☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9861
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 10:56 pm

· #311153
פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
פאראן געוויסע פסוקים (און צומאל מאמרי חז"ל) וועלכע די היימישע צייטונגען נוצן כסדר כפי הצורך צו זייער דיספאוזעל, וואך איין וואך אויס. עס קען נערווירן געוויסע מענטשן. טראכט איך צו מאכן דא א שטיקל ליסטע למען ישמעו ולמען תזכרו.

שאי סביב עיניך וראי כולם נקבצו באו לך!
והיא לא תצלח!
לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים!
בזכותו של אותו זקן.

(פארזעצונג קומט אי"ה)

ירח בן יומו » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 11:15 pm

· #311154
משנכנס אדר מרבין ב...

petergrifin » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 1:26 am

· #311169
הברכים אשר לא כרעו לבעל
😂 😃 🙂 😲 😛 🙄 😈 😈 😠 😂 😲 😉 😞

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 1:42 am

· #311171
וראו למי החותמת ולמי הפסולים
ורדו בכם שונאיכם מכם ובכם
המה כרעו ונפלו

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 9:09 am

· #311177
והרשעים כים נגרש
מי ביקש זאת מידכם רמות חצירי
ומלאה הארץ דעה

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 10:17 am

· #311185
ישיבה "תורה ויראה" ד.......
תורה? יראה?

לך לך » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 11:19 am

· #311194
וכל המוסיף מוסיפין..

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 11:50 am

· #311198
בדרך "ישראל סבא", בלי שום שינוי אפילו זיז כל שהוא.
(טאקע ממש גענוי ווי זיידע יעקב האט זיך נוהג געווען, אן א טראפ שינוי. כ'הער.)

וכדומה.. » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 11:50 am

· #311199
שירו לו שיעו"ר חדש..

moshav zekeinim » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 12:26 pm

· #311202
דאס איז שוין אפעציעל א מליצה. איך גלייב אז נישט אויף דעם האט דער פותח האשכול מכוון געווען

געוואלדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 12:38 pm

· #311203
מלכות הרשעה

יעקב מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 12:39 pm

· #311204
מ'האט געוואונען א קאורט ?

כל כלי יוצר עליך לא יוצלח וגו'

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 1:05 pm

· #311208
ברכיים אשר
petergrifin
הברכים אשר לא כרעו לבעל
😂 😃 🙂 😲 😛 🙄 😈 😈 😠 😂 😲 😉 😞

פיטער גריפפין: דו האסט נישט מדייק געווען. ווען איך ברענג דעם פסוק שרייב איך עס מיט א "ואו"...לו כרעו לבעל הציוני...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 1:08 pm

· #311211
..."והייתם נקיים מה' ומישראל"...אדווערטייזמענט פאר היט קליענינג סערוויס...!

שמעקעדיג » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 11:16 pm

· #317710
ויהודה (אדער ישראל) עוד רד עם א-ל...

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 17, 2016 1:47 am

· #317722
ירח בן יומו
משנכנס אדר מרבין ב...

...שמחה
...כסף
...דגים
...שקלים
...בעקישעס
...שיכרות
...שנאר
...נסיעות למקומות הקדושים

פרייוויליג » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:49 pm

· #318646
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
ביים באשרייבן א נפטר:

הרמותי בחור מעם.
מלבוש ערומים.
זוקף כפופים.

נאך אביסל גייט מען שרייבן רוקע הארץ על המים.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 24, 2016 1:59 pm

· #318785
ראו מה בין בני לבן חמי
התעוררי התעוררי כי בא אור"ח
השבת נועם הנפשות והשביעי עונג הרוחות
שבת קודש נפשות ישראל בצל כנפיך יחסיון
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו
בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל
בית צדיקים יעמוד!

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 2:03 pm

· #320236
צהלי ורוני יושבת... בורו פרק, וויליאמסבורג וכו'

Chuchem » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 4:38 pm

· #320274
רבה דעמיה מדברנא דאומתיה בוצינא דנהורא בריך מתייך לשלם
ברוך הבא בשם השם

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 12:55 pm

· #321048
בשורה טובה תדשן עצם... (גראדע אין גמרא גיטין שטייט שמועה טובה תדשן עצם)

בן אדם » דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 1:27 pm

· #321056
וועלכע חלק, די בשורה טובה, צו די תדשן עצם?

