א ערליך ליטוויש בחור'ל האט געהאט א בעשוי פון 5 שעה. יעדער פרעגט עם 5 שעה ? וואס טוט מען שוין אזוי לאנג? זאגט ער אז חז"ל זאגן דאך אסור לאדם לקדש עד שיראנה. נו, וואס פארשטעיען מיר דען צו א "קוק" פון חז"ל?
איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?
155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #996
אוודאי איז נישט דא א סיסטעם וואס איז הינדערט פראצענט גוט. אבער ס׳איז דא וואס איז %100 בעסער ווי אונזער יעצטיגן סיסטעם. וואס צו פארעכטן? אט דאס:
1) מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר אונזערע קינדער. אסאך פון אונזערע פראבלעמען נעמען זיך פון דעם. ניין, די גוים זענען נישט אלע פארלוירן גייסטיש און מאראליש. ניין, די פרייע אידן זענען אונז נישט מקנא אונזער לעבנסשטייגער. ניין, די סייענטיסטן זענען נישט פארנומען אגאנצן טאג אויסטראכטן וועגן וויאזוי אויסצורייסן אונזער אמונה. ניין, אונז האב מיר נישט די מאנאפאלי אויף שמחת החיים. יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר. יא, ווען מ׳קומט צו א געוויסן עלטער איז נארמאל צו שפירן א תשוקה צו מיידלעך (און אמאל בחורים).
ניין, נישט איעדער גייט אויסוואקסן א תלמיד חכם אדער א ביזנעסמאן אדער א פלאמבער אדער א קאמפיוטאר טעקנישן. ס׳איז דא אנדערע ברירות אויך. ויש לדבר עוד ועוד הרבה יותר ממה שהקולמוס סובלות כאן.
2) מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר זיך אליינס. זעט נומער 1, אויבן. און נאך אסאך. יא, ס׳איז דא שטארקע ריאות אויף ווער און ווען מ׳האט געשריבן די תורה. עיין ערך James Kugel למשל. האלצט אז ס׳איז נישט קיין ריאות ברירות? אשריך! אבער נער דיך (און יענעם) נישט מיטן זאגן אז עס עקזאסטירט נישט.
3) מיר דארפן אויפהערן פארלאנגן אז יעדער זאל זיין בערך די זעלבע. דאס פאראורזאכט א חורבן איום ונורא. ס׳איז דא מענטשן מיט אלע מינים טאלאנטן און שאיפות וואס פאסן נישט אריין אינ׳ם היט-און-רעקל ביזנעסמאן אדער בלויע העמד פלאמבער פארם. (דו יא? נאך אמאל, אשריך!) צווינגן איעדעם אריין פאסן און דעם זעלבן פארעם (בערך) האבן מיר געירשנ׳ט פון אונזער עלטער זיידעס און סדום. אשרינו!
4) הער אויף מורא האבן זאגן דיין מיינונג און הער אויף פרובירן שטיל מאכן אנדערע מיינונגען! די גמרא זאגט שוין כשם שאין... כך אין דעותיהן שוות. ווער האט צוגעלייגט ״ולעשותם שוות למצוה גדולה יחשב״?

קול דודייא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר,
זיכער איז עס עלטער, ס'איז 5772 יאר אלט, אין ס'נישט ברור כשמש אז ס'עלטער פין דעם, ס'איז אזוי ווי איינער קומט אויף די וועלט א טאג נאך אדם איז באשאפען געווארען אין זאגט אז עס איז ברור אז די וועלט איז זיכער שוין צוואנציג יאר אלט, ווייל אדם איז שוין א אויפגעוואקסענע מענטש, ס'ברור כשמש בצהרים !, וואס ער ווייסט נישט איז אז די וועלט איז איין טאג אלט אין אז אדם הראשון איז באשאפען געווארען אויפגעוואקסען,
סאו פארדריי נישט קיין קאפ מיט ברור כשמש'ס, סייענס איז אסאך געבויעט אויף הייפאטיסיס אין אפשער'ס אין טאמער'ס, ס'איז א טאל וואס קען גוט ציניץ קומען, אבער "ברור כשמש", סארא שטותים !
ביטע קול דודי זיי מסביר קלארער נומבער 1 און 2, כ'גלייב נאכנישט אז בראשית ברא ווערט שוין אויך א ספק דא אין קאווע שטיבל.
(האסט א שייכות אפשר מיט קול גדול?..)
(האסט א שייכות אפשר מיט קול גדול?..)
ווען מ'רעדט פון די חסרונות פון "סיסטעם", ווי אמת זיי זאלען זיין, דארף יעדער מאמין שטארק נזהר זיין נישט אריינפאלען אין די ספיקות וואס ווערען אויבן דערמאנט...
הרב קול דודי, במחילת כבוד הרב, נישט איעדענס שטותים קען אימפארטירט ווערן דא...
ס׳איז באמת נישט דאס פלאץ דא אבער ס׳איז דא גענוג זאכליכע איבערווייז אקעגן דיינע רייד.
<a class="postlink" href="http://www.divineinformation.com/audios-english/torah-and-science/">http://www.divineinformation.com/audios ... d-science/</a>

chasidביטע קול דודי זיי מסביר קלארער נומבער 1 און 2, כ'גלייב נאכנישט אז בראשית ברא ווערט שוין אויך א ספק דא אין קאווע שטיבל.
(האסט א שייכות אפשר מיט קול גדול?..)
פארוואס מוזטו דזשענערעלייזען? ס'ווערט א ספק אין ''קאווע שטיבעל'' פארואס זאל עס נישט זיין א דעת יחודאי?
דערמאנסט מיך פין דע''כאולי כאפו שד'' סאיז א יחוד'ס מיינונג אבער די חתנים רבי'ס זאגן דאס נאך ווי כאילו סאיז דעת חז''ל.
טעלעפאןהרב קול דודי, במחילת כבוד הרב, נישט איעדענס שטותים קען אימפארטירט ווערן דא...
ס׳איז באמת נישט דאס פלאץ דא אבער ס׳איז דא גענוג זאכליכע איבערווייז אקעגן דיינע רייד.
<a class="postlink" href="http://www.divineinformation.com/audios-english/torah-and-science/">http://www.divineinformation.com/audios ... d-science/</a>
כ'פארשטיי די וויכטיג פין אפענטפערן יסודדיגע עינינים ,אבער נישט די וויכטיקייט פין אנריפען יענעמס מיינוג 'שטותים'.
