☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אתה בחרתנו מכל העמים

אתה בחרתנו מכל העמים

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13666

כרפס » פרייטאג מערץ 27, 2020 5:50 pm

· #444483
אתה בחרתנו מכל העמים
ס'דא וואס ווילן נישט פארשטיין, פארוואס יודען זענען העכער פון די אנדערע נאציאנען און באטיטלען עס ראסיזם. אבער דאס איז א פאקט וואס דער וואס האט באשאפן דאס גאנצע באשאף, האט באשלאסן דעם פאקט.

איינער האט טענות צו עהם? איינער קען עהם באזיגן?
כ'מיין אז אסאך וויכוחים צווישן מיינונגען צווישן אונז אזוי גערופענע אפענע קעפ, גייט אויף דעם פראגע, און ס'נישט קיין ספק בכלל, נאר סתם אויסגעווארפענע רייד.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 27, 2020 6:57 pm

· #444491
דאס איז דאך די גאנצע געדאנק פון ראסיזם, אז גאט האט געמאכט אז מיין ראסע איז די בעסטע. קיינער האט נישט קיין טענות אויף גאט פארוואס ער האט געמאכט אז אידן זאלן זיין קלוגער פון גוים, פונקט ווי קיינער האט נישט קיין טענות אויף איהם פארוואס ער האט געמאכט אז א בריליאנט זאל זיין שענער פון צואה, די טענות האט מען אויף די מענטשן וואס נוצן ראסיזם אלס א תירוץ צו וויי טון און דערנידערן אנדערע מענטשן. ווען די נאציס האבן אונז דערנידערט און דערמארדעט אין די נאמען פון ראסיזם האבן אונז זייער גוט פארשטאנען די פראבלעם, דעלך סני לחברך לא תעביד. זכור את אשר עשה לך עמלק, שלא תמות כדרך שמת פלוני.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 27, 2020 8:57 pm

· #444493
כרפס
ס'דא וואס ווילן נישט פארשטיין, פארוואס יודען זענען העכער פון די אנדערע נאציאנען און באטיטלען עס ראסיזם. אבער דאס איז א פאקט וואס דער וואס האט באשאפן דאס גאנצע באשאף, האט באשלאסן דעם פאקט.

איינער האט טענות צו עהם? איינער קען עהם באזיגן?
כ'מיין אז אסאך וויכוחים צווישן מיינונגען צווישן אונז אזוי גערופענע אפענע קעפ, גייט אויף דעם פראגע, און ס'נישט קיין ספק בכלל, נאר סתם אויסגעווארפענע רייד.


דאס איז נאר לשיטת פון די וואס גלייבן. איינשטיין למשל, ווי אויך רוב קלוגע געלערענטע מענטשען האבן עס נישט אדאפטירט אז די אידן זענען די ״עם הנבחר״ און שרייבט קלאר אין א באוואוסטע בריוו אז ער האלט די אידישע רעליגע איז גארנישט מעהר ווי אלע אנדערע רעליגיעס און ער האלט נישט אז די אידן זענען העכער אדער חשובער פון אנדערע פעלקער.
נישט אז סאיז עפעס א argument of authority נאר מיין פוינט איז אז מ׳קען גארנישט נוצן און אינפארסירן ״ווייל איך און אסאך אנדערע מענטשען גלייבן דערינען״

סאיז פונקט ווי איינער זאל זאגן בלעים נישט מיך- בלעים מיין רעליגיע.

און וויאזוי דזשארזש קארלין זאגט״
“בלעים מיך נישט אז איך האב געהארגעט דעם קינד ווען איך האב ארויסגעבעקט פון מיין דרייוועי! בלעים גאט”

און פונקט ווי די אפריקאנער און מוסלימענער וואס מאכן א ברית מילה אויף צוועלף יעריגע מיידלעך- מיט די גרעסטע מאס רשעות- זיי גלייבן אויך באמונה שלימה אז זייער גאט האט זיי געהייסן דאס טוהן.

מ׳קען גארנישט אינפארסירן אדער בארעכטיגן ווייל איך גלייב אין עפעס א פארצייטישע טעקסט!
ווייל איין שיינעם טאג קען איינער קומען זאגן אז זיי האבן באקומען א נבואה/באפעל פון גאט אז מ׳דארף הארגענען אלע אידן- דאס איז געשעהן אסאך מאל אין היסטאריע- יעדער רעדט אין נאמען פון גאט ליידער אפילו די פאליטשאנס וואס גלייבן נישט בעצם אין גאט און קיין ארגענייזט רעליגיע שטעלן זיך אויך פאר אלטס גאטס פארכטיגע מענטשען...

