☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

130 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10307
בלאט: 1 2 3

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 4:55 pm

· #330968
אלקא סעלצער וועט נישט העלפן איבערצו ווייזן א שקר.

יעצט די האלט דיך מיט דיין אמת, אבער איך דארף דיר נישט מסביר זיין אז דאס אפלייקענען חכמת הקבלה באווייזט אויף א טיפע טפשות וואס אויף דעים דארף מען האבן א חכם כדוגמת שלמה המלך ויחכם אפילו מן הטפשים צו איבערווייזן א זאך וואס איז שוין איבערגעוויזן געווארן, כאילו די קומסט דא מיט נייע קלוגע באווייזונגען ווי א חכם לאחר המעשה

ווי עס קוקט אויס האסטו בכלל נישט ארויס די יסודות פון חכמה, קוק אריין אין די הערליכע טיפע ספר עמוד העבודה (עס איז נישט געמאכט פאר דיר, עס איז געמאכט פאר איינער וואס האט נישט קיין אגענדע וד"ל) ווי ער קלערט אויף מיט ראיות עצומות אז די גרעסטע טפשות איז צו האלטן אז מען קען אלעס פארשטיין, און די גרעסטע חכמה איז מכיר צו זיין אז עס איז אלס דא נאך און נאך טיפער'ס וואס האסט נאכנישט פארשטאנען, והדברים ארוכים ועמוקים ואכמ"ל.

יעצט צום פוינט, כלל ישראל האט פארמאגט לייבן וואס האבן א. מיליאן מאל מער געניצט זייער מח ווי דיר און עס אויסגעשארפט מיט די גרעסטע סארט שארפקייטן אשר גם עמי הארץ ראו כי שם ה' נקרא עליהם, און די קומסט נישט צו צו זייער שפיץ שמיץ פינגער'ל צוזאמען מיט דיין גרויסן און ברייטן כלומפרשט'ן מח.
די "אלע" יא אלע! גדולי ישראל האבן מיט זייער אויסטערלישע טיפע השגה וואס איך און דיך זענען ניטאמאל ווי א מורישקע קעגן א זעקעלע פארשטאנד וואס זיי האבן זיך אויסגעשארפט
(איך רעד שוין נישט פון די העכערע שכל וואס זיי האבן זוכה געווען וואס אין דעים גלייבסטו דאך נישט אויב די גלייבסט בכלל אין עפעס)

די אלע האבן איינגעזעהן אין די ווארהייט פון חכמת הקבלה, אויב בשעתם איז דאס געווען א נידון ביי דעים ארי נוהם (וואס די משכילים האבן זיך פארסמאקעוועט מיט אים, אגב) איז דאס ביי אלע גדולי ישראל בשעתם און ממש אלע במשך הדורות אנגענומען געווארן ווי תורה מסיני.

יעצט פאר א רעכט דענקדע מענטש איז דאס גענוג באווייז אז דאס זאל מער בכלל נישט זיין קיין נידון, טאקע צוליב די סיבה אז די גרעסטע חכמים ביי כלל ישראל - וואס זייער מח אנטקעגן דיינס איז ווי די קליינע פינגער פון א פיס - האבן אלע דאס אנגענומען מיט א שטארקייט. דאס אליין איז גענוג סיבה אפצופרעגן סיי וועלכע כלומפרשטע באווייז אן אינטערנעט שרייבער וועט אויפקומען פון היינט ביז הונדערט יאר ארום איז דאס אירעלעווענט.

יעצט גייסטו זאגן אז ביי כלל ישראל איז אויך געווען "חכמים" וואס האבן מתלוצץ געווען אויף חכמת הקבלה? די ענטפער אויף דעים איז איין תירוץ, די מתלוצצים האבן געוואוינט אין בערלין ותוצאותיהם יגיד על השורש אז דאס קומט פון פארפוילטע אידישקייט וואס האלט נישט אן, משא"כ די אלע גדולי ישראל - חוץ בערלין - וואס האט יא אנגענומען חכמת הקבלה האט זיך דארט געהאלטן אידישקייט געשפראצט און געבליהט פאר גאנצעטע דורות נאכ'ן אויפקום פון חכמת הקבלה.