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 2:18 pm

· #321068
רבם דקרו

שמעון וואלף » זונטאג אקטאבער 2, 2016 7:53 am

· #351637
למען ציון לא אחשה ולמען ירושלם לא אשקוט
על חומתיך ירושלם הפקדתי שמרים
שומו שמים
וינועו אמות הסיפים
וכאשר יענה כן ירבה וכן יפרוץ
שלחן איזבל
ועשית ככל אשר יורוך
גירא בעינא דשיטנא

פליקער » זונטאג אקטאבער 2, 2016 9:19 am

· #351642
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
קול רנה וישועה באהלי צדקים

ליפא » זונטאג אקטאבער 2, 2016 9:33 am

· #351643
פליקער
קול רנה וישועה באהלי צדקים

די פסוק איז שוין אביוזט אין דעם אשכול... שמעקעדיג האט עס שוין געברענגט פריער

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יולי 5, 2017 12:42 pm

· #377931
ווען איינער ווערט ל"ע נפטר אינג... דודי ירד לגנו ללקוט בו שושנים...

עס שטייט אבער נישט אזוי... עס שטייט... דודי ירד לגנו לערוגות הבשם לרעות בגנים וללקט שושנים

אייז קריעם » מיטוואך יולי 5, 2017 1:32 pm

· #377947
בילע המות לנצח ומחה השם דמעה מעל כל פנים.

סקרן » מיטוואך יולי 5, 2017 1:37 pm

· #377949
אייז קריעם
בילע המות לנצח ומחה השם דמעה מעל כל פנים.

איך מיין אז אדער מתעסקים אדער נר מצוה דארפן ארויס קומען מיט א קליינע קארד וואס ס'שטייט דעם פסוק ריכטיג
איך בין לעצטענ'ס געווען ביי אפאר לויות וואס יעדע רעדנער האט געזאגט די פסוק אנדערש און קיין איינער נישט ריכטיג

שמעון וואלף » דאנערשטאג יולי 26, 2018 12:53 am

· #409865
מיר קרענקט ווען מ'ניצט די לשון "עד זיבולא בתרייתא" - ראובן איז געווען דבוק אין חצאצקע רבי עד זיבולא בתרייתא אדער שמעון האט זיך מוסר נפש געווען נישט צו רעדן לשון הרע עד זיבולא בתרייתא.
האלא, די ווייסט וואס מיינט עד זיבולא בתרייתא? ס'מיינט ביזן לעצטען שאוול זאמט וואס מווארפט אויפ'ן ארון. יעצט קוק איבער די אויבערדערמאנטע זאצן און זאג מיר אויב עס מאכט סענטס

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 26, 2018 12:22 pm

· #409887
שמעון וואלף: וואס איך גיי זאגן איז נישט ממש א פסוק. נאר אפשר א מאמר חז"ל. אויב מ'הארגעט עס נישט אוועק...!

דער אויסדרוק..."יהרג ואל יעבור"...פארדרייען עס א סאך מענטשן. אדער מכח עם הארצות. אדער ווייל מ'איז סתם נישט מדייק..."יהרוג, ואל יעבור"...
חז"ל הייסן קיינעם נישט הארגענען...! ביי א פאל וואס מ'דארף יא נעמען עקשן אקעיגן א..."רודף" איז דער אויסדרוק..."מצילין אותו בנפשו"...!

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:44 pm

· #535964
עס קומען לעצטנס פאר שרעקליכע פאסירונגען ארום די וועלט, ערדציטערנישן, פארפלייצונגען, פייערן, וכו' וכו'.

א יעדע צייטונג און נייעס אויסגאבע מוז למען ה' מעלדן ביים באריכטן די נייעס "מי באש, מי במים, מי ברעש, מי בחרב". עס ווערט שוין אביסל annoying...

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:29 am

· #536142
שמעקעדיג: ווען ס'איז געשעהן די גרויסע ערדציטערניש דעם ערשטן טאג פסח, האבן די צייטונגען טאקע נישט געהאט קיין פאסיגע פסוקים צו ברענגען. נאך א מזל אז ס'איז געשעהן אין די ערב ראש השנה טעג. ווען א יעדער שפירט שוין דעם אימת יום הדין. ס'איז א נקודה למחשבה

Man City » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 9:25 am

· #536148
שמעקעדיג
עס קומען לעצטנס פאר שרעקליכע פאסירונגען ארום די וועלט, ערדציטערנישן, פארפלייצונגען, פייערן, וכו' וכו'.

א יעדע צייטונג און נייעס אויסגאבע מוז למען ה' מעלדן ביים באריכטן די נייעס "מי באש, מי במים, מי ברעש, מי בחרב". עס ווערט שוין אביסל annoying...
👍 👍

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 15, 2023 4:00 am

· #537491
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
אין די יעצטיגע מלחמה זמנים, זעהט מען יעדע שמויגער שרייבן בלי הרף "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר".

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 15, 2023 4:38 am

· #537493
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
דאס איז אויך נישט גוט. ווען מ'שרייט כוחי ועוצם ידי. קוק וואספארא שטארקע מיליטער אונז האבן טויג נישט. וואס יא? עצבות'דיגע מאמרים און קיטרוגים אויף אידן. פון דעם האמיר שוין געניג.

