איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?
155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #996
איך מיין אז תורה שבעל פה מיינט די די מצוות דרבנן, הלכות לדוגמה לא תבערו אש, אז ס'מיין אנצינדען, און נישט ברענען, און אלס דעם זענען צדוקים ביתוסים, כופרים.
נניח אז זוהר איז יא א חלק פון תושבע"פ, מיינט אבער נישט אז איינער וואס האלט אז ס'נישט נוגע למעשה איז א כופר.
די טראכסט אז עס איז דא א חילוק צווישען מצות און אגדה/לימוד, וואס עפעס טראכסט אזוינס נאר ביי זוהר?
איך וועל דיר מסביר זיין מיין שאלה. עס איז דא א גמרא פון כל מזונתיו של אדם קצובין לו מראש השנה וכו׳
איינער וואס גלייבט נישט און די חז״ל איז דאך לכאורה א כופר. די זעלבע ענליכע זאך איז דא און זהר אויך.
איז מיין שאלה איינער וואס וועט לייקענענן אזא שטיקעל זהר. וועט ער הייסען א כופר אדער נישט??
לאו דוקא, קודם כל, נישט יעדע תני רב תחליפא מוז זיין אז דאס איז געווען די פארפולער קאנסענסוס, אפשר איז געווען אנדערע אמוראים וואס האבן געהאלטן אנדערש, און לאמיר זאגן אז יא, קענסט דאך לערנען אסאך פשטים אין דעם, אז נישט ממש, ס'מיינט נאר ווי צופרידען ער וועט זיין וכו' נאך אזעלכע חסידישע תורות, סא איינער וואס האלט אז אויב גייט ער נישט בעטן קיין רעיז גייט ער נישט דעקן די חודש ווערט נאך נישט קיין כופר פאר דעם. און איינער וואס גייט דורך א שווערע מצב און ס'איז עם שווער צו אינטערנעלייזען יעצט אז אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אא"כ... הייסט אויך נישט קיין כופר, חוצמזה וואס ס'דא וואס קריגען זיך מיט די לעוועל פון השגחה.
איך מיין אבער אז מיר זענען פארקראכן פון די שמועס דא, ווער דען אויב נישט דו זאל וועלן אז דער עולם זאל שמועסן וועגן די גוטע זאכן פון די סיסטעם? קענסט עפענען א אשכול דן צו זיין גדרי כופר, מי ומי ההולכים.
סנישט מסתבר אז מיין זיידע וואס האט געלעבט פאר די זהור איז נתגלה געווארן האט נישט געהאט קיין אנונג פין די זוהר ,זיין אייניקעל וואס האלט אז חזל האבן דאס ניט געשריבען אדער אז געוויסע שטיקלעך איז אריינגעשווערץ געווארן זאל דארפאר ווערן אויסגעשלאסן פין כלל ישראל.
אז איינכר גלייבט נישט אין פאלטשע ירושלמי וואס חזל האבן גישריבן איז ער א כופר?
אז אן ארטעדאקסישע חוקר האט ריאות ברירת אז זוהר איז נישט געשריסען געווארן דורך ר שמעון איז ער נישט קיין כופר.
נאכמכר אפי מען זאל הייהט טרעפן כתבי ידות וואס אביי האט געשריבן ,גייט דאס נישט ארעין אין כלל פין תורה שבלפה וואס די רמבם זאגט אז מאיז א כופר אייב מען לייקכנט דאס. וויבאלד סאיז נישט דורך די חתימותהתלמוד קאמיטע.
אזוי איז די רמבם מסביר די שטארקייט פין תלמוד.
ווי קומט עס דא אריין?
סשטייט אין זהור די עדזש פין די וועלט? כמיין אין זהור איז משמכ אז די וועלט איז עלטער פין 5000 יאר.בונה עלמות ומחריב שרייבט די תפארת ישראל לייגט צי נאך אפרר טטיזענט יאר פאר סראשית ברא.
פריינדליךדי טראכסט אז עס איז דא א חילוק צווישען מצות און אגדה/לימוד, וואס עפעס טראכסט אזוינס נאר ביי זוהר?
איך וועל דיר מסביר זיין מיין שאלה. עס איז דא א גמרא פון כל מזונתיו של אדם קצובין לו מראש השנה וכו׳
איינער וואס גלייבט נישט און די חז״ל איז דאך לכאורה א כופר. די זעלבע ענליכע זאך איז דא און זהר אויך.
איז מיין שאלה איינער וואס וועט לייקענענן אזא שטיקעל זהר. וועט ער הייסען א כופר אדער נישט??
ס'שטייט אין תורה ואהבת לרעך כמוך און אין די תורה חדשה ( new testement)להבדיל שטייט אויך ואהבת לריעך, אז איינער לייקענט אין די נייע תורה איז ער א כופר?
פריינדליךאיך האלט נאך נישט ביים יעב״ץ
איך פרעג א טריקענע שאלה לגבי זוהר וואס געשריבען געווארען דורוך די חז״ל, איינער וואס זאגט אנדער אדער ער גלייבט נישט דערין. הייסט ער א כופר אדער נישט??
צווישן די היינטיגע פוסקים איז עס א מחלוקת צווישן הגר"ח קנייבסקי (וועלכער שרייבט אז איינער וואס גלייבט נישט אין זוהר איז נישט ראוי מצרף צו זיין צו א מנין) און הגר"ע יוסף.
אבער מ'דארף פארשטיין אז די שאלה איז נישט אויפגעקומען היינט. דער הייליגער רמ"א האט נישט געוואוסט פאר זיכער ווער עס האט געשריבן דעם זוהר. קוק נאר וואס ער שרייבט אין דרכי משה יו"ד סי' ס"ה ס"ק י"ב, וז"ל: "
שמעתי כי בעל ספר הזוהר הוא סתם רבי שמעון המוזכר בתלמוד שהוא רשב"י".
אבער עס גייט פיל ווייטער ווי דעם. דער יעב"ץ האט מען שוין פריער געברענגט. קוק נאר אריין אין זיין
מטפחת ספרים. עס איז אויך באקאנט די ווערטער פונעם חת"ס וואס ער האט געזאגט אויף ר' משה קוניץ'ס "
בן יוחאי", ווי הר"מ קוניץ פרובירט צו פארענטפערן די ראיות פונעם יעב"ץ.
דער הייליגער נודע ביהודה שרייבט ווי פאלגנד:
נודע ביהודהוהנה זה לא יכחישו כל בעלי הזוהר ובעלי כתבי האר"י, שאין הזוהר מקובל ביד האומה הישראלית דור אחר דור איש מפי איש, כמו שמקובל בידינו המשנה והתלמוד בבלי וירושלמי וספרי וספרא ותוספתא ומכילתא מפי התנאים והאמוראים, דור אחר דור עד חכמי המשנה והתלמוד בעצמם, והם מפי כנה"ג מפי הנביאים איש מפי איש, עד משה מפי הגבורה, ומעתה נדון ק"ו, אם במה שמקובל בידינו אמרו כלל גדול, כל ברייתא דלא מתניי' בי' ר' חייא ור' אושעי' לא מתבינן מינה, הרי שחששו שלא נמלטו מן הטעות והשיבוש, וכמה פעמים אמרו אטו מתרצתא היא משבשתא היא, ואיך נסמוך על כתובים הנמצאים כמה מאות שנה אחר מיתת רשב"י, ולאו רשב"י חתום על דבר ודבר, ואם הרבה דברים יצאו ממנו מי יודע כמה נתוספו עליהם, ואפילו באותן שיצאו ממנו מי יודע אם לא נשתבשו.
