גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15121
גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
אין דעם אשכול 'עמיר ברענגען ווערטלעך און פשטים (פאלשע און עכטע) וואס תמימות'דיגע אידן וועלכע האבן נישט געקענט לערנען, האבן געזאגט. און וואס מ'האט זיי געענטפערט. די עיקר איז די זיסקייט און די תמימות מיט וואס דאס איז צוגעגאנגען...!
לאמיר אנהייבן מיט די אינטרעסאנטע מעשה וואס די גמ' ברענגט (מס' פסחים) אז רב מתנא האט אמאל (ביי א שבת הגדול דרשה?) געדרשנ'ט אין די שטאט פפוניא אז צו באקן מצות דארף מען האבן מים שלנו. דעם נעקסטן טאג זענען אלע פרויען פון די שטאט געקומען צו דעם רב'ס הויז און זיי האבן געבעטן פון די (געבענטשטע) וואסער פון די רבי. די רביצן האט נישט געוואוסט וואס צו טון. א יעדע מינוט איז געקומען אנ'אנדער פרוי און געבעטן פון די רבי'ס וואסער. האט זי צוערשט געמיינט אז איינער האט אנגעשטעלט א שפיצל פאר איהר מיט איהר מאן. איז זי געגאנגען פרעגן איהר מאן. דער רב האט זיך גוט צולאכט. מסתמא ווייל איך האב נעכטן געזאגט אין די דרשה אז א יעדער דארף נעמען ..."מים שלנו"...איבערגענעכטיגט וואסער. און זיי האבן פארשטאנען ..."שלנו"...מיינט אונזער. אז די רבי האט ספעשל וואסער...לאל
פארוואס ברענגט אונז די גמ' די (פאני) אינטרעסאנטע מעשה? איבער א מיספארשטענדעניש פון א גאנצע שטאט עמי הארצים...נאר די גמרא וויל דא ארויסהייבן זייער אומונה פשוטה. כאטש ס'איז געווען א זאך וואס זיי (די קלוגערע פון זיי) האבן נישט פארשטאנען.. אבער אז די רב האט געזאגט פאלגט מען. מ'פרעגט נישט קיין קשיות...!
די צווייטע טראדיציאנאלע מעשה איז איבער דעם וואס ווערט פארציילט אז דער ערשטער בעלזא'ער רב דער שר שלום, נאכדעים וואס ער האט (שנעל) געענדיגט זיין סדר, איז ער ארומגעגאנגען אין שטאט אין די באגלייטונג פון זיין זון דער מיטל'ער רב זצ"ל. האבן זיי געהערט ביי איין פענסטער וואו דער בעה"ב שרייט ביי די הגדה וואו ס'ווערט פארציילט איבער די ארבעה בנים...אח---ד חכם, אח---ד רשע. און אזוי ווייטער. האט דער שר שלום געזאגט די מעשה איז זייער חשוב אין הימל. ווייל דער איד האט אינזין געהאט די כוונות פון קריאת שמע...!
דער היילגער טאהשער רבי זצוק"ל האט זייער שטארק ליעב געהאט צו הערן דעם סיפור המעשה. ער פלעגט אייביג בעטן ביים סדר אז איינער זאלל פארציילן די מעשה...!
נאך א מעשה וואס הרהצה"ק מ'טאהש זצוק"ל האט אייביג געבעטן מ'זאלל איבערדערציילן. איבער אן עם הארץ וועלכער האט ביי די הגדה וואו ס'שטייט תם מה הוא אומר. האט ער געזאגט מיט א תמימות און געוויזן מיט זיין פינגער אויף ארויף...טאם...דארטן (אויבן אין הימל) מה הוא אומר . וואס זאגט דער אייבישטער...! (אויף רוסיש הייסט ..."טאם"... דארטן)
נאכדעים איז דא די מעשה מיט דעם עם הארץ וואס האט נאר געוואלט מאכן די חופה פון זיין טאכטער אין די זאלל. נישט אינדרויסן. כמנהג ישראל. וויפיהל דער רב האט פרובירט איינצוטענה'ן מיט איהם איז נישט געגאנגען. ער האטציך פארעקשנ'ט. ער האט געזאגט אויב די רב קען איהם ווייזן וואו ס'שטייט אין חומש. (ווייל חומש האט ער נאך געלערנט אין חדר.). וועט ער גלייבן. האט איהם דער רב אויפגעמיש א חומש (פ' ויקהל?) ...ואת קלעי החצר...האט דער רב געטייטשט פאר איהם. די כלה דארף זיין אין חצר...!
אנ.אנדער עם הארץ האטציך אמאל פארעקשנ'ט אז ביר איז נישט קיין חמץ. ברויט פארשטייט ער. אבער ביר? אויך די זעלבע וויפיהל דער רב האט זיך געטענה'ט מיט איהם האט ער נישט געוואלט גלייבן. ער האט געזאגט אויב די רב וועט איהם ווייזן אין סידור אז מ'טאר נישט האבן קיין ביר וועט ער גלייבן...האט דער רב אויפגעמישט אין סידור וואו ס'שטייט..."על ביעור חמץ"...אז ביר איז חמץ...!
