☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?

איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?

155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #996
בלאט: 1 2 3 4

פריינדליך » מאנטאג יולי 2, 2012 6:55 pm

· #21315
איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?
זייער אסאך אשכולות דא דרייען זיך ארום איבער די נושא פון די חינוך סיסטעם,
זייער אסאך טעמעס הייבען זיך אן און ענדיגען זיך דערמיט דירעקט אדער אומדירעקט,

מיר געבן יעצט איבער דאס ווארט פאר די חברי הקאווע שטיבעל,
איר זענט יעצט די וועד החינוך/הקהלה/הצניעות/הנהלה אד"ג, איר זענט פולקאם בארעכטיגט איינצופירען סיי וועלכע תקנה איר ווילט, אדער אויפלעזן סיי וועלכע תקנה איר ווילט, איר זענט פולקאם בעה"ב צו מאכען סיי וועלכע טויש איר ווילט און די חינוך הבנים און אויך בהנהגת הקהלה,

וואס וואלט איר געטוישט? וואס וואלט איר איינגעפירט? וואס וואלט איר מבטל געווען?

יידל » מאנטאג יולי 2, 2012 7:04 pm

· #21318
איך וואלט גענצליך געטוישט די חינוך סיסטעם. און לויף פון צען ביז 20 יאר וואלט איך איינגעפירט א חינוך רעפארם וועלכע וואלט אריינגערעכנט כמה וכמה זאכן, אנגעהויבן פון בעסער-טרענירטע מלמדים, (וועלכע זענען בפרט טרענירט אין וויאזוי צו מאכן אידישקייט געשמאק און נישט די היפך), בעסער טרענירטע מנהלים (וואס רעכנט אויך אריין מנהלים וועלכע קענען דיטעקטען עביוז און ווייסן וויאזוי זיך צו באנעמען דערמיט כדבעי), א רעפארמירטע לימודי חול וועלכע זאל זיין סיי ערנסטער און סיי ס'זאל אנהאלטן פאר לכה"פ ביז די 15. ביי די 18 וואלט איך איינגעפירט א ישיבות-בלויז-פאר-ערנסטע-מתמידים סיסטעם, די איבריגע זאלן אדער קענען גיין לערנען א פאך אדער גיין ארבעטן לויט זייער יכולת'ן און רצונות, און אפשטופן דעם זמן הנישואין ביז 25. עס זענען דא נאך פיל איינצעלהייטן אינעם חינוך סיסטעם וואס איך וואלט געטוישט, אבער דאס איז אין א נאטשעל אלע מעידזשאר טזשעינדזשעס.

פריינדליך » מאנטאג יולי 2, 2012 7:15 pm

· #21319
יידל
און לויף פון צען ביז 20 יאר וואלט איך איינגעפירט א חינוך רעפארם וועלכע וואלט אריינגערעכנט כמה וכמה זאכן, אנגעהויבן פון בעסער-טרענירטע מלמדים, (וועלכע זענען בפרט טרענירט אין וויאזוי צו מאכן אידישקייט געשמאק און נישט די היפך),

דאס איז די א ב פארלאנג מיט וואס יעדער הייבט אן און יעדער ניצט עס, און עס איז אמת אויך עס פארלאנגט זיך באמת,

לאמיר דיר פרעגן, קענסט אנצייכענענן ווי עס איז שוין איינגעפירט אויף אזא סיסטעם? אדער ווי עס איז געווען איינגעפירט? אדער ווען עס איז ערגעץ געווען איינגעפירט?

וואס איך מיין צי פרעגן איז איז שייך צו זאגען כזה ראה וקדש, אזא סיסטעם וואס פלוני מוסד האט אזא סיסטעם וויל איך איינפירען דא אויך?

איך וויל עס באמת ארויס האבען,

יידל » מאנטאג יולי 2, 2012 7:29 pm

· #21323
פריינדליך

פריינדליך, דו ווייסט די היסטאריע פון חדרים ביי כלל ישראל?

פריינדליך » מאנטאג יולי 2, 2012 7:33 pm

· #21325
אירעליווענט, מוזט נישט צוריק גיין 100 יאר ניטאמאל 50 יאר {עס איז מסתם נאך נישט געווען קיין חדר 100 יאר צירוק}

זאג מיר צו עס איז שוין דא, אדער צו עס שוין געווען א ענליכע סיסטעעם ערגעץ,

אויב נישט, אויב עס איז מעגליך, אפשר לייגסטע אראפ די נייע יסודות ווי אזוי די ווילסט עס זען,

יידל » מאנטאג יולי 2, 2012 7:38 pm

· #21327
פריינדליך
אירעליווענט, מוזט נישט צוריק גיין 100 יאר ניטאמאל 50 יאר {עס איז מסתם נאך נישט געווען קיין חדר 100 יאר צירוק}

זאג מיר צו עס איז שוין דא, אדער צו עס שוין געווען א ענליכע סיסטעעם ערגעץ,

אויב נישט, אויב עס איז מעגליך, אפשר לייגסטע אראפ די נייע יסודות ווי אזוי די ווילסט עס זען,

עס איז זייער רעלעווענט. מיין פוינט איז אז אונזער היינטיגער חינוך סיסטעם איז נישט אידיש און נישט גוי'איש. עס איז נישט צום שפייען און נישט צום שלונגען.

די יסודות וויאזוי איך וויל ס'זאל אויסזען האב איך שוין געשריבן אויבן.

אגב, איך האלט סיי ווי אז אזוי ווי איך האב אויבן אראפגעמאלן גייט די חינוך אויסזען אין 50 ביז 100 יאר ארום.

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 2, 2012 7:39 pm

· #21328
עז לאנג וואס די סיסטעם איז געפירט ביי ילודי אשה קען דאס נישט זיין 100% פערפעקט, ווייל א יומען ביאינג איז נישט 100% פערפעקט, אבער א סיסטעם וואס פארנעמט קריטיק, און זוכט זיך צו פארבעסערן, איז די נענטסטע צו פערפעקט וואס איז שייך.