דער בעל תשובה מאהבה, תלמידו של הנודע ביהודה שרייבט:
[quote="
תשובה מאהבה חלק א סימן כו"]את זה כתבתי לדעת האיש ההוא שהספר הזוהר כלו קדוש אבל אני אומר
הריני נשבע בתורת ה' שבספר הזוהר נמצאו כמה זיופים וקלקולים אשר הוסיפו ועלה אחת מתלמוד בבלי הויות דאביי ורבא קדוש יותר מכל ספר הזוהר …כי אם אמת הדבר שהחבור הזה הוא מהתנא ר' שמעון בר יוחאי אשר ר' יהודה הנשיא קבל גם ממנו כמבואר בהקדמ' הרמב"ם לספרו יד החזקה איך לא זכר את הספר הזה בחבורו ש"ס משניות או בשום מקום ואף ר' יוחנן שחיבר תלמוד ירושלמית אינו מזכירו בשום מקום ורבינא ורב אשי שחברו תלמוד בבלי מאה שנים אחר חבור תלמוד ירושלמי, והיו סוף אמוראים ולא שמו רמז בכל התלמוד מספר הזוהר ורבה בר נחמני שחיבר רבות ושוחר טוב וכיוצא בהם הרבה לא זכרו מחבור רשב"י. גם רבנן סבוראי והגאונים והרי"ף והרמב"ם ורש"י ותוס' והרמב"ן והרשב"א והרא"ש והטור, והילקוט שמעוני אשר אסף ולקט כל המדרשות והמכילתות והברייתות, כלם לא ידעו ולא ראו ממנו דבר עד שזה קרו' לשלש מאות שנים ענו ואמרו שמצאוהו ואיזהי כנסיה אשר קבלוהו בכנופיה, כמו תלמוד בבלי וירושל'… ואין אני חלילה מטיל דופי ופגם בכבוד התנא אלדי ר' שמעון בר יוחאי, כי הוא היה מחסידי עליון אלא אני אומר
לאו גושפנקא דרשב"י ועזקתיה חתום עליה,
ומי שיש לו חצי דעת יגיד כן שהרי נזכרו בספר הזוהר כמה תנאים ואמוראי' שהיו אחר רשב"י שנים רבות במספר והארכתי בזה במקום אחר מפי ספורים ומפי ספרים כמבואר בס' מטפחת להגאון מוה' יעב"ץ זצלל"ה שגזר אומר שחלו בו ידים מזייפים וחשד את החכם ר' משה דיליון יעיי"ש.[/quote]
דער בעל תשובה מאהבה שרייבט אויך אין א צווייטע פלאץ בשם הג"ר יונתן אייבשיטץ:
תשובה מאהבהחי נפשי כי שמעתי בנעורי מפי הגאון המקובל הגדול שהי' יודע הזוהר וכל ספרי האר"י ז"ל בע"פ, הוא הרב מוהר"ר יונתן אייבשיטץ זצ"ל, שהי' אומר לשומעי דבריו בעניני הקבלה, כשראה שהם מפקפקים בהם, ואמר אם לא תאמינו אין בכך כלום, כי אין אלו מעיקרי אמונתנו, וכן היה אומר לאלו המביאים הקדמות מדברי הקבלה ליישב איזו גמרא או מדרש, לא חפצתי בזאת, ומה חדוש עפ"י הקבלה תוכל ליישב מה שתרצה, אמור לי הפשט הברור ע"י נגלה ואז אודך.
א תלמיד פונעם חת"ס איז מעיד אז זיין רבי האט אים געזאגט אויפן זוהר ווי פאלגנד:
[ציטאט אראפגענומען]
לאמיר נישט רעדן וועגן אונז. לאמיר רעדן וועגן די אלע אויבן דערמאנטע. זענען זיי כופרים (חלילה)?
יידללאמיר נישט רעדן וועגן אונז. לאמיר רעדן וועגן די אלע אויבן דערמאנטע. זענען זיי כופרים (חלילה)?
לאמיר פאר א מינוט פראבירען צו רעדן פון דיין מהלך, ווי אזוי איז עס במציאות?
איז מען שוין גארנישט מחיוב צו גלייבען צוליב די טעמים וואס די ברענגסט בשם חת"ס/נ"ב?
איז יעדער פאר זיך א בר הכי אפצומאכען אז איף גלייב נישט, און...... דעיסט איט?
קען - למשל - א ניק און קאווע שטיבעל שרייבען פארקערט ווי עס שטייט אינעם זוהר, און עס וועט זיין א פשטות אז ער איז בארעכטיגט דערצו נישט מכח OTD נאר מכח ווייל עס איז נישט מחייב?
איך וועל בעסער מסביר זיין מיין שאלה, די מערסטע ווי מיר אידן רעדן היימט צוטאגס פינעם זוהר איז לגבי חומר העוון ז"ל
לשיטתך, קען יעצט קימען א ניק און צוצייכענענן דעם נ"ב אדער חת"ס, און זאגען פארקערט לגבי די ענין?
געפילטע פישלאו דוקא, קודם כל, נישט יעדע תני רב תחליפא מוז זיין אז דאס איז געווען די פארפולער קאנסענסוס, אפשר איז געווען אנדערע אמוראים וואס האבן געהאלטן אנדערש, און לאמיר זאגן אז יא, קענסט דאך לערנען אסאך פשטים אין דעם, אז נישט ממש, ס'מיינט נאר ווי צופרידען ער וועט זיין וכו' נאך אזעלכע חסידישע תורות, סא איינער וואס האלט אז אויב גייט ער נישט בעטן קיין רעיז גייט ער נישט דעקן די חודש ווערט נאך נישט קיין כופר פאר דעם. און איינער וואס גייט דורך א שווערע מצב און ס'איז עם שווער צו אינטערנעלייזען יעצט אז אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אא"כ... הייסט אויך נישט קיין כופר, חוצמזה וואס ס'דא וואס קריגען זיך מיט די לעוועל פון השגחה.
.
געווענליך פארשטיי איך דיינע תגובות
{אפילו אז ע"פ רוב בין איך נישט מסכים דערמיט} די תגובה איז עפעס אומפארשטענדליך, זיי זיך בעסער מסביר אויב מעגליך,
אזוי אויך צייכען צי אויב מעגליך צו די שרייבסט דא זאכען וואס די טראכסט, אדער זאכען וואס די האסט מקובל
{למשל עלטערן/רביים/וכו'} און די ווייסט אז דא איז די מציאות?!
פריינדליך וואס ווילסט ציקימען מיט די זוהר הקדוש?
איז דא ע פרישע שמועס איבער די זהור?
פריינדליךיידללאמיר נישט רעדן וועגן אונז. לאמיר רעדן וועגן די אלע אויבן דערמאנטע. זענען זיי כופרים (חלילה)?
לאמיר פאר א מינוט פראבירען צו רעדן פון דיין מהלך, ווי אזוי איז עס במציאות?
איז מען שוין גארנישט מחיוב צו גלייבען צוליב די טעמים וואס די ברענגסט בשם חת"ס/נ"ב?
איז יעדער פאר זיך א בר הכי אפצומאכען אז איף גלייב נישט, און...... דעיסט איט?
קען - למשל - א ניק און קאווע שטיבעל שרייבען פארקערט ווי עס שטייט אינעם זוהר, און עס וועט זיין א פשטות אז ער איז בארעכטיגט דערצו נישט מכח OTD נאר מכח ווייל עס איז נישט מחייב?
איך וועל בעסער מסביר זיין מיין שאלה, די מערסטע ווי מיר אידן רעדן היימט צוטאגס פינעם זוהר איז לגבי חומר העוון ז"ל
לשיטתך, קען יעצט קימען א ניק און צוצייכענענן דעם נ"ב אדער חת"ס, און זאגען פארקערט לגבי די ענין?
אה, איך כאפ שוין צו וואס דו ווילסט צוקומען.