כרפס » מוצ"ש מערץ 28, 2020 9:08 pm

· #444496
קודם כל, כ'בין נישט אזוי זיכער אז ראסיזם איז א ראנג זאך ביי א ערליכע יוד
שנית, אמת טאקע מ'דארף נישט אויסרייסן די אויגן פון די פעלקער, אבער ווי דו זאגסט אליינס, אז אין פאקט זעמער אין געוויסע הינזיכטן מער, וואס איך מיין אבער צו שרייבן, אז לאמיר זאגן ווי גאט ב''ה שרייבט אין די תורה 'כי לא מרובכם בחר ה' בכם, כי אתם המעט' אז דווקא נישט ווייל אונז זעמער במציאות קלוגער צו דאס גלייכן, נאר אין פאקט האט ער גאט ב''ה אונז אויסגעקליבן ממילא זעמער אויסגעקליבענע. [דא קומט אפשר די ווערטל פון טעוויע דער מילכיגער - אין נאמען פונעם סקריפט שרייבער שלום עליכם, אז אפשר איז צייט אויסצוקלייבן א צווייטן צו פייניגן.. (ס'גוט פאר א אייגענע ווערטל ווען מ'איז צעבראכן און בהסתר פנים)]

און פארוואס איך שרייב דאס יעצט, איז ווייל אלע אונזערע בקשות איז, כלל ישראל איז אין א צרה, אברהם ראובן בנימין יצחק אהרן און יששכר, און קיינער זאגט נישט, אוי טאטע, יאהאן בילי בארבי און פעטי זענען אין א צרה. צייגט דאס קלאר אז אונז זעמער מגביל די וועלט צו אונז.

בנוגע וואס שבת אחים שרייבט, אל יחר אפך, אבער אויב מ'זאל זיך רעכענען וואס גורג' קארלין און איינשטיין זאגט, רעדסטו דאך נישט די ערליכע שפראך, ממילא קומט בכלל נישט אריין די תפילה אתה בחרתנו, ווייל כ'מיין אז זיי האבן נישט געהאלטן פון מעביר סדרה זיין אויכעט... כ'מיין כ'רעדט אויב מיר זענען ערליכע גלויביגע יודן, האבן אונז נישט זייער השקפה עט אלל!

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 28, 2020 9:26 pm

· #444497
וואס מיינט אז הוי"ה האט אונז אויסגעקליבן, אויסגעקליבן אויף וואס? ער האט אונז אויסגעקליבן איהם צו דינען, ס'זאגט נישט אז אונז זענען העכער אדער נידריגער. ביג דיעל, קרישנה האט אויסגעקליבן די אינדיאנער, ראג האט אויסגעקליבן די סערער, און הוי"ה האט אויסגעקליבן די אידן. וואס מיינען די אלע זאכן למעשה אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן? גארנישט מיט גארנישט.

כרפס » מוצ"ש מערץ 28, 2020 10:05 pm

· #444508
איך רעדט דאך די שפראך פון א ערליכער ארטאדאקסישער יוד, אז ס'מאכט נישט אויס וואס אנדערע האבן געמאכט, ה' הוא אלוקינו ואין עוד מלבדו, ממילא אויב מ'האט די יודישע נאציאן אויסגעקליבן פאר א פאלק, וואס איז די תכלית הבריאה, וואס האט א עתיד פאר עפעס העכערס ווי סתם לעבן און שוואוילען פאר די העק אף איט.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 28, 2020 10:19 pm

· #444512
אקעי, לאמיר רעדן בעיבי שפראך. לאמיר זאגן אז דער רבי פון חדר האט מיך אויסגעקליבן אלס תלמיד השנה און מיך געגעבן א פאפירענע קרוין וואס שטייט דערויף "יואלי טייטלבוים - תלמיד השנה". וואס איז יעצט? איך קען עס האלטן פאר א כבוד און גיין שבת מיט מיין טאטע אין שול מיט'ן פאפירענעם קרוין אויפ'ן קאפ און זיין צו שפאס און צו שפאט, אדער קען איך אהיימגיין עס ווייזן פאר מיין מאמע, זי וועט מיך געבן א קוש, מיך געבן א שאקאלאדע, כאפן א בילד, און די קרוין וועט גיין אין מיסט. קען זיין אז דו וואלסט אויסגעוועלט די ערשטע אפציע, איך וואלט אויסגעוועלט די צווייטע.

