן טעלעפאן, קען איך נישט געהעריג מאריך זיין צו לינקען, ועוד חזון למועד. אבער איך וויל פארברייטערען אביסל וועגען דער היסטוריא ענין.
כמעט אלע ביכער וואס ר' שש ברענגט זענען מלקטים. מענטשען וואס האבען געטוהן דער ארבעט פון צוזאמענברענגען פון פריערדיגע אדער פון חז''ל אויף א היסטארישע אופן. דאס איז טאקע דער בעסטער וועג אנצוהויבען אין דער נושא. אבער גאר אן אנדערע קוק באקומט מען ווען מ'ליינט ביכער וואס זענען געשריבען מיט'ן פערספעקטיוו פון איינער וואס שטייט דארט. דאס איז טאקע דער מעלה פון זכרון יעקב. מיט אלע זיין נגיעות און האלטען חשבון מיט מענטשען, מ''מ זיין פערספעקטיוו איז א וויכטיגער אלס איינער וואס שטייט דארט. טאקע דער מלקט האט אן אנדערען מעלה אז ער קען צונעמען א ברייטערע בילד, אבער ביידער פעלען אויס.
פאר דעם דארף מען ליינען גליקעל פון האמעלין און זכרון יעקב. ס'לוינט זיך דורכצולערנען דער מנחת קנאות מיט אלע בריווען וועגען דער מלחמה ארום דער רמב''ם און נאך וואס איז דעמאלס געשריבען. אויף יעדער היסטארישע נושא קען מען זוכען און טרעפען די ספרים קונטרסים און דאקומענטען פון יענער צייט צו לערנען וואס איז דארט געשען.
למשל די היסטוריא אנטוויקעלונג און ממילא דער תכלית און דער התנגדות פון ציונות. מ'קען זיך באגענוגיגען מיט על משכנות הרועים און הקדמה לויואל משה און התקופה הגדולה פון דער אנדערע זייט (און דערנאך ליינען תגובות אויף ק''ש פון פאר הדור). אבער מער גרונטליך איז צו ליינען טאקע זכרון יעקב און דערנאך 'פון וואלאזין ביז ירושלים' פון הרב מאיר בר-אילן. אויך דארף מען לערנען פוןהרב צ''ה קאלישער (איך געדענק נישט דער נאמען פון זיין ספר אויפ'ן מינוט. ווער קען מיר העלפען?) ודעימיה. מ'דארף ליינען 'במחיצתם של גדולי הדור' פון ר' יעקב מארק און אפשר דער 'יודענשטאט' פון הערצל (פוי פוי פוי) זעלבסט. אסאך מנהיגי הציונות האבען געשריבען אויף אידיש און מ'קען ליינען ביים Steven spielberg אידיש ביבליאטעק. דער אויבענדערמאנטער בוך פון גרשון באדער רעדט פון דעם תוך דבריו. אויך איז פארהאנען א בוך פון א דזשורנאליסט א גוי פון פראנקרייך (פארטייטשט אויף עברית) מיט'ן נאמען 'היהודי הנודד הגיע' פון אלבר לונדר. ער איז טאקע פון א שפעטערע תקופה, נאכ'ן ערשט'ן וועלט'ס קריג, אבער ער באשרייבט דער וועלט'ס בענקעניש פאר א מדינה פון אלע עקען פונ'ם אידענטום. ער האט געהאט א באגעגעניש מיט'ן גערער רבי וואס איז העכסט אינטרעסאנט.
ס'איז דא נאך צו שרייבען און איך האב נאך נישט געלייגט קיין איין לינק, און איך האף איך וועל קומען דערצו.

דרישות ציון מהרב צבי הירש קאלישער?
הערות על דברי מאור עינינו הרה"ג ר' שש משזר "אונזער היסטאריע"
הערות על דברי מאור עינינו הרה"ג ר' אנאנים "אונזער היסטאריע"
חלק א
כתב ש"מ: און בעיקר צוליב דעם וואס דורכדעם ווערט מען פארליבט אינעם אייגענעם פאלק, אזוי אז מ'בלייבט אייביג מקושר בעבותות אהבה צום שורש.
ואומר א"ח: אויב מען האנדעלד דא "על טהרת הקודש" איז דער וועג צו ווערען פאראייניגט און פארליבט מיט'ן אידישע פאלק איז דורך אהבת ה' ותורתו – כמאמר הרב מאיר שמחה מדווינסק (משך חכמה דברים פרק לד פסוק ח) "כי ישראל נקראו "אדם", ששם "אדם" ייאמר על היחיד ועל המין בכלל, ואינו בא בריבוי - "אדמים" - שכולם הם אדם אחד ומועיל אחד לחבירו, לפי שכולם הם קוים הפונים אל מרכז אחד, הוא הבורא יתברך אשר נקרא לבם של ישראל, וכמו שכתוב (תהלים עג, כו) "צור לבבי וחלקי (אלקים לעולם") [לשון רז"ל] ועל פי דרכי התורה המאחדת אותם"
הערה נחוצה
איך האב שוין מעורר געווען פריער, אבער מער באופן שלילי, לגבי עמדתי בענין נחיצות ידיעת היסטוריה. בעולם הגדול איז היסטוריה בכלל נישט דער וויכטיגסטע זאך. מעדעצין, טכנולוגיה, ביזנעס, וכו' זענען חשובע. פארוואס? ווייל מאי דהוה הוה, און דער הווה איז מער נויטיג. א געבילדערטע מענטש קען א פרק אין מסכת היסטוריה אויך, אבער דאס איז נישט דער עיקר. עס זעהט אלע מאל אויס צו איינער וואס ליגט אין א געוויסע ענין, אז זיין ענין איז די מערסטע אינטערסאנט און וויכטיג. עס מוז דאך אזוי זיין, ווייל אויב נישט וואלט ער זיך אויסגעוועלט א צווייטע נושא. אבער די judge איז נישט דער ידען וואס איז פיל מיט נגיעות פאר זיין באליבטען ענין, נאר די מערהייט פון [קלוגע] מענטשען. מיר זענען דאך אין דער עולם העשייה און ממילא זענען די ענינים הנוגעים למעשה דער עיקר.
פאר איך גיי ווייטער איז כדאי צו דערמאנען די ווערטער פון דער ערוך השלחן לגבי וואס מען טאר ליינען און וואס נישט, אז ער שרייבט אז צייטונגען זענען וויכטיג ווייל מען ליינט דארט וועגען זאכען וואס זענען נוגע למעשה, אבער הסטוריה איז נישט נוגע און נישט וויכטיג. וז"ל הערוך השולחן (אורח חיים סימן שז סעיף ט), ונ"ל דכתבי העיתים אינם בכלל זה ומותר בחול לקרותן שהרי הם מודיעים מה שנעשה עתה וזה נצרך להרבה בני אדם לדעת הן במה שנוגע לעסק והן במה שנוגע לשארי עניינים אבל עניינים שכבר עברו מן העולם מה לנו לדעת אותם?, עכ"ל.
איז ראשית כל, טראץ דעם אז פאר א סאך קאווע שטיבל מענטשען [ואני בתוכם] איז הסטוריה גאר גאר געשמאק, דארפען מיר מודה זיין אז עס איז נישט גאר גאר וויכטיג.
צווייטענס איז וויכטיג מחלק זיין צווישען הסטוריה וואס איז מער נוגע אויף למעשה און הסטוריה וואס איז ווייניגער נוגע למעשה. פאר א שומר תורה ומצוות דארף זיין די וויכטיגסטע חלק פון לימוד הסטוריה, וואס איז נוגע אויף לימוד התורה ושמירת המצוות.
וואלט איך געהאט די כוחות עצומים וואס ידידינו ומאור עינינו ר' שש האט וואלט איך צאמגענומען א רשימה פון ספרים וואס האט א ציל – נישט צו פארליבען אינעם אייגענעם פאלק – נאר וואס העלפט פארשטיין די תנ"ך, משנה, ותלמודים, וספרי הלכה.
איין דוגמא האב איך שוין געברענגט פריער, אויב מען ווייסט אז רב פפא האט געהאט א ביר קאמפאני, קען דאס העלפען אין די גמרא. אבער דאס איז א דוגמא בעלמא. פארשטיין די השתלשלות התורה והלכה קען א סאך אויסהעלפען פארשטיין וואס מען לערענט.
איך האב נישט די צייט מאכען מערכות ערוכות מיט דוגמאות לרוב, אבער איך קען נאר דערמאנען נאך א דוגמא וואס איך האב זיך אין עם היינט איינגעשטויסען. איך האב נישט געטראכט און נישט נאכגעפארשט די תיאוריה בכלל נאר לערנענדיג מיט מיין קינד איז די מחשבה דורך געפלויגען מיין קאפ. צו איך בין גערעכט אדער נישט איז נישט נוגע אהער, איך מיין נאר ארויסצוברענגען די נקודה.
