דער סיסטעם
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #522
דער סיסטעם
איך דריי מיר דא א שטיק צייט, און איך זע אז דא זענענן דא א פאר אינגעלייט וואס זענענן געפערליך אויפגעברויזט אויף אלעם, די סייד עפעקט'ס דערפון קלאפט אויס און יעדע צווייטע אשכול אויף א אנדערע אופן, אבער הצד השווה שבהן זענענן זיי אלע ביי דער מיינוג אז עס איז דא איינער אדער עטליכע וואס טיען בפועל אומדירעקט אראפירען אידישע קינדער פון וועג, און דערפאר שימפען זיי געפערליך אויף יענעם אדער אויף יענע גרופע,
איך עפען די אשכול, נאכען זען די תגובה פון געפילטע פיש, ער שרייבט אזוי:
למען עתיד דורותינו מוטל חוב קדוש על כל החרד לדבר ה' לא להשתתף בכינוס "איחוד הקהילות"
בלית ברירה וועלן זיי איינזען אז מ'קען שוין נישט זוכן קיין באגימענ'ס אויף וועמען צו בלעימען די אפגעפארענע בחורים און מיידלעך, נישט די אינטערנעט איז שולדיג אין די טויזענעטר יונגעלייט שדופות קדים וואס זענען אויסגעליידיגט פון אלעס, דרייען זיך אן קיין נשמה אדער ציל אין לעבן, נישט די אינטערנעט איז שולדיג אז די חברה וואקסן אויף נישט קיין יודן, נישט קיין גוים, נישט די אינטערנעט איז שולדיג אז זיי האבן נישט קיין שום יודישע שטאלץ, קיין באגרייף אין די שיינקייט פון די יודישע רעליגיע, און אונזער הייליגע תורה, נישט די אינטערנעט איז שולדיג אז אונז זעמער אנגעהאנגען אין פאד שטעמפלעך און וועלפעיר, נישט די אינטערנעט איז שולדיג ס'איז העכסט צייט אז זיי זאלן איינזען זייער אייגענע שפל המצב און אנהויבן טוהן זאכליך, און נאר אזא פאטש ווי א אויסגעליידיגטע סטעדיום וועט זיי אויפוועקן פון טיעפע שלאף אין די באקוועמע פאטעלן און קעדילעקס. לאמיר אלע זאגן בענאזאם, כולנו פה אחד, מיר גייען נישט צום כינוס איחוד הקהילות למען עתיד דורותינו.
בקיצור ער האט געהאט זיין סייד עפעקט ביים כינוס, אנדערע האבן עס און אנדערע פלעצער, אבער הצד השווה אז דא דרייען זיך עטליכע שטארק אנגעווייטאגטע אינגעלייט,
אפשר וואלטען זיי געוואלט ניצען די פלאטפארום אויסצושמיעסן די שורש פון זייער פראבלעם, ווי מען האט זיי בא'עוולה'ט, ווי דער חרבון ליגט לדעתם, ווי און וואס מען זאל משנה זיין פאר א בעסערע עתיד,
וזאת למודעי.
1}די אשכול איז
נישט געמאכט פאר די וואס זענענן מקנא די אפגעפארענע און האבן נישט די קוראזאש זיי נאכצוטיען, פאר זיי איז נישט דא קיין עצה, די משנה זאגט שוין הקנאה התאווה מוצאין את האדם מן העולם,
2}פאר די אלע וואס ווילען רעדן בלשון גנאי אויף מענטשן אדער אויף רבנים,
ביטע טוט עס נישט דא, עפענט א נייע אשכול און שרייבט אלע קללות וואס שמעקט אייך, דא זאלט איר רעדן בלשון כבוד, Re: דער סיסטעם
נאך א תגובה פון
יאנקל איבער וואס איך האב גענעפעט די אשכול, אין ער האט באקימען 4 לייקס אויף די תגובה:
לייגט אוועק די נגיעות אין א זייט, לאזט א פאר מינוט דעם מציאות אייך פראסקענען אין פנים אז יא, נישט אלע פון די וואס פארלאזן אונזער סיסטעם זענען שלעכט, צוריקגעבליבן, נאריש, דערביטערט וכו׳ וכו׳. עס דערגרייכט צו א מצב פון א פונקט פארקערטן מציאות: אונזער סיסטעם פארלירט דעם באלאנץ וואס א טאג מער, און עס טרייבט אוועק דייקא די אינטעליגענטע צווישן אונז.
אז די עסקנים און רבנים וועלן דאס נישט דערהערן, נאר וועלן ווייטער זיין פארנומען פארשרייען די וועלכע פארלאזן דעם סיסטעם, און דן זיין וויאזוי אמבעסטן ווייטער צו פארמאכן די מוחות פון די וועלכע געפינען זיך נאך דערין, גלייב איך אז מיר וועלן פארדינען נאך הונדערטער ליבי פאלאק׳ס אין די קומענדיגע פאר יאר; נאך הונדערטער בחורים און מיידלעך (און יונגעלייט און ווייבלעך) וועלכע זענען גענוג אינטעליגענט צו כאפן אויף וואספארא קארופטירטן אופן זייער לעבן ווערט דיקטירט, וועלן בפומבי פארלאזן דעם דרך.
און איך וועל איבערפרעגן מיין שאלה:
אפשר וואלטען זיי געוואלט ניצען די פלאטפארום אויסצושמיעסן די שורש פון די פראבלעם, ווי מען האט זיי בא'עוולה'ט, ווי דער חרבון ליגט לדעתם, ווי און וואס מען זאל משנה זיין פאר א בעסערע עתיד,
סתם שרייבען איז נישט אינטערסאנט, מען דארף קענענן פארטיידיגען און מסביר זיין די אייגענע ווערטער,
Re: דער סיסטעם
פריינדליך, אין אסאך עספעקטן האלט איך ווי דו. דו לאזט הערן דיין מיינונג אין יעדע צווייטע און מ'זעהט פון דיינע תגובות אז דו ביסט היבש סיקריקיש געשטומט. און מיין נישט, איך אפלאדיר דיך פארן זיך ארויסשטעלן און לאזן הערן דיין מיינונג מיטן גאנצן שטארקייט. אבער ס'איז נישט מעגליך זיך צו פארהוילן פונעם פאקט אז די סיסטעם הינקעט אונטער. נעם די לעצטע יאר צייט און קוק וויפיל אידן האבן אראפגעווארפן פון זיך די עול תורה ומצות און פוקר געווען באלקי ישראל. פאדערט עס גארנישט? אז א בחור וואס איך האב געקענט ווען ער איז געווען אינג, נישט די גרעסטע לערנער אבער א וואויל קינד. אביסל עלטער געווארן קיין ישיבה נישט געטראפן, היינט איז ער איינער וואס ווייסט נישט פון תורה ומצות. פארלאנגט דאס גארנישט? איז דאס די וועג וויאזוי עס באלאנגט?
נאכאמאל איך זאג נישט די סיסטעם איז דורך געפוילט. אבער ס'איז דא אסאך טוישונגען וואס דארפן געמאכט ווערן ווי אמשנעלסטן ווייל דאס הרגעט אוועק מער פון כלל ישראל ווי אומגעפילטערטע אינטערנעט.
Re: דער סיסטעם
ברויןפריינדליך, אין אסאך עספעקטן האלט איך ווי דו. דו לאזט הערן דיין מיינונג אין יעדע צווייטע און מ'זעהט פון דיינע תגובות אז דו ביסט היבש סיקריקיש געשטומט. און מיין נישט, איך אפלאדיר דיך פארן זיך ארויסשטעלן און לאזן הערן דיין מיינונג מיטן גאנצן שטארקייט.
.
