☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?

איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?

155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #996
בלאט: 1 2 3 4

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:16 pm

· #462928
רביה''ק זי''ע
פארוואס ווילסטו פארשטײַן, מיט וואס וועט עס דיר העלפן? אפשר אז איך וועל פארשטיין פארוואס דו ווילסט פארשטיין וועל איך פרובירן דיר צו העלפן פארשטיין.

פארוואס איך וויל פארשטיין ? פרעגסט באמת גוט.. ווייל איך האב ליב צי פארשטיין אלעס . און פלאס כעל שטילן מיין נייגער...

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:18 pm

· #462929
לחיים ולברכה

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:20 pm

· #462930
רביה''ק זי''ע
לחיים ולברכה

וכן למר שליט"א

מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 3:46 pm

· #462993
מה בכך

והשנית , "אונטערגראבן די אויטאריטעט פון די רבנים און אויפדעקן זייערע ליגענטס "... הערט זיך מאדנע .. סאו עס אוו נאוו שטייען און שפיץ פונען אידישן פאלק א באנדע פארפוילטע לעמעלעך ? סארי לייגט זיך נישט אויפן שכל ... אה"נ סאיז דא דברים הצריכין תיקון, אבער קאמאן סענס פליז ..

א דיעפ סטעיט\ סוואמפ טעאריע קענסטו פארשטיין? און דאס איז אויף א לאנד עטליכע אין דריי הונדערט מיליאן
איז פארוואס אויף עטליכע פארקאקטע אוישוויצע סקעלעטאנאן האבן זיך נישט געקענט ארויפזעצן אפאר אזאנע און דיקטירן דאס לעבן, און דערנאך מוריש זיין דאס בענקל פאר די קינדער?

(איך זאג נישט אז ס'איז אזוי, אבער וואס איז אזוי מאדנע און נישט קאמאן סענס'דיג דא?)

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 7:02 pm

· #463001
ווער רעדט נאך ווען כ'האב בכלל נישט דאס געזאגט, איך האב נאכנישט באגעגנט קיין רב וואס וויל סתם אזוי אפטוהן מענטשן. זיי מיינען זיכער גוטס (דערפאר הייסט דאך עס noble lies ווייל זיי גלייבן אז זיי טוען א "נאבעלע" אקט מיט'ן בלאפעריי), נאר וואס דען the road to hell is paved with good intentions. און מ'קען מיינען וואסערע חידושים כ'האב שוין געזאגט, מ'האט שוין כמה פעמים דא ארומגערעדט וועגן אמונות הכרחיות און noble lies, ס'איז נישט א זאך וואס איך האב מחדש געווען. יעדע טאטע פון קינדער באנוצט זיך דערמיט, איך האב דאס נישט אויסגעטראפן.
בלאט: 1 2 3 4