די גמרא זאגט אין מסכת מגילה (יג, א) אז לויט איין שיטה איז דער טייטש פון "וישנה ואת נערותיה לטוב" אז מען האט געגעבען אסתר צו עסען "קדלי דחזירי". רש"י זאגט אויפ'ן ארט "ומתוך אונסה לא נענשה". תוספות זאגט "וח"ו היא לא היתה אוכלת".
א למדן זעהט דא מחלוקת צו ס'איז דא דא א חיוב פון מסירת נפש. "רש"י האלט אז עס איז נישט געווען א שעת השמד און ממילא האט זי געטארט עסען, אבער תוספות האלט אז עס איז געווען א שעת השמד...."
אפשר קען מען דאס מסביר זיין אנדרעש. רש"י האט געלעבט פאר די crusades (קרייצזיגל בלע"ז של הרב שש) און תוספות האט געלעבט נאך די משונעדיגע מסירות נפש פון אונזער הייליגע זיידעס און באבעס וואס האבען געשחט'ן זיך אליין און זייער ווייב און קינדער על קידוש ה'. פרופסור חיים סולוביציק איז שטארק מאריך אין זיין בוך (אוסף כתבים) אז דורך די איבערלעבניש פון די crusades האבען די בעלי התוספות באקומען גאר עקסטרעמע שיטות אין מסירות נפש. אפשר קען דאס אונז העלפען פארשטיין די מחלוקת רש"י און תוספות..... ודו"ק כי קצרתי.
בקיצור: הסטוריה קען זיין נוגע למעשה אזוי ווי די היתר פון שאר מיני שכר מדברי הפרי חדש, און עס קען העלפען דער לערנען (אויך א למעשה פאר איינער וואס איז קובע עתים לתורה) און די סארט הסטוריה דארפען באקומען משפט הבכורה אין א שמועס פון "למעשה" על טהרת הקודש.
אויך דארף מען געדענקען אז כאטש אז פאר א סאך קאווע שטיבלערס איז הסטוריה זייער זייער אינטערסאנט, דער ערוך השלחן (וואס זיין אייגענע זוהן האט געשריבען דער מקור ברוך) טעהנ'ט אז עניינים שכבר עברו מן העולם מה לנו לדעת אותם? וכן מסתבר.
ההמשך יבא
[ציטאט אראפגענומען]
איר האט נישט קיין ראיה אז רש"י האט געשריבען זיין פירוש אויף מגילה אין די לעצטער פאר יאר פון זיין לעבען. לבר מדין, די יסוד פון רש"י'ס פירוש איז דברי רבותיו וקונטרס מנגצא.
ט'האט איינער געזעהן אז די פוסקים זאלען זיך אזוי באציען צו א שיטת הראשונים? ארייננעמעדיג די היסטארישע פאקטען וואס מיר ווייסען פון ערגעץ אנדעריש? ממילא דער ביר, איז דאך ביידע א גמרא. אבער זיך צו פארלאזען אויף היסטוריא, בשעת אז ס'איז אוממעגליך צו מכריח זיין קלאר וואס איז דארט געווען, מיט'ן מאנגל פון קלארע מקורות און פולער דאקומענטען, איז נישט אזוי צו דער זאך.
מען טרעפט כסדר אין ספרים ווי זיי שרייבן אז יענער מחבר האט געשריבן לויט די מנהג המקום פון יענע לענדער אין יענע זמן.
ליטוואק פון בודאפעסטט'האט איינער געזעהן אז די פוסקים זאלען זיך אזוי באציען צו א שיטת הראשונים? ארייננעמעדיג די היסטארישע פאקטען וואס מיר ווייסען פון ערגעץ אנדעריש? ממילא דער ביר, איז דאך ביידע א גמרא. אבער זיך צו פארלאזען אויף היסטוריא, בשעת אז ס'איז אוממעגליך צו מכריח זיין קלאר וואס איז דארט געווען, מיט'ן מאנגל פון קלארע מקורות און פולער דאקומענטען, איז נישט אזוי צו דער זאך.
@ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבען:
דער פראבלעם אבער איז ווען דער חינוך סיסטעם איז געמאכט צו דערדרוקען דער אינטעלעקט, ארויסצונעמען דער נייגער פונ'ם קינד און פארשעמען דער וואס האט אן אייגענער דעה. אנשטאט'ס לאזען א בחור אליינס אויס'ארבעטען זיין כשרונות ווי צו פארשטיין און דערגייען א זאך, האט מען דאס צוגענומען פון איהם. דאס גילט ביים חסידישער ציבור געוויס, אבער אפילו ביים ליטווישע ציבור, ווי ס'איז נאך אביסל בעסער אין דער הינזיכט, מ"מ ארבעטען די מגידי שיעורים אין די ישיבות 'מחנך זיין א בחור' ווי צו טראכטען, וואס דאס מיינט אז ס'איז נאר דא איין וועג צו טראכטען, און מ'דארף שלעפען דער בחור אהין. (איך האב געהערט פון אן אדם גדול שליט"א וואס איז געגאנגען פון פאנאוויעזש צו בריסק נאכ'ן זיין א נאנטער תלמיד פון הרב שך. האט ער מיר געזאגט אז הרב שך האט געהאט טענות צו איהם, און ניין נישט ווייל ער האט איהם אפגעלאזט, נאך דעם וואס יענער אדם גדול האט פארלאזט בריסק און איז געגאנגען קיין לעיקוואוד איז ער צוריק נאנט געווארען מיט הרב שך, ואוס פלעגט זיך נאכפרעגען איבער איהם און געשיקט ווארמע גריסען. האב איך איהם געפרעגט וואס זענען געווען די טענות אויף בריסק. האט דער אדם גדול מיר געזאגט אז דער מציאות אז ס'איז דא א 'ריכטיגע וועג צו פארשטייען' איז נישט תורה'דיג. יעדער איינער האט זיין שכל, און מ'טאר נישט פארמאכען א בחור'ס קאפ ביז ער מעג נאר פארשטייען איין וועג. איך האב איהם געפרעגט צו ער האט דאס געהערט פון הרב שך, האט ער מודה געווען אז נישט, נאר אזוי האט ער פארשטאנען).
יעצט ווען איינער וויל ראטעווען זיך און זיין קינדער פון דער פראבלעם, קען מען נישט שלעפען אויף אן אנדערע וועג. מ'דארף ערוועקען דער נייגער זיינער ביז ער גייט אליינס זוכען די ספרים וואס אינטרעסירען איהם. איין קינד וועט טאקע טרעפען א טעם אין דקדוק, א צווייטע וועט גלייכען היסטוריא, א דריטער וועט טרעפען זיין פלאץ אין אסטרונומיא און מאנכע וועלען גאר ליעב האבען אביסל פון אלס.
מ'דארף נאר אויסלערנען דאס קינד פון יונגווייז אז וואס ער טראכט און קלערט איז וויכטיג און דאס איז זיין עצם מהות. שפעטער וועט ער אליינס אויפזוכען ספרים וואס אינטרעסירען איהם, ער וועט אליינס טרעפען אין וואס זיך צו אינטרעסירען און נישט זיין א מיטגעשלעפטער.
(ס'וואלט געווען ראטזאם אפשר אז א חלק פון קאווע שטיבל זאל זיין וועגען חינוך, אזוי ווי תורה ומחשבה אדער אנשי שם) מיין יינגעל גייט יעצט אריין אין וואס הייסט ביי אונז כתה ד' (ביי ענק כתה ה' דוכט זיך) און אין מיט'ן די יאר וועט ער אנהויבען לערנען גמרא. איך פלאן צו דינגען פאר איהם א פריוואטע מלמד א יונגערמאן (איך האף מיט'ן אייבישטער'ס הילף צו טרעפען דאס פאסיגער) וואס זאל איהם ארויסהעלפען אין דער הינזיכט. אויף יעדער גמרא איהם פרעגען וואס טראכט ער, וואס וואלט ער געזאגט אין די הלכה און איהם אויסלערנען אז זיין מחשבות זענען וויכטיג און ס'לוינט זיך ער זאל עס אויספיהרען אויף למעשה אין דער סוגיא.
איך האף דערמיט צו פארדינען הן אין זיין זעלבסשעצונג, וואס קען פארמיידען פראבלעמען אין אויפפיראכץ, און אויך אין דער מענטשהייט אז ער וועט זעהן אז ער איז א וויכטיגער מענטש, וועט ער נישט שפירען דערדרוקט און נישט דארפען פאשען אין פרעמדע שטאלען. ועוד והוא העיקר, אז אין לערנען וועט עס איהם ביישטייען, אז ער גייט אין ישיבות און זיצט און לערנט, זאל ער אויפזוכען זיין פארשטאנד אין לערנען און נישט זיך באגענוגיגען מיט וואס דער עולם זאגט, און נישט ענדיגען א סוגיא ביז ווילאנג ער האט עס נישט אין האנט לויט זיין סטאנדארד.
האם אין אלו שתי תגובות תרתי דסתרי אהדדי?
ניין
געוואלדיגמען טרעפט כסדר אין ספרים ווי זיי שרייבן אז יענער מחבר האט געשריבן לויט די מנהג המקום פון יענע לענדער אין יענע זמן.