כרפס » מוצ"ש מערץ 28, 2020 10:33 pm

· #444516
רביה''ק זי''ע
אקעי, לאמיר רעדן בעיבי שפראך. לאמיר זאגן אז דער רבי פון חדר האט מיך אויסגעקליבן אלס תלמיד השנה און מיך געגעבן א פאפירענע קרוין וואס שטייט דערויף "יואלי טייטלבוים - תלמיד השנה". וואס איז יעצט? איך קען עס האלטן פאר א כבוד און גיין שבת מיט מיין טאטע אין שול מיט'ן פאפירענעם קרוין אויפ'ן קאפ און זיין צו שפאס און צו שפאט, אדער קען איך אהיימגיין עס ווייזן פאר מיין מאמע, זי וועט מיך געבן א קוש, מיך געבן א שאקאלאדע, כאפן א בילד, און די קרוין וועט גיין אין מיסט. קען זיין אז דו וואלסט אויסגעוועלט די ערשטע אפציע, איך וואלט אויסגעוועלט די צווייטע.

סליחה, כ''פארשטיי נישט וועלכע נמשל כ'דארף ציען פון דיין משל

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 28, 2020 10:45 pm

· #444518
די משל אליינס פארשטייסטו כאטש?

כרפס » מוצ"ש מערץ 28, 2020 11:40 pm

· #444520
רביה''ק זי''ע
די משל אליינס פארשטייסטו כאטש?

כ'זע נישט פארוואס ווען א תלמיד השנה גייט מיט זיין פאפירענעם קרוין אין שול איז ער ללעג ולקלס, איך נעם ביידע אפציעס

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 28, 2020 11:44 pm

· #444521
קען זיין אז דו פארשטייסט נישט, ס'דא מענטשן וואס פארשטייען יא.

עגלה ערופה » זונטאג מערץ 29, 2020 1:42 am

· #444535
מענטשן האבן א נטייה צו ווילן פילן ספעשל, אבער די מער די וועלט ווערט עדווענסד, אלס מער זעהט מען ווי מ'איז א גארנישט מיט נישט.

אמאל פלעגט מען מיינען אז אונז זענען די צענטער און די זון דרייט זיך ארום אונז, ווייל אונז זעמיר דאך די תכלית הבריאה. ביז קופרניקוס האט געוויזן אז העליאסענטריסם איז גערעכט און די זון איז בעצם די צענטער (וואס גראדע איז דעס נישט הונדער פראצענט גערעכט. נאר ס'איז דא א כלל אין פיזיקס, אז איעדע זאך (אדער זאכן) דרייט זיך ארום די צענטער פון מאסע, און וויבאלד די זון איז אזוי מאסיוו איז די צענטער פון מאסע - פון די ערד און די זון - זייער נאנט צו די צענעטר פון די זון, און די זון מאכט זייער א קליינע רינג, אפילו קלענער פון די ראדיוס פון די זון אליין, לעומת די ערד וואס מאכט א פיל גרעסערע רינג) אבער קיינער האט נישט געוואלט הערן זיין דברי כפירה און מ'האט אפילו איינגעזעצט גלילאו פארן פארשפרייטן זיין שיטה.

אמאל פלעגט מען מיינען (און ס'איז דא נאך היינט וואס האלטן אזוי), אז אונז זעמיר די מבחר הבריות, און אונז האבן נישט קיין שום שייכות מיט אלע אנדערע באשעפענישן. אבער היינט ווייסט מען שוין פון עוואלוציע, און לויט עוואלוציע זענען מיר אלע איין גרויסע משפחה און אונז אלע האבן איין אב קדמון משותף.