(כ'רעד שוין נישט פון די נקודה אז כלל ישראל האט א גיט'ן שמעק און האט זיך קיינמאל נישט פאר א לענגערע תקופה געלאזט פארפירן פון נארישקייטן, יחיאל יאקאבזאן איז אבער קלוגער ווי כלל ישראל, אמער די האסט דאך דעים ארי נוהם, אה! וויפיל כחמה עמוקה שטעקט אין דעים!)


יעצט יחיאל טייערער פאר דיר איז מיין גאנצע שמועס נישט געזאגט געווארן, די האסט נישט דעים יסוד, אז די ביסט נישט קלוגער פון גאנץ כלל ישראל וואס האט אנגעהאלטן און געבויעט אידישקייט דורות נאמנים לה' ולתורתו במשך הדורות, די האלט דיך ווייטער מיט דעם ארי נוהם און קריך דארט ווי זיינע נאכפאלגער'ס זענען אנגעקומען.

אבער פאר איינער וואס זיין קאפ איז נאך אויפ'ן פלאץ וועל איך מעתיק זיין די לשון פונעם חיד"א וואס ער האט געשריבן לגבי דעם פיוט חד גדיא, וואס די תוכן איז נוגע אהער אויך.

וז"ל בשו"ת חיים שאל (ח"א סימן כ"ח) שאלת ממני, אחד שהי' מתלוצץ על פיוט חד גדיא שאומרים בערי אשכנז ליל התקדש חג ופער פיו, וקם אחד מהחבורה ונדהו, אם נדויו נדוי, או דלמא שלא היה חייב ונדהו שלא כדין והמנדה נלכד.
תשובה, כל כי האי מילתא פשוטה לפניה כי אנוש זה זד יהיר לץ המתלוצץ על מה שנהגו רבבות אלפי ישראל בערי פולין ואשכנז ואביזרייהו, ואשר לפנים בישראל גדולי עולם קדישי עליונין ודור דור וחכמיו, והן עוד היום לא אלמן ישראל כמה וכמה ראשי ישיבות וגאוני הזמן ה' עליהם יחיו, וכולם אמרו ואומרים פיוט זה, ונמצא רשע זה מתלוצץ ברבבות ישראל וגדוליהם אבות בית דין וגאוני ארץ, אנושה מכתו וחייב נדוי, ולמען תדע ידיד נפשי אגיד את הרשום, כי יש כמה פירושים בפיוט זה מהם נדפסו ומהם בכבת יד, ועוד שמעתי ממגידי אמת שגאון מופלא בדורו עשה למעלה מעשרה פירושים בפיוט זה בפרד"ס וכו' עיי"ש.

שלום על ישראל » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:07 pm

· #330977
אינטערסאנטער
די "אלע" יא אלע! גדולי ישראל ... האבן איינגעזעהן אין די ווארהייט פון חכמת הקבלה

לאו דוקא

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:09 pm

· #330979
שלום על ישראל
אינטערסאנטער
די "אלע" יא אלע! גדולי ישראל ... האבן איינגעזעהן אין די ווארהייט פון חכמת הקבלה

לאו דוקא


טאקע לאו דוקא דער ארי נוהם האט אנדערש געהאלטן

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:17 pm

· #330984
שלום על ישראל
אינטערסאנטער
די "אלע" יא אלע! גדולי ישראל ... האבן איינגעזעהן אין די ווארהייט פון חכמת הקבלה

לאו דוקא


טאקע לאו דוקא דער ארי נוהם האט אנדערש געהאלטן

יעצט גיי ברענג נאך אפאר תלושים פון בערלין און באטיטל זיי אלס גדולי ישראל און ברענג א ראי' אז זיי האבן אויך נישט געהאלטן פון תורת הקבלה