אפילו אויב נישט, וואס איז שלעכט מיט א נייע מהלך? אויב עס איז מסתבר און גערעכט איז גוט, אויב נישט נישט. גראדע איך האב שוין געזאגט אז איך האב נאר געמיינט ארויסצוברענגען א דוגמא פון א מהלך. איך האב עס נישט באטראכט מער פון צוויי מינוט, אבער אלץ דוגמא איז עס א גוטע. ר' @אנאנים האט גראדע געהאט א גוטע הערה אז רש"י האב יא איבערגעלעבט גזירת תתנ"ו, אבער למעשה איז דאס נישט קיין טענה ווייל אזוי ווי אויבען דערמאנט איז רוב חייו פון רש"י געווען פאר די גזירות משא"כ תוספות האבען געלעבט אין די שאטען פון גזירת תתנ"ו. אבער בין ובין כך דער נקודה איז געווען צו ווייזען אז ידיעות העתים קען העלפען צום לערנען.
פרופוסר חיים הלוי סולוביציק שליט"א ווייזט אז אין גאנץ מסכת עבודה זרה זוכען תוספות כסדר צו גרינגער מאכען דאס לעבען בארצות הנוצרים ע"פ הלכה. איינער וואס איז בלינד צו די מציאות פעלט עם א סאך אין פארשטיין די דרך פון תוספות אין מסכת עבודה זרה. למעשה א גוטע חינוך אין לערנען תוספות מהרש"א איז ווערד נאך א סאך מער פון די הסטוריה, אבער די הסטוריה געבט א סאך צו. היוצא מכל הנ"ל, אז הסטוריה לשם הסטוריה איז אפשר א גוטע hobby, משא"כ הסטוריה עם תכלית הנוגע למעשה [להלכה או ללימוד התורה] איז אין ערוך אין זיין ווערד.
ליטוואק פון בודאפעסטניין
פתח פיך ויאירו דבריך
געוואלדיגמען טרעפט כסדר אין ספרים ווי זיי שרייבן אז יענער מחבר האט געשריבן לויט די מנהג המקום פון יענע לענדער אין יענע זמן.
דאס האט נישט מיט זיין תגובה. צו זאגען אז זיי זענען מושפע פון פאסירונגען איז א לייכטזיניגקייט צו הלכה
דער נושא פון פיוטים איז מיר אביסל א האבב"י. איך האב ליעב צו קוקען זאגען און פארשטייען אביסל אין פיוטים סליחות און קינות, אפילו די וואס מ'פיהרט זיך שוין נישט צו זאגען. מ'קען אסאך זאכען אפלערנען דערפון. ס'ליגט מיר אין קאפ איך האב געזען אין חת"ס ערגעץ אז ער זאגט א תורה אויף יוצרות לשבת ר"ח (דער וואך) אבער איך געדענק נישט וואס און וואו.
נאר אז מ'קוקט זיך אום טרעפט מען אסאך שיינע זאכען, פירושים, יסודות, הלכות און געשיכטע'ס פונ'ם עולם הפיוט. קודם וויל איך ארומרעדען ווי מ'קען זיי טרעפען. אז מ'קוקט אין סידור אוצר התפלות זעט מען געדרוקט יוצרות פאר אסאך מער שבתות ווי נאר ד' פרשיות און יו"ט. אויך האבען זיי סליחות פון שובבים (וואס באמת זענען זיי עפ"י רוב נישט ניי און די וואס יא זענען אויך פון די יוכ"פ סליחות) און קרובץ פאר ת"ב, מוסף פאר שבת זכור און פרשת פרה, און נאך א גירסא פונ'ם לאנגען פיוט להלכה פון שבת הגדול, מגילת אנטיכוס ועוד. די אלע זאכען זענען אויך געדרוקט אינ'ם מחזור כל בו, וואס איך נוץ יו"ט. דאס איז א גרויסע מחזור געמאכט געווארען פאר בעלי תפלה מיט עטליכע אכציג יאר צוריק אין ווילנא און איבערגעדרוקט דורך פלאהר'ס דרוקעריי דאהי אין אמעריקא. דארט האבען זיי אויך סליחות ליל הושע"ר מיט צוויי מנהגים, און סליחות פאר ספעציעלער געלעגענהייטען, כגון ווען דער קעניג גייט מלחמה האלטען אדער ווען דער רעגירונג מאכט גזירות קעגען אידען און מגיפות ועוד. אין אסאך מחזורים פון מיין קינדווייז בערך דרייסיג יאר צוריק, האבען זיי געדרוקט אין חזרת הש"צ יוכ"פ נאך יעלה ויבא 'כאן אומרים סליחות ואח"כ אומרים זכור רחמיך', די סליחות זענן געדרוקט עפ"י רוב אין א באזונדערע באנד, און ביי די יעקע'ס זאגט מען עס, נישט דער גאנצער יעדער יאר, נאר מיט א מחזור פון דריי יאר. דארט רעדט מען פון די גזירות תתנ"ו אין סליחות למוסף יוכ"פ, און א מלא רחמים פאר געוויסע געהרג'טע. אינ'ם מחזור כל בו זענען זיי אלע געדרוקט. (ס'גיבט א באזונדערע געשמאק צו מישען יוכ"פ ביי דאווענען!)
צו דערצו זענען געדרוקט כל מיני פיוטים וואס מ'זאגט שוין נישט אין פריערדיגע ספרים, כגון מחזור ויטרי ועוד. אחינו בני ספרד ובני תימן האבען גאנץ אנדערע פיוטים. אז מ'קוקט אין א ספרדיש'ע מחזור זעט מען אז ביי הויכע שמו"ע זאגען זיי גארנישט, וכשיטת המחבר, אבער זיי זאגען נאכ'ן דאווענען אסאך אום ר"ה ויוכ"פ, און באופן כללי זענען זיי גרויסע זאגער'ס. די חלבים (יוצאי ארם צובה) זאגען 'בקשות' שבת פארטאגס, ווי מ'זינגט פיוטים פאר שעות ארוכות. דער מנהג איז עפ"י רוב פארגעסען געווארען אבער חכם עובדיה יוסף האט זייער ליב געהאט דאס זינגען די פיוטים, און ווען מ'האט איהם געדארפ'ט אויפלעבען האט מען גערופען א חזן צו זינגען די פיוטים. זיי זענען עפ"י רוב פשוט'ער מעשה'ס, נישט מיט די טיפע באדייטען אזוי ווי פון ר' אליעזר הקליר, מיט די רמזים און מליצות אריינגעמישט. די סליחות וואס ספרדים זאגען גאנץ אלול איז אויך זייער לאנג און יעדער האט זיין נוסח וואס מ'זינגט צוזאמען. די תימנים האבען אין זייער מחזור לר"ה ויוכ"פ לאנדער פיוטים פאר ברוך שאמר, און נאך מעריב. אויך מער פשוט'ער אבער דוכט זיך אויך מיט א באזונדער נוסח. אלע קענען דער ניגון 'חטאנו לפניך' פון די ספרדים, און אין לעיקואווד האבען זיי אויפ'ן ראדיא סטאנציע יעדער פארטאגס אין אלול די סליחות פון די ספרדים ליי"וו פונ'ם כותל ווי מ'הערט דער נוסח שיין און קלאר.
אין אלע אלטע מחזורים האבען זיי מפרשים אין דער זייט. ס'איז עפ"י רוב נישט באקאנט ווער ס'האט זיי געשריבען אבער אסאך שיינע זאכען שטייט דארט. ס'לוינט זיך צו זוכען אויף היברובוקס די אלע מחזורים און קוקען אין די מפרשי המחזור.

איך וויל שרייבען אפאר אינטרעסאנטע זאכען וואס איך האב געזען אין סליחות יוצרות און קינות בדרך שאלה ותשובה.
א. ווי האט מען געטראפען דער פך שמן טהור פון חנוכה?
ב. וואס האט דער רבש"ע געוואלט זאגען ווען ער האט געהייסען משה רבינו ואתה פה עמוד עמדי?
ג. וואס איז דער חילוק צווישען דער רעגען סיסטעם פאר'ן מבול צו נאך דעם?
ד. וואס פאר א מופת איז געשען מיט'ן מקוואות ביי די יוונים?
ה. דער רמב"ן דינגט זיך מיט'ן אבן עזרא צו ס'איז דא אזא זאך ווי גלות ישמעאן אדער נאר גלות אדום (עי' רמב"ן עה"פ וצים ביד כתים פרשת בלק. דער נייטיגע חלק איז ארויסגענומען דורכ'ן צענזור און מ'דארף קוקען אינ'ם תורת חיים דרוק אדער שעוועל. דער רמב"ן איז אויך אין מאמר הגאולה\פירוש על ספר דניאל). וואס זאגט דער פייטן וועגען דעם?
ו. וואס האט משה רבינו דערשראקען ווען ער האט געהערט 'החדש הזה לכם ראש חדשים'?
ז. וואס איז פשט אין דער גמרא 'כל המועדים יהיו בטלים וימי הפורים לא נבטלים'?