אמאל פלעגן די כעמיסטס נישט קענען מאכן געוויסע כעמיקאלן וואס די מענטשליכע קערפער מאכט, און מ'האט געמיינט אז ס'איז אוממעגליך צו מאכן, ווייל זיי האבן געהאלטן אז לעבעדיגע זאכן האבן עפעס א כוח וואס ארבעט נישט לויט די געהעריגע חוקי הפיזיקע פון אלע אנדערע זאכן. אבער מיט די צייט האט מען אויפגעקומען וויאזוי צו אליין פראדעצירן אין א לעב מער און מער כעמיקאלן וואס מ'האט אמאל נישט געקענט. די מער צייט ס'גייט אדורך די מער זעט מען אז די מענטש ארבעט פשוט לויט די זעלבע חוקים פון פיזיקס פון אלע אנדערע זאכן. היינט איז שוין אנגענומען אין די פיזיקס וועלט אז א מענטש איז פשוט אטאמען וואס פאלגן די געזעצן פון פיזיקס, און אלעס אין די גוף פונעם מענטש קען מען מסביר זיין אלס א תוצאה פון די געזעצן פון פיזיקס.

היינט ווייסט מען אז די יונעווערס איז משונה'דיג ריזיג. (איעדע יאר ווערט די חלק פון די יונעווערס וואס מ'קען זעהן גרעסער מיט איין ליכט-יאר, וויבאלד ס'נעמט צייט פאר ליכטיגקייט אנצוקומען צו אונז. און ס'דא פלעצער וואו די ליכטיגייקט וועט קיינמאל נישט אנקומען צו אונז, און אונז וועלן עס קיינמאל נישט קענען זעהן. פיזיקער זענען משער אז די יונעווערס איז כאטש 250 מאל אזוי גרויס ווי דעס וואס מ'זעהט היינט, און די יונעווערס וואס מ'זעהט היינט איז 92 ביליאן ליכטיאר גרויס!) אונזער ערד קיגל איז א קליין פיצל באלי וואס דרייט זיך אין ספעיס און אונז האבן נישט קיין שום השפעה אויף די ריזיגע יונעווערס (אדער מעגליך ביליאנען יונעווערסעס) און די יונעווערס גייט זייער וויינעג אן וועגן אונז, זי טוט זיך ווייטער איר דזשאב נישט קיין חילוק וואס אונז טוהן אדער אויב ס'געפעלט אונז צי נישט און אונז זענען עלול כל רגע צו ווערן פארניכטערט פון עסטערוידס פון ספעיס. ס'איז זייער מעגליך אז ס'געפונען זיך מיליאנען אנדערע באשעפענישן אויף אנדערע פלאנעטן וואס האלטן זיך פונקט אזוי אויסגעוועלט, אבער זיי אלע רעדן שטותים, אונז זענען זיכער די ריכטיגע אויסגעוועלטע...

כרפס » זונטאג מערץ 29, 2020 2:14 am

· #444539
וואס איז אמת און וואס נישט, שטייט אין די תורה, און קופרנישט און פייער-וואסער איז נישט קלוגער פון די תורה, און וואס מ'דארף וויסן ווערט מען געוואויר ווען מ'לערנט די תורה.
ווער ס'גלייבט נישט, איז אין דעם פראבלעם, אז ער דארף וויסן פונקטליך וואס יעדע הוילער קאפ האט געהאלטן

ליב צו וויסן » זונטאג מערץ 29, 2020 12:13 pm

· #444571
ווי עס זעהט אויס פארשטייסטו בכלל נישט וואס די אנדערע זייט האלט, SO לאמיר פרובירן צו מסביר'ן.

דער געווייקטער סאטמארער-רביןזכותויגןעלנו איד גלייבט אז דער רבי איז געווען הונדערט פראצענט גערעכט און ער קוקט אן דער פרומער גערער וואס גייט צו די בחירות ווי א שוטה פארן פאלגן זיין רבין וכדומה, דער פארגלייבטער גערער קוקט אן דער סאטמארער וואס פרובירט פאשפרייטן דעם ויואל משה ווי א מיסיאנער, ווייל ער האלט אז זיין רבי'ס שיטה איז הונדערט פראצענט גערעכט, און אזוי פארט א וועלט,
די רגע וואס זיי זאלן זיך אפשטעלן און א טראכט גיבן "אפשר האלט איך וואס איך האלט נאר צוליב דעם וואס איך בין דא אויפגעוואקסן" און נישט צוליב ריכטיגע פרוף וואס איך האב, דאן איז נישטא עפעס וואס זאל אים אפשטעלן פון טראכטן אזוי אויף די גאנצע תורה, והמבין יבין...