ס'דא נאך א סאך ווערטלעך פון דעם סארט. וואו עמי הארצים האבן נישט ווילנדיג געזאגט זייער גוטע ווערטלעך...! ווער ס'ווייסט נאך ווערטלעך ווערט געבעטן ארויפצולייגן...!
ביי אונז אין ביהמ"ד איז דא לכה"פ 3 אידן וואס זאגן ביי נשמת..."נהלת באזניך"...אל נוה קדשיך. זעהט אויס אז אין די מארמאראש איז געווען אן עברי מלמד וואס האט זיי אזוי אויסגעלערנט...!
ווען מ'פרעגט ביי איינעם אזא איד פשט אין די ווערטער וועט ער (מסתמא) זאגן... די אידן האבן נישט געוואלט אריינגיין קיין ארץ ישראל האט זיי דער אייבישטער אנגעכאפט ביי די אויערן און אריינגעפיהרט...!
איינער אזא ..."באזניך"... איד האט אמאל געדאוונט מוסף לראש חודש פאר'ן עמוד. האט ער געזאגט...וחוקי ראשי חדשים להם בקעת...! ווע מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט...אז ס'איז געווען איין גרויסער ראש חודש. און דער אייבישטער האט עס צושפאלטן אויף 12...! חלקים
וואנס עפאן עי טיים......
איז א איידעם געגאנגען צים שווער צים סדר, די שווער איז געוועין א גרויסער מן הארץ, האט ער נישט געוויסט אז מען דארף אן על אכילת מצה מאכן, האט ער פשוט גאמאכט המוציא ס'קומט די איידעמס טארן הערט ער ווי די איידעם מאכט א על אכילת, האט ער שוין געוויסט א נייע הלכה אז מצה ברויך אן על אכילת.
די נעקסטע ציפרי מאכט די שווער על אכילת מיט גרויס התלהבות, אבער די איידעם מאכט נאר המוציא.
ביים צווייטן סדר האט די שווער פארשטאנען אז מען מאכט נישט קיין על אכילת, ווארום דאס איז רעזערווירט פארן ערשטן נאכט, ער מאכט המוציא און שלינגט איין די ארימע ברויט, און די איידעם מאכט אן על אכילת.
די שווער לאזט אראפ א פראסק פארן איידעם, און ריפט זיך הויך אן "וואס איך טי דארפסטי טין פארקערט?!?!"
......ענד טהעי ליווט העפילי עווער עפטער
berlbalagulehביי אונז אין ביהמ"ד איז דא לכה"פ 3 אידן וואס זאגן ביי נשמת..."נהלת באזניך"...אל נוה קדשיך. זעהט אויס אז אין די מארמאראש איז געווען אן עברי מלמד וואס האט זיי אזוי אויסגעלערנט...!
ווען מ'פרעגט ביי איינעם אזא איד פשט אין די ווערטער וועט ער (מסתמא) זאגן... די אידן האבן נישט געוואלט אריינגיין קיין ארץ ישראל האט זיי דער אייבישטער אנגעכאפט ביי די אויערן און אריינגעפיהרט...!
איינער אזא ..."באזניך"... איד האט אמאל געדאוונט מוסף לראש חודש פאר'ן עמוד. האט ער געזאגט...וחוקי ראשי חדשים להם בקעת...! ווע מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט...אז ס'איז געווען איין גרויסער ראש חודש. און דער אייבישטער האט עס צושפאלטן אויף 12...! חלקים
עד"ז
שובר כל עצמותיו, די אייבערשטער ברעכט יענעם אן די ביינער אחת מהנה לא נשברה, נאר איין ביין איז גאנץ געבליבען.
משען ומיטוואך לצדיקים
א חסיד איז אמאל ציגעגאנגען אין א ליטווישע שיל, אין ביי קדיש האט ער געזאגט "ויצמח פורקניה ויקרב משיחיה"
שרייט איינער אריין "לא יצמח פורקניה, ולא יקרב משיחיה"
ביי אונז אין ביהמ"ד (אלעס איז געווען ביי ענק אין ביהמ"ד) איז געווען אן אלטער איד וואס האט געזאגט די הויכע שמו"ע ביי מנחה. און ער האט געזאגט משען ו,,,"מיטוואך"...לצדיקים...!
דאס אז אן עם הארץ האט געזאגט ..."מברך הנשים"... איז דאך א באקאנטע מעשה. ס'איז געווען אמאל א צייט ווען אלע פרויען וועלכע האבן געבוירן קינדער זענען ל"ע געשטארבן ביים געבורט. ס'איז געווען אן עת צרה. איז אמאל אן עם הארץ צוגעגנאגען צום עמוד און ער האט געזאגט מיט גרויס כונה..."מברך הנשים"...און אלע אידישע פרויען זענען געהאלפן געווארן...!
