Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
"ומי רואה את אלו יוצאים ואינו יוצא"...
פאלאצ'ינטא #איך קען אויפקומען מיט א גוטן גראם (עפעס מיט פאלאצ'ינטא). ווער זאגט אז ס'מוז שטימען מיט די משנה.נו וואס זאהל איך טאהן? איך האב נישט ליעב פיש.
וועט מען אויפקומען מיט א נייע גראם
שמעקעדיג #דער פסוק (רש"י) איז רעזערווירט פאר די גרויסע רעבעס."ומי רואה את אלו יוצאים ואינו יוצא"...
טליתנאה #דער מקור איז א גמרא אין גיטין (י"ט עמוד א) אבער קיין איינער וועליכע נוצט עס, נוצט עס מיט די ריכטיגע באדייטכדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק
אייניקעל #הַאַחֵיכֶם יָבֹאוּ לַמִּלְחָמָה וְאַתֶּם תֵּשְׁבוּ פֹה?!
אלץ א רוף ארויסצוקומען פראטעסטירן אנטקעגן גיוס צו צה"ל
שמעקעדיג #נאר די אלע וואס נוצן עס ניצן עס נישט ריכטיג: ווייל אין פסוק שטייט צהל"י מיט א יו"ד (לשון יחיד). און זיי שרייבן עס מיט א ווא"ו. (לשון רבים).ייש"כ אלע.
'צהלי ורני' און 'וכל המוסיף' איז שוין געשטאנען אין די ערשטע פאר תגובות.
berlbalaguleh #דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס פאסט פאר מילתא דבדיחותא:
אינדערהעים אין איינס פון די שטעטלעך פון מארמאראש איז א בחור פון 15 יאר פלוצלינג נעלם געווארן.
די גאנצע שטאט איז אריין אין א זוך אקציע. מ'האט איהם ארומגעזוכט איבעראל. קורץ פאר מנחה רוקט זיך דער בחור אן. זיין טאטע איז אויך דארט געווען. רופט ער זיך אן..." והילד איננו. דער בחור איז דא"...שוין. ווער ס'האט פארשטאנען דעם דזשאוק קען יעצט לאכן...!