די ווארט סיסטעם איז שוין געוורן א קלישעי, וואס מ'נוצט אויף יעדע זאך וואס מ'איז נישט צופרידן אין אונזער קאמיוניטי, איך מיין אז מ'קען זיי צוטיילען אויף אסאך קליינע פראבלעמען וואס טייל פון זיי זענען אנגעהאנגען אין אנדערע פראבלעמען (לדוגמה, חתונה הוצאות, וואס קומט פון דעם אז יעדער מוז יעדעם נאכמאכן און יעדער מוז לעבן אויפן זעלבן סטאנדארט, העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט) און טייל פון זיי זענען פראבלעמען וואס האבן לאו דוקא צו טוהן מיט די ברייטע "סיסטעם" פראבלעם.

נא, זאכן וואס איך וואלט געוואלט טוישן? אי אפשר לפורטם כי רבים הם, אבער גייט אריין אין כמעט יעדע אשכול וועט איר טרעפן לרוב.

--

יידל האקט. גערעכט, ס'קיינמאל נישט געווען קיין "סיסטעם" פון בעסער טרענירטע מלמדים, אדער צו לערנען א פאך ביי די 18, ווייל ס'קיינמאל נישט געווען קיין "סיסטעם"! ס'קיינמאל נישט געווען קיין וואן-סייז-פיטס-אלל יודישקייט, נישט געווען קיין G&G רעקלעך וואס יעדער איז געגאנגען די זעלבע, נישט געווען קיין שטאפענע/ביבער הוטן וואס מוז אויסזען גענוי די זעלבע ביי יעדן.

--

פריידליך האקט. אדרבה! איך וואלט צוריק געגאנגען צום אי-סיסטעם, דאס איז נאך געווען די בעסטע פון אלעם.

יידל » מאנטאג יולי 2, 2012 7:51 pm

· #21329
בקיצור, געפילטע פיש פאדערט דעצענטערליזאציע <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Decentralization">http://en.wikipedia.org/wiki/Decentralization</a>

ווערייזאן » מאנטאג יולי 2, 2012 7:55 pm

· #21330
פריינדליך
יידל
און לויף פון צען ביז 20 יאר וואלט איך איינגעפירט א חינוך רעפארם וועלכע וואלט אריינגערעכנט כמה וכמה זאכן, אנגעהויבן פון בעסער-טרענירטע מלמדים, (וועלכע זענען בפרט טרענירט אין וויאזוי צו מאכן אידישקייט געשמאק און נישט די היפך),

דאס איז די א ב פארלאנג מיט וואס יעדער הייבט אן און יעדער ניצט עס, און עס איז אמת אויך עס פארלאנגט זיך באמת,

לאמיר דיר פרעגן, קענסט אנצייכענענן ווי עס איז שוין איינגעפירט אויף אזא סיסטעם? אדער ווי עס איז געווען איינגעפירט? אדער ווען עס איז ערגעץ געווען איינגעפירט?

וואס איך מיין צי פרעגן איז איז שייך צו זאגען כזה ראה וקדש, אזא סיסטעם וואס פלוני מוסד האט אזא סיסטעם וויל איך איינפירען דא אויך?

איך וויל עס באמת ארויס האבען,

איך פארשטיי באמת נישט דיין קושיא, ס'איז א שעת חירום, יעדער וואס האט א אויג אין קאפ זעהט פאר אז דער ביז איצטיגער חסידישער סיסטעם גייט באנקראט, יעצט וואס איז די שאלה צו א אנדערע סיסטעם איז שוין אויספרובירט צו נישט, אין אויב נישט?? קען מען דען בלייבן מיט דעם סיסטעם? עט ליעסט דארף מען פרובירן וואס מען קען, נאך אלעם האט די סיסטעם געפעילט

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 2, 2012 7:57 pm

· #21332
יידל
בקיצור, געפילטע פיש פאדערט דעצענטערליזאציע <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Decentralization">http://en.wikipedia.org/wiki/Decentralization</a>

רוף עס דעצענטערליזאציע, רוף עס אינדיווידואיזם, אבער איך קען דאס נישט פאדערן, נישט ווי לאנג מ'וואוינט צוזאמען אין א גרויסע שטאט. גיימער שוין צוריק צו נאך א זאך וואס וואלט זיך געמעגט טוישן, דאס ארויסמופן אין קלענערע שטעטלעך און נישט דארפן בלייבן אונטערן מאמעס פארטוך, דאס וועט לעזן די האוזינג פראבלעם וואס מיר האבן. אבער אסאך זאכן מוזן זיך טוישן כדי דאס זאל זיין טוה-באר, צוריק צום הא בהא תליא...

איינער » מאנטאג יולי 2, 2012 8:17 pm

· #21335
איך וואלט פארגעשלאגן איין זאך, פרידאם אויף ספיטש.

איינמאל יעדער קען זאגן קריטיק און מען קען האבן אן אפענע פרעסע אן ווארפן זאמד ווי דעת תורה וכדו' וועט שוין אלעס קומען אויף זיין פלאץ.

און אנדערע ווערטער איך קלעים נישט אז איך האב דעם לייזונג פאר דעם פראבלעם, אבער אויב מען וועט האבן א געלעגנהייט עס צו דיסקאסטירן אויף א אפענעם וועג מיט אן אפענעם מיינוג דאן קען מען לעזען דעם פראבלעם.

יידל » מאנטאג יולי 2, 2012 8:24 pm

· #21336
איינער
איך וואלט פארגעשלאגן איין זאך, פרידאם אויף ספיטש.

איינמאל יעדער קען זאגן קריטיק און מען קען האבן אן אפענע פרעסע אן ווארפן זאמד ווי דעת תורה וכדו' וועט שוין אלעס קומען אויף זיין פלאץ.

און אנדערע ווערטער איך קלעים נישט אז איך האב דעם לייזונג פאר דעם פראבלעם, אבער אויב מען וועט האבן א געלעגנהייט עס צו דיסקאסטירן אויף א אפענעם וועג מיט אן אפענעם מיינוג דאן קען מען לעזען דעם פראבלעם.

פרידאם אף ספיטש וועט קיינמאל נישט באקומען קיין תורה'דיגן הסכמה צוליב די פילע פארבאטן וואס עס זענען דא אויף ספיטש ווי לדוגמא לשה"ר, רכיולות, מוציא ש"ר, וכו'

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 2, 2012 8:26 pm

· #21338
בנוסף צו די אויבענדערמאנטע ענינים, וואלט איך אוועקגעשטעלט א שטארקערע יסוד אויף עבודת המדות. מען קען היינט טרעפן גרויסע תלמידי חכמים, און ס'גרעסטע חלק פון זיי האבן פארדארבענע מדות רעות, ווי גאווה, סעלפישנעס, מחלוקת, קנאה ותאוה וכבוד, א.א.וו.