מען דארף נישט לייקענען אין זוהר כדי צו קענען אריינרעדן לגבי חומר העוון פון ז"ל. איך האב שוין אמאל צוגעצייכנט צום חת"ס וואס שרייבט צו איינער וואס פרעגט אז אין זוהר שטייט אז מ'איז מחיוב מיתה אויב מ'רירט צו דעם בארד. זאגט דער חת"ס אין לנו עסק בנסתרות. וואס מיינט דאס? אז דער חת"ס האט געלייקענט אז מ'איז מחויב מיתה? ניין, ער זאגט אז די זוהר איז למעלה מהשגותינו, מיר פארשטייען דאס נישט און דערפאר לאנשים כערכנו דארפן מיר זיך נישט פירן ע"פ דעם זוהר (עכ"פ אין דעם פרט). די נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.
יידל, איז דיין לעצטע תגובה געווען א
אד-האמינום פראבע? אויב יא איז עס אומזינסט, דארפסט אינגאצען נישט ענטפערן עס איז אסאך גרינגער און ריינער,
יידלדי נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.
איז דאס דייך תירוץ? אז מען דארף גארנישט גלייבען, און יעדער דארף אלעס - אליינס - נעמען און קאנטעקסט??
פריינדליךיידל, איז דיין לעצטע תגובה געווען א אד-האמינום פראבע? אויב יא איז עס אומזינסט, דארפסט אינגאצען נישט ענטפערן עס איז אסאך גרינגער און ריינער,
אד-האמינום? חס ושלום! האב איך איינעם פערזענליך אטאקירט? איך מיין אז איך האב דיך געענטפערט לגופו של ענין, אויב דו מיינסט אנדערש, ביטע ווייז מיר ווי אין מיין תגובה ליגט באהאלטן אן אטאקע.
[="פריינדליך"quote="יידל"]די נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.
איז דאס דייך תירוץ? אז מען דארף גארנישט גלייבען, און יעדער דארף אלעס - אליינס - נעמען און קאנטעקסט??[/quote]
אז מען דארף גאר נישט גלייבן?! אז מען דארף אלעס אליינס נעמען אין קאנטעקעס?! דו ביזט זיכער אז דו רעדסט פון מיין תגובה? ווייל איך האב נישט קיין השגה פון וואס דו רעדסט.
לאמיר ענדיגען די שמיעס וואס איך האב געוואלט דא,
א בלאט צוויי צירוק איז געווען א גאנצע שמיעס אז קול דודי האט געשריבען כפירה,
דאס איז קלאר אז האט געשריבען זאכען וואס עס איז פארקערט ווי עס שטייט פון חז"ל און אין זוהר,
האב איך פראבירט מיט שיינעם אויסצישמיעסן סטעפ ביי סטעפ ווער עס הייסט א כופר, ווי ווייט א איד איז מחיוב צו גלייבען,
די מערסטע בין איך אנגעקימען מיט יידל ווי ער זאגט אז לשיטת הגר"ח קנייבסקי טאר מען דעם ניק קול דודי נישט מצרף זיין צו מנין,
מיר ווייסען אלע, און מיר זענענן קלאר דערין, איינער וואס זאגט אפילו א קיצו של יוד אנדערש ווי חז"ל האבן געזאגט איז א כופר, מיר דארפן קיינעם נישט הסכמה דערויף, עס איז נאר אסאך מאל גוט ווען מען קען אנדערע אויך אריינברענגן תחת כנפי השכנה,
אבער עס האט א גבול ווי וויט מען קען פראבירען, איינמאל איך זע אז מען ענפערט שוין פארדרייט, און מען איז שוין נישט גרייט מודה צו זיין, איז די שמיעס פון מיין זייט פערטיג,
יידלאד-האמינום? חס ושלום! האב איך איינעם פערזענליך אטאקירט? איך מיין אז איך האב דיך געענטפערט לגופו של ענין, אויב דו מיינסט אנדערש, ביטע ווייז מיר ווי אין מיין תגובה ליגט באהאלטן אן אטאקע.
יידלאה, איך כאפ שוין צו וואס דו ווילסט צוקומען.
מען דארף נישט לייקענען אין זוהר כדי צו קענען אריינרעדן לגבי חומר העוון פון ז"ל. איך האב שוין אמאל צוגעצייכנט צום חת"ס וואס שרייבט צו איינער וואס פרעגט אז אין זוהר שטייט אז מ'איז מחיוב מיתה אויב מ'רירט צו דעם בארד. זאגט דער חת"ס אין לנו עסק בנסתרות. וואס מיינט דאס? אז דער חת"ס האט געלייקענט אז מ'איז מחויב מיתה? ניין, ער זאגט אז די זוהר איז למעלה מהשגותינו, מיר פארשטייען דאס נישט און דערפאר לאנשים כערכנו דארפן מיר זיך נישט פירן ע"פ דעם זוהר (עכ"פ אין דעם פרט)..
וואס שטייט דא??
דו האלסט טאקע אז איך שרייב דא כדי צו טרעפן היתרים? איך האב געשריבען א משל מסביר צו זיין ציין שאלה, און די האסט גענימען מיין משל און געמאכט דערפון די נושא,
יידלאז מען דארף גאר נישט גלייבן?! אז מען דארף אלעס אליינס נעמען אין קאנטעקעס?! דו ביזט זיכער אז דו רעדסט פון מיין תגובה? ווייל איך האב נישט קיין השגה פון וואס דו רעדסט.
יידלדי נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.
אמונה איז קלאר ווי שווארטץ און ווייס, מען קען עס נישט נעמען אין קאנטעקסט, מען קען עס נישט טוישען, מען קען עס נישט דרייען. און מען קען נישט אנעמען נאר א חלק דערפון, אז די שרייבסט
אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט איז טייטש אז די נעמסט עס נישט אן מיט קיין אמונה, נאר עס איז זאך וואס איז תלו און דיין דעת, ווילסטע ביסטו מסכים, און אז די ווילסט נישט ביסטע נישט מסכים, דאס מיינט אז די גלייבסט נישט,
פריינדליךיידלאה, איך כאפ שוין צו וואס דו ווילסט צוקומען.
מען דארף נישט לייקענען אין זוהר כדי צו קענען אריינרעדן לגבי חומר העוון פון ז"ל. איך האב שוין אמאל צוגעצייכנט צום חת"ס וואס שרייבט צו איינער וואס פרעגט אז אין זוהר שטייט אז מ'איז מחיוב מיתה אויב מ'רירט צו דעם בארד. זאגט דער חת"ס אין לנו עסק בנסתרות. וואס מיינט דאס? אז דער חת"ס האט געלייקענט אז מ'איז מחויב מיתה? ניין, ער זאגט אז די זוהר איז למעלה מהשגותינו, מיר פארשטייען דאס נישט און דערפאר לאנשים כערכנו דארפן מיר זיך נישט פירן ע"פ דעם זוהר (עכ"פ אין דעם פרט)..
וואס שטייט דא??
דו האלסט טאקע אז איך שרייב דא כדי צו טרעפן היתרים? איך האב געשריבען א משל מסביר צו זיין ציין שאלה, און די האסט גענימען מיין משל און געמאכט דערפון די נושא,
פארוואס טראכסטו אז איך האלט אז דו שרייבסט דא כדי צו טרעפן היתרים? מיין ערשטע שורה האט נישט קיין שייכות מיט די קומענדיגע פאראגראף.
פריינדליךיידלאז מען דארף גאר נישט גלייבן?! אז מען דארף אלעס אליינס נעמען אין קאנטעקעס?! דו ביזט זיכער אז דו רעדסט פון מיין תגובה? ווייל איך האב נישט קיין השגה פון וואס דו רעדסט.
יידלדי נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.