(אגב ברענג מיר איינער וואס האט געלייקנט אין תורת הקבלה וואס זיינע קינדער צו ער אליין שפעטער האט נישט געלייקנט אין תורת ה', עס פעלט נישט אויס צו ברענגן, די תירוץ איז איבריג וד"ל)

שלום על ישראל » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:26 pm

· #330990
אינטערסאנטער
שלום על ישראל
אינטערסאנטער
די "אלע" יא אלע! גדולי ישראל ... האבן איינגעזעהן אין די ווארהייט פון חכמת הקבלה

לאו דוקא


טאקע לאו דוקא דער ארי נוהם האט אנדערש געהאלטן

מאכסטיך? לייען איבער ביז דא. כ'גיי נישט שפילן די געים און דיר מאכן די ליסטע פון ראשונים ואחרונים דא.

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:31 pm

· #330994
מאכסטיך? ליין איבער וואס איך האב געשריבן אין די לעצטע תגובה (צי נישט ארויס אויסדריקן, נאר ליין די גאנצע מעשה) און שוד עווריבאדי מעיק די קאלקיולעישאנ'ס הימסעלף

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:47 pm

· #330999
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
פארוואס שרייען די חברה? וואס רעדען זיי אזוי הויך? דברי חכמים בנחת נשמעים.
האבען זיי מורא א זייער אייגענע ספקות וועלען ארויסקומען? האבען זיי מורא אז זייער אומקלארקייט אין זייער גלויבונג איז ניכר על פרצופיהם? ט'ווייסען זיי נישט אז שרייען איז די גרעסטע אויפווייז דערצו?

פאר אנדערע איז גענוג אז גדולים האבען אזוי געגלויבט, און מאנכע דארפען מער ווי דעם. הלכה און נגלה האבען פיהל מער ווי דעם, אלזא קיין אפיקורס איז ער נישט. און בענין קבלה, זאל מען אויפווייזען מיט דברים המתיישבים על לבו של השואל. איך זעי נישט פון וואנעט קומט זיין זיכערקייט, אבער אזויפיל זעי איך אז וואס דו האסט געברענגט איז נישט גענוג פאר איהם.