כרפס » זונטאג מערץ 29, 2020 1:33 pm

· #444580
כ'זע נישט אז ביידע זענען אפי' ראנג, ווייל סיי דער סאטמארער און סיי דער גערער האט זייער מסורה און זייער מהלך, ואלו ואלו דברי אלוקים חיים. עכ''פ זענען ביידע נישט שולדיג אויב זייער רבי האט געגרייזט, ווייל זיי האבן געפאלגט וואס מ'האט זיי אויסגעלערנט, און דאס איז דאך די מהלך המסורה פון אלע דורות ביז אונז, אז א טאטע געבט איבער פאר א זון, צו דער טאטע פארלאזט זיין חינוך פאר די סיסטעם וויאזוי מ'רופט עס, דער רבי דער קהילה די סביבה.
כ'מיין אז ס'דא א טעות, אז מ'מאכט א גזירה שווה פון אלע מנהיגים, [אזויווי אלע דורות זענען געווען אזעלכע השקפות, און כ'זע נישט אז ס'האט מצליח געווען] און מ'זאגט אז אלעס איז בלאף, און אונז זעמער אויפ'ן ראנג פּעט.
א תמימות'דיגער איז גוט זיין וועג, א אויפגעקלערטער האט אויך זיין משפיע זיין דוגמה, אבער צו נעמען א סייענטיסט צו דאס גלייכן פון די אנדערע פעלקער און דאס קרוינען אלץ יסוד, איז א סתירה צו די תורה וועג, כי לא מחשבותיכם מחשבותי שטייט דאך. כי לא כצורינו צורם שטייט, ואין לך אלא כהן שבימיך שטייט.
אונז לעבן נישט אין דור פון מתן תורה, ממילא שפירן מיר נישט אזויווי זיי, און אונז האבן א אויסוואל פון אסאך מהלכים, און ערגעץ דארפן מיר זיך אריינ'קאטאגאזירן. לפי עניות דעתי

עגלה ערופה » זונטאג מערץ 29, 2020 3:11 pm

· #444590
דו האסט זייער גוט געזאגט, אלו ואלו דברי אלוקים חיים. די מארמאן וואס האלט אז ער איז נבחר, די מוסלאמענער וואס האלט אז ער איז נבחר און די איד וואס האלט אז ער איז נבחר, זיי זענען אלע גערעכט. יעדער דארף טוהן לויט זיין מסורה, און אונז זענען אלע גלייך מיט דעם וואס מיר זענען נבחר.

כרפס » זונטאג מערץ 29, 2020 4:25 pm

· #444605
עגלה ערופה
דו האסט זייער גוט געזאגט, אלו ואלו דברי אלוקים חיים. די מארמאן וואס האלט אז ער איז נבחר, די מוסלאמענער וואס האלט אז ער איז נבחר און די איד וואס האלט אז ער איז נבחר, זיי זענען אלע גערעכט. יעדער דארף טוהן לויט זיין מסורה, און אונז זענען אלע גלייך מיט דעם וואס מיר זענען נבחר.

דו האלטסט באמת אזוי?

עגלה ערופה » זונטאג מערץ 29, 2020 4:59 pm

· #444611
מער ווייניגער

כרפס » זונטאג מערץ 29, 2020 6:20 pm

· #444616
עגלה ערופה
מער ווייניגער

איז וואס גלייבסטו יא פון די תורה און וואס נישט. ווייל דיין ענטפער שטימט נישט מיט די תורה, און ס'איז באקאנט אז ווער ס'גלייבט נישט איין זאך פון די תורה הק' איז גענוי ווי ער גלייבט נישט די גאנצע.

מי אני » זונטאג מערץ 29, 2020 6:23 pm

· #444618
Re: אתה בחרתנו מכל העמים
📎 IMG_6774.jpg
פון @אנאנים’ס ארטיקל איבער הרב דר. יעקב צבי זאקס שליט״א אין וועקער 6. דאס קען נוגע זיין צו דעם אויך אז אלע טענות פון רעליגיעס בנוגע זייער ״געקליבענקייט״ האבן אן ענין פון אמת אין זיך.