לאמיר רעדן ווי ערוואקסענע און נישט אנגרייפען איינעם דעם אנדרען מיט טיטלען, און כ"ש מיט טיטלען וואס קימען בכלל נישט אהער, ווייל ווי נישט ווי איז כדאי נישט צו פארגעסן, אז איך די עכטע וועלט ווי מענטשן זענענן העפי מיט זייער לעבן, גייען מיט א געהעריגע סדר היום, - אפילו זיי מאכען נישט קיין פרנסה, אדער זיי האבן אנדערע פראבלעמען ח"ו, - ביי זיי איז מיין מיינוג בכלל נישט קיין מיינוג פון קיין סיקריק, און די עכטע וועלט איז מיין מיינוג ע"פ רוב די אנגענימע מיינוג, אפילו ביי די נישט גאר פרימע, במילא זע זיך צו האלטען צו א העכערע לעוועל, נעקסט,
ברוין. נעם די לעצטע יאר צייט און קוק וויפיל אידן האבן אראפגעווארפן פון זיך די עול תורה ומצות און פוקר געווען באלקי ישראל. פאדערט עס גארנישט? אז א בחור וואס איך האב געקענט ווען ער איז געווען אינג, נישט די גרעסטע לערנער אבער א וואויל קינד. אביסל עלטער געווארן קיין ישיבה נישט געטראפן, היינט איז ער איינער וואס ווייסט נישט פון תורה ומצות. פארלאנגט דאס גארנישט? איז דאס די וועג וויאזוי עס באלאנגט?
נאכאמאל איך זאג נישט די סיסטעם איז דורך געפוילט. אבער ס'איז דא אסאך טוישונגען וואס דארפן געמאכט ווערן ווי אמשנעלסטן ווייל דאס הרגעט אוועק מער פון כלל ישראל ווי אומגעפילטערטע אינטערנעט.
אקעי לאמיר רעדן פון דיינע נקודות,
דו האלסט אז די שורש פון די פראבלעם איז די בחורים האבן נישט קיין ישיבות??
די ביסט באמת גערעכט, עס איז
געווען גאר א שארקע פראבלעם, אבער איך האב פאר דיר גאר גיטע נייעס, די פראבלעם איז מער נישט דא, יעדער בחור ווערט היינט מסודר און א ישיבה, און אנדערע פלטאץ דא און שטיבעל האט מען שוין ברייט ארום גערעגט דערפון, אז ב"ה די פראבלעם עקזעסטירט מער נישט היינט צוטאגס, עס איז דא ארגענעזאציעס פאר די פראבלעם, און עס איז דא קליינע ישיבות, און עס איז אפילו דא כוללים פאר בחורים וואב האבן נישט קיין בארד און פיאות, ב"ה מען קען זטאגען אז איין שטער צו אידישקייט איז אוועק גענימען געווארען,
וואס נאך? עני אנדרע פראבלעם לדעתך?
Re: דער סיסטעם
ברויןפריינדליך, אין אסאך עספעקטן האלט איך ווי דו. דו לאזט הערן דיין מיינונג אין יעדע צווייטע און מ'זעהט פון דיינע תגובות אז דו ביסט היבש סיקריקיש געשטומט. און מיין נישט, איך אפלאדיר דיך פארן זיך ארויסשטעלן און לאזן הערן דיין מיינונג מיטן גאנצן שטארקייט. אבער ס'איז נישט מעגליך זיך צו פארהוילן פונעם פאקט אז די סיסטעם הינקעט אונטער. נעם די לעצטע יאר צייט און קוק וויפיל אידן האבן אראפגעווארפן פון זיך די עול תורה ומצות און פוקר געווען באלקי ישראל. פאדערט עס גארנישט? אז א בחור וואס איך האב געקענט ווען ער איז געווען אינג, נישט די גרעסטע לערנער אבער א וואויל קינד. אביסל עלטער געווארן קיין ישיבה נישט געטראפן, היינט איז ער איינער וואס ווייסט נישט פון תורה ומצות. פארלאנגט דאס גארנישט? איז דאס די וועג וויאזוי עס באלאנגט?
נאכאמאל איך זאג נישט די סיסטעם איז דורך געפוילט. אבער ס'איז דא אסאך טוישונגען וואס דארפן געמאכט ווערן ווי אמשנעלסטן ווייל דאס הרגעט אוועק מער פון כלל ישראל ווי אומגעפילטערטע אינטערנעט.
און וואס טוט זיך מיט די בחורים וואס זענען נאך יא אין ישיבה?? קיין שום געפיל צו אידישקייט און צום רבוש״ע אא״ו. בעיקר רעד איך פון די ״מאסן-פראדוקציע״ ישיבות. די קלענערע זענען היבש בעסער , אבער זיי וויסן אז צו זיי - עכ״פ העלפט פון זיי- האט מען אויך געשריבן דעם קול קורא אויפן שטערן
Re: דער סיסטעם
ייש''כ פריינדליך פארן גיין פתיחה אויף די אשכול,
לויט ווי איך פארשטיי זענען 75 פראצענט ארויסגעפאלענע פונעם סיסטעם קומען פון א שווערע בעקראונד, צו א ג'גטע עלטערן אדער א שווערע שטוב וד''ל, אדער אנדערע פראבלעמען וואס מאכן דעם קינד סאם האו פילן אנדערש ווי א נארמאלער אין די געזעלשאפט, אין דער עיקר איז אז אומערפארענע מלמדים אין חדר האבן נישט געוואוסט וויאזוי זיך אומצוגיין דערמיט,
ס'איז א ברייטע טעמע אין אדרבא זאל מען דאס אביסל מער אויסשמועסן דא,
איך דארף לויפן,, מיין לאנטש האט זיך שוין געענדיגט
Re: דער סיסטעם
[ציטאט אראפגענומען]
בראווא, יענקל! לאו בכל יומא מתרחש מאכט אן אבזערוואציע פון אייגענטליך טראכטן. איך שטים צו אז ס'איז אן אלטע טעות וואס עולם גולם באמבעלט נאך אז ווייל "אלע" וואס האבן פארלאזט די סיסטעם האבן געהאט אנדערע סאציאלע / געזעלשפאטליכע שוועריקייטן ממילא מיז זיין אז ווער ס'האט נישט די סאציאלע / געזעלשאפטליכע שוועריקייטן איז באקוועם פיין צופרידן מיטן סיסטעם. פארשטייט זיך אז די טעות נעמט זיך פונעם
עוועלעביליטי בייעס, דהיינו, די אלע וואס האבן פארלאזט די סיסטעם אינאיינעם מיט זייער באגאזשען פראבלעמען זענען ברייט באקאנט, משא"כ די איבעריגע באהאלטן זיך בין תנור לכיריים.
Re: דער סיסטעם
כ'האב הנאה פון דעם אשכול.
ס'איז דא אסאך צו שרייבן. קודם-כל, בעפאר אלעם, קומט אנערקענונג אז לייגנדיג אויפן וואגשאל אלע סארט אידישקייטן, האלט איך קלאר אז דער חסיד'ישער וועג וועט נאך אלץ זיין אויפן אויבן-אן, די מעלות זענען זיכער פיל מער ווי די חסרונות, און אסאך מעלות קען נישט גיין אן די חסרונות.
איין גוטע משל איז, א גרויסער חסרון איז זיך דאס אריינמישן אין יענעמ'ס לעבן, פארקערט ווי די גאנצע וועלט, ליוו ענד לעט ליוו, לאז יענעם זיך פירן ווי אזוי ער וויל, צווינג נישט ארויף, קוק אים נישט נאך, ס'זאל דיר נישט אנגיין יענעם בכלל. דער חסרון קומט אויך ארויס ביי שמחות, ווען מען מאכט נאך "יענעם", מען קוקט גוט וואס יענער טוט, און אויף יענעמ'ס דעת און טעיסט מאכט מען מיין שמחה. אבער די מעלות דערפון איז די געוואלדיגע צדקה וחסד וואס מען טוט איינער פארן צווייטן, מען זארגט זיך, אלע חבורות פון הצלה, ביקור חולים, חי לייפליין, און נאך הונדערטער אנדערע, גמ"ח'ן מינים ממינים שונים, איז צו פארדאנקען ווייל מען זארגט זיך איינער פארן צווייטן.