יחיאל יעקבזון » מוצ"ש אפריל 30, 2016 10:20 pm

· #331015
די שטערקסטע קשיות אויפ׳ן ספר הזהר זענען פארענטפערט גאנץ שוואך.
ווערטער ווי ״זיי נישט קלוגער פון דעם און יענעם״ זענען נישט תופס מקום אין אן ערנסטע דעבאטע.
אגב, אויסער דער נודע ביהודה ותלמידו ר׳ אליעזר פלעקלס זי״ע און נאך וואס האבן גערעדט שארפע רייד אנטקעגן דעם ספר, האבן במשך די דורות ערשיינען גאנצע ספרים פון פארשידענע מחברים, גדולי תורה וואס האבן דורכגעטוהן דעם נושא. מידי ספק לא יצאנו. אודאי איז גרינגער צו פארקירן דעם אייגענעם מח און נישט טראכטן און אהננעמען אלעס וואס מ׳האט אונז איינגערעדט פון קינדווייז אהן.
מיין עבודה און אמונה בה׳ ותורותיו שבכתב ושבע״פ ליידן שטארק ווען ס׳איז ביי מיר נישט מער ווי ״ווייל אזוי האט דער טאטע געזאגט״. צו בויען אמונת איתן דארף מען חוקר זיין און די זאכן וואס זענען מוטל בספק (שטארקע ספקות!) צוליב ווערטער אין ספה״ק פון די גדולים שבנגלה מוז מען אפטהיילן פון די ודאי׳דיגע און אפילו באזייטיגן. ווייל אויב הא בהא תליא און אלעס איז איין גרויסע קוגל, ווערט אלעס מוטל בספק פונקט אזוי חלילה. די ווערטער ״וואס פארשטייען מיר?״ זענען ווערטער פון פארברעכערס און גאהר שעדליך ווען גענוצט אין דעם קאנטעקסט ווי זיי האבן דאס ליעב צו נוצן, צבש״פ ווען מ׳וויל נישט אנערקענען א פראבלעם.
דער וואס האט געזאגט (יא, כ׳ווייס ווער) אז דער וואס גלייבט נישט בנסתר בנגלה גלייבט נישט אין נגלה בנסתר, האט געזאגט וואס ער האט געהאלטן לויט זיין בליק אויף די וועלט. ס׳איז א לאזונג פונקט ווי אלע לאזונגן (וואס קען אפילו אויסהאלטן פון מאהל צו מאהל אבער איז נישט א קראנטע פאקט).
אויסער דעם האב איך נישט מורא צו זאגן אז מיין אינטעלעקט און מיין אמונה שלאגן זיך כסדר (אזויווי ביי רוב וואס נארן זיך נישט) און דאס טאקע איז אונזער עבודה אויף דעם וועלט צו מכריע זיין אז די אמונה זאל זיגן. ברגע וואס א זאך איז א שטער צו אט דאס און מ׳האט סעוד וסמוך פון גדולי ישראל וואס באשטעטיגן אז די זאך איז טאקע נישט קיין מחייב, איז קיין עולה אז מ׳באזייטיגט דאס.
כ׳זאג דיר צו אז די היינטיגע דור וואלט געוועהן פיהל געזונטער ברוחני ווען מ׳וואלט ארויסגעהאט אז בלויז תורה שבכתב און שבע״פ און שולחן ערוך זענען וויכטיג און אלס אנדערש איז אפציאנעל. כ׳האלט באמת אז מיין בליק אויף דעם איז ריכטיג. דו מעגסט האלטן אנדערש אבער זאלסט כאטש ארויסהאבן מיינע נקודות און מיינע מניעים צו אזוינס. און פליז הער אויף שרייען ווען דו ביסט זיך מתוכח...
דאס, און נאר דאס איז מיין אגענדע.
א גוטע וואך און געזונטע זומער ברוחני ובגשמי.

ארי נוהם » פרייטאג מאי 6, 2016 5:22 pm

· #332030
יחיאל יעקבזון
קוק היינט וואס טוהט זיך ואין כל חדש וגו׳
איך מיין אז דו ביסט מגזים שרעקלעך. היינט זעט מען באקעס פראווען טיש, סתם פאלטשע רעבעס. דאס איז זיכער אז דער אריז"ל איז נישט געווען קיין ליידיגגייער אדער משתלט על הציבור, סאו ברענג נישט קיין ראי' פון היינט אויף אים.

יחיאל יעקבזון » פרייטאג מאי 6, 2016 6:22 pm

· #332042
ארי נוהם
יחיאל יעקבזון
קוק היינט וואס טוהט זיך ואין כל חדש וגו׳
איך מיין אז דו ביסט מגזים שרעקלעך. היינט זעט מען באקעס פראווען טיש, סתם פאלטשע רעבעס. דאס איז זיכער אז דער אריז"ל איז נישט געווען קיין ליידיגגייער אדער משתלט על הציבור, סאו ברענג נישט קיין ראי' פון היינט אויף אים.

מה שהי׳ הוא שיהי׳ ואין כל חדש וגו׳
שקרנים, כזבנים און סתם חולי נפש איז קיינמאהל געוועהן קיין מאנגל דערין. אין אלע דורות זענען געוועהן אפילו פשוטי עם וואס זענען געוועהן דערהויבענע עובדי ה׳, ווי אויך פאנטאזירערס און פוסטע יונגן וואס האבן פארפירט א ציבור. ווען ס׳קומט צו גיין סיי ווער און זאגט אז ער האט א תורה חדשה וכו׳ איז דא וואס צו חושש זיין. ושומר נפשו איז אלעמאהל פארזיכערט.
ווילאנג מ׳גלויבט בתורת משה עבד ה׳, קען מען לעבן רואיג אלס ערליכע איד אפילו אז מ׳מאכט גלאט אוועק די צוגעקומענע (יא, צוגעקומענע) תורות און דרכים. אן אז״ג תורה וואס מאכט אוועק אונזער תורה שבכתב ושבע״פ שהיא ירושה לנו מדור דור, איז ביי מיר אפגעפרעגט פארדעם אליין.