ח. וואס איז די הלכה, ווען מ'איז אנוס און מ'קען נישט מקריב זיין די קרבן תמיד, מעג מען מקריב זיין אנדערע קרבנות צו א מנחה צו וואס?
ט. שטייט אין פסוק 'שור או כשב או עז כי יולד' פארוואס שטייט שור ערשט?
י. ווען משה רבינו האט געהערט פונ'ם אייבישטער 'עלה אל הר העברים', וואס האט ער געמיינט ס'וועט זיין דארט?
און די תשובות:
א. אין פיוט לשבת ראשון של חנוכה שטייט אז מ'האט עס געטראפען אינ'ם שיתין אינ'ם מזבח, ווי מ'גיסט די ניסוך המים.
ב. אין קינות שטייט 'אהלך אשר פצת למענו לציר אתה עמוד עמדי פה', אז מ'האט איהם אויסגעלערנט וועגען דער משכן.
ג. אין דער לאנגע פיוט פון פאר תפלת טל וואס מ'זאגט נישט געווענדליך (געברענגט אין תוס' מס' ר"ה בשם ר"א הקליר) שטייט אז ס'האט נאר גערעגענ'ט איין מאל אין פערציג יאר. דאס איבעריגע האט מען גענוצט טוי. ס'איז אויך אינ'ם לאנגען פיוט פון תפלת גשם.
ד. אין פיוט לשבת חנוכה שטייט אז מ'האט גע'אסר'ט גיין אין מקוה. דער אויבישטער האט געמאכט א נס אז ביי יעדער מענטש אין קעלער האט זיך אויסגעשפראצט א מקוה. (דאס ווערט שוין געבראכט אין בעל הטורים עה"ת, ממילא איז עס שוין באקאנט). די ארכע'אלאגע'ן האלטען אין איין טרעפען קליינער פריוואטע מקוואות אין ירושלים, אבער מ'שטעלט דאס נישט צו.
ה. אינ'ם סילוק ליום שני דר"ה, וואס רוב קהלות זאגען נישט (אין לעיקוואוד זאגט מען עס דוקא יא), שטייט אז ותור וגוזל פונ'ם ברית בין הבתרים גייט ארויף אויפ'ן שור (תור אין אראמיש איז א שור) און דער שור איז ישמעאל, נישט ווי דער רמב"ן.
ו. אין פיוט לפרשת החדש שטייט אז משה רבינו האט זיך דערשראקען אז ער האט געמיינט אז דער חדש איז מעת לעת נישט מיום ליום. (איך האב א תורה אויף דעם, אבער דא באלאנגט עס נישט).
ז. אין סילוק לפרשת זכור שטייט אז ס'האט מיט דעם אז דער גאול ההעתידה און דאס פארלענדונג פון אדום איז כולל מחיית עמלק, דעריבער וועט דער נס פורים זיין א חלק פונ'ם שמחה פונ'ם גאולה העתידה.
ח. אין סליחות לשבעה עשר בתמוז שטייט אז בשבעה עשר בתמוז בטלו אלע קרבנות, הגם אז ס'איז נאר געווען דער תמיד וואס האט געפעלט. (דוכט זיך אין בריסק זאגט מען נאך די ראיה).
ט. אין פיוט פונ'ם צווייט'ן טאג פסח 'אז על כל חיתו יער' שטייט אז ס'איז צו ווייזען אז דער אויבעשטער האט מוחל געווען דער חטא העגל.
י. אין זולת לשמח"ת שטייט אז משה רבינו האט געמיינט אז מ'גייט איהם גיבען נאך א תורה אזוי ווי ביי הר סיני.

ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז אזא גרויסע פערצענט פונ'ם חסידיש'ע ציבור פאלט אוועק. טאקע די מניינים פאר שחרית זענען בעיקר פול נאר פון מענטשען העכער דער פערציג? דער יונגער עולם גייט ניטש צו קיין שיעור? א חבר מיינער א וומסב"ג'ער זאגט מיר אז זיין ברודער האט זיך געלערנט צו ווערען אן אקאונטענ"ט. ער איז געווען אין די מיטל צוואנצג יארען. ער האט באקומען ארבעט פאר גאנץ קליין געלט. ביינאכט האט ער פריוואטע קליענטע"ן און שבת ליינט ער ביכער צו ווערען בעסער. ווען ער וועט זיין אין די מיטל דרייסיג יארען און זיין בחור וועט שוין זיין אין ישיבה און ער מוז שוין טראכטען וועגען שידוכים, וועט ער זיך נעמען גייען צו א שיעור. טאמער ס'איז אזוי ביי אסאך מענטשען וואלט איך גיכער געזאגט אז טרדת הפרנסה צוזאמען מיט א שוואכער שעצונג צו לימוד התורה פיהרט דער מענטש אהין, מער ווי אן אנגעווייטאגטער הארץ אויף תורה. עכ"פ מיט מיין גאנצע התנגדות צו חסידות, בפרט אויף איהר היינטיגע צורה, איז מיר שווער צו גלויבען ס'איז אזוי באנקראט. דער מענטשליכע גייסט מוז ארויסשפראצען העכער די פראבלעמען דערין.
הערות ע"ד מאור עינינו הרה"ג ר' שש משזר שליט"א "אונזער היסטאר
הערות ע"ד מאור עינינו הרה"ג ר' @אנאנים שליט"א "אונזער היסטאריע"
חלק ב
הקדמה: איך בין עומד ומשתאה אויף אזא הערליכען ארבייט פון ליקוט. מען וואלט געדארפט צאהלען טייער פאר אזא service! ממש הפלא ופלא צו נתפעל ווערען. איך בין שוין לאנג חושש אז רבי שש האט לכל הפחות 48 שעות אין זיין טאג (איך בין אויך חושש אויף השבעת הקולמוס!).
הערה: מיין תגובות זענען לאו דווקא הוספות און השגות, נאר מעניין לעניין באותו עניין. ווען איך האב נישט געשריבען מיינט איך האב נישט געהאט וואס צו זאגען.
כתב הרב ש"מ: ספרי יוסף בן מתתיהו הכהן, והמסתעף והאריך לבאר עניניו בטוטו"ד.
ואומר א"ח: אין זיין ספר "מור וקציעה" (סימן שז) שרייבט דער גרויסע עמדין וז"ל, ספר יוסיפון העברי, חלקיו הראשונים, רובם ככולם מעניני ישראל ונסים שנעשו להם, הללו ודאי מותרין לקרותן גם בשבת (רק לא בקבע במקום בטול ד"ת, דלא עדיפי מכתובים שגזרו שלא לקרות בהן בשבת, מפני בטול בית המדרש), חוץ מספורי הבלים שנקבעו בתוכו, כמעשה נקתניבור והנמשך מאלכסנדרוס מוקדון, כי זה הספור כולו אינו מדברי יוסיפון עצמו, אלא תוספת שהכניסו בו מעתיקיו, ליפותו בשו"א, ומלאוהו מהבלי חרטומי מצרים) זה ודאי אסור גם בחול בקבע וכנזכר. אמנם ספרו הששי (שקראו מלחמות ה') שהוא המובחר ומסולת שבו, מצוה לקרותו בימי בין המצרים, אבל לא בשבת, מפני שצער הוא לנו. וכן דברי הימים של ר"י כהן, אני אוסרו לקרות בו בשבת לגמרי מה"ט, לפי שעיקר הענינים שמביא ממאורעות ישראל, ושראוי לדעתם, הם מעניני גזרות שמד, והשאר דברים בטלים. וכו' אך ספר דברי הימים של ר"י כהן, דבר מועט הוא הנמצא בו ממה שעבר על אבותינו, המצטרך אלינו ושראוי לנו לדעתו, ויש לעיין באותן דברים בחול בלבד, ורובו ככולו מדברי הימים של מלכי אומות העולם שעברו, ואין צורך בידיעתן כלל ואסורה הקריאה בהם בקביעות כנ"ל, אלא לעתות הטיול כדחליש לבא מגרסא, וביומי דפגרי בהו רבנן, כדי ללמוד מתוכו לשון נקי וצח, גם כדי שלא להיות הת"ח ערום מידיעה בקורות הימים ושינויי הזמנים, למען יידע להשיב שואלו דבר, ולא יהא נחשב פתי וסכל בעניני העולם. אף לפעמים יש בו נפקותא לענין ספורי דברי הימים השייכים אל אומתנו ללמוד מאלה על אלה, או יצא ממנו למוד עצה ותבונה בעסקי עולם הנצרכים לנו ג"כ, ביחוד בענין השתדלות והפקת רצון אצל מלכים ושרים.
אין שו"ת מהרי"ץ חיות (סימן יב) איז ער מעתיק די גאנצע שטיקעל מור וקציעה מיט דער הקדמה: למען אהבתו לא אמנע מלהעתיק לפני רו"מ מ"ש הגאון יעב"ץ בספרו מור וקציעה סימן שז [חיבור על טור או"ח מהגאון יעב"ץ ספר יקר מציאות].... און נאכדעם שרייבט ער איבער די גאנצע אריכות מילה במילה.