אמונה איז קלאר ווי שווארטץ און ווייס, מען קען עס נישט נעמען אין קאנטעקסט, מען קען עס נישט טוישען, מען קען עס נישט דרייען. און מען קען נישט אנעמען נאר א חלק דערפון, אז די שרייבסט
אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט איז טייטש אז די נעמסט עס נישט אן מיט קיין אמונה, נאר עס איז זאך וואס איז תלו און דיין דעת, ווילסטע ביסטו מסכים, און אז די ווילסט נישט ביסטע נישט מסכים, דאס מיינט אז די גלייבסט נישט,
[/quote]
פארוואס טראכסטו אז איך האב גערעדט פון אמונה? אודאי איז אמונה נישט תלוי אין מיין דעת, און איך בין מחויב אנצונעמען אלעס וואס אמונה איז כולל אין זיך. איך האב גערעדט פון אינדיווידואלע שאלות וואס מען דארף נעמען אין קאנטעקסט. געוויסע זאכן זענען נישט שווארץ אויף ווייס (אזוי חומרת עוון ז"ל אדער חומרת עוון שניידן די בארד) און מ'דארף נעמען די ברייטע קאנטאקסט אין באטראכט פאר מ'גיט איינעם א פטר אפ אלס כופר.
פריינדליך, הער אויף אריינטייטשן אין מיינע ווערטער באהאלטענע כוונות. ביטע. איך מיין וואס איך שרייב און גארנישט מער.
יידלפריינדליך, הער אויף אריינטייטשן אין מיינע ווערטער באהאלטענע כוונות. ביטע. איך מיין וואס איך שרייב און גארנישט מער.
:
יידלדי נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.
איך האב פארשטאנענן אז די שרייבסט די ווערטער אויף גאנץ ספר זוהר,
דערפאר האב איך דיר געשריבען אז אויב די גלייבסט אינעם זוהר 100% דאן איז עס פינקט ווי שווארטץ אויף ווייס, און מען קען עס נאר נעמען כמות שהוא,
און פון דאס האבן מיר גערעדט די גאנצע צייט, צו זוהר איז און די גדר אז מען דארף עס אננעמען פינקט ווי א גמרא אדער נישט, צו מען מעג שרייבען אנדערש אדער נישט, און ווי איך האב פארשטאנענן ביסטו געווען ביי די הנחה אז עס איז נישט ווי א גמרא,
אנטשולדיגט פאר די מיספארשטעדעניש,
.
פריינדליך האסט גענימען דעם עולם אויף א לאנגע רייזע מיט דיין זוהר שאלה ,יידל האט ציזאמגעברענגט מארה מקומת ווי מזעט אז סאיז נישט אזויווי תלמוד ,אין די גיבסט אונדז א קורצע ענטפער די וועלסט אויס די פוסק וועלכע דיר שמעקאט אויף צי פסלן א איד צ מינין.
עפעס מער האב איך עקספעקטעט, חוץ פין זיך ווארפן מיט כפירה טוטלען פאר אנדרע. פאר דיר פארשטיי איך די ווילסט מחמיר זיין אפהיטען דיין וויין פין עם. אבער צי איו הימל וועלט גאט אויס צי מאכן ווי מער כופרעם ווייס איך נישט.
די יעבץ אין אלע אנדרע גדולים זענען די זעלבע מינין קאטאגאריע ווי קול דודי?
וועלכע שטיקעל זוהר שטייט ווי אלט די וועלט איז?
[ציטאט אראפגענומען]
סארי געפיקסט.
די וואכעדיגע המודיע מאגאזין אינעם קנין אפטיילונג איז געווען אן ארטיקל פון עמיצען הרב זכרי׳ גרינוואלד, דוכט זיך פון ירושלים, וואו - אין ענטפער צו עלטערן פון א מיידל וואס האלט נישט ביים ארבעטן אויף זיך און איז Disconnected - ער איז מסביר אין א לענגערע ענטפער אז דער סיסטעם איז צוגעשטעלט צו וואס די עלטערן פארלאנגן פון עס. און דאס איז - שנעלע רעזולטאטן. אנשטאט פארלאנגן די מוסדות זאלן דעליווערן אין ״אויפארבעטן״ די קינדער כל אחד כפי יכלתו, זוכט מען דעם ״ענד רעזאלט״. ער ברענגט ארויס נאך פילע זאכן בטוב טעם ודעת. אויב וועל איך האבן א געלעגנהייט וועל איך עס איבערשרייבן אויף אידיש
נולד מאוחרפריינדליך האסט גענימען דעם עולם אויף א לאנגע רייזע מיט דיין זוהר שאלה ,יידל האט ציזאמגעברענגט מארה מקומת ווי מזעט אז סאיז נישט אזויווי תלמוד ,אין די גיבסט אונדז א קורצע ענטפער די וועלסט אויס די פוסק וועלכע דיר שמעקאט אויף צי פסלן א איד צ מינין.
עפעס מער האב איך עקספעקטעט, חוץ פין זיך ווארפן מיט כפירה טוטלען פאר אנדרע. פאר דיר פארשטיי איך די ווילסט מחמיר זיין אפהיטען דיין וויין פין עם. אבער צי איו הימל וועלט גאט אויס צי מאכן ווי מער כופרעם ווייס איך נישט.
?
סארי, אבער איך גיי נישט פארענטפערן זאכען וואס די האסט אריינגעלייגט אז איך זאל האבן געזאגט, נייס טריי
עס איז געווען קודם א הייסע שמיעס איבער ווערטער וואס א שרייבער האט געזאגט,
און עס האט מיר אויסגעזען אז איך בין מסכים מיט די וואס האבן געזאגט אז יענעמס ווערטער גרענציט זיך מיט כפירה,
אנשטאט אז איך זאל מיטזינגען די ניגען כפירה ווי אנדערע האבן געטיען און מען זאל צירוק שרייען קיצוני אד״ג, האב איך געהאט א שיינע שמיעס איבער א פרט פון די ענין פון אמונה ודעות, און הגם אז מיר זענענן צום סוף נישט אנגעקימען צו די זעלבע החלטה, איז עס אבער געווען א רואיגע אינטהאלסטרייכע שמיעס ווי מען האט אויסגעשמיעסט פאקטן, צום סוף האב איך ארויסגעהויבען איין פוינט ווי איך מיט די אנדערע האבן אגריט. און דערמיט האב איך גענדיגט אויף דערווייל דעם שמיעס, דעיטס איט,
אז די קענסט נישט פארנעמען אז מען שמיעס אויס א אנדערע מיינוג ווי דיינס, דאן עפענענם א אייגענעם וועבסייט ווי נאר די האסט די עקלוסיוו רעכטען צי שרייבען אזוי וועסטע מער נישט האבן די פראבלעם,
וועלכע ווערטער האב איך אריינגעלייגט אין דיינע ווערטער?
איך בין נייגעריג פין וועלכע שטיקל זוהר די האסט גרעדט?
איך האב קיינעם נישט אנגעריפען כופר. פינטל
איך האב נאר נאכגעזאגט וואס יידל האט געזאגט בשם ר חיים בנוגע דאווענענן
די שמיעס פון - וואס איך האב יא געמיינט אדער נישט געמיינט - קען גיין און אישי, אדער און א שמייכעל ( פארברעגען ) פארום,
פריינדליךאיך האב קיינעם נישט אנגעריפען כופר. פינטל
איך האב נאר נאכגעזאגט וואס יידל האט געזאגט בשם ר חיים בנוגע דאווענענן
די שמיעס פון - וואס איך האב יא געמיינט אדער נישט געמיינט - קען גיין און אישי, אדער און א שמייכעל ( פארברעגען ) פארום,
סארי בוסט גערעכט.
אין וועלכע אשכול אין שמייכעל?
זאל איך עפענען או אשכול?
פארוואס באלאנגט עס אין שמייכעל .א מראה מקום פין זוהר
איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?