אינטערסאנטער » זונטאג מאי 8, 2016 2:17 am

· #332087
ערלעדיגט יחיאל וואס איז דא צו געבן אזויפיל לעקטשור'ס (יעצט מייניך עס שוין ערנסט), די ביסט א כופר אין די אנגענומען מהלך ביי כלל ישראל דורי דורות אננעמענדיג די תורת הקבלה, איז נעם עס נישט אן און געגאנגען ווייטער, עס קוקט מער אויס ווי די זיכסט איבערצו ווייזן דיין מיינונג פאר אנדערע ווי איידער צו זיכן דעם אמת (ליין: שקר) פאר דיר אליין.

זבולון » זונטאג מאי 8, 2016 7:21 am

· #332093
איך זעה עס טוהט זיך דא א ויכוח איבער די קראנטקייט פון חכמת הנסתר. איך וועל נישט אריינרעדן דערין, ווייל אין לי עסק בנסתרות, ניטאמאל בהסתרה שבתוך ההסתרה.
אבער איין נקודה, וואס קיינער איז נישט מחדד, מ׳רעדט דא א גאנצע צייט אז כלל ישראל האט אנגענומען. ווער איז עס ״כלל ישראל״? כ׳מיין אז עס איז קלאר אז מאנכע וועלן טענה׳ן אז איינער וואס גלייבט נישט אין חכמת הנסתר איז נישט בכלל ישראל. סא, די הגדרה פון כלל ישראל איז געוואנדן אין זייער אמונה. (ווייל אויב נישט, רוב כלל ישראל גלייבט היבש שוואך אין נגלה אויכעט).

אויב אזוי, איז עס נישט א חשש פון סירקולאר ריזענינג? כ׳מיין, כלל ישראל זענען נאר די וועלכע גלייבן אין וואס איך גלייב, און פון דעם וואס כלל ישראל גלייבט דערין איז א ראיה אז עס איז אמת.

יחיאל יעקבזון » זונטאג מאי 8, 2016 11:10 am

· #332106
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
אינטערסאנטער
ערלעדיגט יחיאל וואס איז דא צו געבן אזויפיל לעקטשור'ס (יעצט מייניך עס שוין ערנסט), די ביסט א כופר אין די אנגענומען מהלך ביי כלל ישראל דורי דורות אננעמענדיג די תורת הקבלה, איז נעם עס נישט אן און געגאנגען ווייטער, עס קוקט מער אויס ווי די זיכסט איבערצו ווייזן דיין מיינונג פאר אנדערע ווי איידער צו זיכן דעם אמת (ליין: שקר) פאר דיר אליין.

לשיטתך, וואס מיינט א דיסקוסיע? צו דען מיינט דאס איינשטימען מיט וואס דער אנדערע זאגט (ווייל ער האט א ״לאגישע״... טענה אז ווייל א געוויסע מספר מענטשן האלטן אויך אזוי, איז בהכרח דאס דער אמת״)? צו דען מיינט דאס אז איך דארף סטאפן מיינע טענה׳רייען ווען דער אנדערע ווערט צעשפיעלט? איז דער ווארט ״כופר״ רעלעוואנט אין א דיסקוסיע פון דערוואקסענע איבער סיי וועלכע טעמע (ad hominem)?

ווי ווייט איך ווייס איז א דיסקוסיע א צוויי זייטיגע געשפרעך וואו יעדער טענה׳ט ס׳זייניגע און פרובירט צו איבערצייגן דעם אנדערן פארוואס ער איז גערעכט, דורך צושטעלן פאקטן וואס האלטן אונטער זיין צד.