עכ"פ, איך האב א לאנגע ליסטע ווי מען וואלט זיך געדארפט פארבעסערן. איך געדענקט נישט אלעס אויף די רגע, און כ'ווייס נישט צי איך דארף אלעס שרייבן, אחוץ אויב ס'וועט אנקומען צו די ריכטיגע אויערן (ווער זענען זיי? ס'איז נישטא קיינער האבעך מורא).
ערשטנס, איז אויפהערן צו פאוקעסן בלויז אויף אלע "לא תעשה'ס" פון די תורה אלץ אידישקייט, און זיך כמעט נישט וויסענדיג מאכן פון די מצוות עשה'ס. פון מען ווערט נאר געבוירן ביז נאך די חתונה, הערט מען כסדר פון די עלטערן און מחנכים וואס מען "טאר נישט טאן". (און פארשטייט זיך ווער עס טוט יא מעג מען בארעדן, נישטא קיין לשון הרע און רכילות און שנאת חנם, נאר ווייל ער האט אן אנדערע השקפה ווי מיר). וואס איז מיט אריינגעבן אביסל ווארעמקייט און געשמאק אין א מצוה? ארויסברענגען דעם געוואלדיגן פריוועליגיע אז מיר זענען דער עם סגולה, אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו ורצית בנו, ורוממתנו מכל הלשונות, וקדשתנו במצוותיך, וקרבתנו מלכנו לעבודתך, ושמך הגדול והקדוש עלינו קראת? האו אבאוט יעדע וואך ביים שבת-טיש זאל מען איבערטייטשן די ווערטער אין אידיש? רעדן מער פון אהבת ה', נישט בלויז פון יראת שמים?
אין ברטנורא שרייבט ער (פרקי אבות) אז מען מוז האבן ביידע, סיי יראה און סיי אהבה, איינס אנעם צווייטן פלאפט.
רוב פון אונזערע קינדער היינט (און אפילו עלטערע) ווייסן נישט פארוואס זיי זאלן זיין אידן. לאמיר זעהן:
מען טאר גארנישט טון! מען טאר נישט קוקן אין ערגעץ און זעהן גארנישט, חוץ תורה ותפלה. אנדערש איז ביטול זמן, ביטול תורה, שמירת עינים, יו נעים איט. מען טאר נישט עסן נאר מיט א גוטן הכשר, וואס לאזט איבער א קליינעם אויסוואל, בפרט ווען מען איז נישט אינדערהיים. מען טאר נישט רעדן גארנישט, נאר יעדע ווארט דורכזיפן בי"ג נפה, אנדערש איז מען עובר אויף די הארבסטע חטאים, קללות וארורות רח"ל. מען טאר נישט נאכגעבן די תאוות, נישט במחשבה, נישט בדיבור, נישט מיט די אויגן, און אודאי נישט די כלי מעשה גומרים ח"ו. אויב יא ביסטו דאך חייב מיתה. ועוון זה חמור מכל עבירות שבתורה (שו"ע אבה"ע). שבת טאר מען נישט טון אזויפיל זאכן. קענסט נישט מאכן שיין דיינע פיאות, קענסט נישט אייננעמען א מעדעצין ווען עפעס טוט דיר וויי (חוץ אויב ס'איז ממש געפערליך, כמבואר בשו"ע), קענסט נישט אנצינדן עירקאנדישאן ווען ס'איז דיר הייס, קענסט נישט פארן מיט א קאר אויב עפעס איז ווייט. גיי 3 מאל א טאג אין שול ברג"ש, שלעפ דיך אין די גליטש, בלאטע, רעגן שניי.. טארסט נישט האבן קיין אינטערנעט, קיין סעלפאן, קיין לייען מאטעריאל אויסער סיפורי צדיקים, אלעס איז אסור. אסור אסור אסור.
די מצוות וואס מען הייסט שוין יא טון, גייט מיט א פרעשור: דאווען! לערן! נעם א אידיש ספר אין האנט! פארברענג נישט די צייט! פארוואס שמועסטו ביים דאווענען? האסט נישט געקענט ביים פארהער אין חדר? אפאר גוטע פעטש! די נעגעטיוועטי איז אין לשער. ווען מען זאל כאטשיק שפירן א טעם אין שב"ק, וואלט מען שוין גרינגער מוותר געווען אויף די אויבנדערמאנטע.
יעצט, פארוואס לוינט זיך דאס אלעס צו טון? אה, ווייל מיר אידן האבן דאך סוכ"ס א חלק לעוה"ב!!
נו, לאמיר קריכן צו יענע וועלט. אוי, מען גייט אונז שמייסן! און נאכאמאל שמייסן! כף הקלע! גלגולים! גיהנם! וויזוי האסטו געשריבן אין ליבי'ס אשכול? "מען גייט איר שמייסן פאר יעדע קר"ש וואס זי האט נישט געליינט"! הא??? די גויים גייט מען אויך שמייסן פאר יעדע קר"ש וואס זיי האבן נישט געליינט? די גויים ענטפערן אמאל אמן? מיר ענטפערן טויזענטער מאל אמן, אבער אפגעהיטן זאל מען ווערן אויב עס איז א אמן קטופה/חטיפה/יתומה. קוקסט ארויס אינמיטן שמ"ע? וועסט נישט זוכה זיין צו זעהן די שכינה ווען משיח קומט. א.א.וו. משא"כ דער גוי להבדיל, אים גייט מען נישט שמייסן. ער קען מאכן א לעבן, זיין א חסיד אומה"ע און זוכה זיין צו אסאך גוטע זאכן בזה ובבא.
קענסט מיר נאך אלץ זאגן פארוואס איך זאל זיין א איד?? ווייל מיין טאטע וויל אזוי, ס'פאסט אים? ער צווינגט מיר צו טון וואס ער האט ליב? ווייל דאס איז דער "סיסטעם"? נא וועט מען העכסטנס זיך אפרייסן פונעם סיסטעם. און אז מען רייסט זיך שוין אפ, טראסקעט מען גאר טיף, מען לאזט ליידער אפ אלעס, אפילו די חמורות שבחמורות.
אבער געוואלד, זיין א אידיש קינד איז דאך דאס בעסטע וואס איז דא, מען קען אזויפיל ארומרעדן איבער די חשיבות, און סוף כל סוף וועט זיך ארויסווייזן די תועלת דערפון, ווען די הסתרת פנים וועט אדורכגיין, עס לוינט זיך די אלע שוועריגקייטן! סאטמאר רבי ז"ל האט געזאגט "עס לוינט זיך צו ליידן 70 יאר, נאר כדי צו זוכה זיין איין מאל צו מקרא מגילה"! אין אן אנדער פלאץ האב איך געזעהן שטיין, אז עס לוינט זיך אראפצוקומען אויף דער וועלט בלויז פארן זאגן "איינמאל"!!! ברוך-הוא-וברוך-שמו! און יעדע אמן איז טויזענט מאל חשוב'ער ווי איין ב"ה וב"ש, און יעדע איש"ר איז טויזענט מאל חשוב'ער ווי איין אמן!!
פארוואס רעדט מען נישט דערפון? פארוואס גיט מען נישט אריין א שטאלץ אין אונז? גענוי ווי עס איז א שטאלץ צו זיין דיין חסידות, איז נאך פיל מער א שטאלץ צו זיין א איד!!! הקב"ה האט אונז ליב!!!
אקעי, דערווייל סטאפ איך דא. ועוד חזון אי"ה.