און אפילו די פשוט'ע מענטשן, נישטא קיין כבוד הבריות, מ'מאכט אוועק אנדערע מענטשן ווי גארנישט, לשה"ר און רכילות איז נארמאל, מ'פאסמאקעוועט זיך מיט פאליטיק.

כ'וואלט מעורר געווען מער אנטקעגן לוקסוס, און נאכמאכן א צווייטן, געפעלן פאר "יענעם".

און אויך וואלט איך מער גערעדט עניני אמונה און בטחון והשגחה פרטית, און מער אהבת ה' (=געשמאק אין אידישקייט), און איבערגעטייטשט יעדע וואך פאר די תלמידים די ווערטער "אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו ורצית בנו, ורוממתנו מכל הלשונות, וקדשתנו במצוותיך, וקרבתנו מלכנו לעבודתך, ושמך הגדול והקדוש עלינו קראת", און זיכער געמאכט אז יעדער תלמיד קען דאס פון חלום ארויס. די אלע זאכן זענען ווי לופט צום אטעמען אין דעם דור.

קענען אויסענווייניג גאנץ בבא בתרא איז זייער חשוב, אבער מחמת איזה סיבה ארבעט עפעס נישט דער "המאור שבה יחזירנה למוטב".

דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

וע"ע כאן.

טאמבל סאס » מאנטאג יולי 2, 2012 8:47 pm

· #21348
שמעקעדיג פארפאלן דיינע ווערטער זענען מתוק מדבש. און די ערשטע נקודה וואס דו זאגסט וועגן חשובע אידן מיט פארדארבענע מדות האלט איך ליידער אזויפיל מיט יעדן טאג. ס'איז א שרעק וואספארא פראים די מזרח אידן און אפילו שיינע ת"ח קענען זיין צומאל, אז ס'פארשעמט די תורה וואס זיי לערנען . אויף די איז געזאגט געווארן . "נבילה טובה הימנו" ווען די צייט וועט מיך ערלויבן וועל איך אי"ה שערן מיטן עולם מיינע איבערלעבענישן מיט אזעלכע מביישי התורה. זאל די עולם וויסן וואס נישט צוטוהן און אויף וועלכן אופן נישט צו ערציען די קינדער.

א איד » מאנטאג יולי 2, 2012 9:26 pm

· #21358
דער שמעקעדיג איז עפעס אבנארמאל, מיט זיינע אנאליזן אין די אלע ענינים.

זר זהב » מאנטאג יולי 2, 2012 9:30 pm

· #21359
"צדיק ורע לו רשע וטוב לו" איז נישט א חק. ס'האט צענדליגער הסבירים, פשטים, תירוצים.

פריינדליך » מאנטאג יולי 2, 2012 9:43 pm

· #21362
שמעקעדיג
דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

די שטיקעל איז געשריבען געווארען מחוסר ידיעה, יעדער וואס האט נאר די מינדערסטע יד ושם און אידישקייט ווייסט אז די שטיקעל האט נישט קיין יסוד, {נישט געפערליך, נישט יעדער מוז אלעס וויסען} עס נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין,

עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט ענטפערן לפי המצב המקום והזמן, און עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט ענטפערן, און עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט טראכטען,

לאדיך אפ » מאנטאג יולי 2, 2012 11:07 pm

· #21394
פריינדליך
שמעקעדיג
דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

די שטיקל איז געשריבען געווארען מחוסר ידיעה, יעדער וואס האט נאר די מינדערסטע יד ושם און אידישקייט ווייסט אז די שטיקעל האט נישט קיין יסוד, {נישט געפערליך, נישט יעדער מוז אלעס וויסען} עס נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין,

עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט ענטפערן לפי המצב המקום והזמן, און עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט ענטפערן, און עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט טראכטען,

איך מיין אז די כוזרי זאגט אז עפעס וואס מען טאר נישט פרעגן דארף מען אוועקלויפן פון עס. מ'מעג פרעגן אבער נאר ווען מ'וויל וויסן און נישט ווען מ'וויל טשעלענדזשן! און מ'דארף אויך קענען עקסעפטן אן ענטפער פון "איך ווייס נישט", יקו.

איינער » מאנטאג יולי 2, 2012 11:10 pm

· #21395
יידל

פרידאם אף ספיטש וועט קיינמאל נישט באקומען קיין תורה'דיגן הסכמה צוליב די פילע פארבאטן וואס עס זענען דא אויף ספיטש ווי לדוגמא לשה"ר, רכיולות, מוציא ש"ר, וכו'

דאס מיינט נישט אז די רבנים דארף דאס אינפארסירן, לויט מיין פארשלאג וועלן די רבנים האבן פרייער האנט צו מעורר זיין איבער די חומר ענין.

איינער » מאנטאג יולי 2, 2012 11:27 pm

· #21403
שמעקעדיג

דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

זייער גוט ארויס געברענגט איין חלק פון מיין תגובה, אבער עס איז דא נאך א וויכטיגער חלק, פון זיין אפן אפילו פאר דראסטישע טוישונגען, צוליב גערעכטע קריטיק, פארשטייט זיך נאר עפ״י תורה.

ניו יארק » דינסטאג יולי 3, 2012 12:09 am

· #21411
איך זעה אז די אשכול איז אביסעל פארפארן פונעם ענין, וועל איך איבערפרעגן די זעלבע פראגע וואס פריינדליך האט געפרעגט מיט א קליינע הוספה.
דא און אמעריקע - בעסער געזאגט נוי יארק - זענען דא אסאך ערליי ארטאדאקסישע אידען, שומר תורה ומצוות. חסידישע-ליטווישע-יעשיווישע-יעקישע-מאדערענע-ליבאוויטשע-און נאך אסאך, א יעדער האט א אנדערע לעבנ'ס שטייגער, השקפות און סיסטעמ'ס. קענסטו אנווייזען אויף איינע פון די אויבערדערמאנטע אז זייער וועג איז די בעסטע? איז דא א וועג וואס דארט איז נישט די קיין drop outs אויף "זייער" מדרגה?