כ׳קען אויך שרייען ״שוטה!״ גלייב אמונת פתאים און גיי ווייטער, סטאפ ״לעקטשורן״ -- דו זוכסט נישט דעם אמת נאר זיך צו האלטן מיט דאס דייניגע און מאכן יעדן גלייבן אין וואס דו גלייבסט.

פאקט: תורת ה׳ תמימה משיבת נפש האט גאנץ כלל ישראל אנגענומען כאיש אחד בלב אחד; תורת הקבלה איז גלאט נישט אזוי. דו ווייסט דאס פונקט ווי מיר, אבער מחמת איזה סיבה אישית, איז דיר שווער דאס אהנצונעמען, און דו פיהלסט אז בכל מחיר מוזטו פארשווייגן די וואס ברענגען דאס אויף.

ווי ווייט ס׳איז מיר נוגע, האב איך געענדיגט מיינע טענה׳רייען איבער דעם טעמע אין די דאזיגע אשכול ביז ווילאנג ס׳וועט קומען איינער מיט ריכטיגע טענות און ענטפערס.



Sent from my iPhone using Tapatalk

יחיאל יעקבזון » זונטאג מאי 8, 2016 11:19 am

· #332110
גוט געפרעגט... וואס זאגסטו טאקע?

גאנצל » דאנערשטאג מאי 12, 2016 1:47 pm

· #332788
@ארי דעם יוט ווען איך האב געזאגט דעם בריוו פון ר' שמשון האב איך געטראכט ביי מיר קיין גרויסע נער איז דער אריה"ק נישט געווען

ארי נוהם » זונטאג מאי 15, 2016 1:12 am

· #332994
גאנצל
@ארי דעם יוט ווען איך האב געזאגט דעם בריוו פון ר' שמשון האב איך געטראכט ביי מיר קיין גרויסע נער איז דער אריה"ק נישט געווען

איך ציטער אז דו וועסט מיר פארשטיינערן, אבער עס זענען דא חוקרים וואס טענהן אז ער האט אויפגעמאכט מעשיות. איך וויל נישט מאריך זיין.
אבער אן דעם איז דיין טענה אויך נישט נוגע, ווייל קיינער דינגט זיך נישט אז ער איז נישט געווען קיין נאר [אפשר יחיאל יאקבוזן יא], די שאלה איז אויב ער איז געווען א קלוגער אבער א שטיקל בעל דמיון. איך זאג נישט אז יא.

יחיאל יעקבזון » זונטאג מאי 15, 2016 1:20 am

· #332996
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 15, 2016 12:29 pm

· #333042
אוי לאזנים שכך שומעות.

יחיאל יעקבזון » זונטאג מאי 15, 2016 12:30 pm

· #333043
ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
אוי למוחות שאינם סובלים אמת. ואגב, איך זאג גארנישט בודאות מוחלטת.


Sent from my iPhone using Tapatalk

גאנצל » מאנטאג מאי 16, 2016 11:37 am

· #333167
ארי נוהם
גאנצל
@ארי דעם יוט ווען איך האב געזאגט דעם בריוו פון ר' שמשון האב איך געטראכט ביי מיר קיין גרויסע נער איז דער אריה"ק נישט געווען

איך ציטער אז דו וועסט מיר פארשטיינערן, אבער עס זענען דא חוקרים וואס טענהן אז ער האט אויפגעמאכט מעשיות. איך וויל נישט מאריך זיין.
אבער אן דעם איז דיין טענה אויך נישט נוגע, ווייל קיינער דינגט זיך נישט אז ער איז נישט געווען קיין נאר [אפשר יחיאל יאקבוזן יא], די שאלה איז אויב ער איז געווען א קלוגער אבער א שטיקל בעל דמיון. איך זאג נישט אז יא.