צי פארשטיין ריכטיג די נושא און צי קענענן דעבאטירען די אישו, דארף מען קודם ארויסהאבען וואס עס איז די ציל פינעם סיסטעם, ווי אזוי מען וויל אנקימען דערצי, און דערנאך קען מען מאכען א אפשאצונוג צי מען איז טאקע אנגעקימען ווי מען האט געוואלט אנקימען אדער נישט, אזוי איז די בעסטע וועג אפצושאצען צי די די סיסטעם ארבייט אדער נישט,
די ענין וואס מיר דעבאטירען און דעם אשכול האט דריי חלקים 1} א ציל, דאס הייסט א זאך וואס מען וויל אויפטיען 2} א סיסטעם, דאס הייסט פעולות ווי אזוי מען וויל אנקימען צום ציל, 3} רעזולטאטען, דאס הייסט נאכדעם וואס עס איז דא א ציל און די פעולות דאס אויסציפירען דארף ארויסקימען רעזולטאטען פון די פעלות וואס מען האט געטיען, לאמיר אויסשציעסן יעדע זאך עקסטער,
1}דער ציל
עס איז דא א באקאנטע מעשה פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז ער האט אמאל געזאגט פאר איינע פון די ליטווישע גדולים אז זיין ציל און זיין קהלה איז נישט צו האבן א כולל פון לומודי תורה נאר זיין גאנצע שטרעבן איז איין זאך, אויפצישטעלן א דור פון ערליכע בעה"ב א דור פון בעה"ב וואס זאלען ארבייטען על המחיה ועל הכלכלה און פארט זיין ערליך און דינען דעם באשעפער אא"וו, מיט די מעשה איז די בעסטע מסביר צי זיין וואס אונזער ציל און לעבן איז, מיר האבן איין ציל אליינס צו זיין ערליך און מחנך זיין אונזערע קינדער אז זיי זאלען אויך זיין ערליך זיי זאלען אויסוואקסען ערליכע בעה"ב וואס זיי זאלען דאווענענן דריי מאל א טאג האבן א שיעור און זיך אויפירען ווי אז איד דארף זיך אויפירען און אלע הינזיכטען,
זיכער איז אמת אז עס איז נישט דא קיין גדר ווי בעסער מען קען אלץ זיין, יעדע דור דארף אויך ארויסגעבען דיינים/מגי"ש/בעלי השפעה/רבנים אד"ג, אבער ווען מען רעדט פינעם דור בכללוית רעדט מען פון די רוב וואס גייען אריין און די גדר פון ערליכע בעה"ב, און נישט פון די גדר וואס גייען אריין און די גדר פון כלי קודש,
2} א סיסטעם
כדי אנציקימען צי די ציל, האט מען אויפגעשטעלט תלמיד תורה'ס ישיבות און מיידעל סקול'ס, מחנך צי זיין דעם קימענדיגען דור צי תורה צי יראת שמים צי גיטע מידות און בככלית צי דינען השי"ת, עס איז איראניש אז סאטמער האט ציגעלייגט איין זאך וואס זייער מייסד האט נישט געטיען, זיי האבן געמאכט א כולל זיי זאגען אז עס א עדשאסמענט וואס פעלט זיך אויס צים היינטיגיען דור הגם אז אמאל האט עס נישט אויסגעפעלט אבער דאס איז א עקסטערע שמיעס פאר זיך,
און חינוך לייגט מען היינט אריין גרויסע כוחות סיי מיט די עשה טוב און סיי מיט די סור מרע, עס איז שוין היינט אנדערש ווי אמאל, טייל שרייבער האבן געשריבען אז מען דארף האבן בעסערע מלמדים אדער אריינברענגן א שמחה און אידישקייט אא"וו, עס איז אמת אז די זאכען זענענן זייער זייער וויכטיג, עס איז אבער אויך אמת אז די זאכען זענענן היינט דא, מען פראקציטיקט עס טאג טעגליך {איך רעד פון די צוויי סאטמערס וואס זיי האבן די גרעסטע מוסדות, אנדערע מוסדות ווייס איך נישט} און די לעצטע 10 15 יאר איז אריינגעקימען דראסטישע שינוים און די חינוך מען האט געווארפען עלטערע נישט טויגליכע מלמדים מען האט אריינגעברענגט יונגע מנהלים, די חדר איז היינט צוטאגס איין שטיק לעבעדיקייט און פול מיט אקטיוויטעטען זאכען וואס מיר האבן ניטאמאל געקענט חלום'עןן פאר 15 יאר צירוק, און דאס אלעס איז צי פארדאנקען די סאטמערע מחלוקה, אזוי האבן די נייע מוסדות זיך שטארק געקענט וועלען אויפצינעמען א גאר גיטע סטעיף פון גיטע מלמדים און מנהלים און די אלטע האבן באקימען א שטארקע קאמפיטישען, אזוי אז ביידע ארבייטען היינט באמת מיט א קלארקייט לטובת הילד, און די זעלבע גייט און און די אנדערע שטעט קר"י ב"פ אא"וו,
אין די פרט פון סיסטעם ליגט אויך א מענטענעיס פראגראם, נאכדעם וואס דער אינגערמאן איז שוין ארויס פון חדר/ישיבה/כולל, איז דא א קהלה מיט תקנות וואס זיי גיבען זיך אפ אז אינגעלייט זאלן ווייטער האבן זייערע צרכים וואס זיי דארפען און קענענן ווייוער שטייגען,
3}רעזולטאטען
עס איז נישט מער ווי נאטירליך אז נאכדעם וואס מען ווייסט שוין וואס די ציל איז, אז מען זאל כאפען א בליק און זען צי מען איז אנגעקימען צום ציל אדער נישט, ווי אזוי זעט מען דאס? ווי אזוי מעסט מען דאס? זייער פשוט מען גייט אריין און ביהמ"ד און באטראכט די אינגעלייט און מען א חשבון צי צען קימט אן צום ציל אדער נישט,
הקדמה איינס, ווען עס זאל יעצט קימען א שרייבער און זאגן אז ער וויל זען א 100% סוקסעס דאס מיינט אז יעדער וואס איז אריין אינעם סיסטעם איז ארויס ווי מען האט געוואלט, וועט דאך יעדער מודה זיין אז יענער איז נישט גערעכט, עס איז נישט מעגליך צי האבן קיין 100% סוקסעס, עס איז קיינמאל נישט געווען און עס וועט קיינמאל נישט זיין,
הקדמה צוויי, ווען עס זאל יעצט קימען א שרייבער און זאגען אז ער וויל אז יעדער וואס האט יא מצליח געווען זאל זיין אויפן זעלבען דרגה דאס מיינט אז זיי זאלען ביידע דאווענענן אייניג/האבן אייניג יראת שמים/לערנען די זעלבע, וועט דאך יעדער מודה זיין אז ער איז נישט גערעכט, און מען דארף עס ניטאמאל מסביר זיין
הקדמה דריי, ווען עס זאל יעצט קימען א שרייבער און זאגען אז ער וויל אז יעדער וואס האט יא מצליח געווען זאל מער נישט האבן קיין נסיונות ער זאל למשל קיינמאל נישט האבן קיין נסיון פון ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עינכים אא"וו, וועט דאך יעדער מודה זיין אז ער איז נישט גערעכט, ווייל א מענטש איז באשאפען געווארען צי פייטען נסיונות דאס איז די גאנצע ציל פון זיין אויף דער וועלט און פארדעים באקימט מען שכר,
יעצט לאמיר גיין און ביהמ"ד און זיך אומקיקען און זען צו די ציל מיט די רעזולטאטען שטימען,
דעתי נוטה, אז יא מיר קימען אן צום ציל, עס איז דא א הערליכע דור פון בעה"ב וואס דינענן דעם באשעפער און מיטשען זיך זי האבן הייליגע ערליכע אויגן, מיטעשען זיך דאווענענן ווי א איד יעדער לויט זיין שטייגער, און מיטשען זיך אויפציציען א דור געטריי לשם לתורתו, דאס איז די צלך און דאס האבן מיר, מיר האבן ערליכע קהילות מיט ערליכע אינגעלייט וואס זיכען צי שטייגען און זיין ערליכע אידן, איינמאל איינער קימט שוין צי די שלימות פון זיין דרגה דאן שטארבט ער, אויף דער וועלט זענענן נאר דא נישט קיין פערפעקטע מענטשן, מענטשן וואס קענענן זיין א הולך גיין העכער און העכער,