ווי באקאנט האט דער כוזרי טאקע געהאלטן (מאמר א אות לט-מג) א ״דזשוּדיאוֺ-סענטריק״ שיטה; אז אונזער ״געקליבענקייט״ איז טאקע מכח דאס אז אונז זענען אנדערש (אפילו במין) פון סתם מענטשן.

‏(אז מ׳דערמאנט אנדערע וועלטן און אין די ענין פון ״געקליבענקייט״, קען דאס, און די אשכול בכלל, נוגע זיין.)

כרפס » זונטאג מערץ 29, 2020 6:30 pm

· #444619
איך האב ארויס הרב זאקס, און כ'גלייב באמת אז ער האט נישט דאס געמיינט אין איינפאכן זין פון ווארט, מעגליך האט ער געמיינט אז מ'קען נישט צווינגן אונזער אמונה אויף אנדערע, אדער אפען באזייטיגן בזמנינו אנו אנדערע רעליגיעס, אבער ער איז א ערליכער און כ'בין איבערצייגט אין זיין קלארער דעת.

ס'אלץ דא דקות'דיגע געדאנקען בנוגע אנדערע רעליגיעס, אבער די עיקר טוישט זיך נישט, און מ'קען נישט שעכטן א חזיר ס'זאל ווערן כשר, און כאטש מ'וואשט זיך צו המוציא יום כיפור האט מען נישט מקיים געווען קיין מצוה, און די גרעסטע פארטי פלענערס, לויערס, קענען נישט פארטרעטן א מסדר קידושין. ס'דא א דת משה וישראל, און עפעס אנדערש איז נישט אפילו 'כמו' נאר בכלל נישט.

אזוי זאגט די תורה, פארשטייט זיך דער רעפארמער זאגט אוודאי אנדערש, ווייל ער וויל דאך פאטשען די בויך אז ער איז מסודר מיט גאט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 29, 2020 9:02 pm

· #444633
כרפס
עגלה ערופה
דו האסט זייער גוט געזאגט, אלו ואלו דברי אלוקים חיים. די מארמאן וואס האלט אז ער איז נבחר, די מוסלאמענער וואס האלט אז ער איז נבחר און די איד וואס האלט אז ער איז נבחר, זיי זענען אלע גערעכט. יעדער דארף טוהן לויט זיין מסורה, און אונז זענען אלע גלייך מיט דעם וואס מיר זענען נבחר.

דו האלטסט באמת אזוי?
פארגעס א מינוט וואס עגלה ערופה האלט, וואס האלטסטו? אויב סיי דער גורער און סיי דער סאטמערער זענען גערעכט ווייל זיי פאלגן וואס מ'האט זיי אויסגעלערנט, זענען דאך דער מארמאן און מוסולמענער אויך גערעכט ווייל זיי פאלגן וואס מ'האט זיי אויסגעלערנט.

כרפס » זונטאג מערץ 29, 2020 9:56 pm

· #444637
רביה''ק זי''ע
כרפס
עגלה ערופה
דו האסט זייער גוט געזאגט, אלו ואלו דברי אלוקים חיים. די מארמאן וואס האלט אז ער איז נבחר, די מוסלאמענער וואס האלט אז ער איז נבחר און די איד וואס האלט אז ער איז נבחר, זיי זענען אלע גערעכט. יעדער דארף טוהן לויט זיין מסורה, און אונז זענען אלע גלייך מיט דעם וואס מיר זענען נבחר.

דו האלטסט באמת אזוי?
פארגעס א מינוט וואס עגלה ערופה האלט, וואס האלטסטו? אויב סיי דער גורער און סיי דער סאטמערער זענען גערעכט ווייל זיי פאלגן וואס מ'האט זיי אויסגעלערנט, זענען דאך דער מארמאן און מוסולמענער אויך גערעכט ווייל זיי פאלגן וואס מ'האט זיי אויסגעלערנט.

איך פארשטיי פארוואס זיי האלטן זיי זענען גערעכט, אבער פארוואס האלטסטו אז זיי זענען גערעכט?