פארציילט מען א מעשה פון א געוויסע צדיק (גיי געדענק ווער, אייביג פארגעסט מען די נאמען) וואס האט געמאכט א גרויסע יום תפילה אין שטאט וועגן די עצירת גשמים, למעשה האט זיך גענומען צו רעגענען, און מען האט מגלה געווען פאר דעם צדיק אז עס איז געקומען אין די זכות פון 'זעליג עם הערץ'
איז די רב צוגעגאנגען צו 'זעליג' און אים געפרעגט וואס ער האט געטון עפעס ספעשיל
האט ער געזאגט אז ביי די פסוק אין קרי''ש, ועצר את השמים ולא יהיה מטר האט ער שטארק אונזינען געהאט
ועצר את השמים- די באשעפער זאל אויסקוועטשן די הימל (עצר מלשון קוועטשן) ולא יהיה מטר- און עס זאל גארנישט איבערבלייבן קיין רעגן אין די הימל...
אין די ישיבה פון ר' יונתן אייבשיץ איז נישט געווען קיין ש''ס געהעריג, פלעגט מען בארגן די גמרות פון ר' יונתן, מיט די צייט איז זיך געווארן א מנהג אז די עולם האט אנגעהויבן ציצושרייבן הגאות, און מען האט זיך אויך אזוי אינטערגעשריבן די נאמען
ביז ר' יונתן האט זיך אנגעהויבן אויסנעמען מיט יעדן וועמען ער האט געבארגט א גמרא אז מען זאל גארנישט אריינשרייבן נישט קיין הגאות און נישט די נאמען
איינמאל האט א בחור געבארגט א גמרא (כ'מיין בב''מ, איך בין אויך א שטיקל עם הארץ) און ר' יונתן האט זיך אויסגענומען כנהוג, און געבארגט דעם גמרא
די בחור איז אנגעקומען צו ווי די גמרא זאגט, 'הרי זו חמור גמל' (דאס מיינט א לשון פון איינער וואס איז סטאק, ווייל די חמור ציט איין וועג און די גמל ציט א פארקערטע וועג)
בקיצור די בחור האט געמיינט אז עס איז א טעות הדפיס האט ער פאראכטן 'הרי זו חמור ''גמור''
ווען ער האט צירוק געגעבן די גמרא, און ר' יונתן האט באמערקט וואס איז דא געשען, האט ער זיך אנגעריפן,
'די האסט עובר געווען ביידע תנאים, האסט ציגעשריבן א הגה, און די האסט זיך אויך אינטערגעשריבן דיין נאמען'...
שמן למאור: איך מיין די גמ' וואס רעדט זיך איבער "חמור גמל" איז אין מס' בבא קמא....! איך בין אויך אזא געשוואלענער עיי"ן ה"א ווי דו...!
ניין. איך האב מיך אויסגעלערנט א כלל אז מ'קען נאר זיין אן עניו אויף דעם אייגענעם חשבון. נישט אויף יענעמ'ס חשבון...!
berlbalagulehנאך א מעשה וואס הרהצה"ק מ'טאהש זצוק"ל האט אייביג געבעטן מ'זאלל איבערדערציילן. איבער אן עם הארץ וועלכער האט ביי די הגדה וואו ס'שטייט תם מה הוא אומר. האט ער געזאגט מיט א תמימות און געוויזן מיט זיין פינגער אויף ארויף...טאם...דארטן (אויבן אין הימל) מה הוא אומר . וואס זאגט דער אייבישטער...! (אויף רוסיש הייסט ..."טאם"... דארטן)
אין ארמיש איז אויך ״תם״ דארטן (צ.ב.ש. שלחו מתם)
די ריכטיגע אויסדריק איז חמר גמל (אן א ואו ביי חמר און גמל מיט א פתח) עס קומט פון
עירובין דף מט עמוד בעסקן בדברים: זיכער. נאר דער עם הארץ (פון די מעשה) האט געוואוינט אין רוסלאנד. און אויף רוסיש איז עס אויך אזוי...! ווייל די עמי האץ האבן דאך נישט געקענט רעדן און פארשטיין לשון הקדש און אראמיש. האבן זיי געמיינט אז דאס איז אויף זייער שפראך...!
נפהדי ריכטיגע אויסדריק איז חמר גמל (אן א ואו ביי חמר און גמל מיט א פתח) עס קומט פון
עירובין דף מט עמוד ב
נפה: אויף פלעין אידיש מיינט עס אן אייזל טרייבער. און א קעמל טרייבער. יישר כח. איך האב דאך געזאגט אז איך בין אן עיי"ן ה"א. דו האסט מיר נישט געוואלט גלייבן...!