כתב הרב ש"מ: ספרי רבי יצחק אייזיק הלוי [הורוויץ – כמדומני שצ"ל "רבינוביץ" (א"ח))] וכו' זיין מעלה איז אויך מיט דעם וואס ער האט זיך געשלאגן מיט משכילים און אפיקורסים ווי גרעץ און [אייזיק הירש] ווייס [בעל מחבר דור דור ודורשיו] וואס האבן ארויסגעגעבן זייערע אייגענע היסטאריע ביכער, מיט אן אגענדע ביליג צו מאכן חז"ל וראשונים.
ואומר א"ח: אין ספר הזכרון פאר רבי יצחק הלוי שרייבט הרב יחיאל יעקב וינברג ז"ל אז דאס איז געווען זיין חסרון וז"ל, אף על פי שבחקר המשנה הלך הרי"א הלוי בעקבותיו של רד"צ הופמן [בעמח"ס מלמד להועיל, תלמיד פרשברג וראש בית מדרש לרבנים בברלין - הילסהיימר] כמוהו הוא מבחין בין משנה קדומה ששימשה יסוד למשנתנו אלא שהלוי מקדימה לתקופת הסופרים ואנשי כנסת הגדולה ואילו רד"צ תופסן מאחרה לתקופה של לפני חרבן הבית השני וכו' אף על פי כן לא הלך בדרך המחקר שלו בהבחנת המקורות ובבדיקת הנוסחאות והגרסאות. אין אצל רי"א הלוי אותה המתינות שיקול הדעת שאצל הופמן. הופמן היה חרד לקיומה של המסורת העתיקה שלנו לא פחות מאשר הלוי. כל עמלו הספרותיתי והמדעי במשך ימי חייו [של הופמן (א"ח) היו קודש למטרה זו. הוא השתדל להוכיח בדרכי המדע את אמיתת המסורת הזאת כנגד כל המבקרים שרצו לערער עליה בהשערות נלוזות, אבל יחד עם זה היה הופמן זהיר מאוד מודד ושוקל כל מילה היוצאת מפיו. אומר דבר בשם אומרו. מוכיח אותם בנחת ובלשון חכמה עד שתחזירם למוטב, והודו על האמת ע"י כך. לא זו בלבד שכבוד המסורת לא נפגמה ולא הועם זיוה אלא להפך כבודה עלה ונתבסס יסודה לאור המדע האמתי. הופמן היה בתוך תוכו איש האמת ועבודתו המדעית היתה לשם בירור האמת וגילוה, לפיכך זכה ודעותיו נתקבלו בעולם המדעי וספריו היו לאבני פינה של המדע התלמודי. רד"צ הופמן מופיע לפנינו, קודם כל, כאיש המוסר, מסוגם של חכמי ישראל הקדמונים, מכאן השפעתו הגדולה על האינטיליגנציה היהודית שלא נחלשה גם לאחר פטירתו. אבל רי"א הלוי לא הלך בדרך זו. גאון תורני זה עמד כל ימי חייו בקשרי מלחמה עם חחשודים בעיניו, אויבי היהדות, והיא משתקפת גם במחקריו חגדולים רבי המעוף וחהיקף. לבו היה לב סוער וגועש בכל דעה שלא היתה כדעתו, הריח ריח מינות, ובכל שיטה שלא היתה כשיטתו חשד בכפירה וזלזול בקדושת המסורת בחמת זעם. הוא ראה בכל סטיה מן הדרך הכבושה שלו כוונות זדון והרס של בנין היהדות כולו, אשר היתה יקרה לו מכל יקר, ומכיון שעלה בלבו חשד כזה כנגד מי שהוא, מיד נתגבר כארי ולא ידע שום רחמים או פשרה במלחמתו. הוא התנפל על אויבי התורה והמסורה והמטיר עליהם אש וגפרית ובעטו החד עשאם ללעג וקלס. בשביל זח קיפח הלוי במו ידיו את כבודו אשר היה ראוי לו בכל גאוניותו ובשל הזכות שקנה במה שפתח אפקים חדשים למחקר התלמודי, עכ"ל הרב וינברג.
עס ליגט מיר אין זכרון אז אין עפעס אן ארט זאגט הרב וינברג ארויס ברחל בתך הקטנה אז הלוי וואלט געדארפט מער נוהג כבוד זיין מיט גרץ און אנדערע, אבער איך געפין עס נישט יעצט. מסתמא מאך איך א טעות.
איינער פון מיינע ידידים האבען מיר דערמאנט אז אין זיין שטיקעל "לחקר המשנה" (שרידי אש חלק ד) שרייבט הרב וינברג אז אלעס וואס דער דורות הראשונים שרייבט וועגען יסוד המשנה איז נאר א פירוש צו די יסוד פון הרב דוד צבי הופמן. ער דערמאנט אז חנוך אלבק שרייבט וועגען הלוי: כי בספרו יש מן החדש ומן הטוב, אלא מה שהוא חידש אינו טוב ומה שהוא טוב אינו חידוש (מחקרים על המשנה עמוד 97). אויף דעם שרייבט וינברג: אי אפשר להסכים לדעתו של הר"ח אלבק שהתקיף את הלוי חריפות .. ומדד לו - שלא כשורה - במידה שמדד הוא [הלוי] לאחרים. אין אנו יכולים לקבל את פסק דינו על הלוי, "כי בספרו...." ולא היא ודאי יש בספריו - בדרך כלל - מן החדש ומן הטוב גם יחד וכו'..
אין יענע זעלבע שטיקל האט ער אויך די זעלבע טענות אויף הלוי אז ער איז נישט נוהג כבוד אין אנדערע און ער דערמאנט קראכמעל און זכריה פרנקל ביים נאמען.
עס איז כדאי צו דערמאנען אז הרב אביגדור מילר האט געשריבען זייער שיין אין ענגליש א תמצית פון די הסטוריה ע"פ ספרי הלוי. זיין ספרים אויף היסטוריה איז מפורש ע"פ דברי הלוי אזוי ווי ער שרייבט אליין אין די הקדמה. מיר ווייסער אז הרב אנאנים שליט"א האט גוזר געווען אויף לע"ז, אבער מאהבת הכהן הגדול ודברי הלוי ברענג איך דאס סיי ווי.
דרך אגב, איך האב א מאל געהערט [פון נישט קיין גוטן מקור] אז רבי חיים הלוי סולוביציק [ידידו של הלוי] האט געהאט א יד אין די דורות הראשונים. זייער נישט מסתבר, אבער למיחש מיהא בעי.
כתב ש"מ: למעשה איז ר"ז יעבץ אויך נתקבל געווארן - כאטש ער איז א טראפעלע מער לינק גענויגט [למשל, ביים באשרייבן שיין מענדלסאן, אדער ביים באשרייבן חסידות געמיין].
ואומר א"ח: אודה ולא אבוש איך האב אין מיין לעבען נישט אריינגעקוקט זין ר"ז יעבץ'ס ספרים, אבער לגבי "באשרייבען שיין מענדלסאן" איז כדאי צו דערמאנען דאס וואס איז מסתמא דברים פשוטים צו אידען אזוי ווי אונזער רב אנאנים שליט"א, אבער נישט אזוי ווייט צו אנדערע, אז מנדלסון איז געווען א הונדרעדט פרוצנט א שומר תורה ומצוות. די טענות אויף עם איז נאר אז ער איז געווען א שורש פורה ראש ולענה, אבער ער אליין האט געהיטן תורה ומצוות. דאס וואס איז באקאנט אז ווען דער חתם סופר שרייבט "בספרי רמ"ד אל תשלחו יד" מיינט "ר'שע מ'שה ד'עסויער" איז א שקר מוחלט.
כידוע דער מהר"ם שיק האט געלערענט זיין חומש מיט'ן ביאור. דער כתב והקבלה, דער רש"ש און א סאך מער אחרונים ברענגען עם אראפ. איך ווייס נישט וואס יעבץ שרייבט, אבער עס קען גאר זיין דברים פשוטים.
לגבי געמיין אויף חסידים... נייתי ספר ונחזי....
כתב ש"מ: נאך אפאר ספרים וואס ער האט געשריבן איז ווערט צו דערמאנען: 'רש"י חייו ופירושיו' - וואו ער באשרייבט אין 4 בענדער די היסטאריע פון רש"י און זיין מהלך אין זיינע פירושים על תנ"ך וש"ס ותשובות.
ואומר א"ח: איך וואלט ממליץ געווען רבי שלמה מאיר ליפשיץ'ס ספר ר' שלמה יצחקי, רש"י. איך האב נישט געזעהן הלפרין'ס ארבעט, ממילא זאג איך נישט וואס איז בעסער, נער א גוטע יסודיתדיגע ספר אויף רש"י.
