☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן

תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14538

כוכב » מיטוואך מערץ 31, 2021 4:56 pm

· #469115
תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן
ווי מער די יארן מערן זיך און די ווייסע האר זאמלען זיך פארברייטערט זיך אויך מיין לעקסיקאן. מיט יעדן פארבייגייענדן יאר קומען צו ווערטער און שפריך ווערטער וועלכע קווארטירן זיך באקוועם אין דער אידישער שפראך ווי זיי וואלטן ווען געווען אלט געזעסענע תושבים אז מיט דער צייט פארגעסט מען אמאל אז די וועלט האט עקזיסטירט אן זיי און מ'ווייסט ניטאמאל וויאזוי מ'האט זיך געקענט ספראווען אן זיי צו דער האנט.
איך וויל ווידמען דעם ווינקל פאר נייע ווערטער וואס כ'האב מיך אויסגעלערנט דעם יאר אדער אלטע ווערטער וואס האבן היי יאר באקומען א פרישן באדייט.

נעקסט לעוועל
וויי פאר מיר פאר'ן פארטאכלעווען מיינע יוגנט יארן אן קיין נעקסט לעוועל. ערגעץ לעצטנס האב איך מיך אויסגעלערנט דעם ווארט און מיין לעבן איז צעטיילט, פאר דעם איז אלעס געווען אין א פריערדיגן לעוועל און יעצט איז דא א נעקסט לעוועל. די קוגל איז נעקסט לעוועל, די קומזיץ איז נעקסט לעוועל, האלא נעקסט לעוועל, אויב גייט דורך א טאג וואס עפעס איז נישט געווען נעקסט לעוועל דארף מען זיך גיין אונטערזוכן. אפילו נעקסט לעוועל איז שוין נעקסט לעוול. אמאל קען מען עס נוצן סתם אלס א פיל אין, וואס איז נייעס? נעקסט לעוועל? הע?

כן!
יא דער באנעבעכצטער עבריתישער כן האט באקומען א נייעם באדייט היי יאר. בעסער איז ווען ס'קומט אין פארעם פון א טעקסט מעסעדזש אין ענגליש אזוי: ken. געווענליך קומט עס אן פון א ריפערישע נעפיו וואס האט נאר א פליפ פאן און ענטפערט אלעס מיט אזא קאצקישע ס'ע נייעס שפראך. ס'איז מער נישטא קיין יא, אלעס איז כן, אדער "קען" פאר ווער ס'כאפט נישט. האסט געפיילט פאר אנעפלוימענט? ken! האסט אויסגעהערט די חיים הערש מייזליש בני ברקער דרשה? ken! פארסט קיין פלארידא היי יאר פסח? כען! למעשה האסטו נישט קיין דזשאב... [זויערע פנים] כן.
אין א שמועס קומט עס מיט ספעציעלע טראפ, כן בנוסח האלא ביזט פארנארט, אדער כן א ברירה האב איך, אדער כן שוין ווייטער נישטא קיין רויטע מילך פאר די קאפי, אדער כן כאדיר נישט וואס צו ענטפערן, אדער ken האסט געמיינט איך בין אזא לוזער ווי דיר.

אורח
אורח, יא, נישט מער נישט ווייניגער, אורח איז מיר געווארן א האט אייטעם ווי האט פעינקעיקס אויף א האט פינק נעפקין.
ליגנוויסטן זאגן אז אורח קומט אריגינעל פון מאנסי און פון דארט אריבערגעשווימען די האדסאן טייך און זיך דערקייקלט ביז ברוקלין.
ס'איז דא אורח און דערנאך איז דא "סתם אן אורח", סתם אן אורח זאגט מען פאר דעם נוירדי יונגערמאן וועמען דו האסט נישט קיין געדולד צו שמועסן מיט אבער קיינער ווייסט נישט אז ביזט אים שולדיג געלט און ער האט דיך אמאל געלאזט ארויפלייגן א פריקן צענערל און אויסמעקסן זיין עימעקס ווייל האסט אים געזאגט דיין שלום בית הענגט אויף א האר.
אורח איז עמיצן וואס דו ווייסט פשוט נישט וואס זיין נאמען איז. אורח איז ווער עס האט אביסל אן אנדערע הברה ווי דיר. אורח איז דער אנדערער יונגערמאן וואס דרייווט אויך א שווארצע נעוויגעיטאר אויף דיין בלאק און ביזט שוין נישט דער איינציגער.
"סתם אן אורח" איז דיין שוואגער וואס זאגט נאך תורות ביים סדר פאר'ן שווער, סתם אן אורח איז דיין ברודער וואס איז אין כולל אבער האט אן אייגענע הויז אויף זיין נאמען און קויפט קאטעדזש טשיז אין בינגא אין דער צייט וואס דו שאפסט אין ברעדבערי אבער האסט א חלק ח' דירה אין טענערסוויל און דו ווארטסט די יאר זאל זיך ענדיגן.