איך גלייב נישט אז דו ביסט אן עם הארץ איך האב געזען
דא אז דו קענסט ליינען די קליינע אותיות
נפה: נאר ס'איז אינטרעסאנט. ערגעץ זאגט רש"י (כ'האב שוין פארגעסן וואו) אז עמי הארץ מיינט די אנגעזעהענע מענטשן פון לאנד...! די פארקערטע מיינונג וואס איז אנגענומען...!
דו מיינסט מן הסתם
רש"י ויקרא כ בסאיז דאך ידוע די מעשיות פון איינע פון די עמי הארצים ביי רביה"ק מסאטמאר (פאר פרטים אין אישי) וואס האט געלערנט מיט זיינע קינדער בזה"ל, "שכר מצוה בהאי עלמא זאגט דאך דער רבי ליכא..."
אויך איז ער אמאל געגאנגן אויפן גאס און האט באגעגענט הגאון ר' משה פיינשטיין זצ"ל האט ער זיך אנגערופן צו זיינע קינדער "אז עטץ וועטס נישט לערנען וועט עטץ אויסקוקן ווי אים"...
אגב, איז ער דער וואס האט פארברענט אין ישיבה די זרע קודש מיטן אגרא דכלה ווייל סאיז נישט פאר בחורים...
געדאנקן: ייש"כ. איך ווייס אז די מעשה איז אמת ווייל איך ווייס פון אן אנדערע ענליכע מעשה. (געהערט מפי אנשים נאמנים. וועלכע האבן געקענט דעם פראטאגאניסט.) א רבי'ש אייניקל פון א גזע וועלכע זענען נישט מפורסם מיט א סאך שכל, איז אמאל געזיצן אין זיין שטוב און געלערנט מיט זיין זון, ווען א בעל מלאכה, אן עלעקטרישן איז געשטאנען אויפ'ן לייטער און געארבעט. דער יונגל האט נישט צו געלייגט קיין קאפ צום לערנען. רופט זיך אן זיין טאטע צו איהם..."אויב דו וועסט נישט לערנען וועסטו אויסזעהן ווי יענער אויפ'ן לייטער"...דער .."יענער"... אויפ'ן לייטער איז געווען דער זון פון א רב. און אליינס געווען א שיינער תלמיד חכם. נאר ער האט געארבעט פאר פרנסה. און נישט געווען אנגעוויזן אויף תמיכה ווי דער רעבעלעה...!
נ.ב.: דער מענטש האט עס אליינס פארציילט מיט א שמייכל...! איך מיין ער וואלט זיך געקענט פארהערן מיט דעים רעבעלעה...!
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
כ'האב עס געהערט פון בעל המעשה אליינס, האט ער דערציילט אז דער סאטמארער רבי דער בעל ויואל משה איז אמאל געקומען אין חדר פארהערן, האט ער געפרעגט איינעם פון די קינדער וואס טייטש "ושניים יסעו"? האט ער עם געענטפערט "און די יארן לויפן"!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
איך האב אזא מחשבה אז די אלע מעשיות פון די אמעראצעם וואס מ'האט זיך אונטערגעהערט ביים סדר איז קיינמאל נישט געשעהן, ס'פלעגט נאר זיין אזעלכע בדחנים וואס האבן בייגעפאלן אזעלכע פשטים אין טעותים וואס מ'וואלט ווען געקענט מאכן, האבן זיי זיך אנגערופן פונקט נעכטן האב איך דורכגעגאנגען די הויז פונען עם הארץ האב איך געהערט ווי ער זאגט.... און מ'קען טאקע אריינטייטשן.... אזוי ווי אסאך וואס פאלט זיי ביי א קינדערישע חכמה'לע זאגט מען אז ס'איז געשעהן מיט ר' יונתן אייבשיצער אלץ קינד.... אדער א ווערטל וואס מ'שעמט זיך אז ס'איז א אייגנס זאגט מען עס נאך פון יענקל מילער.....
געווען א באקאנטע גבאי אין בארא פארק וואס ביי די יארצייט פון די אר"י הקדוש האט ער ביים צינדן א ליכטל זיך אנגערופן הויעך ''אריה בן?..
אויך פארציילט מען אויפן זעלביגן אז ער פלעגט אויסרופן שבת ביינאכט נאכן דאווענען '' די שיעור אין טור אורח חיים הקדוש וועט פארקומען...
אין בעלזא פירט מען זיך צו זאגן ביים רבונו של עולם פון ספירת העומר ( ווען ס'פארן ציילען ) ''שאספור היום' און נישט שספרתי היום'. פארציילט מען אויף איינער פון די ראשי הקאפעליע אן עמארעץ מדאורייתא וואס האט געזינגען ביים טיש מיט א פעסטקייט' שאפגום היום'...
קאמארנעראין בעלזא פירט מען זיך צו זאגן ביים רבונו של עולם פון ספירת העומר ( ווען ס'פארן ציילען ) ''שאספור היום' און נישט שספרתי היום'. פארציילט מען אויף איינער פון די ראשי הקאפעליע אן עמארעץ מדאורייתא וואס האט געזינגען ביים טיש מיט א פעסטקייט' שאפגום היום'...