Re: דער סיסטעם
[ציטאט אראפגענומען]
יא יא, און עס איז ממש א שאד, אז האסט אוועק געווארפן דיין כבוד, און געוויזען פאר יעדעם וואס ליינט דא, אז די האסט נישט מעגליכקייט צו פארענטפערן און מסביר זיין דיינע ווערטער, עס איז שוין די צווייטע מאל וואס איך פרעג דיר איבער, און די מערסטע וואס די קענסט טיען איז נאר איבער חזר'ן דיין הוילע רעטאריק אן קיין שום תוכן, ביסטע טאקע נישט מחיוב צו ענטפערן, אבער עס וואלט געווען זייער א גלייכע זאך ווען די ענפערסט ווען, אלמלא אז די האסט וואס,
[ציטאט אראפגענומען]
די ווערטער זעענן CUT און PASTE פון דיין פריערדיגע תגובה, אויב קענסטע עפעס צוגעבן צום נושא, וואס,ווי, ווען, ביסטע מער ווי וועלקעם,
Re: דער סיסטעם
פריינדליך
איך האב גראדע געקלערט פון פירן א געלאסענע שמועס מיט דיר. אבער דיין קינדישע וועג פון ענטפערן האט מיך פאראיבעלט! און דאס איז חוץ די פונקט אז דו לייקענסט זאכן וואס איז קלאר כשמש בצהרים. סיי דא און סיי אין די אנדערע אשכול וואס רעדט וועגן די איבערגעטריבענע תקנות אין די מוסדות'ער.
סליחה פארן זיך טרעפן
Re: דער סיסטעם
ענטפער פאר יודל וועט נאכקימען אי"ה
ברויןפריינדליך
איך האב גראדע געקלערט פון פירן א געלאסענע שמועס מיט דיר. אבער דיין קינדישע וועג פון ענטפערן האט מיך פאראיבעלט! סליחה פארן זיך טרעפן
פאר וועם עס אינטערסירט פאר וואס איינער האט די געבראכען מיט א געפערליכען כעס, זאל איבערלייען מיין שמיעס אנפאנג אשכול,
איך וועל זיין צופרידען צו הערן וואס איך האב נישט גוט גענפערט, פאר קללות האבן מיר געשמיעסט איז דא א עקסטערע אשכול,
ברוין און דאס איז חוץ די פונקט אז דו לייקענסט זאכן וואס איז קלאר כשמש בצהרים.אין די אנדערע אשכול וואס רעדט וועגן די איבערגעטריבענע תקנות אין די מוסדות'ער.
אנדערש ווי טייל שרייבער דא, לויף איך נישט אוועק פון קיין דעבאטע, אדרבה איך ענדשוי עס, אויב האסטע א פראבלעם און א אנדערע אשכול מיט וואס איך האב דארט געשריבען, ביסטע מער ווי וועלקעם איבערצופרעגן, און מען הסתם אויב די שאלה וועט זיין לענין וועל איך ענטפערן, עס איז אבער נישט קיין שיינע זאך צו שרייבען דא אז איך האב ערגעץ אנדערש געזאגט ליגענט, ליינער קענענן נאך מיינען אז דאס וואס די זאגסט איז אמת. בשעת עס איז נישט
Re: דער סיסטעם
פריינדליךאיך דריי מיר דא א שטיק צייט, און איך זע אז דא זענענן דא א פאר אינגעלייט וואס זענענן געפערליך אויפגעברויזט אויף אלעם...
... 2}פאר די אלע וואס ווילען רעדן בלשון גנאי אויף מענטשן אדער אויף רבנים, ביטע טוט עס נישט דא, עפענט א נייע אשכול און שרייבט אלע קללות וואס שמעקט אייך, דא זאלט איר רעדן בלשון כבוד
[ציטאט אראפגענומען]
פריינדליך
יא יא, און עס איז ממש א שאד, אז האסט אוועק געווארפן דיין כבוד, און געוויזען פאר יעדעם וואס ליינט דא, אז די האסט נישט מעגליכקייט צו פארענטפערן און מסביר זיין דיינע ווערטער
אנשולדיגט, אבער אייך גיי מיך נישט אראפ לאזן צו דיין לעוועל נאר אז דו זאלסט מיר קענען ווייזען ווי אויפגעברויזט
איך בין.
Re: דער סיסטעם
עס איז דיין בחירה, און עס איז גארנישט שלעכט אדער גיט דערמיט, עס איז נישט שייך צו זאגען קיין קאמענט דערויף,
עס איז אייביג גיט צו וויסען, אז מען לאזט זיך נישט איין און קיין דיסקאשענס און טענה'ריי, אין זאכען וואס מען איז נישט 100% קלאר, ווייל מען קען נאך פארלירען דערפון, חוץ אויב מען גייט אריין מיט אמת צו הערן דעם אמת, דעמלאטס איז עס יא כדאי,
די זעלבע זאך דא אויך, רוב מענטשן ווייסען באמת נישט וואס זיי באדערט, און אויף וואס אדער אויף וואס זיי בלאזען, זיי וויסען איין זאך, אז שאולי גרוסמאן האט שוין געטראפן די גליק און ער מיטשעט זיך נאך, זייט וויסען!! 99.99 פראצענט אפגעפארענע וואלטן זיך געטוישט מיט רוב שוואכערע אינגעלייט, די סיפוק פון א שוואכער אינגערמאן איז פיל העכער ווי די פון די אפגעפארענע, {איך רעד נישט פון די ערשטע צוויי חדשים נאכען אפשערן די פיאות},
דערפאר איז זייער שווער צו האבן א ערענסטע תוכן'פולע דיסקאשן איבער די ענין, וויל די וואס האבן טענות אויפן סיסטעם, זענענן אויך נישט קלאר פינקטליך, וואס, ווי, ווען,
Re: דער סיסטעם
איך האב ב"ה נישט קיין פראבלעם מיט די סיסטעם. יא, ס'איז דא געוויסע זאכן וואס מ'דארף טוישן אבער גארנישט ספעציעל. די פראבלעם דא איז צו פירן די שמועס מיט כבודך שליט"א.
איך גיי נאך איינמאל פראבירן אבער דאס איז די לעצטע מאל.
דו שרייבסט אז היינט איז די אישו מיט בחורים פארראכטן. אפשר ברענגסטו באווייזן דעראויף? וואס טוט מען מיט א ניינצן יעריגע בחור אין סאטמער וויליאמסבורג ישיבה גדולה?
וואס טוט מען מיט א כמו שוואכע בחור אין סאטמאר מהר"א'ס מוסדות ווען קיין איין תורה ישיבה וויל אים נישט אריין נעמען וועגן איגאו.
לאמיר זעען צו דו קענסט ענטפערן 'נארמאל און באזעסן'
Re: דער סיסטעם
טעות
Re: דער סיסטעם
😂
Re: דער סיסטעם
[ציטאט אראפגענומען]
איך וואלט דיר געענטפערט אז איך בין זייער צופרידן פונעם סיסטעם, אבער דאס וואלט געמיינט אז איך בין נישט אינטעליגענט.
Re: דער סיסטעם
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז וואס די האסט געשריבען:
עס דערגרייכט צו א מצב פון א פונקט פארקערטן מציאות: אונזער סיסטעם פארלירט דעם באלאנץ וואס א טאג מער, און עס טרייבט אוועק דייקא די אינטעליגענטע צווישן אונז.
מען קען אייביג פארענטפערן און צוריקציען, אבער דאס איז די טריקענע ווערטער,
Re: דער סיסטעם
1}מיין רב זאגט אז עס איז אקעי, נישט דא ליגט די פראבלעם, איך זאל נאר זיכערמאכען צו בלייבען מיט JNET אזוי וועל איך נישט אנקימען צו פע...
2}נעווער מיינד וואס האסט יא געמיינט צו זאגען אדער נישט,
איך האב בסך הכל איבערגעפרעגט אז זאלסט זיך אויסקלארען, עס איז מיין רעכט איבערצופרעגן,און ווען האסט נישט געענפערט האט איך נאכאמאל איבערגעפרעגט, איך מיין אז מיר האבן זיך זייער גוט פארשטאנענן,
Re: דער סיסטעם
פריינדליך1}מיין רב זאגט אז עס איז אקעי, נישט דא ליגט די פראבלעם, איך זאל נאר זיכערמאכען צו בלייבען מיט JNET אזוי וועל איך נישט אנקימען צו פע...