כתב ש"מ: ריכטיג איז צו גיין על הסדר, און אנהייבן מיטן 'סדר עולם' [רבה], וואס לויט די גמ' נדה מ"ו ע"ב איז דער מחבר דערפון דער תנא רבי יוסי בן חלפתא. די ראשונים שרייבן שוין אז ער האט געשריבן די יסוד דערפון, און עס איז צוגעקומען שטיקלעך במשך הדורות (כטענת היעב"ץ כלפי ספר הזהר). עס גייט אדורך די סדר הבריאה אויף א כראנאלאגישן אופן ביז תקופת בר כוכבא [פון וואו נעמט איך דער נאמען? (א"ח). ליינט אויך דא איבער דעם השתלשלות הספר. דא קענט איר ליינען דעם ספר זעלבסט מיט א הערליכע הקדמה אדורכצוטון דעם ספר.
ואומר א"ח: אינטערסאנט אז רבי אנאנים שטעלט צו דער יעבץ איבער די זוהר אהער. ווייל אין שו"ת שאילת יעבץ (חלק א סימן לג) שרייבט דער הייליגע עמדין צו רבי משה חגיז ווער איז מטיל ספר אין דער סדר עולם, אז מען טאר דאס נישט טוהן. רבי יעקב עמדין זאגט עם שארפע מוסר אויף דעם וואס רבי משה חגיז שרייבט צו עם אז עס זענען דא הוספות צום סדר עולם. דער יעבץ שרייט צו מהר"ם חגיז אז ער האט דאס גענומען פון רבי עזריה דמן אדומים וז"ל, ועל דברי מעכ"ת האחרונים שמסר אלי בלחישה. אשתומם כשעה חדא ומטיבותיה דמר אמינא לקבל שכר על הפרישה. התחיל מר בשבח ס"ע. ותמה וכו' ובמכ"ת האדון שנמשך אחר לשון רכה של ר"ע מאדומים המרבה דברים ללא הועיל כי זכורני זה שנים רבות שעברו שקראתי ספרו. ונשתמש בזה הלשון. שקילא טיבותיה ושדיא אחיזרי לא מדובשו ולא מעוקצו. כי ארסו שוקע והיה בעיני כמתעתע ותשליכהו עצתו לשאול בכלדיים ואת פי ה' לא שאל וישאל בעצו. ועל כן אני אומר חלילה לי לשמוע מה שהביא מעכ"ת עוד מדברי האדומי הלז שבמקצת מקומות איזה חכם אחרון שלח בה יד כו'. וגם בספרים אחרים תקראנה כאלה עכ"ל. (במ"ע עיין בספרו א"ב פ"מ דקל"א ע"א תמצאנו מלה במלה). והנה עם שבאמת מעשים אשר לא יעשו בישראל כאלו כבר ידענו בגדולה מזו והמה בכתובים שבדברי נבואה הקדושה שלטו ידי מעתיקים. אנשים בוערים חרשי משחית פוחזים ריקים. כידוע. וכנראה ג"כ אצלנו בספר יהושע סי' כ"א יעויין ברד"ק. מ"מ שיקרא לא קאי ולא תעשנה ידיהם תושיה. ארורים עושי מלאכת ה' רמיה. וברוך ה' אשר לא השבית גואל לישראל. ה"ה חכמי דור דור העומדים על תיקון הספרים שלא יטמע בינינו דבר שאינו. ובאמת ברייתא דסדר עולם סתמה נקייה וטהורה. אמרת אלוה צרופה מצות ה' ברה. ולא ראיתי מי שחשדה להוציא עליה שם רע כי אם הרב עזריה הנ"ל אשר העיז פנים. בכל עוז הקשה רוחו ואמץ לבבו לחלוק על הקדמונים. וחזי מר מאי סלקא ביה דשקליה למטרפסיה ע"י הגאון המפורסם יחיד בדורו זקן של חותני זקני הנודע ביהודא ובישראל גדול שמו כמהור"ר ליווא בר בצלאל ז"ל בספרו באר הגולה בחתימת באר הששי שם ידבר עמו משפטים עם מוציא דבה הר"ע הנז' אשר הרע לעשות בהוציאו לעז על מסורת התנאים וחולק על הקבלה וחלילה למר להתפתות בלשונו החלק העולה שעירה דברי נרגן מפריד אלוף והוא כנחש ישך וכצפעוני יפריש. מי יתן החרש יחריש. אמנם כל זה איננו צריך לנו רק להזהיר את עצמנו לבלתי נשכח שלא לשמוע לעצתו של יצה"ר להטיל מום בקדשי שמים. ויש ליזהר עוד שלא ליפול ברשתו. כי לעניננו אין אומר ואין דברים. כי מי האומר שיאמר להגיה ולמחוק הספרים הקדושים הברורים באין צורך ודוחק כלל. ואיברא הא דכתב מר אשאל וכו' אבל חלילה להגיה מלבנו שלא לצורך כדי לחלוק על האמת ועל כל הגדולים כאמור, עכ"ל.
כתב ש"מ: ווייטער איז באוואוסט דעם 'איגרת דרב שרירא גאון'. רב שרירא, דער טאטע פונעם לעצטן גאון - רב האי גאון, האט אראפגעשריבן אביסל פון די סדר הדורות, השתלשלות התורה שבעל פה, ועוד כמה דברים חשובים, און א בריוו. דא קענט איר ליינען זיין היסטארישער בריוו. דא האט איר צוויי נוסחאות פון זיין בריוו.
ואומר א"ח: חקרו החוקרים, אם היה מסורה לרב שרירא גאון ברוב דברים שכתב, או שלמד כן מפי הגמרא ועוד מקורות, ולא באתי אלא להעיר.
כתב ש"מ: אביסל שפעטער איז אפירגעקומען רבי דוד גאנז. אליינס א תלמיד פון מהר"ל, איז ער געווען א ריז אויך אין וועלטליכע חכמות. פארקערפערנדיג אין זיך חכמת המאטעמאטיק, דזשיאגראפיע, אסטראנאמיע, און היסטאריע. זיין ספר אויף היסטאריע - אפיציעל בעידוד המהר"ל, בשם 'צמח דוד', איז צוטיילט צווישן אידישע היסטאריע און וועלטליכע היסטאריע [א חידוש פאר א היימישער...], און איז בשעתו געווען גאר פאפולער עפענענדיג א פתח צו פרישע ידיעות. דא קענט איר ליינען זיין ספר.
ואומר א"ח: להשלמת הענין וועל איך ברענגען די ווערטער פונעם מור וקציעה (שם סימן שז) וואס ער שרייבט וועגען דער צמח דוד וז"ל, ספורי דברי מלכי ישראל וכו' כמו צמח דוד חלק ראשון וכו' הם נחשבים כספרי קודש ממש, כיון שאין עסקיהם אלא בעניני מקרא ותלמוד וכו' מותרין לקרותן גם בשבת - רק לא בקבע במקום בטול ד"ת, דלא עדיפי מכתובים שגזרו שלא לקרות בהן בשבת, מפני בטול בית המדרש וכו' אך [בחלק ב של צמח דוד... באותן דברים ... מדברי הימים של מלכי אומות העולם שעברו, ואין צורך בידיעתן כלל ואסורה הקריאה בהם בקביעות כנ"ל.., אלא לעתות הטיול כדחליש לבא מגרסא, וביומי דפגרי בהו רבנן, כדי ללמוד מתוכו לשון נקי וצח, גם כדי שלא להיות הת"ח ערום מידיעה בקורות הימים ושינויי הזמנים, למען יידע להשיב שואלו דבר, ולא יהא נחשב פתי וסכל בעניני העולם. אף לפעמים יש בו נפקותא לענין ספורי דברי הימים השייכים אל אומתנו ללמוד מאלה על אלה, או יצא ממנו למוד עצה ותבונה בעסקי עולם הנצרכים לנו ג"כ, ביחוד בענין השתדלות והפקת רצון אצל מלכים ושרים, עכ"ל. כאטש דאס איז די זעלבע שטיקעל פון די מור וקציעה וואס איך האב אויבען געברענגט, ברענג איך דאס עקסטרע לגבי דער צמח דוד.
כתב ש"מ: פון די סאמע וויכטיגסטע היסטאריע ספרים, שטייט מיט שטאלץ דער 'סדר הדורות' פון רבי יחיאל עפשטיין, דער מינסקער רב. מיט דריי בענדער גייט ער אדורך די היסטאריע, אין חלק א' - היסטאריע פון בריאת העולם, לרבות וועלטליכע היסטאריע, אין חלק ב' - מחברים פון ספרי יהדות ווערן באשריבן, עד לתקופתו, אין חלק ג' - תנאים ואמוראים, זייערע נעמען און היסטארישע באמערקונגען, און וואו זיי ווערן אראפגעברענגט אין ספרות חז"ל. ער ווערט באצייכנט ווי איינער וואס האט געמאכט פון די געלונגענסטע ארבעט אין די אידישע היסטאריע [כאטשיג אפילו אויף זיינע ווערטער קען מען זיך צומאל דינגען].
ואומר א"ח: כדאי צו דערמאנען חלקו הגדול של רבי נפתלי בן רבי אברהם משכיל לאיתן וואס האט געשריבען הוספות גדולות צו דער ספר.
כתב ש"מ: דערנאך קומט דער חיד"א מיט זיין 'שם הגדולים'
ושואל א"ח בתמימות שלא ע"מ לקנטר: פארוואס "דערנאך"?