איך פארשטיינער ניט קיינעם רעד מיין קינד לאמיר הערן עפעס זאכליך אבער ביטע זאכן מיט מקורות און זאכן געבעיסד אויף עפעס נישט ווי יחיאל וואס זוכט דא בלויז זיך אונטער צו האלטן

יחיאל יעקבזון » מאנטאג מאי 16, 2016 11:40 am

· #333169
ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
געוואלדיג
ווייזט אויס אז דו האסט מורא אז אפשר דאך איז עפעס דא אין מיינע ווערטער...
איך בין פערטיג מיט ק״ש. מ׳זוכט נישט דא קיין אמת.
גלייבט ווייטער אייערע אמונות תפלות וטפלות ושלום ולא להתראות.

איך אויך » מאנטאג מאי 16, 2016 11:50 am

· #333171
ב''ה.

סמבטיון » מאנטאג מאי 16, 2016 11:54 am

· #333172
אויף דעם תגובה קוקן מיר שוין ארויס פאר אזא לאנגע צייט, טוה אונז שוין דעם גענאד און גיי שוין פון דא געזינטערהייט, זייט דו האסט זיך גענימען שרייבן דא, איז די לעוועל פון ק"ש אראפ אויף א שרעקליכן אופן, פארשלייערט באיצטלא דאמת, כאילו דו קענסט נישט שלאפן ביינאכט ביז דו וועסט קלאר מברר זיין צו דער אר"י הקדוש איז געווען ווער ער איז געווען און וויאזוי ער איז אנגענימען ביי אלע קרייזן, צו איך וויל נישט נאך זאגן דיינע שמוציגע לשונות... פליז טראג אפ פון דא!
און איך וויל דיר זאגן מיין פרעזענליכע געפיהל, ווען איך זעה דער נאמן יחיאל יאקאבזון , לאג איך ארויס און איך גיי צוריק צום ארבעט, דו פאטרייבסט מיר פון דא, איך בעט דיר! גיי אבער שוין! און לאז מיר הנאה האבן פון דעם געשמאקן שטיבל.

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 16, 2016 12:06 pm

· #333175
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
איך טוה מיך נישט מצרף זיין צו סמבטיון'ס רוף און אפי' נאר צוליב דער רעכט וואס איז ביי מיר אזוי באליבט פון דארפן לאזן א מענטשן שרייבן זיין מיינונג. רעכענען זאלן מיר זיך מיט די לעבעדיגע, די טויטע זענען מיר נאר שולדיג דעם אמת! עספעשעלי אין פאל ווען דער טויטער וויל מחייב זיין די לעבעדיגע. סמבטיון, איך ווייס אז ס'עסט אייך דאס געזונט, קאמאן, האסט דאך אויך א רעכט צו שרייבען וואס דו ווילסט. שיב אים צוריק אין פנים מנה אחת אפים און לעט די פאן בעגין.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

בן אדם » מאנטאג מאי 16, 2016 12:32 pm

· #333181
און ווער וועט יעצט שטיין צו די רעכטע האנט פון @ליטוואק פון בודאפעסט

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 16, 2016 2:06 pm

· #333186
יחיאל יעקבזון
איך בין פערטיג מיט ק"ש. מ'זוכט נישט דא קיין אמת.

וואס זאל מען טון אז דו מיינסט אז נאר דו ווייסט דעם אמת, אנטקעגן טויזענטער אנדערע אידן, בכללם קדושים וטהורים צדיקי אמת בעלי רוה"ק.
אז דו ווילסט עפעס אויסשמועסן וואס קוועטשט דיר, אדרבה, אבער ווארפן לשונות של זלזול און רעדן מיט א פרעכהייט, דאס איז נישט עקזעקטלי וואס ק"ש איז געמאכט פאר.