וכו'
עס האט געמאכט זיין וועג פון שטיסל אבער האט זיך אנגעקליידט א נייעם מאנטל. ס'איז געווארן ווי דער חסידישער עף יו וואס מ'נוצט פאר א פיל אין זעקס זיבן מאל אין יעדע זאץ. גאר נוצבאר איז עס ווען מ'האט נישט וואס צו זאגן. מיין טאטע האט מיך גערופן צי איך קום אויף יו"ט וכו' כ'האב אבער געזאגט כ'האב נישט יעצט מיין שעווי אימפאלא ווייל כ'האב עס געבארגט פאר מיין חבר וכו' למעשה איז געבליבן אז סך הכל וויל ער כ'זאל ברענגען פון קעי ער עם די קוממיות מצה וואס איז אויף סעיל וכו'וכו' וכו' וכו' און היי יאר האט ער מיך ניטאמאל אוועקלייגט ערב פסי מצה וכו' אלעס ווייל יאסי איז שנה ראשונה וכו' וכו' וכו'.


בלא בלא בלא

מיכאל שניצלער זינגט שוין בלא בלא בלא אויף ווער וויל קויפן בייגעלעך, היי יאר האט זיך עס פארלענגערט, גאנצעטע שמועסן ווערן געפירט בלא בלא בלא, מיין ווייב האט מיך געקאלט בלא בלא בלא לאנג סטארי שארט בלא בלא בלא זי וויל נישט גיין צו מיין מאמע בלא בלא בלא בלא בלא א ברירה האב איך געהאט בלא בלא בלא אונטער'ן טיש בין איך בעל בית בלא בלא ווייסטעך וויאזוי ס'גייט בלא בלא בלא יא כ'ווייס דו געדענקסט איר אלס מיידל און זי איז שוין דעמאלט געווען א ב...

מפיל קינד » מיטוואך מערץ 31, 2021 5:05 pm

· #469116
האסט פארגעסן פון קום אריין קלאר

די טאטע פון אלע נייע אויסדרוקן.

ביי יעדע וואך נאכט הערט מען פון די פרישע חברה, האלאו, קום אריין קלאר מיט די פיקעלס. ווען איינער דערציילט פרישע נייעס אין קאווע שטיבל, קום אריין קלאר, וואס האט פאסירט... וכו'.

mevakesh » מיטוואך מערץ 31, 2021 9:16 pm

· #469120
וכו' האט א פריערדיגע מקור פונעם לובאביטשער אז דער מלמד שמייסט אריין אינעם וכו....

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 12:19 am

· #469129
Re: תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן
רוב פון די נייע סלענג און לינגא, קומט פון ארי סאמעט וחבריו פון בודקע סטודיאָס ,מיט יעדע נייע ניגון וואס זיי געבן ארויס ווערט די יוגנט פארפלייצט מיט א טוץ נייע לאזונגען און פרישע סחורה.

יואלי וואלפסאן » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 1:39 am

· #469132
נאך אן אויסדרוק פון די אינגע חברה דער האט עס אדער ער האט עס

דער איז גוט ער'ז פיינע נייעס ער האט עס.

הוגה » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 12:57 pm

· #469150
פיין פיין. נישט קיין שלעכטע איידיע אויסצולערנען די אלטע דור (אני הקטן) די נייע שפראך.

ומדי דברי, דאכציך אז דו האסט א טעות אינעם דעפיניציע פון "כן". לויט מיין פארצייטישע פארשטאנד איז די ריכטיגע אפטייטש פונעם סלאנגישע כן, "צום פונקט" אדער "אוי איז דאס גוט". כן ווערט גענוצט אויסצודרוקן שטארקע הנאה והסכמה אויף א גוטע חוזק ווערטל, ליצנותדיגע meme, אדער די געדאנק פון א 'שפייאכצ-רינענדע' מאכל, ספעציעל אין א יום התענית אדער פסח. כן שרייבט מען אלעמאל מיט אן עקסלימעישאן מארק און לכתחילה אין די פארם פון א סטיקער.


.