[ציטאט אראפגענומען]
ידעתי בני ידעתי! אולי סבר בעל לב העברי שמותר לשקר מפני השלום בין ישראל ואביהם שבשמים. אגב, דאס איז נישט דער איינציגסטער זאך וואס ער שרייבט וואס מצד המציאות איז לכאורה נישט @אנאנים
דוכט זיך דער בעל סדר הדורות האט געהייסען 'הרב יחיאל היילפרין' ודלא כמו שכתוב.
נאך א פאר שטיקלעך אינפארמאציע וועגען פיוטים יוצרות און סליחות;
פאר די וואכען צווישען פסח און שבועות, זענען דא באזונדער יוצרות געדרוקט אין אוצר התפלות סידור. זיי באקלגען דער גלות פון אידען, דרוקען אויס בענקשאפט צווישען כלל ישראל און דער רבש"ע און באוויינען דער צרות וואס איז געשען צו כלל ישראל אין יענער טעג (נייט נישט דער ווארשאווער אויפרייס און נישט דער אונגארישער וועלט'ס קריג, מ'מיינט גזירת תתנ"ו). יעדער וואך איז דא נאך פאר יעדער שטיקעל ברכות ק"ש. כנראה ס'איז געווען ברייט פארשפרייט דער מנהג פון זאגען די יוצרות, ווייל ס'איז דא א ניגון אויף די ווערטער "יונה יעלת חן מה לך כי תבכי" פארפאסט דורך הרב זלמן סנדר כהנא – שפירא (דער פטער פונ'ם דבר אברהם פון קאוונא) וואס די בריסקער זינגען. (מיין נישט, ס'איז גארנישט אזוי אינטרעסאנט, מער א נוסח ווי א ניגון). אויך דוכט זיך אז ס'איז דא חסידים וואס זינגען די זאכען ביים סעודה.
(איך האב אמאל געזאגט אויף רש"י אנהייב פרשת קרח – פרשה זו יפה נדרשת. ווייל פון שבת זכור ביז שבת פרשת חקת איז דא יעדער וואך פיוטים פאר יענער וואך אחוץ פרשת קרח. זאגט אונז רש"י אז עכ"פ פרשה זו יפה נדרשת במדרש רבי תנחומא, הגם די פייטנים האבען אונז נישט מסביר געווען!)
דער אריגינעלער מנהג איז געווען אז סליחות אום תענית ציבור האט מען געזאגט אין מיט'ן הויכע שמו"ע ביי ברכת סלח לנו. מ'פלעגט זאגען סלח לנא אבינו כי חטאנו מחל לנו מלכנו כי פשענו – סלח לנו אבינו כי ברוב אולתינו שגינו וכו', און נאכ'ן ענדיגען סליחות האט מען ווייטער געזאגט שמו"ע. אבער מ'ענדיגט נישט סליחות אין דער זעלבע פלאץ. נאכ'ן אשמנו זאגט מען משיח צדקך אמר לפניך וכו' כי לה' אלקינו הרחמים והסליחות, און דארט לייגט מען צו א פאר ווערטער – ואל יעכב חטא ועון את תפלתנו מחל וסלח לכל חטאתינו כי קל טוב וסלח אתה ברוך אתה ה' וכו'. נאכ'ן ענדיגען הויכער שמו"ע האט מען געזאגט קל רחום שמך וכו' ביז השתא בעגלא ובזמן קריב. איך הער אז אין דעברעצין אין ב"פ פיהרט מען זיך נאך אזוי, איך ווייס נישט וועגען די יעקע'ס צו אנדערע אויבערלענדער בתי מדרשים.
אין סליחות פאר צום גדליה נוסח ליטא איז דא א סליחה א גאר אינטרעסאנטער. ס'איז א מוסר ספר פאר זיך. אין ישיבות זעט מען כסדר א נייע בחור קומט וואס פון שטוב האט ער געזאגט סליחות נוסח פולין צו אשכנז צו וואס, און ווען ער זעט דער סליחה פאר'ן ערשטע מאל ווערט ער ערשטוינט. איך קען עס נישט אויסשרייבען אין גאנצען, אבער ס'הייבט אן עזב נא בן אדם עזב נא.... טרם יספה או יומו יבא. און ער גייט דורך פארשידענע התעוררות'ן וואס מ'דארף אויף נישט צו זינדיגען.
דער נאמען וואס מיר רופען אן די פיוטים 'יוצרות' איז באמת נישט אינגאנצען ריכטיג. יעדער סארט פיוט האט איהר נאמען און איהר מהלך. 'יוצר' איז פאר פיוטים פונ'ם ברכת יוצר אור אין אנהייב, 'אופן' איז במקום 'והאופנים וחיות הקדש' וואס ווען מ'זאגט פיוטים טוישט מען עס אויף 'והחיות ישוררו', 'מארה' (אינטרעסאנט אז מ'נוצט אזא נאמען, ניין?) איז פאר סוף ברכת יוצר אור, 'אהבה' איז פאר אהבה רבה, 'זולת' איז פאר נאך 'אין אלקים זולתך', (אינטרעסאנט וואס ס'שטייט אין מחזור לר"ה פאר עזרת – אין אומרים זולת בר"ה ולא ביוהכ"פ לפי שאמת ויציב מתוקן כנגד י"ו כפרות שבפרשת י"ה באחרי מות ועתה אנו צריכין כפרה מוטב שנאמר אמת ויציב כהלכתו שהוא כנגגד הכפרות, וואס מיינט עס 'כהלכתו', הייסט באמת ס'איז אזא קולא אז מ'זאגט בכלל פיוטים?!), 'סילוק' פאר'ן לאנגע פיוט (געווענדליך) פאר קדושה און 'אזהרות' פאר די מנין המצוות פון מוסף שבועות (וואס כפי ידיעתי זאגט עס שוין קיינער אחוץ דער לעצטע קטע 'עליונים ששו ותחתונים עלזו' וואס אסאך זאגען נאך).
די ספרדים האבען א מנהג מאנטאג און דאנערשטאג. מיר אשכנזים לייגען דאך צו סליחות צום דאווענען, אבער נישט מיט ה' ה' און נישט מיט'ן גראם פון סליחות. אבער ביי זיי זאגט מען קודם תחנון (לדוד, נישט רחום וחנון) און דערנאך היבט מען אן סליחות, מאנטאג איז אנדעריש ווי דאנערשטיג, אום מאנטאג הייבט מען אן 'אנשי אמנה אבדו' פון ר' האי גאון, וואס מיר זאגען ביי סליחות בה"ב און ביי נעילה, דאנערשטאג זאגט מען נאך עפעס 'תמהנו מרעות תשש כחנו מצרות'. דערנאך זאגט מען נאך פיוטים מיט צוויי מאל ה' ה' אינדערמיט, און מאנטאג איז אנדעריש ווי דאנערשטאג.
דער גראם און דער סיסטעם פון סליחות מסתמא באמערקט דער עולם ביים זאגען, מיט די שלישיה און נאך. אבער איין זאך איז נישט אזוי באקאנט, און איך ווייס נישט צו איך קען עס אויסשרייבען אין ווערטער אויף אידיש. דאס איז א חלק פון די חכמה פון פיוט וואס ס'הייסט אויף ענגליש meter און rhythm. דער ענין איז אז פאעזיא איז נישט נאר וואס די ווערטער גראמען. דאס אז דער גאנצע שרייבאכץ האט א סיסטעם א בנין און די לעצטער ווארט גראמט מיינט אז מ'קען עס ליינען אויף אזא אופן אז ס'זאל קלאפען. אז מ'קען מאכען מער symmetry קלאפט עס נאך מער. למשל אז יעדער שורה האט דער זעלבע מאס syllables און די syllables זענען ענדליך זל"ז (אביסל ווי א haiku). ווען מ'זעט אין מאנכע סידורים פאר יגדל 'השיר הזה שקול משתי תנועות ויתד ושתי תנועות ויתד ושתי תנועות ויתד בדלת וכן בסוגר', און פאר אדון עולם שטייט עפעס אנדעריש (אין דער סוף פון מסכת ברכות אינ'ם הקדמה צום רי"ף האבען זיי דער ליד וואס איז געשטאנען אויפ'ן מצבה פונ'ם רי"ף, שטייט דארט אויך דער סיסטעם פונ'ם ליד אזוי), איז דער פשט אזוי. איך פארשטיי נישט אין גאנצען אבער דער יסוד איז אז א 'יתד' איז א שווא אדער א חטף נקודה, און א תנועה איז א געהעריגע תנועה. יעצט אז מ'קוקט אינ'ם פיוט יג דל, דאס איז צוויי תנועות, און דערנאך דער אל"ף פון א-להים מיט איהר חטף-סגול איז דער יתד. דערנאך איז דא דער להים חי, וואס דאס איז צוויי (פארוואס? ווייס איך נישט) און דערנאך ו וואס דאס איז א שווא, און דערנאך ישתבח. דאס איז דער דלת – דער עפענונג פונ'ם שורה, דערנאך איז דא דער סוגר, וואס דאס איז דער צווייטע האלב פונ'ם שורה פונ'ם ליד, נ מצא איז צוויי תנועות ו איז דער יתד אין עת אל וכן הלאה. אז מ'קוקט די אלע לידער אזוי, זעט מען אז אלס קלאפט, יעדער שורה איז ענדליך צו איהר חבר און דעריבער גראמט עס און זינגט זיך עס בעסער. דער חכמה פון קענען בויען א ליד אזוי איז א חלק פון חכמת הפיוט וואס איז ברייט פארגעסען געווארען.