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 29, 2020 10:00 pm

· #444638
איך האלט נישט אז זיי זענען גערעכט, און איך האלט אויך נישט אז זיי זענען נישט גערעכט, איך האב בכלל נישט קיין דעה אין דעם ענין, די נידון דא איז וואס דו האלטסט. דו ביזט דער וואס האט געפרעגט א קשיא, דארף מען קודם קלאר מאכן מיט וועלכע הנחה דו האסט געפרעגט די קשיא. צום שלוס, לויט דיינע ווערטער קומט אויס אז אלע פעלקער וואס האלטן אז גאט האט זיי אויסגעוועלט זענען גערעכט, אויב אזוי זענען אונז גארנישט מער פון זיי, יעצט איז שוין אלס פארענטערט.

כרפס » זונטאג מערץ 29, 2020 10:14 pm

· #444641
איך האלט הונדערט פראצענט אז זיי זענען זיך טועה, און דער אייבירשטער האט אונז אויסדערוועלט, און זיי זענען אזויפיל ווערד ווי מיין קעצעלע אין גארטן.
והבדילנו מן התועים, פון אלע וואס זענען זיך טועה אז ס'אפילו דא א ספק דערין, אז ס'עקזיסטירט עפעס א חשיבות אויסער די עם התורה, די פאלק יודען, און אלעס איז באשאפן געווארן אונז צו באדינען, איי פארוואס צייגן זאכן אסאך מאל פארקערט, דאס צייגט נאך מער אז אויב האב איך געמיינט אז איך גלייב ווייל כ'פארשטיי, איז פונקט פארקערט, איך גלייב און כ'בין זוכה אביסל צו פארשטיין, און די אנדערע ספקנים מיינען זיי פארשטייען און גלייבן אין זיך אז וואס איז ביי זיי משוגע איז לעולם ולכולם משוגע.

אלץ גלויביגער יוד האב איך דערין נישט קיין שאטן פון א ספק, און ווער ס'האט יא, דארף טאקע הארעווען דערויף און 'וועלן' זיין קלאר דערין. אסאך מאל וויל מען נישט פארשטיין, אבער אויב מ'איז נישט צעשאקעלט אין די עיקרי אמונה איז עס א דבר פשוט

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 29, 2020 10:55 pm

· #444643
פון די גאנצע טענו חיטין והודו לזכר קדשו שמועס האב איך מיך דערמאנט א זיסע מעשה. איין יאר פסח ביינאכט נאכ'ן סדר, ווען איך בין נאך געווען א קליין קינד, זעה איך ווי מיין טאטע גייט צו צום טיר וואס איז נאך געווען אויפגעשפארט פון שפוך חמתך, און פארשפארט דעם שלאס, פונקט ווי יעדע נאכט. "טאטי, פארוואס פארשפארסטו דעם טיר?" - פרעג איך מיין טאטע אינגאנצן דערשטוינט, כמעט אויפגערעגט - "מיין רבי האט געזאגט אז פסח ביינאכט לאזט מען אויפגעשפארט דעם טיר, ווייל ס'איז ליל שימורים וואס איז אפגעהיטן פון מזיקים און גנבים!" "דארפסט פארשטיין איין זאך" - ענטפערט מיר מיין טאטע - "דו און איך ווייסן טאקע אז ס'איז ליל שימורים ווייל אונז האבן געלערנט דעם מדרש, דער גנב דער גוי אויפ'ן גאס האט דאך אבער נישט געלערנט דעם מדרש..."

לעניננו, אונז לעבן טאקע אין א באבל פון אתה בחרתנו, דער גוי אבער לעבן אין גאר אן אנדערע באבל. די גאנצע אתה בחרתנו ביזנעס איז גוט ווילאנג ס'בלייבט אין אונזער באבל, איינמאל דו הייבסט אן האנדלען מיט מענטשן אינדרויסן פון דעם באבל דארפסטו די גאנצע זאך לייגן אין א זייט, אז נישט וועסטו זיך נאר אנשטויסן אין פראבלעמען. אויב איז דיין ציל צו קענען האבן באמבאסטישע טענות אויף די אנגעקלערטע חברה וועלכע שפילן נישט מיט מיט דיין אתה בחרתנו געים האסטו עס שוין עררייכט, אויב אבער ווילסטו פארשטיין וואס זיי זאגן דארפסטו זיך אריינלייגן אין זייערע שיך און פרובירן פארשטיין זייער געים. די מדובר איז נישט ווער ס'איז גערעכט, די מדובר איז צו דו ווילסט זיך קענען אויסקומען מיט מענטשן וואס האבן געלערנט אנדערע זאכן ווי דיר. זיי קלוג, נישט גערעכט.