2}נעווער מיינד וואס האסט יא געמיינט צו זאגען אדער נישט,
איך האב בסך הכל איבערגעפרעגט אז זאלסט זיך אויסקלארען, עס איז מיין רעכט איבערצופרעגן,און ווען האסט נישט געענפערט האט איך נאכאמאל איבערגעפרעגט, איך מיין אז מיר האבן זיך זייער גוט פארשטאנענן,
אזוי אויבן אויף וואלט איך דיר דייעגנאזט מיט
סטאקהאלם סינדראם.
Re: דער סיסטעם
פאר 75 פראצענט אינגלייט איז כולל א וועסט אויף טיים.
וואלט מען אויסגעניצט די צייט צי לערנען אן אומנות וואלט די גאנצע לעבען געווען אנדריש.
מ'דארף נישט מאריך זיין אין דו ריפעל עפעקט דערפין.<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Ripple_effect">http://en.wikipedia.org/wiki/Ripple_effect</a>
מ'דארף אפי' נישט אויפגעבן כולל, 3 מאל א וואך פאר א פאר שעה פאר 2-3 יאר קען מען ענדיגן א סאך דיגריעס.
מען מוטשעט זיך אין כלל וואס צי טאן מיט די צייט ביז מען האט 2-3 קינדער, דעלמאטס איז שוין אביסל שפעט צי לערנען א פאך.
פארוואס זאלן מענטשן פארדינען ווייניגער וויפיל זיי זענען ווערט.
Re: דער סיסטעם
גראדע האט מען שוין אסאך פרובירט צו מאכן קלעסעס באנאכט טאקע מעיקר פאר כולל אינגעלייט, טורא קאלעדזש פלעגט האבן רוב קלעסעס באנאכט, דער עולם כאפט זיך אבער נישט צו דערצו, האט עס דען עפעס מיט די סיסטעם?
Re: דער סיסטעם
אברעמעלגראדע האט מען שוין אסאך פרובירט צו מאכן קלעסעס באנאכט טאקע מעיקר פאר כולל אינגעלייט, טורא קאלעדזש פלעגט האבן רוב קלעסעס באנאכט, דער עולם כאפט זיך אבער נישט צו דערצו, האט עס דען עפעס מיט די סיסטעם?
מיט די אלע בייזע בליקן פון די עלטערן, שוויגער עלטערן, שכינים און קהלה מעמבערס, לאנגע ארטיקלן דערקעגן פון מנשה פילאפ אין די צייטונג - זיכער כאפט מען זיך נישט צו. מיר האבן א טבע צו אראפרייסן די וואס גייען זיך לערנען און נאכדעם צייגן מיט שטאלץ אויף די וואס האבן זיך אויסגעלאכט און עס געמאכט סוקסעספול צום אנדערען ברעג פונעם ברויזענדע ים, טראץ די בייזע בליקן און די קהלה פרעשור - לאמר, קוק, מיר זענען פונקט אזוי קליג, מיר האמיר געלערענטע צווישן אונז.
Re: דער סיסטעם
נארישקייטן יוליש
קיינער אינעם סיסטעם האט גארנישט קעגן די קלעסעס ,איך מיןן אז עס האט מער צוטוהן מיט דעם אז ס'קאסט אסאך געלט וואס מען קען זיך נישט עפארדן מיט די אומדערטרעגליכע רענט פרייזן
אגב וואלט אפשר כדאי געווען צו עפענען א באזונדערע אשכול איבער די רענט אין וויליאמסבורג
Re: דער סיסטעם
פריינדליך,
וואס, אייגנטליך, איז אלץ בכלל דעם "סיסטעם" וואס ווערט דא באהאנדלט? אויב מיינסטו דערמיט דעם כלל-כולו פון אונזער געזעלשאפט, וויל איך פארשטיין: זענען באמת נישטא קיין זאכן ביי אונז וואס קענען פארבעסערט ווערן? נישטא קיין פראבלעמען מתקן צו זיין? ווען דו וואלסט זיך אוועקגעזעצט דעזיינען א "סיסטעם", וואלט עס אויסגעזען אויף דער האר ווי אונזערן יעצט?
נאך דער לעצטע פרשה אין מאנסי, איך נאך די סקאנדלן אין די חסידישע געזעלשאפט, זעהט אויס אין נאך עטליכע יאר ארום וועט זיך צופאלן דעם ביז יעצטיגען סיסטעם, מיט א שינוי לטובה, אזוי שמעקט איך.
The first 15-20 years of the chasidic life is u stand up in the morning 6am straight to school/tt till 6 pm back by 7:30 back home 9:30 and this is it. nothing accomplished, no talent, no fun, no interested lectures, no history, no math, no job skills, no fun, no exersize, no diploma, no degree, no report cards, not even healty food, no english not even stodies to b a dieyn, no aluches, no tenach, no jewish history, nothing nothing nothing. just wested 15 best years of your life. just heavy rubber kantchick and sitting for 10-12 houers straight with 10 minute reces, There is no system at all
אברעמעלגראדע האט מען שוין אסאך פרובירט צו מאכן קלעסעס באנאכט טאקע מעיקר פאר כולל אינגעלייט, טורא קאלעדזש פלעגט האבן רוב קלעסעס באנאכט, דער עולם כאפט זיך אבער נישט צו דערצו, האט עס דען עפעס מיט די סיסטעם?
after the chasuna is too late. the governer pays for each student atleast $5000 a year for 5 years (yeshiva) plus sechar limed another 300 a month its real geniva not to teach the BUCHREM atleast 2 houers a day in yeshive some clasess or skills
יואלישאברעמעלגראדע האט מען שוין אסאך פרובירט צו מאכן קלעסעס באנאכט טאקע מעיקר פאר כולל אינגעלייט, טורא קאלעדזש פלעגט האבן רוב קלעסעס באנאכט, דער עולם כאפט זיך אבער נישט צו דערצו, האט עס דען עפעס מיט די סיסטעם?
מיט די אלע בייזע בליקן פון די עלטערן, שוויגער עלטערן, שכינים און קהלה מעמבערס, לאנגע ארטיקלן דערקעגן פון מנשה פילאפ אין די צייטונג - זיכער כאפט מען זיך נישט צו. מיר האבן א טבע צו אראפרייסן די וואס גייען זיך לערנען און נאכדעם צייגן מיט שטאלץ אויף די וואס האבן זיך אויסגעלאכט און עס געמאכט סוקסעספול צום אנדערען ברעג פונעם ברויזענדע ים, טראץ די בייזע בליקן און די קהלה פרעשור - לאמר, קוק, מיר זענען פונקט אזוי קליג, מיר האמיר געלערענטע צווישן אונז.
its not just this after the chasuna is allready a little late. if we would have for just 1 houer every day from the 8 years old till the 18 study with real teachers and with chizuk from the rabbis we would have acompleshed a gevald
דער סיסטעם וואס עטס ווילטס טוישן, איז די סאטמארע סיסטעם. בין איך גערעכט?
ביי אונז אין באבוב האט מען געלערנט יעדן טאג פאר צוויי שעה א געהעריגע ענגליש מיט פאבליק סקול טיטשערס (היינט איז שוין דא חסידישע טיטשערס).
איך קען ב"ה א געשמאקע ענגליש (אלעס ביז Algebra).
משה רוקחדער סיסטעם וואס עטס ווילטס טוישן, איז די סאטמארע סיסטעם. בין איך גערעכט?
ביי אונז אין באבוב האט מען געלערנט יעדן טאג פאר צוויי שעה א געהעריגע ענגליש מיט פאבליק סקול טיטשערס (היינט איז שוין דא חסידישע טיטשערס).
איך קען ב"ה א געשמאקע ענגליש (אלעס ביז Algebra).