ס'איז נישט פארדאקטיו אין ריכטיג .איך בין נישט אזא איידלע נשמה נאר סווערט קינדערש די דיסקאשן.
מקען דאס אליים צי לייגן צי די ליסט פין די זאכן וואס דארף א טויש אין די סיסטעם.
מיט דיין לעצטע תגובה זעט נישט אויס אז ס'זאל דיר שטערן מיין "דזשענערעלייזען", יא יא ס'איז שטותים והבלים!
פראפעסער
האסט אמאהל געהאט א ספק צו דו ביסט אפשר געבוירן נעכטן, און די אויבערשטער האט באשאפן די גאנצע וועלט נעכטן, גרייט פאר דיר?
ניין. דו ווייסט פארוואס?
ומהאי טעמא זאלסטו מיר נישט געבן די קרעפ תירוץ אז אדם איז באשאפן אלט וכו'.
האסט אמאהל געהאט א ספק צו דו ביסט אפשר געבוירן נעכטן, און די אויבערשטער האט באשאפן די גאנצע וועלט נעכטן, גרייט פאר דיר?
ניין. דו ווייסט פארוואס?
ומהאי טעמא זאלסטו מיר נישט געבן די קרעפ תירוץ אז אדם איז באשאפן אלט וכו'.
chasidביטע קול דודי זיי מסביר קלארער נומבער 1 און 2, כ'גלייב נאכנישט אז בראשית ברא ווערט שוין אויך א ספק דא אין קאווע שטיבל.
(האסט א שייכות אפשר מיט קול גדול?..)
וואס כ׳האב געזאגט האט גארנישט מיט בראשית ברא און ס׳איז נישט קיין סתירא. (אויך האב איך נישט קיין שייכות מיט קול גדול.) וואס דארפסטו מער הסבר? אט נעם פראפעסאר שפירא למשל. וואס וועלן זיינע קינדער זאגן ווען זיי וועלן געוואר ווערן אז ער האט ליגן געזאגט ווען ער האט געזאגט ״סארא שטותים״? וואס וועלן זיי זאגן ווען זיי וועלן הערן אז דעם ״תירוץ״ וואס ער האט געברענגט (נישט בשם אומרו) פון דעם קריסטליכן גייסטליכער פיליפ הענרי גאסס, דער אמפאלאס טעאריע, איז שוין אפגעפרעגט געווארן איבער הונדערט יאר צוריק? אז בשעת מעשה וואס ס׳איז דא טויזענטער פאסיל״ס וואס זענען מיליאנען יאר אלט, טאלן מיט שטיינער שיכטן וואס האט גענומען מיליאנען יארן אראפצולייגן, ליכטיגקייט פון שטערנס וואס האט גענומען הונדערטער טויזענטער יארן אונז צו דערגרייכן, אסאך מעלערייען וואס זענען איבער צען טויזנט יאר אלט, כאטשיג איין טעמפל וואס איז העכער צען טויזענט יאר אלט אויך, און נאך און נאך, איז נאך אלס צו זאגן די אמפאלאס טעאריע מאכט א חוזק שפיעל פון ״אין הקב״ה בא בטרוניא אם בריותיו״?
און זיינע קינדער וועלן אויך וויסן אז דעם ליגנט אז סייענס איז געשטעלט אויף שוואכע פיס איז פארקערט פונ׳ם אמת, און אז די מבול האט אלעס געמאכט אלט איז א געלעכטער ביי יעדען יודע ספר. ווען מען קען שוין נישט באהאלטן קיין פאקטן, וואס וועלן פראפעסאר שפירא׳ס קינדער טראכטן לגבי די אלע קלארע ליגנטס וואס מ׳האט זיי פארקויפט?
ביטע צוריקגיין צום ענין.
מען קען עפענען א באזונדערע אשכול אויף ווי אלט די וועלט איז באמת.
א דאנק
מען קען עפענען א באזונדערע אשכול אויף ווי אלט די וועלט איז באמת.
א דאנק
איחוד פעלדפראפעסער
האסט אמאהל געהאט א ספק צו די ביסט אפשר געבוירען נעכטען, און די אויבערשטער האט באשאפען די גאנצע וועלט נעכטען, גרייט פאר דיר?
ניין. די ווייסט פארוואס?
ומהאי טעמא זאלסטו מיר נישט געבען די קרעפ תירוץ אז אדם איז באשאפען אלט וכו'.
דיין משל איז בכלל נישט גלייך צי די נמשל, טאמער ווילסטו זיך טענה'ן אין זעהן ווער עס קען וועם אויפווייזען איז איין זאך, אבער סתם שרייען קרעפ, סארי ס'נישט קיין קרעפ ס'תורת משה, טאמער ווילסטע נישט גלייבען דערין איז עס דיין בחירה, אין טאמער ווילסטו דיר טענה'ן נו רעד צים זאך אין עמער זעהן ווער ס'וועט ארויס קומען דער זיגער,
איך גלייב אין תורת משה אין אזוי האב איך מקבל געווען פין מיינע עלטערען ביז מעמד הר סיני, אין כ'האב נכנישט געזעהן קיינער זאל עס קענען אפפרעגען, אנדעם וואס מען זאל קענען ציווארפען זיינע טענות ווי א זייפען בלאז,
דיין שרייען קרעפ מאכט דיר נאר אויסזעהן ווי א תם, האסט וואס צי זאגען, נו זאג,
קול דודיוואס וועלן פראפעסאר שפירא׳ס קינדער טראכטן לגבי די אלע קלארע ליגנטס וואס מ׳האט זיי פארקויפט?
זיי וועלען זאגען אז זיי האבען מקבל געווען א תורה דור אחר דור ביז מעמעד הר סיני, אין אז די אלע סייענס פין מענטשען וואס זענען לימיטעד מיט וויפעל זיי קענען פינקטליך וויסען, דאס אלעס קען נישט אפפרעגען איין אות פין די תורה,
לאמיר אפיר נעמען די גרויסארטיגע מליאנען יארען.