גאנצל » מאנטאג מאי 16, 2016 3:19 pm

· #333211
איך שטעל מיך אויך צו צו@טאמבל סאס מ'דארף קענען הערן פון יעדן אבער דער יחיא' האט דאך נישט גערעדט ער האט בלויז געשאסן

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 9, 2016 6:52 pm

· #337483
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
[ציטאט אראפגענומען]

א לאגישע טענה. מוז אבער נישט זיין. ס'קען זיין אז דעמאלט זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געשריגען ליידיגגייער אבער ווערט צו זיין עולה צוזיין על הדפוס און מוריש זיין מדור דור וועט מען ליבערשט עמיצער וואס רוקט ארויס מער זאכליכע טענות, בדברי נחת, געבעיסט אויף הלכה וסברא תורניות ממקורותינו הקדומים. נאכדערצו אמאל ווען דרוקען איז איז פיהל שווערער געווען.

כ'וואלט אפילו געזאגט אז מ'וועט צענזורירן די סתם פארלוימדונגען און נאר דרוקן די אביעקטיווע נישט עמאציאנעלע טענות אפי' ווען ס'איז פון דער זעלבער מענטש. סתם פארדאמונגען א שטייגער ווי יחיאל און ארי נוהם איז גוט אויף יענע דור פון די שערוריה, אונפארמאל, אדער אויף דרוקן איינמאל. קוק אפילו ש"ץ, וויפיהל פון אונזערע מיטליעריגע ווייסן וואספארא פראמיסקיועס מאן ער איז געווען אדער וואספארא ליידאק מ'האט געזאגט ישראל נגארה איז געווען. (דערמיט זענען ביידע זייטן איינשטימיג אז ווי עס זאל נישט זיין דארף מען די שמוץ צו אפילו סתם פערסאנעל אטאקעס - צענזורירן..) ווי מער מ'האט געדרוקט אלץ מער שטותים זענען פרעזעווירט געווארן. היינט קען יעדער שמוק דרוקען זיין בויכווייטאג.

ווי אויך איז נישט קיין דמיון ווייל צו קענען שרייען ליידאק דארף מען קענען הערן אדער זעהן איבערן מענטש פערסאנעל משא"כ כשדנין רק לפי פרי ידיו.. אלזא ווי קלענער די וועלט איז געווארן אלס מער פערסאנעל זענען געגאנגען די אטאקעס. ווצבש אויף דער חוזה אדער ישמח משה לייענען מיר שוין ומער כו' ווי שפעטער, געוואנדען וואספארא השפעה און ווי באקאנט דער מדובר האט/איז, אלס שמוציגער ווערן די קאמפיינען. אבער ס'איז יתכן אז מה שהיה הוא שיהיה.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 9, 2016 7:23 pm

· #337490
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
כהאב עס נישט געליינט, אבער אויף ר' ניסן שרייבט אויך נישט קיינער ער איז א מנובל. א ליידיקגייער קען מען זיין דורך פארשידענע וועגן און א מנובל איז לאו דוקה א ליידיקגייער. אדער ביידע נישט און נאכאלס א רמאי.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 9, 2016 7:36 pm

· #337493
Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!
ווי אויך איז פשוט כפי מה שאנחנו רואים בעינינו אז הונדערטע יארן שפעטער אין היסטאריע, ווען מ'קוקט צוריק אויף היסטארישע פיגורן, ווערן ווערן די שטארקע אפיניענס צעווישן היראו און ווילען - בלוררד. ווייל עמאשנס איז שוין נישטא און די לעבנס אומשטענדן זענען שוין אזוי אנדערש אז מיר קוקען שוין באמת אנדערש צוריק און מ'טוישט ווי מ'האט אמאל געמיינט. אדער כדי צו מאכען בכלל א דזשאדזשמענט דארפן מיר אומשטאנד זיין מדמה צו זיין צו די לעבן, די וועלט, און די מאראלן וואס מיר קענען; ס'איז שוין אבער צוסאך צייט פארלאפען דאס צוטוהן. דאס איז אפילו ביי אלגעמיינע היסטוריה.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
בלאט: 1 2 3