קל וחומר » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 1:25 pm

· #469151
Re: תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן
כוכב האט אריינגעטשעקט, ער קומט אריין זייער קלאר, האלאו דעס איז נעקסט לעוועל. דער בחור איז גארנישט אזוי צעפראסקעט, כן.

מונטסורי » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 1:39 pm

· #469153
״דער עולם טשעקט אריין״ איז טאקע אויך א נעקסט לעוועל אויסדרוק

ליב צו וויסן » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 2:17 pm

· #469157
"ווייבס" (עז אין חוה"מ "ווייבס", פורים "ווייבס" וכד).

כוכב » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 2:57 pm

· #469162
העי, דער עולם טשעקט געהעריג אריין און מ'כאפט מיך אויס דא, כ'האב געוואלט שרייבן נאך קילע אויסדרוקן און כ'זע מ'האט דא תפיסת מחשבה...

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 7:10 pm

· #469173
דער עולם טריפט אריין...

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 7:13 pm

· #469175
Re: תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן
לחיים!


[כ'מיין דאס האט יואלי לעבאוויטש אריינגעברענגט]

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 8:18 pm

· #469180
אונדז האב מיר כוכב ליייוו דא כן אוודאי ברעגסט עס צום טיש

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 2, 2021 10:01 am

· #469202
"האלא וואסע נייעס" קען אויך אריינגיין אין די כלל פון נייע אויסדרוקן, אדער איז עס שוין צו אלט?

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אפריל 2, 2021 11:06 am

· #469204
Re: תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן
לעצטענס געהערט, "האלא כ'ווער גוט מיט דיר"

תרמב » פרייטאג אפריל 2, 2021 2:53 pm

· #469212
טשיל! טשיל!

תנא קמא » מאנטאג אפריל 5, 2021 2:10 am

· #469231
האלא, ס'דא העווי נייעס

שיק מיר אריין

מ גפני » מאנטאג אפריל 5, 2021 1:11 pm

· #469240
פאליטיקאנט
רוב פון די נייע סלענג און לינגא, קומט פון ארי סאמעט וחבריו פון בודקע סטודיאָס ,מיט יעדע נייע ניגון וואס זיי געבן ארויס ווערט די יוגנט פארפלייצט מיט א טוץ נייע לאזונגען און פרישע סחורה.

זיין ״ארויס פון בבל״ ווערט אויך גענוצט ביי מאנכע מילעניעלס

עוקר הרים » מאנטאג אפריל 5, 2021 2:27 pm

· #469244
Re: תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן
חאָריק.

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 12:32 am

· #469826
וואס סי נייקעס... וואסע ניען

מה בכך » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:44 am

· #469838
איתן
וואס סי נייקעס... וואסע ניען

וואס איז ניען איז נאך פון די ת"ש18..

מאטי » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:24 am

· #469853
קאַפּי

תרמב » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:20 pm

· #469921
טען פאר געדענק איך פון די סמך יארן.

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:23 pm

· #469923
תרמב
טען פאר געדענק איך פון די סמך יארן.

און איך פון די מ' יארן

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:08 pm

· #469948
ס'דיר יעצט איינגעפאלן?
ווען ביזט פיניש פלאש...
אה, יעצט קומסטו פון די אנדערע וועג.
אה יע.. בעבי
ביג טיים
פיין - איז ער אנגעזעצט.

טיכטיגער » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:13 pm

· #469980
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/14040">viewtopic.php?f=7&t=14040</a><!-- l -->

cictim » מיטוואך אפריל 14, 2021 10:03 am

· #470054
אהא.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 14, 2021 7:08 pm

· #470117
די באדייט פון 'lol' לויט Urban Dictionary

Lol
What people say on text when they don’t know how to respond. It is part of a gen-z’s common vocabulary.
Person 1: I failed my midterms

Person 2 who doesn’t know how to respond: lol

הוגה » מיטוואך אפריל 14, 2021 7:30 pm

· #470119
1) ר' שעי' בן ר' משה
2) "ערענסטע" פלאנקן
3) נעקסט לעוועל

איתן » מיטוואך אפריל 14, 2021 7:56 pm

· #470122
הוגה
1) ר' שעי' בן ר' משה
2) "ערענסטע" פלאנקן
3) נעקסט לעוועל

אויב אזוי דארפסטו צולייגן
לחיים פאפא רעבעצין
קימסימי אף שאבעס
ביי רובאשקין

קאצקע ציקער » מיטוואך אפריל 14, 2021 8:55 pm

· #470133
אלע סלענגס קען מען הערן אויף ארי סאמעטס סינגל וואס ער האט ארויסגעגעיבן לכבוד פורים .
צווישן אנדערע האב איך געהערט "האסט שוין אריין געטשעקט היינט?"