טעלעפאן » דינסטאג יולי 3, 2012 4:08 am

· #21423
איך מיין אז יעדער וועט מודה זיין אז די חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים. מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די מוסדות וכו׳ מחנך צו זיין אייערע קינדער. אננעמענדיג דעם כלל, איז דאך זיכער אז עס זענען דא פילע צובראכענע שטיבער וואס פאר סיי וואספארא סיבה קומען די קינדער ארויס נישט ווי עס דארף צו זיין... יעדער פאמיליע לויט זייער דרגה אין השקפה-חסידות, ד.מ. איך רעד אפילו פון מאדערן ארטאדאקס וכדו׳ אויף זייער לעוול. איז דערפאר שווער צו זאגן אז מען קען זעהן א ״סיסטעם״ אן ארויסגעפאלענע, דראפ אוטס וכדו׳..

נאר וואס דען? דער סיסטעם קען נישט זיין פערפעקט, אבער כאטש זאל דער סיסטעם נישט ״שטערן״ פון מחנך זיין. ד.ה. אז ווען דער מלמד-מנהל-מוסד איז ״שב ואל תעשה״ איז נאך גוט. וואס איז אבער ווען ער קומט זאגן-פסק׳נן פארקרומטע דעות (שטערן ועוד... ואכמ״ל) ?

איך גלייב אז דאס איז דער ערשטער סטעפ פאר א decent סיסטעם... די מלמדים זאלן נישט פירן אונזערע קינדער אין תהום און מיר זאלן זיך נישט דארפן פארענטפערן פאר אונזערע קינדער...

ניו יארק » דינסטאג יולי 3, 2012 8:05 am

· #21424
צוריק צום זעלבע פראגע, קענסט געבען א ביישפיל פון א געוויסע מוסדות/קרייז/קולטור פון צווישען די ארטאדאקסישע אידן וואס טוען ווי אזוי די זאגסט, און די חינוך איז דארט בעסער אויף זייער לעוועל?

יידל » דינסטאג יולי 3, 2012 9:04 am

· #21425
נוי יארק
איך זעה אז די אשכול איז אביסעל פארפארן פונעם ענין, וועל איך איבערפרעגן די זעלבע פראגע וואס פריינדליך האט געפרעגט מיט א קליינע הוספה.
דא און אמעריקע - בעסער געזאגט נוי יארק - זענען דא אסאך ערליי ארטאדאקסישע אידען, שומר תורה ומצוות. חסידישע-ליטווישע-יעשיווישע-יעקישע-מאדערענע-ליבאוויטשע-און נאך אסאך, א יעדער האט א אנדערע לעבנ'ס שטייגער, השקפות און סיסטעמ'ס. קענסטו אנווייזען אויף איינע פון די אויבערדערמאנטע אז זייער וועג איז די בעסטע? איז דא א וועג וואס דארט איז נישט די קיין drop outs אויף "זייער" מדרגה?

נניח אז נישט, איז וואס? דערפאר קענען מיר נישט זיין די בעסטע? פארוואס זאלן מיר נישט האבן א חינוך לשם ולתפארת?

ניו יארק » דינסטאג יולי 3, 2012 9:34 am

· #21430
אזוי ווי יעצט, קוקט נישט אויס ווי דער עולם איז צופרידען.
און טוישען צו א וועג וואס מען האט נישט קיין בלוי-פרינט ווי אזוי עס קוקט אויס, איז גאר גאר א גרויסע ריסק! איך מיין אז אינז וואלטען נישט איינגעשטעלט אונזערע קינדער אויף אזא עקספערימענט.

יידל » דינסטאג יולי 3, 2012 9:41 am

· #21432
נוי יארק
אזוי ווי יעצט, קוקט נישט אויס ווי דער עולם איז צופרידן.
און טוישן צו א וועג וואס מען האט נישט קיין בלוי-פרינט ווי אזוי עס קוקט אויס, איז גאר גאר א גרויסע ריסק! איך מיין אז אונז וואלטן נישט איינגעשטעלט אונזערע קינדער אויף אזא עקספערימענט.

במחילת כבודך, דו רעדסט נישט צום זאך. וואספארא ריסק איז דא אין נעמען מלמדים וואס ווייסן וויאזוי צו דיסציפלינירן אן שלאגן? וואס פאר א ריסק איז דא אין איינשטעלן א סיסטעם וועלכע זאל אונז אפהיטן פון מלמדים מנובלים? וואס פאר א ריסק איז דא אין איינשטעלן א סיסטעם ווי די וואס האלטן נישט ביים לערנען זאלן נישט משוגע ווערן פאר ליידיגייען נאר טון עפעס קאנסטראקטיוו?
איך רעד נישט פון סוויטשן דעם סיסטעם איבערנאכט, נאר מאכן א שטייטע טויש טריט ביי טריט. אגב ווי איך האב שוין אויבן דערמאנט האלט איך סיי ווי אז דער סיסטעם גייט זיך דראמאטיש טוישן איבער די קומענדיגע פופציג ביז הונדערט יאר. איך וואלט נאר געקענט באשטיין דאס זאל פאסירן יעצט ווען מיינע קינדער גייען אין די מוסדות, און נישט ווען מיינע אור אייניקלעך וועלן גיין אין די מוסדות.

נח געציל » דינסטאג יולי 3, 2012 2:41 pm

· #21496
דער אמת איז אז דער אזויגערופענער סיסטעם האלט זיך אין איין טוישן סייווי, כאטש קען זיין אויף א לאנגזאמע ראטע. די מלמדים היינט זענען נישט אזויווי די מלמדים פון אמאל, אפילו אין די עקסטרעמסטע מוסדות גיבט מען שוין היינט מער אקטיוויטי, מען שלאגט ווייניגער, א.א.וו. עס קען זיין אז דער טויש איז שטערקער ביי די קלענערע, אבער עס רוקט זיך צוביסלעך ארויף.

אויך לגבי אביוז ווערן זאכן בעסער, די מוסדות גלייבן שוין היינט אזא אזא זאך קען פאסירן, און אין חדר רעדט מען שוין געוויסע זאכן צו די קינדער איבער זיך אפהיטן פון שעדליכע עלעמענטן אפילו מיט לאנגע בערד. כ'האב נישט געזאגט אז מען רופט נחןם ראזנבערג האלטן דרשות, אבער מען טוט מער ווי אמאל.