אין די פיוטים פון ר"ה יוהכ"פ אויפ'ן ברכות פון הויכע שמו"ע איז דא אפאר זאכען צו באמערקען. דער וואס קוקט גוט וועט זען אז אין אבות דערמאנט מען אברהם אבינו, אין גבורות יצחק אבינו, און נאך 'מחיה המתים' ווען מ'זאגט נאך א פיוט וואס דאס גייט אויף קדושת ה' דערמאנט מען יעקב אבינו. ס'איז דא א ספר פון הרב יהושע העליר (מח"ס חוסן יהושע א פאפולערער מוסר ספר פאר בחורים, ווי אויך דער וואס האט ארויסגעגעבען דער רוח חיים פון ר' חיים וואלאזינער אויף אבות, מיט אפאר הגהות און הוספות זיינער) וואס הייסט בית תפלה. אמאל פלעגט עס זיין געדרוקט אין איין באנד צוזאמען מיט אנדערע ספרים פונ'ם מחבר און זיין ברודער אויף אגדה און מוסר. אין דער בית תפלה רעדט ער פון א ירושלמי וואס שטעלט צו די י"ח עופות טמאות צו שמו"ע, און ער איז מסביר יעדער עוף פארוואס ס'שטימט מיט יענער ברכה. דארט ברענגט ער דער ענין אז די ערשטע דריי ברכות זענען כנגד די אבות, ווייל אזוי זעט מען אין די פיוטים און ער זאגט שיינער פשטים אין דעם, פארוואס דער נשר איז אזוי ווי אברהם אבינו, דער פרס איז יצחק און דער עזניה איז יעקב. אבער דאס גילט נישט אין אנדערע פיוטים. למשל ביי ד' פרשיות צו יו"ט זעט מען נישט דער זאך אז מ'זאל דערמאנען די אבות דארט, עכ"פ נישט באזונדער אברהם ביי אבות.
אין יענע פיוטים טאקע פון ר"ה יוהכ"פ פעלט גאנצע שטיקלעך. ס'איז דא א זייער פאפולערער סידור, בפרט ביים ישיבישע עולם, וואס ס'הייסט 'סידור ווילנא' (ווען ס'איז ערשט ארויס האב איך עס אנגערופען 'סידור מעזשיבוזש'. פארוואס? דו זאג מיר פארוואס ווילנא, וועל איך דיר זאגען פארוואס מעזשיבוזש!) ארויסגעגעבען דורך א חבורה ירושלימ'ער אידען, ובראשם הרב ישראל מאיר הירש נ"י בנו של מרן הרב משה הירש זצוקללה"ה דער וועלט'ס פארזארגער און דער ר' איצעלע וואלאזהינער מיט הרב שמואל הנגיד און הרב יאסעלמאן פון ראסהיים פון אונזער דור(!). זיי האבען אויך געדרוקט א מחזור לר"ה, אבער ס'איז נישט אזוי פאפולער (איך האב געהערט פאר זיי האבען עס געדרוקט אז זיי האבען געהאט א גרויסע ספק, ווייל דער מנהג פון למנצח פאר תקיעות האט באמת נישט קיין עמטליכע מקור, אבער ווי קענען זיי דרוקען א מחזור אן למנצח? ווען ס'איז ארויס לאור האב איך געקוקט צו זען ווס זיי האבען געטוהן. זיי האבען עס געלייגט אין קליינע אותיות טאקע, כאילו ס'איז עפעס א מנהג וואס אנדערע האבען). דארט האבען זיי א לאנגער הקדמה וועגען פיוטים און דער היתר דערצו, מיט לשונות פון אסאך ראשונים, זייער אינטרעסאנט. עכ"פ אין די פיוטים פון אבות גבורות וקדושת השם טענה'ן זיי אז אין אנהייב האבען די פיוטים געהאט צום סוף א רשימה פון פסוקים וואס אויף זיי איז געבויט געווארען דער פיוט. זיי האבען עס אריינגעדרוקט אין העלער אותיות אז מ'זאל עס קענען ליינען. דאס ווארפט א ליכט אויפ'ן גאנצע פיוט.

הגם אז איך בין מסכים צו די הנחה פון הרב @אנאנים אז דאס קאלירטע פארבען פון אונזער רעליגיע גיבט אסאך צו צו א מענטש'ס באקוועמליכקייט אונטער'ן דאך פון אידענטום, און ממילא איז היסטוריא וויכטיג, ווי אויך פיוטים דקדוק ועוד, מ"מ קלער איך אז מ'וואלט ענדעריש געדארפ'ט אנהויבען מיט דער וויכטיגסטע, וואס דאס איז השקפה לערנען גרונטליך. אסאך מענטשען וואס מ'רעדט מיט זיי קענען נישט די סאמע יסודות פון אונזער רעליגיע. די ווערטער 'איך בין א נער און אויך גלויב' איז הונדרעט פערצענט אמת, עכ"פ איהר ערשטע האלב.
לעצטענ'ס בין איך געווען אין ביהמ"ד שבת נאכמיטאג און א נודניק איז מיר צוגעקומען. איך האב נישט געקענט פטור ווערען פון איהם האב איך איהם מציע געווען מ'זאל עפעס לערנען. דף יומי האט דעמאלס אנגעהויבען מסכת נדרים האט מען אנגעהויבען נדרים. ער האט זיך געהאלטען פאר א לץ, האט ער אין מיט'ן עפעס א ליצנות געמאכט פונ'ם גמרא און איך האב איהם פארגעהאלטען 'דאס איז דאך דער אייבישטער'ס תורה!?'. זאגט ער מיר 'ניין, דאס איז נאר חומש, גמרא איז די חכמים'. איך בין דערשראקען צו זען אז ער ווייסט ניטאמאל גארנישט. מ'קען עס גוט אויסשמועס'ן אין איהר פרטים, אבער אזוי נישט צו וויסען וואס איז דאס תושבע"פ?!
נאך א מעשה: איך בין געווען אין א ביהמ"ד און איך הער ווי איינער א איד, בערך א זעכציג יעריגע, רעדט זיך אפ דער מחלוקת אין א"י ווי געפערליך ס'איז. 'מ'זעט אין היסטוריא אז אלע צרות קומען פון דעם אז מ'שלאגט זיך מיט'ן גדול הדור. ווי קען הרב שמואל אויערבאך זיך שלאגען מיט'ן גדול הדור?'. איך בין נערוועז געווארען, האב איך איהם געפרעגט 'אזוי? ווען אין היסטוריא איז אזוי טאקע געווען?'. זאגט ער מיר 'ביי משה רבינו און קרח'. פארגעס פון זיין טפשות און קטנות אז 'אלע צרות' מיינט איין מעשה פון דריי טויזענט יאר צוריק. איך האב איהם גלייך געזאגט 'משה רבינו און קרח איז כפירה אין י"ג עיקרים, אין נבואת משה, נישט קיין פאליטישע ווער זאל פיהרען דער ווערטשאפט'. שוין, ער רעדט נערישקייטען. איך האב עס שפעטער פארציילט פאר א חבר מיינער, א חשוב'ער יונגערמאן און א גרויסע למדן, נישט קיין יענק"י דוד"ל, א גרויסע ליטווישע יחסן פון אלע זייטען. ער האט זיך אפגערעדט 'פארוואס בין איך אין דער מיטל דרייסיג יארען, און איך וואלט קיינמאל נישט אליינס געכאפ'ט דער נקודה, אז משה רבינו'ס נבואה איז גאר עפעס אנדעריש?'. איך קען איהם נישט ענטפער'ן, אבער דער גרונטליכע וויסענשאפט פון אונזער גלויבען, נישט ראיות צו אמונה און נישט תירוצים צו קשיא'ס אויף אמונה, נאר פשוט וואס מ'גלויבט, פעלט אסאך מענטשען.
איך האב פאר איהם געוואלט צוזאמשטעלען א רשימה פון וואס וואלט געווען כדאי צו לערנען אויף זיך צו באהאווענען אין דער נושא. מ'דארף נישט ווערען קיין וועלט'ס מומחה אין דעם, און מ'דארף נישט לערנען מורה נבוכים וכדו', אבער דער י"ג עיקרים פונ'ם מקור און די ווערטער פונ'ם רמב"ם וכדו' אויף דעם איז פארט וויכטיג פאר יעדער איד, אפילו איינער וואס וויל נישט פרעגען קיין קשיא'ס און נישט נאכפארשען די ראיות און סתירות דערצו.
טאמער ס'קען מיר איינער מוציא זיין אין דער עבודה, וואלט איך איהם דאנקבאר געווען.