דער בחור איז נישט דא

דער בחור איז צעפראסקעט

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 12:15 am

· #470146
יא, "צעפראסקעט" הער איך לעצטנס א סאך....

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 1:26 am

· #470154
Re: תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן
אויך דא עפעס א נייע סטייל פון רעדן האלבע ווערטער, פשוטו כמשמעו

האלא, וואס טוט זיך = האלא ווא טוט
האסט סחורה? = האסט סחו?
שיק א לאקעישען = שיק א לאקעי


Sent from my iPhone using Tapatalk

איתן » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:32 am

· #470163
ערנסטגערעדט
אויך דא עפעס א נייע סטייל פון רעדן האלבע ווערטער, פשוטו כמשמעו

האלא, וואס טוט זיך = האלא ווא טוט
האסט סחורה? = האסט סחו?
שיק א לאקעישען = שיק א לאקעי


Sent from my iPhone using Tapatalk

ר' שייע בערע מאו
העי בראו
כ'גע ניש קיין ש'
קיין דעקל
הער אויף מיט דיין בס''ד...

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:11 pm

· #470192

תרומה » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:27 pm

· #470197
תרמב
טען פאר געדענק איך פון די סמך יארן.

טען פאר קומט מיט א גרעפס!

הקטן » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 11:45 pm

· #470229
פריקן אויסדריקען? איך געב נישט קיין דעקעל!

תנחום » פרייטאג אפריל 16, 2021 12:07 am

· #470232
סתם געשאסן א לאטקע

nespresso » פרייטאג אפריל 16, 2021 7:36 am

· #470245
Re: תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן
תנחום
סתם געשאסן א לאטקע
געהאקט א לאטקע

Sent from my SM-A015V using Tapatalk

איתן » פרייטאג אפריל 16, 2021 9:17 am

· #470254
טעל מי אבאויט איט
פיינע פלוכעס

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 16, 2021 1:41 pm

· #470288
אויך איז דא א נייע אנשיקינעש ביי די יונגווארג מען זאגט "האללוי" פאר אינמיטן און נאך א סענטענס האלוי

יעלה ויבא » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:44 pm

· #470302
איך גיי ניסלעך.
דער בחור קימט אריין קלאר.

פארווע חסיד » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 12:54 am

· #471049
עוקר הרים
חאָריק.

וואסי טאקע פשט פון די ווארט?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 24, 2021 2:00 am

· #473573

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 24, 2021 4:16 pm

· #473600
כוכב: דו דערמאנסט מיך. (אין דעם בלא בלא בלא פאראגראף) אין א ריעל לייף סטארי וכו' וכו' . איך האב געקענט אזא איינע אן אישה מיט א פיסק ווי אן אפענע סוער ליין. איך געדענק איהר נאך אלס מיידל. (זי איז געווען א טיטשער אין דעם מוסד וואו איך האב געדרייווט דעם באס). אדערווייל האט זי שוין אפגעג'ט 2 מענער. געהאט מיט א יעדן עטליכע קינדער.

ניין א דריט מאל האט זי נישט חתונה געהאט. ווייל דער משוגע'נער וואס וואלט מיט איהר חתונה געהאט איז נאכנישט געבוירן געווארן. זי איז א קטלנית, מיט איהר פיסק. נאר אין דעם פרט איז זי א גרויסע מיוחסת. ווייל איהר מאמע און שוועסטער האבן אויכעט פיסקעס ווי טוילעטס.

איהר ערשטער (געוועזענער) מאן. וועם איך קען. איז געווארן אן או.טי.די. מסתמא צוליעב איהר. ער איז אדורך א שווערע תקופה אין מצב הפרנסה...!

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 24, 2021 4:22 pm

· #473602
אין די מארמאראש איז געשעהן א פאל אז א בחור איז נעלם געווארן. די גאנצע שטאט איז איהם געגאנגען זוכן. זיין טאאטע (אזוי ווי דער סקווערער רעבע זאגט עס. מיט די זעלבע הברה.) איד געגאאנגען אין 'סמעדריש זאאגן א פאר קאפיטלעך תהילים. פארנאכטס. קורץ פאר מנחה האטציך דער בחור אנגעריקט. זיין טאאטע האט געוואלט ווייזן אז ער איז א למדן. געט ער זיך א רוף אן..."והילד איננו. דער באחער איז דא"...!