מאכט נישט קיין טעות, פראבלעמען ביי די אינגווארג איז איז אייביג געווען, השכלה און אלע אנדערע איבלען איז נישט א אויסגעטראכטע מעשה פון א מעשה ביכעל וואס מען האט אנגעלייגט אויף אידן, עס איז זאכען וואס עס איז אייביג געשען רח"ל נאר ביי א גוי געשענט עס נישט, אמאל האט עס געהייסן שבתי צבי היינט הייסט עס אויפגעקלערט, אמאל האט עס געהייסען השכלה היינט הייסט עס טעכנעלאגיע אבער הצד השווה שבהן שכרכם להזיק, און מען קען זיך דערפין נישט אויסהיטען גאנצטע שטעט זענען אזוי אפגעפארען פון אידישקייט, און היינט וויבאלד מען וואינט מער צוזאם געשטיפט זעט זיל עס מער אן, אבער פרעצענטואל איז עס ווייניגער ווי אמאל און דערהיים פאר די מלחמה,
עס איז איראניש, אז די דור האט מער מצליח געווען מיט זייערע בעה"ב ווי מיט די כלי קודש, עס איז אבער א שמיעס פון וואס עס איז ליידער זייער ווייטאגליך און אסור צי רעדן{לשה"ר רכילות איז אסור צי רעדן}
איך בין מודה אז מען דארף מאכען דא דארט קליינע שינוים וואס פעלט זיך שטארק אויס, און מען וועט ציקימען דערצו שפעטער ביי די קימענדיגע תגובה, אזוי אויך קען מען רעדן גאנצע'טע בלעטער לגבי די פרט פון "אין די פרט פון סיסטעם ליגט אויך א מענטענעיס פראגראם, נאכדעם וואס דער אינגערמאן איז שוין ארויס פון חדר/ישיבה/כולל, איז דא א קהלה מיט תקנות וואס זיי גיבען זיך אפ אז אינגעלייט זאלן ווייטער האבן זייערע צרכים וואס זיי דארפען און קענענן ווייוער שטייגען" אי"ה ביי די קימעדיגע תגובה,
ביטע אויב מעגליך זיך האלטען צום נושא האשכול, ייש"כ
אודאי ווערט בעסער, נאר מיט א ״דילעי״ פון 20 יאר.
דער סיסטעם וויל נאך אלץ מען זאל ״פאללאוען״ מיט א תמימות. אפשר פאר ביז היינט האט עס געארבעט למחצה לשליש ולרביע, איך גלייב אבער נישט אז עס קען אנגיין פאר די קומענדיגע דורות. גיב א קוק אויף די היינטיגע בחורים אין ביידע סאטמארע ישיבות.
יא מען ברענגט שמחה אבער ווייטער מיט נישט ריכטיגע תמימות. קוק גוט אויף וואס דער עולם רעדט זיך אפ וועסטו זעהן אז חלק פונעם פראבלעם איז אז מען וואקסט אויף מיט קשיות און מען האט נישט וועם צו פרעגן. דער פראבלעם איז בכלל נאכנישט בארירט געווארן אין אונזער חינוך
אמת, אבער די דילעי פון וואס די רעדסט איז א פראדוקט פון היטלער, עס איז א חלק פון די נאכווייען פון די צווייטע וועלט מלחמה אז מיר האבן געמיזט האבן מלמדים קינדער פון מלחנה איבערלעבער, עס איז א ווייטאגליכע פאקט אבער עס איז געווען די איינציגסטע אויסוואל, ס'קען מען טיען אז היטלער האט געמאכט יעדען פאר א מלחמה איבערלעבער?! און די פעלער פאררעכט מען שוין פאר די לעצטע יארען מער און מער יעדעס יאר,
בנוגע די צווייטע פונקט איבער "פאללאוען" איז כדאי זאלסט וויסען,
אמונה ארבייט נישט אן פאללאוען, גלייבען איז טייטש אז מען גלייבט אן א הסבר, אז מען וויל אויסלערנען פאר קינד "אמונה" דארף מען אים אויס לערנענן צו פאללאוען אז ער זאל וויסען אז ער דארף נאכגיין וואס זיינע עלטערן און רביים האבן געטיען און געגלייבט אן קיין הסבירים, א גוי קען מען מחנך זיין אז ער זאל ניצען זיין אייגענע שכל סיי ווי אימער ווייל ער האט באמת נישט וואס צו פאללאוען, א אידיש קינד איז אבער נישט מעגליך אזוי מחנך צו זיין ווייל אמונה איז נישט מחנך מתוך הכרה אז א קינד זאל זיך איבערצייגען אז עס איז דא א באשעפער מען איז אים מחנך אז מען איז א איד און מען דארף גלייבען, זיכער קען מען ציגעבן משלים מיט הסבירים עס נאנטער צי ברענגן צום שכל, אבער די יסוד החינוך איז גלייב ווייל דיינע עלטערן האבן געגלייבט און ווייל ביסט א איד און א איד איז א עם הנבחר וכו'
דו האסט א שטיקל טעות איבער וואס איך רוף אן תמימות ביי אונזער סיסטעם, ועוד חזון למועד
פריינדליך טייערע, זאגסט גוטע פוינטס, אבער ווען די עולם רעדט זיך אפ אויפן סיסטעם מיינט מען ע"פ רוב נישט די דירעקטע זאכן פון וואס די רעדסט, נישט די ציל פון אוועקשטעלן ערליכע דורות, נישט די סיסטעם פון אויפשטעלן חדרים, ישיבות, מיידל סקולס, (כוללים אפשר יא, אויף די ברייטע פארנעם), און אויך נישט מיט די דירעקטע תוצאות פון די סיסטעם, די טענות זענען נישט אז יחידים פאלן ארויס פון די סיסטעם.
וואס גייט אן פארן עולם אויפן סיסטעם איז בעיקר די אומדירעקטע תוצאות זענען נישט געווען א חלק פון די פלאן, דאס אז טויזענטער קינדער לערנען אין איין חדר (פעקטארי), דאס אז מ'וואוינט צאמגעשטיפט אין ניו יארק, לעבט אויף גאווערמענט פראגרעמס, האט נישט קיין נארמאלע ארבעט, בחורים אין ישיבות גייען ליידיג, אינגערלייט אין כולל קוועטשען די באנק אויף יענעמס חשבון און טוען גארנישט מיט'ן טאג אבער די מיידליך פארלאנגען דאס ווייל אזוי האבן די טיטשערס און פרינסיפעלס אויסגעלערענט, דאס אז געוויסע עסקנים האבן געוויסע רבנים אין טאש און טוען מיט זיי ככל העולה על רוחם, אז רבנים האבן מורא פון זיי, דאס אז מ'האלט זיך אין איין רוקן צו מער און מער עקסטרעם, דאס אז יעדע בחור מיז לערנען 10 יאר נאך די חתונה און יעדע מיידל דארף ווערן א טיטשער, דאס אז בנש"קלעך רייטן אויף כלל ישראל, דאס אז אלעס איז היינט וואן סייז פיטס אלל, אנגעהויבן פון G&G רעקלעך ביז ווי אזוי מ'דארף טרעפן דער מענטש מיט וועם מ'גייט לעבן אגאנץ לעבן, דאס אז ס'דרייען זיך ארום אינגערלייט, נישט יחידים, נקי מכל, נישט אידישקייט, נישט גוישקייט, נישט מענטשליכקייט, ווייסט נישט וואס זיין א איד מיינט, ווייסט נישט פון קיין קרבת אלוקים לי טוב, ווייסט נישט ווי אזוי מ'קיים צו זיין דעם ודבק באשתו, ווי אויך נישט דעם ודבקת בו, און ווען זיי ווערן נמאס פון זיך ארומדרייען אומצופרידן שיקט זיי די "סיסטעם" צו זעלבסט געקרוינטע "טעראפיסטען, למינהם, וואס טוען מער שלעכטס ווי גוטס, דער סיסטעם וואס אויב דער פארביטערטער אינגערמאן וועט חלילה אנרירן די בארד אדער פיאות אויף וועגן וואס זענען אויסגעהאלטן הונדערט פארצענטיג, וועלן זיי ווערן אויסגעשפיגן פון די סיסטעם, וכו' וגו' וכדו' ודו"ק וד"ל ואכמ"ל כידוע ליודעי ח"ן עיי"ש ותמצא נחת זצללה"ה זיעוכיו"א.