מען דארף נעמען אין באטראכט אז אונזער סיסטעם איז נאך בעצם א רעלאטיוו נייע סיסטעם, ווי אויך דארף מען געדענקען אז ווען די חסיד'ישע מוסדות אין אמעריקא זענען געגרינדעט געווארן איז געווען דער גרעסטער ציל צו בויען א חסיד'ישע אידישקייט אין אמעריקא, במילא איז אסאך דגוש געלייגט געווארן אויף דעם. יעצט אז רוב תלמידים גייען שוין אטאמאטיש מיט הוט און רעקל, און תלמידות אטאמאטיש בצניעות, קען מען אנהויבן לייגן מער דגוש אויף אנדערע חלקים און צו פארזיכערן א מער תכלית'דיגע עדיוקעישאן.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 3, 2012 3:46 pm

· #21500
נח געציל
אויך דארף מען געדענקען אז ווען די חסיד'ישע מוסדות אין אמעריקא זענען געגרינדעט געווארן איז געווען דער גרעסטער ציל צו בויען א חסיד'ישע אידישקייט אין אמעריקא, במילא איז אסאך דגוש געלייגט געווארן אויף דעם. יעצט אז רוב תלמידים גייען שוין אטאמאטיש מיט הוט און רעקל, און תלמידות אטאמאטיש בצניעות, קען מען אנהויבן לייגן מער דגוש אויף אנדערע חלקים און צו פארזיכערן א מער תכלית'דיגע עדיוקעישאן.

ווי למשל? אסר'ן די שטערן? און סמארטפאונס אפילו מיט א פילטער? אסר'ן סאנסא קליפס? און האקן אויף וואס מען קען נאר, און זיין ביזי מיטן א.ג. סור מרע? וואו איז אביסל עשה טוב און גוטע מדות?

סך הכל מיט וואס די קינדער זענען ביזי איז פאן מיט פאליטיק, און גלייבן אין רבי'ן שליט"א. זיי וואקסן אויף אנגעשטאפט מיט נארישקייטן. דאס איז אידישקייט היינט. האקן אויף יענעם, און מ׳גלייבט ווי די שאף אז פארדעם גייט מען גיין אין גן עדן

נולד מאוחר » מיטוואך יולי 4, 2012 4:52 am

· #21594
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1002">viewtopic.php?f=4&t=1002</a><!-- l --> סקימט אויך פין די סיסטעם מדרייט זיך ליידיג אין ישיבה רוב טאג

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 4, 2012 1:02 pm

· #21636
ניין, ס'איז נישט פארהאנען קיין סיסטעם וואס איז כולו טוב.
יעדע סעקטע אינערהאלב אידישקייט, אפילו די וואס זענען אפען צו שינוים אין אלע ענינים, איז ווייט פון 100% גוט. (ביודעי קאמינא)
נאר וואס יא?
טאקע דאס: מיר דארפען נישט קיין סיסטעם!!! ב"לא"!!
מ'דארף נישט איינפירען, אויפקלערן, אפשטיפען וכדומה. איין זאך: לאז יעדעם טועהן וויאזוי ס'שמעקט אים.
וויל ער לערנען אין ישיבה? כל הכבוד
וויל ער גיין ארבעטען? כל הכבוד
חתונה האבן ביי 18? כל הכבוד
חתונה האבן ביי 25? כל הכבוד
וויל ער וואוינען 10 מייל אוועק פון שווער/שוויגער? כל הכבוד
כהנה וכהנה, ס'איז נישט דא א כלל, א ONE SIZE FITS ALL, זאל יעדער טועהן וויאזוי ס'שמעקט אים.
IN THE WORST CASE אויב ער האט חרטה אויף זיין מהלך, AT LEAST האט ער קיין טענות אויף קיינעם.
לאמיר איבערלאזן דאס ווארט סיסטעם פאר קאמפיוטער'ס, דיסטריאטער'ס, און פאר פארענצ'ס-צוזאם-שטעלער.

נח געציל » מיטוואך יולי 4, 2012 6:03 pm

· #21747
שמעקעדיג
נח געציל
אויך דארף מען געדענקען אז ווען די חסיד'ישע מוסדות אין אמעריקא זענען געגרינדעט געווארן איז געווען דער גרעסטער ציל צו בויען א חסיד'ישע אידישקייט אין אמעריקא, במילא איז אסאך דגוש געלייגט געווארן אויף דעם. יעצט אז רוב תלמידים גייען שוין אטאמאטיש מיט הוט און רעקל, און תלמידות אטאמאטיש בצניעות, קען מען אנהויבן לייגן מער דגוש אויף אנדערע חלקים און צו פארזיכערן א מער תכלית'דיגע עדיוקעישאן.

ווי למשל? אסר'ן די שטערן? און סמארטפאונס אפילו מיט א פילטער? אסר'ן סאנסא קליפס? און האקן אויף וואס מען קען נאר, און זיין ביזי מיטן א.ג. סור מרע? וואו איז אביסל עשה טוב און גוטע מדות?

סך הכל מיט וואס די קינדער זענען ביזי איז פאן מיט פאליטיק, און גלייבן אין רבי'ן שליט"א. זיי וואקסן אויף אנגעשטאפט מיט נארישקייטן. דאס איז אידישקייט היינט. האקן אויף יענעם, און מ׳גלייבט ווי די שאף אז פארדעם גייט מען גיין אין גן עדן

דאס אז עס הערשט א קאמפעטישאן ווער עס קען זיין מער "פרום" איז א באזונדערע פראבלעם, ווייל דא ברענגט אז די ראדיקאלע האבן אייביג אן אויבערהאנט ווייל קיינער וויל נישט הייסן די שוואכערע מוסד, און דאס ברויך טאקע אויך א תיקון. אבער דאס נעמט נישט אוועק פון דעם אז עס קומען צוביסלעך פאר פארבעסערונגען. כ'האב נישט געזאגט אז עס איז אן עולם התיקון, אבער אז מען הייבט אן אהערשטעלן א בעסערע און מער אינטערעסאנטע סדר הלימוד ווייזט אז מען רוקט זיך ארויף.