קודם, שרייבסטו "טאלן מיט שטיינער שיכטן וואס האט גענומען מיליאנען יארן אראפצולייגן" ,
לויט וועלעכע מעסטער האט עס גענומען טויזענטער יארען, לויט וויזוי די זאכען גייען היינט, וויזוי קען מען דאס בכלל אויסרעכענען, אין פארוואס קען נישט דער באשעפער באשאפען אין איין רגע דאס וואס עס נעמט שפעטער טויזענטער יארען זיך צי פארעמען,
אין צווייטענס, די פארשטייסט מסתם אויכנישט פינקטליך וואס די סייענטיסטען פלאפלען, נאר וואס דען די גלייבסט אז טאמער די הויעכבאשפריצטע סייענטיסטען זאגען מסתם ווייסען זיי וואס זיי רעדען, דאס הייסט די "גלייבסט, אין די סייענטיסטען אנשטאט גלייבען אין תורת משה וואס די האסט מקבל געווען פין דיינע עלטערען ביזען הר סיני,
אויף דעם וויינט דער פסוק "אותי עזבו מקור מים חיים לחצוב בהם בארות בארות נשברים", פארוואס ענדרעש גלייבען אין א סייענטיסט וואס איז נאר א מענטש פין פלייש אין בלוט אין קען אין איז זיך כסדר טועה, ווי צי גלייבען אין די תורה וואס מיר האבען באקומען פין גאט,
זיכער דארף מען וויסען וואס עס שטייט אין די תורה, אבער איינמאל מען האט קלאר גאמאכט אז ע"פ תורה איז דאס אין דאס די אמת, דאן איז עס אסאך שטארקער ווי אלע סייענטיסטען פין די וועלט ציזאמען,
איז פראפעסאר שפירא'ס קינדער וועלען וויסען אז זייער טאטע האט זיי געזאגט דעם אמת, אין אז ער איז נישט דערשראקען געווארען פין די סייענס געטשקע,
אין כ'זאג דיר נאכאמאל סייענס איז אין וועט אייביג זיין אומפינקטליך חוץ אויב מען איז א נביא ה' איז אלעמאל דא א מקום פאר טעותים, אין אז די ביסט אזוי פארגלייבט אין סייענס, ווייזט עס אז די ווייסט נאכנישט פינקליך וואס סייענס איז, אין וויזוי עס ארבייט,
נוי יארקאזוי ווי יעצט, קוקט נישט אויס ווי דער עולם איז צופרידען.
און טוישען צו א וועג וואס מען האט נישט קיין בלוי-פרינט ווי אזוי עס קוקט אויס, איז גאר גאר א גרויסע ריסק! איך מיין אז אינז וואלטען נישט איינגעשטעלט אונזערע קינדער אויף אזא עקספערימענט.
I will tell you news, that in Australia is the heimish khila learning a half day limida chol and also computers with the kids and siance and history, and they are coming out very intelligent, and its a wonder that in their history was no one interested in being a bum,
and also is every bucher making driver license from the 16 years old from the frimsta mit vasa zuken shabbos.
and they are playing ball in yeshive r"l,
SO as my previous post you have a clear sample from a chinech, which everyone is coming out happy from there and full of yires shumaim and they cant understand how we in new york atleast 50% doesnt have a real gefeel for yiddishkeit, and looking to find sipik on everything on the goiyisha gos, (as i just spoke to an Australian about it)
אט דא איז א משל פון וואס איך רעד. ליינט מיט אויפמערקזאמקייט.
<a class="postlink" href="http://www.oyveycartoons.com/2012/07/10/on-the-internet">http://www.oyveycartoons.com/2012/07/10/on-the-internet</a>
פראפעסאר שאפירא: די תירוץ ״סייענס איז שטותים״ ארבעט שוין נישט פאר׳ן היינטיגן דור. אין נישט נאר ווייל ס׳דא פון אינז וואס זענען אליינס סייענטיסטן.

קול דודיאוודאי איז נישט דא א סיסטעם וואס איז הינדערט פראצענט גוט. אבער ס׳איז דא וואס איז %100 בעסער ווי אונזער יעצטיגן סיסטעם. וואס צו פארעכטן? אט דאס:
1) מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר אונזערע קינדער. אסאך פון אונזערע פראבלעמען נעמען זיך פון דעם. ניין, די גוים זענען נישט אלע פארלוירן גייסטיש און מאראליש. ניין, די פרייע אידן זענען אונז נישט מקנא אונזער לעבנסשטייגער. ניין, די סייענטיסטן זענען נישט פארנומען אגאנצן טאג אויסטראכטן וועגן וויאזוי אויסצורייסן אונזער אמונה. ניין, אונז האב מיר נישט די מאנאפאלי אויף שמחת החיים. יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר. יא, ווען מ׳קומט צו א געוויסן עלטער איז נארמאל צו שפירן א תשוקה צו מיידלעך (און אמאל בחורים).
ניין, נישט איעדער גייט אויסוואקסן א תלמיד חכם אדער א ביזנעסמאן אדער א פלאמבער אדער א קאמפיוטאר טעקנישן. ס׳איז דא אנדערע ברירות אויך. ויש לדבר עוד ועוד הרבה יותר ממה שהקולמוס סובלות כאן.
2) מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר זיך אליינס. זעט נומער 1, אויבן. און נאך אסאך. יא, ס׳איז דא שטארקע ריאות אויף ווער און ווען מ׳האט געשריבן די תורה. עיין ערך James Kugel למשל. האלצט אז ס׳איז נישט קיין ריאות ברירות? אשריך! אבער נער דיך (און יענעם) נישט מיטן זאגן אז עס עקזאסטירט נישט.
3) מיר דארפן אויפהערן פארלאנגן אז יעדער זאל זיין בערך די זעלבע. דאס פאראורזאכט א חורבן איום ונורא. ס׳איז דא מענטשן מיט אלע מינים טאלאנטן און שאיפות וואס פאסן נישט אריין אינ׳ם היט-און-רעקל ביזנעסמאן אדער בלויע העמד פלאמבער פארם. (דו יא? נאך אמאל, אשריך!) צווינגן איעדעם אריין פאסן און דעם זעלבן פארעם (בערך) האבן מיר געירשנ׳ט פון אונזער עלטער זיידעס און סדום. אשרינו!
4) הער אויף מורא האבן זאגן דיין מיינונג און הער אויף פרובירן שטיל מאכן אנדערע מיינונגען! די גמרא זאגט שוין כשם שאין... כך אין דעותיהן שוות. ווער האט צוגעלייגט ״ולעשותם שוות למצוה גדולה יחשב״?
דו זאגסט פיינע פוינטס אבער אינדערצווישן רוקסטו אריין ווערטער וואס זענען פארקראכן פון דעם דאאיגן שמועס.