קיינמאל געהערט די מעשה, אבער ס'שטימט זייער גיט אויף מ.פ., נכון?
ביי הוא שעמדה האט דער ע”ה געזאגט בכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב”ה מצילנו מידם די גוים ווילן אז אונז זאלן עסן חלות און בקב”ה מאכט אז עס זאל זיין מצות
קאמארנערגעווען א באקאנטע גבאי אין בארא פארק וואס ביי די יארצייט פון די אר"י הקדוש האט ער ביים צינדן א ליכטל זיך אנגערופן הויעך ''אריה בן?..
אויך פארציילט מען אויפן זעלביגן אז ער פלעגט אויסרופן שבת ביינאכט נאכן דאווענען '' די שיעור אין טור אורח חיים הקדוש וועט פארקומען...
קאמארנער: נאכדעים איז דא דער (קנאפער) חכם וואס האט געטענה'ט אז ער הייסט אזוי ווי דער נודע ביהודה. ער האט געהייסן יודל. דעם כינוי צו זיין משפחה נאמען וויל איך דא נישט זאגן. ס'האט געפאסט צו זיין שכל...!
קהל'ס נערקאמארנעראין בעלזא פירט מען זיך צו זאגן ביים רבונו של עולם פון ספירת העומר ( ווען ס'פארן ציילען ) ''שאספור היום' און נישט שספרתי היום'. פארציילט מען אויף איינער פון די ראשי הקאפעליע אן עמארעץ מדאורייתא וואס האט געזינגען ביים טיש מיט א פעסטקייט' שאפגום היום'...
קיינמאל געהערט די מעשה, אבער ס'שטימט זייער גיט אויף מ.פ., נכון?
יאפ
berlbalagulehקאמארנערגעווען א באקאנטע גבאי אין בארא פארק וואס ביי די יארצייט פון די אר"י הקדוש האט ער ביים צינדן א ליכטל זיך אנגערופן הויעך ''אריה בן?..
אויך פארציילט מען אויפן זעלביגן אז ער פלעגט אויסרופן שבת ביינאכט נאכן דאווענען '' די שיעור אין טור אורח חיים הקדוש וועט פארקומען...
קאמארנער: נאכדעים איז דא דער (קנאפער) חכם וואס האט געטענה'ט אז ער הייסט אזוי ווי דער נודע ביהודה. ער האט געהייסן יודל. דעם כינוי צו זיין משפחה נאמען וויל איך דא נישט זאגן. ס'האט געפאסט צו זיין שכל...!
אדער האט ער געהייסן 'יששכר' נאך דער בני יששכר..
תרמבאיך האב אזא מחשבה אז די אלע מעשיות פון די אמעראצעם וואס מ'האט זיך אונטערגעהערט ביים סדר איז קיינמאל נישט געשעהן..
שוין געטראכט אמאל ענליך... ווער האט דען צייט אינמיטן ליל התקדש חג, אנשטאט פירן אן אייגענעם סדר, צו גיין אונטערהערן יענעמ'ס סדר?
איך האב אמאל אלץ בחור דורכגעוואקט א האום אויפן וועג צו מיין זיידע'ס סדר, איך האב אריינגעקוקט ביים פענסטער צו זעהן דעם סדר, איך האב זיך געשפירט ממש ווי די שר שלום מבעלזא ביי די איינגעפאלענע הייזקע פון בערקא די וואסער טרעגער.....
רבי בערל אויב האט איר ליב די וויצן הייבט ניטאמאל אן מיט די אלטע מארמארישער פויערן און זייער עברי גרייזן. ווי דער איד וואס פלעגט זאגן “גדלו לה' אתי ונרוממה משה עבדו” אנשטאט “שמו יחדו” צי דער רומעניער וואס האט געפרעגט “וואו גייט דער רבי זיין חיים עשר בשבט?”
מקען אנפילן גאנצע אשכולות פון די וויצן.
אבער איין מוראדיג ווארט איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין מיין זכרון פון אלץ קינד ווי א מארמארישער איד האט געזאגט “ווען דער אייבישטער וויל שיסט ער א בעזים”... איך לאך נאכאלץ פערציג יאהר שפעטער 😂
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
שבת אחיםרבי בערל אויב האט איר ליב די וויצן הייבט ניטאמאל אן מיט די אלטע מארמארישער פויערן און זייער עברי גרייזן. ווי דער איד וואס פלעגט זאגן “גדלו לה' אתי ונרוממה משה עבדו” אנשטאט “שמו יחדו” צי דער רומעניער וואס האט געפרעגט “וואו גייט דער רבי זיין חיים עשר בשבט?”
מקען אנפילן גאנצע אשכולות פון די וויצן.