איך גלייב נישט אז די אלע זאכן זענען געווען די ציל (אפשר אפאר וועסטו זיך טענה'ן אבער עכ"פ רוב) פון די סיסטעם, אבער ליידער זענען דאס די תוצאות, בעקיפין ושלא במכוון, אשר על כן זענען דא אזעלכע מענטשען וואס וואלטן געוואלט טוישן געוויסע זאכן אין די סיסטעם, אדער יערן זיי צום ביטול הסיסטעם און מ'זאל צוריק גיין צום אלטן דרך ווי מ'האט זיך געפירט אינדערהיים ביים זיידען זכרונו לברכה, על דרך ישראל סבא, כמקובל מדור דור, פאר די אכשר דרא אנשיקעניש.
פריינדליך ''די ציל'' איז זייער בכלולית, בעסיקלי דאווענען דריי מאל א טאג לערנען אין פירען זיך ערליך. די מאדערענע קרייזען ווי פלעטבוש ,פייווטאנס ,נוי דזשערסעי, פיטען די דיסקריפשען פינקט אזוי זיי לערנען, דאווענען, זענען ערליך.
נאך אלץ קוקען מיר אויס אינגאצען אנדערש.
בכלל ווי אזוי ארבעט דאס איך אלץ א זיידע שטעל אוועק א ציל פאר מיינע אייניקלעך,איין אייניקעל שמעקט נישט די זיידע'ס ציל.
וואס איז די דין מיטן אייניקעל ער דארף וואטער אנהאלטן די ציל,אדער ער קען זיך
מאכן א נייער ציל? (אן די תנאי אז ער מיז אויפגעבן זיין מישפחה נאמען,אוועקמויפן).
און אז ער האלט פאר זיינע קאזנעס איז אויך בעסער אטויש אין די ציל מעג ער זיי גיין מסביר זיין ווי זיין זיידע האט זיך טוע געווען?
נאכמער רוב אייניקליך זענען ציפרידען פין די זיידע'ס סיסטעם ווייל זיי כאפן ניטאמאל אז די זיידע האט זיי אוועקגענימען די ברירה פין קענען פין קענען עקספלארען אינפוי .
פארוואס פעלט בכלל אויס א סיסטעם?
עס איז קיינמאל נישט אזוי געווען
פראפעסאר שפיראקול דודי יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר,
זיכער איז עס עלטער, ס'איז 5772 יאר אלט, אין ס'נישט ברור כשמש אז ס'עלטער פין דעם, ס'איז אזוי ווי איינער קומט אויף די וועלט א טאג נאך אדם איז באשאפען געווארען אין זאגט אז עס איז ברור אז די וועלט איז זיכער שוין צוואנציג יאר אלט, ווייל אדם איז שוין א אויפגעוואקסענע מענטש, ס'ברור כשמש בצהרים !, וואס ער ווייסט נישט איז אז די וועלט איז איין טאג אלט אין אז אדם הראשון איז באשאפען געווארען אויפגעוואקסען,
סאו פארדריי נישט קיין קאפ מיט ברור כשמש'ס, סייענס איז אסאך געבויעט אויף
הייפאטיסיס אין אפשער'ס אין טאמער'ס, ס'איז א טאל וואס קען גוט ציניץ קומען, אבער "ברור כשמש", סארא שטותים !
עס ווערט אפילו ביי די פראפעציאנאלע אקאדעמישע קהילות אנגערופען
טעאריע.
שמעקעדיגבנוסף צו די אויבענדערמאנטע ענינים, וואלט איך אוועקגעשטעלט א שטארקערע יסוד אויף עבודת המדות. מען קען היינט טרעפן גרויסע תלמידי חכמים, און ס'גרעסטע חלק פון זיי האבן פארדארבענע מדות רעות, ווי גאווה, סעלפישנעס, מחלוקת, קנאה ותאוה וכבוד, א.א.וו.
און אפילו די פשוט'ע מענטשן, נישטא קיין כבוד הבריות, מ'מאכט אוועק אנדערע מענטשן ווי גארנישט, לשה"ר און רכילות איז נארמאל, מ'פאסמאקעוועט זיך מיט פאליטיק.
-
📎 מדות.JPG
שמעקעדיג: קודם א ייש"כ פאר צושטעלן דעים הערליכן און באלערנדן מאמר. איך האב צוויי הערות: 1) פאליטיק איז נישט קיין לשון הרע. 2) ווען איך וועל אי"ה ווערן אן עושר (נאך מעיגליך אין דעים גלגול.) אויב איינער וועט צו-קומען צו מיר און וועלן טשעפען מיט מיין פריערדיגע ארבעט אלס בעל עגלה, וועל איך מיך נישט באליידיגן. נאר איך וועל איהם ענטפערן א פרייז אז ס'וועט איהם פארגיין דער אפעטיט צו פרעיגן נאכאמאל. 😂 😃
די מעשה גייט טיפער שמעק. דער געוועזענער שוסטער האט זיך אויסגעצויגן און איז געשטארבן פאר בושות.
האבן בעלי מוסר געזאגט אויב א מענטש שטארבט פון אביסל בושות ווייל מ'האט בארירט זיין קרוין פון קאפ, דעמאלט דארף מען טאקע לערנען מוסר!
Re: איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?
די נושא פון דער אשכול גייט קיינמאל נישט אראפ פון טיש
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
יישר כח ר טאמבל,
דער אשכול איז פארפאהרען פונעם ארגינעלעם טאפיק. אבער ער האט גוט אנגעהויבען.
למעשה איז עס איז שוין באלד פיהר יאהר זייט דעם אשכול איז געשריבען געווארען. האט עס עפס אויפגעטוהן? די חינוך איז וויטער די זעלבע, און די סיסטעם איז "בינעס עז יוזשיועל".... זאללען מיר אויף הייבען די הענט אין לאזען אלעס פאהרען אויף דעפאלט? אדער אפשר האבען זיך זאכען גערוקט אין די לעצטע פיהר יאהר לטובת פונעם דארכשניטלכען איד. איך בין נישט זיכער.