תניא בניחותא » זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:44 am

· #537505
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
מהרסיך ומחריביך ממך יצאו, האט מען פארגעסן ?

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 8:05 am

· #538261
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
אם ראית גנב ותירץ עמו... ווען מען וויל זאגען אז איינער וויל זיך פאר ענטפערען. נישט נאר צייטונגען נאר אסאך מגידי שיעור און ראש ישיבות נוצען דאס

עס מיינט נישט דאס...

עס שטייט אם ראית גנב וַתִּרֶץ עמו און עס מיינט נישט תירץ אן עקסקיוס עס מיינט מיטגיין מיט איהם, אדער וועלען זיין ווי איהם

פאלאצ'ינטא » מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:07 pm

· #546217
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
רבינו סר מן הדרך

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:39 pm

· #546236
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
שמעקעדיג #
אין די יעצטיגע מלחמה זמנים, זעהט מען יעדע שמויגער שרייבן בלי הרף "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר".
דאס איז אויך נישט גוט...!

דאס איז דאך די שטערקסטע הכחשה אין די שיטה פון "כוחי ועוצם ידי"...איך בין זייער שטארק צופרידן פון דעים...!

דאס איז אויך א הכחשה צו די וועלכע זוכן נאר שלעכטס ביי אידן. זיי זוכן נאר ווי מ'קען מקטרג זיין אויף אידן...!

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:44 pm

· #546238
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
פאלאצ'ינטא #
אם ראית גנב ותירץ עמו... ווען מען וויל זאגען אז איינער וויל זיך פאר ענטפערען. נישט נאר צייטונגען נאר אסאך מגידי שיעור און ראש ישיבות נוצען דאס

עס מיינט נישט דאס...

עס שטייט אם ראית גנב וַתִּרֶץ עמו און עס מיינט נישט תירץ אן עקסקיוס עס מיינט מיטגיין מיט איהם, אדער וועלען זיין ווי איהם
אין מקרא יוצא מידי פשוטו...!

אבער ס'איז דאך א גוט ווערטל. א גוטער "פאן". מיט א פ"א דגושה...!

פאלאצ'ינטא » דינסטאג מאי 7, 2024 11:59 am

· #561132
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
במקום שאין איש... אין פרקי אבות שטייט ובמקום שאין אנשים

היימלינד » דינסטאג מאי 7, 2024 12:03 pm

· #561133
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
פאלאצ'ינטא #
במקום שאין איש... אין פרקי אבות שטייט ובמקום שאין אנשים
אנשים גראמט דאך אבער נישט מיט געפילטע פיש 🙂

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 7, 2024 3:34 pm

· #561193
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
פאלאצ'ינטא #
במקום שאין איש... אין פרקי אבות שטייט ובמקום שאין אנשים
אבער ס'דארף שטימען מיט דעם גראם. איינער האט געוואלט זאגן א גוט ווערטל.

מן הסתם » דינסטאג מאי 7, 2024 9:05 pm

· #561232
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
ס'גייט נישט גוט פארן צד שכנגד? והיא לא תצלח..
ס'גייט יא גוט פארן צד שכנגד? דרך רשעים צלחה..

מן הסתם » דינסטאג מאי 7, 2024 9:07 pm

· #561233
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
אויפן איינלאדענונג צום מעמד \ מסיבה וכדומה שטייט פון אויבן אין קידוש לבנה אותיות "הזמנה מלתא היא"..

למעשה אין די גמ' ביי די סוגיא פון הזמנה בלייבט אז הזמנה "לאו" מלתא היא..

מן הסתם » דינסטאג מאי 7, 2024 9:11 pm

· #561234
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
להלכה: "הזמנה לאו מילתא היא" כרבא, לפי הכלל שבמחלוקות אביי ורבא הלכה כרבא חוץ מיע"ל קג"ם.

עיקר הסוגיא והדיון בנושא נמצא בבבלי סנהדרין מז:-מח..

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 8, 2024 12:38 am

· #561248
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
מן הסתם #
אויפן איינלאדענונג צום מעמד \ מסיבה וכדומה שטייט פון אויבן אין קידוש לבנה אותיות "הזמנה מלתא היא"..

למעשה אין די גמ' ביי די סוגיא פון הזמנה בלייבט אז הזמנה "לאו" מלתא היא..
נאר פארשטייצעך ס'איז אינגאנצן אן אנדער פשט. פאר א מליצה איז עס שיין.

פאלאצ'ינטא » מיטוואך מאי 8, 2024 6:48 am

· #561261
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
נו וואס זאהל איך טאהן? איך האב נישט ליעב פיש.

וועט מען אויפקומען מיט א נייע גראם

בני אהרן » דאנערשטאג מאי 9, 2024 12:28 am

· #561393
Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען
אבי היתומים
📎 markup_1000076450.jpg
בלאט: 1 2