גם אני מצטרף
סאנבאר איז אויך באבוב?
פון זיינע תגובות אין דעם באבוב'ן צימעס אשכול, זעהט אזוי אויס.
קען גאר זיין ער איז מיין קלעסמעיט.....
שמעקעדיגסאנבאר איז אויך באבוב?
געלערנט
משה רוקחפון זיינע תגובות אין דעם באבוב'ן צימעס אשכול, זעהט אזוי אויס.
קען גאר זיין ער איז מיין קלעסמעיט.....
😉
sunbarמשה רוקחדער סיסטעם וואס עטס ווילטס טוישן, איז די סאטמארע סיסטעם. בין איך גערעכט?
ביי אונז אין באבוב האט מען געלערנט יעדן טאג פאר צוויי שעה א געהעריגע ענגליש מיט פאבליק סקול טיטשערס (היינט איז שוין דא חסידישע טיטשערס).
איך קען ב"ה א געשמאקע ענגליש (אלעס ביז Algebra).
גם אני מצטרף
?for how many years
ניעקsunbarמשה רוקחדער סיסטעם וואס עטס ווילטס טוישן, איז די סאטמארע סיסטעם. בין איך גערעכט?
ביי אונז אין באבוב האט מען געלערנט יעדן טאג פאר צוויי שעה א געהעריגע ענגליש מיט פאבליק סקול טיטשערס (היינט איז שוין דא חסידישע טיטשערס).
איך קען ב"ה א געשמאקע ענגליש (אלעס ביז Algebra).
גם אני מצטרף
?for how many years
איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט
sunbarניעקsunbarמשה רוקחדער סיסטעם וואס עטס ווילטס טוישן, איז די סאטמארע סיסטעם. בין איך גערעכט?
ביי אונז אין באבוב האט מען געלערנט יעדן טאג פאר צוויי שעה א געהעריגע ענגליש מיט פאבליק סקול טיטשערס (היינט איז שוין דא חסידישע טיטשערס).
איך קען ב"ה א געשמאקע ענגליש (אלעס ביז Algebra).
גם אני מצטרף
?for how many years
for how many years did u learn english every day for 2 hr. and what about GED high sschool diploma איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט
משה רוקחדער סיסטעם וואס עטס ווילטס טוישן, איז די סאטמארע סיסטעם. בין איך גערעכט?
ביי אונז אין באבוב האט מען געלערנט יעדן טאג פאר צוויי שעה א געהעריגע ענגליש מיט פאבליק סקול טיטשערס (היינט איז שוין דא חסידישע טיטשערס).
איך קען ב"ה א געשמאקע ענגליש (אלעס ביז Algebra).
רעכענען ביז algebra לערנט מען אין סאטמער אויך
אונז האבן געלערנט צוויי שעה ביז נאך די אכטע קלאס. אין ישיבה קטנה האט מען געקענט צוענדיגן די נעקסטע פיר קלאסן.
דו לייגסט אראפ דעם חינוך פון א טיפיקעל סאטמארע חזיר, להוי ידוע לך עס פעלט נישט קיין טשויסעס, די נעבעך איז אויף דיר פונקט ווי אויף דיין זוהן אז דו געבסט עם איבער די חאזעריי מיט וואס מען דיר געפיטערט. נעבעך.
איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן באריכות אבער איבער האלב פון דיינע פראבלעמן טרעפט מען בעיקר אצל הכת דמתקריא סאטמאר.
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האב יעצט געליינט דיין געוואלדיגע תגובה, דו שרייבטס דאך אזוי גוט און צו די זאך, עס איז נאר א שאד אז דו האסט אלעס אריינגעריקט אין איין שטיקל, איך וואלט דיר גע'לייק'ט פאר יעדע פאראגראף באזונדער.
זאל דער פון אויבן זיך שוין מרחם זיין אויף אידישע קינדער און שיקן דעם גואל צדק במהרה דידן.
ממי שאמרו דריי דיך ארום
דא האסטו א גוטן קלאפ אין די פלייצע בראווא! ביסט א חברה מאן !
ממי שאמור דיך גייט מען נישט שיקן אין חלקת הרבנים, לאמיר דיר מסביר זיין פארוואס,
ר' יעקלי מפשעווארסק פלעגט זאגן, אז וואס גייט זיין, זיין גיהנום, אז ער וועט זיצן לעבן א ליטווישער איד'ל, און ער וועט יענעם פארציילען מעשיות פון צדיקים, תלמידי בעל שם, און יענער וועט וועלן אים זאגן א חפצא א גברא א חילוק אין א יסוד פון ר' חיים און ביידע וועלן האבן דעם גיהנום.
יעצט טו דיין אויער צו לייגן,
וועל איך דיר די רבי'ס גיהנום צייגן,
די רבי'ס וועלן האבן א גיהנום ווי מען וועט,
אריינקומען און קיינער וועט נישט שישקען,
מען וועט נישט אנגרייטן א בענקל ווי א בעט,
אים זיצן לעבן ברודער ס'וועט זיך ביידע דרייען די קישקען.
דערנאך פון גן עדן אריינהערן מען טוט,
ר' בערל בעל הבית מכובד מיט א ברכה,
דערשמייכל וואס פלעגט דעם רבין קאכן דאס בלוט,
ווען דער רבי פלעגט זיך דרייען ערנסט בעמק הבכא.
דאן וועט מען הערן ווי די עמך-אידן די שטירן ,
האבן זיך מוחל געווען אלפים ורבבות,
די עיקר קיין מחלוקה נישט פראדאצירן,
און ווי ביי זיי בחלקת הרבנים חפצו קרבות,
פאר א פחות משוה פרוטה מלהיב מחלוקת נלהבות,
מען וועט זיצן שעות און טעג
און זיך אויפהייבן נאר ווען מען מעג,
אנשטאט די גבאים- די מלאכי חבלה,
מאכן סדר עס זאל נישט ווערן קיין בהלה,
מען וועט נישט קענען שפרייזן און רייטן,
און איגנארירן די פערדן פון די זייטן,
בלויז פאר דעם עושר דעם נואף,
דעם קאפ געבן א הייב אויף.
עוד חזון למועד
אבער ממי שאמרו איך מיין אז דיין גיהנום וועט דאס זיכער נישט זיין
ר' זלמן לייב פילאף
הרב מי שאמרו די האסטו א ראי' פון אפאר בלעטער פריער. מסכת שבת דף י''ב ע''א וכן היה רשב"א אומר משום רשב"ג אין משדכין את התינוקות לארס ולא את התינוק ללמדו ספר וללמדו אומנות ואין מנחמין אבלים ואין מבקרין חולין בשבת דברי בית שמאי וב"ה מתירין:
רש''י ד''ה וב"ה מתירין. דקא סברי חפצך ולא חפצי שמים:
דאס פאלגענדע ארטיקל האב איך גענומען פונעם בלאג "א וועלט מיט וועלטעלעך"
דער סיסטעם -- א פערספעקטיוו
פאראן ווייניג באגריפן אין אונזער טעפל וואס ברענגט אויף אזויפיל ליידנשאפט און א געמיש פון געפילן מקצה אל הקצה ווי "סיסטעם". "דער סיסטעם" מיינט געווענליך דעם כלל-כולו לעבנסשטייגער פון חסידים און חסידישע אידן. עס נעמט אריין אונזערע בתי חינוך, מהלך החיים, מהלך המחשבה, התנהגות, געשמאקן, וועלט-אויסקוק וכו' וכו' -- א וכולהו אויפ'ן וכולהו. "סיסטעם" אין דעם קאנטעקסט איז אזוי ברייט, טיף, און ארומנעמיג, אז ס'איז כמעט אוממעגליך צו געהעריג דעפינירן.