מען רעדט דא פון טוישן/פארבעסערן "אונזער" סיסטעם. ווען דו זאגסט אז מען זאל אויפהערן איינרעדן די קינדער "שטותים", רעדסטו פון גענצליך אפלאזן די מסורה און טוישן צו א פרישע. אבער איך מיין אז פון יענץ איז שוין דא גענוג און פאקטיש באשטייט רוב כלל ישראל פון זיי. אויב איינער וויל, קען ער זיך גרינג אנשליסן מיט די קאנסערוואטיוו קהילות. אבער פארוואס וועלן אויך מיטשלעפן די וואס ווילן עס נישט?
עס איז נישט ריכטיג צו קומען אין א פארברענג שטיבל וואו מענטשן ווילן יא בלייבן תורה אידן און שרייען אז "ענק דארפן טוישן ענקער גאנצע רעליגיעזע גלויבונג". פארוואס טון מיסיאנערישע ארבעט? יא, מענטשן זענען אומצופרידן מיט געוויסע זאכן אינעם לעבנסשטייגער, קענען זיי טראכטן און וועלן געוויסע ענדערונגען. זיי ווילן אפשר מער פרייהייט אויף געוויסע פונקטן און ווילן נישט אזויפיל לחץ אויף יעדע קלייניגקייט, אבער צו קומען שרייען אז די פראבלעם איז דא אז מען "פאפט זיך" (חלילה) אז די תורה איז מן השמים , דאס איז א העכסט ראדיקאלע טענה. און אויך א נארישע, ווייל נישט דא ליגט דער חורבן. די קריסטן לערנען אפשר נישט גענוג שטותים מיט זייערע קינדער?
איך גלייב אז אסאך מיטגלידער וואלטן דיך געבעטן אז זאלסט זיי נישט פרובירן אויפצוקלערן (אפילו עס זענען דא אנדערע וואס מסתמא קענען יא באשטיין). אויב דו גלייבסט נישט אין קיין תורה מסיני און אין די אנדערע אני מאמינ'ס, טריי נישט ביטע אונז איינצורעדן דערין און מיטשלעפן. אזעלכע געדאנקען זענען ביי אונז פסול און אפגעפרעגט. מיר האלטן נישט פון די אטעאיסטישע גלויבונג! מיר גלייבן יא אין א באשעפער און אין זיין תורה. מיר ווילן יא גלייבן!
און אגב, אפילו פון א פראקטישן זין, טוען נאר אזעלכע רייד שטערן די פארשריט פון וואס מאנכע ווילן. ווייל למשל דא אין שטיבל וואו עס זענען צוזאמגעמישט אידן פון פארשידענע מדריגות און מען איז מער אפן צו אנדערע מיינונגען און אפילו ענדערונגען אינעם סיסטעם, אבער אויב קומען די חכמים און ווילן באקעמפן און אויסמעקן אלעס ביז ארויף צו אנכי, דעמאלט העלפט עס נאר אז מען זאל נאר וועלן אפשפרינגען און צוריקגיין צו די פארטיידיגונגס פאזיציעס, ווייל מען זעט וואו עס טראגט. רעבעלן האבן אויך גרעניצן ביז וואו זיי ווילן גיין. ער וויל טאקע קענען רעדן אפן פון עפעס וואס מען טרייבט אפשר איבער די ערנסקייט דערפון, אבער אויב זעט ער ביז וועלכן עקסטרעם אנדערע קומען אן, טראכט ער שוין צוויי מאל צי ער גייט אין גוטן ריכטונג און זיכער ווילן נישט אידישקייט זאל גענצליך צעפאלן און זיינע קינדער זאלן קיין תורה אידן נישט זיין. אין אנדערע ווערטער, קענסט טאקע עפענען איין אפענעם אשכול און דארט אראפברענגען אלע כפירה'דיגע טענות און ראיות, אבער גייסט מיט דעם ברענגען אז אסאך תושבים זאלן באשליסן אז זייער פלאץ איז נישט דא, אפילו זיי זענען נישט אזוי פארמאכט אבער זיי זענען דאך גלויביגע אידן, און עס וועט בלייבן א פלאץ פאר עטליכע נפגע'ס אבער נישט פאר מעינסטריעם. וועסטו ווייטער נישט האבן געהאלפן מאכן פארשריט אין דעם סיסטעם, נאר ענדערש עס אפצוהאלטן.
מען האט גענוג פלעצער וואו מ'קען שרייבן סיי וואס די הארץ גלוסט, אבער דא אין דעם אידישן פלאץ, דארף מען רעספעקטירן דעם מסורה'דיגן איד. פעיר אינאף?
האב איך אנומעלט געשמיסט מיט א אינגערמאן נישט קיין שייגאץ - אפילו ער גייט טאקע מיט דעי העמד וואס זעהט אויס אזוי ווי א אינטער העמעד - און ער זאגט מיר אז ס'נישט דא אזא זאך ווי גיהנם, ס'איז באבא מאסעס די ראשית חכמה האט געהאט דמיונות. - שוין גארנישט.
שרגאדו זאגסט פיינע פוינטס אבער אינדערצווישן רוקסטו אריין ווערטער וואס זענען פארקראכן פון דעם דאאיגן שמועס.
מען רעדט דא פון טוישן/פארבעסערן "אונזער" סיסטעם. ווען דו זאגסט אז מען זאל אויפהערן איינרעדן די קינדער "שטותים", רעדסטו פון גענצליך אפלאזן די מסורה און טוישן צו א פרישע. אבער איך מיין אז פון יענץ איז שוין דא גענוג און פאקטיש באשטייט רוב כלל ישראל פון זיי. אויב איינער וויל, קען ער זיך גרינג אנשליסן מיט די קאנסערוואטיוו קהילות.
שרגא, ביזט זייער גערעכט, אז דא איז א פלאץ פאר תורה טרייע אידן, וואס גלייבען אין אנוכי וכו' וכו' און אז כפירה האט נישט קיין פלאץ דא, אבער איך זע נישט ווי דו זעסט די כפירה אין קול דודי'ס ווערטער.
ס'דא אסאך ארטאדאקסישע אידן וואס האלטן אז עוועלוציע און בראשית ברא זענען נישט קיין סתירה, אזוי ווי ס'שוין אויסגעשמיסט געווארן דא אין אנדערע אשכולות, ס"ה זאגט קול דודי אז מ'זאל אויפהערן זאגן אז די סייענטיסטן האבן א ציל אויסצורייסן אונזער אמונה.
דשעימס קוגל ווייס איך נישט פונקטליך וואס ער האלט, אבער דאס האב איך יא געזען אז ער איז אן ארטאדאקסישע איד.