אבער איין מוראדיג ווארט איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין מיין זכרון פון אלץ קינד ווי א מארמארישער איד האט געזאגט “ווען דער אייבישטער וויל שיסט ער א בעזים”... איך לאך נאכאלץ פערציג יאהר שפעטער 😂
אדרבה. פיל אן גאנצע אשכולות
סדא דער באקאנטע מעשה פון דער עמארץ וואס מ'האט געטראפן זיין זון און ער האט זיך אנגערופן 'והילד איננו, דער בחור איז דא'..
קאמארנער: די מעשה גייט א ביסל מער באריכות. אין דערהעים אין די מארמאראש, אין א שטעטל איז א בחור אמאל פארשוואונדן געווארן. די גאנצע שטאט האט געהאלפן זיין טאטן איהם זוכן. דער טאטע איז דערווייל געגאנגען אין ביהמ"ד זאגן א קפיטל תהילים. קורץ פאר מנחה האט זיך דער בחור אנגעריקט. רופט זיך אן דער טאטע..."והילד איננו"...דער בחור איז דא...!
דער בן איש חי ברענגט אין זיינע דרשות אין זיין ספר 'עוד יוסף חי' פרשת מטות א מעשה פין אן עם הארץ וואס אפילו נישט גיקענט ליינען לשון הקודש אונד פלעגט בענטשען יעדן פרייטאג צו נאכט אללע זיינע 10 קינדער בברכת ׳אלו ואלו נשרפים בבית הדשן׳ אונד אין בשמים האט מען געטוישט די אויתיות עז זאל זיך אויסשטעלן אלס א ברכה, איך האב אייך
דא צוגעשטלט דאס דערמאנטע שטיקל.
איך האב דארט מציין געהאט אן עהנליכע מעשה וואס דער בן איש חי ברענגט אין זיין ספר ׳בניהו׳ אין מנחות דף קי והנה זה לשונו:
לְלַמְּדֶךָ: שֶׁאֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אֶת לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם [בְּנָיָהוּ דַּף קי.]
נראה לי בס"ד על פי מעשה בחסיד אחד שחלם בליל שבת שנזדמן לפניו זקן אחד והיה חושב בדעתו שזה הזקן הוא מן בני עולם הבא שבא מגן עדן וישאלהו על שתי קהילות שהיו מתפללים בשתי בתי כנסיות שבעירו איזה אדם מן הקהל תפילתו ראויה יותר מכל הקהל של בית הכנסת? ויאמר לו בית הכנסת הראשונה אותו אדם המתפלל בסוף בית הכנסת בקרן זוית צפונית מערבית תפילתו רצויה יותר מכל הקהל המתפללים שם, ובית הכנסת השניה אותו אדם המתפלל בקרן זוית מערבית דרומית תפילתו רצויה ומקובלת יותר מכל הקהל שבאותה בית הכנסת.
ובבוקר הלך אותו החסיד והתפלל בבית הכנסת הראשונה וראה אדם אחד מתפלל בסוף בית הכנסת בקרן זוית של צפונית מערבית לבדו ובא הוא וישב בצידו להתפלל כדי לראות איך היא תפילתו ומה כונות עושה בה וירא כי יש בידו סידור פשוט של תפילה אין בו כונות ורק זה מתפלל מתוך הסידור מלה במלה ולא זזה עיניו מן הסידור וימתין לראות תפילת העמידה שהיא העיקר ויחשוב דודאי זה עושה כונות עמוקות בתפילת העמידה וכאשר קם זה להתפלל תפילת העמידה גם הוא עמד בצידו וירא שגם העמידה מתפלל אותה מתוך הסידור ויביט בסידור לראות אם כתוב בגליון שלו איזה שמות לכוין בהם וירא שהוא מתפלל תפילת שחרית של חול ויחשוב שזה טעה ושכח ולא הפסיקו בתוך העמידה ואחר שגמר העמידה אמר לו שבת היום ואתה שכחת והתפללת עמידה של חול וצריך שתחזור ותתפלל תפילת שבת, ויענהו ויאמר לו יודע אני שהיום שבת ולא שכחתי אלא בכונה מכוונת התפללתי תפילה של חול כי כן דרכי להתפלל תפילה של חול גם בשבת ויום טוב, אמר לו למה? ויאמר השבת הוא יום המובחר וחשוב מכל הימים איך תפילתו תהיה קצרה אין זה כבוד שבת! אלא ראוי להתפלל בו תפילה ארוכה על כן אני מוכרח להתפלל בו תפילה של חול שהיא ארוכה וירא החסיד שזה האיש הוא תם מאוד בתכלית ורק תפילתו רצויה מפני שמתפלל אותה בכונת הלב ובשמחה רבה ולכך אף על פי שהוא מתפלל בשבת תפילה של חול רחמנא ליבא בעי.