כרפס » זונטאג מערץ 29, 2020 11:04 pm

· #444644
אבער איך האב שוין די ענטפער; דיין טאטע האט שוין געלאכט פונעם אתה בחרתנו געים.. און דאס איז געווען זיין מסורה פאר דיר.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 29, 2020 11:07 pm

· #444646
גראדע נישט, מיין טאטע איז מער פאנאטיש פון מיר און דיר צוזאמען, ער האט נאר די שכל וואו עס צו נוצן און וואו נישט.

כרפס » זונטאג מערץ 29, 2020 11:20 pm

· #444647
רביה''ק זי''ע
גראדע נישט, מיין טאטע איז מער פאנאטיש פון מיר און דיר צוזאמען, ער האט נאר די שכל וואו עס צו נוצן און וואו נישט.

ס'איז גענוג צו מאכן אזא ווערטל, און בארויבן דאס תמימות און אמונה פון א קינד

מי אני » מוצ"ש אפריל 11, 2020 9:49 pm

· #445652
אתה בחרתנו מכל העמים
📎 IMG_6797.jpg
פון אן עקזיסטענשאנעל מבט. במשנתו של דר. פראנז ראזענצווייג.
ער האט גראדע אויך געהאלטן אז מ׳דארף צאמשטעלן דאס ענין פון אמת וואס איז דא אין יהדות מיט׳ן ענין פון [עקזיסטענשאל] אמת וואס איז דא אין, להבדיל, נוצרות.

חתן בחור » זונטאג אפריל 12, 2020 3:07 am

· #445674
Re: אתה בחרתנו מכל העמים
כרפס
ס'דא וואס ווילן נישט פארשטיין, פארוואס יודען זענען העכער פון די אנדערע נאציאנען און באטיטלען עס ראסיזם. אבער דאס איז א פאקט וואס דער וואס האט באשאפן דאס גאנצע באשאף, האט באשלאסן דעם פאקט.

איינער האט טענות צו עהם? איינער קען עהם באזיגן?
כ'מיין אז אסאך וויכוחים צווישן מיינונגען צווישן אונז אזוי גערופענע אפענע קעפ, גייט אויף דעם פראגע, און ס'נישט קיין ספק בכלל, נאר סתם אויסגעווארפענע רייד.


כרפס קום אריין קלאר. צו וועמען רעדסטו דא?

די מענטשן וואס גלייבן אין תורה מן השמים קענען לייענען קלאר "אתה בחרתנו מכל העמים". די וואס גלייבן נישט גייען נישט אננעמען דיינע "פאקטן". וואספארא "פאקט" איז דאס? ווייל די גלייבסט אזוי ווערט עס א פאקט?

מי אני » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:05 pm

· #486780
דער קריסטליכער טעאלאג דר. דזשאן בּארטאן האלט (אין פ"ג) אז עס איז יתכן אז עמוס האט נישט געהאלטן פון דעם אז אונז זענען "עם הנבחר". ער זאגט אז אויב אזוי איז ער געווען (בּעיסיקעלי) דער איינציגסטער אין תנ"ך וואס האט געהאלטן אזוי.

ער זאגט ווייטער אז אויב האט עמוס יא געהאלטן אז אונז זענען דעם עם הנבחר איז עס נאר אונז צו מאכן מער קאָלפּעבּל אויף נענש צו ווערן על עוונות; דאס האלט דאך אבער די אלגעמיינע טעאלאגיע בכלל. זיין לשון איז:
For Amos, the special relationship with Yhwh does not indemnify Israel, but rather makes them all the more culpable if they sin

האב איך געקלערט אז @לעיקוואד ברענגט דא ארויס [פון 26:00] אז די געדאנק פון "מסובב במצות" ביי חנוכה איז אויף צו ווייזן אז דאס אז מ'איז שוין ענטרענטשט אינעם לעבנסשטייגער במצות ווערט מען דאדורך אינאַקיולעיטעד און געהיטן פון שלעכטס און עונשים בסתם/אין אלגעמיין. ולכן קען עס אפשר זיין א רמז אז מ'ליינט ארום/פאר חנוכה די הפטרה פון עמוס וואס פון זיין טעאלאגיע קען אויסזעהן נישט אזוי (עכ"פ לגבי חלק ה"נבחר") וכנ"ל.