ער זאגט אז מענטשען מיט שאיפות און טאלאנטן זאלן האבן א פלאץ אין אונזער געזעלשאפט זיך צו בויען און ארויסגעבען זייער ווערק.
איך קען נישט רעדן פאר קול דודי, אבער זעט מיר אויס אז ער גלייבט יא אין אנוכי.
שרגא, ביזט כשר גערעכט. נאר וואס דען? האסט מיך נישט גוט פארשטאנען. (ס׳איז מיין שולד. איך שרייב זייער בקיצור.) איך האב נישט געמיינט אז מ׳זאל אויסלערנען די קינדער אז תורה איז נישט מיסיני ח״ו. איך האב געמיינט אז מ׳זאל נישט באהאלטן פון די קונדער די שיטות וואס די גאנצע גאס ווייסט דערפו, און אוודאי נישט זאגן אזעלכע נערישקייטן ווי ״סארא שטותים״, וואס דאס איז פשוט א ליגן וואס אונזערע קינדער וועלן זייער גרינג געוואר ווערן! אדרבה, מ׳ברויך אויסלערנען פאר די קינדער פארוואס מיר האלטן אנדערש, און ס׳איז קריטיש וויכטיג מ׳זאל ניצן דברים של טעם! (עפ״ל איז נישט דברים של טעם.) אנדערש איז אונזער גאנצע חינוך אנגעוואנדן אונ׳ם האפענונג אז קיינער פון אינזערע קינדער וועלן נישט אריין לייגן אין גוגל ״documentary hypothesis". און אויב איז אונזער חינוך געוואנדן אין באהאלטן פאקטן דעמאלס זענען מיר פארלוירן. (און מיט ״פאקטן״ מיין איך דער פאקט אז ס׳איז פארהאן אזעלכע רייאות, נישט, נאך אמאל נישט, אז ס׳זענען נישטא קיים דברים של טעם להשיב!!! ס׳איז דווקא יא דא!!)
כ׳האף אז איך בין אביסל קלארער דא.
כ׳האף אז איך בין אביסל קלארער דא.
בסך הכול אן דרייען מיט די צונג און נוצען שיינע מליצות זאגסטו מען זאל לערנן מיט אונזערע צאן קדשים higher bible criticism, שיין דערלעבט מען קען שוין צוריק גיין קיין בערלין אום יארע 1850, און נאכאמאל עפ"ל.
קול דודישרגא, ביזט כשר גערעכט. נאר וואס דען? האסט מיך נישט גוט פארשטאנען. (ס׳איז מיין שולד. איך שרייב זייער בקיצור.) איך האב נישט געמיינט אז מ׳זאל אויסלערנען די קינדער אז תורה איז נישט מיסיני ח״ו. איך האב געמיינט אז מ׳זאל נישט באהאלטן פון די קונדער די שיטות וואס די גאנצע גאס ווייסט דערפו, און אוודאי נישט זאגן אזעלכע נערישקייטן ווי ״סארא שטותים״, וואס דאס איז פשוט א ליגן וואס אונזערע קינדער וועלן זייער גרינג געוואר ווערן! אדרבה, מ׳ברויך אויסלערנען פאר די קינדער פארוואס מיר האלטן אנדערש, און ס׳איז קריטיש וויכטיג מ׳זאל ניצן דברים של טעם! (עפ״ל איז נישט דברים של טעם.) אנדערש איז אונזער גאנצע חינוך אנגעוואנדן אונ׳ם האפענונג אז קיינער פון אינזערע קינדער וועלן נישט אריין לייגן אין גוגל ״documentary hypothesis". און אויב איז אונזער חינוך געוואנדן אין באהאלטן פאקטן דעמאלס זענען מיר פארלוירן. (און מיט ״פאקטן״ מיין איך דער פאקט אז ס׳איז פארהאן אזעלכע רייאות, נישט, נאך אמאל נישט, אז ס׳זענען נישטא קיים דברים של טעם להשיב!!! ס׳איז דווקא יא דא!!)
כ׳האף אז איך בין אביסל קלארער דא.
א דאנק פאר'ן אויסקלארן. מאכט מער סענס.
יעצט וויל איך פארשטיין, דו האלטסט טאקע אז מען דארף אנהייבן לערנען מיט די קינדער די אלע טעאריעס און, ווי דו רופסט זיי, "פאקטן"? איך מיין עס איז א שטיקל שפרונג פון "נישט באהאלטן" ביז זאגן אז מען זאל עס דוקא לערנען מיט זיי. און אפילו אויב דו האלטסט טאקע אז מען זאל זיי מיטגעבן דברים של טעם אלעס צו מסביר זיין און פארענטפערן (וואס עס איז מיר שטארק מוטל בספק אז דו האלטסט אז מ'קען מאכן א גוטן קעיס...), ווי קען מען זיך פארלאזן אז יעדער וועט עס קענען פארשטיין. קשיות זענען אייביג זייער פשוט; תירוצים נישט. פוילע קעפ פארנעמען נאר די ערשטע סענטענס. סאו עס וועט זיכער מער שאדן מאכן ווי אויפטון.
עניוועי, כ'בין כלל נישט איבערצייגט וואס דו האסט געזאגט אז "מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר אונזערע קינדער. אסאך פון אונזערע פראבלעמען נעמען זיך פון דעם." די וואס פאלן אוועק צוליב "אינטעליגענץ" איז די קלענסטע פראצענט. און די אינערליכע פראבלעמען האבן א קליינע שייכות מיט דעם "פראבלעם" וואס דו זאגסט.
עס זענען דא אזויפיל עקסטרעמע זאכן וואס דארפן פריער געטוישט ווערן אין דעם סיסטעם, וועלכע זענען באמת פראבלעמען, ווי דו און אנדערע האבן אויך דערמאנט. און איך גלייב נישט אז אויב דו וועסט אריינטראכטן וועסטו ווייטער באמת האלטן אז אויב זאל מען מארגן אנהייבן לערנען מיט די קינדער ברחל בתך הקטנה וועגן אלעמען און זיי טרענירן צו קענען טראכטן קריטיש און אנטוויקלען א סקעפטישע מיינד, וועט דאס העלפן די אלע פראבלעמען. חוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אזא אזא היפאטעטישע טויש וועט ענדערן דעם גאנצן עצם חרדישן סיסטעם און איר פארוואנדלען אין א גאר אנדערע קולטור, דעמאלט ביסטו גערעכט, אבער מיר (99 פראצענט חסידים) ווילן דאס נישט, און דו ווייסט אז עס גייט נישט געשען. סאו פארוואס נישט רעדן אנשטאט עפעס מער רעאליסטיש, ווייניגער ראדיקאל, מער וויכטיג, און עפעס וואס וועט "צוגעבן" צו דעם חרדישן סיסטעם, נישט דוקא "טוישן".