אחר כך אחר שבת ביום ראשון הלך לבית הכנסת השנית לראות תפילת אדם השני והלך ומצא איש אחר יושב בקרן זוית של מערבית דרומית וגם כן היה מתפלל לבדו מתוך הסידור והוא ישב בצידו וכאשר קם להתפלל תפילה של העמידה גם הוא עמד בצידו ויבט בסידור שבידו וירא שהוא מתפלל תפילה של שבת והמתין לו עד שסיים ויאמר לו היום חול ואתה שכחת והתפללת תפילת שבת וצריך שתחזור להתפלל תפילה של חול ויענהו ידעתי היום חול ולא שכחתי אך אני דרכי להתפלל בכל יום תפילת שבת אמר לו למה ויאמר השבת הוא יום קדוש ונבחר מכל הימים ותקנו בו תפילה זו לפי חשיבותו וערכו ונמצא תפילה זו של שבת היא גדולה ויתרה מתפילה של חול ומאחר שהיא חשובה ומעולה טוב שאתפלל אותה בכל יום כדי שבכל יום ויום אביא לפני הקדוש ברוך הוא דורון יקר וחשוב!
והבין שגם זה האיש הוא תם מאד ומה שתפילתו רצויה יותר מחמת שהוא מתפלל בכונה ובשמחה ובטוב לבב ורחמנא ליבא בעי נמצא זה שהיה מרבה שמתפלל גם בשבת תפילה של חול מפני שהיא ארוכה שחשב לכבד השבת בתפילה ארוכה והשני להפך שחשב להתפלל תפילה קצרה של שבת בכל יום בשביל שלפי תומו חשב תפילה זו של שבת היא חשובה יותר אף על פי שהיא קצרה מפני כי נתקנה לשבת הרי הם הפכיים במנהגם ועם כל זה כיון שליבם לשמים רצויים הם לפני הקדוש ברוך הוא וזהו שאמרו אחד המרבה להתפלל בשבת תפילה ארוכה של חול ואחד הממעיט להתפלל גם בחול תפילה קצרה הכל עולין יפה בהשואה אחת ובלבד שיכוין לבו לשמים דרחמנא ליבא בעי שיהיה לב חיים.
קאצקע ציקערמשען ומיטוואך לצדיקים
דא א ליסטע פין באקאנטע טעותים ביי קליינע קינדער ושבשתא כיוון דעל על:
אֵין נְסִיכִים בִּשְׁעַת הַסְּעוּדָה
הַמַּלְאָךְ הַגּוֹאֵל אוֹתִי מִקּוֹל רָם
פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ וּמַצְדִּיעַ לְכָל חַי רָצוֹן
שְׁמַע בְּנִי מוּסַר אָבִיךָ וְאַל תִּתְלֹשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ
הַשֵּׁם יְבָרֵךְ אֶת עַצְמוֹ בַּשָּׁלוֹם
הָרַחֲמָן הוּא יְזַכֵּנִי לִהְיוֹת הַמָּשִׁיחַ וּלְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא
אִם תָּקוּם עָלַי מִלְחָמָה כָּזֹאת אֲנִי בּוֹרֵחַ
אָכַלְנוּ וְסָבַלְנוּ הָאֹכֶל הָיָה טָעִים
בְּחֵן בְּכֶסֶף וּבָרַחֲמִים
וְלוֹ הָעֹז וְהַמִּשְׂרָד
צוּר מִי שֶׁלֹּא אָכַלְנוּ
וְהַקָבָּ"ה מַצִּילֵנוּ מִן הַדָּם
אֵלִיָּהוּ עֲנָבִים
הַמַּחֲזִיר נְשָׁמוֹת לִמְפַגְּרִים מֵתִים
הַמִּתְעַקְּשׁוֹת לָבוֹא לְעוֹלָם
נַעַל הָיִיתִי גַּם זָקַנְתִּי
מְקִימִי מְקִימִי מֵהַחַרְדָּל
איך האב אמאהל געהערט יו"ט ביי מוסף ווי דער חזן צו-גארגעלט זיך... שובה אלינו בהמון רגליך
berlbalagulehביי אונז אין ביהמ"ד איז דא לכה"פ 3 אידן וואס זאגן ביי נשמת..."נהלת באזניך"...אל נוה קדשיך. זעהט אויס אז אין די מארמאראש איז געווען אן עברי מלמד וואס האט זיי אזוי אויסגעלערנט...!
ווען מ'פרעגט ביי איינעם אזא איד פשט אין די ווערטער וועט ער (מסתמא) זאגן... די אידן האבן נישט געוואלט אריינגיין קיין ארץ ישראל האט זיי דער אייבישטער אנגעכאפט ביי די אויערן און אריינגעפיהרט...!