אינעם "סיסטעם" לעבן טויזנטער מענטשן -- אלערליי מענטשן, מיט אלערליי נויגונגען, געדאנקענגענג, מאס פרומקייט אא"וו. דער סיסטעם האט זיך אנטוויקלט אין די יארן נאך דער לעצטער וועלט-קריג, דורך די גאר פרומע אידן וואס האבן געוואלט פארזעצן מיט א גאר-פרומען מהלך החיים. אין משך פון דער צייט האט דער סיסטעם זיך אנטוויקלט און צעצווייגט.
דער סיסטעם האט אויפגעהאדעוועט נייע דורות -- טויזנטער מענטשן, קינדער און אייניקלעך פון די יסודי ומייסדי הסיסטעם. די נייע דורות זענען נישט באשטאנען פון מענטשן וואס האבן זיך פרייוויליג אנגעשלאסן אינעם סיסטעם, נאר פון אזעלכע וואס זענען שוין געבוירן געווארן אין די גרעניצן פון דעם סיסטעם. ווען די דאזיגע סיסטעם-געבוירענע מענטשן זענען אונטערגעוואקסן און אנגעהויבן קוקן און טראכטן, האבן זיי זיך צומאל געפונען אין א מצב וואס איז זיי נישט געפעלן געווארן. זיי האבן געהאלטן -- זיי האלטן -- אז ווי ערוואקסענע און יחידים האבן זיי א רעכט צו אליין טראכטן און באשליסן וואס צו טאן מיט זייער לעבן.
פון דא און ווייטער, צעטיילן זיך די דאזיגע סיסטעם-קריטיקירנדע מענטשן אין עטליכע קאטעגאריעס. אבער די חילוקים זענען נישט נוגע צו דער טעמע. איך וויל זיך בעיקר אפשטעלן אויפ'ן חלק הנוגע למעשה. דער חלק הטעאריע -- וואס איז נישט גוט, פארוואס ס'איז נישט גוט, וואס מען וואלט געדארפט טאן, וויאזוי דאס אויסצופירן -- קענען זיין געשמאקע שמועס-טעמעס. איך וויל יעצט פרואווען בלייבן פאקוסירט אויף וויאזוי צו גיין פון דא און ווייטער, דהיינו, נאך דעם וואס דער סיסטעם איז שוין יא דא און מיר זענען דערינען.
די ערשטע זאך וואס איך פרואוו זיך האלטן פאר די אויגן ביים אנאליזירן דעם סיסטעם איז, אז אפילו אלע נעגאטיווע זאכן וואס ווערן צו אים צוגעשריבן זאלן זיין אינגאנצן אמת, איז נישטא אויף וועמען צו זיין ברוגז. דער סיסטעם האט זיך אנוויקלט און אנטוויקלט זיך ווייטער לויט די אומשטענדן, געשעענישן, און מענטשן וואס וואוינען אין אים. דער סיסטעם איז נישט אנטשטאנען פון איין יחיד אדער גרופע פון יחידים וואס האט זיך אוועקגעזעצט פארשרייבן א בלו-פרינט וואס איז דערנאך אויסגעפאלגט געווארן. דער סיסטעם, ווי יעדער סיסטעם, האלט אין איין זיך טוישן. די שינויים געשעען שטיל, פאמעליך, ריקן זיך אריין כמעט אומבאמערקט. אבער אויב קריכט מען ארויס, אזוי צו זאגן, פונעם יעצט, און מען באטראכט דעם "ביג פיקטשור", זעט מען עס קלאר.
אויב דער סיסטעם איז א פועל יוצא פון, לאמיר עס אנרופן, סאציאלער עוואלוציע, בלייבט נישט איבער אויף וועמען זיך צו בייזערן, אויסער אויפ'ן עצם פראצעס. זיך ברוגז'ן אויף א פראצעס האט דאך אבער נישט קיין פשט. איז די ערשטע זאך, אפילו אויב מען איז פארווייטאגט, זאל מען נישט לאזן די ווייטאג זיך פארוואנדלען אין א כעס, ווייל דעמאלט ווערט דער פאָקוס צעשווימען.
נאך דארף מען געדענקען, אז די עלטערן און משפחה, וואס "שטייען אין וועג" פונעם מענטש צו טאן וואס ער האלט פאר ריכטיג, זענען אויך טייל פונעם זעלבן סיסטעם. איז, אפילו יענע זאלן זיין 100 פראצענט אומגערעכט מיט'ן נישט פארשטיין א משפחה-מיטגליד וואס וויל לעבן אנדערש ווי ער איז אויפגעברענגט געווארן, זענען זיי, נאך אלעם, פראדוקטן פון א סיסטעם וואס זיי האבן נישט געשאפן. דער זעלבער סיסטעם האט זיי אויסגעשטעלט אנצוקוקן די וועלט און דאס לעבן מיט א געוויסן בליק; און דער זעלבער סיסטעם האט זיי פראגראמירט צו טראכטן און זיך אויפפירן וויאזוי זיי טראכטן און פירן זיך אויף. (היפאקריטן, שלעכטע מענטשן, "קאנטראל פריקס" זענען אויך פאראן איבעראל בשפע ובהרחבה.)
במילא, אפילו מיר זאלן אננעמען אז זיי זענען נישט גערעכט, איז ריכטיגער זיי אנצוקוקן ווי קאלעגע-קרבנות -- אדער ווי מענטשן מיט גוטע און שלעכטע נטיות, ווי זיי וואלטן געווען סיי וואו -- איידער טייל פון דער פראבלעם.
בנוגע סיסטעם ווי א קאנצעפט, דארף מען אין אכט נעמען אז די וועלט באשטייט פון א סך קליינע סיסטעמס. כמעט יעדע געזעלשאפט לעבט און פונקציאנירט אויפ'ן דיקטאט פון געזעצן און נארמעס. אין יעדער קולטור זענען פאראן זאכן וואס זענען אומאקצעפטירבאר. יעדעס לאנד האט די מושגים פון גוט און שלעכט. כמעט יעדער מענטש האט פאר זיך רויטע ליניעס, וואס אויב זאל ער זיי איבערטרעטן וועט ער זיך טרעפן "אויף צרות". אין א סיסטעם וואו דער יחיד באקומט מער פרייהייט און ברייטערע ברירות, איז די ערווארטונג אויך העכער און ברייטער. אנטוישונג, ובכן, קומט אויך אפטער, שנעלער, און שארפער. אין יעדער געזעלשאפט זענען פאראן גרעניצן, וואס אויב וואגסטו זיי איבערטרעטן, וועלן די ארומיגע דעם איבערטרעטער אויסשפייען.
איז, סיסטעם כשלעצמו איז נישט קיין עקסקלוסיווע דערשיינונג דווקא ביי אונז. סיסטעם איז נישט גוט אדער שלעכט. ס'איז א פאקט פון לעבן. כך הוא דרכו של עולם.
לאמיר יעצט רעדן פון אונזער סיסטעם. ס'איז קלאר אז אונזער סיסטעם האט פעלערס. פארוואס איז עס קלאר? ווייל יעדער סיסטעם, ווי גוט ער זאל נאר זיין, איז געפלאגט פון חסרונות. מיר זעען דאך אויך אז עס זענען ביי אונז פאראן אזעלכע, פאר וועמען דער סיסטעם ארבעט נישט. למעשה אבער קען מען זאגן אז דער סיסטעם ארבעט יא פאר'ן רוב. וויבאלד א סיסטעם איז בהכרח געצילט אויפ'ן כלל, לאזט זיך זאגן אז דער סיסטעם ארבעט.
עס זענען פאראן די פאר וועמען דער סיסטעם ארבעט נישט. עס זענען פאראן אזעלכע וואס קענען באצייכנט ווערן אפילו ווי קרבנות פונעם סיסטעם. אבער, ווידעראמאל, אזעלכע זענען פאראן איבעראל. ס'איז נאכנישט באשאפן געווארן דער סיסטעם וואס איז פולשטענדיג גוט און פריי פון פראבלעמען. מיר האבן אונזערע, אנדערע האבן זייערע. אלץ און איבעראל באשטייט פון א געמיש פון פרייד און טרויער, הרחבה און אנגסט, ליבע און שנאה, גליקליך און שרעקליך. די פרטים פון לעבן נעמען אן פארשידענע פארמען און דריקן זיך אויס אויף אנדערע וועגן. די סך-הכל באלאנץ איז אבער אייביג און איבעראל א קוגל פון ביידן.