[ציטאט אראפגענומען]
דו ביסט באלעבאס און דו טוסט א וויכטיגע סערוויס מיט'ן האלטן קאנטראל אויף די שמועסן, אבער איך מיין אז אמאל מעג מען אויך לאזן א שמועס פארן וויאזוי עס פארט.
אמת, ווען מ'האלט אינמיטן רעדן איבער מאכן קניידלעך און עס פארקירעוועט זיך צו א וויכוח צווישן צוויי ניקים איבער אבאמבא-קעיר, דארף מען עס צוריקברענגען צו די רעלסן און אפשר אוועקשניידן. אבער דאס מיינט נישט אז יעדע שמועס דארף מען קאנטראלירן. אין א געוויסן זין מעג עס אויך זיין ווי א נאטירליכע שמועס וואס סווינגט זיך אהער און אהין. מענטשן גלייכן דוקא נישט דעם סארט מיטשמועסער וואס ווען עס האט זיך אנטוויקלט א פרישע געשמאקע שמועס, איז ער פארנומען צו דערמאנען "נו, וואס האבן מיר נאר פריער גערעדט? לאמיר צוריקגיין."
איבערהויפט דא ווען די אריגינעלע טעמע איז נישט עפעס א באשטימטע זאך, נאר א וועיג, אומבאשטימטע נושא וואס איז באמת נישט געצילט צו עפעס א ספעציפישע תגובה אויסטויש אדער קלארער ציל, ווי מאכן קניידלעך, אז מען זאל עס קענען "צוריקפירן" צום שמועס. פלאס וואס דער יעצטיגער שמועס איז יא אביסל מעין פון דעם אריגינעלן, ווייל מען רעדט דא אויך פון "טוישן דעם סיסטעם".
אויב דו האלטסט אנדערש, עפר אני תחת כפות רגליו.
שרגא און קופערניקעס שפתים ישק,יעדעס ווארט גאלד עס איז כמעט נישט דא וואס צוצולייגן חוץ פון איין נקודה וואס איך האף שפעטר צו שרייבן.
שרגא, יא, איך האב גערעדט פון ״נישט באהאלטן״, אדער בעסער געזאגט, פון נישט ענטפערן אויף איעדע זאך ״די משוגעים סייענטיסטן כופרים ווייסן נישט וואס זיי רעדן עפ״ל״. בעסער געזאגט, מ׳זאל נישט ענטפערן דאס אויף קיין *שום* זאך. אבער פון דעם ביזן זאגן אז מ׳זאל געבן א שיעור אין דעם נושא אין חדר איז א הרחק כרחוק מזרח ממערב, גענוי ווי די זאגסט! איך האב געזאגט דאס ערשטע, אבער די האסט אריינגעטייטשט דאס צווייטע. פארוואס? מן הסתם בין איך שולדיג, מחמת קיצור הלשון ודוחק הזמן.
אויך גיי צוריק צו מיין ערשטע תגובה, וועסטו זען אז אין נומבער 1) רעד איך פון קינדער, און אין נומבער 2) רעד איך פון ערוואקסענע. דייקא אזוי. אבער ס׳דא וואס האבן ארויסגענומען פון מיינע ווערטער זאכן וואס איך האב בכלל נישט געזאגט.
קול דודישרגא, יא, איך האב גערעדט פון ״נישט באהאלטן״, אדער בעסער געזאגט, פון נישט ענטפערן אויף איעדע זאך ״די משוגעים סייענטיסטן כופרים ווייסן נישט וואס זיי רעדן עפ״ל״. בעסער געזאגט, מ׳זאל נישט ענטפערן דאס אויף קיין *שום* זאך. אבער פון דעם ביזן זאגן אז מ׳זאל געבן א שיעור אין דעם נושא אין חדר איז א הרחק כרחוק מזרח ממערב, גענוי ווי די זאגסט! איך האב געזאגט דאס ערשטע, אבער די האסט אריינגעטייטשט דאס צווייטע. פארוואס? מן הסתם בין איך שולדיג, מחמת קיצור הלשון ודוחק הזמן.
אבער דאכט זיך אז דיינע ווערטער איז אז "זיי ווייסן יא וואס זיי רעדן" אדער כלשונך "יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר" און דאס איז כפירה!
און דאס איז די סיבה פארוואס אונזערע רבי'ס האבן געהאלטן פון צוגיין צו אמונה מיט תמימות און נישט מיט חקירה, ווייל מ'קען בלייבן מיטן בעסער פארשטיין די קשיות ווי די תירוצים רח"ל, אזוי ווי ס'האט טאקע פאסירט ביי דיר.
((ס'איז דא א מקום צו זאגן אז היינטיגע צייטן וואס מ'קומט אן ממילא צו זען אלעס, איז אנדערש. אבער דיין תגובה בארעכטיגט די אלטע דרך)
chasidקול דודישרגא, יא, איך האב גערעדט פון ״נישט באהאלטן״, אדער בעסער געזאגט, פון נישט ענטפערן אויף איעדע זאך ״די משוגעים סייענטיסטן כופרים ווייסן נישט וואס זיי רעדן עפ״ל״. בעסער געזאגט, מ׳זאל נישט ענטפערן דאס אויף קיין *שום* זאך. אבער פון דעם ביזן זאגן אז מ׳זאל געבן א שיעור אין דעם נושא אין חדר איז א הרחק כרחוק מזרח ממערב, גענוי ווי די זאגסט! איך האב געזאגט דאס ערשטע, אבער די האסט אריינגעטייטשט דאס צווייטע. פארוואס? מן הסתם בין איך שולדיג, מחמת קיצור הלשון ודוחק הזמן.
אבער דאכט זיך אז דיינע ווערטער איז אז "זיי ווייסן יא וואס זיי רעדן" אדער כלשונך "יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר" און דאס איז כפירה!
און דאס איז די סיבה פארוואס אונזערע רבי'ס האבן געהאלטן פון צוגיין צו אמונה מיט תמימות און נישט מיט חקירה, ווייל מ'קען בלייבן מיטן בעסער פארשטיין די קשיות ווי די תירוצים רח"ל, אזוי ווי ס'האט טאקע פאסירט ביי דיר.