איינער אזא ..."באזניך"... איד האט אמאל געדאוונט מוסף לראש חודש פאר'ן עמוד. האט ער געזאגט...וחוקי ראשי חדשים להם בקעת...! ווע מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט...אז ס'איז געווען איין גרויסער ראש חודש. און דער אייבישטער האט עס צושפאלטן אויף 12...! חלקים
נהלת בעזך שטייט גראדע ביי אז ישיר און נישט ביי נשמת
דער יארמער רב זאל מאריך ימים ושנים זיין האט אמאהל געזאגט אז ער האט אמאהל געהערט ווי א גור'ר בחור זאגט די ברכות...
בא"ה אמ"ה שלא עשני כרצונו
פאלאצ'ינטאדער יארמער רב זאל מאריך ימים ושנים זיין האט אמאהל געזאגט אז ער האט אמאהל געהערט ווי א גור'ר בחור זאגט די ברכות...
בא"ה אמ"ה שלא עשני כרצונו
לאזט דאך אויס א שטיק פונעם ווערטל!
ער זאגט אז אין גור זאגט מען נישט דעם ווארט "אשה" אלס הרחק מן הכיעור, און זיי מוטשען זיך ווי אזוי דאס צו זאגן ביים דאווענען... האט ער געהערט א בחור וואס האט זיך געמוטשעט א שטיק צייט מיט'ן זאגן "שלא עשני אשה", ביז עס איז אים איינגעפאלן די גאלדענע איידיע צו זאגן "שלא עשני כרצונו" 😛
שמעקעדיג פאלאצ'ינטאדער יארמער רב זאל מאריך ימים ושנים זיין האט אמאהל געזאגט אז ער האט אמאהל געהערט ווי א גור'ר בחור זאגט די ברכות...
בא"ה אמ"ה שלא עשני כרצונו
לאזט דאך אויס א שטיק פונעם ווערטל!
ער זאגט אז אין גור זאגט מען נישט דעם ווארט "אשה" אלס הרחק מן הכיעור, און זיי מוטשען זיך ווי אזוי דאס צו זאגן ביים דאווענען... האט ער געהערט א בחור וואס האט זיך געמוטשעט א שטיק צייט מיט'ן זאגן "שלא עשני אשה", ביז עס איז אים איינגעפאלן די גאלדענע איידיע צו זאגן "שלא עשני כרצונו" 😛
איך האב עס געהערט אויף טרעסדשענדערס...
א קליין יונגל פון נוירסערי (היינט שוין א זיידע) האט אמאל געזינגען אזוי..."ושמחת גחביך לא היית אך שמח"...
ווען מ'האט איהם געפרעגט האט ער געזאגט אז זיין טאטע איז "א וויזשינער חתן"...!
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
היינט שבת האט דער בעל תפילה זיך ציגארלגעט... רצה נא בְּמִכְנָסֵינוּ
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
אין וויליאמסבורג איז געווען א טאהש׳ע חסיד אן עמי הארץ, איינמאל איז ער געפארן קיין טאהש און אריין צום רבי, ווען די רבי האט גערעדט צו אים האט זיך די רבי נאכגעפרעגט אויף א חסיד וואס וואוינט אין וויליאמסבורג אין ער שטיצט די ביהמ״ד אין וויליאמסבורג וואס ער מאכט, האט זיך די איד אנגערופן צום רבי, די רבי רעדט פון דעם עושר? ער איז ״תורה גדולה באותו מקום״, די רבי האט אויסגעשאסען לאכן.
Re:
קאצקע ציקער #
משען ומיטוואך לצדיקים
שמעון ומיטוואך לצדיקים...
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
Re:
עסקן בדברים #
berlbalagulehנאך א מעשה וואס הרהצה"ק מ'טאהש זצוק"ל האט אייביג געבעטן מ'זאלל איבערדערציילן. איבער אן עם הארץ וועלכער האט ביי די הגדה וואו ס'שטייט תם מה הוא אומר. האט ער געזאגט מיט א תמימות און געוויזן מיט זיין פינגער אויף ארויף...טאם...דארטן (אויבן אין הימל) מה הוא אומר . וואס זאגט דער אייבישטער...! (אויף רוסיש הייסט ..."טאם"... דארטן)
אין ארמיש איז אויך ״תם״ דארטן (צ.ב.ש. שלחו מתם)
יא: אבער דער חידוש איז אז א איד אן עיי"ן ה"א וועלכער האט נישט געלערנט גמרא. און נאר געקענט רוסיש האט עס געזאגט מיט אזא תמימות אויף זיין אייגענע שפראך.
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
א חסיד איז געקומען צו זיין רבי'ן (איך זאג נישט אויס ווער) און פרעגט איהם...
ווי אזוי איז די מנהג ביי אונז? זאגט מען ומעריצים ומקדישים וממליכים מיט א "ם"
אדער זאגט מען ומעריצין ומקדישין וממליכין מיט א "ן"
האט דער רבי גע-ענטפערט עס מאכט נישט אויס עס איז די זעלבע און א ראי' האסטו ווייל אפילו אין שלחן ערוך שטייט אמאהל רמב""ם" מיט א ם און אמאהל רמב"ן מיט א "ן"