נולד מאוחר » דאנערשטאג יולי 5, 2012 2:33 am

· #21834
טוישן די סיסטעם הערט זיך שרעקעדיג און שווער, אנשטאט דעם דארף מען רעדן מער פון פרטיות'דיגע זאכן. איז דא זאכן אין אונזער סיסטעם וואס קען און דארף און מוז און זאל בעסער ווערן?
צו דערנאך וועט אלעס זיין הונדערט פראצענט? ניין? נו איז וואס, גיין פון פינף פראצענט צו פופציג איז נישט קיין חיוב?
דער עולם רעדט דא פון די חינוך סיסטעם און דראפאויטס. ס'איז נישט נאר דאס.

מעדזשאריטי פון בחורים הרג'נען אוועק די יארן פין די 13 ביז די אכצן. כדי בחורים זאלן נישט דרייוון אן לייסענס און נישט ברעכן שלעסער אדער טשעפנען דעם ערל וואס רוימט אויף נאך זיי, מוז מען געבן אינטערטענמענט פאר זיי. זאל זיין צוויי טיעמס אין ישיבה פאר בעיסבאל, פאט-באל, האקי, טעניס. זאל זיין א בייקינג, סקעטינג, מוזיק ארט גרופ אין ישיבה.

די שידוכים סיסטעם דארף א שטארקע טויש. פארוואס דארף מייין מאמע חתונה האבן מיט דעם בחור וואס מיין זיידע האט געגליכן און איך מיט די מיידל וואס מיין מאמע האט געגליכן? אדער גאר געגליכן איר באבע'ס "שיינע משפחה". מען מוז געבן א שטערקערע סעי פאר די בחור/מיידל, אפי' די עלטערן שמעקט עס נישט, ס'איז נישט זייער לעבן, ס'מיינס.

און דאס קען נאר זיין מיט אן הקדמה אז די בחורים זאלן האבן מער עקספויזשער צו מיידלעך (דאס ווייס איך נישט פונקטליך ווי אזוי אויסצוארבעטן) כדי זיי זאלן וויסן וואס דאס איז. נישט מ'זאל זיצן ביים בעשוי ווי א גולם.

די פיינע עלטערן פרעגן דעם קינד נאכן בעשוי: "נא, ווילסט דעם שידוך?" דער בחור האט נישט קיין אנונג פארוואס יא צו וועלן פארוואס נישט צו וועלן. ס' איז אזוי ווי איינער קומט אריין די ערשטע מאל אין א רעסטוראנט און ער דארף זאגן וואס ער גלייכט פון די מעניו בשעת ער האט נישט קיין אנונג וואס די זאכן זענען.

די שייכות וואס רוב מענער האבן מיט זייערע ווייבער איז געפערליך שלעכט. ס'איז בעיקר טעקניקאל, ער ברענגט פרנסה, זי קאכט. ער מאכט קידוש, זי וואשט די וועש. רוב אינגעלייט פרייען זיך - אדער עכ"פ ס'באדערט זיי נישט - אז די ווייב איז אוועק פון דערהיים פאר ניין וואכן. כ'האב גערעדט מיט א מאדערנער איד, זאגט ער "איך וואלט עס נישט אויסגעהאלטן, איי וואלד מיס הער".

אודאי אז מיין טאטע איז מחליט מיט וועם איך זאל וואוינען קען איך באשטיין אז זי זאל זיין אוועק פון דערהיים, און די אינגעלייט דארפן עס טאקע האבן, מ'דארף מנוחה פון די ווייבער, אנשטאט וואס די ווייב דארף זיין דער וואס ברענגט מנוחה.
די רבנים וואלטן געדארפט הייסן מען מוז ארויסגיין אדער אינדערהיים איין מאל א וואך פארברענגען מיט די ווייב, נישט רעדן הויז זאכן, סתם טשילען, שפילן א געים, ליינען א בוך, שפאצירן, עסן.

פארשטייט זיך אז מען דארף אין סקול צוגרייטן די מיידלעך דערצו. עט ליסט אזויפיל מאל ווי מען רעדט פון צניעת זאל מען רעדן וועגן די נושא.

ביי די וועי, די אבסעשן פון צניעת דארף זיך ענדיגן, מ'קען דאס אויסלערנען, חזר'ן, און געגאנגען ווייטער. מען דארף נישט הרג'נען זייער אימוישנס. זיי דארפן נישט זיין ביזי א גאנצן טאג שלעפן די קלייד אהער און אהין, ח"ו א מאן וועט זען.

פריינדליך » דאנערשטאג יולי 5, 2012 2:48 am

· #21836
נולד האט אנגערירט צוויי נקידות וואס דאס זענענן די סאמע צוויי וויכטיגסטע נקידות

1 ) שלום בית 2) שידוכים

אין די נושא האב איך שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול און דעבאטירען די פאלגענדע שאלה:

אלמלי עס שטעלט זיך יעצט אויף איינער, לאמיר זאגן ר' אהרן ביי זיין קהלה און ר' זלמן לייב ביי זיין קהלה, און זיי זאגן אז רוב גדרים בנוגע לבוש איז געווען א טעות. און עס איז אין די הענט פון די אינגעלייט מחליט צו זיין וויאזוי זייערע ווייבער זאלן גיין, יא צוגעדעקט/נישט צוגעדעקט, יא שפיצל/נישט שפיצל, יא לאנגע שייטל/נישט לאנגע שייטל, אדער נאר א פראנט, יא שווארצע שטרימפ/נישט שווארצע שטרימפ, אא"וו. און מען גייט קלאר זאגן אז מען גייט קיינעם נישט אראפקוקן אויב מען מאכט א טויש, אדרבה עס איז גאר א גוטע זאך צו טוישן כדי מען זאל זיין באמת מיט זיך.

וופיל פראצענט אינגעלייט וואלטן געבליבן אזוי ווי בעפאר און גארנישט געטוישט?