((ס'איז דא א מקום צו זאגן אז היינטיגע צייטן וואס מ'קומט אן ממילא צו זען אלעס, איז אנדערש. אבער דיין תגובה בארעכטיגט די אלטע דרך)
וויאזוי בארעכטיגט זיין תגובה די אלטע דרך? לענ"ד בארעכטיגט דאס דוקא טוישן די מהלך, זינט קול דודי איז אן עקזעמפלאר פון איינער וואס איז ממילא אנגעקומען אלעס צו זען און איז צוליב'ן אלטן דרך נישט קאנווינסד אין געוויסע עיקרים.
די ווערטער "יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר" איז נישט קיין סוף פסוק'דיגע כפירה, ווייל אז יא דארפסטו זאגן אז אסאך גדולים וטובים האבן גערעדט כפירה און דאס איז א זאך וואס איז נישט מאסגעבנד.
איך דריי מיך נישט צו לאנג דא אין קאווע שטיבל אבער אין די קורצע צייט וואס איך דריי מיך דא האב איך הנאה געהאט אלעס ביזן ליינען קול דודי'ס תגובות. מיר האט מען אויסגעלערענט מיט א כופר שטייט מען נישט אין ווארט, דעריבער מוז איך פריצייטיג ארויסבעקן פון דאנעט.
קול דודישרגא, יא, איך האב גערעדט פון ״נישט באהאלטן״, אדער בעסער געזאגט, פון נישט ענטפערן אויף איעדע זאך ״די משוגעים סייענטיסטן כופרים ווייסן נישט וואס זיי רעדן עפ״ל״. בעסער געזאגט, מ׳זאל נישט ענטפערן דאס אויף קיין *שום* זאך. אבער פון דעם ביזן זאגן אז מ׳זאל געבן א שיעור אין דעם נושא אין חדר איז א הרחק כרחוק מזרח ממערב, גענוי ווי די זאגסט! איך האב געזאגט דאס ערשטע, אבער די האסט אריינגעטייטשט דאס צווייטע. פארוואס? מן הסתם בין איך שולדיג, מחמת קיצור הלשון ודוחק הזמן.
איך קוק איבער און האסט עס טאקע נישט קלאר געשריבן, אבער איך זע יא פארוואס עס האט געקענט אזוי משמע זיין ("מ׳זאל נישט באהאלטן פון די קונדער די שיטות וואס די גאנצע גאס ווייסט דערפון", אדער "מ׳ברויך אויסלערנען פאר די קינדער פארוואס מיר האלטן אנדערש," וואס קען מיינען אז מען דארף יא זאגן זייערע שיטות נאר מסביר זיין פארוואס מיר האלטן נישט אזוי), אבער אז דו קלארסט זיך אויס אז האלטסט נישט מען זאל אזוי טון, איז דאך פיין און וואויל.
נאר יעצט אויב איז מען איינשטימיג אז עס איז בעסער נישט צו געבן קיין שיעורים דערין פאר אונזערע קינדער, אפשר דארף מען אויך היטן דעם שפראך און נישט רעדן ווערטער וואס קענען נישט גוט אפקלינגען אין די אויערן פון חברים דא אין שטיבל. איך וויל דן זיין לכף זכות אז די מחשבות זענען כשר, אבער מ'דארף אויך זיכער מאכן אז אנדערע קענען נישט שלעכט פארטייטשן די ווערטער. די זעלבע סיבה פארוואס עס איז נישט ראטזאם פאר קינדער, גילט דאך אויך דא.
יידלוויאזוי בארעכטיגט זיין תגובה די אלטע דרך? לענ"ד בארעכטיגט דאס דוקא טוישן די מהלך, זינט קול דודי איז אן עקזעמפלאר פון איינער וואס איז ממילא אנגעקומען אלעס צו זען און איז צוליב'ן אלטן דרך נישט קאנווינסד אין געוויסע עיקרים.
אויב ער איז אן עקזעמפלאר צו שטופן צו א פרישן דרך, זענען אבער טויזנטער חרדישע אידן די פארקערטע עקזעמפלאר צום אלטן דרך. כ'מיין אז מער פון זיי וואלטן היינט נישט געווען קיין שומרי תו"מ מיט דעם נייעם דרך.
אז איינער לערענט אפ די תורה אז די וועלט איז אלט 10,000 יאר ,וואס עפעס איז ער א כופר?
לאמיר זאגן ער איז זיך טועה ,איש עס פאלטש פשט. אבער כופר?!
ווילאנג עס איז נישט פין די דרייצען אני מאמיןס (אדער לויט די בל העיקרים פין די דריי) איז ער נישט קיין ריכטיגע כופר .
העכסענס האט ער קרומע דייעות.

נולד מאוחראז איינער לערענט אפ די תורה אז די וועלט איז אלט 10,000 יאר ,וואס עפעס איז ער א כופר?
לאמיר זאגן ער איז זיך טועה ,איש עס פאלטש פשט. אבער כופר?!
ווילאנג עס איז נישט פין די דרייצען אני מאמיןס (אדער לויט די בל העיקרים פין די דריי) איז ער נישט קיין ריכטיגע כופר .
העכסענס האט ער קרומע דייעות.
האסט פארגעסן פונעם אלטן כלל? אז דו האלטסט אנדערש ווי מיר ביזטו א כופר.
וויפיל איך פראביר צי פארגעסן מאכט זיך אלץ גיטע אידן וואס דערמאנען מיך.
אז איינער גלייבט נישט און תרה שבעל פה אדער און די חז״ל הייסט ער א כופר??
פריינדליךאז איינער גלייבט נישט און תרה שבעל פה אדער און די חז״ל הייסט ער א כופר??
אוודאי אזוי. איינער וואס גלייבט נישט אין חז"ל קען דאך בלוזן שופר ר"ה שחל בשבת
פריינדליך מאכסט א דשאוק אמת?
איך אויךפריינדליך מאכסט א דשאוק אמת?
איך אויך מאכסט א דשאוק אמת?
נופס.