איין זאך איז קלאהר, פאר די שואה זענען געווען גרויסע שנויים אין געזעלשאפט פון כלל ישראל אזוי ווי למשל בית יעקבס, אגודת ישראל, דף היומי, ישיבות אין פוילין וכו' וואס היינט טוט דאס יעדער און מיר קענען זיך נישט פארשטעלען א וועלט אהן דעם. נאך די מלחמה איז צו געקומען א וועלט פון מער פארגעשריטענע חדרים מיט לאנטש, ענגליש, און קעמפס מיט ספארטס, אשר לא שערום אבותינו... אויך איז צו געקומען א כשרות אינדוסטריע וואס מאכט עס גרינג צו עסען נאר כשרס און חלב ישראל. מקוואות זענען שענער געווארען, א בעל תשובה מאוומענט איז געבוירען געווארען, אידישע וועבסייטס, בוני עולם, חתונה תקנות וכו' זענען נתחדש געווארען וכדו'.
נאר וואס דען, מיר האבען נישט געענדיגט דעם דשאב. דער נעקסטער ציל איז צו פארבעסערען און מאדערנעזירען די חינוך הבנים והבנות אפאראט, העלפען אינגעלייט עררייכען א פראפעסיאנעלער קאריערע, און אוועקשטעלען קהילות פון רבנים מיט בעלי בתים לאו דוקא מיט אדמורים בראשם.
איינער קען אפשר אנצייגן איין שינוי לטובה פון די לעצטע צען יאר (אחוץ די גרינדונג פון קאווע שטיבעל, פארשטייט זיך)?
מלמדים זענען היינט בעסער ווי פאר צען יאר צוריק, מקען נישט אנ'מקל'ן קינדער סתם ווייל מאיז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט,
אזוי אויך קען מען שוין היינט גרינגער רעדען איבער טשיילד אביוז
נאך א פלאץ ווי עס איז דא א שינוי לטובה איז אז מקען היינט גרינגער גיין פאר טעראפי [שלום בית, חינוך] אׇן ווערען סטיגמעטייזד
עס איז אסאך מאל שווער צו זעהן א שינוי לטב ולמוטב בשעת מעשה
איך ווייס נישט, מיין קינד האט מען ארויסגעטראסקעט פון חדר ר"ח חשון, און ביז נעכטען האט ער נישט געהאט קיין געהעריגע כתה אריינצוגיין. דריי מאנאטן האט ער געשמאכטעט ליידיג אין שטוב. יא, און די טראסקער'ס האבען טענות אז איך בין פארווייטאגט "ווי איז דיין הכרת הטוב?"
דאס איז א רשעות שאין כדוגמתו צו מצער זיין קליינע קינדער,
וחזקה על בר דעת שכמוך אז די האסט געטוהן אלעס אז דיין קינד זאל נישט ווערען אראפגעקלאפט ח''ו, און אז ער זאל מיטהאלטען די לימודים פון אינדרויסען אז ער זאל יעצט קענען מיטהאלטען מיט די אנדערע קינדער, ועדיין צריכין לרחמים מרובים שלא יזיק לו
איך רעד אבער נישט יעצט פון די רשעות סעלעקציעס וואס דארף א גרויסע תיקון, איך רעד פון די מלמדים וואס זענען היינט אסאך מער אקאונטעבעל ווען זיי שלאגען קינדער ווי אין מיינע צייטען
ס'איז נישט געווען סעגרעגאציע. איך וועל אפשר אמאל ארויפשטעלען די מעשה פון אנהייב ביז'ן סוף. ב"ה איז ער יעצט אריין אין א העכט'ס פראפעסיאנעלער מוסד, און מ'האפט צום בעסטן
מ'לאזט טאקע נישט אבער מ'קען נאך אלץ טוהן בערך וואס מ'וויל... (עפעס אזוי)
Re: איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?
איך האב א קשיא. פון סעיף ג איז מבואר אז מ׳גייט ביינאכט. ט׳פארוואס דארף מען ציצית?
נאך א קשיא. יעדער פארשטייט אז סעי׳ ב׳ איז דברים בטלים. ט׳זאל מען זאגען אז סעי׳ א׳ און ג׳ זענען אין א בחינה פון יגיד עליו ריעו?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ס'נישט דא קיין סיסטעם וואס איז 100% גוט, און דאס איז טאקע די חורבן פון א סיסטעם וואו ס'דא אפאר מענטשן פון אויבן וואס דיקטירן פאר'ן עולם וואס צו טוהן, ס'וועט אלץ זיין געוויסע מענטשן וואס פאר זיי וועט עס נישט ארבעטן. מ'דארף נאר אז ס'זאל אויפקומען א אידישע מארטין לותר און טון מיט חרדיזם וואס לותר האט געטוהן מיט די קאטוילישע קירכע, פשוט אונטערגראבן די אויטאריטעט פון די רבנים און אויפדעקן זייערע ליגנס (אמונות הכרחיות/noble lies/יו נעים איט) און דאן וועט אלעס פאלן אין פלאץ. באמת האט שוין אברהם גייגער געטוהן אזא סארט ארבעט, אבער וועגן עפעס א סיבה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. אפשר וואלט כדאי געווען זיך צו דערגרינטעווען פארוואס פאר לותר האט זיך עס איינגעגעבן און פאר גייגער נישט, אזוי וועט מען קענען פרובירן א צווייט מאל אן איבערמאכן גייגער'ס גרייז.
רביה''ק זי''עס'נישט דא קיין סיסטעם וואס איז 100% גוט, און דאס איז טאקע די חורבן פון א סיסטעם וואו ס'דא אפאר מענטשן פון אויבן וואס דיקטירן פאר'ן עולם וואס צו טוהן, ס'וועט אלץ זיין געוויסע מענטשן וואס פאר זיי וועט עס נישט ארבעטן. מ'דארף נאר אז ס'זאל אויפקומען א אידישע מארטין לותר און טון מיט חרדיזם וואס לותר האט געטוהן מיט די קאטוילישע קירכע, פשוט אונטערגראבן די אויטאריטעט פון די רבנים און אויפדעקן זייערע ליגנס (אמונות הכרחיות/noble lies/יו נעים איט) און דאן וועט אלעס פאלן אין פלאץ. באמת האט שוין אברהם גייגער געטוהן אזא סארט ארבעט, אבער וועגן עפעס א סיבה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. אפשר וואלט כדאי געווען זיך צו דערגרינטעווען פארוואס פאר לותר האט זיך עס איינגעגעבן און פאר גייגער נישט, אזוי וועט מען קענען פרובירן א צווייט מאל אן איבערמאכן גייגער'ס גרייז.
פון וואנעט ביסטע אזוי זיכער מיט זיך אז דיין מלאך המושיע "די אידישע מארטער לוטער קינג" וועט זיין בעסער ?
והשנית , "אונטערגראבן די אויטאריטעט פון די רבנים און אויפדעקן זייערע ליגענטס "... הערט זיך מאדנע .. סאו עס אוו נאוו שטייען און שפיץ פונען אידישן פאלק א באנדע פארפוילטע לעמעלעך ? סארי לייגט זיך נישט אויפן שכל ... אה"נ סאיז דא דברים הצריכין תיקון, אבער קאמאן סענס פליז ..
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט/זאגסט, בכל אופן האב איך נישט גערעדט פונעם שווארצן מארטין לותר קינג דשוניאר, כ'האב גערעדט פון מארטין לותר פון די גרינדער פונעם רעפארמער באוועגונג ביי די קריסטן.
רביה''ק זי''עאיך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט/זאגסט, בכל אופן האב איך נישט גערעדט פונעם שווארצן מארטין לותר קינג דשוניאר, כ'האב גערעדט פון מארטין לותר פון די גרינדער פונעם רעפארמער באוועגונג ביי די קריסטן.
איך וויל פלעין פארשטיין דיין געדאנק , סימפל . האסט א מהלך וויל איך פארשטיין וואס גייט דא זיין בעסער
ילמדו רביה"ק
לחיים
פארוואס ווילסטו פארשטײַן, מיט וואס וועט עס דיר העלפן? אפשר אז איך וועל פארשטיין פארוואס דו ווילסט פארשטיין וועל איך פרובירן דיר צו העלפן פארשטיין.