יידל » דאנערשטאג יולי 5, 2012 9:32 am

· #21844
רעד נישט נאר פון פרויען לבוש, רעד פון מענער לבוש. מיט א רעקל אן א רעקל, מיט א בארד אן א בארד, מיט א שטריימל אן שטריימל ,א רעשוואלקע מיט א שאל אין די זומער צו גאר א טי-שוירט מיט שארטס וכו'

פריינדליך » דאנערשטאג יולי 5, 2012 10:34 am

· #21852
האסט נישט געכאפט מיין נקודה, ביי די מענער איז איז די לבוש ביי יעדעם אייניג ( און יעדע קהלה פארזוך )
עס איז ביי די פרויען וואס דארט כאפט די חילוק און די קהלה אליינס, אז ביי איינעם גייט מען פרומער ווי ביי א צווייטען, איז די שאלה האלט דען די אינגערמאן דערביי אדער ער איז נאר געצונגען דערצו?

און אמת׳ן אריין למאי נפקא מינה? ער האט חתונה געהאט צו אזא שטוב מוז זיין ווייב אזוי גיין,
עס איז אבער נישט אזוי, ווייל האט מען אים דען געפרעגט? רוב שידוכים איז דאך סיי וויי נאר בעיקר אז די מחותנים שטימען, חתן כלה זענענן א מינדערוויכטיגע פעקטער אינעם שפיל,

איז דען דא א אנדערע סיסטעם? ניין! ווייל די ליטווישע סיסטעם איז ערגער, און די גוי׳שע נאך ערגער, אלאי מאי מיט אלע חסרונות איז די סיסטעם נאך די בעסטע,

דערפאר? איך ווייס אליינס נישט ,

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 5, 2012 10:46 am

· #21856
יא, אזוי נעבעך קוקען מיר אויס, אלעס דרייט זיך ארום חיצונית, די לבוש. כאילו אויף דעם שטייט אידישקייט.
אין יהדות איז אלץ געווען "חינוך" א פארהייליגטע פליכט, מיט דעם האבן מיר זיך אלץ געהאלטן שטאלץ. און יעצט? קוק נאר די חינוך וועלט, סארא שאנדע!
לאמיר רעדן די חיצונית'דיגע שפראך, וועלכע בנינים זענען שענער? וואו אינוועסטירט מען מער געלט? אין היכל-הטיש אדער אין בנין הישיבה?
כאפט נאר א בליק וויאזוי די קעמפאס'ן פון די גרויסע יוניווערסיטעטען זעהן אויס, ס'איז פשוט א נחת איבערצונעכטיגן דארט.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 5, 2012 7:26 pm

· #22032
פריינדליך
איז דען דא א אנדערע סיסטעם? ניין! ווייל די ליטווישע סיסטעם איז ערגער, און די גוי׳שע נאך ערגער, אלאי מאי מיט אלע חסרונות איז די סיסטעם נאך די בעסטע,

דערפאר? איך ווייס אליינס נישט ,

וואס איז אזוי שלעכט מיט די ליטווישע סיסטעם פון דעיטן? און פליז זאג מיר נישט אז דארט זעט מען מער גיטין ווייל דעי תירוץ גייט שוין ארויס פון די לינקע פיאה.

פריינדליך » דאנערשטאג יולי 5, 2012 7:31 pm

· #22034
געפילטע פיש
און פליז זאג מיר נישט אז דארט זעט מען מער גיטין ווייל דעי תירוץ גייט שוין ארויס פון די לינקע פיאה.

עס איז אמת אדער נישט? וואס א נפקה מינה ווי עס גייט אבער פון ווי עס קימט?

אראפצולייגען די חסרונות דארט קען נאר א ליטוואק, זיי וואלטען זיך געוואנטשען צו טוישען צו אינזער סיסטעם,

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 5, 2012 7:34 pm

· #22035
פריינדליך
געפילטע פיש
און פליז זאג מיר נישט אז דארט זעט מען מער גיטין ווייל דעי תירוץ גייט שוין ארויס פון די לינקע פיאה.

עס איז אמת אדער נישט? וואס א נפקה מינה ווי עס גייט אבער פון ווי עס קימט?

איך בין נישט געגאנגען ציילן, אבער אויב איז יא דא מער דארט איז עס ווייל ס'נישט אזא סטיגמא ווי ביי אונז, אזוי ווי ס'שוין געווארן אויסגעשמועסט צענדליגע מאל, און דאס האב איך געמיינט מיט די לינקע פיאה.
פריינדליך
אראפצולייגען די חסרונות דארט קען נאר א ליטוואק, זיי וואלטען זיך געוואנטשען צו טוישען צו אינזער סיסטעם,

"זיי" האבן דיר דאס אליין געזאגט?

אשכנ » דאנערשטאג יולי 5, 2012 11:31 pm

· #22076
איך קען אסאך ליטווישע, און גאר ווייניג ווילען טוישן זייער סיסטעם. ביי בני תורה גלייב איך נישט אז עס איז דא מער גיטין ל"ע דארטן.

לעמיל » פרייטאג יולי 6, 2012 10:00 am

· #22106
קאווע טרינקער
ניין, ס'איז נישט פארהאנען קיין סיסטעם וואס איז כולו טוב.
יעדע סעקטע אינערהאלב אידישקייט, אפילו די וואס זענען אפען צו שינוים אין אלע ענינים, איז ווייט פון 100% גוט. (ביודעי קאמינא)
נאר וואס יא?
טאקע דאס: מיר דארפען נישט קיין סיסטעם!!! ב"לא"!!
מ'דארף נישט איינפירען, אויפקלערן, אפשטיפען וכדומה. איין זאך: לאז יעדעם טועהן וויאזוי ס'שמעקט אים.
וויל ער לערנען אין ישיבה? כל הכבוד
וויל ער גיין ארבעטען? כל הכבוד
חתונה האבן ביי 18? כל הכבוד
חתונה האבן ביי 25? כל הכבוד
וויל ער וואוינען 10 מייל אוועק פון שווער/שוויגער? כל הכבוד
כהנה וכהנה, ס'איז נישט דא א כלל, א ONE SIZE FITS ALL, זאל יעדער טועהן וויאזוי ס'שמעקט אים.
IN THE WORST CASE אויב ער האט חרטה אויף זיין מהלך, AT LEAST האט ער קיין טענות אויף קיינעם.
לאמיר איבערלאזן דאס ווארט סיסטעם פאר קאמפיוטער'ס, דיסטריאטער'ס, און פאר פארענצ'ס-צוזאם-שטעלער.