[quote="רמב"ם הלכות תשובה פרק ג הלכה ח"]שלשה הן הכופרים בתורה:
[list=1]
[*]האומר שאין התורה מעם ה' אפילו פסוק אחד אפילו תיבה אחת אם אמר משה אמרו מפי עצמו הרי זה כופר בתורה[/*:m]
[*]וכן הכופר בפרושה והוא תורה שבעל פה והמכחיש מגידיה כגון צדוק ובייתוס[/*:m]
[*]והאומר שהבורא החליף מצוה זו במצוה אחרת וכבר בטלה תורה זו אע"פ שהיא היתה מעם ה' כגון ההגרים[/*:m][/list:o]כל אחד משלשה אלו כופר בתורה. [/quote]

ייש״כ, נאך א שאלה,
אויב זאגט אנדערש ווי עס שטייט און זוהר הייסט ער א כופר??
אויב זאגט אנדערש ווי עס שטייט און זוהר הייסט ער א כופר??
פריינדליךייש״כ, נאך א שאלה,
אויב זאגט אנדערש ווי עס שטייט און זוהר הייסט ער א כופר??
כופר=לייקענען. א כופר אין וואס?
לאדיך אפפריינדליךייש״כ, נאך א שאלה,
אויב זאגט אנדערש ווי עס שטייט און זוהר הייסט ער א כופר??
כופר=לייקענען. א כופר אין וואס?
יידל האט געשריבען:
[quote="יידל"][quote="רמב"ם הלכות תשובה פרק ג הלכה ח"]שלשה הן הכופרים בתורה:
[list=1]
[*]האומר שאין התורה מעם ה' אפילו פסוק אחד אפילו תיבה אחת אם אמר משה אמרו מפי עצמו הרי זה כופר בתורה[/*:m]
[*]וכן הכופר בפרושה והוא תורה שבעל פה והמכחיש מגידיה כגון צדוק ובייתוס[/*:m]
[*]והאומר שהבורא החליף מצוה זו במצוה אחרת וכבר בטלה תורה זו אע"פ שהיא היתה מעם ה' כגון ההגרים[/*:m][/list:o]כל אחד משלשה אלו כופר בתורה. [/quote][/quote]
יעצט איז מיין שאלה. אויב זוהר וואס איז געשריבען געווארען דורוך חז״ל האט די זעלבע דין, אז איינער וואס לייקענט זאכען וואס עס שטייט דארט הייסט א כופר??
[quote="פריינדליך"]
יידל האט געשריבען:
[quote="יידל"][quote="רמב"ם הלכות תשובה פרק ג הלכה ח"]שלשה הן הכופרים בתורה:
[list=1]
[*]האומר שאין התורה מעם ה' אפילו פסוק אחד אפילו תיבה אחת אם אמר משה אמרו מפי עצמו הרי זה כופר בתורה[/*:m]
[*]וכן הכופר בפרושה והוא תורה שבעל פה והמכחיש מגידיה כגון צדוק ובייתוס[/*:m]
[*]והאומר שהבורא החליף מצוה זו במצוה אחרת וכבר בטלה תורה זו אע"פ שהיא היתה מעם ה' כגון ההגרים[/*:m][/list:o]כל אחד משלשה אלו כופר בתורה. [/quote][/quote]
יעצט איז מיין שאלה. אויב זוהר וואס איז געשריבען געווארען דורוך חז״ל האט די זעלבע דין, אז איינער וואס לייקענט זאכען וואס עס שטייט דארט הייסט א כופר??[/quote]
האלט א מינוט. די יעב"ץ איז געווען א כופר?
לאדיך אפפריינדליךייש״כ, נאך א שאלה,
אויב זאגט אנדערש ווי עס שטייט און זוהר הייסט ער א כופר??
כופר=לייקענען. א כופר אין וואס?
יידל האט געשריבען:
[quote="יידל"][quote="רמב"ם הלכות תשובה פרק ג הלכה ח"]שלשה הן הכופרים בתורה:
[list=1]
[*]האומר שאין התורה מעם ה' אפילו פסוק אחד אפילו תיבה אחת אם אמר משה אמרו מפי עצמו הרי זה כופר בתורה[/*:m]
[*]וכן הכופר בפרושה והוא תורה שבעל פה והמכחיש מגידיה כגון צדוק ובייתוס[/*:m]
[*]והאומר שהבורא החליף מצוה זו במצוה אחרת וכבר בטלה תורה זו אע"פ שהיא היתה מעם ה' כגון ההגרים[/*:m][/list:o]כל אחד משלשה אלו כופר בתורה. [/quote][/quote]
יעצט איז מיין שאלה. אויב זוהר וואס איז געשריבען געווארען דורוך חז״ל האט די זעלבע דין, אז איינער וואס לייקענט זאכען וואס עס שטייט דארט הייסט א כופר??[/quote]
האלט א מינוט. די יעב"ץ איז געווען א כופר?
איך האלט נאך נישט ביים יעב״ץ
איך פרעג א טריקענע שאלה לגבי זוהר וואס געשריבען געווארען דורוך די חז״ל, איינער וואס זאגט אנדער אדער ער גלייבט נישט דערין. הייסט ער א כופר אדער נישט??
איך פרעג א טריקענע שאלה לגבי זוהר וואס געשריבען געווארען דורוך די חז״ל, איינער וואס זאגט אנדער אדער ער גלייבט נישט דערין. הייסט ער א כופר אדער נישט??
פריינדליךאיך האלט נאך נישט ביים יעב״ץ
פליז לאז מיר וויסן ווען דו קומסט אן צום יעב"ץ.
געפילטע פישפליז לאז מיר וויסן ווען דו קומסט אן צום יעב"ץ.
דא האט עפעס מיט מיין שאלה לגבי זוהר? פאר וואס איז עס אזוי שווער צו ענטפערן א יא ניין שאלה? ווי אזוי איז מיין אנקימען צום יעב״ץ געווארען א חלק פון די תשובה?
איך האב נישט פארשטאנען דיין שאלה, ווי די זוהר קומט אריין דא, אבער וואס יידל מיינט צו פרעגן איז אז די יעב"ץ וואס האט געהאלטן אז די זוהר האט ר' שמעון נישט געשריבן, אויב איז ער אויך א כופר.
מיין שאלה איז זייער פשוט,
אויף תורה שבכתב ווייסען מיר שוין מה דינו איינער וואס לייקענט, תורה שבע״פ ווייסע מיר שוין אויך יידל האט פריער געברענגט א רמב״ם,
מיין שאלה איז לגבי זוהר. איז עס א חלק פון תורה שבע״פ וויבאלד די חז״ל האבן עס געשריבען און עס האט די זעלבע דין אדער נישט??
די חלק פינעם יעב״ץ קען מען שמיעסן עקסטער. איך רעד באופן כלל לויט ווי עס איז אנגענימען,