במילא איז דער פאקט וואס דער סיסטעם פונקציאנירט נישט מיט א פולשטענדיגן שלימות נישט קיין סיבה פון אים אוועקצונעמען דעם זכות קיום.
די יחידים וואס שטויסן צוליב פיין און ליידן וואס זיי גייען דורך אינעם און פונעם סיסטעם קען מען נישט דן זיין. אין רוב פעלער איז זיי באמת ענג. אפגעזען וואס דער גורם זאל נישט זיין, טוט זיי עפעס וויי, און אויב ס'טוט וויי, שרייט מען. אויב שרייען איז נישט קיין אפציע, ווייל דאס עצם שרייען איז ביי אונז אפגעפרעגט, שטויסט מען. אויב עפעס טוט וויי און דאס געשריי ווערט דערשטיקט, וועט די ווייטאג געפינען אן אנדערן אופן וויאזוי ארויסצוקומען.
איך פרואוו די דאזיגע יחידים נישט דן זיין, און אויב דער דאזיגער יחיד איז מיר א באקאנטער, א גוטער פריינט, פרוביר איך אים פארשטיין אויך. איך רעד אבער יעצט נישט פון דעם מיעוט, נאר דעם סיסטעם און דעם כלל.
יא און נאכאמאל יא, דער סיסטעם איז נישט ריין פון פראבלעמען און קען דערהייבן תיקונים. דאס איז קלאר. מצד השני, אבער, אז מיר וועלן אריינקוקן אינעם עבר וועלן מיר זען אז עס זענען אייביג געווען אזעלכע וואס זענען "ארויסגעפאלן", וואס האבן איבערגעלאזט דעם סיסטעם. "ארויסגעפאלן" צי "אוועקגעגאנגען" האט אין יעדן פלאץ און תקופה אנגענומען אן אנדער פארעם -- שמד, אידאלאגיע אא"וו; אבער געגאנגען איז מען אייביג.
דאס זאגט אונז, אז דער סיסטעם-אנטלויף פענאמען האט נישט מיט אונז יעצט דא, ווייל ס'איז אייביג געווען. ס'איז אייביג געווען ביי אונז און ביי אלע אנדערע סיסטעמס. איבעראל זענען פאראן אזעלכע וואס זענען נישט צופרידן און ווילן גיין.
איז, יא, מען קען און מען מעג מתקן זיין, ווייל בעסער שאדט קיינמאל נישט. אבער צו זאגן אז "סיסטעם" איז שולדיג אין דעם אויפשטייג פון אנטלויפערס, איז נישט דער שכל'דיגסטער ארגומענט.
יעצט, א ווארט צו די, וואס טראכטן מער-ווייניגער ווי איך.
איך בין דא, בתוך עמי ובתוך סיסטעמתי. דאס איז מיין הויז. דא וואוין איך. דא לעב איך. דא לאַך איך, דא וויין איך. דא טאנץ איך, דא בין איך פרייליך, אומעטיג, אויפגעלייגט, טרויעריג. דא שפיל איך זיך. דא עס איך. דא בין איך געבוירן און דא וועל איך שטארבן. דא ווייסט מען פון מיר, דא וועט מען מיך געדענקען. דא וועט אמאל זיין א פיצל קינד וואס וועט טראגן מיין נאמען.
איך וויל נישט זען מיין הויז חרוב, אפילו אויב עס איז נישט מלא חן, אפילו אויב נישט אלעס געפעלט מיר, אפילו איך וואלט געקענט באשטיין אז פארשידענע זאכן זאלן זיין אביסל אנדערש. איך האב ליב דעם סיסטעם, פונקט ווי איך האב נאטירליך ליב אלץ וואס איז מיינס.
איך וואלט זייער געוואלט אז מיין הויז זאל זיין פערפעקט, אז אלעס מיט און אין אים זאל קלאפן אויף פולע הונדערט פראצענט. אבער איך האב עס ליב אפילו מיט די חסרונות, פונקט ווי כ'האב זיך אליין ליב, מיט מיינע חסרונות. כ'האב אויך ליב מיין משפחה, הגם ווי מענטשן האבן זיי חסרונות. כ'האב ליב מיינע חברים, הגם זיי האבן חסרונות, נישט ווייניגער און נישט קלענערע ווי דעם סיסטעם.
ווען א סיסטעם שטייט שטארק אויף פעסטע יסודות קען מען זיך ערלויבן אים צו שטופן און שטויסן. למעשה הענגט דער סיסטעם -- אוקעי, נישט אויף א האר, אבער יא אויף א שטריק. ער איז נישט דער מעכטיגער, אומרירבארער, אומבאזיגבארער ריז וואס ער איז אמאל געווען. ער הענגט אויף א שטריק, לאז זיין א דיקן. ווערט ער אבער אלץ שווערער, און די וואס האלטן אים אונטער ווערן אלץ שוואכער.
ארונטעררייסן מיט נעגאטיווע סענטימענטן שעדיגט אים מער ווי מיר ווילן. שטויסן שטעלט זיין קיום אין געפאר. אמאל האט מען זיך געקענט מער ערלויבן, ווייל ער איז געווען שטארקער און געקענט מער פארנעמען. היינט איז ער א קרעכצנדער זקן. קלעפ און העק שטעלן זיין לעבן אין סכנה.
דער סיסטעם וועט בלייבן, לכאורה. אזוי איז אייביג געווען. מיר וועלן זען מער מענטשן אים איבערלאזן; איבערקריכן די צוים וועט אין דער צוקונפט לכאורה ווערן אן אפטערע ערשיינונג. ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז עס וועט קומען צו א מצב, ווען יעדער יחיד וועט פאר זיך האבן צוויי אייניגע ברירות פון בלייבן אדער גיין. עס קען זיין אז דער סיסטעם וועט זיך ווייטער אנטוויקלען, אזוי ווי ער האט געטאן ביז היינט, און מיר וועלן זיך טרעפן מיט אנדערע דינאמיקס.
אלעס קען זיין און גארנישט ליגט, באמת, ביי קיינעם אין די הענט. מיין שכל זאגט אבער אז דער בעסטער מהלך איז צו אקצעפטירן דעם סיסטעם ווי ער איז, און פרובירן זיך מאכן באקוועם אין זיינע גרעניצן. אויב באזייטיגט מען די רוגזה, די באשולדיגונגען, און מען זעצט זיך אוועק טראכטן תכלית וואס מען וויל, וואס איז מיר נישט גוט, וויאזוי וואלט מיר געווען בעסער, קען מען געפינען א וועג אין לעבן אן פיין און אנגסט, אן וויי טאן זיך און אנדערע.
איך ווייס אז מיין הנחה וועט צו א סך נישט קלינגען צו איבערצייגעוודיג. איך פארשטיי אויך אז וואס איך זאג איז ווייט נישט פריי פון לאגישע לעכער. מען קען פונקט אזוי מאכן א קעיס אויף פארקערט. איך אליין קען עס באווייזן; כ'בין זיכער, אז אנדערע קענען עס טאן נאך בעסער. אייגנטליך, מען קען אויף יעדער זאך מאכן א קעיס לכאן ולכאן, אייביג און איבעראל. אלא וואס יא, איך האב געפרואווט טיילן מיין פערספעקטיוו, און איך האף, אז מענטשן וואס טראכטן ווי איך און פלאנירן נישט קיין דראסטישע שריט, וועלן אין דעם פאסט געפינען עפעס, וואס וועט ביי זייער הארץ און מוח נושא-חן זיין.
Sorry
איך וויל דיר ענפערן אויף די תגובה