איך האב אמאל געהערט א שמועס פין א באוויסטע ראש ישיבה האט ער געזאגט פאר בחורים אז בחורים זאגען אייביג אז די ישיבה איז נישט גוט מיט דעים נישט גוט מיט יענץ מ'דארף מאכען אזוי, טוישען די סדר, זאגט ער ווען מ'זאל מאכען די ישיבה וויאזוי עינק ווילען ס'זאל זיין, ווער פין עינק ווען ער דארף ווען שיקען א קינד אין ישיבה וואלט ער אים געשיקט צו אזא ישיבה??? זיכער אז קיינער ווייל יעדער וויל זיין אין א גיטע ישיבה......... איך מיין אז מיט די סיסטען איז די זעלבע זאך עס איז גרינג צו זאגען אבער קיינער באמת וויל נישט עס זאל זיין אזוי ער זאגט דא אז ער וויל עס זאל זיין ודו"ק

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 6, 2012 10:33 am

· #22114
לעמיל

ספיק פאר יארסעלף. איך וואלט זייער געוואלט אז אויב גייט מיין זון נישט זיין די נעקסטע פוסק הדור, זאל ער קענען גיין זיך לערנען עפעס אן די קאנסיקווענסן פון "שאטן פאר א שידוך", און אז ווען ער איז שוין גענוג מאטשור צו מאכן לעבנסלענגליכע החלטות, זאל ער חתונה האבן מיט א מיידל וועם ער האט ליב.
און אז מיין טאכטער זאל נישט ווערן אנגעבאקן מיט די אלע הוילע שטותים וואס מ'האקט אריין אין די מיידלעך.
דו נישט?

לעמיל » פרייטאג יולי 6, 2012 10:38 am

· #22116
די ווילסט טאקע אז דיין זין זאל גיין אין גאס אין וועם עס געפעילט אים מיט איר זאל ער חתונה האבען???

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 6, 2012 11:22 am

· #22135
לעמיל
די ווילסט טאקע אז דיין זין זאל גיין אין גאס אין וועם עס געפעילט אים מיט איר זאל ער חתונה האבען???

פארוואס מיזטו שפרינגען צום פארקערטן עקסטרים?
כ'האב געשריבן "ווען ער איז שוין גענוג מאטשור צו מאכן לעבנסלענגליכע החלטות", דאס הייסט נישט ביי מיר טרעפן א מיידל אויפן גאס.

לעמיל » פרייטאג יולי 6, 2012 11:25 am

· #22136
ווען די האלסט אז ער איז גענוג מאטשור אדער ווען ער איז מחליט אז ער איז שוין גענוג מאטשור??

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 6, 2012 11:28 am

· #22138
לעמיל
די ווילסט טאקע אז דיין זין זאל גיין אין גאס אין וועם עס געפעילט אים מיט איר זאל ער חתונה האבען???

וואס ווילסטו ביסט א גרוש 33 ווילסט דיין מאמע זאל קערנעמען וועלכע מיידל זאלסט חתונה האבן?
פארשטייט זיך מגייט דיך נישט אלהס זאגן פארדעם. סדא זאכן וואס דארפסט נישט וויסן וועגן די מיידל פאר די האסט חתונה.

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 6, 2012 11:37 am

· #22142
לעמיל
ווען די האלסט אז ער איז גענוג מאטשור אדער ווען ער איז מחליט אז ער איז שוין גענוג מאטשור??

אויב גיי איך דיר ענטפערן גייסטו טרעפן נאך אירעלעווענט שאלות צו פרעגען? פרעג cha-cha.

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 6, 2012 11:49 am

· #22149
פריינדליך
געפילטע פיש
און פליז זאג מיר נישט אז דארט זעט מען מער גיטין ווייל דעי תירוץ גייט שוין ארויס פון די לינקע פיאה.

עס איז אמת אדער נישט? וואס א נפקה מינה ווי עס גייט אבער פון ווי עס קימט?

אראפצולייגען די חסרונות דארט קען נאר א ליטוואק, זיי וואלטען זיך געוואנטשען צו טוישען צו אינזער סיסטעם,

ביז זיי וואלטן דאס אליינס אויספאבירט וואס סמיינט א שידיכם סיסטעם פין מזווגין לאדם לפי זיין באבע'ס מעשיוו' אנשטאט 'לפי מעשיו' אין פריוואטאר פארם איז דא א זייער ווייטאגליכער אשכול, איינער( נישט די ניק איינער)רעדט זיך אפ ווי ווייט זיין ווייב איז אפגרעריקט פין עם אין רב נושיאם וואס א מענטשש זיכט זיין ווייב זאל זיין גלייך מיט עם. ליידער איז דאס זייער אן אפטער ערשיינונג, ער איז בכלל נישט קיין אויסנאם.

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 6, 2012 3:27 pm

· #22237
[ציטאט אראפגענומען]

די פירערס איז א וועסט אף טיים צי רעדן צי זיי. אדער דארף מען ווארטן ביז זיי שטארבן אויס, אדער זיי אומווארפן אזוי ווי ס'האט לעצטענס פאסירט אין די אראבישע לענדער.
בכלל בין איך נישט זיכער אז מיר דארפן די פירערס זאל טוישן דח סיסטעם, ליברשט דארפן מיר איינהאהדלען גרעסער אייער אין טאן וואס מיר פארשטיין אז סאיז ריכטיג.

טעלעפאן » מוצ"ש יולי 7, 2012 10:26 pm

· #22283
לאמיר זאגן אז אונזער סיסטעם פון בעשוי איז יא גוט, וועסטו דאך אבער מודה זיין אז לכה״פ די האלבע שעה וואס דער בחור און מיידל זיצן צוזאמען זאל דער בחור/מיידל האבן א רעכט צו קוקן אויב ער/זי געפעלט אים/איר. דאס איז דאך אבער נישט דער פאל ביי אונזער סיסטעם... אנשטאט, באשליסן די טאטע-מאמע - און העכסטענס דער שדכן אדער א מומע....- צו עס איז א פאסיגער פאר, און מען זעצט זיי נאר צוזאם משום מנהג אבותינו בידינו און מען צוטיילט זיי ווי שנעלער נישט צוצוקומען צו...

העולה על כולנה? ווען דער סיסטעם זאל זיך פירן לויט אירע אייגענע פארשריפטן וואלט געווען א האלבע ישועה!
בלאט: 1 2 3 4